לימודים לדעת ביודיש.

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קצה

תגובהדורך נשמה » מיטוואך מאי 16, 2018 3:08 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

הגלות והגאולה מאירין סוד היחוד בנשמת כללות ישראל.

ער האט דארט א גאנצע זאך, עיין שם.

שער שלישי חובת הדעת.

אונטער דעם טיטל "חובת הדעת" ליגט (לויט ווי איך וויל זאגן) די ווייטאג פון א אומגעשריבענער חובת האברכים פון הרה"ק מפיעסעצנא זצ"ל. הכשרת האברכים איז נאר געווען אן הקדמה צום גרויסן ספר חובת האברכים וואס איז ליידער נישט צושטאנד געקומען. דער מחבר פונעם ספר 'לימודים לדעת', זוכנדיג זעהט אויס נפש, האט אים דעם פיאסעצנאר זצ"ל באלאכטן זיין דורשטיגע נשמה. אויף אזוי ווייט, אז ער האט א נאמען געגעבן א קינד נאכן פיעסאצנא זצ"ל.

פתיחה לשער שלישי: הגוף ודחיפותיו

ער שרייבט אז ס'דא צוויי סיבות עיקריות פארוואס היינטיגע צייטן ווערט שווער אויפגענומען עבודת השי"ת. די ערשטע זאך ווייל מ'ווייסט נישט וויאזוי מעורר צו זיין דעם נפש, נאר מ'צווינגט עס. יעצט, וואס מיינט מ'ווייסט נישט וויאזוי צו מעורר זיין דעם נפש? די כלל איז, אז מיר, זייענדיג עקזיסטירענד, און וויסנדיג אז מיר זענען עקזיסטירענד, בעסער געזאגט, זייענדיג א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ, ווילן מיר זיך וויסן אין דעם עקזיסטענץ, וואס מיר זענען. נאר מיר ווייסן נישט דעם כלל. מיר מיינען, אז כדי צו זאגן תהלים, דארפן מיר זיך צווינגען. דו מוזט!!! אזוי ווי לאמיר זאגן א מענטש וואס שטופט א אויסגעלאשענע קאר, און ער ווייסט נישט אז מ'דארף עס אנצינדן וועט עס וועלן פארן, הגם מ'דארף עס נאכדעם דרייווען. אזוי אויך ווייסן מיר נישט די זאך, אז אונזער עקזיסטענץ וויל עפעס, און וואס זי וויל.

און די צווייטע זאך זאגט ער איז: אז מ'טראכט אז ס'איז נישט מעגליך צו האבן "עונג נפשי", בעבודת השי"ת. און אז מ'איז געצווינגען צו לעבן א חיי צער ועינוי, אויב מ'וויל עס יא טון. און מ'פיהלט אז מ'עט נישט קענען אנגיין אזוי. דאס קומט אויך ווייל מ'האט נאכנישט געכאפט וואס עקזיסטענץ וויל. און פון וואס עקזיסטענץ האט "עונג".

ולזה ביארנו בשני השערים הראשונים אמיתת ענין העבודה, שהיא דייקא עם הנפש וסיפוקה, ואינה ענין של כפיה כלל. דערפאר האט ער מסביר געווען אין די ערשטע צוויי שערים, אז די ריכטיגע אופן פון עבודת השי"ת איז דייקא דאס וואס עקזיסטענץ וויל. און ס'האט גארנישט צו טון מיט צווינגען. און נישט נאר דאס, נאר ער האט אויפגעוויזן בעזהשי"ת (נישט אז מ'זאל עס פארשטיין מיט שכל, אז אזוי דארף עס זיין. נאר experience for your self, קומט און איבערצייגט אייך אליין) אז די איינציגע וועג פון האבן וואס עקזיסטענץ וויל באמת, איז דייקא ווען מ'דינט דעם אייבערשטן צו האבן דאס וואס עקזיסטענץ וויל. ושכל שאר מיני עונג הם רק חילוף דמיוני.

וכיון שעיקר עבודת השי"ת היא דייקא עבודת הנפש, להעתיקה ממקום שנבלעה, ולהעלותה ולהשרישה ב'מציאותיות' גבוהה ואמיתית של אלוקותו ית'.
וויבאלד עבודת השי"ת איז דייקא מיטצוארבעטן מיט די ווילן פון אונזער עקזיסטענץ. וואס מיינט להעתיקה ממקום שנבלעה? וויאזוי עקספיריענסד א מענטש וואס זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז איינגעשלינגען ערגעץ? די פלאץ וואס ער ווייסט אז ס'האלט אים אין עקזיסטענץ, די כלים וואס ער האלט אז זיי באוואוסטזיניגן אים אויף עקזיסטענץ, איז די נישט ריכטיגע כלים, ער איז איינגעשלינגען אין די נישט ריכטיגע פלאץ. זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז איינגעשלינגען דארט. אבער ער מיינט אז פון דארט נעמט מען עקזיסטענץ.

לכן נשתדל בעזרת השי"ת, ער וויל געבן עצות וואס מ'קען טון, צו מאכן אז אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט זאל זיך אוועקרוקן פון די נישט ריכטיגע כלים, און טרעפן כלים אמיתיים הווים וקדושים, אז דער מענטש זאל וויסן די ריכטיגע פלאץ, די ריכטיגע כלים, וואס האלט אים אין עקזיסטענץ. און מיט דעם וועלן מיר וויסן אונזער עקזיסטענץ בצורה טהורה. און אזוי ארום האבן עונג נפשי אמיתי.

אין הערה רנג זאגט ער: אז פלאג איז נישט די זאך וואס געט צער פאר א מענטש. פלאג איז נישט די זאך וואס צוימט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. עינוי נפש און צער, קומט ווען עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ווערט געצוימט, אבער אויב בשעת מ'פלאגט זיך, ווערט מען מער און מער באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ, דאן האט מען מער און מער תענוג וסיפוק.

אין הערה רנד טענה'ט ער, אז מלחמת היצר (ער האט אויף יעדע זאך א הגדרה) מלחמת היצר טענה'ט ער, איז נישט נאר "טו מצוות און לויף אוועק פון עבירות", באמת, אין עומק, איז עס, איך שלאג מיך וויאזוי מיין עקזיסטענץ זאל וויסן אז זי עקזיסטירט. אויב מיין עקזיסטענץ ווייסט אז זי עקזיסטירט ווייל זי האט זיך אנגעטראפן מיט כלים קדושים וואס האבן איר באוואוסטזיניגט אויף איר ריכטיגע עקזיסטענץ, וועט זי אוודאי ווייטער בוחר זיין בקדושה ומצווה.

אויב אבער חלילה מיין עקזיסטענץ ווייסט אז זי עקזיסטירט ווייל זי האט זיך אנגעטראפן מיט כלים נמוכים, כלים חומריים, און פון זיי ווייסט זי אז זי עקזיסטירט. קען זי מער נישט בוחר זיין בקדושה, קען זי מער נישט אויפהערן צו וויסן אז כלים נמוכים קענען געבן א זיסע טעם, ווייל זי וועט עס טון 'בדרך כפיה', דער מענטש וועט זיך צווינגען צו בוחר זיין בקדושה. "וואס האב איך מיט קדושה" שרייט די עקזיסטענץ? פונקט אזוי ווי דער צדיק שרייט "איך עקל מיך פון עבירות, איך האלט נישט אויס חלילה אן עבירה", אזוי אויך זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט שרייט "מיין עקזיסטענץ איז דייקא פון שפלות, פארוואס זאל איך זאגן תהלים, פארוואס זאל איך דאווענען, וואס איז דען א שבת קודש? וואס איז דען א בלאט גמ'? וואס איז טון דעם רצון השי"ת?" זי ווייסט דאך פון וואו מ'נעמט "עקזיסטענץ". די ריכטיגע "סחורה". זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ווייסט.

אבער אויב איך וויל עכט פון היינט און ווייטער בוחר זיין בטוב, אויב איך וויל עכט פירן א מלחמה מיט מיין יצר הרע, דארף איך זעהן, אז מיין עקזיסטענץ זאל ווערן באוואוסטזיניגט, פון כלים קדושים. כלים הווים ואמיתיים, כלים וואס באוואוסטזיניגן מיך אויף מיין אמת'ע עקזיסטענץ וואס איך בין. און שאפן א קשר מיט אזאנע כלים קדושים אמיתיים. און איר אפהאקן פון כלים גשמיים נמוכים. אויב איך וועל איר אויפהערן צו ליפערן ענערגיע פון כלים נמוכים. און זי וועט זיך זעהן אז זי ווייסט נישט איר עקזיסטענץ, און וויבאלד איך, זייענדיג אן עקזיסטענץ, וויל איך וויסן מיין עקזיסטענץ, און דא געב איך איר נאר, כלים קדושים, וועל איך אוודאי אויפהערן צו טון נאר good appropriate behavior. ווייל דער עיקר איז "פון וואו נעמט מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין איר וויסן אז זי עקזיסטירט?"

ובאמת, (שאקל דיך, שאקל דיך) חייב האדם לשמור נפשו מאוד מכלים נמוכים שלא תתבלע בתוכם. איך דארף מיך זייער אפהיטן נישט צו ווערן באוואוסטזיניג אויף מיין עקזיסטענץ, פון כלים נמוכים, ווייל אויב איך קום צום נישט ריכטיגן טעם, וועט מיך זיין זייער שווער ארויסצוקריכן דערפון. ודא עקא (וויינט ער, איי, איי) שבנערותו של האדם נפשו כבר נאחזה ונתקעה בכלים דמיוניים שפלים. וקשה עליו שוב לקשרה בקדושה. אפילו מ'כאפט נישט, אבער די עקזיסטענץ ווייסט זיך, און איז צוגעבינדן צו פאלשע כלים, (פאלש מיינט, אז זיי באוואוסטזיניגן מיך אויף מיין נישט ריכטיגע עקזיסטענץ), און ס'איז זייער שווער איר צו ערקלערן, אז "מיסטער, דאס איז נישט דיין ריכטיגע עקזיסטענץ". וכמי שמילא כריסו במאכלים רעים, שאי אפשר לו למלאו עוד במאכלים בריאים.

ענדיגט ער מיט א געבעהט. ולכן צריך האיש הישראלי לירא מאוד בנפשו, שלא תתבלע בכלים נמוכים. איך דארף מורא האבן, אז איך זאל נישט ווערן צוגעבינדן צו כלים נמוכים, צו כלים וואס באוואוסטזיניגן מיך מיין נישט ריכטיגע אמת'ע עקזיסטענץ, ויראה זו היא אמיתת ענינה של יראת חטא. די הגדרה פון יראת חטא איז: נישט ווערן באוואוסטזיניג אויף מיין עקזיסטענץ פון כלים נמוכים.

ביזן קומענדיגן שיעור וואלט איך געטראכט, אויף וואס איך דארף שטעלן מיין מלחמת היצר.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רד

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 17, 2018 2:42 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

לאמיר גיין צו דחיפות הגוף הפכיות לגמרי מתשוקותיה של הנפש.

איך וועל נאכשרייבן וואס ער שרייבט. און עס מסביר זיין וויפיהל איך פארשטיי. די איבעריגע לאז איך פאר די ליבע ליינער צו פארשטיין בעזרת השי"ת.

א. הנפש משתוקקת להשיג 'שלימות' - והגוף נוטה ל'חסרון'.

ווען א מענטש עקספיריענסד ווי ער גליסט זיך צו וויסן א סארט עקזיסטענץ וואס ס'ווייסט זיך אז דאס איז אן עקזיסטענץ וואס האט נישט קיין העדר, ס'פעהלט נישט דערפון, ווי ער גליסט זיך צו וויסן אן עקזיסטעץ וואס ס'ווייסט זיך אים אז דאס איז 'שלימות', זאל ער וויסן אז דאס קומט פון זיין עקזיסטענץ אנעם גוף. ווען דער מענטש פילט אז ס'איז גוט זיך צו וויסן אן עקזיסטענץ וואס ס'ווייסט זיך אז דאס איז העדר, זאל ער וויסן אז דאס קומט פון דחיפת הגוף.

ב. הנפש נכנעת לסוד שלמעלה ממנה - והגוף מתגאה בגילוי עצמיותו הריקנית.

ווען א מענטש עקספיריענסד אז ער ווייסט זיך אן עקזיסטענץ, אויף אן אופן, אז ער איז א חלק פון א געהיימע עקזיסטענץ וואס איז העכער ווי די עקזיסטענץ וואס ער ווייסט זיך יעצט, און ער ווערט צו דעם נכנע און בטל, דאן זאל ער וויסן אז אט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, קומט פון זיין נפש, אן דאס אריינמישונג פון זיין גוף. אבער ווען א מענטש זעהט זיך באוואוסטזיניג אין אן עקזיסטענץ, אויף אן אופן אז ס'ווייסט זיך נישט ביי אים, אז דאס באוואוסטזיניגט זיך פון א העכערע עקזיסטענץ, נאר אלעס וואס ער ווייסט איז, אז נאר דאס עקזיסטירט, און ער ווייסט זיך עקזיסטענץ נאר טאקע פון דעם אליין. מיניה וביה, דאן זאל ער וויסן אז דאס קומט פון דאס אריינמישונג פון זיין גוף אינעם עקזיסטענץ-באוואוסטזיין.

ג. הנפש מתאווית לעונג והנאה (pleasure oriented) - והגוף איז אינטערעסירט רק להינצל מעמל וטירחא (comfort seeking).

ווען מיר זעען זיך וויסן אין אן עקזיסטענץ, וואס גליסט זיך צו וויסן מער און מער אין עקזיסטענץ, אזוי ווי א מענטש וואס וויל אריינכאפן נאך און נאך, ווייל יעדע כאפ באוואוסטזיניגט אים מער און מער זיין עקזיסטענץ. ווייסן מיר אז די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט קומט פונעם נפש, אבער ווען מיר טרעפן זיך וויסן אונזער עקזיסטענץ, אויף אן אופן אז ס'שלעפט צו רוען, און נישט ארויסברענגען כוחות אל הפועל, דאן ווייסן מיר אז דאס קומט פונעם גוף וואס מישט זיך אריין.

ועיין בהערה רנז. ווי ער ענדיגט ודו"ק בזה שהוא עמוק ונחוץ להבינו. די חילוק צווישן נייחא פנימית וואס געט הנאה, און די חילוק צווישן נוחיות גופנית איז, אז נוחיות גופנית איז א בחינה פון במתים חפשי, די עקזיסטענץ וויל זיך נישט וויסן מער און מער, אדרבה זי וויל רוען. וועלן האבן מער און מער מנוחה, איז נישט די זעלבע ווי אן עקזיסטענץ וואס וויל זיך וויסן מער און מער.

ד. הנפש פיקחת ומכירה בתכליתה ובמה שגבוה ממנה - והגוף הוא סומא ורואה רק מה שבתחומו החומרי.

ד. מיר קוקט אויס אז ד, איז מער מסביר ב. איך דארף נאך דא פארשטיין מער.

ה. הנפש שואפת לזיכוך וטהרה - והגוף נמשך לכיעור וחשכות.

דאס גאנצע הבדלה ביי אונז, אז ס'דא ווען מ'ווייסט זיך אן עקזיסטענץ וואס איז 'ריינער, לויטער', און ס'דא ווען מ'ווייסט זיך אין אן עקזיסטענץ וואס איז מער 'פארגרעבט, טונקל', קומט ווייל מיר האבן אמאל זיך געוואוסט מער מצד דעם נפש, און אמאל ליידער מער מצד דעם גוף. ווען מיר טרעפן זיך וויסן אונזער עקזיסטענץ אויף אן אופן אז דאס ציהט זיך צו וויסן נאך און נאך לויטערקייט און ריינקייט, ווייסן מיר אז דאס קומט פונעם נפש, ווארן נאר די גוף מאכט אז מיר זאלן זיך וויסן עקזיסטענץ וואס ווערט פארשטאנען אלץ נישט לויטער און נישט ריין. אבער אויב איך טרעף מיך וויסן אן עקזיסטענץ וואס ציהט חלילה צו פארגרעבטקייט, און חשכות ווייס איך אז מיסטער גוף איז אין טשארדזש.

ו. הנפש שופעת חיים מתחדשים תמיד - והגוף מזדקן וחיותו מתמעטת ומתדעכת.

ווען מיר זעען אז מיר ווייסן זיך עקזיסטענץ, אויף אן אופן אז מיר האלטן זיך אין איין באוואוסטזיניגן אויף נייע און נייע עקזיסטענץ, וואס מיר פארשטייען אז א רגע פריער האבן מיר זיך נישט געוואוסט אין דעם עקזיסטענץ. דאן ווייסן מיר אז דאס קומט פונעם נפש, אבער אויב מיר זעען זיך וויסן אן עקזיסטענץ וואס טוישט זיך נישט, ווייסן מיר אז די גוף האט זיך אריינגעמישט. אדער קען עס קומען פון כלים וואס זענען נישט הווים, אמיתיים, וזך. אבער דא רעדן מיר פונעם גוף.

ז. הנפש מרגישה עצמה נצחית ולמעלה מהגבלה - והגוף במהותו היא הגבלה בתוך תחום עצמיותו.

ווען ווייסן מיר אז די עקזיסטענץ אין וואס מיר ווייסן זיך סייווען, ווען ווייסן מיר, אז אט די עקזיסטענץ קומט פונעם נפש, ווען ס'ווייסט זיך אויף אן אופן פון נצחית, און אומבאגרעניצט, דאן ווייסן מיר אז דאס קומט פונעם נפש. אויב אבער ווען מיר ווייסן זיך אין עקזיסטענץ, ווייסט זיך עס אויף אן אופן 'באגרעניצט', 'נאר דאס'. דאן ווייסן מיר אז דאס קומט פונעם גוף. די גוף מאכט אז עקזיסטענץ וואס ווערט באוואוסטזיניגט זאל זיך באוואוסטזיניגן אויף אן אופן פון 'נאר דאס און נישט מער'. איך האב גרעניצן.

ח. הנפש מכובדה ותוכנית - והגוף זול וריק.

ווען מיר ווייסן זיך עקזיסטירנד, אויף אן אופן אז דאס ווייסט זיך מיט א "וועליו", דאס איז אן "עקזיסטענץ". ס'דערהערט זיך עפעס. ס'האט אין זיך. ס'מאכט סענס. ס'עקזיסטירט זיך. "דאס איז עס". דאן ווייסן מיר אז דאס קומט פונעם נפש. אבער אויב מיר ווייסן זיך עקזיסטענץ אויף אן אופן פון "גארנישט ווערד". low self esteem. (נישט אז מ'דארף ארבעטן צו האבן סעלף עסטים, נאר מ'דארף ארבעטן צו טרעפן דעם ריכטיגן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס קומט פונעם נפש און נישט פון דעם גוף) ליידיג! אויסגעליידיגט. קול במדבר. א מטבע וואס מ'שאקלט אין א ליידיגע באטל. ס'גארנישט דא דא. פוסט. ס'פעלט טעם! דאן ווייסט מען אז די גוף האט זיך אריינגעמישט.

ט. הנפש איז אינטערעסירט בהתפשטות כוחותיה - והגוף מושך לתרדמה ומיתה

ווען מיר טרעפן זיך וויסן עקזיסטענץ, אויף אן אופן ווי דאס וויל, מעין הנובע, אזא עקזיסטענץ וואס שטופט ארויסצוגעבן אירע כוחות, דאן ווייסן מיר אז דאס קומט פונעם נפש. אבער ווען מיר טרעפן זיך וויסן אן עקזיסטענץ וואס וויל שלאפן און שטארבן. דאן ווייסן מיר אז די גוף האט זיך דא אריינגעמישט.

י און בעיקר, ווען מיר טרעפן זיך וויסן עקזיסטענץ וואס וויל זיך אויסברייטערן, פארטיפן, העמקת הדעת והרחבתה דאן ווייסן מיר אז דאס קומט פונעם נפש. אבער ווען מיר ווילן זיך אויספלאגן, להסתיר הדעת ולצמצמה קומט עס פונעם גוף. וזוהי, זאגט ער, משום שמהות הנפש הישראלית היא הארת אלוקותו ית"ש, און דאס איז ווייל דער נפש, איז א הארה, א ליכטיגקייט וואס שיינט זיך, פון אלוקותו ית"ש, פון באשעפער ברוך הוא וברוך שמו, שהיא ה'מציאותיות' היחידה החיובית ואמיתית. וואס ער איז די איין איינציגע עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט. אבער דער גוף, איז העדרי ודמיוני = ס'מאכט אז ס'זאל פעלן פון די ריכטיגע עקזיסטענץ. ס'מאכט אז ס'זאל זיך דאכטן עקזיסטענץ וואס איז נישט די עקזיסטענץ. כל ענינו רק להעלים ולהסתיר על ה'מציאותיות' האמיתית של אלוקותו ית'.

ביזן קומענדיגן שיעור בעזרת השי"ת וואלט איך געזעהן, יעדע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס איך בין אין סייוועלכע מינוט, פון וואו קומט דאס? פונעם נפש, אדער די גוף האט זיך דא אריינגעמישט?

והשם הטוב יעזור, וירפא לבבות הנשברות.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רו

תגובהדורך נשמה » פרייטאג מאי 18, 2018 1:49 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

התמזגות הכוחות ההפכיים באדם.


פריער האט ער זיך אראפגעשריבן אז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס קומט פונעם נפש, און וויאזוי עקזיסטענץ, באוואוסטזיניגט זיך ווען די גוף מישט זיך אריין, איז פונקט פארקערט איינע פון די אנדערע. אבער דא זאגט ער, אז די פאקטישע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט אויף וואס איך בין יעצט באוואוסטזיניגט, איז א עירוב ומיזוג של כוחות הפכיים ווייל ס'קומט סיי פונעם נפש, און סיי פון די גוף.

יעצט לדוגמא, אפילו אויב ס'איז אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט פון אות ג., pleasure oriented אז ס'וויל זיך וויסן נאך און נאך אין עקזיסטענץ. (דאס מיינט דאך תענוג) קען זיין אז דער מענטש זאל מיינען, "אה, איך ווייס וואס איך וויל, איך דארף נאך א גלעזעל וויין!" ער כאפט נישט אז א גלעזעל וויין, איז נישט די עקזיסטענץ וואס דער נפש וויל זיך וויסן. אדער לאמיר זאגן אות א., ווען א מענטש זעהט זיך וויסן אן עקזיסטענץ וואס גליסט זיך צו וויסן 'אינגאנצן' אן קיין 'העדר', און דער מענטש מיינט "איך ווייס וואס איך וויל, איך וויל אז מיין קאר זאל זיין אינגאנצן אויפגעקלינט, בשלימות, פערפעקט!" ער כאפט נישט, אז נישט דער סארט שלימות'דיגע עקזיסטענץ וויל זיין נפש וויסן. אדער לאמיר זאגן אות ז., ווען א מענטש זעהט זיך וויסן אין עקזיסטענץ באופן נצחי, ולמעלה מהגבלה. און דער מענטש מיינט "איך ווייס וואס איך וויל, איך וויל אלעמאל געווינען יעדע ארגומענט". ער כאפט נישט אז נישט דאס איז די "נצחית'דיגע, ולמעלה מהגבלה'דיגע עקזיסטענץ" וואס דער נפש וויל וויסן.

אדער לאמיר זאגן אות ח., ווען א מענטש זעהט זיך וויסן אין עקזיסטענץ וואס האט א וועליו, ס'איז אן "עקזיסטענץ" מיט א תוכן!, און ער מיינט, "איך ווייס וואס איך וויל, זיך ארומדרייען מיט א קרוין אויפן קאפ, אז מ'זאל זיך דארפן פיצן די ציין צו רעדן מיט מיר!" ער כאפט נישט, אז נישט דאס איז די וועליו'דיגע "עקזיסטענץ" וואס זיין נפש וויל זיך דערין וויסן. אדער אות ה., ווען א מענטש זעהט זיך וויסן אין עקזיסטענץ וואס ציהט צו ריינקייט, און לויטערקייט, און ער מיינט, "איך ווייס וואס איך וויל, איך וויל זיך וואשן און וואשן און וואשן די הענט". אדער אות ו. ווען א מענטש זעהט זיך וויסן אן עקזיסטענץ וואס האלט אין איין ווערן באנייט, און ער מיינט "איך ווייס וואס איך וויל, איך וויל האבן אגאנצן צייט 'פאן' און 'עקשן'". ער כאפט נישט, אז ער וויל בעיקר וויסן אז זיין עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך ממקור העליון, מכלים הווים זכים ואמיתיים.

די ערשטע זאך וואס דער גוף טוט איז:
אז דער מענטש כאפט נישט אז ווען די נפש גליסט צו עסן, דארף מען עס געבן עסן וואס איז דיזיינט פאר "נפש". האדם תועה לספק שאיפות ותשוקות הנפש על ידי עניני הגוף. - וזהו עיקר ענינינו בהמשך חיבור זה בעזהשי"ת דאס איז דער עיקר וואס ער וויל אויסשמועסן אין די קומענדיגע חלקים פונעם ספר.

און די צווייטע זאך
וואס דער גוף שטערט איז: שהגוף מתגבר על הנפש להשפיע עליה מדחיפותיו ההעדריים, ומעכב בזה עלייתה. נאכדעם איז דא, וואס דער גוף שלעפט אראפ. ס'פארגרעבט. ס'פארטינקלט. אלעס ווי ער האט אויבן אראפגעשריבן. די צעהן זאכן.

האופנים שהאדם מספק שאיפות נפשו על ידי עניני הגוף

זאכן וואס איך דארף אכטונג געבן, ווען איך מערק עס, צו וויסן וואס דער אמת איז. יעדער מענטש ווייסט, און שפירט זיך אין "עקזיסטענץ". די שאלה איז נאר, "וואס ווייסט זיך מיר?" "וואס עקזיסטירט דא"? יעדער מענטש וויל בלייבן אין עקזיסטענץ. די שאלה איז "וואס וויל בלייבן אין עקזיסטענץ?" יעדער מענטש גליסט זיך צו וויסן מער און מער אין עקזיסטענץ. די שאלה איז, "ווער גליסט דעס?" דאס זאגט ער:

א, האדם מייחס 'מציאותיות' - שהוא תשוקת ה'נפש', לעצמיותו הנפרדה בתחומי ה'גוף' - 'אנוכיותו' - בבחינת עבודה זרה. ס'דא ח"ו ווען אין א מענטשנ'ס באוואוסטזיין ווייסט זיך, "מיין לעבעדיגע גוף איז די עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט דא". "מיין לעבעדיגע גוף איז דער וואס וויל בלייבן אין עקזיסטענץ". מיין לעבעדיגע גוף איז דער וואס גליסט זיך צו וויסן מער און מער אין עקזיסטענץ. "איך בין מיין גוף". ער זאגט אז דאס איז אזא "דערהער", ווי עבודה זרה. ער וועט זיך נאך מער ערקלערן.

ב. הוא מייחס מעלותיו הרוחניות - שנשפעות ל'נפשו' ממקורן באלוקותו ית"ש, לעצמיותו הנפרדה ב'גוף' - דהיינו 'אנוכיותו'. נאך אזאך וואס איך דארף אכטונג געבן צו באמערקן, יעדער מענטש האט כוחות, מעלות, וועליוס, חשיבות'ער וואס קומט פון באשעפער. די שאלה איז "וואס ווייסט זיך ביי מיר" (איך רעד אלעמאל צו מיר). צו ווייסט זיך ביי מיר אז דאס ווערט נשפע פונעם געטליכן מקור ית"ש, וואו מיין עקזיסטענץ איז א חלק דערפון., אדער צו ווייסט זיך ביי מיר, אז דאס קומט פון מיין לעבעדיגע גוף. אדאנק דעם גוף. וואס הייסט ווער? "איך".

וויסן מיינט נישט, אז אויב איינער פרעגט מיך, און איך ענטפער אים דעם אמת. וויסן מיינט גאר עפעס אנדערש. וויסן מיינט, אזוי ווי א מענטש וואס קען נישט איינשלאפן ווייל ער ווייסט אז היינט נאכט האט ער חתונה. איך דארף זיין honest, איך דארף קוקן "וויאזוי ווייסט זיך מיר?" נאר דאן ווען איך בין אויפריכטיג קען איך מיך טוישן. אויב איך וועל זאגן פאר מיר אליין ליגנט, איז די איינציגער וועם איך נאר, בין איך אליין. איך דארף קוקן אויף מיך אליין מיט אן אמת. דאן איז אפשר דא א שאנס איך זאל מיך טוישן צום גוטן. חחחח.

ג. הוא רודף אחרי דברים 'גופניים' ומוגבלים בתשוקה מופרזת מבלי גבול - והתשוקה מקורה ב'נפש'.


די דריטע זאך וואס "איך" דארף באמערקן, אויב איך וויל ארבעטן וואס דער מחבר שלאגט פאר, אז איך גיי טרעפן עונג נפשי בעבודת השי"ת. באמערקן ווען איך זעץ מיך צו צו א פעקל פאפקארן ווען איך בין שוין גוט זאט, באמערקן אז איך פרוביר צו שטילן א תשוקה מופרזת מבלי גבול וואס קומט פון מיין נפש. פרוביר איך עס צו זעטיגן מיט דברים גופניים ומוגבלים. מוגבלים מיינט, "וויפיל פאפקארן קען איך עסן?". איין זאך וואס איך קען יא טון צו וויסן מיין עקזיסטענץ מער און מער, איז זיך אפרעדן אז קיין איין סאפער איז נישט גוט. מיטן זיך אפרעדן איז מען כאטש פארבינדן מיט די אייגענע עקזיסטענץ וואס קען נישט ווערן זאט. ווייל ס'קען טאקע נישט ווערן זאט, כי השי"ת הוא אין סוף, ותשוקת עבודתו אין לה סוף (יושר דברי אמת כז). אבער ס'גליסט נישט דברים גופניים ומוגבלים. גליסטעניש קומט פון עקזיסטענץ. די עקזיסטענץ וויל זיך וויסן מער און מער בטל צום מקור. אהבת ה' עד אין סוף, יראת ה' עד אין סוף, וכו'.

ד. הוא מעריך עצמו ומתכבד - ברגש 'נפשו' - בהנהגת זולות 'גופניות'.

נאך אזאך צו באמערקן אז ווען מ'שפירט זיך מכובד און געשעצט, וואס דאס קומט ווייל עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ווייסט אז זי קומט ממקור העליון און אז די מקור העליון איז מכובד און געשעצט. אבער דער מענטש נעמט עס פאר זיך. "איך בין מכובד".

ביזן קומענדיגן שיעור "אי"ה" וואלט איך פרובירט צו באמערקן אויף עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס קומט באמת פונעם נפש, וואס ווייסט זיך מיר, פון וואו קומט עס, פונעם גוף, אדער פונעם נפש, און וויאזוי פרוביר איך עס צו שטילן. מיט דברים גופניים, אדער מיט דברים נפשיים. וויאזוי גיי איך מיך אים דערמיט? וכו'.

והשם הטוב יעזור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רז

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מאי 22, 2018 2:09 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים

אופני השפעת הגוף על הנפש

לאמיר איינ'חזר'ן וואס זענען די זאכן וואס פונקציאנירן אין מיך, און באהאלטן מיין נפש פון קוועלן. א. השינה והמנוחה שהן דחיפות 'גופניות' - מתגברות על 'נפשו' לעכב עלייתה. די נפש בטהרתה, קוועלט. וויל!. זי האט א תשוקה צו וויסן איר עקזיסטענץ מער און מער. אבער פארוואס איז דא צומאל ווען א מענטש פילט ביי זיך ווי ס'גוט. לאז אפ. לאז געמאך. רואיג. מנוחה. שלאף. וואו איז די נפש מיינע וואס האט אזוי געמאנט, געצויגן, געוואלט, וואו איז זי? די אנטשיידונג איז אז די גוף איז זיך מתגבר אינעם עקזיסטענץ-באוואוסטזיין. איך בין אונטער דעם איינפלוס פונעם גוף. דחיפות הגוף. דחיפות וואס קומען פון מיין גוף. וואס באהאלט די כוחות וואס קומען פון מיין נפש.

ב. הוא אינו מתבונן בתכליתו בעולם, ובמה שלמעלה ממנו מחמת סמיות ה'גוף' - וחי מבלי שום חשבון 'נפשי'. מיין גוף פארבלענדט. ס'פארהויכט. ס'מאכט בלורי מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין. אלעס הייבט אן אויסצוזעהן all right. אלעס איז גוט. וואס איז נישט גוט? איי כ'האב אזוי געוואלט?... ווייסעכניש. דאס קומט פון דעם אז די גוף מיינע האט זיך מתגבר געווען. זיינע דחיפות האבן פארנומען דעם סיסטעם. ס'דארף זיין עפעס א תכלית? עפעס א ציהל? what the hack? לעב און שוין. איך בין אן עקזיסטענץ? און איך וויל וויסן עקזיסטענץ? מיין עקזיסטענץ? דיין עקזיסטענץ? עקזיסטענץ אהער? עקזיסטענץ אהין? וואס איז נישט גוט אזוי ווי ס'איז? גארנישט שטערט מיך נישט. דאס קומט פון 'סמיות הגוף'.

ג. כשהוא רוצה להשיג תשוקותיו והנאותיו האמיתיות שמקורן ב'נפש' - הוא ניסג אחור מחמת פחד של אי נוחיות, ומגביל את יכלתו להתגבר על זה - ופחד של אי נוחיות, והגבלת היכולת, מקורם ב'גוף'. ס'דא נאך אזאך איך זאל באמערקן ווען ס'געשעהט, און דאס איז א פחד אז ס'גייט ווערן אומבאקוועם. יעצט, זאגט ער אזוי: פחד איז נאר ווען עקזיסטענץ איז געבויט, שטייף! און איך האב מורא אז א געוויסע סיבה וועט עס צואווארפן. צומאל איז אויפגעבויט א בנין אינעם עקזיסטענץ-באוואוסטזיין פון א מענטש. אז דאס איז מיין מציאות. דאס איז מיין עקזיסטענץ. דאס קומט פון די הגבלת יכולת וואס די גוף האט. אזוי ווי א קינד וואס שפיהלט זיך מיט קלעי, אויב דאס קינד וויל מער נישט צואווארפן זיין 'פאלאץ', מיינט דאס אז ער האלט אז נאר דאס קען מען טון מיט קלעי, נישטא עפעס א אנדערע זאך וואס מ'קען טון דערמיט. ער ווייסט די הגבלת יכולת פון די אופנים וואס מ'קען אלץ טון דערמיט. די זעלבע ווען א מענטש טרעפט זיך מיט א fixed אופן פון לעבן. דאס קומט פון התגברות השפעת גופו. די מענטש גלייבט נישט אז ס'דא עפעס עקזיסטענץ beyond די וועג וויאזוי ער לעבט יעצט.

יעצט, פון וואו קומט אז א מענטש האלט זיך צו א באקס? פון וואו קומט בכלל א באקס? פונעם גוף. די נפש איז flexible, ולמעלה מהגבלה. ס'איז זייער שווער מיך איבערצייגן אז ס'ווארט מיר אפ סך בעסער אויב איך טויש מיך. ווארן די השפעות פונעם גוף אין מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין האט געבויט א בנין אז דאס און דאס איז מיין עקזיסטענץ, און שוין, און דער גוף איז יעצט משפיע אין מיר, ער האלט די מייק! באקוועמליכקייט קומט פונעם גוף. פארוואס? ווייל די נפש זוכט זיך צו וויסן מער און מער אין עקזיסטענץ. פארן נפש גייט נישט אן צו זיין באקוועם. ווען די נפש נעמט אינגאצן איבער דעם מענטש, און ס'טרייבט אים זיך צו וויסן אין אן עקזיסטענץ, וועט די ווארט 'באקוועמליכקייט' ארויסגיין פון זיין רצון. אבער די גוף, ווייל ער האט געבויט א בנין, דאס איז מיין מציאות. דאס בין איך. האט ער מורא.

אבל דא עקא, אז איך פיל נישט יעצט מיין נפש. אלעס וואס איך פיל איז: די דחיפות פון מיין גוף. "איך וויל זיין באקוועם!". פארוואס נישט? אבער אויב איך ווייס אדער איך הער וואס אנדערע זאגן מיר, אז דאס קומט פונעם גוף. און עס איז דא אין מיר א נפש, וואס אויב איך וועק עס אויף, גיי איך האבן אנדערע אגענדעס. און דאס ליגט אויף מיר א חוב אויסצולייזן מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין פון איר געפענגעניש. וחובה מוטלת על האיש הישראלי לפדות את נפשו, ולגאלה ממאסרה וגלותה בתוך תחום הגוף והשפעתו. איך דארף געדענקן, אז וואס איך עקספיריענס איז אלעמאל, אין סייוועלכע מינוט, אזויפיל און אזויפיל נפש, און אזויפיל און אזויפיל גוף. איך דארף ארויסרייסן מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין, פון אונטער די השפעה פון מיינע דחיפות הגוף. כדי ס'זאל צוריק וועלן. גליסטן. שטרעבן. קוועלן. איך דארף דאס ארויסנעמען און עס מקשר זיין באלוקותו ית"ש.

אבער איך מוז (אויב איך וויל) קודם אנערקענען אז געוויסע רצוניות, פחדים, און צוריקהאלטענישן, קומען פון די גוף. איינמאל איך בין עס מייחס פון וועם ס'קומט, און וויבאלד איך וויל אז מיין נפש זאל קוועלן אין מיר. וועל איך עס בעזהשי"ת אוועקנעמען פון מיר. די השפעה פון מיין גוף לאט נישט, אז מיין נפש זאל אויפשפרידלן, לאט נישט אז איך זאל געפינען אין מיר מיין אייגענע נפש, מיין אייגענע ריכטיגע עקזיסטענץ. אן עקזיסטענץ וואס איז נישט א fixed געבוי, נאר אן עקזיסטענץ וואס איז די ריכטיגע עקזיסטענץ.

אין הערה רס. געט ער אן אפשפילעניש, און א הסבר דערויף. מיר דארפן אנערקענען אז מיר עקספיריענסן רצוניות וואס קומען פונעם גוף. די רגש של 'העדר'. די עקספיריענס אז ס'פעלט. און די boredom וואס מ'עקספיריענסד צוליב דעם, קומט פונעם גוף. וויאזוי געשעהט עס? ווען די גוף איז זיך מתגבר אינעם עקזיסטענץ-באוואוסטזיין, זאגט עס "איך קען נישט, איך בין מוגבל!" ווייל מצד דעם גוף זענען מיר טאקע מוגבל. און אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיין וואס איז מוגבל שפירט זיך? העדר. די עקזיסטענץ פעלט דערפון. יעצט, דער מענטש כאפט נישט אז זיין גוף האט זיך דא מתגבר געווען. וואס ער פילט יעצט, אלץ א תוצאה פונעם התגברות הגוף איז "העדר". ער פילט העדר. איז דער מענטש געצווינגען זיך יא צו וויסן אין עקזיסטענץ. א מענטש האט דאך פחד פון העדר. א מענטש האט פחד פון פילן out of existence, דערפאר איז ער ער געצווינגען, צו טרעפן עפעס אן עקזיסטענץ אין תאוות חומריות.

און עבודת השי"ת קוקט אויס צו שווער פאר אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיין וואס קומט פונעם גוף. ווייל ס'איז טאקע שווער. ווייל ס'פילט זיך מוגבל. ווייל ס'איז טאקע מוגבל ווען עקזיסטענץ-באוואוסטזיין קומט פונעם גוף. דעס געפיל: "איך קען נישט, איך קען נישט". קומט פון אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיין וואס קומט פונעם גוף. ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך פרובירט צו באמערקען וועלעכע השפעות קומען פונעם גוף.

והשם הטוב יעזור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רח

תגובהדורך נשמה » מיטוואך מאי 23, 2018 3:36 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

וואס וויל ער מיט די דחיפות הגוף? וויבאלד מיר ווילן געפינען אונזער נפש, און מיר ווילן אז אונזער נפש זאל זיך נאכאמאל נעמען שפרידלן אין אונז, און ער שרייבט דא, אז די גוף מיט די נפש נתמזגו יחד באופן שנעשו לחטיבה אחת, אפילו דאס זענען צוויי פארקערטע כוחות, עקספיריענסד זיך דאס אין אונזער באוואוסטזיין ווי איין שטיק. צו געפינען אונזער נפש, און עס וועלקאממען, דארפן מיר וויסן אז אונזער עקספיריענס, (מיין עקספיריענס פארן סארטירן די צוויי פארקערטע כוחות) וויאזוי מיר עקספיריענסן אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, (יעדע עקספיריענס אין יעדע מינוט, איז וויאזוי א מענטש עקספיריענסד זיין וויסן אז ער עקזיסטירט) איז איין שטיק. אין ניכר כלל הבדל ביניהם, וכאילו הם עצם אחד - הנקרא 'אדם' בשלימותו. דאס איז א מענטש.

ס'איז אבער נישט אזוי. ס'דא גליסטענישן, תשוקות, וואס קומען פון מיין נפש, העמקת הדעת והרחבתה "איך וויל מיך וויסן מער און מער אין עקזיסטענץ" און נאכדעם איז דא דחיפות הגוף. "איך וויל לעבן אן מיך וויסן מער און מער אין עקזיסטענץ"

ס'איז שווער פאר א "מענטש", (מענטש מיינט, וויאזוי איך עקספיריענס יעצט מיין עקזיסטענץ-באווואוסטזיין) צו מבדיל זיין צווישן די איך וויל וואס קומט פון די תשוקת נפשי, און צווישן די איך וויל וואס קומט פון די דחיפות גופי) און עס איז וויכטיג עס מייחס זיין צו וועם ס'קומט. אויב קומט עס פון מיין נפש, פיין, קען מען אנהייבן ארבעטן דערמיט. קום אהער, וואס ווילסטו? דו ווילסט דיך וויסן אין עקזיסטענץ. נישט די עקזיסטענץ ווילסטו, דו ווילסט דעם עקזיסטענץ. פיין. אבער אויב ס'קומט פון מיין גוף, וויל מען ענדערש אז ס'זאל אינגאצן גיין.

דערפאר אויב איך וויל עקספיריענסן מיין נפש, זיין אין קאנטאקט מיט עס, עס ארויפברענגען, און עס מקשר צו זיין באלוקותו ית"ש, וואס דאס איז דאך די אמת'ע עקזיסטענץ וואס מיין נפש וויל, דארף איך אויפהערן צו זאגן אויף אלעם וואס איך וויל "איך וויל". ווייל איך דארף ארויסגיין פון דעם געוואוינהייט פון נדמה לו כאילו כל הדרישות והדחיפות הפנימיות נובעות ובאות ממקור אחד, דהיינו מ'עצמו' המאוחד ורצונותיו. די presupposition, די צוגאנג, אז וואס איך וויל, קומט פון איין און די זעלבע מקור, דאס דארף איך פאר אלעם אויפהערן.

איך דארף מיך אויפהערן צו עקספיריענסן ווי איין הוי', איין עצם. וואס איך וויל, איך רעד פון די "איך". דער "איך", איז אלעמאל אוטענטיש, אלעמאל "איך", "איך וויל", אבער איך דארף וויסן, ווען מיין גוף זאגט "איך וויל", און ווען מיין נפש זאגט "איך וויל". אפילו ס'שפירט זיך זייער עכט און אוטענטיש ווען איך זאג "איך וויל!" אז דאס בין איך און איך וויל עס. פון דעסטוועגן, איך דארף וויסן, אז אמאל רעדט דער נפש, און אמאל דער גוף. ווייל אויב דאס וועט נישט ווערן א פאקט אין מיין עקספיריענס, נמנעת ממנו לגמרי היכולת לשלוט על גופו ולכפותו, שהרי פשוט הוא שאי אפשר לאדם לכפות את עצמו על ידי עצמו, באופן שהכופה והנכפה הם עצם אחד. די גוף וועט אלעמאל וועלן דחיפות וואס באלאנגען פארן גוף. און מ'קען נישט מיט גוף, צווינגען דעם גוף.

ווען איך בין געזיצן ביי מתבונן, האב איך דאס בייגעוואוינט אויף מיר אליין, א מענטש האט א גוף מיט א נפש, דער גוף וויל זיינע דחיפות און דער נפש וויל זיינע תשוקות. אלעס פילט זיך ווי "איך! די עכטע איך וויל עס"

ההכרח להבדיל בין הנפש לגוף, ולהתייחס לנפש כעיקר מהות האדם.


זאגט ער אזוי: ולפיכך יסוד גדול הוא בעבודה פנימית, שישתדל האדם להבדיל ולהבחין בין הנפש ושאיפותיה, לבין הגוף ותביעותיו. "וויאזוי איז יעצט מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין?" וויל איך יעצט זאכן וואס די דחיפות הגוף וויל? אדער וויל איך יעצט זאכן וואס מיין נפש וויל? איז עס העמקת הדעת והרחבתה? אדער איז עס מער א ווילן וואס איז מצמצם און מסתיר דעם דעת? (דעת מיינט, זיך וויסן מער און מער אין עקזיסטענץ, עקספיריענסן מיין עקזיסטענץ מער און מער) די ערשטע זאך פאר אלעם איז מכיר זיין בהכרה ברורה, ווען דער גוף רעדט, און וואס ער וויל, איגו, באקוועמליכקייט, צואווארף מיך נישט. זיך האלטן גרויס מיט די אייגענע גארנישטקייט, awareness, הכרה ברורה. "דאס און דאס קומט פון מיין גוף!"

און אויך, דארף איך וויסן, דאס און דאס וואס איך וויל קומט פון מיין נפש. דאס לשון זיינעם: האיך היא כואבת ומשתוקקת להתדבק ולהתבטל במציאותיות השלימה של סוד אמונת יחודו ית', ויופי טוהר כבודו ית' המתגלה בתוה"ק ומצוותיה. ווען מיר שפירן א גליסטעניש, איך וויל מיך וויסן אז איך בין אן עקזיסטענץ, א חלק פון די איין איינציגע עקזיסטענץ ית' וואס איז דא אבער באהאלטן, וואס די עקזיסטענץ ווערט באוואוסטזיניג אין מיין באוואוסטזיין ווען איך לערן די הייליגע תורה און ווען איך טו מצוות. יתברך שמו ויתעלה. דאס וויל איך.

און ער שרייבט נאך מער, ער שרייבט, ועוד יותר מזה קיימת חובה גדולה לאיש הישראלי לקנות בעצמו הכרה ברורה, שנפשו הרוממה היא מהותו העיקרית. די עכטע אוטענטישער "איך" "איך וויל", דארף ווערן אזוי געשטעלט, אז נאר ווען מיין נפש רעדט, זאל זיך עס פילן ווי "איך וויל". נישט אין שכל זאל איך פארשטיין אז מיין עכטער מהות איז מיין נפש, נאר ס'זאל זיך מיר אזוי עקספיריענסן אין מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין. וויאזוי מאך איך ב"ה אז ס'זאל אזוי געשעהן? זאגט ער אין הערה רסה. אז ווען איך ווייס אויף א געוויסע רצון, א געוויסע תשוקה אז דאס קומט פון מיין נפש, לדוגמא, א רצון צו תענוג, (זיך וויסן מער און מער אין עקזיסטענץ) אדער א גליסטעניש צו ריינקייט, די אלע צעהן זאכן וואס ער האט געשריבן אויף דף רד. זאל איך זאגן מיט דיבורים פנימיים "איך וויל דאס און דאס". און ווען איך ווייס אויף עפעס אז מיין גוף וויל עס, למשל זיך נישט וויסן מער און מער אין עקזיסטענץ, אדער א ווילן זיך צו פילן מיט א איגו, "איך בין דאס און דאס" (עיין הערה רסו), זאל מען זאגן, "מיין גוף וויל עס"

דאס איז פאר מ'הייבט אן ארבעטן. סתם סארטירן! דאס קומט פון מיין גוף, און דאס קומט פון מיין נפש, וואס דאס בין איך. ובהבדלה זאת ירוויח העובד שני דברים עיקריים. ערשטנס, אז די עקזיסטענץ-באוואוסטזיין עקספיריענסד מיט אן הכרה גלוי' את עצמיותה ורצונה של הנפש, מ'הייבט אן צו עקספיריענסן מיט א געהעריגע אפנקייט דעם נפש. קוק, דאס בין איך, און דאס וויל איך. קלאר. אזוי ווי ווען איך קוק יעצט אויפן הימל און איך בין מכיר אז ס'איז טאג. קלאר!. איך עקספיריענס דעם נפש און איר רצון (מיין רצון) זיך צו וויסן מער און מער אין עקזיסטענץ, מיט א קלארקייט. איך עקספיריענס עס אנעם אריינמישונג פונעם גוף. און אזוי ארום קען איך איר אנווייזן וואסערע עקזיסטענץ זי וויל זיך באמת וויסן. אז זי וויל זיך וויסן חלק ובטל לאלוקותו ית"ש.

און די צווייטע זאך וואס מיר וועלן מרוויח זיין, ווען מיר וועלן אפטיילן דעם נפש פונעם גוף. דאס וויל דער נפש, און דאס וויל דער גוף, די צווייטע זאך איז: שבזה יוכל לכפות את גופו בניקל, מבלי רגש פנימי שהוא כופה 'את עצמו'. דאס געשעעניש פון כפיה עצמית קומט פאר ביי יעדע מענטש. א מענטש וויל גיין שטודירן אין די וועלדער א געוויסע חכמה, און זיין גוף מאנט מנוחה, איז ער כופה זיין גוף. א מענטש האלט זיך אין איין כופה זיין זיין גוף עניוועי. אסאך מאל גיי מיר אריין אין א הייסע מקווה, הגם די גוף שרייט "ס'הייס", אבער די נפש וויל די תענוג דערפון. מיר שטייען אסאך מאל אין די היצן און רעדן מיט א וויכטיגע פערזאן א וויכטיגע ביזנעס שמועס, די גוף שרייט ס'הייס, אבער די נפש, דארף שלימות. א מענטש מאכט עקסערסייז, זיין גוף שרייט "איך וויל מנוחה" אבער דער נפש איז כופה. זי וויל ארויסברענגען אירע כוחות אל הפועל. די ענין פון כפיה האלט אין איין געשעהן, מיר האלטן עס אין איין טון.

ביזן קומענדיגן שיעור בעזרת השי"ת וואלט איך פרובירט אפטיילן, סארטירן די רצוניות.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף ריב

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 24, 2018 2:35 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

הגוף מצד טבעו משועבד לנפש

ווי עס קוקט מיר אויס, ווייל ער האט פריער געשריבן וועגן כפי', אז איך דארף צוטיילן די עקספיריענס פון "איך וויל", פון וועם ס'קומט, כדי איך זאל עקספיריענסן אין מיין באוואוסטזיין, מיין נפש, און איר גליסטעניש, (אן דאס אריינמישונג פון מיין גוף) און אזוי ארום קענען צווינגען און אונטערטעניגן מיין גוף, אז ער זאל זיין נאר א טפל ומשרת לצורך הנאת נפשו וואס זי איז מיין אמת'ע מהות. זאגט ער דא, אז באמת, ווען די נפש עקספיריענסד זיך אין באוואוסטזיין, כמו שהיא באמת בהתגלות מיט איר פולן פראכט, אנעם אריינמישונג פונעם גוף, ווערט דער גוף צוגאנגען און אונטערטעניגט פון זיך אליין, פארן נפש. כהמס דונג מפני אש. מ'דארף עס נישט צווינגען.

ער שרייבט דאך אין די פתיחה צו דעם שער, (דף רא) אז די פראבלעם איז, אז מ'ווייסט נישט וויאזוי מעורר צו זיין דעם נפש, נאר מ'צווינגט זיך, אין בעסערע ווערטער, מ'ווייסט נישט וויאזוי צו עקספיריענסן אין באוואוסטזיין דעם נפש און אירע תשוקות, בהתגלות, אנעם גוף, רק כופין אותה. מ'צווינגט זיך. און דא זאגט ער אז מ'דארף צווינגען דעם גוף. איז ער מסביר, אז די מהלך וויאזוי אנשי דורנו צווינגען זיך, און די מהלך פון כפית הגוף וואס ער שלאגט פאר, איז אינו דומה זו לזו. די רגש פנימי שהוא 'כופה את עצמו' איז נישטא אין זיין מהלך. אוודאי צווינגט מען דעם גוף, אבער דעס איז אן ענין פון לכפות את גופו בניקל. ווען מ'עקספיריענסד דעם נפש בהתגלותה.

און ער שרייבט אין הערה רסח, אז ווען א מענטש עקספיריענסד אין זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין א הארה מסוד יחודו ית', אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיין וואס עקספיריענסד זיך אז דא באהאלט זיך דער איין איינציגער ית', פון וועם איך בין א חלק. (ועיין הערה רלא דף קפא) דאן ווערט דער גוף בטל לגמרי כנגדה, ווארן דאס איז דאך דער גאנצער עקספיריענס פון סוד היחוד, צו וויסן אז קיין שום דבר חומרי וגופני איז נישט חוצץ ומסתיר אמיתת יחודו ית"ש, ושאין שום מציאות זולתו ית'.

נאר וואדען. ווען די דחיפות פון מיין גוף איז זיך מתגבר אינעם עקזיסטענץ-באוואוסטזיין, (אז איך ווייס אין מיין באוואוסטזיין אז מיין עקזיסטענץ איז מיין גוף) מיינט נישט אז מיין נפש איז נישטא בכלל, נאר דער גוף איז גאר יונק פון די תשוקת הנפש א כח וחיות גדולה, אז די אמת'ע תשוקות פון מיין נפש ווערט אראפגעדרוקט און משועבד אונטער די "איך וויל" וואס קומט פון מיין גוף, און נאר וואס דער גוף וויל, טוט מען. מ'הייבט אן פילן "וואס איז דאס אן עקזיסטענץ פון א נפש אין מיר? אלעס וואס איך ווייס איז, אז איך בין מיין גוף, און אלעס וואס איך וויל קומט פון מיין גוף". ווען דער אמת איז נישט אזוי. נישט אלעס וואס איך וויל קומט פון מיין גוף. אבער ווען מ'אידענטיפיצירט אלע תשוקות, אלע "איך וויל" אז דאס קומט פון מיין גוף, טרעפט מען נישט דעם נפש, און מ'גייט נאכן גוף, און די אמת'ע תשוקות פונעם נפש ווערט אויסגעליידיגט פונעם עקזיסטענץ-באוואוסטזיין.

לויט ווי איך קלער, ער וויל ארויסברענגן דא, אז באמת איז דאס גאר דער גוף וואס צווינגט דעם נפש, ער וויל זאגן, אז באמת בין איך א קרבן פון מיין גוף, איך האב דאס נישט געוואלט מתחלה אן, יעצט דאכט זיך מיך אז אלעס וואס איך וויל קומט זייענדיג א גוף, ס'איז אבער נאר ווייל דער גוף האט זיך מתגבר געווען. און דערפאר דארף איך אפטיילן את הנפש ושאיפותיה לעצמה, און אז ס'זאל זיך עקספיריענסן אין מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין אז דער נפש און אירע תשוקות איז וואס איך בין באמת, און וואס איך וויל באמת, אזוי ארום קען איך איר געבן צו וויסן איר אמת'ע עקזיסטענץ וואס זי וויל זיך וויסן. אלוקותו ית"ש.

און די עקספיריענס פון "איך וויל" וואס קומט פונעם גוף ודחיפותיו, דארף מען אויך באמערקן און מכיר זיין, כדי מ'זאל עס אידענטיפיצירן אלץ "נישט איך בין עס, נאר א משרת וואס העלפט צו אויסצופירן די תשוקות פון מיין נפש" פארקערט וויאזוי ס'עקספיריענסד זיך יעצט, אז דער גוף ודחיפותיו איז וואס איך בין, און די נפש איז נאר א צוגאב צו קענען ענדשויען לייף, דארף געשעהן אז איך זאל עקספיריענסן, אז מיין נפש איז וואס איך בין און וויל, און דער גוף איז נאר א משרת צוצוהעלפן מיין נפש. סאו, אנשטאט דער גוף זאל צווינגען דעם נפש, צווינגט דער נפש דעם גוף. ער זאגט צו קוקן אין אוהחה"ק פרשת שופטים (דברים כ, י, כי תקרב)

הסיבות שהעדפנו לבאר ענינה של הנפש

קוקט מיר אויס, אז ער האט געהאט פאר זיך אן אויסוואל. זעהט אויס אז אזוי ווי ער קען דעם נפש ב"ה, קען ער אויך דעם גוף. און ער האט געהאט וואס צו שרייבן ארום דעם גוף. שרייבן ארום דעם גוף, רצוני לומר, וויאזוי דער גוף שלעפט אראפ, און וויאזוי עס איז אלץ משפיע אויפן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, און וויאזוי מ'קען עס בייקומען, און וויאזוי מ'קען גאר דערמיט דינען השי"ת. אבער ער האט מעדיף געווען צו שרייבן וועגן דעם נפש, מהותה ודרגותיה ואופני התעלותה. די עקספיריענס פון דיין נפש, איז א תשוקה דיך צו וויסן אלץ אן עקזיסטענץ וואס בלייבט, אויפריכטיגער געזאגט, אלץ א חלק פון די איין איינציגע עקזיסטענץ וואס איז חי וקיים לעד ולעולמי עולמים.

וועגן צוויי סיבות האט ער בעפארצוגט צו רעדן פונעם נפש. ערשטנס, ווייל דער עיקר כח פונעם יצר איינצורעדן דעם מענטש איז צוליב די תשוקה פונעם נפש. ווייל דער נפש וויל זיך עקספיריענסן אלץ אן עקזיסטענץ, שטעלט ער אהער עניני העולם, וואס דאכט זיך אז ווען איך האב עס, וועל איך מיך וויסן אן עקזיסטענץ. און דער מענטש ווערט נאכגעשלעפט מיט א געוואלדיגע משיכה. א משיכה וואס נאר דער נפש האט, נוצט דער גוף פאר זיך. און צווייטנס, ווייל יעדע אינערליכע שייכות וואס א מענטש האט מיט זיין באשאפער ית"ש, איז נאר דורך דעם תשוקה, זיך צו וויסן אין עקזיסטענץ. נאר דורך די תשוקה צו עקזיסטענץ-באוואוסטזיניקייט האט א מענטש א פנימיות'דיגער שייכות מיטן באשעפער ית"ש.

אבער ומכל מקום זאגט ער, איז אויך וויכטיג צו וויסן דעם חלק הגוף בעבודת האדם. צו וויסן וועלכע עקספיריענס פון דחיפות קומען פונעם גוף. פאר די סיבות וואס ער האט שוין געשריבן.

ביזן קומענדיגן שיעור וואלט איך ווייטער פרובירט צו אפטיילן, וואס קומט פון די תשוקה פון מיין נפש, זיך צו וויסן עקזיסטענץ, און וואס פון מיין גוף. אז ס'גוט וויאזוי ס'איז.

והשם הטוב יעזור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף ריד

תגובהדורך נשמה » פרייטאג מאי 25, 2018 2:30 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

פרק ראשון: תכלית הדעת

ענין 'עבודה זרה' בזמננו

עבודה זרה? ער שרייבט אזוי: די גליסטעניש פון א מענטש זיך צו וויסן אין עקזיסטענץ, ("איך בין אן עקזיסטענץ", נישט די עקזיסטענץ פון א זייף באבל, אדער א שטיקל זילבער-פאפיר, די גליסטעניש זיך צו וויסן אלץ א וועליו'דיגן עקזיסטענץ וואס איז וויכטיג און ס'בלייבט) קומט פון דיין נפש. דו ווערסט באוואוסטזיניג אז דו עקזיסטירט, און דו ווערסט באוואוסטזיניג אויף דיין תשוקה צו עקזיסטירן, פון דרויסנדיגע כלים וואס זענען מעורר דיינע כלי הגוף, וואס דאס שאפט אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. דער מענטש ווייסט אז ער עקזיסטירט, און ער וויל ווייטער וויסן אז ער עקזיסטירט. דער יצר פירט א מלחמה פון וואו דער נפש זאל וויסן אז זי עקזיסטירט. דער יצר פירט א מלחמה מיט די דעת, מיט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניקייט.

ער שרייבט אזוי און איך וויל עס פארשטיין, ער שרייבט: שמציאות העולם החומרי נתפסת רק בייחס לחושים הגופניים, ואין לה מהות אמיתית כלל. וואס מיינט "נתפסת"? די אופן וויאזוי איך ווייס אז ס'עקזיסטירט א וועלט, קען איך נישט זאגן אז איך ווייס איר אמת'ע מהות. איך ווייס נאר די וועלט לויט מיינע גופניות'דיגע חושים. און איך ווייס אויך אז איך ווייס נישט איהר אמת'ע מהות. דאס אז א מענטש זאל זיין איבערצייגט אז ער ווייסט נישט דעם אמת'ן מהות פון א זאך, איז נאר ווען ער ווייסט יא אויף א געוויסע זאך, אז ס'האט זיך באוואוסט אין זיין באוואוסטזיין איר אמת'ע מהות. די שאלה איז, וואסערע זאך האט זיך מיר באוואוסט מיט איר אמת'ע מהות, און פארוואס פארשטייט די באוואוסטזיין, אז דאס איז די אמת'ע מהות.

די תירוץ דערויף איז: דאס אז א מענטש איז געווארן באוואוסטזיניג אויף זיין עקזיסטענץ! "איך בין אן עקזיסטענץ". א מענטש טרעפט זיך אלץ עקזיסטענץ. א מענטש ווייסט אז דאס איז אנדערש ווי די וועלט וואס האט זיך אים באוואוסטזיניגט דורך זיינע חושים. א מענטש וויל וויסן צו ער ווייסט די אמת'ע מהות פון די וועלט ארום זיך, אבער ווייל ער ווייסט זיך אליין, קען שוין קיין שום זאך נישט זיין אויף די זעלבע 'אמת'קייט'. די איינציגע זאך וואס א מענטש ווייסט, איז זיך אליין. זיין אייגענע עקזיסטענץ, זיין אייגענע עקזיסטענץ באוואוסטזיין. די וועלט נעמט אן אנדערע לבושים, געוואנדן לויט וויאזוי די חושים זענען איהר משיג, אבער דאס אז מ'ווייסט אז מ'איז אן עקזיסטענץ, "איך עקזיסטיר" נעמט נישט אן אנדערע לבושים.

אבל הארת ה'מציאותיות' שמושרשת בנפש, אינה בייחס לשום דבר חיצוני.
דאס אז א מענטש ווייסט זיך אלץ עקזיסטענץ, דהיינו, עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, דאס רעדט פאר זיך אליין. אוודאי ווילאנג מ'לעבט האט עס מיט די מח, ווייל די מח איז נישט א זאך וואס מאכט אז מ'זאל זיך וויסן אין עקזיסטענץ, פארקערט, די מח איז א זאך וואס איז מסתיר צו וויסן וויאזוי מ'עקזיסטירט באמת, און צו וואסערע עקזיסטענץ מ'גליסט באמת. די רגע הקב"ה בינד צאם דעם נפש אין א גוף, איז דער גוף נאר אזאך וואס בלאקט זיך צו וויסן דעם ריכטיגן עקזיסטענץ, און ערלויבט נאר וויפיל די מח דערהייבט. אבער דאס וואס ס'ווערט ערלויבט, קומט פונעם נפש, און נישט פונעם מח. אזוי ווי די אויגן, איז אזאך וואס ערלויבט דעם נפש צו קענען זעהן.

והיא 'מציאותיות' מוכרחת ומהותית מצד עצמה, דאס וואס מיר גליסטן צו עקזיסטירן, זיך צו וויסן אלץ עקזיסטענץ, דאס קומט זייענדיג אן עקזיסטענץ. חלק פון איין איינציגן אמת'ן עקזיסטענץ ית'. און דאס האט מיט גארנישט נאר מיט דעם אליין אז דאס זענען מיר אין מהות, אן עקזיסטענץ. גארנישט פון די דרויסנדיגע וועלט ברענגט אונז אין עקזיסטענץ. מיר זענען אן עקזיסטענץ נאך פאר די כלי הגוף. ווען מיר ווערן אנגעבינדן אינעם גוף, ווערן מיר פארמאכט, דאס איז די מלאך וואס געט א קלאפ. און יעדעס מאל א דרויסנדיגע כלי ערוועקט די כלי הגוף, ווערן מיר באוואוסטזיניג אויף אונזער עקזיסטענץ אויף א געוויסע אופן. אבער דאס אז מיר זענען עקזיסטענץ, קומט ווייל מיר זענען עקזיסטענץ, א חלק פונעם איין איינציגן עקזיסטענץ. מהיותה ניצוץ אלוקותו ית' - שהוא המציאות היחידה, השלימה ומוכרחת.

און נאר דורך דעם וואס מיר ווייסן זיך עקזיסטענץ, קענען מיר מכיר זיין און מבחין זיין אינעם אמת'ן מציאות אלוקותו ית"ש. ואכן זהו עיקר תפקיד האדם בעולמו, לייחס הארת ה'מציאותיות' שבנפשו למקומה הראוי ב'אלוקותו' ית', ולהכיר על ידה עוצם אמיתת מציאותו ויחודו ית', שבזה ישתחווה בנפשו רק לבורא ית"ש. אונזער תפקיד אויף דער וועלט איז, אז ס'זאל זיך אונז מייחס זיין אונזער עקזיסטענץ, די גליסטענישט זיך צו וויסן אן עקזיסטענץ, אז דאס איז ווייל עס איז דא איין איינציגער עקזיסטענץ ית' פון וועם מיר זענען א חלק.

התורה הקדושה מזהירה אותנו מאד על חטא העבודה זרה, שלא נעבדה ולא נשתחווה לה, והיא מחשיבה עזיבת העבודה זרה כתנאי העיקרי לקיומה. עבודה זרה איז א projection, פון א געוויסע עקזיסטענץ אויף וואס דער מענטש איז געווארן באוואוסטזיניגט אין זיך, אין זיין באוואוסטזיין, אז ס'עקזיסטירט, און ער האט געמיינט, אדער געוואלט מיינען, אז דער דרויסנדיגע זאך איז וואס עס עקזיסטירט. projection, מיינט, אז דער מענטש ווייסט אין זיך פון א געוויסע עקזיסטענץ, און ס'דאכט זיך אים, אז די עקזיסטענץ עקזיסטירט ערגעץ אנדערש ווי ס'עקזיסטירט באמת. צו ווייל דער מענטש קען זיך נישט ערלויבן אז ער איז די עקזיסטענץ. צו ווייל דער מענטש וויל וויסן פון וואו ס'קומט צו אים.

ס'איז נישט געווען די 'פסל' און די 'דמות' צו וואס זיי האבן זיך געביקט, און געדינט. ס'איז געווען אן עקזיסטענץ אויף וואס זיי זענען געווארן באוואוסטזיניג, וואס ס'האט זיך זיי געוואוסט אז דאס עקזיסטירט, וואס זיי האבן פראדשעקטעד. דאס אז ס'איז דא עקזיסטענץ, האט געקענט זיין אמת. אבער נישט וויאזוי מ'ווייסט עס, און נישט וויאזוי מ'פראדשעקט עס. ה' הוא האלקים. השי"ת איז די איין איינציגע עקזיסטענץ. א) דער מענטש ווייסט א ס'עקזיסטירט א געוויסע עקזיסטענץ, און ב) ער פראדשעקט עס. די עקזיסטענץ איז צומאל אמת, אבער נישט אויף וועם מ'פראדשעקט עס.

אסאך פון די עקזיסטענץ וואס ס'דאכט זיך פאר מענטשן אז ס'עקזיסטירט, איז נישט ריכטיג. אדער עקזיסטירט עס בכלל נישט, אדער עקזיסטירט עס יא, אבער נישט די זאך וואס מ'מיינט אז דאס איז די עקזיסטענץ וואס מ'ווייסט. די מלחמה וואס דער יצר פירט מיטן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז: וואו עקזיסטירט די זאך וואס איך ווייס אז ס'עקזיסטירט. ווער, אדער וואס, מאכט אז די זאך וואס איך ווייס אז ס'עקזיסטירט זאל עקזיסטירן. אין די דרגות התחתונות, זעהט דער מענטש די עקזיסטענץ וואס ער ווייסט, אז ס'איז די כלים וואס זענען מעורר זיינע כלי הגוף. משא"כ אין די דרגות העליונות זעהט דער מענטש די עקזיסטענץ וואס ער ווייסט, אז ס'קומט זייענדיג א חלק פון איין איינציגן עקזיסטענץ. ית'.

ביזן קומענדיגען שיעור אי"ה וואלט איך פרובירט צו כאפן, ווי מער עקזיסטענץ וואס איך ווייס אז ס'עקזיסטירט, וואו, און פון וואו, עקזיסטירט עס.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רטז

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 27, 2018 6:02 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ביקוש המציאותיות בולט ביותר בדעת של ה'התכבדות'.

וואס איז מיין ציהל? וואס מיינט מציאותיות? וואס איז עס אזוי וויכטיג אין מיין לעבן, הא? וואס וויל דער 'לימודים לדעת'? וואס מיינט 'ביקוש המציאותיות'? דער ציהל פון דער ספר 'לימודים לדעת' איז, מיועד = דער ציהל איז, ללמד דעת = אויסצולערנען, היאך להאיר הנפש הישראלית = וויאזוי די עקזיסטענץ פון א יוד זאל ווערן אויפגעלאכטן אין באוואוסטזיין. בתורה, תפלה, מעשי המצוה, ומנהגי ישראל, = דורך לערנען די הייליגע תורה, תפלה, תהלים וכו', טון מצוות, און יודישע מנהגים. באופן שתתענג ותשתעשע בעבודתה את הבורא יתברך. = אזוי אז מ'זאל האבן תענוג און שעשוע ווען מ'דינט השי"ת.

די נפש זייענדיג א חלק פון איין איינציגן עקזיסטענץ ית' וויל זיך וויסן אין עקזיסטענץ. די נפש מאכט אז דער מענטש זאל גליסטן זיך צו וויסן אלץ אן עקזיסטענץ. ווען דער כח פונעם נפש שטארק זיך, וויל דער מענטש (מורכב מגוף ונפש) זיך וויסן אין עקזיסטענץ. תענוג, שעשוע, קומט ווען דער מענטש ווייסט זיך אין א געוויסע עקזיסטענץ. ער וויל ווייזן א מהלך וויאזוי מ'קען זיך וויסן אלץ עקזיסטענץ דורך עבודת השי"ת, און דייקא נאר דורך עבודת השי"ת.

ס'דא אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס מ'רופט "מציאותיות יחסית", און ס'דא אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס מ'רופט "מציאותיות חיובית". יעצט, וואס איז די עקספיריענס פון מציאותיות יחסית, און וואס איז די עקספיריענס פון מציאותיות חיובית. און פארוואס איז "מציאותיות יחסית", נישט אזויפיל תענוג און שעשוע ווי "מציאותיות חיובית", וואס "מציאותיות חיובית" איז די ריכטיגע תענוג ושעשוע.

ווען איך וואלט מיך איינגעהאנדלט א זעלטענעם סידור וואס איז פינף הונדערט יאר אלט, איך וואלט זיך געשפירט אן עקזיסטענץ מער ווי איינער וואס האט עס נישט. אבער דאס זאגט גארנישט אויף מיין עכטע עקזיסטענץ, אויף מיין עקזיסטענץ. אמת אז איך שפיר מיך "איך בין אן עקזיסטענץ", אבער פארוואס? ווייל ס'איז שוין דורך פינף הונדערט יאר, און ווייל ס'איז געבליבן א סידור פון יענע תקופה, און ווייל איך האב עס, דערפאר בין איך אן עקזיסטענץ. דאס מיינט, אין בין אן עקזיסטענץ ביחס צום סידור. ווייל אן דעם, וואס בין איך? דאס מיינט "מציאותיות יחסית". איך בין אן עקזיסטענץ ביחס צום סידור. און עקזיסטענץ ביחס געט נישט אזויפיל שעשוע און תענוג. אבער מציאותיות חיובית מיינט, אז איך ווייס און איך עקספיריענס מיין עקזיסטענץ, אז "איך בין א חלק אלוק ממעל". איך בין אן עקזיסטענץ, פארוואס, ווייל איך בין אן עקזיסטענץ. מצד עצמי. א חלק אלוק ממעל. מיין עקזיסטענץ ווערט באוואוסטזיניגט.

אפילו איך דארף תשובה טון, און איך דארף מיך רייניגן פון גאווה, און איך דארף צעברעכן מיין "איך", דאס אליין באוואוסטזיניגט מיין אבסעלוט עקזיסטענץ. ווייל גאווה, און זינד, איז רעלאטיוו עקזיסטענץ. אויס גאווה אויס רעלאטיוו עקזיסטענץ.

מיר ווילן זיך אויסלערנען זיך צו וויסן אין עקזיסטענץ. מיר ווילן זיך אויסלערנען זיך צו וויסן א "מציאותיות חיובית". אבסעלוט עקזיסטענץ. מיר ווילן זיך אויסלערנען וויאזוי מיר קענען דורך תורה, תפלה, מעשי המצוה, ומנהגים, זיך וויסן אונזער אבסעלוט עקזיסטענץ. מיר קענען לערנען אויף אן אופן וואס מאכט אז ס'זאל אונז ווערן באוואוסטזיניג אונזער אבסעלוט עקזיסטענץ. השי"ת איז אונזער אבסעלוט עקזיסטענץ פון וואו מיר זענען א חלק. ווען איינער לערנט און ער ווערט באוואוסטזיניג אויפן באשעפער אויף א אופן אז "איך בין א חלק אלוק ממעל און איך וויל ווערן נאנט צום באשעפער", ווערט ער באוואוסטזיניגט אויף זיין אבסעלוט עקזיסטענץ. ער עקספיריענסד עס אין זיין באוואוסטזיין.

ווען מיר לערנען, דאווענען, טוען מצוות, און מיר ווערן באוואוסטזיניגט אויף אונזער עקזיסטענץ. (דאס מיינט דאך דמות) האבן מיר צוויי ברירות, איינס איז, גאווה, "איך לערן, איך דאווען, איך טו מצוות" מ'זאגט זיך אליין, "איך בין אן עקזיסטענץ ווייל איך בין אזא חשוב'ע עקזיסטענץ". אבער אויב מיר וועלן טראכטן, אז די עקזיסטענץ וואס האט זיך אונז באוואוסטזיניגט, איז מסתיראז מיר זאלן וויסן אונזער אמת'ע עקזיסטענץ, און ס'איז נישט אונזער עקזיסטענץ, וויאזוי מיר זענען באמת עקזיסטירנד. אבער דאך איז דאס יא א געטליכע שטראל, א הארה אלוקית מהותית ואמיתית פון וואו מיר זענען א חלק, וואס שיינט זיך דורך דעם בלאקעניש, דעם הסתר. אלעס אין די בריאה איז אלוקות. אבער ווען ס'באוואוסטזיניגט זיך אין אונזער באוואוסטזיין א געוויסע פארום פון אונזער עקזיסטענץ. איז דאך דאס די נענסטע צו באוואוסטזיניגן אויף אונזער חלק אלוק ממעל, ווארן נאר דער אייבערשטער איז עקזיסטענץ. און וואס איז די עקזיסטענץ וואס ס'האט זיך מיר יעצט באוואוסטזיניגט, דאס איז א הארה פון די עקזיסטענץ פון וואו איך בין א חלק. (ועיין בהערה רלא)

מיר קומט אויס, אז ס'דא צוויי סטעפס אז ס'זאל זיך אונז באוואוסטזיניגן אונזער אבסעלוט עקזיסטענץ.

די ערשטע סטעפ איז, אז אונזער עקזיסטענץ כמו שהוא באמת איז א חלק אלוק ממעל.

די צווייטע סטעפ איז, אז ווען א ווערסיע פון אונזער עקזיסטענץ, באוואוסטזיניגט זיך אין אונזער באוואוסטזיין, (אונזער עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך אין אונזער באוואוסטזיין א גאנצן צייט, בפרט ווען מ'לערנט און מ'דאווענט און מ'טוט מצוות ומעשים טובים. אויב וואלט אונזער עקזיסטענץ זיך נישט באוואוסטזיניגט אין אונזער באוואוסטזיין וואלט נישט עקזיסטירט אזא זאך ווי גאווה. אלא מאי, אונזער עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך, מיר דארפן נאר האלטן קאפ אויף די צוויי סטעפס) זאלן מיר וויסן אז דאס איז נישט אונזער עקזיסטענץ כמו שהוא באמת, אבער אין דעם עקספיריענס האט זיך באוואוסטזיניגט א געטליכע שיין פון איין איינציגע עקזיסטענץ וואו מיר זענען א חלק דערפון כי מלא כל הארץ כבודו ולית אתר פנוי מניה. אזוי ווי דער רמב"ן שרייבט. וְכַאֲשֶׁר תִּתְנַהֵג בְּמִדַּת הָעֲנָוָה לְהִתְבּוֹשֵׁשׁ מִכָּל אָדָם, וּלְהִתְפַּחֵד מִמֶּנּוּ וּמִן הַחֵטְא – אָז תִּשְׁרֶה עָלֶיךָ רוּחַ הַשְּׁכִינָה, וְזִיו כְּבוֹדָהּ, וְחַיֵּי עוֹלָם הַבָּא.

פונקט אזוי ווי מיר זעען די זוהן מיט ספעציעלע גלעזער, די גלעזער איז מסתיר די שטראלן, אבער ס'לאט דורך דעם א דמות פונעם עצם זוהן, אזוי דארפן מיר עקספיריענסן אונזער דמות, וויאזוי ס'איז באוואוסטזיניגט אונזער עקזיסטענץ. 1) ס'בלאקט, אבער 2) ס'לאט דורך א שטראל, א הארה אלוקית מהותית ואמיתית פון וואו מיר זענען א חלק. אויב אונזער עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך וואלט נישט געהאט אין זיך א געטליכע שיין און אז מיר זענען א חלק דערפון, וואלט דאס דאך נישט עקזיסטירט אז מיר זאלן ווערן באוואוסטזיניגט דערויף. נאר איין איינציגע עקזיסטענץ קען זיך באוואוסטזיניגן, און נאר א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ קען וויסן עקזיסטענץ. אמת נישט אויף די אופן וויאזוי עס באוואוסטזיניגט זיך. אבער דאס איז זיכער אז די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך ווייזט אויפן באשעפער פון וואו מיר זענען א חלק, כי הוא המצוי וזולתו אין עוד. קומט אויס אז מיר עקספיריענסן אונזער אבסעלוט עקזיסטענץ. מיר דארפן נישט משיג די מהות פון אונזער אבסעלוט עקזיסטענץ, צו וויסן אז מיר זענען עקזיסטענץ. ס'איז גענוג אויב מיר זענען איבערצייגט אין עקספיריענס, אז מיר זענען אבסעלוט עקזיסטענץ.

ובזה נבין, שרייבט ער, שהעבודה עם צד הדמות של הנפש, היא באמת המפתח ושער הכללי לעבודת הבורא ית"ש. ושאמיתת השגת אלוקות ית', היא דייקא בצד הדמות של הנפש שמאירה מתוכה הארה מכבודו ית' אויב מיר ווילן ווערן נאנט צום אייבערשטן, אויב מיר ווילן עקספיריענסן אונזער אמת'ע עקזיסטענץ. כדי צו האבן בושה פארן הייליגן בורא, און כדי צו האבן תענוג און שעשוע פון עבודת השי"ת, מוזן מיר האבן אט די צוויי סטעפס. ווייל נאר מצד דמות האבן מיר שייכות צו אונזער נפש. און נאר מיט די נפש האבן מיר שייכות צו השי"ת.

ווען מיר זאגן אני מאמין, און מיר נוצן כלי הגוף מחשבה צו טראכטן, און מיר ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד הכרה, ווערן מיר אויך באוואוסטזיניג אויף אונזער עקזיסטענץ מצד דמות. דאס הייסט, בכלל באוואוסטזיניגט אויף א ווערסיע פון אונזער עקזיסטענץ. דאס מיינט דמות. און כדי צו ווערן באוואוסטזיניגט אויף אונזער אבסעלוט עקזיסטענץ, כדי צו האבן תענוג ושעשוע, דארפן מיר אנקוקן דעם דמות, אז דאס איז נישט אונזער עקזיסטענץ כמו שהוא באמת, נאר דאס איז א הארה אלוקית מהותית ואמיתית, א שיין פון אונזער עקזיסטענץ אין וואו מיר זענען א חלק. אזוי ווי ווען מיר זעען א שטיין, א בוים, א מענטש, אויב מיר ווילן ווערן נאנט צום אייבערשטן, דארפן מיר טראכטן, אז מלא כל הארץ כבודו, לית אתר פנוי מיניה, נאך מער דארפן מיר אזוי טראכטן אויף אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיין מצד דמות.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך פרובירט צו טון די צוויי סטעפס.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רכ

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מאי 28, 2018 4:08 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

שני אופנים שהסט"א מסתיר בהם אור הסוד שבנפש.

אור הסוד שבנפש, מיינט, אז דער מענטש עקספיריענסד זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט אז דאס איז נאר א שיין פון זיין עכטע חלק אין געטליכע עקזיסטענץ וואס איז באהאלטן פון זיין באוואוסטזיין, למעשה עקספיריענסד ער נישט זיין עכטע וויסן פון זיין עקזיסטענץ כמו שהוא באמת, און ער ווייסט אז ער עקספיריענסד נישט זיין עכטע עקזיסטענץ, ער ווייסט אז ער עקספיריענסד נאר א דמות פון זיין עקזיסטענץ, אבער די עקזיסטענץ פון זיך אויף וואס ער איז יא באוואוסטזיניג, עקספיריענסד ער אז דאס איז א שיין פון זיין טיפערע באהאלטענע געטליכע עקזיסטענץ. אזוי עקספיריענסד ער. נישט ער ווייסט אז אזוי איז עס, נאר אזוי עקספיריענסד ער זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין.

קומען קומט עס אז מיר זאלן זיך אזוי עקספיריענסן, אלץ חלק אלוק ממעל, אבער דא איז דא א סט"א וואס שלאגט זיך דורך צוויי אופנים אז מיר זאלן זיך נישט עקספיריענסן אלץ א חלק אלוק ממעל.

(ער האט שוין גערעדט דערפון) די ערשטע אופן איז, אז א מענטש הערט זיך אויף צו עקספיריענסן אלץ א שיין פון א באהאלטענע געטליכע עקזיסטענץ. נאר דער מענטש הייבט זיך אן צו וויסן און עקספיריענסן אלץ עקזיסטענץ נאר מיט די זאכן וואס ער איז משיג מיט די חושים גופניים. "איך בין אין עקזיסטענץ ווייל איך האב א קערפער". ס'איז רח"ל גארנישט פארהאנדין, קיין שום סוד, נאר א קערפער, א מח, מינות רח"ל. און זיי האלטן זיך נאך גרויס דערמיט אויך, בחוצפא והתפקרות.

און די צווייטע אופן וויאזוי מ'הערט זיך אויף צו עקספיריענסן אלץ חלק אלוק ממעל איז: אז דער מענטש פראדשעקט די עקספיריענס פון זיין טיפערע באהאלטענע געטליכע עקזיסטענץ. אדער אויף זיך, אדער אויף כלי העוה"ז החיצוניים. ער הערט נישט אויף צו עקספיריענסן די באהאלטענע געטליכע עקזיסטענץ, אבער ער מיינט אז ער עקספיריענסד עס, ווייל עפעס וועגן זיך אליין, אדער וועגן זיינע חפצי עוה"ז.

ואמנם האיש הישראלי שנפשו מטוהרה, ודמותו צנועה ופשוטה, מתבטל לגמרי לתוכן סוד האלוקי שמאיר בנפשו, א יוד וואס זיין עקזיסטענץ, באוואוסטזיניגט זיך אים אויפן ריכטיגן ריינערן אופן, עקספיריענסד זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין, אז ער ווערט אינגאצן בטל צום געטליכן סוד וואס שיינט אין זיין עקזיסטענץ. דער אור סוד היחוד (אור סוד היחוד מיינט, אן עקספיריענס אז דא באהאלט זיך דער איין איינציגער בורא) וואס איז מושרש אין זיין חלק אין עקזיסטענץ, באוואוסטזיניגט זיך אים. און זיין גאנצע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז מגלה אז דא באהאלט זיך דער איין איינציגער עקזיסטענץ ית'. און דעם אור הסוד וואס איז אין זיין עקזיסטענץ, איז ער מייחס, און ער איז עס מעלה למקורם באלוקותו ית'.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך געטראכט אז די ריכטיגע וועג וויאזוי צו וויסן מיין עקזיסטענץ איז, א דאס איז נאר א שיין פון מיין טיפערע עקזיסטענץ וואס איז באהאלטן פון מיין באוואוסטזיין. חלק אלוק ממעל.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רכא

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מאי 29, 2018 8:50 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

צורת העבודה זרה בדרגות העליונות.


צו וואו איז זיך מיר מייחס מיין עקזיסטענץ וואס האט זיך מיר באוואוסטזיניגט, סיי וועלעכע מינוט, דורך סיי וועלכע כלי וואס האט אנגעצינדן מיינע כלי הגוף? ווען איך דאווען ערליך, און somehow, געלונגט מיר צו שפירן א גוטע געהויבענע געפיל פון לאמיר זאגן דביקות, קען איך צוגיין צו דעם געפיל אויף צוויי אופנים, איינס, וואס ער רופט "חטא עבודה זרה בצורה דקה ביותר" איך בין אן עקזיסטענץ ווייל איך האב דעם געפיל. האדם מייחס מציאותיות ערכית ומהותית ל'רגשיו' הנפשיים ונמשך אחריהם. אדער ס'געלונגט מיר צו גיסן טרערן ביי השיבנו אבינו לתורתך, קען זיך מיר עקספיריענסן "איך בין אן עקזיסטענץ, ווייל איך האב אזאנע געהויבענע געפילן". שמתוך שהוא נהנה מהמציאותיות הנפשית שמתעוררת בקרבו מכח רגשי נפשו, הוא נעשה מקושר לרגשות אלו. אנשטאט ווערן באוואוסטזיניג אז איך בין א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ ית', ווייל נאר זייענדיג א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ אין סוף ב"ה, קען איך ווערן באוואוסטזיניג אויף מיין חלק אין איין איינציגע עקזיסטענץ דאס מאל דורך געפילן, ווער איך באוואוסטזיניג אויף מיין עקזיסטענץ מכח מיינע געפילן און שוין. אן וויסן אז דאס קומט נאר זייענדיג א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ. דאס מיינט אז איך בין נאכנישט אויף די ריכטיגע מדרגה אז ס'זאל זיך מיר משעבד זיין און מבטל זיין צו די אמת'ע איין איינציגע עקזיסטענץ אלוקותו ית"ש פון וועם איך בין א חלק. דער ציהל פון דעם ספר איז, אז ס'זאל זיך אין אונז עקספיריענסן אז מיר זענען עקזיסטענץ ווייל מיר זענען א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ ית'. נישט עקזיסטענץ ווייל מיר האבן געפילן. ווייל מיר פילן לעכטיג. ווייל מיר פליען אין די הימל. ווייל מיר פילן ווייסעכוואס. ווייל מיר פילן א טעם אין שב"ק. ווייל מיר האבן גוטע מידות. ווייל מיר זענען איידל. ווייל... נישט דאס איז די עקספיריענס פון די ריכטיגע מציאותיות.

סתם פילן עקזיסטענץ צוליב אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, אן דעם אז ס'זאל זיך אונז וויסן, אז דאס שיינט זיך אונז אראפ פון באשעפער, דאס איז נישט וויאזוי מיר ווילן זיך עקספיריענסן ווען מיר דינען השי"ת. די ריכטיגע צורה פון אונזער consciousness, אין עבודת השי"ת דארף זיין, אז סיי וועלעכע געפילן, און געפילן איז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניקייט. געפילן איז מגלה עקזיסטענץ פארן באוואוסטזיין. לאמיר זאגן א יוד זאגט שיר השירים, און somehow, ווערט ער איבערגענומען מיט א געוואלדיגע אינערליכע התרגשות, און ס'גיסט זיך טרערן פון זיך אליין, און ער פילט געוויסע געפילן וואס גייען דורך זיין באוואוסטזיין. און ער ווערט באוואוסטזיניג אויף זיין עקזיסטענץ. ממש ווי די עקזיסטענץ ווי רבי עקיבא. אבער ס'קען זיין אז ס'איז נאך נישט די ריכטיגע צורה וויאזוי מיר ווילן אז אונזער עקזיסטענץ זאל זיך באוואוסטזיניגן. דאס איז נישט די ריכטיגע צורה וויאזוי מיר ווילן עקספיריענסן אונזער עקזיסטענץ.

די ריכטיגע צורה וויאזוי מיר ווילן אז אונזער עקזיסטענץ זאל זיך באוואוסטזיניגן אין אונזער באוואוסטזיין דארף אויסקוקן איז: אז ס'דארף זיך אונז עקספיריענסן, דא איז דא אן איינציגע עקזיסטענץ פון וואו איך בין א חלק, און דאס שפיר איך. "איך בין עקזיסטענץ ווייל דער באשעפער און איך בין א חלק פון אים. דאס אלעס". ס'דארף זיך מיר וויסן אז די געפילן וואס איך האב, מיינט אז ס'דא איין איינציגער עקזיסטענץ ית' פון וואו איך בין א חלק. די ריכטיגע עקספיריענס איז "א באוואוסטזיין וואס ווערט נישט פארקויפט פאר געפילן". ער איז מגלה געפילן, אוודאי. געפילן איז דאך א באוואוסטזיניגקייט פון מיין עקזיסטענץ. נאר עקזיסטענץ קען פילן. אבער עקזיסטענץ פון וועם? ווער איז דא די עקזיסטענץ און פארוואס? דאס דארף איך געדענקען. געפילן פארוואס? פארוואס וויל איך פילן א דורכגעווייקטע אהבה רבה? פארוואס וויל איך פילן א ברען? אויף וועכע עקזיסטענץ וויל איך ווערן באוואוסטזיניג? איך וויל זיך וויסן אין עקזיסטענץ ווייל איך וויל אז ס'זאל זיך מיר וויסן אז איך בין א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ, און נישט איך וויל האבן געפילן, וויל אזוי בין איך אן ערליכער יוד. ווייל אזוי פיל איך מיך א הויעכע נשמה. קודש קדשים. דאס טויג נישט.

מיר ווילן אז אונזער עקזיסטענץ זאל באוואוסט ווערן פאר אונזער באוואוסטזיין. דורך געפילן, דורך הכרה, דורך חושים, דורך התפשטות, דורך דמות. אבער מיר ווילן אז ס'זאל זיך באוואוסטזיניגן אויף א געוויסע אופן. מיר ווילן נישט וויסן אונזער עקזיסטענץ. מיר ווילן זיך וויסן אונזער ריכטיגע עקזיסטענץ. מיר ווילן זיך וויסן אלץ חלק אלוק ממעל. די ציהל אונזערע איז נישט געפילן, די ציהל איז אז ס'זאל זיך אונז וויסן אונזער עקזיסטענץ אויף אן אופן אז דאס באוואוסטזיניגט זיך פון באשעפער פון וועם מיר זיינען א חלק. ווען אונזער עקזיסטענץ ווערט באוואוסט פאר אונז, האבן מיר א שאנס אז ס'זאל זיך באוואוסטזיניגן אונזער ריכטיגע עקזיסטענץ. אויב מיר וועלן נישט ארבעטן צו מגלה זיין אונזער עקזיסטענץ פאר אונזער באוואוסטזיין. האבן מיר נישט קיין שאנס צו זיין נאנט צום אייבערשטן. ווייל נאר דורך מגלה זיין אונזער עקזיסטענץ, קענען מיר ווערן נאנט צום באשעפער.

ביזן קומענדיגן שיעור וואלט איך מיך איינגע'חזר'ט, אז די ריכטיגע אופן וויאזוי איך וויל עקספיריענסן מיין עקזיסטענץ איז: דער אייבערשטער איז עקזיסטענץ און איך בין א חלק פון אים. נישט, איך בין עקזיסטענץ ווייל איך האב געפילן פון דביקות.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רכג

תגובהדורך נשמה » מיטוואך מאי 30, 2018 5:16 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

'אנוכיות' האדם הוא העבודה זרה הכוללת ביותר

עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט קען מען צעטיילן אויף צוויי. איין חלק איז מיין אבסעלוט עקזיסטענץ וויאזוי איך עקזיסטיר באמת beyond מיין באוואוסטזיין. און איין חלק איז די פארום, די דמות וויאזוי מיין עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך אין מיין באוואוסטזיין אין די יעצטיגע מינוט פון די געוויסע כלים וואס זענען מעורר די געוויסע כלי הגוף מיינע און איך ווער געוואויר אז איך בין א חלק פון אבסעלוט עקזיסטענץ.

איך קען נאר וויסן מיין עקזיסטענץ לויט וויאזוי עס האט זיך מיר באוואוסטזיניגט. אויב דרויסנדיגע כלים וועקן אויף מיינע כלי הגוף וועט זיך מיין חלק אין עקזיסטענץ באוואוסטזיניגן פאר מיר אויף א געוויסע פארום, אויף א געוויסע 'דמות'. אבער איך מוז נישט מיינען אז דא באוואוסטזיניגט זיך "מיין" אבסעלוט עקזיסטענץ, אז דאס וואס איך ווייס יעצט "בין איך". כאטש דאס וואס איך ווער יעצט איז ווייל איך בין א חלק פון עקזיסטענץ. אבער די דמות וואס באוואוסטזיניגט זיך יעצט מיינט נישט "אז דאס בין איך" אז דא איז דא אן עקזיסטענץ פון א "איך". א גוף וואס קוקט אויס ווי א דבר נפרד פאר אונז איז דא. אמת. אבער איך רעד יעצט פון די עקזיסטענץ-באוואוסטזיין. ווי שטארק און טיף ס'איז, איז עס נאר די "דמות" פון עקזיסטענץ פון וואו איך בין א חלק, וויאזוי מיין חלק אין עקזיסטענץ האט זיך באוואוסטזיניגט, אבער גארנישט פון דעם איז מיין עקזיסטענץ. א "דמות" פון עקזיסטענץ עקזיסטירט נישט פאר זיך אליין אן עקזיסטענץ. מיר קענען נאר וויסן א דמות פון אונזער עקזיסטענץ, און א דמות פון אונזער עקזיסטענץ איז נישט אונזער עקזיסטענץ.

א דמות פון סיי וועלעכע עקזיסטענץ איז א הארה אלוקי, ווייל דאס אליין אז איך ווייס עקזיסטענץ, דאס אליין איז אלוקות. דאס איז נישט וויאזוי ס'ווייסט זיך מיין אבסעלוט עקזיסטענץ, פאר ווער ס'ווייסט עס. דאס איז אבער א הארה אז ס'דא איין איינציגער עקזיסטענץ און איך בין פון אים א חלק, נאר איין איינציגע עקזיסטענץ קען זיך באוואוסטזיניגן, און נאר ווייל איך בין א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ ווייס איך פון עקזיסטענץ. דאס וואס עס האט זיך מיר באוואוסטזיניגט, דאס איז נישט מיין עקזיסטענץ, כמו שהוא באמת, אבער דאס אז איך ווייס, דאס ווייזט אויפן איין איינציגן בורא ממציא כל המציאות, כי הוא המצוי ואין עוד זולתו. יתברך שמו ויתעלה. אין עוד זולתו מיינט, אז נאר ער איז די עקזיסטענץ אין סוף ב"ה, און איך בין נאר א חלק. די עקזיסטענץ איז זיינס, הבורא ית"ש, די דמות איז איז וואס איך ווייס. דמות איז נישט עקזיסטענץ.

למעשה ווען ס'באוואוסטזיניגט זיך מיר א פארום פון עקזיסטענץ, קומט עס ווייל איך בין א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ ית'. איז דא א יצר צו מיינען אז געוויסע פון די דמותים איז מיין עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט. אינדערצייט וואס ס'איז נאר א דמות פון מיין עקזיסטענץ געוואנדן אין די כלי הגוף. ס'איז נישט מיין עקזיסטענץ. מיין "איך" האט זיך געשאפן אין מיין באוואוסטזיין פון דמותים, פארומ'ס וויאזוי מיין חלק אין עקזיסטענץ האט זיך באוואוסטזיניגט פאר מיר אין מיין עבר. און ווייל איך וויל זיך וויסן אין עקזיסטענץ, האב איך געוואלט מיינען, אז אט די דמותים מיינע איז מיין עקזיסטענץ. ס'איז אמת אז ס'איז מיין, ווייל איך ווייס עס, איך קען נאר וויסן מיר אליין, אבער ס'איז נישט אמת אז דאס איז מיין עקזיסטענץ, ס'איז נאר א דמות, און א דמות פאר זיך איז נישט מיין אבסעלוט עקזיסטענץ. מיין אבסעלוט עקזיסטענץ איז "איך א חלק פון באשעפער, חלק אלוק ממעל".

מיט דעם פארשטייט מען אויך וויאזוי א מענטש קען זיך ערלויבן צו צעברעכן זיין "איך", זיין "הארץ", צו האבן א לב נשבר. ווייל דאס איז נישט זיין עקזיסטענץ וואס ער צעברעכט. דאס איז נאר א דמות. און א דמות איז נישט קיין עקזיסטענץ. דער מענטש וואס צעברעכט זיין הארץ פארן אייבערשטן, ווייסט, אז ער ווערט נישט אויס עקזיסטענץ אויב ער צעברעכט זיין דמות. פארקערט, ער ווייסט אז ער ווערט דערמיט נענטער צו וויסן זיין אבסעלוט עקזיסטענץ מער און מער. א מענטש וואס מיינט אז די דמות, דאס איז זיין עקזיסטענץ, "דאס בין איך" איז אים זייער שווער א לב נשבר. איז אים זייער שווער 'הכנעה'. א מענטש מוז האבן מציאותיות. אויב מ'שטופט אוועק גבהות הלב דארף דאס זיין כדי צו באקומען מציאותיות פון דביקות בה'. דאס מוז גיין צוזאמען אויף איינמאל. כן נראה מהספר הק' יושר דברי אמת.

בארבעה צדדי הנפש

בצד ההכרה:
א מענטש וואס ווערט באוואוסטזיניגט אויף זיין עקזיסטענץ פון כלים וואס זענען מעורר זיין כלי הגוף מחשבה, ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט אויף א דמות פון זיין עקזיסטענץ. אז ער "פארשטייט", ער פארשטייט טאקע. אבער ווייל ער וויל זיך וויסן אלץ עקזיסטענץ, מיינט ער אז דאס אז ער "פארשטייט" דאס איז מיין עקזיסטענץ. דאס בין איך. ווען באמת איז די דמות "איך פארשטיי" נישט די עקזיסטענץ זיינעם. ס'איז נאר א דמות.

בצד החיות
די דמות וואס ווערט באוואוסטזיניגט אין א מענטש וואס נוצט "חושים", (כלים וואס זענען מעורר חושים) איז: "מיין לעבעדיגקייט, דאס איז מיין עקזיסטענץ". אויב איך וויל מיך וויסן אין עקזיסטענץ, איז "מיין לעבעדיגקייט" די עקזיסטענץ. און דאס דארף איך זעהן אז ס'זאל ווערן מער און מער. איך מוז מיך צו דעם צוקלעבן, איך קען עס נישט אפלאזן, ווייל דאס איז מיין עקזיסטענץ. ווען באמת איז דאס נאר א פארום פון זיין עקזיסטענץ.

בצד ההתפשטות.


א דמות פון עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פארן מענטש מיט דעם וואס ער האט ארויסגעברענגט זיינע כוחות אל הפועל. "דאס וואס איך האב געטון, דאס איז מיין עקזיסטענץ". "איך קען".

בצד הדמות

דער מענטש מיינט, אז דער דמות וויאזוי זיין עקזיסטענץ האט זיך באוואוסטזיניגט,טאקע דאס איז זיין עקזיסטענץ. און דאס מאכט אז דאס זאל ער מאכן מער און מער. ווען באמת איז דאס נאר א פארום, א דמות וויאזוי זיין עקזיסטענץ האט זיך באוואוסטזיניגט. און ער מיינט, אז די דמות דאס איז זיין עקזיסטענץ.

דא איז די הערה רצג. פון "ערך עצמי". יעדער קען עס לערנען אינעווייניג. ער שרייבט: ולכן מי שרוצה להעלות נפשו ולהצילה מרשת הסט"א, חייב לעמול בעצמו לעקור רגש 'ערך עצמי' מנפשו. (חחח) ולא יעשה ממנו עסק כלל, באופן שלא יהיה לו שום סיפוק מערך עצמו. וגם לא יצטער ממה שנחסר ממנו הערך. (חחח) ועל ידי שיכיר האמת שאין לעצמיותו הנפרדה שום ערך לשמוח בו או להצטער בהעדרו יוכל להידבק בכל נפשו לערך האמיתי שבאלוקותו ית' אז מ'איז א חלק אלוק ממעל, און מ'איז אליין אן אין סוף עקזיסטענץ, ויזכה לשמחה פנימית בעבודת השי"ת.

ביזן קומענדיגן שיעור וואלט איך געטראכט אז אלעמאל ווען איך האב געמיינט אז "דאס איז מיין איך", איז עס נאר געווען א דמות וויאזוי ס'האט זיך באוואוסטזיניגט מיין עקזיסטענץ, אבער דאס איז נישט מיין עקזיסטענץ. מיין עקזיסטענץ איז פארהוילן פון מיר. דאס אז איך ווייס עקזיסטענץ ווייזט אויף א הארה אלוקית ית"ש. מלא כל הארץ כבודו, הוא המצוי ואין עוד זולתו.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רכח

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מאי 31, 2018 3:07 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

חילוק מהותי בין הדרגות

יעדע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט קען מען צעטיילן אויף צוויי חלקים. איין חלק איז די אנערקענונג אויף עקזיסטענץ. וואס דער מענטש ווערט באוואוסטזיניג און איבערגענומען, אז ס'דא עקזיסטענץ! און איין חלק פארענטפערט "וואס עקזיסטירט?" ער איז עס מייחס צו עפעס. צו זאגן אז ס'עקזיסטירט נישט, און ס'איז נאר א דמיון, איז שטותים. וויפיל עקזיסטענץ א מענטש זאל זיך נאר פארשטעלן אפילו מיט זיין דמיון, איז ער אלעמאל גערעכט, ס'דאך אין סוף עקזיסטענץ. צו זאגן אז דאס וואס דער מענטש מיינט איז די עקזיסטענץ, דאס קען שוין זיין נישט אמת, און אפילו עבודה זרה. אויב א ריזן מאיעסטעטישער בילדינג שאפט אין מיר א דמות פון א מעכטיגע עקזיסטענץ, (א מענטש שפיגלט אפ אין זיין עקספיריענס וואס ער זעהט) איז די בילדינג די דמות פון עקזיסטענץ, און דער אייבערשטער די עקזיסטענץ וואס דער מענטש פילט. נישט נאר וועגן אן דעם אייבערשטענס הילף וואלט ער נישט געקענט מאכן דעם בילדינג, נאר ווייל נאר צו א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ קען זיך באוואוסטזיניגן א דמות פון עקזיסטענץ. די פסוק זאגט: מקולות מים רבים אדירים משברי ים אדיר במרום ה'. א מענטש קען נישט שאפן עקזיסטענץ. א מענטש קען באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ.

קודם האט ער דאס געוואלט קלאר שטעלן. יעדע עקזיסטענץ וואס א מענטש ווערט אויפמערקזאם און באוואוסטזיניג עקזיסטירט. אפילו די עקזיסטענץ אין חלומות! ס'עקזיסטירט! נעם ארויס יעדע דמות וויאזוי די עקזיסטענץ האט זיך פארמירט צו דיין באוואוסטזיין, איך רעד פון די אויפמערקזאמקייט אויף "עקזיסטענץ!" אן די קלענסטע דמות. די איבערגענומענקייט פון עקזיסטענץ! די intensity פון די אויפמערקזאמקייט אויף עקזיסטענץ. דאס איז אמת! די חלום איז שטותים. אבער די איבערגענומענקייט אז ס'עקזיסטירט עפעס, דאס איז אמת! מ'קען עס צעטיילן. ווען מיר האבן ליב א זאך וואס מיר דארפן נישט ליב האבן. די עקזיסטענץ פון ליבשאפט איז אמת! די זאך וואס מיר האבן ליב דאס איז נישט אמת. יעדע געפיל וואס מיר האבן איז אמת!

מינים ואפיקורסים ימ"ש האלטן אז די עקזיסטענץ אויף וואס א מענטש ווערט באוואוסטזיניג, די "עקזיסטענץ" איז שטותים, זיי פרובירן די מערסטע צו מינימיזירן עקזיסטענץ, אויף אזוי ווייט, אז ס'איז כמעט גארנישט פארהאן, חוץ קעמיקאלן אפשר. וויאזוי קען א מענטש מורא האבן פון באשעפער אויב ס'איז נישטא קיין עקזיסטענץ אין זיין עקספיריענס? אבער ער רעדט דא נישט פון מינים ואפיקורסים. ער רעדט פון די חטא עבודה זרה בדקות, דאס מיינט, אז דער מענטש האט קיינמאל נישט געלייקנט אין קיין שום עקזיסטענץ, און ער גלייבט אין באשעפער, נאר ער מיינט אז דאס איז אויך עקזיסטענץ. (עבודה זרה בשיתוף חחח) וואס די עקזיסטענץ איז, דאס האט ער באשלאסן.

איז אויב מיר ווילן מורא האבן פון השי"ת דארפן מיר וויסן אז יעדע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס געשעהט אין אונז, איז די עקזיסטענץ אמת! נאר וואס מיר מיינען אז דאס איז די עקזיסטענץ, דאס דארף מען אכטונג געבן. אין די דרגות התחתונות, מיינט דער מענטש אז די "עקזיסטענץ" איז זיין גוף. למשל אויב דער מענטש ביי די דרגות התחתונות זעהט אז ער פארשטייט, אז ער האט ארויס, ווערט ער באוואוסטזיניג און איבערגענומען פון עקזיסטענץ. ער ווערט! ער זאגט wow!!!, עקזיסטענץ!!! יעצט קומט די פראגע "וואס עקזיסטירט?". אויף דעם איז זיין תירוץ, מיין מח איז די עקזיסטענץ! אנשטאט צו טראכטן דעם אמת, אז א מח פאר זיך איז נישט עקזיסטענץ. א מח איז נאר א כלי הגוף וואס ווען מ'איז דאס מעורר מאכט עס באוואוסטזיניג אויף א פארום פון עקזיסטענץ וואס האט גארנישט מיט די עצם מח.

און די זעלבע ביי 'צד החיות', דער מענטש זעהט אז ער האט הנאה מיט זיינע חושים, און ער ווערט באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ! מצד חיות. ער ווערט באוואוסטזיניג אויף א פארום פון זיין עקזיסטענץ. "אויב נישט וואלט ער נישט הנאה געהאט". יעצט קומט אריין די שאלה "וואס עקזיסטירט?" די תירוץ, "איך האב חושים!" און אזוי ב'צד ההתפשטות' דער מענטש זעהט זיינע געוואלדיגע כוחות וואס ער איז מפשט אל הפועל, און ער ווערט באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ. wow, קוק, עקזיסטענץ! די שאלה איז וואס עקזיסטירט? די תירוץ "מיינע כוחות". און די זעלבע מ'צד הדמות', דער מענטש ווייסט זיך אלץ אן עקזיסטענץ. אבער פון וואו קומט עס? ווער מאכט עס? מיין גוף. די אופן וויאזוי איך פיר מיך אויף.

מה שאינו כן אין די דרגות העליונות, קען דער מענטש מייחס זיין די עקזיסטענץ צו זיין נפש און נישט צום מקור.

דוגמאות בדרגא של 'קצה הנפש'


די זאך פון מייחס זיין די עקזיסטענץ פון אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט "וואס עקזיסטירט דא", געשעהט א סך מאל פון זיך אליין. א מענטש דערזעהט זיך אז ער פירט זיך מיט "נאמנות" און דאס באוואוסטזיניגט אים אויף עקזיסטענץ. די נאמנות איז א כלי מעורר צו זיין מחשבה, און דאס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד הכרה. איז דער מענטש קען געבן אן "עקזיסטענץ" פאר די עצם נאמנות.

בצד החיות: די נקיון און די איידלקייט, איז א מין כלי מעורר צו זיין חושים, און חושים באוואוסטזיניגן אים אויף עקזיסטענץ. פיין. דער מענטש ווערט געוואויר עקזיסטענץ, און ער מיינט אז דאס אליין אז ער איז איידל, דאס איז עקזיסטענץ. אינדערצייט וואס עס איז נאר א דמות.

בצד ההתפשטות: די אחריות איז כוחות וואס דער מענטש איז מפשיט אל הפועל, און דאס באוואוסטזיניגט אים אויף עקזיסטענץ, און ער מיינט אז דאס אליין עקזיסטירט. מצד עצמה.

בצד הדמות: דער מענטש ווייסט אז ער איז "ווערד", דערפאר פירט זיך אויף מיט כבוד, און פון דעם אליין ווערט ער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד דמות. ער מיינט אבער אז די דמות, דאס איז אן עקזיסטענץ.

אין הערה רצו שרייבט ער אז א מענטש וואס פירט זיך אלעמאל אויף מיט נאמנות, און ער זאגט נישט קיין ליגנט, און דאס געט אים עקזיסטענץ. און ער מיינט אז דאס אליין איז זיין עקזיסטענץ. וועט ער נישט וועלן זאגן ליגנט צו ראטעווען איינעם פון טויט, ווייל, חייך קודמין. איך בין אזויפיל געזיצן ביי מתבונן, איך קען ענק איין זאך. וואס איך האב בייגעוואוינט די power פון א איגו, מ'האט דאך נישט קיין אהנונג, ס'איז נישט פשוט. איך קען מיינען, איך בין גוט, איך בין וואויל, ווען ס'איז נישט אזוי. און די זעלבע זאך, יענער איז נישט גוט, יענער איז שלעכט, ווען ס'איז נישט אזוי. די רצון פון א מענטש צו האבן עקזיסטענץ, איז זייער powerful.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך באמערקט ווי איך בין מייחס "עקזיסטענץ". פרובירן עס מייחס זיין צום מקור.

והשם הטוב יעזור. ומייחד אלוף יראה מאורות.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רל

תגובהדורך נשמה » פרייטאג יוני 01, 2018 5:37 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

בחינת עבודה זרה בדרגת 'עולמה של הנפש'

די עקספיריענס פון וויאזוי עקזיסטענץ, באוואוסטזיניגט זיך אינעם באוואוסטזיין פון א מענטש ביי די דרגא פון 'עולמה של הנפש'. איז אז מ'איז באוואוסטזיניג, אז מיין עקזיסטענץ (וואס באוואוסטזיניגט זיך מיר פון דרויסנדיגע כלים וואס זענען מעורר כלי הגוף), באוואוסטזיניגט זיך ממקור העליון. (ממקור העליון מיין איך צו זאגן, אז מ'איז באוואוסטזיניג אז ער איז די עקזיסטענץ, און ס'שיינט זיך מיר נאר א דמות, ווייל איך בין א חלק דערפון, א געוויסע אופן פון consciousness). למעשה ווערט דער מענטש באוואוסטזיניגט אויף א דמות פון עקזיסטענץ, און דער יצר קען אים איינרעדן אז ס'זאל אים דאכטן אז דער דמות, דאס איז עקזיסטענץ. ער זאל עס מייחס זיין אלץ עקזיסטענץ. אנשטאטס נאר אלץ א דמות פון איין איינציגע עקזיסטענץ.

ער שרייבט אין הערה רצז. והעיקר שלא ירגיש את 'עצמו' כלל. און דער עיקר אז ער זאל זיך נישט פילן. וויאזוי מאכט מען עס? "איך פיל יא אז איך בין א..." שרייבט ער: וכל עסקו ורגשו יהיה רק ברגש 'יוקר אלוקותו' יתברך. פארוואס איז דיין פסיכיק פארנומען מיט די דמות, אז ער וויל זיך טשאטשקענען דערמיט "קוק ווער איך בין!"? ווייל דיין פסיכיק לערנט עס אפ אלץ "עקזיסטענץ". אבער אויב דו וועסט פרובירן פון יעדע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, צו וועלן דערפון וויסן, פילן, דיין ריכטיגע עכטע עקזיסטענץ, דעם אייבערשטן. די מקור העליון, פון וואו די דמות קומט, "איך וויל עס נאר שפירן אז דא באוואוסטזיניגט זיך דעם אייבערשטנ'ס עקזיסטענץ, און גארנישט וואס איך בין" דאן וועט עס אוועקגיין, ווייל דער עיקר וואס דו ווילסט איז דיך שפירן "עקזיסטענץ". אזוי ווי דו האסטעך אמאל געוואוסט. דעם אייבערשטענס עקזיסטענץ. און ווען מ'עקספיריענסד א בושה פון באשעפער, איז א סימן א מ'ווייסט עס.

ער שרייבט: ואין כוונתנו שלא יהנה מההשגה, ער מיינט נישט צו זאגן אז מ'זאל נישט הנאה האבן פון די השגה. פון די עקזיסטענץ. שהרי בוודאי הנאה גדולה היא להשיג קירבתו ית', ועוצם אהבתו ויראתו, ווייל דאס איז דאך א געוואלדיגע הנאה זיך צו עקספיריענסן די ריכטיגע עקזיסטענץ, אלא העיקר שלא יהנה בזה מ'עצמו הערכי', ער זאל נישט הנאה האבן פון זיין אייגענע וועליו. וכל הנאתו תהי' רק מ'יוקר אלוקותו' ית', און זיין גאנצע הנאה זאל זיין נאר פון עקזיסטענץ וואס ער איז מייחס צום אייבערשטן. (איך וויל אראפשטעלן א כלל: וועליו איז עקזיסטענץ. ווען מיר געבן א וועליו פאר א זאך, מוז זיין אז מיר געבן עס עקזיסטענץ)

ער שרייבט ווייטער בפנים, והאמת היא שכל משהו של בליטה ורגש עצמי, מהווה סתירה גמורה לדרגא זו, ומשחיתה אותה לגמרי. יעדע משהו וואס א מענטש עקספיריענסד אז ער עקספיריענסד יעצט זיין אייגענע עקזיסטענץ. איז א סתירה גמורה צו די דרגא. ווייל ביי די דרגא, דארף יעדע אויפמערקזאמקייט אויף עקזיסטענץ זיין אז נאר דער אייבערשטער איז עס, און פון דארט שיינט זיך עס אראפ אין נפש.

שרייבט ער ווייטער, והעבודה האמיתית היא לטהר הדמות בצניעות ובושה גדולה, ולייחס כל היקר והערך לאור האלוקי שמושפע בנפש. יעדע סארט עקספיריענס פון וועליו. פון עקזיסטענץ, מוז זיך עקספיריענסן (מוז מיין איך צוזאגן אויב מ'וויל דעם דרגא פון 'עולמה של הנפש') אלץ עקזיסטענץ וואס באלאנגט צום באשעפער. "איך שפיר עס נאר ווייל איך בין א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ, אבער עקזיסטענץ דאס איז דער הייליגער בורא יתעלה שמו" שבזה יבוש האדם ויתבטל להארה האלוקית הפנימית, ווען עקזיסטענץ פון השי"ת באוואוסטזיניגט זיך אינעם באוואוסטזיין פונעם מענטש, פיהלט מען זיך אזוי קליינליך, מ'וויל זיך אזוי באהאלטן, מ'ווערט אזוי צעלאזט, און פארגארנישטעט, און בטל פאר די עקזיסטענץ פון אלוקות. (איך מיין אז דעס מיינט ער די עקספיריענס פון בושה פאר הייליגן בורא.) שוין מסביר געווען אויבן, אז דאס איז א "הארה אלוקית פנימית" ווייל מ'איז באוואוסטזיניג אז נאר איין איינציגע עקזיסטענץ קען זיך באוואוסטזיניגן. קומט אויס אז דא איז דא א הארה פון איין איינציגן בורא עולם ית"ש.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך פרובירט צו עקפיריענסן, וויאזוי ס'עקספיריענסד זיך צו מטהר זיין דעם דמות.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רלא

תגובהדורך נשמה » זונטאג יוני 03, 2018 3:21 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

בחינת עבודה זרה זו בדרגא של 'סוד היחוד'

יעדע באוואוסטזיניגקייט וואס געשעהט דורך כלים וואס זענען מעורר כלי הגוף איז א באוואוסטזיניגקייט אויף עקזיסטענץ. עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, איז אפילו דער מענטש ביי די דרגא היותר עליונה פון 'סוד היחוד', אויב דער מענטש איז נהנה פון 'ערך עצמו' בצורה דקה וקלה, (זעהט אויס אז א מענטש קען זיך נישט מעריך זיין נאר אויב ס'איז זיך ביי אים מייחס עקזיסטענץ פאר די דמות. ער געט די עצם פאר א דמות) והוא נפסל בזה מלהיות כלי להשראת אורו ית' דער מענטש קען שוין נישט כאפן דעם ריכטיגן עקזיסטענץ. שהרי אין הבורא ית"ש שוכן רק את דכא, ווי די גמ' זאגט 'אין אני והוא יכולין לדור בעולם' יעצט, וואס מיינט ער דכא? דכא, מיינט ער לכאורה, אז דער מענטש בויט נישט אויף פון די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט א "איך".

וויאזוי שפירט א מענטש וואס ווייסט אז ער איז נישט קיין שום עקזיסטענץ נפרד. ער פילט נישט! ער פילט, אבער נישט קיין "איך". ווען א מענטש שפירט שפלות, מיינט עס לכאורה אז דער מענטש שפירט זיך, נאר ער שפירט אז ער איז שפל. ווייל אויב וואלט ער באמת נישט געווען קיין עקזיסטענץ, ווער איז שפל? איך דארף אויפגעבן אויף מיין טעות מתחלתו, וואס איך האב געמיינט אז "דאס און דאס איז די עקזיסטענץ וואס איך ווייס אז ס'עקזיסטירט". די פראבלעם וואס דער הייליגער יושר דברי אמת זאגט מיט א מענטש וואס ארבעט אויף זיך צו זיין אן עניו, איז, אז זיין עקזיסטענץ פון "איך" בלייבט intact. ממש אומבארירט.

וואס איז די "גבהות הלב" וואס דער הייליגער יושר דברי אמת רעדט? ס'איז אז דער מענטש מיינט אז די דמות וויאזוי זיין עקזיסטענץ האט זיך אים באוואוסטזיניגט, דאס איז זיין עקזיסטענץ, למשל דער מענטש זעהט זיך זיין א למדן גדול, וואס ס'איז אמת אז ער איז רעלאטיוו צו ווייניגער ווי אים א למדן, אבער ס'איז נאר א דמות פון עקזיסטענץ. (אויב דער מענטש וואלט נישט געווען א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ, וואלט דער מענטש נישט געקענט זיין א למדן גדול) און דער מענטש מיינט אז דאס איז זיין 'עקזיסטענץ'. סאו, גבהות הלב מיינט געבן עקזיסטענץ פאר די דמות. אז מיין דמות איז די עקזיסטענץ. און דאס איז אקעגן אייבערשטן דירעקט, ווייל ער איז די איין איינציגע עקזיסטענץ.

אבער ווי דער יושר דברי אמת איז מסביר אז כדי צו כאפן ווי ווייט מיין "איך" איז געבויט, און אז איך נעם פון דעם עקזיסטענץ. לאמיר זעהן איך זאל מיך אויפפירן מיט שפלות בלב ובמעשה, פארוואס שטערט מיך זיך אויפצופירן בשפלות. ווייל דער "איך" ווערט קלענער, און דאס מיינט אז מיין "מציאותיות" ווערט קלענער. אה איז א סימן אז איך האב יא א "איך" וואס איך נעם דערפון 'מציאותיות', און מיין "איך" האט נישט ליב "שפלות", ווייל ער ווערט דערמיט ווייניגער "עקזיסטירנד". פון דעם איז א ראי' אז אין מיר איז דא אן אויפגעבויטער "איך". לאמיר עס אינגאנצן אוועקנעמען. און מייחס זיין עקזיסטענץ וואס ס'ווייסט זיך מיר צום ריכטיגן פלאץ.

דער אמת איז אבער לכאורה, אז שפלות ווייזט אויף אן עקזיסטירנדער "איך". ס'דא צוויי מינע שפלות, איינס איז, איך בין באמת אן עקזיסטענץ, נאר איך קוועטש עס אראפ. זייער א שווערע עקספירענס. "אויב איך בין אזוי בשפלות ובהכנעה, פארוואס שריי איך אויף יעדעם וואס קומט אריין אין מיין space", אלא מאי ס'גארנישט קיין שפלות, סתם זיך געפייניגט. אבער די שפלות פונעם יושר דברי אמת איז, מיין דמות איז נישט מיין עקזיסטענץ, און אויב ס'דאכט זיך מיר אז ס'איז יא מיין עקזיסטענץ, פרוביר איך צו אנערקענען מיין טעות מתחלתו, ניין, מיין דמות איז נישט מיין עקזיסטענץ. יעדער מענטש וויל זיך וויסן אין עקזיסטענץ. און קיינער זאגט נישט אנדערש, פארקערט, ער וויל איך זאל מיך וויסן דעם ריכטיגן עקזיסטענץ.

עיקר נסיון האדם בעולמו

ער שרייבט: וכל יגיעת עבודתו צריכה ליהיות בזה לטהר נפשו מכל ניצוץ של מציאותיות שקרית, בין מה שהוא מייחס לעניני העוה"ז, ובין מה שהוא מייחס לעצמו. דאס איז דער עיקר נסיון פון א יוד בעולמו. אז יעדע מאל עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך אין מיין באוואוסטזיין, צו מטהר זיין דעם באוואוסטזיין פון מיינען אז די עקזיסטענץ איז די עניני העוה"ז, אדער "איך אליין". והעיקר הוא להיבטל לגמרי בכל חושיו וכוחותיו לאמיתת מציאותו ית', און דער עיקר איז זיך מבטל זיין מיט אלע חושים און כוחות לאמיתת מציאותו ית'. אמיתת מציאותו מיינט ער לכאורה, אז מ'ווערט באוואוסטזיניג, דורך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט אז ער "עקזיסטירט". יתברך שמו ויתעלה. מ'ווייסט דאך נישט מער ווי דעם, אבער דאס ווייסט מען זיכער, אז ער עקזיסטירט. נישט מ'ווייסט עס, מ'עקספיריענסד עס. און צו דעם ווערט מען בטל מיט אלע חושים און כוחות. ולהידבק בכל מהותו בעוצם סוד יחודו וכבודו ית"ש.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה, וואלט איך געטראכט וואס מיין עיקר נסיון אויף דער וועלט איז. און וואס איך דארף יא טון.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

למודים לדעת דף רלא המשך

תגובהדורך נשמה » מאנטאג יוני 04, 2018 5:33 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

'רצון' האדם עלול להיות עבודה זרה כוללת

שהרי ביארנו לעיל שנקודת הנפש - בראשית גילויה - היא כח הרצון שבה. דאס אז איך עקספיריענס אז "איך וויל עפעס" דאס קומט פון מיין חלק אין איין איינציגע עקזיסטענץ. נאר א חלק אין עקזיסטענץ וויל. און א חלק אין עקזיסטענץ וויל איין זאך זיך וויסן מער און מער אין עקזיסטענץ. אין הערה רחצ, ווען עס וויל זיך מיר עפעס, לדוגמא איך וויל וויסן א שטיקל אין א ספר, מוז בהכרח זיין אז איך האלט אז יענע שטיקל גייט מיך מאכן וויסן מער מיין עקזיסטענץ. כאילו יענע שטיקל האט אין זיך איינגעשלינגען א ניצוץ פון מיין עקזיסטענץ, און דורכ'ן לערנען גיי איך עס וויסן. מעלה זיין מיין ניצוץ.

אדער איך זעה א אינטערעסאנטע קאר געפארקט נעבן שוהל, די ערשטע רגע וואס איך זעה דעם קאר ווערט מעורר מיינע חושים, מיין מחשבה, און ס'באוואוסטזיניגט מיך אויף מיין עקזיסטענץ. און איך וויל וויסן, בעסער געזאגט, מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וויל וויסן, "וואס פונקטליך זעה איך דא?" ווייל איך וויל דערמיט קלארער וויסן מיין אייגענע עקזיסטענץ. כאילו א פונק פון מיין עקזיסטענץ איז איינגעשלינגן אין דעם קאר, און איך וויל עס ארויסשעפן.

ובזה תבין היטב שלכל דבר, [בעוה"ז] שהאדם מתעורר כלפיו ב'רצון' נפשו - יהיה זה מאיזה צד שבנפש - הוא בהכרח מייחס לדבר ההוא ניצוץ מה'מציאותיות' שבנפשו. בקיצור, ווען מיר ווילן סיי וועלעכע זאך, האלטן מיר אז אין יענע זאך איז דא א פינק פון אונזער עקזיסטענץ וואס מיר ווילן וויסן. ומתעורר כלפיו באיזה גוון של 'דעת'. און דער מענטש באקומט א געוויסע עקספיריענס לגבי די זאך. א געוויסע 'דעת', א געוויסע קשר. ביז מיר האבן עס ארויס, מוזן מיר האבן דעת צו עס. שזהו יסוד כללי בנפש, שבהתעורר ה'רצון' מתגלית עמו ממילא, איזו נקודה של 'מציאותיות' נפשית. ווען איך שפיר אז איך וויל עפעס, מוז זיין אז איך בין געוואויר געווארן אויף מיין עקזיסטענץ, אז איך בין געווארן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג.

דאס איז זיכער אז אויב מיר ווילן מגלה זיין אונזער נפש, דארפן מיר קוקן "וואס וויל איך". יעדעס מאל די נפש וויל, אה, האמיר אן התגלות הנפש. אינו דומה ווען א מענטש צווינגט זיך צו זאגן תהלים, צו א מענטש וואס זאגט תהלים ווען ער וויל. עונג נפשי האמיתי קומט דייקא (פון עבודת השי"ת) ווען מ'וויל, און נישט ווען מ'צווינגט זיך. מיר דארפן זעהן צו וועלן. (עיין עמוד רא) שרייבט ער אבער אזוי האדם עלול מאוד לטעות ולייחס ל'עצם רצונו' ענין אלוקי מציאותי ומהותי שבכוחו 'לגזור' ו'לתבוע',

ס'איז דא ווען א רצון ערוועקט זיך, איך וויל א געוויסע זאך, ווייל איך וויל וויסן מיין עקזיסטענץ, און אז הקב"ה העלפט פרייט מען זיך, און מ'דאנקט אים און מ'בעהט אויף ווייטער, נאכדעם איז דא, אז דער מענטש מיינט, און פילט אז די עצם רצון וואס ער וויל איז די עקזיסטענץ, א מענטש קען טון וואס ער וויל, אן מיינען אז די עצם רצון איז אן עקזיסטענץ מצד עצמו. אז ס'האט אין זיך אן עקזיסטענץ, אז וויאזוי איך וויל, מוז אזוי זיין. ועוד מתרקם בקרבו דמיון שכן הוא המציאות האמיתית ש'חייב ומוכרח' ליהיות כפי רצונו. וויבאלד איך וויל אזוי אן אזוי, קען אנדערש נישט זיין.

ער רעדט נישדא דוקא פון א מענטש אן עקשן, איינער וואס שטעלט זיך אויף זיינע רצוניות, ער רעדט דא פון אזאך וואס קען פארקומען אינעם סברא פון א מענטש. ס'דאכט זיך אז די עצם רצון איז עקזיסטענץ. 'לגזור ולתבוע' = ס'מוז אזוי זיין, און צומאל נאך מער, 'חייב ומוכרח' = ס'קען אנדערש נישט זיין. א מענטש קען פילן אזוי. ער געט עקזיסטענץ פאר די עצם רצון.

ובזה הוא עלול לייחס גם ל'יכלתו' העצמית 'מציאותיות', דער מענטש מיינט, אז דאס אז איך קען, איז אן עקזיסטענץ פאר זיך. שמתוך שרצונו הוא 'מחייב' ו'מכריח' הרי יש בו גם ה'יכולת' להפיק תכליתו הרצוני. ער זאגט אז ס'איז א גאווה נפלאה אז מ'זאל מיינען, אז וואס איך וויל איז א געטליכע עקזיסטענץ, אבער כן הוא העובדא. אז ס'דא צוויי מינע גאווה כלליים. די ערשטע איז גאוה של 'ערך' עצמי, אז מיין דמות וויאזוי איך ווייס מיין עקזיסטענץ, דאס איז אן עקזיסטענץ, ס'האט אן ערך. ב. גאוה של 'רצון' עצמי, דער מענטש פילט אז זיין רצון איז אן עקזיסטענץ וואס מוז זיין.

והנה ענין זה של עשיית מציאותיות מעצם 'רצון' האדם, הוא יסוד ושורש להתעוררות מידותיו הרעות בכעס ועצבון.
דאס אז ס'דאכט זיך מיר אז מיין 'רצון', וואס איך וויל א געוויסע זאך, דאס איז אן עקזיסטענץ. דאס ברענגט אויף כעס און עצבות, נישט אלעמאל זאגט דאס א מענטש ארויס, נאר אינעווייניג איז מען גערעגט אז ס'מוז גיין וויאזוי מ'וויל, אינעווייניג איז מען טרויעריג אז ס'גייט נישט וויאזוי מ'וויל. פארוואס? ווייל ס'דאכט זיך מיר אז מיין רצון איז אן עקזיסטענץ. און די כעס און עצבות איז אזא תביעה שטמונה ברצונו, "איך האב געוואלט!" "און ס'מוז גיין אזוי ווי איך וויל!" ווען דער אמת איז, אז נישט די עצם רצון איז די עקזיסטענץ. א רצון באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ. (אזוי ווי די פסוק זאגט אם יש את נפשכם ופירש"י רצונכם)

ער זאגט אז אין די הויעכע דרגות, ווען מ'וויל באמת זייער שטארק דינען השי"ת, איז דא דער נסיון. און ס'איז אן עבודה קשה עס אוועקצונעמען. ווייל ס'דא צייטן וואס ס'גייט נישט וויאזוי מ'וויל. און אויב ס'שפירט זיך א ברוגז, און א עצבות, הוא מראה בעצמו שעדיין הוא מייחס לרצונו הנפרד מציאותיות מחייבת, דאס וואס איך וויל, דאס איז מיין עקזיסטענץ. אז ס'גייט נישט וויאזוי איך וויל, איז אויס עקזיסטענץ, שלכן הוא 'תובע' ההצלחה בעבודתו בכל תוקף 'רצונו' ה'מחייב' לזה. נאר דערפאר וויל מען אזוי שטארק האבן הצלחה אין עבודת השם. דער אמת איז אבער, דאס אז איך וויל, דאס באוואוסטזיניגט מיך אויף מיין עקזיסטענץ, דאס וואס איך וויל, דאס איז נישט מיין עקזיסטענץ.

ובזה העבודה המוטלת עליו היא לבטל רצונו הפרטי. די עבודה איז, "ס'מוז נישט גיין וויאזוי איך וויל אז ס'זאל גיין". להתקשר בבריתו ית' בבטחון שלא ידח ממנו נידח, דער הייליגער באשעפער וועט מיר זיכער שיקן פון הימל נייע כוחות וואס איך האב נישט יעצט, אז איך זאל זיך קענען ארויסדראפן דערמיט פון יעדע פלאנטער, ולעבדו בשמחה בתוך החשכות הסודית, און מקבל זיין בשמחה דעם מצב ווי טונקל ס'איז, אז דא באהאלט זיך השי"ת כדי מ'זאל אים טרעפן דייקא דא, וזוהי באמת נקודתה האמיתית של עבודה פנימית. און דאס מיינט זיך וויסן ריכטיג אין עקזיסטענץ.

והאיש הישראלי חייב לערוך מלחמה תמידית לכוף ולבטל המציאותיות השקרית שברצונו, להעלותה ולבטלה למציאות האמיתית שברצונו ית"ש,
יעדע רצון "איך וויל דאס און דאס" קען זיין אין דעם א מציאותיות שקרית. "ס'מוז זיין וואס איך וויל", אז ס'גייט גייט עס, אבער מוז?

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך דאס געטראכט, און עקספיריענסד, "איך וויל, ב"ה אז איך וויל, אדרבה איך וויל ווילן נאך און נאך, אבער דאס מיינט נישט אז ס'מוז זיין וואס איך וויל".

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רלד

תגובהדורך נשמה » דינסטאג יוני 05, 2018 4:31 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

הגוף הוא האָשֵם בכל זה.

דא איז דא אן התעקמות וואס קען געשעהן, און געשעהט. א נפש אנעם גוף איז אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, וואס ווייסט זיך אלץ חלק אלוק ממעל. ווען עקזיסטענץ איז צאמגעבינדן מיטן גוף, ווערט די עקזיסטענץ, באוואוסטזיניגט לויט דרויסנדיגע כלים וואס האבן און זענען מעורר כלי הגוף. עקזיסטענץ גליסט בטל צו ווערן אין די איין איינציגע עקזיסטענץ אלוקותו ית'. די ווארט 'בטל ווערן' מיינט (לויט ווי איך פארשטיי מיט מיין קליינע שכל) אז ס'וויל זיך וויסן אין עקזיסטענץ, איינס מיט השי"ת. אפילו ס'ווייסט אז ס'גייט אויפגעבן די יעצטיגע אופן וויאזוי ס'ווייסט זיך אין עקזיסטענץ. גליסט עס בטל צו ווערן. ס'האט נישט מורא בטל צו ווערן, ווייל זי ווייסט אז ער איז די עקזיסטענץ אויף וואס זי איז באוואוסטזיניגט, אז זי איז נישט די עקזיסטענץ, נאר ער. דערפאר גליסט זי בטל צו ווערן.

אבער ווען עקזיסטענץ איז צאמגעבינדן מיטן גוף, ווען עקזיסטענץ, באוואוסטזיניגט זיך לויט די התעוררת כלי הגוף, קען די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך ווערן פארקרימט אינעם מענטש'ס באוואוסטזיין, אז "איך אדער מיין רצון איז די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך מיר". יש לדעת שהתעקמות זאת באה לנפש מחמת התערבה בגוף, ומתוך שהיא מחשיבה את הגוף והגבלותיו כעיקר מציאותה. און דאס קומט ווייל מ'מיינט אז דאס אז מ'ווייסט זיך אין עקזיסטענץ קומט פונעם גוף, אינדערצייט וואס דער גוף איז נאר מסתיר. א מענטש וויל ערגעץ אנלייגן די "עקזיסטענץ" וואס באוואוסטזיניגט זיך אים, "ווער און וואס עקזיסטירט"? און ווייל ער מיינט אז די גוף געט עקזיסטענץ, לייגט עס די עקזיסטענץ אויפן גוף והגבלותיו. זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ווערט ביי אים 'מוגבל' לויט די הגבלת הגוף. און פון דעם שאפט זיך 'אנכיות'. אפילו די 'אנכיות' אינעם נפש, האט אויך צו טון, ווייל דער מענטש איז צאמגעבינדן מיטן גוף. און ער מיינט אז ער ווייסט זיך אין עקזיסטענץ מכח זיין גוף. עקזיסטענץ ווערט ביי אים מוגבל.

אין הערה ש. זאגט ער, דאס אז די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מיינט אז פון די גוף איז די עיקר עקזיסטענץ, ברענגט צוויי תוצאות, איינס אז באמת דארשט דער נפש אלץ חלק אלוק ממעל, זיך צו וויסן אין די ריכטיגע עקזיסטענץ, דהיינו אז דער אייבערשטער איז איר עקזיסטענץ און בטל ווערן צו אים, אבער וויבאלד דער נפש מיינט אז דער גוף איז און געט די עקזיסטענץ, ווערט עס אראפגעשלעפט צו נוחיות ועצלות, אז זיי צופרידן וויפיהל דו ווייסטעך אין עקזיסטענץ, העכסטענס געב איך דיר אביסל מוזיק, אדער עפעס א חכמה'לע, אדער עפעס שיינע בגדים. וואס באמת וויל דער נפש זיך וויסן אין די ריכטיגע עקזיסטענץ, מער און מער. און די צווייטע תוצאה איז, אז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט קען נישט זעהן העכער מעל ומחוץ לגבולי הגוף. זי קען זיך נישט הייבן. ווייל זי מיינט אז די גוף איז די עקזיסטענץ. זי ווערט מוגבל. ס'דאכט זיך איר אז ס'איז נישטא וואו צו גיין. איך האב נאר א גוף.

ולכן כדי להנצל מזה שומה על האיש הישראלי להפריד נפשו מגופו, ולייחס כל עצמיותו רק לנפשו, כפי שהיא בטהרתה למעלה מהגבלות הגוף. יעדע אופן וויאזוי איך ווייס מיין עקזיסטענץ, דארף זיין אז דאס באוואוסטזיניגט זיך נאר פון מיין נפש, נאר מיין נפש באוואוסטזיניגט מיך אויף מיין עקזיסטענץ, און מיין גוף שטערט מיך צו וויסן מיין עקזיסטענץ. די גוף איז נאר מגביל מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. אבער באמת בין איך סך גרעסער ווי מיין באגרעניצטער גוף. ס'איז אינגאנצן אנדערש ווען א מענטש עקספיריענסד זיך אלץ קליין, מוגבל, נאר לויטן גוף, א "איך". "איך בין דוקא דאס און דאס", צו ער עקספיריענסד זיך, "איך בין נישט מוגבל, איך בין א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ אין סוף ב"ה, איך האב וואו צוגיין, איך קען מיך אויסברייטערן מער און מער, איך קען מיך וויסן מער און מער אין עקזיסטענץ"

און מיט דעם קען מען מבטל זיין דעם 'אנכיות', 'אנכיות' איז נאר אן הגבלה פון עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. איינמאל איך ווייס אז דער "איך" שטערט נאר פון וויסן מיין עקזיסטענץ וואס קומט פון מיין נפש. אז מיין "איך" באוואוסטזיניגט נישט אויף מיין עקזיסטענץ, נאר ס'שטערט מיך פון וויסן מיין עקזיסטענץ כפי שהיא בטהרתה. וועט נתעורר ווערן אין מיר תשוקתה הטהורה של הנפש, זיך צו וויסן אין די ריכטיגע עקזיסטענץ, להידבק באלוקותו ית' בצורה אמיתית ונכונה.

ולייחס כל עצמיותו רק לנפשו, מיינט נישט אז מ'זאל זיין באוואוסטזיניגט אז מיין עקזיסטענץ קומט פון מיין נפש, ווייל מיר דארפן זיין באוואוסטזיניגט אז עקזיסטענץ קומט פונעם אייבערשטן, ווייל מיר זיינען א חלק, און מיר ווילן ווערן בטל צו מציאות אלוקותו ית', נאר ס'מיינט אז דאס אז איך בין אן עקזיסטענץ, דאס אז איך ווייס עקזיסטענץ, דאס קומט נאר פון מיין נפש אבער גארנישט פון מיין גוף. מיר דארפן ארויסגיין פונעם צמצום וואס אונזער גוף איז מצמצם, מיר דארפן זיך זעהן ברייטער, נישט זיך מגביל זיין לויטן גוף, א מענטש קומט אריין אין א קליינע שטוב, איז ער זיך אזוי מגביל, און ווען ער קומט אריין אין ריזן סטעדיום עפנט ער זיך, ווען מיר אידענטיפיצירן אונזער עקזיסטענץ אז דאס איז לויטן גוף, קומט אריין די בחינת 'עבודה זרה', פון א פאלשע מציאותיות, א "איך". אבער ווען מיר זענען באוואוסטזיניג אז מיר זענען אן עקזיסטענץ נאר מכח דעם נפש למעלה מהגבלת הגוף, א חלק פון איין איינציגע אין סוף עקזיסטענץ, דאן קענען מיר מבטל זיין די פאלשע "איך". און מעורר זיין אין אונזער נפש תשוקתה הטהורה, להידבק באלוקותו ית' בצורה אמיתית ונכונה.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך פרובירט צו עקספיריענסן אז די גאנצע זאך וואס איך ווייס מיך אין עקזיסטענץ, איז נאר מכח מיין נפש, ארויס און אינדרויסן פון די גרעניצן פון מיין גוף.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רלה

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יוני 06, 2018 3:44 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

פרק שני: הבחנת הדעת

הנחיצות להבחין הדעת העיקרית בנפש

מיין שרייבן היינט איז נישט אזוי קלאר, איך לאז עס אזוי. והנהנה יהנה.

ער שרייבט: והנה אי אפשר לשלוט על הנפש מבלי הבחנה בה.

די ציהל פון דעם ספר איז אויך אויסצולערנען וויאזוי שולט צו זיין אויף אונזער נפש. ווען איינער לערנט מיך צו דרייוון א קאר, איז שנעל צו פארשטיין וואס ס'מיינט 'שולט זיין אויפן קאר' 'איך' דער דרייווער, וויל געוועלטיגן אויפן קאר. אבער וואס מיינט 'שולט זיין אויף מיין נפש?' ווער איז דער 'איך' וואס האט א כח שולט צו זיין, און ווער איז דער 'נפש'? שולט זיין אויף מיין נפש מיינט, שולט זיין אויף די רעזולטאטן פון די תשוקה פון מיין נפש זיך צו וויסן מער און מער אין עקזיסטענץ, אז מיין גוף אריינמישונג זאל מיך נישט שלעפן עס צו נעמען פון נישט ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

אויבנאויף קוקט אויס אז ס'דא א 'איך' וואס האט א כח פון שליטה, און ס'דא א 'נפש' אויף וואס מ'וויל האבן שליטה, אבער איך טראכט אז א בעסערע אויסדרוק וואלט געווען 'שולט' זיין אויף מיין גוף וואס מישט זיך אריין נאכצוגעבן נישט ריכטיג די תשוקה פון מיין נפש זיך צו וויסן מער און מער אין עקזיסטענץ. שולט זיין אז מיין נפש זאל נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך מיין גוף. צדיקים וואס האבן געוואלט אויסגיין ביי געוויסע פלעצער ביים דאווענען, זיי האבן געדארפט שולט זיין אויף זייער נפש מיט די כח פון זייער גוף.

עכ"פ ער שרייבט: הנה אי אפשר לשלוט על הנפש מבלי הבחנה בה. זאל מען דען מיט די גוף שולט זיין אויפן נפש? פון די גוף קומט דאך 'אנכיות', מ'וויל דאך פטור ווערן פון יעדעס ברעקל 'אנכיות'. ווער וויל שולט זיין אויפן נפש? איך טראכט, וויאזוי עקספיריענסד א מענטש אן קיין 'אנכיות' וואס איז שולט אויף זיין נפש? ווער איז שולט, און אויף וואס איז ער 'שולט'? די ווארט 'שולט' אדרעסירט לכאורה דער וואס פילט אז ער האט די 'בחירה', די ענין פון בוחר זיין די ריכטיגע כלים, און בוחר זיין אוועקצוגיין פון די נישט ריכטיגע כלים. יעצט, ווער מאכט די בחירה? מ'קען דאך נישט זאגן אז די נפש איז דער וואס האט די כח הבחירה, ווארן די נפש מאכט דאך די גוטע בחירה פון זיך אליין, זי לויפט גראד צום טאטן אין הימעל אויב עבירות האלטן נישט צוריק. און מ'קען נישט זאגן אז די גוף מאכט די בחירה, ווייל די גוף וויל דאך נישט דאס, די גוף וויל דאך נאר שלאפן, נוחיות ועצלות. סאו, מוז מען זאגן אז דער דרייווער וואס וויל שולט זיין איז נישט דער גוף, און נישט דער נפש, אמנם ער האט כוחות הנפש. דער דרייווער איז דער מענטש וואס פילט די power פון כח הבחירה, ווילאנג מ'לעבט קען מען בוחר זיין. מ'איז נישט fixed in place.

והנה אי אפשר לשלוט על הנפש מבלי הבחנה בה, ער רעדט דא צו מייין חלק וואס פילט דעם רעדל הבחירה אין האנט, דו ווילסט שולט זיין אז די גליסטעניש פון דיין נפש זיך צו וויסן מער און מער אין עקזיסטענץ, זאל נישט נאכגעשלעפט ווערן נאך די אריינמישונג פון דיין גוף, עס צו זעטיגן מיט נישט ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. קענסטו נישט שולט זיין אויף אט דער גליסטעניש, חוץ אויב דו באמערקסט דעם גאנצן פראסעס ארום דעם גליסטעניש. איך מוז ארייננעמען אין מיין הבחנה, אין מיין אויפמערקזאמקייט, דעם גאנצן פראסעס וויאזוי מיין נפש מיינט אז זי האט זיך געטראפן איר גליק, וואס זי מיינט אז דאס גייט איר עס געבן, איך מוז דאס באמערקן, אויפכאפן אין מיין באמערקונג כח, און מוז מערקן וויאזוי מיין נפש ציהט צו פארשידענע זאכן מיטן חשבון אז דאס גייט איר זעטיגן.

מיר ווייסן זאכן, אבער מיר ווייסן נישט אז מיר ווייסן עס. מיר דארפן אויפכאפן ווי אונזער נפש גליסט, און זי מיינט אז זי האט געטראפן עפעס וואס גייט איר עס געבן, און זי עסט עס, און זי ווערט טרויעריג נאכן איינזעהן אז זי האט נישט געטראפן וואס זי זוכט. און זי גייט זוכן נאך, מיר מוזן דאס אלעס באמערקן. מיר קענען נישט אויפכאפן אין אונזער באוואוסטזיין אונזער נפש כמו שהוא באמת, (עכ"פ סתם אזוי) אבער מיר קענען יא באוואוסטזיניג ווערן אויף איידעלע פראסעסעס אין אונזער געפיל, "פראסעסעס" וואס קומען פאר אין אונז, וואס קומען דירעקט פון איר ווירקונג צו טרעפן איר גליסטעניש אונזער נפש איז זיך אויף עפעס אן אופן מתגלה אין אונזער באוואוסטזיין. מיר מוזן דאס אויפכאפן, מבחין זיין. און ערשט דאן, וועלן מיר קענען, טון פארשידענע פעולות צו טוישן די פראסעסעס וואס קומען פאר אין אונז.

והנה אי אפשר לשלוט על הנפש מבלי הבחנה בה. מיר דארפן מבחין זיין די איידעלע פראסעסעס וואס קומען פאר 'אין אונז, מיט אונז', אין רעזולטאט פון דאס גליסטעניש פון אונזער נפש זיך צו וויסן מער און מער אין עקזיסטענץ, און ערשט דאן קענען מיר שולט זיין דערויף. מיר ווילן נישט שולט זיין אויף אונזער נפש, מיר ווילן שולט זיין צו קאנטראלירן די פראסעסעס וואס קומען פאר אין אונז אין רעזולטאט פון אונזער נפש'ס זוכונג זיך צו וויסן מער און מער אין עקזיסטענץ. שולט זיין מיינט, מיר ווילן עקספיריענסן אנדערע פראסעסעס.

ווען מיר זענען מבחין אונזער נפש, ווערן מיר מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. ווען מיר זענען לדוגמא מבחין אז א תשוקה צום באשעפער האט זיך אנגעצינדן אין אונז, אויב מיר זענען דאס מבחין, קענען מיר דאס פארברייטערן. בכלל כדי צו ווערן נאנט צום באשעפער דארפן מיר מבחין זיין אונזער נפש ווי מער און איידעלער, אבער דא רעדט ער פון מבחין זיין דעם נפש כדי שולט צו זיין אויף די מהלכים וואס מיר האבן אנגענומען צוצושטעלן איר תשוקה זיך צו וויסן מער און מער אין עקזיסטענץ.

ומוטל על האדם להיות ער ומודע למצב נפשו ודעתה, דער וואס פילט אז ער האט דעם רעדל פון בחירה אין זיין האנט, זאל זיין באוואוסטזיניג וויאזוי ס'ווייסט זיך אים יעצט זיין עקזיסטענץ. אבער באמת דעם אפטייטש פון 'מצב הנפש והדעת' איז מער פון די ווערטער "וויאזוי ס'ווייסט זיך מיר יעצט מיין עקזיסטענץ", 'מצב נפשי ודעתי' מיינט אלעס! אלע פראסעסעס, יענץ אויך. דעם גאנצן אינערליכען פאבריק. געפילן, יעדע 'רחש', להבחין הענינים שנתפשה בהם, אויפצוכאפן וואו די גליסטעניש פון מיין נפש זיך צו וויסן מער און מער אין עקזיסטענץ, וואו איז עס סטאק? די ענין פון להבחין הענינים שנתפשה בהם, איז כדי להעלותה ולכוונה כראוי.

ס'קוקט מיר אויס, אז סתם זיך טשאטשקענען מיט די נפש, אזוי ווי מ'באטראכט א פיש שווימען אינעם פיש טאנק, איז נאכנישט די תכלית פון כדי להעלותה ולכוונה כראוי. מיר האבן א ציהל. מיר זענען נישט קיין פאסיווע באאבאכטערס אויף אונזער נפש. ניין. מיר ווילן עס באאבאכטן, אויפכאפן, און ארויפברענגען. מיר ווילן ארויפברענגן אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ס'זאל זיך עקספיריענסן העכער, ריינער, נאנט צום הייליגן בורא ית"ש.

דא הערה שא, ויש לדעת שאף שהמציאותיות השקרית שמקננת בנפש, היא המסתירה ממנה הארת אלוקותו ית', יש בה גם צד גילוי וסיוע להתקשר על ידה לעבודתו ית"ש. שאם יבחין האדם לידע מהותו ההפרטית של המציאותיות השקרית שהוא נתקע בה, יוכל לשפוט ממנה הדרך היותר קרובה לנפשו להתעלות בעבודתו ית"ש פון וואו און מיט וואס זעטיג איך די גליסטעניש פון מיין נפש זיך צו וויסן אין עקזיסטענץ. ווען מ'הייבט אן מיט די 'מציאותיות השקרית' איז מער נאנטער צו טרעפן די ריכטיגע מציאותיות, ווי אויב מ'הייבט אן פון זיראו.

ער שרייבט אזוי: אם הוא רואה שהמציאותיות השקרית שמושלת בנפשו היא ההתכבדות החיצונית, דאס אליין אז איך זעה אז "קוק איך זוך מציאותיות, איך טראכט וויאזוי איך ערשיין ביי מענטשענס הערצער" דאס קומט דאך אוודאי פון די גליסטעניש פון מיין נפש צו זוכן 'עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט' מצד מיין דמות, אז וויאזוי איך ווייס מיין וועליוד עקזיסטענץ, דאס אליין זאל מיך באוואוסטזיניגן אויף מיין עקזיסטענץ, זיך צו וויסן דורכדעם אין עקזיסטענץ מער און מער". איך קען דאך סתם קוקן אויף מיין וועליוד עקזיסטענץ, אז מיין עקזיסטענץ איז א חלק אלוק ממעל, און דער אייבערשטער איז די איין איינציגע עקזיסטענץ, און איך בין א חלק, דער אייבערשטער איז מיין עקזיסטענץ, איז איך גליסט אז מיין עקזיסטענץ זאל ווערן מער, דהיינו, אז ס'זאל נתגלה ווערן כבודו ית' בעולם. זיין איין איינציגע עקזיסטענץ, דאס איז מיין עקזיסטענץ.

אבער אויב ער וועט סתם זוכן די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד זיך צוקלעבן צו די נוי וואס איז אין תהלים, אינדערצייט וואס אינעווייניג נעמט ער א מציאותיות שקרית מצד דמות. די מציאותיות שקרית איז אזוי ווי א קליינע בענקעלע אויף וואס מ'קען דערגרייכן דערמיט די הויעכע קעבינעט.

ביזן קומענדיגן שיעור וואלט איך פרובירט בעהשי"ת מבחין זיין אין מיין נפש, פון וואו נעם איך מציאותיות.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רלו

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג יוני 07, 2018 2:29 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

הקושי שישנו בזמננו להשיג הכרת הנפש כראוי

דא איז דא א ציהל. משיג צו זיין עפעס. וואס מיינט 'משיג זיין'? איך פארשטיי 'משיג זיין' מיינט, אזוי ווי איינער געט מיר א ליידיגע ווייסע פאפיר, און ער זאגט מיר, קוק פופצן מינוט יעדן טאג אויף דעם פאפיר, און א בילד וועט זיך דיר ארויסקומען פונעם ליידיג 'אויסזעענדן' בלאט. יא, אמת, יעצט איז עס פאר דיר "ווייס", גארנישט. אבער איך וויל פון דיר אז דו זאלסט מכיר זיין עפעס. קוקנדיג דערויף א יאר צייט, איז מיר צעביסלעך ארויסגעקומען א בילד, קודם איז געווען "זעה איך עפעס, אדער איז עס נאר א אילוזיע?" אבער פארזעצנדיג צו קוקן דערויף, איז עס געווארן מיט יעדן פארבייענדיגן טאג , מער און מער, שארפער און שארפער, גארנישט אין מיר האט געקענט אפווענדן די השגה וואס איך האב משיג געווען, פון דעם "ווייסקייט" פון דעם "גארנישטקייט", האב איך משיג געווען א בילד, דאס מיינט א השגה. א השגה איז משיג זיין אן עקזיסטענץ פון עקזיסטענץ, מיט גרעניצן.

אונזער 'הכרה', אונזער "באוואוסטזיניגקייט" ווייסט יעצט אזוי ווי איך האב געוואוסט דעם ווייסן פאפיר. ס'האט נישט אין זיך אן 'השגה' פון די עקזיסטענץ פון א נפש אין אונז. בעסער געזאגט 'אן השגה פון פראסעסעס וואס ווייזן אן, אז דא עקזיסטירט א נפש', א גליסטעניש זיך צו וויסן מער און מער אין עקזיסטענץ, וכו'. אונזער אויפגאבע איז, להשיג הכרה בנפש. אונזער באוואוסטזיין זאל אויפכאפן אונזער נפש 'כראוי'. פארוואס איך דארף אויפכאפן מיין נפש, פארוואס איך דארף אויפכאפן מיין וועג וויאזוי איך נעם מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, האט ער שוין קלאר געשטעלט. דאס איז, כדי שולט צו זיין אויף אט דעם גליסטעניש. אבער ס'איז שווער עס "אויפצוכאפן", בפרט היינטיגע צייטן. פארוואס?

ער געט אן פיר סיבות פארוואס ס'איז שווער.

איינס, ווייל די "אויפכאפער" אונזערע, וואס כאפט אויף געשעענישן וואס קומען פאר, כאפט אויף געשעענישן וואס קומען פאר ארום אונז, און נישט געשעענישן וואס קומען פאר אין אונז. מחמת שהעולם החושי והחיצוני תופס את דעת אנשי דורנו, ואינם מורגלים להבחין פנימיותם ונפשם. מיר זענען צוגעבידן צו די ארום, אבער מיר באמערקן גארנישט וואס ס'טוט זיך אין אונז. דאס איז פראסעסעס וואס קומט פאר אין אונז זייענדיג א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ ית', א גליסטעניש זיך צו וויסן אין עקזיסטענץ.

די צווייטע זאך זאגט ער, כדי שיוכל האדם להסתכל בנפשו, הוא מוכרח להיפרד מרגשותיה ושאיפותיה לדון עליהן מבחוץ ו'למעלה' מהן. מ'מוז זיך אפטיילן. די באאבאכטער קען נישט זיין דאס וואס ס'ווערט באאבאכטעט. אויב אין מיר שטורעמט אנגעווייטאגט, און איך בין אינגאנצן פארנומען צו טון עפעס דערצו, געבן א פסק וכו', קען איך נישט כאפן מיין אינערליכער מצב. כדי צו כאפן וואס ס'טוט זיך אין מיר אינעווייניג, וואס דאס מיינט דאך מבחין זיין דעם נפש, דארף איך מיך אפטיילן און עס באטראכטן מיט מיין 'הכרה' פון דרויסן. ווערן אן אומאפהענגיגער באאבאכטער. אם יש הבדלה, יש דעת וואו וויל איך זאל ווערן אויפגעכאפט די אינערליכע פראסעסעס מיינע? אין מיין 'הכרה', אין מיין באוואוסטזיניגקייט. יכולת הסתכלות זאת מקורה ב'צד ההכרה' שבנפש. די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס קומט פון הכרה. איך דארף ווערן באוואוסטזיניג אויף מיין אינערליכע באווייז אלץ חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ. דאס אליין אז איך קען באאבאכטן, דאס אליין באוואוסטזיניגט אויך אויף מיין עקזיסטענץ. נאר עקזיסטענץ קען מכיר זיין. דערפאר האבן ליב פירער'ס צו באאבאכטן זייער נפש.

יכולת הסתכלות זאת מקורה ב'צד ההכרה' שבנפש נאר מיין 'הכרה' קען אויפכאפן מיינע אינערליכע פראסעסעס אויפן ריכטיגן אופן. ואנשי דורנו אינם מורגלים להשתמש בצד ההכרה שבנפש. זיך צו שטעלן אין א זייט, און זיך אליין באטראכטן מיט די כח ההכרה. "געב א קוק ווי איך בין גערעגט, wow, חחח, געב א קוק ווי איך קאך, חחח," אדער געב א קוק וואטעווער. just שטיין אין די זייט און זיך אליין באאבאכטן. מיט די 'הכרה'. אזאך וואס מ'איז פשוט נישט צוגעוואוינט. מ'איז ספאנטאן. מ'לעבט אריין.

די דריטע שוועריגקייט וואס ער שרייבט, אז מ'דארף איבערקומען בעזהשי"ת איז, אנשי דורנו מפחדים מהסתכלות זאת משום שזוהי מראה להם מצבם האמיתי, ומרגישים הרבה 'אי נעימות' ממנה. ס'איז זייער שווער פאר א מענטש צו זעהן זיין עכטע מצב. מיין איגו, מיין "אנוכיות" מיין "איך" וויאזוי איך וואונטש מיך צו זיין, שלאגט זיך מיט אלע כוחות אז איך זאל זיך נישט זעהן מיט אן אמת, אז מיין 'הכרה' זאל נישט זעהן מיין עכטע אינעווייניג כמו שהיא באמת. די 'אנכיות' שטעלט א שטארקע ווידערשטאנד. resistance. אבער נישט סתם! די איגו האט אויף זיך גאר א גליטשיגע אויל, וואס גליטש אוועק מיין 'הכרה' פון אויפכאפן מצבי האמיתי, איך קען מיינען ביי מיר "איך קוק, איך קוק שטארק, איך קוק גוט, איך וויל מיך נישט פאפן, ניין, איך וויל זיין אמת'דיג, איך וויל מיך עכט זעהן" חחחח, וואספארא שטותים. איך האב נאכנישט אנערקענט וואס דאס מיינט "איגו-ווידערשטאנד". אסאך אסאך דארף א מענטש קוקן אויף זיך, דאס איבערצוקומען. די ווארט איז נישט "זיך פייניגן", זיך אנשרייען, זיך אנזידלן. די ווארט איז, נפשי נפשי (די ווארט 'נפשי' מיינט מער די פאקטישע אינערליכע פראסעסעס, ס'איז מער די נפש אין וואס א גוף האט זיך אריינגעמישט) געב מיר ארויס דיינע אינערליכע עכט, איך וויל עס זעהן, און באהאלט דיך נישט.

די פערטע שוועריגקייט איז, ההסתכלות והבחנה 'מחייבת' האדם לשנות דרכו. איך האב לעצטענס געוואלט אויפווייזן פאר איינעם מיין שיטה אין א געוויסע נושא, זאגט ער מיר "אויב איך ווייז דיר אויף אז ס'איז אנדערש ווי דו זאגסט, גייסטו מודה זיין צו מיין שיטה"? (חחחח) "איך דארף זיין גרייט פאר טויש, גרייט נאכצוגיין דעם אמת." איך דארף זיין גרייט צו זאגן, יא! איך בין נישט גוט, און איך דארף טון אנדערש. זייער א שווערע זאך. און איך אנערקען דאס. כאטשיג. (חחחחח) וואס מאכט דער שוועריגקייט? ס'מאכט אז איך זאל קוקן אויף מיר מיטן גאנצן גרייטקייט צו טרעפן דעם אמת, אבער דאך טרעפן אז... אז איך בין גערעכט!. אסאך התבודדות. נאר התבודדות. עניוועי.

ואמנם יש לדעת, זאגט ער, שהתחלת הבחירה באדם היא, בהסתכלות כנה במצב נפשו, בלי שום פחד ובלי השטאה. אויב וויל איך האבן בחירה זיך צו טוישן, אויסצואוועלן דעם ריכטיגן וועג, צו טרעפן דעם ריכטיגן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, די ריכטיגע כלים, מוז איך (אויב איך וויל ווערן וואויל) קוקן מיט אן אמת אויף די מצב פון מיין נפש. just קוקן מיט אן אמת. "לאמיר זעהן, וויאזוי איז עס טאקע" דשאסט קוקן מיט אן אמת. ואכן בעצם ההסתכלות והבחנה בדעת השקרית. אין מיר איז דא א "דעת השקרית" וואס איך וויל מכיר זיין מיט מיין 'הכרה'. דעת השקרית מיינט, א נישט ריכטיגע אופן פון באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ פאר מיר אליין. זאגט ער, ואכן בעצם ההסתכלות והבחנה בדעת השקרית איינפאך מיין קוקן, מיין אויפכאפן דעם 'דעת השקרית' מיינע, כבר מחלישים בזה כוחה שלא תוכל לאחוז בנפש כל כך. דאס אליין שוואכט אפ.

פארוואס? פארוואס ווען איך קוק אויף מיין 'דעת השקרית' ווערט עס אפגעשוואכט? טראכט איך, ווייל, מיט דעם אליין אז מ'קוקט ווערט מען דאך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד הכרה. פעלט שוין נישט אויס אזוי שטארק צו האבן דעם 'דעת השקרית'. והיא ראשית התגלות הבחירה!, כמו שנבאר בעזהשי"ת בפרק הבא. דאס באוואוסטזיניגט מיך אויפן רעדל מיט וואס איך קען מיך דרייוון. איך בין אזוי ווי א מענטש וואס געפינט זיך אויף א שיף, אבער טרעפט נישט דעם רעדל וואס דרייווט דעם שיף. מיט דעם אז איך בין מבחין, איך בין משיג, דעם דעת השקרית, איך קוק דערויף, מיט דעם הייב איך אן צו באמערקן מיין רעדל צו דרייווען פון וואו צו נעמען עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. דאס מיינט והיא ראשית התגלות הבחירה!

ולפיכך חובה גדולה על האדם להרגיל את עצמו להסתכל על מצבו הנפשי,
איינגעוואוינען! איינגעוואוינען! איינגעוואוינען!, זיך איינגעוואוינען צו קוקן מיט די 'הכרה', מיט די באוואוסטזיין, אויף די אינערליכע פראסעסעס, להבחין בכנות ובדיוק את ה'מציאותיות' הפרטית שדעת נפשו נתקעה בה, ומאיזה צד שבנפש, ובאיזו דרגא. נישט סתם קוקן, מבחין זיין! ארויסהאבן אין די הבחנה מיינע, בכנות ובדיוק, מיט א פונקטליכקייט, נישט בלורי, קלאר! שארף! און מיט א אמת, ערלויבן מיינע פראסעסעס זיך צו באוואוסטזיניגן אין מיין באוואוסטזיין וויאזוי ס'איז באמת, און עס ארויסהאבן מיט גאנצן שארפקייט. שארפקייט מיינט, אז איך זאל ארויסהאבן דעם גאנצן בילד, מיט אלע דיטאלן. ערלויבן.

פון וועלעכע כלי, כלים, בפרטיות, זעטיג איך יעצט מיין נפש' גליסטעניש זיך צו וויסן אין עקזיסטענץ. אקעי יענץ. פיין. באוואוסטזיניגט עס מיר ווייל ס'נוצט מיין הכרה? באוואוסטזיניגט עס מיר ווייל ס'נוצט מיינע חושים, און ס'וועקט אויף מיין חיות? באוואוסטזיניגט עס מיר ווייל דאס מאכט אז איך זאל מפשט זיין מיינע אינערליכע כוחות אל הפועל? אדער באוואוסטזיניגט עס מיר ווייל דאס אויפמערקזאמט מיר אויף מיין 'דמות'? יעצט, וויאזוי איז מיין באוואוסטזיין לגבי דעם, איז עס באוואוסטזיניג אז ס'ווערט יעצט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, נאר א דאנק (מודים) ווייל "איך בין א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ"? אדער איז אין מיין באוואוסטזיין אז איך ווער יעצט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט, ווייל די כלי האט אין זיך עקזיסטענץ? אדער אפשר אביסל אזוי און אביסל אזוי.

ביזן קומענדיגן שיעור וועל איך שרייען צום הייליגן באשעפער זאל מיך העלפן. וועל איך חזר'ן די פיר זאכן. סימן: פ.ה.א.ה, פנימיות, הכרה, אמת, התחייבות. פנימיות, = אז מ'איז נישט צוגעוואוינט צו קוקן אין זיך נאר ארום זיך. הכרה, = אז מ'איז נישט צוגעוואוינט צו נוצן הכרה. אמת, = אז מ'וויל נישט טרעפן דעם אמת. התחייבות = אז מ'וויל נישט ווערן מחויב זיך צו טוישן.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רלח

תגובהדורך נשמה » פרייטאג יוני 08, 2018 3:31 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

דער הייליגער רמח"ל אין זיין ספר 'דרך חכמה' שרייבט: אך תזכר את אשר הזהרתיך על ענין הכוונה שאם יהיה העיון רק לשביעת החמדה, אין זה העיון עקרי שאני אומר לך עתה, אלא העיון באלקות בכוונה המישרת שהיא לעשות נחת רוח לפניו ית' שגזר עלינו שנשתדל לקנות שלמותנו בעיון הזה ונעשה רצונו. ווען די כלי וואס ערוועקט די כלי הגוף מחשבה, עיון, איז שביעת החמדה, צו זעטיגן דעם חמדה פון וויסן, ווערט ער באוואוסטזיניג מצד הכרה אויף זיין עקזיסטענץ נפרד. (אזוי געשעהט) אבער אויב די כלי וואס איז מעורר די עיון איז די 'גזר עלינו לעשות רצונו', באקומט דער מענטש א קשר (יעדע כלי וואס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט שאפט אינעם באוואוסטזיין א קשר צו עס, א דעת צו עס) מיטן 'גזר עלינו', מיטן 'רצונו', דער מענטש ווערט באוואוסטזיניגט אויפן איין איינציגע עקזיסטענץ פון וואו ער איז א חלק. און נאר ווייל מ'איז א חלק קען מען בכלל מעיין זיין אויף עקזיסטענץ.

די תשוקת הנפש זיך צו וויסן אין עקזיסטענץ (איך בין א חלק אלוק ממעל) קומט ווייל זי איז א חלק אלוק ממעל. דאס וועלן האבן תענוג אויפן ריכטיגן אופן, דאס זיך וועלן וויסן אין עקזיסטענץ אויפן ריכטיגן אופן איז אן הודאה אז מ'איז א חלק אלוק ממעל. די יושר דברי אמת (שטיקל ד,) שרייבט: דהיינו שירבה תענוג וחשקות דביקות אלקי בלבו על ידי התורה, עד שיכבה זה כשרגא בטיהרא, וואס דאס עקספיריענסד זיך "איך בין באוואוסטזיניג אויף מיין ריכטיגע עקזיסטענץ, אז ער איז די עקזיסטענץ און איך בין א חלק דערפון". שפעטער (אין שטיקל ה) שרייבט ער: ולא יתאוה רק להשי"ת, אזי יש להשי"ת תענוג. יתאוה רק להשי"ת מיינט לכאורה אז די תשוקה פון זיך וויסן אין עקזיסטענץ (וואס דאס האט א מענטש סיי ווי אזוי זייענדיג א חלק אלוק ממעל) זאל קומען פון זיך באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ, און ער שרייבט: אזי יש להשי"ת תענוג. שביעת החמדה, תענוג, עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, (דאס מיינט דאך תענוג), איז אזאך וואס אויב מ'איז באוואוסטזיניג אז ס'קומט ווייל מ'איז געוואויר געווארן אויף איין איינציגע עקזיסטענץ און איך בין א חלק דערפון איז עס רצון השי"ת.

ער שרייבט שפעטער (סוף שטיקל ט) ובאמת אף על פי שאי אפשר שלא לקבל תענוג מן התורה, כי היא מתוקה מדבש, אבל באמת הותר לנו, רק לא למען זה נלמד. פון דא זעהט מען אז ער רעדט פון אן אנדער סארט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, וואס דאס איז נישט די ריכטיגע תענוג, נאר אזא "באמת הותר לנו". איז דא א חילוק צווישן לקבל תענוג מן התורה, און ירבה תענוג וחשקות דביקות אלקי בלבו על ידי התורה. ס'איז לכאורה א חילוק אין די כלי. לקבל תענוג מן התורה, איז די כלי וואס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט דאס אז מ'האט הכרה אין די תורה. און ירבה תענוג וחשקות דביקות אלקי בלבו על ידי התורה. איז די כלי השי"ת, אין די מחשבה איז צו מכיר זיין הבל פה מהשי"ת. אזוי ווי ער שרייבט: רק לא למען זה נלמד, רק למען שהיא אמרת אלוק צרופה, ואנו אחים בני אבינו, (ואנו אחים בני אבינו מיינט, און אונז זעמיר א חלק פון דעם עקזיסטענץ) פון דעם זאל מען יא נעמען תענוג.

כדי זיך צו וויסן די ריכטיגע עקזיסטענץ, דארף איך קוקן פון וואו נעם איך יעצט באוואוסטזיניגקייט אויף מיין עקזיסטענץ. דאס ענין פון להשיג הכרה, דאס ענין פון להבחין דרגתה, זאגט ער: ה'דחף הפנימי' הוא הבחינה הפשוטה ביותר אין אונז איז דא א כח וואס שטופט אונז צו האבן "פארשידענע" גליסטענישן. וואס דאס קומט זייענדיג א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ. און זיך וועלן וויסן אין עקזיסטענץ. ערגעץ אין די ענינים אין וואס איך בין עסוק ושקוע ביותר, ובפרט אותם הענינים שאינם נצרכים לחייו, והם רק מותרות אצלו. פון ערגעץ דארט וויל מיין נפש זעטיגן איר תשוקה זיך צו וויסן אין עקזיסטענץ. שכפי מה שהוא נדחף אחריהם בהפרזה - שלא לפי ערך צרכי גופו המוגבלים - ככה נדמית לנפשו למצוא בהם 'מציאותיות' ערכית ומוחלטת. מציאותיות ערכית ומוחלטת מיינט, ווערן באואווסטזיניג אויף מיין וועליוד אבסעלוט עקזיסטענץ.

דא איז דא א טייערע הערה שו. ער שרייבט, וישנה יגיעה מיוחדת לעובד ה' האמיתי לטהר נפשו, שלא תהיה אצלו הספקת צרכי גופו, אפילו המוכרחים לו, ענין נפשי כלל. אז אן עובד ה' אמיתי וואס וויל ווערן באוואוסטזיניג אויף זיין ריכטיגע עקזיסטענץ, (אז דער אייבערשטער איז די עקזיסטענץ און איך בין א חלק). דארף אכטונג געבן אז די הספקת צרכי גופו, א בענקל, א בעט, עסן, (לייג צו צו די ליסט חחח) זאל נישט מספק זיין צרכי נפשו. זאל נישט זעטיגן די גליסטעניש פונעם נפש זיך צו וויסן אין עקזיסטענץ. הגם מ'קען שטארק מעיין זיין דערין וואס די גבולים פון צרכי גופו זענען. ווייל ס'איז באוואוסט פון בעל שם טוב הקדוש, רעבים גם צמאים נפשם בהם תתעטף. ועיין בנועם אלימלך ועשית כיור נחושת פרשת כי תשא. און ער ענדיגט, אמנם העובד האמיתי בוודאי חייב להשתדל בנפשו, שלא תתבלע בשום צורך גופני, אפילו המוכרחים לחייו הגשמיים. הגם ביי חסידים האט מען זיך געהויבן מיט א גלעזעל בראנפן. און ס'דא נאך אסאך מעיין צו זיין דערין.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך פרובירט צו כאפן מיין אינערליכע שטופ און פרובירן בעזהשי"ת מבחין זיין, וואסערע מציאותיות וויל איך דא טרעפן. ער געט דוגמאות, וועל איך עס אפשר שרייבן קומעדיגע וואך.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רלט

תגובהדורך נשמה » זונטאג יוני 10, 2018 2:14 pm

בסיעתא דשמיא הנותן ליעף כח.

ער שרייבט צווישן די דוגמאות פון קוקן אויף די דחפיים הפנימיים, צו קוקן אויף די אינערליכע שטופ צו עררייכן עפעס. שרייבט ער: וכן מי שמתעוררת בו תאוה חושית בתנועה חזקה שלא לפי ערך הצורך הגופני, יש להבחין בהתעוררות זו רצון נפשי ל'התדבק' באיזה דבר מוחשי, שנדמית לה כמקור 'חיות' מציאותיות. דער מענטש טרעפט זיך מיט אן 'התעוררות', בתנועה חזקה. דאן איז די צייט 'להשיג הכרה נכונה במצב נפשו', דער 'התעוררות' קומט פון די תשוקת הנפש צו ווערן באוואוסטזיניג אויף איר עקזיסטענץ מצד חיות. די נפש גליסט דאס אזוי שטארק, אבער ווייל די גוף מישט זיך אריין, מיינט זי אז דער תאוה חושית, איז וואס גייט איר עס באוואוסטזיניגן.

א מענטש וואס עס באוואוסטזיניגט זיך ביי אים אן התעוררות בתנועה חזקה לתאוה חושית, קען דען טענה'ן "איך האב נישט קיין חשק צו זאגן תהלים"? דער מענטש האט 'חשק'. נאר נישט צו תהלים. ווייל ער ווייסט נישט "וויאזוי קען מיין תהלים זאגן מיך באוואוסטזיניגן אויף מיין עקזיסטענץ, מצד חיות?" אבער ווען ס'ווערט נתעורר בתנועה חזקה א 'תאוה חושית', קען מען מבחין זיין אז מ'זוכט יא דעת 'התדבקות', און דאס קען מען משיג זיין דורך תהלים זאגן. תהלים זאגן, קען אויפוועקן די חושים פנימיים. תהלים האט אין זיך א שיינקייט אין סוף, ווען מ'פארטיפט זיך אין די צאמשטעל פון די ווערטער, און פסוקים, 'פאעזיע', א שיינקייט פאר די visual חלק, aesthetic, (עיין בפירוש תפלה למשה אויפן יהי רצון ועל ידי אמירת תהלים תתעורר חבצלת השרון וגו') און עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן מצד חיות. אונטערשטע שורה איז, דער מענטש זוכט 'חיות', און איינמאל ער ווייסט אז א געוויסע מקור גייט אים באוואוסטזיניגן אויף א היפשע פארציע חושים-חיות, ווערט ער איבערגעפילט מיט דעם אליין, ער דארף גארנישט מער. ובדעת חדרים ימלאו (משלי כד, ד)

הבחנה מכח 'דיבורים פנימיים'.

כדי איך זאל זיך באוואוסטזיניגן אויף מיין ריכטיגע עקזיסטענץ, מוז איך מבחין זיין פון וואו איך וויל as of כעת, זעטיגן מיין נפש'ס גליסטעניש זיך צו באוואוסטזיניגן אין עקזיסטענץ. איינע פון די וועגן איז מכח דיבורים פנימיים.

וואס מיינט 'דיבורים פנימיים'? דיבורים פנימיים איז א כח פון סייוועלעכע דיבורים וואס איז נתעורר געווארן אינעם מענטש, פאר דער מענטש רעדט עס ארויס מיטן מויל, און אנשטאט דער מענטש זאל עס ארויסזאגן מיטן מויל, זאגט ער עס ארויס אין זיך, צו זיינע אייגענע אינערליכע אויערן. א מענטש (אפשר נאר איך? חח) זאגט נישט אלעס ארויס מיטן מויל, אבער די התעוררות צו רעדן האט ער יא, און ער קען עס אויספירן אינעווייניג אין זיך, מפשט זיין אין זיך, עס זאגן פאר זיך אליין. דעם כח מיין איך צו זאגן, אז ער האט וואס צו זאגן וועגן דעם ענין, און וואס צו זאגן וועגן יענעם ענין. הגם ער זאגט עס נישט ארויס מיטן מויל, אבער אין זיך רעדט ער יא דערפון. דיבור מוז נישט ארויסקומען מיט די מויל. א מענטש קען מפשט זיין די התעוררות הדיבור אינעווייניג אין זיך. זיינע מיינונגען.

שרייבט ער אזוי: הנה טבעי הוא באדם לבטא 'איכות' התעוררות נפשו, בצורה של 'דיבורים פנימיים'. אויב איך וויל וויסן פון וואו איך וויל צושטעלן מיין גליסטעניש זיך צו באוואוסטזיניגן אויף מיין עקזיסטענץ, זאל איך מיך צוהערן צו מיינע 'דיבורים פנימיים', וואס געשעהט אין מיר ווען ס'וויל זיך מיר האבן סייוועלעכע זאך. ווייל מיינע דיבורים פנימיים וועלן מיר באוואוסטזיניגן ווי ווייט איך גליסט אז דוקא די געוויסע זאך זאל מיך זעטיגן. "איכות התעוררות נפשו". א מענטש גייט אריין אין א ספרים סטאר, און איין ספר האט "געכאפט זיין אויג". וואס הייסט "ס'האט געכאפט זיין אויג"? ער וויל ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט דוקא פון דעם.

נישט אלע דיבורים פנימיים וואס שאפן זיך אין א מענטש ווען ער וויל עפעס האבן דעם זעלבן קוואליטעט, ס'דא וואס זענען א דיבור שמבטא 'צורך מוחלט' לדבר זה. זיי האבן אין זיך דעם, "דאס איז מיין גאנצע לעבן, דעס דארף איך זייער שטארק האבן, איך קען נישט לעבן אנדעם". ווען א מענטש זעהט אז א רצון צו א געוויסע זאך האט אין אים אויפגעוועקט 'דיבורים פנימיים' וואס הערן זיך ווי "דאס מוז איך האבן, איך קען נישט לעבן אן דעם. דאס איז מיין גאנצע לעבן", מיינט דאס, אז פון די געוויסע זאך נעמט ער זיין 'מציאותיות' מיט די געוויסע זאך באוואוסטזיניגט ער זיך אויף זיין עקזיסטענץ. און דוקא פון דעם דארף ער איר מעלה זיין.

וביותר, זאגט ער, נאך מער קענען דיבורים פנימיים זיין א שטארקע אנדייטונג פון וואו מ'נעמט מציאותיות, ווען מ'קען נישט האבן א געוויסע זאך, און די דיבורים פנימיים וואס געשעהט זענען, "אן דעם האב איך נישט קיין לעבן, אויב איך האב עס נישט האב איך אלעס פארלוירן". דאס מיינט אז פון דעם נעמט ער מציאותיות. אין הערה שט, ברענגט ער ארויס, בענינים שלא נמנעו מן האדם, באמת קשה להשיג בהם הבחנה נכונה, שמתוך שענינים אלו הם בהישג ידו אין נרגשת בהם דחיפה נפשית להשיגם, וכן אין הוא מתעורר כלפיהם בדיבורים פנימיים שתיארנו כאן. ער וויל זאגן, אויב מיין "תשוקת הנפש" ווערט צוגעשטעלט פון זאכן וואס איך האב, און ס'איז available פאר מיר, קען איך נישט אזוי גרינג אויפכאפן אז פון דעם נעם איך מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ווייל איך באמערק נישט אין מיר דערצו א דחיפה נפשית, ווייל ס'פעלט נישט אויס קיין דחיפה נפשית. ווייל איך האב עס. און אזוי אויך איז נישטא קיין דיבורים פנימיים אז איך דארף עס לעבנסוויכטיג, ווייל איך האב עס.

ולכן לא יתאפשר לאדם הבחנה נכונה בזה, רק כשיוכרח ל'היפרד' מהענינים שהורגל בהם, שאז יתעורר בו כעס על מניעת רצונו בהם, ודחיפה פנימית להשיגם, ביחד עם דיבורים פנימיים שמותאמים לזה.
ווען מ'נעמט מיר דאס אוועק, ערשט דעמאלט וועל איך זעהן ווי ווייט דאס האט מיר צוגעשטעלט מיין תשוקת הנפש זיך צו באוואוסטזיניגן אין עקזיסטענץ. יודישע קינדער האבן זיך מוסר נפש געווען אויף די תורה הקדושה אז מ'זאל עס נישט אוועקנעמען. היינטיגע צייטן, מיר גליסטן צו די תורה הקדושה. כי הם חיינו ואורך ימינו. נאר ס'איז available. זאל זיך נאר איינער וואגן אפילו צו טראכטן אוועקצונעמען אפילו א פיצל דערפון, וועלן מיר נישט וועלן. כי הם חיינו ואורך ימינו ובהם נהגה יומם ולילה.

ובכלל יש לדעת שעיקר ההבחנה היא במקום ש'מידותיו' של האדם מתעוררין, כגון בהתעוררות כעס ופחד כשנמנעים ממנו דברים שנפשו מתאווה להם. שהוא מראה על המציאותיות החיובית הדמיונית שהוא מייחס להם. די ערשטע זאך וואס איך דארף טון, איז 'הבחנה'. און די עיקר הבחנה איז וואסערע זאך ס'צינד אן מיינע מידות, פון יענע זאך באוואוסטזיניג איך מיך אויף מיין עקזיסטענץ.(מסתמא האט ער א גדר וואס ס'מיינט די ווארט 'מידות', איך אליין כאפ נאכנישט וואס פונקטליך 'מידות' מיינט)

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך מיך בעסער באקאנט געמאכט מיט מיינע דיבורים פנימיים וואס געשעען אין מיר ווען איך וויל עפעס, אדער ווען איך האב נישט עפעס וואס איך וויל.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דינסטאג יוני 12, 2018 8:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רמ

תגובהדורך נשמה » מאנטאג יוני 11, 2018 3:02 pm

בעזרת השם יתברך עושה שמים וארץ, דער באלבאס פון די וועלט.

וואו ליגט מיין נפש? מיט וואס באוואוסטזיניג איך מיך אין עקזיסטענץ? איך וויל עס מכיר זיין, אויב איך וויל שולט זיין אויף דעם פראסעס, דארף איך דאס מכיר זיין, איך דארף עס טרעפן, און טרעפן מיינט עקספיריענסן מיט מיין הכרה, עקספיריענסן איר אמת'ע פלאץ וואו זי ליגט יעצט, להכיר מצבה של הנפש ומקום התבלעה. איך זאל קוקן אויף די דיבורים הפנימיים וואס שאפן זיך אין מיר אלץ א געבוירנקייט פון מיין רצון צו סייוועלכע זאך, אדער וואס שאפט זיך פון די כעס און פחד ווען איך האב נישט א געוויסע זאך, וואס איז יענע זאך וואס האט געשאפן דעם "קעמיקל ריאקציע", די דיבורים פנימיים? ס'דארף זיין דיבורים פנימיים וואס דרוקן אויס, אן אינערליכער 'מציאותיות', "איך קען נישט לעבן אן דעם, איך קען נישט!". דארט ליגט מיין נפש. און פון דארט דארף איך איר אויפהייבן.

דיבור שאפט זיך פון הכרה, דאס מכיר זיין אין די עקזיסטענץ פון א זאך, מאכט אז ס'זאל זיין וואס צו קענען ארויסברענגען מיט קלאנגען און מויל. אט דער 'וואס', איידער מ'רעדט עס ארויס פון מויל, איז דיבורים פנימיים. הכרה, באוואוסטזיניגקייט, consciousness, איז די זאך דא. ס'איז אלעס לויט די הכרה, לויט די באוואוסטזיין. ס'איז די הכרה וואס ווערט באוואוסטזיניג פון די חיות וואס ער האט, וואס זאגט אים אז ער איז יא אין עקזיסטענץ. סתם חיות געט נישט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. א טשוויטשקעדיגע פייגעלע אויפן עק צווייג הויעך אויפן בוים האט אויך חיות, אבער ס'האט נישט די 'הכרה' וואס א מענטש קען אויפוועקן אין זיך. צו מכיר זיין אין די טיפקייט פון זיין עקזיסטענץ. דאס אליין אז ס'זינגט אויפן בוים באוואוסטזיניגט דעם מענטש אויף די טיפקייט פון עקזיסטענץ. אין סוף ב"ה וב"ש. מכיר זיין. אנערקענען. איינזעהן. ווערן איבערגענומען פון עקזיסטענץ. דאס איז וואס א נפש קען נאר מכח די הכרה. דאס מיינט ער אין הערה שי, כל צדדי הנפש יונקים חיותם ממנו.

א בעסקעט באל פלעיער זעהט דען נישט די געוואלדיגע כוחות וואס ער האט אין זיך, צו קענען זיך אזוי מאניפיולירן, ווערט ער נישט איבערגענומען פון עקזיסטענץ? נישט דוקא. פארוואס? ווייל כדי שתוכל הנפש להתעורר לאיזה ענין בצורה מציאותיות, היא מוכרחת לינק ההתעוררות לזה מצד ההכרה שבו. כדי דיין תשוקה פון דיין נפש זיך צו וויסן אין עקזיסטענץ זאל ווערן געזעטיגט, דארף זי מיט איר הכרה, מכיר זיין איר עקזיסטענץ. ווען מיר וועלן פארשטיין וואס דאס מיינט מיר זענען בני אברהם יצחק ויעקב, און אונזער חלק אין מגלה זיין כבודו ית' בעולם, מכיר זיין. מ'זאגט אייביג פאר א חתן לפני חופתו זאל מכיר זיין וואו ער גייט יעצט צוטרעטן. מכיר זיין אין א געוויסע עקזיסטענץ איז וואס זעטיגט די תשוקה זיך צו וויסן אין עקזיסטענץ.

אויף די בענקל וואס דו זיצט יעצט איז דער הייליגער בעל שם טוב זצ"ל געזיצן ווען ער האט געמאכט אן עלית נשמה בשנת... אבער דאס איז זיכער אז די תהלים וואס איך זאג יעצט האט דוד המלך געמאכט מיט נבואה! דאס איז פשוט גענוצט הכרה. איך קען זיין ביי מיר ווייניגער ווערד ווי די צעפליקטע שמאטע, אבער איך קען מכיר זיין אין מיין עקזיסטענץ אלץ חלק אלוק ממעל. צו מכיר זיין וואס עס הייסט חלק אלוק ממעל, דארף איך מכיר זיין וואס דאס איז "אלוק ממעל". (חחחח.)

ער איז מסביר פארוואס מיינע דיבורים פנימיים האלטן דעם code וואו מיין נפש איז איינגעשלינגען, זאגט ער אז די סיבה איז, ווייל סוף סוף ווייס איך פון עקזיסטענץ, סוף כל סוף ווייס איך פון מציאותיות, אז יענע און יענע זאך גייט מיר געבן 'מציאותיות', נאר לויט מיין הכרה, און מיינע דיבורים פנימיים באשאפן זיך אין מיר דורך מיין הכרה. לכן מוכרח להיות טמון בדיבורים אלו איזה ביטוי להתעוררות זאת. יעדע כח אין אונז וואס שאפט זיך פון הכרה, אנטהאלט אין זיך דעם פאדים וואס קען אונז פירן וואו אונזער נפש נעמט איר תשוקה. חושים פנימיים וואס שאפט זיך פון הכרה, קען אונז אויך פארציילן אויב מיר הערן איר אויס.

וכן אפשר להבחין בדיבור האדם האיך הוא מייחס ל'עצם רצונו' מציאותיות מוחלטת, וכאילו בכוחו לגזור ולהכריח. פארשידענע רצוניות אין מיר האבן איינגעשלינגען אין זיך מיין תשוקה צו מציאותיות. נישט אלע רצוניות מיינע. אבער פון די אלע רצוניות איז דא אזאנע רצוניות וואס ווען ס'קומט ארויף אין מיר עקספיריענס איך עס ווי "אזוי מוז עס זיין, און ס'קען גארנישט זיין אנדערש". זיין לשון האט אין זיך דעם געשמאק. שבשעה שלא נתמלא רצונו באיזה ענין הוא מבטא כעסו - לעצמו או לאחרים - בתביעות וצעקה 'היתכן', 'האיך יכולת לעשות זה' וכו'. דא קומט עס... וכאילו היה ראוי שלא יהיה בעולם אפשרות לעשות כגד רצונו, שלכן הוא מתמיה על 'עצם היכולת' שבזה - והוא מבטא בדיבורים אלו ה'מציאותיות המכרחת' שהוא מייחס לרצונו.

ס'דא וואס צו הערן פון אונזערע דיבורים פנימיים, מ'קען אויך צולייגן אן אויער צו די איכות הערך והכבוד שהוא מייחס לאדם או לדבר. די הכרה (דיבורים פנימיים קומט פון הכרה) איז מכיר אין די וועליו פון א זאך, דאס קען נאר הכרה. א מענטש זייענדיג א חלק פון איין איינציגע אין סוף עקזיסטענץ ית', וויל זיין אין עקזיסטענץ. (די גליסטעניש זיך צו וויסן אין עקזיסטענץ, און די גליסטעניש צו זיין אין עקזיסטענץ איז היינו הך) און ס'איז א פאקט אז ערך באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ. אבער באמת האט נאר די ריכטיגע עקזיסטענץ אן ערך. א קלוגער מענטש מיט א הויעכע IQ פון 250, וואס ער האט פון דעם אליין גענומען זיין מציאותיות, גייט זיך שפירן מער אין עקזיסטענץ אויב ער איז אויף אן אינזל, אן קיין עסן, אן קיין טרינקען, ה"י? אלא מאי, ערך איז נאר די ריכטיגע עקזיסטענץ, די איבעריגע איז נאר ווייל ס'דאכט זיך. עכ"פ פון דיבורים פנימיים קען מען מבחין זיין וואס מ'מיינט איז זיין אין עקזיסטענץ.

ביזן קומענדיגען שיעור אי"ה וועל איך אריינטראכטן ווי ווייט מיינע דיבורים פנימיים האבן אין זיך דעם שליסל צו געפינען וואו מיין נפש זעטיגט איר תשוקה זיך צו וויסן אין עקזיסטענץ.

והשם הטוב יעזור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רמא

תגובהדורך נשמה » דינסטאג יוני 12, 2018 2:51 pm

אני מקבל עלי עול מלכות שמים באהבה, צו זיין גרייט זיך צו טוישן צו טון דעם אמת. 1) און אז איך וועל אנערקענען אז איך אליין אן דיין הילף קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט קיין שום זאך, 2) וועל איך איינזעהן מיין אייגענע גארנישטקייט, און 3) אז איך וועל איינזעהן מיין אייגענע גארנישטקייט, וועל איך האבן הכנעה ושפלות בלב ובמעשה, און 4) ערשט דאן איז מעגליך צו בעטן אז דו זאלסט זיין מיט מיר, מיר צו העלפן. און 5) ערשט דאן קען זיין בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ. (דרך אמת) (נישט ווייל אזוי ארבעט די מח, נאר די מח ארבעט אזוי, ווייל ס'ווערט נשפע פונעם אמת)

די אפטייטש פון מציאותיות שקרית איז, ס'דאכט זיך מיר אז אויב איך האב דאס און דאס בין איך אין עקזיסטענץ. אבער דער 'אמת'ער עקזיסטענץ' זאגט, אז ס'איז נישט קיין עקזיסטענץ. ס'איז פאלש. ס'איז נישט שווער צו כאפן וויאזוי ס'עקספיריענסד זיך א רגש של מציאותיות שקרית. ער זאגט האיש שמתאר עצמו רק בשם זה של 'יהודי', רגש עצמיותו הוא יותר טהור ופשוט. נישט איך בין אן ארבעטער... איך בין א פלאמבער... איך בין אן עלעקטערישן... איך בין א פראגרעמער... די אלע זאכן געבן א מציאותיות שקרית. ס'שפירט זיך "ווייל איך בין א מגיד שיעור דערפאר בין איך אן עקזיסטענץ".

ס'דא ווען א מענטש עקספיריענסד ערך, און ס'דא ווען ער עקספיריענסד 'ערך עצמי'. צוויי קאמפלעט אנדערע עקספיריענסער. אנדערע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייטן. איינס איז גאווה, און איינס איז אלוקות. ערך איז ווען א מענטש איז באוואוסטזיניג אויף די איין איינציגע עקזיסטענץ, אז ער איז א חלק דערפון, נאר דערפאר איז ער באוואוסטזיניג אויף א דמות פון עקזיסטענץ, וואס די דמות אליין איז אויך גארנישט מצד עצמו. ערך עצמי איז, א מענטש איז באוואוסטזיניג אז איך בין די עקזיסטענץ. נאר די עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט באמת, אויף אייביג, איז וואס האט אן ערך. די אונטערשטע שורה פון יעדע זאך וואס מיר געבן אן ערך, פארוואס מיר געבן עס אן ערך איז, עקזיסטענץ. די האפענונג אז דאס וועט ברענגען צו קענען עקזיסטירן. צו קענען בלייבן אין עקזיסטענץ. לויט די פאטענציאנאל פאר עקזיסטענץ, אזויפיהל ערך געבן מיר פאר עס. אבער זיך צו וויסן אין די אמת'ע עקזיסטענץ איז וואס ס'האט די ריכטיגע אין סוף ערך.

ס'איז נישט די עצם שטרוי וואס האט ביי אונז אן ערך, די עצם שטרוי האט נישט ביי אונז קיין שום חשיבות, ס'איז נישט מער ווי א דומם אפסי. ס'איז די עקזיסטענץ וואס ס'קען ברענגען. אז דער איין איינציגער עקזיסטענץ ית' ממציא כל המציאות האט עס באשאפן צוליב זיין איין איינציגע עקזיסטענץ, לאיזו תכלית קדושה וכמוסה אצלו, דערפאר האט עס ביי אונז א חשיבות. עסן פאר זיך האט א חשיבות? זאל עס זיין די בעסטע און די שענסטע עסן. ס'איז די עקזיסטענץ וואס מענטשן האפן צו האבן דערפון. אויב ס'ברענגט נישט צו עקזיסטענץ, נאר חלילה פארקערט, געבן עס מענטשן מער נישט קיין ערך.

איך קען נישט אראפשרייבן זיין גאנצע הערה שיד. ס'איז געשריבן געווארן מיט אן אמת פון הארץ ארויס. די אונטערשטע שורה אויף למעשה פון דעם הערה איז, אז ערך באלאנגט נאר צום איין איינציגע עקזיסטענץ ית', ווי מער אזאך איז דא צו מגלה זיין זיין איין איינציגע עקזיסטענץ בעולם, אלץ מער ערך האט עס ביי אונז. וכן אנו חייבים להעריך את עצמנו וכן כל איש ישראל במה שיש לנו תפקיד גבוה ופנימי בהתגלות אלוקותו ית' ווען מ'איז באוואוסטזיניג אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ, האט עס אן ערך.

הבחנה ע"י הכרת הטירדא המחשבתית

די מחשבות וואס קומען ארויף אין קאפ בלכתו בדרך או בעמדו בתפילה, וכדומה קומט נישט ארויף סתם. ס'איז די האפענונג צו ווערן דורך זיי באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ. נפשו מתאווית להם, שיעניקו לה רגש של מציאותיות קומט אויס אז איך קען נוצן דריי ערשיינונגען וואס ערשיינט אין מיר, ארויסצובאקומען פון זיי מיט מיין הכרה, צו מבחין זיין פון וואו און מיט וואס איך געב צו טרינקען פאר מיין דארשט זיך צו באוואוסטזיניגן אין עקזיסטענץ.

א. בהכרת 'איכות' התעוררות נפשו, וה'דחיפה' שיש בה לענינים אלו. די געוויסע זאכן וואס א שטארקע דחיפה דערצו וועקט זיך אויף אין מיר עס צו האבן. פון דארט וויל איך זעטיגן מיין תשוקה פאר מציאותיות.

ב. בצורת דיבוריו הפנימיים, והיאך הוא 'מבטא' התייחסות נפשו לענינים אלו. זיך צו צוהערן צו מיינע דיבורים פנימיים. וועגן געוויסע זאכן "ווי שטארק איך דארף עס האבן, און אז איך קען נישט לעבן אן דעם", פון דארט וויל איך מיך באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ.

ג. במה שענינים אלו ממלאים ו'מטרידים' מחשבתו בתמידות. פון וועלעכע זאך ס'טראכט זיך מיר בתמידיות, זענען די זאכן וואס פון זיי פלאן איך מיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ.

ס'איז אזוי וויכטיג אז איך זאל געדענקען מיין אייגענע שפלות מצד עצמי, מיין טבע איז, אז מיין הארץ זאל זיך גרויסן פון זיך אליין. איך קען מיינען אז די ערך וואס איך געב מיר, קומט ווייל איך בין א חלק אלוק ממעל, אבער די חילוק צווישן די צוויי סארט עקספיריענסעס קען ווערן מטושטש אין מיין באוואוסטזיין. דעם רבינ'ס לשון דברו"ק ס"ג יתרו שנת תשי"ח לפ"ק, הגם מ'קען זיך נישט אויסמאהלן, אזעלעכע שפלים אזוי ווי מ'זעמיר, ווי מ'זעה מיר אויס, מ'זעמיר מלא עוונות ופשעים, ווי נידריג מ'איז, מ'האט נישט פארראכטן גארנישט, פונדעסטוועגן... טייערע ליינער איר כאפט וואס דא גייט פאר? אליין פאר זיך בין איך גארנישט. פונדעסטוועגן, א חלק אלוק ממעל בין איך... דאס איז די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. יא ערך אדער נישט ערך? נעמט מיך די ווערטער, פון רבי'ן זצ"ל, ארויס פון עקזיסטענץ, אדער טראגט עס מיר אריין אין עקזיסטענץ? באוואוסטזיניגט עס מיר אויף מיין עקזיסטענץ, אדער צוימט עס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט? ס'באוואוסטזיניגט! אויף מיין ריכטיגע עקזיסטענץ.

פון רבי ר' אלימלך זצוקללה"ה די וואכעדיגע סדרה פרשת קרח (וידבר ה' אל משה קח מאתם וכו') זעהט מען אז א מענטש דארף האבן דעם תשוקה זיך צו באוואוסטזיניגן אין עקזיסטענץ. מיט דעם וואס א מענטש באקומט חיזוק על ידי גדלות להחשיבו שהוא חשוב ומעולה במעלות ואין נאה לו לעשות כמעשים האלו. מיט דעם באוואוסטזיניגט מען דעם מענטש אין זיין עקזיסטענץ, דערנאך קען מען אים מעלה זיין. אבער אויב דער מענטש וויל שוין אפילו נישט זיין אין עקזיסטענץ, קען מען אים נישט העלפן מיט הזכרת שפלותו ויום המיתה, כי אדם כזה למיתה לא חייש. די גאנצע סיבה פארוואס 'הכנעה', איז נאר כדי צו וועלן האבן די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה, וועל איך אריינטראכטן, ווי ווייט איך האב אן ערך, זייענדיג אן אינסטרומענט, לגלות אלוקותו ית"ש. ואולם פשוט לכל בר דעת שהחשיבות מתייחסת רק לאלוקותו ית' ולא לעצמו כלל.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רמה

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יוני 13, 2018 3:25 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

מה שנראה במבט שטחי שהוא הכלי לנפש, לפעמים אינו אמיתי

וואס מיינט 'התקשרות דעתה של הנפש'? מיין נפש איז צוגעבינדן צו די געוויסע כלים וואס זענען מעורר מיינע כלי הגוף און באוואוסטזיניגן איר אויף א גוטע עקזיסטענץ. איך קום אריין אין ביהמ"ד, איינער גריסט מיך, יענער האט מיט זיין גריסן מיך באוואוסטזיניגט אויף מיין עקזיסטענץ, (מצד דמות) אויף אן אופן אז איך האב זיך ליב צו וויסן אין דעם עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. באקום איך קשר צו דעם אופן פון גריסעריי. די געוויסע אופן פון גריסעריי איז א כלי וואס באוואוסטזיניגט מיך אויף מיין עקזיסטענץ. דאס מיינט 'התקשרות דעתה של הנפש'. מיין נפש וואס איר תשוקה איז זיך צו באוואוסטזיניגן אין עקזיסטענץ, (וואס זי האט ליב פארשטייט זיך), באקומט קשר, דעת, צו די געוויסע כלי. מיין נפש איז צוגעבינדן צו עס.

און להבחין הענין הפרטי שנעשה כלי להתקשרות דעתה של הנפש מיינט, צו מבחין זיין, וועלעכע ענין פונקטליך, וועלעכע כלים, איז באמת די כלי וואס איז מעורר מיינע כלי הגוף און עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מיך? ווייל דאס איז די כלי צו וואס מיין נפש האט קשר. זאגט ער אזוי: שהרבה פעמים האדם מרמה את עצמו במה שבמבט שטחי נראה לו שהכלי הוא ענין מסויים, אסאך מאל קען זיך מיר דאכטן אז די כלי וואס איז מעורר מיינע כלי הגוף און עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מיך, איז די און די געוויסע זאך. ואולם אם יסתכל בכנות להבחין באמיתת כיוון נפשו, אויב איך וועל קוקן מיט אן אמת, "וואס איז עכט די כלי?", יראה שהכלי שמעוררתה הוא דבר אחר לגמרי. וועל איך איינזעהן אזי די כלי וואס איז באמת מעורר מיינע כלי הגוף איז גאר אינגאנצן עפעס אנדערש.

איך מוז וויסן וואס פונקטליך איז די כלי, ווייל פון דארט דארף איך אויפהייבן מיין נפש. געט ער דוגמא פון א מענטש וואס שפירט א דחיפה פנימית מעורר צו זיין זיינע כלי הגוף צו לערנען תורה, און ער לערנט. קען זיך אים דאכטן אויבנאויף, אז ער ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג און בעיקר האט קשר, מיט די אור אלוקי וואס באוואוסטזיניגט אים אויף זיין ריכטיגע עקזיסטענץ וואס דארף זיך שפירן נאנטער צום אמת, און נאנטער צו די קדושה, (עיין בהערה רלא) אבער ס'קען זיין אז מיין נפש איז גארנישט אויפגעהויבן פון איר עכטע פלאץ וואו זי באמת צוגעבינדן, פון איר עכטע פלאץ פון וואו איך טרינק אן מיין דארשט פאר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. דאס זאגט ער: אמנם אם יחדור בנפשו פנימה, אויב איך וועל זיין גרייט זיך צו טוישן, און אריינקוקן אין מיר, מיט מיין 'הכרה', מבחין צו זיין וואס איז די עכטע כלי מיט וואס איך האב קשר. וואס איז די עכטע כלי וואס איז מיך מעורר מיינע כלי הגוף צו לערנען. יראה שהכלי האמיתי להתעוררותה הוא ענין אחר לגמרי. וועל איך זעהן ב"ה אז די כלי האמיתי, די עכטע כלי וואס באוואוסטזיניגט מיך אויף מיין עקזיסטענץ, איז גארנישט די אור אלוקי.

די ערשטע זאך זאגט ער קען זיין, אז די כלי וואס וועקט אויף מיין כלי הגוף מחשבות, וואס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מיך, און מיט וואס איך האב קשר, איז די עומק ההשכלה שבתורה, דערגיין אירע באהעלטענישן, דאס מאכט מיך נוצן מיין מחשבה, און דאס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מיך, (הכרה באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ) און איך האב קשר מיט די השכלה פון די תורה. קומט אויס אז נישט די אור אלוקי באוואוסטזיניגט מיך אויף עקזיסטענץ. נאר די השכלה.

אדער, א צווייטע זאך, די כלי וואס מאכט מיך לערנען, איז נישט צו טרעפן די אור אלוקי וואס איז אין די תורה, נאר די כלי וואס מאכט מיך ארויסברענגען מיינע כוחות צו לערנען, איז ווייל איך וויל מיך פילן אנגענומען ביי מיינע ארומיגע נאנטע, ווייל איך וויל מיך נישט פילן ווי א צאמלייג בענקל צווישן שיינע דיינוגרום בענקלעך. איך וויל מיך נישט פילן ארויס פון עקזיסטענץ ווען איך קום צווישן זיי. ווען איך לערן, פיל איך מיך יא אין עקזיסטענץ. סאו, לערנען באוואוסטזיניגט מיך אויף מיין עקזיסטענץ, אז איך בין יא א זאך צווישן מיינע נאנטע. ווי מער איך לערן, אלץ מער קשר מיט מיינע נאנטע. ווייל מיין רצון צו זיין אנגענומען צווישן זיי איז סוף סוף די כלי צו מפשט זיין מיינע כוחות פון לערנען אל הפועל. און זיי עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן מיך מצד התפשטות. און איך באקום א קשר של התבססות מיט מיינע נאנטע. סאו, מיין נפש ליגט באמת וואו? פון וואו זעטיגט באמת מיין נפש איר תשוקה זיך צו וויסן אין עקזיסטענץ? פון די אור אלוקי וואס איז אין די תורה? באמת נעמט זי עס פון די ווילן צו זיין אנגענומען ביי די ארומיגע נאנטע, ווייל זיי זענען די כלי. און מיט זיי האב איך קשר.

די דריטע זאך וואס קען זיין, די כלי וואס מאכט מיך לערנען איז, אז איך זאל זיין באוואוסטזיניג אויף א דמות של ערך פון מיין עקזיסטענץ. און פון דעם אליין זיין באוואוסטזיניגט אין עקזיסטענץ. ווייל איך געפין מיך צווישן חברים וואס זענען מעריך לומדי תורה, קוק איך מיך אליין ארויף מיט אזא דמות. קומט אויס, אז איך האב קשר מיט מיין חשוב'ע דמות. אז איך בין א לומד תורה. און ווי מער איך לערן, אלץ מער ווערט מיין נפש מקושר צו מיין דמות. אבער איך פארפעל צו מאכן קשר מיטן אור אלוקי וואס איז באהאלטן אין די תורה הקדושה.

נאך א זאך, א פערטע זאך וואס ס'קען אלץ זיין די אמת'ע כלי וואס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מיך איז, "איך לערן, ווייל מ'דארף". אויב נישט? בין איך גארנישט ווערד. בין איך out of existence, פארוואס? ווייל איך טו נישט וואס איך דארף. איך מוז טון וואס איך דארף! קומט אויס אז איך מאך קשר טאקע מיט די געפיל פון אחריות וואס איך האב. איך באוואוסטזיניג מיך אין עקזיסטענץ מצד טון וואס איך דארף. אדער בעסער געזאגט, איך באוואוסטזיניג מיך אין עקזיסטענץ, ווייל איך פארפעל נישט, צו טון וואס איך דארף. איך פארפעל צו מאכן אז די כלי וואס זאל מיך מעורר זיין צו לערנען, זאל זיין צו די געוואלדיגע דארשט, צו טרעפן דעם אור אלוקי וואס הקב"ה האט באהאלטן אין די תורה.

דאס שרייבט ער במתק לשונו, ווי איינער וואס וויל אז איך זאל עפענען מיינע אויגן, און פארשטיין פארוואס איך לערן. והנה בכל אלו לא נעשה התורה הקדושה ואור האלוקי שבה הכלי להתעוררות מידת הדעת שבנפשו. איך דארף מאכן קשר מיט די אור אלוקי אין די תורה. דאס צו טרעפן דארף זיין די כלי מעורר צו זיין מיינע כלי הגוף. דאס דארף מיך באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ. (איך בין א חלק דערפון, ווייל נאר א חלק קען זיך באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ) והכלי האמיתי הוא, או ענין גופני דמיוני שנפשו מעריכה אותו בטעות כאיזו מציאותיות, או איזה ענין נפשי שהיא מייחסת לו מציאותיות שקרית ודמיונית. איך דארף מבחין זיין מיט מיין הכרה, וואס איז די כלי האמיתי וואס איז מעורר מיינע כלי הגוף און באוואוסטזיניגט מיך אויף עקזיסטענץ. און צומאל קען מען טרעפן, אז טאקע, איך האב געמיינט, אבער איך זעה איין אז די עכטע כלי וואס באוואוסטזיניגט מיך, איז אנדערש ווי איך האב געמיינט.

אין הערה שיט, געט ער זיין הגדרה וואס ס'מיינט תורה לשמה און וואס עס איז תורה שלא לשמה, זאגט ער. אז תורה לשמה מיינט, אז די אור אלוקי וואס איז אין די תורה, דאס איז די כלי וואס מאכט מיך וועלן טראכטן, ווייל איך וויל עס טרעפן. ווייל איך וויל ווערן באוואוסטזיניג דערויף (די יושר דברי אמת שרייבט אזוי. ג ועוד) און שלא לשמה מיינט, אז די אמת'ע כלי איז גאר עפעס אנדערש. יעצט, איך האב געטראכט, וואס מיינט, לעולם ילמוד אדם שלא לשמה, שמתוך שלא לשמה בא לשמה, אז אויב איך וועל צוגיין לערנען, אז די כלי וואס איז מיך מעורר איז "לשמה", קען גאר זיין אז איך מאך א מיסטעק, און איך וועל קיינמאל נישט לערנען לשמה. אבער אויב איך טראכט, אז די אמת'ע כלי פארוואס איך לערן איז שלא לשמה, איז דא א שאנס, אז איך זאל זיך פארבעסערן, און יא לערנען לשמה. שמתוך שלא לשמה בא לשמה.

כדי צו קענען כאפן וואס איז די אמת'ע כלי, געט ער דחיפה נפשית, דיבורים פנימיים, טירדא מחשבתית.

ביזן קומענדיגן שיעור וואלט איך ב"ה פרובירט אריינצוטראכטן אז אפילו איך מיין אז דאס און דאס איז מעורר מיינע כלי הגוף, דארף איך נאך אלץ גוט אריינקוקן אין מיר, און פרובירן צו כאפן וואס איז באמת די כלי וואס איז מיך מעורר, און וואס באוואוסטזיניגט מיך אויף מיין עקזיסטענץ, און מיט וואס איך האב קשר. ווייל נאר אזוי קען איך מעלה זיין צו נעמען מיינע גליסטענישן פון גוטע זאכן.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מיטוואך יוני 13, 2018 3:50 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך יוני 13, 2018 3:39 pm

נשמה'לע מיר האבן שטארק הנאה, בפרט פון די ענין וואס עס ווערט דא ארויסגעברענגט אז עבודת השם דארף נישט צוגיין מיט כפיית הנפש נאר אדרבה מיט התעוררות הנפש והוציאתה מכבלי' שנאסרה בחבלי הגוף.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רמז

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג יוני 14, 2018 3:05 pm

סידיראם האט געשריבן:נשמה'לע מיר האבן שטארק הנאה, בפרט פון די ענין וואס עס ווערט דא ארויסגעברענגט אז עבודת השם דארף נישט צוגיין מיט כפיית הנפש נאר אדרבה מיט התעוררות הנפש והוציאתה מכבלי' שנאסרה בחבלי הגוף.

ש'כח סידיראם. איך האף אז מ'פארשטייט וואס איך שרייב, איך האף אז ווען א ליינער זעהט די ווערטער "עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט" פילט ער נישט, וואס? עקזיסטענץ, וואס? וואס מיינט עס?

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

אופן כללי להבחין דרגת דעת האדם ומצבה.

קשה להבין במה כוחם גדול לאחוז בנפש כל כך. פארוואס האלט עס אזוי צו מיין נפש? לאז אפ. האסטו דיך שוין אמאל געוואונדערט מיט די קשיא? ווען קומט ארויף די קשיא? ווען איך זעה אז איך בין מורגל בכלים נמוכים, אויף אזוי ווייט אז ס'איז נאחז ונתקע בהם בתוקף גדול, באופן שנדמה לו שאי אפשר לו כלל להיפרד מהם איך קען נישט אויפהערן. נישט איך, נאר עפעס אין מיר האלט זיך אן דערצו בתוקף גדול. עפעס אין מיר לאט מיר נישט אז איך זאל מיך דערפון אפטשעפענען. די כלים וואס זענען מעורר מיינע כלי הגוף זיך צו באוואוסטזיניגן אין דעם (נישט וואס איך וויל עכט) עקזיסטענץ, האבן א כח אין זיך.

איז דא א קשיא, וואס איז די כח וואס די כלים האבן אין זיך, מיר אנצוכאפן אויף אזא אופן אז ס'דאכט זיך מיר אז איך קען זיך נישט אפלאזן פון זיי אז זיי זאלן מעורר זיין מיינע כלי הגוף, אז זיי זאלן מיך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן? אין מיין פנימיות ווייס איך דאך אז ס'איז נישט. ס'איז לופט, גארנישט. ס'מאכט נאר צער. ווייטאג. עגמת נפש. ס'פייניגט. איך וויל עס ניטאמאל. פארוואס קען איך עס נישט אפלאזן. פארוואס מוז איך טראכטן וויאזוי איך ערשיין צווישן מענטשן לדוגמא? פארוואס מוז איך עסן און עסן אפילו איך בין שוין זאט. וכו'. פארוואס מוז איך רעדן און רעדן אפילו ס'גייט שוין אריין אין די גדר פון שטותים, חחחחח

די תירוץ דערויף איז א יסוד גדול בנפש. די גליסטעניש פונעם נפש זיך צו וויסן אין עקזיסטענץ, (עקזיסטענץ מיין איך צו זאגן אן עקזיסטענץ מיט א ב) מיינט אז דער שטערקסטער צער פארן נפש איז, (פארן מענטש וואס דער כח פון זיין נפש ווירקט אין זיין באוואוסטזיין) ווען זי פילט, 'העדר' מציאותיות. די עקספיריענס אז מ'גייט ארויס פון עקזיסטענץ. (שפיר וואס איך שרייב, נישט מיט לאגיק, ארויסגיין פון עקזיסטענץ איז א געוויסע עקספיריענס) והוא הצער המפחדת אותה יותר מכל מיני צער ויסורים. די פחד פון שפירן ווי מ'גייט ארויס פון עקזיסטענץ דערשרעקט דעם מענטש זייער. ער שרייבט "יותר מכל מיני צער ויסורים". ער מיינט לכאורה צו זאגן, אז די מענטש, וועט אלעס טון נישט צו שפירן דעם העדר. נישט צו שפירן ווי די דשוס פון זיין עקזיסטענץ רינט ארויס פון אים.

ער שרייבט, אז בכל שייכות הנפש לכליה הנמוכים, אויב איך האב שייכות מיט כלים נמוכים, (כלים נמוכים מיינט, כלים וואס זענען מעורר מיינע כלי הגוף, און עס באוואוסטזיניגט מיך אויף מיין עקזיסטענץ, אבער עס באוואוסטזיניגט מיך אז די עקזיסטענץ ליגט אין די כלי, און עס באוואוסטזיניגט מיך נישט אז איך בין די עקזיסטענץ. בעסער געזאגט אז איך בין א חלק פון איין איינציגן עקזיסטענץ) יעצט, ער טענה'ט, אז ווען א מענטש האט שייכות מיט כלים נמוכים, ווערט מען פון איין זייט באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ, אבער בפנימיות, ווייל מיין נפש ווייסט אז די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז נישט איר ריכטיגע עקזיסטענץ, שפירט מען א עצבות ודכאון פנימי. די נפש שרייט "דאס איז נישט מיין עקזיסטענץ וואס איך גליסט באמת זיך צו באוואוסטזיניגן דערין" דאס האט גארנישט מיט מיר. הנפש מרגישה בעצמה - בהיבלעה בחומר - העדר ועצבון.

שרייבט ער אזוי: אז פון דעם אליין, טראכט אריין, פון דעם עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט אליין, ווערט זי דערשראקן. זי האט עס נישט ליב. היא נעשית מפוחדת ומבוהלת להינצל מזה. מכח מיין נפש מוז איך יעצט טרעפן א נייעם חומריות'דיגן אויפרייס, וואס דאס זאל מעורר זיין מיינע כלי הגוף, און באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, פארוואס? ווייל זי מוז זיך בארואיגן טאקע פון דעם 'העדר'. וסדר זה חוזר חלילה. ווי מער איך בין מעורר מיינע כלי הגוף פון די כלים נמוכים, אלץ מער געשעהט אז מ'האט זיך נישט ליב אין דעם עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, און אלץ מער דארף איך זוכן א נייעם אויפרייס. צו ראטעווען מיין נפש פון העדר.

דאס מיינט צמאה לך נפשי, כמה לך בשרי, בארץ ציה ועיף בלי מים. די נפש וויל זיך נישט וויסן אין אזא עקזיסטענץ. דאס איז דאך ארץ ציה ועיף בלי מים און זי ווייסט עס. איך דארשט צום באשעפער שרייט מיין נפש. און איך בין יעצט געווארן באוואוסטזיניג אויף אזא אומריכטיגע עקזיסטענץ, וואס איז 'העדר', וואס טו איך? איך מוז זוכן א נייעם חומרית'דיגן אויפרייס וואס זאל מיך אוועקנעמען פון דעם 'העדר' און מיך יא באוואוסטזיניגן אין עקזיסטענץ, דער מענטש ווייסט דאך נישט בעסער.

אבער כל שמוסיפה להתבלע בדעת חומרית דמיונית להפיג צערה, דערפאר זוך איך א נייעם אויפרייס, ווייל איך וויל פשוט אויסוועפן מיין צער וואס מיין נפש אין איר ענגשאפט שרייט, אז דאס איז נישט די ריכטיגע עקזיסטענץ אויף וואס זי וויל זיין באוואוסטזיניג. אבער היא משיגה בזה עוד העמקת העדרה וצערה. צוזאמען מיט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט באקומט מיין נפש פון דעם נאך א טיפערע העדר און צער. נאך מער א צמאה לך נפשי. נאך מער א ארץ ציה ועיף בלי מים. און די צער פון זיין אזוי ווייט פון די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, די צער פון העדר, ווערט נאר שטערקער און שטערקער.

וואס טוט דער מענטש, א מענטש קען נישט אויסהאלטן העדר. וואס טוט דער מענטש? ער ווערט געצווינגען! יא, איך ווער געצווינגען לברוח לתאווה חדשה, ווייל די צער פון העדר איז אויסטערליש. אומאויסהאלטבאר. באופן שהיא נתקעה בכליה מבלי מצוא. און נעבעך, דאס איז די סיבה פארוואס איך בין אזוי אנגעבינדן אין די כלים נמוכים מבלי מצוא. דער מענטש ווייסט דאך נישט וויאזוי מ'קען ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט פון גוטע כלים.

נישט ווייל איך זוך מציאותיות, דערפאר בין איך אזוי צוגעבינדן צו עס, ניין. נאר מחמת 'פחד והעדר' וואס איך פיל פון די "עקזיסטענץ" וואס די כלים נמוכים "באוואוסטזיניגן" מיך. דער פחד, אט דער פחד פון טאקע אט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט פון טאקע אט די כלים, מאכט גאר אז זיי זאלן האבן דעם געוואלדיגן כח מיך אנצוכאפן. הוא מה שנותן לכלים הנמוכים כוחם לאחוז בה בתוקף כה גדול.

קומט אויס, אז די כלים נמוכים וואס זענען מעורר מיינע כלי הגוף, באוואוסטזיניגן מיך טאקע אויף מיין עקזיסטענץ, אבער צוזאמען דערמיט, הם גם מוצצים דם נפשו, זיי פייניגן מיין נפש, וממלאים אותה בריקנות והעדר שמעציב אותה ומחרידה. א מענטש מצד דעם נפש, האט נישט ליב צו זיין באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ וואס כלים נמוכים באוואוסטזיניגן אים. ולכן מי שנאחז בפח הסט"א ונתקע בחומר הוא מרגיש בחייו העדר וריקנות, והוא תמיד במצב נפשי של 'נצרך', ו'תאב', לאיזו 'חדשות' זרות מבחוץ, לספק נפשו עכ"פ לזמן קצר במציאותיות דמיונית. די 'העדר וריקנות' וואס א מענטש וואס איז 'נתקע בחומר' פילט, די תמידיות'דיגער מצב פון 'דארפן און דארפן' קומט פון דעם אז די נפש וויל זיך וויסן אין די ריכטיגע עקזיסטענץ.

וההיפך הגמור הוא, האיש הישראלי שמדבק עצמו בעבודתו ית"ש ובתוה"ק באמת. פונקט די פארקערטע איז ביי א יוד וואס איז זיך מדבק בעבודתו ית"ש, ובתוה"ק באמת. אז וויבאלד די נפש זעטיגט איר תשוקה זיך צו באוואוסטזיניגן אין עקזיסטענץ פון די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, דער יהודי איז מעורר זיינע כלי הגוף פון די ריכטיגע כלים, פון אמונה, און עבודתו ית"ש, און ער באוואוסטזיניגט זיך אין די ריכטיגע עקזיסטענץ. און זיין נפש ווייסט זייער גוט אז דאס איז די ריכטיגע עקזיסטענץ.

ביזן קומענדיגן שיעור וועל איך באמערקן די אינטערעסאנטע פענאמענאן, אז איך וויל זוכן מציאותיות פון כלים נמוכים, אבער איך האב גאר מורא פון די עקזיסטענץ וואס זיי באוואוסטזיניגן מיך, ווייל בפנימיות ווייס איך אז דאס איז נישט די ריכטיגע עקזיסטענץ אין וואו איך וויל מיך וויסן.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Newegg און 8 געסט