בלאט 2 פון 4

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 12:17 am
דורך היימישער אינגערמאן
fiena nieas האט געשריבן:דאס איז מיינדפול נעס ניין?

מיינדפולנעס איז א גרויסער שם הכולל. גרויסע חלקים זענען געבויט אויף מיינדפולנעס, די הדגשה אויף סינסעישאנס (ד') האב איך פון אייגענע עקספיריענס. באמת קען מען נעמן דעם מהלך ווייטער צו עקסעפטן אויך ג' און ב', אבער אין מיין עקספיריענס איז באטראכטן און עקסעפטן ד' די לייכטסטע און די מערסטע סימפעל, און צום וויכטיגסטע, עפעקטיוו.

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 12:18 am
דורך שלוה
כבוד היימישער אינגערמאן און די חברים וואס די מהלך רעדט צי זיי,

אויב פארשטיי איך וואס איר שרייבט דא, וואלט מעגליך געווען אינטערעסאנט איר זאלט וויסען אז דאס איז פראקטאצירט אין טעראפי ביי די וואס באנוצען זיך מיט די מהלך פין
Acceptance and Commitment therapy)ACT Therapy)
אדער Radical acceptance פין די DBT מהלך אין טעראפי.

נ.ב. אנצינעמען / אקצעפטירען א שוועריקייט דארף מען אויפגעבן די אייגענע קאנטראל וואס דאס איז נאר מעגליך אויב מ'לאזט אריין די באשעפער אין די בילד.

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 12:23 am
דורך היימישער אינגערמאן
שלוה האט געשריבן:כבוד היימישער אינגערמאן און די חברים וואס די מהלך רעדט צי זיי,

עס האט ענליכקייטן צו ACT וכולי.

אבער איך האב נישט חתונה געהאט צו א געוויסע מהלך אין טעראפי. דער מהלך אזוי ווי איך לייג עס אראפ ספעציעל מיט די הדגשה אויף פיזישע סינסעישאנס, איז א מהלך וואס איך זע איינמאל און נאכאמאל ארבעטן ביי מיר מיט א פשטות... איך וואלט זיך פארגעשטעלט אז עס דארף ארבעטן ביי אנדערע אויך. זע הוא.

רוף עס מיינדפולנעס, אדער רוף עס ACT, עס איז נישט קיין נ"מ.

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 12:33 am
דורך שלוה
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:

ברוך השם פארדעם!

איך מיין אז עס קען זיין א טובה אז מענטשען זאלען וויסען ווי אדער וואס צי זיכען אויב ווילען זיי ליינען אדער עקספיריענסען מער ווי די ארטיקעל / אשכול / תגובה.

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 6:35 am
דורך בארבער
זייער אינטערעסאנט

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 1:22 pm
דורך לעבעדיגע פיש
די אלע זאכן וואס היימישער ברענגט אדער זאכן וואס איר וועט הערן פון טעראפיסטן וכדומה איז בעצם נישט קיין אנדערע מהלך נאר א צווייטע וועג וויאזוי עס מסביר צו זיין. דהיינו:
נעמט פאר א משל א מעשה, מ'קען עס ליינען, הערן, הערן פון א בארימטע סטאר"י טעלע"ר וואטשען איף א פלעי וכו,
יעצט יעדער זאגט די זעלבע מעשה, איינער עקסעפט עס בעסער דורך ליינען איינער דורך הערן וכו,
בדידי הוה עובדא א נקודה וואס איך האב אריינגענומען אין מיר למעשה די משל פון ראקאפעלער מיטן טשעקעל (מיכאל שניצלער - יא דו קענסט) וואס איך האב שוין געליינט די זעלבע נקודה מיט אביסל א אנדערע משל אין איינע פון די אויסגאבעס און,,, א שיינע מעשה און שוין משא"כ ווען איך האב עס געהערט וויאזוי מיכאל לייגט עס אראפ האט עס געקליקט. ס'איז די זעלבע מעשה, נאר ס'ווענדט זיך וויאזוי מ'לייגט עס אראפ. וכהנה וכהנה
לענינינו ווען א מענטש האט א פראבלעם און ער גייט צו א טעראפיסט און די טעראפיסט לערנט איהם אויס טוה אזוי, טראכט אזוי, וכו' איז די זעלבע נקודה שטייט און נעם אלימלך אדער באר מיים חיים, חובת הלבבות וכו' נאר ווען דו קוקסט אריין אין איינע פון די ספרים איז דא מענטשן וואס פאר זיי איז עס פשוט א שיינע ווארט נאכצוזאגן ביים שבת טיש אבער ס'רעדט נישט צו זיי משא"כ ווען ער הערט עס אויף א אנדערעם אופן קליקט עס.

היימישער גיי ווייטער או מיט דיינע דערקוויקענדיגע אינפארמאטיווע תגובות פאר אונז אלע.
און די אלע וואס קענען עס ארויסנעמען גראד פון העכערע מקורות אשרי חלקם!

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 6:47 pm
דורך חביבי
@היימישער יונגערמאן, יאך האב געליינט ביז אהער ונהניתי מאד, זייער קלאר, צום פוינט. איך ווארט אויפן המשך

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 7:07 pm
דורך מצלמה
ווען א ווייבל האלט שוין מערערע נאך די חתונה, און האט נאך ליידער נאכנישט זוכה צו געווען צו זש״ק
בשעת איר אינגערע שוועסטער און ברידער מאכן ב״ה שמחות -

און אפילו זי פארגינט אירע ברידער און שוועסטערס - איז זי דאך געפערליך צעבראכען / אנגעווייטאגט, דערשלאגן און תעקלאפט.

היייסט דאס דזשעלעס, שווערע געפיל?
קען דער ארטיקל העלפן פאר אזא סארט קעיס?

זי האט אמונה. זי האט בטחון. זי גלייבט באמונה שלימה אז אירע שוועסטער האבן נישט אוועקגענומען אירס, ח״ו. און ווייסט פונקטליך אז אין די ריכטיגע מינוט וועט זי אי״ה ווערן א מאמע ואם הבנים שמחה.

דערווייל איז אבער איר צער עק וועלט?

צוריק צום קעפל

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:24 pm
דורך כא כא כא
איך האב נישט גענוג ווערטער אויסצידרוקן מיין דאנק פארן פותח האשכול, פאר ווער ס'ווייסט... שרייבסטו דאך אזוי גוט!!
גיי אן ווייטער, ס'זאל נישט זיין אזא ווייטע מהלך פון דיין פאריגע תגובה ביז די נעקסטע (שוין איינס אהאלב בלאט...).

און פאר די אלע וואס רעדן פון אמונה ובטחון, איז צוויי זאכן.
קודם כל, א טעראפיסט וואס האט נישט גענוג גוט ארויס אמונה ובטחון, איז נישט קיין טעראפיסט. דאס איז די אלף-בית פון טעראפי.
פאר א גוי איז טאקע כמעט אוממעגליך זיך אויסציהיילן פון געפילן, חוץ זיך שיסן...
און דאס העלפן די טעראפיסטן אנציקומען צי א טיפערע און שטערקערע אמונה.

נאכדעם כל, רוב שווערע געפילן וואס א מענטש פלאגט זיך קומט רוב מאל ווייל עפעס א שווערערע געפיל ליגט ערגעץ באגראבן גאר טיף נאך פון אלץ קליין קינד און ס'קומט דער טאג וואס ס'נעמט זיך צי פייניגן און שרייען 'נעם קער פון מיר, הייל מיך אויס' און דאס גייט נישט מיט קיין חובת הלבבות, מיט די חובת הלבבות קענסטו מקבל זיין די יסורים -וואס די אלטע דרייען אן- באהבה, אבער צי ווערן אויסגעהיילט דארפסטו אנקומען צום טעראפיסט דאקטער, וואס דעקט אויף די אלטע פארדעקטע אייטער און ער נעמט עס ארויס, און אויף דעם גייט דער פותח האשכול זייער גוט.
קיפ אן און געטס עם חיזוק.

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:55 pm
דורך הענדימען
כ'גיי טרייען איבערצוזאגן א שטיקל פון היימישער'ס שמועס איז אנדערע ווערטער און גאר בקיצור

א מענטש גייט אמאל דורך א גאר שווערע צייט און ס'מאכט זיך זייער אפט אז ס'קלאפט אויס פיזיש

ס'זענען דא אפאר וועגן וויאזוי מ'דיעלט דערמיט און די בעסטע אינוואלווט טיעפע אטעמען און מיינדפולנעס

גוט ארויסגעברענגט?

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 9:02 pm
דורך הענדימען
יעצט אז מ'פארשטייט וואס די רעדע איז קעמען גיין ווייטער

שיעורים אין בטחון איז וויכטיג און העלפט פארדעם און נאכדעם
בשעת מעשה קען דער באטרעפנדער נישט מקבל זיין. ואם לחשך אדם לומר אז ביי אים האטעס יא געארבעט וועסטו וויסן אז ער האט נישט געהאט דאס ריכטיגע

פונקט ווי א מענטש וואס קומט זאגן אז ער האט געהאט א הארץ אטאקע און ער האט גענומען טיילענאל און ער איז אויסגעהיילט. כ'גיי נישט זאגן ער'ז א ליגנערס אבער ער ווייסט נישט וואס א הארץ אטאקע איז

צו פארשטיין אביסל בעסער הער אויס ר' אברהם מרדכי מלאך'ס משפטים שיעור

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 9:07 pm
דורך Think and Thank
מטעמים האט געשריבן:זייער קלאר, ביטע גיי אן!

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 9:18 pm
דורך הענדימען
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:לאו דוקא. נישט ווי אזוי צו שטארקן, נאר ווי אזוי באהאנדעלט מען, און די וועג ווי אזוי מען באהאנדעלט עס איז דוקא מיטן זיך נישט שטארקן דערויף. ודו"ק.

געווענליך ווען מ'באהאנדלט די געפילען שטארקט מען זיך אויף זיי און זיי בארואיגן זיך אביסל (כ'רעד נישט פון אוועקגיין)

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 9:23 pm
דורך היימישער אינגערמאן
שכוח פאר די מנהלים פארן אפטיילן. מען בעט טאקע דעם עולם צו האלטן דעם בטחון שמועס אין יענעם אשכול.

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 9:36 pm
דורך היימישער אינגערמאן
איך זע דער עולם דא האט הנאה צו הערן, און דער עולם בעט איך זאל ממשיך זיין.

איז אזוי, איך בין מער ווייניגער פארטיג מיט די חידושים, יא איר לייענט גוט, דער תירוץ אויף די קושיא וואס איך האב געפרעגט בשעתן פתיחת האשכול איז פארענטפערט געווארן מיטן מיטטיילן דא דעם פערטען מהלך. מען גייט אביסל מער אויסשמועסן מער באריכות, אבער עס דרייט זיך ארום דעם, אלעס פון דא און ווייטער גייט זיך נאר דרייען דאס אויסצוברייטערן, און ווי אזוי מען קומט איבער שוועריגקייטן מיט דעם מהלך.

סא אויב דער נושא און דער מהלך רעדט צו אייך, וואלט איך אסך מער אפרישיעטעד ווען איר זאלט עס פראבירן למעשה און צוריקקומען מיט די פידבעק פאר מיר און דעם עולם, ווי א תגובה אז איר האט זייער הנאה און איך זאל שרייבן ווייטער...

פארשטאנען?

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 11:05 pm
דורך כא כא כא
האסט שוין געהערט פון א וועג פון ארויס שרייבן די געפילן?

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 11:13 pm
דורך מצלמה
מצלמה האט געשריבן:ווען א ווייבל האלט שוין מערערע נאך די חתונה, און האט נאך ליידער נאכנישט זוכה צו געווען צו זש״ק
בשעת איר אינגערע שוועסטער און ברידער מאכן ב״ה שמחות -

און אפילו זי פארגינט אירע ברידער און שוועסטערס - איז זי דאך געפערליך צעבראכען / אנגעווייטאגט, דערשלאגן און תעקלאפט.

היייסט דאס דזשעלעס, שווערע געפיל?
קען דער ארטיקל העלפן פאר אזא סארט קעיס?

זי האט אמונה. זי האט בטחון. זי גלייבט באמונה שלימה אז אירע שוועסטער האבן נישט אוועקגענומען אירס, ח״ו. און ווייסט פונקטליך אז אין די ריכטיגע מינוט וועט זי אי״ה ווערן א מאמע ואם הבנים שמחה.

דערווייל איז אבער איר צער עק וועלט?

היימישער היקר:
וואס איז דער אייגנארטיגער מהלך פאר אזא פראבלעם?

ביטע
ותודה למפרע

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 11:30 pm
דורך היימישער אינגערמאן
מצלמה האט געשריבן:

עס איז מיר שווער צו ענטפערן אויף ספעציפישע פעלער ובפרט א זאך וואס איך בין קיינמאל נישט דורכגעגאנגן.

אבער איך זע נישט פארוואס דאס זאל זיין אנדערש פון סיי וואסארא אנדערע שווערע געפיל. אנשטאט פראבירן טרעפן מיטלן ווי אזוי צו פארמיידן און באזייטיגען די געפילן, וואס הייבט אן א מלחמה כבידה טאג טעגליך, זאל מען רואיגערהייט אריינלאזן דעם געפיל, פילן די פיזישע סימפטאמן, און אנטדעקן א. אז מען קען זיין בשלום מיט די געפילן, מען ברויך עס נישט פראבירן ארויסווארפן.
ב. די געפילן ווערן פון זיך אליינס שוואכער ווען מען שלאגט זיך נישט מיט זיי, צומאל צוגייט עס אזוי ווי רויעך.. מען ברויך גארנישט טוען.

יעצט דאס גייט נישט סאלווען דעם פראבלעם אז זי חלשט אזוי שטארק צו האבן קינדער און עס טועט זייעד לייד אז מען האט נאך נישט זוכה גווען דערצו, אבער עס קען ענדיגן דעם קאץ און מויז שפיל וואס קומט מיט שלאגן מיט די אייגענע געפילן.

איך האף אז איך בין אריינגעקומען קלאר, אז נישט, פרעג.

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 11:33 pm
דורך היימישער אינגערמאן
כא כא כא האט געשריבן:האסט שוין געהערט פון א וועג פון ארויס שרייבן די געפילן?

יא, עס רירט אן דעם זעלבן קאנצעפט, לויף נישט אוועק פון דיינע געפילן, עקספיריענס עס, קאנעקט צו דעם, דער מח זעט אז דו באהאנדלסט די געפילן נארמאל הערט ער אויף רודערן.

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 11:38 pm
דורך כא כא כא
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:האסט שוין געהערט פון א וועג פון ארויס שרייבן די געפילן?

יא, עס רירט אן דעם זעלבן קאנצעפט, לויף נישט אוועק פון דיינע געפילן, עקספיריענס עס, קאנעקט צו דעם, דער מח זעט אז דו באהאנדלסט די געפילן נארמאל הערט ער אויף רודערן.

מ'קען אויך פון דעם זייער גוט געוואר ווערן וואס ס'דרוקט עם באמת.

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 11:51 pm
דורך היימישער אינגערמאן
ווי אזוי פראבירט מען דעם מהלך?

בכלל נישט אזוי קאמפליצירט, עס דארף נישט קיין וואכן פון טרענינג עס צו פראבירן, סך הכל 5-10 מינוט, און אביסל קוראזש זיך צו באקענען נענטער מיט די אייגענע געפילן, און מען קען עקספיריענסען דעם קאנצעפט פון דעם מהלך.

זעץ דיך אוועק, פראביר צו רילעקסען פאר א מינוט צוויי, אפשר אפאר טיעפע אטעמעס.

ברענג ארויף אויפן מחשבה א נושא וואס באדערט דיך. נישט דוקא די שווערסטע זאך דיינע, אבער גענוג שווער אז עס ציפט.

באטראכט דעם נושא פאר א פאר סעקונדעס (געב נישט קיין מיינונג צו די מחשבה איז רעאליסטיש אדער גערעכט) אווי א באבאכטער.

הייב אן משים לב זיין צו וואסערע געפיל דאס ברענגט ארויף (טרויער, ברוגז, שולד, אנגעצויגן, פחד וכולי) פאר א מינוט.

יעצט הייב אן באטראכטען וואסערע פיזישע סימפטאמס דו פילסט. עס קען זיין אז ביסט קיינמאל נישט גווען באוויסטזיניג פון די פיזישע סימפטאמס און דו וועסט עס יעצט באמערקן, אין מיין עקספיריענס איז אייביג דא פיזישע סימפטאמס. (דוגמאות, שוויצן, הארץ קלאפט שנעלער, אטעמט שנעלער, אנגעלייגטע לונגן, אנגעצויגענקייט אויפן פנים-אקסלן וכולי וכולי, ביי יעדם אנדערש).

גיי אריין טיעפער אין די סינסעישאנס, פונקטליך ווי איז עס, איז עס איין גרויסע סינסעישאן, אדער אפאר קלענערע. איז עס אגאנצן צייט אויף די זעלבע לעוועל אדער עס ווערט שטערקער אדער שוואכער, באטראכט עס מיט אינטערעסע.

בשעתן באטראכטן, קאנעקט צו די סינסעישאנס, עקסעפט עס, פראביר עס נישט פארטרייבן. קענסט אפילו פראבירן פילן ווי דו נעמסט ארום די סינסעישאן אזוי ווי א מאמע נעמט ארום א קליין געבוירן קינד, זשאסט זיי צוזאמען מיטן סינסעישאן פאר א 4-5 מינוט.

נאכן ענדיגן וועט עס פילייכט זיין די ערשטע מאל אין לעבן וואס דו האסט געהאט א שווערע געפיל און נישט גווען ביזי פיבערהאפטיג ווי אזוי מען ווערט פטור דערפון, אדער ווי אזוי פארבעסערט מען עס.

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 11:55 pm
דורך היימישער אינגערמאן
כא כא כא האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:האסט שוין געהערט פון א וועג פון ארויס שרייבן די געפילן?

יא, עס רירט אן דעם זעלבן קאנצעפט, לויף נישט אוועק פון דיינע געפילן, עקספיריענס עס, קאנעקט צו דעם, דער מח זעט אז דו באהאנדלסט די געפילן נארמאל הערט ער אויף רודערן.

מ'קען אויך פון דעם זייער גוט געוואר ווערן וואס ס'דרוקט עם באמת.

אונזער שמועס איז ווען דער מענטש ווייסט וואס עס דרוקט אים, עס איז קליער קאט.

גאר אסך מאל איז טאקע דא מער קאמפליצירטע קעיסעס, אז דער מענטש האט זיך שוין אויפגעבויעט אזוי פול מהלכים און שוץ ווענטלעך אז ער האט שוין פארגעסן וואס עס דריקט אים באמת. געווענליך אין אזאלכע פעלער דארף מען האבן הילף פון א צווייטען-א מומחה צו קענען אריינגראבן און זען וואס דער שורש הדברים איז. והדברים ארוכים.

געשריבן: דינסטאג מאי 01, 2018 12:54 pm
דורך חביבי
אויב איך מעג פרעגן, בין הדברים האט איר דערמאנט CBT פארשטיי איך אז אייער מהלך איז מחדש עפעס וואס CBT האט נאכנישט געזאגט, דעריבער פרעג איך וואס איז די מהלך מער ווי די אלטע סטענדערד עקספאוזשער טעראפי וואס איז אויך א חלק פון CBT?

געשריבן: מיטוואך מאי 02, 2018 2:19 pm
דורך נשמת השכל
חביבי האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן, בין הדברים האט איר דערמאנט CBT פארשטיי איך אז אייער מהלך איז מחדש עפעס וואס CBT האט נאכנישט געזאגט, דעריבער פרעג איך וואס איז די מהלך מער ווי די אלטע סטענדערד עקספאוזשער טעראפי וואס איז אויך א חלק פון CBT?

לויט ווי איך פארשטיי איז .c.b.t געמאכט אויסצוקלינען דעם פראבלעם מיטן שורש (הגם נישט אינגאנצן...). אבער לויט ווי איך האב פארשטאנען ביז איצט, וויל "הרב היימישער" סך הכל געבן סקילס וויאזוי צו הענדלען דעם געפיל בשעת מעשה אז עס זאל נישט אזוי פייניגן דעם מענטש. ווייל איך זעה נישט וויאזוי דאס וואס "היימישער" שטעלט דא אוועק, קען העלפן אויסצורייניגן גענצליך דעם פראבלעם. עס זעהט מיר אויס ווי א בחינה פון: "ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק". אבער נישט אז דאס זאל קענען דינען אנשטאט געהעריגע טיפע טעראפי.

הרב ניימישער קום אריין.... טעל מי... אויב איך בין ראנג.

באופן כללי זעהט הרב היימישער אויס צו זיין שטארק אויסגעקאכט!

געשריבן: מיטוואך מאי 02, 2018 4:01 pm
דורך נשמת השכל
איך פיל א שטיקל אומקלארקייט בנוגע וואס עס ווערט דא באהאנדלט.

צו ווערט דא באהאנדלט, איינער וואס וויל זיך אויסרייניגן פון וויטאגליכע געפילן און פון קרומע מעסעדשעס, וואס זענען נגרם געווארן אדאנק א שווערע יוגענט, איוז וכדו'.
צו ווערט דא באהאנדלט, איינער וואס מוטשעט זיך מיט א אנגייענדע פראבלעם וואס איז אים גורם צער, און ער וויל קענען לעבן אן די צער און ווייטאג וואס דאס ברענגט. א שטייגער ווי דער מאן מיט די בילס, אדער דאס ווייבל וואס ווארט אויף קינדער, אא"וו.
????????

ביטע קלאר מאכן.....