יאסעלע האט געשריבן:אפגעטיילט פון דא
דער חשבון איז אז ס'וועט זיין א גמ"ח וואס וועט ארויסבארגן די געלט, און די פארפאלק וועט צאלן פארן גמ"ח צווישן 300 און 400 דאלער א חודש, וואס וועט זיך אויסצאלן אין א צייט אפשניט פון בערך אכט יאר. דער פאקט איז אז רוב אינגעלייט האבן אוועקגעלייגט ארום 30 אלפים ארום 4 יאר נאך די חתונה (עכ"פ אין קרית יואל, והעידזש שקונים דירה יוכיח) און בכלל האבן אסאך בחורים אוועקגעלייגט געלט, וואס ווערט פארשווענדט מיט ציגארעטלעך אין דענישעס, וואס מ'וועט מער נישט ספענדן וויסנדיג אז מ'וועט דארפן צאלן פאר די חתונה (דאס איז שוין א זייטיגע בענעפיט...) און מ'וועט מאכן א ווינט מיט דרשות וואס וועט עפענען די קעפ פאר די בחורים אין מיידלעך.
גיבט אפ אייער שטימע, און זייט מסביר אייער מיינונג! פארוואס האלט איר אז ס'וועט יא אדער נישט מצליח זיין?
פון וואנעט נעמט מען די סטאטיסטיקס?