דארפן טאקע אזויפיל קינדער ביי אונז הילף אין חדר?

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

איין נושא איז אנדערש היינט ווי צען יאר צוריק. עס איז מער נישט אראפגעקוקט צו לערנען פריוואט, קיין שום חסרון נישט. פרעגט אייערע קינדער. סיי אינגלעך און סיי ביי די מיידלעך.
פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטעטא קאפ »

מיין וויסן איז, אמת אין חדר אבער נישט אין ישיבה
פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטעטא קאפ »

אלס גאסט אין א שטאט איבער דעם פארלויפענע שבת (בה"ב) זעה איך אין בית מדרש הענגן א צעטל פון אן אלטע קול קורא אינטער געשריבן פון אלע אלטע צדיקי וגדולי דור העבר איבער די הארבקייט פון אריינברענגן שניום אינעם אלטן חינוך, עס ווערט דארט זייער קלאר ארויסגעברענגט מיט פרטים וואס זיי מיינען, און מען קען זאגן זייער קלאר אז אסאך פון די שניום פון וואס זיי רעדן זענען היינט עמטלעך אריין געקומען אינעם חינוך ביי די פרימסטע פלעצער, זיי רעדן אפילו פון סיי וואסערע מעטאד מען וויל העלפן א קינד צום לערנען, אויב איז מקורו פון די גוים איז עס אסור בתכלית.

אזוי לייענענדיג טראכט איך ביי מיר, כל דברהם הם כגחלי אש, איך בון נישט מסופק אין דעם, אזוי אויך ווייס איך אז אזוי געטריי זיי זענען געווען פאר כלל ישראל איז נישטא דאס גלייכן, והראי' זיי זענען באמת געווען די רועי ישראל אין די שווערסטע צייטן וואס כלל ישראל האט נאר געהאט אין זייער היסטאריע, זייער מסירת נפש וואס זיי האבן געהאט אינזון צו האבן כלל ישראל ברוחניות און בגשמיות בון איך נישט ראוי צו באשרייבן, למעשה לויט ווי זיי שרייבן דא, טאר מען נישט קעיר נעמען פון די אלע פראבלעמען מיט די אלע מעטאדען וואס מען באניצט זיך היינט, מיט אונזער פליישיגע אויגן זעהט דאך אויס אז אויב מיר זאלן נישט קער נעמען פון די אלע פראבלעמען וועט דאך זיין קאטאסטראפע, פרעגט זיך די גרויסע שאלה פון די אידן וואס ווילן נאכגיין זייערע הוראות איך יתקיימו שניים?

דער תירץ קען זיין איז דאס וואס מיר האבן אנגעהויבן דעם אשכול
אויב האט איר עס נאך נישט געלייענט לייענט עס יעצט
viewtopic.php?p=1657902#p1657902
אוועטאר
קראך א גוטס
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 2:27 pm
לאקאציע: מאנסי, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראך א גוטס »

אוי זאגסטו גוט גם אני מצטרף איך האב אויך געהאט די זעלבע פראבלעם, איך קען נישט זאגן אז איך האב געהאט א פאטעטא קאפ נאר איך האב געהאט א שטאטע קאפ.
קראך א גוטס
פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטעטא קאפ »

איך האב יעצט געזעהן דעם יעצטיגן וואכנדיגן פרשת נשא תשע"ח שבת בשבתו א בריוו וואס איז אויך נוגע אונזער ענין

אל כבוד מערכת החשובה 'שבת בשבתו'.
פארגאנגענעם וואך האט ר' ח.ק. מסכים געווען מיט דער הערה פון הרב מ.ש. (פון פרשת אמור) אז מ'ברענגט נישט אריין אין די קינדער גענוג חשיבות אין רוחניות, און די קינדער זענען מער אינטערסירט אין אויסוואקסן גרויס אין גשמיות, א.א.וו., ארויסברענגנדיג ווייל דאס ווערט מען אדווערטייזט.

ראשית כל, וואס קינדער זאגן, מיינט בכלל נישט קיין סאך, ווייל קינדער האבן שטענדיג ליב נאר מאטריאליסטישע זאכן, און בעיקר זאכן וואס דערקענען זיך גאר שטארק, ווי למשל דרייוון א טראק, זיין א הצלה מעמבער, א.א.וו. ווייל די זאכן מאכן א גרויסע גערודער און טומל, און קינדער האבן דאך ליב אטענשא"ן.

גרעסערע קינדער, דארפן מען דאך אויך וויסן פון וועלכע שטובער די קינדער קומען, און פארשטייט זיך, אז א שטוב וואס די שיינע הויז, קאר, האלידעיס, קליידער, גלעזער, וכו' וכו', זענען די הויפט טעמעס און די גאנצע קאפ און מח איז פארנומען מיט דעם, איז שווער צו ערווארטן אז פון אזא שטוב זאל דער קינד פארשטיין אז די עיקר תכלית איז צו זיין א תלמיד חכם.

שנית, הרב מ.ש. רעדט זיך אפ אז קינדער ווילן נישט וואקסן קיין תלמידי חכמים, (און ווען מ'וואלט מער מכבד געווען א תלמיד חכם, וואלט מען דאס מער געוואלט). דוכט זיך אז הרב מ.ש. האט א טעות וואס איז די עיקר, און וואס איז די טפל, קודם דארף ביי אונז זיין קלאר אז די עיקר העיקרים: איז צו טוהן דעם רצון השם, ד.מ. מקיים זיין זיינע מצוות, און נישט עובר זיין חלילה קיין עבירות. דאס און נאר דאס דארפן אונז אריינברענגן אין די קינדער, דאס איז דער ציל, און נאר דאס מיינט הצלחה!!!

וועגן וואקסן א גרויסע תלמיד חכם עיין שו"ת מראה יחזקאל (סימן ק"ד), וזלה"ק, "היכן מצינו בכל התורה שמצוה להיות חכם גדול וחריף, רק שצריך לקיים מצוות והגית בו יומם ולילה, ולא להתבטל מדברי תורה אפילו רגע כמימריה, ואם היה הדבר תלוי בבחירת האדם עדיין קושית הגמרא במוקמה עומד ואילו צדיק ורשע לא קאמר וכו', עכלה"ק. [ויש בזה ב' מהלכים בספר מאמר הנפש להרמ"ע מפאנו ואכ"מ].

יא ס'איז א חיוב, צו לערנען וויפיל מ'קען, און מ'טאר נישט פארברענגן די צייט, דאס איז דער חיוב, און דאס איז הצלחה, זיצן און לערנען שעות ארוכות שבת נאכמיטאג איז א חיוב, ווער ס'טוט אזוי דער האט געהאט הצלחה, נישט נאר אויב ער איז דורך דעם געוואקסן א תלמיד חכם.

יישר כח פארן אריינלייגן די שורות
א.מ.
יעקב זרח
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 22, 2017 9:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב זרח »

איך ווייס נישט אויב בין איך גערעכט אבער לפי דעתי האט דער עולם א טעות דא מיטן אפטייטשען די הילף וואס מען גיבט פאר די קינדער היינט מער ווי אמאל!!
די ענקזייעטי וואס עס הערשט היינט ביי קליינע קינדער!!! יא יא ביי קליינע קינדער איז נישט געווען אמאל.. און אמאל מיינט פאר 10-15 יאר צוריק....
און וואס ענקזייעטי מאכט אן ביי קינדער וואס האבן נאכנישט די שכל און די וועג ווי אזוי זיך אויסצודרוקן איז השם ירחם אויב מען נעמט נישט קער פון דעם באצייטנ'ס
מען רעדט נישט דא פון הרב פאטעטע וואס איז געווען חוץ זיין לערנען חלק וואויל אינעדרהיים - וואויל ווען מען איז געגאנגען אין ביהמ"ד - וכו'
ביודעי ומכירי!!
אשרי להם וחלקם פון די מלמדים וואס לייגן אריין יותר מכפי יכולתם און אויפמערקזאם צו מאכן די עלטערן און הנהלה אז מען דארך זיך אומגיין מיט א חלק פון די תלמידים מיט פראפעשענעל הילף, און די אלע וואס ווילן זיך פארשטעקן ווי א בת היענה און פרעגן מה נשתנה היינט פון אמאל, איז א שאד אריינצוגיין אין א דיסקוסיע, ווייל ער וועט נישט וועלן פארשטיין און וויסען וואס גייט היינט פאר.
עפעס אונזינסט זענען די אפיסעס פון טעראפיסטען "בלויז פאר קלענערע קינדער" פיל ביז אויס אז עס איז שווער צו באקומען אפוינטמענט'ס, ווער עס לייקענט אין די צורך פון מענטל העלפ ביי קינדער לעבט אין די לבנה.
עס איז דא שטארקע חילוק פון א קינד וואס שרייט היינט וויל איך עסן קאקאש קעיק פארנאכטמאל (ווער עס געדענקט נאך די אלף בית וועלט טעיפ פון שמעלצער) ביז היינט ווען א קינד קען אמאל אהיימקומען און פון גרויס פרעשער אין חדר קען ער טוהן געוויסע אינטרעסאנטע מעשים, ווי זיך איינשפארן אין א צימער אליינס, אדער ארויף טאנצען אויף די מאמע מער ווי נארמאל פאר זיין סעקיורעטי, אדער ווען ער וויינט פאר א סיבה איז דאס עפעס מער ווי געווענטליך וויינען מען זעהט עפעס הויערט אויף אים. די אלע סימנים און נאך דארף באלדיגע באהאנדלונג פאר עס איז שפעט!!
די אלע זאכן זענען מעשים בכל יום און נישט אייביג דערקענט זיך עס פוננדרויסען און אויב א מלמד וכדו' רופט אז עס איז דא הילף פאר דעם איז נישט די צייט אריינצוגיין אין נארשקייטן אז די מוסדות זוכן צו מאכן א פאר גראשן.
און ביי ענגליש איז בעיקר די צייט וואס קינדער מיט עני פראבלעם טאנצן ארויס די מערסטע פון די הויט, און נאכאמאל איך רעד נישט פון קינדער וואס מאכן נאר אביסל פאן מיט די טיטשער זייענדיג נאך 6-7 שעה אין חדר נאר מיט אביסל שכל און הבנה זעהט מען אסאך מאל ביי ענגליש קינדער מיט אמת'דיגע פראבלעמען וואס דארף באהאנדלט ווערן דורך א מומחה.
השי"ת זאל העלפן מיר זאלן קענען טוהן דעם רצון ה' און מחנך זיין אונזערע קינדער אויף די בעסטע וועג וואס איז נאר שייך.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

וויפיל פון אונזערע עלטערן וואלטן היינט אויסגעזען שענער ווען עס וואלט געווען געהעריגע טערעפי אין זייערע צייטן?
וויפיל קינדער וואלטן ווייניגער געליטן פון טאטע מאמע ווען זייערע עלטערן וואלטן געהאט טערעפי און געוואוסט זיך אויפצופירן ווי מענטשן?
וויפיל קראנקע שטיבער מען וואלט געקענט פארמיידן מיט אביסל טערעפי, וויפיל בזיונות מען וואלט געקענט אויסמיידן פון קינדער און בחורים דורך זיי געבן פראפעסיאנאלע הילף און זיי אוועקשטעלן פארן לעבן.

צום קעפל: דער פאריגער דור האט אויך געדארפט טערעפי, מען האט זיי עס ליידער נישט געקענט געבן.
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

קומט אן אין שטוב אדערווערטייזמענט ביכער, מיט עדס פון ברענענדיגע הייזער און העלישע פייערלעשער, און א ווארענונג אז מען דארף קלינען דעם דרייער ווייל אז נישט איז געפערליך. נישט נאר מיין 11 יאריג קינד פחדנ'ט אוועק יעדעס מאל וואס מען צינדט אן דעם דרייער, נאר דער בחור אויך. כ'ווייס נישט וואס דאס פעלט אויס. יעדעס מאל וואס מען צינדט אן דעם דרייער ביינאכט קען מען נישט לייגן דעם אינגל שלאפן ער פחדנ'ט אוועק.
פעטעטא קאפ
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטעטא קאפ »

איך לייקען נישט בכלל נישט און איך בון בכלל נישט אויף קיין אנדערע פעיטש פון די פריעדיגע צוויי מגיבים
איך ווייס פון די אלע פראבלעמען און איך ווייס ווי וויכטיג עס די הילף.
איך רעדט פון אזעליכע פראבלעמען וואס קומען מייסטענס פון קינדער וואס קענען נישט נאכקומען די סטאנדארט פון חדר, און בלויז און טאקע נאר בלויז פאר דעם ווערן זיי קעסעס, זיי באקומען נישט קיין שום אנערקענונוג און קיין שוויות ביי זייערע מחנכים, זיי ווערן אויפן בעסטן אופן פאררעכענט פאר קינדער וואס מען דארף זיי העלפן, זיי ווערן געקלאפט ביי זיך און די תוצאות זענען מיט די יארן א גרעסערע קעיס, און אפגערעדט אין ישיבה טרעפן זיי בכלל נישט דאס פלאץ פון קיין שום סארט אנערקענונג, מען האלט זיי נישט אין ישיבה נאר אויב אויב א אינגערמאן לערנט מיט זיי מיט וכו וכו,

איך מיין אז א חלק פון די פראבלעמען פון וואס די רעדסט (זיכער נישט אלע) קומט אויך פון ציקלאפטקאט און געפאלענקייט, וואס ווען די סטנדארט וואלט געווען מער ריטשעבעל וואלטן זיי נישט צו געקומען צו דעם, איך רעדט קלאר נישט פון פראבלעמען וואס קומען פון נישט געזינטע שטיבער אדער עכטע ביהוועיר פראבלעמען, אבער זייער אסאך פראבלעמען קומען ווייל די קינדער קומען נישט צו דאס וואס מען פארלאנגט פון זיי. ווען מען זאל נאר קענען מאכן פון יעדן קינד מיט שוואכערע כשרונות מיט צו האלטן מיט די סטאנדארט החרשתי, אבער ווי מיר זעהן אינעם שכינות'דיגע אשכול ווי אן א שיעור מענטשן טאפן א וואנט, און איך זאג אויך עדות מבשרי אחזה אז מיינע עלטערן האבן געטאפט א וואנט, דאן איז מיין ריף, איקסעפט'ס די קינדער מיט שוואכע כשרונות אזוי ווי זיי זענען און מאכט נישט פון זיי קיין קעסעס, פארלאנגטס פון קינדער תורה יעדער לויט זיין מעגליכקייט מיט יראת שמים און מידות טובות.
אוועטאר
שיך פון גאלד
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 4:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיך פון גאלד »

בנוגע די נושא צי מען דארף צי נישט ווייס איך נישט צופיל צי רעדן ווייל עס איז ביי יעדעם אנדערש, און ביי דער וואס דארפן דאס איז עס זייער וויכטיג.

אויב נעם איך שוין יא איינער זאל באהאנדלן מיין קינד איז אוואדאי די בעסטע עצה צי אנהאלטן קשר און ארבעטן צוזאמען די גאנצע צייט. אבער די פאקט איז אז איינער וואס איז עוסק על המחי וכלכלה קומט נישט אן צי סאך און גענוג צי דעם, אבער ווען ער פרעגט יא אן און באקומט פארעווע תשובות. יא סגוט מ'זעהט עפעס פראגרעס אבער קענען נישט געבן קיין געהעריגע באריכטן וואס ווען און צי דאס וואס מען ארבעט מיט דיין תכשיטל איז טאקע אויף דער ריכטיגער וועג, וואס דארף יענער טראכטן ?

געלט נעמט מען אפדעיטס גיט מען נישט חוץ אויב מען דריקט צום וואנט. און נאר דעמאלטס זאגט מען אז טאקע מען וואלט אפשר געדארפט טוישן אביסעל און ניצען א צווייטען (פארשטייט זיך פאר מער געלט) מיט נאך א גאנצע פאק פון דרשות פארוואס מען האט דאס געטרייט ביז יעצט .....

איז עס נישט רעכט אז כאטש אזויפיל זאלן די פרייועט מלמדים טוהן צי האלטן חשבון אן כסדר'דיג זיין אין קשר אליינס מיט די עלטערן און גלייך ווי זיי שפירן אז די פראגרעס טשאַרט איז נישט העכער 50% פון ווי מען האט געטראכט אז עס דארף האלטן, צירוק אראפ זיצען און אויסשמועסן די זאך?

איך שפיר אז דאס איז א גרויס חלק וואס עס באדערט מענטשן ווען זיי שיקן שוין יא פאר הילף.
קארופציע
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 31, 2017 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארופציע »

פעטעטא קאפ האט געשריבן:הערט אויס שמעון גרין און הערט אויף טאפן א וואנט, איך וויל נישט פארדרייען די שכינות'דיגע אשכול אבער דאס וואלט איך געזאגט דארט.
איין זאך וואס איך פאשרטיי נישט פון אים איז, איך בון שוין מסכים צו וואס ער זאגט אבער וואס טו איך ווען די מוסד האט יא א פראבלעם און זיי ווילן עס נישט אוזי אנקוקן.


יעצט מאכן זיי א גאנצע איבערקערעניש איבער ר' שמעון גרין
מיין אינגלס מנהל איז אויך אינוואלווד אין די טעלעקורס ער זאגט אז דער עולם שרייבט זיך איין אין די מאסן און היינט איז שוין געווען אויספארקויפט די ערשטע 500 טיקעטס
אלענפאלס איך טראכט שוין אויך זיך איינצושרייבן איך וויל אבער קודם הערן פון מענטשן וואס זענען געווען ביי אים אדער געהערט זיין סידי מער איבער דעם
ביטע לאזט אייך הערן, שכח
קארופציע
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 31, 2017 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארופציע »

קארופציע האט געשריבן:
unnamed.jpg

יעצט מאכן זיי א גאנצע איבערקערעניש איבער ר' שמעון גרין
מיין אינגלס מנהל איז אויך אינוואלווד אין די טעלעקורס ער זאגט אז דער עולם שרייבט זיך איין אין די מאסן און היינט איז שוין געווען אויספארקויפט די ערשטע 500 טיקעטס
אלענפאלס איך טראכט שוין אויך זיך איינצושרייבן איך וויל אבער קודם הערן פון מענטשן וואס זענען געווען ביי אים אדער געהערט זיין סידי מער איבער דעם
ביטע לאזט אייך הערן, שכח
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריינד »

קארופציע האט געשריבן:
פעטעטא קאפ האט געשריבן:הערט אויס שמעון גרין און הערט אויף טאפן א וואנט, איך וויל נישט פארדרייען די שכינות'דיגע אשכול אבער דאס וואלט איך געזאגט דארט.
איין זאך וואס איך פאשרטיי נישט פון אים איז, איך בון שוין מסכים צו וואס ער זאגט אבער וואס טו איך ווען די מוסד האט יא א פראבלעם און זיי ווילן עס נישט אוזי אנקוקן.


יעצט מאכן זיי א גאנצע איבערקערעניש איבער ר' שמעון גרין
אלענפאלס איך טראכט שוין אויך זיך איינצושרייבן איך וויל אבער קודם הערן פון מענטשן וואס זענען געווען ביי אים אדער געהערט זיין סידי מער איבער דעם
ביטע לאזט אייך הערן, שכח

איינער ביטע?
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

פריינד האט געשריבן:
קארופציע האט געשריבן:
פעטעטא קאפ האט געשריבן:הערט אויס שמעון גרין און הערט אויף טאפן א וואנט, איך וויל נישט פארדרייען די שכינות'דיגע אשכול אבער דאס וואלט איך געזאגט דארט.
איין זאך וואס איך פאשרטיי נישט פון אים איז, איך בון שוין מסכים צו וואס ער זאגט אבער וואס טו איך ווען די מוסד האט יא א פראבלעם און זיי ווילן עס נישט אוזי אנקוקן.


יעצט מאכן זיי א גאנצע איבערקערעניש איבער ר' שמעון גרין
אלענפאלס איך טראכט שוין אויך זיך איינצושרייבן איך וויל אבער קודם הערן פון מענטשן וואס זענען געווען ביי אים אדער געהערט זיין סידי מער איבער דעם
ביטע לאזט אייך הערן, שכח

איינער ביטע?

?They are advertising now another round anyone that went last time with feedback

( לשון הרע as it can be a problem of אישי if its not good feedback please send it in)

im considering to go and would really appreciate to hear from other peoples experience before i spend $149-$175

Thanks
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריינד »

יא איך האב אים אויסגעהערט.
ער רעדט זייער גוט. עס איז ווערט אויסצוהערן.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איז ווערד אים אויסצוהערן!
ער רעדט זייער קלאר און דייטלעך
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”