פייער-סקעיפס - fire escape

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ישיחנה
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 22, 2016 9:46 am

פייער-סקעיפס - fire escape

תגובהדורך ישיחנה » זונטאג נובעמבער 19, 2017 10:16 pm

וואס איז פשט אז היינט מאכט מען שוין נישט קיין פייער-איסקעיפס ביי די הייזער?
צוגעלייגטע
index.jpeg
index.jpeg (11.68 KiB) געזעהן 1040 מאל

משה בער
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 02, 2013 10:31 pm

תגובהדורך משה בער » זונטאג נובעמבער 19, 2017 10:50 pm

ווייל היינטיגע צייטען מיזען אלע נייע בילדינגס זיין א סאך מער .פייער רעטעד ביי קאוד, שפעציעל די סטעיר קעיס . אמאל פלעגן די סטעפס זיין פין האלץ

אוועטאר
יאצמעך
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג נובעמבער 19, 2017 11:56 pm

די ספרינקלער סיסטעם האט בעיקר ריפלעיסט די פייער עסקעיפס.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2636
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 12:57 am

ווייל די היינטיגע בילדינגס האבן צוויי staircases , די אלטע הייזער האבן געהאט נאר איינס, האט עס געמוזט האבען א פייער עסקעיפ אידרויסען.

ישיחנה
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 22, 2016 9:46 am

תגובהדורך ישיחנה » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 9:55 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:ווייל די היינטיגע בילדינגס האבן צוויי staircases , די אלטע הייזער האבן געהאט נאר איינס, האט עס געמוזט האבען א פייער עסקעיפ אידרויסען.


דאס איז ווען מ'קען ארויס גיין פון די דירה, אבער טאמער ח"ו...מקען נישט אנקומען צו די האל ח"ו וואס טוט מען?

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4863
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 10:11 am

אין קר״י איז אלעס האלץ, איז דא א נארמאלע וועג ארויס ביי די ריזיגע נייע בילדינגס?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 10:38 am

ישיחנה האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:ווייל די היינטיגע בילדינגס האבן צוויי staircases , די אלטע הייזער האבן געהאט נאר איינס, האט עס געמוזט האבען א פייער עסקעיפ אידרויסען.


דאס איז ווען מ'קען ארויס גיין פון די דירה, אבער טאמער ח"ו...מקען נישט אנקומען צו די האל ח"ו וואס טוט מען?



ס'דא צוויי טירן אין יעדע הויז (עפ"ר) פראנט און בעק

ישיחנה
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 22, 2016 9:46 am

תגובהדורך ישיחנה » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 10:45 am

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
ישיחנה האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:ווייל די היינטיגע בילדינגס האבן צוויי staircases , די אלטע הייזער האבן געהאט נאר איינס, האט עס געמוזט האבען א פייער עסקעיפ אידרויסען.


דאס איז ווען מ'קען ארויס גיין פון די דירה, אבער טאמער ח"ו...מקען נישט אנקומען צו די האל ח"ו וואס טוט מען?



ס'דא צוויי טירן אין יעדע הויז (עפ"ר) פראנט און בעק


נישט אין די וויליאמסבורגע הייזער, קיין איין הויז אין אן אפארטמענט בילדינג, האט נישט קיין צוויי טירן.
אויך איז די געיטס ביי די פענסטערס פארמאכט לויט די section 8 פארלאנג...

מארמאראש
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:57 am

תגובהדורך מארמאראש » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 10:57 am

בכלל וואלט געווען א וויכטיגע זאך צו אויסלערנען יעדע בילדינג וואס מ'זאל טוהן ווען ח"ו ס'זאל נישט אויסברעכן א פייער. סיי אין די אייגענע דירה, סיי אין א אנדערע דירה.

אין די חדרים מאכט מען א פייער דריל יעדע שטיק צייט וואס מ'זאל טוהן. די זעלבע וואלט מען געמעגט טוהן איבעראל.

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 11:16 am

ישיחנה האט געשריבן:
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
ישיחנה האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:ווייל די היינטיגע בילדינגס האבן צוויי staircases , די אלטע הייזער האבן געהאט נאר איינס, האט עס געמוזט האבען א פייער עסקעיפ אידרויסען.


דאס איז ווען מ'קען ארויס גיין פון די דירה, אבער טאמער ח"ו...מקען נישט אנקומען צו די האל ח"ו וואס טוט מען?



ס'דא צוויי טירן אין יעדע הויז (עפ"ר) פראנט און בעק


נישט אין די וויליאמסבורגע הייזער, קיין איין הויז אין אן אפארטמענט בילדינג, האט נישט קיין צוויי טירן.
אויך איז די געיטס ביי די פענסטערס פארמאכט לויט די section 8 פארלאנג...


אין ניי וויליאמסבורג האבן רוב קאנדא'ס די וואס וואוינען צוויי פער שטאק וכדו' צוויי טירן
אפארטמענט דירות ווייס איך נישט

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7010
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 11:50 am

אפארטמענטס בילדונגס האבן אנדערע הלכות ווי א מולטי פעמעלי הויז.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

פון יעצט
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

תגובהדורך פון יעצט » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 5:23 pm

מארמאראש האט געשריבן:בכלל וואלט געווען א וויכטיגע זאך צו אויסלערנען יעדע בילדינג וואס מ'זאל טוהן ווען ח"ו ס'זאל נישט אויסברעכן א פייער. סיי אין די אייגענע דירה, סיי אין א אנדערע דירה.

אין די חדרים מאכט מען א פייער דריל יעדע שטיק צייט וואס מ'זאל טוהן. די זעלבע וואלט מען געמעגט טוהן איבעראל.


די פייער דעפארטמענט רעקאמענדירט טאקע אז מ'זאל האבן אן עסקעיפ פלאן און מאכן דרילס

ישיחנה
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 22, 2016 9:46 am

תגובהדורך ישיחנה » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 6:58 pm

פון יעצט האט געשריבן:
מארמאראש האט געשריבן:בכלל וואלט געווען א וויכטיגע זאך צו אויסלערנען יעדע בילדינג וואס מ'זאל טוהן ווען ח"ו ס'זאל נישט אויסברעכן א פייער. סיי אין די אייגענע דירה, סיי אין א אנדערע דירה.

אין די חדרים מאכט מען א פייער דריל יעדע שטיק צייט וואס מ'זאל טוהן. די זעלבע וואלט מען געמעגט טוהן איבעראל.


די פייער דעפארטמענט רעקאמענדירט טאקע אז מ'זאל האבן אן עסקעיפ פלאן און מאכן דרילס



אולי וואלט איינער זיך מנדב געווען פארן ציבור, ארומגיין צו אלע גרעסערע בנינים אויסצולערנען וואס צו טון, אפשר קען ער מאכן אויך א שטיקל פרנסה דערפון.

פון יעצט
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

תגובהדורך פון יעצט » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 9:06 pm

קענסט אראפלייגן א פלאן וויאזוי צו מאכן געלט דערפון?

ישיחנה
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 22, 2016 9:46 am

תגובהדורך ישיחנה » פרייטאג נובעמבער 24, 2017 12:12 am

פון יעצט האט געשריבן:קענסט אראפלייגן א פלאן וויאזוי צו מאכן געלט דערפון?


מען אדווערטייזט די וויכטיגקייט פון אויסלערנען סעיפטי, דריללס וכדו'.
ס'גייט ארויס א קול אז מ'קען רופן "מר. סעפטי", אויסצולערנען סעיפטי פאר בילדינגס, אדער קען מייעץ זיין יעדע פריוואטע מענטש וויאזוי ער זאל זיך א עצה געבן בכל צרה שלא תבא.
כפומא דעבידתא, לויט די הארעוואניע וואס מ'לייגט אריין באמת צו פארשטיין וואס מ'דארף טוהן, און הארעוואניע אין מארקעטינג די סערוויס, מיין איך אז ס'דא ווי די ברכה קען חל זיין.

פון יעצט
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

תגובהדורך פון יעצט » זונטאג נובעמבער 26, 2017 9:58 am

ס'גלייבצעך מיר נישט אז ס'וועט זיין גענוג מענטשן, וואס וועלן נעמען איינעם וואס זאל אויסלערנען עפעס. נישט קיין חילוק ווי וויכטיג סאיז (וויפיל מענטשן וואס ליינען אינסטראקשענס קענסטו?)
ווען ס'זאל זיין עפעס א רעגירונג פראגראם אדער requirement דאן האט עס א שאנס. כנלע"ד

ישיחנה
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 22, 2016 9:46 am

תגובהדורך ישיחנה » זונטאג נובעמבער 26, 2017 4:35 pm

פון יעצט האט געשריבן:ס'גלייבצעך מיר נישט אז ס'וועט זיין גענוג מענטשן, וואס וועלן נעמען איינעם וואס זאל אויסלערנען עפעס. נישט קיין חילוק ווי וויכטיג סאיז (וויפיל מענטשן וואס ליינען אינסטראקשענס קענסטו?)
ווען ס'זאל זיין עפעס א רעגירונג פראגראם אדער requirement דאן האט עס א שאנס. כנלע"ד



אולי קען ער זיך אדווערטייזן אז ביי אים קען מן באקומען אלע ערליי פייער סעיפטי אייטעמס, לייטער ארויסצולייגן... פייער עקסטיגנישערס, די בעסטע סמאוק דעטעקטערס, וכו' וכו'.

Gevald Geshrigen
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 6:56 pm

ווילסט עכט וויסן פארוואס היינט איז מער נישט דא קיין פייער
עסקעיפס ?
געזעץ נומערא אנאו: ארויסגעקומען אין יארע 1929: אן אלטער בנין מעג האבן א פייער עסקעיפ מיט אפארטמענט עקסעס אין די בעק אויב עס איז דא 30 פיס ביזן לאט ליין
געזעץ נומער 2 :ארויסגעקומען אין יארע 1929: א נייער בנין מוז האבן עקסעס צו די פראנט אדער דורך א פראנט פייער עסקעיפ אדער דורך א דורכגאנאג פונעם יארד צום פראנט
געזעץ נומער 3:ארויסגעקומען אין יארע 1968: אן אלטער בנין מעג מען צולייגן א פייער עסקעיפ א נייער בנין מעג נישט האבן א פייער עסקעיפ נאר אן עקסטיריער סטעיר. עס איז דא א גרויסער חילוק צווישן די צוויי ואכמ׳׳ל. דוגמא שווימערס דירות געבויט בערך 15 יאר צוריק אויף פלאשינג האבן אזעלכע עקסטיריער סטעירס
געזעץ נומער 5:ארויסגעקומען אין יארע 2008: אלטע בנינים וואס גייען דורך רענאוואציעס קענען אסאך מאל פארלירן די אלטע קריטיריע
געזעץ נומער 6: א בילדינג געבויט פון סטיל/קאנקריט ביז 6 שטק ווייניגער ווי 2,000 סק. פיס דארף נישט קיין צוויי ארויסגענג.
דעריבער וועסטו זען אז אלטע בנינים זענען געבויט מיט האלץ און א פייער עסקעיפ זענען נאך פונעם רבינ׳ס געזונטע יארן אדער פריער


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט