א פארטריקענטע ווינטער

אלע סארט פראפערטי מענעדזשמענט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

א פארטריקענטע ווינטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

כאפ איך מיך אויף אזוי בערך 3:48am קוים איך קען פילן מיין צינג, מיין האלז פילט טריקן געלעכערט ווי א זיפ, אן א טראפ לחליחות, די אטעמען איז שווער, די נאז איז הארט מיט גאר א שמאלן דורכגאנג פאר די ביסל לופט וואס שווערצט זיך אדורך, אייי וואס גייט דא פאר, ווי גיט מען דיך אן עצה.

מען לויפט שנעל כאפן א לעק וואסער, נאך דריי פולע גלעזער אראפגערוקט, פאנגט שוין די האלז אן עטוואס צוריק צו באקומען א האלזליכע פילינג, די צינג פונקציאנירט שוין דריי פערטל, און נאכן גוט גוט אויסבלאזן די נאז קען מען זיך שוין צוריקלייגן פאר נאך אביסל.

צוויי שעה שפעטער, אוי, שוין ווידער, אודך כי...

פיינעלי, עס איז שוין צייט אויפצושטיין, מען גיסט זיך נעגל וואסער, מען גיסט אזוי כדבעי כדי צו קענען מקיים זיין די מנהג פון ״ווישן די אויגן״ מיט אלע הידורים פשוט ווייל די טריקעניש הערשט אויף א פארנעם ווי קיימאל בעפאר, מען גיט זיך אזא גוטן צו אויס אלע אויסגעביגעלטע ביינער, און פלוצלינג, אויהה, אוי, איייייי, די הויט קרעקט אויף אלע זייטן, פרישע שניטן חדשים לבקרים, אויף די פיס, הענט. די פנים פילט ווי עס שיילט זיך אפ, איך רעד שוין נישט פון די ליפן מיט די הארטע צוגעקלעבטע שריים פונעם 3:53am נאז בלאזן, ס׳קראצט אלעס, מען קען זיך נישט צופיל נאכן די תאוות, ווייל אויב מען קארצט ציפיל פאנגט אן זיך צו באווייזן אזא רויטע פליסידיגע מאטריאל וואס קיינער וויל נישט זעהן נאר אינעווייניג.

מען לייגט אראפ די צוויי פיסעלעך אויף דער ערד, אהההה, אייי, אוייי, קוים מען קען אויפשטיין, מען וואלט גערן געקענט באשטיין אז די פיס זאלן שלאפן ווי איידער צו פילן די פיין פין יעדע טריט.

הכלל, קיין תכלית איז דאס נישט, וואס קען מען טוהן, זהו זה. נישטא ציפיל קיין ברירה זאגט די רעביצין, דאס איז עס, ״עס איז ווינטער״ די הייצונג גייט און עס טריקנט אויס.

די קומענדיגע נאכט פראבירט מען לאזן א פענסטער אפען אין שלאף צימער, סך הכל העלפט עס אז עס איז דא אביסל מער לופט, אבער ווען איך דריי מיך מיטן פנים צו פענסטער איז צו קאלט, ווען איך דער מיך גיט צו, איז צו ווארעם.....

דריי איך מיך שוין נאכט נאך נאכט זוכענדיג אפשר וועל איך באגעגענען די בעל החלומות, אפשר וועט ער מיר דאס קענען פושר זיין.
לעצט פארראכטן דורך תענית חלום אום מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 1:46 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האב נישט צוזאמגעשטעלט אז די צוקראכטע הויט אויף די פיס וואס פארשווערט די טריט תיכף נאכן אויפשטיין האט עפעס מיטן וועטער צו טוהן

אגב, זאגן די מבינים אז די הויפט טרוקנקייט שטאמט פון די צענטראלע הייצונג סיסטעמן וואס בלאזן פון אויבן, ווידער די געווענליכע 'אייראן קעסט' סטיעמס מאכן נישט אזעלכע צרות. ווייסן זיי גוט?
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

לכאורה האט געשריבן:איך האב נישט צוזאמגעשטעלט אז די צוקראכטע הויט אויף די פיס וואס פארשווערט די טריט תיכף נאכן אויפשטיין האט עפעס מיטן וועטער צו טוהן

אגב, זאגן די מבינים אז די הויפט טרוקנקייט שטאמט פון די צענטראלע הייצונג סיסטעמן וואס בלאזן פון אויבן, ווידער די געווענליכע 'אייראן קעסט' סטיעמס מאכן נישט אזעלכע צרות. ווייסן זיי גוט?

1- ווען די הויט אונטן די פיס איז טריקן און געשפאלטן, איז שווער צו גיין. געווענטליך.

2- איך האב איצט נארמאלע סטים - קאפער פייפס מיט הייס וואסער - גארנישט בלאזט.
שרייב תגובה

צוריק צו “מענעדזשמענט”