פערענטיג - איינשלעפן א קינד

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

פרוביר
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 16, 2018 8:33 pm

פערענטיג - איינשלעפן א קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר »

מיין איין יעריג קינד האט די לעצטע פאר וואכן באשלאסן אויפצושטיין בערך 12 אזייגער אינמיטן די נאכט, ער באקומט צו עסן, אין דערנאך וויל ער מען זאל אים איינשלעפן אין וויגן פאר א האלבע שעה, ער קוקט ארים מיט אפענע אויגן ווי אינמיטן טאג.. אויב גייט די טאטע אדער מאמע ארויס פון שטיב הייבט ער אן צו וויינען....

די מאמע זאגט אז ער איז זאט, אין עס טוט אים גארנישט וויי,
וויאויך אויב שטייט מען לעבן זיין קריב וויינט ער נישט, נאר ער קיקט ארים..

מיין ווייב זאגט אז דאס קומט ווייל מען האט אים צוגעווינט אז מען שלעפט אים איין, זי האלט אז אויב מען וועט אים אפאר נעכט לאזן וויינען (אפילו פאר א שעה אין א צי) וועט ער זיך אויסלערנען אז מען ווייגט אים נישט, אין ער וועט איינשלאפן

היינט נאכמיטאג האט י מאמע באשלאסן צו נעמען די זאך אין די הענט. מען האט אריינגעלייגט דאס קינד אין בעט, און ער וויינט שוין פאר א שעה אין א צי. ער שלאפט נישט איין.......

וואס טוט מען, איז דאס טאקע די עצה צו לאזן וויינען? זאל מען יא וויגן ווי לאנג ער שלאפט איין? זאל די מאמע נעמען אין בעט ?

וויאויך ווייסט איינער פון א גוטע פערענטינג קורס?
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

אויב דאס געשעהט 12 בערך איז מעגליך אז ער הערט ווי ס׳ווערט שטיל אין הויז, און ער מיינט אז מ׳האט אים איבערגעלאזט אליין.... איי, ווי קען ער הערן, ער שלאפט דאך? א גיטע קשיא; אבער מיין איין יעריגס וועט זיך תיכף אויפכאפן און וויינען ווי נאר מ׳מאכט צו דעם טיר פון איר רום (ס׳מאכט נישט קיין ספעציעלע נויז ווען מ׳מאכט עס צו), אפילו זי שלאפט שוין פאר א פאר שעה...

אויב אזוי, פראביר אנציצונדן א נויז מאשין, הצלחה מרובה!
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

Graphic24 האט געשריבן:
אויב אזוי, פראביר אנציצונדן א נויז מאשין, הצלחה מרובה!

און אזוי וועט ער זיין גאנץ לעבן דאס דארפן...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

צו געזונט האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:
אויב אזוי, פראביר אנציצונדן א נויז מאשין, הצלחה מרובה!

און אזוי וועט ער זיין גאנץ לעבן דאס דארפן...

מיינסט צו זאגן ווייל ער וועט ווערן אדיקטעד דערצו..? איך בין טאקע נייגעריג, ווייסט פון עקספיריענס אז ס׳קען פאסירן?
משבק
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 11:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משבק »

Graphic24 האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:
אויב אזוי, פראביר אנציצונדן א נויז מאשין, הצלחה מרובה!

און אזוי וועט ער זיין גאנץ לעבן דאס דארפן...

מיינסט צו זאגן ווייל ער וועט ווערן אדיקטעד דערצו..? איך בין טאקע נייגעריג, ווייסט פון עקספיריענס אז ס׳קען פאסירן?

מקען זיך אפגעויינען דערפון
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

פרוביר האט געשריבן:מיין איין יעריג קינד האט די לעצטע פאר וואכן באשלאסן אויפצושטיין בערך 12 אזייגער אינמיטן די נאכט, ער באקומט צו עסן, אין דערנאך וויל ער מען זאל אים איינשלעפן אין וויגן פאר א האלבע שעה, ער קוקט ארים מיט אפענע אויגן ווי אינמיטן טאג.. אויב גייט די טאטע אדער מאמע ארויס פון שטיב הייבט ער אן צו וויינען....

די מאמע זאגט אז ער איז זאט, אין עס טוט אים גארנישט וויי,
וויאויך אויב שטייט מען לעבן זיין קריב וויינט ער נישט, נאר ער קיקט ארים..

מיין ווייב זאגט אז דאס קומט ווייל מען האט אים צוגעווינט אז מען שלעפט אים איין, זי האלט אז אויב מען וועט אים אפאר נעכט לאזן וויינען (אפילו פאר א שעה אין א צי) וועט ער זיך אויסלערנען אז מען ווייגט אים נישט, אין ער וועט איינשלאפן

היינט נאכמיטאג האט י מאמע באשלאסן צו נעמען די זאך אין די הענט. מען האט אריינגעלייגט דאס קינד אין בעט, און ער וויינט שוין פאר א שעה אין א צי. ער שלאפט נישט איין.......

וואס טוט מען, איז דאס טאקע די עצה צו לאזן וויינען? זאל מען יא וויגן ווי לאנג ער שלאפט איין? זאל די מאמע נעמען אין בעט ?

וויאויך ווייסט איינער פון א גוטע פערענטינג קורס?


לאזן וויינען ווילאנג דאס קינד ווערט שטיל. (פון עקספיריענס)

די בעסטע קורס איז די אייגענע עקספיריענס...
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמש »

פארדינט האט געשריבן:
פרוביר האט געשריבן:מיין איין יעריג קינד האט די לעצטע פאר וואכן באשלאסן אויפצושטיין בערך 12 אזייגער אינמיטן די נאכט, ער באקומט צו עסן, אין דערנאך וויל ער מען זאל אים איינשלעפן אין וויגן פאר א האלבע שעה, ער קוקט ארים מיט אפענע אויגן ווי אינמיטן טאג.. אויב גייט די טאטע אדער מאמע ארויס פון שטיב הייבט ער אן צו וויינען....

די מאמע זאגט אז ער איז זאט, אין עס טוט אים גארנישט וויי,
וויאויך אויב שטייט מען לעבן זיין קריב וויינט ער נישט, נאר ער קיקט ארים..

מיין ווייב זאגט אז דאס קומט ווייל מען האט אים צוגעווינט אז מען שלעפט אים איין, זי האלט אז אויב מען וועט אים אפאר נעכט לאזן וויינען (אפילו פאר א שעה אין א צי) וועט ער זיך אויסלערנען אז מען ווייגט אים נישט, אין ער וועט איינשלאפן

היינט נאכמיטאג האט י מאמע באשלאסן צו נעמען די זאך אין די הענט. מען האט אריינגעלייגט דאס קינד אין בעט, און ער וויינט שוין פאר א שעה אין א צי. ער שלאפט נישט איין.......

וואס טוט מען, איז דאס טאקע די עצה צו לאזן וויינען? זאל מען יא וויגן ווי לאנג ער שלאפט איין? זאל די מאמע נעמען אין בעט ?

וויאויך ווייסט איינער פון א גוטע פערענטינג קורס?


לאזן וויינען ווילאנג דאס קינד ווערט שטיל. (פון עקספיריענס)

די בעסטע קורס איז די אייגענע עקספיריענס...

100% מסכים דיין ווייב איז גערעכט, אין עס קען נעמען אפאר טאג ביז דיין קינד וועט כאפן אז נא מאנקי ביזנעס.
וויסענשאפט
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויסענשאפט »

Let cry
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

שמש האט געשריבן:
פארדינט האט געשריבן:
פרוביר האט געשריבן:מיין איין יעריג קינד האט די לעצטע פאר וואכן באשלאסן אויפצושטיין בערך 12 אזייגער אינמיטן די נאכט, ער באקומט צו עסן, אין דערנאך וויל ער מען זאל אים איינשלעפן אין וויגן פאר א האלבע שעה, ער קוקט ארים מיט אפענע אויגן ווי אינמיטן טאג.. אויב גייט די טאטע אדער מאמע ארויס פון שטיב הייבט ער אן צו וויינען....

די מאמע זאגט אז ער איז זאט, אין עס טוט אים גארנישט וויי,
וויאויך אויב שטייט מען לעבן זיין קריב וויינט ער נישט, נאר ער קיקט ארים..

מיין ווייב זאגט אז דאס קומט ווייל מען האט אים צוגעווינט אז מען שלעפט אים איין, זי האלט אז אויב מען וועט אים אפאר נעכט לאזן וויינען (אפילו פאר א שעה אין א צי) וועט ער זיך אויסלערנען אז מען ווייגט אים נישט, אין ער וועט איינשלאפן

היינט נאכמיטאג האט י מאמע באשלאסן צו נעמען די זאך אין די הענט. מען האט אריינגעלייגט דאס קינד אין בעט, און ער וויינט שוין פאר א שעה אין א צי. ער שלאפט נישט איין.......

וואס טוט מען, איז דאס טאקע די עצה צו לאזן וויינען? זאל מען יא וויגן ווי לאנג ער שלאפט איין? זאל די מאמע נעמען אין בעט ?

וויאויך ווייסט איינער פון א גוטע פערענטינג קורס?


לאזן וויינען ווילאנג דאס קינד ווערט שטיל. (פון עקספיריענס)

די בעסטע קורס איז די אייגענע עקספיריענס...

100% מסכים דיין ווייב איז גערעכט, אין עס קען נעמען אפאר טאג ביז דיין קינד וועט כאפן אז נא מאנקי ביזנעס.

איז דא א קינד וואס איז נישט אזוי? איך מיין אז רוב קינדער, וועקן זיך אויף אינמיטן נאכט און וויינען ביז מען געוואוינט זיי אויס,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

נישט ארויס נעמען פון בעט געב נישט קיין שום עקשאן פארן קינד כדי ער זאל איינזעהן אז עס איז נישט אינטערעסאנט אויף צו זיין, וואס יא מען געבן טרינקען מיט מאס..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
Spokesman
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Spokesman »

פון מיין עקספיריענס, האב איך געמאכט א פשרה צווישן לאזן וויינען און נישט לאזן צי לאנג וויינען, ד.ה. אז דו לאזט וויינען איבער א שעה האלט אז עס איז רשעות, איך האב עס איינמאל געטוהן (איך מיין נישט איך, איך האב נאר מיטגעהלטן) און סכמעט געווען אן הצלה קאל, סאו די עצה איז צי גיין בדרך הממוצע, לאזן אביסל וויינען םאר 10 15 מיניט, נאכדעם ווערט די קינד ממילא אביסל מער מיד פון וויינען, מען מאכט נענועים מיט זיין בעט פאר א פאר מיניט מיט א תפילה צום באשעפער, ברויך צי ארבעטען, מנוסה ובדוק.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

בשעת הדחק איז דא אזא וואסער וואס שלעפט איין אין די סעקונדע, איך געדענק נישט וויאזוי ס'הייסט
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

פרוביר האט געשריבן:
וויאויך ווייסט איינער פון א גוטע פערענטינג קורס?

איך ווייס נישט דירעקט פון א גוטע קורס
איך קען דיר אבער געבן א גוטע טיפ
מה דעלך סני לחברך לא תעביד, ואידך פרישא זיל גמור,
וואס דו האסט נישט ליב אז מען טוט פאר דיר טוה נישט פאר דיין קינד
(טראכט אריין דערין)

בנוגע דיין אויבענדערמאנטע שאלה
נעם אינאכט
געווענליך א מענטש וואס וויינט איז ווייל עפעס טוט אים וויי - במילא איז דאס אביסל ענליך צו ווען איינער שרייט הצלה, מען דארף פרובירן צו העלפן,
ביי א קינד אין די עידזש איז דא נאך א סבה פארוואס ער וויינט, דאס איז זיין איינציגע וועג פון קאמיוניקעישאן, במילא און אזא פאל דארפסטו פרובירן צוריק צו קאמיוניקעיטן
וואס וויל ער דיר זאגן?
טאטי! זיי יעצט דא מיט מיר, איך וויל נישט זיין אליינס
וואס ווילסטו אים זאגן?
קינד מיינס, נישטא וואס מורא צו האבן, טאטי וויל נישט יעצט דא זיין
ער וועט לכאורה נישט פארשטיין ווען דו וועסט רעדן, במילא איז דיין איינציגע טשויס צו טוען למעשה, און ער איז ב"ה גענוג קלוג, ער וועט כאפן די מעסעדזש נאך איינער שנעלער און איינער אביסל לענגער,
(אודאי דארף מען צולייגן קאפ נישט צו איבערצוען ווי Spokesman האט געשריבן)

לגבי א נויז מאשין איך האב עס גענוצט מיט אלע קינדער דערווייל (און איך ניץ עס נאכאלץ פאר מיין בעיבי) און ביי די צוויי דריי יאר פרובירט אפגעוואוינען, ביי איינעם איז עס געגאנגען גרינגער ביי איינעם שווערער אזוי ווי א צומי

זעהט מיר אויס ווי די ביסט ב"ה א געפילישע טאטע, (איך בין אויך), געלויבט השם, זאלסט ניצן די געפילן געזונטערהייט, און מגדל זיין דיינע קינדער מיט אסאך אידיש נחת, די געפילן זאלסטו ניצן סאך הכל צו ווערן אלערט אז מען דארף עפעס טאן, דערנאך זאלסטו געדענקן אז דו ביסט דער טאטע פון דיין שטוב, פרוביר זיך האלטן קלאר און פעסט, די שטוב איז אנגעוויזן אויף דיין מענערישקייט מער ווי אויף דיינע געפילן
הצלחה רבה און אסאך נחת
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
איז דא א קינד וואס איז נישט אזוי? איך מיין אז רוב קינדער, וועקן זיך אויף אינמיטן נאכט און וויינען ביז מען געוואוינט זיי אויס,


רט
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14665
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

אלס א טאטע און א זיידע ב"ה וועל איך איבערגעבען מיין עפארענונג,
דא וועל איך לייגען עטליכע ביישפילען
1. דאס קינד קען זיין אלערדזיק צו א געוויסע מאכל (נישט שטארק, נאר עס קען ברענגען צו בויך קרעמפן אדער קאפ וויי) אייער לאקאלע דאקטער קען וויסען
2. דאס קינד ההיבט אן צו ציינדלען. און אזא פאל איז גוט צו געבן טיילענאל אדער אנשעמירען די גאם מיט א געוויסע קרים (פרעגט אייך נאך ביי טייערע לאקאלע אפטייק)
3 שטארק ארום וויקעלען דאס קינד
4 דורך די טאג לאזען די קינד ווערן אינדיפענדעט, ד.ה. לאזען די קינד אליין אן דעם וואס די עלטערן זאלן קוקען אויף איר/איהם, דאס געוואוינט צו אז נישט אייביג מוזען די עלטערן זיין לעבן די קינד
5 ביינאכט לאזען די קינד וויינען אבער און נאכאמאל אבער יעדע צוואנציג מינוט אריין גיין צום קינד און זאגען "א גוטע נאכט יעצט דארפ מען שלאפען" דאס געוואוינט צו די קינד אז אפילו ביים שלאפען דרייען זיך די עלטערן אין שטוב
6 ווי פריער ערווענט א נויז מעשין
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
פרוביר
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 16, 2018 8:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר »

א גרויסן ישר כח פאר יעדן
אנבעליוועבעל, וויפיל עצה אין הדרכה פון איין קשיא.
איך בין אייך אלע זייער דאנקבאד.
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”