שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

בארואיגט אייך@, הערליך שיין צולייגט ביידע זייטן
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

מיאושדיגער האט געשריבן:בארואיגט אייך@, הערליך שיין צולייגט ביידע זייטן

און מיר ווארטן צו הערן נאך!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
מיכאלבאחת
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 12, 2014 5:46 pm

פשוטע זאכן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכאלבאחת »

צו אונז געליטענע, געדענקסט די דריי וויכטיגסטע יסודות והנהגות זיך ארויסציזעהן פון אונזער מצב:
א- קלאר מאכן אז די ביזט נישט ראנג (דורך עס ארומרעדן מיט געשוויסטער אדער אנדערע געליטענע אדער סתם נאנטע פריינד וואס פארשטיין אן עסק)
ב- אריינבאקן און אריינקריצן אז די קענסט אויף קיין שום פאל נישט פאר-רעכטן דעם קראנקן!!! (אדרבה זאל מיר איינער אבפרעגן)
ג- שטעלן גבולות און גרעניצן פאר דעם רודף - אביוזער, זיי זענען זייער סענסעטיוו, און זיי כאפן זייער שנעל אז דער געליטענער האט געכאפט דעם עסק און פון היינט און ווייטער זיך א צווייטן.

וויכטיגע הוספה:
דאס איז ביי קינדער, אבער ביי מאן/ווייב דאכטסיך אז די מהלך איז אנדערשט, האב ב"ה נישט קיין עקסיפריענס אין דעם הינזיכט.
קשוט עצמך
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 29, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קשוט עצמך »

איי מיכאל! איי מיכאל!
וואספארא נחת איז צו ליינן וואס די טיסט אויף מיט דיינע תלמידים בפרט אין דעיע ענינים...
א נאז ווי א הינט.......
שוין דערמאנט אויבן אז דע חורבן איז נישט נאר פאר זיך אליין ,עס איז ווי אזוי מען קיקט אהן אנדערע אין דער געשוויסטער,,
ווייל אז מען גלייבט דע טאטע/מאמע אויף זיך גלייבט מען עס אויפן געשוויסטער אין עס איז דער זעלבער שווער ארויסרייסן some times...
וויפיל יאר האט זי אינז געפרעדיגט ווי שלעכט דו ביזט רח"ל,עשו הרשע אליין,אין פארשטייט זיך דע חיה דערמאנט אויבן ...
נעבעך א קינד גלייבט א מאמע אין כ"ש אזא מאמע,יעצט זאגסטו ביזט א מחנך???יס קלעפט עפעס נישט ,,,וואס פאר א חורבן...
ויתרוצצו הבנים בקרבה ,, ויאמר אם כן למה זה אנוכי איז ער א צדיק אדער א רשע? האט מען איהר געזאגט סאיז 2 קינדער,,
כאטשיק געווארן קלאר
ביי אינז אבער איז געווען ווען איינער איז אן עשו דאמאלס איז דער אנדערער אן יעקב,גייט נישט אריבער אפאר טעג טוישט זיך עס דער עשו ווערט א יעקב דאמאלס ווערט יעקב א עשו כשזה קם זה נופל ,א צימעניש ...אין פין קינדווייז אהן
בברכת עלה והצלח
Williamsburg
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Williamsburg »

נשמת השכל האט געשריבן:
Williamsburg האט געשריבן:אוי הייליגע טאטע זיסער איך ווייס אז אלעס איז באשערט
אבער ליידער בין איך ביז מיין 21 געווען פארמאכט און צוקוועטשט נישט געהאט קיין חברים נישט געהאט קיין טאג און קיין נאכט. א יעדן טאג ווען איך בין געקומען און ישיבה האב איך מיר ארום געדרייעט פאריתומט
און ווען שוין נישט געהאט קיין כוח פלעג איך מיר אראפלייגן שלאפן אויפן טיש. ווער ספארשטייט נישט דעי יסורים זאל עס קיינמאל נישט פארשטיין
ליידער אפילו כהאב ב"ה א גוטע קאפ און איך בין סוקסעספול און ביזנעס איז מרוב צרות האב איך נישט געהאט דעם קאפ צום לערנען און אזוי זענען אדורך דיפרעסטע טעג און נעכט אוי אוי טאטע איך ווייס היינט נישט פון ווי כהאב געהאט די כוחות עס איבערצולעבן ווען געווען צייטן וואס כהאב שוין כמעט געקענט האלטן ביי א נערוון צאמבראך און נישט געהאט אף אחד צו וועם צו אויסרעדן דאס הארץ
און ווען כהאב איין בין הזמנים באקומען א לא נתקבל
און כהאב שוין גענומען די קוראדזש און האלבוועגס זיך איינגעהאלטן פון וויינען פאר מיין מנהל האט מיר עס גארנישט געהאלפן ליידער פארשטייען זיי נישט צו קיין נפש

אוי אוי טאטע ווען איך וואלט מיר ווען געקענט עפענען און זיך אויסרעדן און נישט האלטן מיין ווייטאג פארמאכט פאר 21 יאר

ממש ממש הוא אשר דברנו!

און דאס אז דו האסט גערעדט צו דיין מנהל איז שוין אויך א גרויסע סטעפ...

די פראבלעם איז אז ער האט בכלל נישט געכאפט אז ער דארף מיר העלפן
ער האט זיך פלעין נישט וויסענדיג געמאכט
כאילו ער לאכט זיך אויס ווייל ישיבה דארף זיין סיסטעם (א מין עקעלהאפטיגע ווארט)
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

קשוט עצמך האט געשריבן:איי מיכאל! איי מיכאל!
וואספארא נחת איז צו ליינן וואס די טיסט אויף מיט דיינע תלמידים בפרט אין דעיע ענינים...
א נאז ווי א הינט.......
שוין דערמאנט אויבן אז דע חורבן איז נישט נאר פאר זיך אליין ,עס איז ווי אזוי מען קיקט אהן אנדערע אין דער געשוויסטער,,
ווייל אז מען גלייבט דע טאטע/מאמע אויף זיך גלייבט מען עס אויפן געשוויסטער אין עס איז דער זעלבער שווער ארויסרייסן some times...
וויפיל יאר האט זי אינז געפרעדיגט ווי שלעכט דו ביזט רח"ל,עשו הרשע אליין,אין פארשטייט זיך דע חיה דערמאנט אויבן ...
נעבעך א קינד גלייבט א מאמע אין כ"ש אזא מאמע,יעצט זאגסטו ביזט א מחנך???יס קלעפט עפעס נישט ,,,וואס פאר א חורבן...
ויתרוצצו הבנים בקרבה ,, ויאמר אם כן למה זה אנוכי איז ער א צדיק אדער א רשע? האט מען איהר געזאגט סאיז 2 קינדער,,
כאטשיק געווארן קלאר
ביי אינז אבער איז געווען ווען איינער איז אן עשו דאמאלס איז דער אנדערער אן יעקב,גייט נישט אריבער אפאר טעג טוישט זיך עס דער עשו ווערט א יעקב דאמאלס ווערט יעקב א עשו כשזה קם זה נופל ,א צימעניש ...אין פין קינדווייז אהן
בברכת עלה והצלח

:lol: :lol: :-( :-(
ביטער געלעכטער...
אזוי גייט עס מיט די חברה נעבעך...
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

Williamsburg האט געשריבן:די פראבלעם איז אז ער האט בכלל נישט געכאפט אז ער דארף מיר העלפן
ער האט זיך פלעין נישט וויסענדיג געמאכט

דאס איז דאך די צרה דא, און גיי זיי עס מסביר פאר די מוחים...
Williamsburg האט געשריבן: ווייל ישיבה דארף זיין סיסטעם

ליידער...
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 3:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
קשוט עצמך
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 29, 2018 10:23 pm

"צוויי מלאכים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קשוט עצמך »

מען זאגט נאך פין איינע פין דע צדיקים(דאכטס זיך מיר ר אהרלע בעלזער)
אז ווער סאיז געראטעוועט געווארן פין קריג זענען 2 מלאכים געשטאנן פין זיין זייט עהם צו ראטעווען ,
(,אנדערש קען נישט זיין אז נאך סכנות יעדער מינוט זאל מען קענען ארויס גיין לעבעדיג)
איך מיין אז ווער סאיז ארויס פין איינע פין דעיע שטיבער אין געבליבן ביים דעת האט געמיזט האבן א הימלישע אויג עהם אפהיטן,אנדערש וואלט מען פין זינען געקענט אראפגיין...
(אסאך לענגער פין אוישוויטץ)
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

נשמת השכל האט געשריבן:
Williamsburg האט געשריבן:ווייל ישיבה דארף זיין סיסטעם

ליידער...

לאמיר נישט פארקריכן

די ישיבות דארפן א סיסטעם

דאס איז אבער נישט קיין שום תירוץ פאר איגנארירן א בחור וואס האט א פראבלעם און קומט זיך בעטן

אויב קען מען אים נישט העלפן אין די ראמען פון ישיבה ליגט נאך אלץ א פליכט אויפן מנהל קער צו נעמען פון דעם בחור. איך האב מיטגעהאלטן גענוג מאל וואס א מנהל האט געשאפט א ישיבה פאר א בחור וואס ער האט געמוזט ארויסווארפן

לא תעמוד על דם רעך איז א דאורייתא
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

ריכטיג הענדימען
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

הענדימען האט געשריבן:די ישיבות דארפן א סיסטעם

האסט אים נישט ריכטיג פארשטאנען... עניוועי.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

ביי די 2 וועלט מלחמה האבן די דייטשן געכאפט סטאלינס זין א סאלדאט Yakov Dzhugashvili די נאציס האבן פארלאנג פאר אויסטויש א דייטשע פעלד מארשאל. סטאלין האט געענטפערט "I will not trade a Marshal for a Lieutenant." ביידוועי סטאלין האט זיך נישט פארטראגן מיט זיינע קינדער
Williamsburg
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Williamsburg »

הענדימען האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
Williamsburg האט געשריבן:ווייל ישיבה דארף זיין סיסטעם

ליידער...

לאמיר נישט פארקריכן

די ישיבות דארפן א סיסטעם

דאס איז אבער נישט קיין שום תירוץ פאר איגנארירן א בחור וואס האט א פראבלעם און קומט זיך בעטן

אויב קען מען אים נישט העלפן אין די ראמען פון ישיבה ליגט נאך אלץ א פליכט אויפן מנהל קער צו נעמען פון דעם בחור. איך האב מיטגעהאלטן גענוג מאל וואס א מנהל האט געשאפט א ישיבה פאר א בחור וואס ער האט געמוזט ארויסווארפן

לא תעמוד על דם רעך איז א דאורייתא

און ארויסווארפן איז כלל וכלל נישט די סולושען
אסאך פון דעי מיינען בכלל נישט קיין שלעכטס
סאיז דא א אינערליכע ווייטאג
וואס אויב איז די מנהל גענוג קלוג עס אויפצוכאפן
קען ער עפענען דעים בחורס הארץ און ער קען רואיג בלייבן דארט און נאך זיין פון די בעסטע בוחרים און ישיבה

על אלה (ישיבה יארן) אני בוכי' ...........
עיני עיני (נישט קענענדיג מיטהאטלן מיט די לימודים)
ירדה מים...........
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

נשמת השכל האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:די ישיבות דארפן א סיסטעם

האסט אים נישט ריכטיג פארשטאנען... עניוועי.

מסתמא טאקע נישט פארשטאנען און אריינגעלערנט פאלש פשט

אבער מיין פוינט איז טאקע ווייל ס'דא וואס פארשטייען נישט און נאכן רעטייערן דעם כיבוד אב ואם שטעקן גייען זיי באלד קומען שרייען אז אונז זעמער א באנדע אויבער חכמים קעגן דעם סיסטעם

לאמיר רעדן תכלית וועגן דעם נייעם ארגאניזאציע
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיפקא »

תכלית,
איך האב אנגעהויבן רעדן צו מנהלים און עסקנים,
מיינע אויגן צום הימל שיתקדש שם שמים,
און א פערזענליכע בקשה אין נאמען פון די געליטענע,
רעדט, רעדט, און רעדט, ווי מער נויז עס וועט זיין אלס בעסער זענען די שאנסן,
אויב איז עס שוין אנעקומען צו ר' שמעון גרין, דארף עס אנקומען צו יעדן אנדערן מחנך, און דאס געשעט נאר דורך רעדן.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
Williamsburg
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

מעשה שהיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Williamsburg »

ג' ראה כו מנחם אב תשע"ח לפ"ק ולמס' 08/07/2018

איך בין אהיימגעקומען נאך א שווערע טאג ארבעט אויסגעהונגערט גיימער ארויס קויפן נאכטמאל צו האבן כוח לעבוד עבודת בוראי
האלטן מיר אינמיטן אפרוימען און ויהי די קראנקע נפש איז דא
און מיט אזא קאנטראלישע טאן פאנגט זי אהן משוגע מאכן רוים אראפ דעיס רוים אראפ יענץ כאילו איך בין שוין פארטיג און איך פלאן נישט צו ענדיגן. וואס א יעדע נארמאלע מענטש מיט אביסל דזשעלי און קאפ פארשטייט אז מען איז נאך נישט פארטיג. און איך נישט קענענדיג פארנעמען דעי אויפירעכטץ בינעך מיר אריין און שטוב און טאקע פארן ענדיגן. און בדרך אגב גייט דעיס שוין אהן יארן פון ווען איך געדענק אז סזאל נישט אדורך גיין א שבת אדער יו"טדיגע סעודה וואס מען זאל זיך נישט דארפן אויפשטעלן פון פלאץ יעדע מינוט ווייל א באטל איז געווארן ליידיג און שרייען מען זאל עס לייגן און גארבידזש. וואס אחוץ המעשה האט עס סייווי קיינמאל נישט אויסגעזעהן ווי א סעודה פון אזויפיל קולות וברקים און מיאוסע אויפירעכטץ. איז פארן ארויסגיין צו מעריב פארשטייצעך באקומט מען נאך א פעקל קולות און זידלינגען און פארדעים ביזטו נאכנישט קיין חתן וכו' וכו'. האבעך נישט געהאט קיין ברירה און איר נעבעך צוריקשרייען אז אויב די פארשטייסט פארוואס איך האב נישט גענדיגט איז גוט אז נישט קען איך דיר נישט העלפן איך וועל מיר נישט לאזן פירן פון דיין קרענק.
און ויהי לפלא אהיימקומענדיג און די גאנצע טאן האט זיך געטוישט. אבער פארשטייטצעך זענדיג אפאר ספרים ליגענדיג אראפגעווארפן פאר כעס אויפן קרקע בבזיון(איך זאג פארשטייצעך ווייל ליידער איז עס א אפטע ערשיינונג זי זאל אראפווארפן ספרים ווי א קליין קינד) קוקט אויס ווי עפעס האט עס געהאלפן

און יעצט צו ענק אלע טייערע מוחים דא. ענק זענען העפליך געלאדנט צו מוחה זיין נו כיבוד אם, מחוצף, .ענק וועלן עס סייווי קיינמאל נישט פארשטיין און ענק זאלן עס נישט פארשטיין
און האטס מיר אלע א גוטע נאכט
לעצט פארראכטן דורך Williamsburg אום מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:11 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

Williamsburg האט געשריבן:ג' ראה כו מנחם אב תשע"ח לפ"ק ולמס' 08/07/2018

איך בין אהיימגעקומען נאך א שווערע טאג ארבעט אויסגעהונגערט גיימער ארויס קויפן נאכטמאל צו האבן כוח לעבוד עבודת בוראי
האלטן מיר אינמיטן אפרוימען און ויהי די קראנקע נפש איז דא
און מיט אזא קאנטראלישע טאן פאנגט זי אהן משוגע מאכן רוים אראפ דעיס רוים אראפ יענץ כאילו איך בין שוין פארטיג און איך פלאן נישט צו ענדיגן. וואס א יעדע נארמאלע מענטש מיט אביסל דזשעלי און קאפ פארשטייט אז מען איז נאך נישט פארטיג. און איך נישט קענענדיג פארנעמען דעי אויפירעכטץ בינעך מיר אריין און שטוב און טאקע פארן ענדיגן. און בדרך אגב גייט דעיס שוין אהן יארן פון ווען איך געדענק אז סזאל נישט אדורך גיין א שבת אדער יו"טדיגע סעודה וואס מען זאל זיך נישט דארפן אויפשטעלן פון פלאץ יעדע מינוט ווייל א באטל איז געווארן ליידיג און שרייען מען זאל עס לייגן און גארבידזש. וואס אחוץ המעשה האט עס סייווי קיינמאל נישט אויסגעזעהן ווי א סעודה פון אזויפיל קולות וברקים און מיאוסע אויפירעכטץ. איז פארן ארויסגיין צו מעריב פארשטייצעך באקומט מען נאך א פעקל קולות און זידלינגען און פארדעים ביזטו נאכנישט קיין חתן וכו' וכו'. האבעך נישט געהאט קיין ברירה און איר נעבעך צוריקשרייען אז אויב די פארשטייסט פארוואס איך האב נישט גענדיגט איז גוט אז נישט קען איך דיר נישט העלפן איך וועל מיר נישט לאזן פירן פון דיין קרענק.
און ויהי לפלא אהיימקומענדיג און די גאנצע טאן האט זיך געטוישט. אבער פארשטייטצעך זענדיג אפאר ספרים ליגענדיג אראפגעווארפן פאר כעס אויפן קרקע בבזיון(איך זאג פארשטייצעך ווייל ליידער איז עס א אפטע ערשיינונג זי זאל אראפווארפן ספרים ווי א קליין קינד) קוקט אויס ווי עפעס האט עס געהאלפן

און יעצט צו ענק אלע טייערע מוחים דא. ענק זענען העפליך געלאדנט צו מוחה זיין נו כיבוד אם, מחוצף, .ענק וועלן עס סייווי קיינמאל נישט פארשטיין און ענק זאלן עס נישט פארשטיין
און האטס מיר אלע א גוטע נאכט

איך קען נישט פארשטייען דיין צער אבער איך וועל מתפלל זיין פאר דיר. געדענק עס וועלן נאך קומען אזעלכע גוטע צייטן
שויתי ה' לנגדי תמיד
סתם
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם »

בבל האט געשריבן:ביי די 2 וועלט מלחמה האבן די דייטשן געכאפט סטאלינס זין א סאלדאט Yakov Dzhugashvili די נאציס האבן פארלאנג פאר אויסטויש א דייטשע פעלד מארשאל. סטאלין האט געענטפערט "I will not trade a Marshal for a Lieutenant." ביידוועי סטאלין האט זיך נישט פארטראגן מיט זיינע קינדער


און אין רוסלאנד איז ער געווען א העלד דערפאר להבדיל אלף אלפי אלפים עקידה
דער טראקער
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm
לאקאציע: קוטשא קוטשא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער טראקער »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:איז אזוי:
איך וועל נעמען די מי צו צי נעמען אביסל די אשכול מיט די 2 צדידים דא.
איין צד זענען די כיבוד אב ואם פארטרעיטער'ס.
אין די אנדערע זייט זענען די מיטגעמאכטע וויקטעמ'ס.
די מיטגעמאכטע האבן אראפ געברענגט האר אופשטעלנע מעשה ווי זיי זענען ממש געדעמיטש געווארן פון די אביוז וואס זיי זענען דורך.
אין אפאר איידעלע ניקים זענען אריין געקומען מיט א שיינע ווייסע ליילעך איבער די אביוז וואס היינטיגע קינדער האבן אונגעמאכט קעגן זייערע אייגענע עלטערן אזש אז סע זעט אויס ווי מע האלט אינמיטן אוסרייסן די גאנצע תורה כיבוד אב ח"ו.
איך פארשטיי ב"ה זייער שטארק די פאר ניקים וואס בלאזן א געוואלד פון זיך איבער די נושא פון מכבד זיין עלטערן, ב"ה זעט אויס ווי זיי זענען אופגעוואקסן אין א עכטע גוטע סביבה אלע יארן, מיט נאר 5 געשוויסטער ארום זיך, אין א שיינע רואיגע טאטע אין מאמע, גוטע קעפ האבן זיי אלץ געהאט, גוטע חברותה אין ישיבה זענען זיי געווען די ערשטע אין די ליסט צו האבן, געלד האט נישט געפעלט, אין א שיינע חתונה האבן זיי געהאט, מיט א געוואלד פון פריוואטע אנטעשן האבן זיי באקומען, אין באקומען נאך אלץ, אין זיי קענען נישט דערלאדן אין נישט סובל זיין ווי מע שטעכט דא אזוי קעגן אזאנעכע גוטע טאטע'ס אין מאמע'ס, אין דא האבן זיי אונגעמאכט די גאנצע סאמאטוכע וואס ציט שוין באלד 43 פעידזש.
(א קליינע געדאנק וואס איך טראכט יעצט: די זעלבע ניקים זענען געווען די ערשטע צו סופארטן די בריוו פון לכתחילה אריבער, די ערשטע ארויס גיין קעגן אליעזר קרויס, אין די זעלבע צו אונדרייען די מנהלים צו מעקן...)
#איך פארשטיי ענק.
אבער די אנדערע זייט, דרייען זיך דא מער ווי א מנין פרישע ניקים, וואס האבן זיך געפענט נאר ארויס צו קומען מיט די אמת וואס זיי האבן מיטגעמאכט, מער ווי א דאזן פארשטענליכע געלונגענע שרייבער'ס האבן אוועק געגעבן שעות פאר די טעמע, איבער א טוץ האר אופשטעלנע מעשות זענען געשריבן געווארן פון וויקטעמ'ס, צענדליגע פריוואטע אישי זענען געשיקט געווארן, פי די עף וואקסן ווי שוועמליך נאך א רעגן, גרויסע רעדנער'ס דערמאנען דאס צו זייער איבער טויזנטער'ס פאלעוואר'ס, דאס אשכול איז אופן פראנט ליין איבער א חודש, בקיצור סע פארט אויף רעדער ביידע זייטן, זע איך אז סע איז א אמת דעבאטע וואס דארף גרינטליך גענימען ווערן אינטער פראפעסאנאילע אופזיכט.
אבער איך וויל נאר א קליינע געדאנק אוסשמיסן וואס דאס באדערט מיר זייער שטארק.
ווי קען זיין דאס אז די אויבן דערמאנטע ערשטע זייט פון די מטבע די מיט דע פרישע קריספי עלטערן זאלן אזוי אוועק מאכן די טייערע וויקטעם ניקים, מיט אזאנעכע פערזינדליכע אטאקע'ס ווי כאילו זיי פירן אוועק אידישקייט צו א לינקע פראסטע אידעלאגיע, אין זיי זענען שילדיג אז כיבוד אב ווערט א זלזול.
דאס איז א ערנסטע פארברעך אין מיינע אויגן, און אין די אויגן פון אסאך אנדערע ערנסטע ליינער'ס אין שרייבער'ס.
עטץ דארפט דאנקן די הייליגע באשעפער וואס האט ענק געגעבן די זכיה צו ווערן אופגעצויגן מיט געזינטע עלטערן וואס איבער 70 פארסענט כלל ישראל האט נישט באקימען די פרעוועליגע!
עטץ ווייסט ווי א וויקטעם האט אלץ מיטגעמאכט?
די אלע שרייבן דא איז נאר א טיפה מן הים וואס די עכטע שרייבן דארף צו זיין, עטץ ווייסט וויפל מאל א וויקטעם זאגט ארויס זאכן פון מאל וואס די האר שטעלט זיך אויף ווען מע הארט דאס?
עד כאן.
צו די חושבע כיבוד אב ואם פאלשע מוחים וואס האלטן אינמיטן טרעיטן אויף 70 פארסענט כלל ישראל, האב איך איין ווארט צו ענדיגן די מעמד "אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו, ואל תגיע".

שטארק מתוך שטארק אין שטערקער ווי שטארק דיינע ווערטער!!!
קוטשא קוטשא איז מיין היים לאנד, אין דמעשק סיריע איז מיין אופשטאם
סערווייווער
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 6:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סערווייווער »

..
לעצט פארראכטן דורך סערווייווער אום מיטוואך אוגוסט 08, 2018 2:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

מיכאלבאחת האט געשריבן:אלץ א געליטענער, און א מחנך, האב איך ב"ה א נאז פון א הונט צו דערשמעקן ווער עס ווערט אביוזד אינדערהיים (אזוי ווי דערמאנט אויבן).

און רוב (אויב נישט אלע) פעלער, איז דער פראבלעם: אז דער קרבן ווייסט אפילו נישט אז עפעס איז ראנג, ער פילט שרעקליך, ער ווערט געפייניגט נפשיות'דיג, אבער ער האט עס נישט באמת ארויס - ווייל ער איז זעליש צוקלאפט.
דער מחנך דארף טון דריי מעיא"ר סטעפ"ס: א- אויפווייזן קלאר אז עס איז דא א פראבלעם! ב- ווייזן ליבשאפט און אים בארעכטיגן אויף די קלארסטע אופן (און אסאך מאל דארף מען קלאר מגנה זיין די עלטערן אויף א אופן שאינו משתמע לתרי אנפי); ג- גיבן האפענונג דורך אדוויי"ז.
פון מיין עקספיריענ"ס איז די ערשטע סטע"פ די שווערסטע, ווייל די קרבנות זענען אזוי צוקלאפט, און האלטן אז זיי זענען גארנישט מיט נישט, זיי האבן נישט קיין זכות קיום, זיי זענען שלעכט און פארדארבן.
עס איז אזאך וואס קען נעמען אסאך צייט, און מ'דארף צו גיין מיט גרויס חכמה, ווייל אויב מ'גייט צו שנעל - קען מען אים דערלייגן.

עכ"פ, איך האב א תלמיד זייט ר"ח חשון, וואס כ'האב געשמעקט אז עס איז צרות, ער האט מיר ערשט לעצטע וואך (חצי אב - 9.5 חודשים) מצליח געווען ארויסצוברענגן אביסל אויף זיין מויל די עמאציאנאלע אביוז וואס ער ליידט (נישטא קיין טרוקענע פאקטן, עס איז פשוט די היטלערישע באנעמונג "ווער ס'פארשטייט נישט - פארשטייט נישט" מיר רעדן סייווי נאר צו די מענטשן וואס זענען דאס דורך).
איך האב אים געלאזט רעדן, און ממשיך געווען מיט סטעפ ב-, צוזאגן אים אז מ'וועט קעיר נעמען מיט סטעפ ג-
היינט איז ער געקומען צו מיר פרעגן וואס וועט זיין מיט סטעפ ג- און ווען איך האב באשטומט מיט אים א צייט ווען מיר גייען בקרוב דיסקאסען די אדווייז, האט זיין פנים אויפגעלאכטן מאפילה לאור גדול וכו' אוי רבש"ע האב רחמנות אויף די לעכטיגע אידישע געפיינגטע נשמות וואס ווערן געהאלטן אין די טונקעלקייט!!!
היינט צו טאג איז דער בחור פארמאכט, צובראכן, נישט פאנקציונאל, לערנט נישט, האלט נישט מיט, שפילט נישט, ווערט פאר-האנקעט מיט אלע בחורים.
עס איז מיר ברור כשמש, אז ווען ער וועט ארויסגיין פון די מצוקה - וועט זיך אלעס טוישן בעז"ה, אמן כיה"ר

שוין, פארשטיי איך נישט אלעס
עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ, דיין גאטס צו אויפברענגען האקעלע ענינים מיט קינדער (נמחק ונתקן)
אפשר זענען די סימפטאמען וואס דו זעסט, מעגליך סימפטאמען פון אנדערע זאכן (ווי לדוגמא אן אפטע ערשיינונג אז מ'ווערט פארשאטענט פון א געלונגענעם יונגערן ברודער, און די עלטערן און מחנכים זענען נישט געווען סענסיטיוו צו דעם במשך די יארן)
עס דערמאנט מיר א זיסע מעשה וואס איך האב בייגעוואוינט נישט לאנג צוריק, ווען א ידיד מיינער האט געשפירט ווייטאגן, און האבנדיג געשוויסטער מיט ענליכע ווייטאגן וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אפפענדיקס, האט ער גלייך געטראכט אז יעצט איז זיין רייע צו האבן אפפענדיקס, איבערשמועסנדיג זיך מיט אן וועטעראן הצלה וואלונטיר, זאגט אים דער הצלה וואלונטיר, לויט אלעס ארום און ארום שיינט עס מיר צו זיין בלויז דיהיידירעישאן, אבער מיין ידיד איז עפס נישט געווארן קאנווינסד, למעשה נאך נעמען טעסטס, האט זיך ארויסגעשטעלט טאקע אז דער וואלונטיר איז געווען גערעכט..
ווייל והוא פשוט אז כדי צו געבן א ריכטיגע דיאגנאז מוז מען האבן א שטארקע וויסנשאפט אין אלע מעגליכקייטן (גראדע אין פאריגע נפשי האבן זיי א מעשה פון העסקן הידוע ר' אבי מענדלאוויטש איבער דעם, ווי עס איז פארמיטן געווארן אין די לעצטע מינוט א טעות'דיגע דיאגנאז, וואס וואלט זיך געקנט ענדיגן גאר ביטער)
לעצט פארראכטן דורך אין כל חדש אום מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קוטיג
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוטיג »

טשיפקא האט געשריבן:תכלית,
איך האב אנגעהויבן רעדן צו מנהלים און עסקנים,
מיינע אויגן צום הימל שיתקדש שם שמים,
און א פערזענליכע בקשה אין נאמען פון די געליטענע,
רעדט, רעדט, און רעדט, ווי מער נויז עס וועט זיין אלס בעסער זענען די שאנסן,
אויב איז עס שוין אנעקומען צו ר' שמעון גרין, דארף עס אנקומען צו יעדן אנדערן מחנך, און דאס געשעט נאר דורך רעדן.

ר' שמעון גרין איז נישט געוואר געווארען פון גארנישט יעצט, ער איז מטפל מיט די זאכען טאג טעגליך, און האט בעיקר גערעדט פון שלום בית...
וי מ'רעדט דא, איז גאר דע עיקר ווייטאג און צאמגעליטענע, פון קינדער פון א טאטע אדער מאמע, וואס האבן די קרענק ל"ע,
וואס אויף דעם פארשטייט זיך - אז דער קינד אליין קען זיך נישט העלפן - דארף מען האבן עסקנים וואס זאלן טוהן דערויף, און אנהייבן מטפל זיין...
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

קוטיג האט געשריבן:ר' שמעון גרין ... האט בעיקר גערעדט פון שלום בית...
וי מ'רעדט דא, איז גאר דע עיקר ווייטאג און צאמגעליטענע, פון קינדער פון א טאטע אדער מאמע, וואס האבן די קרענק ל"ע,
וואס אויף דעם פארשטייט זיך - אז דער קינד אליין קען זיך נישט העלפן - דארף מען האבן עסקנים וואס זאלן טוהן דערויף, און אנהייבן מטפל זיין...


בכלל האט ער זייער אכטונג געגעבן וויאזוי ער בארירט די נושא - ודי
אבער האט אויך אריינגעווארפן די נושא פון עלטערן/קינדער
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”