קינדער אין חדר!

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

קינדער אין חדר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

[align=center]קינדערלעך גייען אין חדר יעדן טאג, מ'גייט צופרי און מ'קומט נאכמיטאג, און במשך די טאג איז מען אין חדר, צווישן אנדערע 25 קינדער.
די חדר, די מלמד, מנהל, לייגן אריין אויסטערלישע כוחות אין די רוחניות פון די טייערע נשמות, מ'לערנט מיט זיי פון די א"ב ביז גמרא תוס' מפרשים ושו"ע. מ'לייגט אריין מורא'דיגע יראת שמים און מדות טובות, און יעדער וואקסט אויס כפי מדריגתו.
וויל איך אבער רעדן פון א זאך וואס איז ממש לעבנסוויכטיג פאר די קינדער וואס דערווייל איז עס נאכנישט איינגעפירט אין די מוסדות.

דאס איז די פשוט'ע התנהגות פון בין אדם לחבירו, וויאזוי מ'מאכט זיך חברים, וויאזוי מ'רעדט צו א חבר, וויאזוי מ'נעמט זיך אן פאר די אייגענע רעכטן, אוועקנעמען די בושה רעה.
א קיצור זיין א מענטש צווישן מענטשן, צו גא-ט און צו לייט.

(איך האב זייער נישט ליב צו רעדן פון די ענגלישע בוכשטאבן, אולי איז דאס וואס מ'רופט אן 'סאשעל סקילס', 'סעלף קאנפידענס' וכדו').

ליידער איז דא זייער פיל קינדער וואס בלייבן מיט זייערע שטילקייט און צוריקגעצויגנקייט אלע זייערע יארן אין חדר, אין ישיבה, שפעטער אין כולל, אין ביהמ"ד, און נאכדעם וואס ס'קלאפט אויס בין אדם לחבירו, קלאפט עס אויס בין איש לאשתו...

די מענטשן מאכן מיט שבעה מדורי גיהנום אויף די וועלט, קענען קיינמאל נישט זוכה זיין צו גוטע חברותות אין חדר/ישיבה, ווייל זיי שעמען זיך צו בעטן יענעם, אפשר וועט יענער ענטפערן "ניין".
קענען קיינמאל נישט אריינפרעגן ביים פארלערנען, אפשר איז עס א מאדנע קשיא.
קענען נישט געהעריג מיטשפילן מיט די קינדער.
קענען זיך קיינמאל נישט אנרופן ביי א שמועס.
קענען זיך קיינמאל נישט איינגלידערן זיך צווישן די מענטשהייט.

ואידך כי רוכלא ליחשיב וליזיל???

איך וויל יעצט נישט מאריך זיין וואס אלס מ'גייט אדורך במשך די לעבן די סארט מענטשן.

וויל איך וויסן צו ס'וואלט נישט געווען א שטארקע נחיצות אויפצונעמען אין יעדע מוסד א עקסטערע מענטש/שטאב זאל זיך ערנסט אריינלייגן אין דעם.
וויסן יעדע קינד צו ער פארט גיט אויך בטבעיותיו.
בנוסף ובפרט קינדער וואס גייען אדורך מיט ערנסטע שוועריגקייטן אין שטוב (נישט געזינטע טאטע/מאמע/געשוויסטער ל"ע - נישט נארמאלע אין די משפחה - באם וכדו') וואס די קאפ פון קינד איז בכלל נישט דא.

איך וואלט געהאלטן אז ס'ממש לעבנסוויכטיג ס'זאל שוין ווערן איינגעפירט.

וויל איך הערן די דעת הציבור.

יישר כח[/align]
לעצט פארראכטן דורך ישיחנה אום דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 9:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

יא די ביסט 1000 פראצענט גערעכט מקען ראטעווען דורות
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

לדעתי איז די פראבלעם מער מצי ביי די יונגלעך ווי די מיידלעך
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

דברים אלו האט געשריבן:לדעתי איז די פראבלעם מער מצי ביי די יונגלעך ווי די מיידלעך


קען זיין, בכלל איז דא ביי די מיידלעך תשעה קבין שיחה, זיי רעדן מער - אטוימאטיש ברענגט עס מער חברותא'שאפט, משא"כ יונגלעך זענן מער איינגעהאלטן, און בפרט אויב ס'איז שוין בתולדתם דורי דורות שטילע, בלייבן זיי שטיל ביז די 120, חוץ ווען מ'ארבעט אויף זיך.

איז פארוואס זאל מען דארפן ווארטן אויף די לעצטע מינוט ס'זאל מאכן שלום בית פראבלעמען וכו'. זאל מען תיכף אין נורסערי (יא שוין אין נורסערי) צושטעלן הילף, אויב זעט מען א יונגל וואס שפילט זיך פאר זיך, נישט מיט אנדערע, אדער א אינגל קען זיך נישט אננעמען פאר זיינע רעכטן, למשל א צווייט קינד כאפט אוועק פון אים זיין טוי, און ער קען עס נישט צוריק נעמען וכדומה...

אויב ווילט איר זיך איבערצייגן צו ס'איז נישט קיין רחמנות אויף די קינדער, כאפט'ס א שפאציר ביי מיטאג צייט ביי סיי וואספארא חדר וואו די קינדער שפילן זיך אינדרויסן אויף די גאס, וועט איר זעהן וואס טוט זיך, ווי פילצאליגע קינדער שפאצירן נעבעך אליין, גייען אהער, גייען אהין, רעדן נישט צו קיינעם, זענען נישט אין די שפיל מיט אנדערע, אוי, ס'וואקסט נעבעך מיט ווייטער און ווייטער.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פארוואס דוקא די סארט קינדער דארפן הילף. אלע סארט דארף מען אכטונג געבן אז ווען מ'זעהט אז ס'הייבט אן וואקסן קרום, עס אויסצוגראדן.
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

נשמה האט געשריבן:פארוואס דוקא די סארט קינדער דארפן הילף. אלע סארט דארף מען אכטונג געבן אז ווען מ'זעהט אז ס'הייבט אן וואקסן קרום, עס אויסצוגראדן.


אין הכי נמי.

תפשת מרובה...
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

יאפס מקען ראטעווען דורות!!

וואס טוט מען למעשה צו מאכן א אויפוואכונג אין די ענין?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
Hershy Fogel
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 12:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershy Fogel »

איך ווייס נישט וואס טוט זיך אין אנדערע מוסדות אבער און מוסדות טסאטמאר מהר"א אין וויליאמסבורגת בעיקר און ישיבה איז דא מוסד והערב, געגרונדעט דורך א חשובה נגיד, וואס גיסט אריין מיליאנען יערליך, צוצושטעלן יונגעלייט זאלן לערנען פריוואט מיט בחורים און מאכן זיכער אז די יונגעלייט באקומען די נויטיגע טרענינג און הדרכה.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

אין ישיבה איז שוין שפעט מדארף אזא זאך און חדר
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

לערנען פריוואט איז איין זאך.

על פי רוב די פארמאכטע שטילע קינדער זענען גאר פיינע קעפ, און קיינער קוקט נישט אויף זייער זייט בכלל!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

נודה לך האט געשריבן:לערנען פריוואט איז איין זאך.

על פי רוב די פארמאכטע שטילע קינדער זענען גאר פיינע קעפ, און קיינער קוקט נישט אויף זייער זייט בכלל!


יא - איך רעד נישט פון לערנען פריוואט, וואס דאס איז עפ"י רוב פאר די שוואכערע קעפ וכדו'.

איך רעד פון נארמאלע גוטע קינדער וואס קיינער באמערקט נישט און ווייסט נישט וואס טוט זיך נעבעך אין זייער צובראכן הארץ במשך אלע יארן.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

נשמה האט געשריבן:פארוואס דוקא די סארט קינדער דארפן הילף. אלע סארט דארף מען אכטונג געבן אז ווען מ'זעהט אז ס'הייבט אן וואקסן קרום, עס אויסצוגראדן.

וואס מיינסטו קרום, פיזיש? דעס זעהן שוין די עלטערן
גייסטיש איז די אישו וואס אסאך עלטערן כאפן נישט אין מחנכים יא
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

זייער א שטארקע איידיע,
און יא ס'פעלט אויס עקסטער אין חדר ווייל מ'זעהט אסאך מאל קינדער וואס אינדערהיים זענען זייערע מדות/התנהגות צווישן געשוויסטער אין שכנים עקסטרעם אנדערש ווי אין חדר אין קלאס צווישן אים און די קינדער, ווי אויך צווישן אים און דעם מלמד
במילא וואלטן דאס עלטערן אסאך מאל בכלל נישט אויפגעכאפט
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

נו וואס איז די עצה?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

איך מיין אז עס קומט אריין מער און מער אין די היימישע וועלט. מען דארף פארשטיין אז אמאל איז אין די גויאישע וועלט אויך נישט געווען איינגעפירט די סארט זאך, הגם להבדיל אצלינו ישראל קדושים, אין אונזער הייליגע תורה שטייט אז יעדער מענטש באשר הוא שם איז א חלק אלוקי ממעל ממש! און ׳יעדער׳ מענטש האט א שוויות און סיבה, זענען מיר ליידער נשפע געווארן פון די גוים און זייער פארשטונקענע עגאאיסטישע אידילאגיע אז א מענטש האט ׳נאר׳ value אויב איז ער א מוצלח, פאפולער, כאריזאמטיש, וכו׳.

דער דייטשער קולטור, און די אנהויב פון די מאדערענע עפאכע באט געפיטערט אזא סארט מהלך. איצט, עס איז אדורך אסאך יאר, בינתיים אויך א האלעקאסט פארביי, האבן זיך ווינטן אין די וועלט געטוישט, מען האט זיך אנגעהויבן קימערען איבער באקריוודעטע, מען האט אנגעהויבן מאכן פארשידענע פראגראמען פאר זיי.

עס האט גענומען עטליכע צענדליגע יאר און עס איז בה טריי געקומען אין אונזער וועלט אויך. די עווערנעס אויף מענטל העלט וואקסט שטארק, די עווערנעס אויף וואס א קינד מיט שוועריקייטן גייט נעבעך אדורך איןמזיין לעבן ווערט גרעסער, און די מוסדות נעמע אויף מענטשן אין גרויסן פאר דעם.

איר זיכט פערפעקט? עס וועט קיינמאל נישט זיין! אבער בה אז מען האלט דא, און טויזענטער קינדער ווערן באהאנדעלט מיט פאסיגע מעטאדן פאר זייערע שוועריקייטן.

איך וויל נאר מוסיף זיין א נקודה וועלכע איך שפיר שוין זייער לאנג און דאס איז: מענטשן האבן טענות אויף אונזער חינוך סיסטעים, מען לאזט נישט דעס און מען לאזט נישט דאס, מען גיבט נישט קיין שאנס מצליח זיין אין אנדערע זאכן, מען בויעט נישט אויף טאלאנטן פון קינדער, מען לאזט כשרונות פארשטעקט, וכו׳.

מיין שאלה איז: צו האט איר שוין געזען א געמיינדע וועלכע זאל זיך אזוי לאזן טוישן ווי אונזער קאמיוניטי? צו איז שוין געווען א געמיינדע וועלכע איז געווען אזוי וויליג צו אדאפטירן פרישע מהלכים ווי ביי אונז?

אן אריינגיין אין השקפה שאלה צו יא צו נישט אויסגעהאלטן, זענען מיר אין מיינע אויגן א קאמיוניטי וועלכע שטופט פאר טזשענידזש! אין אפן צו הערן אירע פראבלעמען! איי מיר האבן נאך אסאך וואס צו פאררעכטן, אאאאקקקקעעעייי, בארואיג דיך! וויפל יאר זענען מיר בסך הכל נאך אוישוויץ? וואו זענען אונזערע זיידעס געווען קוים פינף און זיבעציג יאר צוריק? מען קען דען טוישן זאכן איבערנאכט?

איך רעד דא צו די היימישע עולם וואס האט דעם ווייטאג געפיל (דער וואס פארשטייט צו דעם רעד איך), אנשטאט ארויפקוקן און שעצן די געמיינדע פירער פארן זיין אפען (כאטש אויף וויפל זיי זענען אפען) צו הערן נאך מהלכים, אנשטאט צו האבן מיט געפיל און פארשטיין אז מיר זענען א קהילה קדושה וואס האט אנדערע values און האט א גאנץ אנדערע היסטאריע ווי סייוועלכע קולטור אין די וועלט, האט איר טענות?
לשון הוא קולמוס הלב..
לב אחד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:58 pm
לאקאציע: מי שיש לו לב אין לו מקום (ליקו''מ)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב אחד »

ישיחנה, איך מיין נישט אוועק צו מאכן דיין געשריי, אדרבה ואדרבה איך פולי מיט דיר! איך זאג נאר אזויפיל, אז קוועטשען און ברעטשן מיט טענות און מענות, אויפווייזן און הוכחות ברורות אז אונזער סיסטעים איז שולדיג, וכדו, איז נישט וויכטיג! עס איז נישט וויכטיג!!

וואס איז יא וויכטיג? א סטראטעגיע! קומטס אויף מיט א פלאן (און זיי דער נחשון דאס צו טוהן!, ווארט נישט אז אנדערע זאלן דאס טוהן) לאמיר הערן איידיעס!
לשון הוא קולמוס הלב..
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

פלאחותיך האט געשריבן:זייער א שטארקע איידיע,
און יא ס'פעלט אויס עקסטער אין חדר ווייל מ'זעהט אסאך מאל קינדער וואס אינדערהיים זענען זייערע מדות/התנהגות צווישן געשוויסטער אין שכנים עקסטרעם אנדערש ווי אין חדר אין קלאס צווישן אים און די קינדער, ווי אויך צווישן אים און דעם מלמד
במילא וואלטן דאס עלטערן אסאך מאל בכלל נישט אויפגעכאפט



ב' תשובות בדבר:
1) עלטערן קענען נישט אזוי פערזענליך די קינדער, די טבעיות וכו', חוץ איינער וואס לייגט אריין ראשו ורובו אינעם קינד.
רוב טאג זענען די קינדער נישט אינדערהיים, און בכלל אינדערהיים זענען אפילו שטילע פארמאכטע קינדער יא אפן, צווישן די געשוויסטער וכו'.

2) זייער פיל מאל איז דאס א משפחה זאך, די עלטערן קענען זיך אליין נישט העלפן, אויך נישט זייערע קינדער.

3) אפי' איינער וויל שוין יא העלפן זיין קינד ווייסט נישט וויאזוי, צו וועם זאל ער גיין, און האט געווענליך נישט די נויטיגע פאנדס.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך פארשטיי נישט די אויסבראך דא...
איינער האט טענות?
מברענגט ארויף פשוט א נושא וואס פעלט אויס א תיקון און מהאפט אז די וואס קענען טאהן דערין זאלן טאהן עפעס למעשה
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

לב אחד האט געשריבן:איך מיין אז עס קומט אריין מער און מער אין די היימישע וועלט. מען דארף פארשטיין אז אמאל איז אין די גויאישע וועלט אויך נישט געווען איינגעפירט די

אן אריינגיין אין השקפה שאלה צו יא צו נישט אויסגעהאלטן, זענען מיר אין מיינע אויגן א קאמיוניטי וועלכע שטופט פאר טזשענידזש! אין אפן צו הערן אירע פראבלעמען! איי מיר האבן נאך אסאך וואס צו פאררעכטן, אאאאקקקקעעעייי, בארואיג דיך! וויפל יאר זענען מיר בסך הכל נאך אוישוויץ? וואו זענען אונזערע זיידעס געווען קוים פינף און זיבעציג יאר צוריק? מען קען דען טוישן זאכן איבערנאכט?

איך רעד דא צו די היימישע עולם וואס האט דעם ווייטאג געפיל (דער וואס פארשטייט צו דעם רעד איך), אנשטאט ארויפקוקן און שעצן די געמיינדע פירער פארן זיין אפען (כאטש אויף וויפל זיי זענען אפען) צו הערן נאך מהלכים, אנשטאט צו האבן מיט געפיל און פארשטיין אז מיר זענען א קהילה קדושה וואס האט אנדערע values און האט א גאנץ אנדערע היסטאריע ווי סייוועלכע קולטור אין די וועלט, האט איר טענות?


איך שפיר אז איר האט מיר נישט פארשטאנען - איך רעד יעצט אינגאנצן נישט פון די חינוך שטאנדפונקט.
איך האב געשריבן פון אנהייב, איך רעד יעצט נאר פון די פשוט'ע גשמיות'דיגע געפילן פון קינד.
איך וועל געבן א משל, ס'האט געוואוינט אין וומ"ס החסיד ר' זאנוויל גערטנער ז"ל, א פלאמפייערדיגע איד פון די מלאכים. ער האט לוחם געווען קעגן די אמעריקאנע גוי'שקייט בכל כוחו.
האט ער אמאל אריינגעבליקט אין א קינדערגארטן כתה, ער שטייט און קוקט, און ס'נעמט זיך רינען טרערן פון זיינע אויגן. פרעגט מען אים פארוואס ער וויינט? ענטפערט ער אז ער האט געזען ווי א קינד האט אויפגעבויט א שיף מיט די טשאטשקעלעך (לעגא), און נא א צווייט קינד האט דאס צואווארפן.
האט ער מסביר געווען ווען א קינד בויט א שיפעלע מיט די לעגא, שפירט ער מיט זיין קליין שכל וואו א ערוואקסענער בויט א געהעריגע גרויסע טייערע שיף, און ווען ס'קומט איינער און צוברעכט דאס, באקומט ער א הארץ אטאקע ל"ע, פאר דעם קינד טוט עס די זעלבע וויי, במילא איז אים געקומען צו וויינען!

נא דאס האט עפעס מיט חינוך? אויב שטעלסטו צו ביי מיטאג אזא ר' זאנוויל גערטנער אינדרויסן ביים שפילן וואס האלט א עינא פקיחא אויף די טייערע נשמות איז דאס עפעס א גוי'שע הנהגה? חס ושלום, רחמנות איז א יודישע מדה.
נאך א דוגמא, ס'פארהאן א באקאנטע צדיק אין ב"פ הגה"צ אב"ד כוונת הלב שליט"א, זיין מאמע איז געווען א באקאנטע ערליכע אידענע וואס איז אוועק עטליכע יאר צוריק, א מיידלעך האבן איר געקענט אין סקול, איין אויפגאבע פלעג איך הערן כמ"פ, אז ווען זי זעהט א מיידל וואס איז אויסגעשפילט, פארארבעט זי וועלטן צו שאפן פאר איר חבר'טעס.
נא איז דאס עפעס א סתירה צו חינוך, פונקט פארקערט, יעדער איז מודה אז דאס איז א וויכטיגע זאך, נאר מ'דארף פשוט זעהן וויאזוי דאס קען צושטאנד קומען.

ווער ס'האט עצות איידיעס זאל ביטע מעלדן.

קיינער האט נישט קיין טענות אויף קיינעם פארוואס מ'האט עס נישט איינגעפירט ביז יעצט, מ'רעדט נאר פון די עתיד, אז ס'וואלט געווען א גוטע זאך פון יעצט אין ווייטער זאל מען טון דערין.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

טאקע צו דעם דארף מען האבן א מענטש מיט א ספעציעלע סארט חוש פון באמערקן זאכן וואס מבאמערקט נישט אויבן אויף
אויך א ספעציעלע געפילישע נאטור זיך אריינצולייגן אין די מצב פון די אינגע קינדער וואס ווערן פארנאכלאסעטיגט נעבעך.

אפשר פשוט אריינשטעלן אזא מענטש ספעציעל צו זיין אויפזעעהער ביי די מיטאג און פרייע צייטן, א חוץ די שטרענגע רבי וואס מאכט סדר מיט די וואס פארפירן זאל זיין איינער וואס זאל זיין ממונה אויף דעם.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

ישיחנה איר זעט אויס דער פאסיגער קאנדידאט פאר דעם
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

דברים אלו האט געשריבן:ישיחנה איר זעט אויס דער פאסיגער קאנדידאט פאר דעם


יישר כח פאר די קאמפלימענט!

ב"ה שוין פיל יארן וואס מיר זענען עוסק דערין כפי שידינו מגעת, בעת מיר דרייען זיך אין א בחורים ישיבה, פראבירן מיר צו געבן א גיט ווארט און א שטיקל שמייכל פאר די צובראכענע נשמה'לעך וואס דרייען זיך ארום, אבער ס'ווייט פון א עולם התיקון, ווען זיי קומען אן אין ישיבה איז שוין נאך אדורכגיין 10-12 שווערע יארן אין חדר...
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

עס דארף זיין אפיציעל מטעם די הנהלה אין די תלמוד תורה'ס
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

נודה לך האט געשריבן:עס דארף זיין אפיציעל מטעם די הנהלה אין די תלמוד תורה'ס


יא רב נודה לך, איר זענט זייער גערעכט דעמאלט קען עס זיין מיט די שטערקסטע הצלחה.
אבער ווי איך פארשטיי איז עס זייער שווער אנצוהייבן אז ס'זאל גיין אויף די מוסד'ס הוצאות, די בעסטע וואלט געווען אז ס'קומט א נדבן/עסקן אין לייגט זיך אריין דערין און שטעלט עס אוועק - פארשטייט זיך, ארבעטן צוזאמן מיט די הנהלה - און איינמאל ס'ארבעט זיך אויס און די הנהלה וועט איינזעהן די גאוואלדיגע אויפטוהן דערפון, קען זיין אז די מוסדות וועלן עס וועלן נאכדעם ספאנסערן.
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”