לימודים לדעת ביודיש.

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אנבעליוועבל
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 10:59 pm

תגובהדורך אנבעליוועבל » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 3:34 pm

משה כהן האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
משה כהן האט געשריבן:במחילת כבוד הרב, איז דער ספר לימודים לדעת, זייער נישט גוט געשריבן.

איך וואלט געזאגט אז ס'איז 'טיף' און 'ארטפול' געשריבן. ווער ס'האט דעם ספר, קען ליינען וואס איך שרייב דא, און עס פארשטיין בעזהשי"ת. איך פרוביר מסביר צו זיין וואס ער שרייבט אינעם ספר. איך פארשטיי פארוואס דו ביסט אויפגערעגט. איך בין אויך געווען אזוי אנהייב. דער נפש פונעם ספר איז דיין 'פארשטאנד'. דו מוזט אסאך טראכטן פון 'הכרה, הכרה, הכרה, הכרה, ביז דו וועסט געדענקען וואס ער מיינט דערמיט. איך האלט אז דער ספר האט א סוד אין זיך. א אמת. געב א קוק צו דו פארשטייסט וואס איך שרייב דא. ליין פון אנהייב. ווען א קינד לערנט זיך אויס צו רעדן, קען עס שרייען: "איימסארי, זייער נישט גוט". אבער ס'איז ווייל דאס קינד דארף נאך כאפן פון וואס מ'רעדט דא. ווען דו וועסט כאפן פון וואס ער רעדט, וועסטו זעהן ווי געשמאק ער איז. עכ"פ ליין וואס איך שרייב.

הרב נשמה! איך האב געלערנט דעם ספר מדאשקע לדאשקע, און אייערע שיעורים דא אויפן וועלטל זענען הערליך און זייער פארשטענדליך, די פאקט אבער איז, און שוין אוןיך געהערט פון פילע זיינע אנהענגער וואס קומען צו אים בפרטיות און לעבן אויף זיין מהלך, אז דער ספר איז פשוט היפש שטימפיג געשריבן, און ווען מען געבט דאס ווען פאר פראפעסיאנאלע שרייבער'ס וואלט עס געווען אסאך שענער און שטערקער.
בהצלחה

ר'שרגא האט ארויסגעגעבן 10 שיעורים מסביר זיין וואס ער וויל דא מוט'ן ספר, עס איז דא צובאקומען ביי קרן שמואל ישעי'

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

למודים לדעת דף מו

תגובהדורך נשמה » פרייטאג מארטש 16, 2018 2:04 pm

בס"ד.
דף מד, הערה מו, האט ער א מורא'דיגע הבחנה, וויאזוי וויסן פון עקזיסטענץ שטופט זיך צו זוכן נאך און נאך די זעלבע כלים וואס האבן אים מגלה געווען פארן באוואוסטזיין. ווען א מענטש שטעלט זיינע כלי הגוף צו געוויסע כלים וואס מאכן טראכטן פון באשעפער (כלי המחשבה), וואס מאכן ממחיש זיין דעם באשעפער (חושים), ווערט דער מענטש עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג פון אלוקות. און זיין עקזיסטענץ וועט זוכן נאך און נאך אלוקות. ער וועט זעהן געלעגנהייטן וואס ווייזן אלוקות. און השם ישמור, ווען א מענטש ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג פון דברים נמוכים ח"ו, טרעפט ער זיך געלעגנהייטן, ווען א מענטש ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג פון ספיקות צו מ'האט יוצא געווען, און ער ווערט פון דעם עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, זוכט ער ספיקות. די חילוק איז אז השי"ת עקזיסטירט, און ספיקות איז א דמיון. זאל השי"ת אונז אפהיטן פון ספיקות און ענגזייעטי. מ'דארף ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג פון די ריכטיגע כלים. און צו זיי האבן א שטארקער קשר.

איך געדענק ביים אנהייב האב איך געמיינט אז בשעת מ'דאווענט, און מ'לערנט, און מ'גייט אן מיטן טאג, דארף מען האלטן קאפ אויף די השגה פון 'מציאותיות', אדער 'נפש', כדי מ'זאל פילן א מציאותיות, כדי די עצות פונעם ספר זאל ארבעטן. אבער ס'איז נישט אזוי. געדענק: ווען א מענטש נוצט זיינע כלי הגוף ווערט ער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. טאקע דאס מיינט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ווען דו טראכסט, טוסטו צוויי זאכן, איינס דו טראכסט פון די זאכן וואס די כלי האט דיך מעורר געווען צו טראכטן, און איינס וואס געשעהט אטאמאטיש צוזאמען מיטן טראכטן איז: אז דו ווערסט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. ווייל דו נוצט הכרה, און הכרה מאכט דיך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג ווען דו טראכסט פון שמע ישראל וכו' מיט די מח און מיט די חושים, און מיט די פינטעלע יוד וואס וויל ארויסקומען מן הכח אל הפועל, ווערסטו עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. דארפסט נישט טראכטן "איך ווער יעצט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג". דו דארפסט פשוט ערוועקן דיינע כלי הגוף פון די ריכטיגע כלים און דעת פראדעצירט זיך, א קשר ווערט געשאפן.

פרק רביעי: גווני דעת הפרטיים

הנה ביארנו וכו'. די ענד רעזאלט פון אויסשטעלן די כלי הגוף צו געוויסע כלים איז: דעת. דער מענטש באקומט 'דעת' צו די כלים, ס'איז אלעס ארום דעת. מיר זענען א פאבריק וואס פראדעצירט 'דעת' צו כלים. אונז האב מיר א מאשין וואס הייסט מחשבה, און א מאשין וואס הייסט חושים, און א מאשין וואס ס'הייסט כלי המעשה, (וואס מיינט כלי המעשה? זאכן פון קערפער וואס ווערן גענוצט ארויסצוברענגן מן הכח אל הפועל! גייסט עס געדענקן? טראכט עס. זאכן פון קערפער וואס ווערן גענוצט ארויסצוברענגען מן הכח אל הפועל, הייסט 'כלי המעשה'.) און א מאשין וואס עס הייסט 'דמות'. (וואס מיינט דמות? ווען א מענטש שטעלט זיך אויס פאר א דרויסנדיגע כלי אז דער כלי זאל אויסשטעלן זיין 'תמונת הגוף' אויף א געוויסער אופן, ווערט דער מענטש אטאמאטיש באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ. למשל: א מענטש דארף רעדן צו א חשוב'ע פערזענליכקייט, ווערט ער אויסגעשטעלט צו א כלי (דהיינו: דער דרויסנדיגער פערזענליכקייט) וואס צינד אן זיין 'תמונת הגוף', (ווייל ער וויל זיך אהערשטעלן ערנסט) און דאס מאכט אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג אויף א דמות פון זיין עקזיסטענץ, ווייל ווען דער 'תמונת הגוף ווערט אנגעצינדן ווערט אויך באוואוסט פארן באוואוסטזיין א געוויסער דמות פון עקזיסטענץ. ווען דו קומסט אריין צו א צדיק ווערסטו באוואוסטזיניג אויף א געוויסע דמות פון דיין אייגענע עקזיסטענץ. ווען דו שטעלסט דיך פאר אז השי"ת איז נעבן דיר און קוקט אויף דיר, און דאס איז מעורר דיין 'תמונת הגוף', ווייל מ'קען דאך נישט זיין צעלאזט ווען מ'שטייט פארן מלך מלכי המלכים הקב"ה, סאו דער אייבערשטער ווערט א כלי מעורר צו זיין דיין תמונת הגוף, און דאס אליין מאכט דיך באוואוסטזיניג אויף א דמות פון דיין עקזיסטענץ.

דאס אלעס מאכט 'דעת', 'קשר'.

לכל צד פרטי שבנפש קיים גוון דעת מסויים מיר זענען נישט קיין פאבריק וואס פראדעצירט דעת, מיר זענען א פאבריק וואס פראדעצירט פארשידענע אופנים פון דעת וואס יעדע איינע איז וויכטיג. פון הכרה שאפט זיך א דעת (דעת מיינט אן 1 עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס האט געשאפן א 2 קשר צום כלי = דעת) בעלות. פון הכרה שאפט זיך א דעת של בעלות. דאס מיינט אז ווען א כלי מאכט דיך טראכטן, שכלי, לאגיק, רעיון, עמקות, און ס'מאכט דיך הכרה, (געדענקסט האמיר געשמועסט אויבן אז מחשבה מאכט אז דו זאלסט ווערן אטאמאטיש עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג דורך הכרה) און יעדע כלי וואס מאכט דיך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג שאפט דיך א קשר צו עס, דעת צו עס. באקומסטו צו דעם כלי א קשר פון 'בעלות'. באקומסטו א קשר פון בעלות איז וואס? באלד וועסטו פארשטיין. אבער געדענק דאס, הכרה שאפט אין דיר דעת של בעלות. א קשר צום כלי וואס ס'איז אן אופן פון בעלות.

פון 'חיות' ווערט געשאפן דעת של התדבקות (וואס מיינט נאר חיות?... חיות ווערט געשאפן ווען א מענטש ווערט באוואוסטזיניג אויף זיין עקזיסטענץ דורך א כלי וואס האט אנגעצינדן זיינע חושים אדער חושים פנימיים) , דאס מיינט אז די קשר צו אט דעם כלי איז א קשר של התדבקות. סאו, ווען דו גייסט צו א חתונה, און דיינע כלי הגוף, דאס מאל דיינע חושים, זענען אויסגעשטעלט צו ווערן אנגעצינדן פון זעהן א הערליכע זאל, און הערן שיינע מוזיק, און שמעקן גוטע ריחות, און שפירן דעם געשמאק פון עסן, און שפירן די ווייכקייט פון די בענקל, פלאס דיינע חושים פנימיים וואס צינדן זיך אן מחמת זכרונות של חושים ווערסטו עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג דורך א כלי וואס ערוועקט דיינע חושים, און דאס שאפט חיות, און יעדע כלי וואס מאכט דיך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, שאפט אין דיר א קשר צום כלי, עס שאפט 'דעת' צו עס, און דער קשר צו די אלע כלים איז א קשר של התדבקות. א דעת של התדבקות. דו שפירסט דיך באהאפטן צו עס. "צוגעקלעבט צו די מוזיק". קלעבעדיג. פיל עס. עקפיריענס וואס ער שרייבט אינעם ספר.

פון 'התפשטות', דאס הייסט ווען א כלי האט דיך מעורר געווען ארויסצוברענגען מיט דיינע כלי המעשה, דיינע אינערליכע כוחות אל הפועל, און פארשטייט זיך אז דו ביסט אטאמאטיש געווארן דורך התפשטות, 'עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג', באקומסטו צו אט דעם כלי א קשר פון התבססות. (בסיס לדבר היתר) סאו, א מענטש וואס שפילט באל, און שפילן באל מאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג דורך 'התפשטות', ווייל א מענטש האט א אינערליכער כח צו היטן דעם טארגעט, סאו, התפשטות מאכט אים אטאמאטיש עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, און יעדע כלי וואס מאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג שאפט א קשר צו עס, סאו, דער מענטש באקומט צו דעם באל א קשר פון? התבססות. יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס זיי גייען שפילן גאלף? ער שפירט 'התבססות'. דו שטיי און לאך, ער שפירט התבססות. חחחח. ער שפירט זיך באפעסטיגט. אוועקגעשטעלט מחמת דעם כלי. מיר ווילן באקומען דעת דקדושה. התבססות של קדושה.

און פון דמות שאפט זיך א קשר פון התכבדות. דאס הייסט ווען א געוויסע כלי איז מעורר דיין 'תמונת הגוף', און דאס מאכט דיך אטאמאטיש עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג דורך משיג זיין א דמות פון דיין עקזיסטענץ. שאפט דאס א קשר צום כלי פון התכבדות. איך בין א בכבוד'יגער מעמבער פון מיין ארויפגעקוקטער קהילה. א דאנק דעם כלי פיל איך כבוד. עהרע. א מענטש וואס שטייט נעבן א ספר תורה, און די הייליגער ספר איז מעורר 'תמונת הגוף', מ'קען דאך נישט זיין צעלאזט נעבן א ספר תורה, און די תמונת הגוף מאכט אטאמאטיש אז איך זאל ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג אויף מיין דמות. און דאס שאפט אז איך זאל זיך ארויפקוקן אדאנק דעם הייליגן ספר.

ביז דעם קומענדיגן שיעור אי"ה, זאל מען זעהן און עקפיריענסן בעזרת השי"ת וויאזוי דרויסענדיגע כלים שאפט א געוויסע גוון של דעת, געוואנדן וואסערע כלי הגוף די דרויסנדיגע כלי איז מעורר. קוק אריין אינעם ספר, פאר א ליסט פון אלע גוונים. דף מו. והשם הטוב יעזור, אז איך זאל נאר שרייבן זאכן וואס אים געפעלט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף מח

תגובהדורך נשמה » זונטאג מארטש 18, 2018 4:52 pm

בעזרת השי"ת.
'דעת הבעלות' מתבטאת בצד ההכרה.
קוק אריין אינעם ספר [דף מח] וואס ער מיינט מיט 'דעת הבעלות'.

א מענטש וויל שאפן אין זיך 'דעת'. דהיינו פארשטערקערן א קשר מיט כלים וואס באוואוסטזיניגן אים אויף זיין עקזיסטענץ. לויט ווי איך פארשטיי, טראכט א מענטש פון די כלים, און א מענטש טראכט נישט "איך וויל יעצט ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג". נאר א מענטש טראכט "איך דארף א קשר מיט אט די כלים". פארטיג. א פינעווער וואס וויל פארשטיין דעם בארעפליי, און ער צושנייד עס, וכו', און ער זיצט אין זיין ד' על ד' לעבראטאריע, וואס האט כמעט נישט קיין זאכן אויפצואוועקן זיינע 'חושים', א ליידיגע שטוב מיט טויטע און לעבעדיגע בארעפלייס וואס ער שטודירט. ער איז נישט צוגעבינדן צום גשמיות פונעם בארעפליי. די כלים וואס מאכן אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג צו וואס ער וויל ווערן צוגעבינדן, איז השגה וואס שאפט זיך אין זיין קאפ, פון קוקן אויפן וואונדער פון באשעפער אינעם בארעפליי וואס דאס מאכט אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג ווייל מחשבה וועקט אויף הכרה, און הכרה מאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, אויב ער דארף נאך כלים קוקט ער טיפער אינעם בארעפליי. פארוואס טוט ער דעס? פארוואס וויל ער שאפן א נאנטקייט מיט די חכמה וואס ליגט אינעם בארעפליי? איך רעד נישט פון איינער וואס קוקט נפלאות הבורא, ער רעדט דערפון אין זיינע שיעורים, הער עס.

לויט ווי איך פארשטיי מיט מיין קליינעם פארשטאנד וויל דער מחבר אז מיר זאלן פארשטיין פארוואס ציהט עס מיר. ער שרייבט אויף דף 'מט', ובאופן כללי, מה שמושכת הנפש, היא התעוררות רגש ה'מציאותיות' שבה - דהיינו הדעת בכללותה, אלא שבצד ההכרה, היא מורגשת בה בצורה פרטית של בעלות. דאס מיינט ער וויל אז ווען אונזער נפש ציהט עפעס, למשל חכמת הטבע, תכונה, חשבון, וואס ציהט מיר דא? די תירוץ איז 'שאפן א קשר מיט כלים וואס גייען ארבעטן אונז צו מאכן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. א פינעווער פרייט זיך "אה, איך האב שוין עפעס וואס צו שטודירן". דאס אליין געט אים א שמחה. נישט ווייל ער וויל אזוי וויכטיג וויסן, נאר ווייל ער האט וואס צו וויסן. פארוואס? ווייל א מענטש דארף כלים אים צו מאכן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. א מענטש דארף א קשר צו אזאנע כלים. א מענטש וויל שאפן אין זיך 'דעת' צו אזאנע כלים. א מענטש וויל שאפן א קשר מיט כלים וואס מאכן אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. און דערפאר ווערט דער פינעווער אזוי באפריינדעט מיט די חכמה וואס ער זעהט אינעם בארעפליי. לויט ווי איך פארשטיי: ער פילט טאקע בעלות און ער וויל פילן בעלות, אזוי ווי ער שרייבט והסיבה למשיכה זאת היא, שבשעה שהאדם מכיר בידיעות אלו ומקיפן בשכלו, מתעוררת בנפשו רגש של בעלות כלפיהן. אבער באמת וואס ער וויל איז די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס אט די כלים געבן אים. מכח די הכרה זיינעם.

דער מחבר וויל אז מיר זאלן איינזעהן אז אין אט דעם משיכה צו 'בעלות', "איך בין עס מקיף, איך האב עס ארויס" אין אט דעם משיכה ליגט א משיכה צו 'עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט'. ווען מיר גייען פארשטיין, און בעיקר עקספיריענסן, "פארוואס ציהט עס"? וואס איז די אמת'ע נקודה צו די משיכה? און מיר גייען זיך איבערצייגן "די משיכה דערצו איז מציאותיות" גיימער באקומען מער קאנטראל אויף אזאנע משיכות. ווייל אויבערפלעכליך שפירט דער פינעווער (נישט יעדע פינעווער, איך רעד פון א פינעווער וואס טוט אזוי) איך וויל פילן 'בעלות', אבער טיף וויל ער "איך וויל האבן א קשר מיט כלים וואס מאכן מיך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג". דאס איז וואס ער וויל עכט.

צורת תנועת הנפש שבדעת זאת.
דער מחבר וויל אז מ'זאל וויסן אז ווען מ'שאפט זיך כלים וואס מאכן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מתוך הכרה, שאפט זיך א דעת וואס איז מיושבת וקרה, באופן שאינה מתפעלת מהכלי. עס שאפט זיך א דעת וואס ווערט נישט נתפעל פון די כלי. און די סיבה פארוואס ער וויל אז מ'זאל עס וויסן איז: ווייל מ'קען נישט נוצן נאר כלים וואס וועקן אויף 'הכרה', ווייל דאס ווירקט נישט אז מ'זאל זיך טוישן לטובה. אזוי ווי ער ענדיגט ולכן נחוץ לאיש הישראלי לעורר בנפשו גם גווני דעת האחרים משאר צדדי הנפש, כפי שנבאר להלן בעזהשי"ת. שכל אליין האט נאך נישט די התפעלות. התפעלות קומט פון די חושים. דאכט זיך אין חב"ד האט מען געוואלט ביידע, סיי שכל, און אויך נאך צדדי הנפש.

'דעת התדבקות' מתבטאת בצד החיות
דער מחבר וויל דא די זעלבע זאך ווי ביי 'דעת הבעלות'.
ער וויל אז ווען ס'ציהט זאל מען וויסן און עקפיריענסן 'פארוואס ס'ציהט'. מיין עקזיסטענץ זאל ווערן איבערצייגט מכח עקספיריענס, אז די סיבה פון די משיכה איז: עקזיסטענץ-באוואוסטזיניקייט. יא, אמת, מ'וויל גיין אין א שיינע גארטן מיט שמעקעדיגע בלומען פון אלע קאלירן, מיט הארץ דערפרישנדע וואסער-פאלן, שיינע באקוועמע בענקלעך. אבער פארוואס ציהט עס? ווייל מ'ווילן שאפן א קשר מיט כלים וואס פארברייטערן די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. וואס געט 'חיות'.

סתם אזוי פילט מען, איך גיי אהין "ווייל איך וויל פילן אז איך לעב". איך וויל מיך צוקלעבן צו א זאך וואס לעבט מיר אויף. דאס איז וואס א מענטש פילט ווען ס'איז מושך. ער טראכט נישט "איך וויל ווערן מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג". די ציהל פונעם 'לימודים לדעת' איז: עקספיריענס די פארוואס.

ער שרייבט זייער אסאך פון די תנועה הפכית פון דיחוי וסלידה. ס'דא אסאך מאל ווען דו שפירסט ווי די ווילסט דיך אפקערן פון א געוויסע זאך ווייל דו פילסט אז ס'מאכט דיך ווייניגער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. למשל דו ווילסט אוועקלויפן פון א מענטש וואס האט טענות אויף דיר, אדער פון א מענטש וואס רעגט זיך אלעמאל, אדער פון א נעגעטיווער מענטש, בקיצור, א שטופ צו אנטלויפן פון זאכן וואס דו שפירסט אז ס'מאכט ווייניגער דיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. דו שפירסט אז עפעס אין דיר גייט ווערן איינגעצויגן. וואס איז דעי איינגעצויגן? וואס גייט דא ווערן איינגעצויגן? וואס גייט ווערן איינגעצויגן ווען דו הערסט קריטיק? דיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט! כך נראה לי. (טראכט עס נישט, פיל עס) טענה'ט ער, אז די תנועה פון 'דיחוי וסלידה', קומט פון עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מכח חושים - חיות. קוק אריין אין הערה נה. דאס איז אויף דף נב.

אין די שטיקל פון ויש להדגיש שדעת זו היא העיקרית והמרכזית של הדעת הכללית וכו' וויל ער זאגן אז: דער עיקר וואס א מענטש וויל איז מאכן א קשר מיט כלים וואס מאכן אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מכח חושים אדער חושים פנימיים. אפילו דער וואס זיצט אין שטודירט גענעס, ער נוצט כלים וואס ערוועקן מחשבה-הכרה, די תנועה וואס שטופט אים אנצוהאלטן זיין קשר מיט די כלים מער און מער, איז מכח חושים - חיות. מיר זאגן יעדן טאג 'פוקח עורים', די עקזיסטענץ פון א מענטש זעהט! און הערט! און שמעקט! וכו', נאר הקב"ה האט אזוי געמאכט אז מיר זאלן זיין צוגעבינדן צו די חושים דאס מגלה צו זיין. אינעם עקזיסטענץ אנעם קערפער איז אלעס איינס. עיין דף כ הערה יח ווען א נשמה ווערט צאמגעבינדן מיט א קערפער, קומט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מכח חושים. אבער צדיקים האבן געקענט זעהן און הערן אן א חושים.

אין די שטיקל פון וכאן הוא גם גלוי עיקר כח ה'רצון' שבאדם, וכו'. וויל ער זאגן אז 'חושים' אדער 'חושים פנימיים' איז די מערסטע מגלה פארן באוואוסטזיין פון אונזער עקזיסטענץ. ער שרייבט ופה משגת הנפש תוקף נקודת המציאותיות שבה. דאס וואס די חושים זענען מגלה, האבן דעם גרעסטן כח אויף די רצון פון א מענטש צו זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, צו מאכן מיט זיי קשר. דער מחבר לייגט א געוואלדיגער דגוש אויף דעת התדבקות. אויף די קשר מיט כלים וואס ערוועקן חושים, אדער חושים פנימיים. די רצון צו עקזיסטירן קומט וואס די חושים זענען מגלה דעם עקזיסטענץ פארן באוואוסטזיין. עקזיסטענץ-באוואוסטזיניקייט, און ציען צו נאך און נאך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניקייט, האט הקב"ה די מערסטע צוגעבינדן צו די חושים, אז זיי זאלן דאס מגלה זיין פארן באוואוסטזיין. קוק אריין אין הערה נז. אין המספיק גאזעט האט ר' חיים מאיר פערל זאל זיין געזונט געשריבן פון חושים און חושים פנימיים. ער האט געברענגט פון תהלים וואס מ'זעהט אז דוד המלך רעדט פון חושים. דוד המלך ברענגט ארויס זיין התקרבות צום אייבערשטן 'כמה לך בשרי', לעשות רצונך אלקי חפצתי ותורתך בתוך מעי. עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז זיך די מערסטע מגלה פון די חושים אדער חושים פנימיים. און דאס דארף מען די מערסטע אכטונג געבן.

צורת תנועת הנפש שבדעת זאת.
די שטיקל איז זייער א חשוב שטיקל. 'תנועת הנפש' כאן היא בחמימות והתפעלות שבאה מהרגשת ריחוקה, ביחד עם תשוקה חזקה לשוב להתדבק למקור חיותה. דעת איז די קשר צווישן די כלים און די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס די כלים האבן געשאפן. די קשר צווישן די נפש און די כלים הייסט 'דעת'. דא ביי 'דעת התדבקות' ווען א מענטש שאפט א קשר מיט כלים וואס האבן ערוועקט זיינע חושים, איז די קשר א 'משיכה ישרה ופשוטה שישנה בנפש להתדבק לכליה בלי עקיפין וחשבונות צדדיים'. די קשר וואס שאפט זיך צווישן די כלים, און די געשאפענע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניקייט, איז א לעבעדיגע מציאות אין א מענטש. מ'קען דאס באאבאכטן. דא ביי 'דעת התדבקות' איז עס אן ענין פון 'משיכה ישרה ופשוטה'. און ער שרייבט ולכן צד זה שבנפש הוא מקור התמימות והישרות שבאדם.

יעדע כלי וואס וועקט אויף חושים, שאפט תמימות און ישרות. די תמימות און ישרות וואס מיר זעען אין א מענטש קומט מכח חושים, און נישט מכח שכל.

וואס נוצט אונז דאס לעבודת השי"ת צו מאכן קשר מיט כלים וואס ערוועקן אונזערע חושים אדער חושים פנימיים? זאגט ער: שמחמתה האדם נמסר לעניניו בעצם מהות נפשו בתמימות פשוטה מבלי פניות וחשבונות. א מענטש וואס ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מכח א כלי וואס האט אנגעצינדן זיינע חושים, באקומט צו די כלי א קשר פון תמימות אן קיין חשבון. יעדע זאך וואס א מענטש האנדלט אויף די וועלט איז א קשר מיט כלים וואס האבן אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג געמאכט. ס'איז אלעס א קשר מיט כלים. פון ווען א קינד ווערט געבוירן ווערט עס באוואוסטזיניג אויף כלים, מיט כלים, מיט כלים, וואס ער וויל מאכן א קשר מיט זיי, ווייל זיי האבן אים באוואוסטזיניג געמאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז א קשר. יעדע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג וואס א מענטש ווערט איז דורך א כלי. יעדע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז אין א געוויסן זין א קשר מיט א כלי. אבער מיר רעדן פון די רצון צו פארשטערקערן די קשר, דאס הייסט דעת. און די כלים וואס מאכן אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג ווייל ס'האט ערוועקט זיינע חושים. האט ער מיט זיי א קשר של תמימות. דעת התדבקות איז א קשר של תמימות. און ער שרייבט: ובה הוא גם מתדבק בעבודת השי"ת באהבה, בהתגלות נפשו בצורה אמיתית ומהותית. די קשר וואס א מענטש שאפט מיט אזאנע כלים וואס האבן אים ערוועקט חושים, איז אמיתית ומהותית. א ניי געבוירן קינד ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג פון זיין טאטע מאמע, און ער וויל מיט זיי האבן קשר. דעת. די סיבה איז, עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

פארוואס איז אזוי וויכטיג צו וויסן אט די אלע זאכן? דאס איז ווייל חושים, קשר צו כלים וואס ערוועקן אונזערע חושים, קען שאפן התפעלות פון זאכן וואס איז שקר. חושים קריטיקירט נישט. שקר החן והבל היופי. חן און יופי קומען פון חושים. איך גיי נישט אריין יעצט אין עמקות, אבער אויבנאויף, חן און יופי ווערט מושג מיט די חושים. די ווארט 'שקר' קומט פון 'דעת הבעלות'. די חושים שרייען דאס מאכט מיך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, אבער די הכרה איז מכיר אינעם 'אמת'. אם יש דעת יש הבדלה איז לכאורה מער די דעת הבעלות.

ער שרייבט אין הערה נח. ולכן מי שרוצה לעורר בקרבו דעת ההתדבקות כלפי איזה דבר, הוא מוכרח לסלק מעצמו דעת הבעלות, ולהתייחס לנוי ויופי הדבר במשיכת נפשו בפשטות. אויב דיינע קליינע טאכטערל קומט צו דיר און זאגט דיך "קוק טאטי, איך האב געמאכט א שיינע זאך" און דו ווילסט כאפן התפעלות דערפון, ווייל דו ווילסט זאגן WOW!!!, קענסטו נישט נוצן 'דעת הבעלות' און טראכטן. דו מוזט באקומען דערפון אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מכח דיינע חושים, און דאן קענסטו כאפן התפעלות. התפעלות קומט פון חושים. עיין בהערה נח.

לאכן קומט לכאורה פון דעת התדבקות. מ'קען זעהן מענטשן וואס האבן מער 'דעת הבעלות' וועלן נישט אזוי לאכן פון א דשאוק. אז דו ווילסט איינעם מאכן לאכן, ערוועק זיינע חושים, אדער חושים פנימיים. לאכן איז געזונט. אז ימלא שחוק פינו, ווען משיח וועט קומען בב"א.

והשם הטוב יעזור אז מיר זאלן נוצן דעם ספר אויף עבודת השי"ת.

היינט ביזן קומענדיגן שיעור קען מען טראכטן ווי מיין גאנצע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, מיין גאנצע דאס וואס איך ווייס מיך, איז א קשר צו כלים. זייט איך בין געבוירן ווייס איך פון כלים וואס האבן מיך געמאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג און איך האב מיט זיי געמאכט קשר, און עד היום הזה איז עס א קשר צו געוויסע כלים וואס האבן מיך געמאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. און ווי אויך אריינטראכטן און עקספיריענסן די צוויי סארט גווני הדעת. דעת הבעלות, און דעת התדבקות. קוק אריין אינעם ספר. והשם הטוב יעזור שלא יצא מכשול מתחת ידי.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף נד.

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מארטש 19, 2018 3:08 pm

בעזרת השי"ת

אין די הקדמה צום לימודים לדעת שרייבט דער מחבר: שאכן הכל יודעים שצריכין לעבוד את השי"ת ולהתקרב אליו, וגם רוצים בזה, אבל חסרה להם עצה וידיעה 'האיך' לעשות זאת באופן פנימי ואמיתי. יודיש: מ'ווייסט אז מ'דארף דינען דעם אויבערשטן און זיך דערנענטערן צו אים, און מ'וויל זיך דערנענטערן צום אויבערשטן, אבער ס'פעלט אן עצה "וויאזוי" בין איך מיך באמת מקרב צום אויבערשטן. אויף דף 14 איז ער מסביר פארוואס מ'האט אמאל נישט געדארפט רעדן דערפון. הגם אז מ'האט יא גערעדט דערפון, למשל אז מ'קוקט אריין אינעם ספר יושר דברי אמת, און אין זיין קליינעם צוגעלייגטן ספר 'דרך אמת', זעהט מען אז מ'האט יא גערעדט פון עבודת השי"ת באופן פנימי ואמיתי. דהיינו, די אופן פנימי וויאזוי מ'זאל לערנען מוסר ספרים, און די אופן פנימי וויאזוי מ'זאל דאווענען און לערנען. מ'זעהט קלאר אין יושר דברי אמת אז עבודת השי"ת קען מען טון אויף פארשידענע וועגן, ס'דא וואס ס'איז נישט דאס. און נאכדעם איז דא וואס דאס איז עס.

די 'אופן פנימי ואמיתי' וואס דער מחבר פרובירט בעזרת השי"ת צו מסביר זיין איז, איינע פון די פנימיות'דיגע זאכן אין א מענטש איז 'דעת התבססות'. איך וויל אז מיין דעת התבססות זאל באמת געבוירן ווערן פון כלים טהורים. וואס מיינט 'דעת התבססות'?. ווען איך האב געלערנט פון 'דעת התבססות' אין דעם ספר האב איך געטראכט, מילא דעת וואס קומט פון כלים וואס איז מעורר הכרה, און חיות, אבער וואס איז אזוי וויכטיג 'דעת התבססות'. לאמיר זעהן פארוואס.

וואס איז דעת התבססות? פון וואו שאפט זיך דאס אינעם עקזיסטענץ-באוואוסטזיין פון א מענטש. וויאזוי געבוירט זיך דאס? דעת הסבססות קומט פון התפשטות. התפשטות געשעהט ווען א כלי איז מעורר די כלי המעשה ארויסצוברענגען אזאך מן הכח אל הפועל און דער מענטש טוט למעשה. למשל ווען א מענטש ווערט נתעורר פון א שטיקל סידורו של שבת, און ער וויל ארויסברענגען מן הכח אל הפועל זיין עבודה צום אייבערשטן, און ער טוט למעשה, פון די שטיקל סידורו של שבת שאפט זיך א כלי וואס איז דעם מענטש מעורר אז זיינע כלי המעשה זאלן וועלן ארויסברענגען מן הכח אל הפועל דעם התעוררות. און די רגע וואס א מענטש געט זיך א שאקל, ער טוט עפעס מיט די כלי המעשה, ער ברענגט ארויס מן הכח אל הפועל דעם געשאפענעם התעוררות פון דעם 'כלי', ווערט דער מענטש עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. ס'ארבעט צוזאמען. 1 ס'ווערט א כלי ארויסצוברענגען מן הכח אל הפועל, 2 און דער מענטש געט עס ארויס, 3 און בשעת'ן ארויסגעבן ווערט ער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. און דאס שאפט אים א קשר פון התבססות מיט די כלי. דער מענטש פילט זיך אוועקגעשטעלט ווייל ער האט א קשר מיט די סארט כלי וואס האט אים געמאכט טון התפשטות.

א מענטש זיצט ביי א חתונה און ער הערט א ניגון "אמר רבי עקיבא, אמר רבי עקיבא, אשריכם ישראל" ער באקומט חיות און הכרה, דשאסט פון הערן דעם ניגון. זיין 'קירבת אלוקים' ווערט מער. נאכדעם איז דא א מענטש וואס ער זיצט נישט אין די זייט פאסיוו, נאר ער טאנצט און ער געט ארויס זיין געפיל זיך צו הייליגן, פון די ניגון אמר רבי עקיבא ווערט א כלי וואס וועקט אויף א כח, אדער די כח אין אים, זיך צו וועלן רייניגן פארן הייליגן באשעפער, דאס איז מעורר די כלי המעשה, צו וועלן טון עפעס צו ווערן ריין. וואס טו איך? איך וויל ווערן ריין. וואס טו איך? מיט דעם וואס ער טאנצט, מיט דעם טוט ער 'התפשטות'. ער ברענגט ארויס מיט זיינע כלי המעשה מן הכח אל הפועל, די מערסטע וואס איז יעצט שייך. יעצט טאנצט מען דאך. און מיט דעם ברענגט ער ארויס מן הכח אל הפועל די רצון צו זיין ריין. און ווייל ער טאנצט, ווערט ער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. ער ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מכח התפשטות.

די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט פון די פאסיוו אין די זייט זיצער, און דער וואס טאנצט, איז נישט די זעלבע. פרוביר עס אויס איינמאל. דער מענטש וואס טאנצט ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מכח 'התפשטות'. און אויב ער איז נישט קיין זעלבסט-קריטיקירער און א נעגעטיוו מענטש, נאר ער פרייט זיך 'פאזיטיוו' אויף יעדע קליינע זאך וואס ער טוט פארן הייליגן באשעפער, שאפט זיך אין אים א דעת פון התבססות. דער מענטש פילט זיך מער באפעסטיגט אין עבודת השי"ת א דאנק די זכי' צו טאנצן אמר רבי עקיבא, א דאנק דעם קשר וואס ער האט מיט די כלים פון דעם ניגון פילט ער זיך אוועקגעשטעלט. ער איז מער נישט אזוי וואקלדיג ווען ס'קומט צו א נסיון, ריכטיג? ער איז פעסטער ווי פארן טאנצן. ער האט געוויזן זיין 'זיך' אז ער איז א יוד וואס וויל זיך רייניגן פארן הייליגן באשעפער. פארשטייט זיך אלעס נאר בעזרת השי"ת.

אויב די עקספיריענס איז געווען א פאזיטיוו עקספיריענס, גייט דער מענטש זייער ליב האבן 'אמר רבי עקיבא אשריכם'. ויהי היום, דער מענטש גייט אין גראסערי קויפן לאקשן, און דער ניגון גייט דארט, פילט דער מענטש א 'דעת התבססות'.

מיר מוזן אנקומען צו 'דעת התבססות'. די שטופ אין אונז, די דחיפה חזקה להוציא כוחותיו אל הפועל דאס איז איינע פון די וועגן וויאזוי א מענטש ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. אויב מיר וויל טרעפן עונג אין עבודת השי"ת, פארוואס האבן מענטשן ליב צו שפילן קענדי קראש, פארוואס? ווייל דאס געט 'התבססות'. אויב וואלט קענדי קראש נישט געגעבן אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואלטן עס מענטשן נישט געשפילט מיט אזא הנאה. ס'איז די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס דאס געט. ווייל ער זעהט ווי זיינע כוחות ווערן נתגשם. אפילו דאס איז אזא דקות'דיגע 'עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט', אבער דאך ס'איז מעורר התפשטות. און דער מענטש ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, און ער באקומט דעת צו קענדי קראש חחחח, השם ישמור. זיין גאנצע דעת התבססות איז קענדי קראש. ס'איז א דמיון אבער ס'איז פארט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. מיר דארפן האבן עונג פון עבודת השי"ת.

ביי דעת התבססות איז די זעלבע זאך ווי דעת הבעלות און דעת התדבקות. דער מענטש וויל ווערן עפעס, ער וויל מעסטערן סאמטינג. אבער וואס ער וויל באמת איז די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס די כלים געט אים בשעת'ן טון. א מענטש מאכט פסח'יג זיין קאר, און נאכדעם ווען ער ענדיגט, טרעט ער צוריק און ער קוקט פון דערווייטענס מיט אזא הנאה. פון וואס האט ער הנאה? פון די שיינע געקלינטע קאר? ער קען עס זעהן ביים קאר דילער, וואס האט ער אזוי הנאה? עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט! בשעת ער האט געזעהן דעם אנגעווארפענעם חמצ'יגן קאר, און ס'איז נתעורר געווארן אין אים "קלין דעם קאר" און ער האט געטון למעשה, ער האט עס געקלינט, מיט דעם וואס ער האט עס געטון, און ארויסגעברענגט מן הכח אל הפועל זיין רצון צו מאכן דעם קאר ריין, איז ער געווארן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מכח התפשטות ער האט באקומען א קשר של התבססות מיט אלעם וואס האט מיט די עבודה צו קלינען דעם קאר. די ריכטיגע הנאה איז בשעת מעשה. סאו, דער מענטש וואס טרעט צוריק און ער קוקט ווי זיין קאר איז ריין, ער וויל נאך זיין אין די מעשה פון קלינען. ער וויל נאכנישט אויפהערן דאס צו קלינען. ווייל דאס געט אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ער כאפט נאך אריין.

דער מענטש מיינט אז ער וויל זעהן זיין הויז פארטיג, און אויפגעבויט, אבער וואס ער וויל באמת איז די מעשה פון בויען. אין הערה נט. איז ער מסביר אז הריסה וחורבן געט אויך א געוויסע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד התפשטות. די סיבה איז מצד שמאל. עיין בהערה נט.

ביז קומענדיגן שיעור קען מען טראכטן, וויאזוי מיר זוכן כלים וואס זענען אונז מעורר ארויסצוברענגען אונזערע כוחות מן הכח אל הפועל. און פארוואס מיר ווילן ווערן נאנט מיט אזאנע כלים. פארוואס מיר ווילן מאכן קשר מיט אזאנע כלים? די תירוץ איז: מיט דארפן דעת התבססות.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף נו

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מארטש 20, 2018 2:50 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

מיר דארפן ווערן אקטיווע דעת מאכערס. מיר דארפן איבערנעמען די פון-זיך-אליין פראצעדור, און מיר דארפן אקטיוו פראדוצירן א קשר מיט כלים וואס מיר קלויבן אויס בכוונה, וואס זענען מעורר הכרה, חיות, התפשטות, און דמות. מיר דארפן פראדוצירן, דעת הבעלות א קשר מיט כלים וואס ערוועקן אונזער מחשבה, דעת התדבקות א קשר מיט כלים וואס ערוועקן אונזערע חושים פנימיים לעבודת השי"ת, דעת התפשטות דורכן כלים וואס ערוועקן אונזערע כוחות און עס ארויסגעבן אל הפועל, דעת התכבדות באלד שמועסן פון דעת התכבדות.

האלטן מיר אינמיטן דעת התפשטות. זאגט ער אזוי דף נו. צורת תנועת הנפש שבדעת זאת וואס וויל ער מיט די 'צורת התנועה'? איינע פון די סיבות טראכט איך איז, ווייל ער וויל אז מ'זאל ווערן באוואוסטזיניג וויאזוי אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז זיך מייחס צו די כלים וואס האבן באוואוסטזיניגט. ביי די קשר וואס א מענטש מאכט מיט כלים וואס ערוועקן זיין מחשבה- הכרה, דהיינו 'דעת הבעלות', בלייבט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט אויפן פלאץ, דאס ענין פון 'ישוב הדעת'. עיין דף מט. 'צורת תנועת הנפש שבדעת זאת'. ישוב הדעת איז א קשר מיט כלים וואס ערוועקן טראכטן-הכרה, דהיינו, דעת הבעלות. מ'זעהט אז מענטשן וואס האבן מער דעת הבעלות, למשל 'פינעווערס', אדער מענטשן וואס זענען עוסק מיט כלים וואס זענען מעורר מחשבה-הכרה, זענען מער 'מיושבת וקרה'. איך האב שוין געשריבן פריער פארוואס דאס איז אונז א נפקא מינה. אבער פשוט כדי צו ווערן 'באוואוסטזיניג' אויף די דעת הבעלות אונזערע, ווען מיר זענען עוסק אין מחשבה, קאלקיולעשן, חשבון, אויסרעכענען, מאך מיר אונז קשר מיט כלים וואס זענען מעורר הכרה, מיר האבן דאן 'דעת הבעלות'. מיר זענען רואיג און קאלט. די באציאונג פון די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט צו די כלים וואס האבן איר באוואוסטזיניג געמאכט, איז העכער פון די כלי. עיין דף מט.

ווען מיר זענען עוסק מיט כלים וואס ערוועקן אונזערע חושים, אדער חושים פנימיים, איז די באציאונג פון אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיין צו די ווערי כלי וואס האט אונז געמאכט באוואוסטזיניג, א יחס פון 'משיכה ישרה ופשוטה' צוגעקלעבט. 'דעת התדבקות'. דאס ענין פון זיך צובייגן צום עסן, קען אויך גע'הסבר'ט ווערן מיט די זאך. ס'איז דא אן ענין פון 'דעת התדבקות' בשעת'ן עסן. וואס מ'זעהט אז דער הייליגער רבי ר' אלימלך זצ"ל אין זיין צעטיל קטן שרייבט עצות וויאזוי די טעם פון עסן זאל אויפהייבן. עכ"פ, כדי צו באוואוסטזיניג ווערן אויף אונזערע 'גווני הדעת' איז כדי צו כאפן די תנועת הנפש, די יחס פון די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, צו די כלים.

ביי דעת התבססות (די קשר צו כלים וואס זענען מעורר ארויסצוברענגען אונזערע כוחות מכח לפועל) איז די יחס פון די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, צו די כלים וואס האבן אונז טאקע דאס באוואוסטזיניגט, א 'תנועה של 'יציאה' מתחום עצמיותו, לתכליתיות שמבחוץ'. די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וויל גיין צו די כלי. דאס הייסט, למשל א מענטש וויל זינגען א ניגון, און ער קען זינגען, ער האט א כח פון זינגען אין זיך, און ער געט עס ארויס, בשעת'ן זינגען ווערט דער מענטש עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מכח התפשטות. די כלי איז דער אדער דאס וואס האט מעורר געווען זיין רצון צו זינגען א ניגון, טאקע זייער א ווייעכע כלי, אבער ס'איז א שטארקע מציאות. ס'איז א כלי וואס איז מעורר כלי המעשה-התפשטות. בשעת דער מענטש זינגט דעם ניגון באקומט ער א קשר מיט די זאכן וואס האבן ערוועקט זיין רצון צו זינגען. די קשר הייסט 'דעת התבססות'. דער מענטש פילט זיך אוועקגעשטעלט בשעת'ן זינגען, מכח דעם קשר מיט דעם רצון.

ביי דעם פאל, וויל די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מכח התפשטות, ארויסגיין פון זיין פלאץ און ווערן מקושר צו די זאך וואס האט מעורר געווען זיין 'רצון צו זינגען'. ער גייט ארויס פון זיך צו די כלי וואס האט מעורר געווען התפשטות. און פארשטייט זיך אז אויב דער מענטש איז א נעגעטיווער מענטש, און טראכט, איך קען נישט זינגען. וועט ער נישט מאכן קיין געהעריגער פאזיטיוו 'דעת התבססות'. די זעלבע זאך ווען א מענטש קען מאלן, (מאלעווען), עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט גייט ארויס פון זיך און ער גייט צו די כלי וואס האט אים באוואוסטזיניג געמאכט אויף זיין עקזיסטענץ מכח התפשטות. ער לייגט אריין זיין נשמה אינעם בילד. ער לייגט אריין זיין נשמה אינעם פידל, אינעם בנין וואס ער בויט, אין די מצווה וואס ער טוט.

ווען השי"ת איז מעורר אונזער התפשטות, די פסוק זאגט דאך, וזכרתם את כל מצוות ה' ועשיתם אותם, ווען א מענטש וויל טון א מצווה, איז הקב"ה אים מעורר 'עשה נחת רוח לפני'. די כלי איז די מצווה, די 'קול ה' אלוקיך', דאס הייסט אונז טון. בשעת מיר טוען עס, ווערן מיר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מכח התפשטות. מיר ברענגען ארויס דעם כח פון נעשה ונשמע, פארשטייט זיך אז דאס דארף זיין געמאכט מיט שמחה, פאזיטיוו, נאר אזוי קען זיך בויען מיט די כלי א קשר של התבססות. מיר פרייען זיך מיט די כלי וואס איז מעורר התפשטות, און דאן ווילן מיר מאכן א קשר מיט אט די כלי, מיר גייען ארויס פון זיך, און מיר גייען צו די כלי וואס האט עס מעורר געווען. "התייחסות של 'העתקה' ממקום אור הנפש למקום הכלי"

האסט שוין אמאל געזעהן א מענטש טראכט טיף אין לערנען, און ער וואקט אהער און אהין? דער מענטש וויל גיין צו די כלי וואס איז אים מעורר ארויסצוברענגען זיינע כוחות, ווען ער שטעלט זיך אפ, פילט ער ווייטאג, ער וויל ארויסגיין פון זיך צו די כלי, די געשאפענע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וויל גיין צו די פלאץ פון די כלים. ער שרייבט אין הערה סא. אז ווען א כלי איז מעורר חושים, בלייבט די נפש, די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מכח די חושים, אויפן פלאץ. ער ווערט נאר צוגעקלעבט, ער ווערט איינגעטינקען אין די מצב. לאמיר אוועקשטעלן א כלל: א כלי וואס איז מעורר חושים, איז נישט מעורר אז א כח זאל וועלן ארויסקומען. ער שרייבט ווייטער אין הערה סא: ונחוץ לידע וכו', אז ס'קען ווערן נתעורר חושים, און אויך א כח וואס וויל ארויסקומען אל הפועל, און אויך הכרה, אויף איינמאל. ער שרייבט "אמנם הצד השווה שבהן הוא, שישנו בכל מין תנועת דעת כח חזק להניע האדם ולהכריחו". ווען א מענטש נוצט כלים וואס מאכן 'דעת הבעלות', דהיינו א קשר מיט כלים וואס זענען מעורר זיינע מחשבות, וועט ער ווערן מיושב! ווען א מענטש נוצט כלים וואס זענען מעורר חושים אדער חושים פנימיים וועט ער ווערן דבוק אין די מצב. למשל א מענטש זעהט אז זיין קאפ איז נישט ביים דאווענען. איז אויב ער קען זיך צאמקלויבן צו נוצן חושים פנימיים, וועט ער בהכרח ווערן דבוק אין די כלים.

די ענין פארוואס א מענטש טוט פעולות איז א קשר מיט כלים וואס זענען מעורר התפשטות. דאס איז די זאך וואס שטופט א מענטש צו טון. צו גיין. אין הערה ס. אויף דף נה, האט ער א גאנצע ריזיגע הערה ווען 'אור חוזר'.

ביזן קומענדיגן שיעור קען מען טראכטן אז דאס אז אונז וויל מיר טון פעולות איז די ווערי קשר מיט די כלים וואס זענען מעורר אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מכח התפשטות, דהיינו דעת התבססות.
והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף נז

תגובהדורך נשמה » מיטוואך מארטש 21, 2018 3:08 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

מיר ווילן פארשטיין גרונטליך וואס איז דאס 'דעת התבססות'. דעת התבססות איז א אופן פון עקזיסטענץ-באוואוסטזיניקייט. די גאנצע מענטש איז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. די גאנצע מענטש איז די קשר מיט דרויסנדיגע כלים וואס האט זיך געשאפן אין אים פון זיינע כלי הגוף. ס'דא מענטשן וואס מאכן פאזיטיוו קשר מיט כלים. ס'דא וואס זענען צוגעוואוינט צו מאכן נעגעטיוו קשר מיט כלים. א כלי איז יעדע זאך וואס מאכט דעם מענטש עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. א מענטש זעהט א פאפיר מיט א פען, (א פעיפער מיט א פען) אויפן טיש, די פאפיר און די פען, מאכן אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. די מחשבה פונעם מענטש, די 'אויפכאפ' פונעם מענטש, ווערט געווירקט פון זעהן די פאפיר און די פען אויפן טיש, און ווען די מחשבה ווערט געווירקט, און ווען די חושים ווערן געווירקט, ווערט דער מענטש עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, אויף זיין אייגענע עקזיסטענץ!. און וואס ס'געשעהט אין דעם רגע, די געוויסע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מאכט א קשר מיט טאקע אט די כלי וואס האבן אים באוואוסטזיניגט. דער מענטש וויל שטערקער מאכן דעם קשר, ער באקומט א urge, א שטופ, א רייץ, צו שרייבן עפעס דערויף. ארויסצוגעבן דעם כח פון כתב, מאלן, איידיעס, וכו' לפועל. און בשעת ער נעמט די פען און ער שרייבט אויפן פאפיר, האנדלט ער מיט אט די קשר, וואס האט זיך געשאפן צווישן די געוויסע אייגענע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט און די כלים וואס האבן דאס באוואוסטזיניגט. און ווען ער שרייבט, ווערט ער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מכח התפשטות. פרוביר עס אויס. נעם א פאפיר מיט א פען, און געב ארויס דערמיט דיינע כוחות אל הפועל, וועסטו שפירן א געוויסע 'דעת התבססות'. דאס קען זיין די סיבה פארוואס בחורים האבן ליב צו קאטשקענען און שרייבן זאכן אויפן פאפיר וואס דארף עכט דינען אראפצושרייבן שיעורים.

השפעתה וכוחה בקומת הנפש
אזוי ווי ביי דעת הבעלות (א קשר מיט כלים וואס האבן געמאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד הכרה), און דעת התדבקות (א קשר מיט כלים וואס האבן געמאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד חושים-חיות), דער מענטש וויל האבן דעת התבססות, אבער וואס ער וויל עכט איז 'עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט' מכח התפשטות. די נפש פון א מענטש האט אינערליכע כוחות, און ער דארף דאס ארויסגעבן לרצון ה'. ער שרייבט אויף דף נז: אז פון דעם קומט 'אחריות' אין א מענטש. אזוי ווי אויב א מענטש וועט נוצן די ריכטיגע דעת הבעלות, דאס מיינט אז ער וועט זיך נעמען כלים וואס זענען מעורר די ריכטיגע הכרה, וועט ער איינזעהן אינעם אמת, און אוועקשטופן דעם שקר. אזוי ווי אויב א מענטש נעמט זיך כלים וואס שאפן דעם ריכטיגן חושים-חיות-דעת התדבקות, וועט ער האבן תמימות דארט ווי מ'דארף, אזוי אויך ווען א מענטש מאכט 'דעת התבססות', דאס הייסט ער נעמט זיך אזאנע כלים וואס זענען אים מעורר ארויסצוברענגען די ריכטיגע אינערליכע כוחות אל הפועל, און ער טוט, און ווייל ער טוט, באקומט ער 'דעת התבססות', קומט ער אן צו 'אחריות' און 'קבלת עול' ווייל אחריות און קבלת עול זענען כוחות אינעם נפש און ווען דער מענטש ברענגט עס ארויס אל הפועל שאפט דאס 'דעת התבססות'. די חשבון איז זייער פשוט. עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וויל ווערן נאך און נאך באוואוסטזיניגט פון די כלים וואס האבן אים געמאכט באוואוסטזיניג.

ער שרייבט: שהרי קבלת עול האחריות קשה על אדם, והוא מרגיש בה הגבלה והצטמצמות. די ציהל פונעם ספר איז דאך וויאזוי צו טרעפן עונג אין קבלת עול מלכות שמים. אזוי ווי ער שרייבט אינעם שער בלאט. מיועד ללמד דעת האיך להאיר הנפש הישראלית בתורה, תפלה, מעשי המצוה, ומנהגי ישראל, באופן שתתענג ותשתשע בעבודתה את הבורא יתברך שמו. יודיש: דער ספר לערנט אויס דעם איד וויאזוי ער זאל לערנען, דאווענען, טון מצוות, איינהאלטן מנהגים, אויף אזא אופן אז ער זאל ענדשויען, (ענדשויען איז א הייליג ווארט) און ער זאל זיך טשאטשקענען מיטן דינען דעם באשעפער.

יעצט, וויאזוי קען א מענטש מקבל זיין אויף זיך דעם עול? מ'ווערט דאך מוגבל, מצומצם. די תירוץ דערויף איז: 'דעת התבססות'. און ער שרייבט ונפשו עוד דוחפתו לזה.די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט שטופט אים דערצו. ווען א מענטש קלויבט זיך אזאנע כלים וואס זענען מעורר די ריכטיגע (עיין הערה סג) כוחות פון זיין נפש ארויסצוקומען אל הפועל, און ער טוט עס. ווערט ער דאך 'עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג' מצד התפשטות. און ער מאכט מיט עס א פאזיטיוו קשר. א דעת התבססות. די נפש, די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, מאכט דאך קשר מיט אזאנע כלים, ער מאכט 'דעת התבססות' ווייל עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט שלאגט זיך צו ווערן מער און מער באוואוסטזיניגט, און אנהאלטן א פארבינדונג מיט אזאנע גוטע כלים. פארשטייט זיך ווען ס'איז פאזיטיוו. עבדו את ה' בשמחה.

עוד טובה גדולה גדולה ישנה לאדם בקניית דעת זאת. דא איז ער ווייטער פארנומען מיט די 'אור חוזר' (עיין הערה ס'). אפשר קען מען זאגן אז ער רעדט פונעם ענין פון 'להזהיר גדולים על הקטנים'. דאס הייסט, אז א מענטש האט צייטן ווען ער איז שטארק אז דאס דארף ער טון, און צייטן ווען ער איז מער בקטנות, נישט אזוי פעסט ווי די גוטע צייטן, ער ווייסט דעם אמת, אבער ס'איז... אבער 'עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד התפשטות' שלאגט זיך די מערסטע פאר דיר. דאס שטעלט אוועק א מענטש. הרי זה מעניק לו תוקף נפשי שלא יהיה מנוצח משום ענין שלא בטובתו. דער יצר, הוא ער לך, א מענטש האט מלחמת היצר, אבער 'דעת התבססות', דהיינו: די קשר מיט כלים וואס דער נפש שאפט, ווייל אט די כלים האבן אים באוואוסטזיניגט מצד התפשטות, דאס איז אזוי ווי דו סקרוסט אריין א סקרו. דאס געט דעם 'ביסוס והעמדה'. מ'זעהט קלאר, מ'לערנט גמרא און מ'שאקלט זיך, מ'ברענגט ארויס אינערליכע כוחות מיט מעשים. דאס איז מבסס, בעזרת השי"ת. אלעס נאר בעזרת השי"ת. אן הילף פון באשעפער קען א מענטש גארנישט. דאס דארף מען געדענקען. ה' רועי לא אחסר.

הפח שבה.
דא זאגט ער, אז אויב א מענטש ברענגט ארויס זיינע כוחות אל הפועל, מצד א נישט גוטע התעוררות פון א כלי, טויג זייער נישט. מ'ווערט דאך מבוסס אינעם רע. און דאס איז נישט גוט. דארף מען זייער אכטונג געבן. וואס מאכט מיך יעצט ארויסגעבן מיינע כוחות? וואס איז די דרויסנדיגער כלי וואס איז מיך יעצט מעורר ארויסצוגעבן מיינע כוחות? צו וויל איך מאכן קשר מיט אט די כלי? צו וויל איך מיך פילן אוועקגעשטעלט מחמת מיין קשר מיט אט די כלי?

איך טראכט אז ווען א מענטש פייפט זיין קאר, ווערט ער בשעת מעשה עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות. ווען א מענטש רעגט זיך און ער שרייט, ווערט ער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות. ס'דאך דא עפעס א כלי וואס רעגט אויף. עפעס א זאך איז נישט וויאזוי איך וויל. יעצט, וויבאלד דער כלי האט דאך געהאט די זכי' צו מאכן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות, באקום איך דאך א 'דעת' צו די כלי. appreciation, נישט נאר אפרישיעשאן, נאר אפשר גאר מאכן א ברית מיט עס, מאכן נאנטשאפט מיט עס. אפשר וועגן דעם רעגט מען זיך נאכאמאל און נאכאמאל? חחחחח. ס'מאכטעך דאך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. איינער זאגט: איך האב אזוי געשריגן, אז איך האב אנגעהויבן פילן אז איך לעב. אפשר ווען מ'טענה'ט זיך אין גמ' מיט א חבר, מאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות.

ביזן קומענדיגן שיעור קען מען טראכטן אז "קבלת עול" איז נישט מצמצם אויב מ'מאכט א פאזיטיוו קשר מיט כלים וואס זענען מעורר מיינע אינערליכע כוחות צו טון, און מ'טוט (די קשר געשעהט בשעת'ן טון). ווייל מ'ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מיטן עס טון מכח אל הפועל, און א מענטש וויל שפירן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. מחמת מ'איז א חלק אלוק ממעל. פון די איינציגע אמת'ע עקזיסטענץ. ס'שטייט אין חינוך, מצוה כה: מלת אנכי תורה על המציאות. ס'דא איין 'אנכי'. איין 'מציאות'.

והשם הטוב יעזור. שאזכה לעשות תשובה שלימה מתוך שמחה.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

למודים לדעת דף נח

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 4:51 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

מיר דארפן געדענקען אז א כלי איז נישט נאר די פיזישע חפץ. ווען א מענטש זעהט אויפן טיש א קליינעם חפץ, לאמיר זאגן צום ביישפיל, א קליינע סופער באל. וועט ער זיך שפילן דערמיט. טראכט איך, ווייל ער ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג דורך דעם חפץ, און ער וויל דערמיט מאכן קשר, כדי צו ווערן מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. פאר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז נישט די כלי נאר די פיזישער חפץ, נאר וויפיל פון די כלי הגוף דער חפץ באווייזט צו ערוועקן, (דהיינו, מחשבה, חושים, וכו' וואס דער חפץ וועקט אויף), דאס זעהט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט אלץ שייכות צו די כלי. און ער מאכט קשר מיט די חפץ און בעיקר מיט דעם, צו דעם באקומט ער דער עיקר דעת. ווייל עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ווייסט אז וויפיל כלי הגוף ס'ערוועקט זיך פון דעם געוויסן חפץ, אזויפיל ווייסט ער פון עקזיסטענץ. און ער פרובירט צו ערוועקן כלי הגוף, כדי צו זיין מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. מיר דארפן זעהן אז אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט זאל שאפן דעת צו די ריכטיגע גוטע כלים.

זייט א מענטש איז געבוירן, איז דא דרויסנדיגע כלים וואס וועקן אויף זיינע כלי הגוף, און מאכן אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, און דער מענטש שאפט מיט עס א קשר. איינע פון די קשרים הייסט 'דעת ההתכבדות'. דאס הייסט אז א געוויסע דרויסנדיגע כלי האט אויפגעוועקט די כלי הגוף, אין דעם פאל 'תמונת הגוף' זעלבסט-בילד (זעלבסט-בילד, מיט תמונת הגוף האט א שייכות), און דאדורך איז מען געווארן באוואוסטזיניג אויף א 'דמות' פון עקזיסטענץ, און מ'האט געשאפן א קשר מיט די דרויסנדיגע כלי, וואס מ'פארשטייט אז דאס ערוועקט די זעלבסט-בילד, דער קשר הייסט 'דעת התכבדות'.

לאמיר זאגן כבוד: א מענטש איז געוואר געווארן אז ווען ער פירט זיך אויף אויף א געוויסע אופן, צווישן געוויסע מענטשן, אין א געוויסע צייט, איז עס מעורר זיין זעלבסט-בילד און דורך דעם ווערט ער באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ מצד דמות. דאס ווערט אריינגעקריצט אין אים אלץ דער כלי וואס טוט די דשאב. סאו, וואס פונקטליך איז די כלי? די גאנצע זאך. דאס איז מעורר זעלבסט-בילד. תמונת הגוף.

אפילו ווען איינער שרייט אן א קינד, וועט דאס קינד באקומען א 'תמונת הגוף' פון זיך. א זעלבסט-בילד. דער זעלבסט-בילד איז א כלי הגוף וואס ווערט נתעורר, און דאס מאכט דעם קינד באוואוסטזיניג אויף זיין אייגענע 'עקזיסטענץ', מצד דמות. ווייל יעדע כלי וואס ערוועקט כלי הגוף, מאכט באוואוסטזיניג אויף אייגענע עקזיסטענץ. דאס קינד ווערט באוואוסטזיניג אויף א 'דמות' פון זיין עקזיסטענץ. און ער גייט זיך שלאגן עס אנצוהאלטן. אפילו ס'איז נעגעטיוו, אבער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט שלאגט זיך אנצוהאלטן די קשר מיט די כלי וואס האט עס באוואוסטזיניגט. אין אונזער פאל, וועט זיך דאס קינד שלאגן אנצוהאלטן זיין (נעגעטיוו) 'זעלבסט בילד', אבי צו בלייבן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. ביטע אריינקוקן אינעווייניג... און ער שרייבט ונוח להם אפילו גערה והכאה מאשר חוסר תשומת לב לגמרי.

אויב א קינד באקומט א קאמפלימענט אז ער איז וואויל, ווערט ער באוואוסטזיניג אויף א 'דמות' פון זיין עקזיסטענץ, ווייל בשעת'ן באקומען דעם קאמפלימענט האט ער געטראכט פון זיין 'זעלבסט-בילד'. ס'האט ערוועקט זיין 'תמונת הגוף'. בשעת'ן הערן דעם קאמפלימענט האט ער זיך אויסגעגראדט דעם רוקן, שטומט? און דאס מאכט אים באוואוסטזיניג אויף א דמות פון זיין אייגענע עקזיסטענץ. "יעצט ווייס איך שוין אז די כלי מאכט מיך באוואוסטזיניג אויף א 'דמות' פון מיין עקזיסטענץ". און ער מאכט א קשר מיט די כלי וואס מאכן אים האבן דעם זעלבסט-בילד. (ער פרובירט זיך צו האלטן וואויל. זיין וואויל איז די כלי) ווייל עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מאכט קשר מיט די דרויסנדיגע כלי וואס האט עס באוואוסטזיניגט. זיין זעלבסט-בילד וואס איז געווארן נתעורר פון די קאמפלימענט, איז געווארן דורך א געוויסע כלי.

א מענטש זעהט אסאך מאל ווי ער קען נישט אויפהערן טראכטן וויאזוי ער ערשיינט פאר אנדערע מענטשן. פארוואס זאל א מענטש אויפהערן? דאס איז דאך א כלי וואס מאכט אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד 'דמות'. ווייל דאס ערוועקט זיין כלי הגוף, תמונת הגוף, זעלבסט-בילד, און ס'באוואוסטזיניגט אים אויף א 'דמות' פון זיין עקזיסטענץ. ער וויל נישט ארויסגיין פון עקזיסטענץ. אוודאי וועט ער האלטן קאפ וויאזוי מענטשן קוקן אים אן. דאס מאכט אים 'עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג' מצד 'דמות'. ער וויל נישט ארויסגיין פון עקזיסטענץ.

ער שרייבט: ואמנם לא מספיק לאדם שיכירו רק בדמותו החיצונה בלבד, (אז ער איז דא) ורצונו עז שכולם ידעו ויכירו גם בכבודו וערכו שטמון ומתגלה בדמותו. די כלי וואס האט אויפגעוועקט די 'זעלבסט-בילד' איז דאך 'יענער'. קיין אנדערע כלי ווייסט דאך נישט דער מענטש וויאזוי צו ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד דמות. ס'דא וואס זענען געוואר געווארן אז 'שיינע בגדים' איז די כלי. ס'דא וואס זענען געוואר געווארן אז 'דאווענען ערליך' אז מענטשן זאלן זעהן, דאס איז די 'כלי'. ס'דא וואס זענען געווארן געווארן אז 'הצלחה', אז מענטשן זאלן זעהן אז איך בין א מוצלח, דאס איז די 'כלי' צו באוואוסטזיניגן עקזיסטענץ מצד 'דמות'. ס'דא וואס א שיינע קאר דאס איז די כלי צו מאכן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. ס'דא מענטשן וואס זיי אליין טראכטן פון זייער זעלבסט-בילד, און דאס מאכט זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד 'דמות'. זיי אליין זענען די כלי צו ערוועקן 'תמונת הגוף', און אזוי ארום 'דמות', זיך וויסן אין עקזיסטענץ.

אזוי ווי ביי דעת הבעלות (מחשבה-הכרה), און ביי דעת התדבקות (חושים-חיות), און ביי דעת התבססות (ארויסברענגען די כוחות), איז אויך דא ביי דעת התכבדות (די קשר וואס דער מענטש שאפט מיט כלים וואס וועקן אויף זיין זעלבסט-בילד). נישט דער כבוד איז וואס דער מענטש וויל, נאר די 'עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט' וואס ווערן מכובד באוואוסטזיניגט אים. אפילו ער ווייסט אז יענער האלט נישט פון אים באמת. ווערט ער דאך אבער באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ מצד דמות. און דאס איז אים אויך גענוג. איינע פון די קשרים וואס א מענטש האט איז מיט די כלים וואס זענען מעורר די כלי הגוף וואס הייסט 'זעלבסט-בילד'.

גדר כבוד אמיתי וצורת התגלותו בצד הדמות של הנפש.
דא שרייבט ער זייער א טייערע הסבר. איך וועל שרייבן וויפיל איך פארשטיי בעזרת השי"ת, און מ'קען הערן זיינע שיעורים. ווען א מענטש האלט אין זיין הענט א טייערער אנטיק חפץ, לדוגמא: א גארטל פון תפארת שלמה, גייט עס מעורר זיין 'זעלבסט-בילד'! און דורכדעם אים באוואוסטזיניגן אויף א דמות פון זיין אייגענע עקזיסטענץ. אבער צום ביישפיל אז דער מענטש גייט וויסן אז זיין חשיבות, זיין 'דמות' וואס האט זיך באוואוסטזיניג פאר אים פון זיין אייגענע עקזיסטענץ. איז מצד די טייערער זעלטענער אנטיק, און ס'איז נישט ער אליין. האסט שוין אמאל געזעהן א מענטש ארויסנעמען פון זיין פארשלאסענע אפגעהיטענע סעיף א טייערער אנטיק חפץ? האסטו באמערקט אז דער מענטש באקומט א אייגענע חשוב'ע זעלבסט-בילד? האסטו באמערקט אז מענטשן האבן ליב צו האבן טייערע אנטיק חפצים? פארוואס? עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד דמות. די חשוב'ע דרויסנדיגע כלי, ערוועקט א חשוב'ע זעלבסט-בילד, און די חשוב'ע זעלבסט-בילד מאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד דמות.

פונקט אזוי ווי ביי דעת הבעלות, וויל א מענטש מאכן א קשר מיט אזאנע כלים וואס ערוועקן ווי מער זיין הכרה, און ביי דעת התדבקות וויל א מענטש מאכן קשר מיט אזאנע כלים וואס ערוועקן ווי מער זיין חושים-חיות, און ביי דעת התבססות וויל א מענטש מאכן קשר מיט אזאנע כלים וואס ברענגען ארויס די טיפסטע כוחות די מערסטע אל הפועל, די זעלבע זאך ביי דעת התכבדות וויל עקזיסטענץ באוואוסטזיניגן פון זיך א דמות וואס געט אים די מערסטע 'חשיבות' אבער ער ווייסט אז די דמות וואס עס האט זיך באוואוסטזיניגט פון זיין עקזיסטענץ איז נישט ער אליין, נאר אדער מצד די כלי, צום ביישפיל: א שיינע בעקיטשע, אדער מצד למשל די חשיבות פונעם צדיק וואס ער געפינט זיך אין זיין אנוועזנהייט. ער וויל אפקויפן די עלסטע טייערסטע חפץ, זאל עס זיין א קלאר אוטענטיש רינגל פון כהן גדול. ווי טייערער די חפץ איז, מיט וואס ער שאפט קשר, אלץ מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט. מ'קען אפשר אראפשטעלן א כלל: עקזיסטענץ וויל זיך באוואוסטזיניגן מיט א דמות וואס איז די מערסטע חשוב. נישט ווייל דאס איז די עקזיסטענץ. נאר עקזיסטענץ קען זיך נאר ארויסברענגען מיט א דמות. דאס איז אלעס וואס איך פארשטיי. אבער מ'דארף אסאך מיטלעבן כדי צו עקספיריענסן, די דקות'דיגע ערשיינונגען פון עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

ווען א מענטש ווייסט, א יוד, אז ער איז א בן מלך, א חלק אלוק ממעל, און מיר האבן אזא טייערע תורה, מפז ומפנינים יקרה, טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף, ער האט א קשר מיט די טייערסטע זאך. אין סוף ב"ה וב"ש.

ביזן קומענדיגן שיעור קען מען טראכטן, אז דאס וואס מיר ווילן מאכן קשר מיט דרויסנדיגע כלים צו ערוועקן "ווער בין איך"? א שיינע קאר, א שיינע בעקעטשע, זיך שאקלן ביים דאווענען אז מ'זאל זעהן, זיין א מוצלח, וכו', דאס איז ווייל אונזער עקזיסטענץ וויל זיך באוואוסטזיניגן מיט די א 'דמות'.

והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו מעתה ועד עולם.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף סא

תגובהדורך נשמה » פרייטאג מארטש 23, 2018 2:32 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

וויפיל איך פארשטיי יעצט ב"ה בשעת'ן שרייבן די שורות. פונקט אזוי ווי מיר ווילן שאפן קשר מיט כלים וואס וועקן אויף אונזער מחשבה, ווייל מיר ווילן ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מכח הכרה, אונזערע חושים, ווייל מיר ווילן ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מכח חיות, אונזערע כוחות ארויסצוקומען, ווייל מיר ווילן ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מכח התפשטות. אזוי ווילן מיר מאכן קשר מיט כלים וואס האבן חשיבות אין אונזערע אויגן, ווייל מיר ווילן ווערן ווי מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מכח דמות. און ווי חשוב'ער די חפץ וואס מאכט אונז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג איז אין אונזערע אויגן, אלץ מער עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך מצד דמות, אזוי ווי מיר ווילן טיפע הכרה, ווי טיפער. שטארקע חושים, ווי שטערקער. ארויסברענגען די כוחות די מערסטע אל הפועל, אזוי ווילן מיר אז די וועלט ארום אונז וואס מאכט אונז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג זאל האבן א חשוב'ע בילד אין אונזערע אויגן, א חשיבות, ווי חשוב'ער. ווייל מיר ווילן ווערן באוואוסטזיניג אויף ווי מער דמות פון אונזער עקזיסטענץ, ווייל ווי חשוב'ער, אלץ מער עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך מצד דמות. דאס מיינט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד דמות. מיר ווילן נישט אז אין טשיינע זאל זיין שיינע הייזער, אבער מיר ווילן אז ביי אונזער ביהמ"ד זאל זיין שיינע טישן און בענק. ווי שענער. ווייל דאס מאכט אונז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג אויף אונזער דמות, און ווי חשוב'ער אלץ מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט זיך מצד דמות. אינו דומה צו איינער וואס זאגט תהלים אין א היינטיגע דרוק, צו איינער וואס זאגט תהלים אין א ארגינאלער סלאוויטא דרוק. דער וואס זאגט אינעם סלאוויטא דרוק, ווערט מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד דמות.

ווען איינער קוקט אויף מיר, איז עס איך אליין וואס איז מעורר מיין זעלבסט-בילד, ווייל איך קוק אויף מיר אליין. "וואס זעהט יעצט יענער אויף מיר?" און איך מאך א זעלבסט-בילד. דאס מאכט אז איך זאל ווערן באוואוסטזיניג אויף א דמות פון מיין עקזיסטענץ. אויב ס'געפעלט מיר די כלי וועל איך מאכן מיט די כלי וואס האט מיר דאס באוואוסטזיניגט א פאזיטיוו קשר של התכבדות. אויב ס'געפעלט מיר נישט, קען איך אויך מאכן מיט די כלי א קשר של התכבדות, אבער א נעגעטיוו קשר של סלידה.

ס'איז די באוואוסטזיין פון ווי מער דמות פון מיין עקזיסטענץ וואס איך וויל האבן.

איך ווער נישט די זעלבע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ווי ווען איך לערן טיפע חב"ד, (דעת הבעלות-הכרה) אדער איך זיץ ביי א חתונה (דעת-התדבקות חושים-חיות) אדער איך שפיל אויף א כלי זמר (דעת התבססות-התפשטות), איך ווער פשוט באוואוסטזיניג אויף א דמות פון מיין עקזיסטענץ. אבער דאס איז אויך א שטארקע באוואוסטזיניגקייט אויף מיין עקזיסטענץ, און יעדע עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך פאר מיר דורך א כלי, מאכט מען קשר מיט די כלי. א מענטש דארף א 'תמונה של חשיבות' כדי צו ווערן ווי מער באוואוסטזיניג אויף א דמות פון זיין עקזיסטענץ. ווייל ווי חשוב'ער אלץ מער עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך מצד דמות. דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן מאכן א שיינע תפילין בייטל, האריג, אדער אנדערע סטיילס, ווייל מענטשן ווילן מאכן קשר מיט א 'תמונה של חשיבות' ווי חשוב'ער אלץ בעסער, וואס זאל זיי באוואוסטזיניגן אויף א שטארקע דמות פון זייער אייגענע עקזיסטענץ. פארשטייט זיך אז ס'ווענט זיך וואסערע תמונה. עיין הערה עד, דף סד.

ווען א מענטש האט א קאפל פון רבי'ן ז"ל, איז עס א דרויסנדיגע כלי פון 'תמונה של חשיבות' וואס מאכט אים שטארק עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד דמות. א תמונה מיין איך נישט צו זאגן דשאסט א בילד. איך מיין צו זאגן א דרויסנדיגע חשוב'ע כלי. חשיבות איז 'תמונה'. ווען א מענטש קוקט אויף זיך אליין "ווער בין איך", איז עס אויך 'תמונה'. חשיבות איז תמונה. תמונה מאכט עקזיסטענץ באוואוסטזיניג מצד דמות. ווייל מ'ווערט איינס מיט די תמונה. וויאזוי מ'קוקט אן די 'תמונה, וואסערע חשיבות מ'געט עס, אזא דמות באוואוסטזיניגט זיך מיין עקזיסטענץ. א מענטש וואס קוקט ארויף זיינע בגדים, האט א 'תמונה' פון חשיבות, און ער ווערט מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד דמות.

א מענטש וואס וויל זיין א מוצלח, ווייל אזוי האט ער א גוטע תמונה של חשיבות, ווייל ער ווייסט אז מענטשן קוקן עס ארויף מיט חשיבות, און ער אליין איז באוואוסטזיניג אויף וואס די מענטשן זעען, און ער ווערט דורך זיי שטארק עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט אויף זיין דמות. ער האט יעצט א כלי וואס מאכט אים באוואוסטזיניגט אויף א גוטע פארציע דמות פון זיין עקזיסטענץ. סוף דבר: א מענטש דארף אז די כלי וואס מאכט אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג זאל האבן א תמונה של חשיבות, א דמות של חשיבות. און ווי חשוב'ער די כלי איז, אלץ מער עקזיסטענץ ווערט באוואוסטזיניגט מצד דמות.

צורת תנועת הנפש שבדעת זאת
ווען דו שפאצירסט אהער און אהין נעבן א ריזיגע ספרים שאנק מיט הייליגע ספרים, און דו ווייסט פון די ספרים, שפאצירסטו מיט אן ערנסטקייט, פארוואס? ווייל דיין עקזיסטענץ האט זיך באוואוסטזיניגט פאר דיר מיט א 'דמות' וואס דו ווייסט וואס די ספרים מיינען אלץ. (עקספיריענס עס) דיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד דמות איז די חשיבות פון די 'ספרים', ס'ווערט איינס מיט די 'חשיבות' פון די ספרים. און ווי חשוב'ער די ספרים, אויף אלץ מער פון דיין עקזיסטענץ ווערסטו באוואוסטזיניגט מצד דמות.

אבער נאכדעם קען א מענטש טון צוויי זאכן.

איינס: איך בין אן ערליכער יוד וואס האט דרך ארץ פאר ספרים. דאס הייסט ער נעמט די 'דמות' פאר זיך. "איך בין אן ערנסטער מענטש" און ער קוקט יעדעם אן פון אויבן אראפ, ווייל ער פילט זיך אלץ אן ערנסטער מענטש. נאך א וועג וואס דער מענטש קען וויסן איז: 'די דמות וואס מיין עקזיסטענץ האט זיך באוואוסטזיניגט פאר מיר איז די חשיבות פון די ספרים'. דאס הייסט ער ווייסט אז ס'איז נישט ער. א מענטש האט געלט. ער קען נעמען די 'דמות' פאר זיך, איך בין חשוב ווייל איך האב געלט. און ער קען וויסן אז ס'איז נישט ער, דער הייליגער באשעפער האט מיר דאס געגעבן.

השפעתה וכוחה בקומת הנפש
ער איז זייער פארנומען אז תפקיד הדמות הוא לגלות הנפש איך טראכט דעם כלל: די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פאר דיין באוואוסטזיין מיט א דמות. ווען איך שפיל פידל (התפשטות), און איך שפיר 'דעת התבססות', די ערשטע זאך וואס מיין באוואוסטזיין באקומט איז א דמות פון מיין עקזיסטענץ. מבלעדה אי אפשר להכיר כלל בנפש ופעולותיה. עקזיסטענץ קומט אריין אינעם באוואוסטזיין מיט א דמות. די אנהייב פון עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז די השגה פון א געוויסע דמות פון עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך אין דיין באוואוסטזיין. דאס מיינט דמות. ווען א קינד זעהט ווי עס דרייט זיך און ס'זינגט העכער אים די טוי, ווערט ער באוואוסטזיניגט אויף א דמות פון זיין אייגענע עקזיסטענץ. דאס מיינט דמות. א קינד האט נישט קיין אהנונג אז ער ווערט באוואוסטזיניגט אויף זיין עקזיסטענץ, אבער ס'ווערט באוואוסטזיניג פאר אים א דמות. חוץ וואס די חושים באוואוסטזיניגן אים.

ואכן כשהנפש מתגלית ומתלבשת בכליה, היא מקבלת צורת אותו הכלי, שהתלבשה בו. ווען חושים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט א מענטש, דהיינו חיות, ווייסט די באוואוסטזיין א דמות פון זיין אייגענע עקזיסטענץ, און ער ווייסט פון זיין עקזיסטענץ מכח חיות. די דמות פון עקזיסטענץ אויף וואס א מענטש ווערט באוואוסטזיניג איז לויט וויאזוי באוואוסטזיין ווייסט די כלי. אויב א מענטש דרייט זיך צווישן ערליכע געהויבענע מענטשן, און ער איז מכיר זייער געהויבענעם דמות, ווערט זיין עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט אויף א געהויבענעם דמות און ער וועט וועלן ווערן אזוי ווי זיי, אויב ער מאכט א פאזיטיוו קשר מיט זיי. דעת התכבדות. געדענק: זיי זענען כלים וואס האבן אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד דמות, און אויב האט ער ליב זייער חשיבות, וועט ער מאכט קשר מיט עס. 'דעת התכבדות', כדי צו ווערן מער באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ מצד דמות. און אויב א מענטש דרייט זיך צווישן מענטשן וועלכע ער ווייסט אז זיי זענען נישט געהויבן, ווערט ער באוואוסטזיניגט אויף א באגרעניצטער פארטינקלטער דמות. און אויב הייבט ער אן ציען צו זיי, און ער מאכט קשר מיט זיי, זיי זענען דאך כלים אים צו באוואוסטזיניגן אויף זיין עקזיסטענץ מצד דמות, און אויב ער מאכט מיט זיי קשר, ער שאפט 'דעת התכבדות', ווייל ער וויל דאך ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט, טויג נישט. ווייל ער קען חלילה פאלן.

ביזן קומענדיגן שיעור קען מען טראכטן: אז וואסערע חשיבות די זאכן וואס מאכן אונז די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט האט אין אונזערע אויגן, אויף אזויפיל דמות פון אונזער עקזיסטענץ וועלן מיר באוואוסטזיניגט ווערן.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף סד

תגובהדורך נשמה » זונטאג מארטש 25, 2018 4:18 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

התמידיות שבדעת זו.
אין די הקדמה שרייבט די מחבר אזוי, נחוץ להדגיש שעיקר הצלחת העבודה היא רק ביגיעה תמידית, ושום תחבולה לא תועיל להעלות את האדם מבלי עבודה בפועל ועמל רציני. מיר ווילן שפירן א אמת'ע פארגעניגן, א אמת'ע שמחה, א שטארקער אינערליכער געפיל פון אמת'ע עקזיסטענץ. שטארק! פון וואו קומט עס? פון וואו מאך איך אז איך זאל שפירן עקזיסטענץ? קודם וואס פילסטו יעצט? וויאזוי און פון וואו איז דיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט יעצט? דו מוזט ווערן אויפמערקזאם אויף דיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד דמות, כדי צו מאכן אז דו זאלסט ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצדו פון גוטע זאכן.

דיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט האלט זיך אין איין טוישן. פרייטאג צו נאכטס איז דיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט אויף אזא און אזא אופן. נאכן דאווענען, איז עס אויף אזא אופן. שבת ביי די סעודה איז עס אויף אזא אופן. (כאפסט?)אינדערפרי נאך די מקוה, אויף אזא אופן. דיין עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פאר דיין באוואוסטזיין מיט 'געשטאלטן'. אויב וואלט זיך דיין עקזיסטענץ נישט באוואוסטזיניגט אין דיין באוואוסטזיין מיט געשטאלטן, וויאזוי ווייסטו צו פונאנדער שיידן צווישן דיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין וואס דו האסט מיטוואך, און וויאזוי דו ווייסט פון דיין עקזיסטענץ ערב שבת? נאר מכח דמות, איז זיך דיר מבחין די אונטערשיד צווישן פאר די מקווה, און נאך די מקווה, פארן עסן, און נאכן עסן, פארן דאווענען און נאכן דאווענען, ערב פסח ווען מ'פארברענט דעם חמץ, און פסח אויפדערנאכט ווען דיין קינד זאגט קדש. דאס איז אלעס חילוקים אין וויאזוי דו ביסט באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ. יעדע באוואוסטזיין פון דיין עקזיסטענץ האט א געוויסע 'דמות'. אגאנצן צייט האט דיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין א געוויסער דמות.

די ערשטע סעקונדע וואס דו זעהסט פאר דיר א ריזיגער בנין, האט דיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט אנגענומען א אנדערע געשטאלט. ס'האט געטוישט 'דמות'. און דו זאגסט wow!. די אומפעקט וואס זעהן די בנין אדיר האט געמאכט אויף דיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד דמות, איז נישט די זעלבע אימפעקט ווי ווען דו שאקלסט דיך אריין ביים דאווענען, ארויסצוברענגען מכח אל הפועל דיין 'שירו לו זמרו לו שיחו בכל נפלאותיו', ס'איז מער א כל עצמותי תאמרנה ה' מי כמוך. ס'איז אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד דמות. דיין גאנצע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט נעמט אן א אנדערע דמות. ביי די אנדערע דריי, ווי הכרה, ביי דעת הבעלות, וכו' איז עס מער א פראסעס.

הפח שבה
מדעת זאת נובעות הפניות החיצוניות והשקריות המלוות את האדם בכל מהלך עבודתו - שהרי בצורתה הנמוכה כל מהותה היא רק ההתראות אל החוץ. וויפיל איך פארשטיי. וויבאלד אונז וויל מיר אזוי שטארק מאכן קשר מיט כלים וואס מאכן אונז באוואוסטזיניג אויף אונזער עקזיסטענץ. און דא ביי דמות-דעת התכבדות, ווען א וועליו פון אונזער זעלבסט-בילד ווערט א כלי אונז צו מאכן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד דמות, איז דא א שטארקע יצר צו מאכן דערמיט קשר. דער יצר זאגט: "וואס דארפסטו דיך מוטשענען צו ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, אין איין רגע האסטעס, מאך קשר מיט די כלי, שאפ דעת צו די געוויסע וועליו פון דיין זעלבסט-בילד, און דו בלייבסט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד דמות". א מענטש קען אבער זאגן: "די כלי פון די געוויסע זעלבסט-וועליו איז דען א אמת'ע כלי, אז איך זאל דערמיט מאכן קשר צו שאפן 'דעת התכבדות', צו שאפן דערפון עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט? איך וויל ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג פון אמת'ע כלים, נישט פון גבהות הלב און פון גסות רוח, און סתם שקר און דמיון."

סיכום צורת קומת הנפש
א. קשר מיט כלים וואס מאכן אונז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד הכרה, דהיינו דעת הבעלות. גייט מאכן אז אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט זאל זיך טרעפן ריכטיגע כלים וויאזוי זיך צו מאכן מער און מער באוואוסטזיניג. דאס איז די מח פון עקזיסטענץ-באוואוסטזיין, ווייל דאס ווייזט אן אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיין וועלכע כלים צו נעמען.

ב. קשר מיט כלים וואס זענען מעורר אונזערע חושים, און חושים פנימיים, דהיינו 'דעת התדבקות', מאכט אז מיר זאלן ציען צו נאך און נאך אזאנע כלים. און מיר זאלן זיך צוקלעבן צו עס. דאס מאכט אונז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד חיות. דאס איז די הארץ פון עקזיסטענץ-באוואוסטזיין.

ג. ארויסברענגען אונזערע כוחות אל הפועל, שאפט אונז עקזיסטענץ-באוואוסטזיין מצד 'התפשטות'. און דאס שאפט אונז דעת התבססות. די סארט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט קומט פון טון למעשה.

ד. עקזיסטענץ-באוואוסטזיין האלט אין איין טוישן 'געשטאלט'. עקזיסטענץ-באוואוסטזיין האלט אין איין טוישן 'דמות' לויט די קשר מיט די כלים. עקזיסטענץ-באוואוסטזיין מצד דמות קומט פון די וועליו וואס א כלי האט אין אונזערע אויגן! ווען איך דאווען ערליך און איך ווער נתעורר אויף א וועליו פון מיר אליין, איז דאס א כלי מיך צו מאכן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד דמות, און איך קען דערמיט שאפן א קשר, און עס מאכן שטערקער, און שאפן דעת התכבדות מיט אט די כלי. און איך קען וויסן אז ס'איז דער אויבערשטער ב"ה וואס האט א וועליו. איך קען צוריקגעבן די דמות דארט פון וואו ס'קומט. נאך דערצו אויב מ'לערנט יושר דברי אמת, און זיין ספר דרך אמת. והשם הטוב יעזור.

ביזן קומענדיגן שיעור קען מען טראכטן, אז מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט האלט אין איין טוישן דמות. לויט וויאזוי מיין באוואוסטזיין פארשטייט די כלים צו וואס איך בין יעצט מקושר.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף סח

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מארטש 26, 2018 3:01 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

מ'האט גארנישט פון ליינען מיינע געשרייבעריי, מ'דארף בעיקר אריינקוקן אינעווייניג.

א מענטש וויל אזוי שטארק זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, זאל עס זיין מכח הכרה, צו מכח חיות, צו מכח התפשטות, צו מכח דמות, (לויט ווי איך פארשטיי יעצט דמות מיינט עס: אז די כלי וואס מאכט מיר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג האט א וועליו, ס'איז נישט די זעלבע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ווען איך טרינק אין א פלעסטיק קאפ, צו ווען איך טרינק אין א גלאז וואס האט ביי מיר א וועליו.)

אוודאי דארף מען אויסשטעלן די מחשבה צו כלים וואס וועקן עס אויף, כדי מ'זאל ווערן באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ מכח הכרה. און כדי מ'זאל דערמיט מאכן קשר. אבער דער מחבר איז מסביר אז ווען איך ווער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מכח הכרה שבנפשי, צום ביישפיל ווען מ'לערנט, איז דא פארשידענע דרגות עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ווען איינער זאגט: "איך לערן א חסידיש ספר אבער ס'געט מיר נישט קיין חיות" קען זיין די סיבה איז: ווייל ער נוצט נישט די "חושיות שבמושכל". די חסידיש ווארט דארף אויפוועקן מיינע חושים פנימיים, כדי צו ווערן דערפון עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מכח 'חיות' שבנפשי. כדי צו ווערן צוגעקלעבט דערצו. און באקומען א רצון און א גליסטעניש צו וועלן נאך און נאך אזאנע כלים. איך דארף נוצן די 'חושיות שבמושכל'. ס'איז נישט די זעלבע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ווען א מענטש נוצט בלויז טרוקענע קאלטע 'הכרה', צו ווען ער נוצט אויך 'חושיות שבמושכל'.

און ווען א מענטש טענה'ט די חסידיש ווארט 'בויט נישט מיין נפש', קען זיין די סיבה איז ווייל ער נוצט נישט 'דיבור הפנימי שבמושכל'. ער ברענגט נישט ארויס אין זיך, די כח ההעלם אל הגילו וואס דער מושכל האט אויפגעוועקט אין אים. "ברענג עס ארויס מיט דיבורים פנימיים", ס'איז נישט די זעלבע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ווי ווען ער וואלט גענוצט 'דיבור הפנימי שבמושכל, "עס אויסגעשמועסט אין זיך" דהיינו לפשט הכח שבמושכל, וואס דאן מאכט מען 'דעת התבססות' מיט די כלים וואס האבן מעורר געווען 'דיבור הפנימי שבמושכל', וואס 'דיבור הפנימי שבמושכל' ברענגט ארויס די כח שבמושכל אל הפועל. עפעס א כח וועקט זיך אויף אין דיין נפש מחמת דעם מושכל, ברענג עס ארויס מיט דיבורים פנימיים אל הפועל. וועסטו ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מכח התפשטות.

פון די הקדמה צום ספר דרך ה' קען מען זיך ארויסדרינגען: אז די 'תמונה מחשבתית' פון א השכלה, מאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד דמות, די זעלבע וואס א איינגעפלאנצטער מסודר'דיגער גארטן, טוט. וואס א חילוק אין די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, צווישן א מענטש וואס זעהט א וואלד וואס וואקסט צעווארפן, און א מענטש וואס זעהט א הערליכער מסודר'דיגער גארטן? סדר האט א וועליו ביי עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. עיין אין די הקדמה. די גארטן האט א וועליו, א חשיבות, דערפאר מאכט עס מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד דמות.

הנקודה המחייבת שבמושכל:
די זאך וואס טרייבט א מענטש איז "ארויסצוהאבן". "עס אייננעמען". באמת וואס א מענטש וויל מיט 'הכרה' איז די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד הכרה. נאר הכרה שאפט נישט די סארט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ווי ווען א מענטש וואס האט ארויס א מושכל. עיין בהקדמה לספר דרך ה' לרמח"ל. די מחשבה פון א מענטש וועט ארבעטן און ארבעטן, אהער און אהין, ווילאנג ער פילט די 'בעלות'. "איך האב עס ארויס". אבער ס'איז די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס 'ארויסהאבן' שאפט. מצד הכרה.

ווען א מענטש גייט צו צו א מושכל וועט ער בעיקר ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מכח הכרה. עס ארויסהאבן, עס אייננעמען איז וואס געט די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד הכרה.

די חושים פנימיים שבמושכל וואס דער מענטש וועט נוצן, מאכט אז ער זאל ציען צו נאך און נאך פון די השכלה ביזן עס ארויסהאבן. און א מענטש וועט ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד חיות.

און די דיבור הפנימי שבמושכל ברענגט עס ארויס מן הכח אל הפועל אינעם שכל פונעם מענטש. און דאן וועט א מענטש ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות.

און ביי די ענדע בויעט זיך ביים מענטש א בנין פון די השכלה. דמות איז די פיינעל פראדוקט. און דאן וועט א מענטש ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד דמות. ער וועט שמייכלן אגאנצן טאג פון דעם גוטן השכלה.

די אלע זאכן מאכט אז א מענטש זאל ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט פון אלע חלקים פונעם נפש. אפילו ער נוצט נאר 'הכרה'.

ביזן קומענדיגן שיעור קען מען טראכטן אז כדי צו ווערן די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד הכרה, דארף מען נוצן, חושים פנימיים, און דיבור פנימי, און ס'דארף אריינקומען אין דיר א תמונה מחשבתית פון די השכלה. א געוויסער בנין.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף עב

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מארטש 27, 2018 3:51 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.
אין די הקדמה (פתח דבר, דף 11) שרייבט דער מחבר אזוי: והנה, בזמננו, עם כל ריבוי תענוגי העוה"ז, נתפשטה מאוד מחלת העצבות ודכאון, וכמעט שאין אדם בדורינו שלא יסבול מזה עכ"פ במקצת, וזוהי באמת גם הסיבה לרדיפת התאוות שנתרבה בדורינו, שמנסים למלאות החלל הריק שמרגישים בחייהם, ולהרגיע הכאב של עצבונם ודכאונם. ער שרייבט דארט ווייטער בהמשך: מתוך שמציאות אמיתית אי אפשר למצוא רק בו ית', הרי ככל שמתנתק באדם הקשר הפנימי והדביקות הנפשית בהשי"ת, נרגשת בנפשו חוסר מציאות ואבדון - וכעין בחינה של כרת רח"ל - והוא מתמלא מחמת זה בעצב ודכאון. עיין שם.

מיר דארפן טרעפן כלים וואס זאלן אונז באוואוסטזיניגן אויפן אמת'ן איינציגן עקזיסטענץ. אז מיר ווייסן וואס צו טרעפן, וועלן מיר אנהייבן נאכאמאל און נאכאמאל ווילאנג מיר וועלן דאס טרעפן בעזרת השי"ת.

התכללות צד החיות.

אזוי ווי ביי צד ההכרה, ווען א מענטש וויל ווערן די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד ההכרה - דעת הבעלות (ארויסהאבן, און איינעמען א מושכל), דארף א מענטש נוצן דעם גאנצן קומה. ער דארף אויך מעורר זיין זיינע חושים פנימיים וואס דער מושכל האט אין זיך, ער דארף ארויסברענגען אל הפועל מיט דיבורים פנימיים, דעם כח וואס דער מושכל האט מעורר געווען אין אים, און ער דארף באקומען דעם תמונה מחשבתית פון דעם מושכל. כדי צו ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד חיות-התדבקות, מצד התפשטות-התבססות, און מצד דמות-התכבדות, אפילו אויב ער נוצט נאר 'הכרה'. אזוי אויך ביי צד החיות דארף א מענטש נוצן דעם גאנצן קומה, כדי צו ווערן די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצדו. ער דארף נוצן די חוש ה'שמיעה' כדי צו ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד 'חיות' אבער אויך מצד 'הכרה'. 'דערהערן'. ס'קוקט אויס אז ער מיינט אויך די חוש השמיעה הפנימי. ער שרייבט וכן נראה גם כשהאדם מתעמק בענין שכלי, שנחוץ לו אז ביותר השתתפות חוש השמיעה 'צו דערהערן' עומק המושכל, ואם ישתמש להשכלתו באיזה חוש אחר יוקשה עליו להבין סברא דקה לעומקה ואמיתתה. א מענטש קען נוצן זיין חוש השמיעה הפנימי און פרובירן דערהערן די סברא דקה לעומקה ואמיתתה. אדער קען ער זיך אליין דערהערן.

ער האט א אויסטערלישע שיינע הערה, עיין הערה פד. אויך רעדט ער דארט פון דיבורי האדם שמתחלקים לארבעה סוגים. אינטערעסאנט. דו קענסט הערן פיר מינע סוגי דיבורים.

מיר דארפן זיך פשוט אויסלערנען צו נוצן אונזערע חושים. שמיעה מאכט אז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט זאל זיך צוקלעבן צו די כלי. א מענטש הערט, (איך רעד ווען ער הערט א זאך וואס איז ביי זיין באוואוסטזיין פאזיטיוו און גוט, ס'דא מענטשן וואס זיי הערן די נעגעטיוו און זיי מאכן נישט קיין פאזיטיוו קשר מיט וואס זיי הערן, נאר א נעגעטיוו קשר פון סלידה וריחוק) און ער ווערט דורכדעם באוואוסטזיניג אויף זיין אייגענע עקזיסטענץ מצד חיות, און ער קלעבט זיך צו די כלי וואס האט אים באוואוסטזיניגט געמאכט. אבער ער ווערט אויך באוואוסטזיניג אויף זיין אייגענע עקזיסטענץ מצד הכרה. א מענטש וויל ארויסהאבן וואס ער הערט. ער פרובירט עס צו 'פארשטיין', דעת הבעלות.

חוש הראיה
ביי חוש הראי' שרייבט ער אזוי: חוש זה מיוחד לעורר את עצם החיות שבנפש, והוא מהותו ולבו של צד החיות. עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד החיות קומט די מערסטע פון זעהן. ער ברענגט זיך א ראי' פון חז"ל (יומא עד:) אז אפילו די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס עסן געט, איז עס נאר מצד הראי', אז מ'זעהט נישט די עסן ווערט מען נישט אזוי עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד חיות. די רגע וואס א מענטש זעהט, ווערט ער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד חיות שבנפשו. און ער ער קען מאכן א קשר מיט די כלי וואס האט אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט. דעת התדבקות. פארשטייט זיך אז ס'ווענט זיך וויאזוי באוואוסטזיין ווייסט די כלי. נעגעטיוו אדער פאזיטיוו. אבער אויב ס'איז פאזיטיוו ווערט דער מענטש צוגעקלעבט. דאס וואס מ'בעהט והאר עינינו בתורתיך, פארשטיי איך אז ער טייטשט עס, אז ס'מיינט נישט אזוי ווייט 'השגות שכליות מער און מער, טיפער און טיפער'. נאר ס'מיינט אז וואס מ'לערנט זאל מען פארשטיין. דאס וואס איך לערן, זאל מיר לעכטיג ווערן. דאס מאכט ודבק לבינו במצוותיך.

ער האט זייער אן אינטערעסאנטער הערה אין אות צ. ער ברענגט פון יערות דבש בשם האריה"ק די חילוק צווישן תא שמע אין די גמ' און תא חזי אין זוהר הק'.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה, קען מען דורכגיין דעם טאג, און עקספיריענסן וויאזוי שמיעה מאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד חיות, און מ'ווערט צוגעקלעבט צו די כלים, דעת התדבקות (אויב ס'איז פאזיטיוו) און מבחין זיין, עקספיריענסן, זיך איבערצייגן וויאזוי 'שמיעה' (ווענט זיך וואס מ'הערט) מאכט אויך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד הכרה. "הוספת אור בצורה של השגה והשכלה". קוק אריין אינעווייניג.

אויך מבחין זיין וויאזוי זעהן מיט די אויגן, מאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד חיות. און עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט קלעבט זיך צו, צו די כלי וואס האט מעורר געווען די חוש הראי' און דורכדעם אים געמאכט באוואוסטזיניג. דעת התדבקות. מ'דארף דאס עקספיריענסן.

דער עיקר איז זיך מקשר זיין צו כלים וואס באוואוסטזיניגן אויף די אמת'ע עקזיסטענץ.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף עז

תגובהדורך נשמה » מיטוואך מארטש 28, 2018 2:21 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איינמאל א געוויסע כלי האט מעורר געווען געוויסע כלי הגוף, און עקזיסטענץ האט זיך באוואוסטזיניגט אויף די געוויסע אופן, קען א מענטש מאכן א קשר מיט אט די כלי, און א מענטש קען זאגן "איך מאך נישט מיט דיר קשר". "דו ביסט נישט מיין כלי מיך צו מאכן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג". לויט וויאזוי איך פארשטיי יעצט, איז repressed emotion, אויך נאר די קשר וואס א מענטש האט געמאכט מיט א געוויסע דרויסנדיגע כלי. אונטערדרוקטע rage, אויף געוויסע מענטשן איז אויך נאר די קשר וואס די מענטש האט געשאפן מיט א דרויסנדיגע כלי. מתבונן האט מיר אמאל געזאגט בנוגע זיין וואויל, האט ער מיר געזאגט אז לויט וויאזוי ער פארשטייט איז עס די relation, וואס א מענטש מאכט מיט א דרויסנדיגע כלי. ס'איז די קשר וואס א מענטש מאכט מיט א דרויסנדיגע כלי. און נישט בלויז ווייל די כלי האט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט. די פסוק זאגט "ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם אשר אתם זונים אחריהם". ווען א דרויסנדיגע כלי ערוועקט די הארץ, איז עס די "תתורו" וואס איז "ולא", די קשר וואס א מענטש מאכט מיט די כלי. די רגע א מענטש מאכט קשר מיט א געוויסע דרויסנדיגע כלי, ס'שאפט זיך ביי אים דעת צו א געוויסע דרויסנדיגע כלי, קען נישט די מענטש בלויז אונטערדרוקן און אריינשטופן אין זיין אונטערנבאוואוסטזיין די 'דעת' וואס ער האט צו די כלי, ער דארף 'אפהאקן' די קשר.

די זעלבע זאך ווען א מענטש איז אין 'כעס', איז עס א קשר צו א געוויסע דרויסנדיגער כלי וואס דער מענטש האלט אן. און אויב וועט דער מענטש בלויז אונטערדרוקן די 'כעס' אן דעם וואס ער האקט אפ די קשר צו די געוויסע דרויסנדיגע כלי, נישט דאס איז 'לימודים לדעת'. די שיטה איז צו אפהאקן קשרים. "דו ביסט נישט די כלי מיך צו באוואוסטזיניגן אויף מיין עקזיסטענץ!" איך גיי מיך טרעפן גוטע כלים, און איך גיי עס טאקע טרעפן ב"ה, אבער נישט דו! די זעלבע זאך מיט א מענטש וואס ליידט אז נישט א גוטע מחשבה קומט אים ארויף בשעת'ן ביקן מודים, די סיבה איז: קשר. מ'דארף אפהאקן די קשר.

יעצט, כלים מיט קשר איז נישט "טעפלעך מיט שטריק". די מיינונג פון די ווארט 'כלים' און די מיינונג פון די ווארט 'קשר' איז א דקות'דיגע השגה, אויפצוכאפן אין עקספיריענס, וואס דו דארפסט עקספיריענסן אין דיין מהלך המחשבה, אין דיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ווען אברהם זיצט אין זיין אפיס, און זיין ב"ב קאלט אים אן, "אברהם מיין אפוינטמענט איז אין צוויי מינוט ארום"! אברהם איז יעצט נתעורר געווארן פון א דרויסנדיגער כלי, ארויסצוברענגען מן הכח אל הפועל, "אחריות". "סעקיוריטי". אברהם האט געמאכט "קשר" מיט די כלי. (ס'איז אפשר נישט מדוקדק וואס איך שרייב, אבער איך מיין נאר וואס מ'קען זיך לערנען דערפון).

אברהם פארט אויפפיקן זיין יודענע. אויפן וועג פארט זיך געמיטלעך א קארעלע פאר זיין קאר, אברהם פילט אז ער פלאצט. פארוואס פילט ער אז ער פלאצט? ווייל ער האט געמאכט 'קשר' מיט געוויסע כלים, אז די געוויסע כלים זענען וואס עקזיסטירן מיך. וואס ער פילט אז אויב ער פירט נישט אויס דעם אויפגאבע איז ער אויס עקזיסטענץ. אברהם האלט איין זיין כעס, ער דרוקט עס אונטער, און זיין רוקן הייבט אים ווייטון ל"ע, השם ישמרינו. בעזהשי"ת, למודים לדעת טענה'ט, "האק אפ דעם קשר פון כלים וואס מאכן דיר עווענטועל אין כעס".

די זעלבע ווען א קינד טענה'ט אז "משה איז געווען מיין חבר, און יעצט איז ער מער נישט מיין פרענד" די סיבה? קשר. יוסי מיינט אז "משה איז דער איינציגער קשר וואס געט מיך עקזיסטענץ".

אפילו די אונטערנבאוואוסטזיין לויפט אויך אויף די מהלך פון מאכן קשר מיט כלים וואס מאכן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. אומ'שכל'דיג, נאריש, סטופיד, ער איז נישט דיין מגי"ש, נאר סתם א פרעמדער מענטש וואס קוקט אויס די זעלבע, נישט דאס איז וואס דו דארפסט יעצט, אבער די אונטערנבאוואוסטזיין וויל אויך נאר "עקזיסטענץ". די inner child, וויל אויך נאר עקזיסטענץ. זיי ווייסן עס אבער נישט פון וואו צו נעמען, ווער ווייסט יא? די תורה הקדושה. אונזערע הייליגע ספרים, זיי זאגן אונז פון וואו צו נעמען עקזיסטענץ. מיר דארפן זיך אויסלערנען צו אפהאקן קשרים. און צו מאכן קשרים. אפהאקן מיט כלים וואס דינען נישט אונזערע אינטערעסן, און מאכן קשרים מיט השי"ת, מיט א אמן יהא שמיה רבה, וכו'. דאס איז וואס "לימודים לדעת" לערנט אונז. ס'איז נישט די "טעפלעך און שטריק". ס'איז אויפכאפן דיין דקות'דיגע עקספיריענס פון א קשר מיט געוויסע כלים וואס מאכן דיך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. ווי מער מיר וועלן עקספיריענסן, און אויפכאפן (מיט הכרה, און מיט די חוש השמיעה הפנימי) וועלן מיר עס פארשטיין. דאס קומט נאר פון עס עקספיריענסן. עקספיריענס דיין קשר מיט כלים.

מיר דארפן נישט נאר אפהאקן קשרים מיט געוויסע כלים, מיר דארפן "לעבנסוויכטיג" שאפן קשרים מיט די ריכטיגע כלים. איינע פון די כלים, זענען כלים וואס וועקן אויף אונזער חוש הטעם.
חוש הטעם:
שרייבט ער אזוי: חוש זה מיוחד לגלות צד ההתפשטות ו'דעת ההתבססות' שכלול וגנוז בצד החיות שבנפש, והוא המעתיק ומקשר החיות הנפשית לכליה. אזוי ווי אויב מיר ווילן ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד הכרה שבנפש, דארף מיר אונז נוצן דעם גאנצן קומה, און נישט נאר הכרה, נישט נאר טרוקענע 'מושכל', נאר אויך 'חושים פנימיים וואס דער מושכל קען מעורר זיין אין דיר', און מפשט זיין מיט דיבורים פנימיים דעם כח וואס דער מושכל האט אויפגעוועקט און עס ארויסברענגען לפועל אין דיר' און אויך דעם 'תמונת מחשבתית'.

אזוי אויך אויב מיר ווילן ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד חיות שבנפש, דארפן מיר נוצן שמיעה, וואס דאס וועקט אויך אויף 'הכרה' (הכרה, שבחיות), און אויך דארפן מיר נוצן ראי', און מיר דארפן נוצן טעם, און נאך חושים. טעם, מאכט באוואוסטזיניג אויף אונזער עקזיסטענץ מכח התפשטות. ווען א מענטש פילט א 'טעם' אין א שבת קודש, און א שטיקל גמ', א טעם אין האבן שלום בית, אזא מענטש ווערט מבוסס. ער האט שוין טועם געווען "אונגארישער וויין" ווייל ווער עס האט טועם געווען אונגארישער וויין, דעם קען מען נישט נארן, דעם קען מען נישט נארן, אוי טאטע געב מיר אביסל אונגארישער וויין אז די וועלט זאל מיר נישט נארן, אז די וועלט זאל מיר נישט נארן. (פעסטערייז בשם חיי מוהר"ן)

נישט נאר אז דו לערנסט גמ', נאר דו ביסט שוין געקומען צום טעם. די טעם פון די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס די כלי האט מעורר געווען איז זיך אזוי מפשט מן הכח אל הפועל אז ס'שפירט זיך א טעם. ירוויון מדשן ביתך, ונחל עדניך תשקם, טוב טעם ודעת למדני, מה נמלצו לחכי אמרתך מדבש לפי. ער שרייבט דארט נאך 'דברים של טעם', עיין אינעווייניג. וויאזוי ער איז מסביר דעם 'עד שאתה מתפלל שיכנסו דברי תורה לתוך גופך הוי מתפלל שאל יכנסו מעדנים לתוך גופך' (מובא בתוס' כתובות קד. בשם מדרש, תנא דבי אליהו שטייט עפעס אויך אזוי) זאגט ער "ובאמת נחוץ לדעת שבכל התעוררות חיות שהאדם רוצה שתתקיים אצלו לא די לו להתקשר בה רק בחוש הראיה והשמיעה, אלא הוא מוכרח למצוא בה גם שובע ומתיקות טעם, שבזה יתקשר בה לנצח בחיות מבוססת ומשוכללת. יודיש: ס'וויכטיג צו געדענקען אז אויב דו ווילסט ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג פון א גוטע כלי וואס איז מעורר חושים, זאלסטו זעהן אז דו זאלסט טרעפן דערין א זיסקייט, א זאטקייט, כמו חלב ודשן תשבע נפשי. דאס וועט דיך אוועקשטעלן בעזרת השי"ת. דאס בעהט מען "והערב נא ה' אלוקינו את דברי תורתך בפינו ובפיות עמך בית ישראל". א זיסקייט, א זיסקייט! נאכדעם האט ער דארט א שיינע הערה, הערה צב. עיין שם.

ביזן קומענדיגן שיעור קען מען ארבעטן אויף טרעפן א טעם. מאכן אזא קשר מיט די כלי וואס איז מעורר דיינע חושים-עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד חיות, ביז ס'וועט זיך ביי דיר ארויסברענגען דעם טעם מן הכח אל הפועל. איך האף אז מ'פארשטייט. טרעפן א טעם. א מתיקות.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מארטש 29, 2018 3:36 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ. הייליגער באשעפער דערנענטער אונז צו דיר. איך וויל אויך ארויסגיין פון מצרים צוזאמען מיט משה רבינו און מיט אלע יודן.

וואס איז אונזער ציהל דא? אונזער ציהל איז צו עקספיריענסן במשכ'ן טאג, אז אונז ווייס מיר אונזער עקזיסטענץ ווייל מיר זענען צוגעבינדן צו געוויסע כלים וואס האבן אויפגעוועקט אונזערע כלי הגוף, און באוואוסטזיניגט אויף אונזער עקזיסטענץ. אונזער ציהל איז צו כאפן די עקספיריענס צו וועכע כלים מיר זענען צוגעבינדן, און אפהאקן מיט נישט ריכטיגע כלים, זאגן פאר די נישט ריכטיגע כלים "דו ביסט נישט די כלי מיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, איך וויל באקומען מיין טיפסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט פון ריכטיגע כלים, און נישט פון דיך" צוביסלעך והכל בעזרת השי"ת.

אזוי ווי איינער וואס באגעגענט א מענטש מיט וועם ער וויל אפהאקן די קשר, ער שלאגט זיך נישט, ער ציהט זיך איידעלערהייט דשאסט אוועק דערפון. ער הערט אויף צו געבן געז פאר די כלי. שפעטער רעדט ער דערפון. בעזהשי"ת.

אזוי ווי ווען מיר ווילן ווערן די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד הכרה (דעת הבעלות), מוזן מיר נוצן 'מושכל' און אויך חושים פנימיים (דעת התדבקות שבבעלות), און אויך לפשט הכח אל הפועל מיט דיבורים פנימיים, (דעת התבססות שבבעלות) און אויך תמונה מחשבתית, (דעת התכבדות שבבעלות)

אזוי אויך אויב מיר ווילן ווערן די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד חושים-חיות-דעת התדבקות, דארפן מיר נוצן שמיעה וואס דאס מאכט צוגאב מצד חיות אויך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד הכרה, (דעת הבעלות שבהתדבקות) און מיר דארפן נוצן ראיה, זעהן (דעת התדבקות שבהתדבקות) און אויך דארפן מיר אזוי מפשט זיין דעם כח וואס ערוועקט זיך אין אונז פון די כלי וואס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג אונז מצד חושים-חיות ביז מיר שפירן א טעם, א מתיקות, א זיסקייט. (דעת התבססות שבהתדבקות). און דא קומט דער מחבר און שרייבט אז מיר דארפן שפירן א 'תחושה גופנית' פון די כלי וואס האט אונז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד חושים-חיות. שרייבט ער אזוי בכל התעוררת חיות שבנפש מוכרח שתתלווה עמה 'תחושה גופנית', שמהווה בה התגלות ההתעוררות, וזו מושגת בה בעיקר בכח חוש המישוש, שתפקידו למשש בהתעוררות החיות, לעשותה דבר ממשי וגלוי.

מ'דארף אסאך מיגע זיין דעם דעת אויפצוכאפן די עקספיריענס פון וואס ער רעדט, נישט פארשטיין מיט טרוקענע 'הכרה', נאר עס עקספיריענסן. יעדע עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך מצד חיות, מוז זיך דערטאפן מיט א קערפערליכער שפיר. ער רעדט נישט דא, ווען א דרויסנדיגע כלי איז מעורר א כח ארויסצוקומען לפועל, דהיינו, התפשטות, וואס דאס קומט אויך מיט א געפיל אין די כלי המעשה, מוסקלן וכדומה. מער א געפיל וואס שטופט די כלי המעשה ארויסצוברענגען אדער צוריקהאלטן דעם כח. צוריקהאלטן א כח קומט אויך פון 'התפשטות', ווען א מענטש איז tense, איז עס muscle tone, א מוסקל איז אנגעצויגן אויף א געוויסע אופן, דאס האט לויט ווי איך פארשטיי מער צו טון מיט 'התפשטות'. דא רעדט ער פון 'א קערפערליכער שפיר' וואס ווערט נתגלה ווען עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך, מצד חיות שבו.

די קערפערליכער שפיר ברענגט ארויס לגילוי די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד חיות. דאס ברענגט ארויס אין די קערפערליכער שפיר די געוויסע וועליו פון די דרויסנדיגע כלי וואס האט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד חיות. דהיינו 'דמות'. איז ווייטער, דא רעדט ער אויך נאר ווען א מענטש מאכט א פאזיטיוו קשר מיט די כלי וואס וועקט אויף חושים. אזא "אה, זייער גוט איך האב דיך געטראפן, דו גייסט מיך באוואוסטזיניגן אויף א געוויסע עקזיסטענץ פון מיר". אבער טאמער א מענטש זאגט תהלים, אדער ער לערנט עפעס, און ער איז נעגעטיוו צו די דרויסנדיגע כלי, ווערט נישט באשאפן גאנצע מלאכים. ווערט נישט באשאפן קיין געהעריגער קשר. און די גילוי אין 'תחושת הגוף' איז אויך זייער נישט.

ווייסן מיר שוין אז אויב מיר ווילן ווערן די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד חיות, דארפן מיר נוצן, שמיעה, (געדענקסט נאך פון וועלכע צד עקזיסטענץ, שמיעה באוואוסטזיניגט? הכרה, שבחיות. דעת הבעלות שבהתדבקות.) ראיה, (התדבקות שבהתדבקות) טעם (התבססות שבהתדבקות, דו ברענגסט ארויס דעם כח וואס די כלי וואס האט דיך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד חושים-חיות האט אויפגעוועקט אין דיר, ביז די שפירסט דעם זיסן זאטן טעם) און אויך דארפן מיר נוצן חוש המישוש, מיר דארפן דערטאפן דעם קערפערליכן שפיר וואס איז זיך מגלה מצד חיות. און דאן ווערן מיר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד דמות. אפילו מיר נוצן נאר חיות, ווערן מיר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד דמות (התכבדות שבהתדבקות).

יעצט שרייבט ער וואס דער חוש הריח טוט.

חוש הריח.
דער מחבר איז מסביר אז ווען א מענטש ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד חושים-חיות, ערשט דאן קען ער ווי מ'זאגט אריינשמעקן דעם גוטן געשמאק פון עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. לריח שמניך טובים. דער מענטש דערשפירט זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, א בחינה פון 'ריח ניחוח שאמרתי ונעשה רצוני', וואס דאס גאנצע רצון פון א מענטש איז דאך נאר צו ווערן באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ. די עיקר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט קומט פון 'חיות-חושים', (עיין דף נב. והערות שם) ווען חושים-חיות באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, "אה, דאס וויל איך!" ער שרייבט: והוא מעין טיפה קטנה מבחינת הדביקות שמושגת לנפש בבואה לתכליתה ומנוחתה, בהידבקה במקור חיותה בבורא ית'. דער מענטש אטעמט אריין, ער שמעקט אריין, דאס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס קומט פון די כלים וואס האט אויפגעוועקט זיינע חושים און אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד חיות.

ער שרייבט: סגולתו המיוחדת של חוש הריח היא לעורר נקודת הדעת. איך טראכט, אז ווען א מענטש שפירט חושים-חיות און ער נוצט דעם חוש הריח הפנימי, אריינצואטעמען, ווערט ער מער באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ. א מענטש קען דורכגיין א בשמים געשעפט, און נישט שפירן דעם תכלית הבשמים, אבער אויב ער שמעקט אריין אין זיך דעם גערוך, אה... ער האט הנאה, ער ווערט מער באוואוסטזיניגט. ס'איז די נענסטע צו עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ווען א מענטש שמעקט בשמים, הדסים, ווערט ער די שנעלסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט.

עכ"פ ער מאכט א סיכום. ביטע אריינקוקן אינעווייניג פאר א ליסטע פון אלע פינף חושים. און בעזהשי"ת במשך פסח, קען מען מערקן און עקספיריענסן, אויפכאפן אין עקספיריענס.

וויאזוי די חוש השמיעה, אדער חוש השמיעה הפנימי באוואוסטזיניגט אויך אויף הכרה,

און אז ראי' באוואוסטזיניגט זייער שטארק מצד חיות.

און אז מ'דארף אזוי מפשט זיין דעם כח וואס חושים-חיות באוואוסטזיניגט ביז די טעם צעשפרייט זיך אין אלע גלידער.

און אז ווען מ'ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד חושים-חיות, דארף מען דאס קענען דערטאפן מיט די קערפערליכער שפיר.

און ווען מ'נוצט די חוש הריח, די חוש הריח הפנימי, אה... דאס איז מקשר בצורה חושית צו די כלי. עיין בהספר. לאמיר האפן צו השי"ת.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף פ

תגובהדורך נשמה » זונטאג אפריל 08, 2018 2:09 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

אונזער ציהל איז צו טוישן די כלים וואס מיר נוצן אונז צו מאכן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. צו אנערקענען אז אלעס וואס מיר ווילן איז: נוצן כלים צו באוואוסטזיניגן מער און מער אונזער עקזיסטענץ פאר אונזער באוואוסטזיין, צו וויסן מער און מער אונזער עקזיסטענץ, זאכן וואס מיר פארשטייען אז דאס טוט פארברייטערן אונזער עקזיסטענץ, ווייל נאר אויב מיר פארשטייען אויף געוויסע כלים אז דאס טוט פארברייטערן אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט קען מען עס נוצן אויף דעם צוועק.

ס'איז באקאנט וואס די חינוך שרייבט "אחר הפעולות נמשכים הלבבות", סתם די הארץ ציהט נאכנישט צו גוטס. מיר דארפן אנווייזן אונזערע הערצער פון וואסערע כלים צו ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. דער חינוך רעדט לכאורה פון דאס אז די טבע פון א דורכשניטליכן מענטש ציהט נאכנישט צו גוטס, נאר מ'דארף דאס מושך זיין מיט גוטע פעולות, אזוי ווי א קאר וואס פארט אבער עס דארף א דרייווער וואו עס זאל פארן. אזוי איז א מענטש זוכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, דארף מען אים ווייזן עס צו נעמען פון גוטע כלים. די אטאנאמי פון גוטס ליגט אין די פעולות אין נישט אין די הארץ. די טיפסטע הארץ ווערט נאכגעשלעפט נאך די גוטע פעולות. פארשטייט זיך אז די טיפסטע ציהל דארף זיין די גוטע פעולות. די טיפסטע ציהל פון א מענטש איז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, דאס קען זיין די סיבה פארוואס א קינד זאגט: "איך האב נישט וואס צו טון!" ער זוכט צו ווערן מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט. זאל עס זיין מיטן זיך שפילן מיט א קראן פון א סינק, עפענען די וואסער און צוריק צומאכן, און אזוי נאכאמאל, אדער אנצינדן א טישו און עס אויסבלאזן, און אנצינדן נאכאמאל, אדער טאנצן אויפן בעט. וואס דאס געט געוויסע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. טאקע דקות'דיג, אבער דאך גענוג, אקעגן לערנען וואס דער שאור שבעיסה רעדט איין אז ס'צוימט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

איינע פון די וועגן וויאזוי עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך אינעם באוואוסטזיין איז התפשטות, התפשטות מיינט ווען מ'איז מוציא מיט די כלי המעשה, דעם כח וואס די כלי האט אויפגעוועקט אין דיר. דאס הייסט אז ווען די מחשבה איז מיר אריינגעקומען אז מיין פלענט אין דיינוגרום האט נישט קיין וואסער, און עס ליגט אויף מיר דאס צו באוואסערן, בין איך נאכנישט געווארן די עכטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד התפשטות. אמת אז ס'האט זיך אויפגעוועקט א כח אין מיר וואס וויל ארויסקומען, אבער ווען איך נוץ מיינע כלי הגוף ארויסצוברענגען דעם כח אל הפועל, דאן ווער איך באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ מצד התפשטות, ווייל ווען כלי הגוף וועקן זיך אויף ארויסצוברענגען א כח פונעם נפש אל הפועל, און דער מענטש טוט מיט די כלי המעשה, דאן ווערט אויך די קשר מיט די כלים. דאן ווערט אויך די דעת. ס'איז אמת אז א מענטש קען ווערן באוואוסטזיניג אויף זיין עקזיסטענץ, ווען ער הייבט אן פילן אז ער וויל גיין חול המועד צו א אינטערעסאנטע פלאץ, מ'שפיהרט ווי עפעס אינעווייניג אין מיר ציהט צו גיין, צו טון. אבער ווען מ'טוט למעשה, ווערט דעת התבססות. א קשר פון התבססות מיט די כלי וואס האט מעורר געווען דעם כח וואס מ'האט מוציא געווען אל הפועל.

אזוי ווי אויב מיר ווילן ווערן די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד הכרה, און שאפן דעם קשר, דעם דעת הבעלות, קענען מיר נישט נוצן נאר טרוקענע שכל, נאר ווי אויבנדערמאנט. אזוי ווי אויב מיר ווילן ווערן די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד חושים-חיות, און שאפן דעת התדבקות קענען מיר נישט נוצן נאר ראי', נאר ווי אויבנדערמאנט. אזוי אויך אויב מיר ווילן ווערן די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות דארפן מיר נוצן אלע דעתים.

ווען א כלי ערוועקט א כח וואס וויל ארויסגעברענגט ווערן מיטן דיבור און א מענטש טוט למעשה , ער נוצט דעם דיבור, באקומט ער צו די כלי וואס האט מעורר געווען זיין כלי הגוף, כלי המעשה, דיבור, באקומט ער צו די כלי א דעת התבססות, צוגאב, אז ער באקומט אויך צו די כלי א דעת הבעלות. א קשר של בעלות. ווען איך טרעף א מענטש וואס וויל פארשטיין דעם לימודים לדעת, איז דער מענטש מעורר מיין כלי הגוף, כלי המעשה, דיבור, ארויסצוברענגען דעם כח אל הפועל, ווייל ס'דא א כח אינעם נפש וואס וויל מסביר זיין, צו ווייל מ'וויל העלפן, עפעס א כח צינד יענער אן, וואס ווערט ארויסגעברענגט אל הפועל מיטן כלי המעשה 'דיבור'. און אויב איך טו עס, באקום איך צו דעם מענטש (ווילאנג ער ווייסט נישט, ווייל אויב איך ווייס אז ער ווייסט שוין, איז דאך נישט דא קיין כלי מער, ס'איז נישטא קיין סיבה), א קשר של התבססות, [א דאנק דיך, שפיר איך מיך באפעסטיגט, געבויט, גליקליך], אבער אויך באקום איך דורך דעם מענטש, וואס איז יעצט די כלי, א דעת הבעלות. פארוואס? ווייל דער מענטש, דער כלי, איז מעורר צו פועל זיין און מפשט זיין מיין שכל מיטן כלי המעשה דיבור, און יעדע זאך וואס איז מעורר מח, מאכט באוואוסטזיניג מצד 'הכרה'. דער מענטש מאכט מיין מח גיין, און ער איז דער כלי וואס מאכט מיך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד 'הכרה'.

ביי מיין ביישפיל דא: ווען א מענטש קומט צו מיר און זאגט מיר אז ער וויל ארויסהאבן דעם לימודים לדעת, און איך בין עס אים מסביר בדיבור פה, שפיר איך נישט קיין בעלות אויף דעם מענטש [איך בין העכער דיר] דער מענטש איז פארט מעורר מיין בעלות לגבי די שכל וואס עס ליגט אין דעם 'לימודים לדעת'. איך באקום א קשר צו דעם מענטש, ווייל ער איז פארט די כלי מעורר צו זיין מיין מח, און מיך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן מצד הכרה, אבער אויך א קשר של בעלות צום שיטה פונעם לימודים לדעת. מה שאינו כן, ווען איך פרוביר ארויסצוהאבן א מענטש, צו ער איז א זעקסער, צו א צווייער, באקום איך דעת הבעלות צו דעם מענטש. [איך בין העכער דיר, ווייל איך האב דיך ארויס] פארשטייסט שוין פארוואס איינער וואס האט דיך ארויס, קוקט אויף דיר פון אויבן? ער איז מרגיש דעת הבעלות לגבי דיך. האב נישט קיין טענות. זייער נארמאל. דעם אייבערשטן קענען מיר נישט ארויסהאבן, ווען יא, וואלטן מיר געווען באלבאס אויף אים. יעדע זאך וואס דו האסט ארויס מיט דיין שכל, מיינט אז דו ביסט העכער אים, דו ביסט אים מקיף.

דא איז די סיבה טראכט איך אפשר פון 'והגדת לבנך'. מיט דעם אז מ'רעדט, ווערט מען אליין באפעסטיגט. ווען איך רעד פון חיזוק אין אמונה צו א חבר, ווער איך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות. ווייל מיין חבר איז מעורר די כלי הגוף, כלי המעשה, דיבור. ווייל מיין חבר איז מעורר א כח בנפש ארויסצוקומען אל הפועל, צו שטארקן יענעם אין וואס מ'איז אליין איבערצייגט איז א כח אין נפש. און בשעת איך רעד ווער איך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות. פארן ארויסברענגען דעם כח מיטן דיבור, איז נאכנישט דא קיין קשר של התבססות, אפילו מ'איז איבערצייגט מכח הכרה. ווייל ס'האט מיר נאכנישט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד התפשטות. ווייל איך האב נאכנישט ארויסגעברענגט דעם כח אל הפועל מיט כלי המעשה. ווען איך ברענג עס ארויס, ווער איך אליין געבויט דורך דעם. ס'ווערט א דעת התבססות. מיטן רעדן באקום איך א קשר של התבססות צו די מצב פון מיין חבר וואס דארף די חיזוק, ווי א חלק פון מיר האט זיך אויפגעבויט, קיים, א כח אין מיר איז געווארן פארהארטעוועט און ס'איז געווארן א באשטאנד. און לגבי די זאך איז מיין כח אויפגעבויט. און איך באקום קשר של התבססות, דעת התבססות, צו די עצם אמונה אויך. האמנתי כי אדבר.

איז ווען א מענטש וויל ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות, דארף ער נוצן כלי המעשה. און אויך דארף ער נוצן דיבור, וואס דאס מאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות און אויך מצד הכרה [דעת הבעלות שבהתבססות]. דיבור איז שכל. ס'איז נישט די קלאנגען וואס די מויל מאכט, ס'איז די שכל וואס פארשטייט אט די קלאנגען. ווען מ'זאגט תהלים, און מ'טראכט נישט די פשט, איז עס נישט אזוי מעורר הכרה. מ'באקומט א דעת התבססות צום באשעפער, ווייל ס'דא א כח אינעם נפש צו טון א נחת רוח דעם באשעפער מיטן תהלים זאגן אפילו אן פארשטיין. איז די תהלים זאגן אפילו אויף אזא אופן א כלי צו מעורר זיין דעם כח ארויסקומען מיט די כלי המעשה דיבור. און כלי המעשה מאכן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות.

ביזן קומענדיגן שיעור קען מען אנהייבן צו מערקן ווי ארויסברענגען א כח אל הפועל מיט די כלי המעשה דיבור, איז אזאך וואס מאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות. און אויך מצד הכרה. דאס איז אפשר איינע פון די מעלות פון התבודדות.

והשם הטוב יעזור וישמור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף פב

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אפריל 09, 2018 2:40 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

א כלי קען מעורר זיין די חושים אזוי ווייט אז א כח אינעם נפש וועקט זיך אויף און ס'וויל ארויסצוקומען אל הפועל. און דער מענטש ברענגט עס רוב מאל ארויס מיט די כלי המעשה הענט. און ווען ער טוט למעשה, ער ברענגט ארויס דעם כח מיט די הענט, ווערט דער מענטש עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות, ווייל יעדע כח אינעם נפש וואס דער מענטש ברענגט ארויס מיט די כלי המעשה עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד התפשטות. און דער מענטש ווערט אויך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד חיות. ווייל חושים זענען דא אינוואלווד, און חושים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן מצד חיות, און ווען דער מענטש זעהט אז זיינע כוחות זענען ארויס לפועל. פון א כח אין אים, איז געווארן א מציאות, שפירט ער זיך געבויט און באפעסטיגט ביי די זאך. ווייל א חלק פון אים איז באמת געווארן געבויט אל הפועל. און דער מענטש באקומט אויך א דעת התדבקות צו די כלי. ווייל חושים שאפט קלעבאכץ. דביקות.

אן ארטיסט זעהט א געוויסע פאנאראמע אין די בריאה. ער ווערט באצויבערט פון די שיינע בריאה, זיינע חושים ווערן באיינדרוקט פון א געוויסע אויג פארכאפנדע סצענע אין די שיינע בריאה, אויף אזוי ווייט אז ס'האט אויפגעוועקט אין זיין נפש דעם כח פון אפמאלן, און ער טוט למעשה, ער מאלנט עס אפ. די געוויסע סצענע אין די בריאה איז א כלי וואס האט מעורר געווען זיינע חושים, און מעורר געווען א כח וואס וויל ארויסקומען אל הפועל, און ווען ער טוט למעשה, ער ברענגט עס ארויס לפועל מיט זיינע הענט, באקומט ער דעת התדבקות שבהתפשטות צו די געוויסע סצענע אין די בריאה, צו זיין מאלעריי.

ווען א יוד זאגט אהבה רבה, און ער ווערט איבערגענומען מיט זיינע חושים פנימיים, איז די תפילה א כלי וואס איז מעורר זיינע חושים פנימיים, און אויך לאמיר זאגן אז ס'איז מעורר זיין כח אינעם נפש ארויסצוקומען אל הפועל, דהיינו זיין אהבה, זיין רצון, זיין תשוקה, זיין בענקשאפט, ס'איז חושים וואס וויל ארויסקומען אל הפועל, רייבט ער אזוי די הענט אויפן טיש מיט א ווארעמקייט. אהבה איז א כח אינעם נפש. ווען א כלי איז מעורר אהבה, ווערט נתעורר חושים פנימיים, דורך ראי', אדער ראי' פנימית, און דאס איז מעורר דעם כח אינעם נפש נעמליך אהבה. אויב איז דער אהבה אזוי שטארק אז ס'וויל ארויסקומען וועט עס ארויסקומען מיט די הענט. און דאס איז ויחבק וינשק להם. (דער ענין פון קישן די ספר תורה מיט די מויל, דאס איז העכער פון די אהבה וואס מ'ווייזט מיטן ארומנעמען די ספר תורה. דאס איז נענטער צום נפש. קוקט מיר אויס אז די מויל איז נענטער צום נפש ווי די הענט. ועיין בהערה צו.) א מענטש וויל ווייזן פאר איינעם אז "ס'האט א געשמאק", מאכט ער מיט די הענט א געוויסע תנועה.

ווען א כלי איז מעורר חושים-חיות, אויף אזוי ווייט אז א כח אינעם נפש וויל ארויסקומען אל הפועל, קומט עס ארויס (כנראה רוב מאל) מיט די הענט. א מענטש וואס הערט א ניגון, אויב די חושים פנימיים זענען געווארן אזוי באיינדרוקט, אז א כח, וואס האט זיך אויפגעוועקט אינעם נפש מחמת די אויפוועקונג פון חושים, וויל ארויסקומען אל הפועל, ברענגט ער עס ארויס מיט די הענט, און ער הייבט אזוי אויף די הענט. און ער ברענגט ארויס דעם 'טעם' פון די ניגון מיט די הענט. ווייל טעם איז התפשטות שבהתדבקות. עיין דף עז.

ווען מיר ווילן ווערן די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד התפשטות, דארפן מיר נוצן דיבור, ווייל דאס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט אויך מצד הכרה. און אויך ארויסברענגען מיט די הענט די כוחות וואס חושים וועקן אויף (א כלי וואס וועקט אויף חושים, אויף אזוי ווייט אז די חושים וועקן אויף א כח אינעם נפש וואס וויל ארויסקומען). וואס דאס שאפט דעת התדבקות שבהתפשטות. נישט ער בויט די סוכה. ער ברענגט ארויס די כוחות וואס זיינע חושים ערוועקן אין זיין נפש, עס ארויסצוברענגען אל הפועל. די חושים ווערן ערוועקט מחמת ער זעהט די סוכה ברעטער, און ער שפירט עס. דאס שאפט ביי אים דעת התדבקות שבהתפשטות, א שטיקל יוד ווערט מבוסס דורכ'ן בויען די סוכה, און ער ווערט צוגעקלעבט צו די סוכה. נישט ער באקט מצות. ער ברענגט ארויס אל הפועל מיט די כלי המעשה הענט, די כוחות פון זיין נפש, וואס זענען געווארן ערוועקט דורך זיינע חושים. די חושים ווערן ערוועקט דורכ'ן זעהן וואס מ'דארף טון וכו'. און ער שאפט דעת התדבקות שבהתפשטות. דעת התדבקות שבהתבססות. א שטיקל יוד, א נעשה ונשמע, ווערט געבויט אל הפועל דורכן באקן מצות, און ער ווערט צוגעקלעבט צו די געטליכקייט אין די מצות. די פנימיות.

אויב מיר ווילן ווערן די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות דארפן מיר אויך נוצן הליכה ברגלים. די צוועק פארוואס מ'גייט, דאס הייסט די כלי וואס איז מעורר צו נוצן כלי המעשה גיין, איז מפשט דעם כח. אויך איז דא נאך כוחות וואס ווערן נתפשט אל הפועל ווען מ'גייט. מ'גייט נאך געלט. אדער ווען מ'שטעלט זיך. וויאזוי מ'שטעלט זיך. ועיין בהערה צט.

אויב מיר ווילן ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג די מערסטע מצד התפשטות, דארפן מיר זעהן צו קלויבן נאר אזאנע כלים וואס וועלן ארויסברענגען פון אונז כוחות פארן ריכטיגן תכלית. אויב כוחות פון א מענטש גייט ארויס אן קיין תכלית, ווערט געבויט בנינים, מן הכח אל הפועל, וואס האבן נישט קיין וועליו. מה שאינו כן ווען א מענטש קלויבט כלים וואס שלעפן ארויס זיינע כוחות פאר א תכלית. למשל א מענטש קען האבן כלים וואס זענען אים מעורר צו רעדן שטותים, און אויב ער טוט למעשה, ער רעדט שטותים, איז ער מפשט זיינע כוחות לריק חלילה, (איך מיין מיך, אלעס רעד איך דא צו מיר) שטיקלעך יוד ווערן געבויט מן הכח אל הפועל, אבער די וועליו דערפון איז אן קיין תכלית. מ'בעהט יעדן טאג למען לא ניגע לריק, ולא נלד לבהלה. אויב איז די וועליו, די קוואליטי פון די כלי, אן קיין תכלית, ווערט דער מענטש באוואוסטזיניג אויף אן עקזיסטענץ פון זיך וואס האט נישט דעם דמות. ס'האט נישט קיין וועליו. א מענטש וואס רעדט שטותים איז נישט קיין געבויטער מענטש. ער ווערט נתבסס מיט טישוס, אנשטאטס מיט שטאלענע זיילן.

מיר דארפן אנטלויפן פון כלים וואס ווילן שלעפן אונזערע כוחות לריק. ווייל אויב ס'האט נישט קיין וועליו, איז די גאנצע התבססות אן קיין וועליו. ס'איז די וועליו לויטן שולחן ערוך. אונזער תכלית איז וואס ביים אייבערשטן הייסט תכלית. ער האט א הערליכע שיינע הערה, הערה ק.

ביזן קומענדיגן שיעור בעזהשי"ת קען מען טראכטן צו קלויבן נאר אזאנע כלים וואס וועלן שלעפן אונזערע כוחות אל הפועל, אל תכלית אמיתית. און מיט דעם ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג און אכטונג געבן נישט צו קלויבן כלים וואס שלעפן די כוחות לריק.

והשם הטוב יעזור, וישמור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף פה

תגובהדורך נשמה » דינסטאג אפריל 10, 2018 1:01 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

העצמות והשדרה:

ס'ווענט זיך וועלכע דרויסנדיגע כלי עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט א מענטש, אז א מענטש וועט חלילה רעדן שטותים, און דברים וואס איז עכט מה בכך, קומט טאקע ארויס זיינע כוחות אל הפועל, ער רעדט!, ער נוצט זיינע כלי המעשה ארויסצוגעבן זיינע אינערליכע כוחות וואס א געוויסע כלי האט אויפגעוועקט אל הפועל, אבער די כלי וואס מאכט אים רעדן, איז נישט תכליתיות, און וויאזוי קוקט אויס דער קשר? דער דעת התבססות? ער האט גארנישט עכט אויפגעבויט. א מענטש פילט זיין זיך גאנץ ליידיג, נישט געבויט. וויאזוי קוקט שוין אויס זיין געפיל פון התעצמות פנימית והתבססות א געפיל וואס באגלייט דעם מענטש אפילו נאכן ענדיגן דעם טאג.

א מענטש טוט תכלית'דיגע מעשים, פאקן באקסעס פאר פרנסה איז אויך ארויסגעברענגט די כוחות צו א תכלית אמיתית. די כלים וואס איז אים מעורר זיינע כוחות, איז נישט די כלים מיט וואס ער ארבעט, נאר די כלי איז כי תאכל יגיע כפיך, דאס איז די כלי וואס איז מעורר זיינע כוחות ארויסצוקומען אל הפועל, מיט די כלי שאפט ער דעת התבססות. וועגן דעם כלי שפיהרט ער זיך געבויט. און אוודאי איז עס אשריך וטוב לך. ס'איז נישט נאר אז די כוחות הנפש דארפן ווערן ארויסגעברענגט אל הפועל, ס'איז אז די כוחות הנפש זאל ווערן ארויסגעברענגט צו א תכלית אמיתית. דאס געט אן התעצמות פנימית והתבססות פארן מענטש. אפילו ווען ער ענדיגט ארבעטן פילט ער זיך געבויט. ווייל די קשר איז מיט כלים וואס האבן אן אמת'ן תכלית. ס'איז דעת התבססות מיט כלים וואס האבן אן אמת'ן תכלית.

דער אינערליכער התעצמות פנימית והתבססות, רופט דער מחבר אן: אור חוזר. כלים זענען מעורר כוחות ארויסצוקומען אל הפועל, און דער מענטש טוט למעשה, און ווייל ער טוט ווערט ער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות, און ער מאכט קשר מיט די כלים. א שטיק כח פון זיך ווערט ארויסגעגעבן אל הפועל, און דער שטיק זיך גייט צוריק אריין אינעם מענטש. אויב זענען די כלים, כלים תכליתיים, באקומט דער מענטש צוריק דערפון א התבססות והתעצמות פנימית. דאס האלט דעם מענטש. פאר די וויכטיגקייט צו האבן דעת התבססות, עיין דף נו, השפעתה וכוחה בקומת הנפש.

מאכט ער א סיכום.

כדי צו ווערן די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות, און שאפן דעם גאנצן דעת התבססות, דארפן מיר ארויסברענגען אונזערע כוחות מיט דיבור. וואס דאס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד התפשטות אבער אויך מצד הכרה. און כדי צו ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות אויך מצד חושים-חיות, [התדבקות שבהתבססות]דארפן מיר ארויסברענגען די אינערליכע כוחות מיט די הענט. ווייל די כוחות וואס מ'ברענגט ארויס מיט די הענט זענען חושים-חיות דערין אינוואלד. און מיר דארפן נוצן די פיס, גיין צו גוטע זאכן [התפשטות שבהתפשטות]. און מיר דארפן טרעפן נאר כלים תכליתיים, ווייל נאר כלי תכליתיים האבן א וועליו פאר דעם צד נפש. פאר דעם צד נפש איז א וועליו, ווי טיפערע כוחות צו ווי מער תכלית. ווי מער תכלית אלץ מער חשיבות. און ווי מער די כלי האט א חשיבות ביי דעם געוויסן צד נפש, אלץ מער דמות פון אונזער עקזיסטענץ, באוואוסטזיניגט זיך פאר אונזער באוואוסטזיין. ווען א מענטש איז געט ארויס זיינע טיפסטע כוחות צו די מערסט תכלית'דיגער זאך, אלץ מער עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פאר אים מצד דמות שבהתפשטות. און דאן וועלן מיר ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד התפשטות, און אויך מצד דמות. און ס'ווערט א ריכטיגער קשר פון התבססות, א דעת התכבדות שבהתבססות. און נאכדעם וועט ווערן אן 'אור חוזר', די שדרה און די ביינער ווערן געשטארקט, געבויט, פעסט געשטעלט, אוועקגעשטעלט, פון דעם קשר.

התכללות צד הדמות

אזוי ווי אויב מיר ווילן ווערן די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד הכרה, אדער מצד חיות, אדער מצד התפשטות, דארפן מיר נוצן דעם גאנצען קומה פון דעם געוויסן זייט, אזוי אויך אויב מיר מיר ווילן ווערן די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד דמות דארפן מיר נוצן דעם גאנצן קומה פון דמות.

לויט וויאזוי איך פארשטיי ב"ה: דמות איז די וועליו וואס די דרויסנדיגע כלי מיט וואס מיר זענען זיך מקשר אונז צו מאכן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג האט ביי דעם צד, דהיינו, די קוואליטי וואס די כלי האט פאר דעם צד כלי הגוף, פאר דעם צד עקזיסטענץ-באוואוסטזיין. ס'איז וויפיל די געוויסע צד הנפש זעהט די חשיבות פון די כלים מיט וואס ער איז זיך מקשר, אויף אזויפיל דמות פון זיין עקזיסטענץ ווערט ער באוואוסטזיניג פון דעם צד.

לדוגמא: וויפיל חשיבות, וויפיל וועליו, א כלי וואס איז מעורר מחשבה-השגה שכליות האט אין די אויגן פון אונזער השגה, דהיינו די וועליו לגבי הכרה איז אז מ'קען עס ארויסהאבן, ס'האט א גוטע תמונה מחשבתית. (עיין דף ע') אויף אזויפיל דמות פון אונזער עקזיסטענץ ווערן מיר באוואוסטזיניגט ווען מיר ווערן באוואוסטזיניגט מצד הכרה. אויב די השגה שכלית איז אז איך קען עס פארשטיין, האט עס א וועליו. אזוי ווי א גארטן וואס איז מסודר האט א וועליו. כמובא בהקדמה לספר דרך ה' להרמח"ל.

ווייטער פאר די חושים-חיות, איז די חשיבות, די וועליו, לויט ווי סך ס'קען מעורר זיין קערפערליכע שפיר. תחושת הגוף. (עיין דף עח) ווי מער קערפערליכער שפיר אלץ מער דמות וועט ווערן עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט מצד חיות.

און ביי התפשטות איז: אויב א כלי צינד אן מיינע טיפסטע כוחות, צו די מערסטע תכלית, האט די כלי א הויעכע וועליו, א שטארקע חשיבות, און דערפאר וועט זיך באוואוסטזיניגן פאר אונזער באוואוסטזיין סך מער דמות פון אונזער עקזיסטענץ. וויפיל חשיבות א כלי האט פאר א געוויסע צד נפש, אזויפיל דמות פון עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פאר אונזער באוואוסטזיין.

און יעצט ווען א מענטש וויל שאפן מיט כלים א דעת התכבדות. איז די שאלה: וואסערע כלים האבן א וועליו ביי דעת התכבדות? די תירוץ דערויף איז: כלים וואס זענען מעורר הכרה איז וועליוד, ס'האט א חשיבות ביי דמות. און אויב מ'וועט אסאך נוצן אזאנע כלים וואס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן מצד הכרה, וועט מען ווערן מער עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט מצד דמות. ווייל דמות געט א וועליו פאר 'הכרה'.

קומט אויס, אויב מיר ווילן ווערן די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד דמות, דארפן מיר קלויבן חשוב'ע כלים, ווי חשוב'ער. און אויך אז די כלים זאלן האבן ווי מער וועליו פאר מחשבה-השגות שכליות-הכרה. ווייל דאס וועט אונז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן סיי מצד דמות, ווייל די כלי האט א חשיבות , און סיי מצד הכרה, ווייל די כלי האט אויך א חשיבות פאר די הכרה. ס'האט אין זיך א וועליו פארן דמות.

למשל, ווען מיר לערנען גמ', דארפן מיר געדענקען אז די גמ' איז זייער חשוב, און מיר דארפן אויך וויסן אז ס'איז אין סוף מחשבה, ארויסהאבן, הכרה, השגה שכליות. א צייטונג? האט כמעט נישט קיין וועליו. גמ'? א ספר? האט א טיפע וועליו אין סוף פון מח, מחשבה, הכרה. אויב מיר וועלן אנקוקן די תורה וואס מיר לערנען אלץ כפטיש יפוצץ סלע. אויב מיר וועלן אנקוקן אז א ווארט פון רש"י הקדוש איז עמוק אין הכרה, א ווארט פון תוספות איז עמוק אין הכרה, (איך רעד נישט פון זיך נארן, איך רעד פון גלייבן און איינזעהן דעם אמת) דאן ווען מיר לערנען עס, און די זאך וואס מ'לערנט ווערט דאך א כלי מיט וואס מיר זענען זיך מקשר, דאן האט די כלי די ריכטיגע חשיבות פארן דמות, און דאס וועט אונז עקזיסטענץ באוואוסטזיניגן אויף א שטארקער דמות אונזערע דעת הבעלות שבהתכבדות. ווייל די כלי האט אויך די וועליו פון הכרה ביי אונז.

ביי דמות שבהכרה, [דעת התכבדות שבבעלות] (דף ע,) רעדט ער, אז וויפיל וועליו א דבר שכלי האט פאר די מחשבה, דאס הייסט, אן השגה וואס מ'קען גוט ארויסהאבן, ווייל מיט זעען דעם תמונה מחשבתית דערפון, אזויפיל דמות פון עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך. אבער דא ביי הכרה שבדמות, [דעת הבעלות שבהתכבדות] רעדט ער, אז ווי מער א מענטש נוצט 'הכרה', אלץ מער באקומט ער א דמות פון זיין עקזיסטענץ. דארט רעדט ער פון די וועליו פון הכרה, אז לויט די וועליו, אזויפיל התכבדות. דא זאגט ער וויאזוי צו שאפן דעת הבעלות שבהתכבדות, דאס מיינט אז מיר זאלן מאכן קשר מיט ווי מער כלים וואס זענען מעורר מחשבה, הכרה. זעהט אויס אז אויב א מענטש נוצט אסאך הכרה, און אסאך השגה שכליות, ווערט ער בהכרח עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מיט מער דמות.

און אזוי שרייבט דער ספר עמוד העבודה פון ר' ברוך קאסובער זי"ע: ואדם המשיג איזה דבר נעלם ע"י שכלו הוא מתוק אצלו ונהנה ממנו ומשתשע בו שעשוע רוחני, כי השגת השכל היא עמוק ואינו פשוט ולא כל אדם יכול להבין ולהשכיל הציור השכלי ההיא. לויט וויפיל הכרה ס'דא, אזויפיל דמות פון אונזער עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך. און אז מיר ווילן ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד דמות, דארפן מיר נוצן הכרה, דעת הבעלות. ווייל דאס האט א וועליו, א חשיבות פארן דמות.

אינעווייניג אינעם ספר רעדט ער פון: וויאזוי מ'קען באמערקן אויף איינעם, צו אויף זיך, מיט וואספארא סארט כלים דער מענטש איז זיך מקשר. איך וויל עס מער ארויסברענגען וויאזוי מיר קענען ווערן באוואוסטזיניג אויף די מערסטע דמות פון אונזער עקזיסטענץ.

צד החיות:
אויב מיר ווילן ווערן די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד דמות, דארפן מיר קלויבן כלים וואס זענען מעורר אונזערע חושים-חיות, אזאנע כלים וואס האבן א חשיבות פון איידלקייט און לויטערקייט אין אונזערע אויגן. ווי חשוב'ער, אויף אלץ מער דמות פון אונזער עקזיסטענץ ווערן מיר באוואוסטזיניגט. א תהלים איז אין סוף חשוב, איידל און לויטער. (א יוד וואס ווייסט וואס חשיבות מיינט, וועט נישט ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד דמות, אויב די כלי וואס זינגט און איז מעורר זיינע חושים-חיות האט נישט ביי אים קיין חשיבות פון יודישקייט. ווייל איינמאל מ'ווייסט די חשיבות פון אזאך, וויאזוי זאל מען עס נישט אראפקוקן, מ'קען נישט אויסנארן וואס מ'ווייסט אלץ דעם אמת) ווען א מענטש קלויבט זיך איידעלע ריינע כלים אויפצואוועקן זיינע חושים איז זיך דאס מגלה אין זיין דמות, ווייל בהכרח וועלן די תנועות פון זיינע הענט זיין איידל און ריין, ער וועט זיך אויפפירן איידל און ריין. אפילו ביי די אלגעמיינע וועלט, ווען איידעלע כלים זענען מעורר חושים ווערט העכער דער דמות. ס'איז א חילוק צווישן א איידעלע סוט, און א פארגרעבטע סוט. איידל איז מער וועליו פארן דמות, און ס'באוואוסטזיניגט זיך מער דמות.

ביי דמות שבהתדבקות, זאגט ער אז כלים וואס זענען די מערסטע מעורר תחושת הגוף, זענען די כלים וואס האבן די מערסטע וועליו פאר די חושים. אזוי פארשטיי איך דארט דמות. דא ביי חיות שבדמות. [דעת התדבקות שבהתכבדות] רעדט ער אז די דמות ווענט זיך צו מ'נעמט חושים-חיות פון ריינע לויטערע כלים, אדער פון מגושמ'דיגע כלים. ווייל דארט רעדט ער וואס די חושים געבן א וועליו, די קוואליטי פון התדבקות, דא רעדט ער פון די קוואליטי פון דמות. דער עיקר איז טון למעשה ב"ה.

צד התפשטות:
דמות קוקט ארויף כלים וואס זענען ענינים אמיתיים. ענינים אמתיים האבן א וועליו פארן דמות. און אויב מ'איז מבוסס היטב בענינים אמיתיים, וועט זיך מער דמות פון אונזער עקזיסטענץ באוואוסטזיניגן. ס'קוקט אויס אז איינער וואס איז נישט מבוסס היטב בענינים אמיתיים, האט נישט דעם חלק דמות פון זיין עקזיסטענץ אין זיין באוואוסטזיין. און דערפאר זעהט מען אים אים א "טירדא פנימית שבאה מחוסר בטחון פנימי".

קומט אויס, אויב מיר ווילן ווערן די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד דמות, דארפן מיר קלויבן כלים און מאכן קשר מיט כלים וואס מיר ווייסן אז ס'ברענגט ארויס אונזערע כוחות צו דברים אמיתיים. ווייל נאר אזאנע כלים האט ביי דמות א חשיבות, א וועליו, און ווי מער חשיבות די כלי פאר די געוויסע צד נפש, דא יעצט, דמות, אלץ מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט זיך מצד דמות. אויב מיר ווייסן אז אונזערע כוחות גייט לדברים אמיתיים, שפירן מיר מנוחת הנפש ו'בטחון' פנימי. ווייל מיר האבן דעם צד דמות פון אונזער עקזיסטענץ אין אונזער באוואוסטזיין. אבער אויב מיר ווייסן אז אפשר גייען אונזערע כוחות לדברים שאינם אמיתיים, קענען מיר שפירן "טירדא פנימית שבאה מחוסר בטחון פנימי". דער אויבערשטער זאל אוודאי העלפן און היטן.

אויבן ביי דמות שבהתפשטות [דעת התכבדות שבהתבססות] רעדט ער בעיקר וואסערע כלי ס'האט א וועליו פאר די כוחות הנפש. אז כלים וואס ברענגען ארויס די טיפסטע כוחות די מערסטע לתכלית האט א חשיבות, האט א וועליו פאר דעם צד נפש, און דערפאר וועט זיך מער דמות פון אונזער עקזיסטענץ באוואוסטזיניגן ביי התפשטות. דא רעדט ער פון התפשטות שבדמות [דעת התבססות שבהתכבדות] וויאזוי מ'קען אויפבויען דעם ריכטיגן דמות.

צד הדמות:
די צד הדמות פון א נפש, קוקט ארויף ערנסטע חשובע כלים, און נישט ביליגע און ליידיגע כלים, און דערפאר כדי די דמות פון אונזער עקזיסטענץ זאל זיך וואס מער באוואוסטזיניגן, דארפן מיר מאכן קשר מיט אזאנע כלים וואס מיר קוקן ארויף מיט חשיבות, ווי חשוב'ער, ווי מער וועליו, און נישט ביליג, און ליידיג, ווייל נאר אזאנע כלים האבן א חשיבות צום צד דמות, צום וועליו סיסטעם אונזערע. מיר קענען צולייגן קאפ אז מיר זאלן זיך דערמאנען אין די חשיבות פון די כלי, ווי חשוב'ער אלץ מער דמות. ס'געווען ערליכע יודן וואס האבן אנגעקוקט דאס ב"ב אלץ די שכינה הקדושה עפעס אזוי. ווי חשוב'ער אלץ מער דמות.

ביז קומענדיגן שיעור קען מען טראכטן, אז כדי צו ווערן די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד דמות, דארפן מיר קלויבן כלים וואס די צד מחשבה קוקט ארויף אלץ חשוב, ווי חשוב'ער, דהיינו ווי מער הכרה. שכל איז א זאך וואס דמות קוקט ארויף. און אזאנע כלים פאר חושים-חיות, וואס דמות קוקט ארויף אלץ חשוב, דהיינו איידעלע און לויטערע כלים, און אזאנע כלים ארויסצוברענגען די כוחות אל הפועל וואס דמות קוקט ארויף אלץ חשוב, דהיינו כלים וואס ברענגען ארויס די כוחות לתכלית נצחי. און אויך סתם חשוב'ע ערנסטע כלים וואס דמות קוקט ארויף.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף פח

תגובהדורך נשמה » מיטוואך אפריל 11, 2018 2:23 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

לאמיר גיין צו דף פח
אונזער ציהל איז צו טרעפן בעזרת השי"ת די ריכטיגע כלים, און מיט זיי מאכן שטארק קשר. כלים וואס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן דעם גאנצן קומה.

הדעת:
ער שרייבט דא אזוי: דמות ה'דעת' שבאדם מתגלית בצורת 'תגובותיו'. איינע פון די וועגן צו אויפכאפן פון וואו מ'נעמט עקזיסטענץ באוואוסטזיין איז צוויי זאכן. איינס, די אופן וויאזוי מ'ריאגירט, און צוויי, צו וועלכע כלים מ'ריאגירט. די כלל איז דאך אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיין (די דעת, דעת איז די התגלות פון עקזיסטענץ אין אונזער באוואוסטזיין: די קשר מיט כלים וואס האבן מיר באוואוסטזיניגט מיין עקזיסטענץ, מיין נפש) זוכט נאך אזאנע די זעלבע כלים וואס האבן אים באוואוסטזיניגט, און ער וועט וועלן אנהאלטן דעם קשר מיט די כלים וואס האבן אים באוואוסטזיניגט. אויב די עקזיסטענץ באוואוסטזיין זעהט כלים מיט וואס ער האט א שטארקער קשר, דאס הייסט אז זיי זענען עס וואס באוואוסטזיניגן אים, וועט ער ווערן האקל. ווי שטערקער די קשר, ווי מער דאס איז די כלי וואס מאכט אים באוואוסטזיניג אלץ מער האקל אז מ'זאל עס נישט אוועקנעמען.

אן ערליכער יוד זעהט א גמ', וועט ער רעאגירן דערצו, ווייל ער ווייסט אז כי הם חיינו ואורך ימינו ובהם נהגה יומם ולילה. מ'דארף זיין אויפריכטיג מיט זיך אליין. צו וועלכע כלי די נפש, די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט רעאגירט האקל, אז מ'זאל עס נישט אוועקנעמען, אדער ער פרובירט צו מאכן קשר דערמיט. דאס איז זיין כלי. עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט האלט אין איין רעאגירן צו כלים. מ'קען עס טוישן ב"ה.

שרייבט ער אזוי: מי שיש בו דעת קלה וזולה מתעורר ומגיב לכל ענין ולכל עבר מבלי הבחנה. אזוי ווי א לאלעך וואס איז קוים צוגעבינדן, יעדע ווינט בלוזט עס אהער און אהין. די משנה אין אבות זאגט: ר' אלעזר בן עזרי' זאגט: כל שחכמתו מרובה ממעשיו, למה הוא דומה, לאילן שענפיו מרבין ושרשיו מעטין, והרוח באה ועוקרתו והופכתו על פניו. עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס איז נישט געבויט, ס'איז נישט מבוסס מיט א שטארקער קשר מיט געוויסע כלים, מעשים איז דעת התבססות. און זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט האט נישט קיין דעת התבססות אין זיך. וויל ער ווערן באוואוסטזיניגט אויף זיין עקזיסטענץ פון יעדע כלי. זאל עס זיין רעדן שטותים, אדער שרייבן שטותים, ער האט נישט אין זיין באוואוסטזיין צופיל דמות פון זיין עקזיסטענץ. ער האט נישט קיין וועליו. ער שפירט זיך קוים. דערפאר פון וואו מ'קען כאפן א טרינק ברוינפן, אביסל חיות, אביסל הכרה, אביסל התפשטות, אביסל דמות, וועט ער זיך צוכאפן דערצו. ווייל ער שפירט זיך קוים. זיין עקזיסטענץ איז נישט אזוי באוואוסטזיניגט פאר אים. ווייל ער האט נישט געמאכט א שטארקער קשר מיט כלים.

שרייבט ער ווייטער: ולהיפך, מי שיש בו דעת זכה ואמיתית, צורת תגובתו היא במדה נכונה ועדינה. אזוי ווי די משנה זאגט, אבל כל שמעשיו מרובין מחכמתו, למה הוא דומה, לאילן שענפיו מעטין ושרשיו מרבין, שאפלו כל הרוחות שבעולם באות ונושבות בו אין מזיזין אותו ממקומו, שנאמר וכו' ווייל ער איז באפעסטיגט. א שטארקער דמות פון זיין עקזיסטענץ מצד התבססות איז באוואוסט אין זיין באוואוסטזיין. ווייל ער האט געטון די ריכטיגע תכליות'דיגע מעשים וואס האט א וועליו, מעשים שאפט "דעת התבססות". ער איז שטארק עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט. ער פילט א שטארקייט אין זיין שדרה, אין זיינע ביינער, א חילוץ עצמות.

שרייבט ער ווייטער: מי שאינו מגיב לשום ענין כלל, הרי זה מראה על שמידת דעתו נחלשה בבחינת תרדמה ח"ו. זיין באוואוסטזיין האט נישט קיין שום דמות פון זיין עקזיסטענץ. שלאפט אדער קלאצט. ס'גוט אזוי ווי ס'איז. ח"ו. א מענטש דארף ווערן עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט. אז ער וועט קומען צום טעם, וועט ער שוין וועלן. והשם יעזור.

ער שרייבט אזוי. ווי מער 'תחומיות' מ'זעהט אויף א מענטש. אלץ מער איז דער מענטש באוואוסטזיניגט מצד א דמות פון זיין עקזיסטענץ וואס ער האט זיך געשאפן דורך קשר מיט אזאנע כלים, וואס שאפט דעת הבעלות שבהתכבדות. ווי מער קשר מיט כלים וואס זענען מעורר הכרה. וואס מיינט 'תחומיות'? לכאורה, boundaries. מ'זעהט עס אויף פינעווערס. איינזערס. אכטערס. געפרעמט. דאס קומט אז אזא דמות פון זייער עקזיסטענץ איז באוואוסטזיניגט אין זייער באוואוסטזיין. דאס מאכט זיי אזוי.

ווי איידעלער די תנועות זענען, אלץ מער איז דער מענטש באוואוסטזיניגט אויף א דמות פון זיין עקזיסטענץ וואס ער האט זיך געשאפן ווייל ער האט געמאכט דעם דעת התדבקות שבהתכבדות. א קשר מיט ריינע איידעלע כלים וואס זענען מעורר די חושים.

ווי מער בטחון פנימי א מענטש האט, אלץ מער איז א סימן אז דער מענטש איז באוואוסטזיניגט אויף א דמות פון זיין עקזיסטענץ וואס ער האט עררייכט מיט מאכן קשר מיט כלים וואס שאפן דעת התבססות שבהתכבדות. א שטארקער קשר מיט כלים וואס ברענגען ארויס די כוחות לדברים אמיתיים. אויף א אכטער זעהט מען אזא בטחון פנימי. זעהט אויס אז אן אכטער האלט אז וואס ער טוט איז ריכטיג. וואס ער טוט איז ביי אים וועליוד. אויף א געזונטער איינזער קען מען אויך דעס זעהן.

און ווי מער א מענטש האט בושה, ערנסטקייט, צוריקגעהאלטנקייט, ווייזט עס אז דער מענטש איז באוואוסטזיניגט אויף א שטארקן דמות פון זיין עקזיסטענץ, ווייל ער האט געמאכט קשר מיט כלים וואס שאפט דעת התכבדות. קשר מיט כלים וואס האבן א שטארקער חשיבות פאר אים.

און לויט די ריאקציעס פון א מענטש, צו וואס ער ריאקט, וויאזוי ער ריאקט, קען מען זעהן וויאזוי, און וויפיל דמות פון זיין עקזיסטענץ ער האט אין זיין באוואוסטזיין.

ביזן קומענדיגן שיעור קען מען טראכטן. און מיטלעבן, עקספיריענסן אז, (וואס איך וואלט געטראכט) מיר דארפן מאכן קשר מיט כלים וואס די דמות קוקט ארויף. ווי אויבן דערמאנט. און טון למעשה אז ס'זאל זיין מעשיו מרובין מחכמתו. איך האב שוין געשריבן אויבן, א מענטש דארף נישט ארבעטן אויף סעלף עסטים. א מענטש דארף ארבעטן צו מאכן קשר מיט כלים וואס זיין דמות קוקט ארויף. א מענטש איז נישט קיין סעלף, א מענטש איז עקזיסטענץ וואס האט זיך באוואוסטזיניגט אין זיין באוואוסטזיין דורך כלים מיט וואס ער האט געמאכט קשר. און אויב מאכט ער קשר מיט כלים וואס זיין דמות קוקט אראפ, למשל ער נוצט זיינע כוחות לדברים שאינם אמיתיים, אדער ער נוצט נישט כלים וואס וועקן אויף הכרה, אדער ער נוצט מגושמ'דיגע כלים אויפצואוועקן זיינע חושים, אדער ער קוקט נישט ארויף מיט חשיבות די כלים וואס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן אים, וועט ער נישט זיין געהעריג באוואוסטזיניג אויף א דמות פון זיין עקזיסטענץ. און ער וועט האבן low self esteem. אבער דאס מיינט נישט אז ער דארף יעצט ארבעטן צו בויען זיין סעלף עסטים. ער דארף ארבעטן אויף דמות. מאכן א קשר מיט זיך אליין, צו נעמען פון זיך אליין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין איז ווארשיינליך גאווה. נעמען עקזיסטענץ באוואוסטזיניגקייט פון דעת התבססות פון באשעפער, איז ויגבה לבו בדרכי ה'. ס'איז נישט ער, ס'איז די דרכי ה' מיט וואס ער מאכט קשר. און אדרבה, ויגבה לבו, ער קוקט ארויף די דרכי ה'. ועיין בספר יושר דברי אמת על תנ"ך (אין די נייע דרוק איז עס צוזאמען מיט זיין באקאנטע ספר יושר דברי אמת) נביאים וכתובים, אויפן פסוק זאת פעולת שוטני מאת ה' והדוברים רע על נפשי.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף צא

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 3:06 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ, כי הוא הנותן לך כח לעשות חיל. ער און מער קיינער.

אין לימודים לדעת דף פח רעדט ער פון צד המכריע בנפש רעדט ער פון בזה נבין סיבת ההבדלים שקיימים בבני אדם בטבעם ובתכונתם, איך האף נאך אי"ה צוריקצוקומען צו דעם, אבער איך וויל עס נאך עקספיריענסן, און נאכדעם וועל איך שרייבן דערפון.

דא וועל איך שרייבן וועגן די אינסטינקטן וואס איך האב געזעהן געברענגט אין די בוך "out of the box".

ס'דא דריי אינסטינקטן. איינס רופט ער זעלבסט-ערהאלטונג, איינס רופט ער סאושל, און איינס סטימיולעשאן. (סטימיולעשאן קוקט אויס צו זיין כלים וואס זענען שטארק מעורר חושים) און יעדע פון די דריי איז צעטיילט אויף דריי.

אין די זעלבסט-ערהאלטונג אינסטינקט קוקט מיר אויס אזוי. (איך שרייב דא די נענסטע וואס מאכט סענס, פשוט עס אנצוקוקן מיט די לימודים לדעת)

the zone of health and well-being

די כלים דא, איז די ווילן צו האלטן גוט זיין קערפער, ווייל דאס ברענגט ארויס זיינע כוחות אל הפועל, און עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד התפשטות. און די קשר מיט זיין קער-גענומענע קערפער, שאפט דעת התבססות. פארוואס טראכט ער פונקט פון זיין קערפער, און נישט פון פראקטישע אספעקטן פון די טאג טעגליכע לעבן? זעהט אויס. אז דאס איז א חלק פון די טבע פון מענטשן. ס'קען זיין ס'האט צו טון מיט introverted sensing.

the zone of practical wisdom

די כלים וואס דער מענטש נוצט, איז די רצון קער צו נעמען פון די פראקטישע אספעקטן פון די טאג טעגליכע לעבן. ווייל דאס ברענגט ארויס די סארט אינערליכע כוחות אל הפועל, קער צו נעמען דערפון. און ווען ער נעמט קער, ווערט ער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות. און דאס שאפט אים דעת התבססות.

the zone of domesticity

די כלים וואס ער נוצט איז, כלים וואס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן מצד התפשטות. דער מענטש פילט זיך אוועקגעשטעלט, ווען ער האט א שיינע הויז וואו צו זיין. די קשר וואס ער האט מיט די כלים, נעמליך די שיינע וואוינבארער הויז, איז א קשר של התבססות.

אין די סאושל אינסטינקט קוקט אויס אזוי.

the zone of understanding others

די מענטשן ארום זענען כלים מעורר צו זיין זיין כלי הגוף מחשבה. ער וויל פארשטיין די מענטשן ארום. און ער שאפט מיט זיי א קשר של בעלות

the zone of connection

דא קוקט אויס אז ארומיגע מענטשן זענען כלים וואס זענען מעורר זיינע חושים און זיי באוואוסטזיניגן אים מצד חיות. און דערפאר ווערט ער דבוק צו זיי. ער שאפט מיט זיי א דעת התדבקות.

the zone of contribution

דא קוקט אויס אז ארומיגע מענטשן, זענען כלים ארויסצוברענגען זיינע כוחות אל הפועל, "וואס קען איך פון מיר בויען אין די מענטשן" און ער שאפט מיט די געביידע וואס ער האט געבויט פאר די מענטשן א קשר של התבססות.

אין די אינסטינקט פון סטימיולעשאן קוקט אויס אזוי.

the zone of arousal, energy, and exploration

דאס קוקט אויס צו זיין כלים וואס ברענגען ארויס זיינע כוחות אל הפועל. אבער חושים, געפילן, זענען דא שטארק אינוואלווד. ס'איז א קשר פון התבססות שבהתדבקות.

the zone of attraction

דאס קוקט אויס צו זיין כלים מצד הדמות. די סיבה פארוואס מ'ווערט צוגעצויגן איז ווייל מ'באמערקט אז דא איז דא עפעס אן עקזיסטענץ. מ'זעהט נישט די עצם עקזיסטענץ, אבער מ'זעהט א דמות וואס ווייזט ארויס, אז דא איז דא עפעס א וועליו פון עקזיסטענץ. און מ'וויל ווערן באוואוסטזיניגט אויף די עקזיסטענץ.

the zone of fusion and merging

דאס קוקט אויס צו זיין כלים וואס זענען שטארק מעורר חושים, און דאס שאפט א שטארקע דעת התדבקות. מ'ווערט פשוט צוגעקלעבט.

והשם הטוב יעזור.

ווען מ'טובל'ט זיך אין מקווה, מ'איז אונטער די וואסער, קען מען נישט זעהן, און מ'קען נישט הערן, און מ'קען נישט אטעמען, און מ'קען נישט שמעקן, די איינציגע זאך וואס מ'פילט מיט די חושים, מיט די הויט ארום דעם קערפער, איז וואסער. תחושת הגוף פון וואסער. דאס באוואוסטזיניגט א געוויסע עקזיסטענץ פארן באוואוסטזייין, מער א געוויסע דמות פון די אייגענע עקזיסטענץ, וואס קומט פון די חושים. די וואסער איז א כלי וואס וועקט אויף חושים, און חושים באוואוסטזיניגן עקזיסטענץ מצד חיות, און מ'שאפט מיט די וואסער א דעת התדבקות. דאס הייסט מ'ווערט איינס מיט די וואסער, מ'ווערט פארוואסערט, מ'ווערט כאילו בטל צו עס. און די מקווה וואסער איז דאך א ריינע לויטערע כלי וואס די דמות וועליוד, אויב מ'ווייסט די גרויסקייט פון א מקווה, טוט עס די דמות געבן א שטארקער חשיבות. קומט אויס אז די חושים ווערן נתעורר פון ריינע לויטערע כלים, און א דמות פון עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך. א דעת התדבקות שבהתכבדות ווערט געשאפן מיט די כלי וואסער.

יעצט, ווען מ'טובל'ט זיך, און מ'וויל דערמיט ווערן ריין, מוסיף זיין קדושה, איז די מקווה א כלי וואס ברענגט ארויס די כח פונעם נפש זיך צו וועלן רייניגן פארן אייבערשטן, אל הפועל. דאס איז דאך א כח אל דבר אמיתי וואס דמות קוקט ארויף. מיטן נוצן די כלי המעשה זיך צו טובל'ן קומט ארויס די כח אל הפועל, און עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך מצד התפשטות. נאך דערצו ווען מ'מאכט א תנועה מיט די הענט, און א תנועה מיינט נישט ממקום למקום, ס'קען זיין דשאסט שטערקער מאכן די מוסקל מיט א קוים מערקבארער תנועה, מיט די כוונה ארויסצוברענגען די כח פון זיך וועלן רייניגן מיט די טבילה, און מיט די פיס קען מען אויך טון א תנועה, און א תנועה פון התפשטות מוז נישט זיין ממקום למקום, אפילו דשאסט א קוים מערקבארער מוסקל שטופ איז אויך א תנועה. כן נראה לי, אדרבה פרוביר און עקספיריענס פאר דיר אליין.

ווען מ'האט אינזין, די מחשבה ארבעט, ווערט מען עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד הכרה. נאך דערצו ווען מ'טראכט "איך וויל מיך טובל'ן צו ווערן ריין פארן הייליגן באשעפער" איז דאס אן ענין פון מפשט זיין די אינערליכע כוחות מיט דיבור.

תפקיד הדיבור בקומת נפש האדם.
סאו, איך וויל ווערן א יוד. איך וויל ס'זאל זיך מיר בוחר זיין בטוב. איך וויל זיין באלבאס אויף מיר. איך וויל משעבד זיין מיין גאנצן קומה פון עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט בוחר צו זיין בטוב. אבער וואסערע סארט כלים דארף איך בעיקר קלויבן און שאפן דערמיט א קשר כדי צו ווערן א מענטש? די תירוץ דערויף איז: אויפזוכן כלים וואס זענען מעורר די מחשבה, די מח, די שכל. די אנערקענונג. כלים וואס מאכן טראכטן. כלים וואס מאכן נוצן דעם שכל. איינזעהן דעם אמת. און פון אט די כלים דארפן מיר ווערן בעיקר עקזיסטענץ באוואוסטזיניג. עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד הכרה. די עקזיסטענץ זאל זיך באוואוסטזיניגן פון מכיר זיין דעם אמת, כדי צו זיין א בוחר דארף מען קודם שאפן כלים וואס באוואוסטזיניגן אזא סארט עקזיסטענץ, א סארט עקזיסטענץ מצד מכיר זיין דעם אמת. און מיט אט די כלים דארפן מיר שאפן א קשר, א שטארקער קשר, א דעת הבעלות. אבער מיר דארפן געדענקען אז אויב מ'איז נישט מוציא א כח אל הפועל, איז עס נישט געבויט, איז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט נישט מבוסס. איז מען נאכנישט קיין בוחר בטוב. ווייל מ'האט גארנישט פון דעם אז מ'ווייסט דעם אמת מיט די הכרה, מ'האט גארנישט פון דעם אז מ'איז מכיר דעם אמת. וויאזוי בין איך מוציא מן הכח אל הפועל דאס וואס איך בין משיג מיט די הכרה? וויאזוי בין איך דאס מבסס אז ס'זאל זיך האלטן? וויאזוי שאף איך דעת התבססות שבבעלות? די תירוץ איז מיטן כח הדיבור. דיבורים פנימיים, און דיבורים חיצוניים. דאס איז מבסס די הכרה. דאס מאכט בעזרת השי"ת א מענטשן פאר א בוחר בטוב. ווייל מיטן דיבור איז מען מבסס דאס וואס מ'ווייסט מיטן אמת. און דאס שאפט דעת התבססות שבבעלות.

דאס זאגט ער אינמיטן דף צג, והכלי המיוחד להתבססות דעת הבעלות של הנפש הוא כח הדיבור הפנימי והחיצוני שבאדם. = די כלי ארויסצוברענגען אל הפועל די דעת הבעלות איז מיטן דיבור, אינערליכע דיבורים, און ארויסרעדן מיטן מויל. מיט דעם פארענטפערט ער פארוואס א מענטש הייסט א מדבר דוקא. ווייל נאר מיטן דיבור קען א מענטש ווערן א בוחר. און נאר א בוחר איז א מענטש. א מאנקי האט נישט קיין בחירה. און איינער וואס איז נישט בוחר בטוב קען נישט ווערן אנגערופן אדם. עיין שם אינעם ספר. און אויך הערליכע הערות. ער שרייבט אזוי: ובכח השפעת הדיבור באדם, נעשה השגתו מין 'אמיתיות חזקה' אצלו, באופן שכל קומת נפשו משתעבדת לה ומקבלת בעלותה ומרותה. מיר דארפן ארויסברענגען דעם כח ההכרה מיטן דיבור. רעדט רעדט. התבודדות איז דיבור. רעדט ארויס וואס דו ווייסט מיט דיין הכרה אז ס'איז דער אמת. דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב, ס'גייט צוריק אריין אין די אייגענע הארץ. אזוי וועט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד הכרה ארויסגיין מן הכח אל הפועל. און ס'וועט זיך דיר שאפן דערפון א דעת התבססות שבבעלות.

אין הערה קטו. שרייבט ער: אז אויב מ'וויל אז די חושים-חיות זאלן ווערן משועבד פאר די דעת התבססות שבבעלות. [דעת התבססות שבבעלות שוין פריער געשריבן אז ס'ווערט געשאפן ווען מ'ברענגט ארויס מיטן דיבור הפנימי די דעת הבעלות. דעת הבעלות ווערט געשאפן ווען מ'מאכט קשר מיט כלים וואס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן מצד הכרה] דארף מען מעורר זיין דעם כלי הגוף שמיעה פנימי, עס אוסצוהערן מיט די שמיעה פנימי, וואס דאס מאכט אז מ'זאל ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט אויך מצד הכרה שבחיות און דאס שאפט א דעת הבעלות שבהתדבקות.

ווייל ווען מ'נוצט שמיעה פנימי ווערט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד חיות געשאפן מיט די אינגרידיענד הכרה אין זיך. פארוואס? ווייל שמיעה איז בעיקר חוש וואס חוש עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט מצד חיות, און שמיעה איז אויך מחשבה וואס מחשבה באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ מצד הכרה, און דערפאר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט עס מצד הכרה שבחיות, און ס'שאפט א דעת וואס איז בעלות שבהתדבקות.

ווען א מענטש רעדט וואס ער איז מכיר מיטן שכל, ווערט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד הכרה, אויך אן עקזיסטענץ באוואוסטזיניגקייט מצד התפשטות, ווייל ער איז מוציא די כח ההכרה אל הפועל, און ער ווערט עקזיסטענץ באוואוסטזיניג אויך מצד התפשטות, ווייל דיבור איז מפשט דעם כח השכל אל הפועל. און ס'שאפט זיך א דעת התבססות שבבעלות.

די חילוק צווישן דעת הבעלות שבהתבססות, און דעת התבססות שבבעלות, ווענט זיך וואס זענען די כלים דא. אויב איז די כלים "ווייל איך וויל האלטן א דרשה און איך דארף האבן וואס צו רעדן, איך וויל ארויסברענגען מיין כח הרעטאריק" איז עס מער דעת הבעלות שבהתבססות. דער עיקר ביים דעם ביישפיל איז מוציא זיין די כוחות הנפש פון דיבור, די כלים זענען נישט אזוי ווייט מעורר זיין מחשבה, השגות שכליות, ווי דעס אז ס'איז מעורר די כלי הגוף דיבור . אבער אויב קומט עס פון כלים וואס האבן מעורר געווען זיין מחשבה, זיין השגה שכלית, זיין הכרה, און דאס האט געמאכט: "WOW, איך האב איינגעזעהן דעם אמת", און ער רעדט עס ארויס. ווערט אן עקזיסטענץ באוואוסטזיניגקייט וואס איז דעת התבססות שבבעלות. ס'ווענט זיך אין די כלים. וואסערע כלים איז עס? מיט וואסערע כלים איז מען יעצט פארבינדן?

און ער שרייבט ווייטער אין די הערה קטו. ועיקר גדול הוא להיות לאדם אוזן 'שומעת' - דהיינו 'מקבלת' -שרק בזו הדיבור פועל על הנפש. א מענטש דארף מקבל זיין וואס ער ווייסט אז דער אמת איז. אזוי ווי חז"ל זאגן 'השמע לאזנך, מה שאתה מוציא מפיך', (ברכות טו.) זאגט ער אזוי: מעשה הדיבור משפיע 'מצד ההכרה' וחוש השמיעה מקבל מ'צד החיות'. יודיש: רעדן שאפט אז די עקזיסטענץ פון הכרה זאל ווערן אן עקזיסטענץ פון התפשטות אויך, ווייל רעדן איז א כח השכל, א כח הכרה וואס קומט ארויס אל הפועל, וואס איז זיך מפשט. און ווער הערט עס? די אייגענע חוש השמיעה הפנימי הערט עס, די אייגענע חוש השמיעה הפנימי איז עס מקבל, און ס'ווערט אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד דעת התבססות שבבעלות, און דעת הבעלות שבהתדבקות.

קומט אויס: אויב מיר ווילן ווערן געטוישט צו אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס איז בוחר בטוב, דארפן מיר קלויבן כלים וואס שאפט דעת התבססות שבבעלות. כלים וואס זענען מעורר מחשבה, כלים וואס זענען מעורר צו מכיר זיין דעם אמת, און מ'מאכט דערמיט קשר. און דאס שאפט דעם ריכטיגן דעת הבעלות. און אויך אז מ'איז מוציא דעם שכל אל הפועל מיט דיבורים פנימיים. און מ'הערט זיך אליין אויס מיט די חוש השמיעה הפנימי.

ער זאגט אין הערה קטז. די דיבורים דארפן זיין מקושר צו די דעת הבעלות. איך האב ליב דאס לשון זיינס. ומובן מאליו שכל זה תלוי באיכות הדיבור שלו, ובמדה שהוא נובע מקרב נפשו, ומחובר להשגותיו הנפשית. שרק כשעיקר כיוון דיבורו הוא לשכלל בנפשו האמיתיות שהוא משיג, ועצם הדיבורים נובעים מפנימיותו, אז נקרא זה בשם דיבור. איך טראכט אז דאס איז די מעלה פון התבודדות. וואס מ'זאגט אז התבודדות דאס איז די בעסטע עצה, עולה על הכל. דאס איז ווארשיינליך וועגן דעם. ס'איז באקאנט איינע פון די דריי עצות וואס רבינו זצ"ל האט געגעבן פאר א בעל תשובה איז להתבודד מדי יום ביומו, ויבכה מקרב הלב ולב עמוק בדמעות שליש, זעהט מען פון דעם אז ס'דארף קומען מקרב הלב ולב עמוק. דאס איז מבסס די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד הכרה. ער רעדט דארט נאך פארוואס מ'דארף דייקא דאווענען מיטן מויל.

ביז מארגן קען מען טראכטן און טון, אז כדי צו ווערן א בוחר בטוב דארפן מיר טרעפן כלים וואס שאפן דעת התבססות שבבעלות. ארויסברענגען מיטן דיבור וואס מ'איז מכיר אלץ דעם אמת. און עס הערן מיטן חוש השמיעה הפנימי.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מיטוואך אפריל 25, 2018 7:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף צה

תגובהדורך נשמה » פרייטאג אפריל 13, 2018 2:59 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ווען מיר ארבעטן אויף זיך צו טוישן קשר מיט כלים קענען מיר שפירן כעס. אזוי ווי א קינד וואס מ'נעמט אים אוועק א שפילצייג וואס מ'וויל אז ער זאל עס נישט האבן, די קינד רעגט זיך. מיר דארפן צוגיין צום שאור שבעיסה וואס רעגט זיך מיט רחמנות. זיך נישט אונטערגעבן אונטער די כעס. נישט טון וואס ס'הייסט, נאר אנערקענען. "איך ווייס אז דו ביסט גערעגט, איך האב רחמנות אויף דיר, נעבעך, איך שוין דיר, איך גיי אבער נישט טון וואס דו הייסט, לפום צערא אגרא, יעדער פילט גערעגט. מעגסט זיין גערעגט, איך גיי אבער נישט טון וואס דו הייסט". און צוביסלעך ווערט די כעס פראצעסירט, און ס'גייט אוועק בעזרת השי"ת.

ניתוח חלקי הדיבור שבאדם.

ער האט שוין פריער מסביר געווען, אז אויב מיר ווילן ווערן אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס איז בוחר בטוב, דארפן מיר שאפן דעת התבססות שבבעלות. וואס דאס מיינט אז מיר דארפן טרעפן כלים וואס מאכט אונז טראכטן, וואס מאכט אונז מכיר זיין דעם אמת, און פון אט די כלים דארפן מיר ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט, און מיט אט די כלים דארפן מיר שאפן קשר, און נאכדעם מפשט זיין דעם כח השכל אל הפועל מיט דיבור. און דאס שאפט דעת התבססות שבבעלות. און מיר דארפן משפיע זיין מיטן דיבור, און עס מקבל זיין, עס הערן מיט אונזער שמיעה הפנימי. וואס דאס שאפט דעת הבעלות שבהתדבקות. און אויב מ'טוט אזוי, וועט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט זוכן נאך אזאנע אמת'ע כלים פון וואס צו ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט. אזוי ווי ס'שטייט אז ווען א מענטש רעדט אמת, געט מען איבער א מלאך וואס רעדט אמת. אלא אם עושה אדם את עצמו צדיק ולדבר אמת מוסרין לו מלאך שמתנהג עמו בדרך צדיקים ומדבר אמת, תנא דבי אליהו.

זאגט ער דא: אז די קול און די תנועה וואס באגלייטן דעם דיבור, די תנועות און די שטומע, וואס מ'נוצט ארויסצוברענגען דעם שכל שבהכרה. די תנועות פון די קאפ, די פנים, די אויגן, די אויגן ברעמען, די שטערן, די ליפן, די מויל, די תנועות פון די הענט, די פינגערס. דאס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט דעם תוכן ההכרה אויך מצד התדבקות שבהתפשטות. ווי מער תנועות אלץ מער באוואוסטזיניגט מען זיך (און דער אנדערער וואס הערט אויס) מצד התדבקות שבהתפשטות. ווייל דאס איז א געוויסע אופן פון התפשטות, ווייל ער ברענגט ארויס דעם כח ההשכלה אל הפועל אויף דעם אופן. און חושים זענען אינוואלווד דערין.

די זעלבע זאך איז מיט א ניגון. א ניגון ברויזט אויף (טשילס) דוקא ווען מ'געט א ציה ארויף, און נאכדעם אראפ. א ניגון וועקט אויף געפילישע עקזיסטענץ-באוואוסטזיין וויאזוי מ'האט עס מיטגעלעבט פאריגע מאל ווען מ'האט עס געזינגען. א ניגון איז לעבן מצד געפילן, עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד די געפילן. געפילן איז חיות. חושים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד חיות. א ניגון לעבט אויף, ווען ס'גייט ארויף, דאס איז די עיקר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס א ניגון שאפט. (ס'דא דערין אויך השגה, והכרה, א ניגון האט אין זיך הכרה, ועיין דף עג) ס'ציהט אויף ארויף. (פארשטייט זיך ווען מ'מאכט דערמיט א פאזיטיוו קאנעקשן, נישט קיין דעת סלידה ודיחוי) ווייל קול איז חיות. קול, א שטימע, קומט פון געפילן, קול קומט פון חיות. די אראפ און ארויף פון א קול, קומט פון געפילן פון הארץ. און געפילן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן מצד חיות. מ'קען איבערזינגען חסל סידור פסח אסאך מאל, און יעדעס מאל מיט די זעלבע חיות. ווייל חיות ווערט נישט בארד אזוי שנעל. פארקערט, ער ציהט צו עס, ער ווערט דבוק צו עס. ער וויל נאכאמאל, און נאכאמאל, יעדעס מאל פילט ער ווי זיין עקזיסטענץ ווערט נתרבה. ס'ווערט נתרבה מצד חיות. חיות שאפט דעת התדבקות.

קומט אויס אז אויב מיר ווילן אז אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיין מצד הכרה, די עקזיסטענץ-באווואסטזיין וואס איז מכיר דעם אמת, זאל ווערן נתפשט מן הכל אל הפועל, דארפן מיר נישט נאר עס מפשט זיין מיט דיבור, נאר עס אויך ארויסברענגען מיט די תנועות און מיט די שטומע, וואס דאס ברענגט ארויס אל הפועל די חיות וואס איז באהאלטן אין די השכלה. דאס וועט מאכן אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגקייט מצד הכרה, זאל ווערן אן עקזיסטענץ באוואוסטזיניגקייט מצד התפשטות און אויך מצד התדבקות. ווייל קול און תנועות זענען חושים דערין אינוואלווד. דאס שאפט דעם ריכטיגן דעת התבססות שבבעלות.

און אויך אז ווי מער מיר וועלן נוצן דעם ריכטיגן ווארט, (די ווארט איז...) אלץ מער וועט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד הכרה, ווערן אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד התפשטות. אזוי ווי מ'זאגט אין קאוהירענס טערעפי וואס מתבונן מאכט, ברענג ארויס דעם implicit צו explicit. ברענג ארויס די כח ההכרה, וואס איך בין מכיר דעם אמת, ברענג עס ארויס מיט די ריכטיגע ווארט. אמאל א מענטש רעדט גוט, אבער ער ברענגט נישט ארויס מיט ווערטער די נקודה וואס ליגט אין זיין הכרה. אזוי ווי ער שרייבט דא: ודייקא בכח צירוף תיבות הלשון התוכן השכלי מתבהר ומשתכלל.

נאכדעם איז דא וויפיל וועליו מ'געט פארן כח המושכל שבהכרה. אויב א מענטש לערנט און ער מאכט קשר מיט א דבר מושכל, און דאס איז ביי אים וואס ער וועליוד שטארק, אלץ מער התבטלות. אלץ מער וועט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיין מצד הכרה, אויך ווערן אן עקזיסטענץ באוואוסטזיין מצד התפשטות, מצד התבססות. ווייל התפשטות ווענט זיך אסאך אין דמות, וויפיל וועליו מ'געט פאר א כלי וואס ברענגט ארויס אן אינערליכער כח, אלץ מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיין מצד דמות. א טאטע זאגט פאר א קינד א זאך, ס'ווענט זיך וויפיל די טאטע וועליוד דאס וואס ער אליין זאגט.

און נאכדעם איז דא די כח פון איבערצייגונג אינעם דיבור. ווייל דער עיקר וואס די הכרה וויל איז ארויסהאבן די מושכל. וואס וויל ער דא זאגן דערמיט.

ער האט דארט שיינע הערות. פארוואס איז קול נגינה באשה ערווה אבער רעדן איז נישט קיין ערווה, זאגט ער ווייל רעדן אליין איז נישט מעורר חושים, ווייל מ'איז פארנומען צו הערן דעם תוכן. אבער קול נגינה איז מעורר חושים, מעורר חיות, מעורר דעת התדבקות. הרי יש בקול נגינה קריבה לעריות. א ראי' אסורה איז אויך קריבה, וועגן חוש, חוש שאפט דעת התדבקות. ער האט נאך שיינע הערות דארט.

ביזן קומענדיגן שיעור בעזרת השי"ת, קען מען טראכטן, אז מיר דארפן שאפן דעת הבעלות, און עס מפשט זיין מיטן דיבור, און אויך מיט תנועות, און מיטן קול. כדי ארויסצוברענגען די חיות פון די הכרה מן הכח אל הפועל. און עס ארויסברענגען מיטן ריכטיגן ווארט. און עס געבן דעם ריכטיגן וועליו. עיין אינעווייניג.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קא

תגובהדורך נשמה » זונטאג אפריל 15, 2018 4:54 pm

מיטן הילף פונעם הייליגן בורא כל עולמים.

שער שני: התעלות הדעת.

פתיחה לשער שני. הנפש בדרגותיה.

לאמיר גיין צו דף קג, הסתרת הנפש והתגלותה תלויה בצורת התייחסות האדם לנפשו וכליה.

דאס איז זיכער אז מיר דארפן טרעפן כלים וואס באוואוסטזיניגן אונז אויף די עקזיסטענץ אין וואו מיר זענען דערפון א חלק, און מיר דארפן דערמיט שאפן קשר. אבער וויבאלד די גאנצע וועג וויאזוי מיר ווערן געוואויר און ווייסן פון אונזער עקזיסטענץ, איז דאך נאר פון דרויסנדיגע כלים, קענען מיר זיך טועה זיין אז וואס ס'מאכט אונז וויסן פון אונזער עקזיסטענץ איז די דרויסנדיגע כלים וואס האבן אונז עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט ביז יעצט. כאילו מיר זאגן פאר די כלי "דו ביסט דער זאך און מיט דיר דארף איך האבן אגאנצן צייט שייכות אויב איך וויל ווייטער שפירן דעם געפיל פון עקזיסטענץ באוואוסטזיין וואס דו געסט מיר" און נישט וויאזוי דער אמת איז, אז מיר זענען א חלק פון אן עקזיסטענץ און ס'ווערט באוואוסט פאר אונזער באוואוסטזיין דורך די דרויסנדיגע כלים אדער אנדערע דרויסנדיגע כלים. ס'איז א חילוק צווישן די צוויי. א מענטש קען מיינען אז די דרויסנדיגע כלים וואס מאכט אים יעצט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג איז די ווערי עקזיסטענץ, אז נאר מיט זיי קען ער שפירן גוט און אן זיי איז ער out of existence. און דער צייט וואס זיי זענען נאר כלים. די עקזיסטענץ איז אונזער נפש און ס'האט נישט צו טון וועלכע כלי ס'באוואוסטזיניגט. דער מחבר זאגט: וטעות זו נחוץ מאוד להבינה משום שהתחלקות דרגות גילוי הנפש והסתירה תלויה, כפי מה שהאדם מייחס את ה'מציאותיות' לנפשו הטהורה, ולהארה האלוקית שמאירה בה - או להיפך לכליה החיצוניים. ס'איז זייער וויכטיג אויפצוכאפן דעם טעות.

א דרויסנדיגע כלי איז סיי וועלעכע זאך ס'וועקט אויף אונזערע כלי הגוף, אדער מחשבה, השגה שכליות, אדער חושים, אדער כלי המעשה ארויסצוברענגען א כח אל הפועל, אדער די וועליו סיסטעם. ווען א יוד ציילט ספירה, איז נישט די כלי וואס וועקט אויף זיינע כלי הגוף, מחשבה, חושים, התפשטות, דמות, די עצם ווערטער פון די ספירת העומר וואס ער ציילט. אדער די עצם ווערטער פון די הייליגע גמ' וואס ער לערנט. נאר די כלי איז די השגה, וויאזוי ער איז דאס מאל משיג די באדייט פון די ווערטער, און די כלי איז וויפיל און ווי איידל זיינע חושים וועקן זיך אויף פון די עצם ווערטער, און ווי ווייט התפשטות ס'וועקט זיך אויף, און ווי ווייט זיין וועליו סיסטעם קוקט עס ארויף. איז א מענטש קען זיך עקשנ'ן אז ס'מוז דוקא זיין די השגה וואס ער איז יעצט משיג, און נאר דאס, אדער דוקא די השגה וואס ער האט נעכטן משיג געווען. ווען דער אמת איז, אז וואסערע השגה ס'איז זיך אים משיג, איז די כלי אויפצואוועקן כלי הגוף. ועיין בדף שט. איך וועל עס אי"ה ברייט אויסשמועסן כיד ה' הטובה עלי ווען איך וועל בעזרת השי"ת האלטן דארט.

מ'דארף זייער אכטונג געבן ווען מ'ליינט מיינע זאכן, נישט חלילה מיינען זאכן וואס איך האב נישט געשריבן. און אויב ס'שטומט נישט, ענדערש אוועקמאכן וואס איך האב געשריבן, ווי איידער פארשטיין אנדערש וואס מ'ווייסט.

ס'דא דרגות. דרגות אין ווי ווייט א מענטש כאפט אז די געוויסע מאס פון עקזיסטענץ וואס האט זיך יעצט באוואוסטזיניגט פאר אים פון א געוויסע כלי, האט גארנישט מיט די ספעציפישע כלי, נאר ס'איז זיין אייגענע עקזיסטענץ וואס האט זיך באוואוסטזיניגט פאר אים. און ער קען עס נעמען פון אנדערע כלים אויך. ער צעטיילט די דרגות אין פינף.

א. הסתרה גמורה, ב. התנוצצות דמיונית, ג. קצה הנפש, ד. עולמה של הנפש, ה. בסוד היחוד.

הסתרה גמורה מיינט, אז דער מענטש מיינט זייער שטארק אז די געוויסע כלים זענען די זאך. ער ווייסט גארנישט פון עפעס אנדערש חוץ זיין אגאנצן צייט צוגעבינדן צו די כלים און ענליכע. דעם מענטשנס אטענשאן איז זייער צוגעבינדן צו די כלים. נאר פון די כלים טראכט ער, און נאר מיט זיי לעבט ער. און נאר צו די כלים. און ער כאפט גארנישט אז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז נישט ממש די כלי. נאר ער איז זייער פאר די כלי. דאס מיינט הסתרה גמורה. ער רעדט מער פון גשמיות'דיגע, חומריות'דיגע כלים. ווי עסן, טרינקען, וכו'. ער איז בכלל נישט באוואוסטזיניג אז ס'דא עפעס אין אים.

התנוצצות דמיונית, מיינט אז דער מענטש ווייסט אז ס'איז נישט נאר די דרויסנדיגע כלים מיט וואס ער וויל אריינלעבן אויב ער וויל שפירן עקזיסטענץ. ער וויל אויך אז ווען ער גייט אוועק פון די כלים זאל ער שפירן אין זיך א געוויסע געפיל, (אונז ווייס מיר אז די געפיל איז עקזיסטענץ-באוואוסטזיין). ער וויל איבערבלייבן מיט א געוויסע שפיר אין זיך (עקזיסטענץ-באוואוסטזיין) וואס ער האט גענומען פון געוויסע כלים. "איך האב קונה געווען אין מיר פון געוויסע כלים א געוויסע חכמה". ער זעהט די כלים גשמיים אז דאס איז דער זאך. אבער פון דעסטוועגן כאפט ער אז גשמיות'דיגע כלים געבן אין אים עפעס א געפיל וואס בלייבט. אלעס א דאנק די געוויסע כלים, אבער ס'בלייבט. ער כאפט אז פון די כלים איז דא א געוויסע געפיל וואס בלייבט אין זיך (עקזיסטענץ-באוואוסטזיין). איך מיין נישט צו זאגן אז ער ווייסט אז ס'הייסט 'עקזיסטענץ-באוואוסטזיין'. איך מיין צו זאגן, אז וואס ער ווייסט איז, אז ער כאפט פון אזא סארט געפיל וואס בלייבט אין אים א דאנק זיין עוסק זיין מיט די כלים. ער ווייסט אז ווען ער עסט און טרינקט בלייבט ער נישט מיט עפעס א געפיל אין זיך. אבער ווען ער שטודירט א חכמה און ער האט עס ארויס, (די חכמה איז כלים) בלייבט ער יא מיט עפעס א געפיל אין זיך. אנדערש ווי דער ביים הסתרה גמורה, וואס ווייסט נאר פון עסן און טרינקן, און זיך ענדשויען.

קצה הנפש מיינט, אז וואס דער מענטש ווייסט איז אזוי: ס'דא כלים וואס זיי זענען די זאך, מיט זיי וויל ער אריינלעבן, ער וויל עסן און טרינקן, און פארן אויף שיינע פלעצער. האבן א שיינע קאר. (אונז ווייס מיר שוין פארוואס, ווייל די כלים געבן אים א געוויסע געפיל, צו א געוויסע באוואוסטזיין, וואס ס'הייסט עקזיסטענץ-באוואוסטזיין, ער האלט אבער אז די כלים זענען די זאך), און אויך ווייסט ער אז ס'דא עפעס א געפיל וואס האט גארנישט מיט דרויסנדיגע חומריות'דיגע כלים. און ער וויל האבן דעם סארט געפיל. ער וויל האבן meaning אין זיין לעבן. ער האט שוין געכאפט אז ווען מ'פירט זיך אויף ערליך, און ריין, פילט מען 'עפעס גוט'. און ער ווייסט אז דער 'עפעס' האט גארנישט מיט די כלים. דאס מיינט קצה הנפש. ער טיילט אפ צווישן כלים, און צווישן אן אינערליכער געפיל. ער פארשטייט אז ביידע איז אמת.

עולמה של הנפש מיינט, אז דער מענטש כאפט אז נישט די כלים איז די זאך. מ'קען עס נוצן צו מגלה זיין די עקזיסטענץ פארן באוואוסטזיין. ער ווערט נישט פארקויפט פאר א געוויסע כלי וואס האט אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט אויף א געוויסע עקזיסטענץ. ער פארשטייט אז ס'איז נישט די כלי. איך קען ווערן עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט דורך דער כלי. און אויב נישט וועט דער אנדערער כלי מיך באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ בעזר השי"ת. און דער אנדערער כלי איז אויך נישט די זאך, אויב נישט דער כלי, וועט זיין דער כלי. נישט ער ווייסט, ער לעבט אז כלים זענען נאר דא צוצוהעלפן אז ער זאל ווערן באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ. און זיי ווייסן אויך אז ס'דארף נישט זיין גשמיות'דיגע כלים זיי צו באוואוסטזיניגן אויף זייער עקזיסטענץ. זיי ווייסן אז ס'קען זיין אויך רוחניות'דיגע כלים. וואס א חילוק וועלכע כלים? דערפאר האבן זיי סך מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיין ווי די פריערדיגע דרגות. ווייל זיי האבן מער כלים עוועיליבל.

בסוד היחוד מיינט, אז דער מענטש (ער שרייבט עם הנבחר כלל ישראל) וויל נאר נוצן אזאנע כלים וואס באוואוסטזיניגן אויף אזא סארט עקזיסטענץ וואס ער רופט 'סוד יחודו'. נאר אזאנע כלים וואס באוואוסטזיניגן אויף אלוקותו ויחודו יתברך שמו. עמער נאך רעדן דערפון.

יעדער מענטש פון יעדע דרגה זוכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. אבער ס'איז גאר אנדערש פון דרגה צו דרגה.

יעצט, איז דאך דא פיר סארט וועגן וויאזוי א מענטש ווערט באווואוסטזיניג אויף זיין עקזיסטענץ, ס'דא צד הכרה, צד חיות, צד התפשטות, און צד דמות. און פון יעדע פון די פיר שאפט זיך א געוויסע דעת. הכרה = דעת הבעלות. חיות = דעת התדבקות. התפשטות = דעת התבססות. דמות = דעת התכבדות. איז ער גייט שרייבן וויאזוי יעדער איינער פון די פינף דרגות נעמט זיך זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין, פון יעדע פון זיינע פיר צדדים. לדוגמא: ער גייט שרייבן, וויאזוי א מענטש וואס איז אויף די דרגה פון התנוצצות דמיונית, נעמט זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין מצד זיין הכרה און וויאזוי זיין דעת הבעלות קוקט אויס, און וויאזוי דער מענטש אויף אזא דרגה נעמט זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין מצד חיות און וויאזוי זיין דעת התדבקות קוקט אויס, און וויאזוי מצד התפשטות, און וויאזוי ער נעמט זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין מצד התכבדות. און אזוי ביי יעדע פון די פינף דרגות.

פארוואס גייט ער דאס שרייבן? זאגט ער: ותכליתנו בזה היא להבין היטב צורת הסתרת הנפש בנו, שבזה נדע היאך לגלותה בצורה אמיתית וטהורה. ער זאגט אז ווי מער מיר וועלן גוט אויפכאפן וויאזוי אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיין איז זיך טועה צו מיינען אז די כלים זענען די זאך. אלץ מער קענען מיר אפטיילן די עקזיסטענץ-באוואוסטזיין פון די כלים.

ביזן קומענדיגן שיעור קען מען טראכטן און געדענקען ב"ה אז, יעדע מענטש אויף אלע דרגות זוכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט און מ'דארף זוכן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, נאר ס'ווענט זיך וויפיל מ'זעהט אז ס'איז די געוויסע כלי וואס געט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, און וויפיל מ'זעהט אז ס'האט נישט צו טון דייקא מיט אט די געוויסע כלי.

והשם הטוב יעזור וישמור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

למודים לדעת דף קד

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אפריל 16, 2018 3:09 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

מיר דארפן מאכן קשרים מיט כלים וואס מאכן ארבעטן אונזערע כלי הגוף, (מחשבה-השגות שכליות, חושים, כלי המעשה, און ארויפקוקן כלים) כדי צו ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג פון אלע פיר צדדים וויאזוי עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פאר אונזער באוואוסטזיין (הכרה, חיות, התפשטות, און דמות). אז מ'וויל ווערן א באווואוסטזיניגקייט וואס איז בוחר בטוב דארפן מיר שאפן דעת התבססות שבבעלות, ודעת הבעלות שבהתדבקות. ווי אויבן געשריבן באריכות. אז מ'דארף מפשט זיין די הכרה מן הכח אל הפועל מיט דיבורים פנימיים, און עס הערן מיט אונזער שמיעה הפנימי. און מיר דארפן פרובירן צו ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, די מערסטע וואס מיר קענען בעזרת השי"ת, דאס הייסט זוכן כלים און מאכן די שטערקסטע קשר דערמיט. צו ווערן באוואוסטזיניגט אויף אונזער עקזיסטענץ מצד דעם גאנצן קומה פון יעדע פון די פיר גווני הדעת.

שוין אויבן געשריבן אז ס'איז דא פינף דרגות וויאזוי עקזיסטענץ באוואוסטזיניגקייט איז זיך מייחס צו די כלים וואס האבן איר באוואוסטזיניגט. 1 הסתרה גמורה, 2 התנוצצות דמיונית, 3 קצה הנפש, 4 עולמה של הנפש, און 5 בסוד היחוד. זאגט ער אזוי אויף דף קד. בדרגות התחתונות התייחסות האדם לנפשו וכליה היא בצורה מוטעית. אין די אונטערשטע צוויי דרגות, דהיינו, הסתרה גמורה און התנוצצות דמיונית, איז זיך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מייחס צו די כלים, ער באציהט זיך צו די כלים, אויף א טעות'דיגער אופן. וויבאלד די געוויסע דרויסנדיגער כלי איז וואס האט אים באוואוסטזיניגט אויף זיין עקזיסטענץ, דאכט זיך אים אז ס'איז די כלי וואס האט אין זיך דעם כח פון דעם סארט עקזיסטענץ באוואוסטזיין וואס ער שפירט יעצט, אדער ווייסט יעצט. און ער געט א וועליו פאר דעם כלי.

שרייבט ער אזוי: והתוצאה של גישה זו קשה ומרה. ממש אזוי! קשה ומרה. שווער און ביטער. אז ווען עקזיסטענץ-באוואוסטזיין באציהט זיך צו די כלי, אז די גוטע טעם וואס ער פילט יעצט, די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס ער ווייסט יעצט, איז ווייל די געוויסע דרויסנדיגע כלי האט דעם געוויסן כח אין זיך. איז קשה ומרה.

שמחמתה נעלמה מן האדם לגמרי 'מציאותיות' הארת נפשו הרוחנית. אז ווייל א מענטש מיינט אז די גוטע טעם וואס ער פילט יעצט איז אין די דרויסנדיגע כלי וואס האט אים יעצט באוואוסטזיניגט, וועט דער מענטש קיינמאל נישט כאפן אז אין אים איז דא א רוחניות'דיגע עקזיסטענץ וואס ווערט דא באוואוסטזיניגט אין זיין באוואוסטזיין. אז די וואונדערליכער עקזיסטענץ עקזיסטירט אין אים. אין אים אלץ א חלק פון באשעפער. ונדמה לו כאילו היא נבלעה בכלי: און ס'דאכט זיך אים אז דער גוטער טעם איז איינגעשלינגען אין די כלי. די כלי האט עפעס אין זיך דעם גוטן כח. אזוי דאכט זיך אים.

זאגט ער: ובזו נמנעת ממנו הבחירה להעתיק נפשו מכליה החומריים, להעלותה למקורה. און צוליב דעם, ווייל ער קוקט אזוי אן די געוויסע כלים, אז זיי האבן אין זיך דעם אויסטערלישן כח. אז זיי פארמאגן אין זיך דעם וואונדערליכן כח פון געבן דעם גוטן טעם וואס ער פילט יעצט. (עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט). דערפאר וועט ער קיינמאל נישט זוכן אנדערע ריינערע כלים. ער וועט קיינמאל נישט אפהאקן דעם קשר מיט אט די ספעציפישע חומריות'דיגע כלים וואס האבן אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט פון געבורט אן ביזן היינטיגן טאג, ווייל זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט פארשטייט אז זיי האבן אין זיך דעם וואונדערליכן כח פון אים געבן די עקזיסטענץ וואס ער ווייסט פון זיי. ער קוקט ארויף די כלים, ער געט פאר די עצם כלים א וועליו פון עקזיסטענץ. און דערצייט וואס די געוויסע כלים האבן נישט קיין וועליו, מצד עצמם. די עכטע וועליו איז אין אים אליין.

שרייבט ער ווייטער: ואם היה האדם ער ומודע לעובדא, שה'מציאותיות' מתייחסת להארה האלוקית שבנפשה, אויב וואלט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט געכאפט וואס עס קומט פאר, אז די געוויסע כלים פארמאגן נישט אין זיך דעם כח אים צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, נאר עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך וויאזוי אימער מ'זאל עס נאר באוואוסטזיניגן, וואסערע כלים ער זאל נאר נוצן צו מעורר זיין זיינע כלי הגוף, וועט זיך זיין עקזיסטענץ פונקט אזוי באוואוסטזיניגן פאר זיין באוואוסטזיין, און ס'האט נישט צו טון דוקא מיט די געוויסע כלים וואס האט אים באוואוסטזיניגט ביז היינט. פארוואס? ווייל עקזיסטענץ איז נישט אין די כלי, עקזיסטענץ איז אין אים, ער איז א חלק פון די אולטימעט עקזיסטענץ. הקב"ה. אויב וואלט ער ווען געוואוסט דעס.

אויב וואלט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט געכאפט אז די גאנצע זאך פארוואס ער פרייט זיך אזוי מיט דאס ביסל עקזיסטענץ אויף וואס ער איז יעצט באוואוסטזיניגט געווארן, די גאנצע זאך פארוואס ער פרייט זיך יעצט מיט דאס וויסן פון עקזיסטענץ, איז נאר ווייל ער וויל זיך צוריקקערן למקורה באלוקותו יתברך. אז ס'איז נישט די עצם כלי מיט וואס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז אזוי העפי. אז ס'איז אלעס ווייל זיין באוואוסטזיין וויל צוריקגיין צום מקור פון עקזיסטענץ. באוואוסטזיין וויל ווערן באוואוסטזיניג אויף די עקזיסטענץ פון וואו זי איז א חלק. זי וויל צוריקגיין צו איר מקור. זי וויל צוריקגיין צו די פלאץ פון וואו זי איז א חלק. און דערפאר פרייט זי זיך אזוי מיט דאס ביסל עקזיסטענץ וואס האט זיך דא פאר איר באוואוסטזיניגט.

בוודאי היה מתעלה עם רגש זה ומתדבק באלוקותו יתברך. אויב זאל מען נאר כאפן, דעם בענקשאפט פונעם באוואוסטזיין צוריקצוגיין צום מקור, צום ממציא כל המציאות. צו בטל ווערן צום מקור. אויב זאל מען נאר כאפן אז די געוויסע כלי איז נישט די זאך דא. די זאך דא איז אז מיין באוואוסטזיין וויל צוריקגיין צו איר מקור. זי וויל ווערן באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ פון וואו זי איז א חלק, דאס אלעס וואס זי וויל. ווערן באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ פון וואו זי איז א חלק. וואלט זי גענומען דעם גוטן געפיל, און צוריקגעלאפן צום באשעפער. די געוויסע כלי איז נאר אזאך וואס וועקט אויף און דערמאנט, אויף וועלכע עקזיסטענץ מ'וויל עכט ווערן באוואוסטזיניגט. אויף אלוקותו יתברך שמו.

אמנם דא עקא שהוא נשאר מחובר ונתקע בכליו החומריים, די פראבלעם איז, באוואוסטזיין וויל אזוי שטארק צוריקגיין צום מקור, זי וויל אזוי שטארק ווערן באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ פון וואו זי איז א חלק, אבער זי פרייט זיך מיט די כלי, זי מיינט נעבעך אז ס'איז די כלי וואס זי וויל דא אזוי שטארק, אז ס'איז די כלי וואס האט אין זיך דעם כח איר צו מאכן העפי. און זי בלייבט סטאק אין די כלי. אינדערצייט וואס די כלי האט נאר ערוועקט איר בענקשאפט צום ריכטיגן באוואוסטזיניגקייט פון עקזיסטענץ.

והתייחסות מדומית זו נוכל לראות באופן שהאדם מתאר לעצמו שייכותו לכליו. ער שרייבט דא: אז א מענטש זאגט נישט, "אז דערפאר האב איך עס ליב, און איך ציה צו עס, ווייל די געוויסע כלי האט מיך באוואוסטזיניגט אויף מיין עקזיסטענץ" נאר מ'זאגט "איך האב ליב שיינע רויטע עפל". באופן שהוא מייחס הדעת הנפשית שבו, לגוף הכלי. ער כאפט גארנישט אז ס'איז אלעס ווייל זיין עקזיסטענץ פון וואו ער איז א חלק האט זיך דא באוואוסטזיניגט דורך די זאך. נאר ער זעהט די כלי אלץ די באליבטע עקזיסטענץ.

למשל, א מענטש זעהט א שיינע פאנאראמע, א שיינע אויסקוק, וועט ער נישט זאגן "איך האב הנאה ווייל מיין עקזיסטענץ האט זיך יעצט באוואוסטזיניגט אין מיין באוואוסטזיין דורך דעם שיינעם אויסקוק" נאר ער וועט זאגן: עס איז א שיינע ניגון. אדער עס איז א שיינע וועטער. ער איז מייחס דעם עקזיסטענץ צו די כלי.

און אזוי אויך ווען א מענטש וויל וויסן עפעס א זאך וואס ס'איז אים אינטערעסאנט, וועט ער נישט זאגן: "איך האב ליב די ידיעה, ווייל ס'איז א כלי וואס האט מיך באוואוסטזיניגט אויף א חלק פון מיין עקזיסטענץ אויף אן אופן פון דעת הבעלות" נאר ער וועט זיך באציען צו די כלי, (די ידיעה איז די כלי) אויף אן אופן פון "עס איז אזא אינטערעסאנטע ידיעה". כאילו די ידיעה האט אין זיך עפעס א וואונדערליכער כח וואס מאכט פילן גוט. אינדערצייט וואס די אינטערעסאנטע גוטע זאך איז מיין אייגענער עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך דא פאר מיר. און די זעלבע זאך ווען א מענטש בויט א בנין, אדער סיי וועלכע זאך ער האט אויפגעבויט. טראכט ער, "א הערליכע זאך", ער כאפט גארנישט אז ס'איז זיין אייגענע עקזיסטענץ וואס ס'האט זיך פאר אים באוואוסטזיניגט אויף אן אופן פון דעת התבססות.

והתייחסות מוטעית זאת נראית ביותר בדעת של 'התכבדות'. און אויך ביי כבוד איז אזוי. עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט כאפט נישט, אז די סיבה וואס ער פרייט זיך אזוי מיט כבוד, איז ווייל ס'האט אים באוואוסטזיניגט אויף א דמות פון זיין אינערליכער עקזיסטענץ.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה קען מען טראכטן וואס איך וואלט געטראכט, יעדע זאך וואס ערוועקט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט זאל מען באמערקן וויאזוי מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מיינט אז די עצם כלי פארמאגט אין זיך דעם וואונדערליכן כח. אינדערצייט וואס ס'געפינט זיך אין מיר.

והשם הטוב יעזור וישמור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קה

תגובהדורך נשמה » דינסטאג אפריל 17, 2018 5:57 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

הסיבה שהאדם מחזיק בהתייחסות מוטעית זו. וואס איז טאקע די סיבה פארוואס מ'מוז מיינען אז די כלים האבן אין זיך דעם כח מצד עצמם.

דער מחבר שרייבט אין די הקדמה אזוי: ואכן דרגת האדם ומעלתו, האם יתרומם ויתגדל או ישאר מך וקטן, תלויה הרבה במידה שכוחות נפשו מתגלים אצלו או נעלמים ממנו. ווי מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט זעהט איין אז די כח וואס באוואוסטזיניגט אים אויף עקזיסטענץ, ליגט נישט אין די כלים וואס זענען מעורר זיינע כלי הגוף, און אויך נישט אין זיינע געפילן, ווייל געפילן קענען אויך זיין נאר א כלי, נאר ס'איז אין אים, ס'האט צו טון מיט אים, ס'קומט פון די עקזיסטענץ פון וואו ער איז א חלק, און ער קען נוצן וועלעכע כלי ער איז בוחר אויף צו באוואוסטזיניגן זיין עקזיסטענץ. ווי מער ער וועט דאס וויסן, און וויסן מיינט נישט ידיעה בעלמא, ס'מיינט עס וויסן מיט דעת התבססות שבבעלות, אלץ ברייטער, און טיפער, וועט זיין עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט ווערן פאר אים. טראכט צום ביישפיהל, פון א אתרוג וואס הייבט יעצט אן וואקסן אבער ס'ליגט אריינגעלייגט אין א קליינע קאפ, וויפיל קען עס וואקסן? די קאפ אין וואו ס'איז אריינגעלייגט לאט עס נישט וואקסן. אבער אויב מ'נעמט עס ארויס פונעם קליינעם קאפ, האט ער א געלעגנהייט צו וואקסן און בליען סך מער.

דאס זאגט ער: והנה על ידי שהאדם מייחס עיקר המציאותיות לכליו ולא לנפשו, הרי המציאותיות הנפשית שמתגלית לו בזה מצטמצמת ומתקטנת כפי הגבלת הכלים ואפסיותם. אז וויבאלד עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט כאפט אויף די כלים, אז זיי זענען וואס האבן אין זיך דעם כח וואס ער פילט פון זיי, קומט אויס אז ער קען נאר שפירן וויפיל עקזיסטענץ ער האלט אז די כלי צו וואס ער איז צוגעבינדן שפירט אין זיך.

ואמנם דא עקא, שמתוך שהוא מכיר בסתר לבו האיך כל המציאותיות שבנפשו היא רק דמיונית ואפסית, הוא מפחד מאד מההעדר שבזה.
די פראבלעם איז, אז וויבאלד עקזיסטענץ-באוואוסטזיין ווייסט (לויט וויאזוי ער ווייסט) אז די גוטע טעם וואס ער שפירט (דהיינו, דאס וויסן פון עקזיסטענץ = מציאותיות) איז נאר וועגן זיין פארבינדונג מיט געוויסע כלים ווייל זיי האבן אין זיך דעם כח. האט ער זייער מורא אז מ'זאל נישט אוועקנעמען די כלים. איינמאל ס'איז נישט דא די כלים, שפירט ער טאקע נישט די עקזיסטענץ וואס ער שפירט ווען ער איז מיט די כלים. אויב די עסן איז נישט אזוי גוט געלונגען, שפירט ער זיך טאקע נישט אזוי אין עקזיסטענץ. וויבאלד ער מיינט אז די כח פון עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ליגט באהאלטן אין געלונגענע עסן. (איך מיין מיך) די געלונגענע עסן איז א כלי וואס איז מעורר כלי הגוף, און ער מיינט אז די כלי האט אין זיך דעם כח פון עקזיסטענץ-באוואוסטזיין.

ופחד זה מכריחו להחזיק בטעותו, לדמות בעצמו כאילו ישנה בעצם הכלי איזו מציאותיות מהותית. וויבאלד עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט שלאגט זיך אנצוהאלטן זיין עקזיסטענץ, מוז ער האלטן ווייטער קאפ אויף די עקזיסטענץ וואס עס פארמאגט אין זיך די כלים צו וואס ער איז צוגעבינדן. די מיינונג וואס א מענטש געט אויף גוטע עסן, אדער אויף א גוטע ציגארעטל, אדער אויף גוטע מוזיק, אז ס'מאכט וויסן גאר גוט, איז נישט ווייל ס'איז באמת אזוי, ס'איז ווייל ער ווייסט אז אן דעם מיינונג האט ער נישט פון וואו צו וויסן עקזיסטענץ. די צוועק וואס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט האט צו ווייטער וויסן פון עקזיסטענץ, מאכט אז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט זאל געבן פאר די עסן, פאר די כלי, אז ס'האט אין זיך דעם כח פון עקזיסטענץ וואס ער ווייסט פון עס. און ס'לוינט זיך אנצוהאלטן דערמיט קשר.

און די זאך גייט on and on. די זאך גייט חוזר חלילה. אזוי ווי א שיכור וואס האט מורא אז ער וועט מער נישט האבן קיין שטארקע ברוינפן, אז דאס טרייבט אים צו זאגן, אז די שוואכע ברוינפן וואס ער טרינקט איז שטארקע ברוינפן. מ'זעהט עס בחוש אין קאוהירענס טערעפי, אז א מענטש וואס וויל נישט פילן אליינס אויף דער וועלט, קען זיך צומאל איינרעדן אז מ'קוקט אויף אים. די ווילן צו ווייטער וויסן פון עקזיסטענץ האט א שטארקע כח אויף א מענטש'נס מיינונגען, און דער מענטש רעדט זיך איין, און צום סוף זעהט ער אז ס'שטותים די גאנצע זאך.

אין הערה קכג זאגט ער אזוי: (וויפיל איך פארשטיי) אז ווען עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מיינט אז די וויסן וואס ער ווייסט זיך יעצט, (א געפיל איז אויך א וויסן פון עקזיסטענץ, געפילן איז מער די כלי הגוף מיט וואס עקזיסטענץ-באוואוסטזיין האט קשר, געפילן פאר זיך איז אבער נישט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיין, ס'איז צוגעבינדן צו עקזיסטענץ-באוואוסטזיין. געפילן, די felt sense קען אויך זיין דשאסט א כלי. אזוי קוקט מיר יעצט אויס) ליגט אין די כלים, איז אפילו אויב ער אליין שפירט זיך אלץ אן עקזיסטירענדער זאך צוליב זיין פארבינדונג מיט די כלים, דאך איז סוף סוף אזא עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט אפסית ודמיונית. פארוואס? ווייל סיי די כלים האבן נישט באמת דעם כח אין זיך. זיי זענען דאך מצד עצמם העדריים ואפסיים ווי ער האט עס שוין אויסגעשמועסט, און א מענטש ווייסט דעס. און נאך אזאך וויבאלד די גאנצע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס ער ווייסט זיך, איז צוליב א דרויסנדיגע זאך, און עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט האט נישט מיט א דרויסנדיגע זאך קיין עכטע פארבינדונג. דערפאר איז זיין גאנצע וויסן פון עקזיסטענץ אפסית ודמיונית. לופט.

אין הערה קכד זאגט ער אזוי: אז מיט דעם פארשטייט מען פארוואס אנשים נמוכים וואס זענען שטאלץ אינדרויסן, זענען אבער אינעווייניג גארנישט. דאס איז ווייל זיי ווייסן אז זייער גאנצער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז, צוליב זייער צוגעבינדנקייט צו דרויסנדיגע כלים, אז די דרויסנדיגע כלים האבן אין זיך דעם כח. און דערפאר שפירן זיי זיך אינעווייניג אפסיים ווייל סיי די כלים פאר זיך זענען גארנישט, און סיי עקזיסטענץ-באוואוסטזיין איז קיינמאל נישט עכט צוגעבינדן צו א דרויסנדיגע זאך. אבער בני עליה, מיט דעם אלעם וואס זיי זענען צעבראכן ביי זיך, און זיי האלטן זיך גארנישט, פילן זיי א אמת'ע ווערדפולע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, פארוואס? ווייל זיי האלטן נישט אז די כלים האבן אין זיך עפעס. און זיי זענען צוגעבינדן צו כלים טהורים.

בדרגות העליונות התייחסות האדם לנפשו היא בצורה נכונה ואמיתית


ס'דא פינף דרגות. (איך מיין איך קען עס שוין אויסנווייניג, לאמיר טרייען) הסתרה גמורה, התנוצצית דמיונית, קצה הנפש, עולמה של הנפש, און בסוד היחוד, (יא?) די וואס זיינען אין די אונטערשטע צוויי דרגות, די מיינען אז די כלים האבן אין זיך דאס וואס זיי ווייסן אין זייער נפש. אבער די וואס זענען אין די אויבערשטע דרגות, זיי פארשטייען און ווייסן אז די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט האט צו טון מיט זיך. און די כלים זענען נאר משרתים צו באוואוסטזיניגן עקזיסטענץ. זאגט ער: וזוהי צורת האדם האמיתי. דער אמת'ער צורה וויאזוי ס'קומט אז עקזיסטענץ-באוואוסטזיין זאל וויסן איז: אז זי פאר זיך אן די כלים איז דער עיקר. און די כלים זענען נאר דא צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ. דורכ'ן אויפוועקן כלי הגוף, און די כלי הגוף זאלן באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ.

די אמת'ע צורה קומט אז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט זאל זיך פילן העכער פון די כלים. "בצורה של 'השראה' מעל הכלים". ער זאל זיך אליינס וויסן אן די כלים.

ובזה נפשו גלויה ומורגשת מצד עצמה, וכליה שקטים ופשוטים ומתבטלים אצלה, וכל ה'מציאותיות' מתייחסת בטהרתה אל הנפש
. און ווען עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ווייסט אז די כח ליגט נישט אין די כלים, נאר אין זיך, ווייסט זי איר עקזיסטענץ מצד עצמה, אן די כלים. אוודאי איז אלעמאל דא א קשר מיט כלים און מיר דארפן מאכן א שטארקער קשר מיט געוויסע כלים. אבער די התייחסות פון עקזיסטענץ-באוואוסטזיין צו די כלים וואס באוואוסטזיניגן איר, איז: אז די כלים ווערן בטל צו איר. דאס וויסן פון עקזיסטענץ איז שטערקער ווי די כלים. די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגקייט ווייסט זיך, און ער ווייסט אז ס'איז דא כלים וואס דינען אלץ משרתים, אנצוהאלטן זיין באוואוסטזיין. און ביי די דרגות העליונות, ווען עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט באגעגענט א כלי, וועט זי נישט פארגעסן און מיינען אז די כח ליגט אין די כלי. זי וועט אלץ געדענקען און וויסן אז די באוואוסטזיין קומט פון איר אייגענע עקזיסטענץ צו וואו זי איז א חלק. א הארה ממציאות האמיתית של הבורא ית"ש. די ביי די דרגות העליונות ווייסן גאר אן אנדערער סארט עקזיסטענץ-באוואוסטזיין. ס'איז די וויסן פון די אייגענע עקזיסטענץ אן די כלים. אפילו מ'איז נאך צוגעבינדן צו כלים. ס'איז א גילוי הנפש.

ביזן קומענדיגן שיעור בעזרת השי"ת, קען מען טראכטן וואס איך וואלט געטראכט, אפצוטיילן מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיין פון כלים וואס באוואוסטזיניגן איר. דאס קומט פון פרובירן ווי מער צו מכיר זיין מיט די מחשבה, השגה, הכרה, אז די כח פון עקזיסטענץ-באוואוסטזיין ליגט נישט אין די כלי, נאר ס'קומט פון די עקזיסטענץ צו וואו איך בין א חלק. און ווען מ'כאפט עס מיט די הכרה, דארף מען מפשט זיין דעם הכרה, מן הכח אל הפועל, מיט דיבורים פנימיים, און עס שאפן פאר אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד התבססות שבבעלות. און הערן דעם הכרה מיט די שמיעה פנימי, און מאכן פון דעם אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניקייט, וואס רופט זיך בעלות שבהתדבקות.

והשם הטוב יעזור וישמור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קח

תגובהדורך נשמה » מיטוואך אפריל 18, 2018 5:03 pm

מיטן הילף פון הקב"ה עושה שמים וארץ.

די אויסדרוק דרגותיה של הנפש בהסתירה והתגלותה. דארף ווערן פארשטאנען ביי דיר מיט דיין עקספיריענס. די עקספיריענס ביי א מענטש וואס עקספיריענסד זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, זיין קשר מיט כלים, ווי מער ער מיינט אז די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס ער ווייסט יעצט, ליגט אין די עצם כלים, אדער ווי מער ער עקספיריענסד, דהיינו ס'ווייסט זיך ביי אים, אז די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט באוואוסט זיך אים פון די עקזיסטענץ פון וואו ער איז א חלק. ס'איז וויאזוי דו עקספיריענסד סיי ווען דיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. דיין קשר מיט כלים. (ווילאנג מ'לעבט איז יעדע סארט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט א קשר מיט כלים) צו מיינסטו אז ס'ליגט אין די כלים. אדער צו ווייסט זיך ביי דיר, אז ס'באוואוסטזיניגט זיך פון די עקזיסטענץ פון וואו דו ביסט א חלק. דאס מיינט בהסתירה והתגלותה. איז עס ביי דיר באהאלטן אין די כלים? אדער איז עס ביי דיר אויפגעדעקט אז ס'באוואוסטזיניגט זיך פון דיין אייגענע עקזיסטענץ?

אמיתתם וזיכוכם של הכלים.

כלים איז יעדע זאך וואס מאכט אז דיינע כלי הגוף זאלן זיך נעמען ארבעטן. יעצט, איז דא 'כלים גסים ודמיוניים'. און ס'דא 'כלים זכים ואמיתיים'. מיר אליין ווייסן וועכע כלים עס זענען גסים ודמיוניים, און וועלכע כלים עס זענען זכים ואמיתיים. דאס דארף נישט צופיל דרויסנדיגע גיידליינס. אונזער שכל ווייסט זייער גוט, וועלכע כלים זענען גסים ודמיוניים, און וועלכע עס זענען זכים ואמיתיים. אינעם זעלבן כלי, ביי איינעם טרעפט זיך דערין די נקודה וואס איז גס ודמיון, און זיינע כלי הגוף וועלן זיך אנצינדן פון די נקודה וואס איז גס ודמיון. און ביי איינעם טרעפט זיך אים דערין די נקודה וואס עס איז זך ואמיתי, און זיינע כלי הגוף וועלן זיך אנצינדן פון די נקודה וואס איז זך ואמיתי.

ער גייט באלד מער אראפשטעלן וואס עס מיינט ביי א כלי אז ס'איז אמת, און וואס עס מיינט ביי א כלי אז עס איז זך. און די נפקא מינה איז, ווייל די קשר וואס מיר שאפן מיט כלים וואס זענען זך ואמיתי, ווען אונזער עקזיסטענץ ווערט באוואוסטזיניג פאר אונזער באוואוסטזיין פון כלים וואס זענען זך ואמיתי, און מיר מאכן קשר מיט אזאנע כלים. איז דער קשר אן אופן פון די ריכטיגע התייחסות צו די כלים. דאס מיינט אז ווען מיר וועלן האבן קשר מיט אזאנע כלים, וועלן מיר וויסן אז אונזער עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון די פלאץ פון וואו מיר זענען א חלק. און מיר וועלן נישט וויסן אז די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך ליגט אין די כלים.

אמיתת הכלים.
ער שטעלט אראפ א כלל. אז די כלים וואס קענען אונז באוואוסטזיניגן אויף אונזער עקזיסטענץ, אויף אן אופן וואס גייט אונז מאכן וויסן אז אונזער עקזיסטענץ ליגט נישט אין די כלים. הם דייקא אותם שהם 'הווים' לאדם, ונוגעים לחיי נפשו. אז כדי א כלי זאל זיין אמת, דארף עס זיין כלים וואס מ'קען אנרופן אז זיי זענען הווים ונוגעים לחיי נפשו. כדי צו פארשטיין וואס ער מיינט מיט הווים. לאמיר קוקן וואס ס'מיינט כלים וואס זענען נישט הווים? דברים מיותרים לחייו בזה ובבא. ער טענה'ט אז יעדע זאך וואס ערוועקט די כלי הגוף, און ס'איז איבעריג פאר לעבן, אדער אויף דער וועלט, אדער אויף יענער וועלט, איז אינם הווים. וואס איז טאקע פשט? פארוואס טאקע טוען אזאנע כלים באוואוסטזיניגן אויף אונזער עקזיסטענץ, אויף אן אופן אז מיר ווייסן אז די עקזיסטענץ ליגט אין די עצם כלי.

איך טריי יעצט צו חלומ'ן פון קויפן א שיינע קאר. די דמיון פון די שיינע קאר, איז יעצט א דרויסנדיגע כלי וואס ערוועקט אז מיינע כלי הגוף זאלן זיך נעמען ארבעטן. מיינע כלי הגוף מחשבה, וועקט זיך אויף און ס'נעמט זיך ארבעטן, אויך מיין כלי הגוף וועליו סיסטעם, וועקט זיך אויף און ס'נעמט זיך ארבעטן. ווען איך טראכט ווי באקוועם די קאר וועט זיין פאר מיר צו נוצן, ערוועקן זיך מיין כלי הגוף חושים, אלעס בעת איך דמיון פון די קאר. יעצט, דאס אלעס האט מיר באוואוסטזיניג אויף א געוויסע באוואוסטזיין פון מיין אייגענע עקזיסטענץ. ווייל ווען כלי הגוף נעמען זיך ארבעטן, ווערט מען בהכרח באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ. אבער איך ווייס יעצט אז מיין עקזיסטענץ ליגט אינעם קאר. אינעם עצם קאר. אינעם דרויסנדיגן עצם כלי. פרוביר עס אויס. (פרעג נישט צו א מענטש זאל נישט חלומ'ן פון קויפן א קאר, קודם לאמיר זעהן די פאקטן וויאזוי עקזיסטענץ-באוואוסטזיין ווייסט כלים.)

ווען איך פרוביר צו חלומ'ן פון די קאר, און אין די זעלבע צייט, מכיר זיין מיט השגה, און מיט הכרה, אז די עקזיסטענץ קומט נישט פון די עצם כלי, קומט ארויף גראד די שאלה "אויב אזוי פארוואס חלומ'סטו פון א קאר? גיי אן ווייטער מיט דיין טאג! וואס איז די חלומ'ן דא? אדער א מענטש חלומ'ט פון זיך איינהאנדלן א פיש טאנק מיט שיינע פיש. די דמיון פון די פיש טאנק, און די שיינע פיש איז א דרויסנדיגע כלי וואס איז מעורר מיינע כלי הגוף. באלד ווערט נתעורר מיינע כלי הגוף, חוש, חוש הראי' הפנימי (נישט ביי יעדעם, איך רעד פון מיר) און דעת התדבקות ווערט געשאפן מיט די?... דמיון. דאס מאכט אז א חלק פון מיין עקזיסטענץ זאל זיך באוואוסטזיניגן אין מיין באוואוסטזיין. ווייל יעדע כלי וואס מאכט ארבעטן די כלי הגוף, באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ. אבער איך טריי צו זאגן "די עקזיסטענץ ליגט נישט אין די כלי" חחחח וואספארא שקר. אויב אזוי פארוואס חלומ'סטו דערפון?

אקעי, לימודים לדעת, פון א ספר וועסטו מיר יא לאזן טראכטן? לאמיר זעהן... "איך גיי קויפן א שיינע נייע נועם מגדים..." מיין מחשבה זאגט מיר "קויף עס און פארטיג". ס'דמיונ'ט זיך נישט עפעס. און וואס וועט זיין טאמער איך טראכט פון קויפן א ווייסע קאפל פאר פורים, מיט אזא פאמפאם אויפן קאפל? אה, דאס איז א גוטע איידיע. ווייטער חלום איך נישט דערפון. די חלומות... די פאנטאזיעס וואס שפינען זיך... דאס שטומט עפעס נישט מיט די ווערטער "עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון די עקזיסטענץ צו וואו איך בין א חלק"

יא, אבער פארוואס זאגט ער "וכלים הם שקריים מצד עצמם"? ווייל אט אזאנע כלים באוואוסטזיניגן אויף מיין עקזיסטענץ, מיט די שקר אז די עקזיסטענץ ליגט אין די כלי. אה, דאס מיינט הם שקריים מצד עצמם. ער שרייבט ובדרך כלל אינם אפילו בהישג ידו, רק בדמיונו בעתיד או בזכרונו בעבר, או ממה שהוא רואה ביד אחרים. לאמיר זעהן, "איך דארף אויך א לעדערנע תפילין בייטל"... מיין יעצטיגע קשר מיט די כלי אין אונזער פאל, די דמיון צו קויפן יענעמ'ס לעדערנע תפילין בייטל. שטומט טאקע נישט מיט די ווערטער אז "עקזיסטענץ ליגט נישט אין די כלי". אקעי.

זיכוך הכלים.
האמיר שוין געשמועסט אז כלים צו באוואוסטזיניגן אויף אונזער עקזיסטענץ מיט די ידיעה אז אט די עקזיסטענץ האט זיך באוואוסטזיניגט פונעם מקור העליון, דארף עס זיין אמת'ע כלים. און אמת'ע כלים מיינט כלים הווים לאדם, ונוגעים לחיי נפשו. נישט שפינען קיין פאנטאזיעס. ער וועט נאך רעדן דערפון. אבער אז די כלי זאל באוואוסטזיניגן אויף אונזער עקזיסטענץ אויף אן אופן אונז צו מאכן וויסן אז די עקזיסטענץ קומט פונעם מקור העליון, דארף עס אויך זיין זך = לויטער. וואס מיינט זך? זאגט ער אז ס'איז אזא סארט כלי וואס ערוועקט אונזערע כלי הגוף, און מיר האבן דערמיט קשר, און ווען מיר קוקן אן דעם כלי, ווייסן מיר אז די כלי ווערט בטל צום תפקיד. און זיי זענען נאר דא צו באוואוסטזיניגן אונזער עקזיסטענץ. און ער שרייבט ולכן הם שקטים ושקופים מבלי רעש וגסות. דערפאר הייסט עס זך.

אבער אין די דרגות הנמוכות, ווען מיר ווייסן די כלי, ווייסן מיר אז עקזיסטענץ ליגט אין די כלי. און דערפאר ווערן אזאנע כלים אנגעקוקט אלץ גסים ורועשים. ווייל זיי פארדעקן דעם אמת אז עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פונעם פלאץ וואו מיר זיינען א חלק. און ס'ליגט נישט אין די כלי, און ס'באוואוסטזיניגט זיך נישט פון די כלי.

לאמיר רעדן פון דעת הבעלות, אויב מיר ווילן ווערן די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד דעת הבעלות, (דעת הבעלות איז א קשר מיט אזאנע כלים וואס זענען מעורר כלי הגוף מחשבה) דארף ווערן נתעורר אויך חושים פנימיים שבמושכל, און אויך עס מפשיט זיין אל הפועל מיט דיבורים פנימיים, און אויך ווענט זיך וויפיל וועליו ס'האט פאר די מחשבה, (וועליו מיינט נישט ווי טיף דער דבר שכלי איז, וועליו מיינט וויאזוי מ'פארשטייט אז ס'איז אהער געשטעלט, די תמונה מחשבתית, עיין דף ע.) נאכדעם איז דא אין דעת הבעלות די 'נקודת הדעת' ארויסהאבן מיטן שכל די עצם דבר שכלי.

זאגט ער, אז א כלי וואס ערוועקט אונזער כלי הגוף מחשבה, איז מעורר אז מ'זאל בעיקר וועלן ארויסהאבן דעם נקודת השכל דערפון, אזא כלי ווערט בטל צום תפקיד. נעמליך, צו מאכן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד הכרה. אבער אויב א כלי איז מעורר מחשבה, און ס'איז מעורר בעיקר אז מ'זאל זעהן דעם תמונה מחשבתית דערפון. אזא כלי איז מער גס ורועש. ווייל אזא כלי באוואוסטזיניגט אויף אונזער עקזיסטענץ אז ס'ליגט אין די עצם כלי. מ'ווערט מער נתפעל פון די תמונה מחשבתית פון די דבר שכל אבער מ'דערהערט נישט דעם דבר שכלי אליין, מ'דערהערט נישט די פשוט'ע נקודת השכל דערפון. למשל א מענטש הערט א שיין ווארט, ס'איז שיין פאר אים, אבער ס'כאפט נישט ביי אים אז ער זאל וועלן ארויסהאבן דעם שכל דערפון.

און אזוי אויך ביי צד החיות, וואס שאפט דעת התדבקות. ווען א כלי איז מעורר אונזער כלי הגוף, חושים אז ס'זאל זיך נעמען ארבעטן, אויב די כלי איז נאר מעורר די קערפערליכע שפיר, וואס פאר חושים איז א שטארקער וועליו די קערפערליכער שפיר, אבער ס'מאכט נישט ארבעטן אונזער כלי הגוף חוש הריח הפנימי, (עיין דף עט, ער שרייבט דארט: אז די פנימיות פון די חוש הריח איז נייחא נפשית). אז מיר זאלן דערפון שפירן אז די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך מצד חיות, לעבט זיך פון די אייגענע עקזיסטענץ. דאן איז עס א כלי וואס איז נישט זך. ווייל אזא כלי באוואוסטזיניגט אונז אויף אונזער עקזיסטענץ, אז די עקזיסטענץ ליגט אין די כלי. אפילו די felt sense, פאר זיך אן די חוש הריח הפנימי אן די "נייחא נפשית", איז אויך נאר א כלי וואס איז נישט זך. דורך געפילן קען מען טאקע כאפן די נפש, אבער פאר זיך אנעם חוש הריח הפנימי איז עס נישט זך. די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך פון אזא דרויסנדיגע כלי איז אז ס'ליגט אין די כלים.

איך לערן אפ חוש הריח הפנימי, ווי א געוויסע איבערצייגונג וואס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד חושים-חיות ווייסט, אז די אייגענע עקזיסטענץ מצד חיות, איז יעצט געווארן פון די כלי מער באוואוסטזיניגט. אבער נישט אז די עקזיסטענץ ליגט אין די כלי. ער פילט ווי זיין אייגענע עקזיסטענץ איז יעצט נתרבה געווארן.[/b] יעדע זאך וואס מאכט ארבעטן די חושים, מאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד חיות. אבער אויב א כלי מאכט ארבעטן די חוש הריח הפנימי, די אינערליכער געשמאק, די נייחא נפשית, מיינט עס אז עקזיסטענץ באוואוסטזיניגקייט ווייסט אז ער איז יעצט מער באוואוסטזיניגט געווארן דורך די כלי. ער ווייסט זיך. ער פילט ווי ער אליין איז נתרבה געווארן. די עקזיסטענץ אליין שפירט אז ער איז געווארן יעצט מער עקזיסטענץ באוואוסטזיניג. דאס מיין איך מיינט חוש הריח הפנימי. אזוי לערן איך עס אפ אויף ביז דערווייל, אי"ה איך האף נאך בעסער צו כאפן ווען א כלי הייסט זך ביי חושים. איך טראכט אז ווען חושים ווערן נתעורר פון ריינע כלים, הייסט עס אויך זך.

איך טראכט ווען א מענטש שמעקט בשמים, אדער הדסים, אדער אזוב, שפירט ער נישט אזוי, אז די עקזיסטענץ וואס ער שפירט, (נאר עקזיסטענץ קען שפירן ריח) קומט פון די עצם כלי. מ'ווערט עפעס נישט פארקויפט פאר די עצם בשמים, אדער הדסים. איך רעד נישט ווען מ'שמעקט עסן, אדער בלומען, וואס דארט זענען שוין אנדערע חושים אינוואלווד, ווי ראי', און טעם. אבער ריח פון בשמים מיין איך אז ס'באוואוסטזיניגט אויף די אייגענע עקזיסטענץ.

און אזוי אויך בצד התפשטות, אויב א כלי וואס איז מעורר אונזער כלי הגוף, כלי המעשה, און מ'וויל מער סתם זיך אויפרייסן, מיינט עס אז די כלי באוואוסטזיניגט אונז אויף אונזער עקזיסטענץ אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניקייט ליגט אין די כלי, און פון דארט קומט זי. אבער אויב די כלי וואס איז מעורר אונזערע כלי הגוף, כלי המעשה, איז מער מעורר ארויסצוברענגען די טיפסטע אינערליכע כוחות די מערסטע צום תכלית, און דאס קומט דאך אוודאי פון א טיפע כח אינעם נפש. איז אוודאי אז אזא כלי באוואוסטזיניגט אויף די עקזיסטענץ מצד התפשטות. אז די עקזיסטענץ קומט פון וואו מיר זענען א חלק. איך וואלט געזאגט אז א כלי וואס איז מעורר כלי המעשה, איז זך, ווען דער כח צו טון, קומט פון א דבר אמיתי.

און איך טראכט אז די זעלבע זאך בצד הדמות. אויב א כלי וואס איז מעורר אז אונזער כלי הגוף וועליו סיסטעם זאל זיך נעמען ארבעטן, אבער ס'מאכט אז מ'זאל געבן א חשיבות פאר די כלי, אז די כלי האט אין זיך חשיבות מצד עצם הכלי, דאס איז נישט זך. ווייל אזא סארט באוואוסטזיניגקייט אויף עקזיסטענץ, באוואוסטזיניגט אונז, אז די עקזיסטענץ ליגט אין די כלי. אבער אויב ס'איז אזא כלי וואס מאכט ארבעטן אונזער כלי הגוף, וועליו סיסטעם, אז די חשיבות קומט ווייל ס'איז א חלק פון די איין איינציגע עקזיסטענץ, איז דאך אוודאי אז אזא כלי באוואוסטזיניגט אויף אונזער עקזיסטענץ, אז ס'קומט פון די פלאץ פון וואו מיר קומען.

ביזן קומענדיגן שיעור קען מען טראכטן, אז א כלי וואס איז מאכט אונזערע כלי הגוף ארבעטן דארף זיין אמת און זך אונז צו באוואוסטזיניגן אויף אונזער עקזיסטענץ, אז די עקזיסטענץ קומט פונעם מקור העליון, וואו מיר זענען א חלק.

והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו ,און ער זאל אויסהיילן צעבראכענע הערצער. אזוי ווי די פסוק זאגט הרופא לשבורי לב ומחבש לעצבותם.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דאנארשטאג אפריל 26, 2018 7:00 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קיא

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 2:41 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

השלימות והאיחוד

צוויי האק-פוינטס, איינס: ה'שלימות' היא דרישה עמוקה בנפש. צוויי: ה'איחוד' הוא ג"כ דרישה עמוקה בנפש. וואס מיינט ער מיט די ווארט שלימות? (נישט וואס דו ווייסט) שלימות מיינט גארנישט פעלט נישט. דאס מיינט 'שלימות'. האסט אמאל געשפירט בארד? האסט געפיהלט א 'העדר'! האסט געפילט אז ס'פעלט עפעס וואס דו האסט אמאל געהאט. שלימות מיינט אז ס'איז נישטא קיין שום העדר. אלעס איז דא. דאס מיינט שלימות. און דאס איז וואס דיין עקזיסטענץ וויל. דו ווילסט וויסן דיין עקזיסטענץ די מערסטע שייך. אויב דו ווייסט אז האסט דיך שוין אמאל געוואוסט מער אין עקזיסטענץ, ווילסטו צוריקהאבן וואס דו האסט דעמאלטס געוואוסט. עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וויל פון אלעמאל אן אז איר עקזיסטענץ זאל קיינמאל נישט ווערן ווייניגער. ס'זאל קיינמאל נישט זיין א העדר. אויב איך האב מיך נעכטן געוואוסט מער אין עקזיסטענץ, וויל איך נישט אז ס'זאל ווערן ווייניגער.

איז דא פינף דרגות ווי ווייט מ'ווייסט אז די עקזיסטענץ וואס מ'ווייסט זיך ליגט נישט אין די כלים. (הסתרה גמורה, התנוצצות דמיונית, קצה הנפש, עולמה של הנפש, און בסוד היחוד) אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיין ביי די דרגה פון התנוצצות דמיונית, וויל אויך האבן שלימות, אז ס'זאל נישט זיין קיין העדר, אבער בצורה דמיונית. און עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ביי די דרגות העליונות, ווייסט וואס אזאנס עס מיינט אמת'ע שלימות. וואס אזאנס עס מיינט אז ס'איז נישטא קיין העדר.

וואס מיינט ער מיט די ווארט 'איחוד'? ס'מיינט צופאסן צוויי פארקערטע כוחות, וואס קומען זיך צאם פאר א געוויסע תכלית. צופאסן פארקערטע קאלירן, צופאסן מיינט נישט צאמשטעלן. צופאסן מיינט, אז מ'פארשטייט אז פון דעם כח פעלט וואס דער כח האט, און מ'שטעלט עס צאם. און דאס רופט ער מיט די ווארט 'איחוד'. און צופאסן מאכט באוואוסטזיניג אויף עקזיסעטנץ, וועגן צוויי סיבות. איינס, ס'ווערט א שלימות. וויבאלד פון יעדע כח ווען ער איז פאר זיך, פעלט דאס וואס דער אנדערער כח האט יא. און ווען איך טו זיי צאמשטעלן, ווערט עס א שלימות, אז זיי זענען מער נישט פעלערהאפטיג. א רויטע רויז פארשטייט די שכל, אז ס'פעלט אים די ווייסקייט, און א ווייסע רויז, פארשטייט דער שכל אז ס'פעלט אים רויטקייט, און ווען איך שטעל זיי צאם אין איין האלטער, איז איינער משלים דעם אנדערן. ס'ווערט א איחוד.

און נאך אזאך (איך וועל שרייבן וויפיל איך פארשטיי) ווען מ'זעהט די באהאלטענע כוחות אין די בריאה, ווערט מען זייער באוואוסטזיניגט אויף די אייגענע עקזיסטענץ. ווען מ'זעהט דעם רויטן רויז פאר זיך, זעהט מען דאך א אפענע זאך. און ווען מ'זעהט דעם ווייסן רויז פאר זיך, זעהט מען א קלארער מציאות, אבער ווען מ'שטעלט זיי צאם, און מ'זעהט ווי יעדע איינע טוט משלים זיין דעם צווייטן. דאס איז מגלה א באהאלטענעם סוד אין די בריאה. "איך האב גארנישט געוואוסט אז מ'קען עס אזוי צאמשטעלן, און ס'איז זיך גאר מגלה א שלימות פון די צוויי פארקערטע כוחות"

ביזן קומענדיגן שיעור קען מען טראכטן אז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וויל שלימות אז ס'זאל נישט זיין קיין העדר. ("אויב איך האב מיך שוין אמאל געוואוסט מער אין עקזיסטענץ וויל איך נישט אז ס'זאל ווערן ווייניגער".) און ער ווערט מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט ווען ער טוט צופאסן צוויי פארקערטע כוחות.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף קיג

תגובהדורך נשמה » פרייטאג אפריל 20, 2018 1:20 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

א דרויסנדיגע כלי, איז סיי וועלכע זאך וואס מאכט אז אונזערע כלי הגוף זאל זיך נעמען ארבעטן.

כלי הגוף איז 1 אונזער מחשבה, השגות שכליות, 2 חושים, חוש השמיעה, און חוש השמיעה הפנימי. חוש הראי', און חוש הראי' הפנימי. חוש הטעם, און חוש הטעם הפנימי. חוש המישוש, און חוש המישוש הפנימי. (געפילן קומען פון חוש המישוש, ס'דערטאפט זיך די עקזיסטענץ מצד חיות, דאס פיהלן די הארץ קלאפן, א לעבעדיג הארץ. איז אויך חושים. פילינגס. פיהלן די לינגען אטעמען אריין און ארויס לופט, איז אויך חושים. פילן די קערפער אין ספעיס, ווי ס'רירט זיך אהער און אהין, איז חושים. פיהלן די ווייבערעשאן פון קערפער, ווי ס'לעבט, און שאקלט זיך אהער און אהין, איז אויך חושים. פילן ווי מ'וויל, איך רעד נישט א כח וואס מ'וויל ארויסגעבן מיט די כלי המעשה, איך רעד, סתם פילן אז מ'וויל, איז אויך חושים אינוואלווד. פיהלן ווי פארשידענע מוסקלן ווערן שטייף און נאכגעלאזט, איז אויך חושים. מיר זענען א לעבעדיגע עקזיסטענץ. פיהלן די מוט איז אויך חושים. פרייליכקייט, איז חושים. אהבה ווערט אויך דערשפירט מיט די חושים. וכו') חוש הריח, און חוש הריח הפנימי (חוש הריח הפנימי, איז די נייחא נפשית, א געשמאק וואס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט האט דערפון אויף אן אופן אז ער ווייסט אז די עקזיסטענץ מצד חיות קומט פון די פלאץ פון וואו ער איז א חלק), און 3 כלי המעשה, (כלי המעשה איז סיי וועלעכע כח א מענטש נוצט צו מפשט זיין זיינע אינערליכע כוחות אל הפועל) און 4 אונזער וועליו סיסטעם, (וועליו (לויט ווי איך פארשטיי עס ביז היינט) איז וויפיל און וויאזוי א געוויסע עקזיסטענץ ווערט נתגלה פארן באאבאכטער, אדער וויפיל און וויאזוי א געוויסע עקזיסטענץ איז פון זיך מגלה פארן באאבאכטער. קיין וועליו, קיין התגלות. א משהו וועליו, א משהו התגלות. אסאך וועליו, אסאך התגלות. (למשל, די וועליו וואס א מענטש מיט ערנסטקייט איז מגלה פארן באאבאכטער אויף א געוויסע עקזיסטענץ אינעם מענטש. קיין ערנסטקייט, קיין מסקנא אז דא איז דא די געוויסע מציאות, אביסל ערנסטקייט, א מסקנא אז דא איז דא עפעס פון די סארט מציאות, אסאך ערנסטקייט, דא איז דא היפש פון די סארט מציאות) מחשבה געט וועליו פאר זיין כלי ווי א גוטע תמונה מחשבתית ער זעהט דערין. חושים געט וועליו פאר א כלי ווי מער ס'איז מעורר קערפערליכע שפיר. כלי המעשה געט וועליו פאר א כלי אדער ווי מער ס'איז מעורר די כוחות זיך אויפצורייסן. אדער ווי טיפער ס'ברענגט ארויס די כוחות ווי מער צו א תכלית. ס'ווענט זיך וועכע דרגה. און די וועליו סיסטעם אליין, געט א וועליו אדער ווי חשוב די עצם כלי איז, אדער ווי מער ס'באוואוסטזיניגט אויף די אמת'ע עקזיסטענץ, ווענט זיך ווייטער וועכע דרגה, עמער נאך רעדן דערפון אי"ה, איך האף מיט די צייט וועל איך עס פארשטיין נאך מער.

ווען די כלי הגוף נעמען זיך ארבעטן, ווערן מיר באוואוסטזיניגט אויף די איין איינציגע עקזיסטענץ פון וואו מיר זענען א חלק. מצד הכרה, ווייל נאר עקזיסטענץ איז מכיר. מצד חיות, ווייל נאר עקזיסטענץ לעבט און זעהט, און הערט, און שמעקט, און קען פילן א טעם, און האט געפילן. מצד התפשטות, ווייל נאר עקזיסטענץ האט כוחות וואס מ'קען מפשט זיין אל הפועל. און מצד דמות, ווייל נאר עקזיסטענץ קען מגלה זיין א וועליו פון זיך.

יעצט, עונג וכאב.

ווען א דרויסנדיגע כלי באוואוסטזיניגט אויף אונזער עקזיסטענץ, האבן מיר עונג. ווייל דאס איז וואס דאס וויסן פון עקזיסטענץ אונזערע וויל, דאס איז וואס זי ענדשויעט, דאס איז פון וואס זי האט עונג, שעשועים. ווייל דאס איז וואס זי וויל! זיך וויסן ווי מער אין עקזיסטענץ. (זי וויל עס ווייל זי איז א חלק פונעם אמת'ן איינציגן עקזיסטענץ) דערפאר האבן מיר א כלל, ווען א כלי באוואוסטזיניגט אויף אונזער עקזיסטענץ האבן מיר עונג.

יעצט, ווענט זיך אבער ווי אמת און ווי זך, און ווי שלימות'דיג, און ווי איחוד'יג א כלי ווייסט זיך פאר אונז. האמיר שוין געשמועסט אויבן, אז אמת, זענען כלים הווים ונוגעים לנפשו, און זך זענען כלים, וואס ווען מיר קוקן דערויף ווייסן מיר אז ס'איז משמש דעם תפקיד צו ווערן באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ, אויף אן אופן אז די עקזיסטענץ קומט פונעם מקור העליון, פון אונז, און נישט פון די עצם כלי. און שלימות'דיג מיינט, אז די כלי באוואוסטזיניגט אויף אונזער עקזיסטענץ, אן קיין העדר. און איחוד מיינט אז די כלי באוואוסטזיניגט אויף די סוד אין די בריאה. ער וועט נאך רעדן פון שלימות און פון איחוד.

יעצט, ווי מער אמת, און ווי מער זך, און ווי מער שלימות, און ווי מער איחוד, א כלי וואס באוואוסטזיניגט אויף אונזער עקזיסטענץ איז, אלץ מער עונג. קומט אויס, אז אין די דרגות התחתונות, (די דרגות זענען פינף, 1 הסתרה גמורה, 2 התנוצות דמיונית, 3 קצה הנפש, 4 עולמה של הנפש, און 5 בסוד היחוד) ווייל כלים ביי די דרגות התחתונות זענען נישט אזוי אמת, און זענען נישט אזוי זך, און זענען נישט אזוי שלימות'דיג, און זענען נישט אזוי איחוד'יג, דערפאר האט דער ביי די דרגות התחתונות, נישט אזויפיל עונג, נאר עינוגה הוא קלוש ושטחי ואינו מתקיים. שוואכע מאסעס אלעס ווייל ס'איז נישט אמת, און זך, און שלימות'דיג, און איחוד'יג. אבער ביי די דרגות העליונות, זענען דאך די כלים, אמת, און זך, און שלימות'דיג, און איחוד'יג, דערפאר האט מען מער עונג. עינוגה הוא פנימי ומהותי, ומתקיים לעולם.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה קען מען טראכטן, אז ווי מער א כלי איז אמת, זך, שלימות'דיג, און איחוד'דיג, אלץ מער עונג אויף אן אופן פון פנימי ומהותי, ומתקיים לעולם.

והשם הטוב יעזור וישמור מאוד מאוד
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט