אלעס ארום פאנדרעיזינג

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מח »

למעשה, וואס וועט זיין מיט די עקספאו / עווענט פאר פאנדרעיזינג און פאנדרעיזערס, עס איז א אייזענע געדאנק!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מענין לענין בענין פאנדרעיזינג.
און אנדערן אשכול האב איך אנגעפאנגן א שמועס וועגן אויסגעבעריי אויף פאנדרעיזינג אבער וויבאלט דארט איז נישט דאס פלאץ וויל עס אהער ברענגן.
ס'איז ברייט באקאנט די אפטע רייכע עלעגאנטע מסיבות וואס ווערן אפגעהאלטן פאר פארשידענע צדקה צוועקן. מ'קען זאגן אז כמעט טאג טעגליך ווערן אפגעהאלטן מסיבות, גרעסערע און קלענערע, ווי ס'איז צוגעגרייט כיד המלך. פון צייט צו צייט קומען פאר מסיבות ווי מ'נעמט ארויס די נדבנים צו די מרחקים אדער גאר מעבר לים.
דאס אלעס קאסט אפ שווערע געלטער און איינער צאלט דערפאר. ס'האט מיר געזאגט איינער וואס פאנדרעיזט פאר א מוסד אז דרייסיג פראצענט איז נארמאל ס'זאל אוועקגיין פאר פראפאגאנדע און מסיבות. דאס הייסט טאמער שאפט מען א מיליאן דאלער, בלייבט מען מיט 300,000 דאלער ווייניגער. א הימל געשריי! על פי חשבון פאלט אוועק צענדליגע מיליאנען אידישע געלט יערליך פאר נערישקייטן.
די עיקר גורם דערצו איז די קאמפעטישאן וואס הערשט ווי יעדע מוסד וויל אריינכאפן נדבנים און מ'דארף אויפקומען מיט עפעס אויסטערליש.
וועט איר דאך זאגן אז ס'איז נישטא קיין ברירה, מ'קען דאך נישט אנדערש. וואס זאל מען טון?
איך ווייס טאקע נישט, אפשר דארף מען מאכן א כינוס און מאכן תקנות
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

הרב דריידל, כ'זעה נישט קיין שום איבערגעטריבענקייט אויף די בילדער, ביי מיין פאריעריגע נסיעה כ"א אדר האט די שבת אין ריישא האטעל אויסגעקוקט פונקט אזוי, די זעלבע בלומען און בעכערלעך און זמירות אויף די טישן, דעס איז א געהעריגע סטענדערט שבת אנגעגרייט.
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

פארצייטישע פאונדריעזער'ס פלעגן זאגן אזא מין אויסדריק פאר א פאונדרעיזער... וויפיל ווילסטו 30%? ביזט אויפן קאפ געפאלן "אונז געבן נישט אזויפיל פאר א פאונדרעיזער"!
היינטיגע צייטן ווען סאיז דא א מאנגל אין פאונדרעיזער'ס און נאכמער א מאנגעל אין עשירים וואס ווילן געבן געלט לשם צדקה, זאגט אזא פאונדרעיזער (וואס טויגט...) אקעי, ווילסט מיר נישט געבן %30, קיין פראבלעם, סאיז דא גענוג מוסדות און צוועקן כוועל גיין צו א צווייטן וואס געבט מיר יא, וואס געשעהנט איז, די וואס ווילן נישט אראפגעבן דרייסיג פראצענט, מאכן אפילו דיאיבירגע פראצענט אויך נישט!
די מעין סיבה וואס גייט פאר היינטיגע צייטן איז ווי געשריבן, קיינער געבט שוין היינט נישט קיין צדקה לשם צדקה, ווייל כבין ווארעם פאר רבי מאיר בעל הנס צו יטב לב וכדו', מסווייפט דאס קארטל ווען מאיז אויפגעלייגט מווערט סערווירט א פייוו סטאר מיעל, מהערט דראמאטישע דרשות מאיז עמאצינאל, דעמאלטס וועט מען געבן פאר סיי-וועלעכע צוועק די בעט'ס נאר, כל זמן ס'איז געווען א גוטע פרעזענטעישאן אדער זינגער.
ממילא מוזן די מוסדות זיך קאמפיטן ווער סקען צושטעלן א בעסער פראגראם.
ממילא קומט אויס אז אן דעם וואלט מען נישט געמאכט קיין געלט! אויב אזוי איז נישט קיין פראבלעם די אלע זאכן. כנלענ"ד.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

או יאמר: וואס מענטשן זאגן מיינט נישט גארנישט!

יאך האב שוין אנגעפירט עטליכע גרויסע אזאנע פראיעקטן, און איך קען דיר זאגן, אז אויב מען ווייסט וואו צו שפענדן, דאן האט מען הצלחה! אויב מען איז נישט קיין מבין, מען ספענדט אין די וועלט אריין אן קיין חשבון דאן ליידט מען דורכפעלער און מען קומט צו א ׳מסקנא׳ אז עס לוינט זיך נישט די גאנצע זאך.

הונדערט פראצענט אז עס לוינט זיך, און עס לוינט זיך גאר שטארק. ביי די מסיבות ווי איך בין געווען אינוואלווד, האט מען פאר יעדע הונדערט טויזענט דאללער געספענדט צווישן 5 און 10 טויזענט דאללער.
דער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מח »

איך כאפ נישט פינקטליך ווי @דריידל וויל אנקומען, אבער לויט מיין עקספיריענס - אויב די 30% נעמט אריין אויך די קאמישאן'ס פאר די פאנדרעיזערס, איז עס א שטארקע הצלחה פאר די מוסד!.
לעצט פארראכטן דורך דער מח אום מאנטאג מאי 14, 2018 4:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

טעם וריח האט געשריבן:
די מעין סיבה וואס גייט פאר היינטיגע צייטן איז ווי געשריבן, קיינער געבט שוין היינט נישט קיין צדקה לשם צדקה, ווייל כבין ווארעם פאר רבי מאיר בעל הנס צו יטב לב וכדו', מסווייפט דאס קארטל ווען מאיז אויפגעלייגט מווערט סערווירט א פייוו סטאר מיעל, מהערט דראמאטישע דרשות מאיז עמאצינאל, דעמאלטס וועט מען געבן פאר סיי-וועלעכע צוועק די בעט'ס נאר, כל זמן ס'איז געווען א גוטע פרעזענטעישאן אדער זינגער.
ממילא מוזן די מוסדות זיך קאמפיטן ווער סקען צושטעלן א בעסער פראגראם.
ממילא קומט אויס אז אן דעם וואלט מען נישט געמאכט קיין געלט! אויב אזוי איז נישט קיין פראבלעם די אלע זאכן. כנלענ"ד.

די סיבה פארוואס מ'גיט נישט צדקה מיט די ווארעמקייט פון אמאל איז ווייל מ'איז מעקסט אוט. יעדע יונגערמאנטשיקל האט א גאנצע בארג מיט הבטחות וואס מ'האט זיך אינטערגענומען פאר פארשידענע צוועקן. און נישט פארגעסן אז איינמאל מ'גיט פאר א מוסד האט מען שוין א מארטגעזש לעולם ועד און מ'מאכט דיך שפירן אז ס'איז בכלל נישט קיין הו"א צו גיבן ווייניגער ווי פאריאר. די מער בעל בעתישע האבן אויך חודש'ליכע טשארזשעס אויף די קרעדיט קארד וואס לויפט אויטאמאטיש.
טאמער אמאל האט א מענטש געגעבן צדקה פאר 10 מוסדות, גיט מען היינט פאר פיפציג. פארוואס זאל נאך איינער גיבן צדקה פאר רמבעה"נ ווען ער האט פאריגע וואך געגעבן פאר דריי מוסדות אין ארץ ישראל. אודאי מיז רמבעה"נ יעצט אויפקומען מיט מארקעטינג איידיעס, און טיילן מתנות. ווער רעדט נאך אז די פארשידענע רמבעה"נ צווישן זיך קאמפיטן.
פארוואס זאל אויסקומען ס'זאל איינעם אנכאפן פון זיך אליינס א ווארעמקייט פאר א מוסד?
פארוואס זאל נישט זיין תקנות, פונקט ווי חתונה תקנות?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מח »

בעפארן אריינגיין אין סיבות וטעמים, וואלט איך געזאגט מען זאל דעבאטירן 'צו' דער עולם גיבט היינט מער אדער ווייניגער צדקה פון אמאל, לפי דעתי גייט היינט ארויס סאך מער צדקה פון א פשוטע מענטש ווי אמאל, עס קען זיין ווייל די מצב הפרנסה איז ברייטער, אבער די פאקט איז אז מען גיבט יא מער!
מי כעמך ישראל!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

זיכער אז ס'גייט ארויס מער צדקה ווי אמאל. צענדליגע צדקה ארגעניזאציעס האבן אמאל נישט עקזיסטירט און היינט אפילו טאמער גיט מען א קליין סכום פאר יעדעם, נעמט זיך עס צאם פאר א סכום גדול.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מח »

דריידל האט געשריבן:זיכער אז ס'גייט ארויס מער צדקה ווי אמאל. צענדליגע צדקה ארגעניזאציעס האבן אמאל נישט עקזיסטירט און היינט אפילו טאמער גיט מען א קליין סכום פאר יעדעם, נעמט זיך עס צאם פאר א סכום גדול.

גירעכט גירעכט, זאת ועוד יותר, אז היינט גיבט יעדע אינדעווידיועל אליין'ס אויך מער צדקה!
צימישעניש
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 03, 2018 11:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צימישעניש »

יא איך זעה עס הערשט א צימישעניש אין די פאנדרעיזער פעלד איז אזוי
איך אין מיין קאריער בין איך שוין גיווען אסאך און פאנדרעזינג און געזיצען ביי גרויסע שיסלעך פין פארשידענע צוועקן און א'וו על כן זאג איך היינט פאר יעדן אינגערמאן צו סיי ווער עס זאל זיין הייב אן נעמ דיר א פאנדרעזינג דשאב וויל עס איז א גוטער אינקאם ! קלאר אזוי מקען דעראין גאר שיין פארדינען זיכער אויב ביסטו א אינגערמאן אויף צו מאכן די ערשטע 30 טויזענט דאלללער אבער עס איז ארבייט קיננער גוט נישט 1000 דאלער רייט דע וואי
נאך דערצו די לעטסטע פאר יאר ווי עס איז אפי געקומען גאנצע'טע ביזנעסער פין שנארעריי מיט סגולות הבטחות און די אלע בעלאניס און שטותים וואס אונז פאנדרעיזערס אליין גלייבן נישט דעראין נאר וואס דען מיר ברויכן דיין געלט דעם גרינעם דאלער און עסב איז מער פאפילער ווי אמאל מענטשן גיבן אויך לייכטער נאך דערצו די אינגע בעלבתי'שע וואס דארפן שטארק די גוט ווארט מיטן קלאפ און ריקען וכו'
נאר וואס איך וויל יא קלאר שטעלן איז בנוגע פראצענט .. אסאך מוסדות אדער צוועקן פאגינען זייער שווער דעם פאנדרעיזער ( דאס איז די גרעסטע סיבה פארוואס עס הערשט דעראין א מאנגעל) געלט וואס א פאנדרעיזער ברענגט דאס מיין איך איז געלט וואס איז נישט גיווען נאר ער האט דאס גישאפט סא פארוואס פילט די מוסד אז ער נעמט צו פין זיי עפעס ער נעמט דאך נישט דיין געלט עס קאסט דיר נאר פין וויפיל ער שאפט .אוודאי עס איז דא אמאל וואס עס איז לייכטער צו שאפען צו וויל עס איז א באשטימטע זאך אבער סתם אזוי ער ארבעט דאך ביטער שווער דאס געלט צו שאפען ..........
משבק
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 11:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משבק »

תהילים כולל האט לעצענס אנגעהויבן צו שרייבן אלטע סגולות זעט אויס אז דאס קויפן מענטשן בעסער
דער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מח »

משבק האט געשריבן:תהילים כולל האט לעצענס אנגעהויבן צו שרייבן אלטע סגולות זעט אויס אז דאס קויפן מענטשן בעסער

זיי ווילן ציען א פאראלעל פון די אמאליגע ישועות צו זייער היינטיגע. גאנץ גוט...
SharpX
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 7:22 am
לאקאציע: ארץ אשר עיני ד' אלקיך בה

Re: אלעס ארום פאנדרעיזינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SharpX »

איך פיר ב"ה א קליינא ארגענעזאציע שוין 6 יאר, אין נאכן שוויצן א שיינע פאר יאר, וואלט איך געוואלט וויסן וואס מיינע אופשענס זענען

אונז לעבן מיר אויף גאר א קליינע בודגעט אין אביסל געלט וואלט נישט גאשאט צי קענען אויסברייטען אין העלפון נאלך יודן,

ווי טרעפט מען פאנדרעיזערס? ווי וואקסן זיי? וויפיל נעמען זיי? איז %40 פאר א פאנדעריזאר נארמאל?

אויב איינער האט אינפארמאציע ביטע אויב מ'קען טיילען
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: אלעס ארום פאנדרעיזינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

סי אלץ דא א גרויסע מאנגיל אויף גוטע פאנדריעריזערס
אין עוד מלבדו
דער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

Re: אלעס ארום פאנדרעיזינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מח »

SharpX האט געשריבן:איך פיר ב"ה א קליינא ארגענעזאציע שוין 6 יאר, אין נאכן שוויצן א שיינע פאר יאר, וואלט איך געוואלט וויסן וואס מיינע אופשענס זענען

אונז לעבן מיר אויף גאר א קליינע בודגעט אין אביסל געלט וואלט נישט גאשאט צי קענען אויסברייטען אין העלפון נאלך יודן,

ווי טרעפט מען פאנדרעיזערס? ווי וואקסן זיי? וויפיל נעמען זיי? איז %40 פאר א פאנדעריזאר נארמאל?

אויב איינער האט אינפארמאציע ביטע אויב מ'קען טיילען

די פראבלעם איז אז פאנדרעיזערס וואקסן נישט...

40%, ווענד זיך וואס זיין אויפגאבע איז, וויפיהל פאטענציאל ער קען האבן, ווי גרויס/באקאנט די ארגאניזאציע איז, ביי גאר גרויסע ארגאניזאציעס גיבט מען אסאך אסאך ווייניגער פון 40%.
SharpX
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 7:22 am
לאקאציע: ארץ אשר עיני ד' אלקיך בה

Re: אלעס ארום פאנדרעיזינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SharpX »

וואו!!! אסאך!!!

טעלמערקאטינג קאמפעניס וווייסט איינער אפשר וויפיל זיי נעמען?
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: אלעס ארום פאנדרעיזינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

וועלכע software איז געאייגענט פאר א גבאי צדקה וואס גייט ארום נאך געלט אין ער דארף געדענקן צו רופן יעדעם איינעם אין זיין באשטימטע צייט
בעיסעקלי א פשוטע קאלונדער מיט Tasks טעגליך

אידא א אידישע קאלענדער וואס קען אריינברענגען א data base פון אידישע יום הולדת / יארצייטן פון יאר צו יאר?

שנית, ווער ווייסט פון א גוטע פירמע וואס אפערט Strategy פאר א קאמפיין - נישט בלויז גראפיקס מער די מהלך
אוועטאר
בארביקיא
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 12:31 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארביקיא »

ממש אזוי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 9:22 pm
טעם וריח האט געשריבן:
הרב בראנפען, אייער קעפל פון אשכול שטעלן אהער אז איר פלאנט צו פארקויפן עצות און טיפ׳ס אין די פאונדרעיזינג ליין.... דערווייל ברויכט איר גאר נאר א עשרים ליסט.... אוקיי..

צום קעפל.
די נושא פון פאונדריעיזינג זייער ברייט. כקען פרובירן צו שרייבן אין די נושא אויב דער עולם האט שאלות. וואס האלט דער עולם פון מיין איידיע צו מאכן א פאונדרעיזינג טאג פאר היימישע חסידישע ארג. און מוסדות?! סקען גיין?
קודם כל הרב בראנפען, טוענדיג אביסל אין דעם הינזיכט קען איך דיר זאגן איין יסוד וואס איז וויכטיג און דאס איז: דירעקציע.

סתם צו פארשאפן א גבירים ליסטע איז נישט פאנדרעיזונג (זאלסט דיך ח''ו נישט צוריקהאלטן פון שאפן אזא ליסטע ווייל איך גלייב אז דו גייסט פאר א וויכטיגע הייליגע צוועק) פאנדרעזונג איז צו האבן א דיירעקשאן וויאזוי, פון וועם, און א פלאן. א גוטע פאנדרעיזער איז איינער וואס קודם כל שארפט ער אויס זיינע חושים, און דערנאך שארפט ער אויס זיינע סקיללס, פון בעטן געלט, ווויסן וואו איין און וואו אויס. עס איז זייער וויכטיג צו האבן אן אנהויב און א סוף פון א קאמפיין, צו מאכן גאולס און זייער קלארע קאנקרעטע גאולס וויפל מען וויל מאכן.

מען קען אריינגיין באריכות גדול. און אי''ה מיר וועלן צוריק קומען דערצו, אבער הרב טעם וריח בנוגע צו וואס דו זאגסט, זאגסט אייזן זאג עס נאכאמל איבער, איך האלט אז דאס איז א געוואלדיגע איינפאל, עס וועט זיכער מצליח זיין. איים אין.
דו קענסט דיך אויס אין די אלע ענינים וואס דו שרייבסט דא?
איז אייוועלט א פלאץ פאר גוטע אינפארמאציע אויס צו ליפטערן, צייט פארטרייבונג?
כשרייב עס פאר מיר אליין
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע: דיזי פון זיסע וויין....

Re: אלעס ארום פאנדרעיזינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

די קלוגסטע זאך פון א ארגאנאזאציע איז צו האבן אסאך צייט, געדולד און טראסט אין זייער פאנדרעיזער.
אויב לערנט איר דעם דף טעגליך, קליקט דא, איר וועט הנאה האבן
viewtopic.php?t=66242
אוועטאר
בארביקיא
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 12:31 am

Re: אלעס ארום פאנדרעיזינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארביקיא »

וואס עפעס? האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 2:41 pm
וועלכע software איז געאייגענט פאר א גבאי צדקה וואס גייט ארום נאך געלט אין ער דארף געדענקן צו רופן יעדעם איינעם אין זיין באשטימטע צייט
בעיסעקלי א פשוטע קאלונדער מיט Tasks טעגליך

אידא א אידישע קאלענדער וואס קען אריינברענגען א data base פון אידישע יום הולדת / יארצייטן פון יאר צו יאר?

שנית, ווער ווייסט פון א גוטע פירמע וואס אפערט Strategy פאר א קאמפיין - נישט בלויז גראפיקס מער די מהלך
ביסט עפעס קלוגער געווארן?
איז אייוועלט א פלאץ פאר גוטע אינפארמאציע אויס צו ליפטערן, צייט פארטרייבונג?
כשרייב עס פאר מיר אליין
א קלארע מוח
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:06 pm

Re: אלעס ארום פאנדרעיזינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קלארע מוח »

ווייסט איינער וויאזוי מ'קומט אן צו ר' יואל לאנדא (אדער זיין גבאי צדקה)?
ביזט צומישט? זוכסט קלארקיייט? לייג פאר א מינוט אוועק אלע חשבונות און טראכט כאילו דו ביזט יעצט אליין אויף דער וועלט און יעצט טראכט נאכאמאל איבער דיינע צדדים.
א קלארע מוח
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 8:06 pm

Re: אלעס ארום פאנדרעיזינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קלארע מוח »

.
לעצט פארראכטן דורך א קלארע מוח אום דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 12:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ביזט צומישט? זוכסט קלארקיייט? לייג פאר א מינוט אוועק אלע חשבונות און טראכט כאילו דו ביזט יעצט אליין אויף דער וועלט און יעצט טראכט נאכאמאל איבער דיינע צדדים.
פארנדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:06 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

Re: אלעס ארום פאנדרעיזינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנדיג »

יעדע זונטאג נאכט, דאכט זיך אין זיין שטוב אדער ערגעץ דערנעבן
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”