לימודים לדעת ביודיש.

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רנ

תגובהדורך נשמה » פרייטאג יוני 15, 2018 3:04 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

נביעת אור פנימי שבנפש. דער מענטש איז באוואוסטזיניגט אויף זיין עקזיסטענץ אלץ א חלק אין די איין איינציגע עקזיסטענץ ית', ווי ס'האלט אין איין קוועלן אין אים נייע און נייע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייטן. אזוי ווי די קוואל וואסער, וואס קוועלט נייע און נייע וואסער. והוא שמח מאוד בחלקו בנביעת אור הפנימי שבנפשו. דאס מאכט דאך זייער פרייליך א מענטש. דאס איז דאך די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס דער נפש גליסט זיך צו וויסן. ואינו זקוק לשום הספקה מעולמו החיצוני. און דער מענטש דארף נישט קיין שום עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט פון די דרויסנדיגע וועלט.

די הארת קדושה מיינט אז דער מענטש איז באוואוסטזיניגט אויף זיין עקזיסטענץ, אויפן ריכטיגן אופן. דער מענטש האלט אין איין ווערן באוואוסטזיניג אויף זיין עקזיסטענץ אז ס'שיינט זיך אראפ אין זיין באוואוסטזיין פון איין איינציגע עקזיסטענץ ית'. הארת הקדושה שנובעת מנפשו עוד מתמלאת על גידותיה, ומשפיעה על עולמו סביביו, עד שגם כליו החומריים מתעלים ומתקדשים, ושמחים ומאירים לנגדו. יעדע דרויסנדיגע כלי וואס איז מעורר זיינע כלי הגוף, באוואוסטזיניגט אים, אז די עקזיסטענץ קומט פונעם מקור העליון. דאס מיינט, כליו החומריים מתעלים ומתקדשים, ושמחים ומאירים לנגדו

ובצורה הזאת הוא נעשה 'משפיע' מנפשו לכליו להעלותם, תחת אשר 'יקבל' מהם.
די ווערטער כאפ איך נאכנישט פונקטליך אין מיין עקספיריענס. ער וועט נאך רעדן דערפון. אבער ווארשיינליך מיינט ער, אז דער מענטש איז באוואוסטזיניג אז עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך אים פונעם מקור וואו ער איז צוגעבינדן. וואס איך פארשטיי נישט, לכאורה, מ'מוז דאך האבן כלים. נאר ס'קען זיין, אז ער רעדט אז דער מענטש איז זאט מיט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, אז ער דארף נישט די כלים. ווייל ער האט זיך שוין זיינע גוטע כלים. איך פארשטיי נאכנישט פונקטליך וואס ער מיינט מיט "להעלותם". וואס הייסט מ'ברענגט ארויף די כלי.

הרי לנו בזה אופן נכון ואמיתי למדוד מצב נפש האדם ומעמדו. לאמיר געדענקען, אונזער ציהל מיט דעם פרק שני איז: הבחנת הדעת. מבחין זיין מיט אונזער הכרה פון וואו באוואוסטזיניג איך מיך אויף עקזיסטענץ? זאגט ער אן אופן נכון ואמיתי, וויאזוי צו מעסטן פון וואו מ'באוואוסטזיניגט זיך אויף עקזיסטענץ. שאם הוא מרגיש את עצמו תאב ונצרך לאיזה סיפוק נפשי מבחוץ, הרי זה מראה על מצב נפשו הכללי, ס'דא סיפוק נפשי מבחוץ, און ס'דא סיפוק נפשי מבפנים. סיפוק נפשי מבפנים מיינט, אז דער מענטש וויל אז אינעווייניג אין אים זאל שטראמען א באוואוסטזיניגקייט אויף זיין אייגענע עקזיסטענץ, נאך און נאך, אגאנצן צייט פון דאס ניי, אז ס'באוואוסטזיניגט זיך פונעם מקור העליון.

סיפוק נפשי מבחוץ מיינט אז דער מענטש וויל אז עפעס אינדרויסן זאל אים זעטיגן, זאל אים באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ. ווי מער ער זוכט, אלץ מער ווייזט עס שנתרוקנה ונעשית בבחינת אביון מחמת התבלעה בכלים חומריים והעדריים. ווייל זיין נפש איז צוגעוואוינט זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ פון כלים נמוכים. (כלים נמוכים מיינט, אז דער מענטש איז באוואוסטזיניגט אז די עקזיסטענץ ליגט אין די כלי און נישט אין אים) ולהיפך, אם הוא מרגיש את עצמו שמח בחלקו, הרי זה מראה על היות נפשו מושרשת בקדושה. אויב א מענטש באוואוסטזיניגט זיך אויף עקזיסטענץ, (דורך דרויסנדיגע הייליגע כלים, הווים ואמיתיים) אז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך אים פונעם מקור העליון. איז ער צופרידן.

אין הערה שכו, וויל ער מסביר זיין, וויאזוי עס עקספיריענסד זיך די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ביי אזא שמח בחלקו באוואוסטזיין. ס'דארף זיין א צאמשטעל פון שמחה ומילוי, און לב נשבר ומרירות על ריחוקו מהבורא ית'. ווען די ביידע שטעלן זיך צאם אין איין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, מיינט עס אז דער מענטש איז באוואוסטזיניגט אז זיין עקזיסטענץ, באוואוסטזיניגט זיך פון מקור העליון. דעמאלט געשעהט א צאמשטעל פון שמחה ומילוי, און לב נשבר ומרירות על ריחוקו מהבורא ית'. מיר קענען דען, נאכאמאכן די עכטע עקספיריענס פון א לב נשבר ומרירות? אדער פון שמחה ומילוי? קענען מיר מאכן אז דאס זאל זיין אויפאיינמאל אין אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט? מיר קענען עס עקספיריענסן אויב מיר וועלן זיך באוואוסטזיניגן אז עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך אונז פונעם מקור העליון.

ואף שמרגיש בקרבו לב נשבר ומרירות על ריחוקו מהבורא ית', הרי יחד עם זה האיש הישראלי מרגיש בנפשו גם שמחה ומילוי סתם אזוי קען מען נישט פארשטיין, וויאזוי קען געשעהן, אז מיטן כח פון מרירות און א צעבראכן הארץ, זאל מען זיך באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, און גאר אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ וואס מ'גליסט. א צעבראכן הארץ זאל גאר באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ? וויאזוי? אבער אז א מענטש איז באוואוסטזיניגט אז עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך אים פונעם מקור העליון. געשעהט עפעס וואס מ'קען זיך נישט פארשטעלן מיט לאגיק פון פארדעם. קשיות פאלן אוועק. די ריכטיגע עקספיריענס מאכט אז קשיות זאלן אוועקפאלן.

אין אמת'ן אז מ'קוקט, זעהט מען אז מענטשן וואס זיי באוואוסטזיניגן זיך אויף זייער עקזיסטענץ פון כלים נמוכים, האבן אויך אין זייער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט א סתירה, פון דרויסן פילט זיך עס גאנץ ביי זיך, און צופרידן, אבער אינעווייניג פילט זיך ריקן ותאב לדברים שמבחוץ להחיות עצמו ולמלא את נפשו. מ'איז נישט ערפילט. מ'דארף געדענקען, די פראבלעם מיט להחיות עצמו ולמלא את נפשו מיט דברים שמבחוץ, איז נאר ווייל זיי באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, אז עקזיסטענץ ליגט אין די כלי. ווען מיר דארשטן נאך א קאפיטל תהלים, א שטיקל מאור ושמש, וכו', דארשטן מיר זיך צו באוואוסטזיניגן אויף אונזער עקזיסטענץ אז ס'באוואוסטזיניגט זיך ממקור העליון. די שטיקל מאור ושמש איז סתם שווארצע אותיות אויף א ווייסע פאפיר, ס'איז אונזער עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך אין אונזער באוואוסטזיין פונעם מקור העליון. איך לויט מיין השגה.

אין הערה שכז. אז ווען א מענטש באוואוסטזיניגט זיך אויף זיין עקזיסטענץ, אויף אזא אויפן אז עס באוואוסטזיניגט זיך ממקור העליון, איז ער צופרידן וואס ער לערנט, און וויפיל ער פארשטייט. ווייל ס'איז נישט קיין גרויסע חילוק ביי אים וואס די כלי איז, אבי ס'באוואוסטזיניגט אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ. דער מענטש איז פרייליך מיט וואס ס'זאל זיין אין זיין געגנווארט. דער מענטש לערנט נישט היסטעריש, "איך מוז פארשטיין דעם תוספות, אויב נישט, בין איך ארויס פון עקזיסטענץ". ער איז רואיג. דער מענטש דאווענט נישט היסטעריש "איך מוז פילן א טעם אין דאווענען, אויב נישט, בין איך ארויס פון עקזיסטענץ". ער איז צופרידן. דער מענטש צינד נישט די מנורה, "אויב איך גיי פליען אין די הימלען איז עפעס, אויב נישט בין איך ארויס פון עקזיסטענץ". ער איז רואיג. פארוואס? ווייל ער איז מעורר זיינע כלי הגוף פון כלים הווים ואמיתיים, אז זיין עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט ממקור העליון. ער איז בכנפי השכינה. ער איז אין ביי זיך. אין, איז די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

דער מענטש זאגט נישט "איך מוז פילן אז איך טו עפעס פארן אייבערשטן", ער איז צופרידן. ער איז צופרידן מיט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט אז ער אליין טוט גארנישט, און אז אלעס ווערט געטון מיט די כח ועזר אלוקים וואס העלפט און געט אים כח. פארוואס איז ער צופרידן? ווייל ער איז באוואוסטזיניגט אז זיין עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך ממקור העליון. ער איז אנגעפילט. אפילו ער גליסט זיך צו באוואוסטזיניגן אין מער און אין מער עקזיסטענץ, זיין נאנטער צו השי"ת, האבן מער תענוג ושעשוע, קומט עס אבער נישט ווייל ער איז "ליידיג". ער פילט זיך אלעמאל ווי א חלק אלוק ממעל. הבט בעצמך, וועסטו זעהן, אז דאס איז אזוי. אויב א מענטש שפירט ביי זיך אז ער וויל לערנען, ווייל פאר דעם איז ער ארויס פון עקזיסטענץ, איז ער גערעכט? ער איז נישט גערעכט. ער איז דאך א חלק אלוק ממעל. א יוד. א אבר מכללות ישראל.

אבער ממה נפשך, איז מען הונגעריג צו לערנען, און דאווענען, דארף מען דאך ערשט לערנען, איז מען זאט, וויל מען לערנען.

ס'דא מענטשן וואס זיי האבן קיינמאל נישט ליב דעם הווה. די הווה איז קיינמאל נישט גוט. אלעמאל וועט זיין אטענשן וואנדערן אויף עפעס גוט אנדערש ווי וואס ס'איז יעצט. יעצט איז ביי אים קיינמאל נישט גוט. דער מענטש געפינט זיך אלעמאל אין א מצב פון בורח מעולמו, ער אנטלויפט פון קומען פנים אל פנים מיטן נישט גוטן יעצט. ונלחם בחייו ההווים. ער שלאגט זיך מיט דעס מין זאך וואס הייסט די יעצטיגע reality. ער האט עס פיינט בתכלית. והוא רק מלא דמיונות וחלומות אודות הדברים שהוא תאב ונצרך להם. איך וואלט געדארפט יענץ און דעס, און נאר אויב איך וועל האבן דאס און יענץ, וועל איך ענדליך ווערן באוואוסטזיניג אויף מיין גוטע עקזיסטענץ. דאס קומט פון דעם אז דער מענטש איז באוואוסטזיניג אז עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך אין זיין באוואוסטזיין ליגט אין כלים. ווען א מענטש איז באוואוסטזיניג אז עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך פון די פלאץ וואו ער איז אנגעבינדן. איז ער צופרידן מיט וואס ער האט אינעם הווה.

דער מענטש וואס איז צופרידן מיט די הווה, וואס פרייט זיך מיט די הווה, וואס איז מעריך דעם הווה, וואס איז זיך מתחבר מיטן הווה, אן קיין שום בעיטה והתאוננות, דאס קומט ווייל ער איז "אנגעפילט", דהיינו, ער איז באוואוסטזיניג אז ער איז אן עקזיסטענץ, חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ. א צלם אלוקים. איינער וואס איז נישט אזוי, איז נאר, ווייל ער איז באוואוסטזיניג אז ער נישט אין עקזיסטענץ. דאס איז ער באוואוסטזיניג.

ביזן קומענדיגן שיעור וואלט איך אריינגעטראכט און פרובירט צו עקספיריענסן אז עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך אין מיין באוואוסטזיין, באוואוסטזיניגט זיך נאר, ווייל איך בין א חלק אלוק ממעל. ס'באוואוסטזיניגט נישט אויף די עקזיסטענץ פון די כלי. ס'באוואוסטזיניגט אויף מיין עקזיסטענץ.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רנב

תגובהדורך נשמה » מאנטאג יוני 18, 2018 7:14 pm

הייליגער באשעפער העלף, מיט דיין הילף קען איך שרייבן, מיט דיין הילף.

עוד אופן להבחין דרגת דעת הנפש.

עוד ישנה הבחנה נכונה בזה, צו קוקן מיט די הכרה מבחין צו זיין צו מ'באוואוסטזיניגט זיך אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ, צו מ'באוואוסטזיניגט זיך אויף סוד יחודו ית', צו מ'באוואוסטזיניגט זיך אויפן איין איינציגן עקזיסטענץ ית' וואס באהאלט זיך, (מ'עקספיריענסד עס אין באוואוסטזיין, אין conscious awareness), און דאס אז איך בין באוואוסטזיניג אויף זיין עקזיסטענץ, ווייזט נאר אז איך בין עקזיסטירנד, ווייל נאר זייענדיג א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ קען איך זיך באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ. דאס דארף מאכן אז כל קומת הנפש מתעלית ומתאחדת להתקשר ביחודו ית"ש, נישט נאר מצד הכרה, בשעת מ'לערנט, נאר אויך מצד חיות, בשעת מ'דאווענט, און מצד התפשטות בשעת מ'טוט מצוות, און אזוי אויך מצד דמות.

אויב מ'באוואוסטזיניגט זיך נישט אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, איז, בשעת מ'לערנט, פיין, לערנט מען. אבער בשעת מ'דאווענט, דאווענט זיך נישט אזוי. אדער בשעת מ'דאווענט, דאווענט זיך, אבער ווען ס'קומט צו א מצווה איז מען נישט אזוי דערביי. אדער אין ביהמ"ד צווישן מענטשן איז מען וואויל, אבער אינדערהיים ווען מ'איז באוואוסטזיניגט אז מ'איז אליין, איז מען נישט אזוי. מיט דעם קען מען מבחין זיין אז מ'באוואוסטזיניגט זיך נישט אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. און ער ענדיגט הבורא יתברך שמו ישים חלקנו בין העובדים אותו באמת ולא נבוש ולא נכלם לנצח.

עוד הבחנה פשוטה בזה

ויש עוד אופן פשוט להבחין אם האדם מקושר באמת בעבודת הבורא ית"ש, או אם איזה ענין צדדי אוחז את נפשו.
ס'דא נאך א פשוט'ע אופן וויאזוי מ'קען מבחין זיין צו מ'באוואוסטזיניגט זיך אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, אדער מ'באוואוסטזיניגט זיך דורך עבודת השי"ת, לערנען, דאווענען, אויף נישט די ריכטיגע עקזיסטענץ-בוואוסטזיניגקייט. מ'דארף געדענקען אז ווען מ'באוואוסטזיניגט זיך אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט האט מען אן עונג פנימי ומהותי, ומתקיים לעולם. עיין דף קיג. איז זאגט ער, שמי שעובד השי"ת באמת, אז ווען מ'באוואוסטזיניגט זיך אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, לעולם לא תביאנו העבודה לידי עצבות או כעס ח"ו. לאמיר זיך דערמאנען: כעס און עצבות איז ווען מ'איז באוואוסטזיניג אויף א זאך אז ס'נעמט ארויס פון עקזיסטענץ. אדער פון אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

זאגט ער אבער אז דביקות הבורא ית"ש היא שפע וחסד מצד הימין, די באוואוסטזיניגקייט אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ איז שפע וחסד מצד ימין, דאס הייסט אז די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך, וויאזוי ס'באוואוסטזיניגט זיך, איז אלעמאל גוט, אזוי דארף זיך עס באוואוסטזיניגן. למשל, איך דאווען שמו"ע, און איך ווער באוואוסטזיניג אז איינער נעבן מיר שאקלט זיך אויף אזא אופן אז זיינע רצועות אדער טלית קלאפט זיך אריין אין טיש ביי יעדע שאקל ושאקל. אדער די בעל תפילה איז נישט אזוי געלונגען, און דאס נעמט מיר ארויס פון מיין יעצטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. דארף איך וויסן אז די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט דארף זיין אזוי וויאזוי ס'איז יעצט. דאס איז טאקע די ריכטיגע אופן.

איך טראכט פארוואס האט דער רבש"ע געדארפט כפה עליהם הר כגיגית? ווייל מיר ווילן נישט אז א ענין צדדי זאל שולט זיין פון וואו מיר זעטיגן אונזער גליסטעניש זיך צו באוואוסטזיניגן אין עקזיסטענץ, מיר ווילן זיין דבוק אין די נקודה האמיתית של עבודתו ית', מיר ווילן אז דער אייבערשטער זאל אונז הייסן און זאגאר צווינגען, מיר וויל אז דער אייבערשטער זאל זיין די כלי וואס זאל מעורר זיין אונזערע כלי הגוף, ווייל נאר אויב דער אייבערשטער איז די כלי, ווערן מיר באוואוסטזיניג אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ. א רגע נאכדעם איז אוודאי קימו וקיבלו באהבה, נאכדעם האט מען ליב זיך צו באוואוסטזיניגן אין דעם עקזיסטענץ, אבער דו האסט געהייסן, און דו ביסט מיין כלי וואס איז מעורר מיינע כלי הגוף. וויאזוי די איין איינציגע עקזיסטענץ ית' שטעלט עס אויס, אויף דעם דארפן מיר באוואוסטזיניג ווערן. אוודאי דארפן מיר תענוג ושעשוע, אבער מיר ווילן אז דער אייבערשטער זאל זיין די כלי.

ער ברענגט דא די באקאנטע אוהב ישראל, און ער שרייבט אז מ'זאל נאכקוקן אין ספה"ק דרך חיים פרק פב, ובתורת חיים פרשת וארא עמ' עח ועמ' פד, מאדמו"ר האמצעי מחב"ד. אין תורת חיים, עמ' פד. היינו כאשר לא בא לבחי' ביטול וענוה ושפלות כלל אחר התפלה, הגם שהתפלל בכוונה שלימה לפי דעתו, והתפעל בהתלהבות ותשוקת אלקי בצמאון הנפש כו', אבל לא היה בלבו ודעתו רק להגיע להתפעלות זאת, שהוא רק התנשאות והגבהת הלב, שייטיב לבו בזה עצמו. ער שרייבט ווייטער: ועיקר המכוון באהבה והדביקות אינה מצד האהבה והדביקות עצמה, רק שיהי' דבוק בהוי' דוקא, שהוא בחי' הביטול עצמי לידבק בבוראו כמ"ש לדבקה בו דוקא, וכן ואתם הדבקים בהוי'.

(אזוי פארשטיי איך יעצט, והשם ימחול לי.) ביי דמות האב ער שוין געשריבן, אז באוואוסטזיניגקייט אויף עקזיסטענץ הייבט זיך טאקע אן מיט א דמות, דאס הייסט אז א מענטש וויל אז זיין באוואוסטזיין זאל ווערן באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ, אבער ער זעטיגט נישט זיין גליסטעניש זיך צו וויסן אין עקזיסטענץ מצד די געוויסע "באוואוסטזיניגקייט", מצד "אז ער פליהט אין די הימל", מצד "די מדריגות", מצד די "התפעלות", מצד די "אהבה ויראה", מצד די "תשוקת אלוקי בצמאון נפש". נאר ער ווערט באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ, ווייל נאר זייענדיג א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ ית' קען מען זיך באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, און נאר אויף א חלק פון עקזיסטענץ קען מען זיך באוואוסטזיניגן, און ער וויל בטל ווערן צום איין איינציגן עקזיסטענץ ית'. בטל ווערן איז די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. דאס מיינט בטל ווערן. ער נוצט די עקזיסטענץ זיך צו באוואוסטזיניגן אין עקזיסטענץ, נישט די באוואוסטזיניגקייט. די באוואוסטזיניגקייט איז נאר די דמות.

לדוגמא, א מענטש דאווענט, און ער ווערט באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ, זיין הכרה, זיין חיות, זיין התפשטות, ברענגט אריין אין זיין באוואוסטזיין, א געוויסע באוואוסטזיניגקייט אויף זיין עקזיסטענץ. זעטיגט ער נישט זיין גליסטעניש זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ מצד דעם באוואוסטזיניגקייט מצד דעם דמות, נאר מצד דעם איין איינציגן עקזיסטענץ וואס ער קען נישט משיג זיין אבער ס'עקזיסטירט זיכער, און ס'איז זיכער אז איך בין א חלק דערפון, און איך וויל דערצו בטל ווערן.

החובה להבחין גם בהתערבות הגוף

ביז יעצט האט ער געשריבן וויאזוי מ'איז מיט די הכרה מבחין פון וואו באוואוסטזיניג איך מיך אויף עקזיסטענץ? יעצט זאגט ער נחוץ להדגיש החובה שישנה על האיש הישראלי להבחין גם בדחיפותיו של הגוף. ס'איז וויכטיג צו מבחין זיין, ווי דער גוף שטופט צו נוחיות ועצלה, ס'גוט אזוי ווי ס'איז, איך וויל מיך נישט באוואוסטזיניגן אויף גארנישט, לאמיר גיין שלאפן. און וויאזוי דער גוף מישט זיך אריין זיך צו באוואוסטזיניגן מיט די נישט ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, פון העדר ונמיכיות. והאיך הם מתערבים בנפש לעכב עבודתה ולהורידה. און פארוואס טאקע דארף מען דאס וויסן? זאגט ער: תכלית הבחנה זאת היא, שידע להפריד רצון נפשו מדחיפות גופו, מ'דארף כאפן, דאס און דאס איז דחיפת גופי, דאס און דאס איז רצון נפשי. און ערשט ווען די ביידע זענען אפגעטיילט אין די הבחנה, קען מען מיט די נפש צווינגען דעם גוף. די פראבלעם מיט צווינגען איז, אז מ'צווינגט זיך אן כאפן ווער צווינגט וועם. די ריינע תשוקת הנפש (אן די אריינמישונג פונעם גוף) זיך צו באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ, דארף צווינגען דעם גוף.

דריי זאכן וויאזוי מ'קען מבחין זיין מיט די הכרה פון וואו מ'זעטיגט די גליסטעניש זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ.

    1) דחף פנימי, אן אינערליכער איבערגעטריבענער שטופ צו עפעס.

    2) קוקן אויף די דיבורים פנימיים ווען מ'וויל עפעס, צו מ'דארף עס לעבנס-וויכטיג.

    3) קוקן מיט וואס די מחשבות זענען טרוד,

דריי זאכן צו מבחין זיין מיט די הכרה, צו מ'באוואוסטזיניגט זיך פון די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, צו נישט.

    1) קוקן צו מ'איז א 'נצרך' ו'תאב' לאיזו 'חדשות' מבחוץ.

    2) קוקן צו די גאנצע קומה הייבט זיך, אז אפילו מ'איז אליין איז מען אויך געהויבן,

    3) קוקן צו מ'ווערט בעצבות אדער אין כעס,

    4) אויך קוקן אויף די דחיפת הגוף.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וועל איך מיך חזר'ן אז עבודת השי"ת ברענגט נישט עצבות און אדער כעס.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רנה

תגובהדורך נשמה » דינסטאג יוני 19, 2018 3:39 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

פרק שלישי: בחירת הדעת.

די פרק איז ווי ס'קוקט אויס געווידמעט אויסצולערנען וויאזוי צו בוחר זיין בטוב.

קודם ווי הייבט זיך אן די בחירה, פארוואס בחירה, שרייבט ער אזוי: הבורא ית"ש מצווה אותנו בתוה"ק לבחור בטוב ובחיים בדרכי עבודתו ויראתו, כמש"כ 'ובחרת בחיים' (דברים ל, יט). השי"ת האט אונז געהייסן טון א פעולה וואס הייסט "בוחר זיין בטוב". וידוע מספה"ק (עיין דרך ה' חלק א, פרק ב', וג' מהרמח"ל זי"ע) די תכלית פון אונזער זיך געפינען דא אויף דער וועלט, ווייל השי"ת פארשטייט (גזרה חכמתו) אז כדי מיר זאלן קענען זיין באוואוסטזיניג אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ אויף יענע וועלט (להתענג בקרבתו ית'). איז נאר דורך דעם אז מיר זענען בוחר בטוב אויף דער וועלט, ווען מ'קען פונקט אזוי בוחר זיין ברע.

גם מבואר בספה"ק שבמעלות הבחירה האדם מתדמה לבוראו ית', פון רמח"ל זעהט אויס אז די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, איז מצד התדמותה לבוראה. וזוכה להתדבק בו דביקות אמיתית, (וואס מיינט ער דא מיט די ווארט, כביכול) (איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס ער וויל מיט די ווארט "אמיתית", אפשר איז די דביקות שאינה כ"כ אמיתית, נהמא דכסופא) און ער ענדיגט: ולכן הבחירה בטוב היא עיקר תפקידו ותכליתו של האדם בעולם. קומט אויס פון דעם רמח"ל, אז ווען איך וואונדער מיך "פארוואס בין איך דא?" די תירוץ: ווייל השי"ת וויל אז איך זאל זיין באוואוסטזיניג אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ, (זעהט אויס אז נהמא דכסופא, איז נישט די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט) דערפאר האט ער מיך דא געשטעלט אין אזא פלאץ מיט אזא צאמשטעל, אז אויב איך וויל זאל איך קענען גיין רעכטס, און אויב איך וויל זאל איך פונקט אזוי קענען גיין לינקס, גארנישט פון די ביידע זייטן זאל מיך מער צווינגען וואו צו גיין ענדערש. ס'מוז זיין באלאנסירט אויפן האר. און מיין זאך איז צו בוחר זיין בטוב. אבער וואס מיינט בוחר זיין בטוב, וואס זאל איך טון?

עומק ענין הבחירה

ער שרייבט אזוי: אז די אמת'ע מהות פון די פעולה פון בוחר זיין, איז להבחין, ולהבדיל בין ה'מציאותיות הדמיונית' של העוה"ז, לבין ה'מציאותיות האמיתית' של אלוקותו ית', לבחור בה. דאס איז צוויי שטאפלן, די ערשטע, איך בין בוחר צו מבחין זיין וואס הייסט זיך באוואוסטזיניגן אויף די נישט ריכטיגע עקזיסטענץ, און וואס הייסט זיך באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ. און די צווייטע שטאפל איז, איך בין בוחר זיך צו באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ. ווען איך בין מייחס עקזיסטענץ צו למשל א שיינע קאר, אז די שיינע קאר האט אין זיך עקזיסטענץ, אז די שיינע קאר איז א "זאך", א "מציאותיות". בין איך באוואוסטזיניג אויף מיין עקזיסטענץ, אבער אויפן נישט ריכטיגן אופן. ווען איך ווייס די עקזיסטענץ פון א קאר, ווייס איך מיין עקזיסטענץ. א מענטש ווייסט נאר זיין אייגענע עקזיסטענץ. נאר ווייל איך ווייס מיך, ווייס איך אז די קאר עקזיסטירט. אויב איך וואלט נישט געוואוסט פון מיך צוזאגן, וואלט איך געוואוסט פון די קאר? פארוואס איז די קאר שיין? שיין פארוועם? פאר מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. א טשאקלאד איז זיס נאר ווייל איך ווייס מיך. והא ראי' אויב איך ווייס אז די טשאקלעד איז סם, איז עס אויס זיס.

ועיקר מה שנצטווינו בזה הוא שלא נטעה לייחס לעניני העוה"ז ההעדריים שום 'מציאותיות', דער עיקר וואס השי"ת האט אונז געהייסן איז, אז מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן צו זעטיגן אונזער תשוקה וואס מיר גליסטן זיך צו באוואוסטזיניגן אויף אונזער עקזיסטענץ, אויף אן אופן אז די עקזיסטענץ ליגט אין די עצם כלים וואס איז מעורר אונזערע כלי הגוף. ונבחר רק ב'מציאותיות היחידה' האמיתית של אלוקותו ית', און די פעולה פון בחירה איז, אז איך זאל אויסוועלן, מיך צו באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, אז ער איז די איין איינציגע עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט, און איך בין א חלק דערפון. שבזה נקשר נפשנו רק בתוה"ק ואלוקותו ית' הטמונה בה. און דערמיט וועל איך זעטיגן די תשוקה פון מיין נפש פון תוה"ק, און אלוקותו ית' וואס ווערט נתגלה ווען איך לערן.

ואמיתת 'עבודת הבחירה' היא לעורר נקודת ה'דעת' שבנפש ואור ה'מציאותיות' שבה. טא, השי"ת הייסט מיר יעצט בוחר זיין בטוב, וויאזוי טו איך עס? ווען איך געב א קוק, פון וואו זעטיג איך מיין תשוקה זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ? להבחין בהעדר של העוה"ז און איך בין בוחר צו מבחין זיין, אז די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ליגט נישט אין עוה"ז, דהיינו, איך בין בוחר אז נישט מיטן האבן א שיינעם לאמפ וויל איך מיך באוואוסטזיניגן אויף מיין עקזיסטענץ. זיך צו באוואוסטזיניגן מיט עס אויף מיין עקזיסטענץ, און זיין באוואוסטזיניג אז די עקזיסטענץ ליגט אינעם שיינעם לאמפ. נאר איך בין בוחר צו מבחין זיין אז א שיינעם לאמפ האט נישט אין זיך קיין עקזיסטענץ.

איך בין בוחר צו מבחין זיין אז א לאמפ פאר זיך איז "העדר". ולהרגיש בשקר ומיתה שבו, און ווערן באוואוסטזיניג, אז ס'האט נישט אין זיך מער ווי שקר און קיין-עקזיסטענץ (שקר, ומיתה מיינט קיין עקזיסטענץ). ובמידת הדעת שהיא המבדילה בין חושך לאור נבחור בחיים, צו מבדיל זיין בין חושך לאור מיט די מידת הדעת מיינט ער לכאורה אז מ'זאל קלויבן צו שאפן קשר מיט כלים וואס זענען מעורר די כלי הגוף מחשבה, השגה שכלית, הכרה, צו מכיר זיין דעם אמת'ן עקזיסטענץ, און עס מפשט זיין אל הפועל מיט דיבורים פנימיים. עיין בדף צא. להידבק ב'מציאות האמיתית' של אלוקותו ית' ויחודו ית'. זיך צו באוואוסטזיניגן אין די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. אז עקזיסטענץ איז נאר יחודו ית'.

זאגט ער אזוי: מהותה של הבחירה היא גילוי הארה אלוקית בנפש האדם, כדי צו עקספיריענסן אין אונזער באוואוסטזיין די מהות פון בוחר זיין בטוב, איז צו ווערן באוואוסטזיניג אז מיר גליסטן זיך צו באוואוסטזיניגן אין עקזיסטענץ, און זיך באוואוסטזיניגן אז מיר זענען א חלק פון איין איינציגן עקזיסטענץ ית', שבכוחה להבחין ולהבדיל בין מציאותיות דמיונית לאמיתית, לדחות השקר ולבחור באמת (לויט ווי איך פארשטיי די ווערטער) אז אונזער באוואוסטזיין, דהיינו, אונזער הכרה וואס דאס איז אונזער חלק אלוק ממעל, קען מבחין זיין צו זי איז באוואוסטזיניג אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט צו נישט. משכיל על דבר ימצא טוב (וכן בספר דרך אמת, אות ח)

ומתוך שיכולת זו ישנה באדם רק מכח נקודת 'המציאותית האלוקית' שבנפשו
, אונזער באוואוסטזיין וואס האט דעם כח זיך צו באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ, איז דאך גאר אונזער חלק אין געטליכע עקזיסטענץ, די מציאותית האלוקית אונזערע. שזוהי באמת עיקר מהות הנפש, ומידת הדעת האלוקית שבה. 1) די גליסטעניש זיך צו באוואוסטזיניגן אין די ריכטיגע עקזיסטענץ, און 2) די יכולת צו ערפילן דעם גליסטעניש, דהיינו, זיך צו קענען באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ, דאס איז דאך די עקזיסטענץ פון די חלק אלוק ממעל אונזערע. הרי זאת היא הנקודה שהאדם מתדמה בה ליוצרו ומתדבק בו. ווען איך בין בוחר מיט מיין באוואוסטזיין, זיך צו באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ, מיינט עס, זיך מתדמה זיין און באהעפטן ליוצרי. ווייל דאס איז דאך די מערסטע נאנט ליוצרי.

דער הייליגער באשעפער הייסט מיר בוחר זיין בטוב, סאו, וואס טו איך? ולכן כשהאיש הישראלי מעורר אורה של מידת 'דעת דקדושה' בנפשו ווען איך נעם כלים וואס זענען מעורר מיין הכרה צו מכיר זיין דעם אמת, און איך באוואוסטזיניג מיך אויף די אמת'ע עקזיסטענץ, און מאך דערמיט קשר (דאס מיינט ער 'דעת דקדושה' עיין דף לג) ומתקשר על ידה ב'כלי חמדה' של התוה"ק, איך שאפ דעת מיט די כלי וואס הייסט תורה הקדושה, א כלי חמדה. הוא מקיים הציווי של 'ובחרת בחיים', בין איך בוחר בטוב, פארוואס? ווייל איך באוואוסטזיניג מיך אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. איך בין מיך מדבק בשורש החיים האמיתיים באלוקותו ית'.

דער רמח"ל שרייבט: והנה מה שצריך שיגביר האדם בעצמו, = וויאזוי קען זיך א מענטש באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ. הוא האהבה והיראה לבוראו ית' = באוואוסטזיניגקייט אויף עקזיסטענץ, מיינט אז מ'האט זייער ליב זיך צו באוואוסטזיניגן אין דעם עקזיסטענץ. יראה איז אויך א באוואוסטזיניגקייט אויף עקזיסטענץ וואס ווארפט א יראה, יראה פון השי"ת איז אזא מין זאך וואס ברענגט אז מ'זאל וועלן זיך באוואוסטזיניגן אין דעם עקזיסטענץ. וויאזוי מאך איך עס, זאגט דער רמח"ל, והיינו שיהיה מתבונן על גודל רוממותו ית', = מ'זאל נוצן גודל רוממותו ית' צו מעורר זיין די כלי הגוף מחשבה, צו ווערן באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ מצד הכרה, און שאפן דעת מיט גודל רוממותו ית', (דעת דקדושה) ועוצם שפלות האדם, ויכניע עצמו לפניו ית', ויבוש מרוממותו,, = אז איך בין גארנישט די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך אין מיין באוואוסטזיין, און נאר ער איז די עקזיסטענץ, און איך בין א חלק. ויהיה חושק ומתאוה להיות מן העובדים לפניו, = און דאס וועט מאכן אז מ'זאל גליסטן זיך צו באוואוסטזיניגן אין די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיין. להתהלל בתהלתו ולהשתבח בגדלותו אז מ'זאל לויבן השי"ת, וואס דאס זעטיגט די גליסטעניש פונעם נפש זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ. כי אלה הם אמצעים חזקים המתקרבים האדם אל בוראו, המזככים את חושך החומר, ומזהירים זהרי הנשמה, ומעלים את האדם מעילוי לעילוי עד שישיג קרבתו ית'.

ובקצרה נוכל להגדיר ענינה של הבחירה. ער ענדיגט, בוחר זיין בטוב איז אן עקספיריענס, אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, א הארה נפשית פנימית. אן עבודה וואס ליגט אויף מיר צו ווערן באוואוסטזיניג אויף איין איינציגע עקזיסטענץ. גילוי נקודתה האלוקית. מיט דעם אליין אז מיר גליסטן זיך צו באוואוסטזיניגן אין עקזיסטענץ, ווערן מיר אין די באלאנס, האבן מיר א בחירה.

ביזן קומענדיגן שיעור וואלט איך בעזהשי"ת אריינגעקלערט אינעם ענין פון בחירה. וויאזוי דאס עקספיריענסד זיך.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רנח

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יוני 20, 2018 4:22 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

הערה שלח.

די גמרא זאגט, ר' חנינא זאגט, הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים. זאגט דער חת"ס לכאורה נ"ל... אז די בחירה שבלב, דאס הייסט די גליסטעניש צו זיין אן עובד ה', און די תפלה וואס מ'בעט דערויף, אותה השתוקקות לבד אינה בידי שמים והיא מבחירת אדם. אבער די יראה אז א מענטש זאל actually מורא האבן פון השי"ת דאס איז נישט בידיו דאס אז א מענטש זעהט זיך מיט יראת שמים, דאס קומט א מתנה פון הימל. אין לימודים לדעת שפראך, די תשוקה זיך צו באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ, די גליסטעניש צו זיין אין די ריכטיגע מציאותיות, דהיינו, מעורר זיין די כלי הגוף פון כלים קדושים, כדי צו ווערן באוואוסטזיניג אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. און די תפילה עס צו האבן, נאר דאס איז בידי אדם. אבער די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך, דאס איז שוין בידי שמים. מיר האבן נאר א בחירה צו גליסטן זיך צו באוואוסטזיניגן אין די ריכטיגע עקזיסטענץ. מיר האבן נאר די בחירה צו קלויבן כלים הווים ואמיתיים, אבער די רעזולטאטן איז בידי שמים.

א גליסטעניש איז נישט מער ווי דשאסט גליסטן. איינפאך מעורר זיין די כלי הגוף פון כלים קדושים. פון כלים וואס מאכן ליב האבן דעם אייבערשטן, פון כלים וואס מאכן מורא האבן פון גודל רוממותו. אבער די actual אהבה ויראה, דאס באוואוסטזיניגט זיך מן השמים. (אנערקענען אז די מציאותיות הדמיונית איז קיין עקזיסטענץ, דאס איז בידי אדם. אוועקשטופן גבהות הלב דאס דארפן מיר, אזוי שרייבט דער דרך אמת, וזאת מוטל על האדם לדחות הגבהות הלב. גבהות הלב איז א מציאותיות דמיונית. אנערקענען אין די אפסיות פון בחינת עבודה זרה דאס דארפן מיר. דאס איז בידי אדם)

א השתוקקות מיינט אז דער מענטש פרובירט גארנישט אויף קיין שום אופן זיך צו באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, וויאזוי די באוואוסטזיניגקייט זאל זיין אין אים, וויאזוי די יראה זאל זיין אין אים, וויאזוי די אהבה זאל זיין אין אים, וויאזוי די דביקות זאל זיין אים. איין זאך וואס ער טוט יא, איז אז "ער גליסט, ער ציהט זיך צו עס, ער איז מעורר זיינע כלי הגוף פון כלים הווים ואמיתיים, און ער איז משתוקק ער איז זיך מעורר צו ווערן באוואוסטזיניג". ער טוט גארנישט מער. און ער "בעהט". אזוי ווי דוד המלך ע"ה האט געבעטן אין תהלים תמניא אפי. און דער אייבערשטער איז דער וואס שיקט די באוואוסטזיניגקייט. יראת שמים איז א געוויסע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. וואס דאס שיקט שוין דער אייבערשטער פון הימל.

ווען א מענטש פרובירט זיך צו באוואוסטזיניגן אויף א געוויסע עקזיסטענץ, אויס'חשבונ'ן וויאזוי ס'זאל זיך עקספיריענסן, ארבעט ער אינערליך מער ווי סתם גליסטן. מער ווי סתם מעורר זיין זיינע כלי הגוף פון כלים הווים ואמיתיים. פון כלים קדושים. ער טוט מער פון דעם. ער פרובירט צו זיין אדער צו בלייבן אין א געוויסע באוואוסטזיניגקייט. דאס איז שוין מלחמה, דאס איז שוין רצון 'עצמי'. דאס איז שוין אנכיות. "איך ברענג מיר ארויס, און איך האלט מיך, אין אזא געוויסע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט" און אנכיות איז דאך א מחיצה עבה בין הנפש להבורא ית'.

והם עוד מעכבים הבחירה האמיתית. לאמיר מבחין זיין מיט אונזער הכרה די חילוק צווישן א מענטש וואס דשאסט 1) ער אנערקענט אז די מציאותיות דמיונית איז קיין עקזיסטענץ. און 2) ער גליסט (גליסטן מיינט נישט איך וואונטש מיך, גליסטן מיינט גליסטן, זיך מעורר זיין די כלי הגוף אז ס'זאל געשעהן) זיך צו באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ, אבער גארנישט מער. און צווישן א מענטש וואס שטארקט אין זיך א געוויסע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, זיך צו האלטן דערין. דער וואס 1) אנערקענט און 2) גליסט, איז בוחר בטוב און אויף וואס ער ווערט באוואוסטזיניגט, דאס איז א מתנה פון הימל. דער וואס שטארקט זיך אפילו נאר א משהו צו זיין אין א געוויסע באוואוסטזיניגקייט, (יעדע באוואוסטזיניגקייט איז אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט) גליסט נישט גאנצע הונדערט פראצענט. ווייל ער האלט אז אביסל פון די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, באוואוסטזיניגט ער זיך מיט זיינע אינערליכע כוחות. דאס זענען צוויי אנדערע קוואליטעטן פון עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. אויף איינס איז מען באוואוסטזיניג אז ס'האט זיך באוואוסטזיניגט פון הימעל, און אויף איינס איז מען באוואוסטזיניגט איז איך האב עס מיר געמאכט.

פארשטייט זיך אז מ'דארף צוגיין דערצו מיט שכל בעזרת השי"ת. זאגן איך גליסט און זיין הפקר, זיך נישט אפהיטן איז נישט וואס השי"ת וויל. דער לימודים לדעת וויל אונז אויסלערנען אז מ'זאל זיין באוואוסטזיניג אויפן ריכטיגן אופן. אז די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך, באוואוסטזיניגט זיך ממקור העליון. נישט אז מ'זאל זיין הפקר. ואכן האמת היא שכל מהותה של הבחירה היא רק 'התבוננות' ו'התשוקה' להתדבק ולהתעצם בכלים האמיתיים של התוה"ק, ובהארת אלוקותו ית' השוכנת בהם.. איך זאל 1) אריינקלערן, זיך מתבונן זיין, "וואס איז די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, און וואס איז עס נישט". בעסער געזאגט, שאפן כלים וואס מאכן טראכטן, און מכיר זיין מיט הכרה דעם ריכטיגן עקזיסטענץ". און 2) דשאסט גליסטן זיך צו באוואוסטזיניגן אויף דעם עקזיסטענץ. גליסטן צו דער וואס קען מיך עס באוואוסטזיניגן. דהיינו, אז דער אייבערשטער זאל עס משפיע זיין משמים. הכל בידי שמים.

שאין הוא יכול, ואינו עושה כלום. דער דרך אמת שרייבט דאך אזוי, אז מ'דארף אנערקענען אין די אייגענע אי יכולת. פארוואס טאקע דארף איך אנערקענען אין מיין אייגענע אי-יכולת? אלעס צוליב אוועקשטופן מיין גבהות הלב. ווייל איך קען נישט באקומען הילף פון השי"ת ווען איך האב גבהות הלב, ווען איך בין באוואוסטזיניג אז איך קען. כי תועבת ה' כל גבה לב, ואין אני והוא יכולין לדור. און אז איך וועל זעהן אז איך קען נישט, וועל איך באקומען הכנעה ושפלות בלב ובמעשה, איינזעענדיג מיט הכרה אז איך קען טאקע נישט. און אינגאנצן אויפגעבן אז איך קען. ערשט דאן קען איך בעטן אז דער אייבערשטער זאל מיך באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ. ווייל אז דער "איך" גייט אוועק, קען דער אייבערשטער קומען איבערנעמען די מצב. און וואוינען אין מיין הארץ.

בכח הבחירה נעשה האדם מוכרח

ער שרייבט: מעלת הבחירה מתבטאת דייקא כשהאדם מתעלה לנקודה ה'מציאותיות' האלוקית שבנפשו, ונעשה 'מוכרח' מכוחה להתקשר בכל מהותו לבורא ית"ש. ווען קען איך וויסן אז א מענטש האט באמת געגלוסט זיך צו באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, ווען איך זעה אז מ'האט אים באוואוסטזיניגט פון הימל אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ, און ער מוז שוין דארט בלייבן. אין הערה שמא. ווען א מענטש איז נאך שקול בדעתו אם להתפתה לעניני העולם הזה, או לעבוד את הבורא ית"ש, מיינט דאך דאס אז ער איז באוואוסטזיניג, ער האט אן הכרה, אז עוה"ז, די מציאותיות דמיונית, איז יא אן "עקזיסטענץ" וואס ס'לוינט צו ווערן דערויף באוואוסטזיניג. איז ער דאך נישט באוואוסטזיניגט אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

ורק כשנפשו מרגישה ההעדר ואפסיות הגמור של עניני עוה"ז, נאר ווען ער איז אינגאנצן באוואוסטזיניג אז עוה"ז איז קיין-עקזיסטענץ, דאן היא משתוקקת ומתבטלת לגמרי למציאות האמיתית וטהורה של אלוקותו ית"ש, גליסט ער זיך צו באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ. ווייל עפעס אנדערש איז קיין עקזיסטענץ, און ער גליסט דאך זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ. קומט אויס אז ער קען נישט אוועקגיין דערפון. אז האדם משיג תכליתו כבוחר אמיתי. און מ'וועט אים פון הימל העלפן.

איך טראכט, אפשר איז די בחירה, צו זאל דער מענטש אויסוועלן צו שלאפן, רוען, און זיך נישט באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ. זיין צופרידן וויאזוי ער ווייסט זיך. אדער זאל ער יא זיך וועלן באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ. ווייל ווען מ'וויל זיך באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, איז מען מוכרח אויף א געוויסע עקזיסטענץ. דאס זאגט ער: לפני שהאדם מעורר את עצמו לבחור במציאותיות האלוקית הוא ג"כ במצב של 'מוכרח'. אויב א מענטש וויל זיך באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, איז ער מוכרח צו אויסוועלן אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, וואס ער איז מכיר אז דאס איז עקזיסטענץ. אויב איז ער נאך מכיר אז עוה"ז איז א מציאותיות, אן עקזיסטענץ אויף וואס ס'לוינט, זיך צו באוואוסטזיניגן דערמיט, איז ער מוכרח להתדבק בהם. און ער מיינט אז ער איז א בוחר, אבער ער איז נישט. אויב אבער מ'שאפט קשר מיט כלים וואס באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ, מ'שאפט דעת דקדושה, איז מען באפרייט פון מוזן אויסוועלן די מציאותיות הדמיונית, און מ'מוז אויסוועלן מציאותיות האמיתית שבאלוקותו ית'. עפעס אן עקזיסטענץ אויף וואס צו ווערן באוואוסטזיניג מוז מען אויסוועלן.

ענדיגט ער ונמצא = און ס'קומט אויס, שעבודת הבחירה = אז די פעולה פון בוחר זיין בטוב, היא ההשתדלות עם הנפש, איז אז א מענטש זאל גליסטן זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, להעלותה מ'הכרח' המציאותיות הדמיונית, = צו ווערן באוואוסטזיניג אז די מציאותיות הדמיונית איז קיין-עקזיסטענץ, און אזוי ארום נישט זיין געצווינגען זיך צו באוואוסטזיניגן דערמיט, ל'הכרח' המציאותיות האמיתית = און זיין געצווינגען זיך צו באוואוסטזיניגן אויף די אמת'ע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ער ברענגט פון ספר דרך המלך לאדמו"ר הרה"ק מפיאסעצנא הי"ד זצוקללה"ה. (ראש השנה תרפ"ו ביי מיר איז עס דף קצא) יענעם שטיקל, איז זייער אינטערעסאנט. מ'זעהט אז ער האט אויך אביסל גענומען פון דארט זיין מהלך אין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

ביזן קומענדיגן שיעור וואלט איך אריינגעטראכט, אז אויב איך וויל מיך באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, בין איך סייווי געצווינגען זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עפעס א זאך וואס איך האלט אז דאס איז אן עקזיסטענץ. איך דארף נאר מאכן אז איך זאל זיין געצווינגען זיך צו באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ. וויאזוי דורך אנערקענען אין די נישט ריכטיגע עקזיסטענץ און גליסטן צו די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט און בעטן דערויף, ווי דוד המלך אין תמניא אפי.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רסא

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג יוני 21, 2018 3:55 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

גילו דעת, אז ווען איך שרייב "עקזיסטענץ" און ס'מיינט השי"ת, איז מיין כוונה יתברך שמו ויתעלה.

תועלת בחירה זו בעבודת האדם

גליסטעניש אין א מענטש איז די ערשטע שטופ צו באקומען וואס מ'גליסט, דורך דעם וואס ס'איז מעורר די כלי הגוף צו טון פארשידענע תחבולות עס צו באקומען. אויב א מענטש ווייסט אז ער קען נישט פליען ווי א פייגל, גליסט זיך אים נישט צו פליען פונקט אזוי ווי דער פייגל, ווייל ער ווייסט אז ער האט נישט פארוואס מעורר צו זיין זיינע כלי הגוף דערצו ווייל ס'גייט סייווי נישט גיין. ווען איך זעה מיך גליסטן צו עפעס, מיינט עס אז איך האב א הווה אמינא אז ס'קען קומען צו מיר. אויב איך ווייס אז דאס איז נישט קיין מעגליכקייט בשום אופן, גליסט איך נישט דערצו.

מענטשן וואס האבן געטראפן אז מ'קען מאכן עראפלאנען, האבן נישט געגליסט צו פליען אזוי ווי ס'שטייט און גייט, זיי האבן געגליסט צו האבן אזאך וואס מיט דעם זאלן זיי יא קענען פליען, דער אבן עזרא (פרשת יתרו לא תחמוד) רעדט, אז א מענטש גליסט נישט "איך וויל פליען אזוי ווי איך בין יעצט, ווי ס'שטייט און גייט" דאס געשעהט נישט אין א מענטש. עכ"פ גליסטן, קומט פון א schema, "אויף עפעס א וועג קען די זאך, גאר זיין מיין זאך". אסאך מאל איז די גליסטן אליין, א וועג וואס ברענגט צום מענטש א געוויסע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. עכ"פ, די אבן עזרא זאגט, אז לא תחמוד מיינט = ווייס אז עס פעלט נישט אויס צו גליסטן. ווייל מ'באקומט זאכן פון השי"ת נישט לויט מעורר זיין די כלי הגוף. און אויב ס'איז נישט באשערט האט מען גארנישט פון מעורר זיין די כלי הגוף.

זאגט ער אזוי: כשהאדם מעורר הדעת האלוקית שבנפשו, ווען א מענטש איז מעורר זיינע כלי הגוף פון כלים קדושים, כלים הווים ואמיתיים, וואס באוואוסטזיניגן אים אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, און וואס עס קיין-עקזיסטענץ זיך צו באוואוסטזיניגן דערמיט ונעשה בזה 'מוכרח' בכח בחירתו. און מיט דעם וואס ער האט דשאסט געגלוסט צו ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג פון כלים קדושים, און ער איז געווארן באוואוסטזיניג משמים אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסזיניגקייט, און וואס עס איז קיין-עקזיסטענץ זיך צו באוואוסטזיניגן דערמיט, מיט דעם גליסטעניש ווערט ער מוכרח צו זיין מקושר צום באשעפער, קל עליו בזה לעמוד כנגד פיתויי היצר ונסיונותיו.

פארוואס? שהרי עיקר נסיון האדם הוא רק בענינים שהוא מרגיש בהם אפשרות השגתם, דער עיקר וואס מאכט צודרייט א מענטש אז ער זאל דערצו מעורר זיין זיינע כלי הגוף, איז נאר ביי ענינים וואס ער ער שפירט אז ער קען עס באקומען מיט השתדלות. והוא מצטער על שקשה עליו להפסידם, און דער מענטש איז באוואוסטזיניג, אז אויב ער גייט נישט מעורר זיין דערצו זיינע כלי הגוף, גייט ער שאדן האבן אזאך וואס ער קען באקומען. (ער מיינט אז ער האט יעדן טאג נאכאמאל און נאכאמאל שאדן, "ווייל איך וואלט עס געקענט האבן, אויב איך וואלט געוואלט") אבל במה שנמנע ממנו לגמרי אבער אויב דער מענטש איז באוואוסטזיניג אז ס'איז נישטא קיין מעגליכקייט ער זאל עס באקומען, אין לו בו נסיון. האט ער נישט קיין נסיון צו מעורר זיין דערצו זיינע כלי הגוף. די זעלבע וואס א מענטש האט נישט קיין נסיון, צו גליסטן צו פליען אזוי ווי ער שטייט און גייט.

ולכן כשהאדם מקבל על עצמו עבודתו ית"ש, ווען עס איז זיך ביי א מענטש מקבל אז ער גייט זיך באוואוסטזיניגן אין עקזיסטענץ, אבער נאר מיט עבודת השי"ת, באופן שמרגיש את עצמו כמוכרח גמור בה, אזוי ווייט אז ער פילט אז ער האט נישט קיין שום אנדערע אויסוועג וויאזוי זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ. מחמת התבטלות נפשו לאמיתת 'מציאות' אלוקותו ויחודו ית', ווייל ער האט מכיר געווען, ער איז געווארן באוואוסטזיניג אין די ריכטיגע עקזיסטענץ, אז נאר דאס איז עקזיסטענץ, ושאין שום מבוא לנפשו לעזוב עבודתו ית' ח"ו, און אז ס'איז נישטא עפעס אן אנדערע אופן וויאזוי זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, אבער נאר מיט עבודתו ית'. הרי ממילא כל נסיונותיו מפיתויי עניני העוה"ז משתתקים ומסתלקים מעליו איז נישטא קיין סיבה פארוואס מעורר צו זיין זיינע כלי הגוף זיך צו באוואוסטזיניגן אויף די נישט ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, ווייל ביי אים, אין זיין הכרה, אין זיין באוואוסטזיניגקייט, איז עס נישט קיין עקזיסטענץ. א מענטש וויל זיך באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, אבער דאס איז ביים אים non-existence.

ואמנם בחירה מכרחת כזו קשה על האדם לעוררה בנפשו באופן אמיתי בלי השטאה. מ'קען זיך אבער נישט אפנארן. אויב מ'איז באוואוסטזיניג אז עוה"ז, די מציאותיות הדמיונית, איז יא אן עקזיסטענץ, זיך צו באוואוסטזיניגן דערמיט, גייט עס נישט ארבעטן. מ'קען נישט אפנארן וואס מ'ווייסט אז ס'איז דער אמת. שהרי הוא רואה אפשריות עניני העוה"ז לפניו, א מענטש וואס ווייסט אז עוה"ז איז יא אן עקזיסטענץ, זעהט אז "ווען איך וואלט ווען געוואלט, וואלט איך מיך באוואוסטזיניגט דערמיט, און ס'וואלט געווען גוט, איך וואלט מיך געפילט אין עקזיסטענץ, ווייל איך ווייס אז ס'איז יא אן עקזיסטענץ". ומרגיש בנפשו פיתויים. איך קען מיך ווען יא באוואוסטזיניגן מיט די "עקזיסטענץ" פון עוה"ז. ער פילט ווי זיינע כלי הגוף ווילן מעורר ווערן פון עוה"ז. ווייל אינעווייניג ווייסט ער דעם "אמת". דאס איז וואס ער ווייסט.

והדמיון וההסתר כבר כיסוי עיניו פון ווען א מענטש איז געבוירן, איז ער געווארן באוואוסטזיניג אויף אומריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. און יעצט, ווייסט ער אז אזוי איז דער אמת. סאו וואס טוט מען? מ'וויל דאך נתעלה ווערן צו בוחר זיין בתוה"ק ובעבודת השי"ת. די שאלה איז, וויאזוי איבערצייג איך מיך אויפן אמת. אין עקספיריענס.

דאס וויל ער אויסשמועסן אינעם הערה שדמ. אז א מענטש קען נישט אויסנארן וואס ער ווייסט איז עקזיסטענץ. דאס שרייבט ער, אז פארוואס מ'צווינגט זיך, און בעיקר פארוואס מ'איז נישט מצליח דערמיט. סיבת דבר זה היא משום שהאדם באמת עדיין מרגיש התעוררות דעתו בעניני העוה"ז. איך קען מיך נישט אפנארן, איך בין עכט נישט אינטערעסירט זיך צו טוישן. נאר איי איך ווער וואויל פון צייט צו צייט, דאס איז נאר אז "איך גיי מיך אנשטרענגען" "איך גיי מיך טראצדעם צווינגען" הגם איך האלט נישט דערביי. ולכן בסור מרע אינו מצליח שהרי הוא מכיר האמת אוודאי בין איך נישט מצליח זיך צו טוישן, זיך אפצולאזן פון "שלעכט", ווייל איך ווייס אז ס'איז, זאג נישט אויס פאר קיינעם, יא גוט, אויף עפעס א וועג. מצד רגש נפשו העוה"ז עדיין 'אפשרי ומציאותי' אצלו. איך ווייס אז עוה"ז קען יא זעטיגן מיין דארשט פאר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ו'הכרח' הסור מרע שהוא מדמה בעצמו אינו רק השטאה. דאס וואס איך האלט מיך איין פון נישט ווערן אומריכטיג עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, דאס איז נאר אזא "מ'פרובירט זיך אויסצונארן".

וכן בעשה טוב אין הוא מצליח, און אויך איז מען נישט מצליח מיט'ן עשה טוב. שהרי נפשו שכבר נתמלאה ממציאותיות העוה"ז אינה מרגישה כלל המציאותיות המחייבת של אלוקותו ית"ש. ווייל איך בין שוין געווארן באוואוסטזיניג אויף מיין עקזיסטענץ פון עוה"ז. איך בין אנגעפילט. וואס פעלט מיך אויס זיך צו באוואוסטזיניגן מיט אלוקותו ית"ש עקזיסטענץ. מיין דארשט צו עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט האט שוין איר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. והטעם שהוא בוחר במהלך זה הוא משתי סיבות. פארוואס טאקע קריך איך נישט אריין אין מיר, און איך טראכט, "פון וואו זעטיג איך מיין דארשט צו עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט" איז עס טאקע אן עקזיסטענץ אויף וואס ס'לוינט זיך מיר צו ווערן דערמיט באוואוסטזיניג אויף מיין עקזיסטענץ, אדער נישט? אדער איז עס גאביטש. אפס. פארוואס צווינג איך מיך ענדערש. זאגט ער צוויי סיבות.

די ערשטע סיבה איז, ווייל פון וואו זאל איך וויסן אז איך האב א דארשט זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, און אז די וועלט זעהט נאר אויס ווי ס'איז די עקזיסטענץ מיט וואס ס'לוינט, זיך צו באוואוסטזיניגן. און מ'קען איינזעהן אין עקספיריענס דעם אמת. איך ווייס נישט דערפון. אז איך וויל זיין וואויל, פרוביר איך מיט כפיה, און אז ס'גייט נישט פרוביר איך נאכאמאל מיט כפי'. איי ס'גייט נישט, איך ווייס נישט עפעס אנדערש. איך טריי נאכאמאל. איך ווייס אפילו נישט וואס ס'מיינט 'דעת דמיונית'. און 'דעת דקדושה'. [ער שרייבט: ולכן יעדנו חיבור זה בעזהשי"ת, להראות האופנים לבטל הדעת הדמיונית, ולבנות הדעת דקדושה.]

און די צווייטע סיבה זאגט ער איז, שרוצה בהצלחה מהירה מיד ובקלות, מבלי שינוי מהותי שנצרך לזה סבלנות ועמל. א מענטש נעמט אלעמאל אן די גרינגערע וועג. "וואס איז מיר די גרינגסטע צו טון". און די שווערע וועג, וואס קאסט פשוט אביסל מער מחשבה, נישט צופיל, נאר א משהו מער "טראכטן", "באמערקן", אנערקענען, וועלט מען נישט אויס. אולם האמת היא, שרק עבודה פנימית בבחירת דעת דקדושה מועילה ומצליחה נאר אריינקריכן אין זיך, אויסצואוועלן כלים דקדושה, און גליסטן אז דער אייבערשטער זאל באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ. נאר דאס ארבעט. וזהו רצונו ית"ש שהאיש הישראלי יעמול ויתייגע לקשר דעת נפשו בקדושה. דארט ליגט די רצון השי"ת.

ובאמת היצר הרע הוא המפתה את האדם לעבוד הבורא ית' בדרך זה של כפיה חיצונית מדומה. באמת איז עס דער יצר הרע וואס רעדט מיך איין צו ווערן וואויל מיטן זיך צווינגען. באמת צווינג איך נישט מיין אינערליכקייטן, ס'איז נאר אזא כאילו צווינגען, פונדרויסן. ויש לו מזה ריווח גדול מחמת ארבע סיבות און דער יצר האט דערפון ריווח. וועגן פיר סיבות

די ערשטע סיבה פארוואס דער יצר קען באשטיין מ'זאל זיך אזוי צווינגען איז, דער יצר וויל אז מ'זאל זיך ח"ו אונטערגעבן אונטער זיינע הענט. זיין פלאן איז, אויב דער מענטש גייט שפירן אז ס'איז "געצווינגען", גייט דער מענטש אונטערברעכן. דער יצר הרע זאגט אזוי, "הער אויס, איך האלט נישט ביים ווערן וואויל, איך ווייס וואו דער "אמת" ליגט, איך בלייב דא ביי די כלים נמוכים, ביי די "עכטע" מציאותיות. דו צווינג דיך נאר און שוין. קעי? אקעי, לאמיר אנהייבן. צווינג דיך. אקעי, "איך גיי דיך יעצט שלעפן דא אהער צו די כלים נמוכים" ווייל דא ליגט דער אמת. יעצט צווינג דיך נאך שטערקער, כדי זיך צו שטארקן אויף מיין שלעפעריי. אקעי גוט. איך גיי דיך יעצט נאכאמאל שלעפן דא מיט מער כח. אקעי, יעצט צווינג דיך נאך שטערקער. "זעהסט, דו קענסט נישט. איך מיין זאלסט אויפגעבן". לאז אפ, טו וואס דו ווילסט. זעהסט נישט אז דו קענסט נישט. וואס וויל דער אייבערשטער, סתם א שווערע תורה.

אבער ס'קומט אמאל א גוטע מינוט, און מ'בארעכנט זיך, און מ'טראכט, געוואלד, געוואלד, ווי האלט איך אויף די וועלט, איך פיר מיך נישט אויף ווי א יוד, קומט דער יצר הרע מיט די לאנגע בארד, און קודם מאכט ער דיפרעסט, ער מאכט זיכער אז תשובה זאל זיין א דעפרעסטע עקלדיגע זאך. אזוי אז ס'זאל פארגיין דעם אפעטיט פון וועלן נאכאמאל טראכטן פון תשובה. און נאכדעם מאכט ער אז דער מענטש זאל זיך "צווינגען", אודך. ביז ווילאנג מ'געט נעבעך אויף. עד שהוא מתייאש לגמרי ואינו מנסה עוד לתקן דרכו, השי"ת ישמרנו מרשתו לנצח. דער יצר האט ריווח פון כפיה! איך זאל מיך גוט איינ'חזר'ן ווער ס'פארדינט פון כפי'.

צווייטע זאך זאגט ער, גם אם מצליח לעמוד בכפיה החיצונית, כל עבודתו היא רק כפי מה שמבין ש'צריך' להיות ומבלי רגש פנימי. אפילו ס'גלונגט זיך צו צווינגען, ווערט מען א טרוקענע שטעקן וואס טוט וואס מ'דארף. א ראבאט. ווייל די גאנצע נפש, די גאנצע דשוס, ליגט באמת אין כלים נמוכים. וואס דער מענטש ווייסט איז, אז יענץ געט די "עכטע". והיא רק בחינת 'דמות' של עבודה. מ'ווערט נאר אזא, שוין ווייסט איך טו דיר א טובה. און מ'רעדט זיך נאך איין, אז דאס איז עבודת השם. אן א חיות. אן 'הכרה'. באופן שהוא משחית בזה לגמרי מידת האמת שבנפשו. מ'פארגעסט וואס מ'וויל עכט. מ'איז נישט קיין מענטש וואס דינט זיין בורא. מ'איז א ראבאט. ווייל די עכטע "מענטש" ליגט אין כלים נמוכים. סאו, ווער פארדינט פון "כפיה". די יצר הרע.

די דריטע זאך זאגט ער וואס דער יצה"ר פארדינט אז מ'דינט דעם אייבערשטן מיט כפי' איז, אז מ'האט דאך נישט קיין חיות פון עבודת השי"ת, ווייל דער מענטש האט קיינמאל נישט אריינגעטראכט און מכיר געווען, "וואס געט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, און וואס איז מציאותיות דמיונית", און די נפש דארשט זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ. און דא שפירט ער נישט קיין חיות. קיין שום עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. קיין שום מציאותיות. גארנישט. סאו, כאטשיג, לאמיר אליין קוקן אויף מיין חשוב'ע וועזנהייט. ווי ערליך איך דאווען, און ווי וואויל איך בין. און וואסערע צדיק איך בין וואס די וועלט האט נאכנישט אזאנס געזעהן. און פון דעם וועל איך שעפן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. פון סעלף עסטים. זיך אנטרינקען מיט עפעס. ווייל איך האלט עס נישט אויס. ווייל ער האלט עס טאקע נישט אויס. ווייל די גאנצע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ליגט גארנישט אין עבודת השי"ת. ס'ליגט נאך אלץ דארט ביי יענע פלעצער. ווייל דער מענטש האט זיך נאר געצווינגען. ער האט גארנישט "אנערקענט". סאו, ווער בענעפיטירט פון כפיה, די יצר הרע.

און די פערטע זאך וואס די יצר הרע בענעפיטירט פון כפי' חיצונית איז, די ערשטע רגע וואס ס'קומט אריין אין א מענטש לכפות עצמו לקדושה, זיך צו צווינגען. הוא מכח פירכוסיה וגעגועיה של הנפש שפועמת בקרבו ומשתוקקת למקורה. דאס קומט פון דעם אז א מענטש וויל זיך באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ. ווייל ער איז נישט צופרידן מיט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וויאזוי ער איז יעצט באוואוסטזיניגט. אבער ער ווייסט דאך נישט וויאזוי צו באוואוסטזיניגן זיין עקזיסטענץ פאר זיין באוואוסטזיין, מיט די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. וויאזוי מאך איך עס? טא, די איינציגע אויסוואל וואס דער מענטש האט איז, זיך צו צווינגען. אז איך וועל מיך צווינגען, וועל איך ווערן זאט.

אבער א מענטש קען נאר זיין אין א מצב פון צווינגען, נאר ווען ער קאנצענטרירט אז ס'איז יא געשמאק וואס ער טוט נישט, און נישט געשמאק וואס ער טוט יא, יעדעס מאל וואס דער נפש שיקט דעם מעסעדש אז זי וויל זיך באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ, פארשטייט עס דער מענטש, די מעסעדש מיינט אז איך דארף מיך יעצט צווינגען. איך דארף אוועקשטופן די גוטע געשמאקע עונג'דיגע 'פלאץ' וואס געט מיך מיין nourishment, מיין נערונג, און איך דארף יעצט קאנצענטרירן אויף די אומגעשמאקע באוואוסטזיניגקייט. די רגע ער פאקעסירט אויף ווי געשמאק ס'איז צו דאווענען און לערנען, פילט ער אז ער גייט ארויס פון עבודת השי"ת. און מ'קען נאר זיין אין א מצב פון צווינגען, ווען מ'פאקעסירט וויפיל מ'איז נאכנישט אנגעקומען. און וויפיל מ'פאלט אלץ דורך. נאר דעמאלט דינט מען השי"ת. אויב איז עבודת השי"ת כפיה.

והגרוע מזה הוא שכל נקודת עסקו בעבודה סובבת 'חשיבות עצמיותו'. מ'קען זיין אין מצב פון כפיה נאר ווען מ'איז פארנומען מיט זיך. "איך צווינג מיך". איך אהער, און איך אהין. איך דארף נאך ערפילן דאס און איך האב נאכנישט געטון יענץ. אויב מ'הערט אויף, פילט מען אז מ'איז ארויס פון ביזנעס. תחת אשר ישמח בצורה חיובית בעצם מעלת עבודתו ית' וגודל ה'זכי' שבה. אנשטאט צו באקומען די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מיטן דינען השי"ת. וואס פילט זיך, איך וויל עס, איך בין פרייליך דערמיט, ס'איז א זכי'. א געשמאק. די גרויסקייט פון דינען השי"ת.

סוף דבר איז, אז כפיה איז נישט די צדיקים ילכו בם. נאר ס'איז גאר פושעים יכשלו בם. ווייל אדער איז מען געצווינגען זיך צו האלטן גרויס. איך בין א צדיק וחסיד. ווייל מ'האט נאכנישט אנערקענט אז עוה"ז החומרי איז נישט קיין עקזיסטענץ מיט וואס זיך צו באוואוסטזיניגן. און מ'מוז דאך האבן פון וואו צו שעפן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. אדער מאכט דאס אז מ'זאל ווערן צוקלאפט אז ס'גייט נישט. ווייל באמת וואלט איך יא געקענט. אנשטאט זיך אראפזעצן און איינזעהן דעם אמת. אז עוה"ז איז קיין עקזיסטענץ.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך אריינגעטראכט אין די גרוע'נעס פון כפיה. אז איך מוז אנערקענען אין די פאלשקייט פון מציאותיות דמיונית, און האבן א תשוקה צו ווערן באוואוסטזיניגט דורך כלים קדושים, משמים אויף מציאותיות אמיתית.

והשם הטוב מלא רחמים חסד וחנינה יעזור שלא יצא שום מכשול חלילה וחלילה פון מיינע הענט. והוא רחום יכפר.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רסד

תגובהדורך נשמה » פרייטאג יוני 22, 2018 3:36 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

מ'בעהט וכוף את יצרינו להשתעבד לך. די בחירה, נעמליך, די גליסטעניש פון א מענטש וואס בעהט ביים באשעפער זאל אים באוואוסטזיניגן משמים אויף אן עקזיסטענץ וואס ווען מ'איז אזוי באוואוסטזיניג, איז דער יצר משועבד צום באשעפער. מיר דארפן קלויבן כלים קדושים, לדוגמא, די תפילה פון שתרגילנו בתורתך, די צוויי ווערטער, איז כלים וואס זענען מעורר די כלי הגוף, עשיה (ארויסצוברענגען אל הפועל דאס גליסטעניש זיך צוצוגעוואוינען מיט דיין תורה, אויב ס'איז נישטא קיין גליסטעניש איז דען דא א תפילה?) און מ'גליסט אז דער אייבערשטער זאל משמים באוואוסטזיניגן אויף אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, וואס ווען איך וועל זיין אזוי באוואוסטזיניגט, וועל איך זיין איינגעוואוינט אין דיין תורה. יהי רצון מלפניך ה' אלוקי ואלוקי אבותי, איז אויך כלים וואס זענען מעורר די כלי הגוף, פון גליסטעניש. אז מ'גליסט אזוי און אזוי.

השתוקקות, גליסטעניש, נעמליך: די בחירה, איז א כח בנפש. אויב איינער האט נישט אין זיך די כח החמדה, קען מען אים נישט מאכן גליסטן. ב"ה אז א מענטש גליסט. אז מ'האט אין זיך דעם כח החמדה, קען מען עס נאכדעם מעורר זיין מיט כלים קדושים, לדוגמא: ואל תביאינו לא לידי חטא. איז כלים וואס זענען מעורר די כלי הגוף עשיה, ארויסצוברענגן מיט ווערטער די כח ה'חמדה', פון ברענג מיך נישט צו קיין חטא מן הכח אל הפועל. מ'גליסט אז דער אייבערשטער זאל משמים באוואוסטזיניגן אויף אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס ווען מ'איז אזוי באוואוסטזיניגט, קומט מען נישט צו קיין חטא. מיר קענען און מיר דארפן נאר גליסטן. און דער אייבערשטער איז דער וואס באוואוסטזיניגט משמים. הכל בידי שמים.

שני מהלכים עקריים לבחירה.

לאמיר געדענקען דעם כלל, בחירה איז בלויז השתוקקות. גליסטן. והנה ישנן שתי דרכים עיקריות בעבודת הבחירה. אין אונז איז דא א כח השתוקקות, מ'גליסט. מ'גליסט וואס? זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ. די שאלה איז, וואסערע כלים זאל איך קלויבן מעורר צו זיין דעם גליסטעניש? ווייל לויט די כלים, אזוי איז די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך. איז דא צוויי דרכים. די ערשטע וועג, איז 'ישרה = גלייך'. דאס רופט ער 'דרך הצדיקים'. א: דרך הצדיקים שהיא דרך ישרה ומסודרת - מלמעלה למטה - בקומת הנפש. און די צווייטע וועג איז 'חתירה ודילוג', דאס רופט ער 'דרך התשובה'. ב. דרך התשובה שהיא דרך חתירה ודילוג - מלמטה למעלה - בקומת הנפש.

עבודת הבחירה בצורה מסודרת וישרה - מלמעלה למטה - בקומת הנפש

הדרך הישרה בהעלאת הנפש היא, די דרך הישרה וואסערע כלים צו קלויבן, צו מעורר זיין דעם השתוקקות איז: שצד ה'הכרה הוא המנהיג ומכריח כל קומת הנפש להתבטל ולהשתעבד ל'דעת הבעלות' של ה'אמת'. צו קלויבן כלים וואס זענען מעורר מיין כלי הגוף מחשבה, אריינצוטראכטן מיטן ציהל צו מכיר זיין וואס איז אמת'ע עקזיסטענץ, מיט וואס איך זאל מיך באוואוסטזיניגן, און האבן השתוקקות צו ווערן באוואוסטזיניגט משמים אויף די אמת'ע עקזיסטענץ, וואס דערמיט זאל איך מיך באוואוסטזיניגן. הייליגער באשעפער איך גליסט אז דו זאלסט מיך באוואוסטזיניגן וואס איז עקזיסטענץ, און וואס איז נישט עקזיסטענץ.

און וויבאלד איך האב געקליבן כלים וואס האבן מעורר געווען מיין מחשבה, צו טראכטן, צו פרובירן מכיר זיין אמת'ע עקזיסטענץ, און איך האב געגליסט אז מ'זאל מיר פון הימל באוואוסטזיניגן אויף אמת'ע עקזיסטענץ, און מ'האט עס מיר באוואוסטזיניגט, בין איך יעצט באוואוסטזיניגט אויפן ריכטיגן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. און וויבאלד איך בין מכיר אז נאר דאס איז וואס עקזיסטירט, און עפעס אנדערש מיט וואס זיך צו באוואוסטזיניגן אויף מיין עקזיסטענץ איז דאך נישטא, ווייל ס'איז נישט קיין עקזיסטענץ. מוז איך מעורר זיין מיינע חושים, וואס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד חיות, נאר פון וואס איך ווייס איז אמת'ע עקזיסטענץ, ווייל עפעס אנדערש איז דאך נישט קיין עקזיסטענץ מיט וואס ס'לוינט זיך צו באוואוסטזיניגן דערמיט. קיינער וויל זיך נישט באוואוסטזיניגן אז ער איז די עקזיסטענץ פון א פייגל. און איך מוז מעורר זיין מיינע כלי המעשה, וואס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן מצד התפשטות, אויך נאר פון וואס איך ווייס איז די אמת'ע עקזיסטענץ. און ווען איך קוק אויף מיר אליין, מוז איך אויך נאר ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט פון מיין אמת'ע עקזיסטענץ.

פונקט אזוי ווי א מענטש וואס מיינט אז זיין עקזיסטענץ איז א פראסטער פויער, און ער איז מעורר זיין כלי הגוף מחשבה, און ער טראכט אריין מיט די גליסטעניש אז מ'זאל אים פון הימל באוואוסטזיניגן זיין אמת'ע עקזיסטענץ. און ער ווערט באוואוסטזיניגט פון הימל אז די עקזיסטענץ איז, אז ער איז א בן מלך, איז ווען ער קוקט אויף זיך אליין (דמות), זעהט ער זיין עקזיסטענץ אלץ א בן מלך. דאס אנערקענען וואס עקזיסטירט, און וואס נישט, טוישט אלע חלקים וויאזוי דער נפש זעטיגט איר דארשט פאר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. באופן שדעת זאת משפעת על צד ה'חיות' שבנפש, ועל צד 'התפשטות' שבה, וגם על ה'דמות' [החיצונה] של הנפש.

וצורת העבודה בזה היא להתבונן ב'אמיתת' אלוקותו ית', די ערשטע זאך איז צו קלויבן כלים וואס מאכן טראכטן, צו פרובירן מכיר צו זיין אין עקספיריענס, אז און ווי ווייט עקזיסטענץ איז נאר דער אייבערשטער, דאס הייסט אז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט דארף זיין נאר דער אייבערשטער. און גליסטן אז דער אייבערשטער זאל משפיע זיין פון הימל די ריכטיגע באוואוסטזיניגקייט אז נאר ער איז די איין איינציגע עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט. כדי לפעול בנפש ה'הכרה' וה'התבטלות לבורא ית', אזא עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וועט מאכן, אז מ'זאל זיך מוזן מבטל זיין צום בורא ית', ווייל נאר ער איז די עקזיסטענץ. דאס איז געווען די כוונה פון חובות הלבבות שער היחוד וואס מ'לאזט אויס, די ערשטע זאך, אז מ'זאל מכיר זיין אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט, און נאר ער. מיר דארפן אריינברענגען אין אונזער הכרה, אז אזוי איז דער אמת. אונז ווייס מיר דעם אמת. מ'דארף דאס נאר אריינברענגען אין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. (עיין ביושר דברי אמת כא)

ולעוררה בזו ל'הידבק' ב'טוהר' אלוקותו ית', און אזא עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וועט מאכן, אז מ'זאל נאר וועלן זיך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן מצד חושים, חיות, מיט כלים וואס באהעפטן די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט צום באשעפער, ווייל נאר דאס עקזיסטירט. און מ'וויל זיך נאר באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, און נישט אויף עקזיסטענץ, וואס איז קיין-עקזיסטענץ. ול'התעצם' ב'נצחיות' התורה הקדושה. און אזא עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וועט מאכן אז מ'זאל מעורר זיין די כלי המעשה, און ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות נאר פון תורה הקדושה. ווייל נאר דאס עקזיסטירט. וגם לעורר מקרב הנפש רגש ה'ערך' וה'כבוד' שביוקר אלוקותו ית', וה'בושה מלפניו ית', און אזא עקזיסטענץ וואס מ'באוואוסטזיניגט פון הימל וועט מאכן אז ווען מ'קוקט אויף זיך אליין, זאל מען זיך נאר זעהן אלץ "איך פאר מיר אליין בין נישט די עקזיסטענץ", דער אייבערשטער עקזיסטירט און איך בין א חלק פון אים. און דאס מאכט אז מ'זאל געבן די געפיל פון ערך וכבוד פארן אייבערשטן, וואס נאר ער עקזיסטירט, און איך בין א חלק, און די בושה ווען מ'זעהט זיך אליין.

באופן שכל קומת הנפש תהיה בטילה נגד אור יוקר אלוקותו ית' ומתאחדת בו. מ'ווערט אזוי ריכטיג עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט, אז מ'ווייסט אין עקספיריענס אז ס'איז נישטא קיין אנדערע עקזיסטענץ מיט וואס זיך צו באוואוסטזיניגן. און בעיקר אז איך בין א חלק פון אים. ומתאחדת בו. און איך וויל בטל ווערן צו אים. נאר א חלק פון עקזיסטענץ, ווייסט פון עקזיסטענץ, און וואס מ'ווייסט איז א השתלשלות פון עקזיסטענץ.

והעיקר בזה הוא התבוננות עמוקה בכח ההכרה, דער עיקר איז צו קלויבן כלים וואס מאכן טראכטן טיף צו מכיר זיין וואס איז אמת'ע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, און וואס איז דמיון, ושקר. און לאמיר געדענקען, ס'איז די גליסטעניש צום אייבערשטן אז ער זאל באוואוסטזיניגן דעם אמת'ע, ריכטיגע, עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. מ'דארף דאס שטענדיג געדענקען. ווייל דאס גליסטעניש איז די נקודת הבחירה. אויב איך וועל מיינען אז איך בין דער וואס באוואוסטזיניגט זיך, מיט מיינע כוחות, פארליר איך גאר די בחירה. ווייל איך קען טאקע נישט. איך קען נאר גליסטן אז ער זאל מיך באוואוסטזיניגן.

ל'הבדיל' במידת הדעת שבנפש בין מציאותיות של 'אמת' לדמיון של 'שקר', מאכן קשר מיט כלים קדושים וואס מאכן טראכטן און פרובירן צו אנערקענען דעם אמת אין מיין עקספיריענס, און גליסטן אז מ'זאל פון הימל באוואוסטזיניגן וואס איז א אמת'ע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, וואס האט אין זיך אלוקות, און וואס איז א דמיונ'דיגע און נישט אמת'ע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, ווייל ס'האט נישט אין זיך אלוקותו ית"ש. מיר האבן נישט קיין כח צו מבדיל זיין, מיר קענען זיך מעורר זיין פון, און מאכן קשר מיט, כלים קדושים, וואס מאכן טראכטן זיך צו באוואוסטזיניגן אויפן אמת "איך טראכט טיף, ווייל איך גליסט צו ווערן באוואוסטזיניגט פון הימל אויף אמת'ע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט". די הכרה, די מידת הדעת, דאס באוואוסטזיניגט דער אייבערשטער משמים.

ובין מציאותיות של 'טוהר' ו'חיים' שבדביקות אלוקותו ית', ל'חושך' ו'מוות' שבחומר הגס. אזוי אויך טראכטן און פרובירן מכיר צו זיין אין עקספיריענס, וואס איז די אמת'ע געטליכע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט זיך צו באוואוסטזיניגן מצד חושים, חיות. און גליסטן אז דער אייבערשטער זאל עס פון הימל באוואוסטזיניגן, וואס איז א אמת'ע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד חושים, ווייל עס איז דביקות באלוקותו ית', און וואס איז א נישט אמת'ע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ווייל ס'איז חושך ומוות, ווייל ס'האט נישט אין זיך אלוקותו ית"ש. וכן להבחין בין 'כבוד' המדומה של הסט"א בדמותו השקרית, ל'כבוד' הפנימי והמציאותי של גילוי אלוקותו ית' בנפש הישראלית, און אזוי אויך פרובירן מבחין צו זיין מיט 'התבוננות' מיט 'הכרה', וואס איז די נישט אמת'ע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד דמות, וואס דאס איז כבוד המדומה. ס'האט נישט אין זיך די איין איינציגע עקזיסטענץ פון באשעפער, ס'איז א דמות וואס איז באוואוסטזיניגט אויף א מציאותיות נפרד מאלוקותו ית"ש. און וואס איז די אמת'ע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד דמות, "איך בין א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ ית'.

שבדרכי התבוננות אלו תימשך הנפש כמו מאליה וממילא להיבטל ולהידבק רק באלוקותו ית"ש, עד שלא תתייחס עוד לעניני העוה"ז שום מציאותיות. אויב ווען מיר עקספיריענסן סיי וועלכע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, און אויך זענען מיר איבערצייגט אז נאר די עקזיסטענץ פון אלוקותו ית"ש דארף זיך געפינען אין אלע אונזערע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייטן, דאן וועלן מיר זיך איבערצייגן אין עקספיריענס, "קוק אהער, דעס, איז נישט די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, ס'איז שקר, דמיון." איך זאל זאגן פאר מיר אליין "איך קען זיך נאר באוואוסטזיניגן פון אמת'ע עקזיסטענץ, דהיינו, אלוקותו ית"ש, אבער דעס איז נישט אלוקותו, אויב אזוי בין איך מיט דעם נישט באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ, און איך וויל זיין באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ". למשל, איך בין באוואוסטזיניג אז איך בין א קעניג אין עפעס א לאנד אין אפריקע. דמיון. די באוואוסטזיין, וויל נישט זיין באוואוסטזיניג אויף דמיון. אויב ס'איז איבערצייגט ווי אומריכטיג ס'איז צו זיין באוואוסטזיניג אויף דמיון.

ובעבודה זאת יתקשר היש הישראלי באלוקותו ית' בהתאחד כל צדדי נפשו וגווני דעתו, בארבע דרכי עבודה שנובעות מהם, מיט'ן מעורר זיין די כלי הגוף מחשבה, צו טראכטן און פרובירן מכיר זיין וואס איז אמת'ע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, און וואס איז נישט אמת'ע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, און איבער אלעם גליסטן אז מ'זאל עס פון הימל באוואוסטזיניגן, דאס וועט מאכן, אז אלע צדדי הנפש זאל זעטיגן זייער דארשט אויף עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט פון אלוקותו ית'. ער שרייבט אז יראה, קומט פון הכרה, 'אהבה' פון חושים, אהבה איז באמת א כח אין נפש, אבער די התגלות פון אהבה איז מיט די חושים, וואס דאס ברענגט צו דביקות. קבלת עול מלכותו הייבט זיך לכאורה אן מיט הכרה, אז איך דארף טון וואס ער הייסט. אבער די עצם טון, איז מיט פארשטייט זיך מיט די כלי המעשה. צו מפשט זיין די כוחות אל הפועל נאר ווען דער אייבערשטער וויל. און בושה איז מצד דמות. ווייל די דמות איז אנגעפילט מיט די כבוד פון באשעפער. און דאס ביסל וואס מ'דערקענט זיך, שעמט זיך.

ער שרייבט אין הערה שמה. ופשוט הוא שלא די רק בהתבוננות לבד, וצריך האדם להישמר גם למעשה מכל מגע עניני העוה"ז שאינם מוכרחים לו. אז ס'איז נישט גענוג נאר אריינצוקלערן, נאר מ'דארף זיך אפהיטן פון עניני העוה"ז וואס איז נישט מוכרח. וואס איז פשט, פארוואס טאקע? ווייל עקספיריענס האט נישט קיין שכל. איינמאל די נפש זעטיגט איר דארשט פאר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט פון עניני עוה"ז, ווייסט די עקספיריענס אז ס'איז א דשאוק די גאנצע זאך. מיר ווילן זיך איבערצייגן מיט עקספיריענס, און נישט נאר מיט לאגיק. דאס שרייבט ער: שכל נגיעה מיותרת בעוה"ז תשחית נפשו בעל כרחה באופן שלא תועיל לה עוד שום התבוננות. עקספיריענס פייפט זיך אריין אין התבוננות. א מענטש האט מורא (מורא קומט פון הכרה) צו וואקן אויף א דינע שטריק, אויסגעצויגן פון איין צוואנציג שטאקיגע בילדונג דאך צו די צווייטע, נאר מיט עקספיריענס קען ער דאס דורכברעכן. דעס טראכט איך יעצט איז די סיבה פארוואס ליצנות אחד דוחה מאה תוכחות, ווייל עקספיריענס איז שטערקער. אפילו דער אמת איז אנדערש ווי מ'עקספיריענסד. איז אבער עקספיריענס שטערקער. אויב עקספיריענס זעהט אז די גאנצע זאך איז א דשאוק, העלפט נישט קיין טראכטן.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך אריינגעטראכט ווי ווייט סתם דאס אריינטראכטן און פרובירן צו ווערן באוואוסטזיניג, אז נאר דער אייבערשטער איז די איין איינציגע עקזיסטענץ מיט וואס צו באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ אלץ חלק אלוק ממעל, ווייל נאר ער עקזיסטירט. און איבער אלעם גליסטן אז דער אייבערשטער זאל מיר דאס באוואוסטזיניגן משמים, ווי ווייט דאס איז משעבד און מבטל דעם גאנצן קומת הנפש צו אים.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רסו

תגובהדורך נשמה » זונטאג יוני 24, 2018 3:31 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

עבודת הבחירה בדרך חתירה ודילוג - מלמעלה למטה - בקומת הנפש.


מציאותיות, איז ווען א מציאות איז באוואוסטזיניגט אז זי עקזיסטירט. די "יות" בלאזט אריין א נשמה אין די מציאות, אזוי אז די מציאות איז יעצט באוואוסטזיניג אויף איר עקזיסטענץ. פארשטייסט? אין אנדערע ווערטער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס באוואוסטזיניגט זיך אין די באוואוסטזיין וואס איז א חלק פון איין איינציגער עקזיסטענץ ית' פון דרויסנדיגע כלים וואס האבן מעורר געווען זיינע כלי הגוף, פארשטייסט?

לאמיר איבער'חזר'ן עטליכע כללים. 1) אין סיי וועלכע מצב מ'איז, סיי ווען, איז מען אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ס'איז אדער מער דמיון, אדער מער אמת. 2) יעדע סארט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז צוגעבינדן צו די געוויסע כלים וואס האבן איר באוואוסטזיניגט אין עקזיסטענץ. א אמת'ע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מיינט אז מ'איז באוואוסטזיניגט אויף אמת'ע עקזיסטענץ, אדער ווי נאנטער צו אמת'ע עקזיסטענץ, און דאס מיינט אז מ'איז צוגעבינדן צו כלים אמיתיים קדושים. און א דמיונ'דיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מיינט אז מ'איז באוואוסטזיניגט אויף דמיונ'דיגע עקזיסטענץ, און דאס מיינט אז מ'איז צוגעבינדן צו כלים דמיוניים חומריים.

קודם די טייטש פון טמונה בפחד ההעדר = באהאלטן אין די פחד פון העדר. אבער וואס מיינט עס? ווען קען איך פילן דעם פחד ה'העדר'? און וואס טו איך ווען איך פיל עס? איז אזוי: ווען איך בין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג אויף דמיונ'דיגע חומריות'דיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, מיינט דאס דאך אז איך בין צוגעבינדן צו כלים חומריים, אז זיי זאלן מעורר זיין מיינע כלי הגוף. יעצט, פארוואס טאקע איז מיך אזוי שווער זיך אפצוטשעפען פון די כלים חומריים, און נישט מעורר זיין מיינע כלי הגוף פון זיי? וואס האלט אן מיין עקזיסטענץ-באווואוסטזיניגקייט צו די כלים חומריים? האט ער שוין געשמועסט אויף דף רמז, אז דא איז דא א פחד עס אפצולאזן. און די פחד איז א פחד פון העדר.

דאס זאגט ער: הנה ביארנו בפרק שני משער זה הסיבה שהכלים החומריים יש להם כח כה גדול לאחוז בנפש האדם, שהיא מחמת שיש לה פחד גדול מה'העדר' שתסבול אם תעזוב אותם, מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט expect צו ליידן אן out of existence experience, אויב איך לאז אפ די כלים. יעצט, זאגט ער, אז אין דעם פחד פון 'העדר' איז באהאלטן א גרויסע טייערע געלעגנהייט. דאס אז איך ווער באוואוסטזיניג אז "איך האב מורא פון העדר", און דאס אז איך עקספיריענס א פחד פון אפלאזן די כלים חומריים, און דאס אז איך ערלויב מיך צו עקספיריענסן אט דעם 'העדר'. טראגט מיך אריין אין א טונקעלע שטוב, וואס זייענדיג אין אט דעם שטוב גיי איך אראפגיין פון די כלים חומריים. ס'איז טאקע טונקל פאר אביסל, אבער ס'גייט זיך מיר באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ אויפן ריכטיגן אופן, ווייל זייענדיג אין דעם העדר גייט מיך צווינגען צו גליסטן צו ווערן ריכטיג באוואוסטזיניג משמים, און ווי שטערקער די העדר אלץ מער גליסטעניש, און ווי מער גליסטעניש אלץ מער איז די חודו של מחט. פארשטייט זיך, נאר אויב איך גליסט די שטערקסטע וואס איך קען צום באשעפער אז ער זאל מיך באוואוסטזיניגן משמים מיין אמת'ע ריכטיגע עקזיסטענץ. אז איך זאל זיין ריכטיג עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט.

דאס זאגט ער: ואמנם יש לדעת עוד בזה, איך דארף וויסן, און ערווארטן. שעם שפחד ההעדר הוא העיקר המתקיעה את הנפש בחומר, איך האב טאקע פחד פון עקספיריענסן "דאס ארויסגיין פון עקזיסטענץ", א מיתה! ווייל ס'איז אין א געוויסע זין מיתה. די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט שטארבט אפ. לוינט זיך מיר אבער אריינצוגיין אין דעם טונקעלן פלאץ. פארוואס? פארוואס? פארוואס? ווייל אויב איך גיי וואוינען אין יענע פלאץ פאר אביסל, האב איך א פאטענציאנאל צו ווערן באוואוסטזיניגט אויף מיין ריכטיגע אמת'ע עקזיסטענץ. טמונה בפחד זה גם אפשרות של התעלות גדולה ויקרה. אין דעם טונקעלן שטוב איז דא א אוצר וואס קען זיך אויפלייכטן.

שהאיש הישראלי שמודע לרגש ההעדר, אויב איך וועל זיך לאזן עקספיריענסן דעם העדר וואס איך פיהל ווען איך הער אויף מעורר צו זיין מיינע כלי הגוף פון כלים חומריים. וסובלו ברצון לכבודו ית'. און איך וועל זיך באוואוסטזיניגן טאקע פון אט דעם העדר. דהיינו, איך ווער באוואוסטזיניגט אז איך בין טאקע נישט אין עקזיסטענץ. און איך וויל זיך דאך יא באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, אבער אויף עקזיסטענץ, נישט אויף עקזיסטענץ וואס איז קיין עקזיסטענץ, אזוי ווי ביז יעצט. מיט דעם זאג איך "הייליגער באשעפער, איך לאז אפ די... איך שטארב מיין דמיונ'דיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט... און הייליגער באשעפער, איך טו עס ווייל איך וויל גליסטן צו דיך, אז דו זאלסט מיך באוואוסטזיניגן אויף מיין ריכטיגע עקזיסטענץ". דאס מיינט: והוא נכנס בסבל זה בברית עם אלוקיו.

וזוכה להשיג קירבתו ית' דייקא מתוך עצם ההעדר.
דייקא, ווייל מ'איז סובל ברצון די העדר, דייקא דאס באוואוסטזיניגט "איין מינוט, איך האב נישט קיין שום חיות, איך בין טויט, איך האב נישט קיין לעבן, איך זוך חיות. איך קען נישט אטעמען. הייליגער באשעפער איך גליסט מיט דארשט אז דו זאלסט מיך באוואוסטזיניגן משמים אויף עקזיסטענץ. איך גליסט מיט דארשט זאלסט מיך געבן תענוג ושעשוע. דער אמת איז: אז איך האב נישט געהאט קיין חיות אפילו ווען איך האב נאך געבורדעט, נאר איך האב געמיינט אז איך לעב! יעצט איז גארנישט געווארן אנדערש. איך בין פשוט געווארן באוואוסטזיניג אויפן פאקט אז איך האב נישט קיין חיות אין מיין לעבן. און דערפאר בעהט איך דיר באשעפער האב רחמנות אויף מיר, צמאה לך נפשי כמה לך בשרי בארץ ציה ועיף בלי מים. באוואוסטזיניג מיך אויף מיין ריכטיגע עקזיסטענץ." והערב נא ה' אלוקינו את דברי תורתך בפינו. באוואוסטזיניג מיר. איך קען נישט זיין אין דעם העדר.

וויאזוי קען א מענטש האבן א גליסטעניש צו ליידן העדר? וויאזוי קען א מענטש האבן מסירת נפש צו ליידן העדר? די תירוץ איז, די תשוקה זיך צו באוואוסטזיניגן אויפן ריכטיגן עקזיסטענץ! די תשוקה צו זיין אין מיין ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט! די אנערקענונג אז מ'וויל נישט אפילו נאך איין מינוט זיין אפילו אין א ברעקל דמיון. קודם דאס זיכער נישט. גארנישט דמיון. און אין די רגע מ'ווערט אויסגעליידיגט פון דמיון, און מ'פיהלט דעם העדר, גליסט מען צו ווערן באוואוסטזיניגט משמים אויף סוד יחודו ית' דייקא. מ'באקומט א בחירה.

והוא משיג על ידה הארה מציאותיות סודית אלוקית, שממלאת ומספקת את נפשו יותר מכל התענוגים החומריים. וויבאלד מ'גליסט גארנישט עפעס אנדערש ווי ווערן באוואוסטזיניגט אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ. וזוכה בזה לקירבתו ית' בצורה האמיתית.

א מענטש האט א דארשט זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, און א גליסטעניש צו בלייבן אין עקזיסטענץ. די דארשט וועט זוכן און זוכן מיט אלע כוחות זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ. דאס טראכט איך איז די סיבה פארוואס, אויף אלע שונאי ישראל געזאגט, א מענטש דאכט זיך אז ער איז עפעס א גרויסער פערזענליכקייט, אדער אז מענטשן טראכטן פון אים, אדער אנדערע שטותים, עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייטן וואס ער אליין ווייסט אז ס'איז נישט אמת. ווייל עקזיסטענץ זוכט זיך צו באוואוסטזיניגן מיט אלע כוחות.

יעצט, איך האב צוויי ברירות ווען איך פיהל העדר. איינס, קלאגן. להתאונן על הצער מצד השמאל. איך וואלט אזוי געוואלט די הנאה. איך וואלט אזוי געוואלט... די צווייטע ברירה וואס איך האב איז, אויב ס'איז טאקע אזוי אז איך עקספיריענס העדר, לאמיר גליסטן מיט אלע מיינע כוחות די שטערקסטע גליסטעניש וואס איך קען, צום באשעפער אז ער זאל מיך באוואוסטזיניגן אויף מיין ריכטיגע עקזיסטענץ. צמאה לך נפשי. דארשט איז די שטערקסטע גליסטעניש. ביסט שוין אמאל געווען דארשטעריג. דארשטיג? ס'איז א "גליסטעניש פאר א טרינק וואסער".

דאס וואס ער שרייבט אין הערה שמז, יבחר לסבול הצער בהכנעה ורצון מיינט, לכאורה, אז איך קען נישט מיט מיינע אינערליכע כוחות זיך באוואוסטזיניגן אויף סוד יחודו ית', דהיינו אויף מיין ריכטיגע עקזיסטענץ. איך קען ליידן דעם העדר בהכנעה ורצון, און דשאסט גליסטן די שטערקסע וואס איך קען אז ער זאל מיך עס באוואוסטזיניגן משמים. דאס מיין איך שרייבט ער: יתעלה בכח האמונה להתדבק בסוד יחודו ובריתו ית'. מיט די כח פון גלייבן אז דער אייבערשטער איז דער וואס קען מיך באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, דאס ערלויבט די ריכטיגע בחירה פאר א מענטש, און דאס מאכט אז מ'זאל טאקע ווערן באוואוסטזיניגט משמים אויף סוד יחודו ובריתו ית'. סוד יחודו ובריתו ית' איז אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס איז באוואוסטזיניגט אז דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז איבעראל, און נאר דער אייבערשטער, און איך בין זיינס. ער איז נאר באהאלטן.

טא, די עבודת הבחירה פון חתירה ודילוג איז צוויי שטאפלן. די ערשטע שטאפל איז די תנאי קודם הבחירה, סבילת ההעדר ברצון. איך זאל זיין גרייט צו עקספיריענסן ווי מיין באוואוסטזיניגקייט אויף מיין עקזיסטענץ ווערט ווייניג, ס'גייט איין. און דאס געבוירט די צווייטע שטאפל, די תשוקה שנולדת ממנה. די גליסטעניש! מכח ה'העדר' באקום איך א תשוקה צו יא ווערן באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ, אבער מיט די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

דאס הייסט אזוי, יעדע מאל איך עקספיריענס, אופס, מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט טויג נישט. זי וויל עסן פון כלים חומריים. און דא הייבט זיך אן א סטראשע מיט א שטרענגע ווארענונג, "אויב איך גיי נישט מעורר זיין מיינע כלי הגוף פון דעם כלי חומרי גיי איך פילן צער העדר" אבער וויבאלד איך וויל דאך זיין א בוחר. איך וויל זיין דער וואס איז בוחר בכלים קדושים, איך וויל זיין דער וואס איז בוחר צו זיין ריכטיג באוואוסטזיניג אויף מיין עקזיסטענץ, און א בוחר איז מען נאר ווען איך גליסט! דערפאר זאג איך "איך בין גרייט צו ליידן דעם צער ה'העדר', זיך אפטשעפען פון א דמיונ'דיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, כדי איך זאל גליסטן צו ווערן באוואוסטזיניג אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ.

די ווערטער: לעורר על ידו הארת סוד היחוד שטמונה בשורש נפשו - מהיותה ענף מכללות נשמת ישראל הק' - להיקשר בסוד הברית שבין ישראל לאביהם שבשמים. והוא מעורר בזה אמיתת נקודת אלוקותו ית"ש בנפשו - שהיא דעת דקדושה בה - בדרך חתירה ודילוג, ובוחר להתדבק בה מיינט, גליסטן צו ווערן באוואוסטזיניגט משמים אויף מיין ריכטיגע עקזיסטענץ. צו זיין אין די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ער זאגט נאר, וואס דאס איז די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך פרובירט ב"ה, אז יעדעס מאל איך זעה מיך אז א געוויסע נקודה עדיין נבלעה ברע, צו טון די צוויי שטאפלן. ליידן דעם העדר, וואס געבוירט א אויסטערלישע תשוקה. און געדענקען, נאר גליסטן די שטערקסטע וואס איך קען, אבער גארנישט מער. קויתי ה' קותה נפשי ולדברו הוחלתי. נפשי לה' משומרים לבקר, שומרים לבוקר. יחל ישראל אל ה' כי עם ה' החסד והרבה עמו פדות, מיר קענען נאר גליסטן, והוא יפדה את ישראל מכל עונותיו.



והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רסט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג יוני 25, 2018 2:36 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

טעות העולם בהבנת ענין 'קבלת' עול

אויב איז בחירה בלויז די תשוקה, אז איך זאל גליסטן די מערסטע וואס איך קען, אז מ'זאל מיר משמים באוואוסטזיניגן די ריכטיגע באוואוסטזיניגקייט, זענען די ווערטער הרי אני מקבל עלי עול מלכות שמים, בלויז ארויסצוברענגען מיין גליסטעניש, איך גליסט זייער שטארק אז מ'זאל מיר פון הימל באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ (וואס ווען איך וועל זיין אזוי באוואוסטזיניגט, וועט זיך מיר וויסן) אז איך קען זיך נאר באוואוסטזיניגן מיט מלכות שמים. (ווייל נאר ער עקזיסטירט) וואס איך זאג איז: איך בין מקבל אויף מיר דעם עול מלכות שמים, צו טון נאר וואס דער אייבערשטער הייסט. אבער איך קען נאר פון מיין זייט זאגן אז איך בין מקבל, און גליסטן אז מ'זאל מיר אזוי באוואוסטזיניגן פון הימל.

ער טענה'ט אז אנדערש ווי די וועלט מיינט אז קבלת עול איז "איך בין מקבל אויף מיר זיך צו צווינגען אנדערש ווי איך גליסט באמת". מ'זאגט צומאל פאר איינעם, וואס לערנט נישט און דאווענט נישט, "א יוד דארף לעבן מיט א עול". און דער וואס הערט עס מיינט אז ער דארף זיך צווינגען צו טון אנדערש ווי ער גליסט באמת. ער דארף אויפגעבן אויף פרייהייט. פרעגט ער ווער דארף מקבל זיין אויף זיך דעם עול? אויב ליגט דער מענטש אין כלים נמוכים, אין כלים חומריים, דאס הייסט זיין עקזיסטענץ איז באוואוסטזיניג, און גליסט ווייטער צו באוואוסטזיניגן, זיין עקזיסטענץ פון כלים נמוכים, כלים חומריים. איז ער דאך נישט מקבל אויף זיך דעם עול. דער מענטש איז פון וואס מ'גליסט באמת זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ. דאס איז דער מענטש. און אט דער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט דארף מקבל זיין אויף זיך דעם עול. און אויב איך צווינג סתם ארויף, איז ער דאך נישט מקבל דעם עול מלכות שמים.

נאר, קבלת עול מיינט "איך די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט בין מקבל אויף מיר אויפהערן זיין אין עקזיסטענץ פון כלים נמוכים, און נאר זיך צו באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ, פון מלכות שמים עקזיסטענץ". דאס מיינט אז ווען איך וועל ווערן באוואוסטזיניג אז איך וויל באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ פון כלים נמוכים, וועל איך צוריק גיין צו די מצב פון גליסטן, דורך דעם וואס איך וויל מיך אפלאזן פון די כלים נמוכים, און צוריקגיין אין די מצב פון העדר, און דאן גליסטן צו די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

ענינה המהותי הוא באמת בחירת הנפש להעתיק דעתה מכלים הדמיוניים, ו'לקבל' צער ההעדר שבהעתקה זו בחפץ מלא. די עול וואס איך בין מקבל אויף מיר איז אפלאזן די כלים נמוכים וואס באוואוסטזיניגן מיר נישט ריכטיג אויף מיין עקזיסטענץ, און אריינגיין אין העדר, און זיך באוואוסטזיניגן בחפץ מלא אויפן צער אז איך בין טאקע נישט אין עקזיסטענץ, כדי דאס זאל מאכן אז איך זאל יא גליסטן זיך צו באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. כדי לעורר בזה תשוקת סוד יחודו ובריתו ית'. שהיא המציאותיות האמיתית היחידה לנפש הישראלי.

קבלת עול היא ענין פנימי.


ס'דא ווען מ'מ'צווינגט זיך פון דרויסן, געצווינגענע תנועות פון דרויסן. מלאכותית חיצונית. מ'נעמט דעם קערפער און מ'שטרענגט עס אן, און מ'שאקלט עס. מ'האפט ס'זאל עפעס געשעהן. מ'מאכט מיט די הענט. מ'צווינגט. מ'פייניגט זיך. און ס'פלאצט... זאגט ער, אז די עבודת הבחירה איז נישט דעס. עבודת הבחירה איז א ארבעט וואס מ'טוט בלויז אינעווייניג. מ'דארף נישט טון מיט די מוסקלן אפילו די קלענסטע תנועה. מ'דארף איינפאך גליסטן די מערסטע וואס מ'קען צום אייבערשטן אז ער זאל באוואוסטזיניגן משמים די ריכטיגע עקזיסטענץ. דאס ביסל וואס מ'נוצט יא די מוסקלן איז אזוי ווייניג, רעלאטיוו צו פעולה מלאכותית חיצונית.

התבוננות, אריינצוקלערן ווי ווייט אומריכטיג מיין עקזיסטענץ איז מיר באוואוסטזיניגט, דהיינו, ווי ווייט איך בין פון הייליגן בורא ית', ווי ווייט איך בין פארטונקלט. דאס פאדערט נישט קיין שום מוסקלן, קיין שום צווינגעראציע. דאס איז בלויז "אריינקלערן". מ'נוצט די סאפטווער אין קאפ. פארטיג. מ'טראכט און מ'גליסט, מ'טראכט און מ'גליסט, מ'טראכט ווי ווייט בין איך פון די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, און מ'גליסט צום אייבערשטן אז ער זאל באוואוסטזיניגן די ריכטיגע. אלע תוצאות וואס מ'גליסט אז ס'זאל געשעהן באוואוסטזיניגט זיך פון הימל. מיר קוקן נישט אויף תוצאות. מיר האבן נישט פארוואס צו קוקן אויף תוצאות. מיר דארפן זיך נאר פארלייגן אז די גליסטעניש אונזערע צום אייבערשטן אז ער זאל באוואוסטזינגן, זאל זיין די שטערקסטע וואס מ'קען. גליסטעניש פאדערט קוים חומריות'דיגע כוחות. ס'שטרענגט נישט אן צופיל. ס'איז די תשוקת הנפש. גליסטעניש איז וואס געט עווענטועל די שעשוע ותענוג. ווייל השי"ת האט ליב א מענטש. מ'דארף אים נאר בעטן. קוה קויתי ה' ויט אלי וישמע שועתי. ויעלנו מבור שאון מטיט היון.

ער זאגט אז קבלת עול מלכות שמים איז נישט "אקעי פון היינט און ווייטער גיי איך זיין וואויל", און ס'דארף ארבעטן אויף א וואך. נאר קבלת עול, זאגט ער, איז יעדע רגע. איך קען מיך יעצט באוואוסטזיניגן פון כלים נמוכים, כלים חומריים, און איך קען מיך באוואוסטזיניגן פון כלים קדושים. יעדע רגע דארף איך גליסטן צום אייבערשטן אז ער זאל מיך באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ. יעדע רגע פלאנץ איך א קערל, און יעדע רגע ווארט איך בלויז מיט גליסטעניש אז השי"ת זאל עס מאכן וואקסן. משמים. יעדע רגע דארף איך מיך אפטיילן פון געוויסע סארט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייטן וואס איז דמיון ושקר, חושך ומוות, כבוד המדומה של סט"א, וכו' און גליסטן אויף עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס איז אמת, טוהר וחיים, כבוד הפנימי של גילוי אלוקותו ית"ש. און דאס טוט מען נישט מיט מוסקלן אנשטרענגעניש. דאס איז בלויז 1) סובל זיין דעם העדר, און 2) גליסטעניש צום אייבערשטן. (איך שרייב וואס ער שרייבט. איך האף אזוי.)

סובל זיין דעם העדר, איז נישט איך גיי מיך פייניגן... סובל זיין העדר, איז נישט לשם סובל זיין העדר חלילה וחלילה. א מענטש וויל דאך בעיקר אנטלויפן פון העדר, און מיט רעכט, ווייל מיר זענען דאך א חלק אלוק ממעל. וואס דערפאר גליסטן מיר זיך צו באוואוסטזיניגן אין עקזיסטענץ די מערסטע וואס שייך. וואס נאר דערפאר האבן מיר מורא פון העדר. נאר פונקט פארקערט. סובל זיין דעם העדר איז א טעכנישע זאך וואס מוז געשעהן מיט מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט אויב איך וויל ווערן באוואוסטזיניג אויף מיין ריכטיגע עקזיסטענץ. צו האבן שעשוע ותענוג גדול בעבודת השי"ת. ווייל כדי איך זאל גליסטן צו ווערן באוואוסטזיניג אויף מיין ריכטיגע עקזיסטענץ, מוז זיין העדר. מ'דארף עס געדענקען. די ציהל פון דעם ספר איז שעשוע ותענוג. נישט פון דעם ספר, פון אלע ספרי קודש. ככל שהיצר מתגרה בנפש להפחידה מההעדר שתסבול אם לא תתפתה לו, ווי שטערקער די העדר איז, אלץ מער פחד דערפון, אבער אלץ מער א געלעגנהייט פאר תשוקה. פאר געגועין. פאר השתוקקות. און דערפאר צריך האיש הישראלי לעורר ולחזק את נפשו, שתקבל מחדש סבל ההעדר בחפץ ותשוקה, מ'דארף זיך נאכאמאל דערמאנען וואס מ'גליסט.

הצד השווה שבשני מהלכים הוא 'ביטול הבחירה' מהאדם


די ערשטע מהלך איז אז דער מענטש גליסט צום ריכטיגן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ווייל ער אנערקענט אז נאר דאס עקזיסטירט, נאר השי"ת איז עקזיסטענץ מיט וואס זיך צו באוואוסטזיניגן. און די צווייטע מהלך איז אז דער מענטש גליסט צום ריכטיגן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ווייל ער שפירט העדר. ער גייט אריין אין העדר ווייל ער איז מקבל אויף דעם עול מלכות שמים באהבה. ער האט א שיינע הערה שנז.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך פרובירט צו עקספיריענסן דעם ריכטיגן מיינונג פון קבלת עול מלכות שמים באהבה. צו אויסהאלטן כל מיני העדר, אבי צו ווערן באוואוסטזיניג אויף מיין ריכטיגע עקזיסטענץ, וואס איך גליסט מיט אלע מיינע כוחות צו ווערן באוואוסטזיניג דערויף משמים.

והשם הטוב יעזור. הייליגער באשעפער העלף, נאר דו קענסט העלפן. איך דארף אבער גליסטן. גליסטן. און גליסטן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רעג

תגובהדורך נשמה » דינסטאג יוני 26, 2018 3:17 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

שני מהלכים אלו מוכרחים לעבודת השי"ת

ער רעדט אגאנצן צייט מיט געפיל פון אן השגה אלוקית אמיתית מבחינת סוד יחודו ית' בעולם. איך קען נאר שרייבן וואס ער שרייבט. אבער זעהט אויס אז עפעס ליגט דא. און ער רעדט דערפון נאכאמאל און נאכאמאל. א געוויסע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס איז באוואוסטזיניגט אלץ הנפש מתאחדת במקורה בשורש כללות נשמת ישראל הקדושים. דאס איז א געוויסע סארט עקספיריענס, וויאזוי מ'עקספיריענסד דעם אייגענעם עקזיסטענץ. ס'זעהט מיר אויס ווי דאס איז עפעס וואס דער מחבר גלוסט דערצו שטארק. ס'קוקט מיר אויס ווי דאס איז מער ווי סתם וויסן. נאר דאס איז עפעס אן עקספיריענס.

נאך אזאך וואס איך באמערק איז אז ער פארשטייט אז ס'דא צוויי מינע עקספיריענס. איינס איז עפעס אזא השגת נפש הפרטית. וואס דאס איז ביי אים נאכנישט דעס. ווייל ס'איז מוגבלת כפי הגבלת כלי הנפש. און ס'קוקט מיר אויס ווי אן עקספיריענס וואס ס'איז השגה אלוקית אמיתית מבחינת סוד יחודו ית' בעולם, דאס איז עפעס וואס ער ווערט פארגאפט, און ער אנטשפרעכט עס צו געפינען דינענדיג אונזער הייליגן בורא. איך בין איבערצייגט אז די עקספיריענס פון "סוד יחודו ית" איז ביי אים מער ווי א טרוקענע השגה. דאס איז ביי אים אזא שעשוע ותענוג. אזא סארט איבערלעבעניש. עפעס אזא "איך האב געטראפן דעם אמת" סארט זאך. און נאכאמאל, דער סוד היחוד עקספיריענס, דאס איז ביי אים ובה הנפש מתאחדת במקורה בשורש כללות ישראל הקדושים.

דאס זענען עקספיריענסער וואס מ'קען שרייבן וועגן זיי נאר ווען מ'האט עס שוין עקספיריענסד. ס'דא אסאך סארט עקספיריענסער וויאזוי מ'עקספיריענסד דעם נפש. איך ווייס נישט צו ס'איז אפילו דאקומענטירט. איך פארשטיי אז ס'דא תקופות ביי איטליכן וואס מ'גייט אליין. מ'פארשטייט אליין. און אן די האפענונג עס אמאל קענען מיטטיילן מיט סיי וועם. נאר ביני לבין קוני. בוחן כליות ולב. די זאך וואס האלט אראפ א מענטש צו בלייבן אין די וויאזוי עס איז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, איז צומאל די פחד פון נישט קענען מיטטיילן די עקספיריענס וואס מ'האט פון זיך רירן העכער. הגם איך רעד אפשר נאר וואס איך האב בייגעוואוינט. אבער אפשר וועט איינער ארויסנעמען דערפון צו טון וואס מ'פארשטייט אליין.

נישט אלעמאל קען א מחבר מיטטיילן זיינע טיפע עקספיריענס. און ווען ער טיילט עס יא מיט ווערטער אין א ספר, זעען מיר סתם טרוקענע ווערטער וואס האבן נאר די הארץ פון דער וואס ליינט עס. ווערטער אין א ספר קענען נישט פארציילן וויאזוי זיי האבן געלעבט זייענדיג אינעם שרייבער. אמת אז פון זיינע שיעורים אויף טעיפס קען מען מער הערן דאס הארץ זיינעם. דאס איבערגענומענקייט פון קענען זיין נאנט צו אונזער ליבן בורא ית', און נישט אנקוקן יודישקייט ווי א עול וואס בלויז צווינגט אונז וואס מיר ווילן נישט טון. מיר דארפן מיט אלע כוחות זעהן דעם עקספיריענס און נישט נאר די ווערטער.

זיינע שני מהלכים וואס ער האט אין די פריערדיגע קאפיטלן אראפגעשטעלט, זענען זעהט אויס צוויי מהלכים וואס ער וויל מ'זאל עס נעמען אין באטראכט. די ערשטע איז פשוט מכיר זעהן אז די איין איינציגע עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט איז אלוקותו ית"ש. און דאס ערוועקט אז מ'זאל זיך נאר וועלן באוואוסטזיניגן אין דעם עקזיסטענץ. איך קען שרייבן און שרייבן און שרייבן דא אויף אייוועלט, פון זיינע דרכים. אבער איך קען עס נאר עקספיריענסן ב"ה ווען איך טו דערצו.

לדוגמא, ער שרייבט: ופשוט הוא שמבלי שום הארה נפשית גלויה מאמיתת טוהר יוקר אלוקותו ית', תישאר הנפש בחשכותה וקרירותה לעולם מבלי תקומה כלל ח"ו. קענסט מיר טייטשן די ווערטער? ניין. כדי צו טייטשן מוז איך דאס עקספיריענסן. איבערלעבן. (פאר ווער ס'האט נישט ליב די ווארט עקספיריענס) איך קען שרייבן "איך בין ביי א חתונה". דאס דערציילט גארנישט מיין מיטלעבעניש. וואס איז זיין אייפער? וואס איז זיין ברען? א מענטש רעדט דאך נישט סתם. לאמיר טראכטן, ופשוט הוא, און דאס איז א פשוט'ע זאך, שמבלי שום הארה נפשית גלויה וואס מיינט די ווערטער, הארה נפשית גלויה? אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס איך בין באוואוסטזיניג אז דאס איז מיין עקזיסטענץ וואס האט זיך דא באוואוסטזיניגט. דאס מיינט הארה נפשית גלויה.

די ווערטער הארה נפשית גלויה איז צו קליין, צו באשיידן, צו געבן דעם אימפעקט. דאס איז אן עקספיריענס. אן איבערלעבעניש! יעצט, וואס מיינט שמבלי שום הארה נפשית גלויה מאמיתת טוהר יוקר אלוקותו ית'. אז אויב איך וועל קיינמאל נישט האבן אזא עקספיריענס. אן עקספיריענס אז מיין עקזיסטענץ האט זיך באוואוסטזיניגט מיט די אמת'ע עקזיסטענץ. אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס ס'איז באוואוסטזיניגט דעם אמת'ע עקזיסטענץ, אן עקזיסטענץ וואס ס'איז באוואוסטזיניגט אלץ אמיתת טוהר יוקר אלוקותו ית"ש אויב איך וועל דאס נישט עקספיריענסן תישאר הנפש בחשכותה וקרירותה לעולם מבלי תקומה כלל ח"ו. וועל איך קיינמאל נישט ארויסקריכן פון מיין יעצטיגע אומריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. אה, יעצט, נאכן אריינטראכטן, פארשטיי איך ב"ה.

וואס איז די התקשרות פנימית בקבלת עול. וואס מיינט עס? פארוואס רופט ער עס התקשרות פנימית? וואס איז די פנימית? ווייל פריער האט ער געשריבן קבלת עול היא ענין פנימי. דאס גליסטעניש איז פון טיף אינעווייניג אין מיין נפש. דייקא פון די טיפע אינערליכע באהאלטענע פלאץ וואו מיין נפש גליסט זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, דייקא פון דארט דארף איך מאכן דעם קבלת עול אז אפילו אינעם העדר וועל איך זיך נישט באוואוסטזיניגן פון נישט-אלוקותו ית"ש עקזיסטענץ. דאס מיינט התקשרות פנימית בקבלת עול מתוך ההסתר דייקא,

מיט די השגת הארת נפשו הפרטית. מיינט ער, (די ערשטע מהלך) ווען איך בין מכיר אז נאר דער אייבערשטער איז עקזיסטענץ מיט וואס צו באוואוסטזיניגן מיין חלק אין עקזיסטענץ, און איך גליסט אז מ'זאל מיך דאס באוואוסטזיניגן משמים. בין איך משיג מיין נפש הפרטית. פשוט, ווייל איך ווער באוואוסטזיניג אויף מיין עקזיסטענץ. זאגט ער אז דער ערשטער מהלך איז וויכטיג תמיד. הדרך הראשונה נחוצה לו תמיד. פארוואס? ווייל נאר אנערקענען מיט טיפע התבוננות אז נאר דער אייבערשטער איז עקזיסטענץ, וועקט אויף אין מיר די תשוקה זיך צו באוואוסטזיניגן מיט זיין עקזיסטענץ.

וואס איז די חילוק צווישן באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ. און באוואוסטזיניגן מיין ריכטיגע עקזיסטענץ אלץ חלק אלוק ממעל? למשל אויב א גרויסע צדיק בעהט מיר, אים צו טון א טובה, איז מיין פרייד נאר ווייל ער איז א צדיק. יא, אמת, איך באוואוסטזיניג - מיט'ן אים טון די טובה - מיין עקזיסטענץ. איך האב דערפון תענוג. אבער נאר ווייל די עקזיסטענץ אז ער איז א צדיק, בין איך אין עקזיסטענץ. אין בין באוואוסטזיניג אז די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך אין מיר האבנדיג די זכי' אים צו טון די טובה, איז פון זיין עקזיסטענץ. דאס מיינט איך האב תענוג ווייל ער האט תענוג. לעשות נחת רוח לבוראי ית"ש, אבער סוף דבר בין איך דער וואס זוכט דא תענוג. "עקזיסטענץ", אבער מיטן אמת. אז מיר זענען א חלק אלוק ממעל.

זכרון אור השגה זאת דאס אז איך האב מיך שוין אמאל באוואוסטזיניגט אין דעם ריכטיגן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, וועט מיר בעת ההסתר באוואוסטזיניגן אויף גודל ריחוקו ממנו ית'. אז אזוי ווי איך בין יעצט, בין איך נישט אין די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ומעוררתו לקום מתוך ההסתר. און דאס וועט מיר אויך אויפוועקן זיך צו באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ. דא זאגט ער, ופשוט הוא שמבלי שום הארה נפשית גלויה מאמיתת טוהר יוקר אלוקותו ית', תישאר הנפש בחשכותה וקרירותה לעולם מבלי תקומה כלל ח"ו. מ'מוז דאס האבן. דעם ערשטן מהלך. פון פשוט אנערקענען וואס ס'איז עקזיסטענץ און וואס נישט. נישט חקירה, נאר זעהן צו מ'עקספיריענסד טאקע אזוי.

דאס איז אלעס מיט די ערשטע מהלך. די צווייטע מהלך איז שוין מער התקשרות פנימית בקבלת עול מתוך ההסתר דייקא. מיט די ערשטע מהלך איז מער רואיגער. איך גיי מיך רואיג אוועקזעצן אונטערן שאטן פון א ברייטן גרויסן בוים אויף א האלצערנעם טיש-מקושר-צום-באנק און איך גיי דשאסט מכיר זיין מיט התבוננות אז נאר ער הבורא ית"ש איז עקזיסטענץ, און נאר מיט דעם וועל איך מיך באוואוסטזיניגן. די פייגלעך טשווישטקען, אלעס שיינט. אבער די צווייטע מהלך איז שוין מער ווען ס'איז שווער. אז דעם מהלך מוז מען אויך. דא דארף זיין אן התקשרות פנימית בקבלת עול מתוך ההסתר דייקא. איך accept, איך בין גרייט, אז נישט קיין חילוק וויפיל העדר איך וועל האבן, וועל איך אבער דיך נישט אפלאזן טאטע, פון בענקען נאר צו דיר, און נישט נאכגיין נאך מיינע אויגן און מיין הארץ. דאס איז שוין אביסל מער סיריע"ס ביזנע"ס.

די ערשטע זאך פארוואס ס'פעלט אויס איך בין אלעס גרייט איז: משום שמצבי הנפש ע"פ רוב הם בהסתר וחושך - בפרט בזמננו בעיקבתא דמשיחא. די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז רוב מאל בהסתר וחושך. ואי אפשר לאיש הישראלי להתקיים בעבודתו ית', רק בדרך קבלת עול ומסירת נפש. איך מוז מיך פערפליכטן. "נישט קיין חילוק וויפיל העדר, גיי איך מיך נישט באוואוסטזיניגן פון זאכן וואס זענען נגדך." און זעהט טאקע אויס אז דער קבלת עול עקספיריענסד זיך ווי אזא התקשרות פנימית לאלוקותו ית' שלמעלה מהשגת הנפש הפרטית.

והשניה, און די צווייטע זאך פארוואס ס'פעלט אויס אזא התקשרות פנימית בקבלת עול מתוך ההסתר דייקא איז, מצד עצם מעלת העבודה בגילוי אלוקותו ית' לאמיתתה דא זאגט ער אז די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך מיט אזא קבלת עול. אז "נישט קיין חילוק וויפיל העדר, איך לאז דיך נישט אפ". די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך איז אן השגה אלוקית אמיתית מבחינת סוד היחוד ית' בעולם, ובה הנפש מתאחדת במקורה בשורש כללות נשמת ישראל הקדושים. דאס איז עפעס א גילוי אלוקותו ית' לאמיתתה.

ובאמת כל עבודת הבורא ית' זקוקה לשני מהלכים אלו, ומוכרח האיש הישראלי לאחוז בשניהם תמיד. שטענד דארף מען גיין מיט ביידע. 1) אריינטראכטן מיט הכרה וואס ווייסעך עקזיסטירט. 2) גליסטן זיך צו באוואוסטזיניגן אין דעם אמת'ען עקזיסטענץ. אן עקזיסטענץ וואס איז באוואוסטזיניגט אלץ אור האמת ויוקר טוהר אלוקותו ית'. און צוזאמען מיט דעם אויך די צווייטע מהלך 3) טראכטן מיט א מסירת נפש. אפילו ווען איך וועל דארפן זיין אין העדר גליסט איך צו באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ נאר פון דעם אמת. (מסירת נפש = איך געב איבער מיין גליסטעניש זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ צום אייבערשטן)

מרירות ותשוקה להתעלות מהחומר קען נאר געשעהן ווען מ'איז באוואוסטזיניגט אז מ'איז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט פון חומר וואס דאס שאפט א מרירות. ס'איז ביטער. מ'זעהט ביי נעמי, זי האט געזאגט רופטס מיך מרה. ווייל מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס איך האב געהאט גייענדיג צו שדה מואב איז געווארן איינגעצוימט. איך מיין אז ביטערניש קומט ווען מ'ווייסט אז ס'איז געווען גוט. אדער אז ס'קען זיין גוט. די רצון צו א גוטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס מ'האט נישט שאפט ביטערניש. ביטערניש, מרירות, איז א זאך מיט וואס מ'באנוצט זיך להתקרב אל השי"ת, ווייל דאס ברענגט אריין א תשוקה אז מ'זאל גליסטן צו התקרבות. גליסטן אז מ'זאל יא זיין באוואוסטזיניגט אין עקזיסטענץ. און אז מ'גליסט העלפט מען משמים. (איך האב נישט ליב אז ער שרייבט די ווארט דייקא. זוכן מיר דען הסתר?) איך וואלט געשריבן מיט מיין יעצטיגע קליינעם פיצי קוים געבוירענע שכל אפילו מתוך ההסתר. (אבל עיין בעמוד קפג וענין זה וכו'. איך האב נאכנישט געהעריג ארויס, והשם יעזור)

ביזן קומענדיגן שיעור וואלט איך אריינגעטראכט און פרובירט צו טון די שני מהלכים. ירוין מדשן ביתך ונחל עדנך תשקם, כי עמך מקור חיים באורך נראה אור. קל נא רפא נא לה בהראות לה נועם זיוך.

והשם הטוב יעזור = און דער גוטער באשעפער זאל העלפן.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מיטוואך יוני 27, 2018 5:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף עדר

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יוני 27, 2018 3:30 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

דא אין דעם קאפיטל איז דא היפש שורות געמאכט באלד. זעהט אויס אז ס'איז וויכטיגע מעסעדשעס.

האיך האיש הישראלי מביט על מציאות העוה"ז הנגלה


לויט ווי ס'קוקט מיר אויס רעדט ער אין דעם קאפיטל פון צורת ההתייחסות הנכונה שאנו חייבין בה כלפי העוה"ז ועניניו. התייחסות מיינט: באציאונג. אבער די באציאונג פון א מענטש צו א זאך, לדוגמא די באציאונג פון א מענטש צו א שיינע באצירטע וואזע (איך טראכט גראדע פון א ווייסע מיט געמאלענע בלומען) איז לויט וויאזוי ער פארשטייט וואס דאס איז אלץ. התייחסות צווישן מענטש און זיין בורא איז לויט וויאזוי דער מענטש פארשטייט וואס דער בורא איז אלץ. התייחסות צו זיך אליין, איז לויט וויאזוי מ'פארשטייט וואס זיך אליין איז. התייחסות מאן און ווייב, איז לויט וויאזוי זיי פארשטייען זיך. לויט וויאזוי מיר פארשטייען וואס עוה"ז איז, אזוי איז אונזער התייחסות צו עס. איז וויאזוי דארף איך פארשטיין עוה"ז הגשמי וואס איז יעצט פאר מיר, און דעם איז נכלל מיין גוף און אירע געברויכן?

זאגט ער אז מ'דארף עס פארשטיין בשני מבטים סותרים.

פון איין זייט מיט א מבט חיצוני, און פון די אנדערע זייט מיט א מבט פנימי. די מבט חיצוני גייט אזוי: איך קלער אריין מיט כלי הגוף מחשבה צו אנערקענען אינעם אפסיות, אינעם העדר, אין די קיין-עקזיסטענץ פון עוה"ז ועניניו, און איך ווער באוואוסטזיניג בהכרה ברורה אז עוה"ז ועניניו איז קיין-עקזיסטענץ מיט וואס איך זאל זיך באווואוסטזיניגן אין עקזיסטענץ. איך וויל זיך דאך באוואוסטזיניגן אויף אבסעלוט עקזיסטענץ, און איך פארשטיי אז עוה"ז ועניניו איז נישט אבסעלוט עקזיסטענץ. אפילו ס'קוקט אויס ווי ס'עקזיסטירט אבער איך בין מכיר אז ס'איז דמיון. ובמבט זה הוא מבטל מנפשו המציאותיות הדמיונית של העוה"ז שלא תיאחז בה, מיין עקזיסטענץ וויל זיך באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, און אנערקעננדיג בהכרה ברורה אז דאס איז קיין-עקזיסטענץ וויל איך זיך נישט באוואוסטזיניגן דערמיט. והוא מתייחס לעולמו וגופו להחשיבם רק ככלים נמוכים, דאס מאכט אז עקזיסטענץ-באוואוסטזיין זאל זיך באציען דערצו ווי צו כלים נמוכים, און נאר זוכן די נקודה וואס ער קען עס נוצן לעבודתו ית'.

נאכדעם איז דא נאך אן אופן וויאזוי מ'קען פארשטיין עולם הזה ועניניו. א מבט פנימי. והשני הוא מבט פנימי מצד הארת עצם נקודת הנפש הישראלית. ווען איך בין באוואוסטזיניג אויף מיין ריכטיגע עקזיסטענץ, און פון דארט פרוביר איך צו פארשטיין די עוה"ז וואס איז פאר מיר, זעה איך די וועלט אינגאנצן אנדערש. באופן נעלה לגמרי. ווייל ווען די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט פון א יוד איז באוואוסטזיניג אויף זיין ריכטיגע עקזיסטענץ, אז אלוקותו ויחודו ית"ש איז די עקזיסטענץ שאין עוד מלבדו, זעהט זי נישט קיין שום מציאות עצמית - אפילו יחסית - כלל. זי זעהט נישט נאר די הארה אלוקית סודית שטמונה וגנוזה בסוד יחודו ית'. די באוואוסטזיין איז נאר באוואוסטזיניג אויף די באהאלטענע געטליכע איין איינציגע עקזיסטענץ. ווייל עפעס אנדערש זולתו עקזיסטירט דאך נישט.

והנה במבט החיצוני האדם מרחק את העוה"ז, ומסתכל עליו כדבר נמוך מוגבל ויחסי. פארשטייענדיג די וועלט מיט די מבט חיצוני, באציהט מען זיך דערצו אלץ א דבר נמוך מוגבל ויחסי, ווייל ער פארשטייט עס אלץ אן עקזיסטענץ וואס איז דאך קיין-עקזיסטענץ. וואסערע עקזיסטענץ איז א באטל ברוינפן? אינ'אמת'ן איז עס א דבר נמוך מוגבל ויחסי, נאר וואדען ס'איז דאך עפעס ווייל מ'קען זיך דערמיט באוואוסטזיניגן אויף געטליכקייט. והוא מחשיבו רק מצד היותו כלי לעבודתו ית'. ער האלט דעם עקזיסטענץ-נישט-עקזיסטענץ אינעם אונטערשטן שענקל. און בכלל פילט זיך דער מענטש באגרעניצט מיט עוה"ז. כמשועבד לחוקיו הטבעיים של העוה"ז. ווי השי"ת האט צוגעבינדן זיין עקזיסטענץ צו א באקס. וואס ווען נישט די באקס וואלט איך געווען מער. ווען נישט איך דארף טון פאר פרנסה, ווען נישט איך דארף טון פאר געזונט, ווען נישט איך דארף פארן וועקאציע זיך אויסצולופטערן דעמאלטס וואלט איך געווען אומבאגרעניצט.

ואמנם המבט הפנימי הוא ההיפך הגמור מזה. פונקט פארקערט איז ווען איך פארשטיי די וועלט מיט די מבט פנימי. דאן בין איך מעריך ומוקיר העוה"ז וחייו הגשמיים מחמת ההארה האלוקית הסודית שהוא מרגיש בהם. דער יוד מיט די מבט הפנימי זעהט גארנישט קיין עוה"ז, ער זעהט גארנישט קיין חיים גשמיים. ער איז באוואוסטזיניג נאר אויף די געטליכע איין איינציגע עקזיסטענץ וואס איז באהאלטן. ער זעהט גארנישט דעם באטל ברוינפן במובנו הגס. ער זעהט א געטליכע עקזיסטענץ. ס'עקזיסטירט גארנישט קיין שום גשמי נאר די געטליכקייט. ועם זה אין הוא מרגיש את עצמו עוד כמשועבד לטבע הגשמי והמוגבל של העוה"ז און מיט אזא פארשטאנד, מיט אזא באוואוסטזיניגקייט פילט ער זיך נישט באגרעניצט, ווייל ביי אים איז נישטא קיין עוה"ז וואס זאל באגרעניצן. נישטא ביי אים קיין טבע גשמי וואס זאל אים משעבד זיין. אלעס וואס עקזיסטירט איז נאר דער אייבערשטער.

לאמיר גוט טראכטן, מיר רעדן דא פון א יוד וואס קוקט מיט זיין ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט אויף עוה"ז ועניניו. אזא יוד האט מכיר געווען האיך כל העולם בטל לגמרי לאלוקותו ית"ש ואין בו שום כח עצמי מכריח. נישט ער ווייסט עס אין זיין וויסן. ער עקספיריענסד דעם אמת אין זיין עקספיריענס. דעם אמת אז נאר דער אייבערשטער איז וואס עקזיסטירט. וואס פירט אלעס. יעדע מין עקזיסטענץ וואס דער מענטש קען זיך אויס'משל'ן איז נאר דער אייבערשטער. ואפס זולתו. אין עקספיריענס. אין conscious awareness.

נישט ער רעדט זיך איין אז ער פילט אזוי. לאמיר חזר'ן. נישטא קיין איינרעדענישן. אדער יא, אדער נישט. איך דארף מבחין זיין מיט הכרה, "וואס ווייס איך אין מיין עקספיריענס אז עס עקזיסטירט?". ער רעדט נישט דא פון זיך איינרעדן אז מ'האלט אז נאר דער אייבערשטער עקזיסטירט. דער לימודים לדעת רעדט פון זיין איבערצייגט אין עקספיריענס מיט א ווער"י ווער"י אמת אז אזוי איז עס. וויפיל טעותים און סטופידעט"י קען איך מאכן ווען איך רעד מיך איין אז איך בין אויף דער דרגא. און וויפיל דארף איך הארעווען צו מכיר זיין אין מיין עקספיריענס דעם אמת. סיי דעם אמת ווי איך האלט באמת, און סיי דעם אמת פון עקזיסטענץ. וויפיל, אוי וויפיל, קען זיך א מענטש נארן. ס'האט דאך נישט קיין שיעור. איך דארף מיך אראפזעצן אין אריינקוקן אין מיין נפש און מכיר זיין מיט אמת'ע הבחנה, "פון וואו זעטיג איך מיין דארשט זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ" אזוי ווי ער האט שוין געשמועסט אין פרק שני הבחנת הדעת. עמוד רלה.

אויב איך וועל גליסטן צום הייליגן באשעפער, "הייליגער באשעפער איך גליסט צו האבן יראת שמים, באוואוסטזיניג מיך פון הימל אויף מיין ריכטיגע עקזיסטענץ. אז איך זאל עקספיריענסן וויאזוי די גאנצע וועלט איז בטל פאר דיר, און ס'האט נישט קיין שום כח עצמי מכריח, איך מיט מיינע כוחות קען מיך נישט באוואוסטזיניגן אויף דעם עקזיסטענץ, אבער איך גליסט זייער זייער שטארק אז דו זאלסט מיך מקרב זיין צו דיר, און דו זאלסט מיך עס באוואוסטזיניגן" און אויב מ'באוואוסטזיניגט פון הימל דאן ובזה הוא מתעלה לגמרי בפנימיות נפשו מגבולי העוה"ז ותחומיו דאן ווערט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מתעלה לגמרי, פון זיך שפירן באגרעניצט פון גבולי עוה"ז. ומבטלם לגמרי לאלוקותו וסוד יחודו ית'. באמת לויט וויאזוי ס'קוקט מיר אויס יעצט איז קיינער גארנישט מבטל, די וועלט האט נישט קיין עקזיסטענץ פאר זיך, ס'איז אלעס די פארשטאנד וואס עס מיינט פארן באוואוסטזיין אז אזאך עקזיסטירט. ס'איז כאילו מ'הייבט אויף די וועלט. אבער באמת הייבט מען זיך אויף.

זאגט ער אזוי: והאמת היא שהאיש הישראלי חייב לאחוז בשני מבטים אלו ביחד. איך דארף אריינקלערן אינעם אפסיות והעדר פונעם חומר הגופני וואס איז פאר מיר, אין מכיר זיין בהכרה ברורה אז ס'האט נישט קיין שום עקזיסטענץ. ווייל ווילאנג די הסתר הגלות איז שולט בין איך נישט אויף דער דרגא פון הארת סוד היחוד, צו זיין אין אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט אז אלעס איז די עקזיסטענץ פון בורא ית'. און מ'דארף דאך זיין גרייט, זיך נישט צו באוואוסטזיניגן פונעם חומר. מיר זענען דאך אין א עולם הנסיון, דער אייבערשטער וויל אז מיר זאלן אגאנצן צייט מאכן די בחירה, אז מיר זאלן אגאנצן צייט גליסטן זיך צו באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ-באווסטזיניגקייט, האבנדיג אגאנצן צייט א נסיון זיך צו באוואוסטזיניגן מיט די אומריכטיגע עקזיסטענץ. אסאך מאל וויל א מענטש זיין אויף א הויעכע דרגא, אדער ס'געלונגט אים אנצוקומען אויף א הויעכע דרגא פון ביטול הבחירה, אבער פון הימל וויל מען נישט, ווייל מ'וויל אז דער מענטש זאל זיין אין א באלאנסירטע בחירה. און מ'וויל אז דער מענטש זאל יעדע רגע נאכאמאל בוחר זיין בטוב. גליסטן מיט געגועין צום טאטן אין הימל, החזירנו בתשובה שלימה לפניך. אזוי קומט מיר אויס פון רמח"ל. (אנהייב דרך ה'. ח"א פרק ג.)

אבער דאך דארפן מיר זיך באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ, ווי אלעס וואס מיר זענען מבחין אז ס'עקזיסטירט אפילו די עוה"ז המסתיר, איז נאר דעם אייבערשטנ'ס עקזיסטענץ וואס באהאלט זיך, הארה קדושה של אלוקותו ויחודו ית', אין עוד מלבדו, ואפס זולתו. אזוי ווייט אז די וועלט זאל נישט האבן קיין שום מציאות עצמית. וישתדל לפשט רגש זה גם בכלי מחשבתו וחושיו ואברי המעשה שלו. און מ'זאל מעורר זיין די כלי המחשבה אז זיי זאלן נאר טראכטן אז דאס עקזיסטירט, און די חושים זאל מען מעורר זיין אז זיי זאלן נאר שפירן אז דאס עקזיסטירט, ווי מער. און לאמיר געדענקען ס'איז איינפאך די גליסטעניש וואס מ'גליסט אז מ'זאל דאס פון הימל באוואוסטזיניגן.

ביזן קומענדיגן שיעור וואלט איך אריינגעטראכט, אין די ביידע מבטים. סיי זיך מתבונן זיין אין די אפסיות פון עוה"ז, דאס איז דאך די מלחמת היצר. און סיי אז אלעס איז די עקזיסטענץ פון באשעפער ב"ה.

והשם הטוב יעזור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רעו

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג יוני 28, 2018 3:34 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

האופן שהאיש הישראלי צריך להתייחס למציאות ה'רע'.

ווען א יוד באוואוסטזיניגט זיין עקזיסטענץ מיט'ן אמת'ן אחד יחיד ומיוחד עקזיסטענץ, איז ווען ער זעהט דעם תוקף הרע וואס איז ארום אים, שטערט דאס אים פון זיין באוואוסטזיניג, און גליסטן זיך מער און מער צו באוואוסטזיניגן אין דעם עקזיסטענץ. פארוואס? ווייל א מענטש קען זייער שווער פארטראגן א סתירה. דאס איז די סיבה פארוואס ערליכע יודן האבן ליב זיך צו דרייען צווישן אזאנע ערליכע יודן ווי זיי זענען. ווייל א מענטש קען שווער אויסהאלטן א סתירה, אויב ער זעהט דאס ווי א סתירה. נישט אלעמאל איז עס א סתירה. אבער ס'דא ערשיינונגען וואס זענען אויבנאויף סתירות צום דעם ריכטיגן עקזיסטענץ. און א סתירה קען מאכן אז מ'זאל חלילה מסכים זיין כאטש עטוואס. מ'זאל שוין נישט אזוי גליסטן צום טוב.

אבער דוד המלך זאגט אין תהלים אוהבי ה' שנאו רע = די וואס זענען באוואוסטזיניג אויף זייער ריכטיגע עקזיסטענץ האבן פיינט דעם נישט ריכטיגן עקזיסטענץ-(באוואוסטזיניגקייט). כי משנאיך ה' אשנא ובתקוממיך אתקוטט, תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי. דער רע איז א סתירה צום טוב. די רע אז רשעים זענען מצליח. די רע אז די יצר הרע זיגט אין קריג. די רע פון ריבוי המכשולות השכיחות. איז א סתירה צום טוב. און דאס אז מ'קען זיך אליין טרעפן אין מצבים וואס זענען היפש ווייט ווי די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. דאס איז אויך גורם סתירות. און דאס קען אוועקשלעפן פון וועלן זיך באוואוסטזיניגן אין דעם ריכטיגן עקזיסטענץ. דאס קען מאכן אז מ'זאל דאס שוין נישט אזוי פיינט האבן. אביסל נאכלאזן. חלילה, איך ווער קאלט און שוין. איך מאך שלום מיטן מצב און שוין. איך מאך שלום מיט מיין יצר הרע וואס שלעפט מיך מיט אלע כוחות צו טון וואס ער הייסט, און אזוי ווער איך רואיג. דאס קומט מכח די ערשיינונג פון פארשידענע רע, מכח א מענטש קען זייער שווער לעבן אין א סתירה. און ער געט נאך עווענטועל. חוץ אויב ס'איז נישט קיין סתירה צו די עקזיסטענץ וואס ער איז באוואוסטזיניגט.

דערפאר מוזן מיר בהכרח יא פארשטיין דעם רע, און זיך באציען צום רע, אז דאס איז גארנישט קיין סתירה צום ריכטיגן עקזיסטענץ מיט וואס מיר באוואוסטזיניגן אונזער עקזיסטענץ. כדי דאס זאל אונז נישט אוועקשלעפן אפילו מיט א משהוא. ווי איינער זאגט צום רע "איך האב דיך פיינט בתכלית די מערסטע וואס איך קען, אבער ביסט נישט קיין סתירה צו מיין ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ולכן הוא גם מוכרח להשלים עם הרע ולסובלו עכ"פ לשעה. וויאזוי מאכט מען דאס? ווייל אין מיר מוז דאך זיין א שנאה צום רע בתכלית השנאה? און נאר וויפיל איך וועל פיינט האבן דעם רע וועל איך זוכה זיין זיך מקרב זיין צום טוב, סאו וויאזוי קען מען זאגן "איך האב דיך פיינט בתכלית השנאה אבער דאך ביסטו נישט קיין שום סתירה צו מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט"

זאגט ער אז מ'דארף אנכאפן ביידע עקסטרעמען, און עס מאכן פאר איינס. וויאזוי? פון איין זייט מצד נפשו הפרטית שמשתוקקת ליוקר טוהר אלוקותו ית' פון די גליסטעניש זיך צו באוואוסטזיניגן אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ. הוא מוכרח לשנוא את הרע בתכלית מוז מען פיינט האבן דעם רע בתכלית. מחמת עומק ההעדר והנמיכות שמטמא ומחשיך נפשו ומרחיקו מאלוקיו. ווייל זיי האבן נישט אין זיך דעם אמת'ן עקזיסטענץ פון אלוקותו ית"ש, זיי באוואוסטזיניגן אויף אן עקזיסטענץ וואס איז נישט אמת. אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט שמטמא ומחשיך את הנפש. דערפאר כדי איך זאל גליסטן צום טוב, מוז איך דאס פיינט האבן בתכלית השנאה. עס פיינט האבן די מערסטע וואס איך קען, כדי זיי זאלן מיך נישט באוואוסטזיניגן אויף די אומריכטיגע עקזיסטענץ(-באוואוסטזיניגקייט).

אבער טאקע וויבאלד איך וויל נישט ווערן אריינגעשלעפט דערין. מוז איך מצד מיין באוואוסטזיניגקייט אויף מיין ריכטיגע עקזיסטענץ, דהיינו מיין אמת'ע עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט מיר אז אלעס איז יחודו ית', פון דעם חלק, מיט די כח פון אמונה, (עיין דף קפח) און בטחון (עיין דף קצא) אין באשעפער, בין איך שוין יעצט באוואוסטזיניג אז אויך די רע איז קיין שום סתירה צום אמת'ן עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט, וואס איך באוואוסטזיניג דערמיט מיין עקזיסטענץ. נאר טאקע דער רע וואס איך האב פיינט בתכלית איז גאר א וועג אז טאקע די איין איינציגע ריכטיגע עקזיסטענץ ית' זאל צום סוף ארויסברענגען זיין עקזיסטענץ, גילוי אמתת יחודו ית'. די לשון פון רמח"ל: אין המסבב אלא אחד ואין התכלית אלא אחת. אזוי ארום וועט דאס נישט שלעפן.

ס'איז זייער וויכטיג צו איינזעהן אז די רע איז חלילה נישט קיין שום סתירה צו די ריכטיגע עקזיסטענץ, מיט וואס מיר גליסטן צו באוואוסטזיניגן אונזער עקזיסטענץ. ווייל נאר אזוי קענען מיר זיך האלטן אין דעם. אזוי ווייט אז בעתותי רצון בשבתות ויו"ט, ווען אונזער סוד יחודו עקזיסטענץ איז באוואוסטזיניגט אין אונזער באוואוסטזיין, קען מען מרגיש זיין אז ס'עקזיסטירט גארנישט קיין רע, און אלעס וואס עקזיסטירט איז נאר גוט, נאר איין איינציגע עקזיסטענץ. און גאר א תכלית צו מגלה זיין דעם עקזיסטענץ מיט וואס מיר זענען באוואוסטזיניגט, ווייל דאס איז דער אמת. און יעדער וועט דאס צום סוף אנערקענען סוף תיקון כל הבריאה תלוי בגילוי יחודו ית'. ואתם עדי נאום ה'. וזה זכות גדול לנו. לשון רמח"ל

אין הערה שס. ברענגט ער אן אור החיים הקדוש (היינט די יארצייט) די וואכעדיגע סדרה פרשת בלק אויפן פסוק 'לא הביט און ביעקב' (במדבר כג, כא) אז א חטא מאכט נישט קיין מום קבוע אינעם נפש, אינעם עקזיסטענץ פון א יוד, ס'איז נאר א לכלוך וואס מ'קען אוועקנעמען ברחיצה והדחה. עכל"ק. זאגט ער ואכן זה יסוד חשוב לדעת שהנפש הישראלית לעולם נשארת בעוצם טהרתה ויוקרה גם אחרי החטא ח"ו. צומאל איז דא וואס עקספיריענסן "מיין עצם, מיין עקזיסטענץ איז שוין נישט דעס וואס האט אמאל עקזיסטירט". כאילו פארן חטא בין איך געווען, און יעצט בין איך שוין נישט. טעות! ווען א חטא ח"ו וואלט ווען געמאכט א מום קבוע אינעם נפש, וואלט מען געהאט רעכט צו עקספיריענסן, "מיין עצם עקזיסטענץ איז שוין נישט דעס וואס האט אמאל עקזיסטירט", אזא געפיל ווי "פארפאלן, מ'קען דעם אמאליגן עקזיסטענץ שוין נישט צוריקברענגען". אבער וויבאלד א חטא מאכט נישט קיין מום קבוע אינעם נפש, ס'איז נאר א לכלוך, איז די עקזיסטענץ די זעלבע עקזיסטענץ. מ'דארף עס נאר אפוואשן. און מ'קען נאך פונקט אזוי ווי דעמאלסט תשובה טון און ווערן דבוק באלוקותו ית'. מ'קען!

ביזן קומענדיגן שיעור וואלט איך פרובירט צו מאחד זיין בנפשי די ביידע עקסטרימען, פון די זייט וואס איך גליסט זיך צו באוואוסטזיניגן אין דעם ריכטיגן עקזיסטענץ, פיינט האבן דעם רע בתכלית, די מערסטע שייך, און פון די זייט וואס איך בין באוואוסטזיניג אז אלעס איז יחודו ית' אנערקענען אין עקספיריענס אז דאס איז נישט קיין שום סתירה צו די אמת'ע איין איינציגע עקזיסטענץ יחודו ית', נאר פארקערט, טאקע די רע "כאילו" עקזיסטירט אלץ א תכלית ארויסצוברענגען זיין איין איינציגע עקזיסטענץ בעולם. לשון רמח"ל וכשיבחר בדעתו ובחפצו בטוב וימאס ברע, אז תנתן לו הטובה האמתית הנצחית. גליסטן צום טוב.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רעט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג יוני 29, 2018 2:16 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

אופן התייחסות הנפש הישראלית לגלות ולגאולה.

שתי גישות וואס זענען סותרות זו את זו. ס'דא צומאל ווען א מענטש ווערט אויפמערקזאם אז ס'עקזיסטירט צוויי קעגנגעזעצטע פארשטייאונגען צו די זעלבע מצב אויפאיינמאל, און דערפאר צוויי קעגנגעזעצטע באציאונגען צו די זעלבע מצב אויפאיינמאל. מיר בעטן אז משיח זאל שוין קומען, ס'זאל שוין זיין די תכלית ההטבה בגילוי יחודו וכבודו ית', אבער מיר ווייסן אויך, וויפיל מ'ווייסט דעם עוצם התועלת הסודית וואס איז באהאלטן אין דעם גלות, נישט נאר ביי גלות וגאולה, נאר ביי א סך זאכן פארשטייען מיר דעם זעלבן זאך אויפן זעלבן צייט אזוי און פונקט די פארקערטע אויף איינמאל. און פארשטאנד צו א זאך טרייבט די באציאונג צו א זאך.

(איך שרייב וואס איך פארשטיי יעצט מיט מיין קליינעם שכל) ס'דא צומאל וואס מיר מוזן בוחר זיין אין איינע פון די צוויי קעגנגעזעצטע פארשטייאונגען אויפן זעלבן זאך וואס איז פאר אונז, אזוי אז אונזער באציאונג דערצו זאל נישט זיין פעלערהאפטיג. ס'דא צומאל וואס פארשטייאונגען אויף די מצב שטערט אז די באציאונג זאל זיין ריכטיג. דאס אריינמישן צו פארשטיין א מצב מיטן "אייבערשטנ'ס בליק" קען שטערן אז מיר זאלן זיך באציען צום מצב ריכטיג אזוי ווי דער אייבערשטער וויל. ווייל קודם כל כי לא מחשבותי מחשבותיכם ולא דרכיכם דרכי נאום ה', אויב זאלן מיר קענען פארשטיין דעם אייבערשטנס בליק אויף א געוויסע מצב, זענען מיר דעם אייבערשטן אליין, וזה אינו. און נאכדעם, דאס ביסל וואס מיר ווייסן וואס דער אייבערשטער האט פארשטאנען אויף א מצב איז נאר געווען ווייל מיר האבן עס פארשטאנען לויט ווי מיר האבן עס פארשטאנען. והארץ נתן לבני אדם. איז, די רגע מיר ווילן זיך איינרעדן צו פארשטיין א מצב לויט זיין בליק, כדי צו בענעפיטירן אז מ'טוט ריכטיג, קען זיין אז ס'איז גארנישט זיין בליק.

און דאס איז געזאגט געווארן וויאזוי מ'פארשטייט א דורכפאל פון א חטא ח"ו, וואס מיר דארפן האבן פחד פון א חטא, און מיר דארפן זיך זייער היטן פון א חטא, איז די רגע וואס מיר ווילן עס כאטש א פיצל פארשטיין מיט - אזוי צו זאגן - דעם אייבערשטנס בליק, אז "ווער ווייסט אפשר דארף עס געשעהן ווייל דא איז דא עפעס א ניצוץ וואס מ'דארף מעלה זיין וכדומה אזאנע הימלישע חשבונות", איז אונזער באציאונג צום חטא געטוישט וויאזוי אונזער באציאונג צום חטא דארף זיין. און אויב די באציאונג צום חטא איז געטוישט קענען מיר שוין זיין שולדיג מיט דעם וואס מיר האבן זיך טועה געווען צו אפלערנען די מצב לויטן אייבערשטנס בליק.

א פארשטאנד אויף א מצב וואס איז שוין געשעהן, און דאס גייט גארנישט טוישן אפילו מיט א משהוא אונזער פארשטאנד אויף סיי וועלכע אזא מצב וואס קומט נאך, טוישט דאס דאך נאר די באציאונג צו וואס עס איז געווען. און ס'טוישט גארנישט די באציאונג וואס עס גייט זיין, די באציאונג וואס דארף ארויסברענגען מעשים פון אונז. דאס גייט גארנישט טוישן א זאך וואס דער אייבערשטער וויל אז מיר זאלן נאך טון. אויב אזוי וואס איז שוין אז מ'פארשטייט אזאך וואס איז געווען, מיר זענען דאך זיכער אז דאס גייט מיט גארנישט טוישן אונזער באציאונג צו א זאך וואס גייט זיין. לדוגמא: מיר זענען זיכער אז דאס גייט נאר טוישן אז מ'זאל נישט זיין בעצבות. און אז דאס גייט גארנישט טוישן וויאזוי מ'דארף נאך תשובה טון אויף א זאך וואס איז געשעהן, און וויאזוי מ'דארף זיך אפהיטן פון היינט און ווייטער.

און די זעלבע איז מיט שידוכים, און די זעלבע איז מיט חינוך הבנים והבנות, און די זעלבע זאך איז מיט פרנסה, געזונט, און די זעלבע איז מיט יעדע תנועה. מיר קענען נישט זאגן "זעהסט דאך אז איך טו עס און דאס איז א סימן אז אזוי איז באשערט", ווייל דאס מיינט אז מיר פרובירן צו פארשטיין דעם מצב מיטן הייליגן באשעפער'ס בליק, און דאס טוישט אונזער באציאונג דערצו, אזוי ווי יעדע פארשטאנד אויף א מצב וואס טוישט די באציאונג צו א מצב. און אויב אזוי וועלן מיר גאר אפגעבן דין וחשבון פארן טון זאכן וואס דער אייבערשטער הייסט אנדערש.

דאס וואס איך שרייב איז נישט שווארץ אדער ווייס, ס'איז רחבה מני ים, איך וויל נאר געבן דעם כלל, אז אונזער פארשטאנד אויף א מצב דארף זיין וויאזוי דער אייבערשטער וויל אז אונזער באציאונג דערצו זאל זיין. דער רביז"ל האט א תורה אויף דעם ענין אז אברהם אבינו ווען ער איז געגאנגען צו די עקידה האט ער געקענט גיין מיט די פארשטאנד אז דא גייט נישט זיין קיין שחיטה, און דאס וואלט געטוישט זיין אינערליכע באציאונג נעמענדיג דעם מעסער לשחוט את בנו, און מיט רעכט, ווייל ער האט געהערט מאחורי הפרגוד וואס דא טוט זיך. אבער ער האט דאך אנגענומען די פארשטאנד אז דא גייט יא זיין א שחיטה, און דערפאר האט ער געהאט דעם ריכטיגן באציאונג (וואס איז נישט געווען לויטן אמת) וואס נוצט אונז אלץ אן אויסטערלישער זכות. מיר דארפן אכטונג געבן נישט צו פארשטיין אזאך מיטן 'אמת', אויב ס'טוישט אונזער באציאונג וויאזוי דער אייבערשטער האט אונז געהייסן אז מ'זאל זיך דערצו באציען. (איך רעד צו מיר, איך בין מחזק) והעיקר הוא ההשתוקקות.

איז ס'דא צומאל ווען מיר קענען יא פארשטיין דעם זעלבן מצב מיט שתי גישות סותרות זו את זו, וואס דאס איז אז מיר דארפן פארשטיין דעם גלות אז ס'איז זייער נישט גוט. חייב להצטער ולהתמרמר בכל עומק רגש לבו על אורך גלותנו וריחוקנו ממנו ית', ווייל נאר דורכ'ן זיך מתמרמר זיין, נאר דורך ולהשתוקק בכלות נפשו לזכות בקרוב לגאולה העתידה. דאס טאקע איז דאך די ריכטיגע באציאונג וואס ברענגט דעם תכלית פונעם גלות. ועם זה הוא גם חייב לסבול גזירת הגלות ולקבלה באהבה מכח אמונתו בעוצם התועלת הסודית שטמונה בה און מיר דארפן פארשטיין אז די גלות איז עכט יא גוט. דאס מיינט דאך ולקבלה באהבה.

מהות השמחה והעצבות

ער וויל לכאורה אז מ'זאל ארויסהאבן בעזהשי"ת מהותה של מידת השמחה, עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט פון שמחה, והיפוכה, ווען די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז עצבות. און מיט דעם וויל ער אז מיר זאלן קלאר ווערן אין די מהות פון מרירות דקדושה

ער שרייבט אזוי: שמחה היא ביטוי 'חיותה' של הנפש. ווי מער מ'איז באוואוסטזיניגט אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ, אלץ מער חיות שפירט מען, ווייל די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז וואס לעבט. כי עמך מקור חיים באורך נראה אור. און די ריכטיגע חיות דרוקט זיך אויס מיט א שמחה אמיתית. און ווי מער מ'איז באוואוסטזיניג אז מ'איז נישט באוואוסטזיניג אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ, אלץ מער שפירט מען א בחינת מיתה, העדר ואפסיות. און די בחינת 'מיתה' דרוקט זיך אויס מיט עצבות.

קומט אויס אויב מיר ווילן עקספיריענסן שמחה אמיתית, דארפן מיר זיך באוואוסטזיניגן אויף אונזער ריכטיגע עקזיסטענץ. און דאס איז די סיבה פארוואס תוה"ק דערפרייט דאס הארץ, תורת ה' תמימה משיבת נפש, פקודי ה' ישרים משמחי לב. און אויב מיר שפירן עצבות ווייזט דאס אז מיר זענען צוליב סיי וואס נישט באוואוסטזיניג אויף אונזער ריכטיגע עקזיסטענץ. דערפאר ווען איינער איז בעצבות חלילה און מ'ווייסט אז דאס קומט ווייל ער האט ווייניג זעלבסט-ווערד, באוואוסטזיניגט מען אים אז ער איז א חלק אלוק ממעל, ווייל מ'ווייסט אז ווען ער וועט זיך לאזן ווערן באמת באוואוסטזיניג אויף זיין ריכטיגע עקזיסטענץ וועט ער ווערן פרייליך בשמחה אמיתית.

אין הערה שסו, זאגט ער די טעם פארוואס עצבות האט אין זיך אויך אינגרידיענטס פון יאוש, ווייל מ'איז נישט באוואוסטזיניג אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ נאר מ'איז באוואוסטזיניג ווי אפגעהאקט פון עקזיסטענץ. וואס דערפאר איז מען דאך בעצבות און דערפאר איז מען זיך מייאש. יאוש קען נאר געשעהן ווען א מענטש איז באוואוסטזיניג אלץ פארלוירן פון עקזיסטענץ השם ישמור. אויב מ'איז באוואוסטזיניגט אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ איז יאוש נישט פארהאנדן. און מ'איז בשמחה תמיד.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך געטראכט פון דעם אז חיות מיינט זיין באוואוסטזיניג אויף די ריכטיגע עקזיסטענץ, און דאס מאכט א שמחה אמיתית אינעם מענטש.

והשם הטוב יעזור
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מאנטאג יולי 02, 2018 8:48 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רפ

תגובהדורך נשמה » מאנטאג יולי 02, 2018 3:46 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איינע פון די טייערע זאכן וואס דער לימודים לדעת חשק'ט אז מ'זאל זיך אויסלערנען, איז דאס ענין פון לעבן אינעם הווה, אינעם יעצט. א סך בענעפיטן האט מען ווען מ'לעבט אינעם יעצט. צוויי זאכן וואס איך פארשטיי יעצט איז וויכטיג ווען מ'וויל אז מ'זאל זיך איינגעוואוינען צו לעבן אינעם הווה. איינס איז סקענען די פיזישע סביבה ארום און ארום, וואס איז יעצט דא פאר מיר? און מיט דעם זיך מקשר זיין. און די צווייטע זאך, זיין גרייט צו קענען אפענטפערן מיט פעסטע איבערצייגנדע תירוצים די יצר וואס שטופט צו לעבן נישט אינעם הווה.

יענץ דארף מען נאך טון, ביזן קבר אריין


די הייליגע ישמח משה זצ"ל זאגט אין זיין תהלימ'ל אויפן פסוק צדיק כתמר יפרח, וידוע און עס איז באוואוסט, דזה הסיבה דאין המצווה נעשה בשלימות אז די סיבה פארוואס מ'טוט נישט א מצוה געהעריג, הוא משום דהיצר הרע מטריד לב האדם, שמדמה לו ווייל מ'ווערט פארנומען, שכעת צריך לאותו דבר לתקן לתכליתו בעוה"ז או בעוה"ב מיט די תכלית פארוואס מ'זאל אריינכאפן די מצוה על כן אין לבו פנוי לעבודה תמה דערפאר איז נישט דער גאנצער מענטש דאהי צום גאנצן עבודה. ווייל היפש מענטש איז פארנומען ארייצוכאפן פארן תכלית ועושה הכל בדרך דחויה און מ'כאפט אריין, כי אחר שיפנה מזה און מ'האט אין פלאן אז נאכדעם ווען מ'וועט דאס טון, יעבוד עבודה תמה וועט מען דינען אינגאנצן, וככה עד בור ינוס. און אזוי גייט מען אן ביז מ'מאכט צו די אויגן פאר אייביג. אזוי ווי א מענטש וואס גייט ארויס שפאצירן, און ער רילעקסד נישט, ווייל ער איז פארנומען צו גיין שנעל אריינצוכאפן א סטאר וואס מאכט זיך שוין באלד צו. איז יעצט ביי אים נישט דער עיקר דאס שפאצירן, קען ער עס נישט טון געהעריג.

אבל זאת עצה היעוצה שיהיה נדמה לו תמיד בכל עת שבוודאי אין לו שום זמן רק אותו חצי שעה לעבוד ליוצרינו יוצר בראשית ב"ה וב"ש, כדי זיך אן עצה צו געבן דערמיט זאל מען אגאנצן צייט עקספיריענסן וויאזוי מ'איז זיכער אז מ'האט נישט מער ווי די פאר מינוט צו דינען דעם באשעפער, ואם כן הוא ודאי פונה מכל און מיט דעם וואלט מען זיך זיכער אפגעטשעפעט פון אלעם, ווייל ס'איז דאך נישטא מיט וואס צו זיין פארנומען והיה עובד בכל כוחו ורעותא דליבא בדחילו ורחימו כראוי און מ'וואלט געדינט השי"ת מיטן גאנצן כח און גליסטעניש פון הארץ מיט מורא און ליבשאפט אזוי ווי ס'דארף צו זיין, ואם בכוונה זו עובד כל ימיו און אויב מען גייט אלעמאל צו מיט די כוונה, ודאי פרוח יפרח עם כל מעשיו לעילא ולעילא קומט מען אן סך מער. עיין שם הטייטש.

פון דעם זעהט מען די וויכטיגקייט פון לעבן אינעם הווה. לעבן אינעם הווה נעמט היפש אוועק פון דמיון. דמיון מיינט די מחשבה, און די חושים, טראכטן, און זעען, זאכן וואס מ'זעהט נישט. זיי זענען מדמה אז ס'זאל זיין כאילו מ'זעהט עס, כאילו ס'עקזיסטירט. מציאותיות דמיונית. און דער יצר באנוצט זיך מיט דמיון אוועקצושלעפן א מענטש פון זיין באשעפער. מ'דארף אבער זיין גרייט וואס צו ענטפערן פאר זיך אליין פארן בעפארצוגן דעם אויסוואל צו לעבן אינעם הווה. לדוגמא: יצא שכרו בהפסדו. דאס ביסל וואס איך מיין אז איך גיי פארדינען פון לעבן נישט אינעם יעצט, גייט בטל ווערן וואס איך פארליר אויב איך גיי נישט לעבן אינעם יעצט. נאך א ענטפער: די מלחמת היצר איז סך גרינגער ב"ה ווען מ'לעבט אינעם הווה. (איך בין מיך מחזק, איך רעד צו מיר). ס'דא נאך תירוצים.

ווי מער מעקספיריענסד אז ס'געשעהט אנדערש ווי מ'ערווארטעט אז ס'גייט געשעהן אויב מ'לעבט אינעם יעצט, אלץ גרינגער איז צו לעבן אינעם יעצט. ווייל מ'איבערצייגט זיך אין עקספיריענס אז ס'געשעהט נישט וואס מ'ערווארטעט אז ס'גייט געשעהן אלץ תוצאה פון לעבן אינעם יעצט. איז צוויי זאכן איינס סקענען די סביבה און מיט דעם זיך מקשר זיין, און די צווייטע ודע מה שתשוב, נישט סתם זיך צווינגען. נאר עס פארענטפערן בהסבר טוב ויפה פארוואס יעצט לעב איך ענדערש אינעם יעצט. (חוץ אז מ'פארשטייט מיטן שכל הישר אנדערש) סתם זיך צווינגען צו אזאך וואס דער יצר שטופט פארקערט איז נישט די וועג. מ'זעהט אז די ישמח משה שרייבט "זאת עצה היעוצה". מ'דארף גיין מיט עצות. בתחבולות עשה מלחמה. דער מענטש ווייסט זייער גוט אז ער האט אפשר יא מער צו לעבן ווי די פאר מינוט, נאר מיט די יצר פון דמיון דארף מען זיך נישט אלעמאל שלאגן מיט לאגיק, דמיון איז אויך גענוג. מיט דמיון גייט מען זיך אום מיט דמיון.

האיך להפוך העצבות למרירות דקדושה וחיים


דא איז דא א באוואוסטזיניגקייט אויף אן עקזיסטענץ וואס הייסט אמונה בסוד בריתו ית'. ס'עקספיריענסד זיך אינערליך "איך בין א חלק מכללות ישראל וואס איז דבוק ביחודו ית', און איך בין איבערצייגט אז דער אייבערשטער - אפילו איך זעה אים נישט - איז דא מיט מיר און ער האט מיך נישט אפגעלאזט און ער גייט מיך נישט אפלאזן". דאס איז אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. די אמונה בסוד בריתו ית' איז אן עקספיריענס. דאס נוצט מען ווען די חשכות עוה"ז ותאוותיה זענען זיך מתגבר אויפן מענטש, ווייל ס'איז געווארן אביסל טונקל, דער רבש"ע האט זיך באהאלטן צוליב סייוואס, און מ'איז בעצבות, ווייל מ'שפירט העדר ומיתה, דאן נוצט מען דעם עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט פון אמונה בסוד בריתו ית' = "איך בין א חלק מכללות ישראל וואס איז דבוק ביחודו ית', און איך בין איבערצייגט אז דער אייבערשטער - אפילו איך זעה אים נישט - איז דא מיט מיר און ער האט מיך נישט אפגעלאזט, און ער גייט מיך נישט אפלאזן". וואס טוט דעס?

דאס דרייט איבער דעם עצבות צו מרירות. עצבות מיינט, ס'איז געווארן פארוואלקנט, און איך וויל עס נישט, און דערפאר בין איך אויפגערעגט, אנגעבלאזן, נעגעטיוו, טרויעריג, און איך גיי שלאפן, ביי! מרירות מיינט, איך גליסט צום אייבערשטן אז ער זאל מיך צוריק ליכטיג מאכן, אז ער זאל מיך באוואוסטזיניגן אויף מיין חיות'דיגע, שמחה'דיגע יחודו ית' עקזיסטענץ. פארוואס הייסט דאס מרירות? ווייל מרירות טרייבט צו השתוקקות. אזוי ווי א טיי וואס איז ביטער און נאר דאס ברענגט אז מ'זאל גליסטן צו די זיסקייט פון צוקער (סוכר). "ס'איז מיר ביטער און איך גליסט אז ס'זאל מיר לעכטיג ווערן". עצבות מיינט, ס'איז נישט גוט, איך ווער פארהאקט און שוין. און די רגע מ'גליסט צום אייבערשטן אז ער זאל באוואוסטזיניגן פון הימל אויף מיין ריכטיגע עקזיסטענץ, אויף די סוד יחודו ית' שמשורש נשמת ישראל הכללית עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. אז איך זאל וויסן אז אפילו דער אייבערשטער באהאלט זיך, איך זעה אים נישט, איז אבער זיין עקזיסטענץ דא, און ער איז איין איינציג, און אז איך בין א יוד, חלק פון כללות נשמת ישראל, חלק פון אים. ברענגט דאס אראפ השפעה משמים.

ס'דא צוויי דרגות אין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייטן, ס'דא וואס דו ביסט באוואוסטזיניגט אויף דיין נפש הפרטי, און ס'דא א באוואוסטזיניגקייט אויף דיין עקזיסטענץ וואס איז סוד יחודו ית' עקזיסטענץ-באוואסטזיניגקייט, א באוואוסטזיניגקייט אז דיין עקזיסטענץ איז א חלק פון איין איינציגן באשעפער וואס איז איבעראל, אפילו דו זעהסט אים נישט איז ער אבער דא. און איז איין איינציג. וואס דאס ווערט באוואוסטזיניגט אין דיין באוואוסטזיין זייענדיג אחודה וקשורה בנשמת כללות ישראל הקדושים. ווייל די נשמת כללות ישראל הקדושים, איז דבוק ביחודו ית'. און וויפיל דו ביסט דיך כולל עם כלל ישראל הקדושים אלץ מער וועסטו באוואוסטזיניג ווערן אויף דעם עקזיסטענץ דיינע. די מאדע סוד יחודו עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז טיפער און העכער מבלי שיעור וערך פון דיינע פרטיות'דיגע כוחות הנפש. (עיין בדף קעה)

די אלע זאכן זענען פאקטן אין עקזיסטענץ. נישט חלילה פאקטן אין דמיון. וזכור.

איך גיי דא שרייבן זיין לשון, וואזוי דאס מוז ארבעטן אז פון עצבות זאל ווערן איבערגעדרייט צו מרירות, און איך פארשטיי אז די סטעפס מוזן געטון ווערן גענוי ווי ער שרייבט עס. מ'טאר נישט ווערן פארנומען מיט די נעגעטיוויטעט פונעם הסתר, נאר ווערן פארנומען מיט די פאזיטיוויטעט פונעם הסתר. מ'טאר זיך נישט באקלאגן און פרובירן אוועקשטופן דעם 'הסתר' "ווייל ס'שטערט מיין רצון הפרטי". ס'דא אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס איז רצון פרטי.

ס'איז א חילוק אין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ווען א מענטש פילט נאנט צום באשעפער ווייל איך וויל. און ווען א מענטש איז נאנט צום באשעפער ווייל דאס איז דער אמת פון מיין עקזיסטענץ. דער ערשטער איז באוואוסטזיניגט אויף צוויי מציאות'ער. איינס מיין רצון, און איינס דער באשעפער, איך בין ממלא מיין רצון מיטן זיין נאנט צום באשעפער. יעצט, אויב איך שפיר הסתר אור פניו, וואלקענעס האבן זיך אנגערוקט, די מצב איז פארטונקלט. איז דא, מ'איז פארנומען מיט זיך, ווי נעגעטיוו ס'איז צו מיין רצון הפרטי: "איך רעג מיך ווייל איך קען נישט ממלא זיין מיין רצון". די ווארט "מיין" איז א באוואוסטזיניגקייט אויף אן עקזיסטענץ וואס איז חלילה נפרד פון באשעפער. איז וויאזוי זאל דער מענטש ווערן צוריק נאנט צום באשעפער ווען ביי אים עקזיסטירט "מיין" רצון, וואס איז נישט צופרידן מיטן הסתר. אנכי עומד בין ה' וביניכם, די אנכי איז דאך גאר דער וואס מאכט דעם הסתר. דער איך איז דאך דער וואס ברענגט דעם העדר ומיתה. איז מ'טאר זיך נישט רעגן פארוואס ס'ווערט נישט ערפילט מיין רצון פרטי פון פילן נאנט צום באשעפער.

און נאכדעם איז דא, מ'ווערט פארנומען מיט די פאזיטיוויטעט פונעם הסתר: אין דעם הסתר אור פניו, דהיינו די עצבות והעדר וואס איך שפיר, איז באהאלטן א געלעגנהייט צו איינפאך גליסטן צום באשעפער זאל מיר באוואוסטזיניגן אויף מיין ריכטיגע יחודו עקזיסטענץ ית' מצד מיין חלק אין נשמות כללות ישראל. איך בין איבערצייגט אז דער אייבערשטער איז דא אפילו אינעם עומק ההסתר, און איך פארזיכער מיך אז ער האט מיך נישט אפגעלאזט, און איך בעהט דיך באשעפער באוואוסטזיניג מיך משמים אויף מיין יחודו ית' עקזיסטענץ און דאס מאכט אז די העדר זאל צובינדן בסוד בריתו ית'. - בהמתקת צד השמאל המתקת צד השמאל מיינט זיס מאכן אזאך וואס מ'קען צוגיין דערצו אז ס'איז נעגעטיוו. בהתעוררות מרירות ותשוקה לשוב אליו יתברך, מיט דעם וואס איך וועל מעורר זיין א גליסטעניש צוריק צו ווערן נאנט צום באשעפער, ומתוכה תאיר ותתפשט בו שמחה עמוקה וחיות פנימית אמיתית און מיט דעם גליסטעניש באוואוסטזיניגט מען משמים די ריכטיגע עקזיסטענץ וואס ברענגט חיות, ושמחה.

ביזן קומענדיגן שיעור וואלט איך געטראכט וויאזוי מ'קען איבערדרייען פון עצבות צו מרירות, און דאס איז דורכן נישט צו גיין דערצו נעגעטיוו, נאר ערווארטן אז מ'זאל זיך פון הימל מרחם זיין.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רפג

תגובהדורך נשמה » דינסטאג יולי 03, 2018 3:22 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

פרק רביעי: כיוון הדעת

הדרך הישרה לאדם להתחבר ולהזדווג לעולמו

דא הייבט ער אן רעדן אז מ'קען פארשטיין די וועלט, און אזוי ארום זיך מתייחס זיין צו די וועלט, אז "איך בין משפיע צו די וועלט". און מ'קען פארשטיין די וועלט, און זיך מתייחס זיין צו עס "איך בין מקבל פון די וועלט". האדם מתחבר בנפשו לעניני עולמו. מיר זוכן כלים וואס זאלן מעורר זיין אונזערע כלי הגוף, כדי זיך צו באוואוסטזיניגן אין עקזיסטענץ. און מיר מאכן קשר, נאנטקייט, מיט אט די כלים. א מענטש איז פארנומען צו שאפן, און צו מאכן מער, די נאנטקייט מיט כלים. די נאנטקייט אליין איז וואס געט הנאה פאר א מענטש? די נאנטקייט געט תענוג פאר א מענטש ווייל ס'עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט אים. אבער למעשה איז א מענטש פארנומען צו שאפן נאנטקייט. און ער איז זיך משתעשע מיט די נאנטקייט. און ווי נאנטער אלץ מער תענוג. ווייל אלץ מער מציאותיות. איז אויב מ'וויל שפירן תענוג פון השי"ת דארפן מיר מכיר זיין גרויסקייט און גוטסקייט און ווערן נאנט צו אים. זיך מתחבר זיין צו אים. דורך לערנען די תורה, דורך תפילה, מעשים טובים.

ווען א מענטש וויל און מאכט שטארקע קשר מיט זיין וועלטל, קען ער עס נאכדעם מעלה זיין צו מאכן קשר מיט כלים קדושים. אזוי איז מיט אהבה אויך. א מענטש וואס גליסט האט מער די פאטענציאנאל עס מעלה צו זיין און גליסטן דברים קדושים. די כוחות הנפש דארפן ווערן באוואוסטזיניגט פארן מענטש. עס איז דא א זיווג הגון, און א זיווג שאינו הגון. הזיווג ההגון הוא = די זיווג הגון גייט צו ווי פאלגנד, באופן שנפשו בוחרת ומתחברת בכליה ההווים האמיתיים. מ'וועלט זיך אויס כלים הווים ואמיתיים, לדוגמא: איך זאג תהלים ומשפיע בהם תוכנה האלוקית הפנימית און איך קוק עס ארויף אז ס'האט אין זיך א כח אראפצוברענגען אין מיר געטליכע השפעה. (עיין ברמח"ל דרך ה' ח"ד בעבודה פ"ב בתלמוד תורה, תנאי הלימוד) והכלים מתבטלים לנפש און מיין עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך מיר מכח די כלים, איז מיר באוואוסטזיניגט אז ס'האט זיך באוואוסטזיניגט פונעם מקור העליון, איין איינציגן עקזיסטענץ ית' פון וואו איך עקזיסטיר אלץ חלק, ומתאחדים עמה לתכלית גילוי יחודו וכבודו ית'. און ס'באוואוסטזיניגט זיך אז סיי די כלים, און סיי מיין עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך, איז א התגלות פון איין איינציגע געטליכע עקזיסטענץ. די התגלות אליין איז נישט וויאזוי דער אייבערשטער איז עכט. אבער דאך א התגלות.

ואז האדם משפיע הארת אלוקותו ית' בעולמו וכליו און מיט דעם אז מ'גייט צו דערצו מיט א רעדה (כלשון הרמח"ל, רעדה איז אזוי ווי למשל א מענטש וואלט אפיר גענומען א קמיע בדוק ומנוסה פון הייליגן בעל שם טוב הק', ער נעמט עס ארויס אנדערש ווי ער נעמט ארויס א לעפל פון לעדל, נאך סך מער איז די הייליגע תורה הק'), רעדה מיינט (לשון רמח"ל שם) כפי מדרגת המורא ושיעור הכבוד והזהירות בו, כן יהיה שיעור יקר הלימוד ומדרגת ההשפעה הנמשכת על ידו, אז דאס האט אין זיך א כח צו באוואוסטזיניגן מיין געטליכע עקזיסטענץ אין וואו איך בין א חלק. און מיט די גליסטעניש אז מ'זאל אים פון הימל באוואוסטזיניגן דעם אמת'ן עקזיסטענץ. ומשיג בנפשו אור חוזר שממלא אותו במציאותיות אמיתית ושמחה פנימית. און עס באוואוסטזיניגט זיך אים זיין אמת'ע עקזיסטענץ. און ער ווערט פרייליך בשמחה פנימית, ווייל אזא שמחה פנימית געשעהט ווען מ'איז באוואוסטזיניגט אויף די אמת'ע עקזיסטענץ. וניתוסף בו בזה כח ועוז להשפיע עוד יותר, און דאס אז מ'ווערט באוואוסטזיניגט אויף די אמת'ע עקזיסטענץ, געט כח אז מ'זאל נאכאמאל צו גיין דערצו ברעדה. וחוזר חלילה און ס'געשעהט נאכאמאל און נאכאמאל. דאס איז אלעס זיווג הגון.

אין הערה שעב זאגט ער אז מיט דעם זיווג הגון קען מען זיך אפהיטן ב"ה פון יצר אז דער יצר זאל נישט קענען געוועלטיגן אויף זיין דארשט פאר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ווייל דער עיקר כח וואס דער יצר האט איז נאר ווייל דער מענטש דערשרעקט זיך פון עקספיריענסן העדר, אז איך גיי מיך פילן ארויס פון עקזיסטענץ. ס'גייט זיין בארינג. וואס די אלע בארינג זאכן קומט פון עוה"ז, וואס עוה"ז איז א וועלט פון הסתר והעדר. ס'איז אזא בארינ"ג פלעי"ס. ובכלל יש לדעת, זאגט ער ווייטער אין הערה שעב, אז ווער ס'אנגעפילט מיט די אמת'ע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, ווייל ער גייט זיך אום מיט די וועלט בזיווג הגון, איז ער תמיד בשמחה והשקט, ואינו מתכעס או מתעצב ממקרי העולם. און מיט דעם ווערט ער ניצול מכמה מידות רעות שלא יוכלו לשלוט עליו. וענין מיוחד בזה הוא דחיפת האדם לבקש כבוד ושימת לב מאנשי העולם, אז מיט די זיווג הגון, דארף מען נישט צוקומען צו כבוד און אטענשאן, פון אנשי העולם, וואס די גאנצע זאך פארוואס מ'דארף דעם כבוד ושימת לב איז, ווייל מ'האט מורא פון העדר. און ווייל די נפש הונגערט.

ואמנם ס'דא א זיווג שהוא באופן שאינו הגון. די זיווג שאינו הגון גייט צו ווי פאלגנד: די מענטש פילט זיך ליידיג, און זיין נפש זוכט למלא רעבתנותה אנצוטרינקען איר דארשט, ולהשקיט פחדה מההעדר שהיא מרגישה און צו בארואיגן דעם פחד פון זיין out of existence. דעם פחד פון העדר וואס זי פילט. הוא מבקש ומחזר אז אחרי כלים זרים ומדומים שישפיעו בנפשו 'דמיון של מציאותיות' און מען לויפט ארום פון ברוך צו זרח צו אריינבאקומען עקזיסטענץ פון זייער עקזיסטענץ. וואס דאס איז נאר אן אייגנ-אויפגעבויטער דמיון. און די עקזיסטענץ וואס מ'זוכט באוואוסטזיניגט זיך פון אינעווייניג, פונעם מקור העליון, והוא נעשה בזה 'מקבל' מכליו השקריים און אזוי איז מען א מקבל פון כלים שקריים. (כלים שקריים מיינט כלים וואס באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ, מיט די באוואוסטזיניגקייט אז זיי זענען די עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט, אינדערצייט וואס יעדע עקזיסטענץ וואס איך זעה איז נאר מיין עקזיסטענץ. בעסער געזאגט, יעדע עקזיסטענץ וואס איך זעה איז א באוואוסטזיניגקייט פון די עקזיסטענץ וואו איך בין א חלק)

ואולם מתוך שהכלים אין בהם רק מציאותיות דמיונית,
ווייל די עקזיסטענץ וואס מ'נעמט פון די כלים עקזיסטירט נישט דאס וואס מ'זוכט. הם מעוררים בנפשו רגש של העדר וחוסר זענען זיי מעורר די געפיל פון העדר וחוסר. ווייל בשעת'ן אראפשלינגען די עקזיסטענץ איבערצייגט מען זיך אז מ'האט נאר געמיינט אז ס'גייט זעטיגן די דארשט, און מ'שפייט עס אויס. און מ'בלייבט אן קיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ופחד ההעדר מפתה אותו לבקש עוד כלים חדשים וזרים. און די פחד פון בלייבן אין דעם קיין-עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, רעדט איין אז מ'זאל נאכאמאל טרייען צו נעמען עקזיסטענץ פון דמיונ'דיגע כלים. שישפיעו בנפשו מציאותיות דמיונית חדשה להשקיטה כדי זיך צו בארואיגן פון פחד ההעדר, שלינגט מען נאכאמאל פון די דמיונ'דיגע וואסער וואס האבן נישט דעם עקזיסטענץ צו שטילן דעם דארשט.

וענין זה חוזר חלילה
און דאס גייט אזוי נאכאמאל און נאכאמאל. מ'שלינגט און מ'דערזעהט זיך אז נישט דאס האט מען געזוכט, שפירט מען העדר, שלינגט מען נאכאמאל צו שטילן דעם העדר, און מ'זעהט ווייטער אז נישט דאס האט מען געזוכט, שפירט מען ווייטער העדר, שלינגט מען נאכאמאל וכו'. עד שהוא נעשה בכל מהותו אביון ונצרך, די גאנצע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז איך בין א אביון ונצרך. איך בין גארנישט פאר מיר אליין. וכל שייכותו ו'התחברותו' לעולמו און דאס גאנצע שייכות, די נאנטשאפט וואס מ'זוכט צו האבן מיט די וועלט, דהיינו מידת הדעת שבנפשו, היא רק בצורה זאת של קבלה ועניות, השם ישמרינו. מ'זוכט צו ווערן נאנט מיט די באוואוסטזיניגקייט אז איך בין א ליידיגע שטרוי זאק.

אונטערשטע שורה. זיווג הגון מיינט אז איך בין באוואוסטזיניג און מיין צוגאנג צו די כלים הווים ואמיתיים מיט וואס איך בין מיך מקשר איז: אז ס'קען מיך באוואוסטזיניגן אויף מיין אמת'ע עקזיסטענץ. זיווג שאינו הגון מיינט, אז איך בין נישט באוואוסטזיניגט דערויף. איך וויל אז די כלים זאלן עס מאכן אן מיין טראכטן. איך וויל זיי זאלן טון די דשאב אן מיין צוגאנג.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך געטראכט די חילוק פון זיך אומגיין מיט די וועלט בזיווג הגון, און די אופן שאינו הגון.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רפה

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יולי 04, 2018 3:14 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

תיאור שני אופני התייחסות האדם לעולמו.

מ'קען צוגיין צום לעבן מיט צוויי מהלכים, קודם לאמיר זעהן די נאמען וויאזוי ער רופט עס. די ערשטע וואס ער שטעלט פאר רופט ער: 'מהלך חיים של ריקנות והזנחה', און די צווייטע רופט ער 'מהלך חיים של מילוי ואחריות', די ערשטע איז א רעזולטאט פון פארשטיין די לעבן אויף אזא אופן אז ס'קומט אויס אז מ'דארף זיך שלאגן דערקעגן, און די צווייטע איז א רעזולטאט פון פארשטיין די לעבן אויף אזא אופן אז ס'קומט אויס אז מ'דארף זיך דערמיט באהעפטן.

מהלך חיים - דמיוניים - של 'ריקנות' ובעיטה.

די מהלך חיים של ריקנות ובעיטה ארבעט אזוי: דער מענטש זעהט פאר זיך א וועלט בצורה מוחשכת שאין בה טעם וחיות. ער זעהט פאר זיך א וועלט וואס האט נישט אין זיך דעם כח צו געבן א טעם, און ס'געט נישט קיין חיות פאר דעם מענטש וואס לעבט אין איר. אלעס איז בארינג און די מערסטע פלעין. "גארנישט באלעבט מיך נישט". ותמיד מתלווה עמו רגש פנימי של צער והתאוננות. און טיף אין אים לעבט אלעמאל א צער, און אזא "ס'איז נישט" געפיל. ער זעהט נאר די ליידיגקייט פון די בריאה וואס ארום אים. שממון וריקנות. והארץ היתה תוהו ובהו וחושך. און אינעם מענטש בענקט זיך בכליון עינים אז ס'זאל זיך שוין יא עפעס טון, עפעס אן אויפרייס, עפעס א תאווה זרה וכדומה, אז ס'זאל אוועקנעמען דעם געפיל פון ליידיגקייט.

יעצט, פארוואס זאל איך אויפשטיין, קענסט מיר זאגן פאר וואס, און צו וואס איך זאל אויפשטיין? אינמיטן טאג איז אויך גוט זיך צו לייגן שלאפן. אלעס אוועקצולויפן פון די "טרוקענע" פאקט וואס הייסט וויסן אז מ'לעבט. און אויב ס'טרעפט זיך עפעס "פאן", אן עסק זר וויאזוי ער רופט עס (חחחחח) און אפילו דער מענטש ווייסט ביי זיך אז ס'וועט נישט טויגן אויב איך באטייליג מיך דערין, איז ער גרייט עס צו טון. און אויך קען מען נישט אויפהערן עסן, עפענען די פרידשידער און צומאכן, עפענען און צומאכן, אפשר דאך וועט פון דא ארויסקריכן עפעס וואס זאל מיך באלעבן, און מפיג זיין מיין אומדערטרעגליכער צער פונעם חשכות והעדר. אדער ליינט מען שטותים. אדער שפילט מען שטותים. כדי אוועקצונעמען די פייניגונג פון שממון = וויסטעניש.

און אפילו אויב מ'ווייסט אז ס'שאדט אז מ'פירט זיך אזוי אויף, ווייל ס'מאכט קאליע דאס געזונט, אדער די פרנסה, וכו', פאלט מען אריין דערין. און נאכן אריינפאלן דערין, אפקולעצען אפאר גרויליגע שעה, קריכט מען נישט ארויס... ניין, מ'פאלט נאכאמאל... און נאכדעם נאכאמאל... און נאך... און נאך... און נאך... און נאך... צומאל ווערט מען פרייליך מיט עפעס א נייע זאך, אבער ס'האלט נישט אן צו לאנג, ס'וועפט שנעל אויס, און מ'טרעפט זיך נאכאמאל אינעם זעלבן עקלדיגן מהלך החיים. פון וואס מ'וואלט ווען געוואלט ארויסקריכן, אבער צוליב עפעס א סיבה זעהט מען זיך פארן געצוואונגענערהייט אויף די זעלבע טרעקס. מ'קען נישט אויפהערן מיט די אינערליכע [בארעכטיגטע] פלאקער זיך ארויסצוזעהן פונעם שממון. אבער מ'טרעפט זיך פארוויקלט אין א סייקל וואס פירט צום גיהנם.

יעצט, וויבאלד דער מענטש ווייסט נישט בעסער נאר אז דברים מחודשים ומוזרים שתופסים נפשו בקל מבלי עבודה פנימית נאר דאס הייבט אים אויף. נאר זאכן וואס האט די כח צו ציען אן אויג אפילו מ'האט זעראו אינטערעסע. נאר גאר לעבעדיגע קנאקעדיגע מוזיק וואס קען באלעבן אפילו די פארקלאפסטער. נאר גאר א גוטע מאכל וואס קען רייצן אפילו מ'איז ממש אפעטיט-לאז. נאר א ליינבארער זאך גאר רייך און זאפטיג געשריבן וועט ציען צו טראכטן וואס ס'שטייט דערין. נאר רייסן אויפן הייוועי. אבער אן די זאכן שלאפט אינעווייניג. הרי בעל כרחו החיים הפשוטים ההווים לפניו נרגשים לו כחשוכים והעדריים, די פשוט'ע יעצט פילט זיך אן ליכטיגקייט, ס'פילט זיך העדר. בארינג. והוא מואס ובועט בהם. און ווייל מ'פארשטייט אז דאס איז די לעבן ארום, האט מען עס פיינט, און מ'שטויסט עס אוועק. (און מיט רעכט)

(מיר מיינט מיך. אין אמת'ן וואס זענען מיר שולדיג. מיר האבן זיך איינגעוואוינט צו בילדער, אדווערטייזמענט מוז שוין זיין עפעס ווייסעך וואס אז ס'זאל כאפן אן אויג. מוזיק מוז שוין זיין ווייסעך וואס אז ס'זאל מאכן טאנצן. אז מ'זאל עפעס ליינען מוז עס זיין ווייסעך וואס ציענד און אריינגעלייגט אין מויל. עסן מוז זיין עפעס גאר גוט אז מ'זאל עס וועלן עסן. א געשעפט מוז זיין גאר ציענד. מיר ווערן מער און מער צוגעוואוינט אז א דרויסנדיגע זאך דארף טון דעם דשאב. סתם ווערטער אין א משניות וועקט גארנישט אויף אין אונז. מיר קענען דאס צוריקדרייען, פשוט דורכ'ן אויפכאפן די מעכאניזם וואס האט זיך ביי אונז אויסגעלאשן, נעמליך דאס משפיע זיין פון אינעווייניג אויף דרויסנדיגע כלים)

וכן הוא גם בדיבורי תורה ותפילה, און ווען ס'קומט צו ווערטער פון לערנען, ווערטער פון דאווענען, איז עס גארנישט מעורר. פארוואס טאקע נישט? זאגט ער דעם סוד. שמתוך שאין בכוחם לעוררו רק ב'כיוון נפשי' פנימי לכלים קדושים ההווים. ווערטער זענען נישט אדווערטייזמענט וואס מיר זעען, ווערטער זענען נישט מוזיק וואס מיר הערן, ווערטער זענען פשוט'ע איינפאכע כלים וואס האבן נישט דעם כח אונז צו באוואוסטזיניגן, נאר מיר דארפן קודם זיין די וואס באוואוסטזיניגן זיך אויף זייער כח אונז צו קענען עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן. שהוא לא הורגל בזה מיר זענען אבער נישט צוגעוואוינט צו נוצן אונזערע כלי הגוף מחשבה כדי זיך צו באוואוסטזיניגן. אין הוא מרגיש בהם שום חיות דערפאר ווערן מיר נישט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט פון זיי. והוא ממהר לגומרם במהירות האפשרית. און מ'זעהט נישט דעם בענעפיט פון די ווערטער.

בקיצור, ער וויל זייער שטארק אז איך זאל מיך דערלערנען אז צו האבן חיות, תענוג, ושעשוע, פון אותיות התורה והתפילה, און אפילו פון פשוט'ע טאג טעגליכע לעבן, דארף איך זיין דער וואס טראכט אריין. און נישט ווארטן אז דרויסנדיגע כלים זאלן מיך טון וואס איך דארף טון. איך האב אלץ געמיינט אז איך דארף לערנען א ספר וואס זאל מיך ארויפבלאזן אין הימל מיט געוואלד, און יעצט הייב איך אן פארשטיין אז איך דארף טראכטן. אה, יעצט כאפ איך. איך דארף טראכטן. כדי איך זאל האבן חיות דארף איך טראכטן.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך געטראכט פון דעם אז כדי אותיות התורה והתפילה זאלן מיך באוואוסטזיניגן אויף מיין עקזיסטענץ, דארף איך קודם זיין דער וואס באוואוסטזיניגט זיך אויף די כוחות וואס זיי האבן אין זיך. השי"ת האט אזוי באשאפן דעם מענטש כדי דער מענטש זאל זיך קענען באוואוסטזיניגן אויף די אמת'ע עקזיסטענץ, אז וויאזוי מ'גייט צו צו א זאך, אזויפיל השפעה איז מען ממשיך משמים. אויב איך וועל מיך באוואוסטזיניגן אויף די כוחות וואס די ווערטער פון תורה און תפילה האבן אין זיך, די כוחות וואס זיי פארמאגן אין זיך מיך צו באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ, דאן אז איך וועל גליסטן מיט מיין גאנצע כח אז מ'זאל מיך עס משמים באוואוסטזיניגן, אן קוקן אויף רעזולטאטן, דאן איז דא שאנסן פאר תענוג ושעשוע פון תורה ומצוות.

והשם הטוב יעזור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רפז

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:08 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ שאזכה לעשות תשובה שלימה, לתקן דרכי, כמובא בתהלימ'ל ישמח משה הפירוש על ויהי נועם ה' אלוקינו.

מהלך חיים - אמיתיים - של 'מילוי' והתחברות

להחשיבם ככלים קדושים שמגלים בהם יחודו וכבודו ית"ש. איך באוואוסטזיניג מיין באוואוסטזיין צו זיין מער און מער באוואוסטזיניג אז די פשוט'ע איינפאכע באשיידענע טאג טעגליכע כלים וואס זענען מעורר מיינע כלי הגוף זענען כלים קדושים, ווייל זיי האבן אין זיך א כח מיך צו באוואוסטזיניגן אויף מיין אמת'ע עקזיסטענץ. מיך צו באוואוסטזיניגן אויף יחודו וכבודו ית"ש עקזיסטענץ.

א שיינעם לאמפ איז בעיקר שיין ווען דער מענטש וויל א שיינעם לאמפ. דאס מיינט אידיאליזירן. גאר א שיינעם טישטוכעל אבער מיר קוקן קיינמאל נישט אויף איר שיינקייט, נאכדערצו ווען מיר זענען באבלאזן. אויב אבער מיר האבן אינערליך א רצון צו ווערן איבערגענומען און מקבל זיין הנאה פון א שיינע זאך המרהיב את עיניים, מיר ווילן ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט פון א שיינע זאך, קענען מיר קוקן דערויף אויף אזוי אן אופן ארויסצוברענגן צו אונז די נקודת הנוי והיופי שבדבר. ער רופט דאס אין הערה שעו, התמסרות והשפעה מהנפש אל הכלים.

די טישטוכל איז מיטאמאל געווארן שיין? ס'איז אונזער נפש וואס האט א כח צו דערזעהן און מכיר זיין א שיינע זאך, און מיר האבן עס דאס מאל ארויפגעברענגט און משפיע געווען צום כלי דאס מאל די טישטוכל וואס איז פאר אונזערע אויגן, און דורך אונזער באוואוסטזיניגקייט, דורך אונזער השפעה, איז דער טישטוכל געווארן שיין. אבער דא איז דער טישטוך ווייט פון איינפאך, ס'האט עס אין זיך היפש דמות. און ס'מער די עצם טישטוכל וואס באוואוסטזיניגט אונז. מיר זענען מקבל עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט פונעם עצם שיינקייט וואס איז א יש לנגד עינינו. אבער ביי ווערטער פון תורה ותפילה, און אזוי אויך אנדערע כלים וואס זענען זייער איינפאך און באשיידן, איז עס מער אונזער באוואוסטזיניגקייט אויף זייער געטליכער כח וואס דאס באוואוסטזיניגט אונז אויף אונזער עקזיסטענץ. אותיות האבן כמעט גארנישט אין זיך. ס'איז אלעס כמעט נאר ווי מער אונזער באוואוסטזיניגקייט אויף זייער געטליכע כח צו באוואוסטזיניגן אזויפיהל טוט עס באוואוסטזיניגן. א געטליכע כח מיינט א כח וואס דער אייבערשטער האט איינגעפלאנצט אין כלים קדושים אז זיי זאלן באוואוסטזיניגן אויף יחודו ית' עקזיסטענץ. אויב מ'ווייסט זייער כח.

דאס איז די חילוק צווישן התנוצצות דמיונית און די דרגא פון קצה הנפש און ארויף. ביי די דרגא פון התנוצצות דמיונית, זענען די כלים מער פארגרעבט. זיי האבן מער דמות. ווייניגער איינפאך און באשיידן. און דער מענטש איז מער מקבל פון די עצם כלים. דער עיקר כח וואס עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט איז די עצם כלים, און נישט אזוי ווייט מיין באוואוסטזיניגקייט אז זיי פארמאגן אין זיך א געטליכע כח. אנדערש איז ביי קצה הנפש און עולמה של הנפש און העכער, וואס דארט האבן די כלים כמעט נישט קיין דמות. זייער איינפאך. און זייער ווייניג גרעבע. זייער ווייניג עפר. און דער עיקר כח וויאזוי זיי עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן ליגט אינעם באוואוסטזיין פונעם מענטש. אינעם הכרה. אין די באוואוסטזיניגקייט אויף זייער געטליכע כח וואס זיי פארמאגן. דאס מיינט אז דער מענטש איז משפיע אויף די כלים.

ס'איז גאר אנדערש ווען א געהויבענער יוד לערנט א משנה מסכת שבת, און ווען איך לערן א משנה. ער האט זיך מער באוואוסטזיניגט אויף די געטליכקייט וואס איז באהאלטן אין זיי. באלד גייט ער ערקלערן וואס די שטאפלן זענען אנצוקומען צו ווערן מער און מער באוואוסטזיניגט אויף די געטליכע כח וואס כלים קדושים האבן אין זיך.

איז, ווען איך זעה מיך משוגע ווערן פאר די וועלט ארום מיר, איז א סימן אז מיינע כלים זענען מער ביי די דרגא פון התנוצצות דמיונית. די עצם פון מיינע כלים, די דמות זייערע, זענען די וואס באוואוסטזיניגן מיך. מיינע כלים זענען נישט איינפאך. איך ווער משוגע פאר די חיצוניות'דיגע שיינקייט. משא"כ אויב איך קלויב איינפאכע כלים וואס האבן נישט קיין כח מיך צו באוואוסטזיניגן אויב איך באוואוסטזיניג מיך נישט קודם אויף זייער געטליכן כח. אדער אז איך זעה נאר די נשמה פון א זאך און נישט אויף דרויסנדיגע שיינקייט. וואס זיין באוואוסטזיניגט אויף די נשמה פון א זאך און נישט אויף דרויסנדיגע שיינקייט האט צו טון מיט מיין באוואוסטזיניגקייט און נישט מיט די עצם כלים. דאן איז די כח פון מיינע כלים צו באוואוסטזיניגן מער מיין באוואוסטזיניגקייט אויף זייער כח וואס זיי פארמאגן אין זיך. און נישט די עצם כלים. דאן זענען מיינע כלים מער אויף די שעלף פון קצה הנפש און העכער.

ותיכף בהקיצו בבוקר הוא מקבל על עצמו בתשוקה ורצון פנימי עול מלכותו ית' להימסר בכל חייו לעבודתו ית'. די ווארט תשוקה קומט דערמאנען אז דער עיקר איז דאס גליסטעניש, די מערסטע וואס איך קען. גליסטן אז דער אייבערשטער זאל מיך באוואוסטזיניגן משמים אויף די אמת'ע עקזיסטענץ און נישט קוקן אויף תוצאות. די ווארט רצון פנימי קומט דערמאנען אז מ'טאר זיך נישט צווינגען. נאר מכיר זיין בהתבוננות עמוקה אז דער אייבערשטער איז די איין איינציגע מציאות וואס עקזיסטירט, און נאר אויף דעם עקזיסטענץ וויל איך מיך באוואוסטזיניגן. עול מלכותו קומט דערמאנען אז אפילו אינעם הסתר והעדר וועל איך נישט זוכן עפעס אנדערש זיך צו באוואוסטזיניגן אויף מיין עקזיסטענץ. והוא מעורר בזה בנפשו הארה מסוד האמונה והברית שבין ישראל לאביהם שבשמים. און מיט דעם ווערט מען עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג אז איך בין איבערצייגט אז נאר דער אייבערשטער איז, און איך בין זיכער אז דער אייבערשטער האט מיך נישט אפגעלאזט און גייט מיך נישט אפלאזן. אפילו אויב איך זעה אים נישט.

וכן הוא מייחד לעצמו איזה זמן להתבונן ולהעמיק... אז מ'זאל זיך דערמאנען פון ערליכע געהויבענע יודן, אדער פון שבת קודש ויו"ט, דאס איז ווארשיינליך אן עצה. והוא מעורר מקרבו דיבורי השתוקקות המביעים אהבתו לבורא ית"ש דאס מיינט כלים קדושים צו זיך באוואוסטזיניגן אויף די אמת'ע עקזיסטענץ. און געדענקן אז דער עיקר איז השתוקקות אז דער אייבערשטער זאל משפיע זיין משמים דאס וואס מ'גליסט אזוי שטארק. און די זעלבע זאך איז מיט די ניגון קדוש של געגועים ושמחה איז אויך כלים וואס באוואוסטזיניגן אויף די אמת'ע עקזיסטענץ. שכל אלו מעוררים בנפשו רגש הקדושה בצורה חושית די געפילן, די עקספיריענס, ווערט אויך אריינגענומען אין די עבודה פון אמת'ע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ומאירים בה הארה מיוקר טוהר אלוקותו ית'.

ואולם בעיקר הוא מוקיר ומעריך חייו ועולמו ההווים לפניו ומתחבר ונהנה בהם. דער מענטש באוואוסטזיניגט זיך אז די לעבן וואס איז יעצט פאר אים האט אין זיך א געוואלדיגער געטליכער כח אים צו באוואוסטזיניגן אויף די אמת'ע יחודו ית' עקזיסטענץ. און דערפאר איז ער זיך מתחבר מיט זיי ווייל ער וויל אז די כלים קדושים זאלן שטארק מעורר זיין זיינע כלי הגוף. כדי איך זאל ווערן באוואוסטזיניג אויף מיין אמת'ע עקזיסטענץ. ווען זענען זיי כלים קדושים? שהרי על ידם הוא מגלה קשר נפשו לאלוקיו ויוקר טוהר אמונתו בו ית' ווען ער באוואוסטזיניגט זיך פארדעם אויף די כח וואס זיי פארמאגן אין זיך אים צו באוואוסטזיניגן אויף זיין ריכטיגע עקזיסטענץ. ער רעדט דא ווען מ'האט פאר זיך כלים קדושים. באלד וועט ער רעדן אויב מ'באגעגנט כלים וואס מ'וויל זיך נישט פון זיי מעורר זיין.

והחיים מאירים לו ומוסיפים בנפשו עוד תשוקה חדשה להתקשר בטוהר יוקר אלוקותו ית'. און די אמת'ע באוואוסטזיניגקייט אויף זיין עקזיסטענץ וואס ער באקומט פון די כלים שאפט אין אים אויפסניי א גליסטעניש צו ווערן באוואוסטזיניגט אויף די אמת'ע עקזיסטענץ ובהוספת אור זה הוא שוב מאיר מנפשו לעולמו וחייו און דאס מאכט אז ער זאל זיך מער מעמיק זיין און מכיר זיין אויף זייער געטליכע כח אים צו באוואוסטזיניגן אויף די אמת'ע עקזיסטענץ. וחוזר חלילה, עד שהוא מתמלא בשמחה עמוקה ופנימית, און מ'טוט דעם פראסעס, דעם סיקווענס, די סעריע, דעם סדר, דאם אנגאנג, דעם סיסטעם, דעם סייקל, ציקל, נאכאמאל און נאכאמאל. און מ'ווערט אנגעפיהלט בשמחה עמוקה פנימית. ווייל די אמת'ע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז ממלא מיט שמחה פנימית. והחיים שמחים ומאירים לנגדו און די פשוט'ע טאג-טעגליכע לעבן איז א תענוג ושעשוע. ווייל מלא כל הארץ כבודו.

די אלע זאכן וואס ער האט געשריבן ביז אהער איז זאכן וואס מאכן אז מ'זאל האבן א רגש תשוקה ושמחה פנימית. ס'דא צוויי זאכן. איינס די ווערטער רגש תשוקה ושמחה פנימית, דאס איז איינס, און דאס איז נאך גארנישט. און נאכדעם איז דא די עקספיריענס פון רגש תשוקה ושמחה פנימית, כדי דאס צו האבן דארף מען טון ב"ה. הוא מברך ברכת השחר, והוא מאיר בכל תיבה ותיבה הארה מאמונתו ותשוקתו הנפשית דער מענטש באוואוסטזיניגט זיך קודם אויף די געטליכע כח וואס יעדע איינציגע ווארט - אלץ א כלי וואס איז מעורר כלי הגוף - האט אין זיך צו באוואוסטזיניגן אויף די אמת'ע עקזיסטענץ. וכל תיבה לפי ענינה ומשמעה שוב מאירה לנגדו הארת קדושת אלוקותו ית'. די ווערטער אלץ כלים באוואוסטזיניגן אים טאקע אויף די אמת'ע עקזיסטענץ. די הארת קדושת אלוקותו ית'.

אזוי ווי איינער זאל מיר זאגן: דו ווילסט ווערן קלוג? איך גיי דיך געבן א אויל וואס אויב דו שמירסט עס אויף דיין שטערן גייסטו ווערן קלוג. אבער מיט א תנאי, אז דו זאלסט וויסן איר געטליכן כח. א כח וואס השי"ת האט איינגעפלאנצט אין דעם אויל צו מאכן קלוג ווער ס'שמירט זיך דערמיט. טויזענטער האבן שוין דאס געשמירט און זענען געווארן קלוג, אבער ווי מער מ'האט זיך באוואוסטזיניגט אויף איר געטליכן כח צו מאכן קלוג, (א אויל האט אין זיך גארנישט, ס'איז דער אייבערשטער וואס האט עס אריינגעלייגט) אלץ קלוגער איז מען געווארן.

די זעלבע זאך ווען איך לערן תורה און איך דאווען. איך דארף זיך קודם באוואוסטזיניגן אז זיי האבן איינגעפלאנצט אין זיך א געטליכע כח מיך צו באוואוסטזיניגן אויף ליב האבן דעם אייבערשטן און מורא האבן פון אייבערשטן. איך דארף גליסטן מיט די גרעסטע השתוקקות אז מ'זאל מיר דאס מיטן לערנען און דאווענען באוואוסטזיניגן משמים. און דאס מיינט ער: וכן בכל משך תפלתו ולימוד תורתו הוא מעורר מנפשו ניצוצי אהבה ויראה אלוקית דער מענטש באוואוסטזיניגט זיך לענגאויס דאווענען און לערנען אויף די געטליכע יחודו ית' כח וואס לערנען און דאווענען האט אין זיך צו באוואוסטזיניגן פארן מענטש וואס איז עוסק מיט זיי. און ער גליסט אז מ'זאל דאס פון הימל באוואוסטזיניגן.

פעם בהתקשרות וקבלת עול פשוט איך בין מקבל אויף מיר אז איך גיי מיך נאר באוואוסטזיניגן מיט די ריכטיגע אמת'ע עקזיסטענץ. פעם במרירות ותשוקה איך געפין מיך אין א מצב וואס איז ביטער, ווארן איך בין נישט באוואוסטזיניג אויף די אמת'ע עקזיסטענץ, והא ראי' איך בין בעצבות, אדער איך שפיר הסתר אור פניו, אדער איך בין נישט אזוי נאנט צום אייבערשטן וויאזוי איך וויל זיין. און איך גליסט אז מ'זאל מיך דאס פון הימל באוואוסטזיניגן. ופעם בשמחה ואהבה מתובל עם יראה און צומאל ווען מ'ווערט אמת-עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג איז מען פרייליך און מ'האט ליב השי"ת, און דאס קומט אויך מיט יראה. דאס איז נישט קיין יראה וואס מ'קען זיך מאכן, נאר דאס איז יראה וואס מ'באוואוסטזיניגט משמים וועגן די השתוקקות כמובא בחת"ס.

ומאיר מניצוצי הארות אלו לתוך דיבורי התפלה ועסק התורה און ווייטער נעמט ער די אלע באוואוסטזיניגקייטן, און ער פארשטייט אז די לערנען און דאווענען האבן טאקע דעם כח, און נאך מער. ובזה הדיבורים הקדושים מאירים בנפשו אור פנימי ומזהיר און ווייטער די דיבורי התפילה ועסק התורה שיינט צוריק. אבער קודם קומט עס פון דעם וואס דער מענטש באוואוסטזיניגט זיך אויף זייער כח. שמרוממתה מכל עסקי העוה"ז, ומכניעה אותה ביראה ובושה מול יוקר אלוקותו ית'

זאגט ער ווייטער: ועם שבמשך היום בעסקו בעניני העוה"ז הוא מרגיש לפעמים הסתר אורו ית', אפילו אויב אינמיטן טאג פילט מען אז דער אייבערשטער האט זיך באהאלטן. ס'שיינט נישט אזוי. ואפשר אפילו התגברות איזו תאוה שעלולה להרחיקו ממנו ית', מ'דערזעהט זיך מיט מיסטער יצר הרע וואס האט איבערגענומען. הוא מקבל על עצמו עול מלכותו ית' לסבול הצער וההעדר בשמחה, "איך בין מקבל אז איך גיי מיך נאר באוואוסטזיניגן מיט עקזיסטענץ וואס איך ווייס איז אמת'ע עקזיסטענץ, און איך בין גרייט צו ליידן די צער פון העדר מיט א פרייליכקייט. ווייל איך ווייס אז נאר דורך דעם העדר, וועל איך מיך באוואוסטזיניגן אויף מיין אמת'ע עקזיסטענץ. ולהיקשר בבריתו וסוד יחודו ית' שבתוך הערפל וההסתר זיך צו באוואוסטזיניגן אז די איין איינציגער באשעפער איז דא מיט מיר. און גליסטן צו אים אז ער זאל מיך דאס באוואוסטזיניגן משמים.

ובסבילה זו - והארה הטמונה בה - און ווען מ'ליידט דעם העדר וויסנדיג אז דא ליגט באהאלטן אן אמת'ן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס מ'דארף דערצו גליסטן, כל חייו נעשים חטיבה אחת של מסירת נפש ודביקות סודית באלוקותו ית', בצורה אמיתית טהורה, מענגת ומשמחת ווערט די גאנצע לעבן א שטיק מסירת נפש, מסירת נפש מיינט, אז מ'געט איבער זיך = דעם נפש עס צו באוואוסטזיניגן נאר אויף די אמת'ע עקזיסטענץ. און דאס מאכט אז מ'זאל האבן דעם ריכטיגן שעשוע ותענוג, די ריכטיגע שמחה. יא, אמת, ס'איז מסירת נפש, ס'איז קבלת עול מלכותו ית', אבער ס'איז די אמת'ע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט! און דערפאר האט מען געזעהן אז ערליכע יודן זענען געווען אזוי פרייליך.

ער וויל דא ארויסברענגען אז ווען מ'פארשטייט די וועלט, אז מ'דארף זיך דוקא קלויבן כלים פשוטים, און זיך קודם באוואוסטזיניגן אויף זייער געטליכן כח וואס השי"ת האט איינגעפלאנצט אין זיי אז זיי קענען באוואוסטזיניגן אויף די אמת'ע עקזיסטענץ אויב מ'איז זיך מיט זיי מחבר, און נאכדעם ווען מ'איז זיך מתחבר צו זיי באוואוסטזיניגן זיי טאקע אויף געטליכקייט, און ווען זיי באוואוסטזיניגן ווייסט מען ערשט וואסערע כח זיי האבן אין זיך, און מ'איז זיך נאכמער מחבר מיט זיי, נישט מיט זיי, נאר מיט די געטליכקייט וואס איז אין זיי. און זיי באוואוסטזיניגן נאך מער. און דאן ווערט מען געוואויר אז זיי האבן אין זיך גאר שטארקע כוחות וואס מ'האט פארדעם נישט געוואוסט, און מ'איז זיך מיט זיי נאכאמאל מחבר. און אזוי ווייטער און ווייטער, דאס מיינט משפיע זיין צו די כלים, און דאס איז די מהלך החיים וואס ער רופט מהלך חיים - אמיתיים - של 'מילוי' והתחברות.

און דאס מאכט אז די חיי העוה"ז החיצוניים עם סודם המדומה, נעשים מזולזלים ובזויים בעיניו בתכלית. אלעס מיט דעם וואס מ'גייט צו צו די וועלט מיט מוקיר ומעריך חייו ועולמו ההווים לפניו. דורכן זיך באוואוסטזיניגן אז די וועלט וואס איז פאר מיר האט אין זיך די כח מיט צו באוואוסטזיניגן אויף מיין איין איינציגער עקזיסטענץ ב"ה אויף די וועלט. אז ער איז די עקזיסטענץ און איך בין א חלק. און דערפאר וויל איך מיך מחבר זיין מיט די הווה. פארוואס האט דאס אזא כח אז חיי עוה"ז החיצוניים זאל ווערן מזולזל ובזוי בתכלית, ווייל מ'ווערט זאט, שבעה ומדושנת מהתנוצצות אור אלוקותו ית', מליאה עושר ואושר בפשטות ממש.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך אריינגעטראכט אין דעם מוקיר ומעריך חייו ועולמו ההווים לפניו ומתחבר ונהנה בהם - שהרי על ידם הוא מגלה קשר נפשו לאלוקיו ויוקר טוהר אמונתו בו ית'

והשם הטוב ירחם ויעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רפט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג יולי 06, 2018 5:56 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

היאך זוכים ל'חיים של מילוי'

גילוי יחודו מיינט, אז מ'ווערט באוואוסטזיניג אין עקספיריענס אז די איין איינציגע עקזיסטענץ-ית', נאר דאס איז וואס עקזיסטירט. מ'קען עס וויסן, מ'קען עס טראכטן, און מ'קען ווערן באוואוסטזיניג דערויף. ס'מיינט נישט אז מ'ווערט באוואוסטזיניג וויאזוי דער אייבערשטער איז עכט. אזאך וואס איז נישט מעגליך. ס'מיינט אז מ'ווערט באוואוסטזיניג אז אזוי איז דער אמת פון עקזיסטענץ.

בכל רגע מהחיים טמון בו סוד עמוק ותכלית יקרה בגילוי יחודו ית', גילוי יחודו ית', און זיך באוואוסטזיניגן מיט אונזער אמת'ע עקזיסטענץ, איז די זעלבע זאך. ווען מיר באוואוסטזיניגן זיך אז דאס איז אונזער עקזיסטענץ, ווערט גילוי יחודו ית'. אויב אלעס וויל פירן צו די תכלית גילוי יחודו ית', דאן דארף זיך געפינען א כלי לגילוי יחודו ית' אין די יעצטיגע רגע, וואס מ'קען זיך דערמיט באוואוסטזיניגן אויף דעם אמת'ן עקזיסטענץ. מיר דארפן זיך נאר מחבר זיין צו עס.

זייענדיג א חלק מנשמת כללות ישראל, חלק אלוק ממעל, איז אונזער תשוקה בטבע זיך צו באוואוסטזיניגן אויף דעם עקזיסטענץ, די עקזיסטענץ אז דער אייבערשטער איז איין איינציג און מיר זענען א חלק. די סוד עמוק ותכלית יקרה פון די יעצטיגע רגע איז טאקע צו זעטיגן אונזער ריכטיגער ארגינאלער תשוקה זיך צו באוואוסטזיניגן אויף דעם עקזיסטענץ אונזערע. השי"ת וויל אונז געבן תענוג ושעשוע דערפאר האט ער אזוי געמאכט אז מיר זאלן האבן די בחירה. און דאס איז טאקע די סוד עמוק ותכלית יקרה פון די יעצטיגע רגע. מיר דארפן זיך נאר גאר שטארק מתחבר זיין צו עס.

דאס זאגט ער, אז כדי זוכה צו זיין ל'חיים של מילוי' דארף מען זיך פלאגן אויף צוויי יסודות עקריים. די ערשטע זאך גייט צו אזוי: קודם באוואוסטזיניגט מען זיך די שטערקסטע, און טיפסטע, וואס מ'קען אז אין די יעצטיגע רגע איז זיכער פארהאן א כלי, א וועג, וויאזוי זיך צו באוואוסטזיניגן אויף אונזער יחודו-ית' עקזיסטענץ, דהיינו גילוי יחודו ית"ש, וואס דאס איז דאך דער תכלית פון די יעצטיגע רגע. און מ'איז מכוון צו מאכן קשר מיט די כלי, אפילו מ'ווייסט נאכנישט וואס די כלי איז, די חיבור אליין, די רצון און די גליסטעניש, זיך צו באוואוסטזיניגן מיט דעם עקזיסטענץ וואס איז באהאלטן ערגעץ אין די יעצטיגע רגע, און אויך די התייחסות בהוקרה והערכה צו די באהאלטענע טייערע געלעגנהייט פונעם פשוט'ן יעצט, טוט עפעס. (אזויפיל פארשטיי איך יעצט, איך וויל עס נאך מער פארשטיין.)

אזוי ווי אין יעדע רגע איז דא חסדים וואס איז שופע פון באשעפער, און מ'קען זיך דערמיט מחבר זיין, און הנאה האבן מיט די הכרה, מיט א מודים אנחנו לך וכו'. אזוי אויך איז אין יעדע רגע דא א געלעגנהייט זיך צו באוואוסטזיניגן אויף יחודו וכבודו ית'. און דאס איז כלי וואס מ'קען זיך דערמיט מחבר זיין. אז דאס זאל מעורר זיין אונזער כלי הגוף. וואס דאס איז דאך די תכלית אמיתית. וואס דאס איז דאך אונזער אמת'ע עקזיסטענץ. די באוואוסטזיניגקייט דאס קומט משמים. מיר דארפן נאר גליסטן אז מ'זאל דאס באוואוסטזיניגן משמים.

און מ'גליסט מיט אלע כוחות אז מ'זאל דאס משמים באוואוסטזיניגן. אויב מיר ווערן טאקע אויף עפעס א וועג באוואוסטזיניג אויף אונזער יחודו ית' עקזיסטענץ, דאן מאכן מיר די שטערקסטע און נענטסטע קשר וואס מיר קענען מיט אט דעם יחודו-באוואוסטזיניגקייט וואס האט אונז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט. און אלעס ווערט א באוואוסטזיניגקייט אויף יחודו ית'. מיין באוואוסטזיניגקייט איז: אז דא איז דא א כלי זיך צו באוואוסטזיניגן אויף יחודו ית', די באוואוסטזיניגקייט וואס איך האב זוכה געווען אז מ'האט מיך באוואוסטזיניגט משמים - וואס דאס האט מיך אלץ רעזולטאט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט, און איך שאף דערמיט קשר, איך בין מיך מחבר צו עס, - איז דאך אויך נאר א באוואוסטזיניגקייט אויף יחודו ית'. און די קשר אליין, די דעת, די נאנטקייט איז אויך נאר ווייל איך וויל ווערן באוואוסטזיניג אויף יחודו ית' עקזיסטענץ.

און אויב מיר זענען נישט באוואוסטזיניגט דערויף, דהיינו ההסתר גובר, איז דאך דאס ווייטער א געלעגנהייט זיך באמת מדבק צו זיין ביחוד הבורא ית"ש.

און די צווייטע זאך איז זיך צו באוואוסטזיניגן די מערסטע און טיפסטע וואס מיר קענען, אז יעדע סארט ערך, יעדע סארט וועליו, און יעדע אופן מציאותיות המדומית, יעדע עקזיסטענץ, וואס מיר מיינען אז חפצי עוה"ז האבן אין זיך, מקורה בנפש ולא בעולם החיצוני. האט צו טון מיט אונז. מיר זענען די עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט באמת. נישט אונז, נאר דער אייבערשטער איז די עקזיסטענץ וואס ווייל מיר זענען א חלק פון אים, ווערן מיר באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ. און די עקזיסטענץ וואס מיר גיבן פאר חפצי עוה"ז איז רעלאטיוו, געוואנדן לויט אונזער עקזיסטענץ. א מורישקע וועט זאגן אז אן עפל איז גרויס, און מעכטיג. מיר וועלן געבן דעם זעלבן "עקזיסטענץ" פאר א צום הימל אויפגעהויבענעם בוים. דער אמת איז אבער, אז מיר זענען די עקזיסטענץ. מקורה בנפש ולא בעולם החיצוני.

ואדרבה, דורך דעם וואס מ'באוואוסטזיניגט זיך אויף קדושה ואמיתית עקזיסטענץ, ווי 'אמת ואמונה', 'טוהר וקדושה', 'נצחיות וברית', ו'גילוי כבודו ית' מיט דעם ווערט מען ריכטיג באוואוסטזיניג. ויתקשר בזה בבורא ית"ש בהשגת אור יחודו, וימצא בזה שמחה נפשית טהורה שאין כדוגמתה כלל בחיי העוה"ז החיצוניים.

דא האט ער א רעלאטיוו ריזיגע הערה שעט (רעלאטיוו מיינט ווען דו שטעלסט עס צו צו אלע זיי הערות איז דאס פון די ריזיגע) וועגן שאיפות. ביטע עס לערנען אינעווייניג. ער ברענגט בעיקר ארויס אז מ'שפייזט זיך און מ'דארף זיך נאר שפייזן פונעם יעצט. נישט וואס איך גיי האבן אין א צייט ארום. זייער א וויכטיגע הערה. הערה שעט.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך אריינגעטראכט אין די צוויי זאכן, איינס זיך מתחבר זיין צו די פנימיות פונעם יעצט, דאס הייסט צו די גילוי סוד יחודו וואס איז אינעם יעצט. און צווייטע וויסן אז יעדע עקזיסטענץ מקורה בנפש.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מאנטאג יולי 09, 2018 4:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג יולי 06, 2018 7:40 pm

כאטש כ'פארשטיי נישט צט דעם נושא בכלל, דערקענט זיך אבער וואספארא געוואלדיגע כוחות @נשמה לייגט אריין דערין, כאף אז דער עולם האט הנאה דערפון.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רצב

תגובהדורך נשמה » זונטאג יולי 08, 2018 4:23 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

סיכום ענין הבחירה

הנה ביארנו בשער ראשון פרק חמישי, (קעפל: תפקיד הדיבור בקומת נפש האדם). אז כדי איך זאל קענען בוחר זיין בטוב, דארף איך קלויבן כלים וואס זענען מעורר מיין כלי הגוף מחשבה, כלים וואס מאכן טראכטן, און זיך באוואוסטזיניגן מיטן אמת פון די פאלגנדע פראגע: "וואס עקזיסטירט באמת אז איך זאל דערמיט באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ?" דאס קען מען טון דורכ'ן לערנען תוה"ק, מוסר, דורך התבוננות. יעדע זאך וואס מאכט מכיר זיין אמת'ע עקזיסטענץ.

חושים קענען נישט מבחין זיין מיט וואס ס'לוינט צו באוואוסטזיניגן די עקזיסטענץ ווייל ס'איז אמת'ע עקזיסטענץ, און מיט וואס ס'לוינט נישט, ווייל ס'איז קיין אמת'ע עקזיסטענץ. די חושים ווייסן נישט וואס עס הייסט אמת'ע עקזיסטענץ. פאר די חושים איז אלעס "עקזיסטענץ". די הכרה קען אבער יא מכיר זיין דעם אמת'ן ענטפער אויף די פראגע "וואס עקזיסטירט באמת, מיט וואס עס לוינט זיך מיר צו באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ?" און דאס איז מכוון אז די חושים זאלן אויך אזוי טון. דאס מיינט הבחירה מתחלת ב'צד ההכרה' של הנפש, במה שההכרה מעוררת את 'חיות' הנפש ומכוונה לתכליתה, חיות קומט פון כלים וואס זענען מעורר די כלי הגוף חושים.

יעצט, ווען איך ווער באוואוסטזיניג אז פון דעם און דעם לוינט זיך מיך צו באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ ווייל ס'איז אמת, מיינט דאס אז איך בין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט פון אזאך וואס איך בין מכיר אלץ דעם אמת. ווייל יעדע זאך וואס באוואוסטזיניגט מיין הכרה, עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מיך. למשל, איך ווער באוואוסטזיניג דורכ'ן לערנען דעם הייליגן ספר יושר דברי אמת, אז נאר וואס איך בין מכיר אז ס'איז קדושה לוינט זיך מיר צו באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ דערמיט. ווייל נאר דאס איז עקזיסטענץ. איך בין מכיר אז עפעס אנדערש איז גאביטש, שטותים, נארישקייטן, הבל, פוסט. מיט דעם אליין אז איך האב דאס פארשטאנען, בין איך געווארן באוואוסטזיניגט אויף מיין עקזיסטענץ. ווייל יעדע זאך וואס באוואוסטזיניגט מיין הכרה, עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מיך. קומט אויס אז מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז יעצט נישט די זעלבע ווי פארן לערנען. נישט מיין באוואוסטזיניגקייט, מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. די אופן וויאזוי איך ווייס אז איך עקזיסטיר. דאס איז געווארן מער אמת'דיג. פיין.

יעצט, דארף איך נעמען דעם עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט און עס מפשט זיין מיט מיין כלי הגוף, כלי המעשה, מן הכח אל הפועל. ס'דארף ווערן נתבסס. ס'דארף ווערן געבויט. די אמת'ע-עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד הכרה, דארף ווערן אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד התפשטות. למשל, אויב איך זיץ ביי א דרשה פון RCCS, און איך ווער איבערגענומען אז צווישן יא געבן געלט און נישט געבן געלט איז דער אמת אז איך דארף יא געבן געלט. דאס מיינט אז איך בין געווארן באוואוסטזיניג אז מיין עקזיסטענץ איז אזא סארט עקזיסטענץ וואס דארף געבן געלט, מער ווי נישט געבן.

יעצט, אויב איך גיי נישט טון למעשה, און געבן דאס געלט. קען איך פארגעסן פון די התעוררות. איך דארף דאס מפשט זיין אל הפועל. איך דארף דאס מאכן פאר א באשטאנד. איך דארף דאס מנצח זיין. ווען איך בין מפשט דעם כח אל הפועל, צו מיט געבן געלט. צו מיט רעדן צו אנדערע אז זיי זאלן געבן. צו מיט מפשט זיין מיט דיבורים פנימיים אז דאס איז דער אמת. ווערט עס נתבסס. ס'ווערט פון אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגיקייט מצד הכרה אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד התפשטות. די אמת ווערט נתבסס. און דאס זאגט ער: והיא נגמרת ב'צד ההתפשטות', כשהאדם מקשר נפשו לכליה לגלותה לפועל. ר' נתן ז"ל האט פון יעדע תורה אין ליקוטי מוהר"ן געמאכט א תפילה. ער האט דאס מפשט געווען מן הכח אל הפועל, מיט השתוקקות און געגועין אז מ'זאל אים פון הימל העלפן דערויף.

אין שער השני האט ער בעזהשי"ת מער מבאר געווען אז כדי איך זאל בוחר זיין בטוב, דארף איך בוחר זיין צו זעטיגן מיין דארשט צו עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, פון כלים אמיתיים וזכים. כלים קדושים. באופן עקרי, הבחירה תלויה ב'איכות' הכלים שהאדם בוחר לגלות בהם נפשו. עס ווענט זיך אין די קוואליטעט פון די כלים וואס איך בין בוחר צו זעטיגן מיין דארשט פאר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ס'ווענט זיך מיט וואספארא א כלים איך מאך קשר. אויב איך בין בוחר: "די גמ', די סידור, די תהלים, די מצוות, דאס גייט באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ, און מיט דעם מאך איך קשר, דאן הייב איך אן בוחר צו זיין במציאותיות האמיתית, והוא מתעלה. אדם נפעל כפי פעולותיו. אויב איך בין חלילה בוחר אז איך גיי מאכן פאן, איך גיי בורדענען, איך גיי זיין בקלות ראש, איך גיי מיך אויסברייטערן, איך גיי עסן אפילו תאוות וואס שלעפט אראפ, איך גיי קוקן איבעראל, נאך אזא טאג, גיי איך חלילה וחלילה אנהייבן בוחר זיין בשקר והעדר, ויורד ממעלתו.

און אין דעם שער, בפרק שלישי, האט ער ערקלערט אז בחירה בטוב מיינט, אז מיט 'התבוננות', און מיט 'קבלת עול מלכותו' ית' קען מען זיך אנקניפן צו די אמת'ע עקזיסטענץ. ההתקשרות למציאות האמיתית של אלוקותו ית', און דאס מאכט אז מ'זאל מוזן זעטיגן דעם דארשט זיך צו באוואוסטזיניגן, פון קדושתו ויראתו. און אין דעם פרק זאגט ער אז ס'האט צו טון וויאזוי מ'איז זיך מחבר צו די כלים. אויב מ'באוואוסטזיניגט זיך קודם אויף זייער אינערליכן געטליכן כח וואס זיי פארמאגן אין זיך, צו באוואוסטזיניגן די אמת'ע עקזיסטענץ. דאן מתהווית מזה לידה הגונה, והוא מתעלה. אבער אויב מ'וויל בעיקר אז כלים זאלן באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ אן זיך קודם באוואוסטזיניגן אויף זייער געטליכן כח, והוא יורד ונשפל. ווערט מען אראפגעשלעפט.

איז וויבאלד ער האט דאך ליב צאמצונעמען א זאך וואס האט אסאך פרטים, און מאכן אן הגדרה דערויף וואס זאל האבן אלע אינגריעדיענטס, איז אויב אזוי וואס איז טאקע די הגדרה אויף בחירה, זאגט ער די הגדרה איז, וואס איז דער מענטש בוחר, "וויאזוי וויל איך אז די כלים זאלן ארבעטן פאר מיר", בין איך מיך מקשר צו עס אז איך גיי מיך קודם באוואוסטזיניגן אויף זייער געטליכן כח, און אזוי ארום גייען מיך די כלים באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ. אדער בין איך מיך מקשר צו עס אז די כלים זאלן מיך פירן וויאזוי זיי ווילן.

למשל, אויפן טיש ליגט אזוי: א צייטונג מיט ציענדע בילדער. און א באשיידענע משניות. אויב איז דער מענטש א משפיע, דאס הייסט אז דער מענטש איז בוחר אז כדי צו ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט דארף ער זיך קודם באוואוסטזיניגן אויף געטליכע כוחות וואס ליגן אין כלים, (אדער אפשר אויך אויף די פשוט'ע טייטש, און די שכל פון די ווערטער) עט ער זיך מקשר זיין מיט די משניות, אז די משניות זאל אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן. און אויב איז דער מענטש בוחר אז די כלים זאלן אים פיטערן אן דעם וואס ער זאל זיך פון פארדעם באוואוסטזיניגן אויף זייער כח, עט ער נעמען די צייטונג מיט די בילדער. ווייל א צייטונג קען פיטערן אן דעם וואס מ'דארף זיך קודם באוואוסטזיניגן.

און דאס איז די סיבה טראכט איך פארוואס די וועלט שלעפט. די וועלט שלעפט, ווייל מ'איז בוחר אז כלים זאל מיך פירן ביי די נאז. ער האט אן אינטערעסאנטע הערה שפ. קבלת עול מיינט אז דער מענטש זאגט, נאר דאס זאל זיין מיין תשוקה, און דאס אליין שאפט עלעקטעריק וואס מיט דעם איז מען זיך מעלה. און התבוננות איז א תשוקה אז מ'זאל פון הימל באוואוסטזיניגן מיין אמת'ע עקזיסטענץ. מ'זאל משמים געבן עלעקטעריק.

התרכזות הנפש

כח ה'התרכזות' הוא צורך גדול להצלחת האדם, ובפרט בלימוד התורה ותפלה שאי אפשר מבלעדיו כלל. ער לערנט אפ קאנצענטראציע, פונקט אזוי ווי ווען מ'איז זייער דארשטיג און מ'האט ענדליך איין גלעזעל וואסער צו שטילן דעם דארשט, זענען אלע כוחות קאנצענטרירט צו שטילן די דארשט מיט דעם גלעזעל וואסער. ווייל מ'איז באוואוסטזיניג אז נאר דאס קען שטילן דעם דארשט. מ'איז גאר שטארק באוואוסטזיניג אויף די געטליכע כח וואס די וואסער האט אין זיך צו זעטיגן. אנדערש איז ווען מ'איז בכלל נישט דארשטיג איז מען נישט אזוי באוואוסטזיניג אויף די כח פון די וואסער, און מ'איז נישט אזוי קאנצענטרירט אויף די וואסער וואס מ'טרינקט. אזוי אויך איז די כוחות פון קאנצענטראציע. ווי מער עס איז די באוואוסטזיניגקייט אויף די געטליכע כח וואס ליגט אין די כלי צו עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן, אלץ מער איז מען מחבר דעם גאנצן באוואוסטזיניגקייט און גליסטעניש, צו שטילן די דארשט פאר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, נאר מיט די כלי וואס מ'האט יעצט פאר זיך. און אזוי קומט אויס אז מ'איז קאנצענטרירט.

השתוקקות, גליסטעניש אז מ'זאל פון הימל באוואוסטזיניגן דעם אמת'ן עקזיסטענץ, דארף זיין די שטערקסטע און די מערסטע. די באוואוסטזיניגקייט אויף די געטליכע כוחות וואס כלים קדושים האבן אין זיך צו באוואוסטזיניגן דעם אמת'ן עקזיסטענץ דארף זיין די שטערקסטע און די טיפסטע. באוואוסטזיניגקייט נוצט מען ווי מער בלויז די באוואוסטזיין די שטערקסטע און טיפסטע, קוים די פיזישע מוסקלן פון קאפ. און זיכער נישט אנגעשטרענגט חלילה. מעדיטעשאן קען מאכן שטערקער די באוואוסטזיין. לויט ווי איך פארשטיי יעצט, איז יעדע געפיל עפעס פיזישע מוסקלן. דאס הייסט ווען מ'וויל ארויפברענגען די גליסטעניש דאס מערסטע מעגליך, דארף מען נוצן עפעס מוסקלן, אזוי אויך ווען מ'וויל טראכטן דארף מען נוצן עפעס מוסקלן. אינגאנצן לויז איז שווער אויב נישט אוממעגליך צו טראכטן און פילן. איך רעד נישט פון מחשבות און געפילן וואס קומט פון זיך אליין.

די מעגליכקייט פון א מענטש צו קענען קאנצענטרירן אינעם יעצט, מעסט זיך ווי ווייט מ'איז א בחינה פון א מקבל אדער א משפיע. אויב מ'איז א מקבל, - דאס טייטשט אז איך בין בוחר צו זעטיגן די דארשט פון מיין נפש זיך צו באוואוסטזיניגן אן מוזן זיך קודם באוואוסטזיניגן אויף די געטליכע כח וואס ליגט אין די כלים, - איז מען נאכגעלאזט. אזוי ווי א מקבל וואס איז נאכגעלאזט. איך שטעל מיך אזוי אויס אז יעדע כלי מיט א דמות וואס כאפט מיין אטענשן זאל מיך באוואוסטזיניגן. ס'קומט אויס אז ביים ענדע פון די ערשטע פינף מינוט וואס איך בין אין ביהמ"ד, בין איך שוין צוגעבינדן צו היפש כלים זרים שונים. דער, יענער. שמושכים אותה מכל צדדיה. און די חילוק פון א מקבל און א משפיע איז, אז דער מקבל לאזט זיך שלעפן פון די עצם כלי. די כלי האט די ווארט אויפן באוואוסטזיניגקייט. די עצם כלי איז די זאך וואס באאיינדרוקט. איז, ס'קומט אויס אז די כלים זרים שונים איז מושכים אותה מכל צדדיה. (מה שאינו כן א משפיע, דארף זיך קודם באוואוסטזיניגן. ער דארף זיך באוואוסטזיניגן אויף אלעם וואס די כלי קען באוואוסטזיניגן. די פשוט'ע טייטש וכו'.)

ומתפצלת לניצוצות קטנים. די ערשטע פינף מינוט פונעם אריינקום אין ביהמ"ד, האב איך מקבל געווען היפש באוואוסטזיניגקייט פון וועם ס'האט מיך דאס מערסטע געצויגן אין סייוועלכע סקונדע. ס'קומט אויס אז מיין באוואוסטזיניגקייט, און דערפאר מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז מתפצלת לניצוצות קטנים. און דאס מאכט אז מ'זאל האבן זייער א שוואכע און נאכגעלאזטע באוואוסטזיניגקייט. באופן שהיא נעשית בכל מהותה חלשה ורפויה ווייל מ'איז א מקבל. מ'ווילט זעטיגן די דארשט פאר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט בדרך מקבל. מצד די דמות פון די כלים.

וביותר מזה הרי מתוך שהיא נתקעת בכליה השקריים נגד רצונה האמיתית, איך בין באוואוסטזיניג ביי מיר אז דאס טויג נישט. איך וויל מיך שטעלן דאווענען, אדער לערנען, אדער וויבאלד איך בין א מקבל, איך וויל אז כלים זאל מיך באוואוסטזיניגן אן דעם וואס איך זאל מיך קודם דארפן באוואוסטזיניגן אויף זייער געטליכן כח, דערפאר איז מיין באוואוסטזיין איבעראל אפילו דארט ווי איך ווייס אז ס'איז שקר. און דאס איז גורם א טירדא נפשית. און וועגן דעם טירדא אליין קען איך מיך נישט קאנצענטרירן. ווייל א מענטש קען זיך נישט קאנצענטרירן ווען ער איז מוטרד.

קומט אויס אז ס'דא דריי עיכובים עקריים פארוואס א מקבל קען זיך נישט קאנצענטרירן. איינס איז א. 'פיזורה' בכלים שונים. מ'ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט פון כלים שונים. פינף מענטשן רעדן צו מיר אויף איינמאל. צווייטע זאך ב. 'התרפותה' מחמת התפוררה לניצוצות קטנים מ'איז נאכגעלאזט ווייל די באוואוסטזיניגקייט איז צוברעקלט. יעדער נעמט א שטיקל. און דריטנס, ג. 'טירדתה' מחמת צערה מ'האט צער פון דעם אז מ'ליגט וואו מ'וויל באמת נישט.

אבער ווען איך בין א משפיע צו די כלים מיט וואס איך בין מיך מחבר און מקשר. ווען איך בין בוחר אז די קשר וואס איך מאך מיט כלים איז נישט אז זיי זאלן מיך באוואוסטזיניגן, נאר ס'גייט ארבעטן אז איך וועל מיך קודם באוואוסטזיניגן אויף זייער געטליכן כח מיך צו באוואוסטזיניגן. און אנדעם וואלטן זיי מיך נישט געקענט באוואוסטזיניגן. אזוי ווי טשייניז אויף א פלעסטיג בעג. ס'טוט נישט גארנישט צו מיין באוואוסטזיניגקייט אויב איך ווייס נישט די שפראך. דאן מוז מיין באוואוסטזיניגקייט זיין דאס וואס דרייט ארויף, און דרייט אראפ, דעם קנעפל פון וויפיל כח א כלי האט, מיך צו באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ. איך בין דער וואס דרייווט עס ב"ה. מיין באוואוסטזיניגקייט איז דער וואס איז משפיע צו די כלים און אנדעם האבן די כלים נישט קיין כח מיך צו באוואוסטזיניגן. איך בין דער וואס מיט מיין אינערליכע רצון, מיט מיין אינערליכע גליסטעניש, מיט מיין אינערליכע חיות, באוואוסטזיניג איך מיין באוואוסטזיין די מערסטע וואס איך קען, אז די כלים האבן אין זיך דעם געטליכן כח מיך צו באוואוסטזיניגן אויף דעם אמת'ן עקזיסטענץ. און ערשט דאן האבן זיי א כח. איז, ווענט זיך עס אין מיר.

אז ס'ווענט זיך אין מיר, וועל איך נוצן אלע מיינע כוחות מיט די שטערקסע און טיפסטע באוואוסטזיניגקייט אין מיין באוואוסטזיין, נישט אזוי ווייט קאנצענטראציע אין כלי הגוף. זיך צו באוואוסטזיניגן מיט די שטערקסטע און טיפסטע באוואוסטזיניגקייט אויף זייער כח. ווייל אן מיין באוואוסטזיניגקייט אויף זייער געטליכן כח, ווייס איך, האב איך נישט פון וואו צו זעטיגן מיין דארשט פאר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. און איך וויל דאך נאר זיין א משפיע. דאס איז מיין בחירה. איך וויל נאר זיין א משפיע. ווייל איך ווייס אז נאר זייענדיג א משפיע קען איך מיך באוואוסטזיניגן אויפן אמת'ן עקזיסטענץ, נאר אזוי האב איך א 'זיווג הגון' און א 'חיים של מילוי והתחברות'. איך ווייס אז מיטן זיין א מקבל האב איך א זיווג שאינו הגון, און א חיים של ריקנות ובעיטה. ובהתרכזות הנפש והתאחדותה היא משגת כח גדול להאיר בכליה, די שטאפל אין באוואוסטזיניגקייט אויף די געטליכע כח וואס ליגט אין כלים קדושים, און די גליסטעניש מיך דאס צו באוואוסטזיניגן משמים, ווערט נאר שטערקער און שטערקער בעזהשי"ת. זינט איך האב נישט די דריי עיכובים עקריים וואס איך וואלט געהאט זייענדיג א מקבל. והוי מחשב הפסד כנגד שכר.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך אויספרובירט ווי ווייט זיין א משפיע העלפט פאר התרכזות. קאנצענטרירן.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף רצה

תגובהדורך נשמה » מאנטאג יולי 09, 2018 3:13 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

הדיבור הפנימי

ער רעדט אזויפיל פון דיבור פנימי. דיבור פנימי מוז נישט זיין דוקא קלארע ארויסגעזאגטע אינערליכע ווערטער, ס'איז אזאנע אינערליכע כוחות וואס מ'ווירקט אל הפועל, אינערליכע שטרעבונגען וואס דער מענטש פירט אינעווייניג אין אים. באגלייט מיט געפילישע אדער טראכטערישע כוואליעס. סייוויאזוי זאגט ער: הכלי העיקרי באדם לעורר נפשו הקדושה, צו ווערן באוואוסטזיניג אויף די אמת'ע עקזיסטענץ, ולכוונה לכליה האמיתיים, אז מ'זאל ווייטער פון זיך אליין זיך באהעפטן צו כלים אמיתיים, (ער שרייבט כליה האמיתיים, אירע אמת'ע כלים, די תשוקת הנפש האט צוגעפאסטע, ריכטיגע, כלים מיט וועלכע זי קען איר עקזיסטענץ ריכטיג באוואוסטזיניגן, ס'איז נישט נאר כלים אמיתיים, ס'איז כליה האמיתיים.) הוא הדיבור הפנימי. אמת'ע אוטענטישע אינערליכע דיבורים. דאס איז דאך אויך דאס ענין פון התבודדות. דאס דארף זיין אזאנע דיבורים וואס די תשוקת הנפש פרודעצירט. נפשי יצאה בדברו.

אין דף צא האט ער שוין מבאר געווען, שהדיבור הפנימי הוא הכח היותר יסודי לגלות בנפש רצונה האמיתי, ולעורר מקרבה התשוקה הקדושה הטמונה בה. ער וויל אונז אזוי שטארק אויסלערנען אז מיר דארפן זיך באוואוסטזיניגן אויף אונזער אמת'ע רצון, אויף אונזער תשוקה הקדושה, צו באוואוסטזיניגן אונזער גליסטעניש וואס מיר האבן, זיך צו באוואוסטזיניגן מיט די אמת'ע עקזיסטענץ. זאגט ער: דיבור פנימי איז א עיקר כח צו באוואוסטזיניגן דעם תשוקה. ולכן מוטל על האיש הישראלי להתרגל ולהרבות בדיבורים פנימיים שמעוררים נפשו, מיר דארפן זיך איינגעוואוינען צו רעדן און צו רעדן און צו רעדן דיבורים פנימיים, זיך צו באוואוסטזיניגן אויף אונזער אינערליכער גליסטעניש זיך צו באוואוסטזיניגן מיט תורה און תפילה. לקשרה ולדבקה בתורה ותפילה

אין הערה שפו זאגט ער אז מ'זאל אויפכאפן וויאזוי דער יצר רעדט אזאנע דיבורים פנימיים, לפתות האדם להתקשר לכליו הדמיוניים. און מ'זאל דאס גענוי נאכאמאכן להשתמש בדיבורים מעין אלו לעבודתו ית', מ'זעהט אז די דיבורים פנימיים וואס דער יצר רעדט איז נישט ממש ארויסגעזאגטע אינערליכע דיבורים. בקיצור מ'דארף אויפכאפן וויאזוי דאס גייט צו און עס נאכמאכן אויפן זעלבן פארום לעבודתו ית'. אמאל רעדט דער יצר מיט בילדער, מאכט מען דאס אויך נאך. מאויבי תכחמינו

אופן כיוון הנפש לכליה

מיר האבן א תשוקה צו באוואוסטזיניגן אונזער אמת'ע עקזיסטענץ, וואס דאס קומט פון אונזער נפש. וואס דאס געבוירט א משיכה 'טבעית וממילא' לכליה הקדושים, אזוי ווי די משיכה פון א מאגנעט צום אייזן וואס איז פון זיך אליין, פון די עצם מאגנעט. די עצם מאגנעט ציהט זיך צום אייזן. און מ'דארף עס גארנישט שטופן. אזוי איז די משיכה הנפש צו כלים וואס קענען באוואוסטזיניגן איר אמת'ע עקזיסטענץ. כלים חומריים וואס מיר באגעגענען, ציהט אונזער נפש מיט געוואלד, שלא ברצונה וכיוונה. משא"כ ווען מיר באגעגענען כלים קדושים ציהט זיך אונזער נפש דערצו פון זיך אליין באופן שאין בה 'כפיה' כלל.

הנפש 'מכוונת עצמה' לכליה הקדושים, ומעוררת מקרבה המשיכה והתשוקה להם. איך דארף נאר שטעלן דעם מאגנעט נעבן דעם אייזן, און ס'ציהט פון זיך אליין. די נפש טוט דריי זאכן ווען זי קומט נאנט צו כלים קדושים. א) זי באוואוסטזיניגט א מרירות און א בושה, ווייל זי ווייסט אז זי איז דערווייטערט פון איר מקור אינעם הסתר עוה"ז. ב) זי באוואוסטזיניגט א שמחה און א תשוקה ווען איר אמת'ע עקזיסטענץ, דביקות אלוקות ית"ש, באוואוסטזיניגט זיך. ג) זי טרייבט די כלי הגוף, אז זיי זאלן איר העלפן צו באוואוסטזיניגן איר עקזיסטענץ. מיר דארפן וויסן אז ס'קען עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן, און די תשוקה ומשיכה טרייבט שוין אז מ'זאל טראכטן וואס ס'שטייט.

משל למה הדבר דומה, צו א קינד וואס איז פארלוירן אויפן גאס, און ווען מ'טראגט איר צו איר מאמע, א) וויינט זי אז זי איז אזוי פארלוירן, און ב) זי פרייט זיך אז זי האט געטראפן איר מאמע, און ג) זי ווארפט זיך ארויף. די נפש א) ווייסט ווי ווייט זי איז פון וואו זי קומט, ב) ווייסט ווען זי טרעפט וואס זי זוכט, און ג) מאכט אז די כלי הגוף זאלן איר העלפן. מ'דארף איר נישט צווינגען. ואדרבה הכפיה מזיקה מאוד למשיכה זאת. מ'דארף נאר דערגרייכן דעם משיכה טבעית מהותית.

ער האט א איבערראשנדע הערה שפז. אז די משיכה צו כלים קדושים דארף זיין א משיכה טבעית, אזוי ווי די משיכה פון א מאגנעט וואס די משיכה קומט איבערצייגליך פון עפעס אריינגעבויט אינעם מאגנעט, און מ'דארף דאס זיכער נישט שטופן און צווינגען, און זיך איינרעדן אז ס'ציהט. אויב איז עס נישט א משיכה טבעית נאר מ'פילט אז ס'איז געקונצלט און געצווינגען, אזוי אז מ'דארף זיך איינרעדן אז דאס איז די משיכה פונעם נפש צו באוואוסטזיניגן איר עקזיסטענץ, בוודאי אין בה כלום. ער מיינט צו זאגן אז אלע זיינע עצות פון דעם ספר 'לימודים לדעת' איז דייקא וויאזוי מ'קען ארויפברענגען די משיכה טבעית ומהותית פונעם נפש ווען זי באגעגנט כלים קדושים.

אין הערה שפח זאגט ער אז אין די דרגות התחתונות איז זיך די נפש נישט מאחד מיט די כלים וואס באוואוסטזיניגן איר. זי ווערט היפש באהאלטן פון באוואוסטזיין מחמת די רעש וואס די כלים מאכן. משא"כ אין די דרגות העליונות ווערט זי איין מיט אירע כלים, און זי ווערט באוואוסטזיניגט בטהרתה.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וועל איך טראכטן אז די ציהל פונעם לימודים לדעת איז, אז ס'זאל זיין א משיכה טבעית מהותית באופן שאין בה כפי' כלל, ואדרבה הכפיה מזיק מאוד. פון זיך אליין. מיר דארף נאר 1) בוחר זיין כלים קדושים, 2) זיך אויסשטעלן דערצו, 3) זיך באוואוסטזיניגן קודם אויף אירע געטליכע כוחות, און 4) גליסטן אז מ'זאל פון הימל באוואוסטזיניגן דעם אמת'ן עקזיסטענץ.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף שג

תגובהדורך נשמה » דינסטאג יולי 10, 2018 5:41 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

דער מחבר פון לימודים לדעת וויל אונז אויסלערנען וויאזוי צו מאכן אז אונזער גאנצע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט זאל זיין א דעת קדושה. זאגט ער, אז מ'דארף זיך באוואוסטזיניגן מיט אונזער אמת'ע עקזיסטענץ פון אלע זייטן. לעורר מנפשו ניצוצות קדושים שונים קודם לאמיר גיין צו די כלים וואס קענען דאס באוואוסטזיניגן. און נאכדעם עמער צוריקקומען אי"ה צו דף רצז.

דף שג, כלים של סוד היחוד ואופני השימוש בהם.

אור סוד היחוד איז אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. לדוגמא, דאס דאווענען שטילע שמו"ע איז אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ס'איז א געוויסע דביקות. ווי א לעכט וואס ציהט צום מקור. יעדע מענטש איז ביי יעדע שטילע שמו"ע אין א געוויסע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. אפילו אויב מ'טראכט פון ביזנעס בשעת מעשה. מיר זענען באמת נישט אין א געוויסע פלאץ אין space 3D, און ווען מיר שטארבן גייען מיר ארויס פון זיין אין א געוויסע מקום, ארויף אין הימל, און ערשט דארט ווערן מיר רוחני וואס איז נישט תופס א מקום. נאר מיר זענען יעצט לגבי א פלאץ, פונקט אזוי רוחני, פונקט אזוי נישט תופס מקום, ווי מיר גייען זיין לאחר מאה ועשרים שנה. מיר זענען בלויז אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. נאר יעצט זענען מיר אנדערש באוואוסטזיניגט, ווייל אונזער גוף אין וואו מיר זענען אנגעבינדן איז אין א געוויסע מקום, צוגעבינדן צו די גדרי הגוף. אבער אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז נישט דאהי, און אויך נישט דארט. מיר זענען אין א געוויסע עולם, אין א געוויסע עקזיסטענץ. אמאל אין עולם התשובה, אמאל חלילה אין עולם הקליפה. אמאל אזוי, און אמאל אזוי, שבת זענען מיר אין דעם עקזיסטענץ, און מוצאי שבת צוריק אין דעם עקזיסטענץ. אונזער גוף איז טאקע דא אין א געוויסע מקום, אבער אונזער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז אין א געוויסע עקזיסטענץ וואס איז גארנישט תופס מקום. מיר זענען אין ערגעץ נישט, אבער דאך אין עקזיסטענץ. מיר זענען אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

איז, אור סוד היחוד איז א געוויסע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס ווי מער מיר זענען זיך מקשר מיט נשמת כללות ישראל אלץ מער קען מען זיך באוואוסטזיניגן דערמיט. אז דער יוד איז באוואוסטזיניגט אז עקזיסטענץ איז איין איינציג. אחד יחיד ומיוחד. נאר ער באהאלט זיך. אור = באוואוסטזיניגקייט, סוד היחוד = אז עס איז איין איינציגע עקזיסטענץ, נאר ער באהאלט זיך. יעצט, איז דא ספעציעל דעזיגנירטע כלים שניתנו לכלל ישראל צו באוואוסטזיניגן דעם אור סוד היחוד עקזיסטענץ. און ער וויל מבאר זיין בעזרת השי"ת וואס די כלים זענען און בעיקר וויאזוי מ'נוצט זיי. נבאר עכשיו בעזהשי"ת הכלים העקריים שניתנו לכלל ישראל לגלות בהם אור סוד היחוד. וואס זענען די כלים, וויאזוי מיר קענען אונזער גאנצן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט פון אלע צדדי הנפש, באוואוסטזיניגן מיט דעם עקזיסטענץ. די אור סוד היחוד עקזיסטענץ איז די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס געט די ריכטיגע אמת'ע תענוג ושעשוע. ווייל דאס איז וואס אונזער נפש דארשט. צמאה לך נפשי. עד מתי עוזך בשבי ותפארתך ביד צר. יתגדל ויתקדש שמיה רבה. דאס איז וואס מיר דארשטן די מערסטע. זייענדיג א חלק מנשמת כללות ישראל וואס איז דבוק אין די שכינה הקדושה.

די ערשטע זאך ווען מ'וויל נוצן איינע פון די כלים לגלות בהם סוד היחוד, איז צו אידענטיפיצירן אונזער גאנצע עקזיסטענץ אלץ א ניצוץ קטן מנשמת ישראל הכללית. "דאס בין איך". פילן וויאזוי כלל ישראל הקדושים דינען יעצט דעם בורא ית', און איך בין זוכה זיך אנצושליסן מיט זייער עבודה. ויביט על עצמו רק כחוליה מאוחזת בשרשרת הקדושה שנמשכת מהאבות הקדושים עד לביאת גואלינו במהרה. איך קוק מיך אן ווי נאר א רינגעלע אינעם קייט. דא זאגט ער מיטן גאנצן התעוררות (ווייל ס'באלד) ובהתכללות זאת יזכה לעורר בנפשו הארה קדושה שמסוד אמונת יחודו ובריתו ית', ותשוקה אמיתית לגילוי כבודו ית'. מיט דעם אנשליס קען מען זוכה זיין - ווען מ'גליסט - צו ווערן באוואוסטזיניג אויף אונזער אמת'ע עקזיסטענץ, צו באוואוסטזיניגן אונזער יחודו ובריתו ית' עקזיסטענץ. (אמונה ביחודו ובריתו ית' איז אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט) תשוקה אמיתית לגילוי כבודו ית', איז אונזער אמת'ע ריכטיגע גליסטעניש פאר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. און דאס קומט זייענדיג און זיך באוואוסטזינענדיג אז מ'איז א חלק אלוק ממעל, חלק מנשמת כללית ישראל. און אזוי ווי דער אייבערשטער וויל גילוי כבודו ית', אזוי וויל דער יוד וואס באוואוסטזיניגט זיך אויף זיין אמת'ן עקזיסטענץ.

מיט די ווערטער ומובן בפשטות וויל ער זאגן, אז ווען מ'נוצט איין כלי צו מעורר א געוויסע דעת בנפש, קען זיך אויך באוואוסטזיניגן גם שאר גווני הדעת.

עיון התוה"ק: איז א כלי צו באוואוסטזיניגן דעם סוד היחוד אונזערע מצד כלי הגוף מחשבה, הכרה. דעת הבעלות. דא הייסט עס, 'אמונת היחוד'.

שירות ותשבחות: איז א כלי צו באוואוסטזיניגן דעם סוד היחוד אונזערע מצד כלי הגוף חושים, חיות. דעת התדבקות. דא הייסט עס, 'דביקותה הטבעית בסוד יחודו'

קבלת עול מלכות שמים: איז א כלי צו באוואוסטזיניגן דעם סוד היחוד אונזערע מצד כלי הגוף, כלי המעשה, התפשטות, דעת התבססות. דא הייסט עס 'בטחון וברית עם אלוקיה'.

מנהגי ישראל הקדושים
: איז א כלי צו באוואוסטזיניגן דעם סוד היחוד אונזערע מצד דעם דמות. דא הייסט עס 'לגלות בעולם כבודו ויחודו ית'.

לימוד התוה"ק איז א כלי צו באוואוסטזיניגן אמונת היחוד.


די כלי צו באוואוסטזיניגן דעם אמת'ן עקזיסטענץ פון אמונת היחוד, איז לימוד התוה"ק. (אמונת היחוד איז אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד ה'הכרה'. ס'איז נישט "איך גלייב", ס'איז איך בין באוואוסטזיניג מיט דעם עקזיסטענץ, זייענדיג איבערצייגט אין מיין עקספיריענס אז נאר דאס איז וואס עקזיסטירט) זאגט ער אזוי: מ'באוואוסטזיניגט זיך פארדעם מיט אמונה שלימה, אז יעדעס ווארט און אות פון די תוה"ק קען באוואוסטזיניגן זיין געטליכקייט. ווייל דאס איז עס טאקע, גילוי אלוקותו ורצונו ית"ש. און ווען מ'פארשטייט נישט, און מ'גליסט צו פארשטיין, מיינט דאס אויך אז מ'גליסט אז מ'זאל פון הימל באוואוסטזיניגן דעם אמת'ן געטליכן יחודו ית' עקזיסטענץ וואס איז באהאלטן אין די תורה, און ווען מ'פארשטייט, שפירט מען דאך א שמחה ויראה והתבטלות צו די געטליכקייט, צו די 'סוד יחודו ואמיתתו ית''. וואס ווערט באוואוסטזיניגט משמים. און מ'ווערט באוואוסטזיניג מער און מער אויף די געטליכקייט שטמון בתורה הקדושה. און מ'וויל זיך מער און מער באוואוסטזיניגן מיט דעם אמת'ן יחודו-ית' עקזיסטענץ. און דערפאר לערנט מען נאך, און נאך, און נאך, און נאך, און נאך... מ'ווערט אלץ מער און מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט, אבער מיט די אמת'ע יחודו-ית' עקזיסטענץ. די יחוד ית"ש עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך משמים א דאנק זיך מחבר דערמיט רעדט פאר זיך אליין.

זאגט ער אבער אז מ'דארף זיך היטן ממגע חכמות חיצוניות. עיין שם. אין הערה תב זאגט ער: אז מ'דארף אויך לערנען מיט דביקות מעין ההתדבקות שבתפלה, כדי צו ווערן באוואוסטזיניגט אויך מצד חושים-חיות-דעת התדבקות. און אויך מיט "איך לערן מיט מיינע כלי המעשה, מן הכח אל הפועל, ווייל השי"ת האט מיך געוואלט איך זאל אזוי טון, לעשות נחת רוח לפניו," כדי צו ווערן באוואוסטזיניגט אויך מצד התפשטות. דעת התבססות. און אויך אז מ'דארף לערנען באוואוסטזיניגט מיט בושה ויראה מכבודו ית"ש, זיך באוואוסטזיניגן אויף איר געטליכקייט. (געטליכקייט מיין איך אלעמאל, ניצוצות פון השי"ת וואס ליגט באהאלטן אין די זאך)

תפלה איז א כלי צו באוואוסטזיניגן דביקותה הטבעית בסוד יחודו.

די כלי צו באוואוסטזיניגן אונזער אמת'ע עקזיסטענץ אלץ נאטורליכע דביקות אינעם איין איינציגן בורא ית', איז דאווענען. (דביקות טבעית בסוד יחודו ית', איז אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד 'החיות'. ס'איז נישט נאר איך בין מכיר מיט מיין באוואוסטזיין אינעם סוד היחוד, ס'איז איך בין דבוק צו עס ווייל דאס איז וואס געט מיך מיין לעבעדיגע עקזיסעטנץ. חושיות. איך שפיר נישט דעם אייבערשטן כמו שהוא באמת. דאס איז דאך נישט מעגליך. איך שפיר מיך אבער צוגעקלעבט צום איין איינציגן לעבעדיגן עקזיסטענץ-ית' וואס איך בין באוואוסטזיניג אז ער איז דא, אבער באהאלטן. וואס איך בין א חלק פון אים.) זאגט ער אזוי: מ'באוואוסטזיניגט זיך פארדעם אז יעדעס ווארט פון דאווענען האט א ספעציעלע כח דעזיגנירט מיר צו באוואוסטזיניגן מיטן איין איינציגן עקזיסטענץ מקור חיותי וואס ליגט באהאלטן אין יעדעס ווארט, און מיר מאכן צוגעקלעבט צו עס. איך דארף נאר גליסטן די מערסטע וואס איך קען אז מ'זאל מיר באוואוסטזיניגן משמים מקור חיותי און מ'שטעלט זיך אויס דערצו. והתוצאות משמים.

די קאפיטלעך אין דאווענען אדער תהלים, וואס ברענגט ארויס השתוקקות צו השי"ת, באוואוסטזיניגט ווי ווייט איך בין פון מיין אמת'ע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, וביחד עם זה אויך א תשוקה צו ווערן באוואוסטזיניג און ווערן דבוק אין מיין מקור חי החיים, איין איינציגן ית'. כי עמך מקור חיים באורך נראה אור. לדוגמא: השיבנו אבינו לתורתיך איז אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. דער יוד איז באוואוסטזיניג אז ער איז אזא עקזיסטענץ וואס האט א טאטע, וואס האט מיך געגעבן א תורה, און ער איז באוואוסטזיניג אז ער דארף דערצו צוריקקומען, און אז ער גליסט צוריקצוקומען, וואס דערפאר בעהט ער זיך אונזער טאטע קער מיך צוריק צו דיין תורה. דאס איז אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. אבער איך בעהט מיט א גליסטעניש מתוך החשכות והמרירות, השיבנו אבינו לתורתיך, באוואוסטזיניג מיר טאטע אז איך זאל וועלן השיבנו אבינו לתורתיך. ובחלקי התפילה שמבטאים השמחה בקירבתו ית"ש... לדוגמא, מודים אנחנו לך, איז א געלעגנהייט זיך צו באוואוסטזיניגן מיטן ריכטיגן עקזיסטענץ. שאתה הוא ה' אלוקינו ואלוקי אבותינו. וואס מ'ווערט צו דעם דבוק אז ער איז מקור חיותי. והמרירות וה'חשכות' מתמזגות עם ה'טוהר' והנעימות, ומתרקמות בנפש ל'תמונה סודית של התפארות קדושה עילאה', שהיא מתרפקת ל'הדבק' בה.

דא זאגט ער אויך אז מ'דארף אבער אכטונג געבן די חושים, ומרעיבם מהיבלע בתאוות חומריות חשוכות. עיין שם בהספר דף שו וויאזוי ער לייגט אראפ די נעימות ומתיקות מרעננת ומדשנת, שאין שום תפארת וטעם גשמי בעולם דומה לה אין הערה תג זאגט ער אויך אז דא ביי די כלי שירות ותשבחות דארף מען זיך אויך באוואוסטזיניגן פון אלע צדדי הנפש, כדי להתקשר בו ית'. מכיר זיין אז נאר דאס איז די אמת'ע עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט, און זיך פאר דעם מבטל זיין. מבטל זיין מיינט "נאר מיט דעם גיי איך מיך באוואוסטזיניגן". דאס איז דאך די מוחין לכל קומת הנפש. און אויך עס טון מיט די כלי המעשה, ווייל השי"ת וויל אז איך זאל עס טון. לעשות נחת רוח לבוראי ית"ש. דאס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד התפשטות. און די כלי צו באוואוסטזיניגן מצד התפשטות איז 1) רצון בוראי, און 2) מיין קבלת עול מלכות שמים און מיין יגיעה פשוטה לכוון הנפש לתיבות התפילה, מפשט צו זיין מיינע כוחות אל הפועל. וואס די כוחות זענען אויך נאר א כח אלוקי.

וכן הוא זקוק לפתוח התעוררות התפלה על ידי הבושה והיראה מכבודו ית' - מצד הדמות של הנפש - שהיא השער לכל ההשגה. אויב מיין גאנצע באוואוסטזיניגקייט אויף עקזיסטענץ איז באוואוסטזיניגט אויף די עקזיסטענץ פון השי"ת, ווער איך נישט באוואוסטזיניגט אויף מיין עקזיסטענץ ווען איך קוק אויף מיין דמות, נאר ווען איך קוק אויף מיין דמות וואס איז אנגעפילט מיט די באוואוסטזיניגקייט פון השי"ת, באוואוסטזיניג זיך מיר א יראה און א בושה. דאס מיינט בושה והיראה מכבודו ית' מצד הדמות של הנפש. די ווערטער שהיא השער לכל השגה מיינט, אז ווי מער מיין באוואוסטזיניגקייט איז באוואוסטזיניגט אויף די עקזיסטענץ פון באשעפער. אלץ מער ווערט מיין גאנצע קומת הנפש מכל צדדיה באואווסטזיניגט אויף דעם עקזיסטענץ.

נאכדעם זאגט ער: ואמנם העיקר הוא שידבק עצמו מאיזה צד הנפש שיוכל, בהתעוררות 'דעת' הנפש לפי מצבה אז. די פאר ווערטער איז אזא וויכטיג שטיקל. מיר דארפן אויפהייבן אונזער נפש פונקטליך פון די פלאץ ווי די נפש איז יעצט. מיר קענען נישט שפרינגען און אנכאפן זאכן ווי מיר האלטן נישט יעצט. לדוגמא: איך קום אריין דאווענען, אנגעזעצט, אויפגערעגט, פארזעצט, צוזעצט, פארקוועטשט, צאמגעקוועטשט. צעקנייטשט די מערסטע מעגליך. מיד. הונגעריג. וואס טו איך? מרירות אמיתית דקדושה. "די סיבה פארוואס איך בין וויאזוי איך בין איז נאר ווייל אור פני ה' איז באהאלטן פון מיר, און איך גליסט אז מ'זאל מיר דאס באוואוסטזיניגן מן השמים".

דאס דארף מען זיך אויסלערנען, אפילו די מצבי הגוף, איז א רעזולטאט פון אור פני ה'. און אפילו פון דארט קענען מיר גליסטן צו ווערן באוואוסטזיניגט מיט די ריכטיגע עקזיסטענץ. ויש לדעת עוד... זאגט ער אז צדיקים אמיתיים וחברים טובים הם כלים עקריים לגלות 'דעת הדביקות' הקדושה שבנפש. ווען מ'הערט אויס א גוטן יוד, און מ'איז זיך מחבר מיטן סוד היחוד ששופע בתוכם. דאס מיינט, מ'ווערט באוואוסטזיניג אז זיי זענען דאך דבוק אינעם סוד היחוד. און מ'איז זיך מיט דעם מחבר. מ'שעפט ארויס קדושה.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך געטראכט וויאזוי עיון התורה און תפלה, קענען באוואוסטזיניגן אויף סוד יחודו.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף שז

תגובהדורך נשמה » מיטוואך יולי 11, 2018 2:27 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

מעשי המצוה איז א כלי צו באוואוסטזיניגן אונזער בטחון וברית עם אלקיה עקזיסטענץ.

בריתו איז פון ביידע זייטן. דו רבש"ע גייסט מיך נישט אפלאזן, און איך גיי דיך נישט אפלאזן. קבלת עול מלכותו ית' איז צוויי זאכן, 1) דו רבש"ע ווילסט אז איך זאל טון דאס און דאס, און 2) איך וויל עס טון. די ביידע ווערט א כלי וואס הייסט קבלת עול מלכותו ית'. און דער כלי איז וואס מאכט מיך מפשט זיין מיט מיינע כלי המעשה, מיינע כוחות אל הפועל. און דער כלי איז וואס באוואוסטזיניגט מיך מיין עקזיסטענץ. ווייל יעדע כלי וואס מאכט מפשט זיין כוחות אל הפועל, עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד התפשטות. און מ'מאכט קשר, ס'שאפט זיך א נאנטקייט מיט אט די כלי. דא איז די כלי 1) דו רבש"ע ווילסט אז איך זאל טון, און 2) איך וויל עס טון. און מ'מאכט קשר מיט'ן רבש"ע, און מיט די אייגענע קבלת עול עס צו טון. און די צד התפשטות שאפט דעת התבססות. די נאנטשאפט מיט די כלי, איז א געפיל פון געבויט. מ'שפירט זיך געבויט ווילאנג מ'האלט אן די קשר מיט די כלי. מ'שפירט זיך געבויט א דאנק השי"ת הייסט מיך טון, און א דאנק אז איך בין מקבל דעם עול מלכות שמים.

און ווען איך טו בין איך מיך מקשר ב'בריתו'. דאס מיינט, איך באוואוסטזיניג דעם ברית אין מיין באוואוסטזיין. אז "רבש"ע דו גייסט מיך נישט אפלאזן, און איך גיי דיך נישט אפלאזן, איך גיי ארבעטן נאר פאר דיר, וואס דו הייסט מיך טון". התקשרות בבריתו ית' איז אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. די התקשרות בסוד בריתו ויחודו ית' איז ווייל אונזער עקזיסטענץ איז פון נשמת כללות ישראל וואס איז דבוק אין די שכינה הקדושה. נישט אזוי ווי די התקשרות צווישן צוויי אפגעטיילטע מענטשן. דאס הייסט אז די התקשרות בסוד בריתו ויחודו ית' איז א באוואוסטזיניגקייט אויף אונזער יחוד עקזיסטענץ.

יעצט אזוי, די דעת התבססות, די אויפגעבויטקייט וואס שאפט זיך אינעם מענטש, א דאנק די נאנטשאפט מיט דעם כלי, איז אזוי ווי הייליגע צעמענט. דער מענטש ווערט געבויט מיט הייליגקייט. ווייל די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך מכח דעם הייליגן כלי איז א הייליגע עקזיסטענץ. און אזוי ווי יעדע זאך וואס איז געבויט איז פעסט. שטאנדהאפטיג. דער מענטש ווערט באפעסטיגט. והוא נעשה סמוך ו'מובטח' בשפע קדושה שנמשך לנפשו בקיום מצוותיו ית', ומרגיש שנבנה לנפשו בזה 'בנין נצחי' סודי ואמיתי. (מיט די ווארט סודי מיינט ער לכאורה אז ווייל די סוד היחוד איז למעשה א סוד, איז די בנין מחמת דעם סוד)

וביותר הוא כן בעסקו בעניני העוה"ז וצרכיו הגופניים.
מ'קען נאכמער ווערן געבויט ווען מ'איז עוסק בעניני עוה"ז און צרכים גופניים, ווייל די אופן וויאזוי מ'איז עוסק איז דאך ווייטער "דו רבש"ע ווילסט אז איך זאל אזוי און אזוי טון, און איך בין מקבל אויף מיר עול מלכותך", און דאס איז פונקט אזוי א הייליגע כלי, וואס שאפט דעת התבססות דקדושה. און בתוך הסתר וחושך העוה"ז, האט מען דאך מער קבלת עול, און מער תשוקה. איז דא מער א געבוי, מער אן התקשרות בסוד בריתו ויחודו ית' לנצח.

אבער פארשטייט זיך אז פאר מ'טוט די מצווה זאל מען זיך באוואוסטזיניגן, ווער הייסט מיך טון די מצווה, און ווי ווייט מ'איז מקבל אויף זיך דעם עול. און ווען מ'טוט די מצווה, ווערט מען נתבסס בקדושה.

מנהגי ישראל איז די כלי צו באוואוסטזיניגן כבודו ויחודו ית' עקזיסטענץ.

די עצם הוויית האומה הישראלית ומנהגיה הקדושים, איז א כלי צו באוואוסטזיניגן א מענטש אויף כבודו ויחודו ית'. אזוי ווי די פסוק זאגט 'ישראל אשר בך אתפאר'. ווען מיר זעען די אלע זאכן. איך פארשטיי אז ווען מיר זעען אן ארון הקודש, מיט א שיינעם פרוכת איז דאס א כלי זיך צו באוואוסטזיניגן כבודו ויחודו ית'. ס'איז אבער אונזער עקזיסטענץ. מיר זענען א חלק נשמת כללות ישראל וואס איז דבוק בשכינה הקדושה. ס'איז נישט עפעס אן עקזיסטענץ חלילה וואס האט נישט קיין שייכות צו אונז. דער באשעפערס כבוד איז אונזער כבוד.

סיכום ענין העבודה עם הכלים

בדרגות העליונות הכלים אינם מצמצמים או מעלימים את הנפש, אין די העכערע דרגות, וויבאלד ס'האט נישט מיט די עצם כלים, נאר ס'האט מיט אונזער באוואוסטזיניגקייט, טוען נישט די כלים מצמצם זיין אדער פארהוילן די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ס'פארקוועטשט נישט. ואדרבה הם מגלים אותה בכל יופי טוהרה ואמיתתה, אדרבה, די כלים זענען נאר דא צו באוואוסטזיניגן אונזער אמת'ע עקזיסטענץ מער און מער. א מוסר ספר איז נאר דא צו באוואוסטזיניגן אונזער אמת'ע עקזיסטענץ מער און מער. אז מ'לערנט עס ריכטיג באוואוסטזיניגט עס בכל יופי טוהרה ואמיתתה. אונזער ציהל מיט דעם ספר לימודים לדעת איז צו באוואוסטזיניגן אונזער אמת'ע עקזיסטענץ אין אונזער באוואוסטזיין די מערסטע מעגליך.

שמתוך שכלים אלו הם מזוככים וקדושים ומותאמים לנפש ווייל די כלים זענען לויטער. לויטער מיינט אז די עצם כלים האבן גאר ווייניג השפעה אויף די באוואוסטזיניגקייט וואס באווואוסטזיניגט זיך. טויזענטער מענטשן קענען דאווענען און לערנען דעם זעלבן זאך, יעדער ווערט באוואוסטזיניגט גאר אנדערש. ווייל די עצם כלים איז זך = לויטער. ס'העלפט עפעס, אבער רובא דרובא קומט פון אונזער אייגענע באוואוסטזיין. און די כלים זענען הייליג, ווייל זיי באוואוסטזיניגן אז עקזיסטענץ קומט פונעם מקור העליון צו וואו אונזער באוואוסטזיניגקייט איז אנגעבינדן. פון הקב"ה. משמים. איין איינציגע עקזיסטענץ. ומותאמים לנפש, ווייל נאר זיי זענען די וואס קענען באוואוסטזיניגן אונזער אמת'ע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, און אונזער השתוקקות צו דעם אמת'ן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

הם 'מתאחדים' עמה לגמרי, נישט אז די פיזישע טינט פון די אות ווערט מתאחד מיט אונזער נפש, נאר וויבאלד רובא דרובא איז אונזער אייגענע באוואוסטזיניגקייט, ווערט אן התאחדות מיט די כלי. ומהווים ביחד 'מראה קדוש' לגילוי אלוקותו וכבודו בעולם. די אלע באוואוסטזיניגקייטן אליין, באוואוסטזיניגט אונז אויף אלוקותו וכבודו ית' בעולם. ועל ידם און דורך די כלים קדושים, האיש הישראלי מתעלה לאמיתת 'דעת' נפשו הפנימית בהתקשרה לסוד יחודו ומציאותו ית' ער ווערט באוואוסטזיניג מיט זיין אמת'ע עקזיסטענץ. באופן שהוא מרגיש בזה גם בחיי העוה"ז עונג גדול ומהותי שאין כדוגמתו כלל בתענוגים הגשמיים. דאס איז דאך די שפיץ פונעם ספר. און אזוי איז מען דאס משיג. מיט די כלים מזוככים וקדושים ומותאמים לנפש.

וזה הוא באמת עיקר נסיון החיים ומלחמתם, דער עיקר נסיון, און דער עיקר מיט וואס מ'שלאגט זיך אויף דער וועלט, איז להבחין הכלים שראוי לבחור בהם לגילוי דעת הנפש צו מבחין זיין וועלכע כלים מ'זאל זיך בוחר זיין צו באוואוסטזיניגן דערמיט אונזער עקזיסטענץ. שהיצר הרע והחומר מפתים את האדם לבלע נפשו בלחם הקל של כלים נמוכים וחומריים שמורגל בהם מנערותו. דער יצר הרע און די חומר, רעדן איין אז מ'זאל זיך באוואוסטזיניגן מיט די עוועליבל כלים נמוכים וחומריים. וואס מ'איז צוגעוואוינט פון קליינווייז אן.

ומוטל על האיש הישראלי און אלעס וואס מ'דארף טון איז, בכח נשמתו הטהורה להבחין ולהתבונן באפסיות והעדר הכלים הנמוכים, מיט די כח פון די נשמה הטהורה מיינט ער ווארשיינליך דורכן לערנען די הייליגע תורה, און רעדן צום באשעפער, תהלים, תשובה, וכו', וואס דערמיט באוואוסטזיניגט מען די נשמה הטהורה, און מיט דעם איז זיך מבחין פארן מענטש ווען מ'קלערט אריין, אינעם אפסיות והעדר פון די כלים נמוכים, אינעם אפסיות והעדר פון לדוגמא: תאוות אכילה. אז זיי באוואוסטזיניגן עקזיסטענץ וואס איז נישט מיין אמת'ע עקזיסטענץ. איך וויל טאקע באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ, אבער מיין אמת'ע "עקזיסטענץ". און זיי באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ אויף אן אופן אז ס'איז נישט מיין אמת'ע עקזיסטענץ. להעתיק נפשו מהם, די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס קומט פון זיי זאל ווערן אויס, ולבחור רק בכלים אמיתיים וקדושים לקשר בהם דעתו ונפשו און צו בוחר זיין נאר כלים אמיתיים וקדושים און מיט זיי זיך באוואוסטזיניגן, און מיט זיי שאפן א נאנטקייט.

ער האט שיינע הערות.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך געטראכט און עכט דארף מען עס טראכטן אגאנץ לעבן, וואס איז די עיקר נסיון, און מיט וואס דארף מען זיך בעיקר שלאגן.

והשם הטוב ישמור ויעזור ברוב רחמיו וחסדיו על כל בריותיו.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף שט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:41 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

שלש טעויות שכיחות בעבודה דקה זו של גילוי הנפש בקדושה


לרצות 'תוצאה' מן העבודה

מיר ווילן אז אונזער אמת'ע עקזיסטענץ - יחודו ית' - זאל באוואוסטזיניגט ווערן אין אונזער באוואוסטזיין, די נענטסטע צום אמת מעגליך. ווי מער דער אייבערשטער. און מיר בלייבן אלעמאל באוואוסטזיניגט אז מיר זענען א חלק פון אים. איז דא אבער ווען מ'מיינט אז אזוי און אזוי באוואוסטזיניגט מען עקזיסטענץ, ווען ס'איז א טעות. איינע פון די זאכן הייסט לרצות 'תוצאה' מן העבודה. מ'מיינט אז כדי צו באוויסטזיניגן די עקזיסטענץ דארף מען זיך פאַרנעמען מיט די תוצאות.

מיר ווילן ווערן באוואוסטזיניג אויף אונזער אמת'ע עקזיסטענץ. און דאס מיינט אז ווען מיר שפירן א התעוררות, קענען מיר מיינען אז דאס איז עס. דאס איז אונזער אמת'ע עקזיסטענץ וואס מיר האבן אזוי געגליסט אז ס'זאל זיך באוואוסטזיניגן אין אונזער באוואוסטזיין. די פראבלעם מיט דעם איז, אז די מער אמת'ע עקזיסטענץ ווערט יעצט אפגעהאלטן פון זיך באוואוסטזיניגן אין אונזער באוואוסטזיין, זייענדיג סטאק מיט דעם "התעוררות". ווייל מיר האבן עס מורא אפצולאזן. מיר האבן מורא אפצולאזן אזא חשוב'ע זאך וואס מיר האבן זיך שוין ענדליך ערווארבן. קומט אויס אז ווילאנג מיר זענען סטאק מיט דעם רגש התעוררות האלטן מיר גאר אפ אונזער מער אמת'ע עקזיסטענץ פון זיך באוואוסטזיניגן. אינדערצייט וואס מיר גליסטן אז אונזער אמת'ע עקזיסטענץ זאל זיך אלץ מער און מער באוואוסטזיניגן.

נאך א טעם, ובזה הם באמת 'עובדים' את רגש נפשם ולא את הבורא ית'. די רגע מיר ווערן סטאק, און מיר ווילן אנהאלטן א געוויסע התעוררות, ווערן מיר פארנומען מיט אונז, און מיר פארגעסן פון די אמת'ע עקזיסטענץ וואס דארף זיך דא מער און מער באוואוסטזיניגן, נעמליך יחודו ית'. געפילן איז נאר א דמות פון עקזיסטענץ. געפילן איז נאר א סימן אויף ווי ווייט עס האט זיך באוואוסטזיניגט עקזיסטענץ. מיר דארפן נישט צוגיין צו עבודת השי"ת כדי צו פילן, נאר מיר דארפן צוגיין צו עבודת השי"ת צו באוואוסטזיניגן אונזער אמת'ע עקזיסטענץ, און ווערן אויס באוואוסטזיניגט מיט קיין-אמת עקזיסטענץ. מיר גליסטן נישט צו פילן א טעם אין שב"ק, מיר גליסטן צו ווערן באוואוסטזיניגט וואס דאס מיינט שב"ק. מיר גליסטן נישט צו פילן א טעם אין דאווענען, מיר גליסטן זיך צו באוואוסטזיניגן וואס דאס מיינט דאווענען. מיר גליסטן צו ווערן באוואוסטזיניג אויף אונזער אמת'ע עקזיסטענץ. מכיר זיין אונזער אמת'ע עקזיסטענץ. די תענוג ושעשוע קומט פון עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. (איך האף איך שרייב ריכטיג, ורחמנא יציל אותי ממכשול)

דאס וואס צדיקים האבן גערעדט פון התרגשות און פון התלהבות האבן זיי דאס געמיינט; אז מ'זאל זיך באוואוסטזיניגן אויף אונזער אמת'ע עקזיסטענץ, מיט אלע כלי הגוף, מיט די מחשבה, און מיט די חושים, און מיט די כלי המעשה. דער הייליגער פיאסצנא'ר זצ"ל האט אונז געוואלט אויסלערנען אז מיר זאלן האבן געפילן, ווייל ער האט געוואלט אז מיר זאלן זיך באוואוסטזיניגן אויף עקזיסטענץ. און איינמאל מ'ווערט א מענטש וואס באוואוסטזיניגט זיך אויף עקזיסטענץ, קען מען זיך באוואוסטזיניגן אויף אונזער אמת'ע עקזיסטענץ. אהבה און יראה איז נישט בלויז געפילן. אהבה און יראה איז אן איבערצייגעניש אין עקספיריענס וואס איז אונזער אמת'ע עקזיסטענץ. א באוואוסטזיניגקייט אויף די אמת'ע עקזיסטענץ וואס ברענגט ארויס אונזער אהבה און יראה צו עס. ואהבת את ה' אלוקיך מיינט, זאלסט דיך אזוי באוואוסטזיניגן אויף די אמת'ע עקזיסטענץ, אז דו זאלסט אנערקענען ווי ווייט דו [נשמתך הקדושה] האסט אים נאטורליך ליב. את ה' אלוקיך תירא מיינט זאלסט דיך אזוי באוואוסטזיניגן אויף דיין אמת'ע עקזיסטענץ, אז דו זאלסט נאטורליך מצד טבע נשמתך פון אים מורא האבן, ובו תדבק מיינט זאלסט דיך אזוי באוואוסטזיניגן אויף די אמת'ע עקזיסטענץ, אז דאס וועט דיך צוקלעבן צו אים. ווי מער באוואוסטזיניגקייט אויף אונזער אמת'ע עקזיסטענץ, אלץ מער מורא, אלץ מער אהבה, אלץ מער דביקות.

והעצה היא אז מ'זאל בכלל נישט זיין פארנומען מיט די 'תוצאה' פון וואס מ'טוט. אין הערה תח: אז מ'זאל נישט גליסטן "איך וויל האבן דעם געפיל וואס איך האב געהאט נעכטן. אדער איך משל מיך אויס וויאזוי ס'גייט זיך פילן בשעת איך גיי היינט זאגן נשמת. אדער איך וויל דוקא אזוי און אזוי פילן בשעת איך גיי זאגן קינות, (משיח זאל שוין קומען בב"א) אדער איך וויל אז ס'זאל זיך אזוי און אזוי פארשטיין בשעת איך לערן א בלאט גמ'. נאר כדי צו באוואוסטזיניגן אונזער אמת'ע עקזיסטענץ מער און מער, זאל מען זיין באוואוסטזיניג אז יעדע רגע דארף זיך באוואוסטזיניגן א נייע סארט באוואוסטזיניגקייט משמים, וואס אמנם מ'גליסט זייער שטארק אז מ'זאל פון הימל באוואוסטזיניגן די 'אמת'ע עקזיסטענץ', ווייסט מען אבער נישט פון פארדעם וואס דאס איז. וויאזוי ס'גייט זיך פילן. און וויאזוי ס'גייט זיך וויסן. מיר ווייסן נאר וואס די כלים זענען.

א מענטש וואס פלאנירט וויאזוי ס'גייט אויסקוקן זיין התעוררות בשעת ער גייט הערן א דרשה, אדער לערנען א חסידיש טייטש אין א ספר, אדער בשעת איך גיי באלד שטיין שמו"ע, האט עס קאליע געמאכט, אדער בלאק"ט ער דעם אמת'ן באוואוסטזיניגקייט פון זיך באוואוסטזיניגן אין זיין באוואוסטזיין. מיר דארפן נאר זיין גרייט צו מקבל זיין. און וואס מ'איז זוכה אז מ'זאל באוואוסטזיניגן משמים איז מען זוכה א מתנת חנם בחסד הבורא ית' ורחמיו המרובים. מיר דארפן זיך נאר אויסשטעלן צו די כלים, אונטערלייגן א ליידיג גלעזעל אז ס'זאל האבן וואו ארייצורינען. און האפן און ווארטן אז מ'זאל משפיע זיין משמים א מתנת חנם. דער עיקר איז צו געדענקען אז די פאקטישע באוואוסטזיניגקייט דאס באוואוסטיזיניגט זיך פון הימל. ווען מיר באוואוסטזיניגן זיך אויף די געטליכע כוחות וואס איז באהאלטן אין אותיות התורה ותפילה צו באוואוסטזיניגן, דאס מיינט נישט אז מ'באוואוסטזיניגט זיך אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

מ'דארף בעיקר זיין באוואוסטזיניגט אויפן באשעפער אז ער איז די איין איינציגע עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט און איך בין א חלק פון אים. דהיינו, "דער אייבערשטער איז תמיד דא מיך צו באוואוסטזיניגן משמים מיין אמת'ע עקזיסטענץ א גאנצן צייט פון דאס ניי", ווען מ'איז זיך מעורר מיט כלים קדושים, און מ'גליסט זייער שטארק צו אים. ויתבטלו בכל נפשם ל'אלוקותו ית"ש שבתוך ההארה', דאס מיינט, אז מ'זאל אגאנצן צייט זיך גארנישט אויסדרייען צו די הרגשים. נאר קוקן צום מקור אז ער זאל אגאנצן צייט באוואוסטזיניגן נאך און נאך און נאך. נאך אהבה, נאך יראה, נאך דביקות, נאך השתוקקות, נאך דיבורים, נאך תשובה, טהרה, וכו'. שהוא ית' קיים לעד, ונמצא להם תמיד. נישט קוקן "wow, קוק אן מיין אהבה, מיין יראה, און דביקות, וואס איך האב יעצט" דאס טויג נישט. מיין אהבה און יראה פאר זיך, אן פון וועם איך האב מורא, און וועם איך האב ליב?

און נאך מער דארף מען וויסן, אז אויב מ'עקשנ'ט זיך צו ווערן אזוי און אזוי עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, אז דער התעקשות ווייזט אז "דער עיקר וואס איך וויל איז, אז איך זאל מיך נאכדעם גוט פילן, אז איך האב געשאקלט לולב מיט אזא און אזא התעוררות" מ'קען חלילה פארגעסן פארוועם און פארוואס מ'שאקלט לולב. און אויב מ'ווערט פארנומען מיט זיך, איז מען דאך זיכער זייער ווייט מלהתדבק ולהתקשר באמיתת רצונו ומציאותו ית"ש.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך פרובירט צו מיטלעבן ווי ווייט מ'דארף נאר גליסטן אז מ'זאל משמים באוואוסטזיניגן דעם אמת'ן עקזיסטענץ, אבער נישט זיין פארנומען וואס מ'גייט באוואוסטזיניגן.

והשם הטוב ירחם ויעזור וישמור ברוך רחמיו וחסדיו.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף שיא

תגובהדורך נשמה » פרייטאג יולי 13, 2018 3:06 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

ב. לרצות 'הבנה' בעבודה

נאך א טעות וואס מ'קען מיינען ווען און ווייל מ'וויל אז ס'זאל זיך באוואוסטזיניגן דעם אמת'ן עקזיסטענץ איז: אז מ'פרובירט צו פארשטיין די באוואוסטזיניגקייט וואס עס האט זיך באוואוסטזיניגט אינעם באוואוסטזיין. די פראבלעם דערמיט איז אז מיט'ן עס וועלן פארשטיין באצוימט מען גאר די באוואוסטזיניגקייט, ווייל מ'איז עס מפרש לויט די גדרי השכל. מ'ברענגט עס אריין אינעם שכל ווייל מ'וויל עס פארשטיין, אבער דערמיט לייגט מען צו חומר וואס באגרעניצט איר ענדלאזע שיין. מ'שטעלט עס אויס אין געוויסע פארעמען ווייל מ'וויל ס'זאל מאכן סענס פארן שכל, אבער דאס באצוימט די באוואוסטזיניגקייט. די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך איז קודם די הבנת השכל. איז גרעסער ווי די הבנת השכל. איז גרעסער ווי די טעאריעס ווייל מ'פרובירט עס צו פארשטיין מיט'ן שכל. דאס איז א רויע זאך וואס מ'קען זיך נאר באוואוסטזיניגן דערצו וויאזוי נאר עס האט זיך באוואוסטזיניגט, אן קריטיקירן צו ס'מאכט סענס אזוי צו פילן. ועיקר ההשגה בהן היא רק בדרך התבטלות והתדבקות בצורה חושית מציאותיות. דאס וואס עס האט זיך באוואוסטזיניגט דאס איז עס, איך דארף גארנישט פארשטיין.

למשל די עקספיריענס פון המשכה צו א שיינעם אויסקוק, אדער א זיסע ניגון. די רגע מ'וויל עס פארשטיין, נעמט מען עס ארויס פון מקור און מען לייגט עס אריין אין אזאנע גדרים וואס 'שכל' קען פארשטיין, אבער דערמיט מאכט מען עס ווייניגער. א סך טעאריעס וואס ס'דא אויף ערשיינונגען פון פארשידענע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייטן, פארקלענערט אזאנע ערשיינונגען, אזוי ארום אז די באוואוסטזיניגקייטן זענען געווארן געצוימט א דאנק די טעאריעס. די רצון צו פארשטיין: "פארוואס צופייער איך מיך אזוי?" פארקלענערט די פייער, פארקלענערט די באוואוסטזיניגקייט וואס האט מיט רעכט געוואלט ארויסקומען פון באהאלטעניש און זיך באוואוסטזיניגן אינעם באוואוסטזיין. געבויט א אייזערנעם קליינעם קאפ וואס האלט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט קליין און קוים מערקבאר. אבער נישט ווייל די פייער האט פארלוירן איר כח.

און אזוי איז מיט אסאך באוואוסטזיניגקייטן וואס קומען פון אונזער נפש. וואס ווייל מ'וויל נישט זיין פרימיטיוו, און מ'וויל זיין אויפגעקלערט, אהערגעשטעלט, און א מענטש פון די נייע וועלט, און "פארשטיין", מאכט מען טעאריעס אויף ערשיינונגען וואס ערשיינט אין אונז, טעאריעס וואס האבן באהאלטן אסאך ריינע נפשיות'דיגע קוועלע. און מ'כאפט נישט אז די ארגינאלקייט פון אונזער נפש פון בריאת העולם איז גארנישט געווארן קלענער. מ'האט איר נאר פארשעמט, און איינגעמאכט אז זי זאל זיך מער נישט באווייזן אזוי ווי זי וויל.

ג. לרצות 'דמות' העבודה.

ס'דא נאך א טעות, וואס שטערט פון ווערן באוואוסטזיניג אויף די אמת'ע עקזיסטענץ מער און מער, און דאס איז ווען מ'מיינט אז ס'דארף וואקסן די דרויסנדיגע תנועות. למשל: מ'שטייט שמו"ע, און מ'זאגט ומביא גואל לבני בניהם למען שמו באהבה, מיט א השתוקקות אז השי"ת זאל באוואוסטזיניגן דעם אמת'ן עקזיסטענץ. און דער אייבערשטער ברוב רחמיו באוואוסטזיניגט משמים א געוויסע באוואוסטזיניגקייט. יעצט, דער מענטש, אנשטאט ער זאל זיך מער באוואוסטזיניגן אויף די באוואוסטזיניגקייט וואס עס האט זיך באוואוסטזיניגט, און ער זאל זיך דערמיט שפירן נענטער צו השי"ת, טראכט ער: "וויאזוי איז יעצט מיינע תנועות, איך שאקל מיך ווי אן עובד ה',"? זיין באוואוסטזיין ווערט יעצט פארנומען מיט זיינע דרויסנדיגע תנועות. אנשטאט, זיין באוואוסטזיין זאל יעצט ווערן באוואוסטזיניגט מיט די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס עס האט זיך יעצט באוואוסטזיניגט משמים, איז עס פארנומען מיט זיינע חיצוניות'דיגע תנועות.

אדער לאמיר זאגן מ'טאנצט אין ביהמ"ד בואו בשלום. איז אנשטאט דער מענטש זאל זיך אויפמערקן אויף די באוואוסטזיניגקייטן וואס באוואוסטזיניגט זיך אין זיין באוואוסטזיין, פארנעמט ער זיין באוואוסטזיין מיט דרויסנדיגע שיינע געהויבענע תנועות וואס מ'קען אלץ מאכן, און קלאטשן מיט די הענט. און ער האפט צו ווערן עפעס נענטער צו השי"ת. ער כאפט נישט, אז מיט'ן ווערן פארנומען מיט שיינע קלאטשעריי לאט ער יעצט אפ דעם אייבערשטן. קלאטשן איז נאר גוט ווען די באוואוסטזיין איז באוואוסטזיניגט אויף די פנימיות. (פנימיות איז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט) און די קלאטשעריי איז אדער מעורר די פנימיות וואו מ'איז יעצט, אדער קומט עס פון די פנימיות. אבער אויב די באוואוסטזיין ווערט פארנומען מיט די חיצונית'דיגע קלאטשעריי, פארנעמט מען די באוואוסטזיין פון זיין מקושר צום אייבערשטן.

קומט אויס, אז מ'גליסט אזוי שטארק צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, אבער מיט'ן מיינען אז דרויסנדיגע תנועות, טאקע דאס איז התקרבות, אז "ס'ווענט זיך ווי ערליך מיין חיצונית'דיגע שאקלעריי איז" בלייבט מען אינדרויסן. די זעלבע ווען מ'טאנצט שמחת תורה. מ'וויל זיך באוואוסטזיניגן דעם אמת'ן עקזיסטענץ, אבער מ'ווערט פארנומען ווי שיין מ'טאנצט, און ווי שיין יעדער זעהט. "איך בין אזא צדיק, איך טאנץ ווי אן ערליכער יוד, איך קוק ארויף, און איך קוק אראפ, און איך מאך מיט די הענט" ער ווערט באוואוסטזיניג אויף זיין הייליגע עקזיסטענץ ווייל ער מאכט נאך תנועות פון א צדיק. אבער ער ווערט נישט באוואוסטזיניגט אז דער אייבערשטער איז די איין איינציגע עקזיסטענץ וואס עקזיסטירט. אויב מ'ווערט פארנומען דערמיט, שטערט עס דעם באוואוסטזיין פון ווערן באוואוסטזיניגט אויפן אמת'ן עקזיסטענץ.

דא זאגט ער מורא'דיג, והאמת היא שהעובד הפנימי אינו מרגיש התראותו כלל, דאס אז מ'איז פארנומען "איך מאך עס אזוי גוט, קוק ווי גוט איך מאך עס", אדער "איך מאך עס אזוי גוט, און יענער זעהט עס", דאס מיינט "דאס אז יענער קוקט, אדער איך אליין קוק, דאס איז מיין מציאותיות". קומט אויס, אז מ'דארף (איך מיין מיך ביטע) תשובה טון, און איינזעהן אז מ'דארף ווערן באוואוסטזיניג אז דער אייבערשטער איז די עקזיסטענץ. אה, יעצט כאפ איך. און ווען מ'ווערט באוואוסטזיניג אז דער אייבערשטער איז עקזיסטענץ, און עפעס אנדערש נישט, דאן איז אוודאי אז כל דמותו היא פשוטה וצנועה מבלי שום בליטה חיצונית. ער מיינט נישט צו זאגן אז מ'שאקלט זיך נישט, אז מ'קלאטשט נישט, מ'טאנצט נישט, ער מיינט צו זאגן, אז דער מענטש וויל באמת גארנישט ארויסשטארן. ס'וויל זיך אים נישט קלאטשן ווייל מ'זאל זעהן. ס'וויל זיך אים נישט טאנצן ווייל מ'זאל זעהן. ער וויל גארנישט פון די סארט זאכן.

יעדע מאל וואס ס'גליסט זיך אזא סארט תנועה של בליטה והתראות חיצונה זאל מען עס נישט טון, ווייל דאס איז הסתרת הנפש והשחתת הדעת האמיתית. דאס איז גילוי יענעמ'ס באוואוסטזיין אויף מיין עקזיסטענץ. יענער באוואוסטזיניגט מיין עקזיסטענץ. און נישט מיין באוואוסטזיין ווערט באוואוסטזיניגט משמים מיטן אייבערשטענס עקזיסטענץ. ער ענדיגט ורק בהתבטלות אמיתית וגמורה להארת הנפש הפנימית שייך להתקשר באלוקותו ית'. די באוואוסטזיין דארף זיין פארנומען נאר אז מ'זאל משמים באוואוסטזיניגן דעם אמת'ן עקזיסטענץ. נישט יענער זאל עס טון.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך דאס געטראכט, ווי ווייט מ'קען לעבן אין א טעות און ווערן באוואוסטזיניג אויף די נישט אמת'ע עקזיסטענץ.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף שיב

תגובהדורך נשמה » זונטאג יולי 15, 2018 3:14 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ


פרק חמישי: יישוב הדעת


ב"ה

"What must be true for this client in order for this to be true?" וואס מוז זיין אמת פאר די קלייענט, כדי די וועג וויאזוי ער קוקט אן די וועלט, זאל זיך אים פילן אמת. ווייל ווילאנג דעס איז אמת, מוז עקזיסטירן די סימפטאם.

דאס איז די אויסדרוק וואס פירט טערעפיסטן אין קאוהירענס טערעפי אויסצוהיילן זייערע קליענטן פון סימפטאמען. די אויסדרוק פון ר' שרגא אין זיין ספר איז: מידות רעות אלו הן בשורשן ביטוי צער הנפש שנסתבכה בכלים העדריים, ומשתוקקת לשוב למקורה באמיתת מציאותו ית'. די כלל איז די זעלבע ביי ביידע: ס'איז די טיפסטע מציאותיות האמיתית אינעם קליענטס וועלט וואס מאכט ער זאל פראדוצירן דעם סימפטאם. כלים העדריים איז אן emotional reality. ס'איז עקזיסטענץ פאר די חושים.

ולכן אי אפשר לרפאותן רק במה שמרפאין את הנפש בשורשה.
כדי אויסצוהיילן כעס, כדי אויסצוהיילן עצבות, מוזן מיר אלץ די קלייענטן צעווארפן בלי כפיה נאר בלויז מיט הכרה, צעווארפן די פאלשע מציאות. די מציאותיות הדמיונית. און דאס איז וואס דער טערעפיסט שרייבט:

I tend to put my energy into digging deeper into the client’s emotional truth, building a version of reality that becomes so black-or-white, so all-or-nothing, and so global, as to be inherently unstable and vulnerable to collapsing as they maintain mindful awareness of it while navigating life experiences.

מיר אלץ יודן, חלק מנשמת כללות ישראל, מיט אמונה שלימה, קענען מיר טוישן די בליק אויף "הארטע" reality. איך זאג נישט מיט א זיכערקייט אז ביי אלע סימפטאמען וואס מ'טרעפט אין קאוהירענס טערעפי, וועט דער בלויזן צוגאנג פון ר' שרגא העלפן. נישט ווייל איך בין איבערצייגט אז ס'וועט נישט העלפן, נאר איך בין נאכנישט איבערצייגט אז ס'וועט העלפן. לאמיר נעמען א מענטש מיט low self esteem. און די סיבה איז, ווייל ער וויל טיילן אן emotional reality מיט זיינע עלטערן, אין א פאל וואס די עלטערן האבן אים אומווילנדיג, און אומדירעקט געגעבן דעם מעסעדש אז ער איז נישט קיין ווערדפול עקזיסטענץ. אויב זאל דאס קינד, איבערנעמען זיין מציאותיות דמיונית מיט די מציאותיות פון "איך בין א יוד, חלק מנשמת כללות ישראל, חלק אלוק ממעל" און אלע אנדערע מהלכים פונעם ספר לימודים לדעת, דארף דאס (נישט אז איך בין איבערצייגט) אדער טוישן זיין שטאפל פון self esteem. אן דעם וואס ער זאל זיין פארנומען דערמיט. ר' שרגא האלט אז מ'זאל נישט זיין פארנומען מיט self esteem. אדער אינגאנצן אוועקנעמען די פראגע, יא סעלף עסטים אדער נישט סעלף עסטים. און אים ארויפברענגען סך העכער ווי ארבעט ארום סעלף עסטים זאל האבן עררייכט. און איך רעד ווען מ'טוט וואס ר' שרגא שלאגט פאר, נישט ווען מ'ליינט וואס ר' שרגא שלאגט פאר.

ר' שרגא'ס ספר איז - לויט מיין איבערצייגונג - א טויש אינעם experiential reality. די זעלבע טויש וואס עס קומט פאר מיט א קלייענט אין קאוהירענס טערעפי. די conscious awareness ווערט אויסדרוקליך געטוישט. מ'דארף אינוועסטן ארבעט, עכט לעבן אינעם הווה, אבער ס'טוישט אין א טיפע טיפע שטאפל. בכלל ווען מיר זאלן דורכגיין קעיס עקזעמפל'ס פון ק"ט, וועלן מיר זעהן אז ס'איז מציאותיות וואס שפילט דא א ראלע. ס'איז א געוויסע state of mind, וואס דארף ווערן צופלאצט. א געוויסע איגאו סטעיט וואס דארף גיין פון עקזיסטענץ. ווען איינער זאל מיך פרעגן, וואס איז די טיפסטע מהלך החיים וואס איז די נענסטע צו קאוהירענס טערעפיס וועג פון אויסהיילן בשורש א סימפטאם, וואלט איך געזאגט "לימודים לדעת".

דער מענטש וואס האט מורא געהאט צו מצליח זיין אין זיין לעבן ווייל זיין עמאציאנאלער לערנונגען האט זיך אויסגעלערנט אז הצלחה = פארלירן caring attention, וואס איז caring attention, אויב נישט מציאותיות. די שטארקע זאך וואס אונזער סעקפטיק קען אבער ארויפברענגען איז: "וויאזוי ווייס איך וואס פאר א עמאושענאל ריאליטי עס געפינט זיך אין מיין אונטערנבאוואוסטזיין, אז איך וואלט עס געוואוסט, וואלט איך עס געטוישט, אבער ס'איז דאך אונטערנבאוואוסטזיין?" און ס'איז אמת. אבער דאך וויל איך ענטפערן אז ווען א מענטש לעבט תמידיות'דיג עכט אינעם הווה, האט דאס somehow אן איינפלוס אויף זיינע עמאושענעל ריאליטיס. איך וויל אפשר זאגן אז לעבן אינעם הווה מיט כלים אמיתיים אפדעט די ערווארטונגען. אבער דאס איז איינמאל זיכער אז ס'איז די תשוקה צו בלייבן אין עקזיסטענץ וואס שפילט א ראלע.

מ'קען זיך נישט איבערצייגן אינעם ווירקזאמקייט נאר אויב מ'פרובירט. אויב מיר וועלן פרובירן די מהלך פון לימודים לדעת בעמקות וביגיעה, נישט אויבערפלעכליך, נאר דורכדרינגליך, און זיך איבערצייגן אין אירע רעזולטאטן, קען דאס שאפן נייע פארשטייאונגען אין די פעלד פון רפואת הנפש. ווייל דאס וואס ק"ט פארשטייט איז אויך נאר געקומען פון געשעענישן וואס האבן פאסירט און זיי האבן זיך געפרעגט "פארוואס"? און געשאפן א טעאריע. אויב ווילן מיר זיך איבערצייגן אין די שטארקייט פון די ווירקונג פון לימודים לדעת, דארפן מיר דאס פראקטיצירן. אן פארשטיין פארוואס. און נאכדעם זעהן וואס פאסירט?

הכעס

rage, ער טענה'ט אזאך וואס מ'זעהט קלאר, אז כעס קומט פון א אומריכטיגע מציאותיות. באהאלטענע כעס קומט אויך פון מציאותיות דמיונית. א מענטש קען מיינען ביי זיך אז ער וויל נעמען מציאותיות פון דאווענען און לערנען, אבער אונטערנבאוואוסטזיין וויל ער נעמען מציאותיות פון אנשים מן החוץ יכירו בערכו וחשיבותו ויכבדו אותו. מיין נקודה איז, איך דארף אריינקוקן אין מיר און איינמאל פאר אלעמאל פרעגן די קשיא: "פון וואו רבש"ע וויל איך נעמען מציאותיות"? הבט בעצמך, אויב א מענטש וויל אונטערנבאוואוסטזיין נעמען מציאותיות פון אנשים מן החוץ יכירו בערכו וחשיבותו ויכבדו אותו. און ער שפירט גערעגט ווען ער גייט אהיים פון ביהמ"ד, אדער ווען ער זיצט אינדערהיים מיט זיינע בני בית, און דער מענטש ווייסט נישט פארוואס? וואס איז נישט גוט דא? דער מענטש פילט אין זיך א צער עמוק פנימי, כאילו נהרסה ונעדרה כל ה'מציאותיות' שבה. דאס איז וואס ער פילט. אבער וויבאלד דער מענטש האט קיינמאל נישט אריינגעקוקט אין זיך "פון וואו נעם איך באוואוסטזיניגקייט אויף מיין עקזיסטענץ"? "פון וואו נעם איך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט?" דערפאר ווייסט ער נאר אז ער שפירט א טיפע ווייטאג און כעס.

א מענטש קען זיך אנקוקן ווי אן עניו, "נע, איך דארף כבוד? פארשעם מיר, ס'גייט מיך נישט אן!". אבער ווייל באמת נעמט ער מציאותיות פון "וויפיל איך בין מכובד ביי מענטשן אזויפיל איז מיין עקזיסטענץ ווערד", טוט עס אים יא וויי. ווייל ער האט נישט מבטל געווען מיט הכרה די מציאותיות דמיונית. אריינקריכן "פון וואו באמת נעם איך מציאותיות"? מיינט אריינקריכן אינעם נערוו צענטער. אין די חוט השדרה פון עמאושענעל פראבלעמען. אדער ווען די רצון פון א מענטש אדער זיין אייגענע וועזן ווערט די מציאותיות, איז אוודאי אז מ'ווערט אין כעס.

תפקיד הכעס ותכליתה

דער מחבר פון לימודים לדעת שטעלט אוועק אז פאר יעדע ערשיינונג פון כעס אפילו ווען ס'איז נאר קליינטשיגע אינערליכע ריאקציעס, מוז עקזיסטירן אינעם emotional reality א מציאותיות דמיונית. אזוי ווי אין ק"ט טענה'ט מען אז די סיבה פארוואס א סימפטאם ווערט פראדוצירט אינעם קערפער איז צוצושטעלן א געוויסע געברויך (א געוויסע מציאותיות), אזוי שרייבט דער לימודים לדעת ווען ס'קומט צו כעס. אז די ענערגיע פון כעס איז אן ערפילונג אויף די העדר המציאותיות. I'm still alive. א צעטיל פון מתבונן וואלט זיך געליינט אזוי: "די איינציגע וועג וויאזוי איך קען שפירן מיין מציאותיות איז נאר בשעת איך רעג מיך און איך רעד מיך אפ אויף זאכן וואס גייט נישט וויאזוי איך וואלט געוואלט אז ס'זאל גיין, כאטש איך ווייס זייער גוט אז דאס הרג'ט מיין לעבן, מיין געזונט, מיינע רילעשאנשיפס, איז מיר אבער לעבנס-וויכטיג צו פילן אז איך עקזיסטיר, און דאס איז די איינציגע וועג". עפעס אזוי. (און צומאל דארף מען אויפגעבן אויף א געוויסע ego state, אויף א געוויסע מציאותיות, אזוי ווי איינער וואס האט געמיינט אז ס'גייט עפעס געשעהן טאמער ער גייט נישט גיין מיט אן אויפגעהויבענעם קאפ, אבער ער האט איינגעזעהן אז ס'איז באמת גארנישט געשעהן ווען ער איז געגאנגען געהעריג)

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך געקוקט אויף מיינע אינערליכע ריאקציעס פון כעס און התאוננות, און פרובירן צו דערשנאפן די מציאותיות דמיונית וואס ס'ליגט דערונטער.

והשם הטוב יעזור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: עפר רמה ותולעה, שמן און 17 געסט