דייטשע ארכיוון?

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

דייטשע ארכיוון?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

מיין זיידע זאל זיין געזונט, א טייערער איד אין די הויכע אכציגער יארן קע"ה, האט מיר אסאך מאל פארציילט, אז ס'איז אים געלונגען צו זיין מיט זיין טאטן אין איין לאגער פון סיון תש"ד ביז בערך תשרי אדער חשוון תש"ה, קודם אין פלאשוב און נאכדעם אין גרויסראוזן.
ווי נאר א דייטש איז געוואויר געווארן אז זיי זענען טאטע-און-זון, האט מען זיי אפגעטיילט און ביידן פארשיקט פון גרויסראוזן.
מיין זיידן נ"י האט מען געשיקט קיין גערליץ (שלעזן). אבער וואו אהין מען האט געשיקט זיין טאטן און וואס האט פאסירט מיט אים פון דאן און ווייטער - איז אים א רעטעניש.
ער געדענקט נאך וויאזוי זיין טאטע האט אויסגעזען, כאטש א בילד איז אים נישט פארבליבן למזכרת.
ער איז זייער נייגעריג צו וויסן וואס אימער ס'איז נאר מעגליך צו וויסן, איבער זיין טאטע.

ס'איז מסתמא דא א פלאץ וואו מען קען נישטערן אינפארמאציע, ווי דאקומענטן און מעגליך אפילו בילדער אד"ג. איך ווייס נאר נישט וואו.
קען איינער העלפן?
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

אויף jewishgen האט איר שוין פראבירט?
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

איך האב פארמאגט אן עלטער מומע, אן ערוואקסענע מיידל ביים קריג, וואס די פאמיליע האבן נישט קיין קלארע שפירן וואו און ווי אזוי זי איז אומגעקומען (אויב זי איז אומגעקומען!!). איך האב פראבירט ביי די דייטשע רעקארדס און ביי די US האלאקאוסט מוזעאום, אבער אן ערפאלג. פאלגנד איז א לינק צו ריקוועסטן אינפארמאציע. פראביר צו געבן ווי מער פרטים (געבורטס דאטום/ארט, וואוין ארט, אלע מעגליכע ספעלינג אויסלייגן, וכו').

די דייטשע ארכיוון אין באד-אראלסען: https://www.its-arolsen.org/en/informat ... rsecution/
אמעריקאנער האלאקאוסט מוזעאום: https://www.ushmm.org/remember/the-holo ... rce-center

ביי די יד ושם דעיטעבעיס קען מען אויך געפונען אינפארמאציע: http://yvng.yadvashem.org/
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

א גרויסן דאנק פאר די אדרעסן.
נאכנישט פרובירט אין ערגעץ. גיימער זיך נעמען צו די עבודה בעז"ה.
אויב ס'דא איינער וואס טויג זיך אויס אין די פלעצער און וויל מיר העלפן, זאל זיך ביטע ווענדן צו מיר באישי און כ'וועל צושטעלן אלע פרטים וואס כ'ווייס.
א ריזיגן דאנק
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

הריני כאילו ששלחתי לך באישי אבער איך האלט עס וועט זיין א תועלת לרבים אויך.איך האב געשיקט א אימעיל צו די ריסערטשערס פון באד ארעלסען (זיי האבן א לינק אויפן וועבסייט) און בערך נאך צוויי יאר האב איך צוריקבאקומען א געוואלד מיט דאקומענטן אויף מיינס אן עלטער זיידן.
די אנדערע סייטס איז אביסל שווער צו זוכן אבער מען קען טרעפן היבש אסאך מיט געדולד.
איך גיי דא צולייגן נאך אפאר סייטס (נישט אלעס איז אומזיסט) אבער בכלל נישט קיין דמיון צו דעם רעפארט וואס איך האב באקומען פון באד ארעלסן און איך פלאן בעז׳׳ה צו בעטן אינפאו פון נאך אפאר מיטגלידער.

www.nara.gov

דאס איז פון די אפיציעלע אמעריקאנע רעגירונג ארכיווען. די דייטשע רעקארדס וואס די אמעריקאנער מיליטער האט פארכאפט נאך די צווייטע וועלט מלחמה ליגט דארט. אזויוו אלע אדערע פעדעראלע וועבסייטס איז ביטער שווער צו זיכען אבער עס איז אסאך מאל ווערט וואס מען טרעפט. ס איז דא דארט עוועילעבל פארשידענע רעקארדס פון דאכאו, מאטהויזען ועוד. עס איז אבער א היפש קאמפליצירטע סייט

לדוגמא דאס איז א לינק וואס זיי האבן פון פלוסענבערג קעמפ
https://www.archives.gov/files/research ... /m1935.pdf
יעצט גיי טרעף די רעקארד




נאך א גוטע סייט וואס אויב עס איז דא עוועלעיבל וועלן זיי האבן אסאך מאל רעקארדס אינקלודינג עקטשועל סקענס אדער א לינק

www.stevemorse.org
www.fold3.com

פאלד3 קען קאסטן געלט
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”