ווי אזוי באהאנדעלט מען שווערע געפילן? א זאך וואס אסך זוכן דעם ענטפער.

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך חביבי » מיטוואך מאי 02, 2018 5:30 pm

וואס פארשטייסטע נישט? מען רעדט דא פון די נשמה פון די שכל......
חביבי

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך מאי 02, 2018 8:00 pm

חביבי האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן, בין הדברים האט איר דערמאנט CBT פארשטיי איך אז אייער מהלך איז מחדש עפעס וואס CBT האט נאכנישט געזאגט, דעריבער פרעג איך וואס איז די מהלך מער ווי די אלטע סטענדערד עקספאוזשער טעראפי וואס איז אויך א חלק פון CBT?

באמערקט אן אינטרעסאנטע זאך.. איך האב געשריבן דעם מהלך און עס נישט געגעבן קיין ABC נאמען... סך הכל א סטעפ ביי סטעפ ראוד ווי אזוי מען קען רואיג עקספיריענסען שווערע געפילן דורך קאנעקטען צו די פיזישע סינסעישאנס, געשריבן אין פשוט אידיש אז יעדער זאל קענען פארשטיין און פראקטיצירן.

האב איך שוין ביז יעצט 3 מגיבים וואס זאגן אז די מהלך וואס איז איך שרייב איז בכלל נישט קיין חידוש, עס איז ממש א)...מיינדפולנעס...ב) ACT.... ג)סטענדערד עקספאוזשער CBT...
:lol:

איך האב נישט געשריבן קיין נאמען פון קיין מהלך, ווייל עס קען פילייכט זייער גוט ארבעטן מיט אלע 3 אויבנדערמאנטע מהלכים, און מסתם מיט סיי וואסערע אנדערע טעראפי מהלך. עס איז נישט קיין מהלך ווי אזוי אפצולערנען דעם פראבלעם, עס איז פשוט א מהלך ווי אזוי מען באהאנדעלט דעם געפיל, אפגעזען צו מען טועט יא אדער נישט סיי וואסערע נאך טעראפי. (במאמר המוסגר, ווען איך האב גערעדט פון CBT, האב איך גערעדט פון בעסיק CBT, פון אהרן בעק, דעוויד בוירנס וואס דער מהלך איז צן טוישן פערספעקטיוו. CBT האט אזוי פיל סאב מהלכים און קען דעפיניטלי נישט אלע).

נאך אן אינטרעסאנטע זאך האב איך באמערקט. באקומען אסך תגובות סיי דא און סיי אין אישי פון מענטשען וואס האבן זייער הנאה פון וואס איך שרייב, פילן זיך אינדערהיים, בעטן איך זאל שרייבן ווייטער וכולי. אבער איינמאל איך האב געגעבן האום ווארק פאר 10 מינוט וואס איז רעלאטיוו לייכט צו עקספערימענטן... האב איך נאך נישט באקומען קיין איין...... תגובה פון איינעם וואס האט עס פראבירט.

איך האב 2 פאטענציאלע הסברים. איינס א פשוטע, און איינס מער א פסיכלאגישע (קאהיערנס?)

1. דער עולם איז טאקע אינטערעסירט צו לייענען, אפילו מגיב זיין, שרייבן אין וועלעכע ABC טעראפי עס גייט יא אדער נישט אריין, אבער ביז...טוען עפעס פראדאקטיוו למעשה.
2. נאמבער צוויי פאסט זיך מער פאר פרוינד... אז עכט וויל דער מענטש סאב קאנטשענסלי יא זיך מוטשענען מיט די שווערע געפילן...ווייל עס סערווט א וויכטיגע סיבה, ממילא גייט ער נישט טוען עפעס וואס קען עס אוועקנעמן פון אים...(וואס זאגט עטץ צום לומדות..??)

אבער לבי אומר לי אז דער הסבר איז גאר עפעס אנדערש. דער דורכשניטלעכע מענטש איז אזוי דערשראקן צום טויט פון זיך טרעפן מיט זיינע שווערע געפילן, אז ער איז נישט גרייט עס צו פראבירן זיך צו באגענען דערמיט אפילו נאר פאר 10 מינוט... אפילו מען איז אים מסביר אז עס גייט אים העלפן...
און טאקע דעם הנחה קומט מהלך #4 אדרעסירן..

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » מיטוואך מאי 02, 2018 8:35 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:באמערקט אן אינטרעסאנטע זאך.. איך האב געשריבן דעם מהלך און עס נישט געגעבן קיין ABC נאמען... סך הכל א סטעפ ביי סטעפ ראוד ווי אזוי מען קען רואיג עקספיריענסען שווערע געפילן דורך קאנעקטען צו די פיזישע סינסעישאנס, געשריבן אין פשוט אידיש אז יעדער זאל קענען פארשטיין און פראקטיצירן.

האב איך שוין ביז יעצט 3 מגיבים וואס זאגן אז די מהלך וואס איז איך שרייב איז בכלל נישט קיין חידוש, עס איז ממש א)...מיינדפולנעס...ב) ACT.... ג)סטענדערד עקספאוזשער CBT...


איך האב נישט געשריבן קיין נאמען פון קיין מהלך, ווייל עס קען פילייכט זייער גוט ארבעטן מיט אלע 3 אויבנדערמאנטע מהלכים, און מסתם מיט סיי וואסערע אנדערע טעראפי מהלך. עס איז נישט קיין מהלך ווי אזוי אפצולערנען דעם פראבלעם, עס איז פשוט א מהלך ווי אזוי מען באהאנדעלט דעם געפיל, אפגעזען צו מען טועט יא אדער נישט סיי וואסערע נאך טעראפי. (במאמר המוסגר, ווען איך האב גערעדט פון CBT, האב איך גערעדט פון בעסיק CBT, פון אהרן בעק, דעוויד בוירנס וואס דער מהלך איז צן טוישן פערספעקטיוו. CBT האט אזוי פיל סאב מהלכים און קען דעפיניטלי נישט אלע).

נאך אן אינטרעסאנטע זאך האב איך באמערקט. באקומען אסך תגובות סיי דא און סיי אין אישי פון מענטשען וואס האבן זייער הנאה פון וואס איך שרייב, פילן זיך אינדערהיים, בעטן איך זאל שרייבן ווייטער וכולי. אבער איינמאל איך האב געגעבן האום ווארק פאר 10 מינוט וואס איז רעלאטיוו לייכט צו עקספערימענטן... האב איך נאך נישט באקומען קיין איין...... תגובה פון איינעם וואס האט עס פראבירט.

איך האב 2 פאטענציאלע הסברים. איינס א פשוטע, און איינס מער א פסיכלאגישע (קאהיערנס?)

1. דער עולם איז טאקע אינטערעסירט צו לייענען, אפילו מגיב זיין, שרייבן אין וועלעכע ABC טעראפי עס גייט יא אדער נישט אריין, אבער ביז...טוען עפעס פראדאקטיוו למעשה.
2. נאמבער צוויי פאסט זיך מער פאר פרוינד... אז עכט וויל דער מענטש סאב קאנטשענסלי יא זיך מוטשענען מיט די שווערע געפילן...ווייל עס סערווט א וויכטיגע סיבה, ממילא גייט ער נישט טוען עפעס וואס קען עס אוועקנעמן פון אים...(וואס זאגט עטץ צום לומדות..??)

אבער לבי אומר לי אז דער הסבר איז גאר עפעס אנדערש. דער דורכשניטלעכע מענטש איז אזוי דערשראקן צום טויט פון זיך טרעפן מיט זיינע שווערע געפילן, אז ער איז נישט גרייט עס צו פראבירן זיך צו באגענען דערמיט אפילו נאר פאר 10 מינוט... אפילו מען איז אים מסביר אז עס גייט אים העלפן...
און טאקע דעם הנחה קומט מהלך #4 אדרעסירן..


קורץ(?) און שארף!!! ;l;p-
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » פרייטאג מאי 04, 2018 1:50 pm

באקום איך היינט אין אישי פון איינעם בזה"ל

פרובירט און גאר שטארק הנאה געהאט

זייער שיין, וואס האסטו מורא צו שרייבן געהעריג אינעם אשכול? איז עס א בושה אז איינער האט א שווערע געפיל?

איי דאנט טינק סאו... לדעתי האבן 99.9% פון די לייענערס דא עפעס שווערע געפילן. איינער גרעסערע איינער קלענערע (חוץ די וואס זענען אין דינייעל, און דמיונען אז זיי שפירן נישט קיין ווייטאג ווייל זיי האבן אמונה ואכמ"ל).

צייט אויסצווואקסן די נערישע בושה, און וויסען אז עס איז העכסט נארמאל אז א מענטש האט שווערע געפילן. עס איז א חלק פון די טבע הבריאה.

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » פרייטאג מאי 04, 2018 3:00 pm

ביסט זייער גערעכט,
שוין.... האב איך שוין נאך א שווערע געפיל מיט וואס זיך צי פלאגן..... פארוואס האב איך נישט צוריק געשריבן ווי א נארמאלע מענטש אז ביי מיר האט עס גאנץ גוט געארבעט?????.......
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » פרייטאג מאי 04, 2018 4:41 pm

כא כא כא האט געשריבן:ביסט זייער גערעכט,
שוין.... האב איך שוין נאך א שווערע געפיל מיט וואס זיך צי פלאגן..... פארוואס האב איך נישט צוריק געשריבן ווי א נארמאלע מענטש אז ביי מיר האט עס גאנץ גוט געארבעט?????.......

OK. האבן מיר שוין 2 אידן וואס האבן פראבירט און האבן הנאה געהאט. פאר די 2 קען איך נאר זאגן איין ווארט REPEAT. איינמאל מען הייבט אן צו אנערקענען אז דער שווערער געפיל איז נישט אזא בער ווי מען האט געמיינט, ווערט עס א טאטאל דיפרענט באל געים...

און פאר די אנדערע... זאג איך פראביר, וואס האסטו צו דערלייגן... אהא, האסט שוין פראבירט, סא וואס באהאלטסטו דיך?? :?:

פאלקאוויטש
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 07, 2018 3:02 pm

תגובהדורך פאלקאוויטש » זונטאג מאי 06, 2018 3:11 am

איך ניץ אסאך מאל די מהלך וואס היימישער האט דא ארויפגעברענגעט אויף פיזישע ווייטאג אויכעט אין עס ארבעט אייזן נישט אייביג אבער גאר אסאך מאל גייט עס אוועק אן דארפן נעמען טיילענול וכדומה, די ווייטאג ווערט צובלאזן, אנשטאט זיך פייטן מיט די ווייטאג אין זיך עגבערן אויף די ווייטאג טו איך קאנעקטן מיינע מחשבות אין געפילן צו די ווייטאג איך פיל ווי פונקטליך עס טוט וויי, ווי שטארק עס טוט וויי אין אזוי ווייטער טו איך קאנעקטן מיט די ווייטאג אין נישט פייטן מיט דע ווייטאג אין די ווייטאג צולאזט זיך פון זיך אליינס אין עס גייט אוועק,

קאט
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 9:53 am

תגובהדורך קאט » זונטאג מאי 06, 2018 11:18 am

גראדע האסטו מיר דערמאנט פון א גיטע מהלך וואס איך פלעג מאכען, און נאך די שארפע תגובה האב איך גענומען צייט און ברוך השם כ'האב ווייטער הנאה דערפון.
יישר כח.
נ.ב.
1) דאס וואס די פאנגסט אהן (אין די ערשטע תגובה) מיט אריין אטעמען שטארק, אין די צייכנסט אהן די אשכול וואס מען רעדט פון אטעמען, לכאורה דארט רעדט מען פון אן אנדערע מהלך, אטעמען פאר 15 מינוט, וואס דאס איז לכאורה נישט רעלעוואנט דא, נאר אריין אטעמען אפאר מאהל שטארק.
2) די מהלך איז זייער גיט פאר איינער וואס ער ווייסט ער האט געפילען און ער אנערקענט עס, קענסטו אים זאגן וויאזוי צו ארבעטן דערמיט, אבער א מענטש וואס ער האט נאך בכלל נישט אנערקענט זיינע געפילן, ווייס איך נישט ווי גיט עס וועט ארבעטן
און נאכאמאהל א יישר כח

אוועטאר
בר לבב
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 9:20 am

דאס איז דער אידישער וועג

תגובהדורך בר לבב » זונטאג מאי 06, 2018 1:47 pm

הוי למוד לקבל את הצער. (אבות דרבי נתן פרק מא יא)
סמא דיסורי קבולי. (אוהחה״ק בראשית פרק מו פסוק ז)

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג מאי 07, 2018 1:16 pm

:cry:
בר לבב האט געשריבן:הוי למוד לקבל את הצער. (אבות דרבי נתן פרק מא יא)
סמא דיסורי קבולי. (אוהחה״ק בראשית פרק מו פסוק ז)

דער אייבישטער זאל דיר העלפן זאלסט ווייטער נישט וויסן פון וואס מ'רעדט דא

אבער אז דו ווייסט נישט. רעד נישט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » מאנטאג מאי 07, 2018 1:19 pm

הענדימען האט געשריבן::cry:
בר לבב האט געשריבן:הוי למוד לקבל את הצער. (אבות דרבי נתן פרק מא יא)
סמא דיסורי קבולי. (אוהחה״ק בראשית פרק מו פסוק ז)

דער אייבישטער זאל דיר העלפן זאלסט ווייטער נישט וויסן פון וואס מ'רעדט דא

אבער אז דו ווייסט נישט. רעד נישט


כאפ נישט וואס דו האסט פארשטאנען פון אים, ער האט ס"ה צוגברענגט צוויי מאמרים וואס זענען אביסל מרמז אויף דעם וואס היימישער האט געשריבן
עכ"פ אזוי האב איך עס פארשטאנען

פאלקאוויטש
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 07, 2018 3:02 pm

תגובהדורך פאלקאוויטש » מאנטאג מאי 07, 2018 1:24 pm

יוד אלף האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן::cry:
בר לבב האט געשריבן:הוי למוד לקבל את הצער. (אבות דרבי נתן פרק מא יא)
סמא דיסורי קבולי. (אוהחה״ק בראשית פרק מו פסוק ז)

דער אייבישטער זאל דיר העלפן זאלסט ווייטער נישט וויסן פון וואס מ'רעדט דא

אבער אז דו ווייסט נישט. רעד נישט


כאפ נישט וואס דו האסט פארשטאנען פון אים, ער האט ס"ה צוגברענגט צוויי מאמרים וואס זענען אביסל מרמז אויף דעם וואס היימישער האט געשריבן
עכ"פ אזוי האב איך עס פארשטאנען



גא״מ

אוועטאר
בר לבב
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 9:20 am

תגובהדורך בר לבב » מאנטאג מאי 07, 2018 2:05 pm

מען זעט קלאר אז דער וועג איז
נישט
איגנארירען, ענטפערן, אינטערגעבען
נאר
אננעמען
Acceptance

Acceptance isn’t giving into the pain or giving up on hope, it’s not resigning yourself to a life of pain and suffering. Pain can exist without the suffering. Pain can be a part of an awesome, active, meaningful life

Acceptance is about about making space for the pain, acknowledging it’s presence, and recognizing that there is room for it alongside all of the other stuff that makes us us, that makes life life. It’s about making peace with ourselves and our current situation so we can get on with living and loving and doing

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג מאי 07, 2018 7:06 pm

פאלקאוויטש האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן::cry:
בר לבב האט געשריבן:הוי למוד לקבל את הצער. (אבות דרבי נתן פרק מא יא)
סמא דיסורי קבולי. (אוהחה״ק בראשית פרק מו פסוק ז)

דער אייבישטער זאל דיר העלפן זאלסט ווייטער נישט וויסן פון וואס מ'רעדט דא

אבער אז דו ווייסט נישט. רעד נישט


כאפ נישט וואס דו האסט פארשטאנען פון אים, ער האט ס"ה צוגברענגט צוויי מאמרים וואס זענען אביסל מרמז אויף דעם וואס היימישער האט געשריבן
עכ"פ אזוי האב איך עס פארשטאנען



גא״מ

גערעכט גערעכט. כצי צוריק

כ'בין געווארן דערשראקן פון די באלד דאס איז דער אידישער וועג
20180507_184646.jpg
20180507_184646.jpg (28.42 KiB) געזעהן 1346 מאל

און געמיינט אז מעהאמער נאך א מוחה

בר לבב. איך בין דיר מפייס ברבים
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג מאי 07, 2018 9:34 pm

קיבלתי באישי

אגב, איך האב שטארקע ידיעות אין דעם נושא אבער דעם חלק פון פיזישע סימפטאמס האב איך נאך קיינמאל נישט געזען בארירן, איז עס דיין אייגענע חידוש? (עס קומט מיר זייער צוניץ)

וזו תשובתי
עס איז נישט מיין אייגענער חידוש, איך האב עס געלייענט אין א בוך אריינגעשטופט צווישען נאך אסך צענדליגער געדאנקן און מהלכים. ווען איך האב עס אנגעהויבן פראבירן, האב איך געזען אז דער ספעציפישער חלק פון פיזישע סימפאטמס איז א וועלט פאר זיך און עס איז כדאי צו פאוקעסן אויף דעם זעלבסט.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג מאי 07, 2018 9:37 pm

בר לבב האט געשריבן:מען זעט קלאר אז דער וועג איז
נישט
איגנארירען, ענטפערן, אינטערגעבען
נאר
אננעמען
Acceptance

Acceptance isn’t giving into the pain or giving up on hope, it’s not resigning yourself to a life of pain and suffering. Pain can exist without the suffering. Pain can be a part of an awesome, active, meaningful life

Acceptance is about about making space for the pain, acknowledging it’s presence, and recognizing that there is room for it alongside all of the other stuff that makes us us, that makes life life. It’s about making peace with ourselves and our current situation so we can get on with living and loving and doing

ריכטיג.

עס האט נאך א קרישקעלע און א חידוש, אז מען קען קאנעקטען צו א ווייטאגליכע נושא און א ווייטאגליכע געפיל, אויף א פיזישען פארמאט. דאס איז א שטארקע חידוש.

ודו"ק היטב.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג מאי 07, 2018 9:38 pm

פאלקאוויטש האט געשריבן:איך ניץ אסאך מאל די מהלך וואס היימישער האט דא ארויפגעברענגעט אויף פיזישע ווייטאג אויכעט אין עס ארבעט אייזן נישט אייביג אבער גאר אסאך מאל גייט עס אוועק אן דארפן נעמען טיילענול וכדומה, די ווייטאג ווערט צובלאזן, אנשטאט זיך פייטן מיט די ווייטאג אין זיך עגבערן אויף די ווייטאג טו איך קאנעקטן מיינע מחשבות אין געפילן צו די ווייטאג איך פיל ווי פונקטליך עס טוט וויי, ווי שטארק עס טוט וויי אין אזוי ווייטער טו איך קאנעקטן מיט די ווייטאג אין נישט פייטן מיט דע ווייטאג אין די ווייטאג צולאזט זיך פון זיך אליינס אין עס גייט אוועק,

ריכטיג. נאכאמאל, ווי דערמאנט האט עמאושענעל פעין א חלק ה"פיזיש"

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג מאי 07, 2018 9:42 pm

קאט האט געשריבן:גראדע האסטו מיר דערמאנט פון א גיטע מהלך וואס איך פלעג מאכען, און נאך די שארפע תגובה האב איך גענומען צייט און ברוך השם כ'האב ווייטער הנאה דערפון.
יישר כח.
נ.ב.
1) דאס וואס די פאנגסט אהן (אין די ערשטע תגובה) מיט אריין אטעמען שטארק, אין די צייכנסט אהן די אשכול וואס מען רעדט פון אטעמען, לכאורה דארט רעדט מען פון אן אנדערע מהלך, אטעמען פאר 15 מינוט, וואס דאס איז לכאורה נישט רעלעוואנט דא, נאר אריין אטעמען אפאר מאהל שטארק.
2) די מהלך איז זייער גיט פאר איינער וואס ער ווייסט ער האט געפילען און ער אנערקענט עס, קענסטו אים זאגן וויאזוי צו ארבעטן דערמיט, אבער א מענטש וואס ער האט נאך בכלל נישט אנערקענט זיינע געפילן, ווייס איך נישט ווי גיט עס וועט ארבעטן
און נאכאמאהל א יישר כח

1) אטעמען קען זיין אנדערע מהלך, אבער עס איז בכלל נישט קיין סתירה. אטעמען ארבעט ווינדערליך צוריקצוברענגן, ענערזשי, כחות, אקסיגען, וואס איז געווארן אויסגעברענט פון סטרעס און ווייטאג.

2) איך מיין אז מען האט שוין דערמאנט אויבן, א מענטש וואס אנערקענט נישט זיינע געפילן, בלאקט עס וכולי, דארף לכאורה האבן הילף עס צו טרעפן. קאהיערנס טעראפי קומט צו מיינד אין אזא סארט פאל.

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » מאנטאג מאי 07, 2018 10:12 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:קיבלתי באישי

אגב, איך האב שטארקע ידיעות אין דעם נושא אבער דעם חלק פון פיזישע סימפטאמס האב איך נאך קיינמאל נישט געזען בארירן, איז עס דיין אייגענע חידוש? (עס קומט מיר זייער צוניץ)

וזו תשובתי
עס איז נישט מיין אייגענער חידוש, איך האב עס געלייענט אין א בוך אריינגעשטופט צווישען נאך אסך צענדליגער געדאנקן און מהלכים. ווען איך האב עס אנגעהויבן פראבירן, האב איך געזען אז דער ספעציפישער חלק פון פיזישע סימפאטמס איז א וועלט פאר זיך און עס איז כדאי צו פאוקעסן אויף דעם זעלבסט.

עס איז דאך סארנא. ניין?
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

פאלקאוויטש
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 07, 2018 3:02 pm

תגובהדורך פאלקאוויטש » מאנטאג מאי 07, 2018 11:14 pm

סארנא לויט ווי איך מיין איז מחדש אז יעדע פיזישע ווייטאג וואס די מענטש האט איז פון עמאשונעל ווייטאג אין די גוף גיבט עס ארויס פזיש, איז דארף דער מענטש רעדן צו זיך אין זאגן אז סאיז גארנישט ראנג מיט מיר די ווייטאג וואס איך פיל איז נאר פון מיינע עמאושענס וואס טוען מיר וויי אין אזוי גייט די ווייטאג אוועק,
היימישער, ווי איך האב פארשטאנען רעדט ווען איינער פלאגט זיך מיט א שווערע געפיל אין ער וויל פטור ווערן פון עס איז די עצה זיך נישט צו שלאגן מיט עס נאר עס אננעמען עס עקנאלידזשן אין אזוי טוט די שווערע געפיל אוועקגיין,
ער באציט זיך ווען די שווערע געפיל האט נאכנישט ארויסגעגעבן די פיזישע ווייטאג, עס האלט נאך נאר ביי די שווערע געפיל, ווי איידער די שווערע געפיל זאל אנמאכן פזישע ווייטאג זאל מען עס שנעל באהאנדלען
מיטן אננעמען די געפיל.
היימישער פאררעכט מיר טאמער איך מאך א טעות.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2095
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג מאי 08, 2018 12:53 am

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:קיבלתי באישי

אגב, איך האב שטארקע ידיעות אין דעם נושא אבער דעם חלק פון פיזישע סימפטאמס האב איך נאך קיינמאל נישט געזען בארירן, איז עס דיין אייגענע חידוש? (עס קומט מיר זייער צוניץ)

וזו תשובתי
עס איז נישט מיין אייגענער חידוש, איך האב עס געלייענט אין א בוך אריינגעשטופט צווישען נאך אסך צענדליגער געדאנקן און מהלכים. ווען איך האב עס אנגעהויבן פראבירן, האב איך געזען אז דער ספעציפישער חלק פון פיזישע סימפאטמס איז א וועלט פאר זיך און עס איז כדאי צו פאוקעסן אויף דעם זעלבסט.

וועלכע בוך?

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג מאי 08, 2018 9:01 am

פאלקאוויטש האט געשריבן:סארנא לויט ווי איך מיין איז מחדש אז יעדע פיזישע ווייטאג וואס די מענטש האט איז פון עמאשונעל ווייטאג אין די גוף גיבט עס ארויס פזיש, איז דארף דער מענטש רעדן צו זיך אין זאגן אז סאיז גארנישט ראנג מיט מיר די ווייטאג וואס איך פיל איז נאר פון מיינע עמאושענס וואס טוען מיר וויי אין אזוי גייט די ווייטאג אוועק,
היימישער, ווי איך האב פארשטאנען רעדט ווען איינער פלאגט זיך מיט א שווערע געפיל אין ער וויל פטור ווערן פון עס איז די עצה זיך נישט צו שלאגן מיט עס נאר עס אננעמען עס עקנאלידזשן און קאנעקטען צו די פיזישע סענסעישאנסאין אזוי טוט די שווערע געפיל אוועקגיין,
ער באציט זיך ווען די שווערע געפיל האט נאכנישט ארויסגעגעבן די פיזישע ווייטאג, עס האלט נאך נאר ביי די שווערע געפיל, ווי איידער די שווערע געפיל זאל אנמאכן פזישע ווייטאג זאל מען עס שנעל באהאנדלען
מיטן אננעמען די געפיל.
היימישער פאררעכט מיר טאמער איך מאך א טעות.

אינטרעסאנטער צושטעל צו סארנא... איך וואלט געזאגט אז עס איז סארנא אין רעווערס.

ביי סארנא וויל דער מענטש פטור ווערן פון די פיזישע ווייטאג וואס קומט פון די סטרעס (עפ"י שיטת סארנא), זאגט מען עם קאנעקט מער צו די אנדערלייאינג עמאושענעל אישו און די פיזישע ווייטאג וועט אוועקגיין.

אונז רעד מיר פונקט קאפויער... דער מענטש האט עמאושענעל ווייטאג. זאגט מען עם קאנעקט מער צו די פיזישע סענסעישאנס און די עמאושענעל ווייטאג וועט ווערן לייכטער...

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג מאי 08, 2018 9:01 am

fiena nieas האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:קיבלתי באישי

אגב, איך האב שטארקע ידיעות אין דעם נושא אבער דעם חלק פון פיזישע סימפטאמס האב איך נאך קיינמאל נישט געזען בארירן, איז עס דיין אייגענע חידוש? (עס קומט מיר זייער צוניץ)

וזו תשובתי
עס איז נישט מיין אייגענער חידוש, איך האב עס געלייענט אין א בוך אריינגעשטופט צווישען נאך אסך צענדליגער געדאנקן און מהלכים. ווען איך האב עס אנגעהויבן פראבירן, האב איך געזען אז דער ספעציפישער חלק פון פיזישע סימפאטמס איז א וועלט פאר זיך און עס איז כדאי צו פאוקעסן אויף דעם זעלבסט.

וועלכע בוך?

גע"אישי"ט

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג מאי 08, 2018 9:06 am

נשמת השכל האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:קיבלתי באישי

אגב, איך האב שטארקע ידיעות אין דעם נושא אבער דעם חלק פון פיזישע סימפטאמס האב איך נאך קיינמאל נישט געזען בארירן, איז עס דיין אייגענע חידוש? (עס קומט מיר זייער צוניץ)

וזו תשובתי
עס איז נישט מיין אייגענער חידוש, איך האב עס געלייענט אין א בוך אריינגעשטופט צווישען נאך אסך צענדליגער געדאנקן און מהלכים. ווען איך האב עס אנגעהויבן פראבירן, האב איך געזען אז דער ספעציפישער חלק פון פיזישע סימפאטמס איז א וועלט פאר זיך און עס איז כדאי צו פאוקעסן אויף דעם זעלבסט.

עס איז דאך סארנא. ניין?

אין א לייכטערן נאוט האלט איך שוין ביי די פערטע דייעגנאסיס וואס דער "פערטער מהלך" איז. Mindfulness, ACT, exposure CBT, און יעצט איז עס גאר סארנא.... :lol: :lol: :lol:

מיין ענטפער צו דעם איז אזוי ווי אויבן. עס איז אסך וויכטיגער און פראדאקטיוו, איר זאלט עס אויספראבירן און זען צו עס ארבעט פאר אייך (און פארשטייט זיך צוריקקומען פארציילן דא), ווי אריינגיין פונקטליך אונטער וועלעכע ABC טעראפי עס גייט יא אדער נישט אריין.

מאפילה לאור גדול
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 12:02 am

תגובהדורך מאפילה לאור גדול » דינסטאג מאי 08, 2018 10:12 am

איך בין נייגעריג צי איר האלט אז מענטשען מיט ענקזייעטי געפילן איז די מהלך צי קאנעקטען מיט די פיזישע סימטעמס, כמדומה לי ביי ענקזייעטי און פאוביע ליידענע קען עס ערגער מאכן


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט