בלאט 1 פון 3

"ספעציעלע מנינים" סקעדזשול, וויליאמסבורג

געשריבן: זונטאג יוני 24, 2018 10:58 pm
דורך ערנסט גערעדט
אין אזא גרויסע עיר ואם בישראל מאכט זיך אז א איד וויל דאווענען פריער אדער שפעטער ווי די א"ג "געווענליכע זמנים", שבת אדער אינדערוואכן, שחרית, מנחה אדער מעריב, יום כפור קטן, סליחות בה"ב, התרת קללות וכו' וכו' וכו'.

איז אין אונזער דערנעבנדיגער בארא פארק ווייסן אלע פון ביהמ"ד שומרי שבת, ווי איר קענט דאווענען מעריב און שחרית אויפאמאל, תשעה באב ותיקין, און קריאת פרשת זכור שפעט נאכמיטאג, אדער סליחות ו' חקת וכדומה.

אבער ביי אונז אין וויליאמסבורג, אפילו אין גרויסע מנינים צענטערן איז נישט אלעס צוגעשטעלט, ובפרט שבת ויום טוב. און אפילו אויב יא, איז אמאל בע'טעמ'טער צו דאווענען אין א שטילע רוהיגע שוהל'כל, אדער עכ"פ ביי א באשטימטע מנין.

האב איך געקלערט לתועלת הרבים, מאכן אזא אשכול ווי דער ציבור וועט קענען אריינלייגן אלע סארטן מנינים וועלכע קומען פאר דא אין שטאט, ס'זאל קענען צוניץ קומען פאר יעדעם.

איך הייב אהן מיט עטליכע דוגמאות;

מנחה גדולה, ביהמ"ד הגדול קיט"ל ראדני

געשריבן: זונטאג יוני 24, 2018 11:02 pm
דורך ערנסט גערעדט
ווארשיינליך די פריסטע מנין מנחה אין וומ"ס

מ'שטעלט זיך גאר פונקטליך ביי די זמן מנחה גדולה (מג"א, פארשטייט זיך), אין די זייטיגע שטובל גראד וואו מ'קומט אריין אין ביהמ"ד הגדול.

יעצט זוממער קען אמאל זיין אז מ'קען ווארטן לאנג ס'זאלן זיך צוזאמשטעלן מנינים מנחה אין די פריע נאכמיטאג שעות, אבער די מנחה גדולה איז גאר פונקטליך און קביעות'דיג!

מנחה וקב"ש, בחדשי הקיץ, בשעה 7:00, ביהמ"ד ויזניץ ראסס

געשריבן: זונטאג יוני 24, 2018 11:03 pm
דורך ערנסט גערעדט
קען זיין זייער פראקטיש פאר די וואס ווילן פראווען די סעודות שבת מיט די אינגע קינדער וואכזאם.

מיר גייען נישט אריין אין די הלכה'דיגע אויסגעהאלטנקייט דערפון.

יום כפור קטן, 15 - 30 מינוט לפני שקיעה"ח, ביהמ"ד פאפא

געשריבן: זונטאג יוני 24, 2018 11:06 pm
דורך ערנסט גערעדט
מ'שטעלט זיך א פערטל נאך, אדער א פערטל צו, האלבער, אדער ביי די שעה. - וועלכע עס קומט אויס צווישן 15 מינוט און א האלבע שעה בעפאר די שקיעה.

ס'איז דא א געשמאקע בעל תפלה קבוע, עס איז 'אהן' מנחה.

די מנין קומט פאר אין די שטובל אויף די רעכטע זייט ווען מ'קומט אריין פון די הויפט אריינגאנג אויף בעדפארד

מעריב בימות החול, 40 מינוט אחר השקיעה, ויזשניץ 6 לי

געשריבן: זונטאג יוני 24, 2018 11:08 pm
דורך ערנסט גערעדט
ווארשיינליך די פריסטע מעריב דא אין שטאט.

די מנין קומט פאר צומאל אויבן, אין די היכל התורה (פאליש). און צומאל אונטן ביי די לעצטע שטוב. (ווענדט זיך ווינטער אדער זוממער, פאלגט נאך די מודעות).

מוצאי שבת איז אויך דא א פריע מנין מעריב, כ'געדענק נישט פונקטליך די זמן

געשריבן: זונטאג יוני 24, 2018 11:26 pm
דורך משה ישר
דער גאר פריע קבלת שבת אין מירער מנין גייט נאך אן?

געשריבן: זונטאג יוני 24, 2018 11:56 pm
דורך הרב_שלום
עס איז מיר א גרויס ווינדער אז אין גאנץ ווימס איז נישט דא צו געפונען קיין מנין םנחה דורכן טאג בלויז אין ראדני (אלע בתי מדרשים האבן דורכן טאג 1 - 2 מנינים) אבער אויב איינער זוכט א מנין מנחה ווייל ער דארפ האבן אפגעדאוונט ביז א האלבע שעה אזא איינער דארפ דאווענען ביחידות

געשריבן: מאנטאג יוני 25, 2018 10:10 am
דורך נעגלוואסער
משה ישר האט געשריבן:דער גאר פריע קבלת שבת אין מירער מנין גייט נאך אן?


its 10 minutes after the zman

געשריבן: מאנטאג יוני 25, 2018 10:18 am
דורך דריידל
הרב_שלום האט געשריבן:עס איז מיר א גרויס ווינדער אז אין גאנץ ווימס איז נישט דא צו געפונען קיין מנין םנחה דורכן טאג בלויז אין ראדני (אלע בתי מדרשים האבן דורכן טאג 1 - 2 מנינים) אבער אויב איינער זוכט א מנין מנחה ווייל ער דארפ האבן אפגעדאוונט ביז א האלבע שעה אזא איינער דארפ דאווענען ביחידות

ווינטער איז דא אסאך מנינים אין די פריע נאכמיטאג שעה'ן אבער אפילו זימער איז אויך דא אין פאפא עטליכע מנינים קבועים יעדן טאג

געשריבן: מאנטאג יוני 25, 2018 10:37 am
דורך הרב_שלום
דריידל האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:עס איז מיר א גרויס ווינדער אז אין גאנץ ווימס איז נישט דא צו געפונען קיין מנין םנחה דורכן טאג בלויז אין ראדני (אלע בתי מדרשים האבן דורכן טאג 1 - 2 מנינים) אבער אויב איינער זוכט א מנין מנחה ווייל ער דארפ האבן אפגעדאוונט ביז א האלבע שעה אזא איינער דארפ דאווענען ביחידות

ווינטער איז דא אסאך מנינים אין די פריע נאכמיטאג שעה'ן אבער אפילו זימער איז אויך דא אין פאפא עטליכע מנינים קבועים יעדן טאג


פאפא האט 4 אויפציעלע מנינים דורכן טאג (צווישען חצות און 7 אזייגער) שוין עטליכע מאל וואס כהאב געוואלט דאווענען דארט אבער למעשה איז נישט געווען קיין מנין

ווינטער האבן אלע בתי מדרשים איין אפיציעלע מנין אבער די כסדר'דיגע מנינים הייבן זיך אן 4:30

געשריבן: מאנטאג יוני 25, 2018 11:06 am
דורך דריידל
נו וואס איז דיין גרויס ווינדער? ווי האסטי יא כסדר'דיגע מנינים דורכן טאג? אין ב"פ איז עס שומר שבת, אין וומ"ס איז עס ראדני. וויפול מענטשן האסטי געמיינט זיכן מנינים מנחה אין די פריע נאכמיטאג שעות?

געשריבן: מאנטאג יוני 25, 2018 4:28 pm
דורך קהל עדתינו
אין כולל חצות 500 בעדפארד פלעגט מען דאווענען מעריב בקביעות הארט פאר חצות איך ווייס נישט וויאזוי דאס איז היינטיגע צייטן

געשריבן: מאנטאג יוני 25, 2018 4:31 pm
דורך להודיע
ערנסט גערעדט האט געשריבן:קען זיין זייער פראקטיש פאר די וואס ווילן פראווען די סעודות שבת מיט די אינגע קינדער וואכזאם.

מיר גייען נישט אריין אין די הלכה'דיגע אויסגעהאלטנקייט דערפון.


לכה דודי געדויערט א היבשע וויילע דארט. ס'איז נישט אזוי געאייגנט פאר א דרויסנדיגער.

מעריב בימות החול סמוך לחצות הלילה, ביהמ"ד סאטמאר הישן 500 בעדפארד

געשריבן: מאנטאג יוני 25, 2018 4:52 pm
דורך ערנסט גערעדט
קהל עדתינו האט געשריבן:אין כולל חצות 500 בעדפארד פלעגט מען דאווענען מעריב בקביעות הארט פאר חצות איך ווייס נישט וויאזוי דאס איז היינטיגע צייטן


לפי ידיעתי גייט עס אהן פעסט. צומאל שטעלט מען זיך עטליכע מינוט שפעטער, איז כדאי צו ליינען קרי"ש בעפאר, צו כאפן חצות.

שחרית שב"ק ויו"ט ותיקין, ביהמ"ד קיט"ל ראדני, פאליש

געשריבן: מאנטאג יוני 25, 2018 4:55 pm
דורך ערנסט גערעדט
יעדן שבת ויום טוב, חוק ולא יעבור.

חוץ ר"ה ויוכ"פ, ווי עס איז דא אן עקסטערע מנין, געווענליך אין ביהמ"ד בוענאס איירעס, אויף העיווארד, אויבן ביי די סקווירא ישיבה.

שחרית שב"ק ותיקין, בביהמ"ד ברך משה דקיט"ל דסאטמאר

געשריבן: מאנטאג יוני 25, 2018 5:01 pm
דורך משה ישר
שחרית שב"ק ותיקין, בביהמ"ד ברך משה דקיט"ל דסאטמאר אויף סקילמאן.

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 9:37 pm
דורך ערנסט גערעדט
הרב_שלום האט געשריבן:עס איז מיר א גרויס ווינדער אז אין גאנץ ווימס איז נישט דא צו געפונען קיין מנין םנחה דורכן טאג בלויז אין ראדני (אלע בתי מדרשים האבן דורכן טאג 1 - 2 מנינים) אבער אויב איינער זוכט א מנין מנחה ווייל ער דארפ האבן אפגעדאוונט ביז א האלבע שעה אזא איינער דארפ דאווענען ביחידות

פאר דעם זעמיר טאקע דא...

לאמיר האפן מיט די צייט וועט ארויסקומען א מנינים סקעדזשול נוסח שומרי שבת... צוזאמגענומען פון אלע בתי מדרשים אין וומ"ס [הוצאת 'אידישע וועלט', כמובן...]

מ'בעהט טאקע אלע וואס ווייסן פון מניני מנחה קבועים אין די פריע נאכמיטאג שטונדן וועלכע גיין אויך אהן בימות הקיץ, זאלן דא מעלדן.

ס'גראדע גאנץ וויכטיג דוקא יעצט אין די קאנטרי סעזאן, ווי מענטשן ווילן זיך ארויסלאזן אין די וועגן נאכמיטאג, אפגעדאווענט מנחה פאר דעם.

מנחה שב"ק 4:00 אחצ"ה ביהמ"ד הגדול קיט"ל ראדני

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 9:39 pm
דורך ערנסט גערעדט
איינער ווייסט צו ס'גייט נאך אן קביעות'דיג, אפי' יעצט זומער?

ס'קען זיין שטארק נוגע, כגון א איד וואס דארף אריינוואקן אין שפיטאל וכדומה.

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 11:00 pm
דורך ידעתי
ערנסט גערעדט האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:עס איז מיר א גרויס ווינדער אז אין גאנץ ווימס איז נישט דא צו געפונען קיין מנין םנחה דורכן טאג בלויז אין ראדני (אלע בתי מדרשים האבן דורכן טאג 1 - 2 מנינים) אבער אויב איינער זוכט א מנין מנחה ווייל ער דארפ האבן אפגעדאוונט ביז א האלבע שעה אזא איינער דארפ דאווענען ביחידות

פאר דעם זעמיר טאקע דא...

לאמיר האפן מיט די צייט וועט ארויסקומען א מנינים סקעדזשול נוסח שומרי שבת... צוזאמגענומען פון אלע בתי מדרשים אין וומ"ס [הוצאת 'אידישע וועלט', כמובן...]

מ'בעהט טאקע אלע וואס ווייסן פון מניני מנחה קבועים אין די פריע נאכמיטאג שטונדן וועלכע גיין אויך אהן בימות הקיץ, זאלן דא מעלדן.

ס'גראדע גאנץ וויכטיג דוקא יעצט אין די קאנטרי סעזאן, ווי מענטשן ווילן זיך ארויסלאזן אין די וועגן נאכמיטאג, אפגעדאווענט מנחה פאר דעם.


די צייטונג פלעגט האבן (מעגליך אז זיי האבן עס נאך) א ליסטע פון מנינים מנחה אין ישיבות און ביזניסער במשך די נאכמיטאג שעה'ן

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 11:18 pm
דורך הרב_שלום
דריידל האט געשריבן:נו וואס איז דיין גרויס ווינדער? ווי האסטי יא כסדר'דיגע מנינים דורכן טאג? אין ב"פ איז עס שומר שבת, אין וומ"ס איז עס ראדני. וויפול מענטשן האסטי געמיינט זיכן מנינים מנחה אין די פריע נאכמיטאג שעות?


אין ב.פ. איז דא שומר שבת. באבוב און ביי פעלדער. ניי ווימס איז גענוג גרויס אז עס זאל זיך קענען מאכען א מנינים צענטער

געשריבן: מיטוואך יוני 27, 2018 12:54 am
דורך דריידל
הרב_שלום האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:נו וואס איז דיין גרויס ווינדער? ווי האסטי יא כסדר'דיגע מנינים דורכן טאג? אין ב"פ איז עס שומר שבת, אין וומ"ס איז עס ראדני. וויפול מענטשן האסטי געמיינט זיכן מנינים מנחה אין די פריע נאכמיטאג שעות?


אין ב.פ. איז דא שומר שבת. באבוב און ביי פעלדער. ניי ווימס איז גענוג גרויס אז עס זאל זיך קענען מאכען א מנינים צענטער

אין באבוב און ביי פעלדער איז דא מנינים מנחה גאנץ נאכמיטאג? אז איך וואק אריין היינט 2-3:00 איז דא מנינים?

געשריבן: מיטוואך יוני 27, 2018 1:23 am
דורך יאיר גאלד
אין באבוב פון בערך 5:00, ביי פעלדער פון 3.

געשריבן: מיטוואך יוני 27, 2018 3:34 am
דורך שמן זית
ווי איז פעלדער?

געשריבן: מיטוואך יוני 27, 2018 3:37 am
דורך שמן זית
בד"וו

אין גאנץ בני ברק איז נישטא קיין איין מנין פרייטאג נאכמיטאג מער ווי א האלבע שעה נאך די שקיעה,
און בכלל פרייטאג נאך די שקיעה איז נאר דא אין די 5 סאטמארע שולן:
שיכון
זכרון מאיר
צפון
נחמי'
רמבם

אויב איינער וועקט זיך אויף שבת נאכמיטאג ביי די שקיעה און ער וואוינט נישט נאנט צו איינע פון די סאטמארע שוהלן האט ער נישט קיין מנין,

א האלבע שעה נאך די שקיעה קען מען נאר דאווענען ביחידות, און מ'רעדט נישט פון קיין דארף, מ'רעדט פון א שטאט וואס האט מער מענטשן ווי בארא פארק

געשריבן: מיטוואך יוני 27, 2018 8:19 am
דורך יחזקאלע
אויב איינער זוכט א פריע מנין מנחה, אין ביהמ"ד סאמבאטהעלי אויף פענן סט. אין וויליאמסבורג, קומט פאר א קביעות'דיגע מנין מנחה אום 2 אזייגער פונקטליך, גאר א שטארקע און פונקטליכע מנין