חתונה קאסט איבער 70 אלפים איין צד. ריפארט שווארץ אויף ווייס

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

חתונה קאסט איבער 70 אלפים איין צד. ריפארט שווארץ אויף ווייס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

באקומען און אישי פון איינעם אויף אימעיל

חתונה קאסט איבער 70 אלפים איין צד. ריפארט שווארץ אויף ווייס

אויב זענט איר פון די מענטשן וואס מיינען אז א חתונה קאסט 40 טויזענט דאלער א זייט קען זיין אינטערסאנט פאר אייך צו ליינען אן אריגינעלע ריפארט פון א איד א פשוטע ארבעטער וואס האט געמאכט א עוורידזש חתונה פאר זיין קינד און האט אראפגעשריבן אלע הוצאות. די חתונה איז פארגעקומען אין זאל פון ווילחאוויץ אין מאנסי מיט איין שפילער און איין זינגער , דער איד האט זיך דערזען אין א לאך פון די הימל שרייעדיגע ציפער פון איבער 70 אלפים.
טייערע אידן ווי לאנג וועט נעמען ביז מיר וועלן אפשטעלן דעם באן, ווי לאנג וועלן מיר אלע ווערן בעלי חוב נאר צו געפעלן די מחותן דער בעל חוב, ווי לאנג וועט מען זיך איינרעדן אז עס פארט.
עס פארט בכלל נישט! מען ברעכט אונטער די שווערע לאסט און מען קען עס נישט דורכטראגן.
עס איז בכלל נישט קיין בושה צו זאגן אז מען האט נישט קיין איבריגע 70000 יעדע צווי יאר, עס איז פשוטע קאמען סענס. מען הייסט נישט קיין ארימאן און מען איז נישט קיין דורכפאל.
לאמיר עפענען די נושא און זיך קוקן אין פנים אריין , זענען מיר אזוי נאריש, זענען מיר גרייט זיך מבזה צו זיין פשוט ווייל איינער זאל נישט קוקן קרום, איז טאקע ריכטיג מען זאל צאמשטעלן געלט פאר אונז אלעס ווייל די סטענדערד איז דאס און יענץ, ווי ליגט די לאגיק אז די סטענדערד פון לעבן איז אויף א לעוועל וואס 90 פראצענט מענטשן קענען נישט דערהייבן.

רבותי ! רעדט מיט אייערע פריינט, גייט אריין צו אייערע רבנים, מאכטס אסיפות, פאררופטס מיטינגען , און לאמיר שוין ענדליך אויפקומען מיט א לעזונג צו די גרויסע צרה וואס ליגט אויף אונז און אויף אונזערע קינדער. יעדער וואס זוכט א זכות זאל זען וואס מען קען טון ארויסצוהעלפן די מצב, און דער אויבערשטער וועט אייך זיכער באצאלן מיט כל טוב.


חתונה קאסט איבער 70 אלפים איין זייט.pdf
(144.7 KiB) געווארן דאונלאודעד 1334 מאל




אפגעטיילט פון די אשכול געלט אויף חתונה מאכן - פון וואו? אזוי ווי דארט איז מען געהריג אריין און בר מצוה טאפיק.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

א שנעלע בליק [נישט איבערגעקוקט גרינטליך] זעה איך עטליכע [גרעסערע] הוצאות וועלכע זענען ציטיילט צווישן די ביידע מחותנים [כלומר איין מחותן האט עס דערווייל אויסגעלייגט אויך דעם צווייטנס חלק], סאו שנייד אראפ אפאר אלף'לעך
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

קוק צום סוף נעמט ער אראפ דער פאר אלף פון וואס איר רעדט .
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

זייער אסאך זאכן זענען די פרייז אבאוו עווריטש. פלאס ס'זעהט אויס ווי אסאך זאכן זענען פון ביידע זייטן, צוויי סעטס מחזורים וכדומ'. אפאר זאכן זעהט אויס ווי דופליקעטס
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אסאאאאך סתם הוצאות זענען דארט סתם אין די וועלט אריין, אבי געווארפן געלט אין מיסט קיינער האט אים נישט געצווינגען [אויסער זיין עזרת נשים....]
יענער זאל מיר מוחל זיין
כ'האב אויך חתונה געמאכט שוין מער ווי איין קינד...
ס'קאסט נישט אזוי סך [אויב מען וויל], אפילו מען איז נארמאל נישט חזיר'יש קארג [נאך פאר תקנות וכדומה]

אויב מוסדות מעגן שרייבן זייער יערליכע בודזשעטן מיט א פאר מעלאנעס מער ווי ס'קאסט זיי עכט... נו מעגן די שרייער'ס שרייען מיט אפאר אלפים מער ווי ס'איז אין פאקט [פאשטייצעך, אויב מען וויל, ווייל למעלה איז אין קצבה]
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום מאנטאג אפריל 23, 2018 1:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מען קען פון דעם גארנישט זען מכמה סיבות. איינס דא איז אריינגערעכנט וואס עס האט אים געקאסט איבער די אנדערע קינדער, דאס ווענד זיך שוין קודם וויפיל קינדער מען האט, אינגלעך/מיידלעך, און וויפיל די קינדער זענען געוואוינט אז מען דארף ספענדן פאר זיי...

שנית, שעקלי לדוגמא וואלט איך קיינמאל געטאטשט, און ווער ווייסט וואס נאך פון די כלליות'דיגע געשעפטן.

שלישית, והוא העיקר, ס'איז בכלל בכלל נישט דיטעילט, שטייט בכלל נישט וואס ער האט געקויפט, לדוגמא GG שטייט אפאר מאל שטייט אבער נישט וואס דאס איז. וואלמארט, קאסטקא, וואס האט ער דארט געקויפט?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

קענסט טוישן דעם קעפל צו 'קרעדיט קארד סטעיטמענט'ס אין די תקופה פון חתונה מאכן א קינד'.....
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

איך וואלט חתונה געמאכט עקסטרעם ביליג אויב 50 פראצענט מענטשן מאכן חתונה אזוי אין די מחותן איז מסכים אזוי ווי זיידי האט חתונה געהאט 2 יאר פאר די קריג אין אזוי ווי זיין צווייטע חתונה א יאר נאכן חורבן
עס קומט זיך גרויס קרעדיט פאר קהילות מהר'' א מסאטמאר אין אנדערע קהילות וואס טיען אין דעם
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

איך הער וואס די זאגסט אבער די אלע טשארדזשעס זענען אויסדריקליך נאר חתונה רילעיטד.
און וועגן וואסארע זאכן ער האט געקויפט און יעדע סטאר ווייס איך נישט. (דער סייז מיינעך איז 42L :oops: )
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

יהיה כן האט געשריבן:קענסט טוישן דעם קעפל צו 'קרעדיט קארד סטעיטמענט'ס אין די תקופה פון חתונה מאכן א קינד'.....


איר זענט גערעכט אז זייער אסאך מענטשען רעכענען נישט אריין זייער אסאך טשארדזשס ווייל עס ליגט אויף די רעגיולער קק סטעיטמענט, עס מאכט עס נאכנישט אויס חתונה הוצאה
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

די כאפסט נישט אז מען רעדט פון מער פון 13 טויזנט פאר קליידונג, אן קיין דעטאלן קענסטו אויסמעקן כאטש 5 טויזנט אויב נישט מער.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

shimon7323 האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:קענסט טוישן דעם קעפל צו 'קרעדיט קארד סטעיטמענט'ס אין די תקופה פון חתונה מאכן א קינד'.....


איר זענט גערעכט אז זייער אסאך מענטשען רעכענען נישט אריין זייער אסאך טשארדזשס ווייל עס ליגט אויף די רעגיולער קק סטעיטמענט, עס מאכט עס נאכנישט אויס חתונה הוצאה

שכר לימוד אויך, איא?...
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

למעלה משבעים האט געשריבן:די כאפסט נישט אז מען רעדט פון מער פון 13 טויזנט פאר קליידונג, אן קיין דעטאלן קענסטו אויסמעקן כאטש 5 טויזנט אויב נישט מער.

איך ווייס נישט צי איר האט שוין חתונה געמאכט, אבער מיר האבן ב"ה חתונה געמאכט פאר עטליכע חדשים צירוק, אין יא אזויפיל קאסט עס בערך 13,000 דאלער (גע'שפארטערהייט)
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

בעל דעת האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:די כאפסט נישט אז מען רעדט פון מער פון 13 טויזנט פאר קליידונג, אן קיין דעטאלן קענסטו אויסמעקן כאטש 5 טויזנט אויב נישט מער.

איך ווייס נישט צי איר האט שוין חתונה געמאכט, אבער מיר האבן ב"ה חתונה געמאכט פאר עטליכע חדשים צירוק, אין יא אזויפיל קאסט עס בערך, גע'שפארטערהייט

ניין, איך האב נאכנישט חתונה געמאכט דערווייל, נאר כ'האב פונקט געהאט דעם וואך א לאנגן שמועס איבער דעם נושא מיט א חבר מיינער וואס האט ממש יעצט חתונה געמאכט, ער איז אנגעקומען צו ערגעץ אינדערמיט צווישן 40-50 א זייט. ווידער א צווייטער איז יא אנגעקומען צו העכערער נומערן.

די סוד איז געווען, אז דער ערשטער איז געוואוינט א גאנץ לעבן צו גיין מיט א חשבון, נישט ממש געקארגט, נאר אויסגערעכנט אויב דארף מען עס נישט, איז נישט, אויב יא, לאמיר עס טרעפן פאר ביליג. דאס הייסט זיין רויטע ליניע ביז ווי מען ספענד איז גאנץ נארמאל, און קען אויך שטימען ווען מען מאכט חתונה.

ווידער דער אנדערער לאמיר עס נישט אנרופן ביים נאמען, אבער ער לעבט שטארק מצומצם, אז אפי' אויב דארף מען עס, זאל מען שניידן ווי מער, דאס הייסט זיין רויטע ליניע איז גאר גאר שמאל, ממילא ווען עס קומט צו חתונה מאכן האט ער בהכרח געדארפט אריבער זיין רויטע ליניע, ממילא האט ער שוין נישט געוויסט ווי איין און ווי אויס, און במציאות האט אים עס געקאסט מער צוליב דעם.

--
פארשטייט זיך אז ס'איז דא א דריטער וואס ספענד א גאנץ לעבן אין הימל אריין, פון דעם איז דאך פשטות נישט די נושא.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

אה"נ מען רעדט נישט דא פון די גרעסטע שפארער, עס איז און דער עווערידז לעוועל, מען קען גיין אביסעל ארויף און אביסעל אראפ. אבער עס לויפט און דער רענדזש
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

בעל דעת האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:די כאפסט נישט אז מען רעדט פון מער פון 13 טויזנט פאר קליידונג, אן קיין דעטאלן קענסטו אויסמעקן כאטש 5 טויזנט אויב נישט מער.

איך ווייס נישט צי איר האט שוין חתונה געמאכט, אבער מיר האבן ב"ה חתונה געמאכט פאר עטליכע חדשים צירוק, אין יא אזויפיל קאסט עס בערך 13,000 דאלער (גע'שפארטערהייט)

דער מחותן האט זיך א ודאי אויך געקויפט א נייעם שטריימל, נו לייגט'דזשע שוין צו נאך א פיר אלפים
אני הקטן, האב איך שוין חתונה געמאכט עטליכע קינדער, און ניין כ'האב זיך דייקא נישט געקויפט א נייעם שטריימל, און ב"ה דער זיווג האט עולה יפה געווען אן דעם אויכעט....
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

הערצו, ווי איך פארשטיי האסטו געברענגט דאס כדי צו פראווען שווארץ אויף ווייס, אז אפי' מען וויל שפארן קאסט עס 70 אלפים, דערויף זאג איך אז פון דעם פייל זעט מען גארנישט ווילאנג ס'שטייט נישט דעטאלן.

ווי אויך פעלט אסאך אינפארמאציע ארום דעם, האט יענער חתונה געמאכט א זון צו א טאכטער? האט ער געדארפט אויסשטאפירן זיינע קינדער? אויב יא, האט ער אינגעלעך צו מיידלעך? די חילוק קען זיין אין גאנץ גרויסע סכומים...
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

למעלה משבעים האט געשריבן:הערצו, ווי איך פארשטיי האסטו געברענגט דאס כדי צו פראווען שווארץ אויף ווייס, אז אפי' מען וויל שפארן קאסט עס 70 אלפים, דערויף זאג איך אז פון דעם פייל זעט מען גארנישט ווילאנג ס'שטייט נישט דעטאלן.

ווי אויך פעלט אסאך אינפארמאציע ארום דעם, האט יענער חתונה געמאכט א זון צו א טאכטער? האט ער געדארפט אויסשטאפירן זיינע קינדער? אויב יא, האט ער אינגעלעך צו מיידלעך? די חילוק קען זיין אין גאנץ גרויסע סכומים...

איך ווייס נישט צו דעס קען "פראווען" אז ס'קאסט אזוי סאך חתונה צו מאכן.
ס'פראווד אבער יא אז עס האט נייטיג געברויכט זיין חתונה תקנות! :roll:
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

למעלה משבעים האט געשריבן:ניין, איך האב נאכנישט חתונה געמאכט דערווייל, נאר כ'האב פונקט געהאט דעם וואך א לאנגן שמועס איבער דעם נושא מיט א חבר מיינער וואס האט ממש יעצט חתונה געמאכט, ער איז אנגעקומען צו ערגעץ אינדערמיט צווישן 40-50 א זייט. ווידער א צווייטער איז יא אנגעקומען צו העכערער נומערן.

נעבעך העכער די 70 און נאכנישט חתונה געמאכט, שוין לאמיר האפן בקרוב
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

אחת ואחת האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:ניין, איך האב נאכנישט חתונה געמאכט דערווייל, נאר כ'האב פונקט געהאט דעם וואך א לאנגן שמועס איבער דעם נושא מיט א חבר מיינער וואס האט ממש יעצט חתונה געמאכט, ער איז אנגעקומען צו ערגעץ אינדערמיט צווישן 40-50 א זייט. ווידער א צווייטער איז יא אנגעקומען צו העכערער נומערן.

נעבעך העכער די 70 און נאכנישט חתונה געמאכט, שוין לאמיר האפן בקרוב

:lol: דו רעביצן איז א אינגע....
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

למעלה משבעים האט געשריבן:מען קען פון דעם גארנישט זען מכמה סיבות. איינס דא איז אריינגערעכנט וואס עס האט אים געקאסט איבער די אנדערע קינדער, דאס ווענד זיך שוין קודם וויפיל קינדער מען האט, אינגלעך/מיידלעך, און וויפיל די קינדער זענען געוואוינט אז מען דארף ספענדן פאר זיי...

איך פארשטיי נישט די הוצאות פאר אנדערע קינדער ווערן דען נישט אריינגערעכנט און הוצאות החתונה? וואס פרובירסטו ארויס ציברענגן?

שנית, שעקלי לדוגמא וואלט איך קיינמאל געטאטשט, און ווער ווייסט וואס נאך פון די כלליות'דיגע געשעפטן.

ריף עס וועלעכע העלט פוד סטאר די ווילסט, ס'איז א טשארדז וואס איז ביי יענעם געווען רעלעוואנט פאר די נייע שטוב.
שטאפיר..

שלישית, והוא העיקר, ס'איז בכלל בכלל נישט דיטעילט, שטייט בכלל נישט וואס ער האט געקויפט, לדוגמא GG שטייט אפאר מאל שטייט אבער נישט וואס דאס איז. וואלמארט, קאסטקא, וואס האט ער דארט געקויפט?





דאס איז נישט א בוק פון רולס וואס יעדע דארף נאכטוהן, עס איז א פאקטישע ליסטע פון א איד וואס האט חתונה געמאכט זיין צווייטער טאכטער און האט א משפחה פון קינדער אינגלעך און מיידלעך און דאס האט עס איהם געקאסט...

ער האט נישט געקויפט קיין נייע שטריימל און האט אפילו נישט קיין הויכע שטריימל.

די אלע טשארדזשעס זענען זאכען וואס מען האט געקויפט פאר די הויז פון קאטסקא האום דיפא וכדו'. צי ס'איז א גארבעדזש קען וכדו' ווייס איך נישט .



און דער איד לעבט נישט שפארדיג אויף א שטארקע פארנעם דוקא נאר עכט רעגלמעסיג, און לעבט יא אויף א קלארע חשבון נישט נאר ווען ער מאכט חתונה נאר א גאנץ יאר איז יעדע עקספענס אזוי אפגעשריבן
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

אסך מאל דא זוינע נערישע מגיבים.

וואס ווילטו אפפרעגן אז עס איז נישט 70 נאר 63.... ווייל פילייכט האט ער געקויפט צען דאזען קאוטס ביי G & G.

ערלעדיגט, איז 63 יא עפארדעבל און נארמאל?

במאמר המוסגר, אין די סיטי קומט צו נאך א גוטע 5000 וואס איז נישטא אין מאנסי ואכמ"ל.
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

איך וויל שיקן א שקויעך פאר דעם יוד, איך זעה אז ער האט איבערגעלאזט אפאר גראצער ביי מיר אין געשעפט...

ייש"כ! און אסאך נחת געזונטערהייט!

(כ'בין זיכער ער דרייצעך דא, וועלכע היימישע יוד מיט עקסעס צו א קאמפיאטער "קומט נישט אריין דא פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט"?!)
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

למעלה משבעים האט געשריבן:די כאפסט נישט אז מען רעדט פון מער פון 13 טויזנט פאר קליידונג, אן קיין דעטאלן קענסטו אויסמעקן כאטש 5 טויזנט אויב נישט מער.



רב למעלה:
איר מוזט מיר נישט ענטפערן:
האט איר שוין חתונה געמאכט?

13 אלפים פאר קליידער פאר קינדער / פרוי איז נאך ווינציג גערעדט (חוץ אויב מ׳נעמט פון א גמ״ח)
איך רעד פון ו-ו-י-ל-י-א-מ-ס-ב-ו-ר-ג- (יעדער פארשטייט שוין יעצט).

איך האב א פונקליכע / דעטאלירטע עקסעל,
און יא, עס קאסט 70 אלפים איין צד.
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

בעל דמיון האט געשריבן:איך וויל שיקן א שקויעך פאר דעם יוד, איך זעה אז ער האט איבערגעלאזט אפאר גראצער ביי מיר אין געשעפט...

ייש"כ! און אסאך נחת געזונטערהייט!

(כ'בין זיכער ער דרייצעך דא, וועלכע היימישע יוד מיט עקסעס צו א קאמפיאטער "קומט נישט אריין דא פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט"?!)

א גיטער בעל דמיון :roll:
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”