א טענענט וואס באצאלט נישט קיין רענט!

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

ברסלבהארץ
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 2:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברסלבהארץ »

ווערעצקי האט געשריבן:דוכט זיך אז דאס ערשטע דארפסטו רעדן צו אים אליינס. זעץ דיך אראפ מיט אים, און רעד צו אים זייער אפן, איך פארשטיי דיין מצב, ס'איז דיר שווער יעצט וכו' וכו', אבער קוק אויף מיין זייט, איך קען נישט אזוי אנגיין, איך דארף צאלן די מארגעזש וכו' וכו', אפשר האסטו עפעס א מהלך וויאזוי מ'קען דאס מסדר זיין?
אזוי ווייזסטו פאר אים אז דו זיכסט נישט קיין געפעכטן, קריגערייען, דין תורה'ס וכו' וכו', דו ווילסט ווייטער לעבן מיט אים גוט, נאר דו קענסט פשוט נישט ממשיך זיין.
דערנאך דארפסטו זעהן לויט זיין רעאקציע. בדרך כלל, וועט דער טענענט פרובירן זיך פארענטפערן, און וועט מסתמא פרובירן אויפקומען מיט עפעס א פלאן.
אויב וועט ער קרעכצן אז ער קען ממש נישט, ער איז איינגעטונקען אין חובות צוליב די געזונטהייט פראבלעם ביי אים אין שטוב וכו' וכו', אויף אזא פאל איז נישטא קיין שום עצה, נאר זיך ווענדן צו עסקנים, משפחה, קרן עזר.
פארשטייט זיך אז אויב לאכט ער דיר אין פנים, איז די נעקסטע שטאפל א הזמנה צו דין תורה.
אבער ווילאנג ס'האלט נישט ביי דעם, ער זאל דיר לאכן אין פנים, איז א דין תורה נישט די עצה.

פארשטייט זיך
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

רעסטאראנט האט געשריבן:איך האב געזען לעצטענס אסאך עדווערטייזד אסאך "מפשר " טאמער איך דענק די נאמען גוט , איז דאס א זאך וואס קען אפשר העלפען פאר אייך ,האט איינער עקספריענס דערמיט ?


דא רעדט זיך נישט פון צוויי מענטשן וואס פארשטייען זיך נישט.

א איד וויל פשוט נישט צאמפאלן ווייל א צווייטער האט א מעדזשער פראבלעם.
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

איך ווייס פון א פאל איינער וואס איז שולדיג קרוב צו עשרת אלפים און מען האט געשיקט אן הזמנה און דער ווייב וואס האט גענומען די פאסט האט געקאלט דעם לענדלארד וויינען אז זי גייט אפילו נישט ווייזן דעם הזמנה דעם מאן אירע ווייל זיי מאכן בר מצוה אין 2 וואכן און עס איז נאך נישטא קיין מלבושים פארן בחור
למעשה האטס זיך מיר דעם טענעטס מחותן זיך אפגערעדט אפאר וואכן צוריק ווען זיי האבן חתונה געמאכט אז ער האט געוואלט א ביליגע זאל ביליגע פעקעדזש נאר ער האט נישט געוואלט זיין קיין שלעכטער מחותן און האט לכבוד דעם גברויכט ספענדן אפאר טויזנטער מער ווייל דער זעלבער האט דוקא געוואלט די טייערע זאל טייערע פעקעדזש
סאו ווען איינער וויינט אז ער האט נישט קיין געלט דארף מען וויסן אז יעדער האט געלט פארוואס ער וויל און דער לענדלארדס בלוט איז אויך רויט
מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס
וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

דער קוטשער האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:איך האב געזען לעצטענס אסאך עדווערטייזד אסאך "מפשר " טאמער איך דענק די נאמען גוט , איז דאס א זאך וואס קען אפשר העלפען פאר אייך ,האט איינער עקספריענס דערמיט ?


דא רעדט זיך נישט פון צוויי מענטשן וואס פארשטייען זיך נישט.

א איד וויל פשוט נישט צאמפאלן ווייל א צווייטער האט א מעדזשער פראבלעם.

זיי האבן גערעדט חול המועד אין סאטמארע ביהמ"ד אין וויליאמסבורג און ווי איך האב פארשטאנען זענען זיי געאייגענט ממש פאר אזעלכע מצבים
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

זיי האבן דארט ארויסגעברענגט אז זיי טוען ממש דאס ביי סיי וועלכע פאל וואס מוויל אויסמיידן א דין תורה און מוויל זיך באמת נישט צוקריגען און ביידע וואלטן געווואלט אז סזאל ווערן געשליכטע אויף די בעסטע אופן וואס שייך און מזוכט די פאסיגע מענטש וואס האט נישט קיין שום נגיעות און איז באהאווענט אין מסחר און חוקי המדינה ודין תורה זענען זיי די נומער צו רופן....
די מענטשן וואס האבן גערעדט זעהען טאקע אויס צו זיין פון די סארט אז זיי קענען זייער גוט גיין צווישן די טראפן און אכט געבן אז יעדער זאל ארויסגיין צופרידן
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

אבער יענס איז נאר צווישן צווי שיתפום?
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
ראבב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראבב »

מיישר זיי שיקען צו אנגזעהנע בעלי בתים וואס האבען אליינס הייזער אין גאר פארשטענדליכע
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

נודה לך האט געשריבן:זיי האבן דארט ארויסגעברענגט אז זיי טוען ממש דאס ביי סיי וועלכע פאל וואס מוויל אויסמיידן א דין תורה און מוויל זיך באמת נישט צוקריגען און ביידע וואלטן געווואלט אז סזאל ווערן געשליכטע אויף די בעסטע אופן וואס שייך און מזוכט די פאסיגע מענטש וואס האט נישט קיין שום נגיעות און איז באהאווענט אין מסחר און חוקי המדינה ודין תורה זענען זיי די נומער צו רופן....
די מענטשן וואס האבן גערעדט זעהען טאקע אויס צו זיין פון די סארט אז זיי קענען זייער גוט גיין צווישן די טראפן און אכט געבן אז יעדער זאל ארויסגיין צופרידן

יענס איז ווען צוויי צדדים האלטן אנדערש אז מ'זאל זיך נישט שלאגן, דא זענען ביידע מסכים מיט אלעס, מ'דארף נאר געלט....
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ראבב האט געשריבן:מיישר זיי שיקען צו אנגזעהנע בעלי בתים וואס האבען אליינס הייזער אין גאר פארשטענדליכע

און יענע בעלי בתים גיין צאלן די רענט אנשטאט דעם??
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

סיפור כזה אצל האמרי אמת זי״ע - והאם היה הוראה לרבים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

הקדמה:

כ׳האב געשריבן דא אויבן אז על פי דין ממה שנראה לענ״ד זאל דער שואל (חיים׳ן) גיין אין דין תורה און נעמען א גוטע טוען. אוודאי לפנים משורת הדין, און נאר אויב ער האט איבריג געלט זאל ער מוחל זיין די גאנצע אדער א חלק וכדו׳. זעה דא פאר מער.

האט מיר איינער אריין געשיקט דער קומענדיגע הערליכע מעשה מיטן אמרי אמת מיט אזא ענדליכע מעשה, אז ער האט יענעם גע׳עצה׳ט אז ער זאל מוחל זיין. ברענג איך אייך טייערע חברים, דא די מעשה, און דערנאך מיינע הגהות וואס כ׳האב יענעם געענטפערט וואס איך טראכט לענ״ד אז ס׳איז זיכער נישט געווען קיין הוראה לרבים.


די מעשה:
צום אמרי אמת ׁ(דאכט זיך מיר) איז געקומען א יוד מיט א ענדליכע פרשה, דער יוד וואס האט ביי עם געדינגן א דירה איז ליידער אוועק, און ס'איז געבליבן ביי עם אן אלמנה מיט אפאר יתומים, און פארשטייט זיך אז צו באצלען האבן זיי נישט. און ער וואלט זייער געוואלט זיי ארויסשיקן פון די דירה.

האט עם די אמרי אמת געזאגט אז אויב ער וויל טוהן וואס איז ריכטיג, זאל ער נישט מיטשענען די פאמיליע.

האט דער יוד געטענה'ט, פארוואס איז די רבי מיר מחייב אויסצוהאלטן די משפחה, איך בין גרייט אויך זיך צו שטעלן שיין, אבער זאלן אנדערע פארמעגליכע יודן זיך אויך צושטעלן, פארוואס פאלט די גאנצע עול אויף מיר?

עטנפערט די אמרי אמת, אויב פון הימל האט מען דיר אינטערגעשיקט דעם פעקל, איז א סימן עס איז דיין מצוה.

און ער האט צוגעטשעלט א שיינע צושטעל.

עס איז באקאנט די גמ' אין גיטין מא. אז א חצי עבד וחצי בן חורין, וואס ער קען נישט חתונה האבן נישט מיט קיין שפחה און נישט מיט קיין בת ישראל, וועט ער דאך נישט קענען מקיים זיין די מצוה פון לא תוהו בראה לָשֶבֶת יצרה, איז די דין אז כופין את רבו ועושה אותו בן חורין.
שטעלט זיך די שאלה, הלמאי, ובכן אז דער עבד דארף מקיים זיין מצות שבת מוז דער אדון פארלירן זיין געלט און עם משחרר זיין? זאלן די גביר'שע יודן אין שטאט זיך צאמנעמען און עם אויסלייזן וועט ער קענען מקיים זיין מצות שֶבֶת.
אלא מאי, זעהט מען דאך קלאר, אז אויב איז די מצוה אריינגעפאלן ביי דיר, איז א סימן אז דאס איז דיין מצוה, און דו קענסט זיך נישט ארויסדרייען דערפון, עד כדי כך אז מ'קען עם צווינגן.


האם היה הוראה לרבים?
האב איך יענעם גענפערט ווי פאלגענד: די מעשה איז הערליך, און אויסערגעווענליך, אגב, האב איך שוין אמאל געהערט די מעשה און עס פארגעסן, יש״כ פארן דערמאנען און אויך אזוי שיין אראפ לייגן.

לעניינו פארשטיי איך אז דאס איז נישט געווען קיין הוראה לרבים, וויבאלד ס׳איז אנדערש א אלמנה מיט יתומים וואס די שרייסבט אז די מעשה איז געווען מיט זיי, און אויך איז עס געווען לענ״ד א יחידות׳דיגע הוראה צו טוהן לפנים משורת הדין. ווי אויך קענסטו נישט וויסן, צו אפשר איז דער יוד געווען א עושר. לכאורה פארשטיי איך אז די מעשה איז אזוי געווען, יעצט אוודאי איז דער צו שטעל פון חצי עבד חצי בן חורן א הערליכע צו שטעל, און אפי׳ און הלכה איז אויך דא אזא מושג, פון עניי עירך קודם, אבער אויב אזא הלכה ביי א טענענט, אז מען זאל מוחל זיין, איז נישט דא אין שלחן ערוך, ממילא שטיי איך ווייטער ביי מיינס איז די ריכטיגע עצה צו געבן פאר אזא יוד, ווי אונזער שואל דא איז, אז ער זאל גיין און דין תורה, אויף א שטילע אופן אן קיין מחלוקת. און אזוי ווי כ׳האב געשריבן. אוודאי א חיזוק און אמונה קען דער שואל זעכער ארויס נעמען פון די מעשה, אבער מעיקר הלכה זאל ער טוהן כנ״ל, וכן נראה לענ״ד.
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום זונטאג יולי 15, 2018 2:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

א גוטע וואך!

באמת האב איך זיך איינגעהאלטן פין שרייבן אין די נושא, ווייל ווער קען דען דן זיין עמיצן וואס האט א ווייטאג וואס דו גייסט נישט יעצט דורך, וכדברי השפת אמת אויף די משנה אין אבות 'אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו' זאגט ער 'ולמקומו לעולם אינך מגיע', ווייל אפי' אויב דו ביסט דאס שוין דורך, האסטו נישט פונקט יענעמס מדות און אנדערע ארומיגע סיבות.

אבער כ'האב באשלאסן אז אויף אן אופן פין אויסשמוען מעג מען און מ'דארף יא, ובכן, איך האב נישט די מחשבה און צייט צו שרייבן מיט מקורות און אויף דעם יסודות'דיגן לעוועל וואס אזא שמועס דארף באמת זיין, נאר פשוט פין הארץ כדבר איש אל רעהו, און ממילא בעט איך אויך אז מ'זאל נישט פראבירן אפצווענדן וואס איך זאג אדער ארויסנעמען זאכן פין קאנטעקסט, נאר פשוט ארויסנעמען דעם יסוד הדברים, און אדרבה ווער ס'קען מרחיב זיין און מבאר זיין אדער מוסיף זיין דערין תשוחח"ל, ווייל די זאכן זענען באמת נוגע פאר יעדן אין טאג טעגליכן לעבן, און ס'רירט אן אביסל פשוט יסודות האמונה.

יעצט, לענ"ד די מעשה פין 'אמרי אמת' זצ"ל לייגט זייער שטארק אראפ דעם פרעספעקטיוו וואס עס מיינט אז מ'האט עמיצן אונטערגעשיקט פין הימל. און אין א סייד נאוט, כ'גלויב אז יעדער וואס וועט זיך פראבירן פארצושטעלן וואס זיין רבי פין פריערדיגן דור וואלט געענטפערט, וואלט ער געקריגן בערך דעם זעלבן בילד, פארשטייט זיך מיט שינוים לפי המצב.

ס'איז זיכער אז אויב מ'קען בדרכי נועם גיין צו א רב אדער א ביליגע די"ת פשוט צו הערן דעם דבר ה' זו הלכה און וויסן וואס איז מעיקר הדין און אויף וואס צו פאוקעסן אן בעולה'ען איינער דעם צווייטן מעיקר הדין, מעג מען און און געוויסע פעלער דארף מען דאס טון, און אויב קען מען אינוואלוון עסקנים וכדו' און פראבירן טרעפן אן עצה אז ביידע זאלן געהאלפן ווערן, איז זיכער גוט.

אבער למעשה אפי' מיר זענען נישט אין הימל, דארף א איד א מאמין וויסן, אז ס'איז נישט קיין איין פראצענט ספק אז די סיטואציע כמו שהוא איז פין הימל אזוי אויספלאנירט מיט יעדן דעטאל, און דורכ'ן ווייטון אן אנדערן איד קען קיין גוטס נישט ארויסקומען, אפי' ווען מ'איז הונדערט פראצענט גערעכט.

אונז ווייסן נישט די חשבונות, אבער ווען א מענטש וויל זיך פראבירן צו בארואיגן קען מען טרעפן אין חז"ל אן א שיעור מעשיות וואו מ'זעט אז מ'שיקט אמאל אונטער א מענטש א געוויסע נסיון אים צו קענען געבן דערנאך גוטס, אדער איינצוטוישן א שלעכטן גז"ד ל"ע אויף א שוואכער'ן פארנעם, וכו' וכו'. ס'דא די מעשה פין ר' יוחנן בן זכאי(?) וואס האט געבעטן פין זיין פלימעניק 600 זוז פאר צדקה אנשטאט וואס די מלוכה זאל אים צונעמען זיין פארמעגן, ועוד הרבה עד"ז.

אזוי אויך שטייט דאך אז יעדע צרה וואס קומט רח"ל, איז פונקטליך אנגעשריבן וויפיל צער דער באטרעפענדער און זיינע ארומיגע זאלן האבן דערפין, און די מעשה דא איז קיין טראפ נישט אנדערש, אויב וואלט די צער נישט באשערט געווען וואלט עס נישט געקומען, און אויב קען מען מיט תפילה דאס מבטל זיין, זאל דער לענדלארד מתפלל זיין, און דער רבוש"ע וועט עפעס אונטערשיקן צו אוועקנעמען דעם פראבלעם, התיצבו וראו את ישועת אלקים (אפי' במידת הדין).

אונז שטיי מיר יעצט און די ימי בין המצרים, די טעג פין חורבן ביהמ"ק. שטייט דאך אז דער חורבן איז געקומען 'על שהעמידו דבריהם על די"ת', און פשוט פשט איז אז אפי' אויב ע"פ די"ת ביסטו גערעכט, ערווארט דער רבוש"ע רחמנות און לפנים משורת הדין, און אזוי פירט ער זיך אויך דערנאך אויף צוריק, און ח"ו פארקערט איז ה' צלך, און אז דער רבוש"ע פירט זיך מיט שורת הדין, דענסמאל ווערט אפי' דער ביהמ"ק חרוב. ס'באקאנט די מעשה פין רבינו הק' מיט די שעפעלע וואס ער האט געשיקט צו די שחיטה 'כי לכך נוצרת', און דערנאך געהאט שרעקליכע יסורים ביז ער האט רחמנות געהאט אויף קליינע שרצים כמבו' בחז"ל, אודאי איז דאס געווען אויף זיין מדריגה אבער די מעשה לערנט אונז דעם יסוד אז רחמנות האט נישט מיט שורת הדין.

ווי געשמועסט, מיר ווייסן דאך נישט דעם אמת, אבער נאר אלס א דוגמא, שטעלט אייך פאר אז אין הימל האט מען אפגעמאכט אז איר דארפט פארלירן אייער פרנסה אדער עפעס נאך ארגער רח"ל, און מליצי יושר האבן זיך איינגעבעטן אז אנשטאט זאל מען אייך צושיקן א טענענט וואס צאלט נישט קיין רענט. דאדורך ווער איר קודם כל נישט זיין אזוי מבויש אויב איר דארפט בעטן ביי אנדערע טובות, דערנאך וועט איר האבן דעם זכות אז איר האט רחמנות געהאט אויף א צווייטן איד און אמאל דורך דעם אליינס טאקע קריגן אייער ישועה. ועוד עד"ז, יעדער אין זיין מצב קען זיך מאכן משלים מיט זאכן וואס ער טראכט אדער ער האט שוין מיטגעהאלטן ביי אנדערע.

כל מזונותיו של אדם קצובים לו מר"ה, אויב איז באשערט פאר'ן לענדלארד דעם שאדן וועט ער דאס סייווי האבן באופן לא אופן, און אויב נישט דעמאלטס וועט דאס געלט צוריקקומען פונקטליך ווען און וויאזוי עס איז אנגעשריבן. און דאס זעלבע מיט די חלק הצער.

אזוי אויך, זאגן אונז חז"ל אז צדקה קומט צוריק אויף דער ועלט 'ובחנוני נא בזאת', און וואו איז דען שייך א גרעסערע צדקה ווי נישט ארויסשטעלן א איד אין די גאס, און אדער אים מאכן אינגאנצן אונטערברעכן אונטער זיין לאסט (נאכדערצו ווען מ'ווייסט קלאר אז יענער האט א שווערע דורכגאנג)?

נאר וואס? מ'דארף זיך מחזק זיין מיט אמונה און זיך חזר'ן אז דער רבוש"ע ווייסט וואס מיר גייען דורך, און פונקטליך אזוי האט דאס געדארפט זיין, און אז דורכ'ן מצער זיין א צווייטן איד קען מען אין די לאנג ראן נישט פארדינען, און מדה טוב מרובה דורכ'ן העלפן א צווייטן איד קען מען נישט דערלייגן, און 'לפום צערא אגרא'.

און אוודאי 'עשה לך רב והסתלק מן הספק', מ'דארף גיין צו א גוטן איד, און הערן הדרכה וואס/וויאזוי צו טון, און בפרט אויב דעם לענדלארד'ס מצב הפרנסה ערלויבט אים באמת נישט אנצוגיין אזוי אן זיך אנ'חובות'ן, און אויב האלט יענער אז מ'זאל עס לאזן לויפן, זאל מען דאס מקבל זיין באהבה און בעטן א גוטע ברכה אז ער זאל נישט האבן קיין סאך עגמ"נ און געהאלפן ווערן ווי שנעלער.

זאל דער אויבערשטער העלפן אין דעם זכות וואס אידן זענען זיך מוסר נפש איינער פאר'ן צווייטן מיט די מדה פין רחמנות, זאל שוין זיין 'ויגולו רחמיך על מדותיך', און דער אויבערשטער זאל אוודאי ממלא זיין די חסרון פין אידן וואס מוטשען זיך (סיי דער לענדלארד און סיי דער טענענט און אויך אלע אנדערע אידן אויך), און און מיר זאלן שוין אלע בכלליות טאקע זוכה זיין אין דעם זכות פין חסד מדת אברהם אבינו ע"ה ווי עס שטייט 'בך חותמין' צו ביאת משיח בן דוד בב"א!
לעצט פארראכטן דורך אַבּערוואַס אום זונטאג יולי 15, 2018 12:46 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אַבּערוואַס האט געשריבן:א גוטע וואך!*****
זאל דער אויבערשטער העלפן אין דעם זכות וואס אידן זענען זיך מוסר נפש איינער פאר'ן צווייטן, זאל שוין זיין 'ויגולו רחמיך על מדותיך', און דער אויבערשטער זאל אוודאי ממלא זיין די חסרון פין אידן וואס מוטשען זיך (סיי דער לענדלארד און סיי דער טענענט און אויך אלע אנדערע אידן אויך), און און מיר זאלן שוין אלע בכלליות טאקע זוכה זיין אין דעם זכות פין חסד מדת אברהם אבינו ע"ה ווי עס שטייט 'בך חותמין' צו ביאת משיח בן דוד בב"א!

נישט געקענט בעסער ארויסברענגן. אזוי טייער יעדן ווארט.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

שמות כב: כד אִם-כֶּסֶף תַּלְוֶה אֶת-עַמִּי, אֶת-הֶעָנִי עִמָּךְ--לֹא-תִהְיֶה לוֹ, כְּנֹשֶׁה; לֹא-תְשִׂימוּן עָלָיו, נֶשֶׁךְ. כה אִם-חָבֹל תַּחְבֹּל, שַׂלְמַת רֵעֶךָ--עַד-בֹּא הַשֶּׁמֶשׁ, תְּשִׁיבֶנּוּ לוֹ. כו כִּי הִוא כְסוּתֹה לְבַדָּהּ, הִוא שִׂמְלָתוֹ לְעֹרוֹ; בַּמֶּה יִשְׁכָּב--וְהָיָה כִּי-יִצְעַק אֵלַי, וְשָׁמַעְתִּי כִּי-חַנּוּן אָנִי

ר"ע ספורנו: ושמעתי כי חנון אני. אף על פי שלא יוכל לצעוק עליך חמס שהרי הוא חייב לך, מכל מקום כשיצעק אלי על עניותו הגורם לו להיות ערום בלי לבוש על ידך, אתן לו קצת ממה שהייתי חונן אותך יותר על ספוקך כדי שתוכל לפרנס בו אחרים: כי חנון אני. והנני חונן כל צועק כשאין לו חונן זולתי, לפיכך טוב לך שאתה תחננהו בהשבת עבוט, באופן שיתמיד לך החן מאתי, שתוכל אתה להלוות ולפרנס אחרים:
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

איך מיז אויך אריינרעדען בעל כרחו , די אלע וואס זאגען ער זאל ארימגיין נאך געלט אדער ער מיז מוותר זיין
איז לאמיר זאגען אזיי מעשה אבעלבאס מיט 10 אייבערטערס פליצלינג דרייט זיך דער רעדעל ער קען נישט צאלען וואלסט די אויך געזאגט גיי איירבעט אין גיי נאך געלט פאר דיינע וועדזעס אין נאך מער אפשר על פי היתר פין א רב ווער עס נעמט זיך אינטער צי גיין
נאך געלט וועט מען זאגען דער נאמען אין ווער סאיז נישט געוואנט צי גיין נאך געלט זאל טין לפנים משורת הדין! אין גיין נאך געלט! רבותי!!!!!! חיימיל הצדיק ווארפט נישט ארויס קיין איינער!! נישט אפילו א דין תורה נאך שווערע אלפים ווייל ער ווייסט ייענער האט נישט!! נאר וואס דען ער דארף אויך זיין א ברויט געבער פאר זיין שטוב אין ער וויל הערען
וואס דארף איך טין פין ייעטץ נאך שווערע טויזענטער
חיימיל הצדיק אלע רעדען פאר ייענעם אין די טיסט למעשה האסט עם געלאזט ביז ייעטץ אין עס איז כלו כל הקיצין ייעטץ אפשר גייט מען טאקע נאך געלט פאר חיימיל אז ער זאל טיען זיין מצוה בשלימות אין לאזען זיין טענעט אן אפילו נעמען איין מאל אין א האלבע יאר!
דער מעשה פין אמרי אמת קימט נישט דא אריין ווייל אדרבה ער זיכט א עצה וואס מען מעג יא טיען נישט וואס מען טאר נישט איך וויל נאך מאריך זיין א צווייטער תגובה
ייעטץ בקיצור דער עצה איז אזוי ווי מגיבים האבען שוין געזאגט גיי צי זיינע קרובים ווער געוואר פין זיינע חבירים
ווער איז פארמעגלעך ווער געוואר חבירים פין ישיבה ווער עס האבען ווער פין זיי עסקנים גיי אין דער קהילה ווי ער געהערט גבירים /רבי/רב/שיינע יידען /עסקנים
פארביר קרובים זיינע נאנטע שווער טאטע ברידער שוואגער קאזענס איך מיין זיי וועלען זיין דער מערסטע ווארעם צי דער ענין, איין זאך נישט!!! גיי נישט צי עם אליין
ווייל למעשה ביסט די מודה ער האט נישט איז וואס איז דער תועלת פין ביימוטשענען ייענעם אויב למעשה האט ער נישט אין אויב ער זאגט דיר נישט וועסט דיר ממילה גיין צי זיינע קרובים, אין ער וועט זיך אפשר שעמען זאלסט פארציילען פאר זיינע קרובים וועט ער די זאגען בקרוב וועל איך צאלען אין ווייטער שטופען אין שטופען עד אין סוף איז כרגע פארביר בי זיינע נאנטער דער מצב אין רעדט דיך דורך מיט זיי וואס קען מען טיען אין בזכות דעס וואס די האסט געטיען לפנים משורת הדין ביז ייעטץ אין אפילו ייעטץ ביסט דיל שואל עצה ווייל די ביסט א איד פין דער רחמנים בני רחמנים זאלסט די קיינמאל נישט מיז עם ציקומען צי ייענעם אמן

נ״ב למעשה צי די מעגסט גיין צי עם אליין אדער נישט
דארפסט די זיך דורך רעדען מיט א ערליכער רב א רחמן
לעצט פארראכטן דורך פסיקתא אום זונטאג יולי 15, 2018 7:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

פארדעם האב איך טאקע מורא צו קויפן הייזער פאר אינוועסטמענט
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
בנמשה
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 9:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנמשה »

איין פאל מיינט נישט אז אלע טענענטס באצאלן נישט אז די האסט א סעקשן 8 טענענט ביסטו כמעט פארזיכערט מיט די קרן עטליסט, איך האב געהאט דירות צי פארדינגען איז א איד געקומען מיט א בינטל קעש רענט פאר 2 יאר אין ער האט נישט געקענט פארשטיין אז איך נעם אים נישט אן סעקשען 8
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

מען דארף זיך דורכרעדען מיט א קלוגע ערליכע איד מיט ריינע השקפות
איך האב א פילינג אז אסאך וואס האבען דא גענטפערט און זיי רעדען זיך איין אז זיי מיינען די אייבערשטער מיט חסד און רחמנות וכו' אז זיי זאלען מאכען זיכער אז עס קומט נישט פון די השקפה פון די היינטיגע גאס פון שלעכטע לענדלאורד און רחמנותדיגע טענענט!
און די מעשה פון די אמרי אמת זעהט מען אז יענעמס טענה איז נישט געווען אז ער האט נישט און אז ער פארלירט זיין דירה אויב באקומט ער נישט רענט נאר זיין טענה איז געווען פארוואס די גאנצע עול איז אויף אים (און אפילו און אזא פאל איז עס נישט קיין הלכהדיגע חיוב נאר אז ער האט געלט האפט מען אז ער וועט טוהון צדקה וחסד און רחמנות האבען אויף די ארימע טענענט)

פון די אנדערע זייט דארף די טענענט זיך אויך דורכרעדען מיט א רב וואס צו טוהון ווייל מען טאר נישט וואונען אין יענעמס הויז אן באצאלען פונקט אזוי ווי מען טאר נישט נעמען ברויט פון די שעלוו פון די גראסערי אפילו אויב מען האט נישט קיין געלט (און דאס איז נישט קיין חילוק צו די לענדלאורד און די גראסערי אונערס זענען רייך) און עס איז באוויסט די מעשה מיט די חזון איש איז און עס איז פשוט
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

לויט ווי זיינע ווערטער איז אים קיינער נישט חושד אלס שלעכטער. עס איז פשוט א שווערע מצב ווי ער האט נישט צופיל אפציעס אלס איד פון די רחמנים בני רחמנים. זעט נישט אויס ווי ער האט געווארט פאר אן עצה פון מארשאלס. פרובירט מען אים צו געבן אנדערע עצות און השקפה ווען ער האט סייווי נישט אן אמת'ע וועג ארויס.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:מען דארף זיך דורכרעדען מיט א קלוגע ערליכע איד מיט ריינע השקפות
איך האב א פילינג אז אסאך וואס האבען דא גענטפערט און זיי רעדען זיך איין אז זיי מיינען די אייבערשטער מיט חסד און רחמנות וכו' אז זיי זאלען מאכען זיכער אז עס קומט נישט פון די השקפה פון די היינטיגע גאס פון שלעכטע לענדלאורד און רחמנותדיגע טענענט!
און די מעשה פון די אמרי אמת זעהט מען אז יענעמס טענה איז נישט געווען אז ער האט נישט און אז ער פארלירט זיין דירה אויב באקומט ער נישט רענט נאר זיין טענה איז געווען פארוואס די גאנצע עול איז אויף אים (און אפילו און אזא פאל איז עס נישט קיין הלכהדיגע חיוב נאר אז ער האט געלט האפט מען אז ער וועט טוהון צדקה וחסד און רחמנות האבען אויף די ארימע טענענט)

פון די אנדערע זייט דארף די טענענט זיך אויך דורכרעדען מיט א רב וואס צו טוהון ווייל מען טאר נישט וואונען אין יענעמס הויז אן באצאלען פונקט אזוי ווי מען טאר נישט נעמען ברויט פון די שעלוו פון די גראסערי אפילו אויב מען האט נישט קיין געלט (און דאס איז נישט קיין חילוק צו די לענדלאורד און די גראסערי אונערס זענען רייך) און עס איז באוויסט די מעשה מיט די חזון איש איז און עס איז פשוט

אסאך קוקן דא אויס ווי זיי האבן קיינמאל נישט געהאט קיין דירות בכלל
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

בשעה שיש האט געשריבן:אסאך קוקן דא אויס ווי זיי האבן קיינמאל נישט געהאט קיין דירות בכלל

און/אפשר זיי צאלען אויך נישט די ראטע...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:הקדמה:

כ׳האב געשריבן דא אויבן אז על פי דין ממה שנראה לענ״ד זאל דער שואל (חיים׳ן) גיין אין דין תורה און נעמען א גוטע טוען. אוודאי לפנים משורת הדין, און נאר אויב ער האט איבריג געלט זאל ער מוחל זיין די גאנצע אדער א חלק וכדו׳. זעה דא פאר מער.

האט מיר איינער אריין געשיקט דער קומענדיגע הערליכע מעשה מיטן אמרי אמת מיט אזא ענדליכע מעשה, אז ער האט יענעם גע׳עצה׳ט אז ער זאל מוחל זיין. ברענג איך אייך טייערע חברים, דא די מעשה, און דערנאך מיינע הגהות וואס כ׳האב יענעם געענטפערט וואס איך טראכט לענ״ד אז ס׳איז זיכער נישט געווען קיין הוראה לרבים.


די מעשה:
צום אמרי אמת ׁ(דאכט זיך מיר) איז געקומען א יוד מיט א ענדליכע פרשה, דער יוד וואס האט ביי עם געדינגן א דירה איז ליידער אוועק, און ס'איז געבליבן ביי עם אן אלמנה מיט אפאר יתומים, און פארשטייט זיך אז צו באצלען האבן זיי נישט. און ער וואלט זייער געוואלט זיי ארויסשיקן פון די דירה.

האט עם די אמרי אמת געזאגט אז אויב ער וויל טוהן וואס איז ריכטיג, זאל ער נישט מיטשענען די פאמיליע.

האט דער יוד געטענה'ט, פארוואס איז די רבי מיר מחייב אויסצוהאלטן די משפחה, איך בין גרייט אויך זיך צו שטעלן שיין, אבער זאלן אנדערע פארמעגליכע יודן זיך אויך צושטעלן, פארוואס פאלט די גאנצע עול אויף מיר?

עטנפערט די אמרי אמת, אויב פון הימל האט מען דיר אינטערגעשיקט דעם פעקל, איז א סימן עס איז דיין מצוה.

און ער האט צוגעטשעלט א שיינע צושטעל.

עס איז באקאנט די גמ' אין גיטין מא. אז א חצי עבד וחצי בן חורין, וואס ער קען נישט חתונה האבן נישט מיט קיין שפחה און נישט מיט קיין בת ישראל, וועט ער דאך נישט קענען מקיים זיין די מצוה פון לא תוהו בראה לָשֶבֶת יצרה, איז די דין אז כופין את רבו ועושה אותו בן חורין.
שטעלט זיך די שאלה, הלמאי, ובכן אז דער עבד דארף מקיים זיין מצות שבת מוז דער אדון פארלירן זיין געלט און עם משחרר זיין? זאלן די גביר'שע יודן אין שטאט זיך צאמנעמען און עם אויסלייזן וועט ער קענען מקיים זיין מצות שֶבֶת.
אלא מאי, זעהט מען דאך קלאר, אז אויב איז די מצוה אריינגעפאלן ביי דיר, איז א סימן אז דאס איז דיין מצוה, און דו קענסט זיך נישט ארויסדרייען דערפון, עד כדי כך אז מ'קען עם צווינגן.


האם היה הוראה לרבים?
האב איך יענעם גענפערט ווי פאלגענד: די מעשה איז הערליך, און אויסערגעווענליך, אגב, האב איך שוין אמאל געהערט די מעשה און עס פארגעסן, יש״כ פארן דערמאנען און אויך אזוי שיין אראפ לייגן.

לעניינו פארשטיי איך אז דאס איז נישט געווען קיין הוראה לרבים, וויבאלד ס׳איז אנדערש א אלמנה מיט יתומים וואס די שרייסבט אז די מעשה איז געווען מיט זיי, און אויך איז עס געווען לענ״ד א יחידות׳דיגע הוראה צו טוהן לפנים משורת הדין. ווי אויך קענסטו נישט וויסן, צו אפשר איז דער יוד געווען א עושר. לכאורה פארשטיי איך אז די מעשה איז אזוי געווען, יעצט אוודאי איז דער צו שטעל פון חצי עבד חצי בן חורן א הערליכע צו שטעל, און אפי׳ און הלכה איז אויך דא אזא מושג, פון עניי עירך קודם, אבער אויב אזא הלכה ביי א טענענט, אז מען זאל מוחל זיין, איז נישט דא אין שלחן ערוך, ממילא שטיי איך ווייטער ביי מיינס איז די ריכטיגע עצה צו געבן פאר אזא יוד, ווי אונזער שואל דא איז, אז ער זאל גיין און דין תורה, אויף א שטילע אופן אן קיין מחלוקת. און אזוי ווי כ׳האב געשריבן. אוודאי א חיזוק און אמונה קען דער שואל זעכער ארויס נעמען פון די מעשה, אבער מעיקר הלכה זאל ער טוהן כנ״ל, וכן נראה לענ״ד.


נאכן אסאך אריין טראכטען וויל איך אבער צולייגן אז דאס מוז מען דורך רעדן מיט א ערליכע קלוגע יוד, און א דעת תורה, וויבאלד בן אדם לחבירו איז זייער הארב און נישט אזוי פשוט, איז פאר די טענעט איז ביי דיר פרעג דיך גוט נאך, אבער נאכדעם וואס די ביזט אריין געפאלן מיט איינער וואס צאלט נישט איז שוין למעשה א טשעפע א טוט יענעם געפערליך וויי, איז ממילא נישט טוהן אן א דעת תורה, כ׳וועל בל״נ און אי״ה צו לייגן צו דעם תגובה ווען די צייט וועט ארלויבן.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

עממ עממ עממ
עכט האב איך נישט קיין עצה, און אויך נישט קיינע פארשלאגן

נאר א קליינע טובה אויב כ'מעג בעטן...
אויב ביזטע מחליט, אז פארפאלן, כ'נעם נישט קיין ראטע, ס'זאל מיר זיין צו מיצווע.......
דאן ביטע קאלט מיך אן, כ'וויל ווערן אייער טענענט.......
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

חיימ'ל האט געשריבן:א גוטן,

דאגה בלב איש ישיחנה. איך האב א טענענט וואס לעצטענס באצאלט ער נישט קיין רענט, פשוטו כמשמעו, ער האט אלע מיני תירוצים, ער שטיפט אפ אויף א וואך און פון א וואך ווערט א חודש און צוויי, נאר יעדער צווייטער דריטער חודש באקום איך אינגאנצען איין חודש רענט! ער איז א חסידישער איגערמאן מיט א שטוב און קינדער און גראדע ווייס איך אויך אז ס'איז דא גערעסערע עקספענסעס דארט, און איינער האט געדארפט אריבער גיין מעדיקל טריעטמענט פאר א שטיק צייט, און כ'האב פראבירט צו זיין זייער וואול, און נישט געלייגט קיין שום פרעשער, אבער איך פיל ווי איך קען שוין מער נישט, ס'האלט שוין ביי א בעלענס פון ממש צענדליגע טויזנטער דאלארן! ע"כ נפשי בשאלתי, וואס קען מען טון מיט אזא איינעם, רעדן שטרענג? זיך אריינמישן אין יענעמ'ס שלום בית און פרנסה? לאזן לויפן און דאווענען צום באשעפער? כ'בין דאך נישט אויף דער מדריגה. אויב איינער האט עפעס א זאכליכע עצה, ביטע זיך לאזן הערן. א דאנק.


ני תכלית , וואס איז געווארן?
אוועטאר
בן ימיני
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 02, 2018 9:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן ימיני »

יאך האב געהערט פון מיינעם א באקאנטן א מגי"ש וואס האט קע"ה א קינדער געבענטשטע שטוב און ער פארמאגט א דירה און דער טענענט האט נישט צו באצאלן און מהאט אים געפסקנט אז ענדעשער זאל מען אים צאמשטעלן געלט פאר זיינע חתונות ווי איידער ארויסצעווארפן דעם טענענט
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:הקדמה:

כ׳האב געשריבן דא אויבן אז על פי דין ממה שנראה לענ״ד זאל דער שואל (חיים׳ן) גיין אין דין תורה און נעמען א גוטע טוען. אוודאי לפנים משורת הדין, און נאר אויב ער האט איבריג געלט זאל ער מוחל זיין די גאנצע אדער א חלק וכדו׳. זעה דא פאר מער.

האט מיר איינער אריין געשיקט דער קומענדיגע הערליכע מעשה מיטן אמרי אמת מיט אזא ענדליכע מעשה, אז ער האט יענעם גע׳עצה׳ט אז ער זאל מוחל זיין. ברענג איך אייך טייערע חברים, דא די מעשה, און דערנאך מיינע הגהות וואס כ׳האב יענעם געענטפערט וואס איך טראכט לענ״ד אז ס׳איז זיכער נישט געווען קיין הוראה לרבים.


די מעשה:
צום אמרי אמת ׁ(דאכט זיך מיר) איז געקומען א יוד מיט א ענדליכע פרשה, דער יוד וואס האט ביי עם געדינגן א דירה איז ליידער אוועק, און ס'איז געבליבן ביי עם אן אלמנה מיט אפאר יתומים, און פארשטייט זיך אז צו באצלען האבן זיי נישט. און ער וואלט זייער געוואלט זיי ארויסשיקן פון די דירה.

האט עם די אמרי אמת געזאגט אז אויב ער וויל טוהן וואס איז ריכטיג, זאל ער נישט מיטשענען די פאמיליע.

האט דער יוד געטענה'ט, פארוואס איז די רבי מיר מחייב אויסצוהאלטן די משפחה, איך בין גרייט אויך זיך צו שטעלן שיין, אבער זאלן אנדערע פארמעגליכע יודן זיך אויך צושטעלן, פארוואס פאלט די גאנצע עול אויף מיר?

עטנפערט די אמרי אמת, אויב פון הימל האט מען דיר אינטערגעשיקט דעם פעקל, איז א סימן עס איז דיין מצוה.

און ער האט צוגעטשעלט א שיינע צושטעל.

עס איז באקאנט די גמ' אין גיטין מא. אז א חצי עבד וחצי בן חורין, וואס ער קען נישט חתונה האבן נישט מיט קיין שפחה און נישט מיט קיין בת ישראל, וועט ער דאך נישט קענען מקיים זיין די מצוה פון לא תוהו בראה לָשֶבֶת יצרה, איז די דין אז כופין את רבו ועושה אותו בן חורין.
שטעלט זיך די שאלה, הלמאי, ובכן אז דער עבד דארף מקיים זיין מצות שבת מוז דער אדון פארלירן זיין געלט און עם משחרר זיין? זאלן די גביר'שע יודן אין שטאט זיך צאמנעמען און עם אויסלייזן וועט ער קענען מקיים זיין מצות שֶבֶת.
אלא מאי, זעהט מען דאך קלאר, אז אויב איז די מצוה אריינגעפאלן ביי דיר, איז א סימן אז דאס איז דיין מצוה, און דו קענסט זיך נישט ארויסדרייען דערפון, עד כדי כך אז מ'קען עם צווינגן.


האם היה הוראה לרבים?
האב איך יענעם גענפערט ווי פאלגענד: די מעשה איז הערליך, און אויסערגעווענליך, אגב, האב איך שוין אמאל געהערט די מעשה און עס פארגעסן, יש״כ פארן דערמאנען און אויך אזוי שיין אראפ לייגן.

לעניינו פארשטיי איך אז דאס איז נישט געווען קיין הוראה לרבים, וויבאלד ס׳איז אנדערש א אלמנה מיט יתומים וואס די שרייסבט אז די מעשה איז געווען מיט זיי, און אויך איז עס געווען לענ״ד א יחידות׳דיגע הוראה צו טוהן לפנים משורת הדין. ווי אויך קענסטו נישט וויסן, צו אפשר איז דער יוד געווען א עושר. לכאורה פארשטיי איך אז די מעשה איז אזוי געווען, יעצט אוודאי איז דער צו שטעל פון חצי עבד חצי בן חורן א הערליכע צו שטעל, און אפי׳ און הלכה איז אויך דא אזא מושג, פון עניי עירך קודם, אבער אויב אזא הלכה ביי א טענענט, אז מען זאל מוחל זיין, איז נישט דא אין שלחן ערוך, ממילא שטיי איך ווייטער ביי מיינס איז די ריכטיגע עצה צו געבן פאר אזא יוד, ווי אונזער שואל דא איז, אז ער זאל גיין און דין תורה, אויף א שטילע אופן אן קיין מחלוקת. און אזוי ווי כ׳האב געשריבן. אוודאי א חיזוק און אמונה קען דער שואל זעכער ארויס נעמען פון די מעשה, אבער מעיקר הלכה זאל ער טוהן כנ״ל, וכן נראה לענ״ד.

לכאורה, מעשה זו לא היה ולא נברא, דהא בחציו עבד וחציו בן חורין, מבואר במשנה שהעבד עצמו ״משלם״ דמי עצמו לרבו, ורק כופין רבו ״לשחררו״, אבל אינו מפסיד כלום.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”