באנען סקעדזשול'ס אד"ג

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

kollel yingerman
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 8:48 pm

באנען סקעדזשול'ס אד"ג

תגובהדורך kollel yingerman » מאנטאג ינואר 15, 2018 10:53 am

די הקדמה פון עפנען א פרישע אשכול ווייסט שוין יעדער איינער: "...זונדיג אויפן וועלטל האה איך נישט געטראפן א אשכול דערפאר, אדרבא אויב איינער ווייסט מ'רעדט שוין דערפון זאל ער ביטע צו ווייזן..."

אזוי ווי איך האב נישט פערמענאנט קיין קאר און ווען איך וויל אוועק פארן צו א ווייטן מרחק קען אויסקומען א טרעין פאר א גוטע באקוועמע ביליגע רייזע מיטל (למשל איינמאל האב איך גענוצט א באן פון קראטאן-אן-האדסאן [20 מוניט פון ק"י] קיין ווערמאנט א וועג פון 4 א האלב שעה פאר בלויז $288 פאר צוויי ראנד טריפ'ס און ס'איז געווען א הערליכע באקוועמע רייזע דורך פארנדיג די בערג און טאלן) האלט איך אז עס וואלט געווען נוגע פאר נאך וואוילע אידן ווער עס וויל ערגעץ פארן זאל קענען דא אנפרעגן צו ס'איז דא א דירעקטע/קאנעקטינג רוט אהין און ווען און פון וואו ביז וואו אא"וו.

באמת איז אויף רוב באנען וועבסייט'ס דא אזא טאל וואו מ'קען אריינלייגן די אינפארמאציע פון וואו ביז וואו מ'וויל אנקומען און זיי שפייען תיכף ארויס זייערע סקעדזשול'ס אבער זייער אסאך האבן דאך נישט קיין צוטריט אהין אדער קען מען זיך סתם אזוי נישט אויס, אדער איז די אינפארמאציע נישט אזוי אקוראט, אדער האט מען סתם אזוי ליב צו הערן פון איינעם עקספעריענס אויף א געוויסע רוט, במילא האלט איך אז ס'וואלט געקענט צוניץ קומען.
לעצט פאראכטן דורך kollel yingerman אום מאנטאג ינואר 15, 2018 10:58 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

kollel yingerman
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 8:48 pm

תגובהדורך kollel yingerman » מאנטאג ינואר 15, 2018 10:54 am

וזה היחלי, איך זיך א וועג מיט א באן פון מאנרא/הערימען סטעישן קיין דזשערסי סיטי די נענסטע צו די אידישע יושב פאר דאנערשטאג אווענט און צוריק מוצ"ש/זונטאג, עני העלפ וואלט בי ווערי עפרישיעטעט

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מאנטאג ינואר 15, 2018 11:05 am

kollel yingerman האט געשריבן:וזה היחלי, איך זיך א וועג מיט א באן פון מאנרא/הערימען סטעישן קיין דזשערסי סיטי די נענסטע צו די אידישע יושב פאר דאנערשטאג אווענט און צוריק מוצ"ש/זונטאג, עני העלפ וואלט בי ווערי עפרישיעטעט

https://goo.gl/maps/TM7ZCXbUXht


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט