שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1478
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג נובעמבער 25, 2018 6:55 pm

fiena nieas האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
נפש׳ל האט געשריבן:לויפט לעצטענס אין קול הציבור

ס'איז א סקעם

וואס הייסט? ער אדווערטייזט לעצטענס יעדע וואך מיט א אנדערע מעשה, קום אריין קלאר...

א סקעם במלואו

זיי מסביר
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג נובעמבער 25, 2018 7:21 pm

.

Williamsburg
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

תגובהדורך Williamsburg » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 11:47 pm

טייערע חברים סאיז שוין חנוכה תשע"ט ועדיין לא נושעתי
דאגה בלב איש. . . .
זיץ איך אויפן זעלבן פלאץ ווי פאריאר ודמעתי על לחי
בשעתן שרייבן די פאר ווערטער פון הארץ
מעודי געדענק איך נישט קיין שיינע חנוכה
נאר וויינען צער און פיין

אוי עד מתי????????

החותם מתוך צער . . . . . . . א בחור פון 23

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 11:55 pm

חזק ואמץ, בזכות פון די ליכטיגע אורות פון חנוכה זאל השי"ת דיר באלייכטן מיט לעכטיגע זיסע און געשמאקע יארן און מיר זאלן הערן שמחות בקרוב ממש.
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 11:44 am

וויליאמסבורג, איך בין מיט דיר, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, איך גלייב אז עס קומען אסאך גאר גוטע געשמאקע צייטן בעזהשי"ת!

איך בעט דיר נאר אז ווען עס וועלן זיין גוטע בשורות זאלסטו אונז מיטטיילן, איך וויל זיך קענען מיט דיר מיטפרייען.
הוי 'מחשב'...

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » זונטאג דעצמבער 09, 2018 4:27 pm

קינדער וואס וואקסן אויף אונטער א פ"ד טיראניע, אנטוויקלען במשך די צייט 2 טאלס וואס איז פאר זיי ממש לעבנס וויכטיג כדי צו קענען סורווייוון.
איינס איז: ליגנט! כדי א קינד זאל קענען סורווייוון און דורכמאכן די כסדר'דיגע קאנטראלעס... וואס קומען רעגעלמעיסיג פאר אין אזא שטוב, מוז דאס קינד זיין א געשולטער ליגענער כדי פטור צו ווערן פונעם פ"ד'ס לאפעס! ווייל מיטן אמת קען מען אין אזא שטוב נישט אנגיין, וויבאלד א נארמאלער דורכשניטליכער אויפפירונג איז בכלל נישט אקצעפטירבאר, ווייל מען מוז קענען זיין אנגעשטעלט פונקטליך לויטן פ"ד'ס גוסטעס און משוגעתן, ממילא מוז מען יעדע מינוט קענען אויפקומען מיט געזונטע ליגנטס און כל מיני תירוצים און הסברים צו פארענטפערן און מסביר זיין פארוואס דו האסט אזוי געטוהן/נישט געטוהן/געטראכט/געזאגט/געוואלט טון, אא"וו...

און וויבאלד דאס איז אזוי לעבנס וויכטיג פאר אים/איר, ווערט דער מוח זיינע/אירע אוטאמאטיש אווע"ר צו פרדוצירן די בעסטע און געדרייטסטע ליגנטס פון וואס די גרעסטע באטריגער און שווינדלער קענען זיך שעמען! עס איז אנוועליוועבל וואספארא געלונגענע עקטער'ס און בלאפער'ס די קינדער זענען! (די וואס קומען פון אזא שטוב ווייסן זייער גוט פון וואס מען רעדט...).
די צווייטע איז: וואכזאמקייט און חשד! כדי אז א קינד זאל קענען דורכלעבן די אלע אטאקעס און אויפרייסן און פעגערייען פונעם פ"ד, מוז דאס קינד זיין א שרעקליכער חשדן [לייען: פחדן] און פארמאגן אן אויסטערלישע וואכזאמקייט אויף אלעס וואס קומט פאר ארום אים/איר. ווייל מען מוז האלטן חשבון קאפ און מוח אויף יעדע ריר און אטעם וואס מען גיט אז עס זאל אויסהאלטן לויטן פ"ד'ס משוגעתן און גוסטעס (און רעדטס אייך נישט איין אז מיטן האלטן אזוי קאפ וועט מען טאקע קענען גענצליך פארמיידן זייערע פעגעראציעס, די פ"ד'ס זענען זייער זייער! אנפרעטיקטעב"ל).

ממילא טוט דער מוח פונעם קינד אוטאמאטיש אנטוויקלען די כוחות צו קענען האלטן די בעסטע אווערנע"ס ארום זיך וואס שייך! עס איז אנוועליוועבל ווי ווייט עס גייט דאס חשדנות פון א פ"ד וויקטעם, א פ"ד וויקטעם איז בכוח צו זיין אין קאנטראל און צו האלטן זיין קאפ אווע"ר אויף די לופט אינעם גאנצן הויז! (המבין יבין...), ער/זי איז ביכולת אויפצוכאפן א יעדן שארך וואס עמיצער גיט נאר ארויס! א יעדע אטעם און ריר ווערט דורך זיי באמערקט און אויפגעכאפט! גרויסע שפיאנאזש אגענטן קענען זיך באגראבן און פארשטעקן פאר די אבנארמאלע שפיאנאזש כוחות וואס פ"ד וויקטעמס פארמאגן!

און עס איז כדי אנצומערקן, אז טאקע די דאזיגע 2 כוחות וואס דער וויקטעם אנטוויקלט כדי צו קענען סורווייוון, איז בעצם די זעלבע 2 כוחות וואס דער פ"ד אליינס פארמאגט אויך כדי צו קענען סורווייוון! די כוח פון ארומפאפן אנדערע און דער כוח פון חשד, איז עפעס וואס איז ממש די עיקר טאלס זייערע מיט וואס זיי אליינס סורווייוון און מיט וואס זיין גייען אן מיט זייער קראנקע מהלך החיים.

און די 2 זאכן זענען אויך פון די עיקר זאכן מיט דער פ"ד וויקטעם מוטשעט זיך שפעטער אין לעבן און איז ממש ווי א חלק פון זייער וועג פון לעבן, און איז עפעס וואס מען דארף שווער ארבייטן פטור צו ווערן דערפון, די אלע ענקזייעטי'ס/פחדים/חשדנות און אומזיכערקייט/פאלטשע אנגעשטעלטע לייוו סטייל, אא"וו.
לעצט פאראכטן דורך נשמת השכל אום מאנטאג דעצמבער 10, 2018 12:45 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

תגובהדורך נפש׳ל » זונטאג דעצמבער 09, 2018 4:34 pm

הה"ד "דער וויקטעם ווערט אן אביוזער"
טראכטן איז זייער גוט. אבער מ׳טאר נישט זיין א פרעסער

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 8:38 pm

.
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט