בלאט 1 פון 6

א ביליגערע שטריימל וואו נעמט מען

געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2018 8:24 pm
דורך Naftule
פאר א שטריימל פון $1500 - $2000 געגענט, ביי וועם וועל איך ארויסגיין מיט'ן שענסטע שטריימל?
מ'קען מיר ענטפערן פריוואט אויך. יש''כ

געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2018 8:26 pm
דורך קלאָצקאָפּ
ס'לוינט נישט צו פרעגן אזא שאלה דא, וואו דו ווייסט נישט צו דער שרייבער האט ביזנעס אינטערעסן.

געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2018 8:39 pm
דורך Naftule
אפשר דאך כאטש אין אישי וועליך קריגן עפעס אויפריכטיגע advise

געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2018 8:45 pm
דורך איסר האטלקי
איך האב פרובירט פאר דעם פרייז עטליכע מאל, קרויס האט מיר צופרידנגעשטעלט ס'בעסטע וואס שייך.

אויב ווילסטו וויסן וועלכע צוויי זאלסט נישט פרובירן, קום אין אישי.

געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2018 10:10 pm
דורך Haklal
Naftule האט געשריבן:פאר א שטריימל פון $1500 - $2000 געגענט, ביי וועם וועל איך ארויסגיין מיט'ן שענסטע שטריימל?
מ'קען מיר ענטפערן פריוואט אויך. יש''כ


דאס זאל דינען אלץ א מחותן שטריימל אויך?

געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2018 11:37 pm
דורך גראבער
אין קרית יואל איז דא כתר מלכות. דאכט זיך מיר אז זיי מאכן שיינע ביליגע שטריימלעך.

געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2018 11:41 pm
דורך מצלמה
גראבער האט געשריבן:אין קרית יואל איז דא כתר מלכות. דאכט זיך מיר אז זיי מאכן שיינע ביליגע שטריימלעך.


$1400 (לא פחות ולא יותר) האב איך געצאלט פאר מיין זון שיחי׳ ביי כתר מלכות
ס׳איז הערליך.
ס׳איז לייכט
ס׳איז א יופי.

היילי רעקאמענדירט

געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2018 3:03 am
דורך נא_שכל
כבר נלאו כל חכמי לב...

viewtopic.php?p=1189560#p1189560

געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2018 10:24 am
דורך yid101
try Ben Melech in BP

געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2018 9:29 pm
דורך מזמור לדוד
האט איינער עקספיריענס מיט 'שטריימל סענטר'?

געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2018 9:48 am
דורך ר' יום טוב
געקויפט מיט 2 יאר צוריק פאר פסח ביי שטריימל סענטער פאר $1200 (אריגינעל $1800)

עס איז פיל שענערע סחורה ווי די ביליגע סארט סעיל שטריימלעך פון אנדערע ברענד פירמעס.

הגם א טייערע שטריימל וואלט איך אפשר נישט געקויפט דארט.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2018 9:56 am
דורך farshlufen
וואס מיינט שיין?

דאס וואס הייסט שיין ביי היינטיגע אינגעלייטלעך איז דאך נישט דאס וואס ס'איז געוועזן שיין אין נ"ה?

דער אמת איז ערגעץ אינדערמיט.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2018 11:59 am
דורך cravenwalk
איך האבּ א שׁטריימל פין טייערע גאנצע שׁוואנצן. לוינצעך איבּערמאכן? בּא וועמן?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:46 am
דורך יסוד ארי
מצלמה האט געשריבן:
גראבער האט געשריבן:אין קרית יואל איז דא כתר מלכות. דאכט זיך מיר אז זיי מאכן שיינע ביליגע שטריימלעך.


$1400 (לא פחות ולא יותר) האב איך געצאלט פאר מיין זון שיחי׳ ביי כתר מלכות
ס׳איז הערליך.
ס׳איז לייכט
ס׳איז א יופי.

היילי רעקאמענדירט



קענסט אפשר אהער ברענגען א בילד דערפון ביטע ?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:04 pm
דורך סטראפקאוו
cravenwalk האט געשריבן:איך האבּ א שׁטריימל פין טייערע גאנצע שׁוואנצן. לוינצעך איבּערמאכן? בּא וועמן?

קוקט אין אישי

געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2018 11:45 am
דורך cravenwalk
סטראפקאוו האט געשריבן:
cravenwalk האט געשריבן:איך האבּ א שׁטריימל פין טייערע גאנצע שׁוואנצן. לוינצעך איבּערמאכן? בּא וועמן?

קוקט אין אישי

didnt get anything .
please resend

שטריימעל צו פארקויפן

געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2018 1:10 pm
דורך נעגלוואסער
געקויפט נעכטן א שטריימעל ביי די מיללער סעיל און וומס״ב פאר $999 ב״ה הערליך שיין מורא׳דיג צופרידן איך זיך אבער צו פארקויפן מיין אנדערע רעגן שטריימעל צוליב סייז,
די שטריימעל איז סייז 57 הייעך אביסל מער ווי 7 אינטשעס קאלאר שווארץ אויב אינטערסירט ביטע מעלדן אין אישי

געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2018 1:21 pm
דורך farshlufen
די דריי מאל ניינער איז א רעגן שטריימל?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2018 1:55 pm
דורך נעגלוואסער
farshlufen האט געשריבן:די דריי מאל ניינער איז א רעגן שטריימל?

יא עס איז באמת ווערט $1500 איך האב געפרעגט נעכטן א חתן וואס האט געהאט ענדליך צו מיין נייע

געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2018 2:00 pm
דורך נעגלוואסער
farshlufen האט געשריבן:די דריי מאל ניינער איז א רעגן שטריימל?

כוועל דיר ענטפערן ביז די 25 איז עס א רעגן פון 25 איז עס לייטיש פון 40 איז עס א מחותן שטריימעל עס איז שיינע הויעכע פארמאכטע שטריימלעך

געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2018 2:25 pm
דורך דארפסמאן
מיללער האט יעצט א סעיל טריי אויב די קענסט טרעפען ביי אים וואס עס געפעלט דיר

געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2018 2:35 pm
דורך ווערעצקי
די אלע שטריימלעך ביי די סעיל, האבן א "מינימום" ווי לאנג זיי האלטן זיך? איז עס געהעריגע קוואליטי, אדער עפעס גארביזש?
(כ'מיין צו פרעגן, ווייל אויב געווענליך קאסט א שטריימל 5000, איז די סעיל עפעס אויסטערליש ביליג וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל).

געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2018 2:43 pm
דורך נעגלוואסער
ווערעצקי האט געשריבן:די אלע שטריימלעך ביי די סעיל, האבן א "מינימום" ווי לאנג זיי האלטן זיך? איז עס געהעריגע קוואליטי, אדער עפעס גארביזש?
(כ'מיין צו פרעגן, ווייל אויב געווענליך קאסט א שטריימל 5000, איז די סעיל עפעס אויסטערליש ביליג וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל).

די $5000 שטריימעל האט אויך נישט קיין מינ. ווילאנג עס האלט זיך
עס איז 2 אנדערע מינע זאכן דאס איז אפען און לאנגע האר די ביי די סעיל איז פון קורצע האר און פארמאכטע עס זאל זיך האלטן שטארק און אלע וועטערס

געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2018 2:48 pm
דורך ל. שווימער
דאס וואס דו באקומסט ביים סעיל פאר 799 קאסט נישט 5000 א גאנץ יאר.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2018 5:24 pm
דורך הילולא דצדיקיא
יעצט ביי מילער אין מאנסי איז דא א סעיל (ביז פורים בערך) אויף גוטע געהעריגע שטריימלעך

מ'קען ארויס גיין פאר 1000$ ביז 1500$ מיט עכט שיינע 3000$ ווערט שטריימלעך.