לאור דעם וואס לעצטנס מאכן די ווערייזאן סעלפאון'ס היבשע פראבלעמען מיט'ן ארויס/אריין קאלן, און לעצטנס איז עס שוין געגאנגען אזי ווייט אז ס'האט זיך געקענט אראפהאקן אינמיטן רעדן,
האב איך מיך אראפגעזעצט מיט אפאר חברים וואס מ'קען טוהן דערוועגן, און ס'איז ארויסגעקומען די פאלגענדע:
די עיקר פראבלעם באשטייט פון דעם אז אונזערע אלע בעסיק פאון'ס זענען נאך אויף די אלטע 3G נעטווארק בשעת אלע נייע היינטיגע טעלעפאונען בעיקר סמארטפאון'ס ארבעטן שוין אויף די 4G נעטווארק, און בשעת מיר ווילן זיך האלטן צו ווערייזען ווערט עס שווערער און שווערער מיט די אלטע טעלעפאונען.
אויף אזוי פיל יא, האט ווערייזען אין בערך די לעצטע האלבע יאר/יאר אנגעהויבן צו פראדעצירן שפאגל נייע געהעריגע בעסיק פאון'ס וואס ארבעטן שוין יא דורך די נייע 4G נעטווארק, די פראבלעם דערמיט איז, אז אלע פילטער צענטער'ן ארבעטן שוין די לעצטע צייט צו טרעפן א וועג עס צו קענען פארשפארן פונעם געוועב (וואס אויב איז ח"ו אפן איז עס פונקט אזוי ארג ווי א סמארטפאון האבנדיג די שנעלע 4G אינטערנעט) אבער ביז דערוויל אן קיין דערגרייכונגען.
למעשה האבן מיר אויסגעפונען אז מען קען אליינ'ס בעטן ווערייזען זאל בלאקן די אינטערנעט/טעקסט דורך איינע פון זייערע פיטשער'ס, מיט א פעסווארד וואס מען מאכט אליינ'ס, די פראבלעם איז אז מען האט אליינ'ס די פעסווארד, וואס דאס מיינט אז ווען מען וויל קען מען אליין עס צוריק עפענען.
זענען מיר אויפגעקומען מיט א עצה אז יעדער פון אונז וועט האבן די פעסווארד פונעם חבר'ס אקאונט און ער וועט דאס בשו"א נישט ארויסגעבן פארן חבר. ד"מ און אנדערע ווערטער אז מיר וועלן האבן א פריוואטן פילטער אפיס, ד.ה. מיין חבר וואס ער איז בעה"ב אויף מיין אקאונט און איך קען גארנישט טוישן (צו באצאלן די פלען דארף מען נישט האבן די פעסווארד, וואויסמעיל איז א צווייטע פעסווארד אינגאנצן).
האבן מיר אנגעקאלט פרעגן וועגן ווערייזען פלענס א איד וואס טוט אין ביליגע פלענ'ס, זאגט ער אז זיין ביליגסטע פלען יעצט איז עפעס א קאמפעני אונטער ווערייזען פאר $25 אנלימיטעד א חודש.
נאכן זוכן די ביליגסטע 4G פאון האב איך געטראפן דאס
KYOCERA CADENCE LTE[align=center]
- pdp-kyocera-cadence-feature1-d.png (441.74 KiB) געזען 2751 מאל
- Kyocera_Cadence_Open.png (20.08 KiB) געזען 2751 מאל
- KYOCERA_Cadence.png (43.09 KiB) געזען 2751 מאל
[/align]
אויבן אויף קוקט דאס אויס ווי זייער א גוטע פשוטע פאון, די פרייז פאר דעם איז אדער א איינמאליגע $120, אדער $5 א חודש פאר די קומענדיגע 24 חדשים. (עס איז דא אויך בעסערע אבער פאר טייערער)
(דיסקלעימער: קיין שום פילטער אפיס וועט נישט געבן קיין סטיקער דורך די אויבן דערמאנטע עצה, וויבאלד זיי קענען נישט טראסטן יעדן יחיד, ודי, דאס איז פשוט פאר זיך ווילאנג זיי קומען נישט ארויס מיט א געהעריגע וועג צו בלאקן,
- נישט די סטיקער ווייזט אז איך בין א איד...{חוץ אויב מ'האט קינדער אין איינע פון די מוסדות})
אזוי ווי מיר זענען אבער נישט קיין גרויסע מומחים, און דער איד צו וועם מיר האבן גערעדט האט אויך נישט געוואוסט אויף זיכער, וויל איך פרעגן פון מיינע חברים דא צו איינער ווייסט אפשר צו דאס איז אויך רעליסטיש, און צו ס'וועט ארבעטן די געהעריגע ווערייזען פלענ'ס וואס מען האט אויף די אלטע 3G פאון'ס אויך אויף די נייע 4G פאון'ס? און ספעציפיש אויף די אויבנדערמאנטע.
יישר כח, אנדערע קענען אויך הנאה דערפון.