שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

ער איז חתונה געהאט, וואס ווילסטי הערען?
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

איי איז געוועזן צייטן דא אמאל....
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
אויף געבלאזן
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 8:58 pm

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויף געבלאזן »

נשמת השכל האט געשריבן:איי איז געוועזן צייטן דא אמאל....

אויב ווילסטו עפעס זאגען קענסטו
שכח פאר אלעם ביז אהער דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

אויף געבלאזן האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:איי איז געוועזן צייטן דא אמאל....

אויב ווילסטו עפעס זאגען קענסטו

פארוואס דארפן מיר זיך איבעראל טרעפן....?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

נשמת השכל האט געשריבן:
אויף געבלאזן האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:איי איז געוועזן צייטן דא אמאל....

אויב ווילסטו עפעס זאגען קענסטו

פארוואס דארפן מיר זיך איבעראל טרעפן....?

כדי דער קומענדיגער דור זאל קענען זאגן "איי איז געוועזן צייטן דא אמאל...."
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יא יא, די קומענדיגע דור וועט ווייטער פירן דעם אשכול...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

פעיק נוז האט געשריבן:יא יא, די קומענדיגע דור וועט ווייטער פירן דעם אשכול...

האסט פארגעסן צו ציענדיגן היל"ת
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פעיק נוז האט געשריבן:יא יא, די קומענדיגע דור וועט ווייטער פירן דעם אשכול...

יא יא... ווער ווייסט... נעבעך נעבעך!!
שוין גארנישט קיין וויץ.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נשמת השכל האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:יא יא, די קומענדיגע דור וועט ווייטער פירן דעם אשכול...

יא יא... ווער ווייסט... נעבעך נעבעך!!
שוין גארנישט קיין וויץ.

מ'דארף טון וואס מ'קען בעזרת השי"ת צו ראטעווען יודישע קינדער. ווי מער מ'פארשפרייט ליטעראטור בנוגע דעם נושא, אדער דרשות וכו' אלץ מער ראטעוועט מען. והשם הטוב יעזור.
משיבת נפש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 10:19 pm

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיבת נפש »

Williamsburg
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Williamsburg »

נשמת השכל האט געשריבן:וואסי נייעס??

ב"ה פיין סאיז גוט צו לעבן
אוועטאר
באשעפעניש
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 5:18 am

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשעפעניש »

א מין פאני אשקול דא, וואס ווען מען ליינט דאס ווערט עפעס די פנים נאס, און די נאז רינט,
משיבת נפש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 10:19 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיבת נפש »

נשמת השכל האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:מיר האבן צוטיילט דעם pdf אין 2, איינס איז די חלק פון די פאקטן און איבערלעבענישן פון די וויקטעמס וכיוצא בזה, און די 2'טע איז די חלק האינפארמעישאן פון די קרענק גופא וכיוצא בזה.

די חלק הפאקטן וכיוצא בזה.
https://drive.google.com/file/d/14n0F6Z ... sp=sharing


די חלק האינפארמאציע וכיוצא בזה.
https://drive.google.com/file/d/1VtFni6 ... sp=sharing


אפשר קענסטו איבערלייגען
די לינקס ארבעטן נישט
קנקן מלא
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן מלא »

וואס עפעס? האט געשריבן:מרדכי וויינבערגער האט אן אינטערסאנטע געשיכטע אויף זיין וועכענטליכע פראגראם אויף זיין האטליין איבער קינדער וואס האבן אפגעהאקט מיט bod עלטערן פאר א וויילע און איבער די פולע טעלעפון קאלס וואס רבנים זענען געווען דערגעגען

אינטערסאנט אויסצוהערן


ווייסט איינער פון א טעראפיסט מיט/אדער א רב, וואס האבן עקספיריענ׳ס צו האנדלן א מצב ווי די קינדער דארפן שטעלן איינע פון די בי-פי-די עלטערן אויפן פלאץ??

אויב ווייסט איר ביטע לאזט וויסן, ולמצוה גדולה יחשב!
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

זוך ענדערש א טעראפיסט וואס האט עקספיריענס אין העלפן די קינדער מיט חיזוק, ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט'ן מציאות און ווי אזוי צו טראכטן. די קינדער'ס דזשאב איז נישט צו "שטעלן עלטערן אויפ'ן פלאץ".
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אן א נאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:30 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן א נאמען »

חוח בין השושנים האט געשריבן:זעענדיג היינט אז די אשכול איז ארויף אויפן אויבער פלאך האב איך געפרעגט מיין חברותא אויב ער לאזט מיר מפרסם זיין א אימעיל וואס ער האט מיר געשיקט א פאר יאר צוריק לתועלת.
ער האט מיר געהייסן צענזורירן געוויסע פאקטן, בשעת'ן געבן רשות מפרסם צו זיין די איבעריגע.
זאגט ער אזוי.

וויפיל אומגעהויערע הארץ עסענישן וואלט איך זיך געשפארט, און וויפיל נעכט וואלט מיין קישן געבליבן טרוקן, ווען איינער רוימט מיר אריין אין אויער, אלס קינד אדער אלס יונג בחור'ל, די שוידערליכע ווערטער: 'דיין טאטע איז א קראנקער נפש! ער איז נישט מיט-אלעמען!' טאקע די סאמע שרעקליכע ווערטער פאר א געזונט קינד צו הערן, אבער נישט ביי מיר... אויב וואלט איך יענעם געטרויעט, וואלט דאס געווען מוזיק אין מיינע אויערן און דער ווירקזאמסטער בארואיגונגס-פיל.
איך וואלט דורכדעם געוואויר געווארן אסאך א וויכטיגערע זאך: אז איך בין נארמאל! איך בין נישט דער שלעכטער יונגל וואס פארשעמט די משפחה.
וויי צו מיינע יונגע יארן ווען כ'האב פון בעסערס נישט געוואוסט...

אין חדר בין איך געווען וואויל, הארציג און ריין. ממש א נשמה פון א קינד. זיך צוגעשטעלט צו אלעס, און פרובירט צו זען סוקסעס. אבער ס'איז קיינמאל נישט געווען גענוג פאר מיין טאטע. ער האט געפאדערט אן אויפהער מיט טיראניע כ'זאל זיין דער רשכבה"ג. אויב האב איך אהיימגעברענגט א 98% אויף א בחינה, האב איך באקומען א שארפער פסק, פאר א 90% איז געגאנגען מערדערליכע שלעק, צי איז עס געווען מיט אייזערנע הענגערס, צי מיט א פאסיק. ס'האט זיך קיינמאל נישט גערעדט פון צוויי-דריי פעטש, די נומערן זענען שטענדיג געלאפן פון צוואנציג און ארויף (איך פלעג נאר ציילן ווען מיינע ברידער האבן געכאפט), ער האט געשמיסן עד כלות כוחו.
זייענדיג א נייגעריגער פון נאטור, האב איך געדורשט נאך ליינען. כ'האב געלעזט מכל הבא ליד, מעשה ביכלעך און אויסגאבעס. איך פלעג אבער איבערגעריסן ווערן כסדר מיט אויסברוכן: 'ווילאנג ליינסטו שוין?' 'ווען זעצסטו זיך שוין לערנען?' 'וואס וועט אויסוואקסן פון דיר?' אבער נישט סתם געפרעגט, נאר געהירזשעט, געשריגן, אויסגעשאלטערט די לעקטער, פארהאקט טירן. כ'פלעג ממש מוזן ארויסנעמען א גמרא און זיך זעצן לערנען א שעה-צוויי צו שטילן זיין דורשט... און דווקא הויך אויפן קול, ווייל אויב איז עס שטיל 'איז דאך עס יענס לערנען'. דאס איז געווען כמעט די טאג-טעגליכע נארמע.

אהיימקומענדיג נאך א לאנגען טאג אין חדר, פלעג איך זיך אריינכאפן שטילערהייט און זיך צוהערן צי עס איז 'סעיף' אריינצוקומען. אויב האט זיך די מאמע נעבעך פארזינדיגט, איז די לופט אין שטוב געווען א קאך-קעסל, די פולווער האט געהאלטן אינמיטן עקספלאדירן. אין אזא פאל האב איך פרובירט נישט צו ציען אויפמערקזאמקייט, איך בין שטילערהייט אריין אין מיין צימער, אומבאמערקבאר, און געווארט בדאבון נפש עד יעבור זעם.
עס האט מיר נישט צוגעגעבן קיין שטיק געזונט, הערנדיג ווי מיין מאמע כליפעט און וויינט פון צער. שלעק האט זי נישט געכאפט (ווילאנג איך האב דאס נישט געזען, לוינט זיך מיר אזוי אנצונעמען...), אבער די דערנידערונגען זענען געווען אין לשער.

עס איז כמעט נישט אריבער א משפחה צוזאמקום אדער שמחה (קלענערע שמחות, ביי די גרעסערע שמחות האט ער ביהעיווט) וואס איז אריבער 'גלאטיג'. ער פלעגט כמעט אייביג זיך מוזן בייזערן אויף איינעם און דער גאנצער זאל האט עס געדארפט מיטהאלטן. באנומענע צעקות האט ער געמאכט אויף זיינע אלטע עלטערן, אויף זיינע געשוויסטער, שוואגערס און שוועגערינס.
אוי פלעגן אונז זיך אלע איינזונקען פאר בושות.

אוי די זיסע ישיבה יארן...
נאכן סטראגלען אין שיעור א' פון ישיבה קטנה מיט 'הבנה' אישוס (יארן שפעטער בין איך געוואויר געווארן אז מיין פראבלעם איז פשוט געווען אומזיכערקייט און ענדלאזע פחד), האב איך ב"ה געהאט אין שיעור ב' א פארשטאנדיגער מגי"ש, וועלכער האט מיר שטארק אויפגעבויעט. איך בין אהיימקומען אין אן ערב שבת מלא שמחה און דערציילט ווי שטארק מיין מגי"ש האט הנאה געהאט פון מיר ביים פארהער.
'יא? לאמיר זען ווי גוט דו האסט געקענט?'
הייבט זיך יעצט אן א צווייטע פארהער. אבער נישט געפערליך, כ'בין גרייט. כ'קען דאך גוט די סוגיא. דא איז עס אבער געווארן פארפלאנטערט. ער איז נישט געלעגן אין די סוגיא, און האט ערווארטעט פון מיר, א 14 יעריג בחור'ל, איך זאל אים מסביר זיין די סוגיא 'נאך בעסער ווי דיין מגיד שיעור, ווייל איך האב זיך נישט פארגעקוקט'.
כ'געדענק נאך ווי היינט, וואספארא מייסטערהאפטיגער 'שיעור' כ'האב דעמאלט געגעבן פאר מיין טאטן. שיין אראפגעלייגט, כ'האב ממש געשטראלט. אבער די אטאקירנדע שאלות און צימבלערייען האבן זיך ערגעצוואו אנגעהויבן, און איך האב אויף אלעם געענטפערט מיט א גאנץ קלארע הסברה. ביסלעכווייז, נאכן ווערן אויסגעפארשט אויף א קרייץ-פארהער, האב איך אנגעהויבן שטאמלען. ס'איז אים ב"ה געלונגען.

ס'האט געדויערט א שטיקל צייט ביז ער האט איינגעזען אז דער בחור'ל קען עס נישט 'צונעמען' פאר א מתחיל ווי עס דארף צו זיין, און דארט האבן זיך אנגעהויבן די געשרייערייען, דערנידערונגען און סטראשונקעס. ס'איז געווען א פחד. אוי האב איך געהאט יענס שבת. נאר געהערט קריטיק וועגן מיין 'שלעכטער נאמען' וואס כ'גיי האבן און פארשטייט זיך די 'בזיונות' וואס די גאנצע משפחה וועט ליידן צוליב מיר.
כ'בין געווארן צוקלאפט, צובראכן און דעמאראליזירט. כ'האב געוויינט יענע פרייטאג צונאכטס ביז פארטאגס, און אודיע צערי – כ'האב אים דעמאלט געשאלטן ער זאל שטארבן נאך יענע נאכט! ערשט צופרי האב איך חרטה געהאט אויף מיין שלעכטע טהאט.
דאס איז געווען די ערשטע מאל אין שיעור ב' וואס כ'בין פארהערט געווארן, און פון דעמאלט איז יעדע פרייטאג צונאכטס געווארן מיין אפיציעלע טרויער-נאכט, ווען כ'בין פארהערט געווארן, און צום וויפילטן מאל 'אויפגעוויזן' געווארן אז כ'קען נישט לערנען.
אוי, ווען איך ווייס אז דער מענטש איז א חולה מסוכן, ער איז נישט ביים דעת, זיינע ווערטער זענען שלא על פי המציאות – אוי וואלטן זאכן זיך געקייקלט אנדערש ביי מיר.

נאך ווען איך בין געווען אין שיעור א' איז געלונגען פאר מיין טאטן איינצופירן, אז שבת נאכמיטאג נאכן סעודה זאל איך גיין גראד אין בית המדרש לערנען ביז מנחה (מ'רעדט פון א זעקס-זיבן שעה אין די לאנגע זומערדיגע שבתים...), מיטן אויסרייד: 'א בחור'ל דארף נישט שלאפן שבת נאכמיטאג, האסטו דען געארבעט שווער אין דיין דזשאב א גאנצע וואך?!'. כ'בין ארויס יעדע וואך פון שטוב גלייך נאכן בענטשן און 'געלערנט' אין שול ביז מנחה. כ'האב געוואוסט אז אין די ערשטע דריי שעה בין איך פארזיכערט אז ער שלאפט פיין, ממילא מוז איך נישט לערנען, כ'קען כאפן א דרימל אויפן טיש, אבער נאכדעם איז ער עלול אריינצואוואנדערן אין שול צו 'שעפן נחת' פון זיין תכשיט'ל (לייען: אים אנשרייען שפעטער אינדערהיים פארוואס ער האט נישט געלערנט גענוג הויך אויפן קול).

איך האלט שוין היינט נאך לאנגע יארן וואס כ'בין ארויס פון שטוב. זייער אסאך יארן. כ'בין שוין יארן א סוקסעספולער מגי"ש. ב"ה כ'האב א גוטן קעפל, און כ'הייס צו זיין א שיינער תלמיד חכם.
קיינעם פאלט נישט ביי, אז איך לערן נאר פאר 'הלכה' פאר א סיבה: כ'קען ביז היינט נישט עפענען א גמרא, מער ווי אויף נאכצוקוקן עפעס אדער לערנען אביסל אגדתא (אויסער אפשר מיט אן ארטסקרול גמרא). די האסליכע קראנקע ווערטער וואס כ'האב געהערט יעדע וואך ביים 'פארהער' האבן מיר (פערמאנענט?) איבערצייגט אז די גמרא איז נישט פאר מיר, און אז איך וועל קיינמאל נישט מסוגל זיין מסביר צו זיין א שטיקעלע גמרא כדבעי.

דאס אז זיינע ווערטער זענען געווען לעכערליך, איז ברור כשמש, אבער כ'בין עס געוואויר געווארן צי שפעט. לאנג נאך מיין חתונה, ווען מיין פרוי האט אים דיאגנאזירט... זי האט געכאפט וואס דא גייט פאר, און מיר אנגעהויבן אויפבויען.
ליידער אבער האב איך זיך מיט די גמרא קיינמאל נאכנישט איבערגעבעטן. קיינער ארום מיר ווייסט נישט דערפון, אבער איך לייד שרעקליך דערפון. יעדעס מאל ווען איך עפן א גמרא, קומט מיר ארויף א מין בלאקעדזש וואס כ'קען נישט ערקלערן. כ'קען אויס'חשבונ'ען קאמפליצירטע חשבונות, און מחלק זיין די שיטות להלכה, אראפלייגן א שיעור הפלא'דיג מיט א זיסע הסברה, אבער אלעס ביז א שטיקעלע גמרא. ווען כ'פארהער מיינע קינדער, שטעל איך אן א שפיל ווי איך בין אין די סוגיא, און מ'שטופט עס דורך. אבער פאר מיר אליין שעם איך זיך.
המקום ימלא חסרוני.

Just saw this, crazy story
אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

יאפ. ס'רייסט ביים הארץ צו זעהן וואס אידישע קינדער גייען דורך

דארף מען האלטן די אויגן אפן. געווענליך קען מען גארנישט טוהן חוץ בעטן אבער צומאל קען מען ראטעווען א נשמה
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

נישט פשוט!

המקום ירחם על כל החולים וקרבנותיהם.

-------------

ווער האט גענומען די מיה אראפצושיילן די דיקע שיכטן שטויב פון דיזן אשכול...?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
קנקן מלא
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן מלא »

קנקן מלא האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:מרדכי וויינבערגער האט אן אינטערסאנטע געשיכטע אויף זיין וועכענטליכע פראגראם אויף זיין האטליין איבער קינדער וואס האבן אפגעהאקט מיט bod עלטערן פאר א וויילע און איבער די פולע טעלעפון קאלס וואס רבנים זענען געווען דערגעגען

אינטערסאנט אויסצוהערן


ווייסט איינער פון א טעראפיסט מיט/אדער א רב, וואס האבן עקספיריענ׳ס צו האנדלן א מצב ווי די קינדער דארפן שטעלן איינע פון די בי-פי-די עלטערן אויפן פלאץ??

אויב ווייסט איר ביטע לאזט וויסן, ולמצוה גדולה יחשב!


מיאושדיגער האט געשריבן:זוך ענדערש א טעראפיסט וואס האט עקספיריענס אין העלפן די קינדער מיט חיזוק, ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט'ן מציאות און ווי אזוי צו טראכטן. די קינדער'ס דזשאב איז נישט צו "שטעלן עלטערן אויפ'ן פלאץ".

איך גיב דיר גערעכט, אבער דאס איז בדרך כלל.

דא אין דעם פאל איז אנדערש, און לאמיכעס טאקע אויסשמועסן... ס׳רוב קינדער זענען שוין חתונה געהאט און זיי זענען פיין מסודר ב״ה, וואס ס׳גייט נאר יעצט פאר איז אז ס׳דא א קינד אין שטוב וואס ס׳פארלאנגט זיך טיפול מיוחד (כ׳קעניש אריינגיין אין פרטים כמובן) און דער וועג וויזוי איינע פון די עלטערן גייט צו דערצו קען זיך גרעניצן מיט סכנת נפש(ות) ממש!

אלע וואס זענען אינוואלווד - קינדער, עסקנים, וכו׳ - האלטן קלאר אז דעי צוגאנג פונעם בי.פי.די איז א סכנה... און ס׳נאר די קינדער וואס קענען אויף איין מאל אפמאכן צו צווינגען דעם בי.פי.די איינצוזעין דעם אמת.

דעריבער בעט איך נאכאמאל, ס׳איז זייער דרינגענד - פיקוח נפש! ווער ס׳ווייסט ווי מ׳קען זיך ווענדן פאר גיידענ׳ס ביטע לאז וויסן. וכל המקיים נפש אחת וכו׳
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!
אן א נאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:30 am

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן א נאמען »

נשמת השכל האט געשריבן:נישט פשוט!

המקום ירחם על כל החולים וקרבנותיהם.

-------------

ווער האט גענומען די מיה אראפצושיילן די דיקע שיכטן שטויב פון דיזן אשכול...?

גוט געפרעגט, סוואלט ווען געדארפט זיין מער אקטיוו, כהאף סנישט ווייל we put it under the rug
אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

קנקן מלא האט געשריבן:
קנקן מלא האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:מרדכי וויינבערגער האט אן אינטערסאנטע געשיכטע אויף זיין וועכענטליכע פראגראם אויף זיין האטליין איבער קינדער וואס האבן אפגעהאקט מיט bod עלטערן פאר א וויילע און איבער די פולע טעלעפון קאלס וואס רבנים זענען געווען דערגעגען

אינטערסאנט אויסצוהערן


ווייסט איינער פון א טעראפיסט מיט/אדער א רב, וואס האבן עקספיריענ׳ס צו האנדלן א מצב ווי די קינדער דארפן שטעלן איינע פון די בי-פי-די עלטערן אויפן פלאץ??

אויב ווייסט איר ביטע לאזט וויסן, ולמצוה גדולה יחשב!


מיאושדיגער האט געשריבן:זוך ענדערש א טעראפיסט וואס האט עקספיריענס אין העלפן די קינדער מיט חיזוק, ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט'ן מציאות און ווי אזוי צו טראכטן. די קינדער'ס דזשאב איז נישט צו "שטעלן עלטערן אויפ'ן פלאץ".

איך גיב דיר גערעכט, אבער דאס איז בדרך כלל.

דא אין דעם פאל איז אנדערש, און לאמיכעס טאקע אויסשמועסן... ס׳רוב קינדער זענען שוין חתונה געהאט און זיי זענען פיין מסודר ב״ה, וואס ס׳גייט נאר יעצט פאר איז אז ס׳דא א קינד אין שטוב וואס ס׳פארלאנגט זיך טיפול מיוחד (כ׳קעניש אריינגיין אין פרטים כמובן) און דער וועג וויזוי איינע פון די עלטערן גייט צו דערצו קען זיך גרעניצן מיט סכנת נפש(ות) ממש!

אלע וואס זענען אינוואלווד - קינדער, עסקנים, וכו׳ - האלטן קלאר אז דעי צוגאנג פונעם בי.פי.די איז א סכנה... און ס׳נאר די קינדער וואס קענען אויף איין מאל אפמאכן צו צווינגען דעם בי.פי.די איינצוזעין דעם אמת.

דעריבער בעט איך נאכאמאל, ס׳איז זייער דרינגענד - פיקוח נפש! ווער ס׳ווייסט ווי מ׳קען זיך ווענדן פאר גיידענ׳ס ביטע לאז וויסן. וכל המקיים נפש אחת וכו׳

איך האב פארשטאנען אז בערך דאס איז דער קעיס. אבער דאך, דער אויבערשטער זאל דיר צופירן צו אזא איינעם וואס וועט טאקע ברענגען אמת'ע נוצן.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אן א נאמען האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:זעענדיג היינט אז די אשכול איז ארויף אויפן אויבער פלאך האב איך געפרעגט מיין חברותא אויב ער לאזט מיר מפרסם זיין א אימעיל וואס ער האט מיר געשיקט א פאר יאר צוריק לתועלת.
ער האט מיר געהייסן צענזורירן געוויסע פאקטן, בשעת'ן געבן רשות מפרסם צו זיין די איבעריגע.
זאגט ער אזוי.

ליידער אבער האב איך זיך מיט די גמרא קיינמאל נאכנישט איבערגעבעטן. קיינער ארום מיר ווייסט נישט דערפון, אבער איך לייד שרעקליך דערפון. יעדעס מאל ווען איך עפן א גמרא, קומט מיר ארויף א מין בלאקעדזש וואס כ'קען נישט ערקלערן. כ'קען אויס'חשבונ'ען קאמפליצירטע חשבונות, און מחלק זיין די שיטות להלכה, אראפלייגן א שיעור הפלא'דיג מיט א זיסע הסברה, אבער אלעס ביז א שטיקעלע גמרא. ווען כ'פארהער מיינע קינדער, שטעל איך אן א שפיל ווי איך בין אין די סוגיא, און מ'שטופט עס דורך. אבער פאר מיר אליין שעם איך זיך.
המקום ימלא חסרוני.

Just saw this, crazy story

עס איז א באקאנטע זאך צווישן אסאך גוטע קעפ אידן וואס האבן געהאט שווערע חדר יארן, זיי קענען צומאל הנאה האבן פון א שיינע הלכה שיעור א.ד.ג. אבער ווען ס'קומט צו אפלערנען א לייכט שטיקל גמרא טרעפן זיי זיך שטעקן מיט א נעפל וואס זיי קענען נישט אנצייגן גענוי וואס דאס איז.
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

ווי מעג מען אויפהערן רעדן דערפון?

אנגעקומען אהער דורך @נשמת השכל'ס כתוב על לוח אשכול. ייש"כ!
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

מ׳דארף צואװײזן די אשכול פאר די אלע װאס האבן געצװײפלט אין די װיכטיגקײט פון לײסענסד טעראפי (אפי׳ מיט די טעותים) אין די נפשי אשכול,
קודם זאל מען דורכלײנען די שױדערליכע תוצאות פון די שטובער, און די װײען פון די געליטענע, און װי זײ ״הארעװען״ זיך אױפצובױען, און נאכדעם קאמענטירן, (כ׳קריטיקיר נישט קײנעם ח״ו, נאר בבחינת תן לחכם..., )
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

מיאושדיגער האט געשריבן:
קנקן מלא האט געשריבן:
קנקן מלא האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:מרדכי וויינבערגער האט אן אינטערסאנטע געשיכטע אויף זיין וועכענטליכע פראגראם אויף זיין האטליין איבער קינדער וואס האבן אפגעהאקט מיט bod עלטערן פאר א וויילע און איבער די פולע טעלעפון קאלס וואס רבנים זענען געווען דערגעגען

אינטערסאנט אויסצוהערן


ווייסט איינער פון א טעראפיסט מיט/אדער א רב, וואס האבן עקספיריענ׳ס צו האנדלן א מצב ווי די קינדער דארפן שטעלן איינע פון די בי-פי-די עלטערן אויפן פלאץ??

אויב ווייסט איר ביטע לאזט וויסן, ולמצוה גדולה יחשב!


מיאושדיגער האט געשריבן:זוך ענדערש א טעראפיסט וואס האט עקספיריענס אין העלפן די קינדער מיט חיזוק, ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט'ן מציאות און ווי אזוי צו טראכטן. די קינדער'ס דזשאב איז נישט צו "שטעלן עלטערן אויפ'ן פלאץ".

איך גיב דיר גערעכט, אבער דאס איז בדרך כלל.

דא אין דעם פאל איז אנדערש, און לאמיכעס טאקע אויסשמועסן... ס׳רוב קינדער זענען שוין חתונה געהאט און זיי זענען פיין מסודר ב״ה, וואס ס׳גייט נאר יעצט פאר איז אז ס׳דא א קינד אין שטוב וואס ס׳פארלאנגט זיך טיפול מיוחד (כ׳קעניש אריינגיין אין פרטים כמובן) און דער וועג וויזוי איינע פון די עלטערן גייט צו דערצו קען זיך גרעניצן מיט סכנת נפש(ות) ממש!

אלע וואס זענען אינוואלווד - קינדער, עסקנים, וכו׳ - האלטן קלאר אז דעי צוגאנג פונעם בי.פי.די איז א סכנה... און ס׳נאר די קינדער וואס קענען אויף איין מאל אפמאכן צו צווינגען דעם בי.פי.די איינצוזעין דעם אמת.

דעריבער בעט איך נאכאמאל, ס׳איז זייער דרינגענד - פיקוח נפש! ווער ס׳ווייסט ווי מ׳קען זיך ווענדן פאר גיידענ׳ס ביטע לאז וויסן. וכל המקיים נפש אחת וכו׳

איך האב פארשטאנען אז בערך דאס איז דער קעיס. אבער דאך, דער אויבערשטער זאל דיר צופירן צו אזא איינעם וואס וועט טאקע ברענגען אמת'ע נוצן.

איך מיין אז שמעון גרין קעו בעזרת השם זיין א גוטע שליח דא
א'מונה ב'טחון ג'עלט
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”