ווי אזוי באהאנדעלט מען שווערע געפילן? א זאך וואס אסך זוכן דעם ענטפער.

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך מאי 09, 2018 9:04 am

מאפילה לאור גדול האט געשריבן:איך בין נייגעריג צי איר האלט אז מענטשען מיט ענקזייעטי געפילן איז די מהלך צי קאנעקטען מיט די פיזישע סימטעמס, כמדומה לי ביי ענקזייעטי און פאוביע ליידענע קען עס ערגער מאכן

איך האלט אז קלאר אז יא, אבער שווער צו זאגן כללים. נאך מער טאמער איז די ענקזייעטי/פאביע אומבאגרינדעט, קען קאנעקטן צו די פיזישע סימפטאמס, מיט די צייט גענצליך עלימינירען די ענקזייעטי.

וואס עס מאכט עס נישט אזוי פשוט איז, אז ביי ענקזייעטי צומאל דער מענטש פילט אז ער קען פשוט נישט אויסהאלטן די אנגעצויגענקייט אפילו פאר אפאר מינוט (און פאר דעם פארמיידט ער די פאביע טריגער, אדער וואשט זיך נאכאמאל די הענט וכולי וכולי), סא אויב קאנעקט ער צו די סינסעישאנס און בשעת מעשה האלט ער אן די רעזיסטענס ווייל ער פילט ער האלט עס נישט אויס, האט מען גארנישט אויפגעטוען.

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » מיטוואך מאי 09, 2018 12:12 pm

וואס פעלט אויס צו קאנעקטן צו די פיזישע סימפטאמען אויך?
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג מאי 10, 2018 8:40 am

נשמת השכל האט געשריבן:וואס פעלט אויס צו קאנעקטן צו די פיזישע סימפטאמען אויך?

ווי איך פארשטיי יש כמה טעמים בדבר, אבער דאס איז נישט קיין גרויסע נ"מ, וואס מאכט אויס איז אז קאנעקטען צו די פיזישע סימפטאמען איז א מער עפעקטיוו און עפישענט וועג אין מיין עקספיריענס. פראבירט עס אויס, דו"ק ותשכח.

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » דינסטאג מאי 22, 2018 12:59 pm

עס ארבעט!
סטרעס רעדאסער.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דינסטאג מאי 22, 2018 3:52 pm

יוד אלף האט געשריבן:עס ארבעט!
סטרעס רעדאסער.

?

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג מאי 22, 2018 7:10 pm

יוד אלף האט געשריבן:עס ארבעט!
סטרעס רעדאסער.

שכוח פארן מיטטיילן. אזוי וועלן האפענטליך נאך אפאר אידן האבן די קוראזש צו פראבירן די UNTHINKABLE און זיך באגעגענען מיט זייערע געפילן.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך מאי 23, 2018 8:20 am

באקומען אין אישי, וז"ל

עטליכע הערות
בנוגע אטעמען
איך קען רואיגערהייט ארויסאטעמען בערך 25 סעקונדעס, ביי פארס קען גיין ביז 30
ווייטער אריין וועט גיין גרינג 11 סעקונדעס, ביי פארס וועט אפשר נאך 2
נישט אז איך האלט א פראבלעם והא ראי' אז מיינע לונגען זענען פיין אנגעפילט דערנאך, סתם להערה

ווייטער מיט פילן די פיזישע סענסעישאן פון א געפיל
איך זעה דו גלייכסט נישט ווען דער עולם שטעלט עס צו מיט א געוויסע נאמען טערעפי
איך וועל אבער שערן מיין עקספעריענס
איך פיל אז פאקעסן אויף די פיזישע חלק צוברעכט די ווישעס סייקל פון די געפילן וואס טריגערן מחשבות, אבער זיך שטעלן ביים געפילן און עס פילן, גייט נישט ווייטער צום מחשבה, במילא איז מען שוין מער ניכטער און מען ווערט נישט איבערגענומען פון אויפגעבלאזענע מחשבות וכו
כמעט א גאנצע רפואה


פארוואס שרייב איך כמעט?
איך פיל אסאך מאל בשעת'ן ארבעטן, עפעס א מין נערוועזקייט וואס לאזט מיר נישט ארבעטן, ס'קוקט מיר אויס ווי פון עפעס האבעך מורא, איך וועל טוען מיליאן אנדערע זאכן נאר נישט וואס איך מוז, איך האב לעצטנס אנגעהויבן צו דאס כאפן, האבעך באמערקט אז אין אזא פאל וועט מיינע געפילן ענדערש מיר לאזן זיך אפגעבן מיט די סענסעשאנס, ווייל דעמאלט בינעך אויך פארנומען מיט עפעס וואס איז נישט דירעקט מיין ארבעט
כאפסט וואס איך מיין?


וזו אשר השבתי,

יאפס, היבש גוט אפגעלערענט.

וואס מען דארף/קען זיך אויסלערנען, אז מען קען טוען עפעס בשעתן זיין באוויסטזייניג פון די סינסעישאנס אויך טוען עפעס פראדאקטיוו אין די זעלבע צייט.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך מאי 23, 2018 8:27 am

האלט מיר שוין ביי קרוב צו א מנין אידן וואס זאגן אז "מהלך #4" האט זיי געהלפן האנדךן מיט שווערע געפילן.

איך מיין די רעזאלטאטן דערווייל זענען שטוינענד..

נעמענדיג אין באטראכט אז מען רעדט פון אזא סענסעטיווע נושא ווי שווערע געפילן, און פון א מעטאדע וואס נעמט סך הכל א פאר מינוט צו עקספערימענטירן...

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג יוני 24, 2018 6:02 pm

א גאנצע חודש אריבער, איך בין זיכער אז הונדערטער האבן עס פראבירט און געזען ווינדער... :lol:

סא וואס איז מיט אל תמנע טוב מבעליו? פארוואס שערט איר נישט אייער עקספיריענס לטב או למוטב אז אנדערע אידן זאלן אויך הנאה האבן.
לעצט פאראכטן דורך היימישער אינגערמאן אום דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג יוני 28, 2018 7:55 pm

עס ארבעט אייזן...
יישר כח גדול
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:28 pm

נודה לך האט געשריבן:עס ארבעט אייזן...
יישר כח גדול

פיין, ענדליך איינער פארציילט שוין דא. ווי איז דער גאנצער עולם...קומטס אריין און געט אייער פידבעק, ביז דערווייל איז די פידבעק געוואלדיג.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:37 pm

כ'האב עס שוין געטון מער ווי איינמאל מיט סוקסעס ב"ה
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:48 pm

הענדימען האט געשריבן:כ'האב עס שוין געטון מער ווי איינמאל מיט סוקסעס ב"ה

האמת אגיד, איך האב אליינס נישט געגלייבט איך וועל באקומען אזוינע גוטע פידבעק דא איינס נאכן צווייטען פון מענטשען וואס האבן פראבירט מיט סוקסעס.

הגם איך האב געוויסט אז ביי מיר ארבעט עס געוואלדיג, און איך האב געטראכט אז קאן זיין פאר אנדערע אויך, בין איך אבער פארט גווען אביסל סקעפטיש. צו קען טאקע דער פשוטער מהלך זיין דער ענטפער וואס אזוי סך זוכען?????

ווי עס שיינט איז דער תירוץ, יא.

און צו די וואס באהאלטען זיך אונטערן פירהאנג??? וואס באהאלטסטו דו דיך דארט?

האסט פראבירט, האסט הנאה געהאט, לאזן אנדערע אידן אויך הנאה האבן. שערט אייר עקספיריענס.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:47 am

אן ארטיקל ארום דעם נושא. דער ארטיקל לייגט נישט אזוי ווייט דעם דגוש אוויף סענסעישאנס, וואס אין מיין עקספיריענס מאכט עס מער סימפל.

אפשר קען מען שוין גיין צו שלב ב', ווי אזוי צו זיין דאס מערסטע "פראדאקטיוו" בשעת מען האט שווערע געפילן?
, שוין אביסל מער קאמפליצירט און פארדינט פילייכט א נייער אשכול.

די שאלה איז אויב דער עולם איז שוין פארטיג מיט שלב א', אויב נישט, וועט נישט זיין קיין תועלת צו אנהייבן מיט נייע זאכן ווען מען איז נאכנישט פארטיג מיט די אלטע.

Three Ways Acceptance Helps You Work with Difficult Emotions

Welcoming and letting tough emotions be—instead of pushing them away—might be the key to riding out unpleasant experiences.

By Zindel Segal | May 18, 2016

People often stumble over the concept of acceptance as an approach for dealing with difficult emotions and mind states. In mindfulness-based cognitive therapy (MBCT) groups that I’ve led, this predictably comes up around the fourth or fifth session as participants say “How can I accept this pain?” or “I want to feel fewer of these difficult emotions, not more!” These reactions reflect an underlying calculation that even though trying to avoid or push away negative thoughts and feelings can be exhausting, the strategy has worked in the past, so… why risk using a different and unfamiliar strategy?

In these moments, rather than answer this question directly, I find it helpful to remind myself of three simple points:

1. Allowing negative emotions to exist in our lives—for the moment—does not mean that we’ve chosen not to take action. The concept of acceptance, as introduced in MBCT, is intended to describe the possibility of developing a different relationship to experience, one that is characterized by allowing an experience and letting it be. Allowing difficult feelings to be in awareness means registering their presence before making a choice about how to respond to them. It takes a real commitment and involves a deliberate movement of attention. Importantly, “allowing” is not the same as being resigned or passive or helpless.

2. Denying that a negative mindset is taking place is more risky for your mental health. The opposite of allowing is actually quite risky. Being unwilling to experience negative thoughts, feelings, or sensations is often the first link in a mental chain that can lead to automatic, habitual, and critical patterns of mind becoming re-established. You can see this when someone says “I’m stupid to think like this” or “I should be strong enough to cope with that.” By contrast, shifting the basic stance toward experience, from one of “not wanting” to one of “opening,” allows this chain reaction of habitual responses to be altered at the first link. Thus, “I should be strong enough” shifts to “Ah, fear is here” or “Judgment is present.”

3. Acceptance helps you work through each unpleasant experience. The third is that the practices of MBCT offer concrete ways for cultivating a stance of “allowing and letting be” in the midst of difficult experiences. In fact, often people “know” intellectually that it might be helpful to be more loving, caring, and accepting toward themselves and what they are feeling, but have very little idea how to do it. These capacities are unlikely to be produced merely by an effort of will. Instead, they require working through the body with repeated practice over time to notice things, like anxiety, may show up as tightness in the chest, or sadness as heaviness in the shoulders.

Bringing attention/awareness to the sensations that accompany difficult experiences offers the possibility of learning to relate differently to such experiences in each moment. In time, this practice of working through the body may allow people to realize, through their own experiential practice, that they can allow unpleasant experiences and still be okay.

בערמאן
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 6:38 am

תגובהדורך בערמאן » זונטאג אוגוסט 05, 2018 9:40 am

די אלע פארשידענע מהלכים פון די אזוי געריפענע "טערפי" מיט אלע לטיינישע סארט ראשי תיבות האט נאר איין ציל, ס'איז א שפראך צווישען דעם טערפיסט מיטען מוח און מחשבות מיט געפילען פון דעם נפגע וואס זיינע פארקוועטשטע פארקניפטע נערווען האבען אונגאנצען פארדרייט און צומישט, אין דער געפילען האבען אפ געהאקט דעם נאמאלע סיגנאלען פון זיינע מחשבות אדער פארקערט,
יעדע מהלך פון טערפי האט זיך זיין שפראך ..... a b c d e f g וכו'.

מיט די מהלכים נעמט דער טערפיסט אראפ אלע שטערינגען און שווערע מחשבות און געפילען וואס ליגט אויפען מענטש אנגעלייגט פון קינדווייז אהן, אין מען איז זיך מצמצם צום נקודה הפנימיות בשורש וואס שטערט דעם מענטש.

איינמאל דער נפגע ווערט מער קלאר ביי זיך וואס פינקטליך ס' גייט פאר מיט איהם, ווערט ער זאפארט ווערען מער רואיג קאנפעדענט אין ער קען זיך אביסעל אהן הייבען זיך קאנעקטען מיט זיך מער טיפער און שטערקער און זיך באמת זיך אהן הויבען באקענען מיט זיך אליין זעלבסט וועמען ער האט שוין לאנג פארלוירען אין פארגעסען.

דערנאך קען ער צו ביסילעך אהן הויבען דער מהלך 4 אדורך אטעמען אין רילעגסינג.. זיך מער און מער אריין גיין איך זיך זעלבסט אזוי ווי אין א חלום.

די ציל פון די אלע לטיינישע בוכשטאבען טערפי איז א נאר א וועג ווי אזוי צו צוקומען צו מהלך 4. און אויב קען דער נפגע נאך נישט בייווייזען מהלך 4 וועט איהם כל טערפי שבעולם נישט אויסהיילען.....

"טערפי" איז נאר א מיטעל וועג צו מהלך 4.
דער תכלית פון טערפי איז נאר איין זאך אז דער מענטש זאל קענען צו קומען צו מהלך 4.

מהלך 4 איז די שטערקסטע טערפי אויף אלע מחלות הנפש... ס'איז אויך בדוק ומנוסה אויף אלע סארט פחדים אין אלע שווערע טראומא מען ווערט גענצלעך אויס געהיילט... א נייע געבוירענע.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג אוגוסט 05, 2018 3:53 pm

בערמאן האט געשריבן:
"טערפי" איז נאר א מיטעל וועג צו מהלך 4.
דער תכלית פון טערפי איז נאר איין זאך אז דער מענטש זאל קענען צו קומען צו מהלך 4.

מהלך 4 איז די שטערקסטע טערפי אויף אלע מחלות הנפש... ס'איז אויך בדוק ומנוסה אויף אלע סארט פחדים אין אלע שווערע טראומא מען ווערט גענצלעך אויס געהיילט... א נייע געבוירענע.

ריכטיג. אבער וואס איך זאג איז אז מען קען פראקטעצירן מהלך 4 אפילו מען איז נאך נישט גווען אדער מען איז נאך נישט גרייט צו גיין צו א טעראפיסט. דו קענסט עס טוען באשר הוא שם..און איינמאל מען טרעפט דעם וועג זיך צו באגעגענען מיט די שווער געפילן איז עס שוין נישט אזא בער, קען מען דערנאך פראבירן טרעפן נאך איינס און נאך איינס.

בקיצור די אדער וועי אראונד. ודו"ק כי קצרתי.

אוועטאר
נפש׳ל
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

תגובהדורך נפש׳ל » זונטאג אוגוסט 05, 2018 9:27 pm

בס״ד האבן מיר געשריבן אין אן אנדערע אשכול, דאכט זיך מיר אז דאס איז דער פערדער מהלך,

מיר האבן דאס געשריבן, אן וויסן פון דעם גאנצע אשכול דא,
לכאו׳ איז עס דאס, סא פאר וועם ס׳איז רעלעטיוו, קען זיך באסמאקעווען פריי פון אפצאל,

הרינו מקבל עלי... את ״עצמי״

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג אוגוסט 05, 2018 11:29 pm

נפש׳ל האט געשריבן:בס״ד האבן מיר געשריבן אין אן אנדערע אשכול, דאכט זיך מיר אז דאס איז דער פערדער מהלך,

מיר האבן דאס געשריבן, אן וויסן פון דעם גאנצע אשכול דא,
לכאו׳ איז עס דאס, סא פאר וועם ס׳איז רעלעטיוו, קען זיך באסמאקעווען פריי פון אפצאל,

הרינו מקבל עלי... את ״עצמי״

ווי שוין אנגעמערקט אויבן האב איך שוין באקומען א גאנצע באנטש מיט תגובות אז דער פערטער מהלך איז ממש...CBT, ACT, מיינדפולנעס, יעדע טעראפי, אלע טעראפיס צילן אויף דעם, און צום לעצט הריני מקבל עלי את עצמי.

אלע האבן א שטיקל נקודת אמת. אבער....דער ריזן חילוק איז אז דער פערטער מהלך וואס אונז האמיר דא באשריבן איז פשוטער ווי פשוט, און קומט נישט מיט קיין דאזען הקדמות מיט הסברים, דער גאנצער מהלך פיט ארויף אויף איין לוסליעף פאפיער... און צענדליגער ניקס דא אויף אייוועלט האבן עס שוין פראבירט און געזען פאזיטיווע רעזאלטס.

סא נאכאמאל, ווי אזוי פראבירט מען דעם מהלך?

כמבואר לעיל. בכלל נישט אזוי קאמפליצירט, עס דארף נישט קיין וואכן פון טרענינג עס צו פראבירן, סך הכל 5-10 מינוט, און אביסל קוראזש זיך צו באקענען נענטער מיט די אייגענע געפילן, און מען קען עקספיריענסען דעם קאנצעפט פון דעם מהלך.

זעץ דיך אוועק, פראביר צו רילעקסען פאר א מינוט צוויי, אפשר אפאר טיעפע אטעמעס.

ברענג ארויף אויפן מחשבה א נושא וואס באדערט דיך. נישט דוקא די שווערסטע זאך דיינע, אבער גענוג שווער אז עס ציפט.

באטראכט דעם נושא פאר א פאר סעקונדעס (געב נישט קיין מיינונג צו די מחשבה איז רעאליסטיש אדער גערעכט) אווי א באבאכטער.

הייב אן משים לב זיין צו וואסערע געפיל דאס ברענגט ארויף (טרויער, ברוגז, שולד, אנגעצויגן, פחד וכולי) פאר א מינוט.

יעצט הייב אן באטראכטען וואסערע פיזישע סימפטאמס דו פילסט. עס קען זיין אז ביסט קיינמאל נישט גווען באוויסטזיניג פון די פיזישע סימפטאמס און דו וועסט עס יעצט באמערקן, אין מיין עקספיריענס איז אייביג דא פיזישע סימפטאמס. (דוגמאות, שוויצן, הארץ קלאפט שנעלער, אטעמט שנעלער, אנגעלייגטע לונגן, אנגעצויגענקייט אויפן פנים-אקסלן וכולי וכולי, ביי יעדם אנדערש).

גיי אריין טיעפער אין די סינסעישאנס, פונקטליך ווי איז עס, איז עס איין גרויסע סינסעישאן, אדער אפאר קלענערע. איז עס אגאנצן צייט אויף די זעלבע לעוועל אדער עס ווערט שטערקער אדער שוואכער, באטראכט עס מיט אינטערעסע.

בשעתן באטראכטן, קאנעקט צו די סינסעישאנס, עקסעפט עס, פראביר עס נישט פארטרייבן. קענסט אפילו פראבירן פילן ווי דו נעמסט ארום די סינסעישאן אזוי ווי א מאמע נעמט ארום א קליין געבוירן קינד, זשאסט זיי צוזאמען מיטן סינסעישאן פאר א 4-5 מינוט.

נאכן ענדיגן וועט עס פילייכט זיין די ערשטע מאל אין לעבן וואס דו האסט געהאט א שווערע געפיל און נישט גווען ביזי פיבערהאפטיג ווי אזוי מען ווערט פטור דערפון, אדער ווי אזוי פארבעסערט מען עס.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 11:46 am

anyone with a good book on DBT?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פאלקאוויטש123 און 13 געסט