נייע חתונה פלאן פארן קומענדיגן דור?

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קינדער זאלן זיך אליין חתונה מאכן, וועט עס מצליח זיין?

יא
26
22%
ניין
41
35%
נאר אויב מ'מאכט גענוג א שטארקע ווינט
50
43%
 
סך הכל שטימען: 117

לעמבערגער איד
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמבערגער איד »

יאסעלע האט געשריבן:אפגעטיילט פון דא



דער חשבון איז אז ס'וועט זיין א גמ"ח וואס וועט ארויסבארגן די געלט, און די פארפאלק וועט צאלן פארן גמ"ח צווישן 300 און 400 דאלער א חודש, וואס וועט זיך אויסצאלן אין א צייט אפשניט פון בערך אכט יאר. דער פאקט איז אז רוב אינגעלייט האבן אוועקגעלייגט ארום 30 אלפים ארום 4 יאר נאך די חתונה (עכ"פ אין קרית יואל, והעידזש שקונים דירה יוכיח) און בכלל האבן אסאך בחורים אוועקגעלייגט געלט, וואס ווערט פארשווענדט מיט ציגארעטלעך אין דענישעס, וואס מ'וועט מער נישט ספענדן וויסנדיג אז מ'וועט דארפן צאלן פאר די חתונה (דאס איז שוין א זייטיגע בענעפיט...) און מ'וועט מאכן א ווינט מיט דרשות וואס וועט עפענען די קעפ פאר די בחורים אין מיידלעך.

גיבט אפ אייער שטימע, און זייט מסביר אייער מיינונג! פארוואס האלט איר אז ס'וועט יא אדער נישט מצליח זיין?


פון וואנעט נעמט מען די סטאטיסטיקס?
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

פאטאקי08 האט געשריבן:נניח אז די פרישע יונגעלייט וועלן האלטן ביים באצאלן יעדע חודש 300 ביז אכט יאר נאך די חתונה
ווער אבער אין די וועלט גייט אויסבארגן דאס געלט פון פאראויס? הלוואות זאגט זיך עפעס אזוי גרינג?


איך מיין אז שטאטס די אלע פלענער, זאל מען ענדערש פארלייגן כוחות אויף חתונה מאכן ווי אין דער אלטער היים, מ'האט חתונה געמאכט אין שטוב, אלעס גקויפט אויפן ביליגסטן שטייגער, און אויב געלט איז עס געווען נדן געלט פארן איידעם ער זאל זיך קענען עפענן א געשעפטל נאכן חתונה.
אויב א מחלוקה צווישן מחותנים, הערט זיך עפעס פון די סיפורי מעשיות איז געווען די מדובר איבער די טלית וואס די כלה האט נישט געהאט צו באצאלן.

איך גלייב אויב מ'וויל דוקא קען מען אראפ ריקן די פרייזן.
לעת עתה מאכט יעדער די טייערע חתונות, ווייל יעדער מאכט אזוי.
אויב וועט מען טוישן די יעדער אויף א ביליגע סיסטעם וועט יעדער אויך נאכטון יעדעם אויף ביליג.

ס'זעהט אויס ווי א חלום, ווייל אונז זעמיר נעבעך אין א חלום...
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

כאילו אין די אלטע היים האט מען יא געהאט געלט אויף חתונה מאכן.....
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

איך וועל געבן א דוגמא:
זינגער: מ'קען דען נישט טרעפן א זינגער באצאלט אויפן שעה $35-$50
שפילער: מ'קען דען נישט טרעפן א שפילער באצאלט אויפן שעה $35-$50
בדחן: מ'קען דען נישט טרעפן א בדחן באצאלט אויפן שעה $35-$50
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

אויב לייגט מען ארויף די חוב אויף די קינדער, דארף מען זיי כאטש געבן די בחירה וואָס צו אויסגעבן. א קליגע בחור וועט למשל זאגן 'מיר איז ניחא צו צאלן ווייניגער מיט א האלב יאר פעימענטס, דורך נישט האבן קיין שפילער/זינגער נאר א די-דזעי סיסטעם.' איינער מיט נאך מער פארשטאנד וועט זאגן מוחל טובות די מעבל וואָס פיט קוים אין די ענגע דירה.. נאר שנייד מיר דעם חוב אין די העלפט...

אויסערדעם אסאך פון די איינגעפירטע עקספענס איז געווארן בלויז כדי די פארפאלק זאל נישט האבן קיין הוצאות די ערשטע תקופה. מענטשן קויפן למשל עטליכע דאזן וועש, דאפעלט פון אלע טייערע מלבושים, הויזווארג אין די ווערד פון עטליכע טויזנט דאלער וואס מען נוצט כמעט נישט די ערשטע תקופה און אזוי ווייטער און ווייטער.

אויב אבער צאלט די פארפאלק עני וועי דערפאר, זאל מען די אלע זאכן לאזן אין געשעפט, אויב/ווען די פארפאלק וועט עס ברויכן און וועט עס קענען עפארדן, העלן זײ עס דענצמאלט קויפן.
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

איך גיי פאר די פלאן, אבער פארוואס דארף מען מאכן אז די הלוואות זאל ווערן אויסגעצאלט ביז 8 יאר פארוואס נישט ביז 20 יאר ווען מען הייבט אן צו חתונה מאַכן די קינדער אזוי איז דא מער שאנסן אז די זאך זאל ארבעטן.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

איך מיין אז אין גור בארה"ק ארבעט די סיסטעם גענוי אזוי. די איחוד המוסדות געט די הלואה, א גרויס חלק דערפון צאלט די פארפאלק.
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

בנוסף צו דעים וואס די פאר פאלק וועט באצאלען א חלק פון די חתונה

וועלן זיי אויך פרובירן צו שפארן די הוצאות החתונה... ווייל חלק כחלק יאכלו
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

יא, דאס איז איינע חשבונות נאכנדיג די פלענער פון דעם צדקת העיר חתונה דורכברוך, ווען דער חתן כלה וועט וויסן אז זיי וועלן דארפן צאלן די קאסטן פונעם חתונה נאכט, וועלן זיי גוט גוט איבערקלערן צו זיי דארפן טאקע אזא זינגער שפילער און גראמער, און אזעלכע טייערע כלה קליידונג...
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

ליטעראטור וועט אים נישט קאסטן, מ'קען איבערנוצן אלע געשרייבאכץ פון ר' שלמה לייב וו"ב 15 יאר צוריק, ס'איז דער זעלבער מהלך, מ'דארף נאר דערגיין פארוואס ס'האט זיך דעמאלטס נישט אויסגעארבעט.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

איסר האטלקי האט געשריבן:איך מיין אז אין גור בארה"ק ארבעט די סיסטעם גענוי אזוי. די איחוד המוסדות געט די הלואה, א גרויס חלק דערפון צאלט די פארפאלק.


אין גור צאלט נישט די פאר פאלק.

יעדער טאטע לייגט אריין א געוויסע סומע אין די קאסע פון איחוד מוסדות גור, און ווען ער מאכט חתונה באקומט ער פון די קרסע חתונה צו מאכן. מיט גאר גוטע טערמינען.

מ׳זעהט טאקע (כמעט) נישט קיין גערער אידן ארץ ישראל׳גע משולחים.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

יונה האט געשריבן:אויב לייגט מען ארויף די חוב אויף די קינדער, דארף מען זיי כאטש געבן די בחירה וואָס צו אויסגעבן. א קליגע בחור וועט למשל זאגן 'מיר איז ניחא צו צאלן ווייניגער מיט א האלב יאר פעימענטס, דורך נישט האבן קיין שפילער/זינגער נאר א די-דזעי סיסטעם.' איינער מיט נאך מער פארשטאנד וועט זאגן מוחל טובות די מעבל וואָס פיט קוים אין די ענגע דירה.. נאר שנייד מיר דעם חוב אין די העלפט...



אוי ווי, וועט זיך שוין אנהייבן די שלום בית דיפרענסן נאך פאר די חתונה :lol:
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

אין בעלזא איז דא א סיסטעם אז מ'צאלט אן איינמאל 26.000 (120 פער חודש פאר 18 יאר) אין מ'קען בארגען שפעטער פאר יעדע קינד 26.000 מיט גאר גאר גיטע תנאים, אין ביי די לעצטע קינד דארף מען נישט צירוק צאלן (מ'קען האלטן די געלט.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אין מיין דמיון קען דאס נישט ארבייטן.

איך גלייב נישט אז דער חתן-בחור וועט האלטן פאר די אויגן אז דאס גייט אויף זיין בארד, סיי בשעת'ן פזרנ'ען דאס געלט, און סיי נאך 2 יאר צאלן $1800 דאלער רענט פלאס 3-400 דאלער פארן גמ"ח וועט דאס זיין די ערשטע זאך וואס מ'וועט שניידן.

איי כ'האב א לעזונג, די עלטערן זאלן זיין ערב, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער צוריק צום אלטן, צוויי מחותנים וועלן זיך טרעפן עטליכע יאר נאך די חתונה באצאלן דעם תכשיט'ל וואס האט נאכנישט מצליח געווען מיט א פרנסה, מיט זיין חתונה הוצאות...
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

נאטרוליסט האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך מיין אז אין גור בארה"ק ארבעט די סיסטעם גענוי אזוי. די איחוד המוסדות געט די הלואה, א גרויס חלק דערפון צאלט די פארפאלק.


אין גור צאלט נישט די פאר פאלק.

יעדער טאטע לייגט אריין א געוויסע סומע אין די קאסע פון איחוד מוסדות גור, און ווען ער מאכט חתונה באקומט ער פון די קרסע חתונה צו מאכן. מיט גאר גוטע טערמינען.

מ׳זעהט טאקע (כמעט) נישט קיין גערער אידן ארץ ישראל׳גע משולחים.

דאס איז ווען עס איז מעגליך. אבער ווען די חוב ווערט גרעסער און די טאטע צאלט שוין יותר מכפי יכולתו און דאס נעקסטער קינד גייט דוין צום חופה מיט חובות פון די פריעדיגע גייט דער חוב אריבער צום פארפאלק דירעקט. פרעגט אייך נאך.
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

שמואל בארג האט געשריבן:אין מיין דמיון קען דאס נישט ארבייטן.

איך גלייב נישט אז דער חתן-בחור וועט האלטן פאר די אויגן אז דאס גייט אויף זיין בארד, סיי בשעת'ן פזרנ'ען דאס געלט, און סיי נאך 2 יאר צאלן $1800 דאלער רענט פלאס 3-400 דאלער פארן גמ"ח וועט דאס זיין די ערשטע זאך וואס מ'וועט שניידן.

איי כ'האב א לעזונג, די עלטערן זאלן זיין ערב, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער צוריק צום אלטן, צוויי מחותנים וועלן זיך טרעפן עטליכע יאר נאך די חתונה באצאלן דעם תכשיט'ל וואס האט נאכנישט מצליח געווען מיט א פרנסה, מיט זיין חתונה הוצאות...

היינט צוטאגס שטעלט מען צאם פאר א גרויס חלק חתנים געלט צווישן די חברים פונעם חתן חוץ די קופת/קרן חתנים, אז א חתן וועט זיך דאס איינשפארן וועט ער מסכים זיין צו נעמען די עול פון א הלוואה.
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

מיין ארימע מיינונג
איך וויל באצאלן מיין קינד'ס חתונה עד פ"א, פארשטייט זיך אויף מיין פינאנציעלע שטאפל, העט מיין זון/טאכטער ווילן די חתונה שטאפל פון די רייכערע קלאס דאן קענען זיי נעמען א הלואה פון די גמ"ח
אבער חתונה מאכן ווי מיין שטאפל, אפ' אלע גוים זאלן האבן הארץ וויי וכו' וכו' וויל איך באצאלן די קאסטן און בשו"א באלעסטיגן מיין קינד מיט א הוצאה נאך זיין חתונה! אזוי ווי מיין טאטע זיידע און די אמאליגע וועלט האט זיך געפירט

אגב לויטן תנאים זאגט נעמען זיך די מחותנים אונטער דאס אויסשטאפירן און נישט חתן כלה

נ.ב. איך מיין די געדאנק קומט אביסל פון די דרויסענדיגע וועלט ווי דאס קינד טוט אליינס די שידוך און פלאנירט די חתונה וכו' פשוט די טאטע קומט זיך מיטפרייען מיט זיין קינד'ס שמחה... נישט אז דאס איז נוגע, נאר פשוט א געדאנק פארוואס אמאל איז נישט דאס בייגעפאלן
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

כספי דיינע קליינע ווערטער זאגן שטארק.
די חתן וועט טענען, נו נו, איך צאל לאז מיך וועלן....
על "טעם וריח" אין להתווכח
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

עס וואלט געסעיווד ניינציג פראצענט שלום בית קעיסעס אויב די מאן און די פרוי פארשטייען זיך פיינענטשעלי - קריטיק אויף א סיסטעם ווי די חתן כלה באצאלען פאר זייער אייגענע חתונה איז מינדערליך קעגן די ריזיגע בענעפיטען.

אזוי וועט כאטש ליגען א גרעסערע אחריות אויף די עלטערן צו לערנען פאר זייערע קינדער א גוטע פאך, ווייל מען גייט וויסען אז די קינדער גייען דאס איין טאג דארפען ניצען.

די איידיע איז געוואלדיג הלואי זאל זיך עס אויסארבייטען.

פאר די וואס האבען מורא אז כולל וועט אינטערגיין זאלען די עלטערן וואס ווילען די קינדער זאלען לערנען זיי העלפען מיט דעם חוב ווילאנג שנפרס קינד איז אין כולל.

אונז זעמיר אלע פאר די נייע עפאכע פון #נאומאורטיפארטיס
האב שכל און גיב א שמייכעל!
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

א געוואלדיגע געדאנק הלוואי עס ארבעט זיך אויס
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

מטעמים האט געשריבן:פאר די וואס האבען מורא אז כולל וועט אינטערגיין...

אוי הלואי דאס זאל שוין אויך אונטערגיין טאטע אין הימל....
קוואדער
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2016 9:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואדער »

משה כספי האט געשריבן:מיין ארימע מיינונג
איך וויל באצאלן מיין קינד'ס חתונה עד פ"א, פארשטייט זיך אויף מיין פינאנציעלע שטאפל, העט מיין זון/טאכטער ווילן די חתונה שטאפל פון די רייכערע קלאס דאן קענען זיי נעמען א הלואה פון די גמ"ח
אבער חתונה מאכן ווי מיין שטאפל, אפ' אלע גוים זאלן האבן הארץ וויי וכו' וכו' וויל איך באצאלן די קאסטן און בשו"א באלעסטיגן מיין קינד מיט א הוצאה נאך זיין חתונה! אזוי ווי מיין טאטע זיידע און די אמאליגע וועלט האט זיך געפירט

[/size]
וועסט זיכער מודה זיין אז די גאנצע לעבן מאה ועשרים שנה איז נישט בארעכטיגט צו משועבד ווערן, צו קענען חתונה מאכן די קינדער.
דרך אגב אפילו די פלאן ארבעט זיך נישט אויס ווי געפלאנט, איז דאס אז שטארקע נקודה למחשבה, אז מען מוז נישט אויסשטאפירן דאס פארפאלק מער פון דאס נויטיגסטע.
ווייל פארוואס דארף מען חושש זיין אז צוויי יאר ארום אויב א שרימפ וועט באקומען א לאך, זאל מען האבן עקסטערע 12. אדער א בחור וואס איז ביז נעכטן געשלאפן אויבן פון די שאקעלדיגע באנק בעט, קען פון היינט און ווייטער בשו"א נישט איינשלאפן אן א מעהאגעני העד-בארד. און צוליב דעם דארף מען צאמקראצן שווערע אלפים פאר די וויכטיגע נויטבאדערפענישן...
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

יואלי ראטה דארף עפענען אזא פרי חתונה זאל און יעדע שטאט דעמאלס וועט זיין א דורכברוך
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

קוואדער האט געשריבן: וועסט זיכער מודה זיין אז די גאנצע לעבן מאה ועשרים שנה איז נישט בארעכטיגט צו משועבד ווערן, צו קענען חתונה מאכן די קינדער.
דרך אגב אפילו די פלאן ארבעט זיך נישט אויס ווי געפלאנט, איז דאס אז שטארקע נקודה למחשבה, אז מען מוז נישט אויסשטאפירן דאס פארפאלק מער פון דאס נויטיגסטע.
ווייל פארוואס דארף מען חושש זיין אז צוויי יאר ארום אויב א שרימפ וועט באקומען א לאך, זאל מען האבן עקסטערע 12. אדער א בחור וואס איז ביז נעכטן געשלאפן אויבן פון די שאקעלדיגע באנק בעט, קען פון היינט און ווייטער בשו"א נישט איינשלאפן אן א מעהאגעני העד-בארד. און צוליב דעם דארף מען צאמקראצן שווערע אלפים פאר די וויכטיגע נויטבאדערפענישן...

מיין ערשטע שניט בל"נ קומט ביי פורניטשור! די מערסט אומוויכטיגע זאך אין שטוב וואס מאכט סיי קלענער די פיצעלע שטוב און קאסט א צענער מינימום, דאס איז א שגעון וואס נאר דער רייכער גוי האט!
אויב ווילן מיינע קינדער די משוגעת זאלן זיי דאס אליינס באצאלן
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

האו אבאוט אז די קינדער זאלן צוריקצאלן פאר די עלטערן?
...
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”