געלט אויף חתונה מאכן - פון וואו?

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

יהיה כן האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:געהערט פון א חבר אז שולדיג און די קאטעסטראפע זענען די אלעמען באליבטן געמאכען (גמ"ח) מיט די טיי אווענט. יא!
מאכטס א חשבון: פארוואס האט איר נישט קיין פריוואטע ווילא אין נארט קאולעריינע? די ענטפער איז ווייל איר האט נישט קיין געלד פארדעם, איי בארגן? איר פארשטייט אז קיינער גייט אייך נישט בארגן פאר אזא זייך וואס איר קענסט נישט עפארודען.
פארוואס ביי חתונה מאכן איז אנדערש? איר קענט עס אויך נישט עפארודען?
נאר די ענטפער איז אז איר האט פון וועם צו בארגן,
טוט'ס א גענאדע און פארשפאר'ס אלע גמ"חן היינט אין מער נישט קיין טיי אווענט פאר קיינער, וועט מען נישט ספענדן קיין איין דאלאר מער וויפל מען פארמאגט!
פונקט ווי איר פארשטייט אז איר פארמאגט נישט קיין ווילא אין פלארידא משום סיבה הנ"ל, די זעלבע סיבה וועט איר נישט קויפן אלע ספענדערישע שוואטשוקעס בעת שמחת בנו.
עניוועי זאל יעדער פון מיין זייט פארמאגן ווילא'ס לרחצה, און השפעות לרחצה,
#קען זיין אז איך גיי ווערן אופגעסטעמפלט ביי די אייועלט חכמים מיט די תגובה אלצ'ט א טראמפ שטיצע, וואס ווייסן מיר...

אם כסף תלוה את עמי את העני עמך, איז פונקט אזא מצוה ווי שופר בלאזן און עסן מצות פסח ביינאכט, איז דיר בייגעפאלן נישט צו עסן קיין מצה פסח ביינאכט ווייל וויייל ווייל דו האסט א לאך אין די הויזן טאש?....
א טוץ מיט תקנות האבן חז"ל איינגעפירט פארוואס??? 'כדי שלא תנעול דלת בפני לוין'!!
איך קען גענוג און נאך אידן וואס פארדינען און מאכן זיך אליינס חתונה די קינדער, אבער דארפן נאך אלץ צוקומען צו הלוואות, פשוט, ווייל זיי האבן נישט ביי די האנט קיין דרייסיג אלפים אויף די מינוט, אבער אויף א משך פון א יאר צוויי צאלן זיי אלעס אפ ב"ה

און ביטע גיב איבער דיין חבר, ער זאל זיך נישט אזוי זארגן פאר די גמ"ח'ן, די גמ"ח'ן כהיום זענען זייער שטרענג, מען גיסט נישט סתם אזוי הלוואות פון ארבל ארויס

טוט מיר א טובה און ליין נאכאמאל איבער מיין תגובה.
אם כסף תלוה את עמי את העני עמך, איז פונקט אזא מצוה ווי שופר בלאזן און עסן מצות פסח ביינאכט, איז דיר בייגעפאלן נישט צו עסן קיין מצה פסח ביינאכט ווייל וויייל ווייל דו האסט א לאך אין די הויזן טאש?....
עס געעט אויך ארויף אויף א פרייוואטע וויילא אין מארט קאולעריינע
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ווער האט א פריוואטע ווילע אין סאוט קאראליינע?
סתם געהאקט אין קאפ אריין, וואס האט הודו צו כוש
אפשר דארף מען פארמאכן חברה הצלה ווייל דער עולם נוצט קאר סערוויסעס?
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

ראקלענד האט געשריבן:לאמיר רעדן פאקטן!
איך מאך ב"ה $2,000 א וואך $104,000 א יאר, איך מיין ס'הייסט דיסינט, יא? אוקעי לעטס סי...
ס"ה איז דאס $8,000 א חודש.
איך האב קע"ה 3 קינדערלעך ב"ה.
פונעם פעטער באקומט מען זילטש!
טעקסעס קומט אויס בערך $1,500 א חודש =$6,500.
העלט אינשורענס $950 פאר מיר און די ווייב, $160 פאר די דריי קינדער = $5,390.
רענט $2,000 = $3,390.
יוטיליטיס + פאון $400 = $2,990.
שכ"ל $705 = $2,285.
קאר/געז/אינשורענס (איך דארף טרעוולן אביסל צו דער ארבעט, קומט צו מיילידזש מיט אביסל מער געז) $700 = $1,585.
גראסערי (אינקלאדינג פיש, פלייש, וכו') קארגערהייט $1,200 = $385.

דאס אלעס איז גאנץ קארג גערעכנט, איינער וואס מאכט 100K$ א יאר באקומט פונעם פעטער א פייג, ס'כמעט נישט דא קיין גרינע אויפן מארקעט, סאו אלעס איז ווייס...

יעצט פון דעי $385 דארף מען באצאלן א גויטע איינס צוויי מאל א וואך, קליידער פאר איש וביתו מיט די קינדער, א שמחה ב"ה איינמאל אין אפאר יאר, יו"ט, ווען די עלטערן מאכן חתונה קליידער, בעביסיטער, ש"ב, וכו' וכו...

ס"ה, ס'האט נאר איין הסבר.
"הזן ומפרנס מקרני ראמים עד ביצי כינים!"

@ראקלערט:

nailed it.jpg
[/quote]

וער קען ענטפערן פאר ראקלענד וואס מאכט שוין $2000 א וואך.

מיר קוקט אויס אז פאר קאר + גאז, איז אביסל איבערגעצאלט.
שכ"ל רעכנט מען אייך אביסל הויך.
טעקסעס קומט אויס בערך $1,500 א חודש =$6,500.
רענט $2,000 = $3,390.

אויב צאלט איר רענט צאלט איר דאך נישט קיין טעקסעס.
בכלל, איר צאלט 18000 טעקס, דאס איז ביטער הויך. און צייגט אז איר וואוינט איז א טייערע ווילא - אלזא, פארוואס קרעכצט איר אז ס'בלייבט אייך נאר איבער 385 א מאנאט... עס בלייבט אייך פיל מער, אבער ס'גייט פאר'ן שטן.
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

דער האט לכאורה גערעדט פון אינקאם טעקס. אוואר?
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

די ווייסט אז און שמח תשמח קאסט א בר מצוה ארום טויזענט דולער אלעס אינקלודעט און סאיז דא דארט יעדע נאכט פולי בוקט שווער צו טרעפן א ליידיגע דעיט און תפילין קאסט און ארץ ישראל ארום טויזענט דאלער ביי היימישע סופר וואס גייט נישט צו בחירות וואס גאר אסאך נעמען פון דארט
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

@יהיה כן.

ווען די אלע הילף ארגענעזאציעס וואלטן פארלאנגט א געוויסע סטאנדארט פון די מחותנים (דערווייל איז עס ממש ביי א מינימום) וואלטן זיי היבש אפעקטירט די סטאנדארט און גורם געווען אז ווייניגער מענטשען זאלן דארפן צוקןמען צו זייער הילף
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

דברים אלו האט געשריבן:די ווייסט אז און שמח תשמח קאסט א בר מצוה ארום טויזענט דולער אלעס אינקלודעט און סאיז דא דארט יעדע נאכט פולי בוקט שווער צו טרעפן א ליידיגע דעיט און תפילין קאסט און ארץ ישראל ארום טויזענט דאלער ביי היימישע סופר וואס גייט נישט צו בחירות וואס גאר אסאך נעמען פון דארט

אמאל! סאיז היינט צו טאגס נישט דא קיין סך בר מצוה'ת דארט, און כמיין די פרייז איז אויך מער אביסעלע
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

מצלמה האט געשריבן:
ראקלענד האט געשריבן:
וער קען ענטפערן פאר ראקלענד וואס מאכט שוין $2000 א וואך.

מיר קוקט אויס אז פאר קאר + גאז, איז אביסל איבערגעצאלט.
שכ"ל רעכנט מען אייך אביסל הויך.
טעקסעס קומט אויס בערך $1,500 א חודש =$6,500.
רענט $2,000 = $3,390.

אויב צאלט איר רענט צאלט איר דאך נישט קיין טעקסעס.
בכלל, איר צאלט 18000 טעקס, דאס איז ביטער הויך. און צייגט אז איר וואוינט איז א טייערע ווילא - אלזא, פארוואס קרעכצט איר אז ס'בלייבט אייך נאר איבער 385 א מאנאט... עס בלייבט אייך פיל מער, אבער ס'גייט פאר'ן שטן.

ער רעדט פון אינקאם טעקס!
זוכט איר דוי?
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

ווער גלויבט אז עס איז נאך דא יונגעלייט וואס ווייסן נישט וואס אינקאם טעקס איז

דער טראמפ איז דאך אזוי גערעכט, אריין אין טראמפ אשכול
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

אן אינטרעסאנטע זאך האט נעכטן נאכט האדמו"ר מהר"א שליט"א דעמאלדן
אז מען גייט מאכן א פאנד לטובת די מלמדים פון מוסדות סאטמאר איבער די וועלט
זיי ארויסצוהעלפן בשעת'ן חתונה מאכן א קינד

ס'גייט ארבייטן אז אידן וועלן אריינשטעקן א קרעדיט קארטל
אין ביי יעדע חתונה פון א מלמד וועט אטאמאטיש ווערן געטשארדשט די קארטל
בערך אזוי ווי ערבים ארבייט
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך !want to be good »

ניס קראכער האט געשריבן:אן אינטרעסאנטע זאך האט נעכטן נאכט האדמו"ר מהר"א שליט"א דעמאלדן
אז מען גייט מאכן א פאנד לטובת די מלמדים פון מוסדות סאטמאר איבער די וועלט
זיי ארויסצוהעלפן בשעת'ן חתונה מאכן א קינד

ס'גייט ארבייטן אז אידן וועלן אריינשטעקן א קרעדיט קארטל
אין ביי יעדע חתונה פון א מלמד וועט אטאמאטיש ווערן געטשארדשט די קארטל
בערך אזוי ווי ערבים ארבייט

ווי האלט די פאנד?
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

ר' יום טוב האט געשריבן:לאמיר זאגן אז איר זענט פון די מינדערהייט וואס זענען מער/ווייניגער מסודר פינאנציעל. איר האט אן אייגענע דירה און א סטאבילע אינקאם.

יעצט אפילו אויב איר שפארט ערליך אפ די יערליכע טערס ריטוירן, לאמיר זאגן 8 אלפים א יאר פאר 10 יאר, איז דאס 80 אלפים.

אז איר האט 7 קינדער, קאסט זיי חתונה צו מאכן ביילייפיג 350 אלפים.

דעריבער וואס איז אייער פלאן, וויאזוי טאקע גייט איר חתונה מאכן?

רבי יו״ט אינטערסאנט כ׳האב קיינמאל נישט באמערקט דעם אשכול אייערע.

קודם צו אייערע שאלה פון ווי מ׳נעמט אויף צו חתונה מאכן.

די ענטפער לויט מיין פוהל ריסערטש פון די וואס מאכן איצטערט חתונה: גאר אסאך מענטשען ניצען זייערע דירה פאר דעם עט סאם פוינט, ריפיינענסען אדער נעמען ארויס א Home equity, ס׳דא נאך מהלכים וואס איך גיי נישט דא שרייבן נישט צו זיין קיין יעצנו רעה. צו ס׳איז גוט צו ניצען די דירה? אוודאי אז נישט, אבער ס׳איז גוט פאר א בדיעבד.

א בעסערע עצה איז און ס׳דא יחידים וואס טוהן אזוי, איז אריין צו לייגן וויפעל מען קען נאר אין Mutual funds, און די בעסטע איז עס צו פארשפארן (to have it locked) פאר ביז מ׳הייבט אן חתונה מאכן, און עס אויסארבייטן מיט די אייגענע עקאנטענט. ווי אזוי צו שפארן (how to save) טעקס. פארשטייט זיך צוליב הנ״ל איז גוט צו האבן א דירה ווי פריער (פארשטייט זיך נאר אויב מען איז אין בודזשעט!!!! חס ושלום צו קויפן אויב מען איז נישט, און פארשטייט גיין נעמען א ברכה פון א גוטע יוד פאר מען קויפט) און אויך האבן Mutual funds, כנלע״ד על נכון. פארשטייט זיך נאך וואס א מענטש טוט וואס ער קען, איז ער מתפלל ווייטער, און נעמט אן אין די זעלבע צייט די באשעפערס פלאן מיט א שמחה.

אגב, רבי יו״ט ס׳איז מיר א גרויס ווינדער - שוין עטליכע מאל געהאט די דיסקאשען דא מיט אייך אויפן וועלטל - און ס׳איז מיר א חידוש אז איר ווייסט נישט דערפון אז א גרויס עולם אחינו בני ישראל ניצען די דירות אויף חתונה מאכן.
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום זונטאג דעצעמבער 08, 2019 2:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

גאלדענע, די אשכול איז שוין איבער 2 יאר אלט
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

קיינמאל באמערקט - מסתם נישט געווען אקטיוו דא דענסמאל
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:אגב, רבי יו״ט ס׳איז מיר א גרויס ווינדער - שוין עטליכע מאל געהאט די דיסקאשען דא מיט אייך אויפן וועלטל - און ס׳איז מיר א חידוש אז איר ווייסט נישט דערפון אז א גרויס עולם אחינו בני ישראל ניצען די דירות אויף חתונה מאכן.

יענץ צייט מיט 2 יאר צוריק האב איך טאקע נאכניש געוואוסט. אבער היינט ווייס איך שוין ביג-טיים... איך האב עס שוין אדרעסירט ערגעץ איך געדענק נישט ווי.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

ר' יום טוב האט געשריבן:

נישט געפערליך מ׳ווערט עלטער און מ׳לערענט

גאלדענע פעדער האט געשריבן:

דעיס אויך, אבער בעיקר איז די סיבה אז די דאזיגע פרעקטיס איז געווארן מער אפיציעל אין די לעצטע צוויי יאר... אמאל איז עס נאר געווען א בלית ברירה מיטל ביים ארימערן שיכט אויסצוצאלן מינימאלע חתונה הוצאות, מען האט זיך געשעמט דערמיט, אבער היינט איז עס די נארמע צו הערן בעלבעטישע זאגן אפן: כאב ריפיינענסד מיין הויז. כ'מאך חתונה. און זיי שווענדן דאס געלט אויף לוקסוס.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

רבי יו״ט איך בין אביסעל אנטושט מיט אייער ענטפער אז ס׳איז געווארן מער אפיציעל די לעצטע צוויי יאר.

און אז איר שרייבט אז מ׳שפענד די געלט אויף לוקסוס:

קוק ווייטער דא אינטוהן quote איך אייערע אייגענע ווערטער, און איר שרייבט אז מיט אייער מהלך מיט סעיווען די טעקס ריטערן קומט מען נאך אלטס נישט אן צו חתונה מאכן, זאג איך אייך אז as far as my knowledge און פון מיין ריסערטש איז אלטס געווען אסאך אחינו בי ישראל וואס האבן געדארפט צו קומען צו ניצן די דירה פאר חתונה מאכן. קומט נישט אריין דא די פוינט פון ״שפענדען אויף לוקסוס״ איך זאג פונקט ווי אייך, אז אסאך מענשטען קענען נישט חתונה מאכן, פון ווי איר קומט פון: מיט ניצן פון בלויז די טעקס ריטורן׳ס, דערפאר מיזן זיי ניצן זייער הויז פינטעל. דאס איז א עקסטערע אישא איז מענשטען ספענדען נישט לויט זייער בודזשעט. זעמיר קלאר?

ר' יום טוב האט געשריבן:לאמיר זאגן אז איר זענט פון די מינדערהייט וואס זענען מער/ווייניגער מסודר פינאנציעל. איר האט אן אייגענע דירה און א סטאבילע אינקאם.

יעצט אפילו אויב איר שפארט ערליך אפ די יערליכע טערס ריטוירן, לאמיר זאגן 8 אלפים א יאר פאר 10 יאר, איז דאס 80 אלפים.

אז איר האט 7 קינדער, קאסט זיי חתונה צו מאכן ביילייפיג 350 אלפים.

דעריבער וואס איז אייער פלאן, וויאזוי טאקע גייט איר חתונה מאכן?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
קוק ווייטער דא אינטוהן quote איך אייערע אייגענע ווערטער, און איר שרייבט אז מיט אייער מהלך מיט סעיווען די טעקס ריטערן קומט מען נאך אלטס נישט אן צו חתונה מאכן, זאג איך אייך אז as far as my knowledge און פון מיין ריסערטש איז אלטס געווען אסאך אחינו בי ישראל וואס האבן געדארפט צו קומען צו ניצן די דירה פאר חתונה מאכן. קומט נישט אריין דא די פוינט פון ״שפענדען אויף לוקסוס״ איך זאג פונקט ווי אייך, אז אסאך מענשטען קענען נישט חתונה מאכן, פון ווי איר קומט פון: מיט ניצן פון בלויז די טעקס ריטורן׳ס, דערפאר מיזן זיי ניצן זייער הויז פינטעל. דאס איז א עקסטערע אישא איז מענשטען ספענדען נישט לויט זייער בודזשעט. זעמיר קלאר?

[/quote]
איך האף אזוי. עניוועי א רחמנות אויף עמיצן וואס צאלט 13 טויזנט פאר א שטריימל פון 6 טויזנט.

למעשה איז איין פלאן וואס איך האב דאכט זיך געשריבן דא געווען אפשפארן די טעקס-ריטוירן אין א סעיווינגס און צולייגן דערצו $5000 א יאר. איך טו דאס שוין א גוטע פאר יאר מיט סוקסעס. דאס איז א אויסגעצייכנטע פלאן מיט די פאלגענדע תנאים:
1 - מען דארף פארדינט א שיינע געהאלט. אדער, מען האט קליינע הוצאות, וו.צ.ב. א אויסגעצאלטע דירה. אזוי ארום אז די טעקס ריטוירן געלט גייט נישט לאיבוד.
2 - מען פלאנירט חתונה צו מאכן פשוט און שפארזאם. אין מיין פאל לייג איך אוועק לעת עתה 30 אלפים פער קינד, און איך רעכן איך אז איך וועל בעז"ה האבן מיט די אינטרעסט בערך 40.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

ר' יום טוב האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
קוק ווייטער דא אינטוהן quote איך אייערע אייגענע ווערטער, און איר שרייבט אז מיט אייער מהלך מיט סעיווען די טעקס ריטערן קומט מען נאך אלטס נישט אן צו חתונה מאכן, זאג איך אייך אז as far as my knowledge און פון מיין ריסערטש איז אלטס געווען אסאך אחינו בי ישראל וואס האבן געדארפט צו קומען צו ניצן די דירה פאר חתונה מאכן. קומט נישט אריין דא די פוינט פון ״שפענדען אויף לוקסוס״ איך זאג פונקט ווי אייך, אז אסאך מענשטען קענען נישט חתונה מאכן, פון ווי איר קומט פון: מיט ניצן פון בלויז די טעקס ריטורן׳ס, דערפאר מיזן זיי ניצן זייער הויז פינטעל. דאס איז א עקסטערע אישא איז מענשטען ספענדען נישט לויט זייער בודזשעט. זעמיר קלאר?

איך האף אזוי. עניוועי א רחמנות אויף עמיצן וואס צאלט 13 טויזנט פאר א שטריימל פון 6 טויזנט.

למעשה איז איין פלאן וואס איך האב דאכט זיך געשריבן דא געווען אפשפארן די טעקס-ריטוירן אין א סעיווינגס און צולייגן דערצו $5000 א יאר. איך טו דאס שוין א גוטע פאר יאר מיט סוקסעס. דאס איז א אויסגעצייכנטע פלאן מיט די פאלגענדע תנאים:
1 - מען דארף פארדינט א שיינע געהאלט. אדער, מען האט קליינע הוצאות, וו.צ.ב. א אויסגעצאלטע דירה. אזוי ארום אז די טעקס ריטוירן געלט גייט נישט לאיבוד.
2 - מען פלאנירט חתונה צו מאכן פשוט און שפארזאם. אין מיין פאל לייג איך אוועק לעת עתה 30 אלפים פער קינד, און איך רעכן איך אז איך וועל בעז"ה האבן מיט די אינטרעסט בערך 40.[/quote]
אפאר קליינע טעותים'לעך... אויב פארדינט מען א שיינעם געהאלט, באקומט מען נישט קיין טעקס ריטורען...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
לאמיר פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר פארשטיין »

Kosher Travel האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
קוק ווייטער דא אינטוהן quote איך אייערע אייגענע ווערטער, און איר שרייבט אז מיט אייער מהלך מיט סעיווען די טעקס ריטערן קומט מען נאך אלטס נישט אן צו חתונה מאכן, זאג איך אייך אז as far as my knowledge און פון מיין ריסערטש איז אלטס געווען אסאך אחינו בי ישראל וואס האבן געדארפט צו קומען צו ניצן די דירה פאר חתונה מאכן. קומט נישט אריין דא די פוינט פון ״שפענדען אויף לוקסוס״ איך זאג פונקט ווי אייך, אז אסאך מענשטען קענען נישט חתונה מאכן, פון ווי איר קומט פון: מיט ניצן פון בלויז די טעקס ריטורן׳ס, דערפאר מיזן זיי ניצן זייער הויז פינטעל. דאס איז א עקסטערע אישא איז מענשטען ספענדען נישט לויט זייער בודזשעט. זעמיר קלאר?

איך האף אזוי. עניוועי א רחמנות אויף עמיצן וואס צאלט 13 טויזנט פאר א שטריימל פון 6 טויזנט.

למעשה איז איין פלאן וואס איך האב דאכט זיך געשריבן דא געווען אפשפארן די טעקס-ריטוירן אין א סעיווינגס און צולייגן דערצו $5000 א יאר. איך טו דאס שוין א גוטע פאר יאר מיט סוקסעס. דאס איז א אויסגעצייכנטע פלאן מיט די פאלגענדע תנאים:
1 - מען דארף פארדינט א שיינע געהאלט. אדער, מען האט קליינע הוצאות, וו.צ.ב. א אויסגעצאלטע דירה. אזוי ארום אז די טעקס ריטוירן געלט גייט נישט לאיבוד.
2 - מען פלאנירט חתונה צו מאכן פשוט און שפארזאם. אין מיין פאל לייג איך אוועק לעת עתה 30 אלפים פער קינד, און איך רעכן איך אז איך וועל בעז"ה האבן מיט די אינטרעסט בערך 40.

אפאר קליינע טעותים'לעך... אויב פארדינט מען א שיינעם געהאלט, באקומט מען נישט קיין טעקס ריטורען...[/quote]

און וואס מיטן קויפען א פאר יעדן קינד a life insurance policy און אזוי אפּשׁפארן געלט צו חתונה מאכען ? דאס איז וואס איך טוה
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”