א טענענט וואס באצאלט נישט קיין רענט!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

Don't worry
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 07, 2014 6:29 pm

תגובהדורך Don't worry » דאנארשטאג יולי 12, 2018 8:50 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Don't worry האט געשריבן:מדארף בעטן פאר ערבות ווען מען פארדיגט א דירה. מיט ערבות ביסטו כמעם ווי פארזיכערט צו באקומען האצאלט

זיכער אזוי... ''''כמעט ווי פארזיכערט''''. ערבים צאלן איבערנאכט....


עס מיז נישט זייו איבער נאכט, אבער צום סוף ווערט עס באצאלט. פרעג מענטש וואס פירט אן א גמח.

וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » דאנארשטאג יולי 12, 2018 10:02 am

אוי טאטע געוואלד! עמך ישראל צריכין פרנסה!
אזא שאלה דארף מען פרעגן א רב ומורה הוראה; איינער פון הלכות פון נתת ונשאת באמונה איז דאך לא תהיה לו כנושה; וויפיל מעג מען בעטן; וויאזוי מעג מען בעטן; סאיז דאך אזעלכע טיפע סוגיות און הלכה. ויה''ר שלא תכשל בדבר הלכה
נקודה למחשבה!
א מענטש דארף וויסן אז אלעס וואס עס געשעט צו אים איז מן השמים, אמאל וויל דער רבונו של עולם געבן פאר א מענטש עפעס למעלה ממה שמגיע לו שיקט ער אים א נסיון ווי ער זאל זיך קענען פירן לפנים משורת הדין און במידה שאדם מודד מודדין לו, ווידער קען זיין אנדערע חשבונות, אונז זענען דאך נאר פשוטע מענטשן אונעם בורא'ס וועלטעלע...
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג יולי 12, 2018 11:00 am

דער לענדלארד זעט מיר אויס דא זייער א חשובער איד, וואס טראכט איבער איידערן באגיין ווילדע שריט.

אין דעם זכות אליין וועט אי"ה קומען די ישועה!

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » דאנארשטאג יולי 12, 2018 12:23 pm

זאג אים אז די ווילסט אים נישט א רויס ווארפן נאר אז ער קען נישט באצלען זאל ער גיין מאפן צי א בילגע געגנט
Have it in mind don't be right be smart

אוועטאר
נישט פשוט
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג יולי 12, 2018 12:47 pm

וואף.... באמת א פראבלעם, ווייל מקען זיך נישט באווארענען פון פארדעם, האסט דאך באמת א וויאלע טעננעט נאר ער האט יעצט א חולה צו וואס ער קען נעבעך זיך נישט דעקען.
איז מיין עצה זאלסט רעדען צו איינער אין די משפחה א ברודער צו וואס אין אים מסביר זיין אז די קענסט נישט מער און טרייסט צו גיין שיין, איך גלייב אז ער וועט דיר העלפען, ווי שענער די וועסט זיך באגיין מיט אים וועט זיין מידה טובה מרובה.
אלץ יודן איז נישט דא אסאך וואס מיר מעגען טוהן . זאל דיר די רבש"ע באצאלן פארן זיך האלטן ערליך .
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג יולי 12, 2018 12:50 pm

שטיין האט געשריבן:זאג אים אז די ווילסט אים נישט א רויס ווארפן נאר אז ער קען נישט באצלען זאל ער גיין מאפן צי א בילגע געגנט

אינמיטן זיין קריזיס קען ער מן הסתם נישט מופן
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1480
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג יולי 12, 2018 12:56 pm

נישט פאר דעם איז דא קרן עזר מיט אלע אנדערע ארגענעזאציעס?
אייוועלט שרייבעריי

על התורה ועל העבודה ועל הפורקן, ועעעל פליטת בית סופריהם, בנאות דעיששששששששעעעעעעעעעע ירביצנו, בראותם יחד תכלת וארגמן, און פערפל וואל...

ברסלבהארץ
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 06, 2015 2:12 am

תגובהדורך ברסלבהארץ » דאנארשטאג יולי 12, 2018 12:59 pm

שיק א הזמנה צי דין תורה

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:02 pm

ברסלבהארץ האט געשריבן:שיק א הזמנה צי דין תורה

שטומט נישט מיט דיין נאמען "הארץ"
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:05 pm

כ׳׳פארשטיי נישט פארוואס רוב עולם דא עצה׳ט אונזער חיים׳ן צו טוהן לפנים משרות הדין, אפשר ווייל טייל עולם דא האט נישט, און שפירט עס אויף די אייגענע הויט...

אונזער חיים׳ן זאגט קלאר אז ער איז נישט קיין גביר און דארף דאס געלט אויף צו לעבן.

אויב איז דא א געהעריגע ליעס עגרימענט גייט צו דין תורה. און מען נעמט א גוטע טוען. פארשטייצעך אלטס מאכן אויף א שטילע אופן. אדער צו ערכאות אויב ב״ד פסק׳נט אז מען מעג. דאס איז די טריקענע דין. יעצט לפנים משרות הדין, זאל מען נוצען אלע אנדערע עצות דא, פון טיי אווענטס.. אדער מוחל זיין, ווייל די באשעפער וועט אי״ה באצאלן פאר דעם, אלעס אמת איך מאך גארנישט אוועק, אבער דאס ריפט זיך לפנים משורת הדין.

איך רעד נישט פון קיין שום עקספיריענס, נאר פון וואס די שכל זאגט מיר הייסט א עצה טובה, כדי נישט צו זיין קיין יועץ רעה.
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום פרייטאג יולי 13, 2018 12:41 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:07 pm

מיר אידישע קינדער גיין אלץ לפנים משורת הדין חוץ ווען ס'נישטא קיין ברירה.

אויספאסטן ביים 72 און נישט עסן פיש פסח איז אויך לפנים משורת הדין. דאס זעלבע מיט קויפן כפרות פאר יעדן קינד עקסטער פאר יום כיפור און טרינקן עד דלא ידע ועד בכלל פורים.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:09 pm

אחת ואחת האט געשריבן:
ברסלבהארץ האט געשריבן:שיק א הזמנה צי דין תורה

שטומט נישט מיט דיין נאמען "הארץ"


גיין אין דין תורה איז נישט קיין סתירה מיט הארץ.. עס איז דאס ערשטע סטעפ אז ביידע זאלן וויסן ווי מען שטייט..

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:11 pm

אסדר,

גרינג צו זאגן פאר יענעם..
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:12 pm

יענער ווייסט אויך וואס ער קען טון, ער קומט דא צו הערן עצות ער זאל נישט דארפן טון וואס ער וויל נישט טון. וואס דו האסט געזאגט ווייסט ער אויך, לכאורה.

ברסלבהארץ
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 06, 2015 2:12 am

תגובהדורך ברסלבהארץ » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:23 pm

לא תשנה את אחיך בלבביך דאס מיינט עכט הארץ, גיי צי דין תורה, נעם חלילה נישט קיין טוען, רעדט דברים כהביתן אהן שלעכטע עימושענס ווי כעס נקמה נטירה אאוו, נאר די פאקטן אין אויב האסטו גיטע אימושענס אזווי רחמנות מיטגעפיעל אאוו דעמאלטס ברענג עס ארויס, פרעג אזויווי מגייט צי א דיין פרעגן טומאה וטהרה שאלות, אין שטארק דיך מיט אמונה אז אלעס איז באשערט און קיינער אין די וועלט אין און יענע וועלט ווי קליפות מלאכים אאוו קען דיר קיין שלעכטס נישט טיען נאר ווען גאט אליין וויל אזוי לטובתך באמת... אבער יעדע זאך אין די בריאה האט צוויי עקסטרעמע עקען, יעדע פון די עקן זענען קליפות, א יודס אויפגאבע אויף די וועלט איז בוחר ציזיין בדרך הממוצע, דעס הייסט " דרך התורה " , אין אונזער פאל איז דרך הממוצע צי פאלאוען א פסק בית דין אין נישט גיין עקסטרים צי קיין איין זייט, אין תפילת זכאי יום כיפור ביינאכט זאגט מען את אשר הקלת החמרתי, סאיז פונקט די זעלבע עבירה, גיין צי שטרענג איז קליפת עשיו אין צי גיט איז קליפת ישמעל . ודוק כי קצרתי

אוועטאר
נישט פשוט
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:33 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:כ׳׳פארשטיי נישט פארוואס רוב עולם דא עצה׳ט אונזער חיים׳ן צו טוהן לפנים משרות הדין, אפשר ווייל טייל עולם דא האט נישט, און שפירט עס אויף די אייגענע הויט...

אונזער חיים׳ן זאגט קלאר אז ער איז נישט קיין גביר און דארף דאס געלט אויף צו לעבן.

אויב איז דא א געהעריגע ליעס עגרימענט גייט צו דין תורה. און מען נעמט א גוטע תוען. פארשטייצעך אלטס מאכן אויף א שטילע אופן. אדער צו ערכאות אויב ב״ד פסק׳נט אז מען מעג. דאס איז די טריקענע דין. יעצט לפנים משרות הדין, זאל מען נוצען אלע אנדערע עצות דא, פון טיי אווענטס.. אדער מוחל זיין, ווייל די באשעפער וועט אי״ה באצאלן פאר דעם, אלעס אמת איך מאך גארנישט אוועק, אבער דאס ריפט זיך לפנים משורת הדין.

איך רעד נישט פון קיין שום עקספיריענס, נאר פון וואס די שכל זאגט מיר הייסט א עצה טובה, כדי נישט צו זיין קיין יועץ רעה.


איך מיין אז ווען די האסט ווען א טענעט וואס האט דיר דריי יאר געצאלט ערליך רענט, און גייט יעצט דורך א שווערע צייט און ער איז פשוט נישט ביכולת צו באצאלן.... וואלסטו אים ארויס געשטעלט ? די קענסט ?! מיין מוח נישט. ! אפי' איך האב די פילסטע רעכט .
איך מיין אז ער זיכט די גרינגסטע וועי אוט. איז ווי פריער געשריבן, גרינגער ווי צו גיין אין דין תורה פיזיש אין גייסטיג..
אוואדי אויב ער איז א נארמאלע מענטש און וואנס זאכן סעטעלן זיך וועט ער אנהייבן צאלן, אויב איז יענער נישט קיין הונדעטער איז די מעשה אנדערש, אבער ווי איך האב פארשטאנען רעדט מען פון א העכסט ציווילעזירטע מענטש.
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

ברסלבהארץ
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 06, 2015 2:12 am

תגובהדורך ברסלבהארץ » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:34 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מיר אידישע קינדער גיין אלץ לפנים משורת הדין חוץ ווען ס'נישטא קיין ברירה.

אויספאסטן ביים 72 און נישט עסן פיש פסח איז אויך לפנים משורת הדין. דאס זעלבע מיט קויפן כפרות פאר יעדן קינד עקסטער פאר יום כיפור און טרינקן עד דלא ידע ועד בכלל פורים.


צי טיען לפנים משורת הדין קען מען נישט עצהנן פאר א מענטש אזוי ווי מקען נישט הייסן קיינעם אויפשטיין חצות יעדע נאכט אאוו מדארף אליין האלטען דערביי.. אין אויב סאיז נישט דיין מדרגה איז עס א פגם.. מדארף אנקימן צי א מדרגה בהדרגה.... אויב נישט קראכט מען.. סאיז נישט דיין עבודה יענעמס מדרגה... יעצט ווען א חבר פרעגט די שאלה, ספעציעל דא אין וועלטעל פיעל איך באקוועם צי זאגן ער זאל גיין צי דין תורה......

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:35 pm

חיימ'ל האט געשריבן:א גוטן,

דאגה בלב איש ישיחנה. איך האב א טענענט וואס לעצטענס באצאלט ער נישט קיין רענט, פשוטו כמשמעו, ער האט אלע מיני תירוצים, ער שטיפט אפ אויף א וואך און פון א וואך ווערט א חודש און צוויי, נאר יעדער צווייטער דריטער חודש באקום איך אינגאנצען איין חודש רענט! ער איז א חסידישער איגערמאן מיט א שטוב און קינדער און גראדע ווייס איך אויך אז ס'איז דא גערעסערע עקספענסעס דארט, און איינער האט געדארפט אריבער גיין מעדיקל טריעטמענט פאר א שטיק צייט, און כ'האב פראבירט צו זיין זייער וואול, און נישט געלייגט קיין שום פרעשער, אבער איך פיל ווי איך קען שוין מער נישט, ס'האלט שוין ביי א בעלענס פון ממש צענדליגע טויזנטער דאלארן! ע"כ נפשי בשאלתי, וואס קען מען טון מיט אזא איינעם, רעדן שטרענג? זיך אריינמישן אין יענעמ'ס שלום בית און פרנסה? לאזן לויפן און דאווענען צום באשעפער? כ'בין דאך נישט אויף דער מדריגה. אויב איינער האט עפעס א זאכליכע עצה, ביטע זיך לאזן הערן. א דאנק.


קודם טריי צו גיין צו זיין משפחה חבירים רב וואס זענען אים געטריי און וועלן אים זיכן צוהעלפן
דין תורה ווייס איך נישט וויפיל עס וועט דיר העלפן ווייל ער גייט זאגן אין לי
זיך אריינמישן אין יענעמ'ס שלום בית מיין איך איז נישט כדי ווייל עס גייט דיר קאסטן מער וויפיל די גייסט פארדינען אויף דעם באצאלט מען אויף דער וועלט

אויף די קימעדיגע מאל נעם איינעם מיט סעקשן 8 + צוויי עריבים וואס זענען ערענסטע מענטשן
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:37 pm

וואס טוט איר אויב די דין תורה טרעט אים צו צום הארץ אין ער באקומט א נערוון בראך? איך האב געהאט א מעשה ווען איינער האט מיר אויסגענארט און מיר געבליבן שולדיג מיין גאנצע אויסגעהארעוועטע אוועקגעלייגטע געלט און איך האב צוליב דעם נאך אלץ נישט מיין אייגענע הויז. וואס עס האט מיר געהאלפן זיך האלטן איז אז נאך אלע מעשיות וויל איך זיך נישט טוישן און נישט זיין אין יענעם'ס קריזיס צושטאנד וואס האט אים געברענגט צו טון אזעלכע זאכן.
אדער אפשר איז געווען באשערט צרות און דאס איז די כפרה... א.א.וו.

עס איז נאך אלץ זייער שווער אבער מיר זענען אידן.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:38 pm

נישט פשוט האט געשריבן: וואלסטו אים ארויס געשטעלט ? די קענסט ?! מיין מוח נישט. ! אפי' איך האב די פילסטע רעכט .

מיין מוח יא, מיין הארץ נישט...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

ברסלבהארץ
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 06, 2015 2:12 am

תגובהדורך ברסלבהארץ » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:39 pm

איך האב מיטגעהאלטן פין דערנאנט א לענדלארדס שטוב איז ציגרינד געגאנגען ער האט זיך גי'גט מיט א שטוב פון 6 קינדער, אפאר קינדער זענען חרוב גיווארן ווייל זיין טענענט האט נישט באצאלט קיין רענט עטליכע יאר אפילי דער טענענט איז געווען א אמתע רחמנות.....

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2289
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:41 pm

ברסלבהארץ האט געשריבן:איך האב מיטגעהאלטן פין דערנאנט א לענדלארדס שטוב איז ציגרינד געגאנגען ער האט זיך גי'גט מיט א שטוב פון 6 קינדער, אפאר קינדער זענען חרוב גיווארן ווייל זיין טענענט האט נישט באצאלט קיין רענט עטליכע יאר אפילי דער טענענט איז געווען א אמתע רחמנות.....



מ'האט נישט קיינעם געהייסן גיין קאפ אין וואנט...
און די מעשה האט עפעס נישט קיין פיס (נישט אויף קיין שום יוד געזאגט).
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
נישט פשוט
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:43 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן: וואלסטו אים ארויס געשטעלט ? די קענסט ?! מיין מוח נישט. ! אפי' איך האב די פילסטע רעכט .

מיין מוח יא, מיין הארץ נישט...

סדארף זיין מוח שליט על הלב, אפי' דיין הארץ קען לאזט נישט מיין מוח עס טוהן.
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:51 pm

דוכט זיך אז דאס ערשטע דארפסטו רעדן צו אים אליינס. זעץ דיך אראפ מיט אים, און רעד צו אים זייער אפן, איך פארשטיי דיין מצב, ס'איז דיר שווער יעצט וכו' וכו', אבער קוק אויף מיין זייט, איך קען נישט אזוי אנגיין, איך דארף צאלן די מארגעזש וכו' וכו', אפשר האסטו עפעס א מהלך וויאזוי מ'קען דאס מסדר זיין?
אזוי ווייזסטו פאר אים אז דו זיכסט נישט קיין געפעכטן, קריגערייען, דין תורה'ס וכו' וכו', דו ווילסט ווייטער לעבן מיט אים גוט, נאר דו קענסט פשוט נישט ממשיך זיין.
דערנאך דארפסטו זעהן לויט זיין רעאקציע. בדרך כלל, וועט דער טענענט פרובירן זיך פארענטפערן, און וועט מסתמא פרובירן אויפקומען מיט עפעס א פלאן.
אויב וועט ער קרעכצן אז ער קען ממש נישט, ער איז איינגעטונקען אין חובות צוליב די געזונטהייט פראבלעם ביי אים אין שטוב וכו' וכו', אויף אזא פאל איז נישטא קיין שום עצה, נאר זיך ווענדן צו עסקנים, משפחה, קרן עזר.
פארשטייט זיך אז אויב לאכט ער דיר אין פנים, איז די נעקסטע שטאפל א הזמנה צו דין תורה.
אבער ווילאנג ס'האלט נישט ביי דעם, ער זאל דיר לאכן אין פנים, איז א דין תורה נישט די עצה.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:52 pm

ווערעצקי האט געשריבן:דוכט זיך אז דאס ערשטע דארפסטו רעדן צו אים אליינס. זעץ דיך אראפ מיט אים, און רעד צו אים זייער אפן, איך פארשטיי דיין מצב, ס'איז דיר שווער יעצט וכו' וכו', אבער קוק אויף מיין זייט, איך קען נישט אזוי אנגיין, איך דארף צאלן די מארגעזש וכו' וכו', אפשר האסטו עפעס א מהלך וויאזוי מ'קען דאס מסדר זיין?
אזוי ווייזסטו פאר אים אז דו זיכסט נישט קיין געפעכטן, קריגערייען, דין תורה'ס וכו' וכו', דו ווילסט ווייטער לעבן מיט אים גוט, נאר דו קענסט פשוט נישט ממשיך זיין.
דערנאך דארפסטו זעהן לויט זיין רעאקציע. בדרך כלל, וועט דער טענענט פרובירן זיך פארענטפערן, און וועט מסתמא פרובירן אויפקומען מיט עפעס א פלאן.
אויב וועט ער קרעכצן אז ער קען ממש נישט, ער איז איינגעטונקען אין חובות צוליב די געזונטהייט פראבלעם ביי אים אין שטוב וכו' וכו', אויף אזא פאל איז נישטא קיין שום עצה, נאר זיך ווענדן צו עסקנים, משפחה, קרן עזר.
פארשטייט זיך אז אויב לאכט ער דיר אין פנים, איז די נעקסטע שטאפל א הזמנה צו דין תורה.
אבער ווילאנג ס'האלט נישט ביי דעם, ער זאל דיר לאכן אין פנים, איז א דין תורה נישט די עצה.

זייער א גראדע מהלך
שויתי ה' לנגדי תמיד


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט