מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
-
- שר מאה
- תגובות: 225
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
- לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)
מיינדפולנעס, א מתנה פון הימל
שלום וברכה מיינע טייערע ידידים נאנטע און קאלעגען, דא אויפן אידישען וועלט.
נאכן זיך אומקוקן דא אויפן וועלטל האב איך נישט געטראפן קיין גרויסע ארטיקלען, עכ״פ נישט מיט קיין פראקטישע אנווייזונגען, איבער זייער א וויכטיגע נושא, און דעריבער האב איך געפענט מיין פעדער און געלאזט לופטערן מיינע מחשבות. זיי, די מחשבות מיינע, האבן זיך ארויסגעשטיפט זייער גיך, וועלנדיג ארויסגעבן זייער אוצר וואס זיי האבן, האביך זיי געדארפט אביסל בארואיגן און דיסציפלינרען אזוי זיי זאלן ארויסקומען אין א סדר, אז עס זאל זיין א דבר השלום, און דער עולם דא זאל קענען בענעפעטירן דערפון אויפן בעסטן אופן.
אלזא, דער ענין רופט זיך ׳מעדיטעישאן׳, אדער מער ספעציפיש ׳מיינדפולנעס׳.
ביי מאנכע אין קאפ ערוועקט זיך א געפיל פון א בודהיסטישע פערזאן אנגעטון מיט מאדנע אינדיאנע שבט׳ישע קליידונג, ווען מען רעדט פון מעדיטעישן, אבער ס׳איז נישט אינגאנצען אזוי. און עס וועט קלארער ווערן.
די פשוטע באדייט
לאמיר זיך האלטן פשוט, יא? נא..
דער ווארט מיינד-פולנעס איז צוזאמשטעל פון צוויי ווערטער און מיינט א פולער מח. וואס מיינט א פולער מח? דאס מיינט פולקאם זיין אין הוה! זיין וואך פון דעם ארום, זיין וואך וואס ס׳שפילט זיך אלס אפ ארום זיך. אין ענגליש רופט זיך engaging אין איצטיגן מאמענט. מען שפירט וואו מען אטעמט, מען שפירט וואו מען טראכט, און מען איז וואך איבער וואס מען פילט.
יעצט, יכול להיות אז איר ספיקות׳ט זיך אויב מען קען עס בכלל באווייזן. אפשר גאר נאר די גרויסע מוחות מיט די אויסטערלישע יכולת פון קאנצעטראציע קענען דאס טוהן? אבער איך פשוטע מח וואס מיין מח פליט ארום אגאנצען טאג און איך מוטשע זיך צו האלטן מיין קאפ אויף איין פלאץ ביי שמונה עשרה, און קוים וואס איך האב אינזין אפאר ווערטער, איך קען דאס אויך טוהן? ביסט זיכער?
איז, ביטע בלייבט דא צו ליינען אונזער -האפענטליך נישט לאנגען-סעריע, און איר וועט זיך איבערצייגן אז איר קענט אויך.
אינעם ערשטען שמועס, וועלכע וועט נאכפאלגן בקרוב, וועט איר זיך באקענען מיט די פאלגענדע:
וואס איז די חילוק צווישן מיינדפולנעס און קאנצעטרעישאן?
וואס זענען די בענעפיטן פון מיינדפולנעס?
די דריי הויפט יסודות פון מיינדפולנעס

לשון הוא קולמוס הלב..
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10238
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
- דע מה שתשיב
- שר חמש מאות
- תגובות: 722
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm
דע מה שתשיב האט געשריבן:מיינדפולנעס לפי עניות דעתי, מיינט זיין דא, 'פרעזענט'.
קאנצענטרירנד איז שוין אביסל טיפער.
אבער אין די היינטיגע עפאכע, מיט די אלע כלים מכלים שונים, קען מען נאך האבן מיינדפולנעס?
געהערט אמאל א גוט ווארט, ווילסט עפעס געבן פאר די בני בית לכבוד .... וכו', געב איר 'פרעזענט'....
אין די היינטיגע וועלט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
- דע מה שתשיב
- שר חמש מאות
- תגובות: 722
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm
ס'איז ליידער א ביטערער מציאות. מענטשן ווילן דווקא נישט זיין פרעזענט, מען וויל אנטלויפן פון זיך. מען טוט דאס, מען טוט יענץ, אבי זיך נישט באקענען מיט זיך אליין. דער פראבלעם איז אבער, אז שפעטער, וען מען ווערט עלטער און מען קען שוין נישט אוועקלויפן צו די אלע 'פעינקילערס', מוז מען בעל כרחך פארברענגען און נאנט ווערן מיט זיך אליין, און אויב מען האט זיך נישט ביז דעמאלטס באקענט מיט זיך, דאן איז עס ביטער.
דער הייליגער שבת וואס דער באשעפער האט אונז געשאנקען, העלפט אונז אז כאטש איינמאל א וואך ווערן מיר געצווינגען צו זיין 'פרעזענט', מיר קענען נישט ועורן אוועקגעשלעפט מיט די טעלעפאנען ואביזרייהו.

- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5641
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
קוקן מיר ארויס אויף די טייערע ווערטער..
און דער היינטיגער מאדערנער וועלט איז דאס קריטיש וויכטיג און עס איז ליידער דא סאך זאכן וואס פארשלעפן די מענטש פון טראכטן און זיין דארט ווי מען איז.
האסטו לעצטענס ארוםגעקוקט ביים גיין צי א דאקטאר ? אליינס צי מיט די קינדער? דער עולם און ווארט זייל איז נישט צום געפונען אזוי ווייט אז די נורס דארף אויפוועקן פון עולם התוהו סאך מאהל.
און דער היינטיגער מאדערנער וועלט איז דאס קריטיש וויכטיג און עס איז ליידער דא סאך זאכן וואס פארשלעפן די מענטש פון טראכטן און זיין דארט ווי מען איז.
האסטו לעצטענס ארוםגעקוקט ביים גיין צי א דאקטאר ? אליינס צי מיט די קינדער? דער עולם און ווארט זייל איז נישט צום געפונען אזוי ווייט אז די נורס דארף אויפוועקן פון עולם התוהו סאך מאהל.
-
- שר מאה
- תגובות: 225
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
- לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)
צווייטע שמועס
ואס איז די חילוק צווישן מיינדפולנעס און קאנצעטרעישאן?
אין קורצען איז די חילוק אז קאנצעטרעישאן: איז אקטיוו שלעפן דעם מח צו א געוויסע נושא, זאך, פלאץ, אד״ג, משא״כ מיינדפולנעס איז לאזן דעם איצטיגן צושטאנד אין מח אזויווי עס איז נאר ברענגען דעם עווערנעס צו דעם פלאץ וואו אונזער מח איז.
למשל, איר האלט אינמיטן הערן קול מבשר, און פלוצלונג דערמאנט איר זיך אז דארפט אפצאלן א ביל, איר לייגט אנידער דעם טרייבל און נעמט אייך צו די עבודה. אין אנדערע ווערטער: די מח נעמט זיך קאנצעטרירן אויף א ספעציפישע זאך. עס פארט אוועק פון ווי עס איז געווען, און איז זיך מצמצם צו אן אנדערע זאך.
אנדערש איז מיינדפולנעס. מיינדפולנעס קומט נישט שלעפן אייער קאנצעטראציע ווי א שלעפער טראק, נאר איז ווי א פלעשלייט וואס איר צינדט אן אויפן הוה, אויפן איצטיגן מאמענט, אויפן יעצטיגן רגע.
א דוגמא פון א איד׳ס לעבן איז לערנען און דאווענען. קיינער וועט נישט זאגן ׳אינזין׳ האבן דאס לערנען און פארקערט אויך וועט קיינער נישט זאגן ׳פארשטיין׳ דאס דאווענען, (אוודאי ברויך מען אינזין האבן פירוש המילות, אבער עס איז פארט נישט קיין לימוד, עכ״פ בשעת ווען מען דאווענט זיכער נישט, און ווי שלמה המלך האט דאך שוין געזאגט אז יעדע זאך האט זיך זיין צוגעפאסטע צייט).
ביים דאווענען דארף מען אינזין האבן און ביים לערנען דארף מען זיך קאנצעטרירן.
דאס, טוט אונז שיינען א ליכט אויף די צווישנשייד פון די צוויי מח פונקציעס. און אז מיר ווייסן שוין דאס וועלן מיר צוגיין צום קומענדיגען שטאפל און דאס זענען די דריי הויפט עקריים פון מיינדפולנעס.
בכונה
דעם יעצטיגן מינוט (present moment )
נאן דזשאדשמענטל
איז, לאמיר צונעמען איינס ביי איינס און קלאר ווערן דערמיט אזוי אז מיר זאלן קענען טרענירן אונזער מח ריכטיג.
דאס ערשטע האבן מיר געזאגט בכוונה. וואס מיינט בכוונה? דאס מיינט להוציא פון ׳צופעליג׳ געלונגען צו זיצן אין קאר און זיך פארקלערט אדער פארקלאצט און ׳געכאפט׳ אז מיר טראכטן פון די וועטער יעצט. דאס איז נישט מיינדפולנעס. דאס איז א רגע של קלאץ...
כדי צו קענען ארויסנעמען די בענעפיטן פון מיינדפולנעס, פעלט זיך אויס מיר זאלן מיחד זיין א צייט, און זיך בכוונה אוועק זעצן אויף א שטילע ארט וואו מען ווערט נישט געשטערט, און דאן זיין מיינדפול.
דערנאך דארפן מיר ווערן וואך וואס ס׳טוט זיך אין די הוה, די איצטיגן מאמענט. דאס הייסט וואו מיר געפונען זיך יעצט, אין וועלכע מצב מיר געפונען זיך יעצט. יעצט איז הייס. יעצט איז קאלט. יעצט איז מיטוואך זעקס אזייגער, און איך זיץ אין דעם און דעם צימער אויף דעם און דעם בענקל אד״ג.
אויך דארפן מיר זיין נאן דזשאדשמענטעל. דאס הייסט, נישט דזשאדזשען וויאזוי ס׳גייט די סעסיע. וויאזוי סגייט גייט עס. וואס מען פילט פילט מען, און וואס מען שפירט שפירט מען. וואס די מחשבות זענען, זענען זיי. זיך ארויסציען פון נעמען א שטעלונג אין משפט׳ן אויב מאיז גערעכט פאר דעם חשבון, אדער פאר דעם געפיל, פאר דעם מחשבה אדער פאר דעם רצון. נאכלאזן פון דעם דרייוו צו פארשטיין און אנאלעזירן חקרנ׳ן און גריבלען.
זיין נאן דזשאדשמענטעל.
די דריי יסודות וועלן קלארער ווערן אין די קומענדיגע שמועס, וואו מיר וועלן פרובירן אראפצולייגן למעשה, אין פראקטיק וויאזוי עס גייט צו א ׳מיינדפולנעס סעסיע׳. און מיר וועלן עס נעמען פון דארט און צוביסלעך וועט זיך אויסקלארן דאס בילד.
אויפן אנפראגע פון דער עולם דא וועלן מיר פרובירן צו ברענגען דעם קומענדיגען שמועס ווי אמשנעלסטן. אויף דערווייל פרובירט צו נעמען א טיפן אטעם פאר פינף סעקונדען און לאזט דאס ארויס, אויף א נאטורליכען וועג. טוט דאס עטליכע מאל, עס איז דער אנהויב פון מיינדפולנעס.
הצלחה צום ווידערזען בקרוב

- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm
- מתבונן
- שר האלף
- תגובות: 1040
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
- לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.
לב אחד האט געשריבן:קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אין "מעלות" איז לעצטנס (איך געדענק נישט פונקטליך ווען) געווען אן ארטיקל, וואו די שרייבערין איז צוגעקומען צו א מסקנא אז מיינדפולנעס באדייט... כוונה.
און וואס מיינט כוונה?
דע מה שתשיב האט געשריבן:מיינדפולנעס לפי עניות דעתי, מיינט זיין דא, 'פרעזענט'.
לכאורה איז מיינדפולנעס, דער ענין פון 'דעת', די 'חיבור הנפש' צו די זאך וואס מען טוט. מען קען טון עפעס 'אבי' געטון אן קיין שום קלארע דעת צו וואס מען טוט יעצט, און מען קען טון עפעס מיט 'דעת' - 'איך ווייס אז איך טו דאס יעצט'.
דאס איז כולל אויך דער ענין פון 'כוונה', לדוגמא, מצוות צריכות כוונה, דאס מיינט, ווייס אז דו טוטס עס יעצט, און טו עס נישט אבי געטון ווייל ס'קומט יעצט אז מען זאל דאס טון.
מיינדפולנעס טוט געבן געוויסע טעניקס וויאזוי אראפצוברענגען דעם מענטש פונעם 'האהא' צו די פשוטע מציאות וואס איך טו יעצט אן קיין זייטיגע געפילן, וואס ביי זיי רופט זיך דאס 'פרעזענס'.
ואידך זיל גמור.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
-
- שר מאה
- תגובות: 225
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
- לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)
מתבונן האט געשריבן:לב אחד האט געשריבן:קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אין "מעלות" איז לעצטנס (איך געדענק נישט פונקטליך ווען) געווען אן ארטיקל, וואו די שרייבערין איז צוגעקומען צו א מסקנא אז מיינדפולנעס באדייט... כוונה.
און וואס מיינט כוונה?דע מה שתשיב האט געשריבן:מיינדפולנעס לפי עניות דעתי, מיינט זיין דא, 'פרעזענט'.
לכאורה איז מיינדפולנעס, דער ענין פון 'דעת', די 'חיבור הנפש' צו די זאך וואס מען טוט. מען קען טון עפעס 'אבי' געטון אן קיין שום קלארע דעת צו וואס מען טוט יעצט, און מען קען טון עפעס מיט 'דעת' - 'איך ווייס אז איך טו דאס יעצט'.
דאס איז כולל אויך דער ענין פון 'כוונה', לדוגמא, מצוות צריכות כוונה, דאס מיינט, ווייס אז דו טוטס עס יעצט, און טו עס נישט אבי געטון ווייל ס'קומט יעצט אז מען זאל דאס טון.
מיינדפולנעס טוט געבן געוויסע טעניקס וויאזוי אראפצוברענגען דעם מענטש פונעם 'האהא' צו די פשוטע מציאות וואס איך טו יעצט אן קיין זייטיגע געפילן, וואס ביי זיי רופט זיך דאס 'פרעזענס'.
ואידך זיל גמור.
מיינדפולנעס ברענגט צו דביקות, חסידים הראשונים היו שוהין שעה אחת קודם התפילה מיינט מען דאס. און דאס איז טאקע דעת-חיבור הנפש. מיינדפולנעס איז ע''פ רוב דעת. עס באנוצט זיך, עס איז געבויעט אויף דעת, אבער די פראקטיצורונג איז דא אויסצוהיילן דעם מענטש פון אסאך עמאציאנאלע וואונדען.
לשון הוא קולמוס הלב..
די נושא בכלל און די אשכול בפרט, האט שטארק געצויגן מיין אינטערעסע.
א דאנק פארן נעמען די צייט און אראפ שרייבן אזוי קלאר און דייטליך להנות בו בני אדם!
איך וועל אי״ה ווייטער נאכפאלגן דעם אשכול מיט דארשט.
הצלחה רבה!

__________
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!

מה תמר יש לו "לב אחד", אף ישראל יש להם "לב אחד" לאביהם שבשמים.
געוואלדיג, שוין לאנג געזוכט פון די נושא,
איך זעה א שטארקע חילוק צווישן מענטשן, סקען זיין איינער וואס וועט גדענקען זאכן פון יארן צוריק, און נישט דוקא ווייל ער האט א גוטע זכרון, ווייל א שטיקל גמרא פון נעכטען אן חזרה דענקט ער נישט, ס'איז פשוט ווייל ער איז מיינפולנעס, ער כאפט אויף בשעת מעשה אסאך מער דיטעלס ווי א צווייטער, מיין זון קען גדענקען אויפן טאג אלע שנייען פון די פארגאנגענע יארן אויפן טאג ווען סגעפאלן און וויפל, ווי אויך שמחות, יארצייטן, וכדומה מיט אלע דיטעלס, ווי אויך קען איך נאך עטליכע אזאלעכע, וואס האבן מיר געזאגט די זעלבע, אז בשעת מעשה כאפן זיי אויף שטארק די גאנצע ארום, די צייט, וועטער, די מעשה, ווער סגעווען דארט,
און פון די אנדערע זייט, אנדערע מענטשן ואני בתוכם געדענקען קוים וואס איז געווען נעכטען, אחוץ אויסטערלישע געשענישען, און פון די אנדערע זייט אויף קאנצעטרעשן זענען מיר בעסער ווי זיי די דענקערס, איך וועל בעסער קענען קאנצעטרירן אויף א טיפע סוגיא מער פון מיין זון מיט זיין מיינדפולנעס
און ס'דא וואס האבן ביידע, עמער זען און ווארטן וואס איין הארץ עט אונז מחדש זיין, מיר ווארטן ווייטער מיט שפאנונג.

'ומאתים לנוטרים את פריו'
-
- שר מאה
- תגובות: 225
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
- לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)
דריטע שמועס
און אצינד קומט מיר אויף א לייוו מיינדפולנעס סעסיע..
איך בין זייער איבערגעשטרענגט פון אסאך זאכן וואס גייען פאר אין מיין טאג. מיין בעל הבית מאנט היינט אסאך, איך האב אסאך זאכן וואס צו ערלעדיגן. איך הייב אן שפירן overwhelmed איך פרוביר טרינקען א קאווע, אבער ס׳טוט נישט עכט לייזן דעם פראבלעם, ווארום, איך בלייב ווייטער אין אן אנגעצויגענע געמיט.
איי וואס שטערט מיר אזוי שטארק צו זיין אנגעצויגען? איז אזוי, קודם כל איז עס נישט געשמאק, און דערנאך, שטערט עס מיר פון זיין פראדאקטיוו, און איך ווער דעריבער מער.. אנגעצויגען.
פון די עק פון מיין מח ערוועקט זיך אן אסאסיאציע פון א מחשבה און געפיל איבער.. מיינדפולנעס. איך האב מיך געכאפט טאקע אז דאס קען מיר העלפן שטארק אין דעם מצב.
איך לעש מיר אויס מיין קאמפיוטער און שטעל זיך אויף, איך גיי צום אפיס פון מיין באס און פרעג אים אויב ער איז מסכים אז איך זאל אצינד נעמען עטליכע מינוט ברעיק. פון צווישן האלטן זיין טעלעפאן אין איין האנט און קלאפן אויפן קיבארד מיטן אנדערע האנט, שענקט ער מיר א שטודרינדער בליק; וועלנדיג פארשטיין וואס מיינט א ברעיק.. אלנספאלס, קוקט אויס ווי ער האט צוטרוי אין מיר אז איך ווייס וואס איך דארף.. איך שפאר צו די שלאס פון מיין אפיס. און איך זעץ זיך אראפ אויף מיין בענקל. איך גראד מיר אויס די פיס די בעסטע וואס איך קען, איך לאז מיינע הענט רוען די בעסטע וואס איך קען און איך פארמאך מיינע אויגן.
איך ברענג מיין אטענטשען צו מיין אטעם. עס פארט אריין און עס פארט ארויס, וואונדער איבער וואוםנדער.. קיינער זאגט אים נישט וואס צו טוהן! ער קען אליין! ער קען אליין אריינשלעפן און אליין ארויסבלאזן. פארשטייט זיך!!!! (איך מאך דא פיר מארקס כדי מען זאל וויסן אז עס איז דער טבע האדם, נישטא קיין אויסנאם דערין) אז איך כאפ מיך עטליכע סעקונדען שפעטער אז איך בין געכאפט געווארן פון א מחשבה. א מחשבה האט מיר געהיידזשעקט. וואס טוה איך? גארנישט! איך קוק אן די מחשבה ווי א וואלקן וואס פארט, און עס פארט אליין. און דאן ברענג איך צוריק ציין אטענטשען צו מיין אטעם, און ווידער אריין און ווידער ארויס. איך לאז מיר פירן פון די אטעם, ווי כאילו ער וואלט געווען דער פירער דא.
איך הייב אן שפירן אנצגעצויגן אין מיר, איך ווער נערוועז. זאל איך ווערן דערשראקן? וואס עפעס, איך לאז מיין געפיל ווערן שטארק, און טאקע ווייטער מיטן אלטן מהלך אז עס איז ווי א וואלקן. עס פארט אויף א שיינע בלויע הימל, און עס פארט אדורך. און... וואס טוה איך אצינד? פשוט, איך ברענג צוריק מיין אטענטשען צו מיין אטעם. די בעסטע וואס איך קען. אבער... דאס מאל בין איך אביסל אויפגערעגט אויף מיר אליין. פארוואס קומט נישט מיין אטענטשען צוריק אזויווי פריער? איך וויל דאך אזוי שטארק טון מיינדפולנעס.
אבער אנשטאט ווערן מער גערעגט, די בעסטע וואס איך קען, פאקעסיר איך אויף מיינע געפילן. וואס שפיר איך? אנטוישט! איך וואלט ווען געדארפט האבן מער הצלחה אין מיין מיינדפולנעס, איך וואלט ווען געדארפט קענען פאקעסירן גרינג און שנעל אויף מיין אטעם.
איך מאך אביסל ארט פאר מיינע געפילן. איך לאז זיי פילן. זיי ווילן פילן.
און דאן פרוביר איך צו שפירן מיין אטעם אויך. איך ברענג מיין אטענטשען צו מיינע פיס ווי זיי זענען פעסט אויפן ערד. עס ברענגט מיר א געפיל פון גאנצקייט, א געפיל פון סעקיוריטי. איך לאז דאס אויך פילן. ווייל די געפילן ווילן ווערן אפרישיעיטעד. און איך עפן מיינע אויגן.
א געפיל פון רואיגקייט מיט א געוויסע געזעצטקייט (יישוב) שפירט זיך אין מיר.
ווארט אויפן קומענדיגען שמועס, ווי דארט וועלן מיר צונעמען וואס איז די יסוד פון דעם מיינדפולנעס סעסיע. וואס האב איך יא געטון און וואס נישט. און אויך וועלן מיר ווייזן וויאזוי אלע דריי אויבנדערמאנטע יסודות פון מיינדפולנעס שטייען אונטער דעם סעסיע. און מיר וועלן פארזעצן אויף דעם גאנג פון ׳לייוו סעסיע׳.
צום ווידערזען בקרוב.

- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2957
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31221
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
א דאנק הרב לב אחד! העכסט אינטערסאנט און כ'האף איך זאל עס קענען פרובירן.
mindfulness איז ענגליש. עס איז א מהלך אין דער מושג פון meditation.
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:יישר כח, וויאזוי הייסט עס אויף ענגליש?
mindfulness איז ענגליש. עס איז א מהלך אין דער מושג פון meditation.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
-
- שר מאה
- תגובות: 225
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
- לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)
פערטע שמועס
און אצינד לאמיר אביסל אבזערווירן וואס איז געווען די אינגרידיענטס פון מיין פרידערדיגע מיינדפולנעס סעסיע.
אזויווי איך האב געזאגט זענען פארהאן דריי הויפט יסודות ביי מיינדפולנעס.
בכוונה-הוה-נאן דזשאדזשמענטל.
בכוונה. איך האב זיך ספעציעל אריענטירט, פארמאכט מיין סקרין, און זיך בכוונה אוועקגעזעצט אויף א באקוועמע אופן. וואס איז די אויפטוה? די אויפטוה איז געוואלדיג. דער מח קריגט א סיגנאל פון סעלף-קעיר און הייבט אן פראדעצירן נייע און פאזעטיווע סטרעס-פרי נוראטרענזמיטערס (אין די צוקונפט אי״ה וועל איך ווידמען א שמועס אויף די פיזישיע קאנעקשען מיט מיינדפולנעס). דער סוב קאנשעס ערהאלט א מעסעדזש א איך בין ווערד, איך נעם קעיר פון מיר, מיינע מחשבות ווערן אויטאמטיש אביסל (צומאל נאר א טראפ) מער פאזעטיוו. א זעלבסט ווירדע ענערדזשי שפרייזט אדורך מיין קערפער (צומאל נאר א קליין ביסל). און דאס איז נאך איידער איך הייב אן מיין סעסיע.
קען זיין אז איר וועט מיר זאגן אז ביי אייך קומען נישט ארויף די אלע געפילן. איז אזוי. קען זיין אז עס איז זייער קליין און אומזעהבאר, די מח אייערע איז נאך צו פארנומען מיט די נעגאטיווע שטראם, מיט די ווילדע פלוס פון מחשבות, בלבולים, טרדות, דאגות, ווייטאג, זארגן, און וואס נישט. און קען אויך זיין אז איר זענט נאך ניי צו מיינדפולנעס, און עס וועט נאך נעמען צייט צו כאפן.
אלנספאלס, ווי ערווענט, טוט דאך מיינדפולנעס דעמאנסטרירן די מושג פון הוה וואס איז אויך די צווייטע סטעפ, דעריבער דארפן מיר פאוקעסירן אויף דעם הוה. איך האב אנגעהויבן צו רוקן מיין עווערנעס צום אטעם. דער וואנדערליכער באשאף, דער נאן סטאפ אטעם. עס פארט אריין און עס פארט ארויס. עס הייבט זיך, און עס נידערט. די לונגען ווערן פיל און דאן זי ליידיגט זיך אויס. איך פרוביר די בעסטע וואס איך קען (ליין: די דריטע יסוד, נעמליך, נאן דזשאדזשמענטל) צו זיין אויך עווער וויאזוי די גוף שפילט א ראלע אין די אטעם פראצעדור, וויאזוי די בויך פארט אריין און ארויס, וויאזוי אנדערע טיילן פון קערפער ווערן נשפע פון דעם נאטורליכען רואיגן ריטעם וואס די אטעם פארט. איך נעם אויך אינאכט (די בעסטע וואס איך קען) וויאזוי בכלליות באקומט מיין קערפער א רואיגקייט, מיינע מוסקלען עפענען זיך.
און דא, אזויווי איך האב געשריבן אינעם פריערדיגען שמועס, ווער איך אוועקגעשלעפט פון מחשבות און געפילן, דמיונות און חלומות, ערווארטונגען און אנטוישונגען, אא״וו, אבער איך פרוביר די בעסטע וואס איך קען נישט צו זיין דזשאדזמענטל. איך זאג צו מיר קוק אן ביזט א מענטש און א מענטש האט א מח און דער מח איז באשאפן געווארן צו פראדעצירן מחשבות אנע אויפהער. איך נעם עס נישט פערזענליך, און איך ברענג צוריק מיין עווערנעס צו מיין אטעם.
צוביסלעך קומט אריין אין מיר א געפיל פון סעלף עקסעפטענס, אבער דא איז וויכטיג און קריטיש וויכטיג פאר מיר צו געדענקן און האלטן פאר די אויגן דעם כלל אז מיינדפולנעס איז נישט געמאכט רואיגער צו ווערן נאר די ציל פון מיינדפולנעס איז לעבן אינעם הוה, זיין קאנעקטעד צום יעצטיגן מאמענט, (אנטשולדיגט פארן אייך אנטוישן, אבער זארגט אייך נישט, אויב איר וועט טוהן בקביעות מיינדפולנעס, וועט איר זען אויסערגעווענליכע שינוים אין אייך), און ממילא טאר איך נישט ווערן פארכאפט אין אנהויבן בויען אן עקספעקטעישן אז איך ׳מוז׳ שפירן סעלף עקסעפטענס, און אז איך מוז שפירן רואיג ווען איך ענדיג מיין סעסיע.. אא״וו, ווייל דאס איז ווייטער נישט נאן דזשאדזמענטל.
טייערע פריינט פרובירט צו ארבעטן מיט די אויבענדערמאנטע דריי יסודות.
כלל גדול: מאך נישט קיין ריזיגע גאול פון לאנגע סעסיעס, הייבט אן מיט צוויי דריי מינוט א טאג.
קומענדיגע שמועס וועלן מיר אריינגיין אביסל מער און פארברייטערן דעם סעסיע, אביסל טיפער אריינגיין איבער וויאזוי מיר קענען ווערן מער קאנעקטעד מיט זיך אליין, מיט די רצונות, געפילן, ווייטאגן, און וויאזוי מיינדפולנעס טוט היילן די וואונדען.
בקרוב ממש!

- תגובות: 564
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm
- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5641
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
shimon7323 האט געשריבן:נודה לך האט געשריבן:גרויסע-גדולה האט געשריבן:ווא! מיר ווארטן אויף נאך שמועסן! שכוח
גא"מ
הערליך שיין און קלאר
רבי לב אחד, ביסט אונז גארנישט שולדיג און מיר באדאנקען זיך פאר די ערשטע פיר לעקציעס, אבער מיר ווילן מוסר מודעה זיין אז מיר לעכצן פאר נאך מאמרים אין די נושא.
א דאנק!
__________
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
שמחת עולם האט געשריבן:shimon7323 האט געשריבן:נודה לך האט געשריבן:גרויסע-גדולה האט געשריבן:ווא! מיר ווארטן אויף נאך שמועסן! שכוח
גא"מ
הערליך שיין און קלאר
רבי לב אחד, ביסט אונז גארנישט שולדיג און מיר באדאנקען זיך פאר די ערשטע פיר לעקציעס, אבער מיר ווילן מוסר מודעה זיין אז מיר לעכצן פאר נאך מאמרים אין די נושא.
א דאנק!
קענסט הערן פון הרב דניאל כץ גאר טיפע שיעורים אויף די נושא