שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שידוכים 21 and up
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 8:48 am

שידוכים וואס שדכנים האבן נישט ליב צו טוהן דערין

תגובהדורך שידוכים 21 and up » מאנטאג מאי 14, 2018 1:58 pm

שלום וברכה פאר אלע וואס גייען דא ליינען:

ליידער זענען דא זייער אסאך עלטערע בחורים און מיידלעך, וואס זוכן א שידוך, ווילן זייער שטארק טרעפן זייער באשערטע, ובתוכם די וואס ווערן שוין נישט אנגערופן, בחור אדער בתולה, נאר ענדערש גרוש, גרושה, אלמן אלמנה, חלק פון זיי האבן קינדער און חלק האבן נאך נישט קיין קינדער,

געווענליכע שדכנים האבן ליב צו נעמען א ליסט פון ישיבה און א ליסט פון מיידלעך פונעם זעלבן קרייז, פרובירן צוצופאסן, שפיצל מיט שפיצל, שייטל הוט מיט שייטל הוט, אפען מיט אפען, בענד מיט בענד וכדומה, מ'ארבעט אויף עטליכע, מ'באקומט א געפיהל ווער ס'וואלט געקענט באשטיין זיך צו משדך זיין מיט וועם, איינמאל געלונגט יא, 10 אנדערע געלונגט נישט,
אזויווי הקב"ה יושב ומזווג זיווגים, האט ער וין זיינע וועגן וויאזוי שידוכים געשעהן, געווענדליך די שידוכים ווערן געפירט דורך די עלטערן וואס לעבן ב"ה מיט זייער באשערטע, און זארגן זיך זייער שטארק פאר המשכת הדורות טועהן זיי כל מה שביכלתם פאר די הצלחה פון די קינדער, איז אפילו א קינד ווערט שוין 18.5 אדער 19 איז נאך נישט עק וועלט, אפילו אז מ'רעדט נישט צו א שדכן ממש יעדע איינציגע וואך, גייט מען אהן מיטן טאג טעגליכע לעבן, 3 מאל א טאג ביים דאווענען איז מען מתפלל פארן עתיד פון די קינדער, ביז די באשעפער העלפט ב"ה, איינעם פריער און איינעם שפעטער,

דאס איז הני מילי ווען אלעס גייט כשורה, נארמאלע בחור, נארמאלע ישיבה, נארמאלע מיידל מיט א געסעטלטע דזשאב וכדומה,

וואס טוט זיך אבער ווען א בחור אדער א מיידל ווערט שוין 20-21, די חברים/חברטע'ס הייבן אהן צו האבן די ערשטע קינד, און זיי זיצן ליידער און ווארטן, עס גייט אריבער נאך א יאר, און די שדכנים ווילן שוין נישט טוהן, ווייל ווי זיי זאלן נאר פרובירן אנצוטראגן אזא בחור אדער מיידל, שטעלט זיך די שאלה,פארוואס איז ער עלטער געווארן, וואס טוט ער מיטן טאג,
אויב לערנט ער נאך אין ישיבה, איז די שאלה וויזוי מאכט ער דאס, אלעס איז מיט אים בסדר?, ארבעט ער איז עס ווידער א פראבלעם,

איבערהויפט ווען א מאן אדער א פרוי איז ליידער דורך מסכת גיטין ממש אין די ערשטע יארן נאך די חתונה אין די נידריגע 20'גער יארן אדער אפילו שפעטער, דארט איז ממש א קריזיס ליידער, בפרט פון די קוק ווינקל ביי די עזרת נשים, יעדע אינגערמאן וואס איז אים ליידער נישט געלונגען צו טרעפן זיין ריכטיגע אלץ בחור, ווערט גלייך אפגעסטעמפלט אז ער איז א פראבלעם, זיי זענען אויף א פארגרעסערונג גלאז, ביים עולם, יעדע זאך ביי זיי, ווערט אויפגעבלאזן, יעדער זוכט ביי זיי פראבלעמען, (פארוואס דען האט ער זיך גע'גט) - ווער רעדט נאך אויב דער אינגערמאן האט נישט עספיעט צו טרעפן א געהעריגע דזשאב פאר עס האבן זיך אנגעהויבן די פראבלעמען ליידער, קיינער וויל שוין דעם אינגערמאן נישט הייערן, און אפילו די וואס האבן יא גוטע דזשאבס, איז זייער שווער אנצוגיין מיטן טאג טעגליכע לעבן אליינס אהן א עזר כנגדו,
ווי אויך בנוגע גרושות און עלטערע מיידלעך, עס איז זיי ביטער שווער ווען די חברטעס זענען ב"ה זוכה צו דינען אלץ "עקרת הבית" און זיי דארפן זיך ליידער אליינס א עצה געבן אין יעדן פרט פון לעבן און זיך אליינס ספראווען מיט פראבלעמען, אליינס מגדל זיין די קינדער,

די שווערסטע חלק פון אלעם איז:
אז ווען אזא איינער זוכט א שידוך, האט ער כמעט נישט קיין "שדכן" וועם אנצורופן, ווייל אזעלכע שידוכים גייען זייער זייער שווער, ביז א "גרושה" זאל וועלן אפילו קאנסידערן א געוויסע "גרוש" איז חדשים ארבעט, און קאסט פארן שדכן אסאך כוחות, און די וואס הייבן שוין יא אהן טוהן ווערן מיד, און הייבן כמעט נישט אויף קיין טעלאפאן אויף א גרוש אדער גרושה, נאר ווען זיי האבן עפעס א גוטע הצעה, אז נישט פיהלט דער שדכן נישט אפילו אז ער זאל אויפהייבן א טעלאפאן, זאגן אז ער האט יעצט נישט אדער אז ער וועט אי"ה פרובירן,
וואס די שדכנים כאפן אסאך מאל נישט, אז די באטרעפענדער וואס זוכט א שידוך, שלאפט נישט קיין נעכט, גיסט אסאך מאל טייכן טרערן אויף זיין ביטערן גורל ווען קיינער זעהט נישט, די גייען דורך יסורי איוב יעדן שבת ויו"ט,
און ווען א שדכן הייבט אים/איר נישט אויף קיין טעלאפן אדער איז דוחה בקש, פאר וואכן/חדשים און אסאך מאל יארן, פיהלט ער/זי, ווי נישט גענוג ער/זי גייט ליידער דורך דעם פראבלעם, האט ער/זי אויך נישט קיין אוזן קשבת, איינעם וואס זאל אים/איר טוהן א טובה, און אויסהערן און זאגן צו עס איז אים עפעס בייגעפאלן, האט ער/זי פרובירט עפעס, וואס איז נישט געגאנגען, אדער זיינע/אירע טעלאפאן קאלס זענען לבטלה,

צוליב דעם האבן מיר זיך אינטער גענומען, אז מיר זענען יא גרייט אויפצוהייבן א טעלאפאן/אדער צוריק רופן אדער ענטפערן אימעילס פאר אזעלכע, וואס זענען ליידער אין די ביטערע מצב,
און פרובירן עד כמה שידינו יד כהה מגעת, צופאסן די ריכטיגע זיווג אין די ריכטיגע צייט

איר קענט רופן:
ניו יארק 718-569-7510
א"י 03-374-1757

אימעיל:
Shidichim21andup@gmail.com

אפילו מיר זאלן נאר גרינגער מאכן פאר איינעם זיינע מיטמאכענישן איז אויך כדי,

יה"ר שתשרה שכינה במעשי ידינו וחפץ ה' בידינו יצליח

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג מאי 14, 2018 2:11 pm

אשרי חלקך

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4220
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג מאי 14, 2018 2:13 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:אשרי חלקך
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

שידוכים 21 and up
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 8:48 am

תגובהדורך שידוכים 21 and up » מאנטאג מאי 14, 2018 2:17 pm

עיקר שכחתי
מיר נעמען נישט קיין געלט, צו רעדן מיט אייך

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג מאי 14, 2018 5:12 pm

וואויל איז צו דיר, איך בין מקנה דיין חלק בעולם הבא! איינער וואס האט עס נישט מיטגעמאכט קען זיך נישט פארשטעלן די יסורי הנפש וואס אזא איינער גייט אדורך.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג מאי 14, 2018 5:35 pm

עס איז מיר אמאל אויסגעקומען צו פרעגן פון א חשוב'ער באשיידענע מורה הוראה וועלכער האט נישט צופיל שואלים. דער דיין האט אויסגעהערט מיין שאלה און געזאגט אז ער ברויך מעיין זיין, און איך זאל אים צוריק רופען שפעטער אין טאג. שפעטער נאכמיטאג רוף איך אן דעם דיין אין שטוב, און א קינד הייבט אויף דעם טרייבל, "האלאוי?!" "א גוט יאר. מ'קען אפשר רעדן צום דיין?" וואס זאל איך אייך זאגן, די גאנצע שטוב איז געפארן אויף טענער. "דיין! איינער האט א שאלה!"

ביודעי ומכירי קאמינא, ווען עס זענען פארהאן עלטערע בחורים און מיידלעך אין שטוב, דאס אליין אז "מ'רופט", דאס אליין אז "מ'טראגט אן" איז שוין א ישועה פורתא, א שפריץ פון לחלוחיות אין אן אטמאספערע פון טריקענע כמארע. ספעציעל ווען עס שטייען אינגערע בנים ובנות אין די רייע.

רב 21 ענד אפ, כה לחי!

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מאנטאג מאי 14, 2018 6:52 pm

מען דארף נאר קלאר מאכן אז עס איז א לעגיטימע קאמפעני און נישט אזויווי אנדערע וואס זענען שוין געווען דא עדווערטייזט און לאמיר נישט רעדן ווייטער.
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

אוועטאר
קראך א גוטס
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 15, 2015 2:27 pm
לאקאציע: מאנטריאל, קאנאדע

תגובהדורך קראך א גוטס » מאנטאג מאי 14, 2018 8:25 pm

וואויל איז דיין חלק עס איז אזא וויכטיגע זאך,מען קען נישט פארשטיין די פילינג פון אן עלטערע בחור ווי לאנג מען איז נישט דארטן געווען..

אגב אזעלעכע עלטערן לאזן זיך קאסטן מער פארן שדכן...
קראך א גוטס

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מאנטאג מאי 14, 2018 9:09 pm

אשריך אשריך!!!
איך בין מקנא דיין חלק און עולם הבא
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

שידוכים 21 and up
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 8:48 am

תגובהדורך שידוכים 21 and up » דינסטאג מאי 15, 2018 1:42 am

ישר כח אלע,

ווען איינער בעהט נישט קיין געלט, וואס האט יענער צו דערלייגן,

די איינציגסטע זאך וואס מ'דארף זיך באווארענען, נישט ארויסצוגעבן סענסיטיוו אינפארמעישאן פאר איינעם וואס מ'קען נישט,

געווענדליך די מענער וואס זוכן שידוכים אין די עידזש, גיבן ארויס אלע אינפארמאציע, פאר א ספק ספיקא, אולי ירחם
די פרויען וואס זוכן שידוכים, ענטפערן אסאך נישט געהעריג אפילו פאר עקספיריענס שדכן,
דאס איז א חלק פון די פראבלעם,

אבער די כלל איז:
לא עליך המלאכה לגמור, מ'דארף טוהן, נישט אויפטוהן,

שידוכים 21 and up
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 8:48 am

תגובהדורך שידוכים 21 and up » דאנארשטאג מאי 17, 2018 7:41 am

ווי אויך האבן מיר א ליסט פון שדכנים פאר זיווג שני און עלטערע בחורים/מיידלעך,
יעדע שדכן האט זיין מומחיות אין א אנדער פעלד, אדער האט א השגה פון זיין שטא/קרייז וכודומה,

מיר זענען מייעץ יעדעם איינעם וועלכע שדכנים וואלטן אים/איר די בעסטע געקענט העלפן,

מיר זענען מייעץ אלע וואס פארבינדן זיך מיט אונז,
נישט צו גיבן קיין געלט פאר א שדכן, נאר אויב מ'זעהט אז ער ארבעט טאקע פאר אייך
אדער זאגן א מ'באצאלט אים/איר נאכן אויספיהרן,

שידוכים 21 and up
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 8:48 am

תגובהדורך שידוכים 21 and up » דינסטאג מאי 22, 2018 11:33 am

אויב ווייסט איר פון איינעם וואס זוכט א שידוך און איז העכער 21, גיבטס אים/איר אונזער נומער/אימעיל, אפשר וועל מיר האבן א חלק אין זיין/איר נייע שטוב בעז"ה,

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » דינסטאג מאי 22, 2018 2:34 pm

אשרי חלקך!!! :grin:

online
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 11:41 pm

תגובהדורך online » פרייטאג יוני 01, 2018 9:08 am

די פראבלעם איז אז די וועסט נאר באקומען קאלס פון בחורים און גרושים נישט פון מיידלעך און גרושות

שידוכים 21 and up
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 8:48 am

תגובהדורך שידוכים 21 and up » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 12:13 pm

אין די לאנגע ווינטער נעכט,
ווען אידן זיצן און וויינען אויף זייער גורל, און קיינער האט זיי נישט אינזין

מיר זענען גריייט זיי צו העלפן, אויב ווייסט איר פון איינעם העכער 21 וואס קוקט ארויס בכליון עינים צו געהאלפן ווערן, גיבטס אים אונזער נומער און אימעיל,
מיר וועלן אי"ה טוהן השתדלות, און פרובירן מיטצופיהלן די מצב, וואס ביי אסאך איז דאס פיקוח נפש וד"ל

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 8:58 am

אשריך ואשרי חלקך. נישט קיין חילוק יא לעגיטים אדער נישט לעגיטים. אויב וועסטו זוכה זיין מחי' צו זיין איין אידיש קינד האט זיך געלוינט די 120 יאר אויף די וועלט.

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 2:48 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:אשריך ואשרי חלקך. נישט קיין חילוק יא לעגיטים אדער נישט לעגיטים. אויב וועסטו זוכה זיין מחי' צו זיין איין אידיש קינד האט זיך געלוינט די 120 יאר אויף די וועלט.

וואס איז געווארן מיט אייער שידוכים פאריעקט?

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 2:52 pm

מ'ארבייט פעסט דערויף, און מ'מאכט פארשריט ב"ה.

איך וועל איין טאג אי"ה מאריך בדיבור זיין דא, בעזרת השם

צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 3:09 pm

פלאחותיך האט געשריבן:אשריך אשריך!!!
איך בין מקנא דיין חלק און עולם הבא

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 4:02 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:
פלאחותיך האט געשריבן:אשריך אשריך!!!
איך בין מקנא דיין חלק און עולם הבא

לאמיר אויך פראבירן... אפשר ביסטו זיך משדך מיט זאלצוואסער? עס זעט אויס גאנץ פאסיג מיט די וואסער חלק, און די זאלץ און צוקער צוזאמען, וועט זיך עס אויסגראדן. איך בעט נישט שדכנות געלט!
שויתי ה' לנגדי תמיד

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 9:57 pm

נו הרב שידוכים לאמיר הערן א באריכט, האט מען טאקע געטון?

איך פרעג נישט אויב אויפגעטון, ווייל דאס באלאנגט אינגאנצן נאר פארן אייבירשטן
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

שידוכים 21 and up
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 8:48 am

תגובהדורך שידוכים 21 and up » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 3:36 am

מ'האלט אין איין טוהן,
יעדע קאל און אימעיל ווערט געענטפערט,

אויפהייבן טעל קאלס פאר אידן אין די מצב און רעדן צו זיי, נישט זאגן קאל מיר מארגען איז די וויכטיגסטע,

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 11:54 am

אינטערסאנט נאר אז כ'האב איבערגעגעבן די נומער פאר אפאר נויטבאדערפטיגע קאלן זיי מיך פרעגן וואס ס'מיינט גוגעל וואויס און זאגן אז קיינער הייבט נישט אויף, אבער די נאמען פונעם רופער דארף מען אריינזאגן

שידוכים 21 and up
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 8:48 am

תגובהדורך שידוכים 21 and up » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 2:33 pm

האסט זיי מסביר געווען וואס גוגל וואויס איז?
זיי דארפן נישט זאגן זייער נאמען נאר דרוקען 1,

אקעי כ'האב עס יעצט אראפ גענומען,

זיי קענען קאלן נאכאמאל, די אלע וואס האבן נישט געוויסט וואס גוגל וואויס איז,
קענען אויספילן קאפליקאציע, זיי וועלן צוריק באקמען 75% פון די געלט

לאל

שידוכים 21 and up
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 8:48 am

תגובהדורך שידוכים 21 and up » זונטאג אוקטובער 28, 2018 8:52 am

אזויווי עס דרייען זיך דא אויף אייוועלט,
זייער אסאך וואס זענען שוין ב"ה העכער 21 און זוכן נאך אלץ ליידער זייער אבידה (אחת מצלעותיו)
ווילן מיר דערמאנען אז מיר האלטן יעצט אין די פרשיות פון די זיווגים פון די אבות הקדושים, ווען עס איז מסוגל זיך אויסצובעטן פאר א זיווג,

נעכטן (וירא) האט מען געליינט "הנה ילדה מלכה גם היא בנים לנחור אחיך", ווי רש"י ברענגט פון חז"ל אז יצחק אבינו איז נאך די עקידה נתבשר געווען שנולד בת זוגו

די וואך (חיי שרה) ליינט מען די פרשה פון די קנין פון שדה עפרון, פון ווי מ'לערנט ארויס די קנין כסף פון קידושין, קיחה קיחה משדה עפרון
דערנאך די פרשה פון די שידוך פון יצחק אבינו, אנגעהויבן די פסוק "וה' ברך את אברהם בכל" ווי חז"ל זאגן (רש"י ברענגט עס אראפ) בכל איז בגימטרי"א בן, וכיון שהי' לו בן הי' לו להשיאו אשה, דערנאך שטייט די גאנצע פרשה וויאזוי עס איז צוגעגאנגען די זוכן און טרעפן די זיווג פון יצחק אבינו, און די פרשה ענדיגט זיך "ויצא יצחק לשוח בשדה לפנות ערב" וגו' און דערנאך די פסוק "ויביאה יצחק האהלה שרה אמו ויקח את רבקה ותהי לו לאשה ויאהביה וגו' "

קומענדיגע וואך (תולדות) סוף סדרה וועט מען אי"ה ליינען,
ויקרא יצחק אל יעקב ויברך אותו, ויצוהו ויאמר לו לא תיקח אשה מבנות כנען: קום לך פדנה ארם ביתה בתואל אבי אמיך ו"קח לך משם אשה"

א וואך שפעטער (ויצא) וועט מען אי"ה ליינען די שידוכים פון יעקב אבינו, "אעבדך שבע שנים ברחל בתך הקטנה" וגו' שפעטער "ויאמר יעקב אל לבן הבה את אשתי כי מלאו ימי"

צוויי וואכן שפעטער (וישב) די שידוכים פון די הייליגע שבטים - קודם די שידוך פון י-ה-ו-ד-ה ווי עס שטייט אין פסוק "וירא שם י-ה-ו-ד-ה בת איש כנעני ושמו שוע ויקחה ויבא אליה"

שפעטער (מקץ) די שידוך פון יוסף הצדיק "ויתן לו את אסנת בת פוטי פרע כהן אן לאשה"

קריאה מעורר הזמן, נישט פארגעסן זיך אויסצובעטן אין די ימים המסוגלים,

ההולך בדרכי אבות מזכירין לו זכות אבות, החכם עיניו בראשו, לעולם יקדים אדם תפלה לצרה,

נוצט אויס די זמנים "ויצא יצחק לשוח בשדה לעת ערב"

לעת ערב לעת צאת השואבות, אין די וואכן ווען מ'ליינט די פסוקים, נוצט אויס די שמונה עשרה'ס פון מנחה, תפלה איז די גרעסטע השתדלות וואס מ'קען טוהן, בפרט בימינו אלה,

וד"ל


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט