בלאט 1 פון 2

מאפע למקומות הקדושים

געשריבן: זונטאג דעצמבער 17, 2017 2:14 pm
דורך מקומות הקדושים
שלום עליכם

אזוי ווי שוין געמאלדן אין אן אנדערען אשכול, האבן מיר בעזהשי"ת אנגעהויבן צו ארבייטן אויף א מאפע פון מקומות הקדושים

מיט די היךף פון עטליכע אידן האבן מיר קודם דא די מאפע פון אונגארן, קרוב צו פופציג אדרעסן

https://www.google.com/maps/d/u/0/viewe ... 970876&z=8

איינער וואס האט מוסיף צו זיין אויף אונגארן, קען זיך מעלדן

די קומענדע אויף די ליסט איז פוילן, ווער עס האט א ליסטע פון אדרעסן קען עס אריינשיקן

געשריבן: זונטאג דעצמבער 17, 2017 2:24 pm
דורך יוראפ
יישכ"ח

עלה והצלח

געשריבן: זונטאג דעצמבער 17, 2017 3:19 pm
דורך דונש
קוקט אויס זייער פיין! אלעס מיטן שומר!

ייש"כ

געשריבן: זונטאג דעצמבער 17, 2017 3:25 pm
דורך יערסלוב
בית החיים צארנא csorna
Csorna, Bartók Béla út 3/c, 9300
דער בית החיים איז ממש קעגען tesco

פאפא האסטו פארגעסען צו לייגען דער אדרעס פין דער אלטע בית החיים
וואס איז קעגען איבער דער נייע , ווען מען גייט ארויס פין דער נייע, גייט מען אריבער דער גאס אין מען גייט רעכטעס פינעף מינוט

געשריבן: זונטאג דעצמבער 17, 2017 4:30 pm
דורך שמואל בארג
זייער א שיינע ארבייט!

געשריבן: זונטאג דעצמבער 17, 2017 5:01 pm
דורך שטייט
א הערליכע ארבעט די זכות זאל דיר ביישטיין.

גראדע איז לעצטנס ארויסגעקומען א נייע עפפ מיט אלע אדרעסן, זעה באזונדערע אשכול viewtopic.php?p=1572557#p1572557

געשריבן: זונטאג דעצמבער 17, 2017 6:51 pm
דורך לאנדאנער
עס איז דא צאפעס פון ''באהלי צדיקים'' איך גלייב אז עס קען דיך צוניץ קומען

געשריבן: זונטאג דעצמבער 17, 2017 10:13 pm
דורך בענאק
אונטער קאוואטשהאזא צו לינקס, איז מאקעווע MAKO
דארט ליגט דער צדיק ר' משה פארהאנד ז"ל בעל "אהל משה" וואס מען זאגט אז ער האט מגין געווען אויף די שטאט, און רוב פון דארט זענען צוריקגעקומען נאכן קריג.

דארט איז אויך פארהאן א הכנסת אורחים און א מקוה

געשריבן: זונטאג דעצמבער 17, 2017 10:20 pm
דורך יוראפ
בענאק האט געשריבן:אונטער קאוואטשהאזא צו לינקס, איז מאקעווע MAKO
דארט ליגט דער צדיק ר' משה פארהאנד ז"ל בעל "אהל משה" וואס מען זאגט אז ער האט מגין געווען אויף די שטאט, און רוב פון דארט זענען צוריקגעקומען נאכן קריג.

דארט איז אויך פארהאן א הכנסת אורחים און א מקוה

3 בתי חיים

געשריבן: זונטאג דעצמבער 17, 2017 10:37 pm
דורך בענאק
יוראפ האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:אונטער קאוואטשהאזא צו לינקס, איז מאקעווע MAKO
דארט ליגט דער צדיק ר' משה פארהאנד ז"ל בעל "אהל משה" וואס מען זאגט אז ער האט מגין געווען אויף די שטאט, און רוב פון דארט זענען צוריקגעקומען נאכן קריג.

דארט איז אויך פארהאן א הכנסת אורחים און א מקוה

3 בתי חיים


איך ווייס נאר פון 2
די ערליכע און די נעאלאגישע

געשריבן: זונטאג דעצמבער 17, 2017 10:38 pm
דורך יוראפ
כ'מיין ס'דארף זיין נאך א אלטע אויך

געשריבן: זונטאג דעצמבער 17, 2017 10:51 pm
דורך מקומות הקדושים
יישר כח אלע באדאנקער און מוסיפים

מען וועט אי״ה אלעס אפדעיטן בקרוב


יערסלוב האט געשריבן:בית החיים צארנא csorna
Csorna, Bartók Béla út 3/c, 9300
דער בית החיים איז ממש קעגען tesco

פאפא האסטו פארגעסען צו לייגען דער אדרעס פין דער אלטע בית החיים
וואס איז קעגען איבער דער נייע , ווען מען גייט ארויס פין דער נייע, גייט מען אריבער דער גאס אין מען גייט רעכטעס פינעף מינוט


יישר כח פאר די הוספה.

קענסט אפשר אנצייכענען מער פונקטליך אויף א מאפע אדער אדרעס ?

ווער ליגט אין די נייע און ווער אין די אלטע


בענאק האט געשריבן:אונטער קאוואטשהאזא צו לינקס, איז מאקעווע MAKO
דארט ליגט דער צדיק ר' משה פארהאנד ז"ל בעל "אהל משה" וואס מען זאגט אז ער האט מגין געווען אויף די שטאט, און רוב פון דארט זענען צוריקגעקומען נאכן קריג.

דארט איז אויך פארהאן א הכנסת אורחים און א מקוה



האסט אפשר די אדרעס ?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 12:03 am
דורך בענאק
די אדרעס פונקטליך האב איך נישט אבער איך ווייס אז עס איז אויף די זעלבע גאס ווי דער אלטער בית המדרש

איך מיין אז עס איז דאס(לפי הזכרון פון איינמאל וואס איך בין דארט געווען)

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 9:26 am
דורך מקומות הקדושים
פראבירט צו קוקן מיט סאטעלייט. קוקט נישט אויס ווי א בית החיים דארט
אויך זע איך אויף גוגל מעפס צוויי בתי מדרשים אויף די גאס. וועלכע איז אקוראט?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 9:31 am
דורך מקומות הקדושים
יערסלוב האט געשריבן:בית החיים צארנא csorna
Csorna, Bartók Béla út 3/c, 9300
דער בית החיים איז ממש קעגען tesco


נומער פון שומר האסטו?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 2:31 pm
דורך שה אחד
בענאק האט געשריבן:אונטער קאוואטשהאזא צו לינקס, איז מאקעווע MAKO
דארט ליגט דער צדיק ר' משה פארהאנד ז"ל בעל "אהל משה" וואס מען זאגט אז ער האט מגין געווען אויף די שטאט, און רוב פון דארט זענען צוריקגעקומען נאכן קריג.

דארט איז אויך פארהאן א הכנסת אורחים און א מקוה


רבי משה פארהאנד שרייבט אין זיין צוואה זייער גרויסע זאכן אויף ווער עס קומט צו זיין קבר

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 2:33 pm
דורך שה אחד
יוראפ האט געשריבן:כ'מיין ס'דארף זיין נאך א אלטע אויך


יא ס'דא א ישן נושן, דארט ליגט דער ל"ו צדיק ראבינשטיין, משפחת ר' ליפא קויפמאן הי"ו מיט ר' מאיר מאשקאוויטש ע"ה האבן זיך געפארעט מיט'ן ביה"ח

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 20, 2017 3:04 pm
דורך מקומות הקדושים
Map is updated with a few more locations in Hungary

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 20, 2017 4:11 pm
דורך שה אחד
הרב מקומות הקדושים חזק ואמץ! די טוסט א גוטע און וויכטיגע ארבעט!
מ'האף מיר ס'וועט נאכפאלגן א שיינע דעטאלירטע רשימה מיט פונקטליכע חשבון ווי לאנג ס'געדויערט צו פארן פון 1 פלאץ צו די אנדערע, אז די הונדערטער אידן וועלכע פלאנען אויס פריוואטע טריפס למקומות הקדושים זאלן נישט דארפן פארברענגן אזויפיל שעות פאר די פלאנירונגען.

אפדעיט

געשריבן: זונטאג דעצמבער 31, 2017 3:18 pm
דורך מקומות הקדושים
ארויפגעלייגט טעמפארערי פוילן, וועט נאך צוקומען אסאך מער

ביזדערווייל איז דא ארום 60 אדרעסן פאר אונגארן און ארום 55 פאר פוילן

געשריבן: זונטאג דעצמבער 31, 2017 3:38 pm
דורך מה ידידות
ישר כח

א הערליכע ארבעט

הצלחה רבה

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 25, 2018 9:17 am
דורך ברוינע באנאנע
וואס איז מיט אוקריינע ?

געשריבן: מיטוואך ינואר 31, 2018 9:38 pm
דורך ער איז
ישר כח פאר די גוגל מאפע -ווי אזוי שטעלט מען אויס א נסיעה אויף דעם ביטע מער אינפא

געשריבן: מיטוואך פאברואר 14, 2018 1:37 pm
דורך מקומות הקדושים
ברוינע באנאנע האט געשריבן:וואס איז מיט אוקריינע ?



איך האף אי״ה קומענדע וואך

אפדעיט

געשריבן: מיטוואך פאברואר 14, 2018 1:38 pm
דורך מקומות הקדושים
ארויפגעלייגט סלאוואקיע

עפעס אפדעיטס דא אויף פוילן

עס קומט נאך אויף אונגארן און אוקריינא בקרוב