א טענענט וואס באצאלט נישט קיין רענט!

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

א טענענט וואס באצאלט נישט קיין רענט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

א גוטן,

דאגה בלב איש ישיחנה. איך האב א טענענט וואס לעצטענס באצאלט ער נישט קיין רענט, פשוטו כמשמעו, ער האט אלע מיני תירוצים, ער שטיפט אפ אויף א וואך און פון א וואך ווערט א חודש און צוויי, נאר יעדער צווייטער דריטער חודש באקום איך אינגאנצען איין חודש רענט! ער איז א חסידישער איגערמאן מיט א שטוב און קינדער און גראדע ווייס איך אויך אז ס'איז דא גערעסערע עקספענסעס דארט, און איינער האט געדארפט אריבער גיין מעדיקל טריעטמענט פאר א שטיק צייט, און כ'האב פראבירט צו זיין זייער וואול, און נישט געלייגט קיין שום פרעשער, אבער איך פיל ווי איך קען שוין מער נישט, ס'האלט שוין ביי א בעלענס פון ממש צענדליגע טויזנטער דאלארן! ע"כ נפשי בשאלתי, וואס קען מען טון מיט אזא איינעם, רעדן שטרענג? זיך אריינמישן אין יענעמ'ס שלום בית און פרנסה? לאזן לויפן און דאווענען צום באשעפער? כ'בין דאך נישט אויף דער מדריגה. אויב איינער האט עפעס א זאכליכע עצה, ביטע זיך לאזן הערן. א דאנק.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אפשר גיין נאך געלט פאר יענעם און עס נעמען פאר זיך אויפן חשבון. אויב האט ער ביז די איצטיגע שוועריקייטן געהאלטן אין צייט, איז לכאורה אז לייגן מער פרעשור וועט נישט העלפן ווייל ער צאלן נישט ווייל ער קען פשוט נישט. באמת א פלאנטער....

אפשר רעדן צו זיינע נאנטע חברים משפחה אז ער צאלט נישט און וועסט נישט קענען אזוי ממשיך זיין?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

די ערשטע זאך פרעגט מען א דעת תורה.

און יעצט דעת בעל הבית... איך האב זערא עקספיריענס אדער אינפארמאציע איבער דעם, אבער טראכטן קען איך הויך, אויב ווייסטו אז ער האט טאקע נישט קיין געלט, וואס וועט רעדן שטרענג העלפן? פון אן אויסגעקוועטשע לעמאן קען מען דאך גארנישט קוועטשן. אין יענעם'ס שלום בית זע איך נישט קיין שום סיבה פארוואס זאלסט זיך מעגן אריינמישן, ווידער זיך מישן אין זיין פרנסה דהיינו אז איר זאלט באקומען די געלט אנשטאט אים [כ'ווייס נישט ווי אזוי איר זאלט דאס קענען באווייזן], דארפט איר שוין פרעגן א מורה הוראה.

בכל אופן, א תפילה צום באשעפער איז אייביג די ריכטיגע וועג, און זיכער די ערשטע טריט צו טון, די שאלה איז נאר וואס ווייטער.

שטארק פארלאנגן צו גיין נאך געלט איז אן עצה? אדער אויב ווייסט איר אז ער בארגט [אויפן באשעפער'ס חשבון...] אפשר פארלאנג ער זאל בארגן פאר אייך אויך?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איך ווייס פון א היימישע איד וואס האט געהאט דעם זעלבן פראבלעם אין בארא פארק, א משפחה האט געוואוינט ביי אים אן צאלן רענט און ער האט גארנישט געקענט טון, און וכך הוה, ער האט טאקע גארנישט געטון.... זיי האבן געוואוינט דארט פאר יארן!!

ויהי היום, דער בעל הבית האט געקויפט א נייע הויז, ער מופט אהין, אבער ער קען נישט פארקויפן זיין אלטע הויז, ווייל זיי וואוינען נאך דארט... בלית ברירה האט ער פארדינגען זיין אנדערע געוועזענע דירה און די אונטערשטע שטאק האט ער געלאזט לויפן. דעמאלטס איז די הויז ווערד געווען ארום זיבן-אכט מאות.

הערשט נאך פינף יאר שפעטער איז יענער ענדליך ארויס, און עס איז גרייט צום פארקויפן. עס איז שוין געווען תשע''ב, און די הויז איז שוין ווערד 1.3 מיליאן!!! ער האט שוין באשלאסן צו ווארטן נאך אביסל. נאך אפאר יאר תשע''ז האט ער עס פארקויפט פאר 1.8 מיליאן.

איך זאג נישט אז זאלסט אים נאכמאכן, אבער איך קען יענעם איד און ער האט עס געמיינט אמת'דיג, ער האט זיך אויך היבש געמוטשט און דער בוכ''ע האט אים געהאלפן מיט אן עקסטערע מעלאונע.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

Goodmorning האט געשריבן:אפשר גיין נאך געלט פאר יענעם און עס נעמען פאר זיך אויפן חשבון. אויב האט ער ביז די איצטיגע שוועריקייטן געהאלטן אין צייט, איז לכאורה אז לייגן מער פרעשור וועט נישט העלפן ווייל ער צאלן נישט ווייל ער קען פשוט נישט. באמת א פלאנטער....

אפשר רעדן צו זיינע נאנטע חברים משפחה אז ער צאלט נישט און וועסט נישט קענען אזוי ממשיך זיין?

דאס איז לכאורה די פראקטישטע עצה.

אדער מאך א טיי אווענט איין מאל יעדע יאר פאר אלע רענט...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1775
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

אויב באלאנגט ער צו אן עסטעבלישט חסידות/קהילה/ביהמ"ד איז עפ"ר דא א רב אדער אן עסקן וואס קען דיר ארויסהעלפן, ס'דארף נישט זיין צו שווער אויסצוגעפינען.

בהצלחה!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:אפשר גיין נאך געלט פאר יענעם און עס נעמען פאר זיך אויפן חשבון. אויב האט ער ביז די איצטיגע שוועריקייטן געהאלטן אין צייט, איז לכאורה אז לייגן מער פרעשור וועט נישט העלפן ווייל ער צאלן נישט ווייל ער קען פשוט נישט. באמת א פלאנטער....

אפשר רעדן צו זיינע נאנטע חברים משפחה אז ער צאלט נישט און וועסט נישט קענען אזוי ממשיך זיין?

דאס איז לכאורה די פראקטישטע עצה.

אדער מאך א טיי אווענט איין מאל יעדע יאר פאר אלע רענט...

איך זאל גיין נאכגעלט? אהממ. כ'הער...
ס'איז דא א כלל וואס איז אנגענומען ביי לענדלארדס (גראדע פון אייגענע עקספיריענס אויך) אז אויף א לענדלארד האט מען נישט רחמנות. סאו איך זעה נישט וויפיל איך וועל אויפטון אויב איך וועל שטאדלען פאר 'מיין טענענט'.
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

למעלה משבעים האט געשריבן: ווידער זיך מישן אין זיין פרנסה דהיינו אז איר זאלט באקומען די געלט אנשטאט אים [כ'ווייס נישט ווי אזוי איר זאלט דאס קענען באווייזן], דארפט איר שוין פרעגן א מורה הוראה.

ס'זעט נישט אויס ווי ער האט א סטאבילע דזשאב. יעדער שטיק צייט זאגט ער מיר אז ער הייבט אן א נייע דזשאב...
למעלה משבעים האט געשריבן:
שטארק פארלאנגן צו גיין נאך געלט איז אן עצה? אדער אויב ווייסט איר אז ער בארגט [אויפן באשעפער'ס חשבון...] אפשר פארלאנג ער זאל בארגן פאר אייך אויך?

ער זאגט אז ער קען נישט גיין נאכגעלט, צו ווייל מחמת בושה אדער ווייל ער האט נישט ווען צו גיין. הלוואי זאל ער גיין.
וועגן בארגן, איך מיין אז ער האט שוין חשבונות אין די גמח"ן.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

איר מוזט דאך נישט זאגן אז דער נצרך איז אייער טענענט... איר מאכט א טיי אווענט, "מסיבת ואתחנן עקב ראה שופטים," פאר אייער'ס א באקאנטער, א חשוב'ער אינגערמאן, וואס הוצאות רפואה און א קינדער-געבענטשטע פאמיליע הויערט אויף זיינע פלייצעס, און האט נישט צו באצאלן אנדערע וויכטיגע טעגליכע אויסגאבן וכו' וכו'.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

מיסטעריעז האט געשריבן:איר מוזט דאך נישט זאגן אז דער נצרך איז אייער טענענט... איר מאכט א טיי אווענט, "מסיבת ואתחנן עקב ראה שופטים," פאר אייער'ס א באקאנטער, א חשוב'ער אינגערמאן, וואס הוצאות רפואה און א קינדער-געבענטשטע פאמיליע הויערט אויף זיינע פלייצעס, און האט נישט צו באצאלן אנדערע וויכטיגע טעגליכע אויסגאבן וכו' וכו'.

שוין צו א באקאנטער :wink:
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

כווייס פון א איד וואס גייט עמטליך נאך געלט ווייל אנדערע זענען איהם שולדיג גרויס געלט און זיי האבן נישט צו באצאלן.
(סאיז גוט צו וויסן מישט חושד זיין א צווייטן אז ׳ער גייט נאך געלט פאר זיך׳ ער איז א גנב, ווייל דו קענסט קיינמאל נישט וויסן ביהיינד דע סטארי)
עני וועי, הרב חיימ׳ל, אויסער די אלע עצות הנ״ל וואס קען מען דען טוען ?? רופן מארשעלס?? וואס שייך. נאר א דעת תורה קען מבחין זיין. והמקום ימלא חסרונך
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

טעם וריח האט געשריבן:כווייס פון א איד וואס גייט עמטליך נאך געלט ווייל אנדערע זענען איהם שולדיג גרויס געלט און זיי האבן נישט צו באצאלן.

לייק שב ואל תעשה עדיף
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1775
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

מיסטעריעז האט געשריבן:איר מוזט דאך נישט זאגן אז דער נצרך איז אייער טענענט... איר מאכט א טיי אווענט, "מסיבת ואתחנן עקב ראה שופטים," פאר אייער'ס א באקאנטער, א חשוב'ער אינגערמאן, וואס הוצאות רפואה און א קינדער-געבענטשטע פאמיליע הויערט אויף זיינע פלייצעס, און האט נישט צו באצאלן אנדערע וויכטיגע טעגליכע אויסגאבן וכו' וכו'.

און וויפיל קומט שוין אריין פון א טיי... ער'ט געזאגט צענדליגע טויזנטער...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

טעם וריח האט געשריבן:כווייס פון א איד וואס גייט עמטליך נאך געלט ווייל אנדערע זענען איהם שולדיג גרויס געלט און זיי האבן נישט צו באצאלן.
(סאיז גוט צו וויסן מישט חושד זיין א צווייטן אז ׳ער גייט נאך געלט פאר זיך׳ ער איז א גנב, ווייל דו קענסט קיינמאל נישט וויסן ביהיינד דע סטארי)
עני וועי, הרב חיימ׳ל, אויסער די אלע עצות הנ״ל וואס קען מען דען טוען ?? רופן מארשעלס?? וואס שייך. נאר א דעת תורה קען מבחין זיין. והמקום ימלא חסרונך

מ'דארף נאר וויסן עס זאל זיין אויסגעהאלטן מיט די הלכה,
איך געדענק האבן געזען א שמועס דערוועגן, איך וועל ארויפשטעלן שפעטער אדער מארגן אי"ה,

און צו דיר חיים, איי פיל יור פעין, איך האב געהאט אן ענליכע מעשה וואס האט זיך נאכנישט געענדיגט און איך האף אז ס'זאל האבן א העפי ענדינג בקרוב,
זאל דיר דער אייבערשטער אויפרעכטן מתוך נחת והרחבה בקרוב ממש!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

חיימ'ל האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן: ווידער זיך מישן אין זיין פרנסה דהיינו אז איר זאלט באקומען די געלט אנשטאט אים [כ'ווייס נישט ווי אזוי איר זאלט דאס קענען באווייזן], דארפט איר שוין פרעגן א מורה הוראה.

ס'זעט נישט אויס ווי ער האט א סטאבילע דזשאב. יעדער שטיק צייט זאגט ער מיר אז ער הייבט אן א נייע דזשאב...
למעלה משבעים האט געשריבן:
שטארק פארלאנגן צו גיין נאך געלט איז אן עצה? אדער אויב ווייסט איר אז ער בארגט [אויפן באשעפער'ס חשבון...] אפשר פארלאנג ער זאל בארגן פאר אייך אויך?

ער זאגט אז ער קען נישט גיין נאכגעלט, צו ווייל מחמת בושה אדער ווייל ער האט נישט ווען צו גיין. הלוואי זאל ער גיין.
וועגן בארגן, איך מיין אז ער האט שוין חשבונות אין די גמח"ן.

כ'ווייס אייך נישט וואס צו זאגן, כ'האב עכט רחמנות אויף אייך, ס'הערט זיך ווי איר זענט באמת אריינגעפאלן מיט א שווערן קעיס אן קיין פראקטישע וועג ארויס.

אולי זאל ער עפענען אן אנליין קאמפיין, צב"ש ביי thechesedfund.com וועט ער שוין מאכן פאר צרכי רפואה אויך.
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

בעל דמיון האט געשריבן:אויב באלאנגט ער צו אן עסטעבלישט חסידות/קהילה/ביהמ"ד איז עפ"ר דא א רב אדער אן עסקן וואס קען דיר ארויסהעלפן, ס'דארף נישט זיין צו שווער אויסצוגעפינען.

בהצלחה!

ווילסט וויסן עפעס? ער באלאנגט אין איינע פון די גרויסע קהילות, און זיי האבן עם נישט געקענט געבן מער פון איין טויזענטער! און זיי האבן עם מיעץ געווען צו גיין נאכגעלט.
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

מיסטעריעז האט געשריבן:איר מוזט דאך נישט זאגן אז דער נצרך איז אייער טענענט... איר מאכט א טיי אווענט, "מסיבת ואתחנן עקב ראה שופטים," פאר אייער'ס א באקאנטער, א חשוב'ער אינגערמאן, וואס הוצאות רפואה און א קינדער-געבענטשטע פאמיליע הויערט אויף זיינע פלייצעס, און האט נישט צו באצאלן אנדערע וויכטיגע טעגליכע אויסגאבן וכו' וכו'.

איך פארשטיי נישט אזוי גוט צו קיין טיי... איך ווארט אז אנדערע זאלן עס קענען טון פאר עם.
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:און צו דיר חיים, איי פיל יור פעין, איך האב געהאט אן ענליכע מעשה וואס האט זיך נאכנישט געענדיגט און איך האף אז ס'זאל האבן א העפי ענדינג בקרוב,
זאל דיר דער אייבערשטער אויפרעכטן מתוך נחת והרחבה בקרוב ממש!

אמן!
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

מיט א יוד איז עס זייער א שווערע מעשה
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
Don't worry
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Don't worry »

מדארף בעטן פאר ערבות ווען מען פארדיגט א דירה. מיט ערבות ביסטו כמעם ווי פארזיכערט צו באקומען האצאלט
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

Don't worry האט געשריבן:מדארף בעטן פאר ערבות ווען מען פארדיגט א דירה. מיט ערבות ביסטו כמעם ווי פארזיכערט צו באקומען האצאלט

זיכער אזוי... ''''כמעט ווי פארזיכערט''''. ערבים צאלן איבערנאכט....
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

כ'האב שוין אמאל מיטגעהאלטן אזלעכע מעשיות

איינס האט געהאט זייער א העפי ענדינג אבער די אנדערע זייער א סעד

ביי ביידע איז דער לענדלארד געווען אנגעוויזן אויפן רענט פארן מארטגעדזש

די העפי ענדינג איז געװען פשוט. דער לענדלארד האט געהאלטן אין איין רופן און פארלאנגן און דער אינגערמאן האט באקומען א נייע דזשאב, געבארגט געלט פון משפחה און באצאלט דאס גאנצע און וואוינט נאך היינט דארט

די אנדערע האצעך ליידער געענדיגט מיט מארשאלס

דער טענענט האט באשלאסן אז די סעקשאן 8 צאלט גענוג און ער דארף נישט צאלן מער. דער לענדלארד האט נישט נאכגעלאזט, דער טענענט האט אפגעהאלטן די סעקשאן 8 טשעקס און נישט געוואלט אראפזעצן מיטן לענדלארד ווייל ער האט געהאלטן אז דער לענדלארד וועט זיך מוזן ברעכן ווייל ער גייט נישט קענען ארויסווארפן א איד מיט מארשאלס

למעשה האט ער זיך טועה געווען

דער לענדלארד האט זיכער געמאכט אז אנדערע אינגעלייט האבן מיטגעהאלטן די גאנצע צייט און זיי האבן זיך טאקע אנגענומען פאר אים אין ביהמ"ד ווען מ'איז געקומען שרייען
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
מאן מלכי רבנן
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 4:20 pm
לאקאציע: בין מלכים ושרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאן מלכי רבנן »

לאמיר זען די אנדערע זייט מטבע
חיימ'לס טענענט האט געשריבן:אחי ורעי אדברה נא.

דאגה בלב איש ישיחנה, שוין די לעצטע שטיק וואס איך גיי אריבער זייער א שווערע תקופה , כ׳האב שטארק פראבירט צי עס האלטען ביי מיר און אליין אריבער שוויצען, אבער יעצט האלט איך ממש אין א מצב פון באי מים עד נפש.
ווי עטץ האטס זיכער געהערט האב איך מיך שטארק געפלאגט מיט איינע פון מיינע קינדער ה״י (דארף נאך אסאך רחמי שמים), איך בין ארום געלאפן צו דאקטורים, שפיטעלער, פראפעסערס, וואס דאס האט מיר אריין געצויגען אין ריזיגע הוצאות (דאס איז שוין נאך וואס איז געווארן געדעקט דורך מעדיקעיד, און דורך חשובע ארגענעזאציעס),דאס האט ממש אוועק גענומען די ברויט פון מויל.

אבער דא האט זיך אנגעהויבען א גרויסע פראבלעם ס׳איז געקומען צו רענט, אנהייב האב איך נאך געהאט א נארמאלע דשאב וואס מיט דעם האב איך זיך געקענט דעקען, אבער זייענדיג אזוי פארנומעם ארום צי לויפן האב איך נישט געקענט זיין סטאביל אין די ארבעט, און דאס האט מיר געקאסט מיין דשאב.
כ׳האב שטארק געארבעט צאם צושטעלן די געלט אבער דאס האט ניטאמאל געקענט א דריטעל פון די געלט .
ע"כ נפשי בשאלתי, וואס קען איך טוען ווייטער? לאזן לויפן און דאווענען צום באשעפער? כ'בין דאך נישט אויף דער מדריגה. אויב איינער האט עפעס א זאכליכע עצה, ביטע זיך לאזן הערן. א דאנק.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

מר מאן, קיינער האט נישט באשולדיגט דעם טענענט, יעדער האט זייער רחמנות אויף איהם, דער לענדלארד איז אבער סטאק דא און וויל וויסן וואס ער קען טאן.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

איך האב שוין מיטגעהאלטן אזעלכע מעשיות, מען דארף גיין צו דין תורה, בי״ד זאל מאכן א פשרה און עס איז א טובה.. עס העלפט ארויס די מצב..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”