מלון פלטרין= טבריה השגחת הבד"ץ

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3895
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

מלון פלטרין= טבריה השגחת הבד"ץ

תגובהדורך dovidal » זונטאג דעצמבער 31, 2017 1:03 pm

האט איינע פון די לייענערס פארברענגט דארט אויף א שבת ?
אויב יא ביטע טיילט מיט אייער עקספירענס

Volunteer
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 10:20 pm

תגובהדורך Volunteer » מיטוואך ינואר 10, 2018 9:00 am

אי ך בין געווען דארט מיט מיין בני בית פאר א supper די עסן איז נישט געווען ווערט די געלט וואס אינז האבען באצאלט

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך ינואר 10, 2018 9:57 am

די עסן מילא, מען דארף נעמען אליין אבער נישט געפערליך....

די האטעל איז א ריכטיגער דיזעסטער! ערגער ווי מיין דארמיטארי אין ישיבה. לוינט זיך נישט איבערצושלאפן דארט אפילו אנטלויפנדיג פון א צונאמי.....

איך רעד פון 4 יאר צוריק, קען זיין עס איז שוין איבערגעמאכט. מסתמא טאקע, ווייל אין יענער צושטאנד איזעס נישט מעגליך געווען צו שטיין נאך א יאר.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך ינואר 10, 2018 9:58 am

Volunteer האט געשריבן:אי ך בין געווען דארט מיט מיין בני בית פאר א supper די עסן איז נישט געווען ווערט די געלט וואס אינז האבען באצאלט

זיי לאזן זיך קאסטן פאר די השגחה, אויב איז עס דיר נישט וויכטיג דאן איז דא בעסערס טאקע.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » מיטוואך ינואר 10, 2018 12:12 pm

כ'בין דארט געווען מיט ארום 5 יאר צוריק, איך געדענק נישט אז די עסן זאל זיין שלעכט. אבער די האטעל איז אלט און נישט צו זויבער. איך האב שוין גענומען עפעס א בעסערע שטוב און מיט דעם אלעם האב איך געדארפט ארויסגנבנ'ן א טישטוך איבערצודעקן די קאוטש כדי מען זאל קענען זיצן דערויף. מוצ"ש בין איך געלאפן קויפן א ספרעי קעגן די קאקארוטשן וואס האבן זיך געשפירט זייער היימיש אין באדע צימער.
אין יענע צייט האבן זיי געהאלטן אינמיטן איבערבויען די שטובער אין די העכערע שטאקן. קען זיין אז יעצט איז די מצב בעסער.
אחרי ככלות הכל האב איך הנאה געהאט יענעם שבת. ס'איז דא אינדרויסן א הערליכע וויא. עס איז נאר א שטילע געגענט און עס וואוינען דארטן בעיקר ספרדישע אידן.

ווען כ'האב מיר נאכגעפרעגט אויף א האטעל מיט א גוטע הכשר, בין איך געווען סופרייזד אז עס איז דא בלויז איין האטעל אין גאנץ צפון ארץ ישראל בהשגחת הבד"ץ. היינט איז שוין דא נאך איינס אין א געגנט וואס הייסט דאכציך מיר 'חפץ חיים'.

Volunteer
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 10:20 pm

תגובהדורך Volunteer » מיטוואך ינואר 10, 2018 6:49 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
Volunteer האט געשריבן:אי ך בין געווען דארט מיט מיין בני בית פאר א supper די עסן איז נישט געווען ווערט די געלט וואס אינז האבען באצאלט

זיי לאזן זיך קאסטן פאר די השגחה, אויב איז עס דיר נישט וויכטיג דאן איז דא בעסערס טאקע.

אינז זעמען געגאנגען דארט טאקע וועגען די השגחה די עסן איז נישט געווען געניג , עס האט מיר דערמאנט פין ישיבה די וועג וויאזוי די עסן איז געווען ארויסגעלייגט, געקאסט האט עס full price, דאהי אין אמעריקע וואלט עס נישט געטארט זיין אפען וועגן ווי שמיציק עס איז געווען, עס איז דא געניג פלעצער אין ארץ הקודש וואס האט בד״ץ אין באקומסט עסן צום זאך.

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3895
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 7:42 pm

חברים יקרים = איך בין דארט געווען פארגאנגענע וואך שב"ק שמות - געשלאפן אין מלון גולן סמוך צו פלטרין און געדווענט און געגעסין אין פלטרין געווען פיין
זיי זאגען אז מען גייט עס בקרוב איבער בויען גאר שיין

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 10:33 pm

אבער דאס מיינט לכאורה צו זיך דרייען צווישן חילונים און פריצות גאנץ שבת, די מלון גולן האט דאכציך מיר אויך א POOL אינדרויסן

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3895
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » זונטאג ינואר 14, 2018 2:58 pm

פ' לך לך האט געשריבן:אבער דאס מיינט לכאורה צו זיך דרייען צווישן חילונים און פריצות גאנץ שבת, די מלון גולן האט דאכציך מיר אויך א POOL אינדרויסן

דער POOL איז פארמאכט ווינטער בכלל נישט קיין פריצות עס איז נישט ביים ים


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט