יונה ישראל האט געשריבן:אויב בארג איך ארויס איינמאל פון אמעס מיוטשעל פאליסי א סכום געלט קען איך א יאר שפעטער נאכאמאל בארגן? אדער איך דארף קודם צאלן די חוב ?
יא איך האט געשריבן:מיט 5 אלפים קענסטו גארנישט טוען אבער + 5 יאר איז 25 אלפים און די קענסט שוין טוען אסאך און אפולי נאך 3 יאר אויב האסטו אוועק געלייגט עקסטער 10 אלפים וואלט אים די אנדערע 15 פון די פאלעסי געקענט שטארק צונוץ קומען איך האב געטראכט איך א כולל אינגערמאן וואס גיי איך שוין קענען טוען מיט די געלט. למעשה א מענטש ווייסט קיינמאל נישט ווי ער גייט אנקומען און איך האב שטארק חרטה פארן מאכען די פאלעסי און איך בין נישט מוחל די עזשענט וואס האט מיר משוגע געמאכט און דאס איז בפרט פאר א מענטש וואס האלט נאר אפאר יאר נאך די חתונה און ער האט נאכנישט אפאר קינדער זאל זיך זיכער צוריק האלטען פון דעם ווייל זיין לעבן איז נאכנישט מסודר און די קענסט נישט וויסען וואס די גייסט טוען נעקסטע יאר
ווען נישט איך לייג אריין אין די לייף פאלעסי, וואלט איך די געלט געספענט אויף סטאם זאכן און איך וואלט נישט הנאה געהאט דערפון אזוי ווי יעצט אז עס האט זיך שוין צאמגעסעיפט א שיינע סכום געלט!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)

איך זאג די זעלבע, אין יעצט האבעך שוין ב"ה א ליין אויף קרעדיט אקעגן די קעש וועליא, וואס איך קען בארגען ווען איך וויל ( אין די אינטרעס ריעט איז ביליגער ווי ווען איך נעם פין די פאלעסי אליין)
איך האב לעצטנס געהאט א וויכוח מיט א שטיקל בן תורה, איבער די ענין פון קויפן לייף אינשורענס.
איך האב אים פרובירט צו מסביר זיין די חיוב פון קויפן לייף אינשורענס פונקט ווי פייער אינשורענס. ער האט אבער געטענה'ט אז פייער אינשורעס איז א חלק פון די חיוב השתדלות, היות דער מענטש לעבט און עס קען אים באטרעפן א פייער חס ושלום, ממילא מאכט ער זיך א קאוועריזש (אויף דעם האט ער אויך קוים מודה געווען).
משא"כ לייף אינשורענס - לויט ווי ער טענה'ט - איז דאך א רעדע פון לאחר מו"ש, און דעמאלס האט שוין דער מענטש נישט קיין חיוב השתדלות על פי תורה, און אויב עס איז נישט דא קיין חיוב השתדלות, אויב אזוי איז דאס השתדלות יותר מן הצורך וואס איז אסור צו טוהן.
איך האב אים נישט פונקטליך געוויסט וואס צו ענטפערן, אויב איינער ווייסט עפעס מער ווי מען דערפון ווי מען רעדט דערפון איבער לייף אינשורענס על פי תורה ועל פי עבודה ועל פי חסידות.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
טראק דרייווער האט געשריבן:איך האב לעצטנס געהאט א וויכוח מיט א שטיקל בן תורה, איבער די ענין פון קויפן לייף אינשורענס.
איך האב אים פרובירט צו מסביר זיין די חיוב פון קויפן לייף אינשורענס פונקט ווי פייער אינשורענס. ער האט אבער געטענה'ט אז פייער אינשורעס איז א חלק פון די חיוב השתדלות, היות דער מענטש לעבט און עס קען אים באטרעפן א פייער חס ושלום, ממילא מאכט ער זיך א קאוועריזש (אויף דעם האט ער אויך קוים מודה געווען).
משא"כ לייף אינשורענס - לויט ווי ער טענה'ט - איז דאך א רעדע פון לאחר מו"ש, און דעמאלס האט שוין דער מענטש נישט קיין חיוב השתדלות על פי תורה, און אויב עס איז נישט דא קיין חיוב השתדלות, אויב אזוי איז דאס השתדלות יותר מן הצורך וואס איז אסור צו טוהן.
איך האב אים נישט פונקטליך געוויסט וואס צו ענטפערן, אויב איינער ווייסט עפעס מער ווי מען דערפון ווי מען רעדט דערפון איבער לייף אינשורענס על פי תורה ועל פי עבודה ועל פי חסידות.
עס איז טאקע פשוט אז עס איז נישט "דער זעלבער חיוב" ווי פייער אינשורענס. ווילאנג דו לעבסט ביסטו דאך מחיוב צו שפייזן דיין פאמיליע און מאכסט השתדלות אז אויב עס געשעט ח"ו א אומגליק "זאלסטו" קענען ווייטער טון דיין חיוב. משא"כ ביי לייף אינשורענס (אוודאי א האל לייף, צו אוועקלייגן געלט צו האבן אויף שפעטער פאר די הוצאות, איז דאך יא דא השתדלות.)
אבער א איסור איז נישט דא (און אויב עפעס איז עס א גוטע זאך) כמבואר אין אסאך ספרי הפוסקים פון די לעצטע דורות. איין זאך האב איך געטראפן שנעל איז פון דעברעצינע רב ז"ל אין באר משה (חלק ח' סימן קי"ח) https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=520
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
טראק דרייווער האט געשריבן:איך האב לעצטנס געהאט א וויכוח מיט א שטיקל בן תורה, איבער די ענין פון קויפן לייף אינשורענס.
איך האב אים פרובירט צו מסביר זיין די חיוב פון קויפן לייף אינשורענס פונקט ווי פייער אינשורענס. ער האט אבער געטענה'ט אז פייער אינשורעס איז א חלק פון די חיוב השתדלות, היות דער מענטש לעבט און עס קען אים באטרעפן א פייער חס ושלום, ממילא מאכט ער זיך א קאוועריזש (אויף דעם האט ער אויך קוים מודה געווען).
משא"כ לייף אינשורענס - לויט ווי ער טענה'ט - איז דאך א רעדע פון לאחר מו"ש, און דעמאלס האט שוין דער מענטש נישט קיין חיוב השתדלות על פי תורה, און אויב עס איז נישט דא קיין חיוב השתדלות, אויב אזוי איז דאס השתדלות יותר מן הצורך וואס איז אסור צו טוהן.
איך האב אים נישט פונקטליך געוויסט וואס צו ענטפערן, אויב איינער ווייסט עפעס מער ווי מען דערפון ווי מען רעדט דערפון איבער לייף אינשורענס על פי תורה ועל פי עבודה ועל פי חסידות.
איך ווייס נישט וויאזוי מ'סוירטשט אין די אלטע צייטונגען, אבער עס איז קלאר געווען בימי בחורותי אדער אלץ אינגערמאן אדווערטייזעמענטס אין דער איד אז יעדער ראש המשפחה מוז מאכן לייף אינשורענס און אונטערגעשריבן דורך די גדולי תורה פון יענע צייטן איך געדענק נישט די נעמען אבער אלע גדולי הוראה פון פריערדיגן דור.כמעט זיכער אויך פון ארץ ישראל אזוי ווי דער מנחת יצחק וכל קדושיו עמו. במילא "קיין איסור" איז זיכער נישטא עפ"י תורה פאר מ'גייט ווייטער טענה'ן אונזערע סברות אויב אגענטן ווייסן וויאזוי מ'זוכט זעלכע זאכן כדי צו קוקן.
וויזוי זאגט יענער? דיין קאר וואס איז ווערד 25,000 איז אינשורד, דיין הויז וואס איז ווער 500,000 איז אינשורד, אבער דיין אינקאם וואס איז ווערד סאך מער, דאס נישט...
איך פארשטיי בכלל נישט וואס יענער זאגט אין פראקטיק, ווייל שטארבען וועט דאך יעדער זיכער ביז משיח וועט קומען, און וואס איז שלעכט צו געבן א מתנה פאר די משפחה אפילו מ'איז שוין העכער די ניינציג, זאלן די אור אייניקלעך קריגן יעדער פינף אלפים אויב די קינדער פון זיבעציג ווילן עס נישט ניצן! סאיז נישט קיין חשש רחוק וואס כ'האב מורא אויב וכו'