בלאט 2 פון 3
הילף: פיילן טעקס ריטוירן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 4:50 pm
דורך בעל דעת
איך האב ענדליך באקומען מיין W2 אין דער וואס פלעגט מיר עס מאכן יעדע יאר איז ארויס געפארען צי די בערג אנען קאמפיטער (פאר וואס זאל אים איינפאלען אז איינער וועט זיך דערמאנען יעצט צי פיילען)
ווייסט איינער וועים מען קען עס געבען צי פיילען אן שלעפעניש
א דאנק פין פאראויס
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 01, 2011 9:22 am
דורך מי יודע
אין קרית יואל קענסטו געבן פאר ר' משה אליעזר ניימאן ער מאכט א גוטן דזשאב שנעל און גיך
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 01, 2011 9:29 am
דורך בשמים
אדער פאר ר' יוסף חיים קויפמאן ער מאכט א גוטן דזשאב שנעל און גיך.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 01, 2011 2:18 pm
דורך ohrchodosh
or make it urself with turbo tax online, its free
הילף: פיילן טעקס ריטוירן אנליין EFILE
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 2:26 pm
דורך מאנסיאנער
איך וויל אליינס פיילן מיינע טעקס ריטוירן אויף די אונטערנעט איך זיך הילף וויאזוי מען טוט דאס
ביטע זיך אנרופן ווארעם אין ארויס העלפן דעם ציבור
ולמצוה גדולה יחשב
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 2:46 pm
דורך שמעק_טאביק
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 2:56 pm
דורך snax
איך האב גענוצט
www.taxact.com/ מען קען מאכן פעדעראל און סטעיט
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 11:48 pm
דורך נישט קיין פראבלעם
[quote="חיים'קע"]אפריל 15 איז די דעדליין.
דיע יאר איז די דעדליין Apr 17. מען קען אבער פיילן פאר אן עקסטענשען. אבער פארשטייט זיך אז די טעקס (אויב מען דארף צאלן) מוז מען צאלן ביז Apr 17
נ.ב. פאר סיי וועלכע טעקס קשיא קענט איר פרעגן פריוואט און אישי. און אפילו איך וועל נישט וויסן האב איך אבער אפאר אקקאנטענטס וועם איך קען פרעגן.
איך טראכט אפשר צו שרייבן א לענגערע ארטיקל (אויב די צייט וועט ערלויבן) איבער טעקס ריטארנס און אלעס ארום
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 12:51 am
דורך וויכטיג מאכער
פאר די אלע וואס מאכן געלט אויף W-2 איז לכוראה נישטא קיין גרויסע חילוק צווישן גיין צו א פראפעשענאל און פיילן אליין אנליין, אבער איינער וואס פיילט 1099'ס מיט K-1, K-2 וכד' זאל בעסער נעמען א פראפעשנאל אקאונטענט!
איך בין פאריגע וואך געזיצן מיט א גרויסן עקספערט, איך האב געהערט אזויפיהל איידיעס ספעציעל פאר איינעם וואס האט א טשעריטי פאונדעישן, אדער סתם איינער וואס האט א גרויסע ביזנעס, וויזוי צו שפארן טעקס. דעמאלטס האב איך איינגעזעהן אז מ'דארף האבן א גוטן אקאונטענס צו פיילן טעקס. (הגם רוב זאכן וואס איך האב געהערט זענען זאכן וואס רוב אקאונטענטס ווייסן נישט, אבער די אקאונטענטס ווייסן זייער אסאך, און ס'לוינצעך צו צאלן די פאר דאללער)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 11:15 am
דורך שמעק_טאביק
איינער ווייסט פארוואס היי יאר גיט די פעדעראל גאווערנמענט מיט א 700-800 דאלער ווייניגער ווי די פארגאנגענע יארן?... איז עס וועגן די עקאנאמיע???
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 11:23 am
דורך נישט קיין פראבלעם
עס איז נאר געווען די לעצטע צוויי יאר דאכט זיך, עס איז פון די 2% payroll deduction בילל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 10:37 pm
דורך הורוויץ
די Making Work Pay וואס איז געווען די לעצטע 4 יאר - 800 פער משפחה - צו שטיפן די עקאנעמי האט מען דאס יאר געסטאפט. די מערסטע שפירן עס די שנה ראשונה יונגעלייט...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 10:46 pm
דורך הורוויץ
נישט קיין פראבלעם האט געשריבן:עס איז נאר געווען די לעצטע צוויי יאר דאכט זיך, עס איז פון די 2% payroll deduction בילל
די 2% payroll deduction איז נאר געווען פארן קאלענדער יאר 2011 אין בלייבט פאר די ערשטע צוויי מאנאטן פאר דעם יאר (2012), אבער דאס שפירט מען אויפן פעיראל טשעק נישט אויפן Tax Return (חוץ א סעלף עמפלויט).
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 10:53 pm
דורך לאז געמאכט
הרב הורוויץ איר זענט א סערטיפייט אקאנטענט פון פאך אויס?
יישר כח פארן מיטיילן אייערע אינפארמציע בנושא.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 11:18 pm
דורך הורוויץ
זייער גערן. אויב איר דארפט סיי וואספארא הילף קענט איר מיר פרעגן אין אישי אין כ'וועל פרובירן צו ענטפרן ווי אמשנעלסטן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 11:40 pm
דורך סאדע_באטל
הורוויץ האט געשריבן:די Making Work Pay וואס איז געווען די לעצטע 4 יאר - 800 פער משפחה - צו שטיפן די עקאנעמי האט מען דאס יאר געסטאפט. די מערסטע שפירן עס די שנה ראשונה יונגעלייט...
די making work pay קרעדיט איז געווען נאר די לעצטע צוויי יאר, 2009 און 2010. דער קרעדיט האט געארבייט אז מען האט באקומען 6.2 פראצענט פון וויפיל מען האט פארדינט, ביז א מאקסימום פון 400 דאלער פאר א סינגל און 800 דאלער פאר א קאפל.
צוויי יאר פאר דעם איז געווען די סטימולעס פעקעדזש וואס האט געגעבן 300 דאלער פער קאפ, לכתחילה איז דאס געווען 2007, אבער מען האט עס עקסטענדעד אז 2008 האט מען עס אויך געקענט קלעימען, אויב מען האט עס נישט גענומען 2007, ממילא די אידן וואס די משפחה האט זיך פארמערט יענע יאר האבן צובאקומען נאך א קרעדיט אין 2008.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 11:49 pm
דורך הורוויץ
סאדע_באטל האט געשריבן:הורוויץ האט געשריבן:די Making Work Pay וואס איז געווען די לעצטע 4 יאר - 800 פער משפחה - צו שטיפן די עקאנעמי האט מען דאס יאר געסטאפט. די מערסטע שפירן עס די שנה ראשונה יונגעלייט...
די making work pay קרעדיט איז געווען נאר די לעצטע צוויי יאר, 2009 און 2010. דער קרעדיט האט געארבייט אז מען האט באקומען 6.2 פראצענט פון וויפיל מען האט פארדינט, ביז א מאקסימום פון 400 דאלער פאר א סינגל און 800 דאלער פאר א קאפל.
צוויי יאר פאר דעם איז געווען די סטימולעס פעקעדזש וואס האט געגעבן 300 דאלער פער קאפ, לכתחילה איז דאס געווען 2007, אבער מען האט עס עקסטענדעד אז 2008 האט מען עס אויך געקענט קלעימען, אויב מען האט עס נישט גענומען 2007, ממילא די אידן וואס די משפחה האט זיך פארמערט יענע יאר האבן צובאקומען נאך א קרעדיט אין 2008.
גערעכט הרב סאדע.. כ'בין נישט געווען אין די גיסטע אזוי מאריך צו זיין האב איך געשריבן בקיצור וויפיל ס'איז כדאי יעדער אינדיווידועל זאל וויסן אז ער זאל נישט שפירן אז זיין אקאונטענט/טעקס פריפערער בא'עוולט עם דאס יאר..
אזוי אויך ווען אייער פעיראלל טשעק וועט ווערן אביסל ווייניגער אין 5 וואכן ארום איז אייער בעה"ב נישט שולדיג!!!
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 11:00 am
דורך לכאורה
א גוט מארגן.
איך האב היינט געענדיגט פיילן מיינע טעקסעס ב"ה, און איך וויל דא מיטטיילן מיין ערפארונג כדי שלא תמות כדרך שמת פלוני.
זייענדיג אן ארימער פארדינער, האב איך געוואוסט אז איך קען געניסן פון די אומזיסטע פיילן ביי פארשידענע פירמעס, כמבואר באשכול זה. געגאנגען בין איך צו TURBOTAX, זייענדיג צוגעוואוינט זיי צו נוצן די לעצטע ווייסעך-וויפיל יאר.
איך האב אריינגעלייגט אלע אינפארמאציע, און דער פעדעראלער טעקס ריטוירן איז אפגעשיקט געווארן ברוב פאר והדר ב"ה.
ווען עס איז געקומען צו די סטעיט ריטוירן, האבן זיי מיר אנגעהויבן מרמז זיין אז דאס גייט קאסטן $27.99. וויסנדיג אז איך בין ערלויבט צו פיילן אומזינסט, האב איך מיך אנגעהויבן אומקוקן אויף אלע זייטן אפשר בין איך נישט אויפן ריכטיגן ארט, איך האב פרובירט אריינגיין דורך די ניו יארק סטעיט לינק וואס געפונט זיך אויף די רעגירונגס וועבזייטל [געפונט זיך אויפן פריערדיגן בלעטל פונעם אשכול], אבער זיי האבן נישט נאכגעלאזט פון די זיבן און צוואנציג ניין און ניינציג.
היות איך האלט נישט ביים געבן קימחא דפסחא פאר א גוי'אישע פירמע, האב איך זיי געלאזט לופטערן דערווייל, פרובירט אויסצומעקן מיין סטעיט טעקס ריטוירן פון זייער סיסטעם [מער ווי איינמאל גראדע האב איך דאס אויסגעפילט און אויסגעמעקט, עס האט מיר געדויערט א היבשע וויילע נעכטן אויפדערנאכט, אנדערע וואלטן שוין געפלאצט און נאכגעגעבן דאס ביסל געלט, אבער איך האב מיך געהאלטן ביי דאס מייניגע, אז אויב איך בין בארעכטיגט צו פיילן בחנם, באקומען זיי כינים]. שפעטער האב איך געקלערט א כפרה אויף טורבא-טעקס, איך גיי פרובירן ביי איינע פון די אנדערע פירמעס וואס ניו יארק סטעיט זאגט אז זיי שטעלן צו אומזיסט. למעשה האב איך אבער נישט געקענט פיילן ביי די יעניגע חברה, וויבאלד מיינע פעדעראלע שטייערן זענען געפיילט געווארן ביי טורבא-טעקס, און די אנדערע פארלאנגן קלאר מען זאל אנהייבן מיט די פעדעראלע, און געבן נישט קיין אפציע צו פיילן בלויז די ניו יארק סטעיט שטייערן.
פרובירט אהער און אהין, ביז איך האב באמערקט אז איך בין נישט דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם. אויפן וועבזייטל האבן זיי אפט געפרעגטע פראגעס פון מענטשן, און איך האב זיך דארט געשפירט גאנץ גוט אין פלאץ, זעהנדיג ווי מענטשן שימפן און שעלטן זיי פאר דעם חטא פון פארלאנגן געלט פאר זאכן וואס ברויכן כלומר'שט צו זיין פריי פון אפצאל. מאנכע האבן דארט ערווענט עפעס וועגן א סערוויס קאוד וואס נעמט אוועק די קאסטן, אבער עס איז געווען צו שפעט אין די נאכט צו רעדן מיט א פארשטייער פון די פירמע.
יעצט אינדערפרי האב איך זיך תיכף פארבינדן מיט זיי דורך טשעט, עס האט ב"ה נישט געדויערט לאנג [אנדערע קאסטומערס האבן דארט געשריבן אז זיי האבן געווארט צווישן 2 און 4 שעה פאר א פארשטייער אדער פאר א סערוויס קאוד, קען זיין אז דאס איז געווען אום יאנואר, ווען דער עולם פיילט אין די מאסן, יעצט מערץ איז שוין רואיגער], און ביז א צען פופצן מינוט איז עס געווארן בחנם.
איך האף אז עס קומט א מאסן קלאגע אקעגן די פירמע פארן פארטושן די מוחות און מיר אוועקנעמען אפאר וויכטיגע שעה פון די ערב פסח טעג.
הק' לכאורה
פה אייוועלט
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 12:45 pm
דורך נישט קיין פראבלעם
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 3:06 pm
דורך Silent
כ'האב שוין יארן זייער גוטע עקספירענס מיט
taxhawk.com מער קענט איר זען
דא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 3:36 pm
דורך שנאפס
שמעק_טאביק האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס היי יאר גיט די פעדעראל גאווערנמענט מיט א 700-800 דאלער ווייניגער ווי די פארגאנגענע יארן?... איז עס וועגן די עקאנאמיע???
גראדע האב איך היי יאר באקומען מער ווי פאראיאר, קען זיין דער פאראיעריגער האט נישט געטויגט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 3:41 pm
דורך משזר
שנאפס האט געשריבן:שמעק_טאביק האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס היי יאר גיט די פעדעראל גאווערנמענט מיט א 700-800 דאלער ווייניגער ווי די פארגאנגענע יארן?... איז עס וועגן די עקאנאמיע???
גראדע האב איך היי יאר באקומען מער ווי פאראיאר, קען זיין דער פאראיעריגער האט נישט געטויגט?
אדער האסטע היי יאר צובאקומען א קינד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 3:46 pm
דורך שנאפס
דאס מאכט מער סענס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 4:03 pm
דורך משזר
מזל טוב.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 4:06 pm
דורך היימישער איד
@לכוארה מיר האבן מיטלייד מיט אייער פראסטערעשאן. אבער מיר האבן געפיילט מיט טארבא און גלייך באקומען סטעיט בחנם. כ'האב אבער געפיילט שוין לאאנג צוריק (די געלט איז שוין כמעט אויסגענוצט

) זעהט אויס ס'איז שפעטער צובראכן געווארן איבערס יאר זאלסטו דענקן צו פיילן צייטליך (נד"נ)