בלאט 1 פון 21

געזוכט: א גוטע בעסיק פאון!

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 9:57 am
דורך kosher phone
איך זיך צו קויפן א בעסיק (נאן סמארט) ספרינט פאון מיט א פול קיבארד.
קיינער אויסער אונז היימישע אידעלעך זוכען שוין נישט אזא פראדוקט, ספרינט זאגט אז זיי מאכן שוין נישט די קיין פשוטע סעלפאונס קנאפע אכט יאר.
עמעזאן האט אפאר פאר בערך $250-$300, אי-בעי האט פון צייט צו צייט איינס צווי צו פארקויפן, בקיצור די מאנגעל ווערט גרעסער און גרעסער...

אויב איינער ווייסט ווי מען קען באקומען זאל ביטע מיטטיילן מיט אונז.
מען קען זאגן מיט א פוהלען מויל אז דאס איז א זיכוי הרבים ווייל נאר מיט דעם קענען היימישע אידען בלייבן ריין פון סמרט פאונ'ס.

יישר כח בשם כל הקהל הקודש
KOSHER PHONE

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 10:17 am
דורך נא_שכל
גא"מ לבקשת ר' כשר פאון.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 10:40 am
דורך אידישע מוח
גא"מ
אבער איך זיך עס פאר פעידזש פלאס

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 11:23 am
דורך עין טובה
פאר ווערייזן/פעידזש פלאס איז דא זייער א גוטע, די LG VN251S, אויף עמעזאן פאר 73.99. ס'איז דא יוזד פאר היבש ביליגער.

פאר ספרינט, ווייס איך נישט וועלכע ס'איז די בעסטע

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 11:28 am
דורך טויגליכער איד
א סליידער איז אויך גוט?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 11:37 am
דורך kosher phone
טויגליכער איד האט געשריבן:א סליידער איז אויך גוט?

בדיעבד

הצלת הדורות!!

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 11:50 am
דורך kosher phone
איך גלייב (האפ) אז עס איז דא מער ווי די דריי מצטרפים אויף אייוועלט וואס האבן נאכנישט א סמארט פאון!
אבער איך האלט אז אויב גייט נישט זיין א דורכבראך במשך נעקסטע שטיק צייט אין די נושא גייען אהן א שיעור מענטשן ארייןפאלן בלית ברירה צו א סמארט פאון ר"ל!
אריין גערעכנט כולל יונגעלייט, מלמדים ומגי"ש, חתנים וכלות, בחורים (בין הזמנים פארשטייטזעך) - כאפרוכים שלא נפתחו את עינים.
וואס ביי רוב פעלער (איינמאהל מען סעט אויף אלע עפפס און אקאוינטס) איז כל באיה לא ישובון א פאקט, ר"ל

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 12:07 pm
דורך יאנקל
איך זוך א א גוטע FULL קיבארד בעסיק פאון וואס ארבעט שנעל (ווירייזען אדער פיזש פלאס)

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 12:39 pm
דורך טויגליכער איד
אין יעדע לאקאלע [אידישע] סעלפאן סטאר איז דא אלע ערליי פליפ פאון \ סליידערס \ פול קיבארד \ ספרינט \ ווערייזען \ וכו'
ווערייזן האלט אין איין פראדעצירן פליפ פאונס! וואס מען קען באקומען פאר אזוי ביליג ווי 12$
איך האב לעצטנס געקויפט א סליידער ביי twigby.com פאר בערך 20$ (סערווויס איז 15$ א חדש)

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 1:32 pm
דורך נא_שכל
די ווערייזאן סליידער'ס, איז ווערט אויף חרוסת. די רעסעיפשאן איז געפערליך, די קנעפלעך הערן אויף צו ארבייטן נאך א שטיק צייט. וכו' וכו'.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 1:44 pm
דורך מיסטעריעז
דאס איז א גוטע און דויערהאפטיגע כלי, מיין איך (די ספעציפישע פונעם לינק איז א סעללער ריפורבישד, כ׳נעם נישט קיין אחריות). עס איז אבער אביסל דיקליך...

טויגליכער איד האט געשריבן:ווערייזן האלט אין איין פראדעצירן פליפ פאונס! וואס מען קען באקומען פאר אזוי ביליג ווי 12$

ווען מען רעדט פון דעם מוז מען צולייגן אז דאס ארבעט נאר מיט ווערייזאן פריפעיד סערוויס (די ערשטע זעקס חדשים), ווי דערמאנט כמה פעמים בכמה מקומות דאהי.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 1:58 pm
דורך טויגליכער איד
אה"נ אבער פאר אביסל מער געלט קען מען באקומען פאר אנדערע אויך
איך ברענג נאר ארויס אז מען קען נאך רוהיג נוצן פליפ פאונס

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 7:13 pm
דורך קנאפער ידען
kosher phone האט געשריבן:
טויגליכער איד האט געשריבן:א סליידער איז אויך גוט?

בדיעבד

וואס דען מיינסטו פול קיבארד אויב נישט סליידער? זייטיגע פליפ? די פולע קיבארד פאונס אזאנע גרויסע (וואס זעט אויס אביסל ווי בלעקבערי) זענען קיינמאל נישט געווען אסאך און נישט געווען זייער גוטע.

פאר ספרינט א סליידער קענסטו אפשר נעמען דאס https://www.amazon.com/gp/offer-listing ... 3c652c0e2e (דער יוזד פאר $73.) אדער דאס פאר $40 https://www.amazon.com/gp/offer-listing ... f99f2fc019

א סליידער אין די לענג דאס https://www.amazon.com/gp/offer-listing ... 1fa1486216

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 7:15 pm
דורך קנאפער ידען
יאנקל האט געשריבן:איך זוך א א גוטע FULL קיבארד בעסיק פאון וואס ארבעט שנעל (ווירייזען אדער פיזש פלאס)

עין טובה האט געשריבן:פאר ווערייזן/פעידזש פלאס איז דא זייער א גוטע, די LG VN251S, אויף עמעזאן פאר 73.99. ס'איז דא יוזד פאר היבש ביליגער.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 11:40 pm
דורך מאתים
פאר עני ספרינט קענטו ניצן boost mobile phones א שטייגער ווי דעס
געהאט און געווען צופרידן

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 10:57 am
דורך kosher phone
טויגליכער איד האט געשריבן:אה"נ אבער פאר אביסל מער געלט קען מען באקומען פאר אנדערע אויך
איך ברענג נאר ארויס אז מען קען נאך רוהיג נוצן פליפ פאונס

איך גיי מערצעשעם קויפן א סעלפאון ביי איינע פון די אויבן דערמאנטע לינקס - יישר כח
אבער דאס אז איך וועל האבן פאר די נעקסטע 2 יאהר אזא סעלפאון איז נישט די לאנג טערם סעלושען!
עס איז יעצט די צייט עפעס צו טוהן פארן כלל און פארן עתידת דערנאך וועט מען נישט קענען דן זיין איינער וואס וועט האבן א סמארט פאון בלית ברירה אלץ די אפיציעלע (שטוב/ביהמ"ד) סעלפאון!

#בת היענה אלערט

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 10:59 am
דורך kosher phone
מאתים האט געשריבן:פאר עני ספרינט קענטו ניצן boost mobile phones א שטייגער ווי דעס
געהאט און געווען צופרידן

ביטע קאנפערמען מיט ספרינט פארן קויפן א Boost Mobile

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 11:28 am
דורך סטראפקאוו
kosher phone האט געשריבן:
טויגליכער איד האט געשריבן:אה"נ אבער פאר אביסל מער געלט קען מען באקומען פאר אנדערע אויך
איך ברענג נאר ארויס אז מען קען נאך רוהיג נוצן פליפ פאונס

איך גיי מערצעשעם קויפן א סעלפאון ביי איינע פון די אויבן דערמאנטע לינקס - יישר כח
אבער דאס אז איך וועל האבן פאר די נעקסטע 2 יאהר אזא סעלפאון איז נישט די לאנג טערם סעלושען!
עס איז יעצט די צייט עפעס צו טוהן פארן כלל און פארן עתידת דערנאך וועט מען נישט קענען דן זיין איינער וואס וועט האבן א סמארט פאון בלית ברירה אלץ די אפיציעלע (שטוב/ביהמ"ד) סעלפאון!

#בת היענה אלערט

איך מיין איר האט א טעות , די Verizon פליפ פאון פאר 12$ איז זייער פאפולער אין א גרויס חלק אינגעלייט וואס האבן בעיסיק פאונס האבן טאקע דעם פאון, ס'איז א Samsung פאון, ס'איז שטארק, בעטערי האלט זיך לאנג, אין ווען ס'ווערט צובראכן איז עס נישט קיין גרויסע עקספענס פאר א נייע, איך האב שוין געהאט כל מיני בעיסיק פאוונס, מיט Full Keyboard, אן Keyboard, ספרינט, וועראייזען, Metro PCS, אלע וועגן פליפ איך קען זאגן בפה מלא איך האב נאך קיינמאל נישט אזוי הנאה געהאט פון א פאון ווי פון די פאון, קיין איינס האט זיך נישט געהאלטן פאר מער ווי א 3/4 יאר מערסטענס א יאר, דעס האב איך שוין באלד צוויי יאר אין ארבעט נאך א מחי' ב"ה, סאו איך מיין עז לאנג Verizon מאכט דאס האט נאך בעיסיק פאונס א Future אי"ה

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:43 pm
דורך קלאָצקאָפּ
עס דערפריידט דאס הארץ צו זען אז יונגעלייט זענען נאך אינטערעסירט אין בעסיק פאונס.

השי"ת האט נישט באנקראטירט!

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 2:02 pm
דורך דער מח
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:עס דערפריידט דאס הארץ צו זען אז יונגעלייט זענען נאך אינטערעסירט אין בעסיק פאונס.

השי"ת האט נישט באנקראטירט!

און פאר דער וואס האט זיך פריער געזארגט לאז וויסן אז השי"ת פלאנט נישט צו באנקראטירן, פונקט ווי ער האט נישט באנקראטירט ביז אהער מיט סאך גרעסערע נסיונות.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 10:57 am
דורך kosher phone
היוצא לנו מזה אז אלע ספרינט קאסטומערס וועלן מוזן סוויטשען צו ווערייזען אדער געצוויגענערהייט אריין פאלן אינעם סמארט פאון.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 10:58 am
דורך kosher phone
דער מח האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:עס דערפריידט דאס הארץ צו זען אז יונגעלייט זענען נאך אינטערעסירט אין בעסיק פאונס.

השי"ת האט נישט באנקראטירט!

און פאר דער וואס האט זיך פריער געזארגט לאז וויסן אז השי"ת פלאנט נישט צו באנקראטירן, פונקט ווי ער האט נישט באנקראטירט ביז אהער מיט סאך גרעסערע נסיונות.

איז פארוואס מאכן קול קורא'ס? כינוס כלל ישראל? ראבינווויטש? וכו'?

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 11:12 am
דורך טויגליכער איד
kosher phone האט געשריבן:היוצא לנו מזה אז אלע ספרינט קאסטומערס וועלן מוזן סוויטשען צו ווערייזען אדער געצוויגענערהייט אריין פאלן אינעם סמארט פאון.

כאניש קייניינונג וואס די ווילסט בכלל דא, עס איז דא צענדליגער סארטן ספרינט בעסיק פאונס, איך זעה בכלל נישט דיין פראבלעים און וואס ס'שטופט דיר צו שרייבן די ווערטער
עס קוקט אויס ווי די האסט עפעס א ציל דא, און לכבוד דעם שרייבסט איבער און איבער די זעלבע שטות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 11:14 am
דורך kosher phone
טויגליכער איד האט געשריבן:
kosher phone האט געשריבן:היוצא לנו מזה אז אלע ספרינט קאסטומערס וועלן מוזן סוויטשען צו ווערייזען אדער געצוויגענערהייט אריין פאלן אינעם סמארט פאון.

כאניש קייניינונג וואס די ווילסט בכלל דא, עס איז דא צענדליגער סארטן ספרינט בעסיק פאונס, איך זעה בכלל נישט דיין פראבלעים און וואס ס'שטופט דיר צו שרייבן די ווערטער
עס קוקט אויס ווי די האסט עפעס א ציל דא, און לכבוד דעם שרייבסט איבער און איבער די זעלבע שטות

אדרבה טייל אונז צו...

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 11:29 am

טויגליכער איד האט געשריבן:אין יעדע לאקאלע [אידישע] סעלפאן סטאר איז דא אלע ערליי פליפ פאון \ סליידערס \ פול קיבארד \ ספרינט \ ווערייזען \ וכו'
ווערייזן האלט אין איין פראדעצירן פליפ פאונס! וואס מען קען באקומען פאר אזוי ביליג ווי 12$
איך האב לעצטנס געקויפט א סליידער ביי twigby.com פאר בערך 20$ (סערווויס איז 15$ א חדש)