א באלדיגע ישועה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

א באלדיגע ישועה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

אויב איך דארף א ישועה ממש יעצט אין די נעקסטע שעה, און איך קען נישט ווארטן פערציג טעג, אויך איז נישט שייך צו ווארטן ווילאנג תהלים כולל און חצות כולל וועלן מיר שטארדזשן אפאר וואכן מיין ק"ק ביז כ'וועל זען די ישועה, איז דא עפעס א שנעלע גאראנטירטע ביליגע סגולה, וואס ארבעט גלייך, אויסער זאגן תהלים?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איהש"ר בכל כוחו (גמרא)
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

איר מיינט ערענסט צו פרעגן?

אויב יא, ביי מיר האט געארבעט דאס פאלגענדע

מ'פארטיפט זיך שטארק אינעם ערשטען אני מאמין און אין דעם פסוק שמע ישראל ה' וכו' און מ'זאגט צו א נדבה פאר ר' מאיר בעל הנס
זוכט איר דוי?
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ישועת השם כהרף עין
ועיין בספר מאור עינים
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
סטראפקאוו
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2017 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפקאוו »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:אויב איך דארף א ישועה ממש יעצט אין די נעקסטע שעה, און איך קען נישט ווארטן פערציג טעג, אויך איז נישט שייך צו ווארטן ווילאנג תהלים כולל און חצות כולל וועלן מיר שטארדזשן אפאר וואכן מיין ק"ק ביז כ'וועל זען די ישועה, איז דא עפעס א שנעלע גאראנטירטע ביליגע סגולה, וואס ארבעט גלייך, אויסער זאגן תהלים?

לויט אינסייד אינפערמעישן ארבעטן תהילים און חצות כולל'ס גרעסטע עספערטן אויף א בשותפות'דיגע עקספרעס ישועה כולל ווי לויט יעצטיגע שאצונגען וועט איר קענען האבן אייער ישועה דעליווערד צו אייער טיר מיט א פילאט לאזע דראון ביז 24 שעה (ס'דארף זיין באצאלט אפ פרנט)
סטראפקאוו
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2017 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפקאוו »

ערענסט גערעדט, פלעין תפילה קען "אלעס" ערלעידיגן בעז"ה
פועלט'ס אלעס גוטס
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:אויב איך דארף א ישועה ממש יעצט אין די נעקסטע שעה, און איך קען נישט ווארטן פערציג טעג, אויך איז נישט שייך צו ווארטן ווילאנג תהלים כולל און חצות כולל וועלן מיר שטארדזשן אפאר וואכן מיין ק"ק ביז כ'וועל זען די ישועה, איז דא עפעס א שנעלע גאראנטירטע ביליגע סגולה, וואס ארבעט גלייך, אויסער זאגן תהלים?

נישטא אזא זאך

א) אויסער זאגן תהלים, איז כמעט נישטא עפעס אנדערש, (חוץ פשוט מתפלל זיין מאמע לשון, אבער דאס האט שוין דהע"ה געטון פאר אונז, און אלעס אריין געלייגט אין תהלים)

ב) די ווערטער, גאראנטירטע ביליגע סגולה, איז ממש א תרתי דסתרי

א סגולה, מיינט אז דו און דו זאך, איז מסוגל צו העלפן אז די און די ישועה זאל קומען, אבער נישט קיין שום גאראנטי, מובטח לו האט גארנישט מיט קיין סגולות

און נאר אויף וואס ס'שטייט מובטח לו, דארט איז דא א גאראנטי, חוץ פון דעם, זענען אלע סגולות ווי חשוב און ווי הייליג, נאר א אפשרות, פון קענען צוהעלפן צו פארשנעלערן א ישועה, אדער זיין נאך א זכות צו ערמעגליכן א ישועה, אבער 'גאראנטי' אין כזה דבר!!!!!


רעדן צום אויבערשטן העלפט "אלעמאל" (נישט אלאמעל, זעהט דער מענטש די ישועה, ווייל נישט אלעמאל איז די ישועה, לויט וואס דער מענטש וויל, אבער "אלעמאל" נאכן רעדן צום רבוש"ע קומט ישועות נפלאות, ומבשרי אחזה, נאכן אריין פאלן אין א ביטערן פעקל, וואס איז געווען דער גורם לישועה, און מיינע תפילות זענען ב"ה אנגענומען געווארן, נאר נישט ווי איך האב גע'חלומ'ט נאר ווי דער זיסער טאטע אין הימל, האט פארגעשריבן פון פאראויס דעם גאנצן פלאן ממש געאייגענט לטובתי.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

כהאב א וועג, שיק מיר א קארטל אין אישי. באלד נאכן טשארדשן איז דא א ישועה (ווענד זיך פאר וועמען)..

ליצנוות אין א זייט געלייגט, רעדן מאמע לשון צום בוכ"ע! העלפט!! כבן המתחטא! כהאב אליינס זיך שוין מערערע מאל איבערצייגט אין גאר שווערע זאכן!

(אין א זייטיגע עצה, ווען כנויטיג זיך און געוויסע הצלחות אדער עקסטערע סייעתא דשמיא, בעט איך מיין חשובע ב"ב תחי' זי זאל בעטן פאר מיר, אדער מיט מאמע לשון אדער א קפיטל תהלים, בדוק ומנוסה, די כוח פון א אידישע מאמע קען מען נישט אינטערשאצן)
על "טעם וריח" אין להתווכח
פעינטער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעינטער »

איין קאפיטעל תהלים, און נאך א קאפיטעל תהלים!!!
ליידער ליידער, איז געלונגען פאר די אלע ארגענעזאציעס אריין צו לייגן עפעס א דזשוק און קאפ אז דארט ליגט דער שליסעל פון ישועות!!!
און מיין תהלים שטייט "קרוב ה' לכל קוראין לכל אשר יקראהו באמת"
הכל לטובה!!
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

איינער איז געקומען צו הרה"ק רבי דוד'ל מלעלוב זיע"א פאר א ישועה
האט אים הרה"ק געזאגט 'זאג תהלים', זאגט ער רבי איך האב שוין געזאגט, זאגט אים דער צדיק, זאג נאכאמאל, זאגט דער איד איך האב דאס שוין אויך געטון, און דער צדיק לאזט נישט נאך, און זאגט אים, זאגט מען נאכאמאל.

דער איד קוקט אים אן פארוואונדערט, זאגט אים רבי דוד'ל, איך האב גענויטיגט אין א ישועה, האב איך 14 יאר געזאגט תהלים, ביז איך בין געהאלפן געווארן.

וואס דער צדיק האט געוואלט זאגן איז פשוט, אז חוץ תהלים איז נישטא עפעס אנדערש

אוודאי איז דא אזא זאך פון גיין צו קברי צדיקים, ווייל דארט איז א מקום ראוי לקיבול התפלות, אבער דארט דארף מען אויך זאגן תהלים, און אוודאי קענען סגולות צו העלפן צום תהלים זאגן, אבער תהלים איז דער עיקר, (און אוודאי שמועס'ן אויף אידיש ווי אויבן דערמאנט).


נ.ב. אין די מעלות פון חודש אדר, איז דא א גוטע ארטיקל וועגן חאכהאם עדיף מנביא, וועגן אלע באבו'ת און סבתו'ת וואס וואקסן אויס יעדן טאג חדשים לבקרים,
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

תפילה. תפילה. תפילה.

איך האב אומצאליגע טעגליכע מעשיות ווי תפילה העלפט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

Kosher Travel האט געשריבן:תפילה. תפילה. תפילה.

איך האב אומצאליגע טעגליכע מעשיות ווי תפילה העלפט.


אדרבה זיי מזכה דעם עולם מיט די מעשיות


(אולי וועט מען נאך עפענען א כולל תפלה, ווי יונגעלייט וועלן אייך אויסלערנען אליינ'ס צו דאווענען, און אליינ'ס צו זאגן תהלים?)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

א דירה דורך תפילה

מיין שטויביגן בעסמענט האט שוין ב״ה אויסגעדינט איר תפקיד, ציווישן אירע ענגע ווענט שפרינגן לעכטיגע אידישע קינדערליך, פארשטענדליך אויף די מאמע׳ס קאפ. א נייע רחבותדיגע דירה איז דרינגענד נייטיג. אבער אין די דירות קריזיס וואו טרעפט מען.

פון מיינע פאר יאר איז אפגעשפארט א שטיקל דאון פעימענט אבער די פאסיגע דירה דערזעהט זיך נישט אויפן האריזאנט.

פון צייט צו צייט רוף איך א בראוקער נאר כדי צו הערן, סאיז נישטא גארנישט לייטיש פאר דיר יעצט.

איין טאג האב איך מחליט געווען דאס איז עס. די אטאקע איז געקומען זיצענדיג ביים רעדל, נאר וואס אראפ געלייגט מיטן אשת חבר, וואס זאל איך טאן? ממוז עפעס טאן זאפארט!

כריק מיך צו די זייט. ארויפגעריקט דעם קלאטש צו פארק. פארמאכט מיין אויגן. און מיט א שטילי הייסע תפילה אין אידיש געבעטן ״רבוש״ע כמוז האבן א דירה! סאיז כלו כל הקיצין!״

איר גלייבט? דעם אנדערן צופרי קלינג איך דעם בראקער נאכאמאל ער הייבט אויף! דאסמאל מיט א פרייליכע שטימע! כהאב פאר דיר גוטע נייעס! א דירה אזאנס און אזאלעכס און פאר א שטונענדע ביליגע פרייז! יענע נאכט האט מען געסיינט קאנטראקט!

לחיים!
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

קווה וחזור וקווה
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

אי-רעלעווענט האט געשריבן:א דירה דורך תפילה

מיין שטויביגן בעסמענט האט שוין ב״ה אויסגעדינט איר תפקיד, ציווישן אירע ענגע ווענט שפרינגן לעכטיגע אידישע קינדערליך, פארשטענדליך אויף די מאמע׳ס קאפ. א נייע רחבותדיגע דירה איז דרינגענד נייטיג. אבער אין די דירות קריזיס וואו טרעפט מען.

פון מיינע פאר יאר איז אפגעשפארט א שטיקל דאון פעימענט אבער די פאסיגע דירה דערזעהט זיך נישט אויפן האריזאנט.

פון צייט צו צייט רוף איך א בראוקער נאר כדי צו הערן, סאיז נישטא גארנישט לייטיש פאר דיר יעצט.

איין טאג האב איך מחליט געווען דאס איז עס. די אטאקע איז געקומען זיצענדיג ביים רעדל, נאר וואס אראפ געלייגט מיטן אשת חבר, וואס זאל איך טאן? ממוז עפעס טאן זאפארט!

כריק מיך צו די זייט. ארויפגעריקט דעם קלאטש צו פארק. פארמאכט מיין אויגן. און מיט א שטילי הייסע תפילה אין אידיש געבעטן ״רבוש״ע כמוז האבן א דירה! סאיז כלו כל הקיצין!״

איר גלייבט? דעם אנדערן צופרי קלינג איך דעם בראקער נאכאמאל ער הייבט אויף! דאסמאל מיט א פרייליכע שטימע! כהאב פאר דיר גוטע נייעס! א דירה אזאנס און אזאלעכס און פאר א שטונענדע ביליגע פרייז! יענע נאכט האט מען געסיינט קאנטראקט!

לחיים!

שיינע מעשה אולי זאל דער עולם דא שרייבן נאך מעשיות אדער זאל מען עפענען א קאלום אין די צייטונגען (ווער באצלאט פארן באשעפער'ס ארג?) וואו סזאל לויפן וועכינדליכע מעשיות?
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

טעם וריח האט געשריבן:שיינע מעשה אולי זאל דער עולם דא שרייבן נאך מעשיות אדער זאל מען עפענען א קאלום אין די צייטונגען (ווער באצלאט פארן באשעפער'ס ארג?) וואו סזאל לויפן וועכינדליכע מעשיות?

איך האב פאר דיר נייעס, אזוינע מעשיות געשעט דבר יום ביומו

ווער ס'לעבט מיט דעם שפירט דאס און זעהט דאס אויף טריט און שריט (פון בעטן דעם רבוש"ע צו כאפן א היטש, אדער אז יענער שמויגער זאל אויפהייבן דעם טעלעפאון, צו גאר אז מ'זאל טרעפן אין גראסערי וואס מ'דארף, ביז גרויסע ביזנעס דיל'ס זאלן דורך גיין בשעטו"מ מיט אסאך רווחים).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8782
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

תלמוד בבלי מסכת תענית דף ח עמוד ב
בימי רבי זירא גזור שמדא, וגזור דלא למיתב בתעניתא. אמר להו רבי זירא: נקבליה עילוון, ולכי בטיל שמדא - ליתביה. אמרי ליה: מנא לך הא? אמר להו: דכתיב ויאמר אלי אל תירא דניאל כי מן היום הראשון אשר נתת את לבך להבין ולהתענות לפני אלהיך נשמעו דבריך.

שולחן ערוך אורח חיים סימן תקעא סעיף ג
עיר שהקיפוה כותים, וכן יחיד הנרדף מפני אנסין או מפני לסטים או מפני רוח רעה, אינם רשאים להתענות, שלא לשבר כחם; אלא יקבלו עליהם להתענות כך וכך תעניות לכשינצלו; וכן אם גזרו גזרה וגזרו שלא להתענות עליו, יקבלו עליהם להתענות כך וכך תעניות כשיעבור הגזירה.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:תפילה. תפילה. תפילה.

איך האב אומצאליגע טעגליכע מעשיות ווי תפילה העלפט.


אדרבה זיי מזכה דעם עולם מיט די מעשיות


(אולי וועט מען נאך עפענען א כולל תפלה, ווי יונגעלייט וועלן אייך אויסלערנען אליינ'ס צו דאווענען, און אליינ'ס צו זאגן תהלים?)

גאר אסאך מעשיות... טעגליך. איך קען דאך נישט אויספאקן אלע מעשיות ברבים... אבער אלטס חיוב פון שבח והדי'...

מיין טראנסמישען איז געגאנגן שלאפן. אפאר קאר ריפערס שאפס האבן אלע געוואלט $1900 ביז $2800 פאר א used... איך האב גענומען estimates פון אפאר. אלע reputable ריפעיר שאפס. איך האב נישט געהאלט דאס געלט דאן. האב איך געבעטן פונעם רבוש"ע העלף. בין איך דורך געפארן א repair shop מער פאר trucks אין Newark זייער א שלעכטע געגענט. פאראכטן א סענסער מיט נאך אפאר קלייניקייטן פאר $260! אין... מיין בה"ב האט עס באצאלט! פארט א מחי'.

האט א רשע געלאזט א שלעכטע רעיטינג... אראפגעברענגט א נייע אקואנט פון 100% ביז בערך 80%. פאר א נייע סעללער איז דאס נישט גיט. געזאגט ישר כח השי"ת. דערנאך געקליקט אפאר קנעפלעך און מען האט עס אוועקגענומען.

ועוד, ועוד, מיט אלעמען אריינגערעכט פרנסה, וכו'.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

Kosher Travel האט געשריבן:האט א רשע געלאזט א שלעכטע רעיטינג... אראפגעברענגט א נייע אקואנט פון 100% ביז בערך 80%. פאר א נייע סעללער איז דאס נישט גיט. געזאגט ישר כח השי"ת. דערנאך געקליקט אפאר קנעפלעך און מען האט עס אוועקגענומען.
.


די מיינסט צי זאגן אז די האסט מצדיק געווען את הדין אין בזכות דעם האט מען אוועקגענומען די שלעכטע רעטינגס?

א גרויסן יישר כח פאר מיטטיילן
איך מיין אז תפלה איז איינע פין די ד' דברים הצריכים חיזוק זאל דער עולם מיטטיילן וואס מער
אוועטאר
שיך פון גאלד
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 4:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיך פון גאלד »

יישר כח פאר אלע.
סהאט מיך געמאכט א תפילה טוהן און מאמע לשון מיט אפאר קאפיטלעך תהילים.
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

ווערטער פון זוה"ק איבערגעטייטשט אויף לשה"ק:
אמר רבי שמעון: אם בני האדם היו יודעים כמה גדול הוא מעשה הקטורת לפני הקב"ה, היו לוקחים כל מילה ומילה ממנה ושמים אותה על ראשם ככתר של זהב. וכל מי שמשתדל בו צריך להתבונן במעשה הקטורת. ואם יקרא את פרשת הקטורת בכל יום ויכיון בה יש לו חלק בעולם הזה ובעולם הבא ויסתלק המות ממנו ומהעולם וינצל מכל הדינים של העולם ומכל רע ומדין של גיהנום ומדינם של מלכויות אחרות
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

אנגעקומען צו א זשאב סייט, זאכען זענען געווען messes up, דער PM איז געווענדליך א נערוועזער, עספעשילי ווען זאכען פארען נישט גוט. קנאפע נערווען פאר א Shouting Match האב איך נישט געהאט.

ארויס קומט א דאלער פון איין טאש, אריין אין ר׳ מאיר׳ס טאש מיט אפאר ווערטער צום לעבעדיגען טאטען. און ווינדערלעך נעמט דער מענטש מיך אויף מיט א שמייכעל.

איך ווייס איר וועט טראכטען אז דאס איז קיין פראבלעמען, אבער וואס איך וויל ארויסברענגען איז, אז פונקט ווי עס העלפט דא קען עס העלפען פאר אנדערע פראבלעמען אויך.

עס אוו דיס מינוט, איז דא א ליעק אין בעיסמענט שוין פאר עטליכע וואכען, נישטא קיין געלט צו פיקסען, מ׳האמיר מתפלל געווען, און קיין געלט איז נאכאלס נישטא (כ׳ווייס אפילו נישט וויפיל עס גייט קאסטען), אבער דער זעלבער באשעפער וואס האט געמאכט אז אויף א בוים איז נישט קיין איין צווייג גלייך העכער די אנדערע, כדי די זון זאל ציקומען צו יעדער צווייג, ער האט זיין חשבון מיט דעם אויך.

Let’s try doing some laughing exercise, that helps always. Ha Ha Ha Ha
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

פיצי די ביסט ריזיג
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

Haklal האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:האט א רשע געלאזט א שלעכטע רעיטינג... אראפגעברענגט א נייע אקואנט פון 100% ביז בערך 80%. פאר א נייע סעללער איז דאס נישט גיט. געזאגט ישר כח השי"ת. דערנאך געקליקט אפאר קנעפלעך און מען האט עס אוועקגענומען.
.


די מיינסט צי זאגן אז די האסט מצדיק געווען את הדין אין בזכות דעם האט מען אוועקגענומען די שלעכטע רעטינגס?

א גרויסן יישר כח פאר מיטטיילן
איך מיין אז תפלה איז איינע פין די ד' דברים הצריכים חיזוק זאל דער עולם מיטטיילן וואס מער

יא. דאס האב איך געמיינט. נישט אינגאנצן עכט. איך האב געזאגט אזוי: רבוש"ע, אז די האסט דאס געטוהן, איז דאס זיכער גוט, ווייל די טוסט דאך נאר גוטס מיט דיינער קינדערלעך. איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס, אבער עס איז זיכער גיט. נו... איך האב נישט געגלייבט נאך אינגאנצן... האב איך עס איבערגעזאגט פינעף מאהל אין מאמע לשון. ביז איך האב יא געגלייבט עכט. דערנאך האב איך געזאגט: רבוש"ע, איך וועל פראבירט השתדלות.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

איך קען דיר זאגן מורא'דיגע זאכן פון האבן יעדן טאג א שיעור קבוע פון זאגן אסאך תהלים.,דאס העלפט למעלה מדרך הטבע.

זאגן תהלים יעדן טאג שטייט מיט השתפכות הנפש רואיגערהייט. (מעגסט זיך אמאל צו וויינען אינמיטן א קאפיטל און זיך אויסשמועסן מיט אבינו שבשמים כבן המתחטא לפני אביו)

לא ימלט אז די זאלסט נישט זעהן דורך די תהלים אויסטערלישע ישועות. און טאמער די וועסט נישט זעהן א ישועה (ווייל דער באשעפער פארשטייט בעסער ווי דיר וואס איז די ריכטיגע זאך) וועסטו באקומען א מתנה פון הימל אנצוקוקן די זאך גיט, וועסט באקומען אויסטערלישע כוחות דאס צו קענען מקבל זיין אויף די ריכטיגע וועג .

בדוק ומנוסה
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”