דער רואיגער האט געשריבן:וויכטיג מאכער האט געשריבן:נישט יעדער איז אין די זעלבע סיטועישן, סיניש שייך צו ברענגען איין אילאסטרעישן און אויב סיניש אזוי ווי דעם איזעס נישט גוט...
זיצנדיג אויף די מעסס-מיוטשעל סיסטעם איז ארויס געקומען: נישט קיין חילוק וועלכע סעטיושן דו שטייסט איז נישט שייך ארויס צוזעהן מער געלט ווי אט די איליסטרעישן, אדרבה טרעף אויס א בעסערע אליסטראציע, ברענג עס אראפ דא, און דעמאלטס קענסטו זאגן אז ס'ווענדט זיך וועלכע סעטיושן, אונז האלט מיר שוין נאכדעם.
ביזדערווייל שטייט די אלטע איליסטרעישן די העכסטע, אין קעש וועליו.
ווידעראום אין דעד-בענעפיט איז בוודאי דא סאך בעסערע אפציעס.
פארוואס מיינסטו אז יעדער זוכט נאר קעש וועליא? פעהלט אינגעלייט וואס פארדינען געלט אויף עמעזאן אדער אין ריעל עסטעיט און אלעס וואס זיי דארפן מאקסימום פערמענענט דעד בענעפיט?
ס'איז דא טויזענטער סיטואציעס, ס'זענען דא מענטשן וואס דארפן זייער קעש עוועלעבל פונעם ערשטן טאג, זיי גייט נישט אן וויפיל די פאלעסי פארדינט, זיין געלט פארדינט אויף אנדערע פלעצער מער, ועוד ועוד ועוד...