דאס הארץ ווערט צוריסן

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קאנאדישע קאריספעדאנט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 1:24 pm

דאס הארץ ווערט צוריסן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנאדישע קאריספעדאנט »

טייערע ברודער דא אויף אייוועלט, ביטע ליינט דורך די פאלגענדע שירות, מיט א גרינטליכקייט


עס האנדעלט זיך פון א עלענדע גאר מיטגעמאכטע פרוי, וועלכע נאכן זיך שווער מיטשענען מיט געזונט פראבלעמען, איז דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ל"ע פאר העכער א יאר צוריק.

זי האט נישט קיין שום הכנסה, זי פלאגט זיך זייער אויפצוהאלטן איר שטוב, יעדעס ריר קאסט דאך געלט, ביז היינט פלעגט זי אליינס ארום רופן גוטע פריינט און שכנים שאפן אביסעל געלט אדורכצושטופן, יעצט האלט זי ביי א מצב וואס זי קען שוין נישט אליין ארום קאלן.

צוליב איהר שווערע געזונט צושטאנד, האט זי געמוזט נעבעך אריבערציען צו א נייע דירה, וואס האט אויך אפגעקאסט אסאך געלטער.

די קומענדיגע וואך הייבט זי אהן א פרישע דאזע פון די גאר שטארקע קימאו ל"ע, די דאקטוירים האבן איהר געזאגט אז אויב וויל זי האבן כח, דאס אדורכצומאכן, מוז זי נעמען א וואקאציע, זיך פארן אפריען פאר עטליכע טעג.

זי האט א זוהן א בחור'ל אונטער די אכצען יאר, ער פראבירט טאקע צו טון וואס ער קען ארויסהעלפן די צובראכענע מאמע, ער רעדט מיט די דאקטוירים, און ער פראבירט צו שאפן עפעס געלט, אבער עס קלעקט נישט.

ס'איז נישטא קיין געלט צו גיין א טריט ווייטער, עס מוז שוין געשאפן ווערן מינימום צוואנציג טויזענט דאללער.

מיר טארן נישט שטיין אין די זייט! מיר טארן נישט צולאזן אידישע שטוב זאל צוזאמפאלן!

מיר זענען מחויב ארויסצוהעלפן די צובראכענע קראנקע פרוי האבן א רפואה שלימה, און דער שטוב זאל ווייטער געפירט ווערן על מי מנוחות.

אין דעם זכות וואס אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם וועלן זיך ביישטייערן מיט סכומים הגונים, כל המרחם על הבריות מרחמין עליו מן השמים, וועלן אלע משתתפים געהאלפן ווערן מיט אלע גוטע ברכות והשפעות טובות מן השמים.

מישט נישט אריבער אן זיך משתתף זיין, און האט די זכי' צו זיין א עושה ומעשה, שיקט דעם לינק צו אלע אייערע קאנטאקטס.

בזכות זה זאלט איר קיינמאל נישט דארפן אנקומען צו קיינעם.



[align=center]https://www.gofundme.com/emergencycampaign[/align]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”