שטובער מיט פערסענאלעטי דיסאורדער עלטערן ל"ע

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך ינואר 30, 2019 9:30 pm

שרייזשע האט געשריבן:און צו געבען די ריכטיגע ידיעות און כלים פארן מענטש זיך צו קענען היילען

וזה עיקר

צומאל דארף מען מודיע זיין פארן מענטש וואסערע כלים ער האט

אפט רעד איך מיט מענטשן אין א סיטואציע וואס ער דארף פשוט כאפן אז ער קען אליינס טראכטן. מ'דארף אים נאר גיבן די דירעקציע אין וועלכן צו טראכטן

בבחינת ברוב יועץ
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך ינואר 30, 2019 10:26 pm

הענדימען האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:און צו געבען די ריכטיגע ידיעות און כלים פארן מענטש זיך צו קענען היילען

וזה עיקר

צומאל דארף מען מודיע זיין פארן מענטש וואסערע כלים ער האט

אפט רעד איך מיט מענטשן אין א סיטואציע וואס ער דארף פשוט כאפן אז ער קען אליינס טראכטן. מ'דארף אים נאר גיבן די דירעקציע אין וועלכן צו טראכטן

בבחינת ברוב יועץ

צום פינטעל! גאר שטארק!

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך ינואר 30, 2019 10:55 pm

איך בין מער אין די שיטה פון ארויסברענגען סאבקאנטשעס באהאלטענע געפילן , די פראבלעם איז נאר ווען מען פאנגט אן צו טאטשן און עפענען די טיפע געפילן ענדיגט מען נישט קיינמאל ואין לדבר סוף....

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 12:36 am

fiena nieas האט געשריבן:איך בין מער אין די שיטה פון ארויסברענגען סאבקאנטשעס באהאלטענע געפילן , די פראבלעם איז נאר ווען מען פאנגט אן צו טאטשן און עפענען די טיפע געפילן ענדיגט מען נישט קיינמאל ואין לדבר סוף....

דו ביסט אין די שיטה פון קאמאן סענס

מ'קען יא ענדיגן די געפילן כאטש ס'איז זייער שווער. מ'דארף האלטן דערביי

ווי פארשטענדליך רעד איך נישט אין א פאל וואס מ'קען טוהן עפעס אדער ווען די זכרונות נעמען ממש איבער און מ'קען זיך נישט צוזאמנעמען. איך רעד ווען מ'האט שוין אדרעסירט די עיקר אישאס און ס'קומט ארויס אנדערע אומבאקוועמע זכרונות

אדם לעמל יולד און דאס לעבן ווארפט אייביג טשעלענדזשעס און מ'דארף זיך שטארקן און גיין ווייטער
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

Williamsburg
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

תגובהדורך Williamsburg » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 12:59 am

הענדימען האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:און צו געבען די ריכטיגע ידיעות און כלים פארן מענטש זיך צו קענען היילען

וזה עיקר

צומאל דארף מען מודיע זיין פארן מענטש וואסערע כלים ער האט

אפט רעד איך מיט מענטשן אין א סיטואציע וואס ער דארף פשוט כאפן אז ער קען אליינס טראכטן. מ'דארף אים נאר גיבן די דירעקציע אין וועלכן צו טראכטן

בבחינת ברוב יועץ

יא און טאקע אויף דעי מהלך ארבעטן מיר און מיין טערעפיסט צוזאמען.
איך האב ליידער געהאט אסאך אמתדיגע שווערע זמנים וואס אנדערע און מיין שיך וואלטן שוין לאנג געכאפט א נערוון בראך
און איך קען ב"ה מעיד זיין אז כהאב שטארקע נערוון דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער. דזשאסט טרייטס צו אימעדזשענען (ענק וועלן סייווי נישט קענען) זייענדיג צוויי יאר און א דארמיטארי ישיבה און נישט האבן קיין איין חבר מיט וועם צו לערנען כאטש כהאב ב"ה א גוט קעפל און קיין חברים מיט וועים צו לערנען ווייל איין נארישע בחור מיט א שארף צינג וואס יעדער האט מורא געהאט פון עים האט אפגעמאכט מיר צו נעמען אויפן מזבח און מיר אויסגעצאפט יעדן טראפל בלוט
איז געבליבן ביי מיר איין זאך אגאנצן סדר ליגן אויפן גמרא און שלאפן (אויב איך האב נאך געקענט שלאפן) אדער זיין און צימער אויפן בעט דיפרעטערהייט און ניטאמאל געהעריג געגעסן און אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר גאנצע צוויי יאר
איך מיין איך דארף נישט מסביר זיין אז דעיס איז גענוג צו כאפן א נערוון בראך וואס דעיס איז אחוץ וואס איך בין א לעבעדיגע יתום פון מיין בארדערליין מאמע וואס האט אינז נאר דערנידערט און פארשעמט גענומען מיין (און די זעלבע מיט די געשוויסטער) גאנצע אידענטיטי און אראפגעברענגט טיף און די אדמה סא שטעלטס יעצט צוזאם די צוויי אויף איינמאל
און געדענק איך שוין און די ישיבה וואס כהאב געלערנט נאכדעים ווען סאיז געקומען קעמפ און אזוי ווי און כמעט אלע ישיבות פאנגן די בחורים צו רעדן פון די צימערן מיט וועים מען גייט שלאפן שוין פון נאך פסח און איך האב ליידער נישט געהאט מיט קיין איינעם וואס זאל וועלן אדער זיך אומקוקען אויף מיר יעדן טאג האט מיר מיין קאפ געשווינדעלט און געהאט קאפ וויי אז כהאב געמיינט דאס איז עס איך גיי כאפן א בראך. אבער דער פון אויבן האט אנדערש געוואלט זעהט אויס עפעס הימלישע כוחות זענען געשטאנען ביי מיינע צוויי זייטן און מיר איטערגעהאלטן. וואס כוויל ארויסברענגען איז אונז זענען איבערגעגאנגען ארויסצוברענגן וואס מיינע כוחות ביז יעצט און וויאזוי עס צו נעמען צו די נעקסט לעוועל סא הענדימען ביזט הייליג גערעכט און אויך מיו די נקודה אז מען דארף אליינס וועלן ב"ה דער פון אויבן האט מיר געגעבן שכל זיך צו וועלן היילן און נישט אנהאלטן דעי שווארצע קייט נאר אנפענגען א גאלדענע קייט עד סוף כל הדורות בביאת גואל צדק. זאל ער שוין טאקע קומען !!!!

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » זונטאג פאברואר 03, 2019 7:12 pm

מחשב האט געשריבן:וויליאמסבורג, איך בין מיט דיר, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, איך גלייב אז עס קומען אסאך גאר גוטע געשמאקע צייטן בעזהשי"ת!

איך בעט דיר נאר אז ווען עס וועלן זיין גוטע בשורות זאלסטו אונז מיטטיילן, איך וויל זיך קענען מיט דיר מיטפרייען.

Williamsburg
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

תגובהדורך Williamsburg » זונטאג פאברואר 03, 2019 7:21 pm

שרייזשע האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:וויליאמסבורג, איך בין מיט דיר, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, איך גלייב אז עס קומען אסאך גאר גוטע געשמאקע צייטן בעזהשי"ת!

איך בעט דיר נאר אז ווען עס וועלן זיין גוטע בשורות זאלסטו אונז מיטטיילן, איך וויל זיך קענען מיט דיר מיטפרייען.

הלוואי זאל שוין זיין שמחת אבער......... סאיז ביטער שווער מיט שידוכים און נאכדערצו פאריגע וואך וואו זי האט אונז באשמיצט פאר א שדכנטע זאגענדיג פאר איר אז סוועט נישט זיין קיין שידוכים ווילאנג מען פירט זיך אזוי און אזוי אויף צו איר

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » זונטאג פאברואר 03, 2019 7:42 pm

שרעקליך !
עס טוט אמתדיג ווי צו הערן

מיאושדיגער
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

תגובהדורך מיאושדיגער » זונטאג פאברואר 03, 2019 8:16 pm

הענדימען האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:איך בין מער אין די שיטה פון ארויסברענגען סאבקאנטשעס באהאלטענע געפילן , די פראבלעם איז נאר ווען מען פאנגט אן צו טאטשן און עפענען די טיפע געפילן ענדיגט מען נישט קיינמאל ואין לדבר סוף....

דו ביסט אין די שיטה פון קאמאן סענס

מ'קען יא ענדיגן די געפילן כאטש ס'איז זייער שווער. מ'דארף האלטן דערביי

ווי פארשטענדליך רעד איך נישט אין א פאל וואס מ'קען טוהן עפעס אדער ווען די זכרונות נעמען ממש איבער און מ'קען זיך נישט צוזאמנעמען. איך רעד ווען מ'האט שוין אדרעסירט די עיקר אישאס און ס'קומט ארויס אנדערע אומבאקוועמע זכרונות

אדם לעמל יולד און דאס לעבן ווארפט אייביג טשעלענדזשעס און מ'דארף זיך שטארקן און גיין ווייטער

גוט געזאגט, און די מהלך פון ארויסברענגען די 'סוב קאנטשעס' געפילן איז נאך די שווערסטע, ווייל עס מאכט אז דו זאלסט מוזן פעיסן דיינע "אמת'דיגע" געפילן וואס דו האסט קיינמאל נישט געדארפט פעיסן, טאקע וועגן דעם איז עס סוב קאנטשעס ווייל דער קאנטשעס חלק אינעם מח וויל נישט טראכטן דערפון.

איז ממילא צו נעמען די געפילן און זיין גרייט צו ארבעטן דערמיט און עס פיקסן איז באמת א שווערע שווערע ארבעט.

פארדעם וועט עס צומאל אויסקוקן פאר א מענטש אוממעגליך זיך צו ספראווען דערמיט' וויבאלד ער איז נישט באמת גרייט עס צו 'אנערקענען' און עס אננעמען אזוי ווי עס איז און עס 'באארבעטן', ממילא וועט ער ענדערש אויסוועלן זיך צו באהאלטן דערפון און זיך געבן עפעס א תירוץ אז עס איז נישט אמת יענע געפיל, אדער עס איז נישט אינגאנצן אזוי, און שוין, שלום על ישראל.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום "פראבלעם" מיט גארנישט, אבער אין אמת'ן זענען מיינע "פראבלעמען" אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט "מיואש" צו האבן א "פראבלעם" דערמיט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג פאברואר 04, 2019 12:51 am

Williamsburg האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:וויליאמסבורג, איך בין מיט דיר, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, איך גלייב אז עס קומען אסאך גאר גוטע געשמאקע צייטן בעזהשי"ת!

איך בעט דיר נאר אז ווען עס וועלן זיין גוטע בשורות זאלסטו אונז מיטטיילן, איך וויל זיך קענען מיט דיר מיטפרייען.

הלוואי זאל שוין זיין שמחת אבער......... סאיז ביטער שווער מיט שידוכים און נאכדערצו פאריגע וואך וואו זי האט אונז באשמיצט פאר א שדכנטע זאגענדיג פאר איר אז סוועט נישט זיין קיין שידוכים ווילאנג מען פירט זיך אזוי און אזוי אויף צו איר

ביסטו שוין געגאנגן רעדן מיט רבנים וועגן שידוכים אין אזוינע אומשטענדן?

ווי ווייט איך פארשטיי וואלט דער רבי פון דיין חסידות געווען א שטיקל אדרעסס אנצוהייבן. מאך מיר נישט אוועק, איך בין נישט קיין חסיד! ביודעי ובמכירי קאמינא אז אין שידוכים ווי עלטערן מאכן פראבלעמען האט יענער רבי שטארק פרבירט.
איך רעד נאר פון חלק השידוך, ווי אויך נאר אלץ א התחלה.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

כשרע טעלעפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » מאנטאג פאברואר 04, 2019 9:13 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
Williamsburg האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:וויליאמסבורג, איך בין מיט דיר, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, איך גלייב אז עס קומען אסאך גאר גוטע געשמאקע צייטן בעזהשי"ת!

איך בעט דיר נאר אז ווען עס וועלן זיין גוטע בשורות זאלסטו אונז מיטטיילן, איך וויל זיך קענען מיט דיר מיטפרייען.

הלוואי זאל שוין זיין שמחת אבער......... סאיז ביטער שווער מיט שידוכים און נאכדערצו פאריגע וואך וואו זי האט אונז באשמיצט פאר א שדכנטע זאגענדיג פאר איר אז סוועט נישט זיין קיין שידוכים ווילאנג מען פירט זיך אזוי און אזוי אויף צו איר

ביסטו שוין געגאנגן רעדן מיט רבנים וועגן שידוכים אין אזוינע אומשטענדן?

ווי ווייט איך פארשטיי וואלט דער רבי פון דיין חסידות געווען א שטיקל אדרעסס אנצוהייבן. מאך מיר נישט אוועק, איך בין נישט קיין חסיד! ביודעי ובמכירי קאמינא אז אין שידוכים ווי עלטערן מאכן פראבלעמען האט יענער רבי שטארק פרבירט.
איך רעד נאר פון חלק השידוך, ווי אויך נאר אלץ א התחלה.

איף בין פארמישט אין אזא שטוב, שוין געהאלפן א שיינע פאר קינדער חתונה האבן ב"ה אליינס. (פארשטייט זיך מיט א רב).
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג פאברואר 05, 2019 12:58 pm

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:איף בין פארמישט אין אזא שטוב, שוין געהאלפן א שיינע פאר קינדער חתונה האבן ב"ה אליינס. (פארשטייט זיך מיט א רב).

און פארשטייט זיך מיט א שיין ביסל קריטיק (מילד גערעדט) אריינגעכאפט.

אויב טוסטו די זשאב בנאמנות ווי עס דארף צו זיין, דאן איז אשריך וטוב לך בעולם הבא, כה לחי!
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג פאברואר 05, 2019 6:15 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:איף בין פארמישט אין אזא שטוב, שוין געהאלפן א שיינע פאר קינדער חתונה האבן ב"ה אליינס. (פארשטייט זיך מיט א רב).

און פארשטייט זיך מיט א שיין ביסל קריטיק (מילד גערעדט) אריינגעכאפט.

אויב טוסטו די זשאב בנאמנות ווי עס דארף צו זיין, דאן איז אשריך וטוב לך בעולם הבא, כה לחי!

גא"מ. ס'קומצעך דיר אסאך קרעדיט פאר דיין קוראזש
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

יוסיף דעת
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

תגובהדורך יוסיף דעת » זונטאג מאי 26, 2019 5:56 pm

מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן משנה יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......

samuel
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 12:22 pm

תגובהדורך samuel » מאנטאג מאי 27, 2019 3:14 pm

מען מוז אויפ'ן מינוט'דיגע הילף; זיך אפקויפן די מדה פון זיין אין דער 'לבד'. דאס הייסט, צו לעבן
אינדערהיים, אבער צו וואוינען (אזויווי) אליינס! אין אנדערע ווערטער צו ניצן די שלעכטע [וואס ס'איז דעמאלט גוטע] מדה פון 'סֶעלְפִישׁ'נֶעס (ביים
ביים טוהן געוויסע אקטיוויטיע'ס, וכדומה, כדי אויף צו שפאהרן כחות). אבער אזוי ווי דערמאנט; דאס איז נָאר - אויפ'ן מינוט'דיגע הילף.
לעצט פאראכטן דורך samuel אום מיטוואך מאי 29, 2019 11:39 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דער "נארמאל" איז שוין "אַבְּיָאזְט" געווארן

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג מאי 28, 2019 8:06 pm

א שיעור פון ר' יחזקאל יואל גליק איבער די נושא וויאזוי צו דילן מיט מיניפאלעיטערס
1-929-250-1000
1-1
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג מאי 28, 2019 8:45 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:א שיעור פון ר' יחזקאל יואל גליק איבער די נושא וויאזוי צו דילן מיט מיניפאלעיטערס
1-929-250-1000
1-1

טענקס חושי פארן ארויפלייגן, איך האב עז אויסגעהערט, ער קומט אריין קלאר.

ב.ד.וו. ווער איז הרב גליק? איך זעה סי'ז א גאנצע האטליין מיט צענדליגע שיעורים, קום אריין קלאר ביטע.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג מאי 28, 2019 8:53 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:א שיעור פון ר' יחזקאל יואל גליק איבער די נושא וויאזוי צו דילן מיט מיניפאלעיטערס
1-929-250-1000
1-1

טענקס חושי פארן ארויפלייגן, איך האב עז אויסגעהערט, ער קומט אריין קלאר.

ב.ד.וו. ווער איז הרב גליק? איך זעה סי'ז א גאנצע האטליין מיט צענדליגע שיעורים, קום אריין קלאר ביטע.

א קלוגע איד און א שטיקל משפיע, קענסטעך הערן אויף די האט-ליין זיינע סחורה.

די הנהלה גלייכט נישט ווען מ'רעדט פון א פרטיות'דיגע מענטש, פאר מער פרטים קענסטו קומען אין אישי...

ביטע נישט פארפארן איבער די מענטש פערזענליך.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

א טייער ווארט

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דינסטאג מאי 28, 2019 9:25 pm

בס"ד
איך האב וואס צו ענטפערען, איך האב נישט פאר וועים צו ענטפערען,
אבער איך קום צוריק צום אלטען, מיר זענען דאך אזוי אנגעוויזען יעדע רגע אויף חסד השם, עס דרייען זיך ארום אונז אזויפיל משוגעים נעבעך, כעסנים, נערוועזע, נוח לכעוס ונוח לרצות, מצדך אלף ורבבה מימיניך, איז די עצה טו חסד מיט א צווייטען וועט השי"ת מיט דיר טאן חסד, עס איז א חז"ל כל המרחם על הבריות מרחמין עליו מן השמים, זעסט א חבר איז צוטראגען זאג אים "איך בין דא פאר דיר"
וועל לייבי קלעצקי ע"ה האט זיך געדרייט אויפן גאס אהער און אהין, (מ'זעהט עס אויף די ווידיאו) וואלט מען אין אכט גענומען אז ער בלאדזשעט און מען וואלט אים געםרעגט יונגעלע וואס קען איך דיר העלפען, וואלט ער נאך היינט דא געוועהן,
איר באמערקט אפשר נישט אבער עס זענען דא מענטשען וואס באמערקען יא און זיי טוען צו די זאך אבער זיי קענען נישט ממשיך זיין אליינס, איז ווען אן עסקן קומט בעטען געלט מאך אים נישט אוועק,
איר פארשטייט מיין פוינט, אויב מען העלפט די מענטשען וועלעכע באמערקען יא וועלען זיי טון נאך און נאך,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דינסטאג מאי 28, 2019 10:11 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:א שיעור פון ר' יחזקאל יואל גליק איבער די נושא וויאזוי צו דילן מיט מיניפאלעיטערס
1-929-250-1000
1-1

טענקס חושי פארן ארויפלייגן, איך האב עז אויסגעהערט, ער קומט אריין קלאר.

ב.ד.וו. ווער איז הרב גליק? איך זעה סי'ז א גאנצע האטליין מיט צענדליגע שיעורים, קום אריין קלאר ביטע.

זייער קלאר!

נאר איין זאך; ער לייגט אראפ אז פאר נאנטע קען מען נישט ניצן די עצה וואס ער זאגט אז ס׳ניצט ביי פרעמדע... צו ענטפערן מיט ׳גלאטע׳ קאלטקייט, אהן אריינגיין אין ויכוחים און הסברים ווייל ס׳ברענגט דערווייטקייט.

אבער פון ר׳ מרדכי וויינבערגער איז יא משמע אז ס׳דא אזא מהלך פאר נאנטע; ער רופט עס ׳דיטעטש פראם לאוו׳ (זיך אפשיידן ׳מתוך׳ אהבה). און איך מיין אז כ׳קען עס פארשטיין, מ׳זאגט בערך אזוי: ביי מיר איז קלאר, אז פאר אונזער טובה ברויך מען כך וכך. (פינטל).
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג מאי 28, 2019 11:20 pm

מען זאגט זיי לא מדובשך ולא מעוקצך

אויך קען מען ניצן מיט זיי די משל פון סאטמער רב וועגן די פייערלעשער

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » מיטוואך מאי 29, 2019 11:14 am

Graphic24 האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:א שיעור פון ר' יחזקאל יואל גליק איבער די נושא וויאזוי צו דילן מיט מיניפאלעיטערס
1-929-250-1000
1-1

טענקס חושי פארן ארויפלייגן, איך האב עז אויסגעהערט, ער קומט אריין קלאר.

ב.ד.וו. ווער איז הרב גליק? איך זעה סי'ז א גאנצע האטליין מיט צענדליגע שיעורים, קום אריין קלאר ביטע.

זייער קלאר!

נאר איין זאך; ער לייגט אראפ אז פאר נאנטע קען מען נישט ניצן די עצה וואס ער זאגט אז ס׳ניצט ביי פרעמדע... צו ענטפערן מיט ׳גלאטע׳ קאלטקייט, אהן אריינגיין אין ויכוחים און הסברים ווייל ס׳ברענגט דערווייטקייט.

אבער פון ר׳ מרדכי וויינבערגער איז יא משמע אז ס׳דא אזא מהלך פאר נאנטע; ער רופט עס ׳דיטעטש פראם לאוו׳ (זיך אפשיידן ׳מתוך׳ אהבה). און איך מיין אז כ׳קען עס פארשטיין, מ׳זאגט בערך אזוי: ביי מיר איז קלאר, אז פאר אונזער טובה ברויך מען כך וכך. (פינטל).

ער זאגט טאקע ווייטער דארט, אז ביי נאנטע דארף מען האבן א מהלך זיי יא אריינצוברענגען אין דיין לעבן באופן אהבה פון איין זייט, און נוצן די שמאל דוחה - ווי ער איז מסביר - פון די אנדערע זייט. עס איז מער א לאנג טורם ארבעט אויפן גרעסערן בילד, און נישט עפעס וואס קען געטוהן ווערן בלויז יעצט אין די מינוט וואס מען האט מיט זיי א פאנטשער און מען דארף פון זיי פטור ווערן.
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
יש בו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מיטוואך מאי 29, 2019 1:14 pm

fiena nieas האט געשריבן:מען זאגט זיי לא מדובשך ולא מעוקצך

אויך קען מען ניצן מיט זיי די משל פון סאטמער רב וועגן די פייערלעשער

קלאר נישט, ניצן משלים גייט שוין אריין און די ווכוחים,
ס׳טייטשט אז די פארענפערסט דיך
תש19: איזהו מכובד הכובש את הבריות
קרעדיט: מעלות

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך מאי 29, 2019 2:03 pm

איך זאג נישט אז דו זאגסט זיי די משל איך זאג אז דו זאגסט דיך עס פאר דיר אליינס אז די גאנצע סיבה פארוואס איך דארף דעם מעניפאלעיטארס עטענשאן אין ליבשאפט איז טאקע ווייל דו האסט געמאכט אז איך זאל דארפן דיין ליבשאפט סא צינד נישט און לעש נישט און שטיי אוועק

והמבין יבין

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » מיטוואך מאי 29, 2019 2:30 pm

דו ביזסט גערעכט, דאס איז טאקע די מהלך צו נוצן פארן וויקטים וויאזוי צו פארשטיין - אז עס איז נישט מיין שולד און אז עס מוז בכלל נישט זיין אז איך בין ראנג אדער אז איך בין שוואך און א לא יצלח און אנגעוויזן אויף דיין הסכמה, ס'איז בלויז א געפיל וואס דו ווילסט אז איך זאל שפירן. די נקודה דא איז אבער, וואס איז די מהלך ווען זיי מוניפולעיטן דיר און דו קענסט נישט סתם אוועק שטיין, וויאזוי ווערט מען פון זיי פטור? בעסער געזאגט - וויאזוי האנדלט מען מיט זיי?
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט