בלאט 46 פון 55

געשריבן: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:13 pm
דורך קוטיג
איך האב באגעגנט א שיינעם ארטיקל וואס רירט אן דעם נושא, ער ברענגט גוטע עצות ווי אזוי זיך צו בהאנדלען מיט אזעלכע סארט מענטשן,
אזוי אויך, אין די תגובות, זעהט מען הויכט וואס מענטשן גייען אריבעך, נעבעך, אויף דעם וועלטל.
http://www.marcandangel.com/2013/12/08/ ... ic-people/

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 5:29 pm
דורך רוצה לדעת
זעה איך אז אינעם דערנעבנדיגן אשכול וועגן מאמענט וועכנטליכע מאגאזין
האבן זיי יעצט לרגל זייער 200'סטע גליון, ארויס געגעבן א עקסטערע גליון

און דארט ברענגען זיי אראפ נאכאמאל די ארטיקל וועגן נארסאסיזום אין דעם לינק

לוינט זיך א בליק צו טון

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:45 pm
דורך טשיפקא
ר' יום טוב האט געשריבן:אין די צייט וואס מען דיסקוסירט איבער פערסאנאליטי דיסארדער ספעציפיש, איז אויך פאראן שטובער ווי די עלטערן ליידן אויף אנדערע פראבלעמען, וועלכע ווירקט שטארק אויס אויפן הלוך ילך אין שטוב. עס קלינגט אפשר נישט אזוי דראמאטיש, אבער עס איז דא א פראצענט קינדער וואס באקומען נישט די ליבשאפט אינדערהיים וואס זיי ברויכן קריטיש באקומען. ביי געוויסע האבן די עלטערן קנאפע שייכות מיט די קינדער, קוקט אויס אז מן השמים האט מען עפ"י סיבה צוגעפירט אז מען זאל share'ן א הויז, און דאס אלעס.

און זאל יעדער פון אונז געזונטע פערזאנען זיך גוט אומקוקן אויף די אייגענע קינדער צו אלע באקומען די נויטיגע אויפמערקזאמקייט און סופארט פון די עלטערן אויף א טעגליכן פארנעם.

לאמיר מאכן א שטיקל חילוק פון mistreated ביז שלעכט-טריעטעד,
ביידע זענען א שטארקע פראבלעם, און ביידע קענען אויף געוויסע פעלער באקומען די זעלבע באהאנדלונג,
אבער דער עיקר חילוק איז די סכנה פון לאזן אזא קינד אינדערהיים, אגם א קינד פון איגנארנדע עלטערן דארף טאקע הילף, און קריטישע הילף, אבער נאכאלץ וועט דער קינד נישט זיין אין די זעלבע סכנה ווי דאס קינד וועלכע האט פערסאנאלעטי-דיסאורדערד-עלטערן,

ס"ה, אונזער ציהל איז צו זיין די הצלה לייט, נישט אזוי ווייט די דאקטוירים.
>>>און מיט אווערנעס וועלן מיר עס מאכן!!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 11:38 am
דורך חנוך גרינבערגער
דורכאויס מיין שרייב ארבעט איבער נארסיסיזם האב איך אינטערוויואירט פילע היימישע מענטשן, און ס'איז געווען הארצרייסנד צו הערן זייערע געשיכטעס און ליידן, צומאל פון אייגענע עלטערן. דער ארטיקל איז יעצט צום באקומען אינעם מאמענט ביכל וואס איז ארויסגעקומען לכבוד דער 200'סטער פייערונג.

https://drive.google.com/file/d/1IkjWbu ... 2jJ2g/view

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 2:21 pm
דורך רוצה לדעת
איך האב דאס אנגעצייכנט צוויי תגובות צוריק, יעצט אז איך זעה אז איר זענט שולדיג אינעם ארטיקל, וויל איך אייך דא איבערגעבן א ייש"כ. דער ארטיקל איז געווען דער ערשטער וואס האט געעפנט די אויגן פון אונזער משפחה צום נושא, און ב"ה זינט דאן גייט אלעס צום בעסערונג (צווישן די קינדער כמובן).

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 5:35 pm
דורך טשיפקא
אשריך ר' חנוך.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2018 11:23 pm
דורך נפש׳ל
חנוך גרינבערגער האט געשריבן:דורכאויס מיין שרייב ארבעט איבער נארסיסיזם האב איך אינטערוויואירט פילע היימישע מענטשן, און ס'איז געווען הארצרייסנד צו הערן זייערע געשיכטעס און ליידן, צומאל פון אייגענע עלטערן. דער ארטיקל איז יעצט צום באקומען אינעם מאמענט ביכל וואס איז ארויסגעקומען לכבוד דער 200'סטער פייערונג.

https://drive.google.com/file/d/1IkjWbu ... 2jJ2g/view

אפשר איז כדאי אז איר זאלן שרייבן מיט פארזעצונגען געבענדיג די געלעגענהייט פארן ברייטען פאבליק פאר הארות,

שרייבנדיג טראכט זיך מיר אז אפשר קען דאס אפילו זיין א שטיקל סאלאושן, אז די וויקטעמס זאלן האבן ווי זיך צו ווענדן פאר הילף שדכנים,
מער רעאליסטיש איז,אז דער שדכן וואס שטעלט ארויס זיין נאמבער, זאל באקומען קאמישן פונעם מומחה.

מ׳דארף עס בעסער אויסארבעטען, אבער די געדאנק איז דאס

_נפש׳ל

געשריבן: זונטאג אוגוסט 26, 2018 3:12 pm
דורך עס וועט זיין גיט
איינער זאגט מיר אז רפואה העלפ ליין איז אסאך אין וואלף אין אזלעכע שטיבער
אין העלפט ארויס מיט טרעפען די פאסיגע מענטש זיך צי היילען

זיי מאכען אין די טעג א קאנפיין
https://www.dropbox.com/s/zkrhrkxk7lme0 ... 9.mp4?dl=0

שידוכים

געשריבן: זונטאג אוגוסט 26, 2018 9:37 pm
דורך Williamsburg
אוי טאטע איך ווייס אז אלעס איז באשערט
און איך דארף מיר שטארקן מיט אמונה און בטחון
אז דאס ריכטיגע וועט אנקומען און טאקע נישט קיין מינוט פארדעים. און ווען דאס ריכטיגע וועט קומען וועט מען נאר הערן די פאזאטיווע זאכן. און אזוי סאיז געווען א מעשה איך געדענק שוין נישט ביי וועלכע ערליכע איד אבער איז געקומען איינער זיך אפרעדן אז זיין רעכטע שכן האט עים פיינט און וועט געבן שלעכטע אינפארמאציע. האט ער עים געזאגט
אז ווען דאס ריכטיגע וועט קומען וועט מען פרעגן די שכן פון די לינקע זייט.
לענינינו איך גיס מיר אויס דאס הארץ אז נאך אלע יארן פון מיטמאכענישן פון מיין מאמע און וואס זי האט פארקויפט פאר די גאס אז גאר מיין טאטע איז די שלעכטע און א עביוזער מיט כל מיני לגיונות וואס זי האט אלץ פארקויפט אויף איר מאן און קינדער. ליידער האט א שידוך זיך אפגעשטעלט וועגן דעי פאלטשע שמועות אוי טאטע סקאסט אסאך כוחות אדורך צוטראגן
איך בין נישט אינג

עד מתי וועל איך נאך זיין שרוי בצער ...........
און ווי די גמרא זאגט השרוי בלא אשה.............

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 10:19 am
דורך הילולא דצדיקיא
בקרוב ממש וועט מען בעז"ה פרעגן דעם לינקן שכן, ונשמע ונתבשר בשורות טובות במהרה דידן

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 10:23 am
דורך מיאושדיגער
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:איך פיל דיין צער

בקרוב ממש וועט מען בעז"ה פרעגן דעם לינקן שכן, ונשמע ונתבשר בשורות טובות במהרה דידן

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 10:06 pm
דורך נפש׳ל
א איד האט מיר דאס אריין געשיקט,
אויב קען עס איינעם העלפן, דא האט איר
https://drive.google.com/file/d/1c0Gr7w ... sp=sharing

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 10:29 pm
דורך קראך א גוטס
די אויפוואכונג וואס דער אשכול האט גורם געווען איז עד להפליא, עס ווערט איצט געמאכט ערענסטע פארשריט אין קארידארן פון ריזשענעל ביקור חולים ווי זיי גייען מיט א העפטיגן קאמפיין צו מאכן דעם עולם "אווערנעיס" מיט די פאקט אז חולי נפש איז פונקט ווי חולי הגוף און מען זיך גיין אדער לאזן העלפן כה לחי אלע אונזערע חשובע שרייבער און ליינער'ס. ווי אויך דער מאמענט קומט ארויס חודשליך מיט די נפשי אויסגאבע וואס דערמאנט זייער אסאך אינפא. פון די אשכול, זאל השי"ת העלפן אז די גוטע שלוחים און די הייל מיטלען וואס איז היינט דא זאלן אנקומען צו די ליידענדע, וגם די ליידענדע זאלן האבן די כח נישט צו דינייען זייערע ווייטאגליכע פאקטן און זיין גרייט זיך צו לאזן היילן.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 7:29 pm
דורך טשיפקא
נפש׳ל האט געשריבן:א איד האט מיר דאס אריין געשיקט,
אויב קען עס איינעם העלפן, דא האט איר
https://drive.google.com/file/d/1c0Gr7w ... sp=sharing

יישר כוח נפש'ל,
ביטע, אויב איינער קען מאכן א PDF פונעם גאנצן אשכול.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 11:14 pm
דורך fiena nieas
פארוואס איז מען נאר עווער פון בפד און פון נפד איז נישט דא אזא אויפוואכונג איז די פערסענט פון בפד דא מער?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 11:35 pm
דורך הענדימען
fiena nieas האט געשריבן:פארוואס איז מען נאר עווער פון בפד און פון נפד איז נישט דא אזא אויפוואכונג איז די פערסענט פון בפד דא מער?

שוין געווען דערמאנט דא

בפד איז דא אסאך מער

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 11:40 am
דורך נפש׳ל
לויפט לעצטענס אין קול הציבור

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 11:42 am
דורך פעיק ניוז
?

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 2:12 pm
דורך fiena nieas
נפש׳ל האט געשריבן:לויפט לעצטענס אין קול הציבור

ס'איז א סקעם

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 1:16 am
דורך הענדימען
fiena nieas האט געשריבן:
נפש׳ל האט געשריבן:לויפט לעצטענס אין קול הציבור

ס'איז א סקעם

?

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 2:05 am
דורך חושב מחשבות...
fiena nieas האט געשריבן:
נפש׳ל האט געשריבן:לויפט לעצטענס אין קול הציבור

ס'איז א סקעם

וואס הייסט? ער אדווערטייזט לעצטענס יעדע וואך מיט א אנדערע מעשה, קום אריין קלאר...

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 2:59 am
דורך fiena nieas
חושב מחשבות... האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
נפש׳ל האט געשריבן:לויפט לעצטענס אין קול הציבור

ס'איז א סקעם

וואס הייסט? ער אדווערטייזט לעצטענס יעדע וואך מיט א אנדערע מעשה, קום אריין קלאר...

א סקעם במלואו

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 6:55 pm
דורך חושב מחשבות...
fiena nieas האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
נפש׳ל האט געשריבן:לויפט לעצטענס אין קול הציבור

ס'איז א סקעם

וואס הייסט? ער אדווערטייזט לעצטענס יעדע וואך מיט א אנדערע מעשה, קום אריין קלאר...

א סקעם במלואו

זיי מסביר

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 25, 2018 7:21 pm
דורך fiena nieas
.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 11:47 pm
דורך Williamsburg
טייערע חברים סאיז שוין חנוכה תשע"ט ועדיין לא נושעתי
דאגה בלב איש. . . .
זיץ איך אויפן זעלבן פלאץ ווי פאריאר ודמעתי על לחי
בשעתן שרייבן די פאר ווערטער פון הארץ
מעודי געדענק איך נישט קיין שיינע חנוכה
נאר וויינען צער און פיין

אוי עד מתי????????

החותם מתוך צער . . . . . . . א בחור פון 23