הריני מקבל עלי… את עצמי

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מאנטאג יוני 25, 2018 11:40 pm

א ריזיגן יש"כ פארן ארויפברענגען די געוואלדיגע טעמע, ס'וועט זיכער העלפן אסאך אידן
ס'איז א "סוגיא מלא" היוצא מ"קנקן מלא"
איר שרייבט ממש געוואלדיג, מיט א לייכטע קלארע שפראך

נעמט אויך אין אכט אז אחוץ די ליינערס וועמען ס'אינטערעסירט נישט די טעמע, איז פון אנדערע הינדרעטער ליינערס וואס ס'אינטערעסירט זיי דוקא יא די טעמע און וועלן שלינגען מיט דארשט יעדן ווארט, איז דא גאנץ ווייניג פון זיי וואס האבן עפעס זאכליך צו שרייבן דערוועגן.

מיר זענען דארשטיג אויף נאך!!!
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

מיט דיר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 7:10 pm

תגובהדורך מיט דיר » דינסטאג יוני 26, 2018 12:14 am

עב אחז זייער א שטארקע גדאנק זא קאנפטבל מיט דיר ווי אזוי די ביסט איך האב א מאל געהרט פין א קליגע יוד אז מען דאף זיכער מאכן אז 25% מענשן זענען צי פרידן פין דיר דעמטס ביסטי מסדר וואל יעדעם צי אינפרסן איז נישט מעגלך אין נישט אסגהלטן צי לעיבן אזוי
קיינער האט נישט קיין צייט צו טרכאטן פון דיר
וואל ער איז פארנומען צו טרכאטן וואס די טראכסט אויף אים.

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג יוני 26, 2018 9:38 pm

ילד הפלא האט געשריבן:בס"ד
יא ריכטיג, מקורו ברבינו בחיי פ' כי תצא, עיי''ש ויונעם לך.

נישט געפונען !?

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דינסטאג יולי 24, 2018 9:04 am

אונז ווארט מיר מיט לעכט פארן פותח האשכול ווייטער ממשיך זיין
לענ"ד איז די מדה פין סעלף עקסעפטענס די וויכטיגסטע אדער עכ"פ פון די וויכטיגסטע זאכן אנצוגיין ברוחניות ובגשמיות

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג יולי 24, 2018 1:54 pm

גא"מ לדברי הכלל

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 11:37 pm

קנקן מלא האט געשריבן:איז אזוי; כ׳האב באקומען היבש פידבעק פונעם עולם, סיי ברבים אין סיי אין אישי... ס׳דא אן עולם וואס וויל יא הערן מער איבער דעם טעמע... למעשה קען איך איצער נישט צונעמען דעם נושא מיט א לאנגס און א ברייטס, אויב יא, וואלט איך ארויסגעגעבן א ׳בוך׳ איבער דעם נושא...


המשך יבוא אי״ה

אז איר קענט נישט יעצט רעדן דערפון ווי קען מען ליינען דערוועגן

קענט איר אנצייגן מראי מקומות?

יישר כח

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 12:06 am

אין א זייטיגע נאטיץ:
ביסט א געוואלדיגע גוטע שרייבער קנקן מלא.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 12:11 am

גין-גאלד האט געשריבן:אין א זייטיגע נאטיץ:
ביסט א געוואלדיגע גוטע שרייבער קנקן מלא.
ווען איר ליינט א שרעקעדיגע מעשה זייט נישט
דערשראקן,דער שרייבער באקומט באצאלט אין צייט...

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

תגובהדורך נפש׳ל » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 10:09 am

@זבולון זייער שטארק געשריבן, די סיבה פארוואס מ׳איז זיך מונע פון דא שרייבן, איז ווייל ווי פותח האשכול שרייבט אז די פראבלעים איז אז מ׳אנטלויפט דערפון, סא ווי קען מען נעמען אנטלאפענע אידן?
ס׳איז אזוי ווי איינער וואס האט נישט ליב קיין מיוזיק, אין די ווילסט אים מסביר זיין ווי גוט מיוזיק איז, סא די גיבסט ארויס א ניגון אויף די שיינקייט פון מיוזיק,
דער מענטש האט נישט ליב קיין מיוזיק,

ער גייט קיינמאל נישט אנקומען צו הערך דעם ניגון,

סא די אלע אידן וואס אנטלויפן פון דער הרגש, וועלן קיינמאל נישט ווילן מגיב זיין, ווייל ער לויפט דאך,,,
סך הכל דארף מען טרעפן די פאר אידן וואס זענען ״אמאל״ געלאפן, זאלן זאגן ווי אזוי ס׳פילט, און פארוואס ס׳לוינט נישט,

צוריק צו די נושא,
א געדאנק וואס איך האף אז @נשמה וועט מיר ארויס העלפן מיט דעם,

פאקט #1
״יעדע סברה/מיינונג האט צוויי זייטן, דאס דארף מען נישט מסביר זיין פאר חברי ה׳וועלטל, סיי וואס איינער שרייבט איז דא לכה״פ איין מיינונג אויף פארקערט,

פאקט #2
יעדע שווערע געפיל וואס א מענטש האט, איז געבויט אויף די הסבר וואס דער מענטש אליין האט געלייגט אויף די פאקט, כ׳וועל עס מסביר זיין

אויב די צד המדוברת האט געזאגט אז ווילן נישט דעם שידוך ווייל דער בחור האט חסרון, באקומט יעצט דער בחור א שווערער געפיל, אז ער איז א דורכפאל, ווער קען וויסן וואס נאך ער וועט דורכפאלן אין זיין לעבן לכבוד דעם, זשאב/ חברים/ שלום בית.
_אין אונזער מהלך איז דער פשט אזוי:

די פאקט דא איז, די מציאות אז משפ׳ המדוברת האט אפגעזאגט דעם שידוך ווייל דעם חיסרון (ביסט זיכער וועגען דעם? אפשר נישט?)
די הסבר אויף דעם איז, אז אויב האב איך דעם חיסרון איז נישט מעגליך פאר מיר צו מצליח זיין, זעהסט דאך אז איך בין דורך געפאלן ״וועגען דעם״

סא די שווערע געפיל איז: ״איך האב א חיסרון, אין ממילה קען איך נישט מצליח זיין״

איין טרייסט קען ער נאך אפשר טרעפן, אז ס׳קען זיין אז אויב די משפ׳ המדוברת זאל נישט וויסן פונעם חיסרון, וואלט זיי אפשר יא מסכים געווען צום שידוך, ממילה, על צד איך האב טאקע דעם חיסרון,
״אויב איך וועל עס גוט באהאלטן, קען איך נאך יא מצליח זיין״

צוריק צום שווערע געפיל ״איך האב א חיסרון, אין וועגען דעם קען איך נישט מצליח זיין״

יעצט צו פאקט #3
ווי מער א מענטש טראכט אריין אין א מיינונג, אלץ מער וועט זיך אויפוועקן אין אים די פארקערטע סברה,
פונקט ווי אויב א צווייטע מענטש זאגט א מיינונג, טראכט מען גלייך ״או אינו״
די זעלבע זאך ווען א מענטש טראכט אריין אין זיך, קומט ארויף דער או אינו,

סא, די עצה פאר דעם שווערע געפיל וועט זיין, אז ער זאל זיך שטארק אריינטראכטן אינעם געפיל

״איך-האב-א-חיסרון-אין-וועגען-דעם-קען-איך-נישט-מצליח-זיין״

ס׳טוט זייער שטארק וויי זיך צו טרעפן מיט זיך אליינס, איבערהויפט האט דער מענטש מורא אז ער וועט טאקע אנהייבן אזוי צו האלטן, אז קען טאקע נישט מצליח זיין,
אבער דוקא דאס איז די רפואה, ווייל ווי מער ער וויל נישט טראכטן פון דעם, אין ער טראכט עס ״יא״
אלץ מער וועט ער ווערן דעספערט ״שוין צו טרעפן א סיבה פארוואס ס׳איז נישט אמת די הנחה״, און ווי מער ער וועט יא טראכטן פון די שווערע געפיל, אלץ שטערקער וועט ער טראכטן אז ס׳איז זיכער נישט אמת,

כ׳וויל נישט אריין גיין אין די צווייטע זייט פון די שווערע געפיל, דאס דארף אויפבליצן ביי דעם מענטש אין מח פון זיך אליין,

אויב איך וועל עס דא ארויסשרייבן, וועט דער מענטש תיכף אנהויבן טראכטן דעם באקאנטען ״או אינו״
וואס איז די לעצטער זאך וואס איך וויל ס׳זאל געשעהן,

פרובירט עס אויס, אין לאזטס מיך הערן ווי אזוי ס׳איז געווען (מושי מאיער פון ווען-קעיוו)

@נשמה כ׳ווארט צו הערן פון דיר
טראכטן איז זייער גוט. אבער מ׳טאר נישט זיין א פרעסער

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 12:12 pm

הערליך נפש'ל,
תוכנ'דיג, נוצליך, און פראפעסיאנעל אראפגעשריבן.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

תגובהדורך נפש׳ל » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 2:41 pm

מ׳זאגט נאך פון א היימישע מומחה פאר בחורים אין אנטווערפן:
״אויב ווילסטו וויסן פון וואס ער לויפט אוועק, קוק גוט צו ווי אהין ער לויפט, פונקט פון די פארקערטע זייט לויפט ער אוועק,

די פשט איז, ווייל ער לויפט דאך פאר א סיבה, ער וויל מער נישט קענען יענע אלטע הרגש, סא די מח נעמט זיך צוזאם אלע כוחות, צו גיין צו די אנדערע עקסטרעים, וואס דאס איז די ווייטסטע, פון ווי ער קומט,
כדרכי מיט א משל,
ראובן לויפט, שמעון שטעלט אים אפ,

שמעון: זאג נאר ראובן, איך אז די לויפסט דא, זאג מיר נאר, וואס האט דיר אזוי דערשראקן?

ראובן: כ׳ווייס נישט, כ׳בין זייער דערשראקן

שמעון: וואס היייסט די ווייסט נישט? עפעס האט דיר געמאכט לויפן, ניין?

ראובן: ווייל איך בין זייער דערשראקן, סא איך לויף,
האסט נאך קיינמאל נישט געזעהן איינעם לויפן פאר שרעק?

שמעון: ווייסטו וואס, זאג מיר נאר ווי די ווילסט אנקומען,
(כ׳וועל דיר העלפן אנקומען, (נאר א מומחה מעג דאס נוצן))

ראובן: כ׳ווייס נישט, (עטוואס רואיגער)

שמעון: זאג מיר נאר בערך די געדאנק וואס די טראכסט, אז אויב די וועסט ווייטער לויפן דא אן א פלאן, ווי טראכסט וועסטו אנקומען?

ראובן: עהה, כ׳ווייסט ערגעץ אין מערב זייט,

עד כאן המשל

וואס אונז פארשטייען פון די מעשה, אז אויב ראובן האט פון די גאנצע געלויפעריי נאר געקענט טרעפן איין נקודה, ״מערב״
פארשטייען מיר אז דוקא די נקודה ״מזרח״ דאס איז וואס שטערט אים,
ווייל כ׳האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז א מענטש זאל לויפן צו ״מערב״ ווייל צפון שטערט אים

אויב וואלט ראובן מורה געהאט פון עפעס אנדערש, למשל איינער האט געמאכט קולות אויף אים, וואלט זיין תירוץ נישט געווען ״מערב״ נאר
״נישט קיין חילוק ווי, די עיקר אויף א רואיגע פלאץ״

און דעמאלטס וואלטן מיר פארשטאנען, אז די פראבלעים פון וואס ער לויפט אוועק איז די פארקערטע פון רואיגקייט,
דאס הייסט ״אנגעצויגענקייט״

סא יעדע מענטש זאל זיך גוט בודק זיין נימי נפשו, מבית ומבחוץ, פון ווי מ׳לויפט אוועק, גוט אויפשפילן, און דער אייבערשטער זאל שיקן פאר יעדן איינעם, ישוב הדעת מיט אסאך סייעתא דשמיא, אמן

_נפש׳ל
טראכטן איז זייער גוט. אבער מ׳טאר נישט זיין א פרעסער

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4636
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 2:49 pm

נפש'ל האט געשריבן:@נשמה כ׳ווארט צו הערן פון דיר

טאקע אינטערעסאנט. אבער איך מיין אז דאס איז נאר אויב דער מענטש איז א או-אינו מענטש. דאס הייסט אז דער מהלך קען אויך מאכן אז דער פראבלעם זאל ווערן שטערקער. לדוגמא: לאמיר זאגן אז ווען איך בין אין ביהמ"ד צווישן אסאך מענטשן, טראכט זיך מיר אז זיי טראכטן פון מיר, און יעצט טראכטן זיי אזוי אויף מיר, און יעצט טראכטן זיי אזוי. אזאנע פאוביעס. יעצט, אויב איך וויל אז ס'זאל ארבעטן דיין עצה, מוז איך טראכטן אז מענטשן טראכטן זיכער פון מיר, און איך וועל עס מעמיק זיין, אבער איך מוז אויך אנרייצן אין מיר דעם או אינו פראסעס. און אזוי געהיימניספול זיך צוהערן צום או אינו. און מער מעמיק זיין די פראבלעם-סברא, און זיך מער צוהערן צום היפוך, און ווידער מער מעמיק זיין דעם פראבלע-סברא, און מער צוהערן. ביז איך זעה אז ביידע פון זיי קענען פונקט אזוי זיין אמת. און זיך איבערצייגן אין עקספיריענס, אין מיין פרימיטיווער מח, אז ס'איז פרי דמיוני. ס'דא אבער מענטשן וואס זיי האבן נישט אזא או אינו. אדער ס'צינד זיך זיי נישט אן דער או-אינו.

דא געשעהט א טראנפארמעשן. פארוואס? נישט ווייל דער מענטש איבערצייגט זיך אז ס'געשעהט אנדערש ווי ער ערווארטעט אז ס'גייט געשעהן, נאר וויבאלד די ערשטע זאך וואס מאכט משוגע איז דאך נאר א סברא. א סברא אז די צוויי וואס רעדן דארט אין די ווינקל רעדן פון מיר. (צומאל שפירט זיך א מענטש ליידיג, און דאס אליין אז מ'רעדט פון אים - וואס איז נאר א דמיון - בארואיגט אים.) און מיט די או אינו טריק איבערצייגט זיך א מענטש, אז ס'איז נאר א אייגענע סברא, און נישט קיין פאקט. ווייל אויב וואלט עס געווען א פאקט, אויף וואסערע סמך קומט מיר ארויף דער או אינו; דער היפוך דערפון. אבער דו זאגסט אייזן. בעזרת השי"ת. ש'כח.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

תגובהדורך נפש׳ל » זונטאג אוגוסט 05, 2018 4:05 pm

זייער גוט געזאגט!

מיט'ן אייבערשטענס הילף דורך פלפל התלמידים, וועלן מיר צוקומען צו א פינטעלע אמת,



נשמה האט געשריבן:
נפש'ל האט געשריבן:@נשמה כ׳ווארט צו הערן פון דיר

טאקע אינטערעסאנט. אבער איך מיין אז דאס איז נאר אויב דער מענטש איז א או-אינו מענטש. דאס הייסט אז דער מהלך קען אויך מאכן אז דער פראבלעם זאל ווערן שטערקער.
.


האסט געזאגט צוויי קענגנזייטיגע זאכן, 1) אז דער או אינו מיז נישט ארבעטן, 2) אז ס'ארבעט צו שטארק,

כ'וועל אנעמען תפוס לשון אחרון, אז ווען א מענטש טראכט זיך אריין גאר שטארק אין א סברה, קומט ארויף דער או אינו, לפי עניות דעתי איז דאס א פאקט,

אין דיין משל, ווען דער מענטש זאגט פאר די נעקסטע וואך צייט 5 מאל א טאג,

" איך בין "זיכער" אז די מענטשן האבן גערעדט פון מיר"

און בשעת'ן זאגן פרובירט ער צו קאנעקטן דערצו, פון זיך אליין וועט ער אנהייבן טראכטן " אז ס'קען זיין אז ס'איז נישט אינגאנצן זיכער, ווייל דעס און ווייל יענץ,

(נישט קיין גרויסע הוספות פון פריער)



און לגבי דער פראבלעים וואס די זאגסט אז דער פראבלעים ווערט שטערקער,

דאס איז טאקע צו וואס מיר ווילן צוקומען,

ווייל אזוי לאנג ווי דער או אינו ווערט שטערקער פאראלעל, ווערט דא דא א גרויסע ספק צו די מענטשן האבן טאקע גערעדט פון מיר, אין אפי' ס'איז 50% אז זיי האבן גערעדט פון מיר, איז דער פראבלעים, כמעט שוין נישטא, וויל איך האב נישט א פראבלעים אויב זיי האבן "אפשר" גערעדט, נאר אויב זיי האבן "זיכער" גערעדט,

(פארשטייט זיך אז מ'רעדט דא ווען דער פראבלעים איז, דאס אליינס אז ער טראכט אז מענטשן טראכטן פון אים, ווייל אויב איז דער פראבלעים אז ער טראכט אז מענטשן טראכטן "נעגעטיוו" דאס איז שוין א צווייטע פראבלעים)

דאס אלעס איז לשיטתך, אז ווי שטערקער דער או אינו ווערט, אלץ שטערקער ווערט דער פראבלעים,

כ'וועל טוישן דעם נאמען פונעם צווייטן (א.ג. או אינו) געפיל, אויף " מושכל שני"

דער פראבלעים זעלבסט וועלן מיר רופן "מושכל ראשון" אין דער או אינו וועלן מיר רופן "מושכל שני"

דער פראבלעים איז נאר א פראבלעים, אויב איז דאס נישט אמת, דאס טייטש, אויב האט יענער טאקע גערעדט פון מיר, און איך ווייס דאס, איז דאס נישט א "פראבלעים" סך הכל האב איך אויסגעפונען א פאקט,

(ס'איז דא טאראפיסטן וואס האלטן אז דאס גופא איז א פראבלעים, און פון זייערע פאציענטן ליידן מיר טאג טעגליך אין ביה"מ ווען קליינע שמויטע-פניםליך אינגעלייט נעמען זיך פלוצים גאָטס ווי א מיטל יעריגער, רופן זיך אן, מישן זיך אריין, אן קיין ברעקל (קאמפלעקס, כ'מיין צו זאגן) מחשבה,)

ס'איז נאר א פראבלעים אויב עכט איז דאס נישט אמת, נאר איך מיין אזוי, דעמאלטס האב איך א פראבלעים "אז איך מיין"

מיר האלטן, אז דער אמת איז אייביג שטערקער, ס'טייטש, אז ווען איך טראכט במושכל ראשון אז זיכער האט יענער געטראכט פון מיר, און די סיבה פארוואס דער מושכל שני פַּאפַּט ארויף, איז ווייל דער מושכל שני איז מער אמת פונעם מושכל ראשון, וואס דאס איז דאך דער פאקט,


ממילה, ווי מער ער וועט זיך פארטיפן אינעם מושכל ראשון, אלץ שטערקער וועט דער אמת קלאפן אין פנים, מ'קען זיך נישט אזוי לאנג פאפּן, נאר אז ער לאזט אפ מושכל ראשון, ממילה אזוי לאנג ווי ער וועט אנהאלטן מושכל ראשון, וועט דער אמת פאטשן אין פנים,

... המשך יבאו בע"ה
טראכטן איז זייער גוט. אבער מ׳טאר נישט זיין א פרעסער

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 7:43 pm

נפש׳ל האט געשריבן:זייער גוט געזאגט!

מיט'ן אייבערשטענס הילף דורך פלפל התלמידים, וועלן מיר צוקומען צו א פינטעלע אמת,



נשמה האט געשריבן:
נפש'ל האט געשריבן:@נשמה כ׳ווארט צו הערן פון דיר

טאקע אינטערעסאנט. אבער איך מיין אז דאס איז נאר אויב דער מענטש איז א או-אינו מענטש. דאס הייסט אז דער מהלך קען אויך מאכן אז דער פראבלעם זאל ווערן שטערקער.
.


האסט געזאגט צוויי קענגנזייטיגע זאכן, 1) אז דער או אינו מיז נישט ארבעטן, 2) אז ס'ארבעט צו שטארק,

כ'וועל אנעמען תפוס לשון אחרון, אז ווען א מענטש טראכט זיך אריין גאר שטארק אין א סברה, קומט ארויף דער או אינו, לפי עניות דעתי איז דאס א פאקט,


פין מיין עקספירענס קומט נישט אליין ארויף די או אינו אדער מושכל שני ווי אזוי די רופסט עס, א קלוגער מענטש פין אינדרויסן וועט מיר מוזן אויפווייזן אז סאיז נישט אמת וואס איך טראכט.


אין דיין משל, ווען דער מענטש זאגט פאר די נעקסטע וואך צייט 5 מאל א טאג,

" איך בין "זיכער" אז די מענטשן האבן גערעדט פון מיר"

און בשעת'ן זאגן פרובירט ער צו קאנעקטן דערצו, פון זיך אליין וועט ער אנהייבן טראכטן " אז ס'קען זיין אז ס'איז נישט אינגאנצן זיכער, ווייל דעס און ווייל יענץ,

(נישט קיין גרויסע הוספות פון פריער)



און לגבי דער פראבלעים וואס די זאגסט אז דער פראבלעים ווערט שטערקער,

דאס איז טאקע צו וואס מיר ווילן צוקומען,

ווייל אזוי לאנג ווי דער או אינו ווערט שטערקער פאראלעל, ווערט דא דא א גרויסע ספק צו די מענטשן האבן טאקע גערעדט פון מיר, אין אפי' ס'איז 50% אז זיי האבן גערעדט פון מיר, איז דער פראבלעים, כמעט שוין נישטא, וויל איך האב נישט א פראבלעים אויב זיי האבן "אפשר" גערעדט, נאר אויב זיי האבן "זיכער" גערעדט,

100% אמת

(פארשטייט זיך אז מ'רעדט דא ווען דער פראבלעים איז, דאס אליינס אז ער טראכט אז מענטשן טראכטן פון אים, ווייל אויב איז דער פראבלעים אז ער טראכט אז מענטשן טראכטן "נעגעטיוו" דאס איז שוין א צווייטע פראבלעים)

זיי אביסל מער מסביר, ווען מען טראכט צי יענער האט געטראכט אדער גערעדט פין מיר איז די שאלה צי יענער טראכט וואס פאר א גאון אדער צדיק איך בין,זיכער איז עס אז יענער טראכט פין מיר נעגעטיוו

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

תגובהדורך נפש׳ל » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 11:41 am

@הכלל,
הארה 1)
אויב רעדסטו פון עקספיריענס פון נאך פאר האסט געוויסט די מהלך, קען זיין אז דיין עקספיריענס איז נישט פון ״די״ מהלך, פרוביר דאס אויס פונדאסניי, אין זעה אויב יעצט ארבעט עס, ס׳דארף צו ארבעטן,

הארה 3)
כ׳וועל עס אביסל מער מסביר זיין:

די געדאנק איז, אז מ׳דארף נעמען די שווערע געפיל און זיך מעמיק זיין דערין,
די משל וואס מיר האבן געניצט אז די פראבלעים איז אז ״איך טראכט אז מענטשן טראכטן פון מיר״
דער משל האט ידידינו @נשמה געגעבן,
כ׳האב נישט געוואלט אריינגיין אין דקדוקי הדברים מיט @נשמה, פשוט נישט צו בלייבן שטעקן אין דעם,
אבער ביי אונז איז טאקע נישט קיין חילוק וואס די משל איז,

לאמיר יעצט נעמען ״דיין״ משל:
״איך טראכט אז יענע מענטשן טראכטן פון מיר שלעכטס״
די מושכל ראשון איז אז
״איך בין זיכער אז די מענטשן טראכטן פון מיר שלעכטס״
אויב דאס איז נישט אמת, וועט בע״ה ארויף פאפן די מושכל שני,
אז ס׳מוז נישט זיין אז זיי האבן גערעדט אויף מיר שלעכטס,
אין אזוי ארום זיך מער און מער מעמיק זיי דערין, ביז די מושכל ראשון ווערט אינגאנצן אפגעפרעגט,

השתא דאתית להכא קען איך שוין מער מסביר זיין וואס כ׳האב געשריבן וועגען געוויסע פאציענטן, וואס מיר ליידן פון זיי אין ביהמ״ד יעדן טאג,
פשט איז אזוי, אויב שטעלט זיך ארויס אז מושכל ראשון איז יא אמת, וועט עס בע״ה נישט ארויפברענגען מושכל שני, וואס דאס איז א טובה פאר א מענטש,
א מענטש טאר נישט לעבן אין דינייעל, אז נע קיינער טראכט נישט, קיינער באמערקט נישט, קיינער גייט נישט קוקן פאני אויף מיר, נישט קיין חילוק וואס כ׳וועל טוען,
דעס איז א סכנה פארן מענטש,
אויב רעדן מענטשן שלעכטס אויף מיר, אדער קוקן מיר אן פאני, ״דארף איך דאס באמערקן״ און איך דארף אנהייבן צו טוען אנדערש,
די פראבלעים איז נאר אויב איך ״מיין״ נאר אזוי ווען בעצם איז דאס נישט אמת״

א גוטע משל פאר דעם איז א ״פאניק אטאקע״
א יעדע מענטש האט סענסערס אין זיך צו פילן ווען ער איז אין א סכנה,
ווען א מענטש איז אין א סכנה, צינדען זיך אן פארשידענע סיגנעלס, אז דער מענטש זאל וויסן אז ער איז יעצט אין א סכנה, די הארץ קלאפט שטערקער, וכדו׳

א פאניק אטאקע מיינט ווען די סענסערס זענען צובראכן, און ס׳צינד זיך אן בטעות,
שטעלט דיר פאר אז ס׳זאל קומען א טעראפיסט, און זאגן אז די עצה איז, אז מ׳זאל מאכן נאם- numb- די סענסערס,

איז ער דאך א פלעינע רוצח, ווייל מארגן ווען דער מענטש וועט זיין אין א עכטע סכנה, וועט ער גארנישט פילן, און ער וועט נישט וויסן זיך צו ראטעווען,

די זעלבע זאך איז מיט ״קאמפלעקס״
קאמפלעקס זענען די עמאושינעל סענסערס פאר א מענטש אז ער האט נישט גוט געטוען,

אויב שנייט מען ארויס דע קאמפלעקס, וועט ער גארנישט פילן אפי׳ ער איז אין א עכטע סכנה׳

וועגען דעם איז אונזער מהלך זייער גוט, אז נאר אויב מושכל ראשון איז ״נישט״ אמת, דעמאלטס זאל זיך אנצינדען ״מושכל שני״

והבן
_נפש׳ל
טראכטן איז זייער גוט. אבער מ׳טאר נישט זיין א פרעסער

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 3:15 pm

איך וואלט ווען זייער געוואלט וויסן צי @נשמה עגריעט אדער נישט אין פארוואס נישט

די זאגסט אז סאיז א חילוק צי עס איז אמת צי נישט, דהיינו מושכל שני וועט נאר ארויפקומען אויב מושכל ראשון איז נישט אמת, למשל ראובן קומט אריין אין ביהמ"ד אין זעהט פונדערווייטנס שמעון זיצן מיט לוי אין רעדן, זיין מושכל ראשון זאגט עם אז שמעון האט גערעדט וועגן עם נעגאטיוו ווען ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד, זאגסטו אויב איז עס באמת אמת וועט דער מושכל שני נישט ארויפקומען אין אויב איז עס נאר א דמיון וועט עס יא ארויפקומען, האב איך גיט פארשטאנען?

וועט דער מהלך העלפן פאר יעדע נעגאטיווע זאך למשל איך טראכט אז ראובן האלט פין מיר נישט קיין סאך אין ס'באדערט (שוואכע זעלבסט זיכערהייט) ווען איך וועל זיך מעמיק זיין אין מושכל ראשון וועט מושכל שני ארויפפאפן?

איז א נ"מ צי סאיז נאר א דמיון אז ראובן טראכט שלעכטס מיר פין מיר צי מען באקומט א רידזשעקשען אזוי ווי דער פותח האשכול האט דערמאנט וויאזוי צי באהאנדלען דעס?

נאכדעם האט דער פותח האשכול גערעדט פין זיך אליין אננעמען מיט עכטע אדער דמיון'דיגע חסרונות

וויאזוי ווערט דיין מהלך אנגערופן אין די סייקעלאגישע וועלט?

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

תגובהדורך נפש׳ל » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 10:17 pm

Haklal האט געשריבן:איך וואלט ווען זייער געוואלט וויסן צי @נשמה עגריעט אדער נישט אין פארוואס נישט

די זאגסט אז סאיז א חילוק צי עס איז אמת צי נישט, דהיינו מושכל שני וועט נאר ארויפקומען אויב מושכל ראשון איז נישט אמת, למשל ראובן קומט אריין אין ביהמ"ד אין זעהט פונדערווייטנס שמעון זיצן מיט לוי אין רעדן, זיין מושכל ראשון זאגט עם אז שמעון האט גערעדט וועגן עם נעגאטיוו ווען ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד, זאגסטו אויב איז עס באמת אמת וועט דער מושכל שני נישט ארויפקומען אין אויב איז עס נאר א דמיון וועט עס יא ארויפקומען, האב איך גיט פארשטאנען?


איז אזוי, אויב זאל דער מענטש וויסן גלייך וואס איז אמת און וואס נישט, דארף מען דאך נישט צו קומען צו גאנצע טעראפי, דער פראבלעים ווערט ווען ער מיינט אז אלעס איז אמת, סא די מהלך איז, דווקא צו זיך פארטיעפן אין די מושכל ראשון, וואס דעמאלטס אויב איז דאס נישט אמת, אדער מושכל שני איז מער אמת, וועט עס בעזרת השם ארויפקומען.

וועט דער מהלך העלפן פאר יעדע נעגאטיווע זאך למשל איך טראכט אז ראובן האלט פין מיר נישט קיין סאך אין ס'באדערט (שוואכע זעלבסט זיכערהייט) ווען איך וועל זיך מעמיק זיין אין מושכל ראשון וועט מושכל שני ארויפפאפן?


פארוואס נאר נעגאטיווע? יעדע מחשבה וואס א מענטש איז זיך מעמיק, פירט עס צו דעם אז ער זאל בעסער אדורך טראכטן דעם ענין, אויטאמאטיש קומט ארויף מושכל שני, נאר דער מענטש וועט נישט מסכים זיין עס צו אננעמען, ווייל ער פילט וועלכע איז אמת,
ער וועט עס נאר אננעמען אויב איז דאס אמת,

דא ביי ראובן׳ן קומט אריין נאך א נושא,
אונז רעד מיר, אז לכאורה האלט ראובן אזוי, ממילה דארף מען טראכטן אז ״איך בין זיכער אז ראובן האלט אזוי״
דא אבער זאגסטו אז דיין פראבלעים איז 2 זאכן, איינס האמיר שוין גערעדט,
די צווייטע: לו יצוייר אז ס׳אמת אז ראובן טראכט אזוי, באדערט עס מיר.

נאכדעם וואס מ׳האט געטוהן סטעפ #1 און יעצט ביסטו זיכער אז ראובן האלט נישט פון מיר,

אויף די צווייטע זאך דארף מען זיך מעמיק זיין
״ס׳באדערט מיר געפערליך שטארק פארוואס ראובן האלט נישט פון מיר״
מושכל שני וועט זיין
מ׳קען מיינען וואס דא באדערט מיר, סך הכל אז אייינער האלט נישט פון מיר? איז וואס?

זייטיגע נאטיץ
מיר באדערט נאר אויב א גרויסע מענטש האלט נישט פון מיר, א קליינט נערישע מענטש באדערט מיר נישט, ווייל זיין מיינונג טראגט נישט קיין חשיבות, סא אויב איז דער ראובן א חשובער מענטש מיט ריכטיגע מיינונגען און ער האלט זיכער נישט פון מיר, מעג מיר עס באדערן, און ס׳איז בכלל נישט קיין פראבלעים וואס דארף געלעיזט ווערן, יא! איך האב חסרונות! וואס איז דער פראבלעים? וואס בין איך? א מלאך?


איז א נ"מ צי סאיז נאר א דמיון אז ראובן טראכט שלעכטס מיר פין מיר צי מען באקומט א רידזשעקשען אזוי ווי דער פותח האשכול האט דערמאנט וויאזוי צי באהאנדלען דעס?


דאכט זיך מיר אז די האסט שוין דעם תירוץ
נאכדעם האט דער פותח האשכול גערעדט פין זיך אליין אננעמען מיט עכטע אדער דמיון'דיגע חסרונות


איך פארשטיי נישט, זיך אליינס אננעמען? אדער אננעמען דעם דמיון?

וויאזוי ווערט דיין מהלך אנגערופן אין די סייקעלאגישע וועלט?

מורי ורבי, משום חשש גילוי קען איך דאס ענטפערן נאר אישי
טראכטן איז זייער גוט. אבער מ׳טאר נישט זיין א פרעסער

אוועטאר
איינס
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 10:03 am

נפשיל דיין או אינו, אדער ווי דו רופסט דאס מושכל שני.
איך וואלט מסכים געווען מיט דיינע ווערטער, אבער וואס זאל איך טוהן אז די ״או אינו״ האט ארויף געטאנצט ביי מיר, און דיין גאנצע טעאריע איז ביי מיר געווארן נאר א משוכל ראשון , אדער נאך מער פון דעם ס׳איז געווארן א ״אינו״.

קודם כל ס׳גייט נישט ארבעטן, ווייל אויב איינער קומט אריין אין ביהמ״ד און ער מיינט (פאר א געוויסע סיבה) אז צוויי חברים רעדן וועגן איהם, אויב גייט ער טראכטן: יא טאקע זיי האבן גערעדט פון מיר, ביז ער וועט שוואך ווערן אין זיין זיכערקייט און מחליט זיין אז ניין זיי האבן נישט גערעדט פון מיר. גייט זיך עס נישט אפשטעלן דא, ס׳וועט ווייטער ממשיך זיין און ארויף קומען א נייער או אינו און זאגן: זיי האבן יא גערדט פון מיר.
לכל היותר וועט ער בלייבן שטיין ביי 50% וואס דאס איז שוין געווען מלכחילה.

צווייטנס די איידיע פון גיין נעגעטייו און פון דעם אנקומען צום פאזיטיוו, מממ.... ס׳שמעקט נישט גוט.

דאס איז מיין (או) אינו, און וואס איז מיין (או) יאמר.

איך האב אמאל געהערט א שטארק ווארט וואס קען שטארק ארום נעמען די זאך:
מתי הבנתי שאני מיחוד, כשהבנתי שאני לא.
ווען האב איך איינגזעהן אז איך בין ספעישל, ווען איך האב איינגעזעהן אז איך בין נישט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 10:06 am

און פארוואס אויפן קעפל קען נישט שטיין ״הריני מקבל עלי לאהוב את עצמי״ ווייסט נאר איין באשעפער.

נ.ב. לדעתי וואלט דער קעפל געדארפט זיין ״הרני אוהב את עצמי״.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 10:35 am

הרב איינס

לגבי דעם קעפל פארשטיי איך זייער גיט וואס ער זאגט מיט "מקבל" , מען רעדט דא פין זיך אננעמען וויאזוי מען איז, מען גייט נישט "ארבעטן" בקום ועשה זיך ליעב האבן, נאר מען פלעין זיך עקסעפטן וויאזוי מען איז אין קענען לעבן רואיג מיט זיך

אוועטאר
איינס
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 12:12 pm

נישט מסכים!!!!

הייסט עס דו גייסט לכתחילה מיט א בליק צו ״משלים זיין מיטן מצב״
ניין איך האלט נישט אז דאס איז די וועג.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 12:28 pm

נישט נעגאטיוו מער ריעליסטיש בדרך אפשר( אזוי האב איך פארשטאנען ) אדרבה אז איינער קען אריינברענגען דעם פותח האשכול תבוא עליו ברכה

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 3:12 pm

Haklal האט געשריבן:מען רעדט דא פין זיך אננעמען וויאזוי מען איז

וסוף הכבוד לבוא

ליין די ערשטע תגובות צו פארשטיין וויאזוי
כ'ווייס נישט אלעס

מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:27 am

איינס האט געשריבן:נפשיל דיין או אינו, אדער ווי דו רופסט דאס מושכל שני.
איך וואלט מסכים געווען מיט דיינע ווערטער, אבער וואס זאל איך טוהן אז די ״או אינו״ האט ארויף געטאנצט ביי מיר, און דיין גאנצע טעאריע איז ביי מיר געווארן נאר א משוכל ראשון , אדער נאך מער פון דעם ס׳איז געווארן א ״אינו״.

קודם כל ס׳גייט נישט ארבעטן, ווייל אויב איינער קומט אריין אין ביהמ״ד און ער מיינט (פאר א געוויסע סיבה) אז צוויי חברים רעדן וועגן איהם, אויב גייט ער טראכטן: יא טאקע זיי האבן גערעדט פון מיר, ביז ער וועט שוואך ווערן אין זיין זיכערקייט און מחליט זיין אז ניין זיי האבן נישט גערעדט פון מיר. גייט זיך עס נישט אפשטעלן דא, ס׳וועט ווייטער ממשיך זיין און ארויף קומען א נייער או אינו און זאגן: זיי האבן יא גערדט פון מיר.
לכל היותר וועט ער בלייבן שטיין ביי 50% וואס דאס איז שוין געווען מלכחילה.

צווייטנס די איידיע פון גיין נעגעטייו און פון דעם אנקומען צום פאזיטיוו, מממ.... ס׳שמעקט נישט גוט.

דאס איז מיין (או) אינו, און וואס איז מיין (או) יאמר.

איך האב אמאל געהערט א שטארק ווארט וואס קען שטארק ארום נעמען די זאך:
מתי הבנתי שאני מיחוד, כשהבנתי שאני לא.
ווען האב איך איינגזעהן אז איך בין ספעישל, ווען איך האב איינגעזעהן אז איך בין נישט.

דאכט זיך מיר אז מען קען דא מוסיף זיין געוויסע הוספות אין דעם ענין, און איך וועל עס פרובירן קלאר צו מאכן, און אזוי אויך אפשר אוועק נעמען די קוועטשענישן פון ידידנו הרב איינס.

לאמיר נעמען די משל פון הרב נשמה.
לאמיר אנהייבן נאכאמאל דעם משל, ראובן קומט אריין אין ביהמ"ד און ער זעהט שמעון מיט לוי זיצן און שמועסן און פונקט האבן זיי ביידע אויפאמאל אויסגעדרייט זייערע קעפ צו זעהן עפעס א מודעה אויפן וואנט אינטער ראובן, און ראובן דערמאנט זיך אז נעכטן האט ער געהאט א שמועס מיט זיי ביידע וואו ער האט עפעס געזאגט וואס האט אים געמאכט קאמפלעקסט אז עס איז נישט געווען גלייך וואס ער האט געזאגט, און יעצט מיינט ער אז שמעון מיט לוי האבן געקוט אויף אים און זיי רעדן איבער יענע נעכטיגע שמועס און פונעם "דורכגעפאלענעם" סטעטמענט וואס ער האט דארט געזאגט.
יעצט, דער ראובן האט א קאמפלעקס, אויף וואס איז עס געבויעט? אויף הוילע שפעקולאציעס, אינעם פאקטישן זין האט עס נישט קיין שום גרונט,
טא אויב אזוי וואס שטיפט אונזער ראובן גלייך צו טראכטן אין דעם דירעקשן?

ווען מיר וועלן אביסל נאכקוקן דעם ראובן אין זיינע אנדערע צייטן פון טאג, וועלן מיר זעהן א מענטש מיט גאנץ ווייניג זיכערקייט אין זיך, ער האלט נישט פון זיך צופיל, ער וועט זיך אלס אנקוקן ווי דער דורכפאל,
ווייס מיר שוין איין זאך, אז ראובן איז נישט עפעס איינמאל ווען ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד באפאלן א פאוביע אז מען רעדט אויף אים עפעס נעגעטיוו, ער איז א מענטש וואס פלאגט זיך בכלל מיט מחשבות אז ער איז נישט גוט און אז ער איז א פעיליער,
נעקסט, דארפן מיר יעצט טראכטן, וואס מאכט דעם ראובן טראכטן אז ער איז א פעיליער?

לאמיר כאפן א אפענעם שמועס מיט אונזער ר' ראובן, זעץ מיר זיך אראפ מיט ראובן און מיר הערן פון אים זיין גאנעצ לעבנ'ס ביגראפיע, בדרך כלל איז אלעס געווען מסודר, איין קלייניקייט נאר און טאקע ממש א קלייניקייט ,
אין חדר אלס קינד איז ער געווען פון די גאנץ גוטע קינדער, אנגענומען ביי זיינע חברים, נאר וואס דען? ער איז געווען זייער א סענסיטיווער בטבע, ער פלעגט שנעל קענען וויינען, אזוי איז ער געווען, א טבע וואס אסאך האבן, ער איז א געפילישער, ווען איינער האט גערעדט פון עמאושענעל זאכן האט ער זיך געקענט צווויינען, בקיצור א קינד מיט סענסעטיווע געפילן,
איז געווען דארט אין זיין כתה א גוטע נשמה (נישט די ניק) וואס פלעגט אים פון צייט צו צייט טשעפענען אז ער איז א קליינע בעיבי, ער פלעגט דאס אפי' נישט טוהן צו אפט נאר פון צייט צו צייט, און אים פלעגט עס מורא'דיג באדערן, ער פלעגט זיך זייער שעמען מיט דעם צונאמען, עס פלעגט אים מאכן פילן ווי א לא לנו, ע"כ וואס איז אונז וויכטיג צו הערן פון ראובן.

האמיר דא געהערט פון ראובן פארשידענע זאכן איבער זיין פערזענליכע לעבן, אבער איין זאך שטארט זייער ארויס, אז געווענליך ווען א מענטש דערציילט זיין לעבנ'ס ביגראפיע געדענקט ער נאר די גרויסע זאכן, אבער אינטערסאנט אז ראובן האט יא געדענקט דעם פרט אז איינער האט אים אמאל געטשעפעט און אים געמאכט פילן ווי א נער, ווי א קליין בעיבי וואס קען זיך נישט א עצה געבן מיט זיך, ער וויינט פאר יעדע פיצי זאך, ער פלעגט אים ניטאמאל טשעפענען קיין סאך נאר ממש געציילטע מאל, אלא מאי וואס איז פשט? פשט איז אז דאס איז געווארן גאר שטארק אריין געקריצט אין זיין נפש אז ער געדענקט דאס ביז היינט.

נו ווי זאגט הרב נפש'ל, " אז איינער לויפט צו מערב איז פשט אז ער לויפט אוועק פון מזרח"!.

אין די מח פון ראובן האט זיך אויפגעבויט א החלטה אז "איך בין א פעליער, א בעיבי".

און נאכמער, טראכט'ס, וויאזוי איז ער געקומען צו דעם החלטה אז ער איז א פעיליער? ווייל איינער האט אזוי געזאגט,
קומט אויס אז זיין מח האט דעוועלאפט אזא מסקנא, אויב איינער זאגט אז איך בין א פעיליער בין איך א פעיליער, והא ראי' אז איינער האט מיר אזוי געזאגט יארן צוריק און איך האב מיך טאקע געפילט ווי א פעיליער (שטארקע ראי' ניין?)
וויל ער דאך אבער נישט זיין קיין פעליער, קומט זיין מח גלייך אויף מיט א קאנטער מחשבה, דער מח דעוועלאפט אן אנטלויף פלאן, איך ווייל ווייזן פאר יעדן אז איך בין נישט קיין פעיליער, איך בין א נארמאלער מענטש, א מענטש וואס איז צוגעשטעלט, מענטשן גייען נישט זאגן אויף מיר סיי וואס עס זאל מיך מאכן פילן אז איך בין נישט גוט, אז איך בין ראנג, אז איך בין שוואך און נעריש.
לעצט פאראכטן דורך מח בקדקדו אום זונטאג אוגוסט 12, 2018 11:37 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:28 am

המשך מהנ"ל

סאו האמיר דא פיר סטעפ'ס וואס זיין מח האט דעוועלאפט.

1) מענטשן האלטן אז איך בין א פעיליער

2) ממילא בין איך א פעיליער

3) איך וועל אנטלויפן פון דעם געפיל וואס פלאגט מיר אזוי שטארק און איך וועל צייגן אז איך בין נישט קיין פעיליער

4) אז אויב איינער גייט זאגן אז איך בין יא א פעיליער פאלט אטוימאטיש אוועק נומער 2, מיין גאצע פלאג איז לריק, עס וועט מיר גארנישט העלפן, והא ראי' יענער האט געזאגט

יעצט, ווען ראובן זעהט שמעון און לוי זיצן און שמועסן סקענט זיין מח אטוימאטיש 'שמעון און לוי' אה איך האב נעכטן געשמועסט מיט זיי און איך האב עפעס נישט געהאט אזא גוטע געפיל נאכדעם, עפעס האב איך געפילט אז זיי קוקן מיר אראפ, אלעס קומט אים גלייך ארויף לעבעדיג אין די ערשטע סעקאנד וואס ער זעהט זיי, און ער קוקט און ער זעהט, אפ.. זיי קוקן אויף מיר, יעפ! איך האב געוואוסט... זיי קוקן מיר אראפ, איך בין א נער, א בעיבי, אך.... פארוואס האב איך נישט בעסער געוואטשט וויאזוי צו רעדן?.

יעצט לאמיר זייער גוט אויפבויען זיין משוכל ראשון ווי נפש'ל רופט עס, לאמיר רעדן בשם ראובן פאר א מינוט, זאל זיין שטיל! ששש: איך האב געזעהן שמעון און לוי רעדן, די צוויי מיט וועם איך האב נעכטן גערעדט, און איך מיין אז יעצט רעדן זיי פון מיר אז איך בין א פעיליער, איך בין זיכער אז זיי רעדן ממש דאס, יא? ביזט זיכער? יא איך בין זיכער, ניין נישט ממש 100% נאר 85% בין איך זיכער אז זיי האבן יעצט חוזק געמאכט פון מיר,
ער זאגט עס איבער אסאך מאל, איך בין זיכער אז זי רעדן פון מיר נעגעטיוו, איך בין זיכער אז זיי רעדן פון מיר נעגעטיוו, אזוי אסאך מאל,
אינמיטן גיבט ער זיך א כאפ בין איך טאקע אזוי זיכער ווער האט מיר דאס געזאגט? עה וואס מאך איך מיך נעריש, איך בין נישט זיכער, עס קען זיין אז זיי האבן גערעדט פון מיר,
אה אקעי האלט מיר ערגעץ, ס'איז נאר 50-50 אז זיי האבן גערעדט פון מיר נעגעטיוו.
יעצט על הצד אז זיי האבן חוזק געמאכט פון דיר, וואס געשעהט ווען זיי מאכן חוזק פון דיר? ווען זיי מאכן חוזק פון מיר דערמאן איך מיך פון דעם געפיל פון וואס איך לויף א גאנצן טאג אוועק, נעמליך, אז איך בין א פעיליער און איך האלט מיך אין איין זאגן אז איך בין נישט קיין פעיליער,
אקעי זאג עס אסאך מאל, אקעי, אויב זיי האב גערעדט פון מיר נעגעטיוו בין איך א פעיליער אויב זיי האב גערעדט פון מיר נעגעטיוו איז זיכער אז איך בין א פעיליער, וכו'.
איין מינוט ווייל זיי האבן גערעדט פון מיר בין איך א פעיליער? 'או אינו? איך בין א פעיליער אויב איך בין באמת א פעיליער, אבער אויב זיי זאגן מוז נישט זיין אז עס מאכט מיר א פעיליער.
בקיצור און אזוי ווייטער פירט ער די געשפרעכן מיט ז יך אליין זיך אויפצוווייזן אז אויב זיי האבן גערעדט פון אים נעגעטיוו איז ער טאקע נישט גוט און אז דער יונגל פון חדר איז גערעכט געווען, ביז ער כאפט זיך אליין אז:

אה דעיס אלעס איז ס"ה געבויעט אויף א פילינג וואס איך האב מיך אליין אויפגעבויעט!!! און עס מוז לגמרי נישט זיין איז אינעם עכטן מציאות איז בכלל פארהאן אזא בריה, אקעי, סאו מען קען שוין אנהייבן רעדן פון צוזאם ווארפן דעם בנין, גרייט צו די טראקטארן.....!

די איידיע פון די גאנצע מהלך איז, אז ווילאנג דער מענטש איז באמת זיכער אז זיי האבן גערעדט פון אים למשל ער האט קלאר געהערט, דאן גייט קיינמאל נישט ארויף קומען דער 'או אינו' אפשר האבן זיי נישט גערעדט פון מיר ווייל עס איז נישטא קיין 'או אינו', נאר וואס דען?

אויב דער מסקנא אז זיי האבן גערעדט פון אים נעגעטיוו איז געבויעט אויף עפעס טיפער און נישט אויפן מציאות, איז ווען ער גייט עס אריינברענגען אין די מציאות און עס מאכן פאר א אמת'ע פאקט אז דאס איז געשעהן, גייט אים די איראניע דערפון שפייען אין פנים, ווייל ער האט באמת נישט קיין שום וועג זיך זעלבסט אויפצוווייזן אז זיי האבן טאקע גערעדט פון אים נעגעטיוו סיידן אז זיין דמיון זאגט אים אזוי.

יעצט מיטן געוואר ווערן אז עס מוז נישט זיין אז מען האט גערעדט פון נעגעטיוו, ווערט ער נאכנישט עכט געהאלפן אזוי הרב איינס פרעגט, ווייל למעשה האט ער נאך די 50-50 קאמפלעקס, פארדעם דארף מען אריינגיין טוהן די זעלבע מהלך מיט סוב קאנטשעס פון דעם געפיל פון וואו ער קומט און וואס מאכט אים אזוי טראכטן ווי אויבן געשריבן, פארשטייט זיך אז כדי צו קענען גוט אידענטיפיצירן וואס מען פילט, דארף מען לכאורה הילף פון א מומחה.

הצלחה
לעצט פאראכטן דורך מח בקדקדו אום זונטאג אוגוסט 12, 2018 11:59 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט