נייע חתונה פלאן פארן קומענדיגן דור?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5641
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
גערעכט אז עס איז נישט א אלטע מנהג, איז עס אבער זייער וויכטיג היינטיגע צייטן אז מען זאל אפאר יאר זיין בין כותלי ביהמ"ד.
און נישט זיין אויסגעשטעלט צי די גאס פון א טאג נאך די חתונה. אפשר דארף מען זיכער מאכן אז די כוללים זאלן גרינגער צאלן די ערשטע פאר יאר און דערנאך אויב האלסטו טאקע דערביי שטעל דיך צי פולי אדער זיך א פרנסה

יאסעלע האט געשריבן:ב"ה
ווי שוין געשריבן אנהייב אשכול דעם פלאן, וועלן מיר מעלדן די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען.
כדי דאס זאל קענען אויסגעפירט ווערן בע"ה וועלן מיר אין קורצן פארשטעלן די נייע חתונה פלאן
1) די חתן – כלה וועלן צוהעלפן זייערע עלטערן כדי "זיך אליין" צו חתונה מאכן.
2) די חתונה פעקעדזש (מנוחת הנפש/חתונה מאלל) מיט די חתונה נאכט, וועלן חתן– כלה באצאלן.
ביטע שיקן צו [email protected]
די פלאן זאגט נישט ווי אזוי וועלן די צוויי מענטשן וואס רעדן נישט צווישן זיך בכלל וויסן וואס איינער איז גרייט איינצוגיין דערויף און דער צווייטער נישט, ווי אזוי וועלן זיי זיך דורך שמועסן אויב זיי האלטן אויף א געוויסע הוצאה אויב זיי ווילן עס אדער נישט, אפשר וועט קומען נאך די חתונה און איינער וועט זאגן פאר'ן צווייטן צו דעם אדער צו דעם האב איך קיינמאל נישט מסכים געווען,
אפשר איז די גאנצע פלאן א רעסעפי פאר שלום בית פראבלעמן פון די ערשטע מינוט נאך די חתונה?
ביטע שיקן צו [email protected]
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
-
- שר מאה
- תגובות: 128
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
- לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען
א באלבאטישער איד פארציילט: מיין מחותנית'טע האט געוואלט חתונה מאכן אין עטרת חי'. איך האב מיך געשטעלט און די חתונה איז געווען אין תורה ויראה
נאך די חתונה זאג איך איר: מחותנית'טע טייערע. מ'האמער זיך געשפארט אפאר אלפים. לאמיר עס געבן פאר די קאפל
ענטפערט זי: ווען איך האב ווען די פאר אלפים וואלט די חתונה געווען אין עטרת חי'
נאך די חתונה זאג איך איר: מחותנית'טע טייערע. מ'האמער זיך געשפארט אפאר אלפים. לאמיר עס געבן פאר די קאפל
ענטפערט זי: ווען איך האב ווען די פאר אלפים וואלט די חתונה געווען אין עטרת חי'
- סיז מסודר
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4767
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
- לאקאציע: מזרח וואנט
יעדער איז נאר ביזי צו רעכענען צו די שנה ראשונה קאפל גייט יא האבן צו באצאלן $300 א חודש אדער נישט.
דעיס צו א 40 יעריגע אינגערמאן האט פון ווי צו נעמען יעדע 2 יאר נאך $50,000 ווייסטו שוין?
מאך א שנעלע חשבון, אויפן חודש איז עס איבער $2000!!!
דעיס צו א 40 יעריגע אינגערמאן האט פון ווי צו נעמען יעדע 2 יאר נאך $50,000 ווייסטו שוין?
מאך א שנעלע חשבון, אויפן חודש איז עס איבער $2000!!!
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
פה סיזמע, טערקיי
- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5641
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
- סיז מסודר
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4767
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
- לאקאציע: מזרח וואנט
גאפל האט געשריבן:איך מייו אז מ'זאל מאכן אז די טאטעס זאלן יא דארפן צאלן בערך צען טוזנט אזוי וועט די יונגע קאפל נישט דארפן צאלן פאר די ערשטע פאר יאר ווען זיי האבן נאך נישט קיין איבריגע דאלר.
וויפיל יאר נאך די חתונה הייבט מען אן האבן איבריג געלט?...
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
פה סיזמע, טערקיי
מיר געפעלט נישט דער פלאן בכלל מחמת כמה סיבות, אבער אויב עפעס זאל זיך עס אנהויבן בלויז נאכדעם וואס דער חתן דינן גייט ארויס ארבעטן.
בדרך כלל די ערשטע פאר יאר װען די קינדערלעך זענען נאך ווייניגער און יונגער, די הוצאות זענן פארהאלטנמעסיג קליין, דאן קען מען ערווארטן אריינצושטעלן נאך עטליכע הונדערט דאלער צוביסלעך אפצאלן די חובות.
דא איז טאַקע פאסיג צו דערמאנען די יונגעלייט אז די יאָרן איז קריטיש וויכטיג צו סעיוו'ן וויפיל עס גייט, און טאקע גוט סעיוו'ן, כאָטש עס קוקט אויס ווי מען האט איבריג געלט זיך צו לאָזן וואוילגיין, איז אבער דער אמת אז די יאָרן לויפן זייער שנעל און וואָס א יאר שפעטער ווערט עס אפט שווערער און שווערער צו אוועקלייגן ווייל די הוצאות וואקסט וכנ''ל.
בדרך כלל די ערשטע פאר יאר װען די קינדערלעך זענען נאך ווייניגער און יונגער, די הוצאות זענן פארהאלטנמעסיג קליין, דאן קען מען ערווארטן אריינצושטעלן נאך עטליכע הונדערט דאלער צוביסלעך אפצאלן די חובות.
דא איז טאַקע פאסיג צו דערמאנען די יונגעלייט אז די יאָרן איז קריטיש וויכטיג צו סעיוו'ן וויפיל עס גייט, און טאקע גוט סעיוו'ן, כאָטש עס קוקט אויס ווי מען האט איבריג געלט זיך צו לאָזן וואוילגיין, איז אבער דער אמת אז די יאָרן לויפן זייער שנעל און וואָס א יאר שפעטער ווערט עס אפט שווערער און שווערער צו אוועקלייגן ווייל די הוצאות וואקסט וכנ''ל.
- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5641
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
א שיינע פראצענט צווינגט נישט ארויף.. נאכן צאלן אלע הוצאות החתונה צאלט מען נאך צו א חלק פון די רענט די ערשטע תקופה אז דאס קאפעלע זאל זיך קענען אן עצה טאן. און דאס רעדט מען נישט פון פארמעגליכע מענטשן, נאר ס'איז זייער אפט נישט מעגליך אנדערש.
זאָגן אַז די עלטערן זאלן גאר מאכן די קינדער צאלן די ערשטע יאָרן נאָך די חתונה איז ניטאמאל גוט פאר א וויץ.
זאָגן אַז די עלטערן זאלן גאר מאכן די קינדער צאלן די ערשטע יאָרן נאָך די חתונה איז ניטאמאל גוט פאר א וויץ.
- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5641
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
יונה האט געשריבן:א שיינע פראצענט צווינגט נישט ארויף.. נאכן צאלן אלע הוצאות החתונה צאלט מען נאך צו א חלק פון די רענט די ערשטע תקופה אז דאס קאפעלע זאל זיך קענען אן עצה טאן. און דאס רעדט מען נישט פון פארמעגליכע מענטשן, נאר ס'איז זייער אפט נישט מעגליך אנדערש.
זאָגן אַז די עלטערן זאלן גאר מאכן די קינדער צאלן די ערשטע יאָרן נאָך די חתונה איז ניטאמאל גוט פאר א וויץ.
אין ארץ ישראל איז איינגעפירט (קען זיין היינט שוין נישט) אז די מחותנים קויפן דירות פאר די פארפאלק, מיר אמעריקאנע פארשטייען דאס נישט, א איבריגע הוצאה, און די ארץ ישראל'דיגע פארשטייען נישט ווי קען מען לייגן די הוצאה אויפן פאר פאלק
מ'קען דאס און מ'קען דאס, ס'דארף פשוט ווערן די סטאנדארט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
קען מען דען?! האט גארנישט צו טאן מיט סטאנדארט, עס האט געהאט א סיבה פארוואס עס פלעגט זיין אז מ'האט געקויפט דירות אין אר"י, ס'איז שוין לאנג נישט אזוי ווייל עס האט זיך געטוישט די סיבות. אין אמעריקע קויפט מען אויך דירות פאר די קינדער [די וואס קענען עס ערלויבן] און די וואס נישט העלפן ארויס מסדר צו זיין די דירה כאטש ביז נאך די חתונה.