שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

Horizontal האט געשריבן:קומט אריין דא...

פאר וועלכע רביצין האט ער דאס געזאגט?........ :lol: :lol:
אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

תגובה דורך טשיפקא »

רעדנדיג היינט צו א פראפעשענעל, ווער איך געוואר אז דער אשכול דא האט שוין געפירט א צאל אידן זיך צו גיין העלפן,
און נאכמער: מיר, די מגיבים דא, האבן א חלק אין אידישע שטובער ודי,
א פערזענליכן דאנק פאר אלע שרייבערס, כל אחד בניקו הטוב יבורך,
>!!!Keep on the good work<
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

ווער וויקטימס אדער קראנקע?
שויתי ה' לנגדי תמיד
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

טשיפקא האט געשריבן:רעדנדיג היינט צו א פראפעשענעל, ווער איך געוואר אז דער אשכול דא האט שוין געפירט א צאל אידן זיך צו גיין העלפן,
און נאכמער: מיר, די מגיבים דא, האבן א חלק אין אידישע שטובער ודי,
א פערזענליכן דאנק פאר אלע שרייבערס, כל אחד בניקו הטוב יבורך,
>!!!Keep on the good work<

פונקט געהאט געטראכט אז איר האט געדארפט האבן א זכי' צו גרינדען אזא וויכטיגע אשכול. ווי קול דמי אחינו צועקים אלינו מן האדמה
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

תגובה דורך fiena nieas »

Goodmorning האט געשריבן:ווער וויקטימס אדער קראנקע?

אוודאי וויקטעםס
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

טשיפקא האט געשריבן:רעדנדיג היינט צו א פראפעשענעל, ווער איך געוואר אז דער אשכול דא האט שוין געפירט א צאל אידן זיך צו גיין העלפן,
און נאכמער: מיר, די מגיבים דא, האבן א חלק אין אידישע שטובער ודי,
א פערזענליכן דאנק פאר אלע שרייבערס, כל אחד בניקו הטוב יבורך,
>!!!Keep on the good work<

הבאת שלום בין אדם לחבירו ובין איש לאשתו זענען פון די זאכן וואס מען איז אוכל פירותיהן בעולם הזה - די אשכול האט אודאי אויך אליינס געהאלפן פאר די מגיבים
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

פאראויס האט געשריבן:
טשיפקא האט געשריבן:רעדנדיג היינט צו א פראפעשענעל, ווער איך געוואר אז דער אשכול דא האט שוין געפירט א צאל אידן זיך צו גיין העלפן,
און נאכמער: מיר, די מגיבים דא, האבן א חלק אין אידישע שטובער ודי,
א פערזענליכן דאנק פאר אלע שרייבערס, כל אחד בניקו הטוב יבורך,
>!!!Keep on the good work<

פונקט געהאט געטראכט אז איר האט געדארפט האבן א זכי' צו גרינדען אזא וויכטיגע אשכול. ווי קול דמי אחינו צועקים אלינו מן האדמה

פונקט געטראכט אז איך האב מיטגעהאלטן ווען די אשכול איז געגרינדעט געווארן אין סהאט אויסגעקוקט ווי עס גייט שטארבן נאך א 3 בלאט, מען האלט שוין 44 בלעטער
What a success
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

ראספשע האט געשריבן:
Horizontal האט געשריבן:קומט אריין דא...

פאר וועלכע רביצין האט ער דאס געזאגט?........ :lol: :lol:

מוחה!!!!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף

Haklal האט געשריבן:

בעצם איז 44 בלאט זייער ווינציג לפי ערך אויב מען נעמט אין באטראכט די נושא וואס ווערט דא באהאנדלט.

און א ישר כוח פאר הניק החשוב כמר טשיפקא [א ביאור אויף דיין ניק וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן....] פארן עפענען א פלאטפארמע פאר אט דעם קריטיש וויכטיגע נושא.
און א דאנק פאר די מנהלי הוועלטל פארן צושטעלן א פלאטפארמע און פארן ערלויבן אז דער נושא זאל ווערן אויסגעלופטערט בכותלי האייוועלט!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

ראספשע האט געשריבן:
Horizontal האט געשריבן:קומט אריין דא...

פאר וועלכע רביצין האט ער דאס געזאגט?........ :lol: :lol:

קענסט מסביר זיין די תגובה?
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
Horizontal האט געשריבן:קומט אריין דא...

פאר וועלכע רביצין האט ער דאס געזאגט?........ :lol: :lol:

קענסט מסביר זיין די תגובה?

זיי עס בעסער נישט מסביר.

אגב ר' שמואל! איך גלייך זייער דיין אונטערשריפט.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיפקא »

איך מיין, אז עס וועט נישט נעמען לאנג, און דער קעפל פון די תגובה וועט דארפן געטוישט ווערן צו "די לעזונג צום אביוז פראבלעם",
אייגנטליך האב איך באקומען א באריכט אז עסקנים אין ק"י ארבעטן פיבערהאפטיג אויפן סעלושען,
און נאכאמאל: א בקשה מיוחדת פאר אלע מגיבים, רעדט, רעדט, און רעדט, דרייטס אן, ובשם השם נעשה ונצליח!!!
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

טשיפקא האט געשריבן:אייגנטליך האב איך באקומען א באריכט אז עסקנים אין ק"י ארבעטן פיבערהאפטיג אויפן סעלושען,

זייט אזוי גוט, און זייט אביסל בעסער מסביר וואס הייסט אז מען ארבעט אויף א סעלושען! א סעלושען אויף וואס?
און צו האט דאס עפעס א דירעקטע שייכות מיט דעם אשכול?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

נשמת השכל האט געשריבן:
טשיפקא האט געשריבן:אייגנטליך האב איך באקומען א באריכט אז עסקנים אין ק"י ארבעטן פיבערהאפטיג אויפן סעלושען,

זייט אזוי גוט, און זייט אביסל בעסער מסביר וואס הייסט אז מען ארבעט אויף א סעלושען! א סעלושען אויף וואס?
און צו האט דאס עפעס א דירעקטע שייכות מיט דעם אשכול?

שווער צו נוצן דעם ווארט סאלושן

מ'קען עס באהאנדלען און העלפן די געליטענע אבער א סאלושן וועט זיין ווען משיח וועט קומען

דאס דארף כסדר'דיגע אוועירנעס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:
התבונני האט געשריבן:לכבוד כאו"א בשמו הטוב (ניקס) יבורך

האבעך יעצט געענדיגט הערן זייער א גוטע שיעור פון הרב שמעון גרין אויף torahanytime

די תורה לערנט אונז 42 עקב - וואס מ'טאר בשום אופן נישט צולאזען

ווי ער באציעט זיך צו די נושא - און אין קורצן וויאזוי מען דארף דאס באהנדלען - ער הייבט אן בעיקר מיט בין איש לאשתו אבער רעדט צום סוף פון חינוך הבנים
די שיעור איז בערך 26 מינוט (איך וואלט געשריבן די מינוט ווי ער רעדט פון... - נאר לדעתי איז גוט צו הערן די גאנצע ביזן סוף)

הערט און האט הנאה

געוואלדיגע שמועס!!

...לאז דיך נישט טרעטן!

דער שיעור איז א מורא'דיגע שיעור (ווי ר' שמעון'ס אלע אנדערע שיעורים)
ער גראדע האט פיין ארויס די נושא, און קען העלפן אנדערע אין די נושא אויך בעז"ה. (איך ווייס פון אפאר געהאלפענע דורך אים בס"ד).

אויב איינער קען זיך מתנדב זיין אפצושרייבן זיינע פוינטס.

זיין 90% ראאל מאכט זאכן זייער קלאר און וואלט געקענט פארשפארן אסאך טענה'רייען אין די פריערדיגע בלעטער
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

און ס'האלט אן פון תענית אסתר ביז פורים
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

fiena nieas האט געשריבן:און ס'האלט אן פון תענית אסתר ביז פורים

עקזעקטלי, כ'האב עס נאר נישט געשריבן ווייל ס'קען דאך אויפטון, אז דער עולם באקומט א ברעיק און טשעינדזש געשעט איז עס א צייט צו טראכטן אז סאמטינג וואז Wראנג אינדיד

והשנית והיא העיקר, כאטש וואס אין דיזער אשכול וועט מען עס כמעט נישט זעהן, ווייל די נושא סיי די פראבלעם און סיי די סאלושען האט ליידער קנאפ מיט יהדות, און טאקע דערפאר, אאון א חלק פון די אווערנעס אויך ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין. אבער באמת לאמיתו, אויב כאפט א מקריב.. א הרהור תשובה אמיתי איז אין לך דבר העומד בפניו להתרפא מצרעתו כאטש יעדער פון די וויסנשאפטליכער וועלט וועט אויפגעבן אויף אים און זאגן גלייבט אים נישט. אבער באמת קען מען, הן בתפלה ובבכי' לפני השי"ת און אפילו נאר מיט יראת שמים, ווייל אויב האט מען באמת יראת שמים איז כמעט מן הנמנע זיך אזוי אויפצופירן כאטש וואס בטבעו איז ער שרעקליך קראנק, אבער אויב מ'לערנט תורה און ספרי מוסר וכו' קען דאך נישט זיין א איד מיט יראה זאל זיך אויפפירן ממש אזוי, ווייל יראת שמים איז שטארקער פון אלע טבעיות, פונקט ווי איינער וואס איז בטבעו א גנב, האט ער אבער מורא פארן לא תגנוב וועט ער נישט גנב'נן.

איך קען אידן וואס ווען נישט זיי זענען ערליכע אידן און איך מיין אמת'דיגע. וואלט מען נישט געקענט שטיין אין זייערע ד' אמות.. כאטש מ'זעט אידן וואס זענען אין בהמ"ד גאר חשוב'ע און דאך, דער אמת איז ליידער כמעט אייביג, אז ס'איז נישטא אמת'ע יראת שמים פון אייבערשטן אליינס ווען קיינער זעהט נישט, די חשיבות איז בעיקר געשטעל, איך קען טאקע אזא סארט איד מ'קען נישט מסביר זיין ווי חשוב מ'רעדט, וואס איך בין אמאל געווען אין זיינע ד' אמות פאר א שעה בערך, איך זאג אייך ווען דאס איז מיין פאטער וואלט נישט איך חלילה אבער פלוני וואלט זיך גענומען דאס .... און טאקע וואס מיינט איר אלע קינדער נעבעך, כ'האף קיינער כאפט נישט פון וועם איך רעד.

און טאקע ביי די אידן כאטש וואס ער קען אויך באגרייפן מיט זיין שכל וואס ער טוט אלץ און ווי שרעקליך דאס איז, און ס'קען זיך אים אפילו מאכן רצונות פון ציייט צו צייט צו פארבעסערן איז עס אבער ככלב שב על קיאו און ניטאמאל דאס, ווייל ס'איז נישטא די פחד פון חטא. במילא דער אייבערשטער וואס האט באשאפן די אלע מיני בני אדם איטליכער מיט זיינע טבעיות'ער, האט מיט זיין תורה פון דרכיה דרכי נועם אלעס געשריבן וויאזוי זיך אויפצופירן, מה ה'"א שואל מעמך כי אם ליראה, ווייל דאן קען מען זיך אויף אלעם שטארקן.

איז טייערער איד אויב לייענט איר דא, לאמיר רעדן אביסעלע אידישע דיבורים , זאלט איר וויסן אז האדם לא נברא אלא לשבר את טבעו ווי דער הייליגער רבי ר' אלימלך וויינט אין צעטל קטן, פארדעם זענט איר דא אויף דעם עולם, אדם עיר פרא יולד ס'איז נישט אייער שולד פארן זיין אזוי, אבער איר זאלט וויסן אז דאס איז נישט קיין גזירה פון הימל אזוי צו בלייבן, דער אייבערשטער איז עומד ומצפה מ'זאל זיך קערן צו אים און משלים זיין דאס נפש, ר' הערשעלע ליסקער שרייבט אז וועגן דעם זאגט די תורה נעשה אדם, ווייל דאס מיינט אז דער מענטש דארף זיך אויך מאכן. מ'קען און מ'דארף משנה זיין די טבעיות, סיי מיט הרגל נעשה טבע ווי ס'שטייט אין צעטל קטן, און ווי אויך מיט לערנען ערנסט ספרי מוסר, די אלע זאכן זענען נישט סתם ס'איז אביוז ס'איז שלעכטיגקייט און די אלע נעמען וואס די גאס גיבט דאס, ס'איז גראבע גרויסע עבירות, שרעקליכע חטאים שבין אדם לחבירו וואס האט שרעקליכע נאכפאלגן פון דורות צומאל, ס'קען אריין בבחי' חוטא ומחטיא שאין מספיקין בידו חלילה, ס'איז מדת רשעות און מדת אכזריות, ס'איז שנאת ישראל נקימה ונטירה, עובר אויף אהבת ישראל, אויף עזוב תעזוב, אויף לא תונו איש עמיתו אויף הלבנת פנים וואס מוטב שיפיל לתוך כבשן האש, ועוד הרבה לאוין ועבירות, אם בעל נפש אתה, נעם שנעל א תהלימ'ל לויף צו א ציון פון א צדיק פארטאגס, און וויין דיך אויס פארן שומע תפלת כל פה, ווי צדיקים האבן געטייטשט כל פע, אפילו פון דעם ערגסטן, שערי דמעות לא ננעלו, איינמאל און נאכאמאל גיב נישט אויף ביז די רעזולטאטן וועלן נישט שפעטיגן ושב ורפא לו, וועסט אודאי געהאלפן ווערן ווי א ברי' חדשה, קיין יאוש איז גאר ניט פארהאנדין!!
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
Horizontal האט געשריבן:קומט אריין דא...

פאר וועלכע רביצין האט ער דאס געזאגט?........ :lol: :lol:

קענסט מסביר זיין די תגובה?

פארוואס מסביר זיין?
אנציפילן נאך אפאר בלעטער דא?
נעה, ס'גוט אזוי, ווער ס'פארשטייט פארשטייט....
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

בראשית ברא האט געשריבן:

זיי האבן טאקע נישט יראת שמים....
אפילו ווען יעדער וועקט זיך אויף אין א ערענסטען זמן ווי למשל ימים נוראים וועסטו כמעט נישא זעהן א גרויסע ענדערונג אונעם נארסעסיסט הותנהגות
אפשר וועלן זיי זאגן מער תהילים אבער דאס אלעס
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

fiena nieas האט געשריבן:זיי האבן טאקע נישט יראת שמים....
אפילו ווען יעדער וועקט זיך אויף אין א ערענסטען זמן ווי למשל ימים נוראים וועסטו כמעט נישא זעהן א גרויסע ענדערונג אונעם נארסעסיסט הותנהגות
אפשר וועלן זיי זאגן מער תהילים אבער דאס אלעס

ער איז אזוי קראנק אז ער גלייבט באמת אז ער איז 100% גערעכט מיט וואס ער טוט

ער וועט פייניגן זיין ווייב און נאך האלטן אז ער איז א סבלן ווייל ער לעבט מיט איר און גט איר נישט אפ
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מען האט בכלל נישט גערעדט דא פון סייקאפעטס . זייער ענדליך צו נארסיסיזים אין פעקט איז יעדע סייקאפעט א נארסעסיסט
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

בראשית ברא האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:און ס'האלט אן פון תענית אסתר ביז פורים

והשנית והיא העיקר, כאטש וואס אין דיזער אשכול וועט מען עס כמעט נישט זעהן, ווייל די נושא סיי די פראבלעם און סיי די סאלושען האט ליידער קנאפ מיט יהדות, און טאקע דערפאר, אאון א חלק פון די אווערנעס אויך ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין. אבער באמת לאמיתו, אויב כאפט א מקריב.. א הרהור תשובה אמיתי איז אין לך דבר העומד בפניו להתרפא מצרעתו כאטש יעדער פון די וויסנשאפטליכער וועלט וועט אויפגעבן אויף אים און זאגן גלייבט אים נישט. אבער באמת קען מען, הן בתפלה ובבכי' לפני השי"ת און אפילו נאר מיט יראת שמים, ווייל אויב האט מען באמת יראת שמים איז כמעט מן הנמנע זיך אזוי אויפצופירן כאטש וואס בטבעו איז ער שרעקליך קראנק, אבער אויב מ'לערנט תורה און ספרי מוסר וכו' קען דאך נישט זיין א איד מיט יראה זאל זיך אויפפירן ממש אזוי, ווייל יראת שמים איז שטארקער פון אלע טבעיות, פונקט ווי איינער וואס איז בטבעו א גנב, האט ער אבער מורא פארן לא תגנוב וועט ער נישט גנב'נן.

בראשית ברא, זייער אויפריכטיגע ווערטער
והאמת ייאמר, איך האלט יעצט מיט א פאל, פון א בפ"ד בן בפ"ד, בן בנו של בפ"ד, וואס האט געליטן פון זיין טאטע אויף א געפערליכן אויפן, און ס'האט געהאלטן גאר שמאל ליידער, און ב"ה ממש די לעצטע צייטן, זעהט מען מורא'דיגע שינוים, דער יונגערמאן האט זיך גענומען אין די הענט אריין, און ארבייט אויף זיך אויף א משוגענעם אויפן, לאמיר האפן ס'זאל זיין מיט א קיום.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

ראספשע האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:ראספשע, ביטע פארשטיין וואס אנדערע מאכן מיט, און זיין סענסעטיוו מיט אנדערע מענטשענס געפילן און ווייטאג, א דאנק.

דאס גופא איז מיין קשיא,
אויב דער ליידנדער ווייסט אז אנדערע פארשטייען עם נישט
פארוואס קומען דא?????
פארוואס נישט גיין צו ווער ס'פארשטייט יא
שרייבן דא, און זיך צאמרעגן אויף ווער ס'פארשטייט עם נישט, איז סתם אומגעבעטענע הארץ ווייטאג

קעןן איינער דא העלפן אויף די דערמאנטע קרענק? ניין
די זעלבע זאך ב. פ. ד.
איינער קלערט דא צו געהאלפן ווערן מיט אינפארמאציע וואס ער ווייסט נאך נישט?

געמיזט אריינסיינען מוחה צי זיין אויף די אכזריות.

אידן זענען דא אבוויעסלי שרוים בצער. פארווייטאגט. מרי נפש. שפירן זיך בעסער אז א ציבור הערט זיי אויס און האבן מיטגעפיהל מיט זיי.
אין דיין אישא איז אז סאיז נישט דא געניג אינפארמאציע, איז פעלט נישט אויס ס׳גאנצע אשכול לשיטתך, אין נאך קאלטבליטיגע סטעיטמענטס.
טפשות סעלפישנעס מיט אכזריות באנאזאם!

אלעס קלאפט ביי אייך? דאנק גאט! די קענסט נישט האבן קיין מיטלייד? כאטש שווייג! ווילסט עפענען אשכולות בנושא אלטסהיימערס? עפן, אין פיץ פין דא אפ.

#ידינו לא שפכו את הדם הזה. אבער ועינינו ראו

אסאך ווייטאגליכע סאבדזשעקטס וואלטן ווען שוין געקענט/געמעגט דיסקאסד ווערן דא, ווען נישט די פחד פין די ליידענדער אז נאכן ספענדן זיין דם התמצית צי באשרייבן זיין ביטערע לעבנס געשיכטע וועט ער באגעגענען אזא קאלטבלוטיגער ווי אייך, אין דערנאך וועט ער ברויכן זיין פארנימען מיט טעקניקעל נאנסענס טענהרייען צי סבאלונגט און א פאבליק פארום. צי ער איז גאר א בחור א טראל מיט א געזויגענע מעשה ועוד הגאהות אכזריות וואס כהאב אלטס געליינט דא.

אין צי אייך וויקטעמס. השם עמכם גיבורי החיל! ער פארשטייט ענק, ער איז אייער טאטע מיט ׳פאטערלעכע׳ געפילן. הבן יקיר לי אפרים.. על כן המו מיעי לו רחם ארחמנו נאום השם! נאך ווי איר באקימט פאטערליכע געפיהלן!! אין ער מאכט א רקידה אין הימעל מיט יעדע נקידה טובה וואס איר טוהט. יעדע קינד וואס איר האט די זכיה מחנך זיין בדרך הישר. אין יעדע טאג וואס איר גייט אן אין גיבט נישט אויף.
דער אייבישטער זאל אייך געבן די שטארקייט פעסטקייט אנציגיין!
געהערט אמאל די ווארט, אין נאכן ליינען פין אייך אלע זעה איך ווי אמת עס איז.
The most commen outcome of abuse is resilience.

יהוא רצון שילמדו תועים בינה.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

כלל וכלל האט געשריבן:

טיילענאל ליגט דארט העכערן שאפע
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

רינגעראנגעראזי... פרעילאאך!.. אט אזוי!.. האפ האפ.. לעבעדיג.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”