פאראויס האט געשריבן:נשמת השכל האט געשריבן:מיכאלבאחת האט געשריבן:און רוב (אויב נישט אלע) פעלער, איז דער פראבלעם: אז דער קרבן ווייסט אפילו נישט אז עפעס איז ראנג, ער פילט שרעקליך, ער ווערט געפייניגט נפשיות'דיג, אבער ער האט עס נישט באמת ארויס - ווייל ער איז זעליש צוקלאפט.
יא! אזוי איז עס ליידער!
און סאיז טאקע רעליוואנט ארויסצוברענגען, אז די אלע וויקטעמ'ס וואס קומען דא ארויף און פארציילן זייערע געשיכטעס זענען ממש א מיעוט, ווייל רוב געליטענע וואלטן דא נישט געשריבן, און דאס מיינט אז די אלע דא זענען פון די אויסדערוועלטע וואס זענען אפן און אווער צו זייערע פילינגס און שווערע דורכגענג!
כה לחי!
און דאס מיינט אז די אלע דא קיינען היילן די ווייטאגן און האבן בעז"ה א בעסערע לעבן פאר זייערע קינדער ווי וואס זיי האבן געהאט.
משא"כ די וואס זענען פארשפארט און פארהאקט אין דינייעל, ציען נעבעך די ראסטיגע קייט ווייטער.
נישט יעדער וואס קען דעם פראבלעם קען היילן, אזוי ווי נישט יעדער וואס איז אפן צו דערציילן אז ער האט חלילה יענע מעשה, און לאזט זיך גיין העלפן, ווערט א דאקטאר דערפון,
נאר וואס יא, די וואס שרייבן דא, זענען שוין ע"פ רוב אריבער דעם פראצעדור פון זיך אליינ'ס היילן, און זיי קענען גוט ארויס האבן די נושא בס"ד, וואס דאס איז די ערשטע און וויכטיגסטע שליסל צו קענען הלעפן אנדערע.