מתנות פארן חתן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
יוד אלף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » מיטוואך יולי 11, 2018 3:47 pm

טור ושו"ע ניץ איך אסאך בה
בעכער וואלט איך עפרישיעטעט ווען מען זאל געבן א 6 אונס אנשטאט 8
(קודם ס'וויין קאסט מיר היבש אסאך, נאכער שלאפמער ביים סעודה ווייל מען האט איינגענומען צופיל, איי העסטו זאגן, טרינק נישט דאס גאנצע, נו קען איך נישט יעצט מגלה זיין דעם סוד פון סחור סחור אמרינן )

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך יולי 11, 2018 3:51 pm

א שווער דארף אפשצאן זיין תכשיט'ל און קויפן ערקאדנגלי.

איז ער א בר הכי, קויף א שס מיט א טוש"ע. אויב נישט איז די גרעסטע טובה וואס ער קען עם (און זיין טאכטער) טוהן, איז עם צו קויפן א ארטסקרול שס (מאך נישט אויף די אויגן אזוי גרויס!), עס וועט עם פארגרינגערן זיך אריינלייגן אין א שוואנג פון זיין געבינדן צו תורה, און טאקע מיטהאלטן איינער פון די חבורות.

כמובן אז מ'דארף האבן פלאץ פאר דעם. אבער פאר איינער וואס קויפט א גרויסע שס וואס איז היינט 25 בענדער, מיט א טור וואס איז היינט 23 בענדער, און א שלחן ערוך נאך 13 בענדער, איז עס נישט צופיל מער. 61 ווס. 73.

די ארטסקראל וועט אסאך אסאך אויף טוהן פאר די שטוב ווי די גאלדענע זייגער\מחזורים\מנורה\מגילה צוזאמען.

אויב רעדט מען פון א חתן וואס האלט ביי דעם אויך נישט האט שוין ר' פישל מציע געווען א סובסקריבשין אין מאמענט...

מעכטיג גרויס
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 20, 2018 10:52 am

תגובהדורך מעכטיג גרויס » מיטוואך יולי 11, 2018 4:45 pm

ארטסקראל איז נישט קיין אפשען אין א סיטי דירה

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך יולי 11, 2018 5:05 pm

הער מיינע פינעף צענט: סיי וועלכע מתנה בעפאר די חתונה איז עפעס וואס מען טוט נישט גענצליך עפרישיעיטן. עס ווערט גערעכנט ווי א חלק פונעם ערוואטעטן פעקעדזש.

ווען די $1500 ברעיסלעט וועט קומען א האלבע יאר נאך די חתונה דאן וועט עס זיין א wow.
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

אוועטאר
ארון_ליב
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 09, 2018 2:34 pm

תגובהדורך ארון_ליב » מיטוואך יולי 11, 2018 5:15 pm

איך מאך חתונה אין אפאר יאר מיטן באשעפערס כח און הילף דאס מיינט אז איך האב חתונה געהאט מיט אפאר יאר צוריק.... :smile:
איך האב ביי מיר אפגעמאכט אז ווען איך גיי זיין א שווער בקרוב ובניקל גיי איך זיך נוהג זיין אזוי:
ווען ער איז א חתן זיך "וויסענדיג" מאכן מיט מתנות, אבער יוצא זיין דעם "וויסענדיג מאכן" ווייל רוב איידימער געדענקען/שאצן נישט דעם שווער מיט די טייערקייט פון די מתנוץ פון די חתן'שאפט, נאר מען שאצט דעם שווער אויף זיין געטריישאפט און מענטשליכקייט
איך וואלט געראטן די אלע שווער'ן: ווילט איר אז דער איידעם זאל אייך ליב האבן? ווארט צו ביזן נאכן חתונה און גיב אים ווען דו קענסט אפילו קלייניגקייטן אבער זאכן וואס צייגן אז דיין הארץ איז דא פאר אים
ווי זיין געבורטס טאג רוף זאג העלא מזל טוב און שיק אפילו א טשאקאלאד (קאסט נישט קיין סאך) ער האט געהאט א בעיבי קויף אים אויך עפעס נישט נאר פאר די בעיבי און פאר די יולדות
ביי א שמחה קום אליינס אריבער צו לייגן א פלייצע זאל ער נישט ארבעטען שווער
ער זוכט א דזשאב? העלף אים טרעפן א דזשאב נוץ אויס דיינע קאנעקשאנס פאר אים
שטופ אריין אפאר דאלער אויף יום טוב אפילו אויב ער האט א דזשאב עס מוז נישט זיין קיין סאך געלט אבער דאס ווייזט "איך האב דיר ליב און איך בין דא פאר דיר"
מאך זיכער זיך צוצושטעלן ביי יעדע שמחה 100% זיי דא מאך אים גרינגער דאס לעבן
לויב אים אויס בפניו ובפניה פון דיין טאכטער לאז נישט פאלן קיין ווערטער קעגן אים אפילו שלא בפניו ווייל דאס קומט צוריק
וועסט זיך אזוי אופפירן וועט ער דיר ליב האבן און וועט דיר מכבד זיין און וואס דו האסט אים געקויפט אלץ חתן גייט אים נישט צופיל אנגיין יא געקויפט נישט געקויפט דאס איז נישט וואס קאונט, קאונט איז די געטריישאפט די געפיל און מיטגעפיל
ארון נושא את נושאיו

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך יולי 11, 2018 5:22 pm

אויב א שווער ווארט אז זיין איידעם זאל אים ליב האבן האט ער א ערנסטע פראבלעם!
(די זעלבע פארקערט...)

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1815
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך יולי 11, 2018 5:33 pm

קלוגע חכם האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:א מגילה איז גאר פראקטיש, ווערט גענוצט געזונטערהייט ביז די 120, מחזורים איז אויסגעווארפן געלט, זע וויפיל דערפון בלייבט פערלאזט אין שול נאך די ימים טובים.

א טור ושו"ע איז א מוז אין א אידישע שטוב, אויב האלט ער טאקע אז ער האט זיך איינגעקויפט א תכשיט, טאמיר נישט איז א סובסקריפשען צום מאמענט גענוג.


מחזורים איז אויסגעווארפן געלט און א שס אויכט אפילו די קליינע סעט אויב עפעס קויף אים א ברכות און ווען ער וועט דאס מסיים זיין וועט ער באקימען א מסכת שבת טור ושו"ע קענסטי אויכט ריפלעסן מיט א סעט אוצר הלכות עס איז בכלל נישט קיין מוז
די בעסטע מתנה וואס מיין שווער האט מיר געגעבן איז געווען א מגילה פון דעם האב איך די מערסטע הנאה געהאט פון אלע מתנות


וויסט פארוואס די האסט די מערסטע הנאה געהאט פון דיין מגילה? ווייל אזוי האט יעדער געזעהן אז די האסט געטון א בעל בתי'שע שידוך.

אבער ווען מען טראכט אריין איז דאס פון די ווייניגסטע וויכטיגע מתנות, און פון די זאכן וואס ווערט גאר ווייניג באנוצט

און קרעווינוואלק מזל טוב צו זיין שידוך, זאלסט זען אסאך שמחות און נחת ביז די 120, און חתונה מאכן מיט הרחבת הדעת


@ קליג און חכם סארא שטיתים צו רעדן א שאד איך האב דאס נישט געוויסט ווען איך בין געווען א חתן זיך גרויס צי האלטן דערמיט חבל
פשוט אינסטרעסאנט אז 85% מענטשן קויפן זיך דאס כאטש עס ווערט אזוי ווייניג באנוצט

אגב מיין טייערער שטריימל וואס איך האב יא באקימען איז מיר נישט האלב אזוי ווערט געווען ווי א מגילה כאטש איך ניץ עס בערך 7 מאל א יאר און די מגילה נאר 2 מאל און געקאסט האט אים עס אפאר מאל אזוויפיל

איך פארשטיי אז רוב מחתנים קענען זיך דאס נישט ערלויבן אבער איינער וואס קען יא און וויל קויפן עפעס וואס זיין חתן גייט הנאה האבן ביי מיר איז עס געווען די מגילה
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1815
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך יולי 11, 2018 5:43 pm

cravenwalk האט געשריבן:געטוישט קעפל
וועלכע מתנות געבט מען פארן חתן ?


אויב קען ער זיך ערלויבן א אויסגעצאלטער נסיעה אויף מקומות הקדושים קען זיין אינטרעסאנט
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך יולי 11, 2018 8:01 pm

אדער יא האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:פאר די קויפסט א טייערע הערליכע ריזיגע סעט ׳טור׳ מיט ׳שלחן ערוך׳ פרעג דיין חתן צו ער דארף עס בכלל...
א ש״ס מילא, מ׳דארף דאך פארהערן די קינדער יעדע וואך אבער א טור וואסעפעס??

כ' ווייטאג נאכאלץ פ"וו כ'האב נישט א סעט טוש"ע, א אידיש שטוב אן די ספרי הלכה שכל ישראל נשענים עליהם!?

קלוגע חכם
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

תגובהדורך קלוגע חכם » מיטוואך יולי 11, 2018 10:58 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
קלוגע חכם האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:א מגילה איז גאר פראקטיש, ווערט גענוצט געזונטערהייט ביז די 120, מחזורים איז אויסגעווארפן געלט, זע וויפיל דערפון בלייבט פערלאזט אין שול נאך די ימים טובים.

א טור ושו"ע איז א מוז אין א אידישע שטוב, אויב האלט ער טאקע אז ער האט זיך איינגעקויפט א תכשיט, טאמיר נישט איז א סובסקריפשען צום מאמענט גענוג.


מחזורים איז אויסגעווארפן געלט און א שס אויכט אפילו די קליינע סעט אויב עפעס קויף אים א ברכות און ווען ער וועט דאס מסיים זיין וועט ער באקימען א מסכת שבת טור ושו"ע קענסטי אויכט ריפלעסן מיט א סעט אוצר הלכות עס איז בכלל נישט קיין מוז
די בעסטע מתנה וואס מיין שווער האט מיר געגעבן איז געווען א מגילה פון דעם האב איך די מערסטע הנאה געהאט פון אלע מתנות


וויסט פארוואס די האסט די מערסטע הנאה געהאט פון דיין מגילה? ווייל אזוי האט יעדער געזעהן אז די האסט געטון א בעל בתי'שע שידוך.

אבער ווען מען טראכט אריין איז דאס פון די ווייניגסטע וויכטיגע מתנות, און פון די זאכן וואס ווערט גאר ווייניג באנוצט

און קרעווינוואלק מזל טוב צו זיין שידוך, זאלסט זען אסאך שמחות און נחת ביז די 120, און חתונה מאכן מיט הרחבת הדעת


@ קליג און חכם סארא שטיתים צו רעדן א שאד איך האב דאס נישט געוויסט ווען איך בין געווען א חתן זיך גרויס צי האלטן דערמיט חבל
פשוט אינסטרעסאנט אז 85% מענטשן קויפן זיך דאס כאטש עס ווערט אזוי ווייניג באנוצט

אגב מיין טייערער שטריימל וואס איך האב יא באקימען איז מיר נישט האלב אזוי ווערט געווען ווי א מגילה כאטש איך ניץ עס בערך 7 מאל א יאר און די מגילה נאר 2 מאל און געקאסט האט אים עס אפאר מאל אזוויפיל

איך פארשטיי אז רוב מחתנים קענען זיך דאס נישט ערלויבן אבער איינער וואס קען יא און וויל קויפן עפעס וואס זיין חתן גייט הנאה האבן ביי מיר איז עס געווען די מגילה


ביסט לכאורה גערעכט, און סארי איך האב מיר נישט גוט אויסגעדריקט וועגען בעל בתישע שידוך. עס איז באמת א גאר שטארקע באקוועמליכקייט צו האבן א אייגענע מגילה, און אמת עס איז מער ווערד פון א טייערע שטריימל אויב נוצט מען עס נאר 7 מאל א יאר


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט