הענדימען האט געשריבן:שרייזשע האט געשריבן:און צו געבען די ריכטיגע ידיעות און כלים פארן מענטש זיך צו קענען היילען
וזה עיקר
צומאל דארף מען מודיע זיין פארן מענטש וואסערע כלים ער האט
אפט רעד איך מיט מענטשן אין א סיטואציע וואס ער דארף פשוט כאפן אז ער קען אליינס טראכטן. מ'דארף אים נאר גיבן די דירעקציע אין וועלכן צו טראכטן
בבחינת ברוב יועץ
יא און טאקע אויף דעי מהלך ארבעטן מיר און מיין טערעפיסט צוזאמען.
איך האב ליידער געהאט אסאך אמתדיגע שווערע זמנים וואס אנדערע און מיין שיך וואלטן שוין לאנג געכאפט א נערוון בראך
און איך קען ב"ה מעיד זיין אז כהאב שטארקע נערוון דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער. דזשאסט טרייטס צו אימעדזשענען (ענק וועלן סייווי נישט קענען) זייענדיג צוויי יאר און א דארמיטארי ישיבה און נישט האבן קיין איין חבר מיט וועם צו לערנען כאטש כהאב ב"ה א גוט קעפל און קיין חברים מיט וועים צו לערנען ווייל איין נארישע בחור מיט א שארף צינג וואס יעדער האט מורא געהאט פון עים האט אפגעמאכט מיר צו נעמען אויפן מזבח און מיר אויסגעצאפט יעדן טראפל בלוט
איז געבליבן ביי מיר איין זאך אגאנצן סדר ליגן אויפן גמרא און שלאפן (אויב איך האב נאך געקענט שלאפן) אדער זיין און צימער אויפן בעט דיפרעטערהייט און ניטאמאל געהעריג געגעסן און אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר גאנצע צוויי יאר
איך מיין איך דארף נישט מסביר זיין אז דעיס איז גענוג צו כאפן א נערוון בראך וואס דעיס איז אחוץ וואס איך בין א לעבעדיגע יתום פון מיין בארדערליין מאמע וואס האט אינז נאר דערנידערט און פארשעמט גענומען מיין (און די זעלבע מיט די געשוויסטער) גאנצע אידענטיטי און אראפגעברענגט טיף און די אדמה סא שטעלטס יעצט צוזאם די צוויי אויף איינמאל
און געדענק איך שוין און די ישיבה וואס כהאב געלערנט נאכדעים ווען סאיז געקומען קעמפ און אזוי ווי און כמעט אלע ישיבות פאנגן די בחורים צו רעדן פון די צימערן מיט וועים מען גייט שלאפן שוין פון נאך פסח און איך האב ליידער נישט געהאט מיט קיין איינעם וואס זאל וועלן אדער זיך אומקוקען אויף מיר יעדן טאג האט מיר מיין קאפ געשווינדעלט און געהאט קאפ וויי אז כהאב געמיינט דאס איז עס איך גיי כאפן א בראך. אבער דער פון אויבן האט אנדערש געוואלט זעהט אויס עפעס הימלישע כוחות זענען געשטאנען ביי מיינע צוויי זייטן און מיר איטערגעהאלטן. וואס כוויל ארויסברענגען איז אונז זענען איבערגעגאנגען ארויסצוברענגן וואס מיינע כוחות ביז יעצט און וויאזוי עס צו נעמען צו די נעקסט לעוועל סא הענדימען ביזט הייליג גערעכט און אויך מיו די נקודה אז מען דארף אליינס וועלן ב"ה דער פון אויבן האט מיר געגעבן שכל זיך צו וועלן היילן און נישט אנהאלטן דעי שווארצע קייט נאר אנפענגען א גאלדענע קייט עד סוף כל הדורות בביאת גואל צדק. זאל ער שוין טאקע קומען !!!!