לימודים לדעת ביודיש.

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת ביודיש.

תגובהדורך נשמה » מיטוואך פאברואר 21, 2018 4:10 pm

בסיעתא דשמיא.

איך וויל פארלערנען לימודים לדעת אויף יודיש. איך האף אז ס'וועט ענק זיין געשמאק. איך האף אז ס'וועט אנהאלטן מער ווי פון תענית אסתר ביז פורים.
איך וועל שרייבן לויט וויאזוי איך פארשטיי דעם ספר. דער ציהל פון דעם ספר איז צו מגלה זיין דעם נפש. אז ווען דו ביסט אינמיטן טאג אויף עפעס א פלאץ און דו פילסט "עפעס", און דו ווייסט אז דער געפיל קומט פון א התגלות פון דיין נפש וועסטו מיט דעם חלק וואס איז נתגלה געווארן דינען השי"ת. דאס קוקט מיר אויס צו זיין דער ציהל פון דעם ספר "לימודים לדעת". דער פליישמאן זאגט אזוי (ער נעמט עס פארשטייט זיך, ס'געבויט אויף הקדמות און מער) אויב דו ווילסט איבערנעמען דיין נפש, דארפסטו וויסן וואס ער וויל. וואס וויל דיין נפש? דער פליישמאן אלץ א פינעווער האט זיך צאמגעזאמלט במשך די יארן, האט ער זיך צאמגעזאמעלט פארשידענע ידיעות אין תורת הנפש, לכאורה בשעת'ן לערנען חסידישע ספרים, און בשעת'ן סתם אזוי באאבאכטן דער וועלט, האט ער זיך אליין באמערקט פארשידענע טיפקייטן אינעם נפש.

עכ"פ, ווען מ'כאפט אויף א תנועה פונעם נפש, קען מען אנהייבן צו טון עפעס דערמיט. דו זעהסט אט דעם תנועה וואס דו האסט יעצט געשפירט? דאס קומט פונעם נפש.

פרק ראשון

שרייבט פליישמאן אזוי "והנה ראשית התגלות הנפש הוא בכח הרצון שבה". ווען דו מענטש פיהלסט אז דו ווילסט עפעס, זאלסטו וויסן אז דאס קומט פון דיין נפש. דאס האט פליישמאן אוועקגעשטעלט (איך האב שוין געשריבן אויבן, אז איך מיין נישט צו זאגן אז דאס ווערט נישט גענומען פון ערגעץ, און איך מיין נישט צוזאגן אז נאר אזוי קען מען מסביר זיין תורת הנפש) סאו, נעקסט טיים ווען איך גיי וועלן עפעס, איך גיי "שפירן" אז איך וויל עפעס, גיי איך טראכטן "דאס קומט פון מיין נפש". דאס אלעס. טענה'ט פליישמאן אז אין אט דער ווילן צו קויפן בענענעס. און אט דער ווילן צו פילן דעם טעם פון טאמעטעס, דאס, אט דער ווילן קומט פון נאך א טיפערע זאך. און דאס איז אז דער נפש וויל פילן אז ער לעבט. אז ער עקזיסטירט! איך עקזיסטיר! איך וויל פילן אז איך עקזיסטיר.

סאו, איך שפיר אז איך וויל טרינקען א קאפי, מיט ציקער, "איך שפיר אז איך וויל עפעס". וואס דארף איך יעצט טראכטן? אז מיין נפש וויל יעצט עפעס. דאס קומט פונעם נפש. דער ווילן קומט פונעם נפש. (שפעטער וועלן מיר זעהן אז ס'דא רצוניות וואס קומען פונעם גוף. אבער איך רעד יעצט פון וועלן א פרוד פליקס) ווער וויל דעס? דער נפש. אבער בעיקר וויל דער נפש שפירן אז ער עקזיסטירט. איך וויל פילן אז איך לעב. איך בין אין עקזיסטענץ. סאו, נעקסטיים ווען איך וויל הערן א שיינעם ניגון, גיי איך וויסן "מיין נפש וויל יעצט פילן אין עקזיסטענץ".

גיי מיר טרעפן אונזער נפש? גיי מיר אנהייבן באמערקן וועכע געפיל קומט פון אונזער נפש. דער נפש שרייט איין ווארט... "עקזיסטענץ". דאס גייסטו וויסן ווען דו ווילסט איינקויפן אין א ריזיגע שאפינג מאל, "עקזיסטענץ". איך וויל שפירן אז איך עקזיסטיר.

דא טוט פליישמאן פון-אן-אנדער טיילן די שפיר וואס א מענטש שפירט זיין איגו, און די שפיר וואס א מענטש שפירט זיין נפש, אן זיין איגו.

איך שרייב גוט, אדער איינער וויל אז איך זאל בעסער שרייבן? איך גיי פרובירן צו שרייבן דאס מערסטע געשמאק מעגליך. די סיבה פארוואס איך שרייב עס איז, ווייל איך וויל עס פארשטיין טיף.

ס'דא צוויי מינע געפילן, איין געפיל קומט פונעם איגו, און איין געפיל קומט פונעם נפש אנעם איגו. דאס זאגט ער אין הערה ד. ס'דא צוויי מינע שפירונגען פון "עקזיסטענץ". די שפיר פון "איך עקזיסטיר", איז דא צוויי מינע. איינס וואס קומט פונעם "איגו". אין זיין לשון "מחמת התערבה והתבלעה בתחומי הגוף המוגבלים והיחסיים". דער מענטש שפירט "איך עקזיסטיר" נאכן ארומהאצקענען און עסן פאפקארן און טרינקען ביר וכו'. דאס איז איין מינע. נאך א מינע, די ריכטיגע מינע איז: "הארה נפשית פנימית"! וואס עס מוז נישט קומען פון בארדענען, און אראפפליען פון גאר א הויעכע גליטשער. נאר עס שיינט ארויס פונעם נפש אליין. און אט דעם "שיין" אט דער געפיל פון עקזיסטענץ וואס מ'פילט אן דארפן פארן אויף פלארידע, וויאזוי פיל איך עס. דאס איז דער ספר. וויאזוי בין איך מגלה אין מיר מיין נפש, אן זיך דארפן אויפרייסן.

וויאזוי פיל איך מיין עקזיסטענץ אן פארן פורים אויף א מאביל, מיט ווילדע מוזיק. וויאזוי מאך איך עס. וויאזוי שפיר איך מיין "עקזיסטענץ" מיין "נפש". דאס איז וואס ער וויל אז דו זאלסט צוקומען.

המשך יבוא כיד השי"ת הטובה עלי.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך פאברואר 21, 2018 7:55 pm

די שרייבסט זייער גיט. א געשמאק צו ליינען, אבער אפשר אביסל צו טיף, די עצם מאמרים זענען טיף, מען דארף דאס אראפברענגען פאר די פשוט'ע שכל ווי מער מעגליך
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 3:36 pm

סידיראם האט געשריבן:די שרייבסט זייער גיט. א געשמאק צו ליינען, אבער אפשר אביסל צו טיף, די עצם מאמרים זענען טיף, מען דארף דאס אראפברענגען פאר די פשוט'ע שכל ווי מער מעגליך

דאס וויל איך, איך וויל עס דייקא אראפברענגען. איך גיי פרובירן דאס מערסטע מעגליך, און דער הייליגער באשעפער זאל זיין אין מיין הילף. וויאזוי לערנט זיך א קינד אויס רעדן? ער הערט און הערט און הערט, און זיין מח שטעלט שוין צאם, עווענטועל, הייבט ער אן כאפן, קודם הערט ער, די מח ארבעט אז ס'וויל פארשטיין. איך וועל פרובירן צו שרייבן אז ס'זאל דוקא זיין פאר די פשוט'סע שכל. געדענק: יעדער דארף זיך אנהייב מוטשענען צו פארשטיין פון וואס די רעדע איז.

אז מ'האט דעם ספר, און מ'פרובירט צו פארשטיין וואס ער שרייבט, קען עס אריינגיין, זיין מעלה איז, אז ער שרייבט "טיף", שפעטער, ווען מ'כאפט פון וואס ער רעדט, איז עס געשמאקער צו ליינען דוקא טיף. א ווארט וואס ברענגט ארויס די טיפסטע נקודה. אקעי איך גיי פרובירן.

אז דו שפירסט אז ס'איז נאך אלץ טיף, זאג מיר. איך וויל דוקא אז דאס זאל פארשטאנען ווערן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 4:14 pm

(איך שרייב דו, אבער איך רעד נישט צו קיינעם)
די אריינפיר צום ספר איז: ווען איך האב "פאן" שפיר איך אז איך "לעב" אויף דער וועלט. ווען איך "פארשטיי" עפעס א טיפע זאך וואס ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט: שפיר איך אז איך "לעב". א טאג וואס מ'האט "פאן" שפירט מען אז מ'לעבט! ס'גוט! מ'שפירט אז מ'עקזיסטירט! טראכט אריין וועסטו זעהן. וואס שפירסטו מער ווען דו האסט "פאן"? וואס שפירסטו ווען דו האסט נישט קיין "פאן"?... מער טויט. ווען מ'האט פאן שפירט מען "לעבעדיגקייט". מ'רופט עס "ס'איז געווען לעבעדיג". אין דיר איז דא א זאך וואס וויל שפירן "לעבעדיג און נישט טויט". וואס שפירסטו ווען דו ווייסט אז דו גייסט האבן "א לעבן", און נאכדעם ווערסטו געוואר אז ס'גייט נישט זיין אזוי "לעבעדיג"? דו פילסט ווי עפעס איז "אפגעשטארבן". יעצט לייג צו קאפ "עפעס איז ארויס פון עקזיסטענץ". טראכט... עפעס איז "געווען" אין דיר, און יעצט, הערנדיג אז ס'גייט נישט זיין אזוי "לעבעדיג", איז עס מער נישטא אין דיר. עפעס האט "עקזיסטירט" אין דיר, אדער געוואלט עקזיסטירן אין דיר, און יעצט "עקזיסטירט" ער מער נישט. עפעס אין דיר האט געוואלט אז דער "עפעס" זאל יא "עקזיסטירן". עפעס אין דיר וויל אז ס'זאל יא זיין "לעבעדיג", ווייל דו ווילסט אז דער "עפעס" זאל יא "עקזיסטירן". דער רצון צו פילן "לעבעדיג" קומט פון דיין נפש וואס וויל פילן "איך עקזיסטיר". די רצון פון דיין נפש איז "איך וויל שפירן אז איך עקזיסטיר".

וואס איז דיין נפש? דיין נפש איז א כח אין דיר וואס עקזיסטירט, ס'איז א חלק פון הקב"ה וואס ער איז דער עקזיסטענץ פון אלע זאכן וואס עקזיסטירן! חזר דיך איין "א כח אין דיר וואס עקזיסטירט, און וויל אז דו זאלסט פילן אז דו עקזיסטירסט". ווען דו ווילסט האבן פאן, איז עס, ווייל דיין נפש וויל אז דו זאלסט פילן אז ער עקזיסטירט. בעסער געזאגט דיין נפש וויל אז דו זאלסט וויסן אז דו ביסט נישט דו, דו ביסט דיין נפש.

איך גיי דיר געבן א משל, לאמיר זאגן, דו ביסט ביי זייער א לעבעדיגע חתונה, די מוזיק זינגט, ס'דא א קווייער פון צעהן, דו פילסט עכט אז דו לעבסט. דו האסט חיות דערפון. און איינער זאגט דיר אז דו מוזט אוועקגיין פון דארט, דו הייבסט אן פילן ווי עפעס אין דיר גייט ארויס פון "עקזיסטענץ". פריער האסטו געפילט "לעבעדיג" און יעצט פילסטו וויייניגער אין עקזיסטענץ.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 4:48 pm

דער אריינפיר און דער הקדמה צום ספר איז: דער אייבערשטער איז דער "עקזיסטענץ". די איינציגע זאך וואס עקזעסטירט, איז דער אויבערשטער. אלע זאכן וואס דו זעהסט ארום דיר, און דו זעהסט אז זיי טוען אויך עקזיסטירן, זאלסטו וויסן אז זיי עקזיסטירן נאר ווייל דער אייבערשטער עקזיסטירט. דו ביסט א חלק אלוק ממעל, דו ביסט א חלק פון באשעפער, דיין נפש איז א חלק פון באשעפער, וויבאלד דו ביסט א חלק פון באשעפער וואלסטו ווען געדארפט פילן א אויסטערלישע הרגשה פון "עקזיסטענץ". דו וואלסט ווען געדארפט פילן אין אלע דיינע ביינער, אין דיין גאנצן קערפער, איבעראל, וואלסטו ווען געדארפט פילן "איך עקזיסטיר", גאר שטארק! ס'וואלט נישט אויסגעפעלט צו גיין צו א ריזיגע אינטערעסאנטע חתונה מיט גאר אן אינטערעסאנטע בענד, צו פילן אז דו עקזיסטירסט, נאר דו וואלסט געדארפט פילן אז דו עקזיסטירסט מצד דעם באשעפער.

לאמיר דיר געבן א משל, דו ביסט אזוי ווי א שטוב וואס עס האט אמאל אריינגעשיינט פונעם טיר א אויסטערלישער שטארקער לעקטער. איז געקומען איינער און פארמאכט דעם טיר, פאר מ'האט צוגעמאכט דעם טיר, איז דער שטוב געווען א ליכטיגע שטוב? יא. דער שטוב האט געהאט א אייגענע לעקטער אריינגעבויט? ניין. נאר דאס גאנצע לעכטיגקייט איז געקומען פון דרויסן. די זעלבע זאך גייט פאר מיט דיר, (איך רעד צו מיר) דו האסט אמאל געפילט אז דו עקזיסטירסט, אבער נישט ווייל דו ביסט דער "עקזיסטענץ", נאר ווייל דו האסט געפילט דעם עקזיסטענץ פון באשעפער. אזוי ווי א קליין קינד וואס גייט מיט זיין טאטע, און פילט "איך בין שטארק". ער איז "שטארק"? ניין. ער פילט די "שטארקייט" וואס קומט פון זיין "טאטע", טראכט וואס איך זאג. ער פילט די "שטארקייט" וואס קומט פון זיין "טאטע", דו האסט געפילט אז דו עקזיסטירסט, ווייל דו ביסט געווען נאנט צום באשעפער.

ווי מער דאס קינד דערנענטערט זיך צו זיין טאטע, אלץ שטערקער פילט זיך דאס קינד. "איך בין שטארק". ער איז נישט שטארק מצד עצמו. ער איז שטארק ווייל ער איז נאנט צום אמת'ן שטארקער.

וויבאלד דו ביסט א חלק אלוק ממעל, דו ביסט א "עקזיסטענץ". דאס ביסטו. נישט דו, דער באשעפער איז די "עקזיסטענץ", נאר דו ביסט א חלק פון באשעפער. איז ווילאנג דו (איך מיין מיך) ביסט נישט געווארן דערווייטערט פון באשעפער, האסטו געפילט אז דו עקזיסטירסט. ווייל ביסט געווען נאנט צו אים. און ווי מער מ'האט זיך דערווייטערט פון באשעפער, אלץ ווייניגער פילט מען זיך אלץ "עקזיסטירנד".

לאמיר דיר געבן א משל, וואס איז נעבעך נישט קיין משל. לאמיר זאגן א קינד וואס באקומט נישט חלילה וחס ליבשאפט פון זיין טאטע מאמע. און דער קינד מאכט זיך פרייליך מיט אנדערע זאכן, וואס זאגט מען אויפן קינד: ס'פעלט אים ליבשאפט און וועגן דעם מאכט ער זיך פרייליך מיט אנדערע זאכן. ווען מיר פילן נישט אז מיר עקזיסטירן. וויל מיר אונז זיך פרייליך מאכן מיט אנדערע זאכן. פארוואס פיל מיר אונז אז נאר א לעבעדיגע חתונה מאכט אונז פילן "איך עקזיסטיר". ווייל מיר פילן זיך נישט נאנט צום באשעפער, דערפאר פיל מיר אונז נישט אז מיר עקזיסטירן. און דערפאר דארף מען אנקומען צו אנדערע זאכן וואס מאכן פילן אז "איך עקזיסטיר".

ווי מער מיר וועלן ווערן נאנטער צום באשעפער, און דאס מיינט "תשובה". מיר דערנענטערן זיך צום באשעפער. אלץ מער וועלן מיר אנהייבן שפירן אז מיר עקזיסטירן. בקיצור, דער אריינפיר צום ספר איז: אין אונז איז דא א כח וואס וויל זיך עפענען אין אונז. א כח וואס האט אמאל געשפירט "איך עקזיסטיר" ווייל ס'איז געווען נאנט צום באשעפער. און היינט שפירט ער מער נישט דעס. און ער וויל יא שפירן "איך עקזיסטיר". יעדע זאך וואס דו ווילסט קומט פון דיין נפש. וואס דיין נפש וויל שפירן "איך עקזיסטיר".
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג פאברואר 23, 2018 9:23 am

אנטשילדיגט פארן אריינהאקן,


ר' שרגא איז אסאך פארנומען מיט 'מציאיתיות', דו וואלסט אפשר געקענט טייטשען די ווארט אין 'אידיש' 'מאמע לשון'
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג פאברואר 25, 2018 5:50 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:אנטשילדיגט פארן אריינהאקן,


ר' שרגא איז אסאך פארנומען מיט 'מציאיתיות', דו וואלסט אפשר געקענט טייטשען די ווארט אין 'אידיש' 'מאמע לשון'

עקזיסטענץ. עקזיסטענצ'יות.
די גאנצע "לימודים לדעת" איז געבויט (לויט וויאזוי איך וויל עס יעצט פארשטיין) אויף א מענטש וואס גייט אין וואלד און דערזעהט פלוצלינג א לייב, און שפרינגט אוועק זיך צו ראטעווען פונעם לייב. טראכט: וואס פארא א מציאות אין אים מאכט אים אוועקשפרינגען? (האסט געטראכט? פיל עס.) די תירוץ דערויף איז: דער מענטש ווייסט אז ער עקזיסטירט. דאס מיינט "מציאותיות". טראכט: פארוואס א שטיין שפרינגט נישט אוועק? וואס פילט א מענטש? אז ער לעבט. אז ער עקזיסטירט. יעדע זאך וואס עקזיסטירט און ס'ווייסט אז ס'עקזיסטירט, שלאגט זיך פאר די זאך וואס האט עס געברענגט אין זיין עקזיסטענץ. און דאס מיינט "מציאותיות". ער האט געגעבן א נאמען פאר אט דעם עקזיסטענץ "מציאותיות".

דער נפש פון א מענטש קומט פון הקב"ה ממציא כל המציאות, שרשא דכל עלמין, און דער נפש ווערט צומאל געוואר דורך א זאך "ער ווערט באוואוסטזיניג" אז ער עקזיסטירט. "איך עקזיסטיר". און דערפאר שלאגט ער זיך פאר זיין עקזיסטענץ. א מענטש וואס האט נישט קיין "דעת" אז ער עקזיסטירט, שלאגט זיך נישט פאר זיין עקזיסטענץ. א מענטש שפירט די עקזיסטענץ פון זיין נפש אויף פארשידענע אופנים.

למשל ווען א קינד שפילט זיך מיט לעגאוס און ער ווייסט אז ער פילט חיות דערפון, דאס מיינט אין אונזערע ווערטער "דאס קינד איז געוואר געווארן פון א נפשיות'דיגער עקזיסטענץ" ער איז געוואר געווארן אז ער עקזיסטירט דורך די לעגאוס. און דערפאר וויל עס נאכנישט אויפהערן און גיין שלאפן, ווייל שלאפן איז א בחינת מיתה, א בחינה פון טויט. און די חיות וואס ער האט פון זיך שפילן, די עקזיסטענץ פון זיין נפש וואס איז אים געווארן באוואוסטזיניג דורך זיין זיך שפילן, שלאגט זיך פאר זיין עקזיסטענץ.

די גאנצע לימודים לדעת דרייט זיך אויף דעם כלל: יעדע זאך וואס עקזיסטירט און ס'ווייסט אז ס'עקזיסטירט, שלאגט זיך פאר די זאך וואס האט עס געברענגט אין זיין עקזיסטענץ. ווען דער נפש פון א מענטש ווערט נתגלה אויף סייוואספארא אופן, ווען דער מענטש ווערט געוואר אז זיין נפש עקזיסטירט. אפילו אויב די עקזיסטענץ פון זיין נפש האט זיך אנטדעקט פאר אים דורך רייסן אויפן ראוד, וועט ער עס וועלן אנהאלטן. ער וועט ווייטער וועלן רייסן אויפן ראוד, ווייל דאס האט אים געמאכט באוואוסטזיניג אז ער עקזיסטירט. און עקזיסטענץ וואס ווייסט פון זיך, שלאגט זיך צו עקזיסטירן.

גאווה מיינט אז דער מענטש פילט "די עקזיסטענץ פון מיין נפש קומט פון מיר". איך בין דער מקור צו די עקזיסטענץ פון מיך.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג פאברואר 26, 2018 1:53 pm

ווען איך וואלט געשריבן וועגן דעם ספר אין א צייט ארום, וואלט איך אפשר געשריבן בעסער.
צום סוף פון די ספר שרייבט ער: המציאותיות = הרגשה פנימית בנפש של היותה 'מציאות' 'חיובית' ו'קיומית'. איך האב שוין געשריבן אין מיין פאריגע תגובה, ס'איז די 'דעת' פון א מענטש וואס 'ווייסט' אז ער עקזיסטירט. א שטיין עקזיסטירט. עכ"פ לגבי אונז. אבער ער ווייסט נישט פון זיך. די זאך וואס מאכט אז א מענטש זאל געוואר ווערן אז ער עקזיסטירט, וויל מען אנהאלטן.

איך זעה אז ער שרייבט דא, אבסעלוט עקזיסטענץ, און ס'דא רעלאטיוו עקזיסטענץ. א שאטן אויפן וואנט עקזיסטירט רעלאטיוו. ס'עקזיסטירט נאר ווייל ס'דא א חפץ וואס מאכט אז ס'זאל זיין א שאטן אויפן וואנט, ס'איז רעלאטיוו. ווען א מענטש טרינקט א טיי, און ער שפירט א געוויסע 'עקזיסטענץ'. א שטיין האט הנאה ווען דו גיסט אויף אים ארויף טיי?... ניין. א מענטש האט הנאה?... יא. ער שפירט זיך דאן א געוויסע עקזיסטענץ. ווען א שטיין הערט מוזיק שפירט עס אן עקזיסטענץ? ניין. ווען א מענטש הערט מוזיק, שפירט ער זיך אלץ א געוויסע עקזיסטענץ. ס'וועקט אויף אין אים אז ער זאל זיך שפירן אלץ א געוויסע עקזיסטענץ. ס'איז די געוואר ווערן פון א געוויסע אייגענע עקזיסטענץ וואס מאכט די הנאה. נישט די עקזיסטענץ מאכט די הנאה. די 'דעת', דאס ווערן באוואוסטזיניג אויף אן אייגענע עקזיסטענץ מאכט די הנאה.

דער הייליגער בורא איז די מקור פון אלע "איך ווייס אז איך עקזיסטיר". ער די אמת'ע איינציגע עקזיסטענץ.

יעצט וואס מיינט רעלאטיוו עקזיסטענץ. רעלאטיוו מיינט, אז דו ווייסט אז דו עקזיסטירט נאר ווייל דו הערסט די מוזיק. דו ווייסט אז ווען דו גייסט אויפהערן צו הערן מוזיק גייט דער עקזיסטענץ אוועקגיין. דאס מיינט רעלאטיוו עקזיסטענץ. דער מענטש ווייסט, ער ווייסט, אז זיין גאנצע עקזיסטענץ וואס ער ווייסט יעצט בשעת'ן הערן מוזיק, איז נישט ווייל ער 'עקזיסטירט', נאר ווייל די שיינע מוזיק עקזיסטירט.

א מענטש איז אן אבסעלוט עקזיסטענץ. א מענטש איז א חלק אלוק ממעל, אן אבסעלוט עקזיסטענץ שטארבט קיינמאל נישט אפ. יעצט, וואס מיינט אז דער מענטש ווייסט זיך אלץ אן אבסעלוט עקזיסטענץ? אבסעלוט עקזיסטענץ מיינט אז דורך עפעס א זאך ווערט דער מענטש " געוואר", ער הייבט אן 'וויסן' און ער ווייסט פון היינט און ווייטער מיט א קלארקייט אז ער איז אן אבסעלוט עקזיסטירענדער זאך.

וואס מיינט אבסעלוט עקזיסטענץ. אבסעלוט עקזיסטענץ מיינט, "דער אויבערשטער". כי אתה הוא מלך קל חי וקיים. ס'דא נאר איין אבסעלוט עקזיסטענץ. און דאס איז הקב"ה. מצוי ראשון ממציא לכל נמצא. חי החיים. אונזער 'לעבעדיגער' באשעפער. ער עקזיסטירט נישט צוליב אן אנדערע זאך וואס מאכט אים עקזיסטירן. ער איז די ווערי עקזיסטענץ. ער איז עס! איז דא זאכן אויף דער וועלט וואס וועקן אויף אין אונז דער "וויסן", דער "קלארער" וויסן, אז מיר זענען אבסעלוט עקזיסטענץ. אז מיר זענען א חלק אלוק ממעל. אפילו ווען דו נעמסט אוועק די זאך וואס האט אין אונז אנטפלעקט, וואס האט אונז געמאכט געוואר ווערן אז מיר זענען אן אבסעלוט עקזיסטענץ. שפירן מיר נישט אז מיר גייען ארויס פון עקזיסטענץ.

די שאלה וואס דער ספר וויל פארענטפערן איז: וויאזוי מאך איז אז איך זאל זיך "וויסן" די אבסעלוט עקזיסטענץ, א חלק אלוק ממעל, א חלק פון די אבסעלוט עקזיסטענץ וואס גייט נישט שטארבן, ס'איז אבסעלוט. וועכע זאך אויף דער וועלט גייט מיך מגלה זיין אז איך זאל "וויסן" עקזיסטענץ, די אבסעלוט עקזיסטענץ?

ווען א מענטש שפירט 'זיך', ווען דו שפירסט יעצט 'דיך', ווען דו ווייסט יעצט פון 'דיך', די גאנצע זאך וואס דו ווייסט איז איין זאך: דו ווייסט פון "עקזיסטענץ". דורך עפעס אזאך ביסטו געוואר געווארן פון א געוויסע "עקזיסטענץ". דאס אלעס. שפעטער האסטו באשלאסן אז די געוויסע עקזיסטענץ איז "איך". וויאזוי קענסטו באווייזן, אז דיין "וויסן פון עקזיסטענץ" זאל זיין אן עקזיסטענץ וואס איז אבסעלוט. דאס מיינט, אן עקזיסטענץ וואס בלייבט. דהיינו, א זאך וואס זאל ערוועקן אין דיר צו וויסן פון די "אבסעלוט עקזיסטענץ".

די רגע א מענטש "ווייסט" "איך בין עקזיסטירנד, ווייל איך בין עקזיסטירנד". איך בין, ווייל איך בין. איז ער מער נישט אבסעלוט. "אין אני והוא יכולין לדור". אדער דיין רעלאטיוו עקזיסטענץ אדער מיין אבסעלוט עקזיסטענץ. ווען א מענטש "ווייסט" אז די עקזיסטענץ וואס ער "ווייסט זיך" איז די עקזיסטענץ פון באשעפער. פונעם אבסעלוט עקזיסטירענדער זאך. ער איז בטל צום באשעפער הגם ער "ווייסט" אז ער איז אן אבסעלוט עקזיסטענץ. דאן ווייסט ער זיך אבסעלוט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג פאברואר 27, 2018 4:27 pm

אין דער הקדמה איז ער מסביר פארוואס ס'איז אזוי וויכטיג צו טרעפן דעם נפש. אזוי ווי איך האב שוין געזאגט פריער, אז דער עיקר איז דאס "דעת". געוואר ווערן פון אבסעלוט עקזיסטענץ. ס'גייט צוזאמען, ס'איז דער "וויסן" פון אבסעלוט עקזיסטענץ וואס איז וואס ס'בלייבט. "וויאזוי ווער איך געוואר פון אבסעלוט עקזיסטענץ". די נפש פון א מענטש איז "אבסעלוט עקזיסטענץ". נאר נישט אלעמאל ווען א מענטש "ווייסט" פון זיין עקזיסטענץ, איז דער "וויסן" ריין. למשל א מענטש וואס הערט מוזיק, בשעת ער הערט די מוזיק ווערט ער אויפמערקזאם אויף א געוויסע עקזיסטענץ, אדרבה טריי עס אויס. דאס וואס דו פילסט אנדערש בשעת דו הערסט די מוזיק, ווי פארן הערן די מוזיק, דאס רוף איך "איך ווייס פון אן עקזיסטענץ". אדרבה טריי עס אויס. דאס וואס דו שפירסט איז "א וויסן פון עקזיסטענץ". בשעת'ן הערן די מוזיק האט זיך דיין "נפש" מגלה געווען פאר דיין "באוואוסטזיין". עקזיסטענץ האט זיך מגלה געווען פאר דיין "באוואוסטזיין". טריי עס אויס. דו ווייסט פון אן עקזיסטענץ.

אלעס אין דעם ספר דרייט זיך ארום דער "וויסן פון עקזיסטענץ". דו גייסט אריין אין ביהמ"ד, דו נעמסט ארויס א תהלים, גיסטעך אויס דיין הארץ צום באשעפער, בשעת'ן זאגן תהלים פילסטו אנדערש ווי פארן זאגן תהלים. אדרבה טראכט. ביסט אין קאר און דו זאגסט נישט תהלים, און נאכדעם נעמסטו ארויס א תהלים און דו זאגסט: בשעת'ן זאגן אויב דו האסט אינזין, "ווערסטו געוואר פון א געוויסע עקזיסטענץ". דיין נפש האט זיך מגלה געווען פאר דיין "באוואוסטזיין". "עקזיסטענץ" האט זיך מגלה געווען פאר דיין "באוואוסטזיין". נפש איז עקזיסטענץ. עקזיסטענץ וואס קומט טויזענטער וועלטן אראפ פון הקב"ה ביז דיך. דו פילסט עקזיסטענץ. דו "ווייסט" פון עקזיסטענץ.

די שאלה איז "וויאזוי מאך איז אז איך זאל געוואר ווערן פון עקזיסטענץ, איך זאל וויסן פון עקזיסטענץ, און דאס זאל זיין אן עקזיסטענץ וואס איז "די" עקזיסטענץ, די אולטימעט עקזיסטענץ. אז ס'וועט בלייבן אין מיר, ווייל לאמיר חזר'ן דעם כלל אמת'ע עקזיסטענץ בלייבט, גארנישט קען עס נישט הרג'נען, ווייל גארנישט האט עס נישט געמאכט עקזיסטירן, ס'איז אייביג געווען. נישט ס'זאל אוועלויפן. יעצט קומט פורים. יא? וויאזוי מאך איך אז די עקזיסטענץ וואס איך וועל שפירן פורים, וויסן פורים, ביים הערן די מגילה, ביים סתם אזוי מצוות היום, וויאזוי מאך איך אז פורים זאל איך געוואר ווערן אין מיין באוואוסטזיין פון די "אבסעלוט" עקזיסטענץ?

איך הער מוזיק פורים, אבער וויאזוי מאך איז אז דער עקזיסטענץ וואס איך גיי וויסן בשעת'ן הערן די מוזיק, זאל זיין די אבסעלוט עקזיסטענץ. פארוואס פעלט אזוי שטארק אויס אז ס'זאל דייקא זיין די "אבסעלוט" עקזיסטענץ איז: ווייל אויב איך מוז אנהאלטן א שעלף מיט ספרים אז ס'זאל נישט איינפאלן, וועל איך דארט מוזן שטיין אגאנצן צייט אז ס'זאל נישט איינפאלן. ווייל די גאנצע זאך פארוואס דער שעלף האלט זיך, איז: ווייל איך האלט עס אן. די רגע איך גיי אוועק, פאלט עס אראפ. די גאנצע עקזיסטענץ פון דאס אז די שעלף האלט זיך, איז נאר רעלאטיוו, ווייל איך האלט עס אן. נישט ווייל ס'איז באמת אנגעהאלטן. אויב איך וועל אבער אריינדרילן א סקרו, וועט זיך עס האלטן אפילו אויב איך גיי אוועק.

אויב בשעת איך הער מוזיק וועל איך מאכן אז ס'זאל מיר מאכן באוואוסטזיניג אויף אן אבסעלוט עקזיסטענץ. איז אפילו די מוזיק לעשט זיך אויס, בלייבט דער עקזיסטענץ אין מיר. און איך דארף נישט ווייטער הערן מוזיק. געדענק: אבסעלוט עקזיסטענץ בלייבט. ווייל קיינער האט עס נישט געשטעלט אין עקזיסטענץ. איך בין געווארן באוואוסטזיניג אויף אן עקזיסטענץ וואס איז אבסעלוט. אן עקזיסטענץ אין מיר וואס איז אבסעלוט. און אויב איך וועק עס אויף, דארף איך נישט האלטן אין איין עסן און טרינקען, און הערן מוזיק, און לויפן צו חתונות.

ווען א מענטש עסט און טרינקט און ער ווערט באוואוסטזיניג אויף א רעלאטיוו עקזיסטענץ, דאס מיינט אז ער "ווייסט" אז דער עקזיסטענץ וואס איך ווייס יעצט איז נאר צוליב די עקזיסטענץ פון די עסן און טרינקען. קומט אויס אז כדי נאכאמאל צו שפירן אט דער עקזיסטענץ, וועט ער מוזן נאכאמאל עסן און טרינקען. און נאר עסן און טרינקען. וואס דאס איז נישט גוט, ווייל מ'לויפט נאך אזאך וואס האט נישט קיין קיום. אזוי ווי א שאטן אויפן וואנט, וואס דער חפץ וואס מאכט דער שאטן מוז דארט בלייבן אויב מ'וויל דער שאטן זאל זיך האלטן.

אויב אבער א מענטש עסט און טרינקט, און ער ווערט געוואר אז אט דער עקזיסטענץ וואס איך שפיר יעצט איז נישט ווייל די עסן, און טרינקען, ער ווערט געוואר, מיט א קלארקייט " די עקזיסטענץ וואס איך ווייס יעצט, איז, אן אבסעלוט עקזיסטענץ. האט ער נישט מורא אז אויב ער גייט ענדיגן עסן גייט עס אוועקגיין פון עקזיסטענץ. ווייל ער איז געוואר געווארן פון אן אבסעלוט עקזיסטענץ.

די מורא וואס א מענטש האט מורא אז די עקזיסטענץ וואס איך שפיר יעצט גייט בטל ווערן, טויג נישט. ווייל דאס ווייזט אז דער מענטש איז געווארן באוואוסטזיניג אויף אן עקזיסטענץ וואס ער ווייסט אז ס'איז רעלאטיוו. מ'דארף מאכן אז מ'זאל געוואר ווערן פון אן עקזיסטענץ וואס מ'דארף נישט מורא האבן אז דאס גייט בטל ווערן. און דאס איז ווען מ'ווערט געוואר פון די עקזיסטענץ פון באשעפער.

לאמיר דיר געבן א משל: ווען דו הערסט א ניגון, און בשעת דו הערסט דעם ניגון ביסטו געוואר געווארן, דיינע אויגן האבן זיך אויפגעמאכט, דיין שכל האט זיך אויפגעמאכט, דורך דעם ניגון האט זיך דיין שכל געגעבן אן עפן, און דו ביסט געוואר געווארן אז ס'עקזיסטירט אן אולטימעט עקזיסטענץ. אין סוף ברוך הוא וברוך שמו. און דו הייבסט דיך אן שעמען פון אים. און דו הייבסט אן מורא האבן פון אים, און דו הייבסט אים אן ליב צו האבן. און אלעס דורך דעם ניגון. מוזטו ווייטער הערן דעם ניגון כדי צו בלייבן מיט דעם אפנקייט? ניין. איינמאל ס'איז אפן, איינמאל דו ווייסט עס, וואס פעלט דיך אויס צו הערן דעם ניגון נאכאמאל. דו ווייסט שוין וואס דו ווייסט. און דאס איז "אבסעלוט". דו ווערט געוואר פונעם אבסעלוט עקזיסטענץ הקב"ה.

דו האסט נישט מורא אז: "יו, באלד גייט זיך ענדיגן דעם ניגון, און אלעס גייט צוריק גיין ווי פריער". ניין. דו ווייסט, אז דאס איז עס. דאס איז ווייל דו ביסט געוואר געווארן פון אן אבסעלוט עקזיסטענץ. אן עקזיסטענץ וואס האט נישט צו טון ווייל דער ניגון גייט. דער הייליגער בעל שם טוב האט געטייטשט, נפשם בהם תתעטף. די סיבה פארוואס א מענטש וויל עסן, איז, ווייל דער אבסעלוט עקזיסטענץ איז אין די עסן. נישט די רעלאטיוו עקזיסטענץ.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

כרמי
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2013 10:16 am

תגובהדורך כרמי » דינסטאג פאברואר 27, 2018 9:23 pm

געוואלדיג נשמה!
מיין נפש השכליות אדער די איגאו פון מיין אינטעליגענטער חלק האט שטארק הנאה פון וואס דו שרייבסט.
א הארציגן דאנק, Keep going...

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מארטש 04, 2018 7:56 pm

דער מחבר פון 'לימודים לדעת' שרייבט אין זיין הקדמה: אז כדי צו פארשטיין די מושגים וואס ער וויל מ'זאל פארשטיין, דארף מען עס מיטלעבן, עקספיריענסן.

פארוואס איז מיר אזוי וויכטיג צו ווערן באוואוסטזיניג אויף מיין נפש? ער רעדט דארט נאך אין די הקדמה, דיבורים וואס פלאמען אויף דאס הארץ. ווייסט, ווי איינער זאגט: מה לך נרדם. דער עיקר טעם שרייבט ער אין די הקדמה: ווייל די נאנטקייט, און פארבינדונג, וואס א מענטש האט מיטן אייבערשטן איז דייקא די נאנטקייט און פארבינדונג וואס א מענטש האט מיט זיין נפש. אויב זאל איך קענען אויף עפעס אן אופן באווייזן אז ווען איך ווער אויפמערקזאם אויף עקזיסטענץ, איך ווער געוואויר פון עקזיסטענץ, זאל איך ווערן אויפמערקזאם אויף אן עקזיסטענץ וואס איז "אבסעלוט", (אבסעלוט מיינט: אז איך ווייס אז נישט ווייל איך בין געווארן אויפמערקזאם דערויף האט עס אנגעהויבן צו עקזיסטירן.) וועל איך ווערן נאנטער צום אויבערשטן, וועל איך געראטעוועט ווערן פון 'איגו'. דאס גייט צוזאמען. אויב איך וויל ווערן נאנט צום אייבערשטן, אויב איך וויל ווערן באוואוסטזיניג אויף אבסעלוט עקזיסטענץ, מוז דאס זיין אן עקזיסטענץ וואס איך ווייס קלאר אז דאס איז נישט אן עקזיסטענץ וואס איז רעלאטיוו, נאר דאס איז אן עקזיסטענץ וואס איז אין סוף. אייביג געווען.

דער מחבר שטעלט אראפ אז א מענטש קען ווערן אויפמערקזאם, אויף פיר מינע אופנים פון עקזיסטענץ. לאמיר געדענקען דעם כלל: ווען א מענטש ווערט אויפמערקזאם אז ער ווייסט פון א געוויסע עקזיסטענץ, ער ווייסט זיך א געוויסע עקזיסטענץ. גייט עס טון פעולות, עס אנצוהאלטן. צעטיילט ער עס אויף פיר מינע. ס'קען זיין ס'דא נאך, אבער ער צעטיילט עס אין פיר. די ערשטע רופט ער "הכרה". דאס איז consciousness. שכל! באוואוסטזיין! דאס וואס א מענטש ווערט געוואר פון "עקזיסטענץ", און ער ווייסט פון עקזיסטענץ, און ער ווייסט אז ער ווייסט פון עקזיסטענץ. דאס קומט פון "הכרה". שכל! דאס איז א חלק אלוק ממעל. ידועה. ער ווייסט אז ער ווייסט. א קאמפיוטער ווייסט אויך, אבער א קאמפיוטער ווייסט נישט אז ער ווייסט. ער האט נישט קיין שכל צו 'אנערקענען' און צו 'וויסן' אז ער ווייסט. א מענטש באקומט "הכרה", ער ווייסט אז ער ווייסט, ער ווייסט פון עקזיסטענץ, און ער וועט זיך שלאגן דאס אנצוהאלטן. ווייל א מענטש "ווייסט" און ער איז "מכיר" א געוויסע עקזיסטענץ, דערפאר שלאגט ער זיך דערויף עס אנצוהאלטן. פארוואס איז דא מענטשן וואס שלאגן זיך פאר "יושר". פארן "אמת", פאר "שלימות". דאס קומט פון שכל, דער שכל איז מכיר די עקזיסטענץ פון "שלימות". די שכל איז מכיר די עקזיסטענץ פון "יושר", און ער שלאגט זיך אז ס'זאל בלייבן. אלעס קומט פון "הכרה", באוואוסטזיין. באוואוסטזיין איז די אנהייב פונעם נפש. קוק אריין דארט דף י.

נאכדעם קומט "חיות". ס'איז א פאקט אז ווען איך הער א ניגון, פיל איך ווי עפעס לעבט אויף אין מיר. איך פיל אן עקזיסטענץ. אדער קען מען עס מסביר זיין: די רגע ווען איך ווייס פון א געוויסע עקזיסטענץ, וויל איך אז דער עקזיסטענץ זאל ווערן מער און נישט ווערן ווייניגער. קוק אויף זיך אליין, קוק אויף יענעם, וועסטו זעהן ווי עפעס אין אים האלט אים אין איין שלעפן צו עקזיסטענץ. און אוועקשלעפן פון זאכן וואס דער מענטש ווייסט מאכט ווייניגער דאס וויסן פון עקזיסטענץ. דאס חיות טוט אנדייטן אז ס'דא אין דיר א זאך וואס די רגע ער ווייסט פון עקזיסטענץ וויל ער עס פארמערן.

נאכדעם געט ער נאך א זאך צו באמערקן אז אונז האב מיר אין אונז אזאך וואס וויל בלייבן אין עקזיסטענץ. און דאס איז: קוק אויף דיר, קוק אויף דיין חבר, וועסטו מערקן אין אים אן אינערליכער כח וואס וויל זיך ארויסברענגען, וואס שטופט אים: ברענג ארויס די עקזיסטענץ וואס דו ווייסט. אדער קען מען עס מסביר זיין: די רגע ווען איך ווייס פון עקזיסטענץ, און איך וויל עס מאכן מער, וויל איך עס ארויסברענגען מן הכח אל הפועל. די כלל פון דעם ספר איז: א מענטש וואס ווערט געוואר פון עקזיסטענץ, וועט זיך עס שלאגן עס אנצוהאלטן, עס צו מאכן מער, און עס ארויסצוברענגען מן הכח אל הפועל. עקזיסטענץ שלאגט זיך ארויסצוקומען.

נאכדעם געט ער נאך א הבחנה, דאס מיינט, נאך אן אופן וויאזוי צו באמערקן אז אין אונז איז דא א כח וואס וויל בלייבן אין עקזיסטענץ, און דאס איז דמות. אדער קען מען עס מסביר זיין: ווען א מענטש ווערט געוואר פון א עקזיסטענץ, מאכט דער מענטש א בילד וויאזוי דער עקזיסטענץ קוקט אויס. יעדע עקזיסטענץ האט א געוויסע בילד, א דמות, וויאזוי ער קוקט אויס. לאמיר דיר פרעגן א שאלה: פארוואס ווען א מענטש ווייסט אז ער איז א זינגער וועט ער אהערשטעלן א געוויסע בילד פון זיך? אבער וועל מיר נאך רעדן פון דמות.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מארטש 05, 2018 2:00 pm

דף יב רעדט ער פון "ענין ה'דמות' הנפשית.

נפש איז עקזיסטענץ. אן עקזיסטענץ וואס קומט פונעם אויבערשטן. דערפאר קען א מענטש זיך שפירן אמת'ע אבסעלוט עקזיסטענץ. ווייל ער קומט פון אמת'ע עקזיסטענץ. מיר ווילן אז דער אבסעלוט עקזיסטענץ זאל זיך מגלה זיין צו אונזער באוואוסטזיין. צו וויסן אונזער אבסעלוט עקזיסטענץ. און איינע פון די וועגן צו וויסן פון עקזיסטענץ איז צו קוקן אויף די דמות פונעם נפש. משיג צו זיין א 'דמות' פון אונזער עקזיסטענץ, פון אונזער נפש. יעצט וואס מיינט דמות, דמות מיינט appearance. וויאזוי דיין וויסן פון עקזיסטענץ ערשיינט פאר דיר ווען דו קוקסט דערויף. דמות = די פנים פון עקזיסטענץ. וויאזוי עקזיסטענץ איז זיך מגלה פאר דער וואס קוקט אויף איר!

דער מענטש קען געוואויר ווערן וויאזוי זיין עקזיסטענץ ערשיינט. און ער קען עס נאכקינצלן. עס פאלש אהערשטעלן.

לאמיר דיך מאכן א משל: דו זעהסט א כתה מיט יונגלעך זענען לאכעדיג, בארדעריש, נישט ערנסט. און דו זעהסט ווי דער רבי קומט אריין, און דו קוקסט אויף די קינדער, און דו זעהסט אן ערנסטקייט. די קינדער זענען געוואר געווארן פון די עקזיסטענץ פון זייער רבי, און דאס האט געטוישט זייער 'דמות'. וויסן פון עקזיסטענץ האט א דמות.

ער שרייבט אזוי: והדמות הנפשית היא באמת השער העקרי לנפש, והיא המאפשרת הגישה לנפש והשייכות עמה, און ער שרייבט ווייטער "ובה לעולם מתחילין ומסיימין בכל מיני שייכות לנפשנו". נפש איז עקזיסטענץ. און מיר רעדן דא פון מגלה זיין עקזיסטענץ פאר אונזער באוואוסטזיין, אבסעלוט עקזיסטענץ. און איינע פון די וועגן איז צו קוקן אויפן דמות פונעם עקזיסטענץ. משיג זיין א 'דמות', און דאס וויסן פון עקזיסטענץ האט א דמות. מיר ווילן געוואויר ווערן פון אבסעלוט עקזיסטענץ. ווען דו ווייסט פון באשעפער און דערפאר האסטו מורא פון אים, אט דער מורא איז אויך א וועג וויאזוי דיין וויסן פון באשעפער שיינט ארויס פון דיר. דיין וויסן פון באשעפער שיינט א דמות. דיין וויסן פון סייוועלכע עקזיסטענץ האט א דמות וואס דו קענסט משיג זיין. ס'ערשיינט א געוויסע ערשיינונג.

ביי דמות איז אויך שייך דאס ענין פון אבסעלוט עקזיסטענץ, און רעלאטיוו עקזיסטענץ. ס'דא ווען א מענטש ווערט באוואוסטזיניג אויף א דמות פון א רעלאטיוו עקזיסטענץ פון זיך. און ער וויל זיך שלאגן אנצוהאלטן דעם דמות פון אט דעם רעלאטיוו עקזיסטענץ, און ס'דא ווען א מענטש ווערט באוואוסטזיניג ביי זיך אויף א דמות פון א אבסעלוט עקזיסטענץ, און ער דארף זיך נישט שלאגן אנצוהאלטן דעם דמות. פונקט אזוי ווי א מענטש ווייסט זיך א געוויסע עקזיסטענץ. און דאס מאכט אז ער זאל זיך שלאגן ווייטער צו וויסן אט דעם געוויסע עקזיסטענץ. אזוי אויך ווייסט אדער קען א מענטש וויסן די בילד וואס זיין וויסן פון א געוויסע עקזיסטענץ שיינט ארויס. לאמיר זאגן א מענטש ווייסט אז ער ווייסט חכמה, דאס הייסט אז דער מענטש ווייסט זיך א געוויסע עקזיסטענץ. ער האט זיך געטראפן א געוויסע עקזיסטענץ. ער ווייסט עקזיסטענץ. ווייסט אויך דער מענטש אז אט דער וויסן פון עקזיסטענץ האט א געוויסע ערשיינונג. און ער קען זיך שלאגן אנצוהאלטן אט דעם ערשיינונג.

ס'איז א פאקט אז וויסן פון עקזיסטענץ האט א געוויסע ערשיינונג פאר די השגה וואס וויל עס משיג זיין. ס'איז א פאקט. גיי קוק אויף א מענטש וואס לערנט פלייסיג מיט יראת שמים, און דו וועסט זעהן אויף אים א געוויסע 'דמות', א בילד וואס שיינט ארויס וויפיל ער ווייסט פון עקזיסטענץ פון הייליגן באשעפער. יעצט, איז שייך אז דער מענטש זאל וויסן פון אט דעם דמות, און ס'איז שייך אז דער מענטש זאל וועלן אז בלויז דער דמות זאל ווייטער עקזיסטירן. ס'איז א נסיון. ווייל א מענטש קען זיך מאכן ערנסטער ווי ער איז באמת אינסייד, ווען ער ארבעט נישט צו וויסן מער פון באשעפער. ער האלט זייער שטארק אן זיין 'דמות' פון ערליכקייט און יראת שמים, אבער ס'איז נאר געקונצלט. חזר דיך איין דעם כלל: פונקט אזוי ווי א מענטש וויל אנהאלטן זיין עקזיסטענץ וואס ער איז געוואויר געווארן, א מענטש וויל אנהאלטן עקזיסטענץ, איז דא אז א מענטש וויל אנהאלטן דעם דמות וואס ער ווייסט אז זיין עקזיסטענץ שיינט ארויס. במשך דעם ספר רעדט ער אסאך פון דמות.

ווען א מענטש וויל וויסן וויפיל ער ווייסט פון אבסעלוט עקזיסטענץ, דאס הייסט, וויפיל ער ווייסט פון באשעפער, זאל ער קוקן אויף די 'דמות' פון זיין נפש. אויף די דמות פון זיין וויסן פון עקזיסטענץ. א מענטש קען קוקן און משיג זיין, זיין אייגענע דמות. אויב ער זעהט אין זיך אן ערנסטקייט, א בושה, א שתיקה פנימית, א 'דמות' וואס ווייזט אויף 'תוכן', ווייסט ער וויפיל ער ווייסט פון אבסעלוט עקזיסטענץ. די דמות פונעם נפש, איז א מעסטער "וויפיל ווייס איך פון אבסעלוט עקזיסטענץ". וויפיל ווייס איך אז דער באשעפער עקזיסטירט און ער קוקט אויף מיר, און ער זעהט אלע מיינע מעשים. דיין וויסן פון עקזיסטענץ האט א דמות וואס דו קענסט משיג זיין. און די דמות איז מגלה דעם פנים. מ'דארף אריינקוקן אינעווייניג צו זעהן ברייטער און טיפער. פון דף יב ביז טז. און אויך וויכטיגע הערות.

ווען דו קוקסט אויף דיין נפש, איז עס די דמות פון דיין נפש וואס דו פרובירסט משיג צו זיין מיט דיין השגה, מיט דיין באוואוסטזיין. דו ווילסט ווערן באוואוסטזיניג אויף דיין נפש, ווייל ס'וועט מאכן אז דו וועסט באקומען קאנטראל אויף דיין נפש. ס'וועט מאכן אז דו וועסט וויסן דיין באשעפער וואס האט דיך באשאפן, ס'וועט מאכן אז דו זאלסט ווערן צוגעקלעבט צום באשעפער. ס'וועט מאכן אז דו וועסט זעהן די גרויסקייט פון דיין באשעפער. דערפאר ווילסטו ווערן באוואוסטזיניג אויף דיין נפש. איז ווען דו ווילסט ווערן באוואוסטזיניג אויף דיין נפש, קוקסטו מיט דיין 'השגה', מיט דיין 'הבחנה', דו ווילסט באמערקן דיין נפש. און ווען דו קוקסט אויף דיין נפש זעהסטו, ביסטו משיג, די דמות פון דיין נפש.

ווען דער רביז"ל איז נפטר געווארן האבן מענטשן זייער געוויינט. פארוואס? ווייל זייער עקזיסטענץ איז בטל געווארן. ס'איז שוין נישט דער זעלבער עקזיסטענץ. מיר יודן ווייסן אז אונזער עקזיסטענץ איז די הייליגע תורה. מיר וועלן זיך מוסר נפש זיין צו ראטעווען די תורה. פארוואס? ווייל אונזער עקזיסטענץ איז די תורה. ווען א קליין קינד זעהט זיין מאמע לאט אים איבער, וועט עס וויינען, און נישט לאזן די מאמע אוועקגיין. פארוואס? ווייל ער ווייסט אז זיין מאמע איז זיין עקזיסטענץ. ווען א קינד איז גרויס קען עס שוין יא אוועקגיין פון די מאמע, פארוואס? ווייל ער ווייסט אז זיין עקזיסטענץ האט נישט מיט די מאמע. מיר דארפן ווערן באוואוסטזיניג אויף אונזער אמת'ע עקזיסטענץ. און מיר וועלן אלעס טון אז מיר זאלן ציען צו עס.

ערליכע יודן זענען געווען מלא שמחה, מ'זעהט אין ספר הקדוש יושר דברי אמת ווי ווייט א מענטש דארף וויסן ביי זיך אז ער איז 'גארנישט', שטעלט זיך דאך לכאורה א קשיא, אויב א מענטש וויל אזוי שטארק פילן ביי זיך אז "איך עקזיסטיר". צו מגלה זיין פאר זיין באוואוסטזיין זיין אבסעלוט עקזיסטענץ, וויאזוי זעהט מען אז צדיקים, ווי דער הייליגער מחבר פון ספר יושר דברי אמת, און אנדערע צדיקים, וויאזוי זענען זיי געווען מלא 'מציאות', מלא מקושר בענין אמיתי, גארנישט געווען צעקלאפט ווי איינער וואס פילט אז ער איז נישט עקזיסטירנד. קען די וויסן פון "איך בין גארנישט מיט נישט, איך האב נישט קיין שום מעלה" וואס ס'שטייט אין ספר הקדוש יושר דברי אמת, ברענגען א אינערליכע צוקלאפטקייט? די תירוץ דערויף איז: כדי א מענטש זאל זיך וויסן א אמת'ע אבסעלוט מציאות און נישט זיין צעקלאפט און אויסגעליידיגט, פעלט נאר אויס אז א מענטש זאל וויסן פון די עקזיסטענץ פון השי"ת, און זיין דבוק אין אים. און גאווה שטערט נאר.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מארטש 06, 2018 1:56 pm

בס"ד
מיט די צייט האף איך צו פארשטיין טיפער. איך האף אז ענק האבן הנאה פון מיין שרייבעריי. די גאנצע ספר 'לימודים לדעת' איז געבויט אויף א שטיקל הייליג נועם אלימלך פרשת ואתחנן. וואס ער שרייבט אז א מענטש דארף קודם טראכטן פון זיין חלק וואס ער האט באקומען פון באשעפער, און דאס איז זיין נפש. דער הייליגער רבי ר' אלימלך זצ"ל שרייבט: אבל כשאין יודע את עצמו הוא מחוסר ידיעה גם כן בבורא ברוך הוא כיון שאפילו עצמו הוא אינו בוחן. דער הייליגער רבי ר' אלימלך מיר האבן נאר השגה דערין וויפיל מ'איז זוכה. אבער עכ"פ, מ'זעהט פון דעם אז א מענטש דארף משיג זיין זיין חלק וואס איז געגעבן געווארן פון הימל. זיין אבסעלוט עקזיסטענץ. די וואונדערליכקייט פון זיין עקזיסטענץ וויאזוי ס'ארבעט אלץ מיט אזא וואונדערליכקייט. די גמ' זאגט (ברכות י.) בחמשה דברים הנשמה שוה להבורא ברוך הוא וברוך שמו.

דו ווילסט וויסן דיין נפש. דו ווילסט וויסן דיין חלק וואס דו האסט אין אבסעלוט עקזיסטענץ. דו ווילסט אז אבסעלוט עקזיסטענץ זאל זיך מגלה זיין צו דיר. דו ווילסט וויסן אז דו ביסט מקושר צו אמת'ע עקזיסטענץ. דו ווילסט זיין דבוק אין הייליגן באשעפער. דו ווילסט דיך פלאגן אין עבודת השי"ת. ווייס וויאזוי זיך צו פלאגן. מוטשע דיך ריכטיג. זיי משיג דיין אבסעלוט עקזיסטענץ. פיל דביקות אינעם אייבערשטן. דו האסט א חלק אלוק ממעל. דו קענסט משיג זיין זאכן. דו ביסט א חלק פון אמת'ע עקזיסטענץ. און דו ווילסט עס באמערקן און וויסן.

ער שרייבט זייער אינטערעסאנט פון 'צדדי הנפש מכוונים כנגד דומם צומח חי מדבר'. און אויך אז ס'איז מכוון לארבעה יסודות שבבריאה. זייער אינטערעסאנט.

ס'דא פיר מינע וועגן וואס ער זאגט אז דו קענסט ווערן באוואוסטזיניג אויף אבסעלוט עקזיסטענץ. א מענטש מוז נישט שפירן "איך בין עקזיסטענץ" כדי צו שפירן גוט מיט זיך. אלעס וואס א מענטש דארף איז ווערן אויפמערקזאם אויף אבסעלוט עקזיסטענץ, און זיין דבוק דערין. איז דא פיר מינע וועגן וויאזוי א מענטש קען ווערן אויפמערקזאם אויף אבסעלוט עקזיסטענץ. די ערשטע איז 'הכרה'. דאס אז דו ווייסט, דאס איז א חלק פון אבסעלוט עקזיסטענץ. ווען דו באמערקסט אז דו ווייסט, ווערסטו באוואוסטזיניג אויף אבסעלוט עקזיסטענץ. אדער דו האסט א געלעגנהייט צו ווערן באוואוסטזיניג אויף אבסעלוט עקזיסטענץ. דאס אז דו ביסט משיג אז דו ווילסט מער און מער וויסן פון עקזיסטענץ [חיות], דאס איז א געלעגנהייט דיך צו מאכן באוואוסטזיניג אויף אבסעלוט עקזיסטענץ. דאס אז דו באמערקסט אז דו ווילסט ארויסברענגען דיין עקזיסטענץ [התפשטות]. דאס קען דיך מאכן באוואוסטזיניג אויף אבסעלוט עקזיסטענץ. און מיטן קוקן אויף דיין נפש [דמות], קענסטו אויך ווערן באוואוסטזיניג אויף אבסעלוט עקזיסטענץ.

דאס אליין אז א מענטש איז מכיר, ווען ער נוצט עס צו מכיר זיין אבסעלוט עקזיסטענץ, איז עס גענוג אויף צו וויסן אבסעלוט עקזיסטענץ, איז עס גענוג אויף צו וויסן זיין נפש. ווייל 'הכרה' איז פון אבסעלוט עקזיסטענץ. דאס אליין אז א מענטש האט חיות, קען ער עס נוצן אויף צו וויסן נאך און נאך אבסעלוט עקזיסטענץ, וועט ער פארשטייט זיך וויסן זיין נפש. דאס אליין אז א מענטש וויל ארויסברענגען מן הכח אל הפועל די עקזיסטענץ וואס ער ווייסט, דאס אליין קען מען נוצן אויף צו וויסן אבסעלוט עקזיסטענץ. דאס אליין אז א מענטש קען משיג זיין א דמות פון זיין נפש, דאס אליין קען מען נוצן אויף משיג צו זיין אבסעלוט עקזיסטענץ. ער וועט נאך רעדן דערפון מער אינעם ספר.

אין צדדי הנפש פועלים בהתמזגות איז ער מסביר, אז ווען דו פרובירסט צו 'מכיר' זיין, כדי צו ווערן דורכדעם באוואוסטזיניג אויף אבסעלוט עקזיסטענץ. גייסטו אויך ווערן באוואוסטזיניג אויף די עקזיסטענץ פון חיות, ווייל דו גייסט שפירן אז דו ווילסט נאך און נאך מכיר זיין, און אויף די עקזיסטענץ פון התפשטות, ווייל דו גייסט פילן אז דו ווילסט ארויסברענגען מן הכל אל הפועל דאס וואס דו ביסט מכיר, און דו גייסט אויך משיג זיין דעם דמות, ווייל דאס אליין אז דו קוקסט אז דיין נפש קען מכיר זיין, דאס אליין געט דיך א דמות פון דיין נפש. דו האסט א געלעגנהייט צו שפירן דיין גאנצע נפש. קוק אריין אינעווייניג וועסטו זעהן אז דאס זאגט ער.

די זעלבע זאך ווען א מענטש זאגט תהלים, און ער כאפט זיך אז ער וויל זאגן נאך און נאך, ווייל ער שפירט מער און מער אבסעלוט עקזיסטענץ. און ער וויל נישט אויפהערן זיין דבוק אין באשעפער, דאס קומט פון 'חיות' וואס שלעפט אים צו נאך און נאך עקזיסטענץ. דאס אליין איז אויך אן 'אנערקענונג', אז ער "ווייסט" פון אבסעלוט עקזיסטענץ, און די 'אנערקענונג' קומט פון 'הכרה'. דאס אליין איז אויך אן אנערקענונג אז אבסעלוט עקזיסטענץ וויל זיך ארויסברענגען מן הכח אל הפועל, און דער מענטש שפירט 'התפשטות', און דאס אליין, צו כאפן וואס דא גייט פאר, צו 'משיג' זיין דאס ביסל פון אבסעלוט עקזיסטענץ איז 'דמות'. דער מענטש באקומט א 'דמות' פון זיין נפש. דורכ'ן 'דמות' קען מען גיין ווייטער.

און אזוי איז ער מסביר מיט התפשטות און דמות. אז ווען ס'ווערט נתעורר 'התפשטות', אז ווען דו 'ווייסט' פון נפש מכח דעם התפשטות, ווייסטו אויך 'הכרה' 'חיות' און 'דמות'.

ווען א מענטש ווערט אויפמערקזאם אויף איין חלק פון זיין נפש, ווייל יענע חלק פון זיין נפש ארבעט, ווערט ער אויך אויפמערקזאם אויף אלע איבעריגע דריי חלקים אין זיין נפש. שפעטער אינעם ספר וועט ער רעדן מער דערפון. והשם הטוב יעזור. איך האף איך פארשטיי וואס ער שרייבט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך מארטש 07, 2018 2:46 pm

בסיעתא דשמיא.
די ערשטע פרק רופט ער: מהות הנפש וצורת התגלותה. ער וויל אז דער מענטש זאל אויפכאפן, משיג זיין, זיין נפש, זיין אבסעלוט עקזיסטענץ, און ער ווייזט דיר, ווען דו וועסט שפירן דאס און דאס, [הכרה, חיות, התפשטות, דמות] זאלסטו וויסן אז דאן האט זיך דיין נפש מגלה געווען. אזוי און אזוי איז זיך דיין נפש מגלה. דיין עקזיסטענץ וויל ארויסקומען. ווען דו ביסט 'מכיר', דו ווערסט באוואוסטזיניג אויף עפעס, האט זיך דיין עקזיסטענץ מגלה געווען. ווען דו שפירסט אז דו ציהסט צו שפירן נאך און נאך עקזיסטענץ, דו פילסט חיות פון עפעס א וויסן פון עקזיסטענץ, איז עס פון דיין נפש, וואס וויל שפירן עקזיסטענץ. אויב מיין נפש וויל חלילה שפירן עקזיסטענץ פון זאכן וואס השי"ת לאט נישט, פון זאכן וואס השי"ת האט פיינט, איך דארף ווייזן פאר מיין נפש וויאזוי ער קען זיך מגלה זיין דורך אבסעלוט עקזיסטענץ. און נישט דורך זאכן וואס שלעפן אראפ צו עפר! צו מיתה! צו כליון! איך דארף וויסן פון אבסעלוט עקזיסטענץ. איך דארף איבערנעמען די טיפסטע נקודה וואס מיין עקזיסטענץ וויל און דאס איז ווערן באוואוסטזיניג אויף אבסעלוט עקזיסטענץ. מיט דעם טו איך א נחת רוח פארן הייליגן באשעפער.

ווען א מענטש שפירט זיך אבסעלוט עקזיסטענץ. אז ער איז נישט קיין ראזשינקע, דאן איז ער בשמחה, און דאס מיינט מצווה גדולה ליהיות בשמחה תמיד אפילו במילתא דשטותא, און עצבות איז: ווען א מענטש 'פארגעסט' פון זיין עקזיסטענץ, און וויבאלד דער נפש פון א מענטש וויל שפירן עקזיסטענץ, וויבאלד עקזיסטענץ וויל וויסן פון עקזיסטענץ, קען מען חלילה טרעפן עקזיסטענץ אין אנדערע זאכן. דערפאר האבן צדיקים זייער געווארנט אז מ'זאל אנטלויפן פון עצבות, מ'זאל אנטלויפן פון וויסן אז מ'איז אפגעהאקט פון אבסעלוט עקזיסטענץ.

עקזיסטענץ וויל זייער שטארק זיך מגלה זיין. א מענטש וויל שפירן 'תענוג', 'תענוג' איז שפירן די עקזיסטענץ, זיין דבוק אין עקזיסטענץ. דער ספר 'לימודים לדעת' איז געשטעלט אויף אסאך יסודות, אויפן דעקל פונעם ספר שרייבט ער די "אבסעלוט עקזיסטענץ" ווערטער פון הייליגן רמח"ל: האדם לא נברא אלא להתענג על ה'. א מענטש וויל האבן תענוג, א מענטש וויל שפירן עקזיסטענץ. מיר דארפן ווייזן פאר אונזער נפש וואס עס איז די אמת'ע אבסעלוט עקזיסטענץ. און אויף די אבסעלוט עקזיסטענץ זאל ער ווערן באוואוסטזיניג [הכרה, דמות] און פון דעם זאל ער וועלן מיט א אמת, פון אינעווייניג, ציען נאך און נאך עקזיסטענץ. [חיות, התפשטות]

מ'קען זעהן בחוש, א מענטש וואס מ'ברענגט אריין אין trance, מ'מאכט אים שפירן זיין עקזיסטענץ, וועט עווענטועל שפירן 'תענוג', שפירן עקזיסטענץ. און ווען איך רעד פון 'עקזיסטענץ' מיין איך צו זאגן אן עקזיסטענץ וואס ווערט געשעפּט פון אינעווייניג אין זיך. פון די מקור צו וואס מ'איז צוגעבינדן. נישט יעדע עקזיסטענץ וואס א מענטש שפירט איז 'אבסעלוט'. נאר 'אבסעלוט' עקזיסטענץ איז די 'אמת'ע' עקזיסטענץ. ס'איז נאר דא איין איינציגע מקור פון אמת'ע עקזיסטענץ, און צו דעם דארפן מיר זיין צוגעבינדן. ובו תדבק. ואני קירבת אלוקים לי טוב. כחלב ודשן תשבע נפשי.

די לעצטע שטיקל אינעם ערשטן פרק איז: טבעי בני אדם משתנים לפי התמזגות צדדי הנפש. אינטערעסאנט דורכצולערנען.

לאמיר גיין צו פרק שני. דף כ. איך האף אז איר האט פארשטאנען דעם ערשטן פרק. וואס וויל דער נפש, און וויאזוי איז ער זיך מגלה.

די צווייטע פרק רופט ער: כלי הנפש.

אין הערה כ. איז ער מסביר פארוואס ער וויל אז דו זאלסט פארשטיין אז זאכן פון די דרויסענדיגע וועלט זענען א גרויס חלק צו מגלה זיין דיין אבסעלוט עקזיסטענץ פאר דיין באוואוסטזיין. שפעטער אינעם ספר שרייבט ער זייער אסאך, אז זאכן פון דיין ארומיגע דרויסענדיגע וועלט האבן א גרויס חלק אין מגלה זיין פאר דיר אבסעלוט עקזיסטענץ א מענטש נעמט אינפארמאציע פון אינדרויסן פון זיך. אפילו אינפארמאציע וואס א מענטש נעמט פון אינעווייניג, די אנהייב איז אינדרויסן פון זיך. אזוי קומט מיר אויס יעצט. די 'כח' קומט פון אינעווייניג.

די מח פון א מענטש איז די כלי, (ער רעדט זייער אסאך פון די ווארט 'כלי') דיין מח איז די 'כלי', וואס ווען דו צינדסט עס אן, ווען דו צינדסט אן דיין מח, ווערסטו 'באוואוסטזיניג' אויף דיין עקזיסטענץ. פרוביר עס אויס, וועסטו זעהן אז וואס איך שרייב מאכט סענס. ווען דו צינדסט אן דיין מח, ווערסטו באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ צו וואס דו ביסט צוגעבינדן. ער שרייבט: א מענטש מוז האבן עפעס אן ענין שכלי אינדרויסן פון זיך, צו טראכטן דערפון, אנצוצינדן זיין מח. אויב דו ווילסט ווערן באוואוסטזיניג אויף דיין עקזיסטענץ, מוזטו אנצינדן דיין מח. ווען א מענטש טראכט פון זיין 'פיס', איז עס אויך א זאך פון אינדרויסן פון אים. (איך פרוביר משיג צו זיין, סתם פאר מיר, וואס וועט זיין אויב חלילה א בעבי ווערט געבוירן און ער האט נאר באוואוסטזיין, שכל! חלילה, קען נישט הערן, קען נישט זעהן, קען נישט פילן, קען נישט שמעקן, צו וואלט דער בעבי געווען באוואוסטזיניג אז ער איז באוואוסטזיניג.) עניוועי. כדי צו ווערן 'באוואוסטזיניג' אויף דיין עקזיסטענץ, דארפסטו אנצינדן דיין מח, און כדי אנצוצינדן דיין מח דארפסטו האבן א שכלי אדער מחשבתי זאך אינדרויסן פון דיך אין וואס צו טראכטן. אויב מ'וועט ברענגען פאר דיין מח, א שווערע תוספות וואס דו וועסט גרינטליך פארשטיין די טיפע שכל דערפון, וועט דיין מח ווערן מער 'באוואוסטזיניג' אויף דיין עקזיסטענץ. מאכט סענס? מיר מאכט עס סענס, בעת איך שרייב די שורות.

ער גייט אין א סדר, איך נישט אזוי. ער שרייבט: הכלים מתעוררים לפעולתם על ידי עניני העולם מבחוץ. די מח האב איך שוין פריער געשריבן, וואס ער שרייבט, אז די מח מוז האבן א זאך פון אינדרויסן, עס אנצוצינדן. די מח איז א 'כלי' אנצוצינדן דעם 'הכרה' פונעם נפש. צו ווערן באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ. צו 'אנערקענען' עקזיסטענץ.

די חושים איז די 'כלי', (ווייטער די ווארט 'כלי'.) ער שרייבט אזוי: רק כאשר האדם חש בחמשת חושיו באיזה דבר, נפשו מתעוררת בתנועת חיות כלפי הדבר. אין הערה כא. שרייבט ער: אין האדם מתעורר בצורת תנועה חיותית, להימשך אחרי איזה ענין, או לסלוד ולברוח ממנו, אם אין לו שייכות מוחשית לדבר. ער שרייבט אן אינטערעסאנטער כלל. וואס ער שטעלט אוועק. ווען דו ווערסט 'באוואוסטזיניג' אויף דיין עקזיסטענץ. למשל דו 'אנערקענסט' אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט. דו קוקסט אויף דיין הארץ, און אויף דיין גאנצע קערפער, און דו זעהסט אז ס'ארבעט אזוי וואונדערליך, סאו, דו אנערקענסט מיט שכל אז דא מוז זיין א בורא וואס האט דאס באשאפן. דו ווילסט ווערן דבוק אין אים, דו ווייסט ביי דיר אז דו ביסט גארנישט מיט נישט, און נאר דער באשעפער 'איז'. ער איז די מציאות, און די ווילסט דיך מדבק זיין צו אים. דו ווילסט זיין נאנט צו אים. ער טענה'ט אז די געפיל פון 'ירוץ עבדך כמו איל' 'משכני אחריך נרוצה', דאס ענין פון 'השתוקקות', דאס אז א מענטש שפירט אז זיין עקזיסטענץ ציהט צו וויסן נאך עקזיסטענץ. ער וויל ווערן 'נתרבה'! דאס קומט פון די 'חושים'. זאל עס זיין 'חושים פנימיים', אבער די 'חושים'! ער טענה'ט אז 'חיות', וחי בהם ווערט נתעורר פון די חושים. ער טענה'ט אז ווען א מענטש ווערט נאר 'באוואוסטזיניג' אויף זיין עקזיסטענץ, וועט ער נאכנישט ציען דערצו, עס צו וויסן מער.

מ'זעהט קלאר, איך בין מודה, מ'זעהט קלאר, אז זיבענער, וואס זענען מער 'חושיות', זענען מער לעבעדיגע מענטשן. און 'פינעווער' וואס זענען מער 'טראכטן', זענען מער 'רואיגערע' מענטשן. קוק נאך אין הערה כא. ס'קוקט עפעס אויס ווי די visual חלק פון די מח, אדער די 'רעדן' חלק פון די מח, דארף זיך אנצינדן, כדי צו ווערן נאכגעצויגן צו מער און מער עקזיסטענץ. איך טראכט, אז אויב 'הכרה' מאכט אז א מענטש זאל ציען צו נאך און נאך עקזיסטענץ, מוז זיין א ס'האט זיך אויך אנגעצינדן אינערליכע 'חושים'. דער נפש בטהרתה, שרייבט ער שוין, האט אין זיך 'ראי' שמיעה וכו', ביי א מענטש ווערט עס צעטיילט. א מענטש מוז בהכרח אנקומען צו זאכן פון דרויסן, צו מגלה זיין נפש.

אונטערשטע שורה: ווען א מענטש וויל אז ער זאל ציען צו נאך און נאך אבסעלוט עקזיסטענץ. און אוועקלויפן פון זאכן וואס ער פארשטייט אז ס'מאכט ווייניגער אבסעלוט עקזיסטענץ, דארף ער נוצן 'חושים', זאל עס זיין חושים פנימיים, אבער חושים. אזוי קומט אויס. אבער אפשר מיט די צייט וועל איך פארשטיין בעזרת השי"ת נאך טיפער. חושים, די פינף חושים, זענען די 'כלים', וואס מאכן אז דו זאלסט ציען צו נאך און נאך עקזיסטענץ. ער וועט נאך רעדן דערפון שפעטער.

די זעלבע זאך זאגט ער, אז ווען דו ווילסט אז דיין אבסעלוט עקזיסטענץ, זאל וועלן ארויסקומען מכח אל הפועל, דארפסטו 'טון'.

און די זעלבע זאך זאגט ער ביי 'דמות', אויב א מענטש וויל אז די 'דמות' פון זיין נפש זאל זיך מגלה זיין פאר אים, ער וויל משיג זיין זיין 'דמות', דארף ער קוקן דערויף. (ווען א מענטש קוקט אויף זיך אליין מיט אן ערנסטקייט, ווערט ער ערנסט? איז 'דמות' א זאך וואס שפיגלט צוריק? איך טראכט נאר.)

ער שרייבט אזוי דף כג "והעיקר בזה הוא שכוחות הגוף לעולם נזקקים לענינים מהעולם החיצוני להקיצם ולעוררם, ורק בזה הם נעשים 'כלים' מוכשרים ושלימים לגילוי הנפש.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

דף כד לימודים לדעת.

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מארטש 08, 2018 2:00 pm

בסיעתא דשמיא.
כוחות הנפש שונים במהותם מכלי הגוף, שהם רוחניים, עדינים ודקים.
לויט ווי איך פארשטיי וויל ער אין דעם שטיקל אויפקלערן אזוי: וואס דו ווילסט איז אז אבסעלוט עקזיסטענץ זאל זיך מגלה זיין פאר דיין באוואוסטזיין, דו ווילסט ווערן באוואוסטזיניג אויף דיין אבסעלוט עקזיסטענץ צו וואס דו ביסט אינעווייניג צוגעבינדן צו עס. אבסעלוט עקזיסטענץ צינד זיך אן ווען די כלי הגוף צינדן זיך אן.

ווען איך האב געזעהן די ערשטע מאל די ווערטער 'כלי הגוף', האט עס נישט צופיל ערוועקט אין מיר די 'השגה' דערפון. דער ספר איז בלויז דער טרוקענער 'גוף', די נפש פון די ספר איז דיין 'נפש', די נפש פונעם ספר איז וויפיל דו ביסט באוואוסטזיניג אויף דיין עקזיסטענץ. וויפיל דיין עקזיסטענץ וועט זיך ערוועקן פון די ווערטער. דיין אינערליכע אבסעלוט עקזיסטענץ איז די 'נפש', די 'עקספיריענס' וואס דו וועסט עקספיריענסן לערנענדיג דעם ספר. 'כלי הגוף' מיינט די כלים פון דיין גוף וואס וועקן אויף דיין אבסעלוט עקזיסטענץ. דיין אינערליכע עקזיסטענץ. ווען איך (איך מיין מיך) זעה די ערשטע מאל די ווארט 'כלים', וויל איך טראכטן פון טעפלעך, שיסלעך, קאפס, וכו'. אבער איך שטופ מיך צו די 'השגה' דערפון, "כלים מיינט זאכן וואס ערוועקן מיין עקזיסטענץ". ס'דויערט א וויילע, אז ווען מ'זעהט אין דעם ספר די ווארט 'כלים', זאל מען גוט משיג זיין אז ער רעדט פון 'כלי הגוף' וואס זענען מגלה מיין עקזיסטענץ. ס'האט אן אימפעקט.

ער וויל אז דו זאלסט ווערן 'באוואוסטזיניג' אויף די 'עקזיסטענץ' וואס וועקט זיך אויף אין דיר. ער וויל זאלסט ווערן 'באוואוסטזיניג' אז ס'וועקט זיך אויף אין דיר אן עקזיסטענץ. און ער וויל אז אויף אט די עקזיסטענץ זאלסטו ווערן באוואוסטזיניג. ווען דו זעהסט א פאנאראמע, א הערליכער אויסקוק. נעם א קעמערע און כאפ א בילד פון אט דעם אויסקוק. פיל, די חילוק צווישן די קעמערע וואס קוקט אויפן פאנאראמע, און 'דו'. ווען דו קוקסט, שפירסטו אין דיר אן עקזיסטענץ וואס 'ווייסט', וואס ווייסט אז ס'קוקט. וואס ווערט באאיינדרוקט פון אויף וואס ס'קוקט. ער איז משיג 'עקזיסטענץ'. ער כאפט התפעלות. אין איין ווארט 'דו ווייסט'. דו ווייסט וואס דו זעהסט! דו ווייסט אז ס'מיינט עפעס וואס דו זעהסט. דו ווייסט פון 'עקזיסטענץ', א קעמערע איז א טרוקענע זאך. זיי קענען נישט אריינבלאזן א וויסן פון עקזיסטענץ אין א קעמערע. פרוביר אויס צו קוקן אויף א פאנאראמע.

א קעמערע קען אויפכאפן קאלירן, אבער ס'ווייסט נישט. דו ווייסט פון עקזיסטענץ. דו ביסט 'מכיר'. דו אנערקענסט. ווען א קעמערע זעהט א פאנאראמע, ציהט עס נישט צו גיין נענטער און קוקן פון די נאנט, קוקן פון אן אנדערע קוק ווינקל. עס נאכמאלן. זיך טשאטשקענען דערמיט. עס ארויסהאבן. דו יא! דיין עקזיסטענץ וויל פילן מער און מער אין עקזיסטענץ. ס'איז דיין עקזיסטענץ וואס וויל קויפן א פענטינג. ווען דיינע חושים כאפן אויף א פאנאראמע, איז עס די וויסן פון עקזיסטענץ וואס ווערט 'פארגאפט'! נישט דיין חושים. האסט שוין אמאל געזעהן א קעמערע ווערן 'פארגאפט'? וואס ווערט פארגאפט? דיין וויסן פון עקזיסטענץ. א בהמה האט אויך 'חושים'! 'חושים' איז נישט די עקזיסטענץ וואס ווייסט וואס די חושים זענען 'משיג'. ס'איז דיין וויסן פון עקזיסטענץ וואס וועקט זיך אויף פון דיינע חושים. קוק אויף דיין 'עקזיסטענץ' וואס וועקט זיך אויף! ס'איז דיין וויסן פון עקזיסטענץ. ווען א מענטש איז מכיר אז דא מוז זיין א בורא וואס האט דאס באשאפן מיט אזא 'סדר', מיט אזא ארדענונג. ווערט ער באוואוסטזיניג אויף אבסעלוט עקזיסטענץ.

כדי צו ווערן אויפמערקזאם און אויפכאפן, משיג זיין אין דיין באוואוסטזיין דיין עקזיסטענץ. וויל ער אז ווען דו שטעלסט דיך אויף פון בענקל טרינקען א קאפ וואסער, ווער באוואוסטזיניג אויף די אינערליכע 'וויסן פון עקזיסטענץ' וואס שטופט דיך דערצו. עפעס אין דיר עקזיסטירט מען. א מענטש קען אנגיין און טון און מאכן, אבער ווערן אויפמערקזאם, ווערן באוואוסטזיניג אויף דיין עקזיסטענץ, אויף עקזיסטענץ. דאס איז וואס ער וויל. דאס מיינט, מגלה זיין דעם נפש פארן באוואוסטזיין. ווען דו קוקסט אויף דיין עקזיסטענץ, פרובירסטו צו האבן א בילד דערפון. דו פרובירסט צו 'משיג' זיין די דמות דערפון. צו ווערן 'באוואוסטזיניג' אויף די דמות.

ער וויל אז מ'זאל זיך צוגעוואוינען צו ווערן באוואוסטזיניג אויף די עקזיסטענץ וואס צינד זיך אן אין דיר מכח די כלי הגוף. (וואס מיינט כלי הגוף? די כלים פון דיין קערפער וואס וועקן אויף דיין עקזיסטענץ) א מענטש וויל מסביר זיין א טיף ווארט? ער קען עס מסביר זיין. און ער קען אריינקוקן אין זיך און ווערן באוואוסטזיניג אויף זיין אינערליכע עקזיסטענץ וואס וויל דאס טון. וויבאלד אונז וויל מיר ווערן באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ, דארפן מיר קוקן און אויפכאפן די עקזיסטענץ וואס ס'צינד זיך אן אין אונז.

ס'פונקט אזוי ווי ווען א מענטש הערט מוזיק. ער קען הערן די מוזיק און טראכטן פון די זינגער וכו'. ער ווערט באוואוסטזיניג אויף וואס? אויף די זינגער, אויף זיינע געפילן וואס די ניגון צינד אן אין אים. אויף די זכרונות וואס דאס דערמאנט אים. אויף די מסודר'דיגקייט פון די נאטן צאמשטעל. צו די ניגון איז גוט אהערגעשטעלט צו נישט. צו מ'וואלט עס געקענט מאכן בעסער. צו ער האט עס ליב צו נישט. אבער ער קען אויך ווערן באוואוסטזיניג אויף זיין עקזיסטענץ. קוק, פארוואס האב איך הנאה דערפון? עקזיסטענץ! עקזיסטענץ! איך בין אן עקזיסטענץ. פארוואס וויל איך הערן נאך און נאך [חיות]? עקזיסטענץ! מיין עקזיסטענץ קומט פון השי"ת, חלק אלוק ממעל. זיין נפש ווערט נתגלה פאר זיין באוואוסטזיין.

איך האב געפילן און איך ווייס דערפון? עקזיסטענץ. ס'דא איין עקזיסטענץ. איין מקור. הקב"ה. וואס מיר דארפן מורא האבן פון אים. מה ה' אלוקיך שואל מעמך כי אם ליראה. עפן אויף דיין נפש! ווער באוואוסטזיניג אז דו ביסט אן עקזיסטענץ. א חלק אלוק ממעל. אויף וואס מ'לייגט די באוואוסטזיין, ווערט באוואוסטזיניג. והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2487
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג מארטש 08, 2018 2:24 pm

נשמה זיסער, אפשר מאכסטו א פד"ף פון די מאמרים, איך זאל דאס קענען ליינען געהעריג נישט נאר אויפן מסך המרקד מול העיניים
ייש"כ
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג מארטש 09, 2018 3:15 pm

בס"ד.
פיל, עקספיריענס, לעב מיט, מיט וואס איך שרייב וועסטו עס סך בעסער פארשטיין.
כלי הגוף משתתפים יחד לגלות כוחותיה של הנפש.

כדי צו דינען השי"ת דארפן מיר קענען אונזער נפש. אין ספר דרך אמת פונעם הייליגן יושר דברי אמת, די לעצטע קאפיטל, קאפיטל ח, תוכן דבריו, קוק עס נאך, תוכן דבריו איז, אז מ'דארף מגלה זיין די אייגענע עקזיסטענץ פארן באוואוסטזיין, און נישט וויסן אנדערע זאכן וואס זענען נישט מגלה די אייגענע עקזיסטענץ. ווייל נאר דאן קען מען זיך מפריד זיין פונעם רע און פון תאווה, צו שעפן עקזיסטענץ פון 'טוב', משכיל על דבר ימצא טוב (משלי טז, כ) אז דו וועסט מגלה זיין דיין עקזיסטענץ פאר דיין באוואוסטזיין וועסטו טרעפן וויאזוי צו שעפן עקזיסטענץ פון 'טוב'. כדי צו באקומען קאנטראל פון וואו דו שעפסט עקזיסטענץ, דארפסטו ווערן באוואוסטזיניג אויף דעם ענין. א מענטש קען נישט קאנטראלירן אזאך וואס ער ווייסט נישט אז ער ווייסט עס. די חלק וואס דו ווייסט פון די וועלט, אבער ס'האט נישט מגלה געווען דיין עקזיסטענץ, וועט בטל ווערן בביטול הגוף. וואס האט מען פון 'וויסן', מ'דארף ווערן דבוק אינעם 'אמת'.

זייער אסאך נקודות פונעם הייליגן ספר יושר דברי אמת, פארשטייט מען, ווען מ'פארשטייט עס מיטן פירוש פון לימודים לדעת. א מענטש וויל שפירן 'עקזיסטענץ', אבער ס'דא איין עקזיסטענץ, דער הייליגער באשעפער, און מיר דארפן ווערן בטל צו אים. דאן שפירן מיר זיך שוין איינמאל 'עקזיסטירנד'. און אזוי ווי דאס הייליג לשון פון יושר דברי אמת אין קאפיטל ו, קוק עס נאך. ער שרייבט: ומה לו יותר מעולם הזה כי אם זה, הלא כולם כאין נגד זה הדביקות, כי הכל כלה ואבד והוא יעמוד יסוד לנצח.

אז די עקזיסטענץ פון א מענטש ווערט געשעפט פון 'איינציגן אמת'ן עקזיסטענץ', בלייבט מען יסוד לנצח. אויב מ'אנערקענט וואס עס איז די אמת'ע עקזיסטענץ, שלאגט מען זיך צו וויסן און אנערקענען אז אליין איז מען גארנישט. ווייל מ'איז קלאר איבערצייגט אז ווען מ'שפירט 'גבהות הלב', מ'ווייסט זיך אלץ א 'יש', מ'שפירט זיך פאר 'עפעס', שעפט מען עקזיסטענץ פון 'רעלאטיוו עקזיסטענץ', פון א זאך וואס גייט בטל ווערן. און מ'וויל דאך 'עקזיסטענץ', וויל מען זייער שטארק זיין דבוק נאר אין אמת'ע עקזיסטענץ. דאס ברענגט דער יושר דברי אמת פון דעם הייליגן זלאטשובער מגיד זצוקללה"ה.

דביקות אין באשעפער קומט דייקא פון ווערן באוואוסטזיניג אויף די אייגענע עקזיסטענץ. די כלי הגוף (וואס מיינט כלי הגוף? זאכן וואס ערוועקן אויף אין דיר דיין עקזיסטענץ) זענען מגלה פאר דיין באוואוסטזיין דיין עקזיסטענץ.

סאו דו ווילסט ווערן באוואוסטזיניג אויף דיין עקזיסטענץ [דמות]. סאו, דו גייסט וואס טון? דו גייסט נוצן דיין מח! איינע פון דיינע כלי הגוף, כדי 'הכרה' זאל דיך מאכן באוואוסטזיניג אויף דיין עקזיסטענץ. דו גייסט לערנען די הייליגע תורה, דו גייסט ווערן באוואוסטזיניג אויף עקזיסעטנץ. אבער דו ווילסט אז לערנען זאל דיך מאכן נאך און נאך וועלן לערנען [חיות]. דו ווילסט אז דיין ווערן באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ, זאל דיך ציען צו נאך און נאך. זאגט ער אז מיטן נוצן דיין מח, ערוועקט זיך אויך אין דיר דיינע אנדערע כלי הגוף, ווי חושים (זאל עס זיין חושים פנימיים). און ערוועקן דיינע חושים מאכט וואס? וואס געשעהט ווען דיינע חושים ווערן ערוועקט? דיין 'חיות' ווערט באוואוסטזיניג אין דיר. (לייג צו קאפ) עקזיסטענץ וואס ציהט צו ווערן נתרבה ווערט ערוועקט אין דיין באוואוסטזיין. (פרוביר אויס צו קוקן אויף א שיינע זאך און עקספיריענס וואס איך שרייב) איינמאל דו ווערסט באוואוסטזיניג 'דורך דיינע חושים' אויף עקזיסטענץ אין דיר, אזא עקזיסטענץ וויל ווערן נתרבה [חיות]. ער רעדט מער פון 'חושים פנימיים' אינערליכע חושים. קוק נאך אינעווייניג.

ער וויל ארויסברענגען דאס ענין פון 'השתתפות'. ווען דו נוצט דיין מח צו מגלה זיין פאר דיר דיין עקזיסטענץ דורך הכרה, ווערט אויך אנגעצינדן דיינע 'חושים', און במילא ווערט אויך אנגעצינדן 'חיות', (געדענקסט? 'חיות' ווערט אנגעצינדן דורך וועכע כלי הגוף? דורך די חושים)

סאו, ס'קומט אויס, אז ווען א מענטש וויל ציען צו השי"ת, דארף ער נוצן 'חושים פנימיים', ער דארף לערנען אזאך וואס צינד אויך אן חושים פנימיים. און ס'איז נישט גענוג צו נוצן בלויז 'הכרה'. נאר ווען מ'נוצט 'הכרה' צינד זיך אויך אן 'חושים פנימיים' און אזוי ארום צינד זיך אן חיות.

כדי עקזיסטענץ זאל ווערן אינגאנצן נתגלה פאר דיין באוואוסטזיין, דארפסטו מגלה זיין דעם גאנצן קומה. דעם גאנצן דימענשאן. ס'מוז קומען לידי 'התפשטות', דו מוזט ווערן באוואוסטזיניג אויף דיין עקזיסטענץ, ביז 'התפשטות' וועט ווערן engaged. ס'דארף זיין אזא גילו פון עקזיסטענץ, ביז דו וועסט וועלן עס איבערגעבן פאר א צווייטן, דעם ענין פון ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים.

די זעלבע זאך ווען א מענטש זעהט א ארון הקודש! ער נוצט וועכע כלי הגוף? 'חושים'. ער זעהט. און וועלכע סארט עקזיסטענץ צינד זיך אן? חיות. דאס אז די ארון הקודש איז שיין, דאס צינד אן דיין 'חיות', צו וועלן נאך און נאך קוקן דערויף. א שיינע ארון הקודש געט חיות. אבער דו ווילסט דאך ווערן 'באוואוסטזיניג' אויף דיין עקזיסטענץ. וויאזוי ווערסטו דורכ'ן קוקן דערויף 'באוואוסטזיניג' אויף דיין עקזיסטענץ, דורך דעם וואס ס'צינד זיך אויך אן דיין 'מחשבה' און דיין 'דמות'. ס'ארבעט צוזאמען. ווען דו נוצט דיין ראי' צו קוקן אויפן ארון הקודש, צינד זיך אויך אן דיין מחשבה, און מחשבה צינד אן הכרה, אזוי ווערסטו 'באוואוסטזיניג' אויף דיין עקזיסטענץ וואס עס וועקט זיך אויף אין דיר דורך קוקן. דאס ארבעט אוטאמאטיש. נאר דורכן קוקן אויפן ארון הקודש, האט שוין א מענטש די געלעגנהייט צו מגלה זיין פאר זיך זיין גאנצע עקזיסטענץ.

למאי נפקא מינה אויף למעשה? אויב זאל איך נוצן מיין מח צו טראכטן און אנערקענען וואס עס מיינט אלץ, א געוויסע זאך וואס איך זעה, וועל איך וועלן נאך און נאך קוקן דערויף. לאמיר געבן א ביישפיל צו עקספיריענסן. נישט נאר צו ליינען. דעם הייליגן שם הוי' ברוך הוא וברוך שמו, מיר ווילן אז עקזיסטענץ זאל זיך מגלה זיין פאר אונזער באוואוסטזיין. יעדע שיינע זאך וואס א מענטש זעהט, ווערט ער באוואוסטזיניג אויף אזא עקזיסטענץ וואס ציהט צו נאך און נאך. פרוביר עס אויס. ווייל ס'איז 'זעהן' מכח די 'חוש'. אבער אויב בשעת'ן קוקן דערויף, נוץ איך מיין מח, מיין כלי וואס וועקט אויף 'הכרה', און איך 'טראכט' וואס דאס מיינט אלץ. ווער איך באוואוסטזיניג אויף מיין עקזיסטענץ, אויף די אין סוף עקזיסטענץ פון וואס איך בין א חלק. ווייל 'הכרה' קומט פון עקזיסטענץ צו וואו איך בין צוגעבינדן. פרוביר עס אויס. איך ווער באוואוסטזיניג אויף מיין עקזיסטענץ, אויף אן אופן פון אבסעלוט עקזיסטענץ, ווייל איך שפיר מיין עקזיסטענץ אלץ די עקזיסטענץ פון באשעפער.

דאס איז די מערסטע וואס איך קען עס יעצט מסביר זיין. קוק נאך אינעווייניג אז דו ווילסט עס נאך בעסער פארשטיין. ס'איז נישט די 'פארשטיין' ס'איז דוקא די עקספיריענסן.
והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » זונטאג מארטש 11, 2018 2:36 pm

במחילת כבוד הרב, איז דער ספר לימודים לדעת, זייער נישט גוט געשריבן.
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מארטש 11, 2018 3:41 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ. השי"ת תרחם נא עלי לחזור אותי בתשובה שלימה לפניך.
מיר דארפן ארויסנעמען די כלים פונעם יצר'ס הענט און אים זאגן: נוץ עס נישט פאר דיינע צוועקן. איך וויל עס נוצן פאר עבודת השי"ת. איינמאל איך ווייס אז איך וויל וויסן עקזיסטענץ, קען איך עס נוצן צו זיין מקושר צו די איינציגע אמת'ע עקזיסטענץ.

לימודים לדעת פרק שלישי. בביאור מידת הדעת. מידת הדעת על דרך עבודה.

אונזער ציהל איז צו ווערן באוואוסטזיניג אויף אונזער עקזיסטענץ, אויפן ריכטיגן וועג. הכרה, חיות, התפשטות, און דמות, דאס זענען זאכן וואס מאכן באוואוסטזיניג אונזער עקזיסטענץ פאר אונזער באוואוסטזיין. און כדי צו ערוועקן הכרה, חיות, התפשטות, און דמות, דארפן מיר נוצן כלי הגוף, (וואס מיינט כלי הגוף? כלי הגוף מיינט די מח, די חושים, די כלי המעשה וואס וועקן אויף הכרה, חיות, התפשטות, און דמות) און כדי צו ערוועקן כלי הגוף דארפן מיר נוצן זאכן אינדרויסן פון אונז. דא גייט ער ערקלערן אז מיר ווערן 'מקושר' צו אט די דרויסענדיגע זאכן וואס מאכן אונז באוואוסטזיניג אויף אונזער עקזיסטענץ. און אט די 'קשר' הייסט 'דעת'.

על זה הדרך: זאכן אינדרויסן פון אונז ערוועקן אונזערע כלי הגוף און די כלי הגוף ערוועקט הכרה, חיות, התפשטות, און דמות, און דאס פראדעצירט א קשר צו אט די זאכן, דהיינו דעת. די וועלט מיט די מענטש צוזאמען פראדעצירן דעת.

ער הייבט אן: התוה"ק מצווה אותנו לדעת את השי"ת, כמו שכתוב 'וידעת היום והשבות אל לבבך', ער וויל מסביר זיין (דער יושר דברי אמת רעדט פון דעם אין קאפיטל כא און ווייטער) וואס עס הייסט דעת, און וואס עס מיינט 'דעת דקדושה'. אונזער ציהל איז צו ווערן באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ. אונז וויל מיר ווערן באוואוסטזיניג אויף אבסעלוט עקזיסטענץ 'דע את אלוקי אביך'. ביז די הקדמה קען יעדערער לערנען פאר זיך. איך שפרינג אריבער צו: דף ל. הקדמה ראשונה: הנפש מתעוררת בכל פגישה בעולמה. בכל הילוכו של האדם בעולמו, הוא מתעורר בהתעוררת נפשית כלפי הדברים שפוגש בהם ומתחבר עמהם.

ער וויל מסביר זיין, אז מיר ווערן מקושר צו אט די זאכן אינדרויסן פון אונז וואס מאכן אונז באוואוסטזיניג אויף אונזער עקזיסטענץ. אויב מיר טרעפן א מענטש וואס דער מענטש מאכט אונז באוואוסטזיניג אויף אונזער עקזיסטענץ. גייען מיר ווערן 'מקושר' צו דער מענטש. און אויף ווי מער אונזער עקזיסטענץ דער מענטש מאכט אונז באוואוסטזיניג, אזוי שטארק גייען מיר ווערן מקושר צו דעם מענטש. די כלל איז "איך גיי ווערן מקושר צו די זאך וואס האט (מיין) עקזיסטענץ מגלה געווען פאר מיין באוואוסטזיין". איך גיי ווערן מקושר צו עס.

דא שרייבט ער די נקודה: ואכן מידת ה'דעת' היא אותה הקירבה וקשר נפשי שמתהווה באדם לאיזה דבר וועלכע זאכן האבן דיך געמאכט באוואוסטזיניג אויף דיין עקזיסטענץ? אט צו די זאכן האסטו דעת.

אויב דו האסט ביי דיר א רוביקס קיוב, און דו שפיהלסטעך דערמיט, וועסטו זעהן אז דו האסט באקומען א געוויסע קשר צו עס. ווייל דער רוביקס, וואס ס'איז א דרויסנדיגע זאך, האט מעורר געווען דיין מח צו טראכטן, און דאס האט מעורר געווען דיין 'הכרה', ביסט געווארן באוואוסטזיניג אויף דיין עקזיסטענץ דורך 'הכרה'. און אויך האט עס מעורר געווען דיינע 'חושים', און דו ביסט געווארן באוואוסטזיניג אויף דיין עקזיסטענץ דורך 'חושים' און דאס ברענגט 'חיות', צו וועלן וויסן נאך און נאך פון די עקזיסטענץ וואס עס איז געווארן באוואוסט פאר דיר דורך דיינע חושים. און מיטן שפיהלן דערמיט האסטו ארויסגעברענגט דיין עקזיסטענץ, התפשטות. און דו האסט משיג געווען א געוויסע 'דמות' פון דיין עקזיסטענץ. דאס אלעס האט געשאפן אין דיר א קשר צו עס. האסט באקומען 'דעת' צו א רוביקס.

ער איז מסביר "והאדם ידע את חוה": (בראשית ד, א) און אדם איז געוואר געווארן אויף א גרעסערע חלק פון זיין עקזיסטענץ דורך חוה. דורך חוה האט ער געוואוסט א גרעסערע חלק עקזיסטענץ צו וואס ער איז געווען צוגעבינדן. (פאר אונזערע השגות)

אונטערשטע שורה איז: יעדע זאך אין אונזער דרויסענדיגער וועלט מאכט אונז עפעס באוואוסטזיניג אויף אונזער עקזיסטענץ, ווייל יעדע זאך איז עפעס מעורר 'הכרה, חיות, התפשטות, און דמות', אבער ווי מער פון אונזער עקזיסטענץ א זאך מאכט אונז באוואוסטזיניג, אלץ מער מקושר צו אט די זאך ווערן מיר. ווי מער עקזיסטענץ און ווי לענגער, אלץ מער קשר. יעדע חפץ וואס עס איז ארום דיר א לענגערע צייט, איז מעורר אין דיר 'הכרה, אדער חיות, אדער התפשטות, אדער דמות, און דערפאר, ביסטו מקושר צו עס. ווייל דער חפץ האט דיך געמאכט באוואוסטזיניג אויף דיין עקזיסטענץ. דו באקומסט א קשר צו אט די זאכן. קוק ארום דיר, וועסטו זעהן ווי א שטארקע קשר דו האסט צו די זאכן וואס האלט דיך אין איין מעורר זיין דיין נפש. ס'קען אפילו זיין דיין אפיס בענקל, דיין טיש. דיין טעלעפאון. יעדע זאך וואס מאכט דיך באווואוסטזיניג אויף דיין עקזיסטענץ. נאך דערצו אין רעגולער בעסיס ווערסטו מקושר.

דעת דקדושה.
אויב הייליגע זאכן אינדרויסן פון מיר, מאכן מיר באוואוסטזיניג אויף מיין עקזיסטענץ, וועל איך באקומען א קשר, א נאנטשאפט, צו אט די הייליגע זאכן. אויב די געטליכע שיין וואס עס איז באהאלטן אין די תורה הקדושה מאכט מיך באוואוסטזיניג אויף מיין עקזיסטענץ, וועל איך ווערן מקושר צו אט די געטליכע שיין. אין הערה לד. זאגט ער "והוא מהות מצות הדביקות שנצטווינו עליה בתוה"ק 'ובו תדבק' (דברים י, כ) צו ווערן באוואוסטזיניג אויף עקזיסטענץ דורך די געטליכע שיין וואס עס געפינט זיך אין די תורה הקדושה.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום זונטאג מארטש 11, 2018 5:11 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מארטש 11, 2018 3:53 pm

משה כהן האט געשריבן:במחילת כבוד הרב, איז דער ספר לימודים לדעת, זייער נישט גוט געשריבן.

איך וואלט געזאגט אז ס'איז 'טיף' און 'ארטפול' געשריבן. ווער ס'האט דעם ספר, קען ליינען וואס איך שרייב דא, און עס פארשטיין בעזהשי"ת. איך פרוביר מסביר צו זיין וואס ער שרייבט אינעם ספר. איך פארשטיי פארוואס דו ביסט אויפגערעגט. איך בין אויך געווען אזוי אנהייב. דער נפש פונעם ספר איז דיין 'פארשטאנד'. דו מוזט אסאך טראכטן פון 'הכרה, הכרה, הכרה, הכרה, ביז דו וועסט געדענקען וואס ער מיינט דערמיט. איך האלט אז דער ספר האט א סוד אין זיך. א אמת. געב א קוק צו דו פארשטייסט וואס איך שרייב דא. ליין פון אנהייב. ווען א קינד לערנט זיך אויס צו רעדן, קען עס שרייען: "איימסארי, זייער נישט גוט". אבער ס'איז ווייל דאס קינד דארף נאך כאפן פון וואס מ'רעדט דא. ווען דו וועסט כאפן פון וואס ער רעדט, וועסטו זעהן ווי געשמאק ער איז. עכ"פ ליין וואס איך שרייב.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » זונטאג מארטש 11, 2018 6:59 pm

נשמה האט געשריבן:
משה כהן האט געשריבן:במחילת כבוד הרב, איז דער ספר לימודים לדעת, זייער נישט גוט געשריבן.

איך וואלט געזאגט אז ס'איז 'טיף' און 'ארטפול' געשריבן. ווער ס'האט דעם ספר, קען ליינען וואס איך שרייב דא, און עס פארשטיין בעזהשי"ת. איך פרוביר מסביר צו זיין וואס ער שרייבט אינעם ספר. איך פארשטיי פארוואס דו ביסט אויפגערעגט. איך בין אויך געווען אזוי אנהייב. דער נפש פונעם ספר איז דיין 'פארשטאנד'. דו מוזט אסאך טראכטן פון 'הכרה, הכרה, הכרה, הכרה, ביז דו וועסט געדענקען וואס ער מיינט דערמיט. איך האלט אז דער ספר האט א סוד אין זיך. א אמת. געב א קוק צו דו פארשטייסט וואס איך שרייב דא. ליין פון אנהייב. ווען א קינד לערנט זיך אויס צו רעדן, קען עס שרייען: "איימסארי, זייער נישט גוט". אבער ס'איז ווייל דאס קינד דארף נאך כאפן פון וואס מ'רעדט דא. ווען דו וועסט כאפן פון וואס ער רעדט, וועסטו זעהן ווי געשמאק ער איז. עכ"פ ליין וואס איך שרייב.

הרב נשמה! איך האב געלערנט דעם ספר מדאשקע לדאשקע, און אייערע שיעורים דא אויפן וועלטל זענען הערליך און זייער פארשטענדליך, די פאקט אבער איז, און שוין אוןיך געהערט פון פילע זיינע אנהענגער וואס קומען צו אים בפרטיות און לעבן אויף זיין מהלך, אז דער ספר איז פשוט היפש שטימפיג געשריבן, און ווען מען געבט דאס ווען פאר פראפעסיאנאלע שרייבער'ס וואלט עס געווען אסאך שענער און שטערקער.
בהצלחה
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף לד

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מארטש 12, 2018 4:16 pm

בעזהשי"ת.

דף לד. מידת הדעת מתעוררת באדם בכל פגישה בעולמו. ער וויל זאגן אז דער מענטש האלט אין איין פראדעצירן 'דעת'. על זה הסדר: 1 דרויסנדיגע זאכן, 2 כלי הגוף, 3 מציאותיות, 4 קשר צו די דרויסענדיגער זאך. די סייקל האלט אין איין אנגיין. דרויסנדיגע זאכן, כלי הגוף, מציאותיות [עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט], קשר [דעת]. און אזוי אגאנצן צייט, דרויסנדיגע זאכן, כלי הגוף, מציאותיות [עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט], קשר [דעת].

מיר ווילן נוצן דרויסענדיגע זאכן וואס מאכן ארבעטן אונזערע כלי הגוף, (כלי הגוף מיינט, מח, חושים, חושים פנימיים, כלי המעשה, וכו') וואס כלי הגוף מאכט אונז באוואוסטזיניג אויף אונזער עקזיסטענץ.

אונזער עקזיסטענץ קען ווערן באוואוסטזיניג פאר אונזער באוואוסטזיין דורך הכרה.

אונזער עקזיסטענץ וואס ווערט באוואוסטזיניג פאר אונזער באוואוסטזיין דורך חושים אדער חושים פנימיים, וויל ווערן 'נתרבה', און ציהט צום פלאץ וואס האט עס געברענגט אין עקזיסטענץ כדי צו ווערן נתרבה. (ס'איז די וויסן פון עקזיסטענץ דורך די חושים, וואס וויל ווערן נתרבה) 'חיות' איז מגלה עקזיסטענץ פאר אונזער באוואוסטזיין.

אונזער עקזיסטענץ קען ווערן באוואוסט פאר אונזער באוואוסטזיין, ווען מ'וויל טון, און ארויסגעבן די כוחות, מכח אל הפועל. לאמיר זאגן 'היטן די טארגעט'. א מענטש נעמט א שטיינדל און לערנט זיך עס צו ווארפן צום פינטל, כחץ אל המטרה, ווערט באוואוסטזיניג אויף זיין עקזיסטענץ. און ער וויל עס נאכאמאל טון. איך קלער צו דאס איז די הנאה פון שפילן באל. התפשטות איז מגלה עקזיסטענץ פארן באוואוסטזיין.

אונזער עקזיסטענץ קען זיך מגלה זיין פאר אונזער באוואוסטזיין, מצד משיג זיין א 'דמות' פון אונזער עקזיסטענץ אין אונזער באוואוסטזיין. אונזער באוואוסטזיין קען ווערן באוואוסטזיניג אויף א 'דמות' פון אונזער עקזיסטענץ. למשל, ווען מיר קוקן אויף זיך אליין, צו ווייל מיר ווילן זיך פארשטעלן וויאזוי יענער קוקט אויף אונזער עקזיסטענץ, צו ווייל מיר אליין קוקן אויף אונזער עקזיסטענץ, דערמיט זענען מיר משיג אונזער עקזיסטענץ. איך פארשטיי אז ווען מ'קוקט אויף א חיה איז דער חיה נישט משיג אין איר באוואוסטזיין, א דמות פון איר אייגענע עקזיסטענץ.

הכרה אליין איז די גילוי. חיות אליין איז די גילוי. התפשטות אליין איז די גילוי. דמות אליין איז די גילוי.

וואס געשעהט נאכדעם ווען מיר ווערן באוואוסטזיניג אויף אונזער עקזיסטענץ, מיר באקומען א קשר צו די דרויסענדיגע זאך וואס האט מגלה געווען אונזער עקזיסטענץ. ווען א מענטש זעהט א שיינע בעקעטשע, און אט דער ספעציעלער בעקעטשע מאכט אים באוואוסטזיניג אויף א געוויסע דמות פון זיין עקזיסטענץ. באקומט ער א קשר צו אט דעם בעקעטשע. ער באקומט דערצו 'דעת'. די בעקעטשע ווערט א 'כלי' צו באוואוסטזיניגן עקזיסטענץ.

ווען מיר וועלן אויפשניידן א מענטש, (מיט אונזער שכל) וועלן מיר נישט טרעפן קיין שום סימן פון אט דעם 'קשר' וואס דער מענטש האט צו זאכן וואס האבן אים געמאכט עקזיסטענץ -באוואוסטזיניג, אבער אין יעדע מענטש עקזיסטירט אט אזא קשר. עקזיסטענץ וויל זיך אזוי שטארק מגלה זיין צום באוואוסטזיין אז דער מענטש באקומט א קשר צו די דרויסענדיגע זאך וואס האט עס אים געמאכט. און דער קשר מיינט דעת. וואס וועט זיין מיט א פירער, וואס האט ליב צו משיג זיין א דמות פון זיין עקזיסטענץ, דורך קוקן אויף זיך אליין, צו וואס ווערט ער מקושר? ער ווערט מקושר צו זיין קוקן אויף זיך אליין. ער ווערט מקושר צו זיך. א מענטש וואס טראכט פון באשעפער און ער נוצט חושים פנימיים, און פארשטייט זיך אז 'הכרה' און 'חיות' און 'דמות' מאכן אים באוואוסטזיניג אויף אינערליכע עקזיסטענץ, צו וואס ווערט דער מענטש צוגעבינדן? צו אט די 'מחשבות און חושים פנימיים'.

דעת איז א ענד פראדוקט פון נוצן כלי הגוף. (וואס מיינט כלי הגוף?...) דו גייסט אין גראסערי, אויפן באס, אין קאר, אויפן גאס, אין ביהמ"ד, אינדערהיים, איבעראל וועסטו זעהן "וואקעדיגע דעת". מענטשן זענען מקושר צו די זאכן וואס האט זיי באוואוסטזיניג געמאכט אויף זייער עקזיסטענץ. דער מענטש איז צוגעבינדן צו עפעס. א באהאלטענע שטריק, אבער ס'דא אזא קשר. צו עפעס בין איך צוגעבינדן, וואו? דארט וואו איך בין עכט צוגעבינדן, דארט איז די זאך וואס מאכט מיך וויסן פון מיין עקזיסטענץ.

אופני יצירת הדעת בכליה

ס'דא אסאך מאל וואס א מענטש באקומט א קשר צו א געוויסע מענטש אדער חפץ. טעכניש, וויאזוי האט עס געארבעט? דרויסנדיגע זאך, כלי הגוף, מציאותיות (מציאותיות מיינט אז דער מענטשן איז דורך הכרה, חיות, התפשטות, אדער דמות, געווארן באוואוסטזיניג אויף זיין עקזיסטענץ) און קשר. אבער מיר ווייסן אז ס'דא א אדון לכל המעשים, און א מסבב כל הסיבות. הקב"ה איז אזוי מסבב אז דער און דער זאך אדער מענטש זאל מגלה זיין פאר דער און דער מענטש זיין עקזיסטענץ, כדי ער זאל באקומען אזא און אזא קשר.

ער ברענגט ארויס אין דעם שטיקל זייער אינטערעסאנט. וואס די שטיקל קען געבן א פארשטאנד אין "פארוואס האב איך אזא און אזא קשר צו אט די און די זאך" די סיבה דערצו קען זיין זייער טיף. סיבות מסיבות שונות, פארוואס א מענטש באקומט 'דעת' צו א געוויסע זאך. פארוואס האט יענע און יענע זאך דיך געמאכט אזוי ווייט באוואוסטזיניג אויף דיין עקזיסטענץ, און דערפאר האסטו באקומען צו עס אזא שטארקע קשר. דאס איז א זאך וואס איך לעב מיט יעדן טאג, זעענדיג די אינטערעסאנטקייט פון 'קשר', די אינטערעסאנטקייט פון 'דעת'. והשם הטוב יעזור.

כדי אנצוכאפן אונזער נפש. דארפן מיר עס אנכאפן אזוי ווי עס איז 'יעצט'. לאמיר זאגן א מענטש וויל ווערן נאנט צום אויבערשטן, אויב וועט ער קוקן "וואו און וויאזוי איז מיין נפש יעצט?" וועט ער קענען מיטגיין דערמיט, און עס ארויפברענגן. די שטיקל פון 'אופני יצירת הדעת בכליה', איז די פאקטן וואס ס'קומט פאר מיט מענטשן אין זייער טאג טעגליכע לעבן. די 'דעת'! די 'קשרים'! פארוואס דאס איז מיר מעורר עקזיסטענץ, און דאס נישט?. דער שטיקל איז וויכטיג, ווייל מיר דארפן ווערן באקאנט מיט אונזער 'נפש'. ווען מיר לערנען אויס א קינד וואס עס מיינט א בוים, קענען מיר שפעטער לערנען מיטן קינד אז אברהם אבינו האט אויפגענומען די געסט אונטער א בוים. ווען מיר וועלן קוקן אויף אונזערע 'דעת' (דעת'ים) אויף די 'קשר' אונזערע צו פארשידענע זאכן, און פארשטיין אז די 'קשר' האט צו טון, ווייל דאס זענען כלים וואס האבן אונז באוואוסט-געמאכט אויף אונזער עקזיסטענץ, צו דורך הכרה, צו דורך חושים - חיות, צו דורך אינערליכע כוחות וואס ווילן נתפשט ווערן, צו דורך דמות, אבער די סיבה פון 'קשר', די סיבה פון 'דעת', איז 'עקזיסטענץ'.

אונז דארף מיר אננעמען אונזערע קשרים אזוי ווי זי איז יעצט, און פון דארט איר פרובירן ארויפברענגען. די קשרים וויאזוי ס'איז יעצט, איז ריעל. פון דארט דארפן מיר ארבעטן. וואו זענען מיר צוגעבינדן? צו וואסערע זאכן האבן מיר דעת? וואסערע זאכן האבן אונז באוואוסטזיניג געמאכט אויף עקזיסטענץ. ער שרייבט אז ס'דא אסאך מאל א 'דעת סלידה'. (מלשון יד סולדת בו) וואס מיינט 'דעת סלידה'? דעת סלידה מיינט אז דער מענטש האט א קשר צו א זאך וואס ער ווייסט אז ס'מאכט אים ווייניגער באוואוסטזיניג אויף זיין עקזיסטענץ. לאמיר זאגן א מענטש דאווענט אין א 'טרוקענע' מנין און ער האלט קאפ "דער מנין דא, איז טריקן!". ער שמועסט מיט א מענטש וואס ער ווייסט אז דער מענטש האט אים נישט ליב, סאו, ער ווייסט אז דער מענטש מאכט ווייניגער זיין 'דמות'. דער מענטש איז נישט מודה צו זיין 'דמות', דער מענטש איז נישט מסכים אויף זיין ווערי עקזיסטענץ וואס איז באוואוסטזיניג געווארן צו אים דורך 'דמות'. און ער איז פארנומען דערמיט,"ער האט מיך נישט ליב!"

פארוואס איז ער פארנומען דערמיט? די פארנומענקייט מיט "איך האב עס נישט ליב". איז א קשר!

דעת סלידה קען מען האבן ווען מ'לערנט א שווער שטיקל גמ', און מ'איז פארנומען אז מ'גייט עס נישט פארשטיין. ס'דא מענטשן וואס זענען זייער פארנומען נאר מיט 'דעת סלידה', זיי טראכטן וואס זיי האבן אלץ נישט ליב אין א געוויסע פלאץ וואו זיי זענען. א מענטש וויל זיין באוואוסטזיניג אויף זיין עקזיסטענץ. און מיט דעם אז ער האלט קאפ אז ער האט נישט ליב די פלאץ וואו ער איז יעצט, אדער דער מענטש מיט וועם ער שמועסט, מיט דעם געדענקט ער פון זיין עקזיסטענץ. אזוי ווי א מענטש וואקט דורך א גאביטש און ער האט הנאה דערפון, כזורק אבן למרקוליס, "פארוואס האב איך נישט ליב דעם גאביטש, ווייל איך עקזיסטיר, און דער גאביטש מאכט ווייניגער מיין עקזיסטענץ, און דער גאביטש אליין איז א באוואוסטזיין אויף מיין עקזיסטענץ"

די מח פון א מענטש איז powerful, א מענטש געדענקט זייער אסאך פרטים, לאמיר זאגן א מענטש באקומט דעת צו פינאט באדער ברויט דאס האט א סיבה. די 'דעת', די 'קשר' דערצו האט א סיבה. א סיבה פון עקזיסטענץ - באוואוסטזיניגקייט. והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף לח

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מארטש 13, 2018 3:21 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.
לימודים לדעת דף לח:
תוקף מידת הדעת וחוזקה משתנית בנפשות מכח שתי סיבת עיקריות.

אונזער ציהל איז צו ווערן באוואוסטזיניג אויף אונזער עקזיסטענץ אויפן ריכטיגן אופן, דהיינו אויף אונזער אבסעלוט עקזיסטענץ (אויף די אבסעלוט עקזיסטענץ פון וואו אלעס עקזיסטירט). אונזער ציהל איז צו נוצן דרויסענדיגע גוטע זאכן וואס מאכן ארבעטן אונזערע כלי הגוף. (כלי הגוף מיינט, מחשבה וכל פרטיה, חושים וכל פרטיה, כלי המעשה וכל פרטיה, און דמות וכל פרטיה) און אונזערע כלי הגוף זאלן אונז באוואוסטזיניג מאכן אויף אונזער אבסעלוט עקזיסטענץ, דורך הכרה, חיות, התפשטות, און דמות.

אונזער ציהל איז צו באקומען דעת דקדושה. א קשר צו די ריכטיגע כלים. וואס מיינט כלים? (איך רעד נישט פון כלי הגוף) 'כלים' מיינט דרויסענדיגע זאכן וואס האבן דעם כח צו מאכן ארבעטן אונזערע כלי הגוף, און דערפאר האבן די דרויסענדיגע כלים א כח אונז צו באוואוסטזיניגן אויף אונזער עקזיסטענץ. אונזער ציהל איז צו פראדעצירן 'דעת דקדושה'. אונזער ציהל איז צו פראדעצירן א קשר צו די ריכטיגע דרויסנדיגע כלים. דאס איז אונזער ציהל בעזרת השי"ת.

דא גייט דער מחבר ערקלערן פארוואס זעהסטו אז איינער איז שטארק צוגעבינדן צו דרויסנדיגע כלים; למשל צום תהלימ'ל, אדער צום גמ', אדער צום חומש, אדער צום סידור, אדער צום פידל, אדער צום ארטס, און איינער איז נישט אזוי צוגעבינדן צו עס. אין דעם שטיקל גייען מיר ארויסהאבן דעם סיבה, (נישט דוקא דער שורש) פון ADHD. די מציאות אין א מענטש, פון 'קשר' צו דרויסענדיגע כלים, איז א פאקט. ווען דו מאכסט מיט א פענסל א לייכטע שטריך אויף א פאפיר, און ווען דו מאכסט אויפן זעלבן שטריך נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל א שטריך, גייט דער שטריך ווערן שטארק. ווען דו מאכסט א קניפ, און אויף דעם נאך א קניפ, און אויף דעם נאך א קניפ, און אויף דעם נאך א קניפ, גייט דער קניפ זיין א שטארקער קניפ.

ווען ביי מיך אינדערהיים גייט מען יעדע וואך טוישן דייניגרום בענקלעך, גיי איך דען באקומען דעם זעלבן קשר צו עס, ווי אויב איך האב עס שוין צעהן יאר? ווי מער די זעלבע כלי ווערט גענוצט אויף צו באוואוסטזיניגן עקזיסטענץ, אלץ מער צוגעבינדן צו די כלי ווער איך.

ווען דו גייסט מאכן ארבעטן דיין מחשבה פון די זעלבע נושא מערערע מאל, גייסטו באקומען א שטארקער קשר צו אט די כלי. ווייל א מענטש באקומט 'קשר' צו די זאך וואס האט אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגט. ס'דא מענטשן, בעסער געזאגט ס'דא מוחות, וואס ס'ווערט אנגעצינדן פון א, און נאכדעם פון ב, און נאכדעם פון ג, און נאכדעם פון ד, און נאכדעם פון ה, און נאכדעם פון ו, און אזוי ווייטער, אגאנצן צייט נוצט ער, אדער ס'נוצט זיך ביי אים, א אנדערע דרויסענדיגע כלי, (איך רעד פון א דרויסענדיגע כלי, נישט כלי הגוף) אנצוצינדן זיין מחשבה, און אים מאכן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. און ער באקומט נישט קיין קשר צו א געוויסע כלי, אז אט די דרויסענדיגע כלי איז וואס מאכט מיך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, ווייל ער ווערט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג פון אלעם און פון גארנישט ספעציעל. דאס מיינט 'פיזור הנפש'. זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט איז צעשפרייט.

ס'אבער דא מענטשן וואס ביי זיי ווערט די מחשבה אנגעצינדן פון א, און נאכדעם פון דעם זעלבן א, און נאכדעם נאכאמאל פון דעם זעלבן א, און נאכדעם פון ב, און פון ב, און צוריק פון א, און נאכאמאל פון א, און נאכאמאל פון א. זיין מחשבה ווערט אנגעצינדן פון די געוויסע כלים און ס'ווערט נישט אנגעצינדן פון אנדערע כלים, אבער נאר פון די און די כלים. און דערפאר באקומט ער א שטארקער קשר צו אט די זאכן.

לאמיר רעדן פון חברים. ס'דא מענטשן וואס זיי ווערן היינט גוט מיט מעכיל, און נאכדעם מיט זרח, נאכדעם מיט ברוך, נאכדעם מיט תנחום, דעם אנדערן טאג מיט משה יונתן, דעם אנדערן טאג מיט נפתלי, און נאכדעם מיט שמעון יאנקל, און נאכדעם צוריק מיט מעכיל. נישט נאר ער ווערט נישט שטארק מקושר צו איין מענטש, אדער צו א געוויסע פאר מענטשן, נאר ער איז נישט אזוי עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. ער האט זיך נישט אין עקזיסטענץ. אין אנדערע ווערטער "זיין אטענשאן איז צואווארפן". פיזור הנפש.

ווידעראום איז דא מענטשן וואס אט דער און דער מענטש מאכט אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, און אנדערע מענטשן מאכן נישט ארבעטן זיינע כלי הגוף. איך רעד פון א נאטור. (איך רעד נישט וואס צו טון, איך זאג נאר א פאקט צו טראכטן) און אזא מענטש ווערט 'מקושר', ער באקומט 'דעת' נאר צו דעם מענטש. און וויבאלד ער איז זיך שטארק מקשר צו די איין מענטש, ווערט ער מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג ווען ער רעדט צו דער געוויסער מענטש, ווייל ווי מער קשר צו א געוויסע כלי אלץ מער עקזיסטענץ באוואוסטזיניגקייט, און אז ער ווערט דורך דער מענטש, דורך די דרויסענדיגער כלי, מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, ווערט ער מער מקושר, און אז ער ווערט מקושר צו דעם מענטש, ווערט ער מער עקזיסטענץ באוואוסטזיניג, אזוי מער און מער.

אויב איך נוץ די זעלבע דרויסענדיגע כלי צו מאכן ארבעטן מיינע כלי הגוף. (געדענק: כלי הגוף ווערזעס דרויסענדיגע כלי) גיי איך ווערן מער און מער, שטערקער און טיפער מקושר, גיי איך באקומען מער און מער 'דעת' צו אט די כלי. ווען א מענטש דאווענט יעדן טאג די זעלבע דאווענען, אויפן זעלבן פלאץ, מיטן זעלבן מנין, באקומט ער 'דעת', באקומט ער קשר, צו דעם מנין. ער דארף נאר ערלויבן אז זיי זאלן מאכן ארבעטן זיינע כלי הגוף מיט א דעת של נעימות, ונוחיות. נישט זיין 'נגדי' 'ממלי'. נישט אז זיין עקזיסטענץ ווערט דערשטיקט. נישט ווען ער טראכט "איך האב דא נישט ליב". "דער פלאץ מאכט ווייניגער מיין עקזיסטענץ, שטערט מיין עקזיסטענץ". נאר א גוטע 'דעת' וועט געשעהן ווען דער מענטש וועט: דער פלאץ מאכט מיך באוואוסטזיניג אויף מיין עקזיסטענץ. אויף מיין גוטע עקזיסטענץ. מיין עקזיסטענץ ווערט דא אויסגעברייטערט און נישט פארשמעלערט. א מענטש וואס ווערט באוואוסטזיניג ווי שלעכט ער איז, ווי שלעכט און נישט גוט זיין ווערי עקזיסטענץ איז, גייט ליב האבן א פלאץ? ער גייט באקומען א נעגעטיוו עקספיריענס קשר.

ער געט צוויי עיקר סיבות פארוואס ס'דא מענטשן וואס האבן א שטארקער קשר צו דרויסנדיגע כלים, און ס'דא מענטשן וואס האבן א שוואכערער קשר. זאגט ער איינס: קאנצענטראציע. דאס אז א מענטש קאנצענטרירט זיך נישט, נאר אויף איין חבר למשל. איין דרויסנדיגע כלי, נאר יעדע דרויסנדיגע זאך צינד אן זיינע מחשבות (איך זאג נישט וואס צו טון, איך זאג פאקט, די פאקט איז אז...) באקומט נישט דער מענטש קיין שטארקער קשר. און אז דער מענטש האט נישט קיין שטארקער קשר צו די געוויסע דרויסנדיגע כלי, וועט דער דרויסנדיגער כלי נישט ווערן גענוצט ביי אים אויף 'עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט'. דאס הייסט 'פיזור הנפש'. אלעס מאכט ארבעטן זיינע מחשבות. און ער איז צו גארנישט שטארק מקושר.

און די צווייטע סיבה איז: ויש עוד סיבה לזה מצד איכות התעוררות הנפש. שמי שמתעורר לעניניו בשטחיות, באופן שאינם נוגעים לעומק נקודת נפשו, לעולם לא יתקשר בהם כראוי. דא זאגט ער: אז אפילו אויב א מענטש האט נישט קיין פיזור הנפש, זיינע כלי הגוף ווערן נישט אזוי אנגעצינדן פון יעדע זאך, און נאר דייקא פון געציילטע זאכן, פון דעסטוועגן, ווערט ער נישט שטארק מקושר צו גארנישט. ווייל גארנישט גייט אים נישט אזוי בנפשו. ער איז צופרידן וויפיל עקזיסטענץ באוואוסטזיניגקייט ער האט שוין. ס'גוט וויאזוי עס איז. דער חובת התלמידים רעדט פון דעם. דער מענטש שלאפט. נים ולא נים, תיר ולא תיר.

ער זאגט מורא'דיג: ונחוץ להבין שאין מכריע בזה אם האדם מתלהב הרבה בצורה החיצוניות של ההתעוררות, רק העיקר הוא שנוגע לו הדבר בנקודת נפשו. צו קענען אפשאצן ווי טיף דעת מ'האט צו א דרויסנדיגע כלי, ווי א טיפע קשר מ'האט צו עפעס א דרויסענדיגע כלי, קען מען נישט מכריע זיין, נאר "ווי שטארק איז די זאך נוגע צו מיין פינטעלע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט" "ווי שטארק ווייס איך אז דאס איז די כלי צו מיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט".

זאגט ער ווייטער: ואדרבה לפעמים התלהבות מופרזת מראה על דעת חלשה. ער זאגט אז צופיל דרויסנדיגע התלהבות קען ווייזן אז דער באוואוסטזיין איז שוואך מקושר צו די כלי. דאס מוז נישט ווייזן אז ס'גייט מיר אין לעבן. דאס קען ווייזן אז מ'איז נישט שטארק מקושר צו די דרויסנדיגע כלי. ודייקא התעוררות פנימית שמכונסת בקרב האדם, מכה שרשים עמוקים בנפשו. ס'ווענט זיך ווי ווייט דו ביסט געווארן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג פון א געוויסע כלי. נישט סתם דרויסנדיגע התלהבות.

א מענטש האט צוויי כוחות: איין כח נעמט אריין אינפארמאציע פון די וועלט ארום אים, און פון זיך אליין, פון זיינע זכרונות, ס'נעמט אריין אינפארמאציע. און איין כח קריטיקירט און סארטירט אינפארמאציע. איך טראכט יעצט, אז אויב א מענטש געוואוינט זיך צו צו לעבן אינעם יעצט, און שטארק ארייננעמען די אינפארמאציע פונעם 'יעצט', וועט ער לכאורה ווערן מקושר ריכטיג. (דער 'לימודים לדעת' שרייבט דערפון שפעטער) ווייל די אנהייב פון די פראדוקציע פון דעת איז ארייננעמען אינפארמאציע, וואס דאס איז מעורר די כלי הגוף, וואס דאס מאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, און דאס מאכט קשר. עפעס אזוי. אבער ס'ווענט זיך וועכע אינפארמאציע מ'נעמט אריין. דאס הייסט ס'ווענט זיך וואו מ'קאנצענטרירט די אינפארמאציע ארייננעמער. אזוי ווי ווען מ'וועקיומט, ציהען ציהט עס אריין אלעס און שטארק, מ'דארף עס אבער לייגן אויפן ריכטיגן פלאץ.

דער הייליגער פיעסעצנער זצ"ל אין 'בני מחשבה טובה' רעדט פון ארייננעמען וועכע אינפארמאציע ס'וויל אריינקומען, און עס נישט קריטיקירן. עיין שם. ארייננעמען אינפארמאציע איז די אנהייב פון די פראדאקציע פון דעת אינעם מענטש.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

למודים לדעת דף לט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך מארטש 14, 2018 5:10 pm

בעזרת בורא עולם המנהיג יעדעס ריר. תקיף ובעל היכולות ובעל הכוחות כולם, אדון הכל היה הוה ויהיה. ברוך הוא וברוך שמו. לימודים לדעת פארגעלערנט, איך האלט דף לט.

איך וויל האבן א קשר צום אויבערשטן, א נאטורליכער קשר, א עכטע קשר, איך וויל ס'זאל זיין ריעל. אויב איך קוק אויף מיין קשר צו א געוויסע דרויסנדיגע כלי, מערק איך, ווי ווייט ס'איז נוגע בנפשי. איך ווייס אז ס'איז עכט. איך בין עכט מקושר צו עס. ס'האט מיך היפש באוואוסטזיניג געמאכט אויף מיין עקזיסטענץ. יעדע זאך, יעדע כלי וואס ערוועקט די כלי הגוף, שאפט אינעם מענטש א 'קשר' צו עס. שאפט 'דעת' צו עס. איינער צווינגט מיך צו ליינען אן אינטערעסאנט ביכל? פונקט פארקערט. מיין אינעווייניג ציהט צו עס אזוי שטארק, אז ס'וועט מיך שטערן טאמער איינער נעמט עס אוועק פון מיר. איך וויל אז מיין אינעווייניג זאל ציען צו לערנען כדי צוצוקומען צו דביקות בה' און ס'זאל מיך אנגיין אופן זעלבן דעגרי און מער אז קיינער און גארנישט זאל עס נישט אוועקנעמען. איך וויל פילן דעם זעלבן קאנעקשאן. וויאזוי שאף איך דעם קאנעקשאן? דורך פראדעצירן א שטארקן 'דעת' צו עס. דורך פראדעצירן א שטארקן קשר צו עס. דאס זאגט ער:

כאב ועונג תלוי במדת הדעת.
אז איך וויל האבן עונג פון לערנען, עונג פון דאווענען, עונג פון מעביר סדרה זיין, עונג פון התבודדות, עונג פון א שבת טיש, דארף איך פראדעצירן א שטארקן דעת צו עס. מיט דעם פארשטייט מען אסאך ערשיינונגען אינעם נפש. די זאך וואס דער מענטש פילט אז ס'איז 'בארינג', ס'איז טרוקן, ס'איז צו פלעין, ס'האט נישט דעם געשמאק, דאס איז ווייל דאס מאכט דיך ווייניגער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. לאמיר זאגן א מענטש וואס איז פריינטליך, און יעדע מענטש וואס ער באגעגענט פילט ער א שטראם פון 'עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט'. ווייל ווען ער באגעגענט 'יענעם', באגעגענט ער 'זיך'. ווען ער באגעגענט יענעם ווערט ער באוואוסטזיניג אויף א געוויסע עקזיסטענץ פון זיך. ווען ער באגעגענט ראובן באוואוסט זיך פאר אים די און די זיין עקזיסטענץ, און שמעון מאכט אים באוואוסטזיניג אויף אזא סארט זיין עקזיסטענץ. און לוי אויף אזא סארט. אויב אבער ער ווייסט אז ער גייט קיינעם נישט טרעפן, פילט ער ווי זיין עקזיסטענץ איז טריקן, בארינג, פלעין, ס'פעלט נפש. זיין גאנצע נפש איז זיינע נאנטע חברים. און אונזערע ווערטער, זיינע דרויסנדיגע כלים מעורר צו זיין זיין נפש, מעורר צו זיין זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, זענען זיינע נאנטע חברים. ווייל בעיקר זענען זיי געווען וועלכע האבן מעורר געווען זיינע כלי הגוף, און אים געמאכט 'עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג'. זיי זענען א 'כלי'. און ווען ער ווייסט אז ער גייט נישט האבן זיינע כלים, לאמיר זאגן ער איז אויף וועקאציע, האט ער 'כאב'. ער האט ווייטאג פון האבן ווייניגער עקזיסטענץ-באוואוסטזיין.

און דאס קען מען זאגן פשט, יוסיף דעת יוסיף מכאוב (קהלת א, יח) ווי מער קשר צו א דרויסנדיגע כלי, ווי מער עקזיסטענץ באוואוסטזיניקייט צו א געוויסע כלי, אלץ מער ווייטאג אויב ס'גייט פעלן. enjoyment, תענוג, הייליג גערעדט, קומט פון די עולמות עליונים, דאס קומט פון עקזיסעטענץ-באוואוסטזיניגקייט. און דאס מיינט: האדם לא נברא אלא להתענג על ה'. דיין עקזיסטענץ באוואוסטזיניגקייט זאל קומען פון השי"ת. אור ה', באורך נראה אור. פון דעם קען מען זיך אויך ארויסלערנען אז טאמער א מענטש וויל שוואכער מאכן אדער אפהאקן זיין קשר צו א געוויסע זאך, זאל ער מאכן אז זיינע כלי הגוף זאלן נישט ווערן נתעורר פון די דרויסנדיגע זאך. אויס עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, אויס קשר. והשם יעזור.

ההבחנה וההבדלה תלויה בדעת אין דעם שטיקל איז ער מסביר די מאמר חז"ל פון 'אם אין דעת הבדלה מניין'. (ירושלמי ברכות פרק ה, הלכה ב) איז ער מסביר אז ווי מער א מענטש איז מעורר זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניקייט פון א געוויסע דרויסנדיגע כלי, אלץ מער 'הבחנה'. אלץ מער וועט ער קענען באמערקן חילוקים צווישן די כלי און די כלי. אין הערה מג זאגט ער אן אינטערעסאנטער הבחנה, עיין שם הערה מג.

הבחנות מיינט, אויפכאפונגען (פון פארשידענע פארמען וויאזוי עקזיסטענץ איז זיך מגלה). א ניי געבוירן בעבי זעהט די וועלט אן קיין שום הבחנה. אלעס איז די זעלבע כאפ. וואו ער קוקט זעהט זיך אים נישט צופיל אנדערש. אין דערצייט וואס פאקטיש איז עס טויזענטער זאכן. שטעל צו א פופציג יעריגער צו א ניי געבוירן בעבי, דער ניי געבוירן בעבי זעהט אלעס כמעט די זעלבע, ס'איז זיך ביי אים נישט מבחין די פילע טויזענטער טויזענטער חילוקים וואס עס איז אלץ פארהאן ביי א פופציג יעריגער לאורך ימים ושנים טובים, די הבחנות זענען נישט אין עקזיסטענץ? אוודאי איז עס דא. דער בעבי איז עס נישט מבחין.

ווי מער א מענטש נוצט א געוויסע כלי צו מעורר זיין, זיינע כלי הגוף, און זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, אלץ מער איז ער מבחין דערין. ער טענה'ט אז די כח מבחין צו זיין האט מיט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. ווי מער א מענטש טראכט פון באשעפער, אלץ מער קען ער מבחין זיין און באמערקן ווען ער זעהט א גילוי, א השגחה פרטית. מ'זעהט עס ביי מענטשן וואס טראכטן פון באשעפער, אז זיי זענען מבחין: "זעהסט וואס עס איז יעצט געשעהן, דאס קומט בהשגחה פרטית". ווייל ער טראכטן דערפון, און ער איז עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג דערויף. דאס הייסט: ער לעבט דערמיט. יעדע באוואוסטזיין איז אן עקזיסטענץ באוואוסטזיניגקייט, איך רעד דא פון א שטארקע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, ווען א מענטש טראכט אסאך פון 'השגחה פרטית', באקומט ער א שטארקע דעת צו עס, און ער כאפט עס אויף. ער באמערקט עס. מכח זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט וואס איז צו דעם שטארק מקושר. ס'איז די שטארקע עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגער קשר צו השגחה פרטית וואס איז מבחין אז דא איז געווען אן השגחה פרטית. ס'איז מער ווי בלויז די מחשבה פון א מענטש, ס'איז מער די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניקייט פון א מענטש. מאכט סענס? מיך מאכט עס סענס יעצט בעת איך שרייב די שורות. והשם יעזור.

ווי מער עקזיסטענץ באוואוסטזיניגקייט מ'האט פון א געוויסע כלי, אלץ מער איז מען מבחין. און ס'איז נישט בלויז ווייל מ'טראכט אריין. ס'קומט מכח די עקזיסטענץ-באוואוסטזיין וואס דער כלי שאפט. מיט דעם קען מען פארשטיין פארוואס חזר'ן, איבערלערנען א גמ' אסאך מאל, קען מען מער מבחין זיין. ווייל די אייגענע עקזיסטענץ-באוואוסטזיין באקומט א קשר צו די גמ' מכח אזויפיל נוצן די כלי הגוף אויפן זעלבן דרויסנדיגע כלי. א קאמפיוטער דארף נישט חזר'ן אפילו איין מאל אויך נישט. ס'קוקט אויס אז ס'ווענט זיך ווי א שטארקער עקזיסטענץ-באוואוסטזיין די גמ' האט מגלה געווען. ער זאגט: והאמת הוא, שלאיש הישראלי צריך ליהיות התקשרות עמוקה מאוד בתורה הקדושה, באופן שחילוק אמיתי בתורה אפילו הדק ביותר, יעורר ויחרות התרשמות גדול בנפשו, עד שיהיה בעיניו כפשוט ונגלה. מ'קען עס זעהן להבדיל איינער וואס טוט אינעם אניאגראם, ווי מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג מ'ווערט דורך טראכטן און טון דערין, אלץ מער איז מען מבחין. און מיט דעם האט עס צו טון.

קניית הדעת בריבוי ההבחנות

דא אין דעם שטיקל איז ער מסביר זייער א וויכטיגע זאך, אז: אויב וויל איך באקומען א קשר צו א געוויסע כלי, אז דאס זאל מיך שטארק באוואוסטזיניגן אויף מיין עקזיסטענץ, זאל איך פרובירן צו טרעפן דערין הבחנות רבות. זאל איך פרובירן צו באמערקן אסאך זאכן אין דעם כלי, זאגט ער: וזהו משום שהתקשרות הנפש בדעת חזקה לכליה תלויה הרבה באיכות הכלי. פינעווער, שעפן זייער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט פון 'הכרה', טראכטן. און דערפאר האבן זיי ליב צו טרעפן די קאמפליצירטקייט פון די וועלט, אזוי אז זיי האבן וואס צו טראכטן און אזוי ארום פון וואס צו ווערן מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. קויף פאר א פינעווער קינד א רימאוט קאנטראל קארעלע, סאיז נישט גענוג אים צו מאכן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. "וויפיל קען איך שוין טראכטן דערפון". אבער אויב איך סקרול עס אויף, אינעווייניג געט אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. און ער באקומט שוין איינמאל 'דעת' צום קארעלע. אזוי איז מיטן לערנען, אז מ'מוטשעט זיך צו באמערקן אין לערנען פארשידענע אויפכאפונגען, איז עס אן עצה צו ווערן מקושר צו עס.

אז מ'פלאגט זיך צו מבחין זיין וואס מ'זעהט, אלץ מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, ווייל אלץ מער הכרה, אלץ מער חיות, אלץ מער התפשטות און מער דמות, און אלץ מער קשר.

דו טרעפסט זרח'ן זאגן תהלים אין א ביהמ"ד, לעקטער אויסגעלאשן, קיינער איז נישט דארט, און דער זאגט תהלים מיט אזא חיות, פון וואו קומט דעס? הבחנות. ער זעהט דארט א וועלט. טראכט אריין וויאזוי א יונגל אין חדר זעהט א תהלים. וויפיל הבחנות זעהט ער אין א תהלים? ווערטער מיט ווערטער מיט ווערטער. חוץ די יודישע הקדמה צו יעדן קאפיטל זעהט ער נישט צופיל הבחנות. ער איז מקושר צום תהלימ'ל. ווייל א תהלימ'ל איז מעורר את הנפש. א תהלימל מאכט א קינד זאל ווערן באוואוסטזיניג אויף אבסעלוט עקזיסטענץ. ס'איז די עקזיסטענץ באוואוסטזיניגקייט וואס איז מקשר. אז ער לערנט טייטש, זעהט ער מער הבחנות, איז ער מער מקושר.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

לימודים לדעת דף מג

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 2:21 pm

וויפיל מאל איך ליין (לערן) די הקדמה צום ספר לימודים לדעת, עפנט זיך פאר מיר א וועלט. ישנם הרבה אנשים שבאמת היו רוצים להתעלות בעבודת השי"ת ובדרכי הקדושה ס'רעדט, ס'רעדט, ס'רעדט ווערטער. בבוא אדם בר-זמננו לתקן דרכו וברצונו לסור מרע וכו'... אמנם לדאבונו הוא רואה שאף שהצליח 'לכבוש את עצמו' בתוקף פעם ופעמיים, מכל מקום עצם רצונו נשאר כמו שהיה וכו' דער מענטש זעהט אז זיין עצם רצון איז געבליבן אזוי ווי ביים אנהייב, ס'רירט זיך נישט... עוד דבר המחליש דעת האדם ומבטל עקביותו בעבודה, הוא, שאפילו בשעת עצם ההחלטה להטיב מצבו, הוא מרגיש בקרב לבבו האיך רצון נפשו עדיין מונח ומקושר בענין הרע אז אפילו בשעת די החלטה פון: "אקעי, איך גיי שוין זיין וואויל" וויל מען נישט עכט זיין וואויל, וויאזוי נעם איך מיין עכטע 'איך' ארויס פונעם רע, אז די עכטע איך זאל וועלן 'טוב', און פיינט האבן 'רע', וויאזוי מאך איך דעס? וויאזוי מאך איך אז איך זאל מיך עכט פאר'מיאוס'ן פון רע?

די תירוץ איז: דעת. 1 כלים, 2 כלי הגוף, 3 עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, 4 קשר. צו וואו בין איך מקושר? וואס זענען מיינע כלים מיך צו מאכן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג?

כח הזכרון תלוי בדעת.
ער שטעלט אראפ א כלל: אי אפשר לאדם לשכוח ממציאותו העצמית. א מענטש קען נישט פארגעסן פון זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. מ'דארף נישט טראכטן איך עקזיסטיר. מ'איז באוואוסטזיניג. א דרויסנדיגע כלי וואס מאכט שטארק עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, געדענקט מען די כלי. ווייל דאס ווערט א חלק פון די עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. (וויאזוי מאכט א כלי עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג? דורכ'ן מעורר זיין כלי הגוף, און ווען די כלי הגוף צינדן זיך אן ווערט מען עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. דורך הכרה, חיות, התפשטות, און דמות. א כלי מעורר צו זיין כלי הגוף מוז נישט דוקא זיין א פיזישע כלי, יעדע זאך וואס איז מעורר כלי הגוף) דאס זאגט ער: ומי שדעתו והתקשרותו חזקה באיזה ענין, הוא זוכרו היטב ואינו משתכח ממנו לעולם. דיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט ווערט איינס מיט די כלי, וואס האט דיך געמאכט עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. א מענטש געדענקט נישט 'יענעם', א מענטש געדענקט 'זיך'. א מענטש ווייסט יענעם, וויפיל ער ווייסט פון זיך. מ'איז נישט מקושר צו יענעם, מ'איז מקושר צו די חלק פון מיין עקזיסטענץ וואס יענער האט געמאכט באוואוסטזיניג פאר מיר. ס'איז נישט מיין עקזיסטענץ, ס'איז א חלק אלוק ממעל, ס'איז אלעס איין עקזיסטענץ.

ער זאגט ובזה נבין יסוד גדול בעבודת השי"ת, שכל התרשלות בתורה ועבודה שבאה מסיבת התעלמות ושכחה, עיקר הגורם לזו הוא חולשת הדעת שישנה לאדם בעבודה, ושאינה נוגעת לעצם מציאותו. פאזיטיוו גערעדט, אויב איך וויל אויפהערן פארגעסן צו לערנען און דאווענען ווי א יוד, דארף איך זעהן צו שאפן דערצו 'דעת'. קוק אריין נאכאמאל אין די הקדמה. בכלל איז די הקדמה די ציהל פונעם ספר. די נפש וויל איין זאך, מציאותיות. עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. די גוף וויל טאקע נישט. אבער מיר רעדן פונעם נפש. די נפש וויל איין זאך, עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט. א מענטש דארף כלים פאר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניקייט. דארף מען זעהן אז ס'זאל זיין גוטע כלים. און זיך שטארק מקשר זיין דערצו.

ער טענה'ט אז דאס וואס א מענטש שטייט אויף שפעט, און איז נאכגעלאזט פון עבודה, דאס קומט פון 'חוסר הדעת', זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזינקייט קומט נישט פון עבודה. נאר אפשר חלילה פארקערט, דער מענטש שפירט אז דאווענען און לערנען, איז אזאך וואס מאכט ווייניגער זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניקייט. ס'צוימט. ס'דערשטיקט. ס'מוז נישט האבן מיט לערנען און דאווענען און מיט מעשים טובים, ס'קען האבן פון א emotional learnings. א קינד וואס האט נישט געהאט גוטע עקספיריענס מיטן לערנען גמ', קען מיינען אז גמ' דערשטיקט 'מציאותיות', ס'מאכט ווייניגער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, אין דערצייט וואס מ'דארף זיך אויסלערנען וויאזוי לערנען מאכט מער עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. אבסעלוט עקזיסטענץ. א מענטש וואס שפירט אז מענטשן ארום דערשטיקן זיין מציאותיות, זיין עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, קען האבן א נטי' צו האבן א דעת סלידה צו א ביהמ"ד, און דערצייט וואס עס האט גארנישט מיט עבודת השי"ת, עפעס א זייטיגע זאך דערשטיקט אים. שפעטער אין ספר רעדט ער פון אלעם בעזרת השי"ת.

הגדרת מידת הדעת בקצרה.
ווען איך באמערק ווי א געוויסע זאך, וואס מ'קען אנכאפן מיט די חושים, אדער וואס מ'קען אנכאפן מיט שכל, איז מעורר אין מיר א נאנטשאפט צו עס, א באקאנטשאפט מיט עס, איז עס ווייל?... ווייל?... ווייל דער זאך מאכט מיך באוואוסטזיניג אויף מיין עקזיסטענץ. איך קען שפירן א נאנטשאפט צו פלאנצונגען, פארוואס? ווייל זיי מאכן ארבעטן מיינע כלי הגוף, מיין מחשבה, מיינע חושים, אדער חושים פנימיים, מיין דמות, (דהיינו אז ס'קומט אויף אין מיר א געוויסע דמות פון מיין עקזיסטענץ) און דערפאר מאכט דאס מיר באוואוסטזיניג אויף מיין עקזיסטענץ, ווייל מחשבה איז מעורר הכרה, חושים איז מעורר חיות, ס'איז מעורר מיין התפשטות "די כח פון פלעגן, געבן, דאס א כח נפשי וואס וויל ארויסגעברענגט ווערן מכח אל הפועל" סוף דבר, די ענד פראדאקשן איז: אז דאס מאכט מיך עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג, און איך זאג פאר די פלאנצונג "העלאו". איך זאג נישט העלאו פאר די פלענט, איך זאג עס פאר מיין נפש, פאר א ניצוץ פון מיין נפש, פאר א התגלות פון מיין עקזיסטענץ פאר מיין באוואוסטזיין, זאג איך העלאו.

ווען א מענטש טראכט אז א פלענט, א פלאנצונג, איז א גילוי אלוקית, איז דער גילוי פון עקזיסטענץ, א געטליכקייט. פארוואס בין איך אזוי גוט מיט משה יונתן, אזוי פארבינדן מיט אים, ווייסט פארוואס? ווייל משה יונתן מאכט מיך באוואוסטזיניג אויף מיין עקזיסטענץ. און פארקערט אויך, משה יונתן איז גוט מיט מיר. פארוואס, ווייל איך בין מגלה פאר אים זיין עקזיסטענץ. ונפשי קשורה בנפשו, די קשר פון די צוויי עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט, הייסט דעת. ס'ווערט אן התאחדות. נישט אלע כלים האבן נפש, אבער א מענטש האט א נפש.

הדעת נוטה למצוא סיפוקה. האסט עס? דף מד. והנה הנפש וכו'.

דא שטעלט ער אראפ נאך א יסוד: לעולם הנפש משתדלת לבקש לעצמה כלים כאלו, שתוכל להתעורר על ידם ולהתקשר בהם. עקזיסטענץ וויל ווערן באוואוסטזיניג, און ער זוכט כלים, (וואס מ'קען אנכאפן מיט די חושים, אדער וואס די עקזיסטענץ איז מושג פארן שכל) אפילו כלים וואס א מענטש האט באמת נישט ליב, איז אים ענדערש ווי נישט האבן קיין כלים. קוק אריין אין הערה מה. זייער א שטארקע הבחנה.

דאס זאגט ער נאך א יסוד: ואולם בדרך כלל, הנפש מחזרת דייקא אחרי כלים שהורגלה בהם, וכבר נתעוררה על ידם, ובהם היא מנסית עוד להגיע לסיפוקה. יודיש: א מענטש וועט זוכן כלים וואס ער איז שוין צוגעוואוינט אז דאס מאכט אים עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. דאס קען זיין די סיבה פון אן עדיקשאן. דער מענטש ווייסט אז יענץ איז די כלי. נאר פון יענץ קען איך ווערן באוואוסטזיניג אויף מיין עקזיסטענץ. נאר יענץ קען אויסברייטערן מיין עקזיסטענץ באוואוסטזיין. דאס מוז זיין די כלי. פון וואו זאל ער וויסן אז ס'דא בעסערע כלים? מ'דארף אים אויסלערנען. מ'דארף זיך אויסלערנען אז ס'דא בעסערע כלים פאר עקזיסטענץ-באוואוסטזיניגקייט.

זיין ספר איז אזוי ווי א מעיין הנובע. נאך און נאך חידושים. און נאך און נאך יסודות. ומזה מסתעף לנו יסוד חשוב: ער שטעלט אוועק נאך א יסוד. א מענטש זוכט ענליכע כלים צו באוואוסט ווערן אויף עקזיסטענץ. א מענטש געדענקט "אזא און אזא סארט כלי האט מיך געמאכט עקזיסטענץ באוואוסטזיניג אויף א שטארקן פארנעם, און ער זוכט זיך אויף ענליכע כלים" דאס איז דאך אזא יסוד. אזא יסוד. טראכט! דער מענטש אליין אטאמאטיש, זוכט זיך אויף כלים פון די סארט פון וואס ער איז צוגעוואוינט צו ווערן עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג. לערן אויס פאר א קינד וואס ס'מאכט אים 'עקזיסטענץ-באוואוסטזיניג' און ער וועט זיך טרעפן עוד כלים חדשים מעין אלו שכבר הורגלה בהם, די השגה וואס מ'באקומט פון לערנען דעם ספר איז טיף טיף. ער איז מסביר וואס ס'מיינט 'הבא ליטהר מסייעין אותו' (שבת קד.) איינמאל דו געוואוינסט צו דיין נפש וועלכע כלים דו גלייכסט, טרעפסטו נאך און נאך אזאנע כלים. דער אייבערשטער העלפט אז דער נפש טרעפט זיך א וועג ארויס בעזרת השי"ת.

א גוטע זאך צו באמערקן אויפן היינטיגן טאג איז: 1 ווי דו זוכסט כלים אז דו זאלסט ווערן באוואוסטזיניג אויף דיין עקזיסטענץ 2 און ווי פארשידענע כלים ערוועקן אין דיר א קשר צו עס. והשם הטוב יעזור. איך וועל דיר זאגן פארוואס, ער זאגט אין די הקדמה: וידע הקורא נאמנה (לי' ליינערס) שאם אינו חי ומרגיש הענינים בבהירות בקרב נפשו אז באמת לא השיגם כלל, ונבחר לו לפרוש מענינים אלו לגמרי מלטפל בהם באופן שכלי לבד. אין יודיש: אויב מ'לעבט נישט דורך און מ'עקספיריענסט נישט קלאר אינעם אייגענעם עקזיסטענץ, די אלע זאכן, קען מען עס גארנישט דערגיין. און מ'זאל עס ענדערש אפלאזן ווי איידער עוסק צו זיין דערין בלויז מיטן שכל. מ'דארף עס עקפיריענסן. מיטלעבן. פילן. נאר אזוי. עיין שם בהקדמה דף 13. פתח דבר רופט ער עס.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 11 געסט