שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

שמואל איך וויין מיט דיר, גם אני בחלומי קען אזעלכע תוצאות (צומאל קען מען נאך ראטעווען די שפעטערדיגע דורות, אבער אסאך מאל נישט, און צומאל איז נאר די עצה, אז די קינדער זאלן זיך אוועק ציעהן צו א אנדער שטאט / מדינה)

לגבי אנטלויפן פון שטוב, רוב אזעלכע קינדער טראכטן פון דעם, אבער דערווואגן זיך נישט דאס צו טון, ווייל זיי זענען מאנעפאלירט דורך דעם דיקטעיטער, און סיי ווייל זיי ציטערן פון תוצאות, הן עכטע תוצאות, און הן וואס דער דמיון ארבעט איבערשטונדן, נאכדעם וואס זיי זעהען דעם דיקטעיטער טון אלע סארטן מאדנע זאכן, און זיי קענען זיך נישט אויסרעכענען וואס קומט נעקסט, אויב איין טאג פליעט א בענקל, און צומארגנ'ס א פראסקט פאר א בחור אין א געפאקטן בית מדרש לעיני כל הקהל (וואס איז א רשעות און רציחה ושפיכות דמים ערשט-קלאסיג) און דערנאך זעהט ער ווי מען דערנידערט זיין מאמע בכל מיני אופנים (אפי' מיט הענט רח"ל), אזא איינער ציטערט אפילו צו קוקן ערגעץ ווי דער דיקטעיטער לאזט נישט,

ויש הרבה מה להאריך, ועוד חזון לומעד.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

טשיפקא האט געשריבן:
-דער אינגערמאן האט מיר דערציילט נאך פיל מער, שאי אפשר להעלות על הכתב, און איך האב אים פארשפראכן אז איך וועל נישט שטיל זיין, און איך האב אים געגעבן א רעפרענץ פון א פראפשענל.

ובדרך אגב, דער איד האט א בחור, וועלכער איז ל"ע פארדארבן -נאר אינערליך פארשטייט זיך, און יעצט ווייס איך שוין פארוואס.

אידן,
מיר האבן שוין געשוויגן פאר זייער לאנג, צו לאנג,
דער אויבנדערמאנטער איד, איז א וואוילער איד אין שוהל, און א שיינער בעה"ב,
עס קען גאר זיין אז איר גריסט אים יעדן טאג מיט א שמייכל,
און עס איז ליידער דא פיל אזעלכע,
מען קען די אידן נישט באשולדיגן אויף זייערע עמאציענאלע פראבלעמען, אבער מען קען ראטעווען זייערע קינדער,
טוט'ס א טובה פאר כלל ישראל, און דערציילט די מעשה פאר מלמדים ומנהלים,
---מיר דארפן וויכטיג אז עס זאל שוין זיין א וואיס, וואס זאל זיך אננעמען פאר די וואס קענען נישט אליין, וואס זאל זיך אננעמען פאר נשמות.

ביטע קומט אריין מיט עצות.

אוי אוי אוי איז דאס א ביטערע פרשה. B P D.
אגב, ביי פרויען קען עס פונקט אזוי פאסירן. און ווען די מאמע ליידט אויף די ביטערע סארט חולי נפש איז גארנישט בעסער. זיי קענען נישט זעהן די קינדער פריילעך,זיי פארנעמען נישט צו זעהן די קינדער אויפוואקסן.

און אויף די גאס איז זי א גאאאר א חשוב'ע פרוי וואס העלפט די האלבע שטאט.... און אפשר אפילו די סעמפל פון צניעות וכו'... און מענטשן חלום'ן נישט אז דאס איז א שרעקליכע מאנסטערן וואס די מאן און קינדער ווערן שוידערליך אביוזד.

און ווען עסקנים לייגן זיך אריין, און זי ווערט ווילד וכו' און וויינט, מענטשן ווייסן נישט וואס מ'וויל פון אזא חשוב'ע וואוילע פרוי... די גאס ווערט צושטורעמט. עולם גולם רעדט. וכו' וכו'.

די אשכול איז גאר וויכטיג פאר מענטשן צו "וויסן אז מ'קען קיינמאל נישט וויסן!". רעד נישט אריין אפילו דו קענסט דעם אינגערמאן, אזא פיינע מענטש. אזא חשוב'ע פרוי. אבער דו ווייסט אמאל נישט וואס טוט זיך אינדערהיים!

צומאל איז די גרעסטע ישועה פאר "די קינדער" א גט. און אוודאי פאר זיין/איר ווייב/מאן. און ווי פריער.

השם ישמרנו לנו ולכל ישרא. דאס איז די ערגסטע מחלה אינעם ביכל. המקו' ירחם.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אינטערסאנט איך באקים חיזוק פון דעם אשכול.....
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ווי מערערע האבן ערווענט איז נישטא עכט וואס צו טון פון אינדרויסן. חוץ שרייבן תגובות אויף אייוועלט. די ספאוס איז געווענליך א וויקטעם וואס לאזט אסאך מאל נישט העלפן. ווידעראום די קינדער בשעת זיי זענען אונטער די רשות פון דעם עביוזער האבן זיי נישט קיין צוויי ברירות. וואו זאלן זיי יעצט גיין ?

די חתונה געהאטע קינדער דארפן און זאלן גיין צו פראפעסיאנאלע טעראפי, ס'איז א לאנגע פיינפולע וועג אבער מען קען בעז"ה ארויסקומען געשטארקט און געזונט. און די איינציגע וואס קענען יא טון צו העלפן די טאטע/ מאמע און די געשוויסטער אינדערהיים זענען טאקע די חתונה געהאטע קינדער וואס קענען אראפשטעלן א פיס און טוישן כאטש טיילווייז דעם מצב, פארשטענדליך אז דאס דארף זיין באגלייט מיט די ריכטיגע הדרכה תורה'דיג און פראקטיש.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

פאראויס האט געשריבן:אגב, ביי פרויען קען עס פונקט אזוי פאסירן. און ווען די מאמע ליידט אויף די ביטערע סארט חולי נפש איז גארנישט בעסער. זיי קענען נישט זעהן די קינדער פריילעך,זיי פארנעמען נישט צו זעהן די קינדער אויפוואקסן.

און אויף די גאס איז זי א גאאאר א חשוב'ע פרוי וואס העלפט די האלבע שטאט.... און אפשר אפילו די סעמפל פון צניעות וכו'... און מענטשן חלום'ן נישט אז דאס איז א שרעקליכע מאנסטערן וואס די מאן און קינדער ווערן שוידערליך אביוזד.

און ווען עסקנים לייגן זיך אריין, און זי ווערט ווילד וכו' און וויינט, מענטשן ווייסן נישט וואס מ'וויל פון אזא חשוב'ע וואוילע פרוי... די גאס ווערט צושטורעמט. עולם גולם רעדט. וכו' וכו'.

[

ביי פרויען איז עס אין א געוויסן זין נאך ארגער, ווייל למעשה איז די מאמע מיט די קינדער אגאנצן טאג און דער טאטע קען נישט משלים זיין די מוטערליכע ליבאשאפט וואס א קינד דארף באקומען פאר זיין נאטורליכע וואוקס. ה' ירחם.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

פאראויס האט געשריבן:צומאל איז די גרעסטע ישועה פאר "די קינדער" א גט. און אוודאי פאר זיין/איר ווייב/מאן. און ווי פריער.

דאמירן בעלמא
נישט ווייל דו ביסט נישט גערעכט, נאר ווייל ע"פ רוב קען דאס נישט געשעהן, דער קראנקער מאנעפולירט דעם כנגדו אויף גאר א שארפן אופן, זי / ער ציטערט פון א גט פחד מוות, אז קיינער וועט איר מער נישט וועלן, זי/ער האט דאך נאר צוויי לינקע הענט, און טויגט אויף גאר נישט וכו'.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:

ס'קען געשען. און ס'איז שוין געשען. כבר הי' לעולמים.
יא, ס'איז נישט קיין גרינגע מעשה. אמת.
לעצט פארראכטן דורך פאראויס אום דאנערשטאג יולי 12, 2018 6:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ממש א זעלטנהייט, ווייל על פי רוב, וויפיל איך האלט מיט, איז דאס נאכנישט געשעהן (אפי' ס'איז געווען א אפשען)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

טאקע געווען מיט די הילף פון משפחה ארום. און נאכן ליידן עד כלות הנפש.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

.
לעצט פארראכטן דורך להודיע אום דאנערשטאג יולי 12, 2018 6:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

להודיע האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:אגב, ביי פרויען קען עס פונקט אזוי פאסירן. און ווען די מאמע ליידט אויף די ביטערע סארט חולי נפש איז גארנישט בעסער. זיי קענען נישט זעהן די קינדער פריילעך,זיי פארנעמען נישט צו זעהן די קינדער אויפוואקסן.

און אויף די גאס איז זי א גאאאר א חשוב'ע פרוי וואס העלפט די האלבע שטאט.... און אפשר אפילו די סעמפל פון צניעות וכו'... און מענטשן חלום'ן נישט אז דאס איז א שרעקליכע מאנסטערן וואס די מאן און קינדער ווערן שוידערליך אביוזד.

און ווען עסקנים לייגן זיך אריין, און זי ווערט ווילד וכו' און וויינט, מענטשן ווייסן נישט וואס מ'וויל פון אזא חשוב'ע וואוילע פרוי... די גאס ווערט צושטורעמט. עולם גולם רעדט. וכו' וכו'.

[

ביי פרויען איז עס אין א געוויסן זין נאך ארגער, ווייל למעשה איז די מאמע מיט די קינדער אגאנצן טאג און דער טאטע קען נישט משלים זיין די מוטערליכע ליבאשאפט וואס א קינד דארף באקומען פאר זיין נאטורליכע וואוקס. ה' ירחם.

ביי פרויען איז עס על פי רוב גייסטישע אביוז
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
טוטפיק
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוטפיק »

ס'איז זייער שווער פארצוהאלטן א פערסענאלעטי דיסארדער אויף זיין אויפפירונג. א נארמאלער מענטש האלט מען פאר ווען ער איז אין א בעסערע גוסטע. א פ"ד קען מען נישט פארהאלטן. ווען זיי זענען אנגעצויגן אודאי נישט, און ווען זיי זענען רואיג האט מען מורא אז זיי וועלן ווערן אין איין סקונדע אנגעדרייט, דערפאר וויל מען עס נישט רירן דעמאלטס.

לויט ווי איך פארשטיי, ווען זיי זענען רואיג זענען זיי באמת א אנדערע מענטש. ווייל די גאנצע מענטש ארבעט לויט די געפיל. שכל דיקטירט נישט. ווען די געפילן טוישן זיך, טוישן זיך די רולס פון ביהעווער. מ'קען נישט פארהאלטן שמעון פאר די עוולות וואס ראובן האט געטון. די סיבה פארוואס זיי זענען אלעמאל גערעכט איז, ווייל זיי אליין טיף אינעווייניג ווייסן נישט קלאר פארוואס זיי טוען וואס זיי טוען. און נאכן אפטון, ווער זאל פארשטיין? אויב מ'איז אינגאנצן א צווייטע גיסטע.

דו מוזט פארשטיין אז זיי ארבעטן לויט די גיסטע. די גיסטע אנהייב די שבת'דיגע סעודה איז ראובן. יעצט, ראובן שרייט, און האקט און וכו' אלע צודרייטע זאכן. יעצט, זיי ווערן נישט בארואיגט, זיי טוישן פשוט גיסטע. אדער בעסער געזאגט, ס'טוישט זיך גיסטע. יעצט איז שמעון דא, שמעון קען נישט פארענטפערן וואס ראובן האט געטון. איך רעד נישט פון מאלטיפל פערסאנאליטי דיסארדער. איך וויל דיר מסביר זיין וואס ס'מיינט ארבעטן מיט געפילן. געפילן האבן נישט קיין תירוץ. ס'האט נישט קיין לאגיק. זיי ארבעטן מיט געפילן. די סיבה פארוואס איגנארירן און זיך נישט אונטערגעבן איז די איינציגע עצה, איז טאקע וועגן דעם. ווייל נאר דאס רעדט צום געפיל זייערע. נאר יעצט בשעת ער איז דעם גיסטע, פארשטייט זייער געפיל אז מ'דארף טוישן נעקסטיים ווען מ'ווערט נאכאמאל אין די גיסטע. נישט זייער שכל פארשטייט, זייער געפיל.

פרוביר זיך נישט אויסצו'טענה'ן מיט שכל, מיט א מענטש וואס ארבעט מיט געפיל, פרוביר זיך נישט צו שלאגן מיט לאגיק. לייג אוועק לאגיק. נישטא! פארגעס! געפיל פארשטייט געפיל. פארטיג. אזוי פארשטיי איך. וויפיל איך פארשטיי פון ליינען וועגן בי פי די.

נישטא פון וועם צו פאדערן קאנטעביליטי. נישטא! פארטיג! פארגעס! אוודאי ווילן זיי זיך נישט היילן. ווער אין זיי זאל זיך וועלן היילן? ס'איז דאך נישטא קיין לאגיק. איך וויל דיר עפעס פרעגן, א פערסאנאליטי דיסארדער גייט פרובירן אדורכוואקן א וואנט? פארוואס נישט? ווייל מ'קען נישט. ס'ארבעט נישט. פארטיג. צו וויסן אז מ'קען נישט דורכוואקן א וואנט פעלט נישט אויס לאגיק. ס'פעלט נישט אויס הסבר. געפיל! נאר געפיל! מ'קען נישט פארטיג. מ'קען נישט דורכוואקן!!! לויט וויפיל איך געדענק פון מעלות און פון וויפיל דו שרייבסט דא, און וויפיל אנדערע האבן מיר געזאגט, איז עס אבנארמאל דעס. נישט נארמאל וויפיל טייערע יודישע קינדערלעך הייליגע לעכטיגע קינדערלעך ליידן זיך צאם. נישט נארמאל.

ווען דו זאלסט פארשטיין אז דו האסט נישט פארוואס צו נוצן דיין שכל הישר ווען דו ווילסט דיך אומגיין מיט א פערסאנאליטי דיסארדער. וועסטו אנהייבן קוקן אנדערש וויאזוי זיך אומצוגיין. און דו וועסט פארשטיין צו ארבעטן מיט געפילן. און מיט די מענטש וואס ער איז יענער רגע. ווייל א רגע נאכדעם איז עס א אנדערע גיסטע, אנדערע וועלט, אנדערע פארשטאנד.
וואס מ'קען אלץ טון מיט א טוטפיק.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

להודיע האט געשריבן:ווי מערערע האבן ערווענט איז נישטא עכט וואס צו טון פון אינדרויסן. חוץ שרייבן תגובות אויף אייוועלט. די ספאוס איז געווענליך א וויקטעם וואס לאזט אסאך מאל נישט העלפן. ווידעראום די קינדער בשעת זיי זענען אונטער די רשות פון דעם עביוזער האבן זיי נישט קיין צוויי ברירות. וואו זאלן זיי יעצט גיין ?

די חתונה געהאטע קינדער דארפן און זאלן גיין צו פראפעסיאנאלע טעראפי, ס'איז א לאנגע פיינפולע וועג אבער מען קען בעז"ה ארויסקומען געשטארקט און געזונט. און די איינציגע וואס קענען יא טון צו העלפן די טאטע/ מאמע און די געשוויסטער אינדערהיים זענען טאקע די חתונה געהאטע קינדער וואס קענען אראפשטעלן א פיס און טוישן כאטש טיילווייז דעם מצב, פארשטענדליך אז דאס דארף זיין באגלייט מיט די ריכטיגע הדרכה תורה'דיג און פראקטיש.

RT hundred times
אלע וואס רעדן מער, קוקט מיר אויס ווי זיי האבן נאכקיינמאל נישט מיטגעהאלטן אזא מעשה מיט די דיטעילס, מען הייבט נישט אן צו וויסן וואס ס'אינוואלווד
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

יא איך האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:איינער האט מיר דערציילט אז איינמאל האט ער פארשפעטיגט האט אים זיין טאטע צוגעשפארט די טיר, און ער איז געווען אויסגעשפארט איבער נאכט [ער איז געשלאפן אין א בהמ"ד] ,

לגבי הילף איז די פראבלעם געווענליך אז זיי טאנען אז זיי זענען פערפעקטלי אקעי, זיי דארפן נישט קיין הילף די קינדער זענען די אישאו.

איך וויל נישט פארדרייען די שמועס דא אבער ווען מיין טאטע טוט מיר דאס וואלט איך מיר נישט באוויזען אינדערהיים אפאר טאג

דו דארפסט איבערבעטן אלע וויקטעמס . ווער ביסטו דעס צו זאגן דו האסט א מושג וואס וויקטעמס גייען דורעך??? דו ביסט נארמאל?
אוי האסטו גיט געזאגט ווען דיין טאטע טוט עס ווען צו דיר וואלסט דיך נישט באוויזן אינדערהיים טאקע ווייל ס'דיין טאטע אבער ווען דיין טאטע איז ווען א נארסעסיסט אדער א צווייטע פ"ד וואלסטו געפאקט אין די הויזן.... א וויקטעם ווייסט אפילו נישט וואס מיינט שטארקייט אדער אייגענע שטארקייט אדער סעלף עסטיעם אדער קאנפידענס ער ציטערט אימת מוות פון דעם עביוזער
#לייגט אייך נישט אריין אינעם וויקטעמס שיך ווייל איר וועט עים קיינמאל קיינמאל פארשטיין#
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

איך קען א יונגערמאן אין ווימבס"ג וואס ארבעט מיט קינדער פון אזוילכע שטובער, ווי אויך א עלטערע חשובער רב ות"ח וואס האט עקספיריענס אין דעם נושא, אויב ס'יז איינעם נוגע למעשה קעניר זיך ווענדן צו אין די אישקעס, אבער נאר טאקע אויב ס'איז נוגע, נישט סתם פאר נייגעריקייט
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

טוטפיק האט געשריבן:
ס'איז זייער שווער פארצוהאלטן א פערסענאלעטי דיסארדער אויף זיין אויפפירונג. א נארמאלער מענטש האלט מען פאר ווען ער איז אין א בעסערע גוסטע. א פ"ד קען מען נישט פארהאלטן. ווען זיי זענען אנגעצויגן אודאי נישט, און ווען זיי זענען רואיג האט מען מורא אז זיי וועלן ווערן אין איין סקונדע אנגעדרייט, דערפאר וויל מען עס נישט רירן דעמאלטס.

לויט ווי איך פארשטיי, ווען זיי זענען רואיג זענען זיי באמת א אנדערע מענטש. ווייל די גאנצע מענטש ארבעט לויט די געפיל. שכל דיקטירט נישט. ווען די געפילן טוישן זיך, טוישן זיך די רולס פון ביהעווער. מ'קען נישט פארהאלטן שמעון פאר די עוולות וואס ראובן האט געטון. די סיבה פארוואס זיי זענען אלעמאל גערעכט איז, ווייל זיי אליין טיף אינעווייניג ווייסן נישט קלאר פארוואס זיי טוען וואס זיי טוען. און נאכן אפטון, ווער זאל פארשטיין? אויב מ'איז אינגאנצן א צווייטע גיסטע.

דו מוזט פארשטיין אז זיי ארבעטן לויט די גיסטע. די גיסטע אנהייב די שבת'דיגע סעודה איז ראובן. יעצט, ראובן שרייט, און האקט און וכו' אלע צודרייטע זאכן. יעצט, זיי ווערן נישט בארואיגט, זיי טוישן פשוט גיסטע. אדער בעסער געזאגט, ס'טוישט זיך גיסטע. יעצט איז שמעון דא, שמעון קען נישט פארענטפערן וואס ראובן האט געטון. איך רעד נישט פון מאלטיפל פערסאנאליטי דיסארדער. איך וויל דיר מסביר זיין וואס ס'מיינט ארבעטן מיט געפילן. געפילן האבן נישט קיין תירוץ. ס'האט נישט קיין לאגיק. זיי ארבעטן מיט געפילן. די סיבה פארוואס איגנארירן און זיך נישט אונטערגעבן איז די איינציגע עצה, איז טאקע וועגן דעם. ווייל נאר דאס רעדט צום געפיל זייערע. נאר יעצט בשעת ער איז דעם גיסטע, פארשטייט זייער געפיל אז מ'דארף טוישן נעקסטיים ווען מ'ווערט נאכאמאל אין די גיסטע. נישט זייער שכל פארשטייט, זייער געפיל.

פרוביר זיך נישט אויסצו'טענה'ן מיט שכל, מיט א מענטש וואס ארבעט מיט געפיל, פרוביר זיך נישט צו שלאגן מיט לאגיק. לייג אוועק לאגיק. נישטא! פארגעס! געפיל פארשטייט געפיל. פארטיג. אזוי פארשטיי איך. וויפיל איך פארשטיי פון ליינען וועגן בי פי די.

נישטא פון וועם צו פאדערן קאנטעביליטי. נישטא! פארטיג! פארגעס! אוודאי ווילן זיי זיך נישט היילן. ווער אין זיי זאל זיך וועלן היילן? ס'איז דאך נישטא קיין לאגיק. איך וויל דיר עפעס פרעגן, א פערסאנאליטי דיסארדער גייט פרובירן אדורכוואקן א וואנט? פארוואס נישט? ווייל מ'קען נישט. ס'ארבעט נישט. פארטיג. צו וויסן אז מ'קען נישט דורכוואקן א וואנט פעלט נישט אויס לאגיק. ס'פעלט נישט אויס הסבר. געפיל! נאר געפיל! מ'קען נישט פארטיג. מ'קען נישט דורכוואקן!!! לויט וויפיל איך געדענק פון מעלות און פון וויפיל דו שרייבסט דא, און וויפיל אנדערע האבן מיר געזאגט, איז עס אבנארמאל דעס. נישט נארמאל וויפיל טייערע יודישע קינדערלעך הייליגע לעכטיגע קינדערלעך ליידן זיך צאם. נישט נארמאל.

ווען דו זאלסט פארשטיין אז דו האסט נישט פארוואס צו נוצן דיין שכל הישר ווען דו ווילסט דיך אומגיין מיט א פערסאנאליטי דיסארדער. וועסטו אנהייבן קוקן אנדערש וויאזוי זיך אומצוגיין. און דו וועסט פארשטיין צו ארבעטן מיט געפילן. און מיט די מענטש וואס ער איז יענער רגע. ווייל א רגע נאכדעם איז עס א אנדערע גיסטע, אנדערע וועלט, אנדערע פארשטאנד.

איין זאך ארבעט פיין ביי זיי ווען דו ווייזט אייגענע שטארקייט און דו ווייזט זיי אז דו האסט נישט מורא פון זיי דעמאלטס פאקן זיי איין און פאנגן אן צו ציטערן פון דיר. זייער גבורה קימט נאר ווען די וויקטעם ציטערט פון זיי אז נישט איז פונקט פארקערט זיי ציטערן פונעם וויקטעם
אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיפקא »

פאראויס האט געשריבן:און אויף די גאס איז זי א גאאאר א חשוב'ע פרוי וואס העלפט די האלבע שטאט.... און אפשר אפילו די סעמפל פון צניעות וכו'... און מענטשן חלום'ן נישט אז דאס איז א שרעקליכע מאנסטערן וואס די מאן און קינדער ווערן שוידערליך אביוזד.

און ווען עסקנים לייגן זיך אריין, און זי ווערט ווילד וכו' און וויינט, מענטשן ווייסן נישט וואס מ'וויל פון אזא חשוב'ע וואוילע פרוי... די גאס ווערט צושטורעמט. עולם גולם רעדט. וכו' וכו'.

די אשכול איז גאר וויכטיג פאר מענטשן צו "וויסן אז מ'קען קיינמאל נישט וויסן!". רעד נישט אריין אפילו דו קענסט דעם אינגערמאן, אזא פיינע מענטש. אזא חשוב'ע פרוי. אבער דו ווייסט אמאל נישט וואס טוט זיך אינדערהיים!

צומאל איז די גרעסטע ישועה פאר "די קינדער" א גט. און אוודאי פאר זיין/איר ווייב/מאן. און ווי פריער.

השם ישמרנו לנו ולכל ישרא. דאס איז די ערגסטע מחלה אינעם ביכל. המקו' ירחם.

מיטגעהאלטן אזא מעשה,
א פרוי וואס איז געווען א כלה טיטשער, געגעבן דרשות, און פארשטייט זיך געמוסר'ט די גאנצע וועלט,
און ליידער...
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
פאלקאוויטש
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 07, 2018 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש »

משה הקטן האט געשריבן:בס"ד.

anyone can make it in a pdf file?
thank u
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

פאלקאוויטש האט געשריבן:
משה הקטן האט געשריבן:בס"ד.

anyone can make it in a pdf file?
thank u

https://www.dropbox.com/s/5y6vbtreje21o ... 3.pdf?dl=0
פאלקאוויטש
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 07, 2018 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש »

יענקל פאטאש האט געשריבן:
פאלקאוויטש האט געשריבן:
משה הקטן האט געשריבן:בס"ד.

anyone can make it in a pdf file?
thank u

https://www.dropbox.com/s/5y6vbtreje21o ... 3.pdf?dl=0

thank u
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

יענקל פאטאש האט געשריבן:
פאלקאוויטש האט געשריבן:
משה הקטן האט געשריבן:בס"ד.

anyone can make it in a pdf file?
thank u

https://www.dropbox.com/s/5y6vbtreje21o ... 3.pdf?dl=0

זעהט אויס ווי אן ארטיקל וואס דארף ערגעץ ווערן געפאבלישט
אוועטאר
קאטטשקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטטשקעלע »

רוב BPD זענען נישט מענער
להודיע האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:אגב, ביי פרויען קען עס פונקט אזוי פאסירן. און ווען די מאמע ליידט אויף די ביטערע סארט חולי נפש איז גארנישט בעסער. זיי קענען נישט זעהן די קינדער פריילעך,זיי פארנעמען נישט צו זעהן די קינדער אויפוואקסן.

און אויף די גאס איז זי א גאאאר א חשוב'ע פרוי וואס העלפט די האלבע שטאט.... און אפשר אפילו די סעמפל פון צניעות וכו'... און מענטשן חלום'ן נישט אז דאס איז א שרעקליכע מאנסטערן וואס די מאן און קינדער ווערן שוידערליך אביוזד.

און ווען עסקנים לייגן זיך אריין, און זי ווערט ווילד וכו' און וויינט, מענטשן ווייסן נישט וואס מ'וויל פון אזא חשוב'ע וואוילע פרוי... די גאס ווערט צושטורעמט. עולם גולם רעדט. וכו' וכו'.

[

ביי פרויען איז עס אין א געוויסן זין נאך ארגער, ווייל למעשה איז די מאמע מיט די קינדער אגאנצן טאג און דער טאטע קען נישט משלים זיין די מוטערליכע ליבאשאפט וואס א קינד דארף באקומען פאר זיין נאטורליכע וואוקס. ה' ירחם.
אדם ישר
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם ישר »

משה הקטן

יישר כח
איעדיס ווארט איז פערל..
שפתים ישק
אז מען ווייזט פאר מענטשן אז מען פארשטייט כאטש לינדערט עס אביסיל׳ע דער ווייטאג
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:צומאל איז די גרעסטע ישועה פאר "די קינדער" א גט. און אוודאי פאר זיין/איר ווייב/מאן. און ווי פריער.

דאמירן בעלמא
נישט ווייל דו ביסט נישט גערעכט, נאר ווייל ע"פ רוב קען דאס נישט געשעהן, דער קראנקער מאנעפולירט דעם כנגדו אויף גאר א שארפן אופן, זי / ער ציטערט פון א גט פחד מוות, אז קיינער וועט איר מער נישט וועלן, זי/ער האט דאך נאר צוויי לינקע הענט, און טויגט אויף גאר נישט וכו'.

האביך במשך'ן שבת איבערגעפרעגט משפחה פון א מעשה שהי'. איר זענט גערעכט, ס'גארנישט פשוט צו צווינגן אזא חולי נפש. די וועג וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען איז געווען אז "זיינע" חברים וואס האבן נישט אויסגעהאלטן די צער וואס זיין ווייב מאכט מעט מיט עם, האבן ארויסגעהאלפן איר משפחה און עם מסביר געווען אז ער זאל זיך גט'ן פאר זיין טובה און ער וועט טרעפן סאך א בעסערע זאך וכו' וכו' (דאס ווייב איז דאך געווען מכלומרשט שולדיג אין אלע זיייינען צרות..)

ה' ירחם
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אזוי זאגט די ווייב'ס משפחה.

און וואס זאגט די מאנס משפחה?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”