לימודים לדעת ביודיש.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף שיז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

העצבות

ס'קוקט מיר אויס אז מציאותיות איז: ס'איז באוואוסטזיניגט די עקזיסטענץ אויף אזא אופן אז מ'האט א תשוקה זיך צו באוואוסטזיניגן מער און מער אין דעם עקזיסטענץ. ס'קוקט מיר אויס אז באוואוסטזיניגקייט אז מ'לעבט, מיינט נאך נישט מציאותיות. מציאותיות איז די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד די נשמה חלק אלוק ממעל. עצבות איז עפעס אזא "איך גליסט נישט צו מער און מער באוואוסטזיניגן דעם עקזיסטענץ וואס איך ווייס מיך יעצט". א תשוקה צו אבדון ה"י מיינט נישט א תשוקה צו באוואוסטזיניגן די באוואוסטזיין מער און מער אין עקזיסטענץ. ער שרייבט: ולכן לא תימצא העצבון רק במי שחושב שאין לו עוד שום קיווי בחייו, והוא מתייחס לענין שנחסר לו, כ'מציאותיות' כללית שנוגעת לכל מהותו וחייו.

שתי בחינת בעצבות

ס'ווענט זיך וואס ס'באוואוסטזיניגט דעם מענטש זיין עקזיסטענץ. אויב רצונו והנאותיו פון גשמיות אדער רוחניות איז וואס באוואוסטזיניגט אים זיין עקזיסטענץ, וועט ער זיין בעצבות ווען ער האט עס נישט, און ער קען זיך נישט באוואוסטזיניגן דערמיט. אויב ערכו המהותי איז וואס באוואוסטזיניגט זיין עקזיסטענץ, וועט ער זיין בעצבות ווען ער פארלירט זיין ערך.

העצבות מבטאת עצמה בכל צדדי הנפש

איזהו מכובד המכבד את הבריות, מ'קען זאגן פשט, וויבאלד ער איז מכבד די מענטשן, איבערצייגט דאס אז ער איז באוואוסטזיניגט אויף זיין אמת'ע עקזיסטענץ, אז ער האט די אמת'ע דעת של 'התכבדות וערך' און די כלל איז אז: יעדער זעהט יענעם לויט וויאזוי זיין אייגענע עקזיסטענץ איז אים באוואוסטזיניגט. די רגש של ערך וחשיבות וואס מיר געבן צו אונזער ארומיגע לעבן, איז ווען מיר זענען באוואוסטזיניג מיט אונזער ריכטיגע עקזיסטענץ. ס'איז נישט די פשוט'ע טיש און בענקל וואס דער ערליכער יוד איז אזוי מחשיב, ס'איז זיין אמת'ע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס מאכט אז ער זאל דאס מחשיב זיין. אלץ כלים לגלות יחודו ית"ש. און אויב א מענטש איז בעצבות, מיינט דאס דאך אז ער איז נישט באוואוסטזיניג אויף זיין ריכטיגע עקזיסטענץ, דערפאר זעהט ער אלעס ארום מיט זיינע גלעזער כחסרי תוכן וענין.

ועם זה מורגש עוד מחסור כללי במתעצב, בשאר צדדי הנפש וגווני הדעת שלו.
אז אין זיין גאנצע קומה זעהט מען עס אן.

העצבות מורגשת ביותר בבעלי נפש גבוהה

ער זאגט צוויי סיבות פארוואס פון די דריטע דרגא און העכער, איז מער שייך עצבות. די ערשטע סיבה איז: וויבאלד אין די דרגות העליונות צוליב וואס דער מענטש איז באוואוסטזיניגט אויף זיין עקזיסטענץ, אז זיין באוואוסטזיין איז די עקזיסטענץ, (בעסער געזאגט: חלק פון עקזיסטענץ), און נישט די דרויסנדיגע כלים, דערפאר איז ער מער באוואוסטזיניגט אויף זיין עקזיסטענץ. און יעדע קליינע שטער איז אים נוגע, ווייל ס'גייט גראד צו זיין באוואוסטזיין. אבער אין די דרגות התחתונות וויבאלד דער מענטש איז באוואוסטזיניגט אז די כלים זענען זיין עקזיסטענץ, דערפאר איז זיין באוואוסטזיין נישט אזוי באוואוסטזיניגט אויף זיין עקזיסטענץ, און א קליינע טויש אין כלים רירט נישט אן זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. און די צווייטע סיבה איז: ווייל אין די דרגות העליונות איז דער מענטש באוואוסטזיניג אויף זיין עקזיסטענץ, האדם ער למאורעות נפשו ופירכוסיה, והוא מרגיש שמחתה וצערה ביותר תוקף מבדרגות התחתונות. און דערפאר שפירט סך שטערקער ווען ער איז out of existence. עיין הערה תיט.

העצבון הכללי בעולם


כבר ביארנו בהרחבה האיך האדם שאינו עובד את הבורא ית"ש אי אפשר לו בשום פנים ואופן להשיג מציאותיות אמיתית. ס'קוקט אויס, ווי אונזער נפש ווייסט וואס עס איז אמת'ע (דהיינו, נענטער צו אמת'ע עקזיסטענץ) באוואוסטזיניגקייט. אונזער נפש ווייסט און קען פונאנדערטיילן "ווען בין איך באוואוסטזיניג אויף אמת'ע עקזיסטענץ, און ווען נישט". ס'קוקט אויס, ווי אונזער נפש לאט זיך נישט פארקויפן לאקשן. ס'ווייסט, און ס'גליסט צו מציאותיות אמיתית. זאגט ער: האדם שאינו עובד את הבורא ית"ש אי אפשר לו בשום פנים ואופן להשיג מציאותיות אמיתית. טיף אינעווייניג ווילסטו מציאותיות אמיתית. און וואס דו טוסט וועט נישט העלפן ווילאנג מ'הייבט אן דינען השי"ת וואס ער איז די מציאותיות האמיתית. וכל המציאותיות הנפשית שלו היא מרומה ודמיונית. די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס דער אינו עובד את הבורא ית"ש איז באוואוסטזיניגט, היא מרומה ודמיונית, איז נאר א דמיון. ס'איז נישט די אמת'ע עקזיסטענץ.

ואדם כזה בהכרח מרגיש בפנימיותו העדר עמוק נפשי ועצבות עמוקה שמלווה אותו בתמידות.
וויבאלד די נפש ווייסט וואס זי זוכט, און זי באקומט עס נישט, שפירט דער מענטש מכח דעם נפש, א העדר עמוק נפשי. אז ס'פעלט. "איך בין נישט אין מיין אמת'ע עקזיסטענץ". אויף ווי ווייט אמת'ע עקזיסטענץ מ'איז באוואוסטזיניג, אזוי נאנט צום אמת'ן עקזיסטענץ איז מען. אזוי קומט אויס. און ווי מער אומ'אמת'ע עקזיסטענץ מ'איז באוואוסטזיניג, אזוי ווייט איז מען פון אמת'ע עקזיסטענץ. און ווי נאנט מ'איז, און ווי ווייט מ'איז, אזויפיל מציאותיות האמיתית איז מען. איז אויב די מציאותיות הנפשית איז מרומה ודמיונית, ווייל מ'איז אינו עובד את הבורא ית"ש, איז מען ווייט פון אמת'ע עקזיסטענץ, און מ'שפירט פארשטייט זיך א העדר עמוק נפשי. און ווי ווייטער פון עקזיסטענץ, אמת'ע עקזיסטענץ, אלץ מער עצבות עמוקה.

ואכן עצבון נפשי זה הוא מנת חלקם של כמעט כל אנשי דורנו השפל, נישט אלעמאל איז מען באוואוסטזיניג אז מ'איז בעצבות. ס'איז צומאל שוין נישטא א ווייסע פאפיר אונטערצולייגן דעם שווארצן פינטל צו זעהן ווי אנדערש זי איז פונעם ווייסקייט. דערפאר שרייבט ער אז די עצבות פון וואס ער רעדט איז טמונה ונעלמת בקרב נפשות אנשי זמננו. ס'איז באהאלטן און מ'באמערקט עס נישט. ובדרך כלל אינם ערים ומודעים לה. און דאס איז די ערקלערונג פארוואס ווען מ'האט נישט עפעס ווערט מען אזוי בעצבות און מיואש, ווייל ס'קומט פשוט ארויס די באהאלטענע עצבות. רח"ל.

העצבות גוררת עצבות

אז וויבאלד מ'איז בעצבות טאר מען נישט זיין בעצבות אז מ'איז בעצבות. ווייל דאס אליין איז נאר גורם אז מ'זאל מעמיק זיין דעם עצבות עד שהוא כמעט מבלי תרופה.

צד השמאל

מ'קען זיך גאר באוואוסטזיניגן עקזיסטענץ מיטן זיך מתאונן זיין אויף די לעבן וואס איז גורם עצבות. "ס'מוז זיין אז איך בין אן עקזיסטענץ, ווייל נאר עקזיסטענץ קען זיך אזוי שטארק באקלאגן, דערפאר גיי איך מיך באקלאגן ווי מער, און זיך משתשע זיין דערמיט". און צומאל מיינט מען אז דאס איז גאר עבודת השי"ת. אזא פארטרויערטקייט. מ'עסט עס.

הפחדים

לאמיר גיין צו יסוד הפחד.

זאגט ער אזוי: פחד קומט פון איזה הפסד גופני או נפשי שאפשר לבוא עליו בעתיד, והוא מתפחד אודות 'העדר המציאותיות' שזה יגרום לו שטעלט ער אראפ זיין כלל, אז כדי ס'זאל עקזיסטירן פחד, מוז זיין א געוויסע מציאותיות. נישט אז דער מענטש איז באוואוסטזיניגט אויף א מציאות. א מציאותיות. א מציאות וואס אדאנק דעם שפירט דער מענטש זיין עקזיסטענץ. מציאות שנפשו תלוי בו. איינע פון די וועגן צו מכיר זיין פון וואו מ'נעמט מציאותיות איז "פון וואס האב איך פחד אז איך גיי עס פארלירן". ער טענה'ט זייער שטארק אין הערה תכו שמי שנעשה 'מתוח' מקבלת עול עבודתו ית', באופן שהעבודה מזיקה אותו, איז דאס אן איבערצייגעניש שאין עבודתו אמיתית. און ס'מוז זיין אז ער וויל מיט עבודת השי"ת זיך באוואוסטזיניגן א מציאותיות שקרית. איזה רגש של התכבדות עצמית, "איך וויל דינען דעם אייבערשטן, ווייל איך וויל זיין ארויפגעקוקט אין מיינע אויגן". או איזה שלימות עצמית. איך וויל דינען דעם אייבערשטן, כדי איך זאל זיין בשלימות".

ער וויל זייער שטארק ארויסזאגן זיין מיינונג, זיין איבערצייגעניש, אז די סיבה פון כעס, עצבות, פחד, איז "מציאותיות". "פון וואו נעמט דער מענטש זיין מציאותיות"? מיר דארפן אטאקירן (איידל, מיט א שטרוי) די פלאץ פון וואו די מענטש נעמט זיין מציאותיות. און עס איבערזעצן מיט די ריכטיגע מציאותיות.

הפחדים

'פחד החברה': "מיין איינציגע שפיר אז איך בין אן עקזיסטענץ (עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט) איז ווען מענטשן קוקן מיך ארויף, אויב זיי קוקן מיך אראפ בין איך מער נישט קיין עקזיסטענץ". 'פחד הביצוע': "מיין איינציגע אופן וויאזוי איך בין עקזיסטענץ איז נאר ווען איך בין מצליח און איך פאל נישט דורך, און איך ווער נישט מבוזה, אויב איך האב א כשלון בין איך מער נישט קיין עקזיסטענץ". פחד פון דאווענען פארן עמוד: "מיין איינציגע אופן פון זיין אין עקזיסטענץ איז נאר ווען איך דאווען "נארמאל", אויב ס'געשעהט א טעות בין איך מער נישט קיין עקזיסטענץ". ס'גייט אפילו נאך טיפער, כאטש ס'איז שרעקעדיג צו שרייבן "מיין איינציגע עקזיסטענץ איז נאר מיין לעבעדיגע קערפער, אויב ס'איז נישטא בין איך אויס פון עקזיסטענץ". דער אייבערשטער זאל אוודאי היטן. בקיצור, ס'ווענט זיך וואס דער מענטש מאכט פאר עקזיסטענץ.

הצד השווה שבחולי נפש

בשעה ש'דעתו' נתקעה באחד מרצונותיו הנפשיים או הגופניים - באופן שהוא מייחס ל'רצונו' - או ל'אותם הענינים' שהוא רוצה בהם - 'מציאותיות' נפשית. די ענערגיע וואס מ'רופט כעס, די ווייניג ענערגיע וואס מ'רופט עצבות, און די גרויע ענערגיע וואס מ'רופט פחד, קומט ווען די 'דעת' פונעם מענטש איז געווארן סטאק מיט אדער א רצון נפשי, אדער א רצון גופני, און דער מענטש פארשטייט אז אט די געוויסע רצון נפשי או גופני איז זיין מציאותיות. ער האט אפגעלערנט אז דאס איז זיין איינציגע וועג פון עקזיסטירן.

ולדאבונו המציאות ההווה של חייו ועולמו שהבורא ית"ש רוצה בה סותרת רצונו, דאס אליין איז נאכנישט אזאך וואס מאכט כעס, עצבות, פחד, אבער ווען די מציאת ההווה איז סותרת רצונו. ס'איז די סתירה וואס פראדוצירט כעס, וואס זאגט "איך וויל אנהאלטן מיין מציאותיות". ס'איז די סתירה וואס פראדוצירט עצבות, וואס זאגט "איך בלייב מיט מיין מציאותיות וואס איז בטל וועגן דיך". ס'איז די סתירה וואס פראדוצירט פחד וואס זאגט "איך האב מורא אז מיין מציאותיות וועט חרוב ווערן פון דיין מציאותיות".

אזא מלחמה אין די פסיכיק פון א מענטש קען גורם זיין נערווען פראבלעמען. דער מענטש ווייסט נישט וויאזוי אויפצוגעבן. וויאזוי זיך אונטערצוגעבן. ולכן שכשהאדם פועל בנפשו ההכנעה, שלא תייחס עוד 'מציאותיות' לרצונה או לענין שהיתה משוקעת בו, I'm surrendering, איך געב מיך אונטער. הערה תל, ואופן הפעלת ההכנעה בנפש נבאר להלן בעזהשי"ת.

הסיבה האמיתית למדווי הנפשות


איך קוק עס אן ווי א פארצווייגטע דארן בוים וואס שטעכט, און מ'דארף עס אפשניידן ביים שורש. דא דארף מען גארנישט אפשניידן, דא דארף מען זיך צוריק ארויפברענגען צום ריכטיגן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. א מענטש קען נעבעך שרייען מיט מדווי הנפש, ווען ס'איז א געוויסע אומריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס דארף ווערן אויפגעגעבן. איך קען מיך אפרעדן אויף מיינע מדווים, ווען ס'איז א אומריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס איך דארף מיט אן אמת אויפגעבן. די אומריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז צומאל איינגעגראבן אינעם מענטש. ס'הייבט זיך אן מיט א שכחה, א דערווייטערונג פון די ריכטיגע עקזיסטענץ-באואווסטזיניגקייט, נשכח מהנפש מקורה ושורשה האמיתי באלוקותו ית"ש, מחמת גודל ההסתר של העוה"ז, בצירוף פיתויי היצר השונים. דאס איז די אנהייב. און דער מענטש מוז נישט זיין שולדיג דערין, לויט וויאזוי איך פארשטיי.

די פראבלעם איז וואס עס געשעהט וועגן אט דעם שכחה. די (1) שכחה שאפט א (2) העדר אינעם עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. און דער העדר מאכט אז מ'זאל אונטערבאוואוסטזיין שפירן - מכח דעם נפש - (3) א פחד ועצבון עמוק. דער מענטש ווערט פארלוירן. און (4) ער הייבט אן זוכן אין עניני העולם וויאזוי מ'קען זיך צוריק באוואוסטזיניגן אין עקזיסטענץ. און (5) ער טרעפט א מציאותיות דמיונית. און (6) דער אייבערשטער וויל אים ארויסשלעפן פון דארט צו זיך (8) מאכט ער אז ער זאל זעהן אז ס'איז נישט קיין אמת'ע עקזיסטענץ, ווייל ס'שאפט מדווי הנפש, ווי פחד כעס ועצבות. און דער תכלית איז אז דער מענטש זאל צוריקומען. און זיך באוואוסטזיניגן מיטן אמת'ן עקזיסטענץ.

שרייבט ער אזוי צום סוף: תכלית צערי הנפש ומדוויה היא רק לעוררה לשוב למקורה האמיתי, תשב אנוש עד דכא ותאמר שובו בני אדם, דער אייבערשטער איז זיך משתדל ברחמיו אז די נפש פונעם מענטש זאל באוואוסטזיניגן זיין עקזיסטענץ ממקורה. דערפאר איז ער אזוי מסבב אז דער מענטש זאל נכשל ווערן ברצונותיו הגשמיים ולא יוכל להשיגם, דער מענטש זאל זעהן אז קיין-אמת'ע עקזיסטענץ איז נישט עקזיסטענץ. דער מענטש זאל זיך בארעכענען צו אונטערגעבן. ותאמר שובו בני אדם. די תכלית פון די אלע פיין איז אז איך זאל מיך בארעכענען אז די אלע קיין-עקזיסטענץ-אופנים וויאזוי איך גליסט צו באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ איז אפסית והעדרית. און דאס מאכט אז ס'זאל באוואוסטזיניגט ווערן די ריכטיגע גליסטעניש זיך צו באוואוסטזיניגן מיטן אמת'ן עקזיסטענץ. דאס מיינט ויעורר בזה רצונו הפנימי האמיתי להידבק במציאות האמיתית והנצחית של אלוקותו ית"ש,

אין הערה תלג שרייבט ער אז כל רצונות האדם, אפילו הנמוכים ביותר, זענען בפנימיות א תשוקה זיך צו באוואוסטזיניגן מיט די אמת'ע עקזיסטענץ. זיי זענען תשוקות קדושות. דאס דארף מען חזר'ן און חזר'ן. די תשוקות זענען תשוקות קדושות. תשוקות קדושות זיך צוצוקלעבן צום באשעפער. מ'ווערט נאכגעשלעפט נאך די אלע נמוכיות נאר ווייל די נפש גליסט טאקע דעם ריכטיגן גליסטעניש.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך אריינגעטראכט וואס עס איז די אמת'ע סיבה פון מדווי הנפשות. אז ס'איז שכחה, העדר, עצבות ופחד, מציאותיות דמיונית, מדווי נפש. און וואס די עצה איז, רפואתה היא להידבק בבורא ית' בכל תשוקתה ורצונה, להשיג ה'מציאותיות' שהיא מבקשת באמת.

והשם הטוב יעזור. ויגאלנו.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף שכז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

שני ענינים מוכרחים לריפוי חליי הנפש

כדי לרפאות המדווי-נפש השונים, צריך האדם לעמול על שני דברים יסודיים. כדי זיך אויסצוהיילן פון די פערשידענע מדווי-נפש, דארף מען זיך פלאגן אויף צוויי יסודית'דיגע זאכן.

האחד: די ערשטע זאך וואס איך - אלץ דער וואס וויל ווערן אויסגעהיילט ממדוי הנפש - דארף ארבעטן מיט יגיעה איז, לבטל מנפשו הדמיון של ה'מציאותיות השקרית' שהיא מתעצבת בעבורה. אין מיר איז דא א מציאותיות שקרית. אז איך וועל מיך אראפלייגן אונטער א MRI וועט מען נישט טרעפן דעם מציאותיות שקרית, אבער עס עקזיסטירט - אלץ מיין עקזיסטענץ - אין מיין באוואוסטזיין. מיין דמיון האט אויפגעבויט א באוואוסטזיניגקייט אז דאס איז מיין עקזיסטענץ. אין מיין באוואוסטזיין עקזיסטירט עס. און אז עס עקזיסטירט קען עס גורם זיין איך זאל מיך שלאגן עס אויפצוהאלטן; כעס, צו האבן פחד וואס זאל מיך מאכן אכטונג געבן אז ס'זאל נישט צופאלן, און צו זיין טרויעריג אויב עס צופאלט.

(הערה תלה.) אז פאר איך טרעט צו צו מבטל זיין אט דעם דמיון פון מיין באוואוסטזיין, דארף איך מבחין זיין; באוואוסטזיניגן אין מיין באוואוסטזיין, אט די דאזיגע מציאותיות הדמיונית. באופן כללי איז עס א באוואוסטזיניגקייט אויף די עקזיסטענץ פון א 'איך' נפרד וואס טאר נישט צופאלן, א באוואוסטזיניגקייט אז "איך מוז קענען" וואס טאר נישט צופאלן.

די העדר פון דעם מציאותיות דמיונית מיינע, איז וואס גייט מיך געבן די רעליף, די לינדערונג, פון מיינע מדווי-נפש. די רעזולטאט איז א באוואוסטזיניגקייט וואס עס פעלט דערפון 'עצמיותו ואנוכיותו הנפרדה', וואס עס פעלט דערפון "איך מוז קענען". נישט אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט "איך בין", און דער "איך בין" איז ווייניג ווערד. נאר דאס איז אן אויסגערייניגטער באוואוסטזיניגקייט וואס עס איז נישט געבויט דערין די מציאותיות הדמיונית וואס איז גורם כעס, פחד, און עצבות, וכו'. נישט אז איך קום אריין אין ביהמ"ד און איך מאך מיך נישט וואוסענדיג אז מ'לאכט פון מיר, נאר עס איז נישט אויפגעבויט אין מיר דאס מציאותיות הדמיונית וואס מאכט אז איך זאל דארפן טראכטן צו מ'לאכט יא אדער נישט. נישט אז איך גיי צו צום עמוד און איך שטארק מיך צו דאווענען פעסט אן א בושה טראץ דעם וואס "מחשבות ארום" קוקן מיך אראפ, נאר עס איז נישטא מער דאס מציאותיות הדמיונית מיינע וואס מאכט אז ס'זאל זיך מיר דאכטן אז מ'טראכט פון מיר. דער וואס וויל אכטונג געבן אויף זיין טייערער חפץ, איז נאטורליך אז ער זאל האבן פאוביעס אז איינער האט א אויג דערויף. אבער מיר רעדן דא פון: פולשטענדיג מבטל זיין דאס מציאותיות הדמיונית פון מיין נפש ב"ה. אויס מציאותיות השקרית הדמיונית, אויס פאביעס. בביטול ה'מציאותיות השקרית' יירף ממנה גם הפחד והעצבון.

דאס איז די ערשטע זאך וואס איך דארף מיך פלאגן בנפשי. ביטול מציאותיות הדמיונית שקרית.

די צווייטע זאך איז: לקשר נפשו ב'מציאותיות האמיתית' של אלוקותו ית', שבזה ירפא אותה מ'שורש' חלייה. זיך באוואוסטזיניגן מיט די אמת'ע עקזיסטענץ. מציאותיות האמיתית. וואס מיט דעם ווערט מען אויסגעהיילט ביים שורש. די שורש איז דאך די 'שכחה'. ותשכח א-ל מחולליך. עס איז נישט גענוג אז איך זאל מבטל זיין דאס מציאותיות השקרית. אויסדרוקליך נישט גענוג. און מ'דארף זייער וויסן דאס. עס איז נישט גענוג נאר מבטל צו זיין דאס מציאותיות השקרית ווייל די תשוקת הנפש זיך צו באוואוסטזיניגן אין עקזיסטענץ, אן זיין באוואוסטזיניגט מיט די מציאותיות האמיתית, איז גורם אז אן אנדער פראבלעם זאל אונטערקומען. די נפש מוז האבן תענוג ושעשוע. און 'שכחה' ברענגט די געפיל פון 'העדר', און די געפיל פון 'העדר' אן זיין באוואוסטזיניג אויף די אמת'ע עקזיסטענץ, ברענגט אז מ'זאל האבן השתוקקות צו מציאותיות דמיונית. און דא הייבט זיך ווידער אן די כעס, די פחד, די עצבות, וכו'.

ווילאנג איך לעב אויף דער וועלט, ווילאנג איך בין ארומגענומען מיט די מעגליכקייט פון הסתר ושכחה, דארף איך זיך אויך צוגרייטן פאר די ערשיינוג פון העדר, מיט'ן באוואוסטזיניגן מיין באוואוסטזיין וואס עס איז אמת'ע עקזיסטענץ זיך צו באוואוסטזיניגן אין מינוטן פון העדר. אזוי ווי מיר דארפן אוועקשטעלן באטלעך ריינע וואסער צו זיין אנגעגרייט ווען מיר קומען פון היציגן וועג, אזוי דארפן מיר זיך באוואוסטזיניגן וואס עס איז די עקזיסטענץ מיט וואס זיך אנצוטרינקען אין א דארשטיגע מאמענט. ובזה תתרפא הנפש בצורה יסודית באופן שלא תיפול עוד במדוויה השונים אז ס'זאל ב"ה נישט געשעהן די שרעקעדיגע relapse, פון וואס מ'האט אזוי מורא.

ואכן מוכרחים לעבוד עם שני הענינים יחד, וכל אחד בפני עצמו לא יועיל כלום - כמו שאחז"ל (מכילתא פרשת יתרו) 'אנכי ולא יהיה לך בדיבור אחד נאמרו'.

אויב איך וועל מיך נאר באוואוסטזיניגן מיט אמת'ע עקזיסטענץ, און איך וועל מיך אבער נישט משתדל זיין - עם נפשי - צו מבטל זיין פון מיין באוואוסטזיין די 'מציאותיות השקרית'. וועט אויפגעבויט ווערן א מחיצה עבה בינה לבין הבורא ית"ש, אזוי ווייט אז אמת'ע עקזיסטענץ וועט זיך שוין נישט קענען באוואוסטזיניגן אין מיין באוואוסטזיין השם ישמור. איך וועל זאגן תהלים, תשובה טון, שרייען צו השי"ת, אבער די מציאותיות השקרית איז דא. והיותר גרוע בזה אז יעדע באוואוסטזיניגקייט וואס עס באוואוסטזיניגט זיך מיט עבודת השי"ת, ווי לערנען די הייליגע תורה, טון מצוות, דאווענען, וכו', וועט נאר באוואוסטזיניגן מער און מער די מציאותיות הדמיונית.

א מענטש קען זאגן, "איך לערן, איך דאווען, אבער איך ווייס נישט פארוואס איך האב מדווי נפש, ווי כעס, פחד, און עצבות וכו'", און די סיבה איז ווייל די באוואוסטזיניגקייט וואס עס באוואוסטזיניגט זיך פון לערנען, דאווענען און מצוות, באוואוסטזיניגט גאר מער און מער די מציאותיות הדמיונית. די סט"א און די קליפה רח"ל עסט דערפון. א בחינה נעבעך ווי שכינתא בגלותא, ושפחה כי תירש גבירתה. דערפאר דארף מען מבטל זיין דאס מציאותיות הדמיונית. און נישט סתם זיך באוואוסטזיניגן מיט די אמת'ע עקזיסטענץ.

און פארקערט אויך, אויב מ'ארבעט אויף זיך פלייסיג, און מ'איז מבטל דאס מציאותיות הדמיונית, מ'איז מבטל דעם איגו, מ'רייניגט זיך פון אלע נישט גוטע עמאושענאל לערנונגען; פון אלע נישט גוטע סקימעס, אבער מ'איז זיך נישט מדבק באלוקותו ית', העלפט עס גארנישט. ווייל דער עיקר פחד פונעם נפש איז 'העדר' וואס קומט פון 'שכחה'. און די נפש מטבעה חלק אלוק ממעל וויל נישט האבן העדר, און מוז באוואוסטזיניגן איר עקזיסטענץ. און אויב זי ווייסט נישט פון די אמת'ע עקזיסטענץ, וועט זי שנעל לויפן עסן עפעס א גוטע נאש, פארוואס? זייער פשוט, עס בארואיגט פון די צער ההעדר; די צער פון דעם אז זי איז אפגעריסן פון מקור אינעם הסתר עוה"ז. און נאך א שטיק צייט וועפט עס אויס, און די העדר קומט צוריק, וחוזר חלילה.

הערה תלו, אז אויב מ'ארבעט אויף זיך אז מ'זאל מער נישט האבן קיין שום תשוקה צו מציאותיות, נאר מ'זאל ווערן אזוי ווי א בעל חי, א גוי, וואס דאס איז אויך שייך, ס'איז שייך אויסצורייסן די נאטורליכקייט וואס קומט מצד די נשמה, נאר דאס איז מינות רח"ל. שאין לה תרופה כלל. השי"ת ישמרנו מהם ומהמונם לנצח.

שני הענינים מתהווים בבת אחד

ובתנאי שיכווין לזה. אז די גליסטעניש זאל גיין צום דעם דירעקציע! וואס? ווען? וואו? וואס זאגט ער דא? ער זאגט אז ווען מ'וועט ארבעטן מיט די צוויי דברים יסודיים, וועט מען זעהן אז איינס מאכט שטערקער דאס צווייטע. ווי מער מ'איז מבטל די מציאותיות הדמיונית פונעם באוואוסטזיין, אלץ מער באוואוסטזיניגט זיך די אמת'ע עקזיסטענץ, און ווי מער מ'באוואוסטזיניגט זיך מיט די מציאותיות האמיתית, אלץ גרינגער איז צו מבטל זיין די מציאותיות השקרית. ובתנאי שיכווין לזה.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך אריינגעטראכט אז מ'דארף ארבעטן מיט די צוויי ענינים צוזאמען. ובתנאי שיכווין לזה.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף של

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מיט די הילף פונעם הייליגן באשעפער עושה שמים וארץ. אילותי לעזרתי חושה. ווען איך ריר מיין האנט איז עס מיט דיין כח. ווען איך טראכט א מחשבה איז עס מיט דיין כח. ווען איך פלאניר צו טרינקען וואסער איז עס מיט דיין כח. ווען איך פלאניר אן איידיע פאר פרנסה איז עס מיט דיין כח. דו ביסט אין מיינע געדאנקען. איך גיי מיט מיט דיר. גול על ה' דרכיך ובטח עליו והוא יעשה. וברכתיך בכל אשר תעשה. כי הוא הנותן לך כח לעשות חיל. אונזער הייליגער בורא. עושה שמים וארץ.

שלשה אופנים עיקריים של ביטול ה'מציאותיות' הדמיונית

א. וויבאלד דער עיקר וואס אונזער נפש; אונזער "עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט", זייענדיג א חלק אלוק ממעל, זוכט, איז צו באוואוסטזיניגן איר עקזיסטענץ, אלץ א גוטע ווערדפול עקזיסטענץ, ווייל זי האט אמאל בייגעוואוינט, זייענדיג תחת כסא הכבוד, די באוואוסטזיניגקייט אויף איר גוטע זיסע אין סוף עקזיסטענץ, חלק אין עקזיסטענץ. צוליב דעם זוכט אונזער נפש צוריק צו באוואוסטזיניגן איר עקזיסטענץ. איז דער מענטש - מכח דעם תשוקה פון זיין נפש - זוכט: "וואס איז מיר עוועיליבל צו באוואוסטזיניגן דערמיט מיין אבסעלוט עקזיסטענץ?" און דער מענטש טרעפט, "אה, איך מיין אז איך האב געטראפן וואס עס איז מיין אבסעלוט עקזיסטענץ צו באוואוסטזיניגן. מיין רצון איז מיין אבסעלוט עקזיסטענץ. איז, איך גיי מיך באוואוסטזיניגן מער און מער אויף מיין רצון. אז "וואס איך וויל, דאס מוז איך האבן". היא מתפתית לתלות 'מציאותיות חיובית' בעצם 'רצונה' שהוא נקודתה העיקרית והשרשית.

דאס ווערט א פאקט ביים מענטש. "וואס איך וויל, דאס מוז איך האבן". ער רעדט דא פון די עצם רצון, על זה הדרך: "איך מוז האבן די און די זאך וואס איך וויל, כדי אויפצוהאלטן מיין רצון, וואס דאס איז מיין עקזיסטענץ" אז ס'דאכט זיך אז רצונה הוא מציאותיות מוכרחת. און דערפאר קלאגט דער מענטש - מכח נפשו - ווען ער האט נישט וואס ער האט געוואלט, ווייל ער מיינט אז ער האט פארלוירן זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. דאס אז א מענטש האט דעם ענערגיע פון ווילן, גליסטענישט, תשוקה, דאס האט ער זייענדיג א חלק אלוק ממעל. אבער "וואס מ'וויל" דאס דארף מען מכניע זיין, און מקבל זיין אויף זיך רצונו ית'. "איך וויל דאס און דאס, אבער ווי עס קוקט אויס, וויל דער אייבערשטער דאס און דאס, איז איך בין מבטל דאס אז "איך וויל דאס און דאס, און איך וויל וואס דער אייבערשטער וויל" (נישט איך בין מבטל מיין עצם ענערגיע פון רצון, עשה רצונו כרצוניך)

ווען ער שרייבט: והעיקר בזה שתבין האמת שאין קיים ברצונה שום כח מציאותי מחייב ומכריח. מיינט ער "די ספעציפישע זאך וואס די רצון וויל; די לבוש וואס די רצון האט אנגענומען אז דאס דארף איך," אבער די עצם ענערגיע פון רצון, דאס איז אלעמאל ריין, דאס איז א כח אלוקי ממעל. דאס איז מחייב ומכריח. ושאדרבה השכל מחייב שתכניע רצונה החלש והאפסי די זאך וואס איך וויל, דאס איז חלש ואפסי, נגד אמיתת מציאותו ורצונו ית'.

דער לימודים לדעת וויל אונז אויסלערנען אז ער רעדט בעיקר אז מ'זאל ארומארבעטן, און אויסארבעטן די איידעלע הרגשות אונזערע, און נישט נאר די גראבע אנזעענדע אויבערפלעכליכע הרגשות. מיר דארפן דערגרייכן די איידעלע הרגשות אין אונז, און יענץ טוישן. ער שרייבט אין הערה תלח: ולכן כשהאדם מרגיש בנפשו התעוררות - אפילו דקה ביותר - לצעוק ולתבוע בלשונות כאלו, "עס מוז זיין". מיר דארפן קוקן אויף די מינע דיבורים פנימיים אונזערע, אפילו דקה ביותר, און משתדל זיין זיך צו ערקלערן אז ביד בשר ודם איז נישטא א כח צו פאדערן גארנישט. ויעמול לשנות אלו לדיבורים שמבטאים רצון יחסי גרידא, מבלי שום משמעות של הכרח. ר' שרגא נ"י איז זייער פארנומען דערמיט, און ער וויל אז מיר זאלן זיך דאס אויסלערנן, ווי ווייט ס'שאדט אונז ווען מ'האט אזאנע דיבורים פנימיים. והוא רק נשבר מהן. און ווי ווייט מ'דארף כאפן די אפילו דקה ביותר, אז מ'זאל זיך מכניע זיין פארן הייליגן בורא ית'. וואס ער איז דער וואס האט די יכולת. ער איז די תקיף ובעל היכולות ובעל הכוחות כולם.

ווי מער איך וועל אנערקענען שאין לי זכות 'לתבוע' שום דבר בעולם, און אדרבה, יעדע זאך וואס איך האב יא איז א מתנת חנם פון הייליגן בורא ית', אלץ מער וועל איך ווערן באוואוסטזיניגט ווי ווייט איך דארף אים לויבן אויף יעדע זאך וואס איך האב יא. ובדעת זאת תהיה מליאה אושר ועושר, ולא תימצא בה כעס ועצב כלל. און די אויבנדערמאנטע באוואוסטזיניגקייט אליין, באוואוסטזיניגט מיין אמת'ע עקזיסטענץ. דאס אליין איז א כלי צו מעורר זיין מיינע כלי הגוף צו באוואוסטזיניגן מיין אמת'ע עקזיסטענץ. ולהשיג התבססות ובטיחות תקיפה ואיתנה באלוקותו ית', אויב איז די שפיץ פון פסיכאלאגיע, צו פילן סעיף און סעקיור, ווי ווייט טוט אויף אזא מהלך החיים? שתפיג ממנה כל פחדה ועצבונה הנעלם והנגלה. און אלעס מיט די דיבורים פנימיים אפילו דקה ביותר

די צווייטע אופן וויאזוי איך האב די מעגליכקייט צו מבטל זיין מיין מציאותיות דמיונית.

סוד און חשיבות באוואוסטזיניגט מיין עקזיסטענץ. דער מענטש ווערט באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ, ווען ער ווערט באוואוסטזיניגט אויף א חשוב'ע זאך, אדער א סודות'דיגע זאך. ס'איז מיין באוואוסטזיין וואס ווייסט פון די עקזיסטענץ וואס א 'סוד' האט אין זיך, אדער עקזיסטענץ וואס 'חשיבות' האט אין זיך. מיין באוואוסטזיין איז מיין עקזיסטענץ, און ווען מיין באוואוסטזיין ווערט באוואוסטזיניגט אויף א סוד אדער חשיבות, ווערט מיין עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט. וואס איז די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס נעמט ארום א מענטש זעענדיג רויטע און ווייסע בלומען צוזאמען? וואס האט עס מיט די מענטש? נאר די רגע מיין באוואוסטזיין באוואוסטזיניגט זיך, באוואוסטזיניגט זיך מיין עקזיסטענץ. און וויבאלד נאר די באוואוסטזיין פארשטייט צו א סוד אין די בריאה, זעען מיר אונזער עקזיסטענץ, ווען מיר קוקן דערויף.

וויבאלד א שיינעם קאר באוואוסטזיניגט מיין באוואוסטזיין מצד דמות; מיין באוואוסטזיין נעמט אן א געוויסע באוואוסטזיניגקייט; א געוויסע דמות. דערפאר באוואוסטזיניגט זיך מיין עקזיסטענץ מיט דעם דמות. די קאר האט נישט קיין שום ערך אין זיך. כל מהותם היא רק התעוררות דמיונית של 'ערך' שקרי. איך שטיי און איך קוק מיט א איבערגענומענקייט אויף א שיינעם בוים. ס'איז מיין באוואוסטזיניגקייט און דערפאר מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מיט וואס איך בין מיך משתשע. נישט די בוים האט מיר געגעבן די שעשוע, מיין חלק אלוק ממעל וואס מיט דעם קען איך מבחין זיין עקזיסטענץ. הנותן בינה להבחין. ס'איז דער אייבערשטער מיט וואס איך בין מיך משתשע. דער בוים האט מיר נאר באוואוסטזיניגט אויף מיין חלק אלוק ממעל. און יעצט דארף איך שוין נישט צוקומען צום בוים. איך דארף צוקומען צום אייבערשטן. און גליסטן צו אים אז ער זאל מיך באוואוסטזיניגן משמים מיין אמת'ע עקזיסטענץ.

וויבאלד דער נפש זוכט א חפץ מיט וואס צו באוואוסטזיניגן איר עקזיסטענץ, איז זי צומאל מייחס דעם ערך 'לגוף הדבר' וואס זי וויל. און צומאל איז זי מייחס דעם ערך צו זיך אליין, ווען זי באקומט וואס זי וויל. אבער די צד השווה שבהן איז אז דער זאך האט איר באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ, און זי מיינט אז עקזיסטענץ ליגט אין די עצם זאך. און ווען זי האט עס נישט רעגט זי זיך. (דער מענטש רעגט זיך מכח דעם נפש) וואס קען מען מסביר זיין פאר איינעם וואס האט ליב א שפיגל ווייל ווען ער קוקט אריין אין איר ווערט ער באוואוסטזיניגט אויף א חשוב'ע פערזענליכקייט וואס געפינט זיך דארט. אינדערצייט וואס עס האט נישט מיט די שפיגל. מ'וויל אים מסביר זיין איינס אז ס'איז נאר א דמיון, און צווייטענס אז ער ווייסט גארנישט פון זיין אייגענע עקזיסטענץ.

ולכן שומה על האיש הישראלי, אז מ'זאל נישט געבן קיין שום ערך וחשיבות פאר קיין שום מציאותיות דמיונית, ולבטל מהם החן השקרי שמושך נפשו להם און מיט די הכרה אנערקענען דעם אמת פאר די צד החיות. אין הערה תמא זאגט ער נאכאמאל וכדי להשיג ביטול זה נחוץ ומועיל לו מאוד להיות ער לדיבורים פנימיים. אז מ'זאל זיין וואך צו די אינערליכע implicit דיבורים. נישט "wow!!! אזא מורא'דיגע שיינע קאר". וכו', אז די דיבורים פנימיים זאלן נישט געבן עקזיסטענץ צו א דרויסנדיגע עצם זאך, און ווען חלילה ס'געשעהט עפעס זאל מען נישט זאגן: "שרעקליך, וואס וועט זיין דא". ווייל דאס געט עקזיסטענץ צו א דרויסנדיגע זאך. רק יתאר רצונו בביטויים ממוצעים וקרים. נאר ס'זאל זיין זייער "נישט דאס איז מיין עקזיסטענץ". דאס איז די נקודה.

אבער ווען ס'קומט צו אמת'ע עקזיסטענץ, זאל מען יא עס אויסדרוקן מיט דיבורים פנימיים אויף אן אופן "דאס איז מיין עקזיסטענץ".

און די דריטע זאך וויאזוי מ'קען מבטל זיין די מציאותיות הדמיונית איז, נוצן די כלי המעשה, מיט א קבלת עול "דו רבש"ע ווילסט אז איך זאל טון דעס און דעס, און איך וויל עס אויך" לעשות נחת רוח להבורא ית"ש. די כוחות וואס מ'איז מפשט אל הפועל, דאס טוט מבסס זיין דעם אמת'ן באוואוסטזיניגקייט, אז די מציאותיות הדמיונית איז קיין עקזיסטענץ. צום ביישפיל דאס אליין אז איך שמועס נישט שטותים, וואס פעלט נישט אויס, ווייל איך האב מבטל געווען מיט מיין התבוננות, הכרה, און זיך באוואוסטזיניגט אז די מציאותיות וואס האט זיך מיר געדאכט אז ס'ליגט אין די עצם כלים-של שטויות איז קיין-עקזיסטענץ, ס'איז דמיון, דאס אליין איז לא תחנם. און ווען איך גיי און איך נעם אנשטאט דעם א משניות און איך זעץ מיך לערנען משניות בין איך מפשט דעם באוואוסטזיניגקייט מן הכח אל הפועל. איך בין מקיים אל תפנו אל האלילים. איך האב אזוי ווייט מבטל געווען דעם מציאותיות הדמיונית, אז איך האב געטון א פעולה.

ער איז מסביר אז מיר דארפן זיך מער און מער באוואוסטזיניגן אויף אונזער אינערליכער השתוקקות למסור עצמה ורצונה לכבודו ית'. אז נאר מיטן אמת'ן עקזיסטענץ וועלן מיר זיך באוואוסטזיניגן. ווייל ווען ס'קומט די מלחמה און מ'דארף טון צום זאך, איז זיך דער יצר זייער מתגבר: און די גוף באנוצט זיך מיט די כח פונעם נפש, "טאמער איך גיי עס טון גיי איך שטארבן; גיי איך ארויסגיין פון עקזיסטענץ". אבער "עקזיסטענץ" באלאנגט פאר די נפש. און מ'דארף אפטיילן די צוויי. מ'דארף זאגן "טאמער איך גיי נישט לערנען גיי איך ארויסגיין פון עקזיסטענץ, טאמער איך גיי נישט לערנען גיי איך חלילה שטארבן". נישט מיט כפיה, נאר מיטן אפטיילן די צוויי.

לאמיר זאגן א מענטש וואס ליגט אין בעט און האלט נישט ביים אויפשטיין לעבודת השי"ת. איך רעד ווען עבודת השי"ת איז אויסדרוקליך א סיפוק פאר'ן מדובר, נאר ער שפירט עצלות והתרפות. פון וואו קומט עס? פון דעם אז די גוף מישט זיך אריין.

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך אריינגעטראכט אין די דריי אופנים עיקריים וויאזוי צו מבטל זיין דעם מציאותיות הדמיונית.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף שלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

שלשה יסודות שיש לקשר הנפש בהם למציאות אלוקותו וכבודו ית'.

א. ער האט שוין געשריבן ווי וויכטיג ס'איז לקשר נפשו בזמן ומקום ה'הווים' לפניו, יעצט. דא. זיך צובינדן. זיך צובינדן צום יעצט, און צום דא. ושרק כלפי חייו ההווים סובבת כל עבודתו ואחריותו בעולם. און מ'זאל לעבן אז מיין גאנצע עבודה, און אחריות, איז נאר וואס עס איז יעצט. די עבודה פון לעבן אינעם יעצט איז אזוי וויכטיג. ובאמת כל מה שהאדם עסוק בו מצד העבר והעתיד הוא דמיוני ושקרי, ווען מ'לעבט אינעם יעצט זעהט מען איין ווי ווייט דאס לעבן אינעם עבר אדער עתיד איז דמיוני ושקרי. ס'איז סיי וויאזוי נאר די עקזיסטענץ אויף וואס מ'איז באוואוסטזיניגט יעצט.

כל שייכות האיש הישראלי לבוראו ית"ש, וכל הארות האמיתיות שנשפעות בנפשו, הוא זוכה להן רק במה שהוא מתקשר בכל מהותו לחייו ההווים. צו ווערן באוואוסטזיניגט משמים אויפ'ן אמת'ן עקזיסטענץ, נעמליך יחודו ית"ש, איז מען זוכה נאר לויט ווי פיל מ'איז זיך מקשר בכל מהותו צום יעצט. אז אלע כלי הגוף זאלן נתעורר ווערן פונעם יעצט. איז, די ערשטע תנאי איז, אז מ'זאל תמיד עוסק זיין מיט'ן יעצט. להתחבר לחייו ה'הווים' לפניו בזמן ומקום. און דורכדעם וועט מען זיך ראטעווען פון דמיונות שוא וועגן עבר אדער עתיד; פון זיך באוואוסטזיניגן מיט עקזיסטענץ וואס איז נישט אמת, אדער מיט עקזיסטענץ "וואס עס וואלט אלץ געקענט ווען זיין", סתם דמיונות. ס'עקזיסטירט נישט נאר אין דמיון. אזוי ווי די פאריאריגע שניי עקזיסטירט נאר אין זכרון. וואס דער יצר איז מפתה כדי מרחיק צו זיין דעם מענטש פון עבודת הבורא ית'.

ער זאגט אין הערה תמה. א מכשול פונעם עבר אויף וואס מ'דארף תשובה טון עקזיסטירט יעצט, ווייל וועגן דעם עבר, בין איך יעצט אזא און אזא עקזיסטענץ וואס דארף ווערן נענטער צו אמת'ע עקזיסטענץ. ואי אפשר לצייר שום עבודה ואחריות אמיתי שתהיה בעבר או בעתיד. שרייבט ער ווייטער אז מ'זאל בשום פנים ואופן נישט באהאנדלן נאר וואס עס איז נוגע צום הווה, אפילו ווען מ'דארף באהאנדלן זאכן פונעם עבר אדער עתיד, זאל מען אזוי האנדלן דערמיט וויאזוי ס'איז יעצט נוגע.

ויזכה לאמונה שלימה ושלווה פנימית בהנהגתו ית"ש. אין הערה תמו: מענטשן וואס לעבן אין עתיד קען מען צעטיילן אין צוויי קאטאגאריעס: איינס, סתם מ'חלומ'ט וואס עס גייט זיין, נישט אז עס גייט טאקע זיין. און צוויי, מ'איז מסדר די לעבן, און מ'באזארגט זיך אז ס'זאל זיין א געוויסע 'תוצאה'. זאגט ער: אז ווער ס'לעבט אינעם הווה פארברענגט נישט זיין צייט און לעבן מיט חלומ'ן סתם זאכן, און אויך איז ער נישט אינטערעסירט צו מסדר זיין זיין לעבן, ווייל ער ווייסט אז דער אייבערשטער איז שוין אלעס מסדר פאר אים, און ער פארלאזט זיך וויאזוי דער אייבערשטער וועט עס פירן. והעיקר אצלו לנצל בחירתו בעבודה המוטלת עליו עכשיו. ער איז אינגאנצן דאהי צו טון וואס ער דארף יעצט. ולבטוח בבורא ית' על שאר עניניו. ער פארלאזט זיך אויפן באשעפער מיט אלע איבעריגע זאכן חוץ פונעם יעצט.

איז די ערשטע זאך לקשר הנפש למציאות אלוקותו וכבודו ית' איז צו לעבן אינעם יעצט.

ב. די צווייטע זאך צו להעמיק הכלים ההווים לפניו. זיך באוואוסטזיניגן אז די יעצטיגע עקזיסטענץ איז טייער און איך שעץ עס. ס'דא צומאל ווען די באוואוסטזיין ווייסט נישט אויפן יעצט אז ס'איז טייערע כלים וואס מ'זאל מעריך זיין. די יעצט פון שבת ביינאכט ווען איך זינג קה רבון; קה אכסוף; צמאה נפשי; דאס איז א יעצט, אבער די יעצטיגע יעצט, וואס איז עס שוין? זאגט ער: אז אויב מ'וויל זיך מקשר זיין למציאות אלוקותו וכבודו ית', אויב מ'וויל באוואוסטזיניגט ווערן מיט די אמת'ע עקזיסטענץ, זאל מען מעריך זיין דעם יעצט. ובזה יזכה לעורר את נפשו לעבודת הבורא ית' בכל תוקף מידת הדעת שבה.

ס'איז אביסל שווער (געווען פאר מיר) אנצונעמען וואס ער זאגט מיט צוגעמאכטע אויגן, אבער פרוביר אויס אלעס וואס ער זאגט דא און אינגאנצן, און נאכדעם זאג. והעיקר שיאמין באמונה שלימה און דער עיקר אז מ'זאל זיך באוואוסטזיניגן אז אזוי איז עס, שטמון ברגע זה ההווה אז אין די יעצטיגע יעצט איז באהאלטן א סוד עמוק, ובכלים שלפניו און אין די כלים וואס איז יעצט מעורר מיינע כלי הגוף איז באהאלטן א סוד עמוק שהבורא ית' רוצה בו, א טיפע סוד וואס דער אייבערשטער וויל עס, ושאי אפשר להחליף ענינו לזמן אחר, און מ'קען דאס נישט טוישן פאר א אנדערע צייט, ולא לתקן תיקונו במצב אחר. אז מ'קען דאס מתקן זיין נאר יעצט.

ובשעת עבודתו את הבורא ית' יתענג וישתשע בהארות הקדושות של 'אמונה', בשעת מ'דינט דעם אייבערשטן זאל מען זיך מענג זיין און משתעשע זיין מיט די עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך משמים, ווי אמונה, תשוקה, שמחה, קבלת עול מלכות שמים, התקשרות בבריתו ית', וקיווי לגילוי כבודו ית' אויף אזא אופן אז דאס גאנצע יעצטיגע אינערליכע מצב; די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, זאל נתעלה ווערן צו איין שטיק קירבת השי"ת, און התדבקות לסוד יחודו ובריתו ית'.

אין הערה תמז אז שלא בשעת עבודה ממש יוכל להאיר ה'הווה' על ידי המצוות התמידיות, און דורך דעם וואס מ'דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים אינעם הווה, ועל כל נשימה ונשימה ממש כמו שדרשו חז"ל כל הנשמה, על כל נשימה ונשימה עיין שם. ווייטער אין פנים זאגט ער: ובהאיר הארה סודית זאת, און ווען מ'וועט זיך אזוי באוואוסטזיניגן דעם יעצט, יזכה להכיר בהכרה ברורה חושית האיך המציאותיות הדמיונית של תאוות העוה"ז היא ריקנה וחשוכה מבלי שום תוכן וערך. וועט זיך באוואוסטזיניגן אין עקספיריענס אז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט אויף דמיונ'דיגע תאוות העוה"ז, איז עקזיסטענצלאז, ליידיג, טונקל, אינהאלטלאז, און ווערדלאז. ועיין בפרק שלישי משער זה.

איז, די צווייטע יסוד לקשר הנפש למציאות אלוקותו וכבודו ית' איז צו מעריך זיין דעם טייערן הווה.

די דריטע זאך זאגט ער: לשמוח בכל עבודה קטנה ופשוטה שבהווה זיך צו פרייען מיט יעדע זאך - נישט קיין חילוק ווי קליין ס'קוקט אויס - וואס מ'טוט יעצט. ולהודות הודיה עמוקה לבורא ית' על שזיכהו לכך. און צו דאנקען - פון די טיפסטע טיפענישן פון הארץ - דעם אייבערשטן, "רבש"ע ש'כח פארן מיר געבן די זכיה". און מ'זאל זיך באוואוסטזיניגן מיט'ן גוט אריינקלערן, וויאזוי יעדע תנועה קלה וואס מ'טוט אינעם יעצט איז א גרויסע חסד וואס באנעמט מיט וואונדער לגמרי מהשגתנו המוגבלת

ובזה יונח לו בשעות שאינן מאירות כ"כ בעבודתו ית'.
און אז מ'וועט זיך פרייען מיט יעדע קליינע זאך וואס מ'טוט אינעם יעצט, און דאנקען דעם אייבערשטן פון די טיפענישן פון הארץ, וועט מען זיך בארואיגן אפילו ווען ס'שיינט נישט אזוי. שיוכל לשמוח גם במעשי העבודה הפשוטים, אשר גנוז בהן סוד עמוק ביחודו ית'. אז מ'זאל זיך קענען פרייען אפילו ווען מ'זאגט סתם קידוש.

עבודה פרטית וכללית

זאגט ער אז ס'דא צוויי אופנים וואס ארבעטן צוזאמען, לרפאות נפשו ממדוויה הרוחניים של עצבות כעס, ופחד, איין אופן איז רפואה פרטית, פון די עצבות, פון די פחד, פרוביר איך מיך צו באוואוסטזיניגן די מהות פון די מציאותיות הדמיונית שנפשו נתקעה בהן, און איך בין עס מבטל לויט די עצות וויאזוי ער האט שוין געשריבן. און די צווייטע אופן איז רפואה כללית, זיך צו מקשר צום הווה, אויף אזא אופן אז ס'וועט שוין ממילא בטל ווערן די מציאותיות דמיונית וואס איז גורם פחד, עצבות וכו'. ובזה יזכה האיש הישראלי לבטחון גמור ושמחה אמיתית בבוראו ית"ש וואס די די ריכטיגע פאנצער און די איינציגע שמירה צום נפש אפצושלאגן די אלע מיני חליים רוחניים.

ברענגט ער דא אין הערה תנב. פון אדמו"ר הרה"ק מוהר"ר מענדלע וויטעפסקער זצוקללה"ה אין ספה"ק פרי הארץ מכתב כב (משנת ה'תקמ"ז) בענין השמחה בעבודה פשוטה ב'הווה', תוכן הדברים בתוספת נופך משלי, אז אויב מ'ווערט נישט באנומען מיט א שמחה פון וואס מ'טוט נאר; (פון די באוואוסטזיניגקייט וואס עס באוואוסטזיניגט זיך יא, נישט ווייל ס'געט נישט הנאה עונג ושעשוע נאר) ווייל מ'האט גדלות אין זיך, אז ס'דארף זיין גדולות ונפלאות מהם; (אז ס'דארף זיך באוואוסטזיניגן מער ווי דעם, און מ'גייט צו דערצו מיט התאוננות, אז מ'וויל נישט דעס) דאס ברענגט מחשבות זרות; (דאס באוואוסטזיניגט נישט גוטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייטן) זאגט ער אז ס'איז א כלל גדול בתורה אז מ'זאל ווערן באנומען מיט שמחה מיט וואס מ'האט יא און מיט וואס מ'טוט יא, (מ'זאל זיך פרייען מיט די עקזיסטענץ וואס עס באוואוסטזיניגט זיך יא, און דאס וועט ברענגען אז) מ'זאל הנאה האבן דערפון. און אויב עס הנאה'ט זיך נישט, און עס פרייט זיך נישט, (נישט ווייל ס'איז נישט קיין הנאה, נאר ווייל מ'איז נאר צופרידן מיט מער ווי וואס מ'האט, און מ'לעבט נישט אינעם יעצט,) און די נפש וויל הנאה האבן, (זיך וויל זיך באוואוסטזיניגן אין עקזיסטענץ) וועט זיך גליסטן תאווה. און מחשבות זרות קומען ווייל מ'פריידט זיך נישט מיט וואס מ'טוט יא, (מ'איז זיך נישט מחבר מיט'ן יעצט) און מ'וויל נאר גרויסע עבודות, דערפאר שטופט מען אים אוועק למחשבת חוץ, ווייל יעדע מחשבה; (יעדע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט) איז א היכל ה'. און אז מ'וויל אריינגיין; (מ'וויל זיך דוקא באוואוסטזיניגן דערמיט), דוחין אותו לחוץ.

זאגט ער ווייטער: אהובי, אוודאי דארף מען גליסטן, מתי אגיע למעשה אבותי, אבער מיט דעם אלעם דארף מען זיך זייער פרייען, מיט וואס מ'טוט יעצט; (וויאזוי מ'ווערט יעצט באוואוסטזיניגט). און אז מ'פרייט זיך מיט וואס מ'ווערט יא באוואוסטזיניגט משמים, וועט מען זוכה זיין אז מ'זאל באוואוסטזיניגן משמים מער און מער ווי מ'ווערט יעצט באוואוסטזיניגט. ואם יאמר זאגט ער ווייטער הי תורה והי מצוה שאין לו כלום, איך טו דאך גארנישט, זה אינו, און אפילו פושעי ישראל זענען מלאים מצוות כרמון, אבער זיי פרייען זיך נישט און זיי האבן קיין הנאה דערפון. (זיי גייען צו דערצו מיט התאוננות) ודבריו הם קילורין לעינים.

הבורא ית"ש ישמרנו מכל מיני מדווים רעים גשמיים ורוחניים, ויזכנו ברוב רחמיו וחסדיו לשוב אליו ולעבדו באמת ובתמים

ביזן קומענדיגן שיעור אי"ה וואלט איך אריינגעטראכט און פרובירט די דריי יסודות לקשר הנפש בהם למציאות אלוקותו וככודו ית'. לזכרון: 1) הווה, 2) להעריך יקרו, 3) ושמחה בכל תנועה.

והשם הטוב יעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג יולי 24, 2018 12:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

הערות אויף וואס איך האב געהאט געשריבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ס'דא זאכן וואס איך האב געשריבן אבער היינט דאכט זיך מיר אז איך פארשטיי עס אביסעלע בעסער.
ס'דא צוויי מינע געפילן, איין געפיל קומט פונעם איגו, און איין געפיל קומט פונעם נפש אנעם איגו.

ס'דא צוויי מיני אופנים וויאזוי א מענטש קען זיין באוואוסטזיניגט אויף זיין עקזיסטענץ. איינס, זיין עקזיסטענץ איז אים באוואוסטזיניגט, אלץ אן אפגעטיילטער באגרעניצטער עקזיסטענץ. און די צווייטע, די ריכטיגע, איז: זיין עקזיסטענץ איז אים באוואוסטזיניגט אלץ א חלק אלוק ממעל. בלויז א הערה נפשית פנימית. א מענטש קען זיין מער צו דעם אופן, אדער מער צו דעם אופן.

דער מענטש שפירט "איך עקזיסטיר" נאכן ארומהאצקענען און עסן פאפקארן און טרינקען ביר וכו'. דאס איז איין מינע. נאך א מינע, די ריכטיגע מינע איז: "הארה נפשית פנימית"! וואס עס מוז נישט קומען פון בארדענען, און אראפפליען פון גאר א הויעכע גליטשער.
נישט דאס מיינט באמת 'איגו', 'אנוכיות'. איגאו, אנכיות, איז אז די עקזיסטענץ איז באוואוסטזיניגט כמציאות נפרדת לעצמה עם תחומים מוגבלים. כדי צו עקספיריענסן וואס עס מיינט אנכיות, דארף מען עקספיריענסן דעם היפוך דערפון. די היפוך איז: איך בין א חלק אלוק ממעל. איך שרייב וואס עס זעהט מיר אויס יעצט. ווען מ'קומט צווישן אסאך יודן ווי מ'דאווענט ערליך, קען מען שפירן כאילו די עקזיסטענץ איז עפעס אזא חלק פון יעדעם. עפעס אזוי.
אט דער געפיל פון עקזיסטענץ וואס מ'פילט אן דארפן פארן אויף פלארידע, וויאזוי פיל איך עס. דאס איז דער ספר. וויאזוי בין איך מגלה אין מיר מיין נפש, אן זיך דארפן אויפרייסן.
ס'איז אמת אז דאס איז דער ציהל פונעם ספר, זיך צו באוואוסטזיניגן אונזער אבסעלוט עקזיסטענץ.

קומענדיגע תגובה.
ווען איך האב "פאן" שפיר איך אז איך "לעב" אויף דער וועלט. ווען איך "פארשטיי" עפעס א טיפע זאך וואס ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט: שפיר איך אז איך "לעב". א טאג וואס מ'האט "פאן" שפירט מען אז מ'לעבט! ס'גוט! מ'שפירט אז מ'עקזיסטירט!

היינט דאכט זיך מיר אזוי: די ווארט איז נישט מ'שפירט אז מ'לעבט. די ווארט איז מער "מ'איז באוואוסטזיניגט אז מ'לעבט", די שפירן ארבעט צוזאמען מיטן באוואוסטזיין. ס'איז די באוואוסטזיין מיט וואס מ'ארבעט דא ארום. שפירן, אן באוואוסטזיין, איז נישט וואס א מענטש וויל. ס'איז די באוואוסטזיניגקייט וויאזוי ס'באוואוסטזיניגט זיך די עקזיסטענץ.

וואס שפירסטו ווען דו האסט נישט קיין "פאן"?... מער טויט.

ער רעדט פון דעם דא, די זיווג שאינו הגון.

איך שרייב
"א כח אין דיר וואס עקזיסטירט, און וויל אז דו זאלסט פילן אז דו עקזיסטירסט".
באמת, דו ביסט די כח וואס עקזיסטירט. ווען דו ליינסט די פאלגנדע ווערטער, ליינסטו עס מיט די כח וואס עקזיסטירט. דו ווילסט פילן, דו ווילסט זיין באוואוסטזיניגט, אז דו עקזיסטירסט. נאר צומאל פארגעסט א מענטש פון זיין ווילן צו עקזיסטירן. א מענטש אן דעם כח, איז א מת ל"ע.
בעסער געזאגט דיין נפש וויל אז דו זאלסט וויסן אז דו ביסט נישט דו, דו ביסט דיין נפש.
איינע פון די צוויי פאלגנדע זאכן קומען פאר מיט אונז. אדער ווילן מיר זיך באוואוסטזיניגן מער און מער אונזער עקזיסטענץ. אדער ווילן מיר שלאפן, מנוחה, בהתגברות הגוף. אויב מיר ווילן באוואוסטזיניגן מער און מער אונזער עקזיסטענץ, דאן איז אדער דער תשוקה בלויז פון אונזער נפש. אדער איז אויך דערין אריינגעמישט אונזער גוף. אויב איז עס בלויז די תשוקה פון אונזער נפש, דאן ווילן מיר זיך באוואוסטזיניגן אויף אמת'ע עקזיסטענץ. אויב איז דערין אריינגעמישט אונזער גוף, דאן ווילן מיר זיך באוואוסטזיניגן נישט מיטן אמת'ן עקזיסטענץ.

איך גיי דיר געבן א משל, לאמיר זאגן, דו ביסט ביי זייער א לעבעדיגע חתונה, די מוזיק זינגט, ס'דא א קווייער פון צעהן, דו פילסט עכט אז דו לעבסט. דו האסט חיות דערפון. און איינער זאגט דיר אז דו מוזט אוועקגיין פון דארט, דו הייבסט אן פילן ווי עפעס אין דיר גייט ארויס פון "עקזיסטענץ". פריער האסטו געפילט "לעבעדיג" און יעצט פילסטו וויייניגער אין עקזיסטענץ.

לויט ווי איך פארשטיי, אז מ'לעבט ווי ר' שרגא שלאגט פאר, אינעם הווה, מיטן זיווג הגון, וכו', פילט מען נישט אז מ'גייט ארויס פון עקזיסטענץ. ווייל מ'איז באוואוסטזיניגט אז מ'איז אן אבסעלוט עקזיסטענץ. ווען איינער פילט אז ער גייט ארויס פון עקזיסטענץ אהיימגייענדיג פון א לעבעדיגע חתונה, מיינט עס אז בשעת די חתונה איז ער געווען באוואוסטזיניגט מיט רעלאטיוו עקזיסטענץ. רעלאטיוו עקזיסטענץ מיינט: "ווייל ס'דא א חתונה, דערפאר בין איך אן עקזיסטענץ". אבסעלוט עקזיסטענץ מיינט: "איך בין אן עקזיסטענץ וואס איז יעצט ביי א חתונה".

און דא
דער נפש פון א מענטש קומט פון הקב"ה ממציא כל המציאות, שרשא דכל עלמין, און דער נפש ווערט צומאל געוואר דורך א זאך "ער ווערט באוואוסטזיניג" אז ער עקזיסטירט. "איך עקזיסטיר". און דערפאר שלאגט ער זיך פאר זיין עקזיסטענץ.
לויט ווי איך פארשטיי פון רמח"ל האט השי"ת אזוי געמאכט אז א מענטש ווערט געבוירן, זאל ער קוים וויסן פון זיין עקזיסטענץ, זייענדיג צוגעבינדן צו זיינע כלי הגוף. און מיט זין בחירה אויסוועלן זיך צו באוואוסטזיניגן אויף די נענסטע צו אמת'ע עקזיסטענץ.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

הערות אויף וואס איך האב געהאט געשריבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

נפש איז עקזיסטענץ. איך וואלט אפשר געשריבן: נפש איז אן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

מ'זעהט קלאר, איך בין מודה, מ'זעהט קלאר, אז זיבענער, וואס זענען מער 'חושיות', זענען מער לעבעדיגע מענטשן. און 'פינעווער' וואס זענען מער 'טראכטן', זענען מער 'רואיגערע' מענטשן די טבע פון פינעווער איז צו נוצן מער זייער כלי הגוף מחשבה, און הכרה האט זיי די מערסטע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט, און דערפאר וועלן זיי ווייטער באוואוסטזיניגן זייער עקזיסטענץ די מערסטע מיט דעם. די תנועות חיות איז טאקע נישט אזוי פלאמעדיג, ווייל זיי האלטן נישט אז ס'פעלט זיי אויס, כדי צו באוואוסטזיניגן זייער עקזיסטענץ. זיבענערס, (אדער ווער) ווייל זייער טבע איז זיך צו באגיין מיט די וועלט מיט זייערע כלי הגוף חושים, וועלן זיי ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד חיות. א מענטש קען נאר נוצן זיינע חושים ווען ער לעבט. און ווי מער ער נוצט די חושים אלץ מער ווערט ער באוואוסטזיניגט אז ער לעבט.

אבער מ'דארף צעטיילן צווישן תנועה נלהבה, ווי קומען, גיין, רעדן, (דא מאכט די רעדן אז דער מענטש זאל שפירן מיט זיינע חושים פנימיים דאס וואס יענער ענטפערט צוריק) און מפשט זיין כוחות אל הפועל. ס'איז די חושים וואס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגן מצד חיות, אבער בעיקר מצד הכרה. ס'איז נישט אז בלויז נוצן חושים באוואוסטזיניגט אויף עקזיסטענץ. אויב יא, וואלט א מענטש געקענט קלאצן א גאנצן טאג אויף א געגנשטאנד, און זיך צוהערן צו די ווינט, און האבן תענוג ושעשוע. ווייל חושים באוואוסטזיניגן מצד חיות. חושים איז אן איבערצייגעניש אז איך לעב. נו, אויב א מענטש וויל זיך נאר באוואוסטזיניגן אויף זיין עקזיסטענץ, פארוואס זאלן מענטשן וועלן גיין צו קוקן און הערן אינטערעסאנטע זאכן? די תירוץ איז: א מענטש, זייענדיג א חלק אלוק ממעל, גליסט - מצד דעם נפש - זיך צו באוואוסטזיניגן אויף זיין גוטע עקזיסטענץ - ווייל אזוי איז ער געווען באוואוסטזיניגט זייענדיג תחת כסא הכבוד, געניסנדיג פון זיו השכינה. איז, ווען איך גיי, און איך קוק אויפן שיינעם בלויען הימל, און איך זעה די פראכטפולע הויכע ביימער, וואס קוקן אראפ אויף מיר סודות'פול, באוואוסטזיניגט עס מיר אז "איך בין א גוטע לעבעדיגקייט". וויבאלד מיין באוואוסטזיין - וואס איז מיין עקזיסטענץ - פארשטייט צו די שיינקייט פון נאטור. און איך ווער באוואוסטזיניגט אויף מיין עקזיסטענץ, אז ס'איז א גוטע עקזיסטענץ.

קומט אויס פון דעם, אז חושים באוואוסטזיניגט עקזיסטענץ מצד חיות, אבער אויך און בעיקר מצד הכרה. לדוגמא: א מענטש שמעקט סתם א זאך, וועט ער נישט ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט מצד חיות. אבער ווען ער שמעקט בשמים, אה... דאן ער איז מכיר וואס בשמים איז. יעצט, די חילוק צווישן א פינעווער און א זיבענער איז, דער פינעווער גייט גראד צו די כלי הגוף מחשבה, וואס דאס איז מעורר הכרה. דער זיבענער 'Se' באנוצט זיך מיט חושים, כדי צו מעורר זיין הכרה. און לכאורה איז אנדערש ווען א מענטש לויפט פאר עקסערסייזעס. וואס לויפן אליין באוואוסטזיניגט עקזיסטענץ. מצד התפשטות. די מענטש פילט זיין עקזיסטענץ. אבער דאס ארבעט אויך ווייל ס'נוצט הכרה.

ווען א מענטש ווערט באוואוסטזיניגט אויף א זאך, נעמט זיין באוואוסטזיין אן א דמות. אוודאי געוויס איז אויך אזוי אז ווען א מענטש זעהט א שיינע מראה, ווערט ער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט אויך מצד דמות. מיין ווארט איז: וואס פאר א כלי הגוף האט געשאפן דעם דמות, אויב עס איז געווארן פון חושים, איז עס א דעת התדבקות. א דמות וואס שאפט זיך פון מחשבה, הכרה, איז א אנדערע סארט. ווען א מענטש שמעקט בשמים, נעמט טאקע אן זיין באוואוסטזיניגקייט א געוויסע דמות, וואס דאס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט דעם מענטש. אבער פון וואו האט זיך געשאפן דער דמות, מצד חיות און בעיקר מצד הכרה. נאר ווייל דער מענטש איז מכיר.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

הערות אויף וואס איך האב געהאט געשריבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

מיט יעדן פארבייגייענדיגן טאג, זעה איך אז 'לימודים לדעת' איז מער און מער גערעכט. יא, מ'דארף טאקע לעבן אינעם הווה. און אזוי אויך אנדערע זאכן.

לויט ווי איך טראכט יעצט: מציאותיות מיינט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. דעת מיינט ווי שטארק א מענטש האט זיך באוואוסטזיניגט אויף א געוויסע עקזיסטענץ, אריינגערעכנט אויף זיין אייגענע עקזיסטענץ. והאדם ידע את חווה, און אדם האט זיך באוואוסטזיניגט דעם חווה. דמות - דא אין לימודים לדעת - מיינט די באוואוסטזיניגקייט אויף די אייגענע עקזיסטענץ-באוואוסטזיין אין א געוויסע מאמענט. נפש מיינט דאס גאנצע אינערליכקייטן.

ער רעדט אין זיין ספר פון מידת הדעת. און זיין ספר הייסט לימודים לדעת. און זיינע שיעורים הייסן לב לדעת. דעת איז "איך באוואוסטזיניג מיך שטארק אויף עפעס, און דערפאר באקומט מיין באוואוסטזיין דערצו א קשר". מיין באוואוסטזיין ווערט צוגעבינדן צו יענע זאך אויף וואס איך האב מיך באוואוסטזיניגט. ער שרייבט, דף כח, ענינה לגלות את השאיפה היותר עמוקה ועיקרית של הנפש להרגיש ה'מציאותיות' שבה ווען דו ווילסט עפעס, ביסטו איבערגענומען פון דיין נפש. אין דעם יעניגן מאמענט ביסטו דיין נפש. דו ווילסט באוואוסטזיניגן דיין אמת'ע עקזיסטענץ. דערפאר, גייסטו און דו באוואוסטזיניגסט דיך אויפן אייבערשטן - וועם דו האסט אזוי ליב - אין דיין באוואוסטזיין. דע את אלוקי אביך מיינט באוואוסטזיניג דיך שטארק אין דיין באוואוסטזיין אויפן אייבערשטן. די נאנטקייט וואס א מענטש שפירט צום אייבערשטן קומט ווייל איך באוואוסטזיניג מיך, מיט מיין באוואוסטזיין, דעם אייבערשטן - די מערסטע וויאזוי איך בין אים משיג - אזוי ווייט אז מיין גאנצע אינערליכקייט ווערט איבערגענומען מיט די השגה.

דערפאר שרייבט ער אז מ'דארף זיך מחבר זיין מיט'ן הווה. וויבאלד דער הווה איז דאך אלוקות, איז מחבר זיין דערמיט מיינט זיך שטארק באוואוסטזיניגן מיט די אלוקות פונעם הווה.

ער וויל מסביר זיין, אז מיר ווערן מקושר צו אט די זאכן אינדרויסן פון אונז וואס מאכן אונז באוואוסטזיניג אויף אונזער עקזיסטענץ. אויב מיר טרעפן א מענטש וואס דער מענטש מאכט אונז באוואוסטזיניג אויף אונזער עקזיסטענץ. גייען מיר ווערן 'מקושר' צו דער מענטש. און אויף ווי מער אונזער עקזיסטענץ דער מענטש מאכט אונז באוואוסטזיניג, אזוי שטארק גייען מיר ווערן מקושר צו דעם מענטש. די כלל איז "איך גיי ווערן מקושר צו די זאך וואס האט (מיין) עקזיסטענץ מגלה געווען פאר מיין באוואוסטזיין". איך גיי ווערן מקושר צו עס.
ס'איז צעטיילט די צוויי. ס'דא דעת, און ס'דא מציאותיות. דעת מיינט די מאס פון שטארקייט, ווי שטארק איך האב באוואוסטזיניגט מיין באוואוסטזיין אויף א דרויסנדיגע זאך, אדער אפילו אויף מיר אליין. און דאס מאכט אז איך זאל האבן מציאותיות. מציאותיות מיינט איך - אלץ דער נפש - בין באוואוסטזיניגט אויף מיין עקזיסטענץ. דעת באוואוסטזיניגט שטארקער מיין עקזיסטענץ. איז, ווען איך שאף דעת צו א בלאט גמ' תוס'. איך באוואוסטזיניג מיך מיט די בלאט גמ'. באוואוסטזיניג איך מיין עקזיסטענץ. נאך א בלאט גמ' מיט ראשו ורובו שפירט מען אז מ'לעבט דערין.

ס'איז באמת איין זאך. ווייל מיין באוואוסטזיין איז מיין עקזיסטענץ, איז ווען איך באוואוסטזיניג מיך שטארק אויף עפעס אזאך, שפירט איך אטאמאטיש מער עקזיסטענץ. זייער מעגליך אז איך האב עס שוין געשריבן. דף לב, זאגט ער אזוי: לכן מוכרח בכל התעוררות הנפש, שיהיה מתלווה וטמון בתוכה ביטוי של 'מציאותיות' שהיא פנימיותה ושורשה. ווען איך זעה איינעם, און איך ווער באוואוסטזיניג, ער האט מיר שטארק געכאפט, מיינט דאס, אז מיין עקזיסטענץ איז מיר געווארן באוואוסטזיניגט. און אויב איך בין געווארן נישט ריכטיג באוואוסטזיניגט, דאכט זיך מיר אז איך דארף צוקומען צו אים, צו באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ. כאילו ער איז א אפגעבראכענע שטיקל פון מיין עקזיסטענץ. און אויב איך גיי אוועק פון יענעם, לאז איך איבער א גרויסן שטיק פון מיין עקזיסטענץ, און איך בלייב ארעם. אויב איך ווער אבער ריכטיג באוואוסטזיניגט, שפיר איך מיך. און איך בלייב מיט מיך, אפילו איך גיי אוועק פון יענעם. ווייל באמת איז עס מיין באוואוסטזיין, און דערפאר מיין עקזיסטענץ וואס האט זיך דא באוואוסטזיניגט.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

הערות אויף וואס איך האב געהאט געשריבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ווען א יוד טרעפט אן איידיע, הייבט זיך אן אויסצו'משל'ן ביי אים אין קאפ וויאזוי מ'וואלט עס געקענט נוצן לעבודת השי"ת. א מאטריאל וואס ווערט אריינגעשטעלט אין א ווערדפולע זאך, נאך דערצו אזאך וואס גייט באדינען א גאר חשוב'ע פערזענליכקייט, איז אנדערש ווי דער זעלבער מאטריאל פונעם זעלבן האום דיפאוט וואס ווערט גענוצט פאר סתם זאכן. לעבן אינעם הווה איז פאר איינעם א וועג וויאזוי הנאה צו האבן פונעם לעבן דאס מערסטע כי מחר נמות, און פאר איינעם זיך צו מחבר זיין די מערסטע מעגליך מיט אלוקות. ווייל ער וויל דערגרייכן נאנטשאפט מיט'ן אייבערשטן.

א פידל וואס מ'קויפט צו זינגען דערמיט צו השי"ת אין די סוכה, די נאטן וואס מ'לערנט זיך, די תשוקה זיך עס אויסצולערנען, די אינטערעסע אין מוזיק, די פארגאפקייט צו איר שיינקייט, די געפיל וואס מ'באקומט ווען מ'לערנט זיך עס, איז מקדש דעם מענטש. די זעלבע חכמת המוזיקא.

איך וויל עס ערפילן מיט א נקודה: לויט ווי ער שרייבט דא אז אויב איך קום אריין אין א ביהמ"ד מיט ספרים, און איך פיל טרוקן, ליידיג, בארינ"ג, פלעין, אן קיין שום טעם, "תיקון" צו עסן איז נישטא, י"ש אויך נישט, אינטערעסאנטע ספרים פון כוכבים במסילותם וכו' אויך נישט, נאר פשוט'ע תהלימ'לעך, פשוט'ע סידורים, און חומשים, יעצט, אויב איך ווייס אז איך דארף מיך באוואוסטזיניגן אויף די תוכן פון די תהלים, אדער חומש, און ווי שטערקער איך וועל מיך באוואוסטזיניגן אלץ מער וועל איך ווערן באוואוסטזיניג אויף מיין עקזיסטענץ. דאס איז פשט פארוואס ווען ער איז געפארן אויף לאנדאן האט ער מיטגענומען אין זיין רענצל א פשוט'ע חומש מיט רש"י, ווייל ס'איז זיין באוואוסטזיין וואס ער האט באוואוסטזיניגט אויף די תוכן. ער האט נישט געדארפט קוקן די אלע אינטערעסאנטע זאכן וואס זאלן אים בהכרח באוואוסטזיניגן. נאר ער האט עס ארויסגעשעפט פון זיך.

אויב מ'ווייסט דאס, ווייסט מען "אה... איך שפיר בארינג ווייל איך האב מיין באוואוסטזיין נישט באוואוסטזיניגט". דערפאר ENFP ENTP זענען נישט צוגעוואוינט צו באוואוסטזיניגן זייער באוואוסטזיין, ווייל זענען צוגעוואוינט מיום עמדם על דעתם אז אינפארמאציע פליעט אריין אין קאפ פון זיך אליין. און דאס מאכט זיי העפי. אפילו INFJ קענען דאכט זיך אויך זיין צוגעוואוינט אז זיי זאלן חלומ'ן "בילדער". און נישט לעבן אין די מאמענט. צו לעבן א חיים של מילוי דארף מען זיך צוגעוואוינען "איך דארף מיך באוואוסטזיניגן אויף די תוכן". אז מ'וויל האבן 'עונג' דארף מען זיך באוואוסטזיניגן אויף די תוכן.

צו ס'גייט אויסהיילן ADHD? איך ווייס נישט. אבער אולי א סטעפ פאראויס, איז זיך צו שאפן א דעת תקיפה. און ווערן שטארק מקושר מיט די ענינים וואס מ'דארף טון. א ENFP ENTP האט נישט ליב "צו פאלגן וואס מ'האט מיך אויסגעלערנט צו טון, איך וויל אליינס אויסרעכענען בשעת מעשה וואס איך האב צו טון". (איך רעד נישט ווען ס'קומט צו הלכה) אבער זיך באוואוסטזיניגן און אזוי ארום זיך מקשר זיין צו די ענינים, דאס קען שאפן א דעת תקיפה. וואס דארף מען טון? זיך באוואוסטזיניגן אויפן תוכן. דאס מיינט לעבן אינעם יעצט. זיך באוואוסטזיניגן אויפן יעצט. אויף די אלוקות פונעם יעצט.

ס'דא באוואוסטזיניגקייט, און ס'דא טראכטן. א מענטש קומט אריין צו א חתונה און ער שמועסט מיט זיין חבר, איז אפילו בשעת ער שמועסט מיט זיין חבר איז ער באוואוסטזיניגט אז זיין שווער אדער זיין טאטע דרייט זיך דארט ארום. פארוואס? אזוי ארבעט די באוואוסטזיין. די באוואוסטזיין קען זיין באוואוסטזיניגט אויף מער ווי איין זאך אויף איינמאל. ער טראכט פון זיין טאטע? ניין. אויב וואלט ער געטראכט, וואלט ער נישט געקענט שמועסן מיט זיין חבר. ער איז "באוואוסטזיניגט" אויף זיין טאטע. אזוי האבן ערליכע יודן געלעבט מיטן אייבערשטן אגאנצן טאג. אפילו ווען זיין האבן געהאקט די פיש, זענען זיי געווען "באוואוסטזיניגט" אז דער אייבערשטער איז דא.

אזוי ווי א מענטש קען נישט איינשלאפן ערב פסח, ווייל ער "ווייסט" אז ס'קומט א סדר נאכט. מ'קען נישט אויסנארן וואס מ'ווייסט. אז מ'ווייסט, ווייסט מען עס. מ'קען אבער יא מאכן אז דאס וויסן אז ס'גייט זיין א סדר, זאל נישט שטערן פון שלאפן. דורכן טוישן די מיינונג וואס עס מיינט. אבער וויסן ווייסט מען. אבער ס'דא א העכערע דרגא ווען מ'איז באוואוסטזיניגט אזוי ווי איינער איז באוואוסטזיניגט אויף זיין גוטער חבר וואס דרייט זיך נעבן אים. למשל אויב איך וואלט געלערנט אין ביהמ"ד פלייסיג, און א נאנטער חבר שפאצירט זיך אריין, און אפילו איך וואלט ווייטער געלערנט, וואלט איך אבער געווען באוואוסטזיניג אויף אים. אויב איך וואלט אנגעהויבן טראכטן פון אים, וואלט דאס מיך געשטערט, אבער באוואוסטזיניגקייט אליין אן דעם וואס עס זאל מיך מחייב זיין צו טראכטן פון אים, שטערט נישט. די באוואוסטזיין קען זיין באווואוסטזיניג אויף מער ווי איין זאך אויפאיינמאל.

אזוי פארשטיי איך ווען איך שרייב די דאזיגע שורות אינעם יעצטיגן זמן.

ער טענה'ט אז די כח מבחין צו זיין האט מיט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. דא קען מען כאפן מיין נישט קארעקט זיין. ס'דא דעת, און ס'דא מציאותיות. דעת איז מגלה די מציאותיות. דעת איז באוואוסטזיין וואס איך באוואוסטזיניג צו וויסן מער און מער א געוויסע זאך. מציאותיות מיינט, עקזיסטענץ-באוואוסטזיין. מיין באוואוסטזיניגקייט אז איך עקזיסטיר. מציאותיות אין א מענטש קען זיין שטארק, אבער ס'קען חלילה זיין שוואך. מיר רעדן פון שטארק מאכן אונזער מציאותיות, אבער אונזער ריכטיגע מציאותיות.

איך וואלט געדארפט שרייבן: ער טענה'ט אז די כח מבחין צו זיין האט מיט די מאס ווי שטארק א מענטש האט באוואוסטזיניגט זיין באוואוסטזיין אויף א זאך אינדרויסן פון אים. באמת איז עס נישט אינדרויסן פון אים. ס'איז אין אים. קיינער ווייסט נישט אזאך אינדרויסן פון זיך. אלעס וואס מ'ווייסט קומט פון די באוואוסטזיין וואס האט זיך באוואוסטזיניגט אויף א געוויסע זאך. ווען איך באוואוסטזיניג מיך אויף א געוויסע מענטש. באוואוסטזיניג איך מיך נישט אויף דעם מענטש וואס איז אינדרויסן פון מיר. איך באוואוסטזיניג מיך אויף וואס איך ווייס, און איך מאך מיין ידיעה מער און מער. אלעס בלייבט מיין ידיעה. נאר אויפן אייבערשטן קען מען זאגן הוא יתעלה שמו ודעתו אחד, ווייל ער ווייסט קיינמאל נישט מער פון וויפיל ער האט געוואוסט און זיין וויסן טוישט זיך נישט. א מענטש קען פארגרעסערן זיין ידיעה. למעשה האב איך גוט געשריבן דארט. ווייל פאקטיש, (אין פאקט) איז עס די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס דאס געט די תענוג ושעשוע.

די גאר נאנטע פון א צווילינג קענען כאפן ווער ס'איז ווער. ווייל זיי זענען געווארן מער מאל באוואוסטזיניגט אויף זיי. צו אנטוויקלן א שארף אויג צו באמערקן דקות'דיגע חילוקים, איז עס וויפיל מ'באוואוסטזיניגט זיך דערויף. ווי מער מ'ווייסט. איינער וואס ליגט אין מאלעריי, ער באוואוסטזיניגט זיך נאכאמאל און נאכאמאל אויף די זעלבע זאכן, ער ווייסט. א מענטש ארבעט מיט "וויסן". ער ווייסט אז דאס און דאס איז אזוי און אזוי. איך בין זייער סקעפטיש צו א מענטש ארבעט מיט די ניוראנס אין די מח. זאלן זיי זיך פלאגן נאכצומאכן א מח. א מענטש ארבעט מיט "וויסן".

מיין מח דארף נישט טראכטן פון יעדע באנק פון די שוהל, און פון יעדע טיש, און פון יעדע מענטש. איך ווייס עס מיט איינמאל. בסקירה אחת. מאן יימר אז דא צינד זיך אן די ניוראן וואס ווייסט א באנק, און די ניוראן וואס ווייסט פון א ארון קודש, און די ניוראן וואס ווייסט פון די עקזיסטענץ פון א ווייסע בארד, יעצט די ניוראן וואס ווייסט פון א קליינע בארד, יעצט די ניוראן וואס ווייסט פון א הויעכע היט, יעצט די ניוראן וואס ווייסט פון א פאפיר, יעצט די ניוראן וואס ווייסט אז די פאפיר איז אויפן פלאר. יעצט די ניוראן וואס ווייסט אז די פאפיר איז צעקנייטשט. יעצט די ניוראן וואס ווייסט אז די וואנט האט הענגערס. וכו' וכו' וכו' ס'ארבעט אויף איינמאל. מיט באוואוסטזיין. איך ווייס עס. די רגע מיין אויג זעהט עס, "ווייס איך וואס דאס איז". ווייל דשאסט איך ווייס. די רגע זיי ווילן אז א קאמפיוטער זאל דאס וויסן (איך רעד נישט פון וויסן אז ער ווייסט, וואס קיינער קען נישט אריינבלאזן א נשמה, וואס האט הכרה) דארפן זיי יעדע זאך באזונדער אריינפראגרעמען. אבער א מענטש ארבעט נישט אזוי. א מענטש ארבעט מיט "וויסן". א מענטש דארף נישט קיין פראגרעם פאר יעדע קליינע איפארמאציע. אזוי פארשטיי איך.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

הערות אויף וואס איך האב געהאט געשריבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ווען א מענטש טראכט אז א פלענט, א פלאנצונג, איז א גילוי אלוקית, איז דער גילוי פון עקזיסטענץ, א געטליכקייט. ווען א מענטש באוואוסטזיניגט זיך אויף די געטליכקייט פון א פלענט, ער באוואוסטזיניגט זיין באוואוסטזיין מער און מער מיט דעם וואס ער ווייסט אז דער אייבערשטער האט דאס געמאכט. דאס הייסט דער מענטש באוואוסטזיניגט זיך נישט אויף די עצם פלענט, נאר אויף זיין וויסן אז דער אייבערשטער האט דאס געמאכט, און אז ער איז דאס מחיי' יעדע רגע. ווען א מענטש באוואוסטזיניגט זיך אויפן פלענט אליין, באוואוסטזיניגט ער זיך אויף דאס וואס ער זעהט יעצט אין די פיזישע מציאות. אויך ווערט ער מער באוואוסטזיניגט אויף איר שיינקייט.

א מענטש קען האבן ביי זיך א הערליכע פלענט, אבער ווען ער באוואוסטזיניגט זיך דערויף, הייבט ער אן ווי רעדן צום פלענט: "ביסט אזוי שיין, דו שטייסט דא ביי מיר אזוי איידל אין א ווינקל, דו רעדסט נישט קיין ווארט, דו ווארטסט (כאילו) אז איך זאל דיר געבן מיין אטענשאן, דו ווייזט מיר אלעמאל דיין שיינקייט, און יעצט זעה איך דיר, און איך אנערקען אין דיר, איך בין מיט דיר, איך בין געווארן באוואוסטזיניג אויף דיר. (אויף מיר אליין, אויף מיין חלק אין עקזיסטענץ וואס האט א כח צו וויסן) איך בין פארגאפט פון דיר. איך זעה דיין שיינקייט. איך פיהל מיט מיט דיר". אבער ווען א מענטש באוואוסטזיניגט זיך אויף די געטליכקייט פון א פלענט, באוואוסטזיניגט ער זיך אויפן באשעפער וואס האט עס געמאכט. דער מענטש באוואוסטזיניגט זיך אויף זיין אייגענע השגה אין געטליכקייט, ער באוואוסטזיניגט זיך אויף זיין אייגענע עקזיסטענץ וואס קען וויסן באשעפער. ס'באוואוסטזיניגט זיך אים זיין אייגענע עקזיסטענץ וואס קען וויסן פון באשעפער. ס'קען וויסן פון באשעפער ווייל ס'איז א חלק, ווייל נאר א חלק קען בכלל וויסן עקזיסטענץ.

דף מד, האדם המשתדל אחרי איזה ענין של תורה ועבודה, ומשכללו להיות כלי להתקשרות נפשו דער מענטש מאכט אז די תורה ועבודה זאל זיין א כלי אז ער זאל זיך אליין קענען טרעפן. בעסער געזאגט ער זאל קענען טרעפן זיין חלק אלוק ממעל. איינמאל א מענטש טרעפט זיך, וועט ער זיך נאכאמאל וועלן טרעפן מיט ענליכע כלים אזאנע.

איך געדענק ביים אנהייב האב איך געמיינט אז בשעת מ'דאווענט, און מ'לערנט, און מ'גייט אן מיטן טאג, דארף מען האלטן קאפ אויף די השגה פון 'מציאותיות', אדער 'נפש', כדי מ'זאל פילן א מציאותיות, כדי די עצות פונעם ספר זאל ארבעטן. אבער ס'איז נישט אזוי. געדענק: ווען א מענטש נוצט זיינע כלי הגוף ווערט ער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. טאקע דאס מיינט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ווען דו טראכסט, טוסטו צוויי זאכן, איינס דו טראכסט פון די זאכן וואס די כלי האט דיך מעורר געווען צו טראכטן, און איינס וואס געשעהט אטאמאטיש צוזאמען מיטן טראכטן איז: אז דו ווערסט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. ווייל דו נוצט הכרה, און הכרה מאכט דיך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג ווען דו טראכסט פון שמע ישראל וכו' מיט די מח און מיט די חושים, און מיט די פינטעלע יוד וואס וויל ארויסקומען מן הכח אל הפועל, ווערסטו עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. דארפסט נישט טראכטן "איך ווער יעצט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג". דו דארפסט פשוט ערוועקן דיינע כלי הגוף פון די ריכטיגע כלים און דעת פראדעצירט זיך, א קשר ווערט געשאפן.

ס'איז אמת אז וויבאלד א מענטש טראכט, אדער ער נוצט חושים, ווערט ער באוואוסטזיניג, און אזוי ארום עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט. אבער דאך, ווען מ'גייט צו צו די כלים קדושים, מיט התרכזות, מיט די גליסטעניש אין הארץ, אן אויסטערלישע דארשט צו ווערן באוואוסטזיניגט משמים מיט די אמת'ע באוואוסטזיניגקייט, און אזוי ארום ווערן באוואוסטזיניגט אויף די מערסט-נאנטסטע צו אמת'ע עקזיסטענץ מעגליך, שאפט דאס קשר. דעת דקדושה. (די באוואוסטזיניגקייט וואס ס'שיינט אריין פון הימל, דאס דארף מען זיין הונדערט פראצענט צופרידן וויאזוי און וויפיל ס'איז, אפילו ווען די גליסטעניש איז ענדלאז.) ווען א מענטש שמועסט מיט זיין חבר און ער האט א אויסטערלישע גליסטעניש אין זיין הארץ, א האפענונג, אן ערווארטעניש, מיט א בענקשאפט, צו ווערן טיף איבערגענומען מיט נאנטשאפט, שטערט דאס אים נישט פון טראכטן, און שפירן, און טון.

דף מה.
הכלי בגוף שמכוון למידת הדעת

יעדע כח פרטי וויאזוי עקזיסטענץ-באוואוסטזיין באוואוסטזיניגט זיך אין באוואוסטזיין, האט א געוויסע כלי הגוף, די מח, מאכט מחשבה, און ס'באוואוסטזיניגט די עקזיסטענץ מצד הכרה. די חושים, באוואוסטזיניגט די עקזיסטענץ מצד חיות, דאס מיינט אז מיין עקזיסטענץ וואס באוואוסטזיניגט זיך אין באוואוסטזיין מצד חושים, אדער חושים פנימיים האט אין זיך א חיות. מיין חיות באוואוסטזיניגט זיך מיר. מיין עקזיסטענץ באוואוסטזיניט זיך מיר מיט א חיות. נאר עקזיסטענץ לעבט. אבער הכרה אליין, אן חושים, איז דאס נאכנישט מגלה אינעם באוואוסטזיין. חיות מיינט אז ס'ציהט מיך צו בלייבן דערמיט, און דאס אויפהאלטן. ווען א מענטש שפירט חיות, איז ער צוגעקלעבט דערצו.

ווען איך נוץ כלי המעשה, באוואוסטזיניגט עס צוזאמען דערמיט מיין עקזיסטענץ מצד התפשטות. לכאורה וואלט איך געקענט זאגן פארקערט, אז ווען איך וויל ארויסברענגען מיינע כוחות, מוז איך נוצן כלי המעשה. אבער ס'ארבעט אויך, אז ווען א מענטש נעמט זיך טון, באוואוסטזיניגט זיך אים זיין עקזיסטענץ, דורך זיינע אינערליכע כוחות. וויאזוי קען איך מאכן אז איך זאל האבן אין מיר א דחיפה חזקה, צו טון מצוות. ווארשיינליך דורכ'ן זיך נעמען טון, עד שיאמר רוצה אני. ווייל גוטע עקזיסטענץ באוואוסטזיניגט זיך ווען מ'טוט א מצווה.

אדער אפשר הכרה ווערט נתגלה מיט טראכטן. דאס הייסט ווען איך וויל האבן הכרה, וועל איך מוזן טראכטן. ווען איך וויל האבן חיות, וועל איך מוזן נוצן חושים צו מגלה זיין די חיות. ווען איך וויל מפשט זיין מיינע כוחות וועל איך מוזן נוצן כלי המעשה. ווען איך וויל מגלה זיין דמות פון מיין עקזיסטענץ, וועל איך מוזן נוצן מיין גוף. (ועוד יש לעיין ב"ה) עכ"פ זאגט ער, אז דעת ווערט נתגלה מיט די נערווען, רשת העצבים שעוברת דרך כל אברי הגוף, היא הכלי למידת ה'דעת' שבנפש, אז ווען א מענטש באוואוסטזיניגט זיך אויף עפעס אן עקזיסטענץ, אדער ווערט באוואוסטזיניגט פון עפעס, מוז דאס ווערן נתגלה אין זיינע נערווען. ער מוז ווערן איבערגענומען דערמיט. דאס מיינט, אז דעת איז זיך מגלה אין געפילן. affect. ער וויל אלעמאל ארויסברענגען אז די גוף פאר זיך איז א טויטע זאך. יעדעס חיות דערין קומט פונעם נפש. דעת איז זיך מגלה אין די emotions. די איבערגענומענקייט וואס אלע נערווען, אלע מוסקלן, ווערן איבערגענומען צוליב די באוואוסטזיניגקייט פון א מענטש. איז א כלי לגלות הדעת.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

הערות אויף וואס איך האב געהאט געשריבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

א מענטש וויל שאפן אין זיך 'דעת'. דהיינו פארשטערקערן א קשר מיט כלים וואס באוואוסטזיניגן אים אויף זיין עקזיסטענץ. אין אור החיים הקדוש יענע וואך פרשת ואתחנן וויל ער אונז לערנען וואס דאס איז אהבה, און וויאזוי ס'שאפט זיך אין א מענטש, און וויאזוי מ'דארף דאס אנטוויקלן צום אייבערשטן. א נפש, זייענדיג א חלק מתחת כסא הכבוד, וויל זיך באוואוסטזיניגן מיטן שענסטן, איי וואס האט עס מיט מיר. וואס האט מיין באוואוסטזיין זיך צו באוואוסטזיניגן מיט (אויף) אן עקזיסטענץ וואס ווערט אנערקענט פאר איר אלץ כלילת יופי? אלא מאי, מיין עקזיסטענץ איז וואס ווערט מיר דא באוואוסטזיניגט. מיר ווייסן אין די עקזיסטענץ פון באשעפער, און מיר ווייסן אז ס'איז כלילת יופי אין סוף, קומט א תשוקה בטבע.

אהבה איז א טבע אין א מענטש, די תשוקת הנפש צו מציאותיות. איך וויל מיך באוואוסטזיניגן מיט אזא עקזיסטענץ וואס מיין הכרה איז מכיר אז ס'וועט דאס מערסטע באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ אויף דאס בעסטע עקזיסטענץ. לאמיר זאגן א מענטש מיינט אז מ'דארף עסן מיט די מויל, רצוני לומר, אז מ'דארף זיך צובייגן צום עסן, און אזוי עסן, ער האט זיך צוליב א סיבה נישט אויסגעלערנט צו עסן מיט די הענט; וויאזוי עס קומט נאטורליך. קומט איינער און זאגט אים: מ'עסט מיט די הענט. אזוי מיט אהבה. אהבה אז די הארץ זאל נאטורליך ציען צום אייבערשטן, איז גענוי אדער מער ווי מ'קען עס פארשטיין בעולם הזה.

אויב ס'געלונגט פאר איינעם צו האבן אזא אהבה צום אייבערשטן, מוז זיין אז דער מענטש האט אנערקענט אז די עקזיסטענץ פון השי"ת אחד יחיד ומיוחד איז אזא עקזיסטענץ וואס אויב איך באוואוסטזיניג מיין באוואוסטזיין מיט דעם עקזיסטענץ ית' גיי איך אריינגיין א א פלאץ וואו ס'איז אויסטעליש גוט. מיין עקזיסטענץ גייט מיך ווערן באוואוסטזיניג גאר שטארק און אויף גאר א גוטן אופן און איך גיי קיינמאל נישט ווערן זאט. "כלילת יופי, למעלה מכל". דאס מיינט: אז תתחזק ותתרפא והיתה לה שמחת עולם. די נאטורליכע אהבה צו כלילת יופי, די נאטורליכע אהבה, זיך צו באוואוסטזיניגן אין די בעסטע עקזיסטענץ, און זיך וועלן נאך און נאך באוואוסטזיניגן צו מער און מער עקזיסטענץ. דאס איז די אהבת ה'. דאס מיינט ואהבת את ה' אלוקיך בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאודך.

אזא אהבה איז מורגש בלב. פונקט אזוי ווי; און נאך סך מער ווי ביי עולם הזה, וואס ס'איז אוודאי שייך אן הרגשת הלב, און א התלהבות, אזוי און נאך מער דארף זיין די אהבה צום אים. די רמב"ם זאגט אז ס'דארף זיין אזוי שטארק אז מ'זאל פשוט נישט קענען מסיח דעת זיין. ווי קען א מענטש מסיח דעת פון אזאך וואס געט אים אזא גוטע זיסע גאר שטארקע מציאותיות. עסן? כדי צו בלייבן אין עקזיסטענץ. כללות יופי? זיך צו באוואוסטזיניגן מיט די זיסטע עקזיסטענץ. געלט? זיך צו באוואוסטזיניגן מער און מער אין עקזיסטענץ. אוהב כסף לא ישבע כסף. והשם יעזור מ'זאל זיך נאר באוואוסטזיניגן אויף מציאותיות אמיתית.

דאס מיינט א מענטש וויל שאפן אין זיך 'דעת'. דהיינו פארשטערקערן א קשר מיט כלים וואס באוואוסטזיניגן אים אויף זיין עקזיסטענץ. ביים אייבערשטן איז עס מיט די באשעפער וואס ליגט אין די כלים; אין די תהלים, אין די תורה הק'. א מענטש זעהט אסאך מאל ווי מ'איז אים מזמין פון הימל מיט א געלעגנהייט זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עפעס א גוטע עקזיסטענץ, אבער מ'לאט אים נישט צוקומען דערצו. איז אויב דער מענטש קען סייווי נישט, פארוואס איז מען אים דאס מזמין? אלא מאי, מ'וויל פון הימל אז דער מענטש זאל נתעורר ווערן וואס דאס הייסט זיך באוואוסטזיניגן מיט א גוטע עקזיסטענץ. אבער נישט אז מ'זאל זיך באוואוסטזיניגן מיט עולם הזה, נאר מיט'ן באשעפער וואס ליגט אין כלים קדושים. מיטן באשעפער וואס ליגט אין א בלאט גמ' רש"י.

באוואוסטזיניגקייט איז זיך מגלה אין די עצבים שבגוף. א מענטש (א נפש) באוואוסטזיניגט זיך אויף עפעס א זאך מיט זיין הכרה, אדער מיט זיינע חושים, און ער שאפט דעת. ער באוואוסטזיניגט זיך אויף עפעס. האט דאס א געוויסע געפיל.

די באוואוסטזיניגקייט וואס א מענטש שאפט זיך מיט הכרה שפירט זיך ווי 'בעלות'. (צו פארשטיין אזאך נוצט מען הכרה; מ'איז עס מכיר) די מערסטע וואס מ'קען עס געבן א נאמען איז 'בעלות'. דער מענטש וואס עס איז אים געלונגען זיך צו באוואוסטזיניגן אויף עפעס מיט זיין הכרה, איז מרגיש דעת הבעלות. דאס איז א מין state of mind. דער מענטש איז איבערגענומען מיט אן עמאציאנאלער מצב וואס שפירט זיך אים ווי דעת הבעלות. ס'האט גארנישט מיט וועלן באסן אויף מענטשן ארום. אדער זיך ארומדרייען משה גרויס מיט די צוויי הענט אויף די לענדן. ס'איז אזא סארט געפיל וואס איז פארבינדן מיט וויאזוי א מענטש שפירט זיין עקזיסטענץ. מ'קען עס שפירן נאכ'ן ארויסהאבן א שווערן תוס'. אדער נאכן ארויסהאבן א געוויסע זאך. דער מענטש דרייט זיך ארום נאכדעם מיט אזא סארט באוואוסטזיניגקייט וואס האט אים איבערגענומען. ס'איז אזא סארט "דאס בין איך". "איך בין א דעת הבעלות קיינד אף פערסאן". אפילו די אויסדרוקן אויפן פנים זענען אזוי דעת הבעלות'דיג.

און די זעלבע מיט חיות, וואס שאפט דעת התדבקות. דער מענטש שפאצירט זיך ארויס פון א שיינעם פארק, מיט געפלאנצטע שמעקעדיגע שמייכלדיגע קאלירפולע בלומען, זיסע זינגעדיגע פייגלעך, דעם מענטש'נס זיך באוואוסטזיניגן מיט די חושים האט אזוי געמאכט אז ער זאל ווערן איבערגענומען מיט א געפיל פון התדבקות. דאס איז אזא סארט געפיל. א state of mind. די מערסטע וואס מ'קען עס רופן איז 'התדבקות'. ער איז עפעס אזוי צוגעקלעבט. נישט אז ס'בוזשעוועט אין אים. דשאסט "אימאושענעל". צוגעקלעבט. דאס איז נישט נאר א געפיל. דאס איז "איך בין יעצט אזא סארט עקזיסטענץ". דאס איז מיין יעצטיגע עקזיסטענץ.

און די זעלבע ווען א מענטש נוצט זיינע כוחות! ער שפירט זיך געבויט. דאס איז אזא סארט געפיל. מ'קען עס מערקן אויף מענטשן ווען זיי דאווענען מנחה מעריב נאכן בויען די סוכה. איך בין יעצט אן התבססות-עקזיסטענץ. דאס איז נישט סתם א געפיל. דאס איז אזא "דאס בין איך". און דאס איז אזא "איך האב מיך ליב אזוי צו פילן". פאר דע סיבה גייען אסאך יונגעלייט ב"ה ארבעטן. ער פילט זיך גוט. געבויט. געהאקט נעגל. געשניטן שיטראק. געזעגט סטודס. געדרילט. מ'פילט זיך געבויט.

און די זעלבע איז מיט דמות. די מחותן קומט זיך אריין, און זייענדיג די מחותן, און האבנדיג אזא וואוילן חתן ב"ה מיט אזא געלונגענעם שידוך ב"ה מיט אזא עולם ב"ה דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן. און זיך באוואוסטזיננדיג אויף וויאזוי ס'ווייסט זיך יעצט אים זיין אייגענע עקזיסטענץ. האט זיך געשאפן א דעת של התכבדות. און דער מענטש איז איבערגענומען מיט א געפיל פון התכבדות. די מערסטע וואס מ'קען עס אנרופן איז 'התכבדות'. די ווארט איז מער ווי ער טראכט "איך בין חשוב". ס'איז א באוואוסטזיניגקייט פון "איך בין חשוב". ס'איז א גוון פון עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

הערות אויף וואס איך האב געהאט געשריבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ. יתעלה ויתברך שמו לעד ולנצח נצחים.

מ'קען אפשר אראפשטעלן א כלל: עקזיסטענץ וויל זיך באוואוסטזיניגן מיט א דמות וואס איז די מערסטע חשוב. און אוודאי איז עס אזוי. געדענקענדיג וויאזוי זי האט זיך געוואוסט זייענדיג תחת כסא הכבוד, וויל זיך דער מענטש - מצדה; מכוחה - באוואוסטזיניגן מיט א חשוב'ע עקזיסטענץ, (אז ס'געהערט צו אים) ווייל דאס באוואוסטזיניגט זיין עקזיסטענץ אלץ א חשוב'ע עקזיסטענץ. איך שרייב דארט ווייטער: נישט ווייל דאס איז די עקזיסטענץ. נאר עקזיסטענץ קען זיך נאר ארויסברענגען מיט א דמות. איך מיין צו זאגן: "אז די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד דמות, איז נישט וויאזוי מיין נפש איז עכט. אבער סוף סוף מוז זיך מיין עקזיסטענץ באוואוסטזיניגן מיט א דמות. וואס ווייזט אז דא איז דא עצם. השי"ת איז די עצם. מיר זענען די שטראל. דאס מיינט "דער אייבערשטער זאל אריינשיינען אין יודישע הערצער".

איך האב געשריבן 'די דמות וואס מיין עקזיסטענץ האט זיך באוואוסטזיניגט פאר מיר איז די חשיבות פון די ספרים'. דאס הייסט ער ווייסט אז ס'איז נישט ער. אבער ביים נמשל, דארף מען וויסן דאס ענין פון טרעפן אונזער אבסעלוט עקזיסטענץ.

ווען איך דאווען ערליך און איך ווער נתעורר אויף א וועליו פון מיר אליין, איז דאס א כלי מיך צו מאכן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד דמות, און איך קען דערמיט שאפן א קשר, און עס מאכן שטערקער, און שאפן דעת התכבדות מיט אט די כלי. און איך קען וויסן אז ס'איז דער אויבערשטער ב"ה וואס האט א וועליו. איך קען צוריקגעבן די דמות דארט פון וואו ס'קומט. נאך דערצו אויב מ'לערנט יושר דברי אמת, און זיין ספר דרך אמת. והשם הטוב יעזור. דמות איז מיר געווען די שווערסטע צו פארשטיין פון וואס ער רעדט. וואס איז די כלי פאר דמות, וכו'.

ווען א מענטש דאווענט ערליך, קען ער באקומען עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד דמותו, ווייל ער ווייסט אז ער דאווענט "ערליך". 1) דאס וויסן פון א פאקט. 2) וואס דער פאקט מיינט פאר מיין עקזיסטענץ. ווען א מענטש ווערט איבערגענומען מיט התלהבות ביים דאווענען, איז די ערשטע נקודה: "ער ווייסט דערפון". א מענטש ווייסט וואס ס'טוט זיך מיט אים. די צווייטע זאך איז שוין: "עס מיינט אז איך בין א חשוב'ע עקזיסטענץ". ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד דמות האט פיר שטאפלן. די ערשטע שטאפל איז: 1) די כלי. די באוואוסטזיין ווייסט פון זיך אליין צו זאגן. די צווייטע איז: 2) דאס מיינט עפעס פאר מיין עקזיסטענץ. און די דריטע איז: 3) איך באוואוסטזיניג מיך דערמיט; מיט אט דעם וויסן. און די פערטע זאך איז: 4) איך ווער מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. יעדע באוואוסטזיניגקייט איז א דמות. דאס מיינט דמות. ווען איך באוואוסטזיניג מיך אויף מיין דמות; אויף מיין באוואוסטזיניגקייט, אנשטאט אויף אנדערע דרויסנדיגע אביעקטן, דאן האב איך א שאנס צו ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד מיין דמות. אויב מיין דמות האט עפעס א חשיבות פאר מיין עקזיסטענץ.

פונקט אזוי ווי ווען א מענטש באוואוסטזיניג זיך אויף א טישו באקס, וועט ער נישט ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. מ'ווערט נאר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג ווען מ'באוואוסטזיניגט זיך אויף א זאך וואס באוואוסטזיניגט די עקזיסטענץ. א טישו באקס באוואוסטזיניגט נישט קיין עקזיסטענץ. א קעניגליכע קרוין יא. ס'קען זיין אז ווייל מ'איז שוין צוגעוואוינט צו א טישו באקס. און ס'קען זיין אז אמאל לאנג צוריק; ווען מ'האט אנגעהויבן צו פארשטיין די וועלט; ווען מ'איז געווען גאר יונג, איז מען יא געווארן באוואוסטזיניגט פון א טישו באקס.

"א מענטש קען זאגן: "דאס אז איך שפיר התלהבות מיינט אז איך בין א חשוב'ע עקזיסטענץ, און דערפאר וועל איך מיך באוואוסטזיניגן דערמיט, און איך וועל ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג דערפון". און א מענטש קען זאגן "דאס אז איך שפיר התלהבות מיינט אז איך בין א חלק פון איין איינציגע עקזיסטענץ, ס'ווייזט אז ער עקזיסטירט, און איך בין נאר א חלק. ס'איז ווייל ער עקזיסטירט, וואס דערפאר בין איך א חלק. וואס דאס איז נאר א שטראל וואס שיינט מיר אראפ פון זיין ליכטיגקייט. און דערפאר וועל איך מיך באוואוסטזיניגן אויף (מיט) אים, און ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג פון אים; אויף די ליכטיגקייט אליין.

עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט מצד החיות קומט די מערסטע פון זעהן. ווען א מענטש זעהט, און ער באוואוסטזיניגט זיך אויף וואס ער זעהט, (דאס מיינט הסתכלות) ווערט ער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מצד חיות, זיין עקזיסטענץ האט זיך אים באוואוסטזיניגט מיט איר חיות. דאס שפיהר פון חיות, דאס קומט פון עקזיסטענץ; פון די נפש.

ער דארף 'אפהאקן' די קשר. איך רעד אגאנצן צייט פון קשר. אבער מ'זאל וויסן אז קשר מיינט ווי שטארק די באוואוסטזיניגקייט איז אויף א געוויסע כלי. אויב מ'וויל אפהאקן קשר מיט א געוויסע כלי, דארף זיין היסח הדעת. דאס מיינט: "איך מאך מיך אויס וויסנדיג".
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Pdf פון שער ראשון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

מיין [די] שוועריגקייט פון ארויסהאבן די לימודים לדעת קומט פון דעם אז מ'דארף אראפברענגען טיפע מושגים אז מ'זאל כאפן פון וואס ער רעדט. איך האלט אז דער לימודים לדעת האט ב"ה א שטארקע אמת אין זיך אויב מ'פאלגט עס. דאס הייסט, אויב איך ארבעט עס צו אויספירן הלכה למעשה. איך לעב אינעם הווה. איך רעד דיבורים פנימיים. נאר דאן קען איך האבן די פירות וואס ער אנטשפרעכט. ליינען לימודים לדעת גייט גארנישט טוישן. לערנען לימודים לדעת קען עפעס טוישן. אבער דער עיקר וואס טוישט איז די טרוקענע טון.

ווען איך האב אנגעהויבן איבערצוזעצן דעם לימודים לדעת אויף יודיש דא אויף אייוועלט ווייל איך האב עס געוואלט טיפער פארשטיין, האב איך עס נישט ארויסגעהאט, אזוי ווי איך האב עס היינט ארויס. ווי מער מ'זעהט אזאך, אלץ קלארער און שארפער ווערט עס. דאס און דאס איז הכרה. ס'דא אזאנע איינרעדענישן פון מאל צו מאל וואס האבן מיר געזאגט אז ס'איז נישט אזוי ווייט ווי ער מאכט עס. אבער ניין. איך האב מיך איבערצייגט אז ס'איז יא אזוי ווי ער מאכט עס.

ר' שרגא איז א INTP. א INTP שרייבט נישט קיין זאך פאר ס'איז ביי אים קלאר אז דאס איז עס. ס'איז צומאל שווער פאר א מענטש צו פאלגן "טו אזוי און אזוי און ס'גייט זיין גוט". אפילו ס'איז אמת, אבער מ'זעהט נישט דעם גאנצן עפל גראד ווען מ'הייבט אן. דער יצר שלאפט נישט. ער שלעפט, און מ'דארף זיך לערנען אויף די אייגענע ביינער נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, אז "מ'דארף לעבן אין די מאמענט". אויב איך גיי לעבן אין די מאמענט וועט זיין גוט, אז נישט גייט זיין עפעס. ס'דויערט צייט ווילאנג מ'הייבט אן כאפן אז "עפעס זאגט ער דער ר' שרגא".

איך האב פרובירט במיטב כוחותי מסביר צו זיין דעם לימודים לדעת. איך האב נישט געוואלט אז ס'זאל זיין אן אריכות. איך וויל אז מ'זאל עס גוט פארשטיין. דאס אלעס. ס'איז די השגה וואס איך וויל אז ס'זאל ווערן פארמערט. אסאך מאל, ווען א מענטש זעהט א קאנצעפט נאר איין מאל. גייט ער עס פארגעסן. ס'גייט ווערן בלורי. און זיכער אז ס'גייט נישט שטופן צו מעשים וואס ברענגען ניכר'דיגע רעזולטאטן. וויבאלד די קאנצעפט איז שוין בלורי, וואסערע מעשים קען דאס שוין ברענגען.

איך וואלט געקענט זיצן, און זיצן, און זיצן, צו בעסער מאכן דעם לימודים לדעת אז מ'זאל עס פארשטיין. איך האלט אז אויב א מענטש פארשטייט עס. אבער גוט! קען ער ארויסקריכן פון פארשידענע שוועריגקייטן. דאס דארף אבער ווערן פארשטאנען אויף א טיפערע וועג וויאזוי מ'פארשטייט געווענליך. דאס דארף ווערן פארשטאנען מיט עקספיריענס.

ס'דא זאכן וואס נאר אז מ'לעבט דאס מיט, ווייסט עס מען עס. לימודים לדעת איז איינע פון די זאכן. נאכאמאל. איך וואלט געקענט זיצן נאך מער, און בעסער מסביר זיין דעם לימודים לדעת, אבער איך זארג מיך אז אויב איך וועל נישט ארויפלייגן דאס ביסל וואס איך האב שוין געמאכט, וועל איך אויף עפעס אן אופן בלייבן סטאק דערמיט. ווייל מ'קען איבערגיין און איבערגיין, און עס בעסער מאכן. נאר איך האף אי"ה עס בעסער צו מאכן.

איך האב נאך אסאך וואס צו שרייבן. שער ראשון איז וואס איך האב שוין געמאכט, אבער איך וויל עס נאך פארבעסערן. דעס איז אותיות גדולות

זייער מעגליך אז אין א שטיק צייט ארום בעזרהשי"ת וועל איך ארויפלייגן סיי די איבעריגע. און סיי די יעצטיגע, פארבעסערט. סאו, אויב דו ליינסט עס יעצט און דו פארשטייסט נישט קיין איין ווארט. פרוביר נאכאמאל אין א צייט ארום. ווען איך וועל ארויפלייגן די וואס איך האב בעסער געמאכט. אפשר וועסטו יא פארשטיין. איך אליין האב עס נישט פארשטאנען געהעריג ווען איך האב עס אנגעהויבן צו מפרש זיין אויף יודיש. דער עיקר וואס איך וויל איז: קום נאכאמאל אהער. פעקל עס אראפ. און געב א קוק, אפשר וועסטו עס דענסמאל יא פארשטיין אי"ה.
והשם הטוב יעזור.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2304
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

איך נייטיג מיך זייער אין דעם ספר
אויב קען עס איינער מיר בארגן, אדער אנצייגן וואו מען קען דאס קויפן, [אין ווימסב"ג לכתחילה], ביטע מיר אנצייגן
שכוח
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
גראד געטראכט
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 8:07 am

קויפן ר' שרגא'ס ספר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראד געטראכט »

רוף ר' שרגא אליינס אויף
1-845-426-0951
ער וועט דיך לייכטערהייט קענען צופירן ווי מען קען עס קויפן
אגב. ער איז זייער א לייכטע מענטש און זייער צוגעלאזן
ווי אויך וועט ער (אזויווי יעדע מחבר) שטארק הנאה האבן פון דער פאון קאלל...
דער ספר לויפט שוין אויס
מען גייט עס אי"ה איבעדריקן מיט אפאר הוספות אבער דאס נעמט צייט (מיט געלט...) כמובן
גראד געטראכט
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 8:07 am

דריקן לימודים לדעת אין אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראד געטראכט »

טייערע נשמה
דיין ארבעט איז געוואדיג
האסטו געטראכט איבער דריקן אדער עכ"פ צאמנעמען דיין ווערק אין א pdf?
כלל ישראל דארף עס emergency
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

גראד געטראכט האט געשריבן:טייערע נשמה
דיין ארבעט איז געוואדיג
האסטו געטראכט איבער דריקן אדער עכ"פ צאמנעמען דיין ווערק אין א pdf?
כלל ישראל דארף עס emergency

איך וועל פרובירן אי"ה. והשם הטוב יעזור. ש'כח פארן דערמאנען.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

סאו, נאכמאל...

עס לוינט זיך פאר א מענטש צו ווערן מער און מער באוואוסטזיניגט אויף זיין נפש, ווייל נאר ווען ער ווערט באוואוסטזיניגט אויף זיין נפש קען ער ווערן נאנטער צום רבש"ע.

יעצט, וואו הייב איך אן? מ'הייבט אן מיט די רצון. ווען איך גיי ווערן אויפמערקזאם אז איך וויל עפעס, דארף איך מיך באוואוסטזיניגן; דארף איך טראכטן, אז דאס קומט פון מיין נפש. מיין נפש וויל יעצט עפעס. נישט יעדע רצון וואס איך גיי האבן, קומט בלויז פון מיין נפש ווי מיר וועלן שפעטער זעהן, ס'קען ווערן אריינגעמישט אנדערע כוחות וואס שטערן די התגלות פונעם בלויזן נפש. אבער יעדע מאל וואס איך פיל אז איך וויל עפעס, הייבט זיך עס אן פון מיין נפש. מיין נפש איז דער וואס וויל. א טויטע מענטש וויל גארנישט. און איך דארף ווערן אויפמערקזאם דערויף. איך דארף ווערן אויפמערקזאם: דאס קומט פון מיין נפש.

יעצט, יעדעס מאל איך וויל עפעס דהיינו מיין נפש וויל עפעס, (האמיר געשמועסט אז יעדע רצון קומט פונעם נפש), דארף איך ווערן אויפמערקזאם אז וואס מיין נפש וויל יעצט באמת איז צו ווערן באוואוסטזיניגט אז זי עקזיסטירט אויף אזא שטארקער אופן אז קיינער און גארנישט קען נישט מבטל זיין איר עקזיסטענץ. און אויף דעם דארף איך ווערן אויפמעקזאם יעדעס מאל איך ווער אויפמערקזאם אז איך וויל עפעס. וואס איך וויל באמת איז צו ווערן באוואוסטזיניגט, אדער בלייבן באוואוסטזיניגט אז איך עקזיסטירט אויף א שטארקער אופן אז קיינער און גארנישט קען דאס נישט מבטל זיין. דאס וואס ער רופט 'מציאותיות'.

צום ביישפיהל, דאס וואס א מענטש זעצט זיך אוועק אויף א שטיין וואס שטעקט זיך ארויס פון א הויעכן בארג, די שטיין איז א מייל העכער א רוישיגן ים, מ'שפירט זיך ממש אין דער לופט, א מייל העכערן ים... דער מענטש ווערט דעמאלטס באוואוסטזיניגט אז ער איז א שטארקער עקזיסטענץ, ווייל אפילו ס'שרעקעדיג בלייבט ער אין עקזיסטענץ, די סכנה ברענגט ארויס די שאיפה פון זיין נפש. די שאיפה צו אזא סארט באוואוסטזיניגקייט קומט פונעם נפש. די רצון צו ווערן באוואוסטזיניגט אז מ'עקזיסטירט אין אזא סארט עקזיסטענץ קומט ווייל מ'איז א חלק פון איין איינציגן עקזיסטענץ. וואס ער איז די עקזיסטענץ און מיר זענען א חלק.

דער מענטש - מכח זיין נפש - ווייסט אז ער איז א חלק פון איין איינציגן עקזיסטענץ, נישט אלעמאל ווייסט ער אז ער ווייסט עס, אבער ער ווייסט, וואס דערפאר וויל ער ווערן באוואוסטזיניגט און בלייבן באוואוסטזיניגט אז ער עקזיסטירט. ער וויל זיך נישט אפרייסן דערפון. נאר וואס דען? נישט אלעמאל כאפט ער וואס עס עקזיסטירט דא באמת, און וואס וויל ער אז ס'זאל בלייבן אין עקזיסטענץ. ער ווייסט אז ער וויל אז עפעס זאל דא בלייבן אין עקזיסטענץ. ער ווייסט אבער נישט וואס.

צום ביישפיהל א פירער מיינט, אז וואס ער וויל ס'זאל דא בלייבן אין עקזיסטענץ, וואס עס דארף דא בלייבן אין עקזיסטענץ, איז זיין 'איך' וואס ער האט צאמגעשטעלט פון זיינע געפילן, ער מיינט אז דאס וויל עקזיסטירן און דאס דארף ער אנהאלטן. א זעקסער מיינט: אז די עקזיסטענץ וואס ער וויל אז ס'זאל בלייבן אין עקזיסטענץ, איז די שפיר פון פארזיכערונג. ער מיינט אז דאס וויל בלייבן אין עקזיסטענץ. דער שפיר פון זיכערקייט. נישט צו זיין פאקטיש פארזיכערט. נאר דער שפיר פון זיכערקייט.

אבער באמת איז עס נאר א דמיון. וואס א מענטש וויל באמת איז צו ווערן מער און מער באוואוסטזיניגט, אז דער אייבערשטער עקזיסטירט. וואס דאן איז דער מענטש באוואוסזיניגט אז ער איז א חלק פון דעם אמת'ן איין איינציגן עקזיסטענץ. אין די שיעורים: מיין גאנצע ענין איז דער אייבערשטער. דאס פלעגט ער זאגן: אלעס איז דער אייבערשטער.

נאך אזאך וואס איך דארף (דארף? ס'לוינט זיך) טראכטן בשעת איך וויל עפעס. אז איך האב נישט קיין קאנטראל אויף מגשם זיין דעם רצון. איך קען נאר וועלן און פרובירן טון פעולות. אבער איך האב גארנישט פון אנהאלטן קאנטראל אז ס'זאל מגושם ווערן מכח אל הפועל.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

'רצון' איז די זאך אויף וואס מיר דארפן ווערן אויפמערקזאם בעת עס ערוועקט זיך אין אונז. לויט וויאזוי איך פארשטיי יעצט, דארפן מיר ווארטן ווילאנג ס'ערוועקט זיך אין אונז א רצון צו עפעס, און דאן איז די צייט צו ווערן באוואוסטזיניגט אויף אונזער נפש. דורכ'ן זיך באוואוסטזיניגן: אט דער רצון קומט פון מיין נפש; מיין נפש וויל דא עפעס. און צולייגן אז באמת וויל זי זיך באוואוסטזיניגן איר אמת'ע עקזיסטענץ. די געפיל פון "איך וויל" איז א געלעגנהייט צו באוואוסטזיניגט ווערן אויף אונזער נפש.

איז דא פיר סארטן "איך וויל". וואס פון יעדע איינע דערפון קענען מיר ווערן אויפמערקזאם: אט דאס קומט פון מיין נפש.

איך וויל מכיר זיין עפעס. דאס רופט ער 'הכרה'.

איך וויל מרבה זיין מיין חיות דורך עפעס. דאס רופט ער 'חיות'.

איך וויל ארויסברענגען מיינע כוחות אל הפועל. דאס רופט ער 'התפשטות'.

און איך וויל אריינברענגען אין מיר, אדער ארויסברענגען פון מיר, א געוויסע דמות. דאס רופט ער 'דמות'.

אבער אלעס הייבט זיך אן ווען עס קומט פון אינעווייניג אין אונז א רצון צו עפעס. "איך וויל". מיר דארפן זיצן און ווארטן ווען דער "איך וויל" וועט ארויסקומען פון אונזערע טיפענישן. מיר קענען פארשטייט זיך אויך טון דרויסנדיגע פעולות צו אנרייצן דעם "איך וויל" פון אונזערע טיפענישן. אבער איך וויל דא רעדן פון ווארטן אויף א "איך וויל" וואס קומט פון אונזערע טיפענישן. און אין דעם איז דא פיר סארטן "איך וויל".

די פערטע פון די פיר רופט ער 'דמות'. דער מענטש שפירט פון וואו זיינע טיפענישן קומט ארויס "איך וויל יעצט ארויסקומען מיט א געוויסע דמות". דאס קומט פונעם נפש. אזוי ווי יעדע רצון קומט פונעם נפש.

צום ביישפיהל: ווען א מענטש קומט אריין צו א אדם חשוב, א תלמיד חכם, א ירא שמים וויל דער נפש (יעדע רצון קומט פונעם נפש) ארויסברענגען פון זיך א געוויסע דמות. דער מענטש שעמט זיך צו זיין אן דעם. ס'פאסט נישט.

יעצט, יעדע רצון קומט פונעם נפש. און מ'דארף ווערן אויפמערקזאם; דאן איז די צייט צו ווערן אויפמערקזאם: מיין נפש וויל אריינברענגען אין מיך, און ארויסברענגען פון מיר א געוויסע דמות. און וואס מיין נפש וויל באמת איז מציאותיות.

יעצט, נישט נאר ווען א מענטש קומט אריין צו א תלמיד חכם, א ירא שמים, וויל א מענטש ארויסברענגען פון זיך אזא און אזא דמות. נאר א סך מאל קען מען שפירן ווי פון די טיפענישן קומט ארויס אזא "איך וויל ארויסברענגען אין מיין באוואוסטזיניגקייט א געוויסע דמות פון מיר". איך וויל מיך מגלה זיין פאר מיר אליין. פון די טיפענישן וויל זיך א געוויסע געשטאלט באוואוסטזיניגן אינעם באוואוסטזיין פונעם מענטש. און דאס קומט פונעם נפש. דער ווילן קומט פונעם נפש. און דער רצון איז באמת א שאיפה צו מציאותיות. ווי דער נפש זאל זאגן: איך וויל מיך באוואוסטזיניגן מיט א דמות אויף אזא אופן צו שפירן אז איך בין א שטארקער מציאות וואס איז דא.

איז, יעדע מאל איך גיי ווערן אויפמערקזאם אז איך וויל (איך וויל; מיין נפש וויל) מכיר זיין עפעס, אדער איך וויל מרבה זיין מיין חיות מיט עפעס, אדער איך וויל ארויסגעבן מיינע כוחות אל הפועל, אדער איך וויל ארויסברענגען אין מיין באוואוסטזיין א געוויסע דמות, איז די צייט זיך צו באוואוסטזיניגן אז דאס קומט פון מיין נפש, וואס באמת וויל זי מציאותיות; וויל מיך און זיך באוואוסטזיניגן מיט איר ריכטיגע עקזיסטענץ. אלץ מהותית וחיובית.

דאס וואס א מענטש זוכט מציאותיות, דאס קומט פון זיין נפש וואס שטרעבט צו וויסן איר אמת'ן עקזיסטענץ.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 2:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

איך קען באשטיין טאמער איינער פארשטייט נישט וואס איך שרייב אז ער זאל פרעגן; נאכדערצו אויב ביסט פרעמד צו די אלע ענינים, און דו הייבסט אן ליינען. ווייז מיך די ערשטע פלאץ וואו דו ווערסט סטאק. אזוי קען איך עס אראפשרייבן אויף אן אופן וואס אפילו ווער ס'פארשטייט גארנישט זאל עס פארשטיין. אין מיין קאפ האב איך שוין די אלע הקדמות וואס ס'פעלט אויס צו פארשטיין וואס איך שרייב. איך ווייס דאך נישט וואס דו ווייסט נישט.

אין זיינע נייע שיעורים אויף די האטליין ובחרת בחיים, (איך האלט ביי נומער זעקס.) רעדט ער פון יכולת, ולהכיר חוסר היכולת, און זיך באוואוסטזיניגן אויף די חשיבות פון די ריכטיגע פעולות וואס מ'האפט אז ס'וועט ברענגען תוצאות. קיווי קענען מיר יא האבן. אבער מיך געפעלט אז אין זיין ספר 'לימודים לדעת' רעדט ער שוין פון דעם. ער איז עס נאר מלבש אין בעסערע דיבורים אז מ'זאל עס גרינגער פארשטיין.

שפעטער אין ספר; שער שלישי חובת הדעת געט ער עצות וואס מ'זאל טון ווען מ'זעהט אז די נפש וויל זאכן וואס ס'איז נישט דביקות בה'. אבער קודם דארף מען ווערן אויפמערקזאם בעת מ'פיהלט א "איך וויל" אז דאס קומט פונעם נפש, און אז די נפש וויל באמת מציאותיות ("איך וויל פוילעצן" קומט ווייל די כוחות הגוף פארדרייען די רצון פונעם נפש. ווי ער רעדט דארט ווייטער אין שער שלישי.)

צדדי הנפש פועלים בהתמזגות

ווען א מענטש ווערט אויפמערקזאם אויף א "איך וויל...", קען ער מבחין זיין אז אפילו ער וויל בעיקר נאר מכיר זיין א זאך, צום ביישפיהל, ער הערט קולות וואס ציען זיין אינטערעסע, און ער וויל מכיר זיין וואס דאס איז. וואס דאן אויפמערקזאמט ער זיך אז דאס קומט פון זיין נפש, וכו', קען ער מבחין זיין אז ער וויל אויך מרבה זיין זיין חיות דערפון, און אז ער וויל אויך מפשט זיין זיינע כוחות אל הפועל, און ער וועט זעהן אז זיין באוואוסטזיין וויל אויך אננעמען א געוויסע דמות. די אלע רצוניות קומען מכח די נפש וואס איז א חלק אלוק ממעל, וויל זיך באוואוסטזיניגן איר אמת'ע עקזיסטענץ. א געוויסע עקזיסטענץ וויל זיך דא באוואוסטזיניגן, און דער מענטש מיינט, אז ער גייט עס דא טרעפן.

יעדע מאל איך טרעף א נייע מענטש, ווער איך עקסיידעט. פארוואס? ווייל די געטליכקייט איין איינציגע עקזיסטענץ וואס איך בין א חלק דערפון מאכט אז איך זאל איר וועלן טרעפן, און איך מיין אז יעצט וועל איך עס טרעפן. ער געט עצות שפעטער אין ספר, ווי פריער דערמאנט.

די זעלבע זאך איז ווען א מענטש ווערט אויפמערקזאם אויף א "איך וויל מרבה זיין מיין חיות מיט די און די זאך", איז אפילו ער וויל בעיקר נאר מרבה זיין זיין חיות דערמיט, וועט ער זעהן אז ער וויל אויך דערמיט מכיר זיין עפעס. און אז ער וויל אויך ארויסברענגען פון זיך געוויסע כוחות, און אז זיין באוואוסטזיין וויל אננעמען א געוויסע דמות.

אזוי איז אויך ווען די "איך וויל" איז א "איך וויל ארויסברענגען מיינע כוחות אל הפועל", קען מען אויך באמערקן אז מ'וויל מכיר זיין, און מ'וויל מרבה זיין די חיות, און אז די באוואוסטזיין וויל אננעמען א געוויסע דמות.

און אזוי אויך ווען מ'אויפמערקזאמט זיך אויף א "מיין באוואוסטזיין וויל יעצט אננעמען א געוויסע דמות" קען מען מערקן אז דא איז אויך דא די רצון צו מכיר זיין, די רצון צו מרבה זיין חיות, די רצון צו מוציא זיין אל הפועל די אינערליכע כוחות.

ווי מער מ'ווערט באוואוסטזיניגט אויף די "איך וויל" וואס דאס קומט דאך פונעם נפש, אלץ מער איז דא די געלעגנהייט צו כאפן אז מ'זוכט באמת מציאותיות, און אז באמת זוכט מען די ריכטיגע אמת'ע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

די צווייטע פרק רופט ער 'כלי הנפש'.

פון וועם צו פרעגן וואס וויל איך?

ס'דא ווען א מענטש ווערט אויפמערקזאמט "איך וויל עפעס", האמיר שוין געשמועסט אז דאן איז די צייט זיך צו באוואוסטזיניגן אז דאס קומט פונעם נפש וכו'. אבער נאכדעם איז דא אז מ'קען זיך פרעגן "איך וויל יעצט עפעס?"

די כלליות'דיגע פראגע "איך וויל יעצט עפעס?" קען מען פרעגן אויף פיר פרטיות'דיגע וועגן. און מ'דארף געדענקען זיך צו באוואוסטזיניגן אז "איך וויל" קומט פונעם נפש וכו' כנ"ל.

מ'פרעגט דעם מח, וויל איך יעצט נוצן מיין מח כדי מכיר צו זיין עפעס? פארשטייט זיך אז אויב מ'איז מבחין אז מ'וויל נישט די ריכטיגע זאכן געט ער עצות שפעטער אין ספר וויאזוי עס ארויפצוברענגען צו די ריכטיגע וכו'.

מ'פרעגט די חושים, וויל איך יעצט שפירן חיות פון עפעס. דורכ'ן זעהן, אדער הערן, אדער שמעקן, אדער שפירן. אדער דורך א טעם?

מ'פרעגט די כלי המעשה, וויל איך יעצט עפעס טון כדי צו מפשט זיין מיינע כוחות אל הפועל?

מ'פרעגט זיך, צו וויל זיך מיר יעצט באוואוסטזיניגן מיט א געוויסע דמות?

צום ביישפיהל, גאווה איז א רצון פונעם נפש זיך צו באוואוסטזיניגן מיט א געוויסע דמות. ס'ארבעט על זה הדרך. די נפש זייענדיג א חלק אלוק ממעל וויל זיך באוואוסטזיניגן מיט איר ריכטיגע עקזיסטענץ, די ריכטיגע עקזיסטענץ וויל אריינקומען אין דעם מענטשנ'ס באוואוסטזיין, און דאס פארדרייט אז דער מענטש זאל זיך וועלן באוואוסטזיניגן מיט א דמות פון "איך בין געלונגען", ווייל דער מענטש כאפט נישט אז דער אייבערשטער; די איין איינציגע אמת'ע עקזיסטענץ אין וואו מ'איז א חלק וויל זיך דא באוואוסטזיניגן, ער כאפט נישט וועלכע עקזיסטענץ עס וויל זיך דא באוואוסטזיניגן, באוואוסטזיניגט ער זיך מיט "איך בין געלונגען" דאס געט אים א פאלשע מציאותיות. עכ"פ, גאווה איז א "איך וויל זיך באוואוסטזיניגן מיט א דמות פון מיין עקזיסטענץ". ווען באמת זוכט די נפש זיך צו באוואוסטזיניגן אז דער אייבערשטער איז די עקזיסטענץ און איך בין נאר א חלק פון אים. גאווה איז ממש ווי מ'טוט אן דעם אייבערשטענס לבוש כביכול. כמובא באגרת הרמב"ן.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג אוגוסט 26, 2019 3:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

פרק שלישי

מבאר זיין די מדת הדעת.

די תורה הקדושה הייסט אונז אז מיר זאלן וויסן דעם אייבערשטן, ווי ס'שטייט אין פסוק וידעת היום והשבות אל לבבך. וויסן דעם אייבערשטן מיינט טיפער ווי סתם וויסן. והא ראי' וואס טייטשט והאדם ידע את חוה? ער האט דאך איר שוין געוואוסט פון פארדעם?

א מענטש זייענדיג באאיינפלוסט פון זיין נפש, וויל מכיר זיין עפעס, וויל האבן חיות פון עפעס, וויל מפשט זיין זיינע כוחות אל הפועל, און זיין באוואוסטזיין וויל אננעמען א געוויסע דמות. מ'זעהט א קליין קינד וויל, ס'וויל שלעפן די טישטוך, ס'וויל ארומקוקן, ס'וויל.

האמיר שוין פריער געשמועסט אז וואס דער מענטש - מצד דעם נפש - וויל עכט איז זיך צו באוואוסטזיניגן זיין עקזיסטענץ אז ס'איז א שטארקע עקזיסטענץ וואס ס'דא און ס'קען נישט בטל ווערן, דהיינו מציאותיות, און אז באמת וויל ער זיך באוואוסטזיניגן אויף זיין אמת'ע עקזיסטענץ; אז דער אייבערשטער ית' עקזיסטירט און איך בין א חלק.

יעצט וועלכע זאך עס וויל זיך מיר נוצן פאר הכרה, אדער פון וואו צו שעפן חיות, וכו', דאס ווענט זיך אין מיין מידה פון דעת.

דעת מיינט: וועלכע זאך ווייס איך אז ס'קען מיר שטארק און טיף מעורר זיין מיין הכרה, אדער חיות, אדער התפשטות אדער דמות, אויף אן אופן אז ס'געט מיך מציאותיות. ווייל ס'האט מיר שוין אויפגעוועקט מיין הכרה וכו'. און טיפער מיינט עס, וועלכע זאך ווייס איך אז ס'קען מיך געבן מציאותיות. אז ס'באוואוסטזיניגט מיך מיין עקזיסטענץ אויף א שטארקער פארנעם, אז ס'דא, און ס'גייט בלייבן, און ס'קען נישט בטל ווערן, וכו'.

צום ביישפיהל, א מענטש שפירט א שטארקע חיות פון א געוויסע עסן, אבער ער ווערט געוואויר אז די עסן קען אים הרג'נען אויפן פלאץ, איז כאטש ער ווייסט, ער האט דעת, אז דאס קען אים געבן שטארקע חיות, וואס האט ער פון חיות, אויב ס'פארווייניגערט זיין עקזיסטענץ. ווייל עכט זוכט א מענטש מציאותיות. און באמת זוכט א מענטש די ריכטיגע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

צום ביישפיהל: א קינד - מצד דעם נפש - דארף שפילצייג. ווייל ס'וויל מכיר זיין. ס'וויל האבן חיות. ס'וויל ארויסגעבן אינערליכע כוחות אל הפועל וכו'. וועלכע שפילצייג? דאס ווענט זיך אין דעם קינד'ס מדת הדעת.

וואס ווייסט דאס קינד, וויאזוי איז זיין מידת הדעת, וועלכע שפילצייג קען דאס מערסטע באווייזן צו מעורר זיין דעם קינד'ס הכרה, אדער חיות, אדער התפשטות, אדער דמות (זיך פארשטעלן ווי א...), אלץ מער צוגעבינדן וועט דאס קינד שפירן צו דעם געוויסן שפילצייג.

פארוואס איז ער צוגעבינדן דערצו?

ווייל ער ווייסט - נישט אלעמאל ווייסט ער אז ער ווייסט, אבער ער ווייסט אז דער שפילצייג באוואוסטזיניגט אים שטארק זיין אייגענע עקזיסטענץ, ווייל ס'געט אים די געלעגנהייט פאר שטארקע הכרה, אדער חיות, אדער התפשטות וכו', און דערפאר איז ער אזוי צוגעבינדן צו עס, יעצט, דער צוגעבינדענקייט איז א תוצאה פון דעת. ווי עלטער א קינד ווערט, אלץ מער פארשטייט עס אז ס'דא בעסערע 'הכרה' אויף דער וועלט, און בעסערע זאכן פון וואס צו שעפן חיות. וכו'. דעת מיינט נישט נאר סתם וויסן, דעת מיינט וויסן אז ס'קען מיך שטארק באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ, דורך הכרה, אדער דורך חיות וכו'.

דעת דקדושה

דעת דקדושה מיינט אז דער מענטש ווייסט איבעראל אין זיך, אז גארנישט קען מיך באוואוסטזיניגן מיין אמת'ע עקזיסטענץ, נאר תורה און מצוות וכו'. און דאס מיינט 'וידעת היום והשבות אל לבבך' אז נאר מיט'ן אייבערשטן קען איך מיך באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ. דהיינו אז נאר עקזיסטירט.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג אוגוסט 26, 2019 3:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

ביי יעדע בארירונג מיט מיין וועלט וועקט זיך אויף מיין מידת הדעת.


מיר ווילן זיך באוואוסטזיניגן אויף אונזער נפש, דהיינו, זיך אויפמערקזאם מאכן אויף די "איך וויל", וכו' ווי איך האב שוין אויבן מבאר געווען.

נאכדעם איז דא זיך צו באוואוסטזיניגן אויף מיין מידת הדעת. דהיינו, ווי שטארק און אויף וועלכע אופן וויל זיך מיר נוצן די יעצט ארום מיר, די כלים וואס איז יעצט ארום מיר, די זאכן וואס איז יעצט ארום מיר, ווי שטארק וויל זיך דאס מיר יעצט נוצן, ווי שטארק בין איך צוגעבינדן דערצו, כדי זיך צו באוואוסטזיניגן דערמיט אויף מיין עקזיסטענץ. אין אנדערע ווערטער: וויאזוי איז מיין מידת הדעת צו מיין יעצטיגע ארום. ווי שטארק פארשטיי איך מיין יעצטיגע ארום, ווי שטארק פארשטיי איך אז דאס קען מיר געבן מציאותיות. וואס אין מיין יעצטיגע ארום פארשטיי איך אז דאס קען מיר געבן מציאותיות.

די מידת הדעת ערוועקט זיך אגאנצן צייט נאכאמאל און נאכאמאל און דערפאר קענען מיר זיך אגאנצן צייט אויפמערקזאם מאכן דערויף.

די נפש וויל זיך באוואוסטזיניגן איר עקזיסטענץ. אבער מיט וואס און פון וואו? דאס ווענד זיך אין מיין מידת הדעת.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מיטוואך אוגוסט 28, 2019 2:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

סארי פארן שרייבן אזויפיל דאס ווארט 'יעצט'. אבער דער עיקר ספר איז עבודה אויפן הווה.

פארוואס איז מיין דעת יעצט אזוי צו מיין יעצטיגן ארום.

ווען מיר מאכן זיך אויפמערקזאם וויאזוי עס איז אונזער דעת צו דעם יעצטיגן ארום זאל מען וויסן אז דאס האט סיבות פארוואס דאס איז אזוי געווארן.

צום ביישפיהל, איך קום אריין מיט מיין חבר אין ביהמ"ד פלוני, און מיין דעת איז מיר מודיע אז דער פלאץ דא איז זייער מסוגל צו באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ, דהיינו איך הייב אן שפירן ווי איך ווער צוגעצויגן און צוגעבינדן מיט א פאזיטיווקייט צום פלאץ. איך ווייס נאכנישט מיט וואס פונקטליך איך גיי מיך דא באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ, ס'האט אבער סיבות פארוואס מיין דעת איז יעצט אזוי צו דעם געוויסן פלאץ. מיין חבר וואס קומט מיט מיט מיר; זיין דעת איז אים מודיע אז דער פלאץ דא האט נישט עפעס א ספעציעלקייט צו באוואוסטזיניגן זיין עקזיסטענץ, און זיין דעת איז נישט עפעס מער צוגעבינדן צום דעם פלאץ.

די עיקר סיבה פארוואס מיין דעת פארציילט מיר אז דא איז דא עפעס 'כלים' מיט וואס צו באוואוסטזיניגן מיין מציאות; דער עיקר סיבה דערצו איז ווייל דער אייבערשטער האט אזוי מסבב געווען סיבות מסיבות שונות, אז איך זאל אזוי וועלן; איך זאל יעצט דא וועלן זיין; מיין דעת זאל יעצט ווערן צוגעבינדן צו דעם פלאץ.

די זעלבע ווען איך טרעף א געוויסע מענטש. און מיין דעת זאגט מיר: מיט דעם מענטש קען איך יעצט באוואוסטזיניגן מיין עקזיסטענץ, איך ווייס נאכנישט פונקטליך וויאזוי. דאס קומט פון באשעפער. אדער אלץ נסיון; אלץ תיקון הנפש, אדער אז איך זאל טאקע מיט אים שמועסן, ווייל ס'דארף ארויסקומען דעם אייבערשטענס פלאן.

אבער מיר האבן א בחירה צו וועלן טוישן אונזער דעת צו דעם יעצטיגן ארום. קודם דארף מען וויסן אז די אופן וויאזוי מיין דעת איז צו מיין יעצטיגן ארום האט אויך א נאטורליכע סיבה. געוויסע זאכן זענען געשעהן אין מיין לעבן פון ווען איך בין געבוירן, וואס האבן יעצט א השפעה אויף מיין דעת צו מיין יעצטיגן ארום.

קען זיין אז דער פלאץ, זאך, אדער מענטש, דהיינו די כלים וואס ס'איז יעצט אין מיין ארום, האבן מיר שוין געגעבן שטארקע מציאותיות אין מיין עבר: דורך הכרה, אדער דורך חיות, התפשטות, אדער דמות.

אדער קען זיין אז די כלים האבן אין זיך עפעס א זאך וואס ענליך צו כלים וואס האבן מיר געגעבן אין מיין עבר א שטארקע מציאותיות.

צום ביישפיהל: דער מענטש וועם איך טרעף אן איז ענליך צו א מענטש פון מיין עבר וואס האט מיך שטארק באוואוסטזיניגט מיין עקזיסטענץ, און מיין דעת איז מיר מודיע, האב שייכות מיט אים, ווייל ס'גייט מיך געבן מציאותיות. מיין דעת בינד מיך צו צו אים.

און די זעלבע פארקערט. ס'דא צומאל ווען דער מענטש וועם איך טרעף אן איז יא א גוטער מענטש, אבער ווייל ער זעהט אויס גאנץ ענליך ווי איינעם פון מיין עבר וואס האט מיך געטשעפעט; איינגעצויגן מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, דערפאר זאגט מיך מיין דעת: סייוועלכע שייכות צו דעם מענטש גייט איינציען מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט; איך שפיר א דעת של סלידה צו אים.

פארשטייט זיך אז מ'קען עס טוישן. מ'קען זיך איבערצייגן אז די כלי וואס עס איז יעצט אין מיין געגנווארט געט מיך אנדערע מציאותיות ווי די כלי פון מיין עבר.

און דאס מיינט חילוקי 'דיעות'. מיין דעת ווערט אנדערש נתעורר און צוגעבינדן צו א געוויסע ענין; געוויסע כלים, ווי דיין דעת. און ווארשיינליך האסטו געהאט אנדערע עקספיריענס דערמיט. און פון דעם ווערט א פירוד בין אדם לחבירו. ווען איך וויל ווערן באהאפטן מיט איינעם, איז דאס ווען מיין דעת מיט זיין דעת האלטן די זעלבע אויף א געוויסע כלי לגבי מציאותיות.

והשם הטוב יעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

ווי שטארק איז מיין דעת צוגעבינדן צום יעצטיגן ארום.

אויב מ'באמערקט אז די דעת איז שטארק צוגעבינדן צו געוויסע כלים פונעם יעצט, אבער נישט צו די ריכטיגע כלים, געט ער שפעטער עצות וויאזוי דאס ארויפצוברענגען צו די ריכטיגע כלים. אבער ס'דא צומאל ווען מ'ווערט אויפמערקזאם אז מ'איז בכלל נישט צוגעבינדן צו כלים פונעם יעצט. דאן, כדי צו קענען עפעס טון מיט'ן נפש, דארף מען זיך פשוט באוואוסטזיניגן אז דאס איז בעיקר צוליב צוויי סיבות, די ערשטע סיבה איז "עס וויל זיך מיר נוצן יעדע כלי וואס קומט אין מיין געגנווארט כדי צו שעפן דערפון הכרה, חיות, התפשטות, אדער דמות, מיין דעת וואלט געווען מער צוגעבינדן צום יעצט אויב איך וואלט געוואלט נעמען מציאותיות נאר פון געוויסע כלים און נישט מער". זיך אזוי באוואוסטזיניגן קען בעזרת השי"ת האבן אן השפעה אויף די מידת הדעת.

און די צווייטע סיבה איז "זעהט אויס אז איך וויל נישט אזוי שטארק האבן מציאותיות, דערפאר איז מיין דעת אזוי שוואך צוגעבינדן צום יעצט" דאס קען בעזהשי"ת האבן אן השפעה אויפן נפש, אז מ'זאל יא מער זוכן מציאותיות.

והשם הטוב יעזור. המשך יבוא אי"ה בעזרת השי"ת.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 3:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזר השי"ת

מיין ווייטאג און מיין עונג ווענד זיך אין מיין מידת הדעת

ווי פריער געשמועסט אז כדי זיך צו באוואוסטזיניגן אויף אונזער נפש, כדי צו קענען ארבעטן דערמיט, דארפן מיר ווערן אויפמערקזאם אויף די "איך וויל".

יעצט, איינע פון אונזערע "איך וויל" וואס קומט ארויס פון אונזערע טיפענישן איז "איך וויל יעצט האבן עונג פון די און די זאך" אדער "איך וויל יעצט אנטלויפן פון די און די ווייטאג", דאן איז די צייט זיך צו באוואוסטזיניגן "מיין מידת הדעת זאגט מיר אז די און די זאך; די און די כלי, געט מיר מציאותיות, און דערפאר וויל איך האבן עונג פון די און די זאך. אדער די און די זאך וואס ווייטאגט מיר מאכט ווייניגער די כלי פון וואו מיין מידת הדעת וויל נעמען מיין מציאותיות, ווייל עונג אדער ווייטאג האט מיט די מידת הדעת.

און ווי מער עונג איך וויל האבן פון א געוויסע זאך, מיינט דאס אז מיין דעת פארשטייט אז פון דעם קען איך האבן שטערקערע מציאותיות. און ווי מער איך וויל אנטלויפן פון געוויסע ווייטאג, אלץ מער דעת האב איך צו די כלי וואס דער ווייטאג וויל אוועקנעמען.

צום ביישפיהל, א קינד וויל האבן עונג פון א קארעלע, און האט עונג ווען ער שפילט זיך דערמיט, בעת א גרויסער מענטש גייט עס נישט אן. פארוואס? ווייל דעם קינד'ס מידת הדעת זאגט אים אז פון א קארעלע קען ער האבן מציאותיות. דורך הכרה, אדער חיות, וכו', און דערפאר ווי מער מציאותיות זיין דעת פארשטייט אז די און די קארעלע שאפט אים, אלץ מער ווערט ער צוגעבינדן דערצו, און אלץ מער עונג האט דאס קינד דערפון.

און ווען איינער כאפט עס צו, האט ער ווייטאג, פארוואס? ווייל זיין דעת זאגט אים אז די כלי וואס געט אים מציאותיות ווערט אוועקגענומען. ס'איז נישט די חסרון פון די קארעלע וואס ווייטאגט אים, ס'איז זיין דעת פון וואו צו נעמען מציאותיות וואס שאפט אים די ווייטאג. און ווי מער מציאותיות זיין דעת ווייסט אז ס'געט אים, אלץ מער ווייטאג האט ער ווען יענער כאפט עס צו. דאס מיינט יוסיף דעת יוסיף מכאוב (קהלת א, יח) ווי מער מציאותיות די דעת ווייסט אז א געוויסע כלי קען אים געבן, אלץ מער ווייטאג ווען ס'פעלט.

והשם הטוב יעזור, המשך יבוא בעזר השי"ת
אטעטשמענטס
לימודים לדעת יודיש א.pdf
די היינטיגע איז דף ט אינעם פדף
(95.85 KiB) געווארן דאונלאודעד 76 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”