דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

איד_איד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:05 am

דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד_איד »

א גוטען טייערע חבירים,

איך זיך א גוטען יוד פארוועם זיך אויסצוגיסען דאס הארץ און איך טרעף נישט, אזוי ווי איך האב דא נאך א ניק ווי מענטשען קענען מיר האב איך געמיזט טוישען מיין ניק פאר די איינע מאמענט ווי איך שפיר זיך זייער צושטורעמט.

איך בין אויפגעוואקסען אין א קליין שטעטל מיט א וואוילע טאטע, מאמע אין א גרויסע משפחה, איך האב באקומען ברוך השם גאר א פיינע חינוך, ביז די בר מצוה איז מיר א דורעך אן קיין עפיזאדען וואס זאל טוישען מיין לעבן, מיין טאטע איז א וואוילע חשובע איד, א תמימותדיגער א קלוגער און א גאר ערליכער, א בעל הבית מיט א שטארקע קביעות עתים און א מאמע א ערליכע און א פיינע.

געגאנגען אין א נארמאלע ישיבה קטנה מיט נארמאלע פיינע לעבעדיגע חבירים וואס מיר האבען נאך א פריינטליכע קשר ביז היינט.

אין ישיבה גדולה בין איך אריין אין א גאר פיינע ישיבה איך האב זיך מקשר געוועהן גאר שטארק מיט מיין ראש הישיבה, געלערנט שעות רציפות טעגליך און געשטיגען זייער שיין, קומענדיג פון א בעל בתישע משפחה האט זיך דער מחשבה ביי מיר שטארק געטוישט צו סך א פרומערע מהלך החיים ווי ביי מיינע עלטערן אינדערהיים, איך בין געוועהן זייער זיכער מיט מיין נייע מהלך און איך האב עס שטארק געלאזט הערן ביי מיינע עלטערן אינדערהיים אבער מיט א שטארקע כיבוד אב ואם (געלויבט דער אויבערשטער אז איך האב געהאט שכל צו דעם)

א שידוך איז נישט געגאנגען צו גרינג ווייל איינער וואס איז פרומער ווי די עלטערן ברענגט נאטורליך אויף פראגעס פון: איז ער א אויבער חכם? איז ער גערירט? אבער דאס האט נישט אפגעהאלטען מיין שווער א תלמוד חכם א בן תורה און א מגיד שיעור פון א גרויסע שטאט מיר צו כאפען ווי נאר ער האט זיך מיט מיר באקענט און מזל טוב די שידוך איז געשלאסען.

איך בין דעמאלטס געוועהן א ספעציעל וואוילע בחור א בעל מדריגה, געדאווענט מיט א געשמאק געלערנט פלייסיג און געשמועסט אין לערנען מיט די גרעסטע תלמידי חכמים, פאר די חתונה בין איך אריין צו מיין שטעטעלישען רב א גרויסע תלמוד חכם איך געדענק נאך ווי ער איז ממש ארויס פון התפעלות פון מיינע ידיעות בתורה, חסידישע ספרים און בפרט דברי השקפה פון אונזערע פריערדיגע רעביס וואס איך האב געקענט ישר והפוך.

די חתונה איז דורעך בשעה טובה ומוצלחת און איך האב אנגעפאנגען בויען מיט מיין וואוילע יודענע א פרייליכע לעכטיגע יודישע שטוב, איך האב געלערנט פלייסיג אין כולל אבער נאך אפאר חדשים האב איך אנגעפאנגען צו זעהן ווי דאס געלט דריקט מיר זייער שטארק, מיין ווייב איז טאקע אויפגעוואקסען אין א תורהדיגע שטוב אבער די סטאנדארט איז דארט געוועהן אויף דאפעלט אדער דרייפאכיג ווי איך האב געזעהן אין מיינע עלטערנס שטוב, מיר האבען פרובירט ווי לענגער אנצוהאלטען מיין לערנען און זי זאל ארבייטען אבער נאך א יאר האב איך געזעהן אז עס גייט זיין ממש אומעגליך צו לאזען מיין ווייב ארביייטען און איך ביי די שלחן ערוך.

בין איך געגאנגען זיכען ארבייט, עס האט מיר זייער וויי געטוהן אז איך מיז צומאכען די גמרא אבער אויב דאס איז די רצון השם דאן געגאנגען, געטראפען א ארבייט וואס מען צאלט פעניס און ארבייט פיזיש ביטערליך שווער, בזיעת אפיך במלוא מובן המילה, די טאטע דער בעל הבית האט געבאדערט מיר צו זעהן ארבייטען און דער שווער דער בן תורה האט עס געזעהן פאר א פשטות אז איך גיי צו די ארבייט.

מיינע עלטערן און מיינע צוגעקומענע עלטערן זענען אויסנאם געטרייע און וואוילע וואס האבען פאר אונז אייביג געוואלט דאס בעסטע אבער מיט א קאמפלעטע אנדערע מהלך המחשבה אזש אז עס איז זייער שווער געוועהן פאר מיין ווייב זיך צו צוגעוואוינען צו מיין מאמעס פשטותדיגע שטוב אבער מיר האבען עס פרובירט מאכען ארבייטען די בעסטע וואס מען האט געקענט.

——

עס איז מן הסתם נישט אינטערסאנט דורעך צו גיין מיט דעטאלען די יארען אינדערמיט, עס איז נישט נוגע צו סך, מיר האבען געבויעט א הייזקעלע מיט זיסע קינדערלעך ברוך השם, געשטיגען אין ראנג ביי די ארבייט מיט שטארקע דערגרייכונגען אין די ביזנעס וועלט אלעס ארבייטענדיג פאר אנדערע, יאר נאך יאר געארבייט שווערער און שווערער און געלערנט ווייניגער און ווייניגער.

דא האלט איך שוין כמעט צוואנציג יאר נאך די חתונה מיר האבען א לעכטיגע שטוב פון קינדערלעך, פאר אפאר יאר צוריק בין איך אריינגעשפרינגען אין א אייגען געשעפט וואס פארלאנגט מיר מיט מיין גאנצע משפחה צו זיין אינוואלווד, איך האב זיך דאן אנגעבארגט הינדערט פופציג אלפים מיט וואס צו עפענען די נייע געשעפט, ארבייטען ארבייט איך היינט צוטאגס 18 שעה א טאג, מאכען מיך איך קוים אויף צום לעבן, און א ודאי איז מיר כמעט אומעגליך צו באצאלען די חובות, דאס דאווענען איז די שנעלסטע וואס איז נאר מעגליך, אדער נאך שנעלער, מיינע שיעורים פרוביר איך שטארק אנצוהאלטען אבער איך בין אינערליך צושאסען די חובות טרעט מיר צו צו די נערווען, איך האב געהאט זייער א שווערע יאר די פארגאנגענע יאר וואס עס האט נאר געקענט גיין שווער פאר מיר איז געגאנגען ביטער שווער.

צו מיינע חברים קען איך נישט רעדן ווייל די מינוט איך זאג פאר איינעם א ווארט ווער איך דער נעבעך פון שטאט און דיעות וועלן זיי האבען ביזען דאך אבער א פעני קענען זיי נישט בארגען ווייל זיי האבען אויך נישט, איי דאן ווי אזוי שפיעלן זיי ווי זיי האבען? דאס ווייס איך נישט.

איך קום אהיים מיט א געמאכטע שמייכעל און איך טייל חיזוק פאר די גאנצע משפחה און פאר מיין ווייב און אלע ארומיגע הגם זי ווייסט פיין די שווערע ארבייט און די שווערע פינאנציעלע לאגע אין וואס מיר זענען, מיט דעם אלעם פרוביר איך זייער שטארק צו זיין דער שטארקער, די ביזנעס האט שטארקע פאטענשעל און פארוועם איך האב עס נאר געוויזען האט מיר געזאגט האלט עס אן עס קען נאר ארויפגיין פון דא און ווייטער.

וואס עס האט מיר געברענט צו שרייבען דערוועגן דא איז ווייל איך האב מיר נעכטען נאכט געגרייט צום סדר און האב איך געלייענט די ארטיקעל פון שאץ מאץ עס האט מיר געברענגט ביז טרערן איך פרוביר זיך צו שטארקען די מערסטע וואס איך קען אבער די לעצטערע פאר חדשים גייט עס מיר אזוי מין שווער אז איך שפיר איך קען נישט צוגיין צום סדר אן זיך אויסגיסען דאס הארץ, אפשר וועט די געשריבענע שירות אליינס מיר העלפען.

און אז איינער קען מיר העלפען מיטען געבן די ריכטיגע חיזוק אין מיינע שווערע מאמענטען בעת וואס איך גרייט מיר זיך אריינצולייגען אין מיינע קינדערלעך א פעסטע און שטארקע אמונה בעת וואס מיין אמונה גייט דורעך טעגליכע נסיונות וואס איך צורייס מיר עס אנצוהאלטען.

איך בין זיך נישט מתרעם קיין איין רגע אויפען גוטען באשעפער ער איז דער אב הרחמן און ער טוהט דאס בעסטע פאר מיר און פאר מיין משפחה, ער איז דער מקור הטוב און איך ווייס נישט וואס עס באדערט מיר מער, צו איז עס די אבנארמאלע שטארקע טראסקע אין עבודת השם אדער די טעגליכע דריקעניש פון געלט און חובות.

איך דארף נישט קיין געלט פון קיינעם, דער רבונו של עולם וועט מיר העלפען דאס א דורעך צו שטופען אבער ווי ווייזט מען דאס פרייליכע און רואיגע אמונה פאר די קינדער ווען דער מענטש איז אזוי צודריקט? ווי אזוי איז מען א פושט צורה ולובש צורה ווען דער הארץ איז פארשטיינערט?

ווער קען מיר העלפען?!

אין ענגליש רופט מען דאס I lost my purpose of life, איך קען מיינע כחות און איך ווייס מיינע שטארקייטען און איך ניץ עס כמעט נישט אויס, איך בין נאר פארנומען צו ארבייטען אן א אויפהער פאר די פארשטינקענע פאר דאלער וואס קומט אריין אזוי שטייט און מאגער נישט צום לעבן און נישט צום שטארבען.

עס טוהט זייער וויי.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

די הארץ צוגייט...

נאר א שטיקל תפארת שלמה פרשת וארא...
איך מיין מקען דערין טרעפן שטארקע חיזוק אין די מצב..


והוצאתי אתכם מתחת סבלות מצרים והצלתי אתכם מעבודתם. יש להבין לשון סבלות מצרים וכן וידעתם כי אני ה' המוציא אתכם מתחת סבלות מצרים ובכל מקום נאמר לשון עבודה קשה. אך הנ"ל בזה כי התורה מלמד' אותנו עיקר ענין הסגולה אשר בעבורה יצאו ממצרים והוא בהיות עם בנ"י זרע יעקב בחירו עם קדוש גם בהיותם במצרים תחת כור הברזל ויעבידו מצרים אותם בכל עבודה קשה בכל זה נאמנה את אל רוחם ולא הרעו בלבבם לאמר למה זה אנחנו בני ישראל עניים ומרודים יותר מכל שארי האומות להיות נרדים בעבודת הפרך. וכי מפני שאנחנו מיוחסים לבני אבותינו הקדושים אנו נשתעבד למצרים הפחותים ושפלים. אך בכל העת ההיא קבלו הכל באהבה וסבלו עליהם גזירת הקב"ה כי אם בעיניו הוא טוב גם לנו ביושר. וז"ש. (שם ב, יא) ויצא משה אל אחיו וירא בסבלותם וכי הוא לבדו ראה. אך הכוונה בזה כי משרע"ה ראה ברוה"ק מדת הסבלנות של בנ"י כי נתנו שכמם לקבל הכל באהבה בגזירת הש"י וזה וירא הסתכל היטב בסבלותם כי לא הוקשה בעיניהם כלום על הש"י ולכך זכו לגאולה.

כי כן נכון להיות האדם מאמין בה' בכל דרכיו ומקריו. וכשם שמברכין על הטובה כו' (ברכות מח, ב) אף אם ישיגוהו פגעי הזמן חלילה ורבו עליו המטרידים ומבטלין אותו מעבודתו ולימודו ולחבירו הגרוע ממנו לו עושר ונכסים ומנוחה. אולי ירע לבבי לאמר למה זה ה' תרדפני באפך חנם ולרעי הפחות ממני נתת כל טוב הלא טוב היה לך להעניקו מטובך כאשר כל כוונתי לשבת בבית ה' באהלי תורה ואלה הסיבות מבטלים אותי חנם. כי לא כן הדבר. כי עמקו מחשבות ה' לא יבינם כל יושבי תבל. כי אולי רצון הש"י לנסותו אם יהרהר אחריו. אך זה ענין עבדות להש"י להאיר מתוך חשיכה את לבבי הזך לשמים כמ"ש. (שם נד, א) בכל נפשך אפילו הוא נוטל את נפשך נפש הוא לשון רצון כמ"ש. (בראשית נג, ח) אם יש את נפשכם. ואמר הכתוב אפי' הוא נוטל את נפשך. פי' רצונך שנוטל ממך הרצון להש"י ע"י טרדת הפרנסה וכיוצא אעפ"כ. (דברים ו, ה) ואהבת וגו'. ואל יקשה בעיניך על הש"י וכמו שמצינו בהלל. (ברכות ס, א) ששמע קול צוחה בעיר ואמר מובטח אני שזה איננו בביתי איך היה בטוח בזה הלא כל ימיו היה נדחק ביסורי עוני. אך ידע כי אין זה מדרך אנשי ביתו לזעוק על הבא להם חלילה כי מדת הסבלנות הוא מלומד בבית הצדיקים כל הימים.

נחזור לביאור הכתובים שלפנינו. הנה מדת הסבלונת היא שעמדה להם לאבותינו במצרים ולכך אמר להם פרעה החכם להרע. (שמות ה, ד) למה משה ואהרן תפריעו את העם ממעשיו לכו לסבלותיכם. ר"ל למה תפריעו אותם מעבודתם אשר להם עתה בבחי' הסבלנות ותאמרו להם לילך למדבר לעבוד שם את ה' הלא עתה טוב להם העבדות הזאת במדת הסבלנות וזהו לכו לסבלותיכם כנ"ל. וזה שאמה"כ. (שם א, יג) ויעבידו מצרים את בנ"י בפרך ודרשו רז"ל. (סוטה יא, ב) בפה רך. ר"ל שלא היה קשה להם כלל על הש"י וזה תרגומו בפה רך בקשיו ר"ל כוונת הסט"א להביא את בנ"י בקושי' על הש"י ולא יכלו להם כי היו בפה רך ועי"ז נגאלו. האמנם כי בדור ההוא היו הנשמות הגבוהים מאד כגון נשמת ר"ע וכ"ד אלף תלמידים וכל הדורות האחרונים הצדיקים הגדולים וכדומה והיו יודעים בעצמם כי הם המה יהיו הצדיקים הקדושים ועכ"ז עומד עליו ומכהו ומיסרהו להשלים פעולת הלבינים דבר יום ביומו. והם עמדו בסבלנות גדול כמ"ש. (שמות ד, לא) כי ראה את ענים ויקדו וישתחוו ר"ל בענים יקדו וישתחוו בשפלות וסבלנות. לכן כתיב והוצאתי אתכם מתחת סבלות מצרים:
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
איד_איד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד_איד »

מוראדיג דיבורים, א גרויסע יישר כח נודה לך.
קנקן מלא
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

...באיזה דרך מוליכין אותי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן מלא »

וויי-וויי געוואלד..! ס׳הערט זיך די ווייטאג פון א טראסק אראפ ׳מאיגרא רמא לבירא עמיקתא׳ (ברוחניות) וואס פיהל שפירן אויף א מילדערן פארנעם, וגם אני בתוכם...
איך האף ר׳ ״איד_איד״ און גלייב אז ס׳פילט זיך יעצט בעסער, נאכן מקיים זיין דעם דאגה בלב איש ישיחנה...
{אגב, איך באוואונדער דיינע כוחות; אז אין אזא מצב ביזטו געווען מסוגל צו טרעפן די ישוב הדעת און אזוי קלאר אראפגעשריבן דיין דורכגאנג}
ווי אויך פארגעס נישט די תורה ועבודה פון די אינגע יארן (מצות ומעשים טובים איז דאך א נצחי, און איז קיים לעולמי עד!) און דאס אז עס טוט דיר וויי אז האסט דאס נישט ממשיך געווען איז א סימן אז בעצם ביסטו נאך יא דארט ״מקום שהמחשבה של אדם מגעת, שם הוא כולו. (כתר שם טוב)
און ישר כח פאר ״נודה לך״ פאר דעם טרעפליכן ״תפארת שלמה״
איך וויל צולייגן א מעשה נורא וואס איז כדאי דורך צו ליינען (ס׳איז א לאנגע מעשה, מילא מאך זיך צייט דערפאר...)
אט האט איר דעם לינק:
http://www.toratchabad.com/contents.asp?aid=73763

יעצט לגבי דעם גשמיות׳דיגן חלק וואלט איך דיר געזאגט אז אויב קוקט עס אויס ווי עס האט גוטע פאטענשול; דאן שטיפט עס דורך מיט אלע כוחות! און הער זיך נישט צו צום יצר וואס וויל דוקא יעצט באוויינען דעם רוחניות...

איך וואונטש דיר הצלחה רבה און סייעתא דשמייא בגשמיות וברוחניות!
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!
איד_איד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד_איד »

א דאנק הרב קנקן פאר דיינע דברי חיזוק, איך וויל ליינען די לינק מארגען בעזר השם.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

ווי די אידן אין מצרים ויאנחו בני ישראל מן העבודה. אלעס איז רוחניותדיגע צער.
קוק א שטיקל ישמח ישראל אולי ירחם.
עשה מאהבה
אטעטשמענטס
HebrewBooksOrg_48065_page_92.pdf
(50.4 KiB) געווארן דאונלאודעד 138 מאל
HebrewBooksOrg_48065_page_93.pdf
(52.71 KiB) געווארן דאונלאודעד 98 מאל
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8835
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

די חיזוק דיבורים פון די חברים דא זענען להפליא, ומי אני צוצוגעבן נאך. אוודאי וועלן נאך טאלאנטפולע יידן דא שרייבן טייערע פערל-רייד און ציטירן פון ספרים פון גדולי ישראל.
אבער לגבי דיין ספעציפישער מצב -
דו שרייבסט נישט וויפיל שיעורים דו האסט א טאג, צו דו האסט בכלל.
דו שרייבסט נישט וויאזוי דיין דאווענען זעט אויס. קומסט שפעט צום מנין, אויב בכלל.
דו שרייבסט נישט וויאזוי דיינע שבתים זעהן אויס.
דו ביסט נישט מחוייב אלעס ארויסצושרייבן, אבער פארשטיי אליינס אז כדי א מענטש זאל זיך צוריקשטעלן ברוחניות איז נישט גענוג צו נעמען א דבר חיזוק און זיין צופרידן מיט זיך. עס פאדערט עבודה. אבער עס צאלט זיך אויס.
דו שרייבסט אז דו ארבעטסט 18 שעה א טאג.
מי אני צו פסק'ן צו דאס איז ריכטיג צו נישט. אבער כידוע אז א סאך ספרים שרייבן אז זיך איבערארבעטן איז א חסרון אין אמונה און בטחון. (ווען דו זאלסט כאטש ווערן היינט-מארגן א מיליאנער...) נישט איך זאג עס, עיין חובת הלבבות שער הבטחון. רעד מיט דיין מורה דרך בעבודת ה'.
בכל אופן אויב דו ביסט אינטערסירט אין אביסל א טיעפערע געשפרעך, לאמיר זיך אדורכשמועסן בפרוטרוט די אמת'ע מצב. אולי דאן וועט גרינגער זיין זיך צו דערגרינטעווען צום אמת'ן נקודת הפראבלעם.
ואם שגיתי אתי תלין משוגתי
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

ס'איז זייער שווער צו זאגן ווען מ'איז נישט אליין אין דעם מצב, און ס'נישט בידינו עפעס צו טוהן.

נאר אויף אזוי פיהל אז מ'הערט פון אייערע ווערטער דעם 'צעקה בלב' אויף דעם גלות הפרטי מצב. ומבור גלות שרייט ארויס א ווייטאג פון טיפעניש פון הארץ, "בעיקר אויף די רוחניות" וואס מ'שפירט אז ס'פעלט אזוי פיהל, און מ'שפירט עפעס נישט דעם קרבת אלקים וואס מ'האט אזוי געהארעוועט עס קונה צו זיין. פון די עומק הנפש רייסט זיך ארויס א טיפע קרעכץ אויפ'ן מצב, מ'קוקט זיך אהן "געב א קוק ווי ווייט איך האלט", די שמערץ פון אזא צושטאנד איז זייער גרויס.

אבער אז ס'איז א זמן ווען ס'קומט שוין נענטער צום יו"ט פסח, און מ'גייט רעדן וועגן יציאת מצרים, איז דאך טאקע דער ווייטאגליכער אנחה פון דעם אייגענעם גלות, ממש ווי דעם "ויאנחו בני ישראל מן העבודה ויזעקו", וואס אידן האבן געקרעכצט אין מצרים אינעם גלות הכללי. ווי דער זרע קודש זאגט אויף דעם בהאי לישנא:

[align=center]"ונצעק אל ה', שזאת הי' עיקר צעקתינו כביכול רק בשבילו ית"ש,... מן העבודה הזאת היתה עיקר שוועתם "יותר מעל העבודה שעבדו למצרים בחומר ובלבנים", דזה לא הי' קשה בעיניהם כל כך, רק שוועתם הי' בשבילו יתברך ויתעלה.
ואמר וירא את עניינו שהגם שעיקר צעקתינו היתה את פני ה', בשבילו ית"ש, הוא ית"ש עשה העיקר בשבילנו שראה את עניינו כו'... וזהו פירוש 'צרה ויגון אמצא', ועם כל זה 'ובשם ה' אקרא' בשביל שמו ית"ש".[/align][align=center]***[/align]וועל איך צולייגן אז לגבי אריינלייגן אמונה אין די קינדער, איז אפשר אין אזא מצב נאך שטערקער, ווען מ'איז זוכה באמת צו שפירן אזא צובראכנקייט, מ'קומט אליין אהן צו זיין אין דעם מצב פון ויאנחו בני ישראל מן העבודה ויזעקו, שפירט א קינד די אמת'ע דברים היוצאים, און ס'גייט אריין בעומק הנפש, ווען מ'קען זיין אפן און טאקע אריינבאקן "א לעבעדיגן בילד" וואס ס'מיינט א אמת'ע תשוקה צו רוחניות, א אמת'ע קרעכץ אויף דביקות בה', צו קענען האבן א אמת'ע אחיזה אין דעם עץ חיים וואס אידן זענען אין דעם אנגעקניפט.

און אויף למעשה בלייבט איבער צו ווינטשן מעומק הלב אז מכח דעם לעכטיגן יו"ט, זאלן אונז אלע אינגאנצן אויפגעראכטן ווערן 'אין אלע הינזיכטן', ס'זאל שוין טאקע מקוים ווערן דעם 'ותעל שועתם אל האלקים מן העבודה', און בתוך כל ישראל באפרייט ווערן פון אלע ענגשאפטן, גשמיות און רוחניות צוגלייך.
------
ביני לביני האט הרב גלאזער אריין געהאקט מיט עפעס ענליך. והשם הטוב ירחם עליך להעלותך ולהרים קרנך למעלה למעלה.
איד_איד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד_איד »

יישר כח הרב יידישע קהילות פארען פרעגן, עס באדערט מיר נישט אז איר פרעגט, כעת בין איך געוועהן דער וואס איז געקומען בעטן פאר הילף און אז מען אינטערסירט זיך געט עס א געפיהל אז מען איז נישט אליין.

עס איז צוטיילט אין צוויי חלקים איינס איז די חלק פון די ירידה אין רוחניות דאס טוהט וויי, מיט דעם פרוביר איך זיך צו שטארקען אז די רבונו של עולם קוקט נישט היינט אויף נעכטען און ער קוקט נישט היינט אויב איך גיי דורעכפאלען מארגען ער קוקט היינט אויף היינט, איך האב א שיעור צופרי איין שעה און ביינאכט א האלבע שעה און איך לערן צו א האלבע שעה זייטיגע לימודים.

די חלק מיט וואס איך מוטשע זיך זייער שטארק איז האלטען די מוד און אטמעספערע אין שטוב מיט די קינדער די פרייליכסטע און בעסטע וואס מעגליך, אדערווייל איז עס נאך פיין אבער יעצט ווערט עס שוין שווערער און שווערער און איך בין באזארגט אז מיין שווערע תקופה זאל נישט האבען א נעגאטיווע עפעקט אויף מיין משפחה ספעציעל אין אזא יום טוב ווי פסח.

מיינע שבתים אין שטוב איז היבש געוואנדען אין מיין מוד אבער בדרך כלל איז די פרייטאג צו נאכטס גאר א פריילעכע און לעבעדיגע סעודה אבער די אויפשטיין שבת צופרי איז כמעט מער נישט דא, איך קען עס נישט מסביר זיין די ערשטע זאך וואס געשעהט צו א מענטש וואס די מוד איז אים אויף אראפ דערקענט זיך עס אויף א לענגערע שלאף, אזוי איז עס ביי מיר.

צו די ארבייט כעת פארלאנגט זיך א סך צייט עס געט מיר נישט קיין צוויי ברירות, מען ארבייט שווער זיך ארויסצוהעלפען מיטען כסדר צונעמען מער הילף און דער כל יכול קען העלפען כהרף עין אז עס זאל שנעל גרינגער און בעסער ווערן.



קנקן, איך האב געלייענט די מעשה, עס איז זייער אקטועל, א שיינעם דאנק.



א דאנק גלאזער, א גרויסע יישר כח פאר די צוויי מראי מקומות, נהניתי.
איד_איד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד_איד »

ידיעות שונות איר זאגט גאר א זאכליכע נקודה, איך מיין אז דאס איז די ריכטיגע מהלך.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אז דו זיכסט א גיטע יוד עצה איך דיר צו גיין צו כ"ק אדמו"ר מטשארנאבל שליט"א
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

די חברים דא האבן שוין ארויסגעברענגט עטליכע נקודות, אלעס שטארקע און אמת'ע נקודות (די לינקס האב איך נישט געזען, אבער כ'זע אז 'איד_איד' האט עס אויפגענומען מיט חיזוק), איך וויל נאר צולייגן בעיקר איין נקודה וועגן וואס איר רופט פארלוירן "די אמת'ע באדייט פין לעבן"..

די משנה זאגט אין אבות 'אל תאמר לכשאפנה אשנה שמה לא תפנה', ס'איז דא א שטארקע יסוד אין אמונה און אין אידישקייט וואס איך האב כמה פעמים געהערט און געזען במשך די יאר'ן און ב"ה אויך עקספיריענסד ווי מ'זאגט, והיינו, זייער אסאך מאל שפורט א מענטש אז יעצט איז ער נישט דארט ווי ער דארף 'באמת' זיין, און מי יתן והי' אי"ה לכש... ווען דאס און דאס וועט זיין/וואלט געווען וועט זיין געוואלדיג..‏

דער געפיל און געדאנקען גאנג, איז לאוו דוקא פין א שלעכטן מקור, דאס קומט געווענליך פין א פערזענליכן קוק אויף זיך, אמאל באזירט אויף אייגענע פריערדיגע ערפארונג אביסל ווי אין אייער פאל, אז מ'ווייסט אז דאס וואס מ'איז יעצט איז נישט דאס וואס איך וויל זיין, נאר דער מצב האט אזוי צוגעברענגט, והראי' איך בין דאך אמאל געווען אסאך בעסער.. און אמאל קומט דאס פין איבערשאצונג פין די עלטערן/מגי"ש וכדו'.

די נקודה ווערט מבואר זייער שטארק אין חסיד'ישע ספרים תלמידי הבע"ש, און מ'קען אפשר זאגן אז דאס איז אויך דער יסוד אויך פינעם שטיקל 'תפארת שלמה' וואס 'קנקן' האט אויבן צוגעברענגט, אז דער יסוד פין זיין אן ערליכער איד און דינען דעם אויבערשטן הייבט זיך אן מיט'ן גלייבן באמונה שלימה אז דער מצב אין וואס איך בין יעצט, איז דער מצב אין וואס דער ליבער טאטע דער כל יכול האט מיך אריינגעלייגט, און דוקא אין דעם מצב וויל ער אז איך זאל זיין און פין דא אים דינען!

דאס מיינט נישט אז אויב א מענטש האט א ברירה צו זיין בעסער און ערליכער דארף ער זיך נישט אנשטרענגן חלילה וכדו' אבער מ'רעדט ווען א מענטש פראבירט באמת צו טון וואס ער קען מיט זיין יכולת, און דאך האט זיך אים אויסגעשטעלט זיין מצב אין לעבן אנדערש, דארף מען געדענקן, אז דער מצב איז נישט קיין דיעבד, נאר דאס איז פונקטליך וואו דער רבוש"ע האט אים אריינגעלייגט, און לויט די מעגליכקייט פין דער מצב וויל דער אויבערשטער ער זאל אים דינען.

ס'דא כמה משלים און מעשיות אויף און ארום די נקודה, איינע פין די באקאנטע מעשיות אויף דעם ענין איז די מעשה פין הייליגן חוזה פין לובלין וואס מוצאי יוה"ק האט ער אמאל אויסגערופן אז ער קען יעדן איינעם זאגן אויף וואס ער האט מתפלל געווען און וואס מ'זאגט אין הימל דערצו, איז געווען איין חסיד וואס האט געמאכט זיין פרנסה דורך ארומגיין פעדלען א גאנצע וואך, און קוים איז ער אהיימגעקומען אויף שב"ק אויסגעמוטשעט מיט קארגע 6 רענדלעך, און ס'האט אים זייער וויי געטון, אז ער האט נישט די צייט און הרחבת הדעת צו לערנען און דאווענען ווי עס דארף צו זיין ווי ס'האט געמיינט פאר א פעדלער אמאליגע צייטן וכו', האט אים דער הייליגער חוזה זי"ע געזאגט; דו האסט מתפלל געווען אז דער אויבערשטער זאל דיר צושיקן די 6 רענדלעך א וואך שוין זונטאג, אזוי אז די רעשטע פין די וואך זאלסטו קענען דינען דעם אויבערשטען מיט מער הרחבת הדעת ווי עס ברויך צו זיין.. און מ'האט פין הימל געענטפערט אזוי; אויף דעם וואס דו האסט געבעטן די זעקס רענדלעך אנהויב וואך, האט מען געלאכט פין דיר, ווייל פעלט דען ביים כל יכול געלט? ער קען דיך דאך געבן אסאך מער און אלעס ביים אנהויב יאר וכדו'! איז אז דו בעטסט שוין יא, וואס בעטסטו מיט אזעלכע קליינע השגות? ווידער אויף דיין עצם בקשה אז דו זאלסט קענען דינען דער אויבערשטען מיט הרחבת הדעת, האט מען און הימל געענטפערט, פין וואנעט ווייסטו אז דער אויבערשטער ווייל דו זאלסט אים דינען מתוך הרחבת הדעת? אדרבה, ער וויל דוקא דו זאלסט אים דינען פין דעם צוקוועטשטן מצב וואו דו ביסט, און דוקא דאס ברענגט אים די נח"ר אויף וואס ער ווארט פין דיר!

אן אנדערע באקאנטע ווארט און דעם ענין כאטש אויף אנאנדערע דרגה, איז וואס דער הייליגער ר' רבי זושא זי"ע פלעגט צו זאגן, אז דער רבוש"ע דארף נישט אז זושא זאל זיין ווי אברהם אבינו, נאר ער זאל זיין ווי זושא, און דינען דעם אויבערשטען לויט די מעגליכקייט און אומשטענדן פין זושא.. ווייל אלטימעטלי האט דאך דער אויבערשטער באשאפן אן אברהם אבינו און א זושא, איז אויב האט דער אויבערשטער געוואלט האבן נאר אברהם אבינו וואלט ער דאך נישט באשאפן זושא... הייליגע דיבורים! און כאטש וואס די ווארט איז אויף סאך א העכערע מדריגה ווי מיר קענען באמת משיג זיין, איז דאס אבער ביסודו די זעלבע נקודה ווי פריער דערמאנט!

דער מציאות איז אז א מענטש פילט סעטיספעקשען אין לעבן ווען ער עקאמפלישט עפעס! און היות דאס איז א נפשיות'דיגע געפיל, איז א מענטש מיט א רוחניות'דיגע געפיל וועט שפורן דעם שטארקן עקאמפלישמענט בעיקר נאר ווען ער טוט דאס וואס ער קען ווען באווייזן לויט זיינע השגות דוקא אין רוחניות. דאס איז אבער זייער אסאך מאל נאר א טרעפ! א איד דארף טאקע פראבירן דאס בעסטע צו שטייגן און טון וואס ער פארשטייט און מ'האט אים געלערנט אז דער בוכ"ע וויל, אבער מ'דארף אויך אנערקענען אז די מצב אין וואס מ'איז "דאס" איז וואו דער רבוש"ע האט דיך יעצט געלייגט, און "דארט" וויל ער האבן דיין ביסל עבודה וואס איז יא מעגליך, און דוקא דאס ברענגט אים א נח"ר!

און באמת אז מ'טראכט אריין, אין פשוט'ן גשמיות'דיגן עולם ה'ביזנעס איז בעצם די זעלבע, כ'האב אמאל געהערט פין א גרויסן ביזנעסמאן, אז א מענטש דארף זיך קענען אויסרעכענען און אומגיין מיט זיין פריוואטן לעבן אלס א חלק פין זיין ביזנעס, וויל אז נישט האט ער קיינמאל נישט קיין לעבן! ווייל ביזנעס איז נישט א באזונדערע זאך, וואס ווען מ'ווערט פארטיג דערמיט, דעמאלטס קומט מען אהיים און מ'פארברענגט מיט די משפחה, נאר מ'איז כסדר פארנומען דערמיט, און אויב מ'ווארט אז מ'זאל ענדיגן, און דעמאלטס וועט מען שוין האבן צייט פאר אלע אנדערע משפחה און פערזענליכע זאכן, איז דאס נישט מער ווי א אומרעאליסטישע און אומאויסגערעגנטע חשבון, ווייל אפי' אויב איינער איז עושר, איז אוהב כסף לא ישבע, און מ'ווערט פארשלעפט דערין אן קיין עק.

און די נקודה איז באמת עמוק עמוק! די סטראגלס אין לעבן סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, איז נישט "אויסער די לעבן", ס'איז נישט א באזונדערע זאך, נאר היינו הך! "דאס איז דאס לעבן"!!

און מ'קען דאס בעסער באמערקן ווען מ'באטראכט א צווייטן, למשל א עושר אדער להבדיל א צדיק, אונז קוק מיר זיי אן ווי סוקסעספולע מענטשן, אמער זיי האבן עקאמפלישד! ווי ווייניג וויסן מיר וויפיל די מענטשן האבן א גאנץ לעבן זייערע געסטראגעלט אנצוקומען אדער אנצוהאלטן זייער פאזיציע! און בין כך ובין כך איז ער געווען וואס ער איז געווען..

בנוגע צו אייך פערזענליך טייערער איד, איך מוז אייך זאגן אז כ'בין באמת נתפעל! ווי אנדערע דא האבן שוין ארויסגעברענגט, די עצם תשוקה אייער צו שטייגן העכער, די עצם שפורן אז כ'קען זיין בעסער, איז א געוואלדיגע זאך, און מי יתן והי' ‏אז דער אויבערשטער זאל אייך טאקע געבן די סייעת דשמיא און איר זאלט נאך אמאל קענען אנקומען צו וואס אייער אינערליכע שאיפה איז.

אבער אדערווייל, דארפט איר וויסן אז ווילאנג איר האלט אן קביעת עתים לתו‏רה לויט אייער מעגליכקייט, און איר דאווענט 3 מאל א טאג, און איר פראבירט מקיים צו זיין תורה ומצוות לויט אייער מעגליכקייט, דאן זענט איר דער בעסטער איד וואס איר קענט יעצטזיין, און דוקא פין דעם האט דער אויבערשטער הנאה! און דאס איז עפעס וואס די מלאכי מעלה קענען נישט צושטעלן, און אודאי ווער רעדט נאך אז ביים דאווענען גיבט איר טאקע א קרעכטס אז הלואי ווען איר קענט ווען זיין נאכמער, דאס איז פונקט וואס דער אויבערשטער וויל פין אייך!

אבער ח"ו נישט דאס נעמען אלץ א מהלך אז דאס וואס/וואו כ'בין יעצט איז נאר בדיעבד, נאר פשוט‏ א איד מעג און דארף אלעמאל שטרעבן צו ווערן בעסער, און מיר ווייסן אלע פין פריערדיגע צדיקי עולם וואס האבן זיך כסדר מתמרמר געווען ווי ווייט זיי זענען נאך פין שלימות, און כאטש מיר קוקן עס אן ווי אן עניוות, איז דאס אבער מטבע הדברים וואס דער אויבערשטער האט מטביע געווען אין די תורה אז זי איז אזוי גרויס אז מ'קען עס טאקע קיינמאל נישט ענדיגן און קונה זיין בשלימות, און יעדע אידישע נפש וואס באשר הוא שם ציעט צום שלימות, זאל טאקע אלעמאל קענען שפורן אז ער האט נאך וואס צו משלים זיין.

איין נקודה'לע וואלט איך מציע געווען אפשר אויב איר טוט דאס נאכנישט, ע"ד ווי ר' ישראל סאלאנטער‏ זי"ע האט אמאל געזאגט פאר א איד וואס האט נישט געהאט מער ווי א האלבע שעה צייט צו לערנען, אז ער זאל לערנען מוסר, און דאדורך וועט ער געוואויר ווערן אז ער האט יא מער צייט.. והיינו, אויב איר קענט ווען אין די ביסל צייט וואס איר האט יא אריינשטופן אביסל חובת הלבבות און חסיד'ישע ספרים וואס גיבן דעם באלאנס צווישן אמונה, ביטחון, השתדלות און חיזוק, אזוי אז אין סיי וועלכע מצב מ'איז זאל מען אלעמאל געדענקן אז מיר זענען דא אויף די וועלט ווייל דער אויבערשטער האט אונז דא אראפגעשיקט 'בעל כרחך אתה חי',  די נשמה האט נישט געוואלט.. און די מצב אין וואס מ'איז איז אלעמאל א חלק דערפין, וועט איר למעשה פארדינען דערפין נישט נאר לערנען לורה, נאר אויך אסאך חיזוק און מנוחת הנפש בע"ה.

און א פראקטישע עצה ווילאנג איר זענט אין דעם אנגעשטרענגטן זמן, ס'איז גאנץ קלאר אז די נעגעטיוויטי וואס נעמט איבער א מענטש, קומט מער צום אויסדרוק ווען מ'שלאפט נישט גענוג, דערום איז כדאי וויפיל מעגליך צו פראבירן שלאפן געהעריג, און לכה"פ שלאפן אין ערשטע שעות פין די נאכט וואס כידוע רוען מער אויס ווי די זעלבע סכום שעות אויב איז עס אין צווייטע העלפט פין די נאכט.‏

ווידער וועגן אייער‏ ביזנעס בעצם, דערהער איך צווישן די שורות אז חוץ דזשענערעל עדווייס עס נישט אויפצוגעבן, האט איר נישט געהעריג קיין מאראלישע אדער פראקטישע אנוויזונגען און חיזוק אנצוגיין דערמיט, און דאס גיבט צו צו אייער סטרעסס, אויב איז דאס אמת, דאן וואלט געווען אן עצה אז איר זאלט רעדן צו א גוטן ביזנעס קאנסולטענט וואס קען אייך העלפן מאכן א שטיקל פלאן און/אדער קלארקייט וואו איר שטייט, און וויאזוי דורכצושטופן די תקופה און קענען עכ"פ האבן אויף ברויט מיט פוטער וכדו', און דאס קען זייער אסאך צוהעלפן צו זען בעסער און שנעלער די ליכטיגקייט ביים ענדע פינעם טונעל בע"ה, פין פערזענליכע עקספיריענס איז עס ווערט יעדע פעני אפי' אויב ס'קאסט געלט (פארשטייט זיך בתנאי אז יענער איז צפעציפיש גוט פ"וו איר דארפט, לדוגמא איר דארפט נישט יעצט קיין 'מארקעטינג עקפערט', נאר א ביזנעס יועץ און קאוטש וכדו', און איר דארפט קענען שפורן נאך איין שמועס אז יענער רעדט צו אייך).

און אוודאי און אוודאי ס'איז אך למותר צו זאגן, אז אויב ס'איז שייך, זאלט איר זיך שאפן א קשר מיט א ערליכן קלוגן מורה דרך וכדו', וואס דאס אליינס קען טראגן א מענטש זייער ווייט, און איז מן הסתם דער פשוט'ער אפטייטש היינטיגע צייטן אויף דעם 'עשה לך רב והסתלק מן הספק', אז א מענטש ווייסט אז וואס אימער ער האט א ספק פרעגט ער און טוט לויט א דעת תורה, און ער האט שוין דערמיט אליינס געטון וואס דער רבוש"ע וויל פין אים‏, און מ'פארדינט פין דעם א באזונדערע סייעת דשמיא און רואיגקייט מיט'ן אויבערשטנס הילף.

אסאך הצלחה און סייעת דשמיא‏!!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
איד_איד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד_איד »

fiena nieas האט געשריבן:אז דו זיכסט א גיטע יוד עצה איך דיר צו גיין צו כ"ק אדמו"ר מטשארנאבל שליט"א

ווער איז דאס? ווי וואוינט ער? איך בין זייער אינטערסירט צו גיין אהין.
איד_איד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד_איד »

א יישר כח הרב אבערוואס, פון דיין תגובה שיינע ארויס דיין איידעלקייט און גוט הארץ.

עס איז כמים כרים על נפש עייפה.
שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטסמאן »

הרב איד איד, I feel your pain! האב איך נישט יעצט די קאפ אויפן פלאץ צו שרייבן א חיזוק בריוו, אבער אויב ליינסטו ענגליש וואלט איך רעקאמענדירט חובות הלבבות שער הבטחון מיטן פירוש פון ר' אביגדור מיללער ז"ל (יעדע שער איז אן עקסטערע באנד), וואס וועט דיר געבן גאר שטארקע חיזוק אי"ה.
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

הרב איד איד! הלואי אויף מיר אזא אפענע פעדער.............. wow
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אבערוואס, אייער שמועס האט מיר מחי' געווען.
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

שמואל בארג האט געשריבן:אבערוואס, אייער שמועס האט מיר מחי' געווען.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איד_איד האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:אז דו זיכסט א גיטע יוד עצה איך דיר צו גיין צו כ"ק אדמו"ר מטשארנאבל שליט"א

ווער איז דאס? ווי וואוינט ער? איך בין זייער אינטערסירט צו גיין אהין.

ער וואוינט אין ב"פ א קליגער וואוילער יוד זייער ווארעם און ערליך
12 קארנער 41
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

ר איד_ איד
זיך שפירן אין אזא מצב ווי איהר שפירט זיך זאלט איהר געדענקען איהר זענט העכער פון משה רבינו דאס איז נישט מיינע ווערטער דער הייליגער חקל יצחק האט אזוי געשריבען אין דער ווארט באגלייט מיר יעדען טאג
דער הייליגער חקל יצחק פרעגט די באקאנטע שאלה
סשטייט ומשה עניו מכל האדם אשר מעל פני האדמה
פרעגט ער צוויי קשיות
איינס איז משה טאקע געוועהן אזא נער האט ער נישט געזעהן אז פון אלע יודען רעדט ער מיט אויבערשטען ווי אזוי האט ער זיך געהאלטען קלענער פון א צווייטען
צוויי פרעגט ער פארוואס שטייט "מעל" פני האדמה
אין נישט "על"
ענפערט ער מורידיגע ווערטער
סשטייט דער אויבערשטער האט גענומען משה רבינו פאר זיין פטירה אין איהם געוויזען יעדען דור ביז משיח'ס טאג
משה רבינו האט געזעהן א יוד ווי ר' איד_איד אין אנגעהויבן וויינען רבונו של עולם קוק אויף ר'איד_איד ער האט דיר קיינמאל נישט געזעהן ער האט ניטאמאל געזעהן איינער וואס האט דיר געזעהן פלאגט זיך צו ברענגען פרנסה אין סאיז נישט גרינג וויל זיין בשמחה אין סאיז נישט גערינג דאך מיטן פילסטן תמימות טוט איהם וויי אז ער פיהלט אז ער דינט טוט נישט גענוג, איך משה רבינו איך רעדט צום אויבערשטען יעדען טאג קען איך איהם דען נישט דינען, אבער ר' איד_איד...
וועגען דעים האט משה געזאגט "מעל" אין נישט "על" וואס זענען יעצט דא, "מעל" דעי יודען וואס זענען העכער זיי זענען נאכנישט דא
ר'איד_איד
משה רבינו האט געהאלטן איהר זענט גרעסער פון איהם...
סאיז זייער שווער אבער מטאר זיך נישט פארלירן א מענטש קען אין א מענטש דארף דורכברעכען
יעדע מענטש האט כוחות פאר איינער דארט עס לענגער אין פאר איינער שנעלער
מדארף זיך האלטן שטארק אין דורכפאהרן די שטורעם
יעדע שטורעם ענדיגט זיך
מדארף געדענקען אינז טוהען וואס מיר קענען דער באשעפער וועט טוהן דאס איבריגע
איך רעד צו מיר אליין אויכעט
עס טוט וויי אסאך מאל פיהלט מען קיינער וועט נישט פארשטיין אדער צו וועים איך וועל עס זאגען וועט עס אנקוקען ווי א חוזק אין נישט פארשטיין
זייער וויכטיג צו טרעפען דער וואס וועט יא פארשטיין אין נישט מורא האבען צו זאגען וואס מפיהלט
אין אוואדאי זיך נישט אראפקלאפן אין טראכטען אז מאיז גארנישט ווערט
דאס איז דאך די ערגסטע
ר'איד_איד איהר האט געפענט א אשכול אבער איך קוק עס אן ווי א טויער פאר כלל ישראל
יודען מאכען מיט און דארפען עקסטרע חיזוק עס איז נישט גרינג אבער מקען אין מדארף זיין בשמחה
לעצט פארראכטן דורך גראף פאטאצקי אום מאנטאג מארטש 26, 2018 1:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

גלות, גלות, ווי גרויס בוסטו?
שכינה הקדושה ווי ווייט בוסטו?
וואלט דער גלות קלענער געווען
וואלט די שכינה נענטער געווען
איך זעה אז יעדען ציפט דא די זעלבעיגע מאר לעסס
וירא אלקים את בני ישראל וידע אלקים
אין גלות מצרים איז מען געווען הללו והללו
אבער וידע אלקים דער ביטער געפיל האט דער אייבערשטער געזען
און טאקע דעמאלט בתוקף השעבוד
ווען סהאט נישט אויסגעזען ווי עפעס טשענדזשעס גיין געשען
ווייט אוועק אין מדבר האט הקב"ה גערעדט צו משה ביים סנה
און געזאגט ראה ראיתי את עני עמי , כי ידעתי את מכאוביו
אבער קיינער האט נישט געוואוסט דערפון

אפשר רעדט שוין יעצט דער אייבערשטער צו אונזער גואל
Who knows
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

אַבּערוואַס האט געשריבן:די חברים דא האבן שוין ארויסגעברענגט עטליכע נקודות,

אסאך הצלחה און סייעת דשמיא‏!!


רייד געשריבן בהשכל ודעת
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4320
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

גראף פאטאצקי האט געשריבן:ר איד_ איד
זיך שפירן אין אזא מצב ווי איהר שפירט זיך זאלט איהר געדענקען איהר זענט העכער פון משה רבינו דאס איז נישט מיינע ווערטער דער הייליגער חקל יצחק האט אזוי געשריבען אין דער ווארט באגלייט מיר יעדען טאג
דער הייליגער חקל יצחק פרעגט די באקאנטע שאלה
סשטייט ומשה עניו מכל האדם אשר מעל פני האדמה
פרעגט ער צוויי קשיות
איינס איז משה טאקע געוועהן אזא נער האט ער נישט געזעהן אז פון אלע יודען רעדט ער מיט אויבערשטען ווי אזוי האט ער זיך געהאלטען קלענער פון א צווייטען
צוויי פרעגט ער פארוואס שטייט "מעל" פני האדמה
אין נישט "על"
ענפערט ער מורידיגע ווערטער
סשטייט דער אויבערשטער האט גענומען משה רבינו פאר זיין פטירה אין איהם געוויזען יעדען דור ביז משיח'ס טאג
משה רבינו האט געזעהן א יוד ווי ר' איד_איד אין אנגעהויבן וויינען רבונו של עולם קוק אויף ר'איד_איד ער האט דיר קיינמאל נישט געזעהן ער האט ניטאמאל געזעהן איינער וואס האט דיר געזעהן פלאגט זיך צו ברענגען פרנסה אין סאיז נישט גרינג וויל זיין בשמחה אין סאיז נישט גערינג דאך מיטן פילסטן תמימות טוט איהם וויי אז ער פיהלט אז ער דינט טוט נישט גענוג וועגען דעים האט משה געזאגט מעל נישט על וואס זענען יעצט דא מעל זיי זענען העכער זיי זענען נאכנישט דא
ר'איד_איד
משה רבינו האט געהאלטן איהר זענט גרעסער פון איהם...
סאיז זייער שווער אבער מטאר זיך נישט פארלירן א מענטש קען אין א מענטש דארף דורכברעכען
יעדע מענטש האט כוחות פאר איינער דארט עס לענגער אין פאר איינער שנעלער
מדארף זיך האלטן שטארק אין דורכפאהרן די שטורעם
יעדע שטורעם ענדיגט זיך
מדארף געדענקען אינז טוהען וואס מיר קענען דער באשעפער וועט טוהן דאס איבריגע
איך רעד צו מיר אליין אויכעט
עס טוט וויי אסאך מאל פיהלט מען קיינער וועט נישט פארשטיין אדער צו וועים איך וועל עס זאגען וועט עס אנקוקען ווי א חוזק אין נישט פארשטיין
זייער וויכטיג צו טרעפען דער וואס וועט יא פארשטיין אין נישט מורא האבען צו זאגען וואס מפיהלט
אין אוואדאי זיך נישט אראפקלאפן אין טראכטען אז מאיז גארנישט ווערט
דאס איז דאך די ערגסטע
ר'איד_איד איהר האט געפענט א אשכול אבער איך קוק עס אן ווי א טויער פאר כלל ישראל
יודען מאכען מיט און דארפען עקסטרע חיזוק עס איז נישט גרינג אבער מקען אין מדארף זיין בשמחה

מורא'דיגע ווערטער האר גראף! די חיזוק וואס די שרייבסט איז נוגע פאר יעדן איד און יעדן זמן!
אילו בשביל זה דיינו אז דער גראף זאל אריינקומען אין אייוועלט........
אמת'דיג א שכוח! גיי אן
יעצט פארשטיי איך שוין אויך ווי נאך אלע קלעפ דא אויף אייוועלט האסטו נאך געהאט די שטארקייט אנצוגיין ווייל אז מען איז אזוי אויסגעקאכט אין ספרי חסידות וכו' ווערט מען נישט צובראכן פון א דורכפאל.
און נאכאמאל.. שכוח........
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

ר' איד איד אויב איז ריכטיג איר האט א גוט געשעפט מיט גוטע פאטענשאל אפשר איז כדי אריינצונעמען א געלד שותף
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

Amazing האט געשריבן:ר' איד איד אויב איז ריכטיג איר האט א גוט געשעפט מיט גוטע פאטענשאל אפשר איז כדי אריינצונעמען א געלד שותף

דאס זאל זיין אייערע לעצטע אפשען, ווייל אויב יעצט האסטי כאטש די פאר שעה צי שלאפען, וועסטי מיט א "שותף" דאס אויך פארלירען
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”