Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג פבואר 08, 2009 10:45 pm

א דורכפאל.

איך זיץ שוין איבער א האלבע שעה ביי TURBOTAX וואו איך בין צוגעוואוינט צו פיילן מיין טעקס ריטוירן, ענדע בעטן זיי מיר א קרעדיט קארטל, דערמאן איך מיך אז סאכדעס האט דא ארויפגעשטעלט דעם פרייען לינק.

גיימיר אלעס אנהייבן פון פריש -- ויהי רצון שיהא העגמ"נ כפרה על כל עונותינו.

Advertisement

זונטאג פבואר 08, 2009 10:52 pm

נע, עס איז ווידער באשערט עגמ"נ. ער בעט געלט אפילו ביי סאכדעס'ס לינק.

מאנטאג פבואר 09, 2009 12:08 am

כ'פארשטיי נישט...

אלע לינקס פון דא קאסט געלט נו אז ס'קאסט וואס טויג צו מאכן אליינס?

פאוואס זאל עמיציר שטיצן עפעס א אנליין סייט ווען מען קען שטיצן א אידן (עי' שאץ'ס ארטיקל)??
און אין די זעלבע צייט שפארט מען זיך איבריגע ארבעט.

חוץ אויב ס'דא ערגעץ אומזינס אדער אויב איז דא שוין מיט א זעקסטעל ביליגער דעמאלט וויליך אויך וויסן...

נו ווער האט א לינק?

מאנטאג פבואר 09, 2009 12:38 am

וויפל געלט בעטן זיי קרעמער?

מאנטאג פבואר 09, 2009 12:42 am

איך זע יעצט ביי HR BLOCK אז מען קען יא פיילן אומזיסט
https://taxes.hrblock.com/hrblock/login ... &FV=F&HT=F

מאנטאג פבואר 09, 2009 11:01 pm

זיי האבן מיר נעכטן נאכט געבעטן ארום 49 דאלער!

כמובן האב איך זיך אויסגעפיפן, פארמאכט דעם בראוזער און זיי געשיקט לופטערן.

ב"ה היינט צופרי האט מיר שוין אפגעווארט אן אישית פון א חשוב'ער מיטגליד וואס באפאסט זיך מיט די נושאים, און האט מיר לשם מצוה געשיקט א לינק צו א פרייע פלאץ.

דאס באלאנגט שוין אינעם אשכול "גוטהארציגקייט פון חברי הקרעטשמע".

דינסטאג פבואר 10, 2009 1:38 pm

נו זייט אונז אויך מהנה כ'מעג אויך האבן די לינק? אדער ס'איז פריוואט?

דינסטאג פבואר 10, 2009 2:23 pm

יענער האט מיר געשריבן אז ער וויל עס נישט לייגן ברבים צוליב א סיבה, און איך קען נישט זיין קיין כפוי טובה.

דינסטאג פבואר 10, 2009 4:33 pm

חלילה פאדעם האב איך צוגעלייגט נאר אויב ס'איניש פריוואט.

באט אויב אין אישית לאט ער יא קען איך עס נעמען פון דארט אויך...

דינסטאג פבואר 10, 2009 4:34 pm

דאס קען ער אליין טוהן, אויב ער וויל.

זונטאג פבואר 15, 2009 4:19 pm

נא... למעשה, קען איינער געבן א פרייע זייטל אדער יא???

זונטאג פבואר 22, 2009 4:52 pm

turbatax.com

מיטוואך ינואר 20, 2010 10:38 pm

פאר ווער עס איז אינטערסירט:

עס איז דא בתוכינו א היימישע אינגערמאן מיטן ניק "טייפיסט" וואס איז עוסק אין דעם פאר פרנסה, ער בעט גראדע זייער ביליג צו פיילן אייערע טעקסעס.

וחי אחיך עמך!

פיילען טעקס ריטארנ'ס "בחנם"

מיטוואך ינואר 20, 2010 11:00 pm

יא איר הערט גוט

ווי?

אזוי ווי פאריאר האבן מיר צוגעשטעלט פאר צענדליגע קלייענטען

וועלן מיר היי יאר אויכעט צושטעלען אי"ה צו פיילען טעקס ריטארנס בחנם אין כסף

מער פרטים וועט נאכפאלגען

דאנערשטאג ינואר 21, 2010 9:37 am

קען מיר איינער אנצייגען וואו איך קען מיך לערנען אלעס ארום דעי נושא פון טעקס ריטורין פלאס א סאפוויער וואס וועט מיר זיין בייהילפיג

דאנערשטאג ינואר 21, 2010 7:06 pm

איך ווייס אז דאס איז א גוטע פראגרעם http://turbotax.intuit.com/personal-tax ... siness.jsp אבער איך וויל וויסען צו איינער האט עס אין אויב איך קען אויך הנאה פון דעם?

זונטאג ינואר 24, 2010 1:08 pm

איך נוץ שוין יארן http://www.taxslayer.com אין איך בין זייער צופרידן עס קאסט א קארגע $10 אין פיילט סיי סטעיט אין פעדעראל ריטורנס, זיי האלטן מיין אינפארמאציע פון יאר צו יאר, איך דארף נאר אריינלייגן דעם W2 אין בענק אקאונט פאר דירעקט דעפאזיט אין זה הא!

זונטאג ינואר 24, 2010 6:48 pm

אז מ'גייט דורך די נ"י סטעיט וועבסייט קען מען פיילן סיי פעדעראל אין סיי סטעיט פאר פרי

זונטאג ינואר 24, 2010 6:49 pm

לינק
http://www.tax.state.ny.us/elf/09free_efile_info.htm

דאנערשטאג ינואר 28, 2010 7:37 am

איך האב די לעצטע צוויי יאר אליינס אויסגרעכנט מיין ריטורען וויפל געלט איך גיי מאכען,
למעשה האב איך מיך נישט געטראסט אין כ'בין געגאנגען צי א פארפעשענעל, אין ביידע מאל האב איך באקומען סך מער פון וויפל איך האב גערעכנט.
לכאורה ווייל איך בין סתם א בטלן, ממילא פאר איינער וואס קען זיך נישט אויס דערמיט איז בעסער צי צאלן דעי 50 צי 100 דאלער ווען למעשה גייט מען ארויס מיט מער געלט.

דאנערשטאג ינואר 28, 2010 8:28 am

איך בין זייער צומישט אין די גאנצע נושא.

לויט ווי איך פארשטיי איז ביי פיילן טעקסעס דארף מען זיי אריינגעבען וויפיל מ'האט פארדינט איבער'ן יאר, וויפיל שטייער איר האט געצאלט, אנדערע הוצאות וכו'.

אויב אזוי, וואס איז שייך אז איין אקאונטענט זאל מאכן מער ווי דעם צווייטען (אהן מאכן דריידלעך פארשטייט זיך)?

און שנית, וואס איז אזוי שווער צו מאכן אליינס?

דאנערשטאג ינואר 28, 2010 8:44 am

משיח האט געשריבן:איך בין זייער צומישט אין די גאנצע נושא.

לויט ווי איך פארשטיי איז ביי פיילן טעקסעס דארף מען זיי אריינגעבען וויפיל מ'האט פארדינט איבער'ן יאר, וויפיל שטייער איר האט געצאלט, אנדערע הוצאות וכו'.

יעדע מענטש קען פיילן דידאקשענס, מדארף וויסען וואספארע דידאקשענס מ'קען פיילן, דעי זאכן טוישן זיך יערליך, סיי וואס מ'קען דידאקטען אין סיי וויפעל מ'קען דידאקטען.
למשל student דידאקשענס.

דאנערשטאג מרץ 31, 2011 9:33 am

ביז ווען קען מען פיילן א טעקסט רעטורן?
איז דא א דעדליין דערויף?

דאנקע

דאנערשטאג מרץ 31, 2011 9:49 am

אפריל 15 איז די דעדליין.

אויב דארפסטו צאלן, דאן איז בעסער זאלסט עס אויספילן און אריינשיקן נאך פארן דעדליין, ווייל דערנאך וועלן זיי שוין זיכער מאכן עס אפצונעמען פון דיר, און מיט סורטשארדשעס פארשטייצעך.
אבער אויב דארפסטו נאר צוריקבאקומען, דאן איז נישט דא קיין דעדליין, ווייל דאס געלט גייט אריין אין א ספעציעלע אקאוינט ביז די קומסט עס אפנעמען אפילו יארן שפעטער, די געלטער בלייבן אייביג ליגן דארט ווארטנדיג אויפן אייגנטומער.

דאנערשטאג מרץ 31, 2011 9:55 am

חיים'קע האט געשריבן:אפריל 15 איז די דעדליין.

אויב דארפסטו צאלן, דאן איז בעסער זאלסט עס אויספילן און אריינשיקן נאך פארן דעדליין, ווייל דערנאך וועלן זיי שוין זיכער מאכן עס אפצונעמען פון דיר, און מיט סורטשארדשעס פארשטייצעך.
אבער אויב דארפסטו נאר צוריקבאקומען, דאן איז נישט דא קיין דעדליין, ווייל דאס געלט גייט אריין אין א ספעציעלע אקאוינט ביז די קומסט עס אפנעמען אפילו יארן שפעטער, די געלטער בלייבן אייביג ליגן דארט ווארטנדיג אויפן אייגנטומער.

ס'איז יא דא א דעדליין ביז 3 יאר פון אפריל 15 נאכדעם קען מען שוין נישט באקומען דאס געלט.
שרייב א תגובה

Advertisement